בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#73 - איינער דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


שרייב מיר די נעמען פון די מתפללים קבועים; איך זיך א פאסיגער אינגערמאן, איינער פון די מתפללים וואס זאל ארבעטן מיט די קינדער. קינדער אז מען לאזט זיי פריי - ווערן זיי ווילד, און עס קען פאסירן נישט גוטע זאכן. די וואך האט זיך א קינד צעשניטן די האנט פון א גלאז, איך האף צו טרעפן א פאסיגער אינגערמאן וואס זאל נעמען די מצוה.


אין בית המדרש היכל הקודש אין צפת איז דא א אינגערמאן וואס ער ארבעט מיט די קינדער, ער מאכט גרולות און טיילט פרסים, אזוי אויך ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן א מלמד וואס געבט זיך אוועק; א גאנץ שבת איז ער פארנומען מיט די קינדער, סיי ביים דאווענען, ביי שלש סעודות און מוצאי שבת ביי אבות ובנים; אזוי זענען די קינדער אפגעהיטן פון שלעכטס.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - מחזק זיין די אייגענע ברודער
שבת קודש, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב איז מסכים - זאלסטו אים ווייטער רופן צו די סעודות; עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מחזק זיין די אייגענע ברודער, ער זאל האבן שבת'דיגע סעודות געשמאקערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - מיט גוטע מידות און אויסהערן די טיטשערס, וועט איר מצליח זיין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, מדות טובות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר הערט זיך צו אלעס וואס מען לערנט.


אז איר וועט זיך ווייטער פירן מיט אייערע גוטע מידות און אויסהערן אייערע טיטשערס - וועט איר זייער שיין מצליח זיין.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שפילן וכו'; שבת שפילט מען נישט מיט שניי, מען קען צוקומען צו חילול שבת.


אויף אייער פראגע וועגן הויזן וכו'; טוט נישט אן קיין הויזן, הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך טראגן קליידער; הויזן איז פריצות פאר מיידלעך.


אויף די פראגע וכו'; טוט אן די קלייד וואס אייער מאמע זאגט אנצוטון.


וואס איר דארפט בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך.

#70 - נישט רייסן די האר ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, שבת קודש, כעס, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג זיך אויסוויינען צום אייבערשטן שבת. עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) ווער עס האט א תאוה זיך צו מתבודד זיין און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אזוי אויך ווער עס וויל תשובה טון פון ליבשאפט צום אייבערשטן וכו', - מעג דאס טון שבת קודש, ווייל דאס איז אן עונג שבת; צו שפירן די זיסע, איינגענעמע און געשמאקע טעם פון זיין נאנט צום אייבערשטן.


ווען עס גייט אריבער אויף אייך צרות - זאלט איר נישט רייסן אייערע האר. עס איז דא א לאו אין די תורה אז מען טאר נישט אויספליקן האר פון צער ווען איינער שטארבט (ויקרא כא, ה), און די פוסקים זאגן אז אויב מען רייסט די האר ווען מען גייט אריבער א שווערע צרה איז דאס אויך אן עבירה (ש"ך יורה דעה סימן קפ, סעיף קטן ט, בשם הב"ח).


אז עפעס גייט אייך נישט גוט - זאלט איר זאגן: "גַּם זוּ לְטוֹבָה", דאס איז אויך גוט; זאגט: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטַב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט; רייסט נישט אייער האר, פליקט נישט אויס אייערע האר, עס איז נישט גוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה, איר זאלט שפירן דעם אייבערשטן טאג און נאכט - וועט איר נישט ווערן אזוי אין כעס ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי איר ווילט. ווייל ווען מען גלייבט און מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס - דעמאלט ווערט מען נישט פארלוירן ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה
חברים, שלום בית, שבת קודש, משפחה, סיפורי צדיקים, חבורות, שלש סעודות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פונקט פארקערט; סעודה שלישית איז נישט קיין צייט צו זיצן מיט די משפחה, שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה, רעווא דרעווין.


אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט גיין צו שלש סעודות, זי זאגט אז דו גייסט שוין אינמיטן די וואך צו א חבורה זיך מחזק זיין, איינמאל א וואך איז גענוג צו גיין - זאלסטו מאכן פארקערט, זאלסט גיין צו שלש סעודות, און אינמיטן די וואך אז זי וויל, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל חלק מז, מכתב ח אלפים תקפח) די זאך פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט מתקן געווען די מנהג ביי חסידים זאלן עסן די דריטע סעודה צוזאמען אין בית המדרש, אז אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב געזען א פשוט'ער איד דריידט זיך ארום ביי שלש סעודות, ער זוכט א מנין אידן; דער איד האט נישט געקענט דעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער איז צוגעגאנגען צום בעל שם טוב און געזאגט: "ר' איד, איך דארף מנין, איר ווילט אפשר זיין א צענטער?" דער בעל שם טוב איז אים נאכגעגאנגען, ער קומט אריין ביים איד אין שטוב און ער זעט דער איד טיילט אויס פאר יעדן איינעם לחם משנה, מען וואשט זיך, מען עסט און מען הייבט אן זינגען ניגונים ביזן זמן מוצאי שבת, דערנאך האבן זיי געבענטשט ברכת המזון און געדאווענט מעריב, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פרעגט דעם איד: "וואס איז דיר אזוי וויכטיג צו האבן מנין ביי שלש סעודות?" ענטפערט דער איד: "דו ווייסט דאך, עס איז א גרויסע זאך ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט עס זאל זיין מנין, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): 'כל בי עשרה', וואו עס זענען דא צען אידן, 'שכינתא שריא', איז דארט די שכינה הקדושה, דעריבער איז מען מקפיד פאר מנין, שבת באקומט דאך יעדער איינער א נשמה יתירה, וויל איך האבן מנין ווען די נשמה יתירה גייט ארויס"; דער הייליגער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער מתקן געווען ביי זיינע תלמידים מען זאל זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, און אזוי פירן זיך אלע צדיקים, צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, מען רעדט דברי תורה, מען דערציילט מעשיות פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.

