בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#173 - נעם נישט יעצט בחורים צו סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע נעמען בחורים צו סעודות; מען דארף אכטונג געבן ווען מען האט טעכטער נישט צו נעמען בחורים אין שטוב. אויך יעצט זומער ווען די בחורים האבן פיינע סעודות אין שול – איז בכלל נישט קיין ענין צו נעמען בחורים, עס איז בעסער נישט צו נעמען, אז זיי זאלן עסן אינאיינעם אין ישיבה, מכמה טעמים.


נאך א וויכטיגע זאך, מאך פרייליכע שבת'דיגע סעודות. די קינדער ווילן גארנישט, קינדער דארפן גארנישט, נאר איין זאך, א פרייליכע טאטע, א רואיגע טאטע, א טאטע וואס רעדט מיט דרך ארץ צו די מאמע און א מאמע וואס רעדט מיט עהרע צום טאטן, אויב איז דאס דא אין שטוב – איז אלעס דא, און אז דאס פעלט – וועלן די קינדער אנטלויפן חס ושלום.


תפילה און נאכאמאל תפילה, און נאר תפילה – איז די עצה פאר שמחה און ישוב הדעת, און געדולד צו די קינדער...

#172 - זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות שבת
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.


זיכער ווען עס קומט שבת דארף מען זיך זייער אכטונג געבן צו רעדן שיין, ערב שבת דארף מען מער זיין פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין לחץ אין שטוב, דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב.


א גאנץ שבת זאלסטו נאר טאנצן און זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


מאך פרייליכע סעודות, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען זייער גאנץ לעבן, און אויב חס ושלום דו וועסט שרייען ביי די סעודות וועלן דיינע קינדער ווערן צעקלאפטע נפשות. זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו מאכן פרייליכע סעודות, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו, מיר דארפן זוכן ביי די צדיקים מיט וואס מיר קענען זיי נאכמאכן, מיט וואס מיר קענען זיך לערנען פון זייערע הייליגע וועגן. דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צעקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#171 - שווייג און שווייג, זיך אפרוען און שווייגן
שלום בית, התחזקות, שבת קודש, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, מברכין אב, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען שרייט אויף דיר - שווייג, און אז עס איז אין שטוב - זאלסטו זיכער אפשווייגן, און אז דיין ווייב רעדט צו דיר נישט שיין - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות; וואלסטו געוואוסט וואס מען קומט אפ מיט דעם וואס די ווייב רעדט שטעכעדיג, מיט זלזול; וויפיל עונשים קשים ומרים מען נעמט אראפ - וואלסטו דאס אנגענומען מיט ליבשאפט.


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער קינד, שווייג און שווייג, און ווען דו האסט מער נישט כח, דו שפירסט אז דו קענסט מער נישט, אלעס האט א שיעור - זאלסטו שווייגן, נעם עס אן באהבה, דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע ראסט און שמוץ. ווייל ווען מען זינדיגט, מען קוקט איין שלעכטע קוק, מען האט איין שלעכטע מחשבה...


מוהרא"ש זאגט אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען א סוד, ווער עס איז פוגם במחשבה - ליידט פון די קינדער, ווער עס איז פוגם בדיבור - ליידט פון די ווייב, און ווער עס איז פוגם במעשה - ליידט פון מענטשן. מוהרא"ש איז מסביר די ווערטער, אז מען היט נישט דעם דיבור, מען ענטפערט צוריק - דעמאלט ליידט מען אין שטוב, ווייל מען טאר נישט ענטפערן אין שטוב, מען טאר נישט אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט. דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (חולין פט.): "אמר רבי אילעא, אין העולם מתקיים אלא בשביל מי שבולם את עצמו בשעת מריבה", די וועלט שטייט נאר אויב מען האלט איין דעם דיבור ביי א קריגעריי, מען ענטפערט נישט צוריק, און אויב מען ענטפערט, מען טוט וויי - פאלט איין די וועלט.


יעצט קומט שבת, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך בארעכענען און זיך שוין אויפהערן קריגן, און אז דיין ווייב איז די וואס הויבט אן קריגן, זי הויבט אן פארשעמען - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, איך בעט דיר שווייג און שווייג, און ווען דו האסט מער נישט קיין כח - זאלסטו זיך אפרוען און שווייגן, און אז זי שרייט - זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו ביסט ביים בית דין של מעלה און מען איז דיך דן אויף דיינע מעשים און די בזיונות נעמט אלעס אוועק.


איך בין אין שטעטל זומער, איך בין זיך מחי'; א ריינע פלאץ, א פרייליכע פלאץ, אינדערפרי לערנען איך דעם בלאט גמרא מיט אינגעלייט, און ביינאכט זיץ איך מיט די בחורים און מיר רעדן פון רבי'ן.


א גוט שבת.

#170 - איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת
תפילות אויף אידיש, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס איר זאגט אז שבת איז אייך נישט קיין פרייליכע צייט, איר ווערט לאנגווייליג (באורד), איר בעט א תפילה אויף דעם; דא האט איר א תפילה:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלע חסדים, פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן און קינדער, אלעס איז מיר אזוי גוט, אלעס איז אזוי זיס, איין זאך איז מיר שווער, ווען עס קומט שבת ווער איך נישט פרייליך, איך ווארט שבת זאל אריבערגיין, על כן באתי, דעריבער קום איך צו דיר, העלף מיר, איך וויל ליב האבן שבת, איך וויל זיין פרייליך שבת; וואס איז מיט מיר? ווי קען זיין אזוינס? שבת איז דאך אזא הייליגע טאג, שבת איז דאך הייליג, שבת איז שיין, שבת איז פיין, שבת איז ריין. איך וויל דיך ליב האבן אייבערשטער, איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת, איך זאל שוין אפווארטן שבת פון פרייטאג נאכמיטאג, זיין אנגעטון שבת'דיג, צינדן לעכט אביסל פריער, און זיך נישט יאגן מוצאי שבת אוועק צו גיין פון שבת.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן יעדע אידישע מנהג, יעדע אידישע קלייד, יעדע אידישע עסן, און אזוי ווייטער".

