בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#317 - אפילו ווען מען בעט און בעט, דארף מען אויך דאנקען
תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אודאי דארף מען בעטן און בעטן דעם אייבערשטן, אבער מען דארף אכטונג געבן; אסאך מאל ווען מען איז אזוי אריינגעטון נאר אין בעטן - קען מען אמאל אריינפאלן אין דחיקת השעה, מען קען צומאל האבן אזוי ווי טענות 'איך בעט און בעט און גארנישט, איך באקום נישט קיין ענטפער'; דעריבער איז זייער וויכטיג ווען מען בעט דעם אייבערשטן - אים צו דאנקען און לויבן, זוכן גוטס, זוכן נקודות טובות.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לג) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, יד): "בְּיוֹם טוֹבָה", ווען עס גייט גוט, דו שפירסט דעם אייבערשטן, "הֱיֵה בְטוֹב", דאס איז גוט, לעב מיט דעם הרגשה, אבער וויסן זאלסטו "וּבְיוֹם רָעָה", ווען דו שפירסט גארנישט, אלעס איז פארלאשן, דו זעסט נאר שלעכטס, "רְאֵה" - זוך אויף אלוקית, זוך אין די חושך דעם אייבערשטן, דאנק דעם אייבערשטן.


דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן ווען מיר האבן זיך געטראפן אין ארץ ישראל, אז דו זאלסט נישט נאר עוסק זיין אין בעטן דעם אייבערשטן, דו דארפסט אויך אין די צייט פון בעטן - דאנקען, אזוי וועסטו זען דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, וועסטו נישט אריינפאלן אין עצבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#316 - דאס רעדן צום אייבערשטן שטעלט אלעס אין פלאץ
תפילה והתבודדות, מנהגים, פסח, מסודר, שבת הגדול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מצורע, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פח) וואס איז דער ענין פון "הֲפִיכַת הַשֻּׁלְחָן בְּשַׁבָּת הַגָּדוֹל"? מען זעט שבת הגדול איז אין אלע שטובער איבערגעדרייט, עס טוט זיך א בהלה; זאגט דער רבי, דער טיש ווייזט אויפ'ן דיבור, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מא, כב): "וַיְדַבֵּר אֵלַי זֶה הַשֻּׁלְחָן אֲשֶׁר לִפְנֵי ה'", וויל מען יעצט ווייזן אז יעצט איז נאך דער דיבור אין גלות, עס איז נישט מסודר, עס איז איבערגעדרייט, אבער אז מיר וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח, מיר וועלן אנהויבן רעדן צום אייבערשטן און עס וועט ווערן פֶּה-סָח, דאן וועלן מיר האבן א געהעריגע טיש און אזוי וועלן מיר ארויסגיין פון מצרים.


דאס איז וויכטיג צו געדענקען, יעדעס מאל עס ווערט ביי איינעם 'הפיכת השלחן', עס ווערט אים איבערגעדרייט זיין סדר היום, זיין שטוב, זיין פרנסה, זאכן גייען פארקערט - דאס איז אלץ ווייל עס פעלט דעם דיבור, מען רעדט נישט צום אייבערשטן; דאס רעדן צום אייבערשטן שטעלט אלעס אין פלאץ, עס איז שוין גארנישט איבערגעדרייט, נישטא קיין הפיכת השלחן.


דעם בריוו שרייב איך פאר ענק אלע, אבער עס שפירט זיך מער פערזענליך ווען עס איז געשריבן בלשון נוכח:


טייערער ליבער ברודער, גיי יעצט אין א זייט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגענוגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דער זוהר זאגט דארט ווייטער אז ווען דוד המלך האט געזען די חשיבות פונעם ארעמאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס קומט און רעדט זיך אויס דאס הארץ.


פסח זאלט איר נישט מאכן קיין קידוש אין שול, מען מישט זיך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#315 - איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, סיום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין מאמע תחי', זי שרייבט אז דו ביסט זייער וואויל, דו העלפסט איר; דו העלפסט יעדן איינעם אין שטעטל, אלע זענען זיך מחי' מיט דיר; דו האסט גאלדענע מידות.


זי שרייבט אז איינער פון דיינע געשוויסטער האבן דיך אנגעגאסן מיט זייפיגע וואסער און דו האסט גארנישט צוריק געטון, דו ביסט ווייטער געווען פרייליך; איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן אויף דיר.


איך ווארט דו זאלסט מיר מודיע זיין ווען דו ווילסט מאכן די סיום הש"ס; איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס.


איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג אביסל גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן. יעצט ווען דו ביסט יונג, אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג - וועט דאס ווערן א חלק פון דיין לעבן, עס וועט דיר זיין גרינגער צו טון דיין גאנץ לעבן; א לעבן מיט רעדן צום אייבערשטן - איז אן אנדערע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#314 - ביי דיינע עלטערן אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, דרך ארץ, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן. דו קענסט גיין אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, און אויך ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו גיין מיט א הוט אין רעקל; יעצט ווען דו ביסט ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך נישט קריגן מיט זיי.


אויך אז עס שטערט דיינע עלטערן ווען דו ברענגסט אהיים אזויפיל ספרים - זאלסטו נישט אהיים ברענגען אזויפיל ספרים, האלט דיינע ספרים אין ישיבה און נאך דיין חתונה וועסטו האבן א שיינע ספרים שטוב אנגעפולט מיט ספרים.


אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן, דו וועסט רעדן צו זיי אזוי ווי מען רעדט צו א רבי, מיט גרויס דרך ארץ; דו וועסט זיך נישט טענה'ען מיט זיי - וועלן זיי אויך מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט'ן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמובא בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי זאגט דארט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", עיין שם.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#313 - ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?
תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, פסח, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכנישט צו זיך געקומען פון זיין מיט אייך אין ארץ ישראל, יעדע סעקונדע האט זיך געשפירט אזא זיסע געשמאקע טעם. איך האב אזוי ליב זיך צו טרעפן מיט די חברים אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך טראכט אסאך פון ענק.


די וואך שבת החודש, שבת ראש חודש, שבת דעם רבינ'ס יום הולדת - איז א גוטע צייט זיך צו באנייען, אנהויבן פון פריש זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.): "בניסן נגאלו אבותינו ממצרים", חודש ניסן זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים, "ובניסן עתידין ליגאל", און אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן; איז דאך יעצט א פאסיגע צייט אויסגעלייזט צו ווערן - יעדער איינער - פון זיין גלות.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון גלות מצרים? דורך רעדן צום אייבערשטן, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; ווען מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים - גייען אוועק אלע פראבלעמען, מען ווערט אויסגעלייזט.


א איד איז געקומען פסח צו מוהרא"ש און געקרעכצט: "ווי אזוי איז מען זוכה צום פסח אליינס?" ווייל רבי נתן פלעגט זאגן, אויף פסח וועט זיין געלט, "אויף פסח וועט זיין", עסן אויף פסח וועט זיין, "אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?" ווי נעמט מען דעם קדושת הפסח; דער איד האט אזוי געקרעכצט צו מוהרא"ש: "ווי איז מען זוכה צום פסח?" האט אים מוהרא"ש געזאגט שארף און קלאר: "דו ווילסט זוכה זיין צום פסח? עפן דיין מויל און הויב אן רעדן צום אייבערשטן, דו האסט א גרינגע וועג צו קומען צו אלע מדריגות".