#67 - א רחמנות אויף די גערעכטע מענטשן וואס אלעס דארף שטימען
חינוך הילדים, שלום בית, דרך ארץ, וויכוחים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; ער איז ערליך, ער איז אפגעהיטן, ער העלפט אייך, ער איז אייך געטריי; עס איז דא עסן אין שטוב, ער ברענגט אהיים פרנסה.


עס דארף אייך נישט שטערן וועגן ליל שישי וכו'; מאכט זיך פרייליך, מאכט א פרייליכע שבת. אפילו אייער מאן שלאפט - זייט קלוג, זוכט נישט צו זיין גערעכט. א רחמנות אויף די גערעכטע מענטשן, א רחמנות אויף די מענטשן וואס אלעס דארף שטימען, זאכן וואס דער טאטע דארף טון - קען די מאמע נישט טון וכו' וכו'. אז אייער מאן וויל אביסל שלאפן שבת, ער קומט נישט אן צו לערנען מיט די קינדער - זאלט איר נישט מאכן פון דעם קיין איבערקערעניש, עס איז גארנישט אויב דער טאטע וויל אביסל שלאפן שבת; אויב איר ווילט לערנען מיט זיי - קענט איר לערנען מיט זיי, און אז מען וועט נישט לערנען מיט די קינדער - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער לעבן; איר שרייבט דאך אליינס: "מיין מאן איז זייער גוט צו מיר, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין משפחה; אלע ווייסן אז ווען מען דארף עפעס גייט מען צו מיין מאן און אלעס ווערט מסודר"; נו וואס נאך דארפט איר, איר זענט די גליקליכסטע פרוי, מער פון דעם דארפט איר נישט.


בנוגע ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער; אויף דרך ארץ דארף מען לייגן זייער א שטארקע דגוש, מען מוז אויסלערנען קינדער צו זיין איידל און רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע, ביי דרך ארץ מוז מען גיין זייער שטרענג. איך האב געכאפט פון מיין טאטע שליט"א א פאטש ווען איך האב גערעדט צו אן עלטערער מענטש נישט מיט דרך ארץ, מיין טאטע איז געווען זייער שטרענג ביי דרך ארץ, און ברוך ה' עס האט מיר נאר געהאלפן אין לעבן.


נעמט די תהלים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי תפילות פון עלטערן פאר קינדער.


א ליכטיגן חנוכה.

#66 - רבונו של עולם, געב מיר קינדער צדיקים
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שבת קודש, קנאה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער; פארלירט זיך נישט, זייט נישט מקנא קיינעם; איר וועט האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.


איך בין יעצט אינמיטן א נסיעה אין אייראפע, מיר זענען יעצט ביים גרעניץ צווישן אונגארן און רומעניא, מען ווארט דא מען זאל אונז דורכלאזן, קען איך שרייבן אביסל בריוו.


איך בעט פאר ענק ביי אלע צדיקים; איך האב מזכיר געווען אייער נאמען אין אוהעל און אין קערעסטיר, איר וועט בקרוב זען א ישועה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע קומענדיגע דורות.


נעמט זיך פאר צו צינדן שבת ליכט אפאר מינוט פריער; צום ביישפיל, אז דער זמן הדלקה איז 4:20 זאלט איר צינדן 4:10 אדער 4:15, און בעטס ביי די ליכט: "רבונו של עולם, געב מיר קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און דיך דינען, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט. רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין מאן, מיר זאלן לעבן מיט אמת'ע ליבשאפט", אמן.

#65 - עס זענען דא משפחות וואס עס איז זיי זייער וויכטיג א שבת התוועדות
חסידות ברסלב, שבת קודש, שלום, אומאן, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע דעם שבת התוועדות וואס מיר מאכן, דו זאגסט אז אינגעלייט זאגן דיר זיי ווילן נישט קומען וכו', וואס פעלט עס אויס?


דארפסט פארשטיין, עס זענען דא משפחות וואס עס איז זייער וויכטיג פאר זיי א שבת התוועדות, דאס לעבט זיי אויף, דאס פרישט זיי אויף; נאר צוליב דעם מאך איך דאס. איך בין באקוועם אין שטוב, איך זוך נישט אוועק צו גיין פון שטוב; יעדעס מאל מען מאכט א שבת אינדרויסן פון שטוב איז מיר דאס אן אפקומעניש, דאך מאך איך דאס פאר די משפחות וואס לעבן אויף און זענען זיך פריש מקרב צום רבי'ן.