#169 - חילול שבת איז זייער שרעקעדיג
שבת קודש, רייכערן, וועיפן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ...


איך בעט דיר זייער, היט שבת, וועיפ נישט שבת. אז מען היט שבת איז אזוי ווי מען היט די גאנצע תורה (ירושלמי נדרים ג, ט), און אויך פארקערט חס ושלום, אויב מען היט נישט שבת איז ככופר בכל התורה כולה (חולין ה.).


די לעקטעריק צוגארעטל איז אזוי ציענדיג, און אז מען געוואוינט זיך צו צו דעם – קען מען נישט אן דעם, און עס קען פאסירן אז מען זאל פארשוועכן דעם שבת; איז שוין כדאי זאלסט אינגאנצן אויפהערן רייכערן די צוגארעטל און די לעקטעריק צוגארעטל, ווייל חילול שבת איז זייער זייער שרעקעדיג.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, שטארק זיך, הויב אן פונדאסניי, היט שבת, אזוי וועט דער שבת היטן אויף דיר, דו וועסט זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס. אויב דער צוגארעטל איז אזוי ציענדיג – זאלסטו דאס אינגאנצן אוועק ווארפן.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די פרשה, און מאך זיך א קביעות צו לערנען בכל יום אפאר פרקים משניות און גמרא.


אז דו וועסט זיך שטארקן אין די זאכן וועסטו שוין טרעפן דיין שידוך.


 

#168 - נישט לויפן מיט שרעק און פאניק
שבת קודש, מלחמה, דף גמרא, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן מסכת עבודה זרה, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן די מסכתא און לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא. עס איז גאר אנדערש א טאג וואס מען לערנט תורה, עס איז גאר אנדערש; עס איז אן אנדערע טאטע, מען איז אן אנדערע מאן, אן אנדערע מענטש ביי די ארבעט, עס איז כרחוק מזרח צו מעריב; א טאג וואס מען לערנט גמרא, וואס מען זאגט גמרא - איז מען הייליג און נאנט צום אייבערשטן.


איך ווייס אז דו ווילסט נישט אנהויבן נאך א מסכתא ווייל דו האסט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן און עס האט נישט אנגעהאלטן, דו ביסט מיואש, דו ווילסט אפילו נישט פרובירן, אבער טייערער ברודער, וואס וועסטו דערלייגן? וואס קענסטו דערלייגן אז דו וועסט לערנען? וועסט דאך נאר פארדינען; וואלט איך געקומען צו דיר בעטן געלט צו אינוועסטירן קען זיין עס וועט פארלירן און עס קען זיין דו וועסט פארדינען, און אפילו עס וועט פארדינען - וואס וועט זיין מיט די רווחים? דאס וועט מען פון פריש אינוועסטירן, און ווער זאגט אז דעמאלט וועט עס מאכן רווחים... אבער ביי די הייליגע תורה, אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה - וועסטו נאר מרוויח זיין.


די וואך שבת בענטשט מען שוין ראש חודש תמוז, עס געבט א קיצל, מען האלט שוין דא, עס קומען שוין כמעט די הייליגע טעג, בעט איך דיר זייער זאלסט שבת זיין זייער פרייליך אז דו ביסט א איד. דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך, און דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


אויך וויל איך באזונדער שרייבן פאר מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, יעצט ביי די מלחמה מיט איראן. מען הערט אז אידישע קינדער זענען געשעדיגט געווארן פון די באמבעס, און בעיקר מיט די פחד מיט וואס מען לעבט שוין א גאנצע וואך, פון די שרעק פון די אלארעמס, און פון די קולות פון די באמבעס; וויל איך ענק בעטן, געבט אכטונג אויף ענקערע משפחות, געבט אכטונג אויף די קינדער, מאכט זיי פרייליך, מאכט ווערטלעך, און ווען ענק לויפן צו די בונקערס זאלן ענק חס ושלום נישט לויפן מיט שרעק און פאניק, ווייל דאס איז זייער שעדליך, עס קען בלייבן אויף די לעבן, ענק דארפן זינגען ניגוני אמונה, לעבעדיגע ניגונים. יעצט איז נישט קיין צייט פאר שטייטע ווארעמע ניגונים, מען דארף פרייליך מאכן די משפחה, די קינדער זאלן זיין רואיג.


א גוט שבת.

#167 - עצתו אמונה זאל זיין דיין שבת ספר
מקוה, חינוך הילדים, שבת קודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שטוב דארף זיין געבויט פון איין זייט שטרענג, און פון די אנדערע זייט פרייליך, מיין טאטע שליט"א פלעגט ביי די שבת סעודות מאכן גאר פרייליך, און אויך איז געווען א שטארקע דיסציפלין.