א איד דערציילט, ער האט אמאל גערעדט מיט מוהרא"ש, ער האט געבעטן מוהרא"ש זאל אים געבן אן עצה ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה, מוהרא"ש איז דעמאלט געשטאנען אינדרויסן פון שטוב און געהאלטן אינמיטן נעמען די פאסט, מוהרא"ש זאגט אים: "קוק איך וועל דיר ווייזן אין די פאסט ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה", ער נעמט ארויס די פאסט, דארט איז געלעגן א הזמנה פאר א חתונה, מוהרא"ש עפנט עס אויף און ווייזט אים: "קוק וואס מען שרייבט דיר, 'קידושא רבה אחר התפילה' מען איז זוכה צו קדושה רבה נאכן דאווענען"; אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען עפנט די מויל און מען שעפשעט א תפילה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין אפגעהיטן" - דאס ברענגט צו די גרעסטע קדושה.


מאכט זיך נישט נאריש מיט חומרות, ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה און דביקות אינעם אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין חומרות אפילו פסח. ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שיינעם פסח, איר זאלט ניצול ווערן פון חמץ.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר'ן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפנט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט און ער איז געווען זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#312 - האבן א שיינע הויז איז נישט קיין סתירה מיט ברסלב
תפילה והתבודדות, שלום, אידישע שטוב, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


עס איז בכלל נישט קיין סתירה דאס האבן א שיינע הויז - מיט ברסלב. א שיינע הויז איז נישט קיין פראבלעם, עס ווענדט זיך וואס מען טוט אינעם שיינעם הויז; אז מען פירט זיך מיט שלום, מיט ליבשאפט, מען פירט זיך מיט די תורה - איז א מחי' א שיינע הויז, און אז מען פירט זיך מיט מחלוקות, מיט שנאה, מען גייט נישט מיט די תורה - איז ביטער אויך אין א פארקראכטע הויז.


אז איר חלומ'ט פון א שיינע פאלאץ זאלט איר דאס בעטן דעם אייבערשטן; בעטס דעם אייבערשטן פינקטליך וואס איר דארפט, וועט איר זען גרויסע ניסים.


איך וואונטש אייך א שיינע גרויסע הויז, מיט נחת פון אייערע קינדער, מיט פרנסה בשפע - בזכות וואס איר און אייער מאן העלפן אזוי געטריי דעם רבי'ן, איר זענט משמש דעם רבי'ן, וועט איר זען ניסים.

#311 - די מאמע'ס תפילות האבן גע'פועל'ט
קינדער, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, הפצה, רפואה, תהלים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק מיט די בריוו, אזויפיל מענטשן באקומען כח צו קענען אנגיין; איך בעט דיר, שטארק זיך מער, איך ווארט שוין ווען עס וועט פארטיג ווערן נאך חלקים פון עצתו אמונה, און אויף די ספרים איש אמונות.


אויך די "קינדער עצתו אמונה" איז זייער וויכטיג. די מפיצים זאגן זיי וועלן דאס טיילן ביי אלע הייזער, די עלטערן וועלן זיך מחי' זיין מיט די מעשה'לעך, די קינדער וועלן אריינזאפן אין זיך די יראת שמים.


די וואך זאלסטו מאכן א בילד ווי א מאמע שטייט ביים וויגעלע, זי האלט אין אירע הענט א ספר תהלים און זי וויינט, אינעם וויג זאל מען זען א קינד מיט פארמאכטע אויגן. בעט דעם מעלער ער זאל אריינלייגן הארץ אין די בילדער, נישט מאכן סתם א קאטשקע...


דא האסטו די מעשה:


"גיוואלד...! אוי וויי...! וואס וועט זיין...?!" זי וויינט געפערליך... זי שרייט צו איר מאן: "לויף צום רבי'ן, בעט א ברכה; דאס קינד איז שרעקליך קראנק".


געווען איז דאס די פרוי פון רבי שמעון, רבי שמעון איז געווען א תלמיד פון רבי'ן. פאסירט אמאל אז זייער קינד האט זיך זייער נישט גוט געשפירט, די מאמע פונעם קינד איז געווען זייער באזארגט, זי זאגט פאר איר מאן: "לויף צום רבי'ן, בעט א ברכה אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה".


רבי שמעון לויפט צום רבי'ן, ער בעט: "רבי ווינטשט אן דאס קינד זאל זיין געזונט און שטארק", אבער דער רבי מאכט זיך נישט וויסנדיג, רבי שמעון ווערט זייער באזארגט, ער בעט נאכאמאל: "דער רבי זאל געבן א ברכה, דער רבי זאל וואונטשן אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", אבער אזוי ווי פריער, דער רבי מאכט זיך נישט וויסנדיג. רבי שמעון גייט אהיים זייער צעבראכן, ער זאגט זיין ווייב: "דער רבי האט מיר נישט געוואלט וואונטשן, דער רבי האט מיר נישט געענטפערט".


רבי שמעון'ס ווייב ווערט זייער דערשראקן, זי נעמט א תהילים און הויבט אן בעטן דעם אייבערשטן; זי וויינט, זי בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיין קינד זאל זיין געזונט, העלף דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה"; עס ווערט שוין שפעט ביינאכט, אלע שלאפן, אבער די מאמע רירט זיך נישט אוועק פון דעם קינד, זי זאגט נאך א קאפיטל תהילים און נאך א קאפיטל תהילים, זי וויינט צום אייבערשטן א גאנצע נאכט.


אינדערפרי, רבי שמעון נעמט זיין טלית ותפילין, ער גייט דאווענען מיט'ן רבינ'ס מנין. ווען דער רבי האט אים געזען זאגט אים דער רבי מיט א שמייכל: "יעצט וועל איך דיר דערציילן פארוואס איך האב דיר נישט געענטפערט נעכטן; ווען דו ביסט געקומען בעטן א ברכה פאר'ן קינד האב איך געזען עס איז נגזר געווארן א גזירה אז דאס קינד מוז שטארבן, דעריבער האב איך גארנישט געזאגט, אבער יעצט זע איך אז די גזירה איז איבערגעדרייט געווארן, דיין ווייב האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט אז דאס קינד זאל זיין געזונט, און זי האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט לאנגע געזונטע יארן פאר'ן קינד".


טייערע קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה דאס גרויסקייט פון בעטן דעם אייבערשטן; אפילו עס איז שוין נגזר געווארן א שלעכטע גזירה, אויב מען בעט דעם אייבערשטן, מען זאגט תהילים - דריידט מען איבער די גזירה.


שטארק זיך טייערער ..., זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#310 - די הערליכע שבת התוועדות סיום סדר מועד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, שלום בית, התחזקות, הפצה, רפואה, יבנאל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סיום, שבת קודש, תשובה, משניות, אומאן, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, שבת התוועדות, ישיבה, מנוולים, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, דאווענען, בר מצוה, מנין, פורים, מלחמה, ברית, ביקור חולים, מוהל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד דו ביסט נישט געקומען צום שבת התוועדות – שבת סיום סדר מועד. עס איז געווען א הערליכע שבת, מן הסתם וועסטו נאך הערן שיינע זאכן פונעם שבת פון די חברים. איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט.


צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין ר' יונה שליט"א, נאך מנחה האב איך גערעדט אפאר ווערטער, מען האט געזינגען א שטייטע ניגון און מיר האבן גערעדט פון שבת זכור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, סימן ט) אויפ'ן פסוק (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", עמלק האט גענומען זנבות, "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה" (עיין לקוטי הלכות שבת הלכה ה', אות ט), עמלק רעדט אונז איין מיר זאלן זיין צעבראכן, מען זאל נישט האלטן פון זיך; ער מאכט דאס גאר פאר א מצוה און אזוי הרג'עט ער דעם מענטש, ווייל מען טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין סיי ווי א גוי, וואס דארף איך גיין דאווענען? ווער דארף מיין לערנען? מיינע מצוות?' מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדער איד דארף וויסן ביי זיך 'איך בין חשוב און טייער ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיר'; דאס מעקן מיר אויס די וואך שבת זכור, געענדיגט מיט די קטנות הדעת, 'איך בין א גארנישט, איך בין גארנישט ווערד'; געענדיגט מיט די סארט מחשבות, 'איך בין יא, איך בין ווערד!'


מיר האבן נישט לאנג גערעדט, גלייך נאכדעם איז מאטי ראזענפעלד צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ער דאווענט זייער שיין.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען זינגען זמירות שבת מיט די קינדער. עס איז געווען זייער א גרויסע עולם האט מען געמאכט אז די קינדער זאלן עסן באזונדער כדי עס זאל זיין פלאץ, די געטרייע מלמדים האבן אריינגעלייגט א גאנץ שבת אזויפיל יראת שמים אין די קינדער, איך האב געזינגען זמירות מיט זיי. נאכדעם האבן מיר געגעסן אינאיינעם די סעודה, א גרופע בחורים און אינגעלייט האבן דורכאויס די גאנצע סעודה געזינגען זייער שיינע ניגונים.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה זענען מיר זיך צאמגעקומען זינגען זמירות אין שול, נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס התחזקות. מיר האבן גערעדט נאך א בחינה אויף וואס די הייליגע חכמים זאגן "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה", אז מען זאל נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. דער רבי שרייבט א בריוו פאר זיין איידעם: "שרייב מיר וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט און וויפיל בלאט פוסק, מאך נישט פון טפל עיקר פון פון עיקר טפל, אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; עמלק נעמט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, בבחינת זנב, וזורקן כלפי מעלה, און מאכט דאס וויכטיג – פון דעם רעדט מען, דאס פארלאנגט מען, אויף דעם איז מען מחנך; אנשטאט מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים און מיידלעך - מיט אמונה, רעדן טאג און נאכט פונעם אייבערשטן, פון לערנען די הייליגע תורה, פון וויכטיגע זאכן - דריידט ער אויס דעם קאפ אויף אראפ און די וויידל אויף ארויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, ביי מיר איז אמונה א גרויסע זאך, אמונה אזוי ווי פשוטי עם און פרויען וואס גלייבן בתמימות ובפשיטות; דאס איז ביים רבי'ן די גרעסטע זאך. ווי אזוי איז מען זוכה צו אמונה? דורך רעדן צום אייבערשטן, אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צו אים כידבר איש אל רעהו: "רבונו של עולם, העלף מיר מיט וואס איך מוטשע זיך, העלף מיר, איך קען מער נישט"; דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


נאך די באטע איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו, מען האט געשמועסט פון הפצה. קודם האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן נאר צו נעמען א מוהל מומחה. פאריגע וואך האט פאסירט אז א טאטע האט געוואלט אליינס מאכן די חיתוך און ער האט אריינגעשניטן רחמנא לצלן, די רעגירונג האט אים אוועק גענומען זיינע קינדער.


איך געדענק איך האב געפרעגט מוהרא"ש, דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק, א ירא שמים, "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל, סיזשערס רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש ווער איז א מוהל א צדיק? און מוהרא"ש האט מיר געענטפערט: "וואס א גרעסערער מומחה – אים דארף מען נעמען". בשעת'ן דאס דערציילן רופט זיך אן א איד, איינער פון די געסט: "אבער וואס איז טאקע די פשט וואס דער רבי זאגט?" איך קוק אים אן, איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט נישט, איך זאג אים איבער נאכאמאל דאס וואס מוהרא"ש זאגט מיר און יענער פרעגט נאכאמאל: "איך פארשטיי וואס מוהרא"ש זאגט, אבער וואס איז טאקע פשט אין רבינ'ס ווערטער?" איך זאג אים נאכאמאל, און יענער פרעגט נאכאמאל, דער עולם האט אנגעהויבן שמייכלען, יענער האט זיך פארשעמט, ער זאגט: "איך מיין צו פרעגן ערנסט, איך מאך נישט חוזק", האב איך אים געגעבן צו פארשטיין, עס שטייט אין די תורה, אויב איינער טוט אן עבירה, ער איז עובר אויף א לאו - (דברים כה, ג): "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ", זאל מען אים געבן פערציג מלקות, זאגן די הייליגע חכמים (מכות כב:) מען געבט נישט פערציג מלקות נאר ניין און דרייסיג; דאס הייסט, מיר קענען נישט לערנען די תורה אן די פארשטאנד פון די הייליגע חכמים, מיר זעען עס שטייט פערציג און די חכמים זאגן עס איז ניין און דרייסיג, אזוי אויך, מיר זעען שטיין אין די תורה (דברים ו, ח): "וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ", מען זאל לייגן תפילין צווישן די אויגן, זאגן די חכמים (עירובין צה:) עס מיינט נישט צווישן די אויגן - נאר אויפ'ן קאפ; אזוי זאג איך אים, איך פארשטיי נישט לקוטי מוהר"ן און די אנדערע ספרים פון רבי'ן, נאר מיט מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש איז מיר מסביר – דאס פארשטיי איך. אז מוהרא"ש זאגט א מוהל צדיק וירא שמים מיינט א מוהל מומחה – פארשטיי איך אז דאס איז דער פשט; פארשטייט זיך מען נעמט א מוהל אן ערליכער איד, אבער נישט איינער וואס קען נישט די מלאכה.


מיר זענען אריין אין א שמועס מיט די מפיצים, יעדער האט דערציילט זיינע שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים און קונטרסים. מיטוואך נאכט האט דער גבאי פונעם בית המדרש ..., א גאס אוועק פון ישיבה אפגעווארט יענקל, ער האט אים צוגענומען זיין הוט פאר'ן ברענגען גליונות דארט, יענקל מפיץ האט זיך מיט אים געאמפערט צוויי שעה. מיר האט זייער געבאדערט פארוואס ער האט זיך בכלל צוטון געמאכט פון אים; איך האב אסאך היטן דא אין ישיבה, במשך די יארן זאמלען זיך אן היטן, איך וועל אריבערשיקן בחורים צום גבאי מיט די היטן, אים פרעגן אויב ער וויל נאך היטן, ווייל די גליונות גייט מען ווייטער מפיץ זיין.