אז מען מאכט א שבת התוועדות מוז נישט יעדער קומען, אז מען קומט נישט - ווערט מען נישט אויס תלמוד, אויס ברסלב'ער. איין פלאץ דארפן מיר גיין - קיין אומאן אויף ראש השנה; דארט האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן.


איך האף דו וועסט אריינברענגען ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, מען זאל זיך ליב האבן, נישט אז מען זאל זיך פליקן און שטעכן.

#64 - מ'שרייט "לכבוד שבת"
קינדער, שבת קודש, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות וואס ווארט דיר אפ; טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט די נייע קונטרסים "עצתו אמונה", "איש אמונות". וואו איך גיי און וואו איך שטיי זאגן מיר אלע אז די בריוו איז זיי אזוי מחזק, עס געבט כח אנצוגיין אין לעבן. צענדליגער משפחות אנשי שלומינו נעמען מער נישט אריין קיין צייטונגען און מאגאזינען וואס איז איין שטיק גרף של רעי אין שטוב - זייט זיי ליינען די וועכנטליכע קונטרסים.


אויך די עצתו אמונה פאר קינדער איז הערליך שיין; מען דערציילט דאס פאר די קינדער ביי די סעודה, אויך די מלמדים פון די יונגע כיתות דערציילן דאס פאר די קינדער, זיי מאכן גרויס דעם בילד און זיי דערציילן דאס, די קינדער ווארטן אזוי שטארק א גאנצע וואך פאר די קומענדיגע מעשה.


די וואך פרשת לך לך זאלסטו לייגן די פאלגענדע מעשה; עס איז נישט קיין מעשה בעצם, עס איז א ווארט, א טייער ווארט וואס מוהרא"ש ברענגט אין זמירות (זמירות ישראל, כל מקדש) פון הייליגן צדיק רבי שמחה בונם מפרשיסחא זכותו יגן עלינו, ווי ער האט געזאגט ווי שטארק ער איז מקנא דעם פשוט'ן קצב אדער פיש סוחר ווי ער שטייט א גאנץ דאנערשטאג און פריטאג און זאגט פאר אלע קונים: "קויפט לכבוד שבת"; צוויי טעג אין איין צי זאגן זיי נאר: "שבת! שבת!" און נאכדעם ווען עס קומט שבת ווי זיי פאלן פון די כוחות און זיי רוען זיך אפ און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען רוען אביסל, ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך.


איך שיק דיר דאס אין א מעשה, ווייל קינדער דארפן עס אין א פארמאט פון א מעשה:


"פיש פאר שבת!!!" פיינע פיש לכבוד שבת!!!"


דער פיש סוחר שטייט שוין צוויי טעג אין א צי אין פיש סטאר, ער זעצט זיך נישט אראפ, זיינע פיס טוט אים וויי, אבער ער שטייט און שרייט: "פיש פאר שבת! ווער וויל קויפן פיינע פיש לכבוד שבת?" מענטשן קומען און מענטשן גייען און דער סוחר הערט נישט אויף זאגן: "לכבוד שבת! לכבוד שבת!"


קינדער, די מעשה האט מוהרא"ש דערציילט, אז דער הייליגער צדיק רבי בונם פון פרשיסחא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "איך בין מקנא די סוחרים וואס דערמאנען א גאנצע צייט די הייליגע ווארט 'שבת', זיי ארבעטן שווער ביז עס ווערט דער זמן, און ווען עס ווערט שבת, ווען זיי קומען אהיים און זיי עסן די פיינע סעודה זאגן זיי 'שכוח אייבערשטער פאר שבת; אז מיר קענען זיך אביסל אפרוען, מיר דארפן נישט ארבעטן'; פון דעם האט דער אייבערשטער זייער הנאה, ווייל יעדעס מאל מען זאגט 'לכבוד שבת' ווערט א הייליגקייט אויפ'ן מענטש"; דעריבער וועלן מיר אלע קינדער געדענקען ווען מען עסט די פיינע חלה מיט די פיינע פיש, זופ און פלייש - גייען מיר אלע זאגן הויך: "לכבוד שבת!"


קינדער, אויב מען וועט אריינברענגען גוטע נאש וועט איר געדענקען צו זאגן: "לכבוד שבת"? אלע קינדער זאגן: "יא! אודאי! מיר גייען זאגן 'לכבוד שבת' אויף יעדע נאש באזונדער".


"אויב אזוי", זאגט די טאטע: "קען מען שוין אריינברענגען די נאש!"


אלע קינדער הייבן אן זינגען: "שבת, שבת עסט מען גוטע נאש, שבת שבת ליי לליי ללי, שבת איז שוין דא!"


לייג א בילד ווי א גרויסער מענטש האקט פיש און שרייט שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - האלט אן די הייליגע ארבעט פון דאווענען און זינגען זמירות מיט די קינדער
חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מיר האלטן שוין א חודש נאך ראש השנה און איך בין נאכאלץ אין די לופטן אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה.


איך וויל דיר נאכאמאל באדאנקען פאר'ן אזויפיל אוועק געבן פאר אונזער קיבוץ, זיך אזויפיל געפארעט מיט יעדן איינעם באזונדער, אלע זאלן זיין צופרידן. איך וואונטש דיר די ברכה וואס דער מלאך טוב וואונטשט יעדן שבת ווען ער זעט די שיינע שבת'דיגע שטוב (שבת קיט:): "לשבת הבאה כן"; וואונטש איך דיר: "לשנה הבאה כן", מיר זאלן ווייטער האבן די זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן.


