בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - עס טוט זיך א פרישקייט אין אלע הינזיכטן
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מוסדות, קברי צדיקים, גמרא, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים שיחיו


איך ווארט א גאנצע וואך איינער פון אייך זאל בכלל בעטן פאר א בריוו, למעשה היינט איז שוין ערב שבת און קיינער פון אייך האט נישט געבעטן פאר א בריוו, וועל איך אייך שרייבן אומגעבעטן, ווייל איך טראכט א גאנצע וואך פון אייך, איך בענק זיך נאך אייך.


איך האף צום אייבערשטן אז איר זענט זיך נאך ווייטער מחזק; קען זיין איר בעט נישט פאר א בריוו, איר מיינט אז איך בין פארנומען, איר מיינט אז איך בין דערשראקן, עס גייען ארום פאלשע קלאנגען אז עפעס טוט זיך וכו' וכו'.


איך וועל אייך דערציילן וואס טוט זיך; עס טוט זיך אזוי, מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט א שטארקע פרישקייט, עס איז שוין די דרייצנסטע יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו זיצן מיט בני הנעורים, אריינלייגן אין זיי די שכל פון רבי'ן מיט מוהרא"ש'ס וועג, עס זענען צוגעקומען פרישע תלמידים, די בחורים לערנען מיט א שטארקע התמדה ח"י פרקים משניות, אויך לערנט מען אסאך גמרא.


נאך א זאך טוט זיך יעצט; די חדר, סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און אין קרית ברסלב - גייט אן מיט א שטארקייט, די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין די וועלט, זייער לעבן איז אמונה, אזוי קענען זיי דאס אריינלייגן אין די קינדער.


אויך טוט זיך יעצט, די סקול בית פיגא גייט ווייטער אן, מען גרייט אן די תלמידות וואס דאס לעבן איז; זיי זאלן מכבד זיין די עלטערן, זיי זאלן דאנקען יעדע זאך דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, עס בויט זיך א שטעטל לשם ולתפארת; מיר האלטן שוין נאנט צו זעכציג משפחות וואס לעבן א באשיידענע לעבן, אלע לעבן מיט'ן אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, מיר ענדיגן יעצט נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן; עס זענען דא אזויפיל פרישע מקורבים וואס ווילן זיין אינאיינעם ראש השנה מיט תלמידי היכל הקודש, ענדיגט מען יעצט אויפבויען נאך א שטאק.


נאך טוט זיך, עס ווערן געדרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות אין אלע שטעט; תלמידי היכל הקודש גיין אן מיט הפצה, מען פארשפרייט דאס אין אלע שול'ן. אסאך שול'ן ווארפן דאס אוועק, א טייל לייגן די גליונות אין בית הכסא מיט זלזול, א טייל צערייסן דאס, אבער מיר קענען נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן טון וואס מיר דארפן טון, וואס דער רבי האט אונז געהייסן, מיר פארשפרייטן ווייטער די הייליגע זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, און אז מען ווארפט דאס אוועק וועלן פון די מיסט מקורב ווערן פרישע מקורבים; מיר אליינס האבן דא גרויסע מפיצים וואס זענען מקורב געווארן פון קונטרסים אין שמות, פון גליונות אין בית הכסא.


מער פון דעם טוט זיך נישט, עס טוט זיך אפשר ביי מענטשן וואס האבן נישט דעם סדר דרך הלימוד און לעבן נישט מיט זכרון פון עלמא דאתי; ביי זיי טוט זיך עפעס אין מח, מען רעדט וכו' וכו', אבער ביי תלמידי היכל הקודש טוט זיך נאר פון תכלית.


מיר ענדיגן די וואך מאנטאג, ראש חודש אייר - מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא, איך בעט אייך טייערע חברים, זייט נישט קיין בטלנים, כאפט איך מיט מיט'ן באן, עס פארט א רכבת יעדן טאג פון מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; א שאד מען זאל נישט זיין אויף די רכבת, אויף די באן. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען מצליח זיין ארויסכאפן אביסל גוטס יעדן טאג, אפילו די פארנומענע טעג; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דאף זאגן די ווערטער; בעט איך אייך טייערע ברידער, עפנט די הייליגע גמרא יעדן טאג און לערנט גמרא, משניות און דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


ועל כולם גייט אביסל התבודדות, גייט אביסל צו מאמע רחל מזמן לזמן, כאפט אייך אריבער צו שמואל הנביא, שמעון הצדיק; ביי די פלעצער איז דאך אזוי גוט זיך מתבודד זיין; בעטס אויך פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות.