שבת אינדערפרי האב איך געלערנט זוהר פרשת פקודי, די היכלות, ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה וואס טוט זיך אין הימל; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען דעם הייליגן זוהר מיט די הקדמות פון רבי'ן, מען שפירט אזא ליכטיגקייט, מען ווערט אזוי געשטארקט.


געווענליך לערנען מיר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, אבער די וואך האב איך נישט פארגעלערנט, איך האב געדארפט געבן צו עסן פאר מיינע קינדער, העלפן מיין ווייב תחי'.


פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט ר' עזרא בוים, שחרית האב איך געדאווענט. עס איז געווען א שבת שבע ברכות ביי א טאכטער פון אהרן וועבערמאן מיט החתן אברהם צוויבל. אויך איז געווען א קידוש, ביי רפאל פורסט איז געבוירן געווארן א צווילינג, א אינגל מיט א מיידל, ער האט געמאכט די ברית מיט די קידוש דעם שבת. ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. מוסף האט געדאווענט מאטי היימליך. נאכן דאווענען איז געווען די ברית, דער מוהל וועם אנשי שלומינו נוצן שטענדיג, ר' אהרן הלוי ווייס – איז געקומען צו פארן אויף שבת, ויקרא שמו בישראל נחמן נתן. גלייך נאכן ברית איז געווען א קידוש.


מיר האבן גערעדט פונעם מעשה פון זבוב ועכביש (ספורי מעשיות, מעשה ז), די נסיעה פון הייליגן רבי'ן, דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אויך פון שלום בית, אז מען זאל שיין רעדן צו די ווייב. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איין יאר אין אומאן ראש השנה: "יעדעס מאל דו רעדסט זאלסטו רעדן פון דריי זאכן, תורה, תפילה, שלום בית און שידוכים", איך פרוביר צו פאלגן און רעדן פון די זאכן.


מען האט גערעדט פונעם נאמען פונעם רך הנימול "נחמן נתן", ער זאל זוכה זיין צו דאס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון די וועלט", ער זאל זיך גוט אויסלאכן בזה העולם; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.) אליהו הנביא האט געוויזן פאר רב ברוקא "הני תרי בדחני", דאס מיינט מען אן ערליכער איד וואס ער האט 'תרי בדחני' צוויי סארט לאכן; מענטשן לאכן פון אים, מען שפעט פון אים אבער ער פארלירט זיך נישט, ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, און ער לאכט פון די וועלט, ער לאכט זיך גוט אויס פון אלעמען, דאס איז די תרי בדחני, דער איז א בן עולם הבא (הובא בספר בעל שם טוב על התורה פרשת במדבר, אות ב); דאס האט דער רבי געזאגט: "נחמן נתן לאכט פון די וועלט".


עס זענען געווען אסאך געסט; סיי פרישע מקורבים, אויך פונעם חתנ'ס משפחה און נאך, אלע האבן אויסגעהערט, אלע האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן מיט'ן רבי'ן, די דיבורים האט זיי אויפגעוועקט.


די שבת בייטאג סעודה איז געווען אינאיינעם מיט'ן סעודת ברית און שבע ברכות, ביי די סעודה האב איך נישט גערעדט.


ביי די סעודה איז צו מיר געקומען א אינגערמאן פרעגן וואס צו טון, זיין ווייב האט פריער גע'חלש'ט אין צימער און זי איז שוואך, איך האב אים געזאגט צו וועם ער זאל רעדן, איך האב גערופן דיין חבר מאטי היימליך, ער איז אן הצלה מאן, אז ער זאל גיין קוקן אויב אלעס איז פיין. איך האב ספעציעל אים גערופן ווייל ער זוכט נישט משוגע צו מאכן מענטשן, שטופן צו גיין אין שפיטאל. וויפיל מען איז מרוויח פון הצלה - ליידט מען פון זיי אזעלכע שוועריקייטן; רוב מאל מאכן זיי משוגע פאר גארנישט און פאר נישט, זיי זאגן גיי אין שפיטאל; מען וועט דיר צונעמען די גאנצע שבת. וכך הוה, זי איז געזונט און שטארק, נאר אביסל איבערגעשטרענגט וכו'.


נאך די סעודה בין איך גאגאנגען מבקר חולה זיין ר' משה ארי' נרו יאיר, ער איז געליגן מיט א רויז אין בעט. ער זאגט מיר: "נאך א מזל איך האב דעם דרך הלימוד, אזוי ווער איך נישט צעדרייט פון ליגן אין בעט", א צווייטער וואלט משוגע געווארן פון ליגן אזוי לאנג. מיר איז געווען אינטערעסאנט צו זען א ברסלב'ער חסיד ווי ער ליגט אין בעט מיט ספרים ארום זיך; א משניות, א תהלים וכו'.


נאכמיטאג בין איך געגאנגען זאגן תהלים מיט די קינדער. מיר האט געברענט צו האבן אפאר מינוט באזונדער מיט די קינדער, עס זענען געווען דארט נאר די מלמדים מיט די קינדער. איך האב אויסגענוצט די צייט צו רעדן צו זיי פון קדושת הברית, עס זענען געווען אסאך פרעמדע קינדער פון אנדערע מוסדות וואס מען רעדט נישט דארט פון קדושה.


געדענקסט אוודאי דיינע קינדער יארן, איך בין געווען דיין ערשטער מלמד ביי די דרייצן יאר וואס איך האב דיר אויסגעלערנט צו זיין הייליג. איך געדענק ווען דו ביסט געקומען וויינען צו מיר און מיר געזאגט, וואס זאל איך טון, איך האב בכלל נישט געוויסט אז מען טאר נישט אנרירן וכו', איך האב דיר דעמאלט אנטפלעקט די זאך פון התבודדות, איך האב דיר געזאגט זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין נישט שולדיג, איך בין א קינד פון דרייצן יאר, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה".


איך האב געווארט א גאנץ שבת צו קענען רעדן צו די קינדער פון קדושה, איך וויל נישט האבן בלוט אויף מיינע הענט. יעצט איז ארויסגעקומען א שרעקליכע מעשה, א בחור האט מטמא געווען איבער זיבעציג קינדער פאר צוויי גאנצע יאר. איך וויל נישט זאגן די נאמען פונעם מוסד וואו דאס האט פאסירט, א פחד, א שרעק! טייערע קינדער זענען געפייניגט געווארן מיט מעשה תועבה, קיינער האט נישט דערציילט, מען האט מורא געהאט וכו'. וואלטן די מלמדים גערעדט – וואלט דאס נישט געקענט פאסירן, עס וואלט גלייך ארויסגעקומען, קינדער אז מען זאגט זיי אן, מען מאכט זיי באקוועם צו קומען דערציילן – קומען זיי דערציילן.


איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן. מענטשן האלטן מיך פאר: "היתכן, אזוי רעדסטו? אזא ברייטקייט?" געלויבט דעם אייבערשטן איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אברהם משה נרו יאיר האט מיר דערציילט, ווען די ישיבה האט זיך געעפנט האט מען אים אריינגעשלעפט צו מוהרא"ש; איינער פון די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן עפענען די ישיבה האט געהאט טענות אויף מיינע דיבורים, מען האט אים איבערגערעדט ער זאל גיין צוזאמען מיט זיי רעדן אויף מיר. אברהם משה נרו יאיר איז מיר זייער געטריי אלע יארן, פונעם ערשטן טאג איז ער געשטאנען מיט מיר, למעשה איז ער מיטגעגאנגען, יענער האט נאכגעזאגט שטיקלעך פון דרשות און געווארט אז מוהרא"ש זאל רעאגירן, מוהרא"ש רופט זיך אן: "זעסט נישט אז ער רעדט גוט? פון דעם וואס מען קריגט אויף אים, דאס איז א סימן אז ער רעדט גוט"; שפעטער ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד מער, רעד נאך".