יעדע וואך ביי שלש סעודות וויל איך צוגיין צו דיר און דיר זאגן: "אשריך ואשרי חלקיך" - אז דו געבסט אוועק דיין באקוועמע צייט פון זיצן און זיך אפרוען, אזוי ווי אלע טוען; דו געבסט זיך אוועק פאר די קינדער, דו זינגסט מיט זיי די זמירות אזוי שיין, דו געבסט אכטונג אז אלע קינדער זאלן זיצן מיט דיר, זיי זאלן נישט זיין אינדרויסן אן קיין אחריות. איך שפיר זיך זייער רואיג אז מיינע קינדער זיצן מיט דיר א גאנץ שלש סעודות, יעדע וואך וויל איך דיר זאגן: "אשריך!" איך זאג דיר יעצט: "וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק!"


איך בעט דיר זייער, האלט אן די הייליגע ארבעט פון אויפבויען אידישע קינדער; דאווען מיט זיי, זינג מיט זיי זמירות. דו האסט נישט קיין השגה וואס דו טוסט אויף, איך האב באקומען א בריוו פון א מאמע, זי זאגט אז נאך קעמפ, פון ווען אירע קינדער זענען אהיים געקומען פון דיר איז דער שבת אן אנדערע שבת, זיי זינגען אזוי שיין; דאס איז דיין קרעדיט.

#62 - די בעסטע עצה איז זיך אויסצושמועסן אפן איינער מיט'ן צווייטן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שבת קודש, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין וואס איר האט מיר דערציילט; די ריכטיגע וועג איז איר זאלט איר לאזן וויסן אז איר ווערט געטשעפעט פון די וועג ווי אזוי זי רעדט מיט אייך, ווייל עס קען זיין אז זי ווייסט ניטאמאל אז זי טשעפעט אייך, זי ווייסט נישט אז זי שטערט אייך; נישט נאר זי ווייסט נישט, נאר אין איר וויסטן חלום פאלט איר נישט איין אז איר ווערט געטשעפעט און געקלאפט. זי איז נישט קיין שלעכטע פרוי, זי איז א וואוילע פרוי; קען זיין די וועג ווי אזוי זי רעדט איז נישט גוט.


איך ווייס אז עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו זאגן, אפשר וועט אייך זיין גרינגער איר צו שרייבן א שיינע בריוו. שרייבט איר ווי אזוי איר שפירט ווען זי רעדט אזוי צו אייך, ווייל עס איז א שאד צו לעבן מיט פיינטשאפט; א שאד ווען מיר זענען דא ביים רבי'ן, מיר זענען ווי איין גרויסע משפחה – זאל מען זיין צוקריגט, ווען מען קען דאס אויסגראדן.


איך האב דאס געהאט מיט יארן צוריק, מיין נאנטער חבר מיט וועם איך האב אינאיינעם געעפנט די מוסד – מיט אים האט דאס פאסירט. עס איז געווען א זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט צו מיר, איך האב געשפירט אז אט אט גיי איך זיך צוקריגן מיט אים, עס איז אריין אין מיר א פיינטשאפט. וואס האב איך געטון? איך האב גענומען דעם רבינ'ס עצה, איך האב מיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן 'וואס טו איך רבונו של עולם? מיין נאנטער חבר, מיין נאנטער פריינט מיט וועם איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה, די חדר און אזוי ווייטער – מאכט מיר נערוועז, ביז איך קען מער נישט', אזוי האב איך געבעטן און געבעטן ביז עס איז מיר אריין א מחשבה 'אפשר ווייסט ער נישט, אפשר כאפט ער נישט?' איך האב גערעדט מיט אים און אלעס איז מסודר געווארן, מיר זענען געווארן נאך נענטער.


אזוי איז ביי אסאך משפחות, מאן און ווייב האבן חתונה, איינער קומט פון א משפחה וואס מען רעדט מער שארף, מער שטעכעדיג, און ביים צווייטן רעדט מען ווייך, פוטער'דיג; קען פאסירן דאס אז מען זאל ווערן פארווייטאגט און געטשעפעט אן דעם וואס דער אנדערער זאל דאס וויסן.


איך ראט אייך איר זאלט איר שרייבן א שיינע בריוו, זאגט איר 'איך וויל זיין נאנט מיט דיר אזוי ווי אין אנהייב', שרייבט איר אייער געפיל, ווי אזוי איר שפירט בשעת זי רעדט וכו' וכו'; - וועט זיך אלעס אויסגראדן.


דאס איז נאך א נסיון, נאך א פראוואקאציע פונעם סמ"ך מ"ם צו מאכן חלישות הדעת צוויישן אנשי שלומינו; עס וועט אים אבער גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז.


איך שרייב אייך דעם בריוו אינמיטן די הכנות צו שבת, עס איז א פארנומענע טאג; דאך האב איך אראפגענומען צייט צו שרייבן כדי עס זאל אייך זיין גוט, איר זאלט זיך נישט פייניגן פון דעם, און אייך געבן אן עצה ארויסצוגיין פון דעם.