א פרייליכן שבת.

#8 - מנהגים אין טאג וואס דאס קינד באקומט פאות
חיזוק פאר פרויען, מנהגים, קברי צדיקים, אפשערן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אויף דיין זון אינעם טאג ווען ער באקומט פאות אז ער זאל נישט קוקן אויף גוים, דעם טאג פונעם אפשערן זאל נישט זיין אין שטוב קיין גוי'טע, און ווען דו טראגסט דיין קינד אין חדר זאלסטו אים איינוויקלען אין א טלית.


בנוגע נישט רופן פרויען צום אפשערן; עס זענען דא וואס זענען מקפיד אז עס זאלן נישט זיין קיין פרויען ביים אפשערן, אויך איז דא וואס זענען נאך מער מקפיד אז די מאמע פונעם קינד אין געוויסע זמנים זאל נישט זיין ביים אפשערן; ביי אונז געבט מען אכטונג אז דער קינד זאל נישט קוקן אויף גוים.


בנוגע גיין אפשערן דאס קינד ביי אן ערליכער איד; וואס דארפסטו מאכן מחלוקת? גיי מיט דיין קינד צו ... רבי, אזוי וועט נישט זיין קיין מחלוקת אויף דיר, דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן וועלן זיין פרייליך; דארפסט נישט קומען אין ישיבה.


בנוגע גיין אויף קברי צדיקים אין די חדשים וואס מען ווארט וכו'; פרויען גייען נישט אויף קיין בית החיים, אבער אז מען וויל פארן צו קברי צדיקים איז נישט קיין שום פראבלעם, יעדע צייט קען מען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה
בחור, קברי צדיקים, סיום הש"ס, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, בית שמש.


דיין טאטע נרו יאיר האט מיר געשריבן די פרייליכע נייעס אז דו גייסט די וואך שבת ענדיגן גאנץ ש"ס און לכבוד די גרויסע שמחה האט דיין טאטע נרו יאיר גענומען די גאנצע משפחה קיין מירון צום הייליגן תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה; א יונגער בחור ווי דיר זאל זיך אזוי שטארק באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די אלע תנאים און אמוראים זאלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן און דו זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע גמרא דיין גאנץ לעבן.


איך בעט דיר א קליינע טובה; בעט פאר מיר ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, מיין נאמען איז יואל און מיין מאמעס נאמען איז ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט די ישיבה און מיט די גאנצע מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - זיי שטארק צו גיין יעדן טאג אין מקוה
מקוה, קברי צדיקים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעצט האב איך א שליח קיין ארץ ישראל, שרייב איך דיר א קליין בריוועלע.


איך בענק זיך זייער נאך דיר טייערער ... נרו יאיר; איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין, אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת.


איך באקום כסדר גוטע גרוסן אויף דיר ווי שיין דו פירסט זיך מיט דיינע גוטע מידות; דו מאכסט א קידוש השם, א גוטע נאמען פאר די ישיבה, ווען מען זעט ווי שיין דו פירסט זיך סיי צו דיין ווייב, צו דיין שווער און שוויגער און צו אלעמען.


זיי שטארק צו גיין יעדן טאג אין מקוה; זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, זאלט זיין וואס זאל זיין – אין מקוה זאלסטו גיין, מיט דעם וועסטו ממתיק זיין אלע דינים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, המתקת הדינים, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין".


 איך דארף א טובה פון דיר; ווען דו גייסט צו מקומות הקדושים, דו כאפסט זיך אריבער קיין מירון, צפת, טברי' און בפרט קיין יבנאל, זאלסט בעטן פאר מיר, בפרט ביים ציון פון מוהרא"ש – איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די תלמידים וכו'.


דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#5 - מיט תפלה וועט זיין שפע אויף יום טוב
פרנסה, חיזוק פאר פרויען, צניעות, תפלות אויף אידיש, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די נס אז איר האט באקומען אזא טייערער חשוב'ער מאן נרו יאיר. דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, ער דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים וועט אים דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים; אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים, אויף דער וואוילער מאן וואס איר האט, וועט דער אייבערשטער אייך געבן פרנסה בריווח.


איר וואוינט דאך נישט ווייט פון קבר רחל, כאפטס אייך אריבער צו מאמע רחל, דארט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן געלט אויף צום לעבן און געלט אריין צו ברענגען דעם יום טוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוויסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון ז"ל: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאךְ אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר אוּן דִיר הֶעלְפְן", דער איד קוקט אן דעם רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: "איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זאלט איר טון, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס קומט יום טוב און מיר האבן גארנישט אין שטוב; נישט דא קיין איין שקל אויף יום טוב, מיר דארפן געלט פאר דיינע מצוות אייבערשטער, מיר דארפן א סוכה, ד' מינים, קליידער וכו'".


בעט אייער מאן יעצט ווען ער פארט קיין אומאן, אז ער זאל נישט אפלאזן דעם ציון; ער זאל גיין צום ציון נאכאמאל און נאכאמאל, דארט זאל ער בעטן פאר ישועות, רפואות און פרנסה בריווח.


איך וויל אייך אנמערקן אויף א זאך וואס איר האט מן הסתם נישט אינאכט גענומען, ווען איר שיקט אן אימעיל קומט ארויף א בילד פון אייך מיט אייער מאן, וויל איך אייך בעטן איר זאלט דאס אראפנעמען. איר זאלט קיינמאל נישט ארויסשטעלן בילדער פון אייך און זיכער נישט א בילד פון זיך מיט אייער מאן וכו'; עס איז נישט קיין צניעות אז פרעמדע מענטשן זאלן זען פריוואטע בילדער, איך האף אז איר וועט אננעמען וואס איך בעט אייך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#4 - א מיידל זאל נישט גיין אליין צום ציון
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט אז דו זאלסט גיין אליינס צום ציון פון הייליגן סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו אין קרית יואל, אפילו עס איז זייער א גרויסע זאך צו גיין צו א ציון פון א צדיק.


ביי ברסלב'ע חסידים גייט מען אסאך אויף קברי צדיקים - סיי מענער און סיי פרויען, אבער ווי באלד אין קרית יואל ביי סאטמארע חסידים איז דאס נישט איינגעפירט – און זיכער נישט ביי פרויען, און נאכדערצו אז אויבן פונעם בארג, ממש ביים ציון געפונט זיך די סאטמארע ישיבה, איז אז דו וועסט ארויף גיין דעם בארג צום בית החיים וועלן זיי דאס נישט פארשטיין און עס וועט ארויס קומען פראבלעמען וד"ל.


אז דו ווילסט גיין צום ציון מתפלל זיין זאלסטו גיין נאר מיט דיין טאטע אדער מיט דיין מאמע מקיים צו זיין וואס עס שטייט (משלי ג, ד): "וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", און די הייליגע חכמים דרש'נען אויף דעם (שקלים יד:): "אָדָם צָרִיךְ לָצֵאת יְדֵי הַבְּרִיּוֹת כְּדֶרֶךְ שֶׁצָּרִיךְ לָצֵאת יְדֵי הַמָּקוֹם", א מענטש דארף אכטונג געבן אז אנדערע מענטשן זאלן נישט טראכטן נישט גוטע זאכן אויף אים.


עס איז דא נאך א וועג ווי אזוי דו קענסט זיך מתבודד זיין ביי א ציון פון א צדיק; דו קענסט טון אזוי ווי אנשי שלומינו פירן זיך, צו עפענען א ספר פון א צדיק און דארט אויפן ספר איז מען זיך מתבודד צום אייבערשטן, דאס איז אזוי ווי מען געפונט זיך ביים ציון פונעם צדיק, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב) אז דער פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק קען מען טרעפן אין זיין ספר.


