בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?
אמונה, פחדים, הפצה, צדיקים, פסח, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר וויייסן פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים; ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן האט אן אנדערע סארט לעבן, מען לעבט מיט א קלארע אמונה, מען ווערט נישט פארלוירן ווען עס גייט איבער שווערע צייטן, די אמונה איז אזוי קלאר, מען שפירט ווי דער אייבערשטער היט, דער אייבערשטער מאכט אלעס.


יעצט ווען די וועלט איז אין אזא שרעק זעט מען וואס דער רבי געבט אונז, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן, אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט אן אמונה ברורה ומזוככת.


זארגט נישט פון וואו איר וועט האבן אויף צרכי פסח, אלע וועט איר האבן גרויס שפע; דער עיקר דארף מען זארגן ווען מיר וועלן שוין זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן, פרייליכע אידן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר איינעם וואס איז זיך געקומען אפרעדן צו אים אז ער האט נישט קיין געלט אויף פסח, רבי נתן האט אים מחזק געווען און געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" מען זעט בחוש אז ווען עס קומט אן דער יום טוב פסח האט למעשה יעדער איינער וויין, מצות און כל טוב וטוב; אידן פארטיילן שווערע געלטער פאר צדקה, מען טיילט מצות און אלע סארטן עסן וכו' וכו', האט רבי נתן געזאגט: "אויף פסח וועט זיין, אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליין?" ווי נעמט מען דעם פֶּה-סָח - דאס רעדן צום באשעפער. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין צו רעדן צו דיר און געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט טון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז אלעס קומט פון דיר. העלף מיר באשעפער אז איך זאל האבן ריינע אויגן, א ריינע מח און א ריינע הארץ, העלף מיר איך זאל קענען אויסרייניגן מיינע אברים זיי זאל נישט זיין חמץ'דיג פונעם יצר הרע".


איך בענק זיך זייער נאך אייך, מיין הארץ איז מיט אייך; בפרט מיט די מפיצים וואס רוען נישט, נאר גיין טאג און נאכט פארשפרייט מען דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


שטארקט אייך מיט אמונה פשוטה; מיר ווייסן גארנישט, מיר פרעגן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט און מיר ווילן נישט פארשטיין; מיר ווילן נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט און וויל.


שטארקט אייך אלע אין הפצה; יעצט איז א צייט וואס אלע וועלן נעמען די ספרים, מענטשן זענען זייער פארלוירן, מען זוכט אביסל חיזוק, נאר דער רבי האט חיזוק.


א גוט שבת.

#3 - פארשפרייטן דעם רבינ'ס דיבורים
הפצה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בבית שמש, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק זייער, יעצט ווען די גאנצע וועלט איז אין א פחד און בהלה דארפן מיר פארשפרייטן דעם רבינ'ס דיבורים וואס בארואיגט און היילט אויס.


איך בעט אייך, נעמט קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, דאס לעבט אויף מענטשן, דאס איז מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב.


פארבינדט אייך מיט די מפיצים פון ירושלים, זיי האבן יעצט געדרוקט טויזנטער קונטרסים "וירוס הקורונה"; ווער עס ליינט דעם קונטרס ווערט בארואיגט און פרייליך, מען ווערט פול מיט אמונה אינעם אייבערשטן.

#2 - מיר וועלן אוועק נעמען די קאראנע נאר דורך לערנען אסאך גמרא
סיום, גמרא, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין סיום אויף ששה סדרי משנה! דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ משניות אזוי יונג; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער אנגיין מיט'ן לערנען משניות דיין גאנץ לעבן.


מאך זיך א שיעור אין ש"ס, יעדן טאג זאלסטו לערנען גמרא; בפרט יעצט ווען מען האט פארשפארט אלע ישיבות און חדרים צוליב די מחלה פון קורונה, דארף די וועלט האבן תורה. זאלסטו לערנען אסאך בלעטער גמרא אפילו דו פארשטייסט נישט; קוק נישט אויב דו פארשטייסט יא אדער דו פארשטייסט נישט, לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין.


מיר וועלן אוועק נעמען די קורונה נאר דורך לערנען אסאך גמרא; גמרא נעמט אוועק אלע קליפות ומשחיתים און רוחות רעות.

#1 - דער אייבערשטער באהאלט זיך אונטער די קאראנע וויירוס
רפואה, שמחה, הפצה, נייעס, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש, פרשת ויקהל-פקודי - החודש, כ"ד אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, מיינע טייערע חברים פון ירושלים, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער, יעצט ווען אלע לעבן אין פחדים פון די מחלה וואס גייט ארום אין אלע לענדער, די מחלה פון קורונה, זאלט איר זיך שטארקן אין אמונה; גלייבן אז דער אייבערשטער איז באהאלטן אין דעם און עס וועט ארויס קומען פון דעם נאר גוטס; ווי מער א מענטש נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך אלץ רואיגער איז מען, מען ווערט נישט פארלוירן און דערשראקן.


אז איר וועט זיין פרייליך און רואיג וועט איר קענען בארואיגן אייער ווייב און קינדער; אנשטאט זיצן אין שטוב און זיך אפרעדן זאלט איר טאנצן מיט די גאנצע משפחה: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט", מיט דעם וועט איר אוועק נעמען אלע דינים און אלע שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י): "כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם דִּינִים עַל יִשְׂרָאֵל, עַל יְדֵי רִיקוּדִים וְהַמְחָאַת כַּף אֶל כַּף נַעֲשֶֹה הַמְתָּקַת הַדִּינִים", דורך פאטשן און טאנצן נעמט מען אראפ אלע דינים פון אידן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום צייטונגען אפילו פון די פרומע, און אויך זאלט איר נישט רופן הערן די נייעס - דעמאלט וועט איר לעבן א רואיגע לעבן. דער גאנצער צייטונג איז געבויט צו לייגן א שרעק אויף מענטשן, דאס איז זייער גאנצע זאך; אויב עס איז נישט דא קיין שום שרעק איז אויס נייעס, זייער גאנצע זאך איז נאר אריין לייגן אין מענטשן פחדים, דעריבער בעט איך אייך איר זאלט נישט הערן און נישט ליינען קיין שום נייעס. אז איר ווילט הערן נייעס זאלט איר עפענען א חומש, דארט וועט איר זען די נייעס פון די וואך, לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא - דאס איז אונזער נייעס. ועל כולם, לערנט דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זען די נייעס אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די גאנצע וועלט, ער איז מחי' ומהוה אלעס, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, גארנישט געשעהט פון זיך, אלעס איז בהשגחה.


נאך איין זאך בעט איך אייך, יעצט ווען אלע זענען צעשאקלט איז א גוטע צייט צו גיין הפצה, יעצט קען מען רעדן צו מענטשן פון אמונה, אפילו די סארט מענטשן וואס ווילן נישט הערן פון רבי'ן, יעצט ווען מען איז צעשאקלט, מען איז דערשראקן פונעם גיבור וואס קומט נענטער און נענטער (עיין סיפורי מעשיות מעשה יב) דעמאלט הערט מען אויס דעם בעל תפילה; זאלט איר אלע גיין הפצה.


מיר האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיט'ן נאמען: "קורונה ווירוס"; הלואי זאלט איר דאס פארשפרייטן אין גאנץ ארץ ישראל, מענטשן וואס נעמען נישט קיין קונטרסים א גאנץ יאר וועלן דאס יא נעמען, וועלן מיר דורכדעם קענען ברענגען די גאולה.


א פרייליכע גרינגע ערב פסח.