ערב שבת איז א צייט פון תשובה, ביי די הייליגע צדיקים פלעגט ערב שבת זיין א מורא'דיגע התעוררות לתשובה. מען דערציילט אז ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט זיין יעדע ערב שבת אזא התעוררות לתשובה, אלע פרויען וואס האבן געארבעט דארט אין שטוב, די משרתות – פלעגן זיך איבערבעטן יעדן ערב שבת פון די גרויסע קדושה, עס האט זיך געשפירט אזוי ווי יום הקדוש.


א פרייליכן שבת.


 

#61 - לייג זיך אראפ פרייטאג, צו קענען מקבל שבת זיין אויסגערוטערהייט
שבת קודש, פרנסה, מוהרא"ש, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, עס איז געווען זייער א שיינע סיום; דיין טאטע און זיידע האבן אויסגעזען זייער צופרידן, זיי האבן אויסגעזען ווי זיי האבן זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו ביסט מסיים ש"ס.


יעצט זאלסטו אנהייבן מסכת תענית; לערן דאס און חזר דאס מאה פעמים ואחד. איידער דו הייבסט אן לערנען זאלסטו זאגן: "הריני לומד לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו", אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן אינעם בריוו וואס ער האט געשריבן איידער זיין הסתלקות, מען זאל לערנען לזכותו.


בארעכן זיך אויב עס לוינט זיך דיר צו ארבעטן א גאנץ ליל שישי און א גאנץ פרייטאג פאר די פאר דאלער און נאכדעם שלאפן א גאנץ שבת; שבת איז די שענסטע טאג פון די וואך, שבת איז די שענסטע מתנה וואס מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן, א שאד אוועק צו געבן דעם שבת פאר די פאר דאלער, אדער זאלסטו זיך מאכן צייט פרייטאג נאכמיטאג זיך אראפלייגן כדי זאלסט קענען מקבל זיין שבת מיט פרייד, אויסגערוטערהייט.


דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט (דברי תורה מהדורא תשיעאה, אות יג) בשם דער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער וואונדערט זיך פארוואס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן פרייטאג, ווייל עס איז אנדערש דער גאנצער שבת ווען מען איז אויסגערוט.


 

#60 - די שענסטע זאך איז צו עסן סעודות שבת אינדערהיים מיט די משפחה
חברים, שבת קודש, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט גיין עסן ביי משפחת ..., ער רופט דיר צו קומען עסן ביי אים די סעודות שבת; פארוואס זאלסטו נישט מאכן אליינס די שבת'דיגע סעודות? עס איז אזוי שיין צו זיין שבת אין שטוב מיט די ווייב און קינדער; אז אים איז נמאס זיין ווייב, ער האט נישט קיין געדולד צו מאכן סעודות שבת נאר ווען עס קומען צו אים פרעמדע וכו' – זאלסטו זיך מער אכטונג געבן נישט צו גיין.


בלייב אין שטוב, זוך נישט צו גיין צו פרעמדע הייזער; עס ברענגט נישט קיין יראת שמים, עס ברענגט נישט קיין שום גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#59 - גיין אין מקוה אום שבת קודש און אין די ניין טעג
מקוה, בין המצרים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אנגעהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


בנוגע גיין שבת אין מקוה וכו'; אודאי זאלסטו גיין שבת אין מקוה. מיר נעמען אן די שיטות אז מען קען זיך טובל'ן אפילו אין הייסע וואסער אז מען האט אינזין לשם טבילה. דאס וואס די הייליגע חכמים האבן גע'אסר'ט איז נאר ווען מען האט נישט אינזין לשם טבילה (קרבן נתנאל שבת סימן כב, אות ק; נודע ביהודה מהדורה תניינא, אורח חיים, סימן כד; ועוד).


אויך אין די ניין טעג זאלסטו גיין אין מקוה, און אז דו שוויצט זייער שטארק - קענסטו זיך אפוואשן ביי די פלעצער וואו עס איז דיר פארשוויצט. דער איסור רחיצה אין די ניין טעג איז אויף רחיצה פאר תענוג, אבער אראפנעמען די שווייס - דאס זענען די פוסקים מתיר (עיין נטעי גבריאל בין המצרים פרק מב, אות ד; פרק ע, אות ה).


וואויל איז דער וואס גייט אין מקוה, וועט דאס אים ברענגען קדושה וטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב.): "מַעֲשֶֹה בְּאֶחָד שֶׁתָּבַע אִשָּׁה לִדְּבַר עֲבֵירָה", עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה מיט א מיידל, האט זי אים געפרעגט: "רֵיקָא, יֵשׁ לְּךָ אַרְבָּעִים סְאָה שֶׁאַתָּה טוֹבֵל בָּהֶן?" דו ליידיגגייער, האסט דען א מקוה וואו זיך צו טובל'ן נאך די עבירה? ער האט נישט געהאט קיין מקוה, "מִיַּד פָּרֵשׁ", האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה.


אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה?! אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר די קשיא איז דער תירוץ; דא זעט מען וואס מקוה איז, א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה - וועט אים די מקוה צוריקהאלטן פון טון עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - זאגן שיר השירים יעדן ערב שבת
שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


א מתנה פאר די טייערער צדיק ... נרו יאיר, בן הרב ר' ... נרו יאיר, נכד הצדיק רבי ... שליט"א


די מתנה איז א צייכן פאר'ן זאגן שיר השירים יעדן ערב שבת אזוי שיין אויפ'ן קול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפוואקסן א גרויסער צדיק, זאלסט גיין אין די וועגן פון דיינע עלטערן.