ביידע זענען גאר וויכטיג, פון איין זייט דארף מען זאגן פאר קינדער וואס צו טון, מען דארף זיי לערנען דרך ארץ, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען דרך ארץ פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, מען דארף זיי לערנען וואס צו טון און וואס צו מאכן, און פארלאנגען זיי זאלן פאלגן, און פון די אנדערע זייט מוז דאס זיין באגאסן מיט שמחה, עס דארף זיין זייער זייער פרייליך. בפרט שבת קודש דארף זיין זייער פרייליך אין שטוב, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


נעם דיינע קינדער אין מקוה ערב שבת. דאס איז חינוך, לערן זיי אויס ווי זיך צו פירן אין מקוה; נישט רעדן און נישט קוקן. לערן זיי אויס צו שטיין אויסגעדרייט צום וואנט מיט איידלקייט, לערן זיי אויס ווי זיך אויסצוטון און ווי אזוי זיך אנצוטון, וואס ערשט און וואס צווייט וכו'. קינדער זענען נישט קיין עפעלעך וואס וואקסן ארויס פון בוים, קינדער דארף מען אויסלערנען ווי אזוי זיך צו פירן, און אויך בעטן ביים אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן ערליך.


נאך די סעודות שבת, ווען דו ביסט מיד און דו האסט נישט קיין כח, זאלסטו אוועק געבן צוויי דריי מינוט צו בענטשן מיט דיינע קינדער. געווענליך לויפן די קינדער ביים ענדע סעודה צו די שפילצייג, דארף מען זיי רופן צו בענטשן ברכת המזון, זיי אויסלערנען טון די מצוה.


אויך זאלסטו קומען שבת אינדערפרי אין שול דאווענען. עס איז נישט כדאי זיך איינגעוואוינען אויפשטיין שפעט וכו' און זוכן א שפעטע מנין. איך וויל זאלסט פירן דיין שטוב געזונט, די שבת סעודה מאכט מען נישט נאכמיטאג, די שבת סעודה מאכט מען פאר חצות, און דאס קען נאר זיין אז מען דאווענט אין צייט, און אז מען וויל זיך אביסל אפרוען קען מען זיך אפרוען נאכמיטאג; די נאכמיטאג איז אזוי לאנג, מען קען זיך סיי אפרוען און סיי אסאך לערנען, זאלסטו גיין דאווענען פרי און מאכן די סעודה פרי. פיר דיין שטוב געזונט, פיר דיין שטוב ריכטיג, מאך נישט נאך דעם און יענעם, קוק אין ספר עצתו אמונה און אזוי פיר דיין שטוב.


עצתו אמונה זאל זיין דיין שבת ספר, אויך אינדערוואכן זאלסטו דאס לערנען, אבער שבת זאלסטו דאס לערנען און וואו דו זעסט א תפילה, א געבעט - זאלסטו דאס מיט זאגן ווארט ביי ווארט. זאג די תפילות מיט געוויין, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נעמען דיין שכל און פירן דיין שטוב מיט די עצות פון צדיקים.


א פרייליכן שבת.



 

#166 - מאך פרייליכע לעבעדיגע סעודות אינדערהיים
חינוך הילדים, שבת קודש, מאגאזינען, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאריגע וואך בין איך געווען אין ירושלים, עס איז געווען א צאמקום אוועק צו שטעלן מוסדות אין ארץ הקודש, היכל הקודש על טהרת הקודש, מען האט געמאכט א שיינע סעודה אין ירושלים לכבוד פסח שני. ביי די סעודה איז געווען א פאנעל, מען האט געפרעגט שאלות און געענטפערט תשובות. איינע פון די שאלות האט מען געפרעגט: "וואס זאל א טאטע טון אז ער האט אנגעהויבן די פרייטאג צו נאכט'ס סעודה און איינער פון די קינדער האבן געווילדעוועט, און דער טאטע האט זיך פארלוירן און זיך אויפגערעגט, וואס טוט מען ווייטער ווען מען ווייסט אז מען טאר זיך נישט אויפרעגן, מען פארלירט אלעס אויב מען רעגט זיך אויף?"


מיר האבן גערעדט אז דאס איז דאך דעם רבינ'ס זאך, "פון יעצט"; אז דו ביסט אראפגעפאלן הייב זיך אויף און הויב אן "פון יעצט", אז מען האט זיך אויפגערעגט, מען איז געקומען צו כעס רחמנא לצלן - זאל מען גלייך תשובה טון און אנהויבן "פון יעצט", דאס איז די לימוד פון רבי'ן.


איך בעט דיר זייער זאלסט מאכן שיינע סעודות, זינג נישט ביי די סעודה קיין מרה שחורה ניגונים וכו', זינג פרייליכע ניגונים, זינג לעבעדיגע ניגונים, דיינע קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו שבת, זיי זאלן ווארטן אויף שבת, זיי זאלן זיך א גאנצע וואך בענקען צום שבת.


אויך זאלסטו איבערבעטן דיין ווייב, און הער שוין אויף צו זיין גערעכט, וויפיל איז די שיעור צו זיין גערעכט? וואס וועסטו טון מיט דעם אז דו ביסט גערעכט? מען קען עס נישט קעשן, מען קען גארנישט טון מיטן אויפווייזן טאג און נאכט 'איך בין גערעכט', 'איך בין געווען גערעכט', 'זעסט אז איך בין גערעכט'; שוין, גענוג געווען, יעצט הויב אן זיין פרייליך, בעט איבער און געב גוטע וועטער, ברענג אריין די שכינה הקדושה, מאך א פלאץ פארן אייבערשטן.


שבועות וועסטו אודאי זאגן פאר דיינע קינדער די תורה פארוואס דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה אויפן בארג סיני, ווייל די בארג האט זיך געהאלטן קליין, איז אנשטאט זאגן די תורה - זאל זיין 'הוא היה אומר', דו זאלסט ארויסשרייען די תורה, בייג זיך איין די קאפ און דער אייבערשטער וועט אויף דיר געבן די תורה, עס וועט זיין ביי דיר אני אשכון את דכא, איך רו ביי די וואס האלטן זיך קליין.