מיר געפונען די זעלבע ווערטער אינעם ספר "ישמח לב" (מסכת שבת, דף תקיא) פונעם הייליגן צדיק רבי נחום מטשערנאביל זכותו יגן עלינו וואס ברענגט דאס בשם הבעל שם טוב זי"ע, אז ווען מען לערנט די ווערטער פון א צדיק איז אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן קבר פון דעם צדיק, אזוי ווי עס שטייט (יבמות צז.): "שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר", אז דאס גייט ארויף ווען מען לערנט א דיבור פון א צדיק הייסט דאס ווי מען איז זיך משתטח ביי זיין קבר, עיין שם.


ענדערש זאלסטו זיצן אין שטוב און זיך מתבודד זיין אויפן תהילים און נאך יעדע קאפיטל תהילים וואס דו זאגסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, דיינע עלטערן און פאר אלע אידן.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.


 

#3 - די בעסטע פלאץ פאר וואקאציע, איז ביי מקומות הקדושים
שלום בית, קברי צדיקים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האב מיר זייער געפרייט אייך צו טרעפן אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון; איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.


איר טוט זייער קלוג אז איר פארט אויף די מקומות הקדושים; די בעסטע פלאץ פאר מאן און ווייב צו פארן אויף וואקאציע איז צו מקומות הקדושים פועל'ן ישועות פאר זיך און פאר אלע אידן.


פון אייך זאלן זיך אלע לערנען אז מען זאל נישט פארן אויף פלעצער וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים, מען זאל פארן קיין ארץ ישראל נאר אויף הייליגע פלעצער; קיין ירושלים, מירון, צפת, טברי' און יבנאל וכו' וכו'.


דער עיקר מען זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.


א ליכטיגן חנוכה.


...

#2 - כאפ זיך ארויף יעדן טאג צום ציון
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל; איך זיץ יעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל. וויל איך דיר שטארקן דו זאלסט יעדן טאג קוקן צום הימל.


דער הייליגער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם: "דו האסט שוין געקוקט היינט אויפן הימל?" ווי צו זאגן: 'דו טראכסט נאך פונעם אייבערשטן אדער נאר פון געלט, געלט, געלט?'


דו וואוינסט דאך אין קרית יואל; כאפ זיך ארויף יעדן טאג צום ציון, זאג דארט דעם "יום תהלים" און גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן די זיסע מתנה: "התבודדות", רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו און ווי א קינד צו זיינע עלטערן.


שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל געבן נאך שיעורים אויף די פרויען האטליין.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...


 

#1 - יום הולדת פון מוהרא"ש, ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן
צדיקים, מוהרא"ש, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


ביי אידן מאכט מען נישט קיין עסק פון א יום הולדת; די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה"; דעריבער מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין יום הולדת, דאס איז ביי סתם מענטשן; אבער ביי צדיקים וואס האבן געטוישט די וועלט צום גוטן מאכט מען יא אן עסק פון זייער יום הולדת. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט זוכה געווען צו האבן א צדיק וואס זאל אונז ברענגען צו תורה, תפילה און מעשים טובים.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש איז דאס ווי א טראפל וואסער אינעם גרויסן ים; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט נאר געוואלט אז נאך א איד זאל זיין נאנט צום אייבערשטן, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א רצון צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו און פון זיין שווער דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו וואו איך האב אסאך געדאוונט פאר דיר; איך האף אז דו וועסט בקרוב זען גרויסע ניסים אין דיין לעבן.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אויך אזוי טון; גיי צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט זיך אריבער צו כאפן קיין קווינס צום ציון פון אדמור"י ליובאוויטש זכותם יגן עלינו, פארטאגס נעמט דאס א קנאפע פינף און צוואנציג מינוט. אדער כאפ זיך אריבער קיין מאנרא צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו - וועסטו זיכער זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


איין זאך בעט איך דיר: פארליר זיך נישט און געב נישט אויף; זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס פאר דיר, טראכט נישט אנטקעגן די אמונה. אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן א גאנצן טאג צוליב דיין צרה און זוכן וועם צו באשולדיגן אין דיין פראבלעם; איין מינוט באשולדיגסטו זיך אליינס; די קומענדיגע מינוט באשולדיגסטו דיין ווייב, א מינוט נאכדעם באשולדיגסטו דיין שדכן וכו'; ענדערש נוץ אויס די צייט צו חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.