פון דיין ראש ישיבה.

#57 - פירן א שיינע שבת טיש מיט די קינדער
חינוך הילדים, שבת קודש, תכלית, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ברודער האט מיר דערציילט אז ער האט געגעסן ביי דיר שבת, איך האב אים אויסגעפרעגט וואס מען האט גערעדט ביי די סעודה; איך האב אלץ ליב צו נאשן פון אנשי שלומינו נאך שיחות, נאך שמועסן; אלץ פרעג איך די בחורים: "וואס האט מען געשמועסט ביי דיין טאטנ'ס סעודה?" אפשר וועל איך הערן א פרישע שיחה.


דיין ברודער זאגט מיר ווי מען האט זיך געקאכט ביי די סעודה וואס פאר א חרבנות דער נייער פרעזידענט ביידען האט שוין אנגעמאכט פאר'ן לאנד.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז מיר א גרויסע ווינדער אז אנשי שלומינו, תלמידי הישיבה זאלן רעדן "אזוינע שטותים!" פארגעסן פון באשעפער, זיין אריינגעטון אין נארישע פאליטיק, בפרט ביים שבת סעודה וואס איז א צייט פון אמונה, א צייט פון דביקות צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אויפוועקן פון דיין זיסער חלום, ... נרו יאיר, בארואיג זיך, ביידען איז נישט אזוי שלעכט; נישט דער פרעזידענט וועט אונז העלפן און נישט דער פרעזידענט וועט אונז שעדיגן, דער אייבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין.


אז דו ווילסט העלפן בויען די וועלט זאלסטו עוסק זיין אין עבודת ה', אין חינוך הילדים. שבת ביים טיש זאלסטו רעדן נאר פון שיינע זאכן, פון צדיקים, פון גוטע מידות. רעד צו דיינע קינדער פאר אנדערע וועלן רעדן צו זיי, לאז זיך אראפ צו זייער מח.

#56 - דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אין ענגליש
הפצה, שבת קודש, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אין ענגליש; איך הער פון די מפיצים ווי מען צוכאפט עס, מענטשן זאגן אז דאס איז זייער גאנצע חיות, דאס מאכט זיי א טעם אין שבת קודש.


עס זענען דא צענדליגער גליונות אין די שול'ן, אבער דער גליון היכל הקודש איז א דבר השוה לכל נפש; עס איז נישט קיין טיפע תורות, עס איז פשוט לופט צום לעבן; לופט דארפן אלע, נישט קיין חילוק א למדן אדער א פשוט'ער מענטש, א מאן אדער א פרוי, יונג אדער אלט - אלע זענען זיך מחי' מיט דעם גליון.


זעט עס זאל זיין גרייט פון אייער זייט ווי פריער; פרייטאג איז נישט קיין צייט צו אנגרייטן דעם גליון, אז מען רופט אייך פרייטאג איר זאלט פאררעכטן דעם גליון וכו' - זאלט איר זיך נישט צוטון מאכן.


איך האף איר וועט זיך אליינס אויסלערנען צו מגיה זיין, אזוי וועט איר נישט דארפן צוקומען צו אנדערע און עס וועט קענען זיין גרייט אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - וואס מ'זאל פארלערנען ביי שלש סעודות
התחזקות, שבת קודש, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש פאר שלש סעודות; עס איז זייער א גרויסע זאך צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, זיך מחזק זיין מיט דעם רבינ'ס עצות.


בנוגע וואס מען זאל לערנען; איינער זאגט ליקוטי מוהר"ן, א צווייטער זאגט עפעס אנדערש; דער עיקר דארף מען זען עס זאל ארויסקומען חיזוק אויף למעשה. מען קען לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, די שאלה איז נאר ווער עס לערנט דאס פאר, נעמט נישט איינער וואס וועט זוכן צו ווייזן וואס פאר א גאון ער איז, נעמט נישט איינער וואס זאל אייך פארקויפן פשעטלעך וכדומה, נעמט איינעם וואס וועט רעדן פשוט'ע ווערטער, נישט קיין טיפע זאכן, אז די וואס קומען זיך צוזאמען זאלן אהיים גיין מיט פרישע כוחות.


ביי אונז אין ישיבה לערנט מען פאר יעדע וואך עפעס אנדערש; איין וואך א שטיקל פון ליקוטי מוהר"ן, איין וואך חיי מוהר"ן, על פי רוב לערן איך פאר שיחות הר"ן. אין ירושלים לערנען זיי בריוו פון עצתו אמונה און אשר בנחל; דער עיקר דארף מען זען עס זאל זיין אין די ווערטער חיזוק אויף למעשה.


יעצט קומט ארויף די נייעס אז נאך אביסל עפנט מען אויף די גרעניץ; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען און איך וועל קומען צו ענקער חבורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט מאכן קיין פרסום, איך וויל נישט די זאכן; איך קום אויף ארץ ישראל וויל איך נישט האבן מיט קיינעם, נאר מיט אנשי שלומינו. איך וועל אם ירצה ה' קומען צו אלע חבורות אין אלע שטעט, אבער נאר נישט מאכן קיין שום פרסום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - זען ווי ערליכע אידן פירן א שבת
שידוכים, שבת קודש, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אפשר קענט איר איינלאדענען צו אייך דאס מיידל ... תחי', איך וויל מאכן א שידוך פאר איר; איר טאטע האט מיר געזאגט אז ער וויל איך זאל מאכן א שידוך, אבער זי דארף נאך אביסל תיקון המדות וכו'.