איך בעט דיר זייער, ברענג נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל. וואלסטו געוואוסט ווי שעדליך דאס איז (די אידישע, די פרומע) - וואלסטו דאס פארברענט. ברענג אויף דיינע קינדער מיט יראת שמים, מיט תמימות, ריין פון ליצנות, דיין ליינען שבת זאל זיין נאר ווערטער פון א צדיק. מאך זיך א שיעור אין די בריוו פון מוהרא"ש אין ספר אשר בנחל, ספר עצתו אמונה - וואס איז די זעלבע ווערטער פון אשר בנחל.


אז מען רופט דיך שבת גיין דא גיין דארט - זאלסטו זיך ארויסדרייען, שבת זאלסטו בלייבן מיט דיין ווייב און קינדער, נישט גיין אין ערגעץ.


א פרייליכן שבת.

#165 - האלט דיינע קינדער מיט דיר
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת אחרי קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די הייליגע שבת, זאלסטו איבערבעטן דיין ווייב, און פון היינט און ווייטער שיין רעדן צו איר, ווייל די שכינה הקודש רוט דארט וואו מען בעט זיך איבער, און וואו עס איז דא שלום, און אז די שכינה הקדושה איז דארט - איז שוין במילא דא אלע ברכות, און מאך שיינע סעודות שבת, זינג זמירות און רעד מיט דיינע קינדער, ווייל די דיבורים וואס מען רעדט שבת האט חן און עס טוט זייער אסאך אויף.


אויך זאלסטו זיי האלטן נעבן דיר ביים דאווענען, און ווי אזוי דו דאווענסט - וועלן זיי דאווענען, אז דער טאטע שמועסט ביים דאווענען און לאכט אפ פון ערליכקייט, וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:), ווער עס האט ליב ערליכע אידן וועט האבן ערליכע קינדער, ווייל קינדער כאפן אויף ביים טאטן וואס ער האט ליב.


א גאנצע וואך האלטן די מלמדים דיינע קינדער, יעצט זומער דארפסטו זיין דער מלמד פון דיינע קינדער ביי די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס און לאנגע שבת נאכמיטאגס. וויסן זאלסטו, די אלע פרייע צייטן ווי שבת נאכמיטאג און פרייטאג נאכמיטאג, איז א צייט וואס קינדער קענען ווערן געשעדיגט פון מנוולים; מען האט מיר דערציילט אזויפיל מעשיות ווי מען איז געפאלן א קרבן פאר א מנוול און ווי דער לעבן איז קאליע געווארן רחמנא לצלן, און אלעס האט זיך אנגעהויבן פרייטאגס און שבתים.


ובכן בעט איך דיר האלט דיינע קינדער מיט דיר, אז דו לייגסט זיך אראפ שלאפן שבת זאלסטו זיי אויך אראפלייגן שלאפן, נישט לאזן גיין ליידיג, און אפילו זיי בלייבן אין שטוב - איז אויך נישט לכתחילה, ווייל גיין ליידיג איז א סכנה, אפילו ביי געשוויסטער וד"ל.


אזוי אויך זאלסטו רעדן מפעם לפעם מיט דיינע קינדער, זיי נאכאמאל דערמאנען אז קיינער קען זיי נישט אנרירן, און אז איינער רירט אן - זאלן זיי נישט מורא האבן צו דערציילן, זיי זאלן קומען דערציילן, און אויך זאלסטו זיי אויסלערנען נישט אנצורירן אות ברית קודש, און ווען דו וואשט דאס קינד און ווען דאס קינד גייט אין בית הכסא - זאלסטו אים מפעם לפעם דערמאנען זיך צו פירן בקדושה ובטהרה.


א פרייליכן שבת.

#164 - עס איז נישט שווער צו לערנען יעדן טאג גמרא
שמחה, שבת קודש, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תזריע מצורע, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין פרייליך און חס ושלום נישט זיין בעצבות ומרה שחורה, דער אייבערשטער האט פיינט דער וואס איז בעצבות ומרה שחורה, בפרט שבת קודש דארף מען זיין נאר פרייליך, זינגען און טאנצן און פאטשן.


אמאל ווען רבי נתן איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסטו פרייליך שבת?" האט רבי נתן געזאגט: "צומאל בין איך פרום"; האט אים דער רבי געזאגט: "ניין, שבת דארף מען זיין נאר פרייליך".


דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


היינט ענדיגט מען מסכת מכות און מארגן שבת קודש הויבן מיר אן מסכת שבועות. הייב אן מסכת שבועות, כאפ זיך מיט מיטן באן, מיט אלע וואס לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, וועסטו זוכה זיין צו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. גמרא היט אפ פון שלעכטס, גמרא איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים פון די מרכבה עליונה: מיכאל, גבריאל, רפאל און אוריאל; אז מען לערנט גמרא ציט מען צו זיך די פיר מלאכים, מען האט א שמירה עליונה.


איך האב זוכה געווען צו עסן אמאל א סעודה אין יבנאל ביי מוהרא"ש, און דארט איז געקומען נאך א גאסט, און ביי די סעודה שבת אינדערפרי פרעגט מוהרא"ש יענעם גאסט אויב ער האט געלערנט דעם בלאט גמרא, און מוהרא"ש זאגט אים מיט א געבעט, מיט רחמנות: "פארוואס האסטו אפגעלאזט די סדר דרך הלימוד? דערמאן זיך די צייטן וואס דו האסט יארן צוריק געלערנט אין ישיבת היכל הקודש, ווי זיס עס איז דיר דעמאלט געווען, פארוואס זאלסטו נישט צוריק ארויפקומען אויפן באן, רכבת היכל הקודש?"