בשעת'ן רעדן צו די קינדער האב איך גלייך געזען אז עס זענען געווען קינדער וואס דארפן רחמי שמים, זיי האבן אנגעהויבן לאכן. איך האב געדריידט דעם שמועס אויף אן אופן עס זאל יא אין זיי אריינגיין.


נאך מנחה האבן מיר געהאט זייער אן התעוררות'דיגע שלש סעודות. מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום באשעפער, אים בעטן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פון זיך טענה'ען מיט'ן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) דוד המלך האט פארשטאנען אז אויבן אין הימל איז מער חשוב די געבעט פונעם ארעמאן ווי פון קעניגן און נביאים, האט ער זיך אויסגעטון די בגדי מלכות, ער האט זיך אנגעטון קליידער ווי אן ארעמאן און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים קב, א): "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטֹף", וואס איז טייטש כי יעטוף? ער האלט צוריק, דער ארעמאן ווען ער רעדט צום אייבערשטן שטעלט ער אלעס אפ, דער אייבערשטער קערט זיך צום ארעמאן און לאזט אלעס אפ.


אלע פרעגן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער טוט זיך באשעפטיגן מיט זיינס א זאך, מיט די תפילות און טענות פון די צעבראכענע הערצער, תפילות פון ארעמעלייט", די בית דין של מעלה קומען אריין, זיי זאגן: "פארוואס דארף דער אייבערשטער זיי אויסהערן? מיר וועלן מאכן א משפט", אבער דער אייבערשטער זאגט זיי: "איך וויל אזוי, איך וויל זיין אליינס מיט זיי".


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין ה, אות מג), מה דאך ווען אן ארעמאן בגשמיות קומט זיך אויס'טענה'ען צום באשעפער ווערט אזא רעש און א טומל אין הימל, איז דאך זיכער ווען א איד קומט צום באשעפער, ער וויינט: "רבונו של עולם, איך בין אן אמת'ער ארעמאן, איך בין אזוי ווייט פון דיר! רבונו של עולם, איך ליג אין א טיפע בלאטע, איך זינדיג, איך טו עבירות; העלף מיר באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז דאך זיכער אז עס ווערט א מורא'דיג טומל אויבן אין הימל, דער אייבערשטער אליינס נעמט די תפילות און איז אים מוחל.


דאס זעען מיר אין פרשת ויקרא (ב, א): "וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב", זאגט רש"י, ביי אנדערע קרבנות געפונען מיר נישט עס זאל שטיין "'וְנֶפֶשׁ' כִּי תַקְרִיב", נאר דא ביים קרבן עני, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "מַעֲלֶה אֲנִי עָלָיו כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ"; דאס איז אויך ביי אן ארעמאן בדעת, אן ארעמאן אין רוחניות; ער קומט צום באשעפער מיט זיינע קליינע עבודות, ער זאגט: "רבונו של עולם, איך האב ביטערע שווערע נסיונות, דאך וויל איך זיין גוט", דאס איז חשוב ביים אייבערשטן – כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ.


דער יצר הרע פארגינט אבער נישט, ער זאגט דעם מענטש: 'קיינער דארף דיך נישט, דו שטינקסט, דו מאכסט צער פאר'ן באשעפער, דיין דאווענען שטינקט, דיינע מצוות שטינקען' – דארף מען געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער האט ליב אפילו עס שטינקט. די תורה זאגט (שם, יז): "וְשִׁסַּע אֹתוֹ בִכְנָפָיו, וְהִקְטִיר אֹתוֹ הַכֹּהֵן הַמִּזְבֵּחָה", מען זאל פארברענען דעם קרבן עני מיט די פעדערן; ווער עס האט שוין אמאל געשפירט די שרעקליכע גערוך פון פארברענטע פעדערן, פארברענטע האר – ווייסט אז דער גערוך איז נישט אויסצוהאלטן, ווי קען זיין מען זאל מקטיר זיין דעם קרבן עני, דעם עוף מיט די פעדערן? זאגן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה ג, ה; הובא ברש"י): "כְּדֵי שֶׁיְהֵא הַמִּזְבֵּחַ שָׂבֵעַ וּמְהֻדָּר בְּקָרְבָּנוֹ שֶׁל עָנִי", אז דער מזבח זאל ווערן באשיינט און זאט פונעם קרבן עני; דא זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז א ריכטיגער עני, אן עני בדעת, קומט צום באשעפער מיט א קרבן, ער לייגט תפילין, ער דאווענט, ער לערנט, אפילו די מחשבות פייניגן אים, מען טראכט 'איך שטינק דאך, איך בין דאך אן עקלדיגער מענטש' – דארף מען געדענקען אז ביים אייבערשטן איז דאס נישט קיין שטינק, ביים אייבערשטן ביסטו שיין.


נאך מעריב האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, נאכדעם האבן מיר געמאכט הבדלה. דער עולם איז דערנאך ארויס אין לעבעדיגע טענץ, מען האט אסאך געזינגען ניגונים פון אומאן ראש השנה, אלע האבן געמאכט פון די ניגונים תפילות צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן דעם קומענדיגן יאר ראש השנה שנת תשפ"ג אין אומאן. יעצט איז נישט שייך צו פארן, די גרעניצן זענען פארשלאסן, עס ברענט א מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד.


נאכדעם האב איך אויפגענומען מענטשן, דאס איז פון די עבודות קשות; אויסהערן פראבלעמען און קענען מדריך זיין מיט די עצות און שכל פון רבי'ן.


צו מלוה מלכה זענען געקומען אסאך געסט וואס זענען נישט געווען שבת. דער דיין ר' יונה שליט"א האט גערעדט, ער האט נאכגעזאגט פון דעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע מרימנאוו זכותו יגן עלינו (הובא בספר ילקוט מנחם, הפטרת וירא), עס שטייט (מלכים-ב ד, כג): "מַדּוּעַ אַתְּ הֹלֶכֶת אֵלָיו הַיּוֹם", דער מאן פון שונמית האט איר געפרעגט, פארוואס גייסטו צום צדיק, צו אלישע הנביא? "לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת", היינט איז נישט ראש חודש און נישט שבת, "וַתֹּאמֶר שָׁלוֹם", האט זי געענטפערט: "שָׁלוֹם", וואס האט זי געמיינט צו זאגן מיט דעם "שָׁלוֹם"? נאר די גרעסטע סכנה, די גרעסטע צרה איז ווען א מענטש מאכט שלום מיט זיין מצב, ער זוכט שוין נישט א וועג ארויס פון זיינע תאוות רעות; דאס האט זי געזאגט, דו פרעגסט מיר פארוואס איך פאר צו מיין רבי? וואס איז היינט די יום טוב? "שלום!" איך ציטער וואס גייט זיין מיט מיר.