דעריבער בעט איך אייך, אויב איר האט כח זאלט איר זי רופן אויף שבתים, זי זאל זען א אידישע היימישע שטוב; זי זאל זען ווי ערליכע אידן פירן א שבת, אן קיין קולות, אן קיין קללות און אן קיין מכות. זי מיינט אז אן ערליכער איד שלאגט, אן ערליכער איד שעלט; דאס האט זיך געזען אלע יארן אין שטוב.


בזכות וואס מען איז מחזק אידישע קינדער, האט מען א ברכה אין די אייגענע קינדער און אייניקלעך.

#53 - איך בין זיך מחי' מיט דיין "כתר" פאר'ן עמוד
תפילה והתבודדות, שבת קודש, בעל תפלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדעס מאל דו דאווענסט תפילת מוסף פאר'ן עמוד בין איך זיך זייער מחי'. ליידער זענען זייער אסאך מזלזל אין תפלת מוסף, מען כאפט אפ די תפילה.


איך ווארט זייער צו זאגן כתר, בפרט ביים סוף "הוא אלקינו, הוא אבינו", און על פי רוב כאפט מען דאס אפ. ווען מען זאל טראכטן ווי שיין זענען די ווערטער פון כתר, הוא אלקינו - זענען, וואלטן זיך אלע אזוי מחי' געווען מיט דעם.


איך האב געהערט ברסלב'ע חסידים דאווענען די ווערטער מיט אזא בענקשאפט, מיט א גליסט צום אייבערשטן, מיט בכיות; זיי האבן געטייטשט די ווערטער: "הוא אלקינו", דו ביסט אונזער גאט, "הוא אבינו", דו ביסט אונזער פאטער, "הוא מלכינו", דו ביסט אונזער קעניג, "והוא מושיענו", און דו ביסט אונזער העלפער, "והוא יושיענו", און דו וועסט אונז העלפן; און אזוי ווייטער, מיט אזא דורשט צום אייבערשטן.


שטארק זיך, לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; רעד צו זיי פון קדושת הברית, רעד צו זיי פון שמירת עיניים, אלעס מיט א קלארקייט.

#52 - בלייב מיט דיין טאטע'ס מנהגים, נעם דעם רבי'ן נאר מוסיף צו זיין
רפואה, חסידות ברסלב, שבת קודש, מסורה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע משנה זיין פון דרך אבות, דו ביסט אוועק פון וועג, דו עסט נישט קיין צוויבל וכו'; קענסט עסן צוויבל, קענסט עסן יונגע צוויבל דאס איז אויך צוויבל, די אנדערע צוויבל זאלסטו נישט עסן; דאס איז סם, עס איז נישט געזונט.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסה) מען זאל נישט עסן קיין רויע צוויבל, "אֲפִלּוּ עִם שֶׁמֶן אוֹ שׁוּמָן, וַאֲפִלּוּ עַל יְדֵי תַּעֲרוֹבוֹת, כְּגוֹן עַל יְדֵי בֵּיצִים וְכַיּוֹצֵא", אפילו מיט אויל אדער שמאלץ, אדער אויסגעמישט מיט אייער, און אפילו שבת, "וְהִלְעִיג עַל הָאוֹמְרִים שֶׁבְּשַׁבָּת מִצְוָה לֶאֱכֹל דָּבָר הַמַּזִּיק, שֶׁהֵם בְּצָלִים חַיִּים", דער רבי האט געשפעט פון די וואס זאגן אז עס איז א מצוה צו עסן שבת רויע צוויבל, "וְאָמַר שֶׁהֵם מַזִּיקִים מְאֹד לְכַמָּה דְּבָרִים, וְחָשַׁב אָז כַּמָּה עִנְיְנֵי חוֹלַאַת וּמַכְאוֹבִים וַחֲלִישׁוּת שֶׁגּוֹרְמִים", דער רבי האט אויסגערעכנט אסאך זאכן וואס פאסירט ווען מען עסט רויע צוויבל.


בנוגע דיינע אנדערע שאלות; עס איז שווער צו ענטפערן דיין שאלה, מאך אסאך התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דיין גאנץ לעבן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל גיין אויפ'ן אמת'ן וועג, 'הוֹרֵנִי ה' דַּרְכֶּךָ אֲהַלֵּךְ בַּאֲמִתֶּךָ', העלף מיר איך זאל זיך נישט נאר'ן, איך זאל גיין אין די אמת'ע וועג".


בלייב מיט דיין טאטע'ס מנהגים; נעם דעם רבי'ן נאר מוסיף זיין בעבודת השם, נישט אויף אפלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א ליכטיגער חנוכה.


 

#51 - הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב באקומען פון אייער לערערין תחי' אייערע בחינות אויף הלכות שבת - הלכות מוקצה; איך האב זייער הנאה צו זען אז איר לערנט און קענט גוט די הלכות.


הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען; אויב מען לערנט נישט ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, מען קען צוקומען צו חילול שבת רחמנא לצלן. דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם.