איך האב דעמאלט געזען און פארשטאנען אז ביי מוהרא"ש איז די בלאט גמרא אזא הייליגע זאך, אזא וויכטיגע זאך, עס איז אים געגאנגען בנפשו אז יעדער איד זאל לערנען די הייליגע תורה.


עס איז נישט שווער צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, היינט איז דא גמרות מיט שיינע נקודות, הערליך אויסגעשטעלט, מען דארף נאר מחליט זיין אז מען הויבט אן לערנען, און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו לערנען תורה.


א פרייליכן שבת.

#163 - קליינע קינדער צו טון מלאכות שבת?
שבת קודש, הלכה, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די שרעקעדיגע חלום וכו'; געבט צדקה און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל גארנישט שלעכטס פאסירן מיטן קינד.


בנוגע וואס מען טוט ביי אייער שווער'ס הויז, מען נעמט קליינע קינדער צו טון מלאכות שבת, איר ווילט וויסן אויב ביי אייך אין שטוב קענט איר דאס טון; עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט טון קיין מלאכות שבת דורך א קינד און מען טאר נישט הנאה האבן פון א מלאכה וואס א קינד מאכט שבת, נאר אויב די קינד מאכט עס פאר זיך אליין און נאר ווען עס איז א גרויסע צורך און אויך נאר אויב דאס קינד איז אונטער דריי יאר קען מען מקיל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם
צניעות, שבת קודש, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם, די בעסטע פלאץ פאר א פארפאלק צו זיין שבת - איז אין שטוב מיט די ווייב, די אלע וואס לויפן ארום וכו', איז די ענדע זייער שלעכט, מען ענדיגט אין גיהנום השם ישמרינו.


אזוי אויך יעצט ווען מען האט געריקט די זייגער, זאלסטו נישט מאכן קיין שלש סעודות ביי דיר אין שטוב מיט דיינע חברים. גיי אין שול; אז דו ווילסט קענסטו שמועסן אין שול מיט חברים, אבער ביי דיר אין שטוב נעם נישט אריין קיינעם נישט. איך האב שווער געארבעט פאר דיין שידוך, איך וויל דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


זיי שטארק, דו און דיין ווייב - זיך אפצוגיסן יעדן אינדערפרי ביים בעט נעגל וואסער, ווייל אויב מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער קומען די שדים און רוחות און מאכן זיך באקוועם אין שטוב און זיי שטערן דאס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - ווי אזוי וואשט מען נעגל וואסער?
שבת קודש, נעגל וואסער, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


נטילת ידים - נעגל וואסער - וואשט מען דריי מאל יעדע האנט בסירוגין, איין מאל די רעכטע און נאכדעם די לינקע, און נאכמאל די רעכטע און נאכדעם די לינקע, און נאכאמאל די רעכטע האנט און די לינקע, און אפילו מען וועט גיסן אויף איין מאל די רעכטע האנט זייער אסאך וואסער און נאכדעם אויף די לינקע - וועט די רוח רעה נישט אוועק גיין, עס העלפט נישט גיסן אויף איינמאל אסאך וואסער, מען קען אראפנעמען די רוח טומאה נאר בסירוגין.


אויך איז דא וואס לייגן צו א פערטע מאל אויף ביידע הענט, אבער דאס איז שוין נאר א מנהג, און אויך איז דא וואס וואשן קודם דריי מאל יעדע האנט בסירוגין און נאכדעם וואשט מען נאכאמאל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט נישט בסירוגין.


רעדט צו די תלמידות פון נעגל וואסער, ווייל ווי פריער מען לייגט עס אריין אין זיי - וועלן זיי דאס טון זייער גאנץ לעבן.


שבת שארט מען נישט קיין שניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#160 - מאך די סעודות שבת אינטערעסאנט פאר די קינדער
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, היכל הקודש, חלישות הדעת, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-מברכים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז דער מנהג צו באקן חלות מיט א שליסל, דאס ווייזט אונז אז נאר דער אייבערשטער געבט פרנסה. עס העלפט גארנישט, נאר דער אייבערשטער געבט פרנסה.


ווער לערנט אונז די ריינע אמונה? די צדיקים. דער הייליגער רבי לערנט אונז אמונה, און דערפאר דארף מען אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן, ער וויל נישט מען זאל זיין ביים רבי'ן, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, ער האט כל מיני טריקס, בלבולים, חלישות הדעת, אבי אוועק שלעפן פון רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז ווער עס האלט זיך ביין רבי'ן - וועט ביים סוף זוכה זיין צו ווערן גאר א גרויסער צדיק, אזוי ווי מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "אפילו א בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן וועט ער אלעס פאררעכטן".


מוהרא"ש דערציילט מען האט אים געשלאגן, מען האט אים געפייניגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען האט אים אראפגעווארפן און געלייגט א גרויסן ברעט אויף אים און געטאנצן אויף אים און אים געסטראשעט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געשריגן: "ענק קענען האקן און שלאגן, ענק קענען טון מיט מיר וואס ענק ווילן, איך לאז נישט אפ דעם רבי'ן, איך וועל פון אזא רבי קיינמאל נישט אוועק גיין".


אויך האט מען אים גענומען צו גרויסע צדיקים וואס האבן אים געזאגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געזאגט מיט עזות דקדושה: "אפילו דער רבי וועט מיר ברענגען מלאכים פון הימל וואס וועלן מיר זאגן אפצולאזן דעם רבי'ן - וועל איך דעם רבי'ן נישט אפלאזן, ווייל אז איך האב געטראפן א רבי וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן און צו די תורה - וועל איך אזא רבי נישט אפלאזן".