נאכדעם האב איך איבערגע'חזר'ט די שמועס וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט) אז ווער עס ליגט אין טומאה און ער זוכט א וועג ארויסצוגיין - איז דאס נאר דורך לימוד התורה, אויב וועט א מענטש זיין שטארק צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, כך וכך גמרא – וועט ער ארויסגיין פון די טומאה, פון די זוהמה. אנדערע עצות איז נישטא, א שאד צו גיין צו טערעפיסטן וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי קענען זיי מיר העלפן?! נאר די עצה פונעם רבי'ן, לערנען שיעורים כסדרן – דאס העלפט.


מענטשן לאכן: 'קוק די ברסלב'ער, זיי מאכן א סיום אויף זאגן', מען שפעט פון ברסלב, 'מען נעמט ארויס אן האטעל פאר זאגן גמרא, פאר דאווענען גמרא...'; איך טענה נישט מיט קיינעם, אבער דיר זאג איך, פרעג יענעם: "וואס האסטו געטון די גאנצע ווינטער, האסט געעפנט א ספר?" (נישט דו זאלסט גיין פרעגן מענטשן, טענה זיך אויך נישט; דאס איז נאר א וועג פון ארויסברענגען די זאך, מען זאגט 'פרעג יענעם'), פרעג אים: "וואס טוסטו שבת? וואס טוסטו פרייטאג? ליינסט צייטונגען, פארברענסט דיינע טעג און יארן".


איך האב ארויפגערופן א אינגל וואס האט די וואך בר מצוה געהאט, די בר מצוה איז געווען אין ישיבה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי די בר מצוה זאגן זיין פשעטל, אנשטאט זאגן צוויי ווערטער און מען גייט אריינזינגען, נעמט ער א גמרא און זאגט: "תנא דבי אליהו, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא... הדרן עלך כלל ששה סדרי תלמוד בבלי..." ער האט געמאכט א סיום הש"ס! די משפחה זענען געווארן פארפרוירן, אזוינס האבן זיי נאכנישט געזען, א אינגל, א בר מצוה בחור זאל ענדיגן ש"ס!


קומען די לצים און פרעגן: "האסט טאקע מסיים געווען ש"ס? איך קען דיך פארהערן?" אזוינס האט יעדער ברסלב'ער חסיד, ווי נאר ער דערציילט א סיום פרעגט מען אים: "איך קען דיך פארהערן?" זאגט איינער זייער גוט: "מיר קענסטו נישט פארהערן, איך זאג; דו אבער לערנסט דאך געהעריג, איך קען דיך פארהערן?" בלייבט יענער שטיין מיט די צונג אינדרויסן.


עס איז א וואונדער, ווער עס וועט דיר זאגן "איך האב א שיעור", "איך גיי צו א שיעור", "איך האב א חברותא", קיינעם וועט מען נישט פרעגן: "איך קען דיך פארהערן?" פארוואס פרעגסטו נישט די וואס לערנען צי דו קענסט זיי פארהערן...


אויך האבן מיר גערעדט פון שלום בית, פון רחמנות האבן אויף די ווייב. אז זי רופט: "קום אהיים, העלף מיר, איך פאל פון מיינע כוחות" – זאל מען אהיימגיין, נישט זיך ארויסדרייען. אז די ווייב רופט און בעט: "נעם מיך דארט און דארט", זאל מען נישט זאגן: "איך בין דיין קאר סערוויס דרייווער?!" עס איז א פלא צו זען אינגעלייט וועלכע ווילן נישט אהיים גיין, זיי ווילן נישט ענטפערן דעם טעלעפאן ווען די ווייב רופט; וואלט א חבר געבעטן "טראג מיך", "נעם מיך דארטן", - וואלטן זיי געלאפן, געטראגן, געברענגט – פארוואס די אייגענע ווייב וויל מען נישט נעמען, טראגן און ברענגען...


די אמעריקאנע פאלק רופט דעם פרעזידענט'ס ווייב "די ערשטע פרוי פון די פאראייניגטע שטאטן", די פוירסט לעדי; א איד דארף דאס זאגן אויף זיין ווייב, "דו ביסט די ערשטע און די חשוב'סטע ביי מיר".


די סיום האט געמאכט יענקי לעזער, ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא אין אידיש און אין ענגליש; צוויי שיעורים א טאג.


דער דיין האט געבענטשט, איך האב געזאגט די שבע ברכות, מען האט אויסגעטיילט אפאר הונדערט גמרות מנוקד, קליינע ווייכע גמרות, עס זאל זיין גרינג מיטצונעמען מיט זיך אין ארבעט, אונטערוועגנס. נאכדעם האט מען געטאנצן ביז פארטאגס.


איך בין אהיימגעפארן נעכטן נאכט, מיר זענען אנגעקומען פינף אזייגער, מען האט גערוקט דעם זייגער, מען האט פארלוירן א שעה.


היינט אינדערפרי איז נישט געווען קיין מנין אין ישיבה, איך האב געדאווענט אין ישיבה ביחידות. די הלכה איז, ווער עס האט א מנין קבוע און עס פאסירט אמאל אז עס נישטא קיין מנין – זאל מען בלייבן דאווענען אינעם בית המדרש וואו מען דאווענט.


ביי מנחה איז שוין געווען מנין, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא. איך האב געלערנט מיינע שיעורים און אהיים געגאנגען העלפן מיין ווייב תחי'.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שבת, עס איז געווען הערליך שיין, צענדליגער משפחות זענען פריש מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. די אינגעלייט און בחורים האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם. אויך די פרויען, די מיידלעך, די תלמידות האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם.


בנוגע וכו'; ער איז א קראנקער מענטש, איך דארף שטיין על המשמר נישט צו לאזן ביי אונז אין די קהילה קראנקע מענטשן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דיין ארבעט איז, פון איין זייט זאלסטו מחזק זיין יעדן איינעם, און פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן צו פארטרייבן די דריי כיתות קנעכט וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג)"; איך דאנק דיר פאר'ן מיר איבערגעבן די אינפארמאציע.


דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש. יארן צוריק איז געקומען צו מיר א איד פון יבנאל, דער איד איז געווען זייער א נאנטער מענטש צו מוהרא"ש, ער איז געווען א גרויסער פאנדרעיזער אין יבנאל. ער האט מיר געבעטן ער וויל אריינלייגן זיין זון אין ישיבה, איך האב געטראכט: 'זיכער איז דאס בהסכמת מוהרא"ש, ער האט דאס זיכער דורכגערעדט מיט מוהרא"ש, ער איז דאך א יוצא ונכנס, א משמש', דאך האב איך געפרעגט מוהרא"ש, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז דער איד וויל אריינלייגן זיין זון. מוהרא"ש ווערט ערנסט און זאגט מיר: "נעם אים נישט אריין אין ישיבה, ער איז א קראנקער בחור, ער לויפט נאך אינגלעך און בחורים; איך האב אים פארטריבן פון יבנאל, ער איז א מניוול; אויב דו וועסט אים ארייננעמען אין ישיבה – וועט ער קאליע מאכן אלע בחורים", מוהרא"ש זאגט מיר: "אז דו פארשטייסט בעסער – קענסטו טון אנדערש, אבער איך זאג דיר זאלסט זיך אכטונג געבן פון אים", מער האב איך נישט געדארפט, איך האב יענעם פארטריבן פון ישיבה.


ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מען האט נישט פארדעקט די שמוץ אונטערן קארפעט. אין אנדערע פלעצער, אז מען כאפט א מניוול, אויב דער טאטע איז מקורב למלכות – פארדעקט מען דאס, אסער אויב דער טאטע האט געלט – פארדעקט מען דאס, ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מעגסט זיין דער נאנטסטער מענטש, אז דיין זון איז א סכנה – קען ער נישט זיין צווישן ריינע קינדער, ריינע בחורים.


גלייב מיר, איך קען אסאך פארטראגן און אסאך דערהייבן, אבער דאס וואס דו האסט מיר דערציילט האט מיך אזוי צערודערט, איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די מעשה. איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון. איך האב אים פארטריבן, ער וויינט צו מיר פארוואס דער ראש ישיבה האט נישט קיין רחמנות, גיי זיי אים מסביר אז דאס איז רחמנות, איך האב רחמנות אויף קהילת היכל הקודש.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי הפצה; אפילו דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות, בלויז ווען מען זעט דיר – איז דאס הפצה. מען זעט א אינגערמאן זיך אויפפירן אזוי דרך ארץ'דיג, אזוי איידל, אזוי ערליך, דאס מאכט אז מענטשן זאל קומען צום רבי'ן.


לאז מיר וויסן אויב איז שייך מיר צו מאכן דעם שאנק פאר פסח, מיין ווייב וועט זיך זייער פרייען.


נאכן ענדיגן שרייבן דעם בריוו, אפשרייבן דעם גאנצן שבת, קלער איך אז עס האט זיך געלוינט אז דו ביסט נישט געקומען אויף שבת, אזוי האב איך אפגעשריבן דעם שיינעם שבת, אזוי וועלן נאך מענטשן קענען ארויסנעמען אביסל חיזוק פון די שיינע התחזקות וואס מיר האבן גערעדט; איך צי צוריק... ענדערש וואלסטו יא געדארפט קומען, ווייל דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו איז א ברעקל פונעם שבת, בבחינת יותר ממה שקריתי לפניכם - כתוב כאן.


בעט פאר מיר, איך גיי מארגן צום דאקטער; קען זיין איך וועל דארפן אריבערגיין עפעס, איך וויל נישט שרייבן. בעט פאר מיר, מארגן אינדערפרי איז מיין אפוינטמענט.


יואל בן ריצא רעכיל.

#309 - ארויסגעקראכן פון חובות בזכות נישט צו שמועסן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, שטעטל, פרנסה, חובות, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


האסט מיר זייער דערפריידט ווען דו האסט מיר דערציילט די מעשה ווי אזוי דו ביסט ארויסגעקראכן פון דיינע חובות בזכות די קבלה וואס דו האסט אנגעהויבן דאווענען, דו האסט זיך מקבל געווען נישט צו שמועסן פון אנהויב דאווענען ביזן סוף.


דו דארפסט דאס דערציילן ברבים און פאר אלע דיינע פריינד; אזויפיל מענטשן מוטשען זיך מיט פרנסה, זיי זינקען אין חובות; וואלטן זיי זיך פארגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, פון אנהויב ביזן סוף, זאל זיין וואס זאל זיין - וואלטן זיי אלע געזען ישועות.


דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דאנק אים פאר אלעס, גיי שפאצירן צווישן די גראז און ביימער. דו וואוינסט אין גן עדן, די שטעטל איז א פלאץ פון התבודדות ותפילה; וואויל איז דעם וואס נוצט אויס זיינע טעג מיט תפילה והתבודדות.

#308 - זיין בשלום מיט אלע תלמידי היכל הקודש
תפילה והתבודדות, שמחה, שלום, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ארבעט אויף די איין נקודה, אויף שמחה; זיי פרייליך און זע עס זאל איבער רינען די שמחה. עס איז נישט גענוג צו זיין פרייליך אין הארץ, עס דארף ארויסרינען אויפ'ן פנים, ווער עס זעט דיר - זאל זיין פרייליך.


א פערזענליכע בקשה, האברך ... בעט מיר אויב איך קען דיר בעטן זאלסט אים מוחל זיין, ער זאגט מיר עס גייט אים אין הארצן אז דו רעדסט נישט מיט אים. ער האט חרטה אז ער האט דיר בא'עוולה'עט, ער וויל זיין בשלום מיט אלע תלמידי היכל הקודש. אויב איז דא עפעס וואס איך קען אים זאגן - ביטע זאג מיר, ווייל ער וויל רעדן מיט דיר, ער וויל לעבן בשלום, און זיכער אז איך וויל מיינע קינדער, מיינע תלמידים, חברים - זאלן לעבן בשלום.

#307 - מען דארף אסאך תפילה צו קענען זיין קומענדיגע ראש השנה אין אומאן
תפילה והתבודדות, צדקה, אומאן, טעלעפאן, חסד, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


זע צוצושטעלן פאר משפחת ... פון אומאן אלע באדערפענישן; זיי זענען געבליבן אן גארנישט. זיי זענען ארויס פון אוקריינא איבערלאזנדיג אלעס. זארג פאר זיי, פאר אלעס וואס זיי דארפן, עס זאל זיי גארנישט פעלן.


זאג פאר ... ער זאל נישט געבן דעם בנין פאר די מיליטער, עס לוינט נישט אז די בנין זאל ווערן אריינגעדרייט אין מלחמה.


מיר דארפן רחמי שמים אז מיר זאלן קענען זיין דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ג - ביים רבי'ן אין אומאן; אזוי ווי עס זעט אויס יעצט, ווי עס האלט יעצט - איז נישט שייך צו גיין, מען דארף אסאך תפילה.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט'ן טעלעפאן; יא? ניין? נאר אין גאס? מיט תפילה וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.

#306 - אייבערשטער, דער ציין טוט מיר וויי
קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך זאלסטו אריינלייגן די מעשה פאר די קינדער פון דער איד וואס האט גערעדט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן פאר זיינע ציינער; מוהרא"ש האט געהערט ווי ער בעט און ווייזט דערביי פאר'ן אייבערשטן די צאן וואס טוט אים וויי.


מוהרא"ש פלעגט אלץ רעדן פון די מעשה און אונז זאגן: "אזוי דארף מען רעדן צום אייבערשטן".


מאך א בילד ווי א איד ווייזט מיט'ן פינגער אויף די ציין, ער האלט די קאפ אויף ארויף מיט ווייטאג, און נעבן אים שטייט מוהרא"ש מיט די הענט אויפ'ן אויער און בייגט זיך צו.


דא האסטו די מעשה פאר די קינדער:


"מיין ציין טוט זייער וויי; אייבערשטער העלף מיר, מיין ציין טוט מיר וויי, דא, דער ציין..."