איך האב באקומען די שאלות וואס איר פרעגט, איך וועל אריין שיקן פאר אייער לערערין די ענטפערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#50 - שאלות אין הלכות מוקצה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן אייערע פראגעס.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, אויב מען מעג שפילן שבת די שפיל פון מאנאפאלי; על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, מעג מען שפילן די שפיל; אבער עלטערע קינדער, ווי ענקער יארגאנג, איז בעסער מען זאל שפילן אנדערע שפילן וואס איז נישט פון ביזנעס און געלט (עיין שמירת שבת כהלכתה פרק טז, הערה צא).


די צווייטע שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א סידי פלעיער אדער אייפא"ד, אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוהאבן און פארשטיין וואס איז דער אפטייטש פון "מוקצה מחמת חסרון כיס", אזוי קען מען נאכדעם אליינס וויסן אויף יעדע זאך אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס אדער איז דאס אן אנדערע סארט מוקצה.


מוקצה מחמת חסרון כיס איז א זאך וואס מען געבט אכטונג אויף דעם דאס נישט צו נוצן פאר קיין שום אנדערע זאך; אזא זאך טאר מען נישט מטלטל זיין שבת, אפילו מען דארף די זאך אדער מען דארף די פלאץ וואו עס ליגט. אלע היינטיגע נייע כלים, ווי א טעיפרעקארדער, א סידי פלעיער, א סענסע קליפ, - די אלע זאכן זענען נישט קיין מוקצה מחמת חסרון כיס, ווייל מען געבט נישט אזוי שטארק אכטונג אויף דעם ווי אזוי מען טראגט דאס און וואו מען לייגט דאס.


אויב האט מען גאר א טייערע מאשין וואס מען געבט זייער אכטונג אין די וואכן טעג ווי אזוי מען טראגט דאס; מען ווארפט עס נישט און מען שפילט זיך נישט דערמיט - דעמאלט איז דאס יא א מוקצה מחמת חסרון כיס, עס גייט אן אלע הלכות אז מען טאר דאס נישט מטלטל זיין אפילו לצורך.


מען דארף וויסן אז מוקצה מחמת חסרון כיס האט נישט צוטון נאר מיט די זאך, עס האט אויך צוטון מיט'ן מענטש; אויב דער מענטש איז יא מקפיד אויף דעם, צום ביישפיל איר באקומט א סידי פלעיער אדער א סענסע און איר זענט זייער מקפיד וואו דאס זאל ליגן, איר רירט דאס נישט סתם אזוי, איר האלט דאס זייער טייער ווערט עס פאר יעדן איינעם א מוקצה מחמת חסרון כיס (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן ב).


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, וועגן א טעלעפאן וואס איז פארלאשן, אויב מען מעג דאס מטלטל זיין שבת; דאס האט צוטון מיט די פריערדיגע ענטפער. עס ווענדט זיך ווי אזוי דער מענטש פירט זיך מיט'ן טעלעפאן, רוב מענטשן זענען נישט מקפיד אויף זייער טעלעפאן; מען ווארפט דאס, מען געבט דאס פאר א קינד צו שפילן, מען האלט דאס נישט אזוי טייער, ביי די מענטשן איז דער טעלעפאן א כלי שמלאכתו לאיסור, מעג מען עס מטלטל זיין פון איין פלאץ צום צווייטן לצורך גופו ומקומו, אבער אויב דער בעל הטעלעפאן האלט זיין טעלעפאן זייער טייער, ער איז זייער מקפיד אויף דעם, ער נעמט דאס נישט ארויס פונעם האלטער, ער געבט דאס נישט פאר קינדער צו שפילן און ער ווארפט דאס נישט - באקומט דער טעלעפאן א דין פון א מוקצה מחמת חסרון כיס און מען טאר דאס נישט רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א כלי שמלאכתו לאיסור וואס איז צעבראכן, צום ביישפיל א טעלעפאן וואס ארבעט מער נישט, עס איז צעבראכן און מען נוצט דאס פאר א שפילצייג, אויב מען מעג שפילן מיט דעם שבת? דער ענטפער איז יא, מען מעג שפילן מיט דעם.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט; מען מעג זיך אנלאנען אויף א קאר ווייל מוקצה איז נאר אסור צו מטלטל זיין, אז די מוקצה רוקט זיך נישט, עס איז א שווערע זאך - איז ביי דעם נישטא דער איסור (רמ"א סימן שח, סעיף ג).


לערנט און חזר'ט הלכות שבת, נאך אביסל ווערט איר אלע כלות, איר אלע וועט חתונה האבן; דארפט איר דאך וויסן ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב. איר וועט דארפן מחנך זיין די קינדער, זיי זאגן וואס מען מעג יא טון און וואס מען מעג נישט טון; אז איר וועט נישט לערנען, איר וועט נישט אויסהערן אייער טיטשער - וועט איר נישט וויסן.


איך בעט אייך טייערע תלמידות בית פיגא, די הלכות שיעור איז זייער וויכטיג פאר אלעמען אן אויסנאם; יעדע הלכה איז וויכטיג פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - די שבת התוועדות פאר מיידלעך איז געווען אויסנאם שיין
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא וויליאמסבורג.


די מיידלעך און די ווייבלעך, אלע געבן איבער גאר שיינע גריסן פונעם "שבת התוועדות", זיי הערן נישט אויף צו דערציילן ווי שיין און תוכן'דיג דאס איז געווען.


מיר דארפן טראכטן פון מאכן נאך אזא שבת פאר די תלמידות בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.