מוהרא"ש האט גענומען די שטארקקייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט געזאגט סיי פארן רב רבי אהרן און סיי פאר ר' ליפא: "אפילו דער רבי אליין זאל מיך האקן מיט א דראנג - וועל איך פון אזא רבי נישט אוועק גיין", דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן מיין גאנצע לעבן און נישט האבן צו טון מיט קיין לצים, נישט האבן קיין חלישות הדעת, נאר יעדע מינוט ווערן פריש מקורב".


מאך זיך א חשבון, 'וואס האב איך אין די האנט? ווער געבט מיר אין די האנט? דא האב איך א רבי וואס געבט מיר אין די האנט תורה, תפילה, התבודדות, א וועג פאר מיינע קינדער, א וועג אין שלום בית, א וועג צו קענען חתונה מאכן מיינע קינדער ריין און ערליך, מה שביד בטוח, וואס מען האט אין דער האנט איז זיכער, דא האב איך א רבי וואס וועקט מיך אויף יעדן טאג און אפאר מאל א טאג צוריק צו קומען צום אייבערשטן איז וואס זענען בכלל מיינע ספיקות?!'


שבת זאלסטו מאכן שיינע סעודות, שמועס מיט דיינע קינדער, הער זיי אויס און דערצייל זיי שיינע זאכן, מאך די סעודות אינטערעסאנט, פרעג דיינע קינדער יעדער זאל דערציילן א מעשה פון תפילה, און לויב אויס דיינע קינדער, געב זיי ליבשאפט און ווארעמקייט.


א פרייליכן שבת.



 

#159 - לאז נישט אפ די שיינע מנהגים פון דיינע עלטערן
שבת קודש, היכל הקודש, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט ווייטער טון דיינע גוטע מנהגים; קומען קיין ברסלב מיינט נישט צו זאגן מען זאל אויפהערן מיט די שיינע מנהגים ווי די עלטערן פירן זיך. אז ביי ענק איז דער מנהג צו זאגן פרייטאג צו נאכטס דעם שטיקל זוהר פון דאס גרויסקייט פון די שבת סעודות - זאלסטו דאס ווייטער טון, און אויך אז דיין טאטע פירט זיך צו לערנען ביי די פרייטאג צו נאכטס סעודה דעם הייליגן ספר נועם אלימלך - זאלסטו אנהאלטן די גוטע מנהג.


לאז נישט אפ די שיינע זאכן, מוהרא"ש האט דאס אויך געטון, פערציג יאר האט מוהרא"ש געלערנט יעדע וואך שבת ביי די סעודות ספר הקדוש נועם אלימלך. ווען איך בין געווען ביי מוהרא"ש שבת אין יבנאל האב איך געזען מוהרא"ש ביים עסן די פיש, ווי ער האלט אין האנט דעם הייליגן ספר און לערנט.


האלט אן דיינע גוטע מנהגים, ווארף נאר אוועק די מרה שחורה און די עצבות, נאר דאס זאלסטו אוועק ווארפן און זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - פארגענוגן אום שבת, איז מער ווי פאסטן טויזנט תעניתים
שבת קודש, תעניתים, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם ערשטן שבת פון די ימי השובבי"ם, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, אז מען איז פרייליך שבת און מען האט א פארגענוגן פון שבת - איז דאס מער ווי פאסטן טויזנט תעניתים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא בראשית, ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", ווען א מענטש איז פרייליך שבת, ער האט הנאה פון דאס עסן און טרינקען - איז דאס אזוי ווי ער וואלט געפאסט טויזנט תעניתים; בפרט יעצט אין די שובבי"ם וואכן וואס מיר זענען מתקן פגמי הברית - דארפן מיר זיין זייער פרייליך שבת, ווייל צו פאסטן האבן מיר נישט קיין כח, אויף איין מאל פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען שוין פאסטן פ"ד תעניתים.


דער אריז"ל זאגט, ווען א מענטש זינדיגט איין מאל אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים, און אז מען וויל מתקן זיין צען מאל די עבירה - דארף מען שוין פאסטן אכט הונדערט און פערציג טעג, און ווער רעדט נאך אויף מער - איז דאך נישט מעגליך, און אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט פאסטן איז וואס איז אונזער תקנה? נאר מיט זיין פרייליך שבת; אז מיר וועלן זיך פרייען שבת, מיר וועלן טאנצן שבת, וואס דאס איז כאלף תעניתים - דאס וועט אראפנעמען אונזערע זינד.


א פרייליכן שבת.

#157 - אינוועסטיר ביי דיינע שבת סעודות, גיי נישט ארויס
חינוך הילדים, שערן די האר, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי די שבת סעודה זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען אידישע קינדער, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר היטן שבת, אז מיר עסן כשר'ס, אז מיר האבן די תורה. רעד נישט ביים שבת טיש פון זאכן וואס האט נישט מיט קינדער, פון נייעס וואס קינדער'ס מוחין פארנעמען נישט, בכלל זאלסטו נישט רעדן אין שטוב ביים שבת טיש פון מחלוקת און לשון הרע.


רעד צו דיינע טעכטער ווען זיי זענען נאך יונג, ווען זיי האבן נאכנישט קיין יצר הרע, ווען זייערע אויערן זענען נאך אפן. רעד צו זיי פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון זיך נישט שמירן די נעגל, ווי גוט עס איז אז מען פאלגט צדיקים, ווי גוט עס איז אז מען שערט זיך אפ די ערשטע טאג נאך די חתונה, ווי אלע צרות, אלע דינים און קליפות - גייען אוועק, מען איז זוכה צו ערליכע דורות, מען איז זוכה צו מאכן רוען די שכינה הקדושה אין שטוב.


דערצייל זיי וואס דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין, און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אינוועסטיר ביי דיינע שבת סעודות, גיי נישט ארויס, ליל שבת גייט מען נישט ארויס, ליל שבת איז א צייט פון זיין אין שטוב, מאכן פרייליך די ווייב מיט די קינדער.


א פרייליכן שבת.

#156 - פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען בלייבט אין שטוב
שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... 


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעפ זיך נישט ארויף צו מיר אין שטוב פרייטאג צו נאכט, די באטעס זענען בעיקר פאר בחורים. מוהרא"ש זאגט פאר אינגעלייט אז פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען בלייבט אין שטוב, מען פארמערט אין ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - פארוואס דעקט מען צו די חלות מיט א חלה דעקל?
שמחה, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט שבת, מען דארף זיך זייער פרייען. דער רבי האט געזאגט "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך", ברסלב'ער חסידים דארפן פאלגן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


איך האב געטראכט, וואס עפעס איז די הלכה אז מען זאל צודעקן די חלות מיט א חלה דעקל? איינע פון די טעמים איז, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי, הובא בטור אורח חיים, סימן רעט): "שלא יראה הפת בושתו", די חלות זאלן זיך נישט פארשעמען, אז מען נעמט קודם די וויין און מען מאכט דערויף קידוש און נאכדעם נעמט מען איר; וואס איז פשט, א חלה ווערט דען פארשעמט? חלה איז א מענטש? נאר מען וויל דערמאנען דעם מענטש ווען ער זיצט ביים טיש מיט די משפחה, עס טוט זיך און עס גיסט זיך, קען מען זיך פארלירן און פארשעמען און שרייען וכו', אז ער וועט זען די חלה דעקל וועט ער זיך דערמאנען אז מען טאר נישט פארשעמען, והבן למעשה.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין שבת נאר פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן א גאנץ שבת"; לייג צו דיינע אייגענע תפילות.


א גוט שבת.

#154 - 'ליגנט' און 'שאדן' האבן חתונה געהאט
חינוך הילדים, התחזקות, שבת קודש, חלישות הדעת, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דיינע בלבולים וכו' און חלישות הדעת; געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז דאס מוז זיין; מען פרובירט אויס פון הימל אויב מען מיינט עס מיט אן אמת, דער ערליכער איד גייט אריבער אלעס וואס דו גייסט אריבער און נאך מער.


היינט איז ראש חודש, אידן ציילן צו די לבנה, דאס ווייזט אז יעדן טאג איז אן אנדערע בחינה, גרעסער גרעסער גרעסער, און נאכדעם קלענער קלענער און קלענער, און נאכדעם צוריק גרעסער; אזוי איז דער איד, אט איז ער ארויף, אט איר ער צוריק אראפ, און מען ווארט אין הימל צו זען ווי מען הייבט זיך צוריק אויף.


שבת זאלסטו טאנצן און שפרינגען, שבת זאלסטו רעדן מיט דיינע קינדער נאר פון פרייליכע זאכן און פון אייבערשטער. דערצייל זיי פון נח, פון די תיבה, פון די מבול, דערצייל זיי די שיינע מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (מדרש שוחר טוב, ז) 'ליגנט' איז געקומען צו נח אז ער וויל אויך אריינקומען אין די תיבה, האט נח געפרעגט פון ליגנט אויב ער איז חתונה געהאט, האט ער געזאגט: "ניין", האט אים נח געזאגט: "אין די תיבה נעמט מען נאר אריין מאן און ווייב", איז ליגנט געגאנגען זוכן א ווייב, אזוי גייענדיג טרעפט ער אן 'שאדן', פרעגט ליגנט שאדן: "פון וואו קומסטו?" זאגט שאדן: "איך קום פון נח, איך האב געוואלט אריינגיין אין די תיבה און ער האט מיר געזאגט אז איך מוז חתונה האבן, נאר אזוי קען איך אריינגיין אין די תיבה", פרעגט ליגנט שאדן: "ווילסט חתונה האבן צו מיר?" פרעגט שאדן: "וואס וועסטו מיר געבן?" זאגט ליגנט: "איך וועל דיר געבן אלעס וואס איך פארדין", און אזוי זענען זיי אריין אין די תיבה.


ווען זיי זענען ארויס פון די תיבה האט ליגנט געברענגט געלט און געגעבן פאר שאדן, שפעטער פרעגט ליגנט: "וואו איז די גאנצע געלט?" זאגט שאדן: "מיר האבן זיך דאך אזוי אויסגענומען, אז וואס דו פארדינסט - וועל איך באקומען", האט ליגנט נישט געהאט מער וואס צו מאנען, ווייל אלעס וואס מען פארדינט פון זאגן ליגנט האט מען נאכדעם שאדן.


ביים שבת טיש זאלסטו נישט שמועסן קיין שטותים, קענסט דערציילן נייעס אבער נאר אז דו פלעכסט אריין דעם אייבערשטן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#153 - הייליגער באשעפער, איך בין אזוי עלנד, איך האב נישט קיינעם
תפילות אויף אידיש, אמונה, שבת קודש, קשיות, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס מאכסטו מיין טייערער ... נרו יאיר? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, און אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע טעג, דו ביסט עלנד, דו דארפסט זיין געזונט וכו', די דאקטוירים שרעקן דיך אן וכו' וכו' - דאך זאלסטו זיך נישט פארלירן, זאלסט גלייבן אינעם אייבערשטן און אים בעטן ער זאל דיר העלפן.


האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס און מאכט נאר דאס בעסטע פאר אונז. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה, און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט, "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


זיי שטארק מיט לייגן תפילין יעדן טאג, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד.), ווער עס לייגט תפילין יעדן טאג - לעבט לאנג. אויך זאלסטו היטן שבת, זאלסט חס ושלום נישט ניצן די טעלעפאן שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "כל המשמר שבת", ווער עס היט שבת - איז מען אים מוחל אלע עבירות; אויף די צוויי זאכן, אויף לייגן תפילין יעדן טאג און אויף היטן שבת - זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


גיי יעדן טאג אביסל התבודדות; זוך א שטילע גאס, א שטילע ווינקל, אין א פארק אדער א פעלד, אדער ביי א וואסער, און הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, קוק ארויף און זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי עלנד, איך בין אזוי אליין, איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דיך האב איך, נאר דו פארשטייסט מיך, נאר דו קענסט מיר העלפן, און נאר דו וועסט מיר העלפן".


דערצייל דעם אייבערשטן ווי לאנג דו זוכסט א שידוך: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו חתונה האבן? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו בויען א שטוב און צו ברענגען קינדער? רבונו של עולם דו ביסט א כל יכול, דו קענסט אלעס מאכן, דו האסט מיך באשאפן און דו געבסט מיר יעדע רגע לעבן, בעט איך דיר, אנא השם, געב מיר א שידוך".


טייערער ..., אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועט זיין זייער שיינע זאכן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#152 - קאכן עפעס א גוטע עסן לכבוד שבת, אפילו א קלייניקייט
שבת קודש, קבלה טובה, יום הולדת, מאכלי שבת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו קאכן עפעס א גוטע עסן לכבוד שבת, אפילו א קלייניקייט.


קאכן פאר שבת איז זייער הייליג און זייער חשוב, עס איז מתקן דעם מענטש און ברענגט אלע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#151 - די לעצטע שבת פון שנת תשפ"ד
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, מנהגים, הדרכות, כעס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים וילך, כ"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שבת איז די לעצטע שבת פון תשפ"ד, די שבת קען מען אלעס פאררעכטן; אז מען וועט זיין פרייליך שבת, זיך נישט אויפרעגן, מען וועט טאנצן און זינגען שבת! שבת! שבת! - וועט מען אלעס פאררעכטן.


נאר מיט תפילה איז מען זוכה צו זיין פרייליך, נאר אז מען בעט: "באשעפער איך וויל זיין נאר פרייליך, באשעפער היט מיך פון כעס, היט מיך פון מחלוקת, היט מיך פון שרייען און שלאגן", נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו זיין פרייליך און רואיג.


קינדער - ווען זיי טאנצן, שפרינגען און ווילדעווען - קען מען ווערן זייער אנגעצויגן, אבער מיט תפילה קען מען זייער הנאה האבן פון דעם. פרוביר אויס צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די פרט: "רבונו של עולם היט מיך פון כעס, העלף מיר איך זאל נישט ווערן נערוועז פון די לעבעדיגקייט פון מיינע ליכטיגע קינדער", דעמאלט האט מען הנאה פון די קינדער ווען זיי טאנצן און שפרינגען.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, מען קומט מיט בגדי שבת. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות, מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. פלעכט אריין אייגענע תפילות ובקשות אין דיין שפראך, אויף אידיש, ביי די סליחות. גיס זיך אויס דאס הארץ, שעם זיך נישט צו בעטן נאכאמאל מחילה, דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, ער איז דיין טאטע, מיין טאטע, יעדנ'ס טאטע; בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר אנשרייבן א גוט יאר.


ביי אלע תפילות; אנגעהויבן פון סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, און אזוי ווייטער - זאלסטו זאגן די ווערטער: "אייבערשטער אידישע קינדער זענען זייער גוט, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אפילו ווען מען פאלט אין עבירות איז דאס נישט פון שלעכטיקייט, עס איז פון די שווערע נסיונות", די ווערטער וועלן איבערדרייען אלע וועלטן, עס וועט פארשטאפן אלע מקטריגים.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#150 - רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה, מנהגים, כעס, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.


געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.


ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:


ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#149 - אז מאן און ווייב האבן זיך ליב, עפנט זיך די הימל
שמחה, שלום בית, שבת קודש, מנהגים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן די יאר נאך צוויי שבתים, די וואך און נאך איין שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלים", וואלט מען געהיטן צוויי שבתים וואלט מען גלייך געווארן אויסגעלייזט; לאמיר דעם שבת און די קומענדיגע וואך שבת - זיין זייער פרייליך, וועלן מיר ווערן אויסגעלייזט, יעדער איינער פון זיין ביטערע גלות.


פארלייג זיך זייער צו זיין משונה פרייליך דעם שבת, לאז נישט דעם סמ"ך מ"ם זיצן ביי דיר אין שטוב, לאז נישט די קליפות איבערנעמען די שטוב. דער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ווייל ער האט זייער מורא ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי און ער ווערט ארויסגעטריבן פון אזא סארט שטוב.


אז מאן און ווייב האבן זיך ליב - עפנט זיך די הימל און עס קומט ליבשאפט אויפן מענטש פונעם אייבערשטן, און אז מען ווייסט און מען גלייבט אז די ווייב איז אויך אלוקית - עפנט זיך אויף די הימל און די גאנצע שטוב ווערט א מרכבה פאר די שכינה.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות - מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א גוט שבת.