מוהרא"ש איז געווען אמאל ביי מקומות הקדושים מתפלל זיין צום אייבערשטן, נעבן מוהרא"ש איז געשטאנען א איד, א ספרד'ישער איד, ער האט זייער געוויינט. מוהרא"ש הערט ווי ער זאגט: "הייליגער באשעפער מיין ציין טוט מיר זייער וויי, הייליגער באשעפער, איך האב יסורים ביי די ציינער"; ער זאגט: "אייבערשטער דא, דער ציין", מוהרא"ש געבט א קוק, ער זעט ווי דער איד ווייזט פאר'ן אייבערשטן וועלכע ציין עס טוט אים וויי, אזוי ווי מען ווייזט פאר'ן ציין דאקטער וועלכע ציין עס טוט וויי.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט: "מיר האט זייער געפאלן צו זען ווי אזוי דער איד רעדט צום אייבערשטן; ער האט אזא שטארקע אמונה, ער שפירט ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן אים און ער קען ווייזן דעם אייבערשטן וואו עס טוט אים וויי, וואס טוט אים וויי.


מוהרא"ש האט אויסגעלויבט די ספרד'ישע אידן; מוהרא"ש זאגט, די ספרדי'שע אפשטאמיגע אידן האבן זייער א שטארקע אמונה און א שטארקע תמימות; אזוי דארף מען רעדן צום אייבערשטן, מען דארף שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר און אים בעטן אלעס וואס מען דארף.


טייערע קינדער, לאמיר זינגען אינאיינעם: "דער אייבערשטער האט ליב א איד וואס לעבט בתמימות אלע זיינע יארן, און אן תערומות נאר בתמימות נישט אויפגעבן און קיינמאל נישט פארפארן, רבון העולמים, איך וויל אויך זיין א תמים, איך ווייס אז דו האסט ליב א איד וואס לעבט בתמימות אלע זיינע יארן..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#305 - מען דארף פאלגן דעם דאקטער
קינדער, תפילה והתבודדות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דעם דאקטער, דיין רבי האט דיר געזאגט אז אויב דער דאקטער הייסט מאכן זירוז וכו' - דארף מען אים פאלגן, אויב דער דאקטער זאגט אז מען קען ווארטן - זאל מען ענדערש ווארטן.


בדרך כלל ווען דער דאקטער הערט אז מען געבט אים כבוד, דאס הייסט עס ווענדט זיך אין אים, - וועט ער נישט שטופן צו מאכן א זירוז, נאר אויב עס איז טאקע א סכנה. זייער אסאך מאל איז אזוי געווען, דער דאקטער האט געזאגט מען מוז שוין אנהויבן וכו' און נאכן זאגן אז מיין רבי (אין אמעריקא האבן די דאקטורים דרך ארץ פאר א רב) זאגט מען מוז פאלגן דעם דאקטער, און אויב דער דאקטער זאגט מען מוז שוין אנהויבן וכו' - זאל מען אזוי טון, און אויב מען קען נאך ווארטן זאל מען ווארטן – האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דאקטורים זאגן מען קען נאך ווארטן.


דיינע ליפן זאלן א גאנצע צייט בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין אלעס בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#304 - הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט פארלירן מיין אמונה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, אמונה, התחזקות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו א תפילה, זאג די תפילה יעדן טאג און אפאר מאל א טאג; דאס וועט דיך ראטעווען:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט פארלירן מיין אמונה אין דיר, העלף מיר איך זאל גלייבן אז אלעס וואס פאסירט מיט מיר איז פון דיר, און דאס איז פאר מיין טובה, מיר צו ברענגען נענטער צו דיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר מיין ווייב זאל זיין געזונט און שטארק, זי איז זייער שוואך, סיי פיזיש און אויך גייסטיש; איך ווייס נישט וואס האט פאסירט, זי איז געווען אזוי געזונט ביז אהער, און פלוצלונג האט זי צאמגעבראכן, זי איז נישט געזונט, זי קען גארנישט טון; העלף מיר אייבערשטער, העלף מיין ווייב זאל זיין געזונט, העלף מיר איך זאל האבן כח צו קענען האלטן מיין שטוב, און כח איר אויפצובויען".


נאר מיט תפילה וועסטו ארויסגיין פון די זאך, נאר מיט שמחה וועסטו זען א ישועה.

#303 - וואויל איז דעם וואס פרעגט יעדע זאך, אזוי ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, שאלות, ספיקות, אידישע שטוב, מורה דרך, טערעפי, חנופה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


ווען דו ביסט געווען ביי מיר זונטאג מיט דיין ווייב האט זי זיך זייער צואוויינט אז דו זאגסט איר זי זאל נישט קומען צום ראש ישיבה, ווייל זי שטערט וכו'.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איר נאר מחזק זיין צו קומען, צו פרעגן און צו בעטן ברכות, שעם זיך נישט ווען זי זיצט מיט דיר און זי פרעגט אסאך שאלות. פריי זיך אז זי קומט דא, מען וועט איר נאר מחזק זיין צו גיין אויף די תורה וועג. וואס וועסטו טון אז זי וועט זיך שעמען צו קומען, וועט זי זיך טרעפן עפעס אן אלטע מיידל מיט גרויע האר וואס וועט איר זאגן זי זאל אנהויבן צו קוקן אויף זיך, זי זאל דיך אפלאזן, השם ישמרינו.


ווען די רבנים וואלטן געוויסט די סכנה וואס גייט פאר מיט טערעפי, ווי די גוי'אישע וועלט, די גוי'אישע טומאה ווערט געפיטערט פאר די הייליגע אידישע פאלק דורך די טערעפי - וואלטן זיי זיכער געטון פאר דעם עס אפצושטעלן.


ברוך השם ביי דיר איז גוט, דיין ווייב איז אן ערליכע, א צדיקת, איר הארץ איז אפן צום אייבערשטן; לאז איר קומען פרעגן אירע שאלות און ספיקות. קום מיט, זיץ מיט איר און שטארק איר זי זאל אלעס פרעגן; וואויל איז דעם וואס פרעגט יעדע זאך, אזוי ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן.


נאך איין זאך. זאג דיין ווייב אז איך חנפ'ע נישט; דאס ווייסטו אויך גוט, אז וואס איך האלט - זאג איך. איך זאג איר זי איז צניעות'דיג - זאל זי מיר נישט זאגן אז איך זאג נישט דעם אמת, זי איז זייער איידל, און אז זי מאכט זיך די פנים וכו' - איז זי נאכאלץ צניעות'דיג. דאס וואס זי שפירט אז נישט - זאל זי בעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך אליינס ליב האבן, זי זאל ליב האבן איר לעבן. מיט אסאך תפילה טוישט זיך די טראכטן פונעם מענטש, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - טוישט זיך די גאנצע הילוך המחשבה. זי איז א טייערע פרוי, איך ווייס נישט צי דו ווייסט און צי דו ביסט דאס גענוג מחשיב.


זיי איר מחזק זי זאל נישט אונטערברעכן מיט די שטוב ארבעט; זי מיינט אז נאר זי קען זיך נישט אן עצה געבן. איך געדענק ווען מיר האבן געהאלטן דארט ווי דו האלסט, מיר האבן געהאט צוויי קליינע קינדער - פלעגט מיין ווייב אויך וויינען, זי האט געמיינט אז נאר זי קען זיך נישט קיין עצה געבן, אזוי גייט עס ביי אלעמען. באלד ווערן די קינדער גרעסער, באלד וועט זיין נחת, באלד וועסטו זיצן באקוועם מיט דיין ווייב, דיינע קינדער וועלן דיר ברענגען, טראגן, מאכן, טון וכו'.


אוודאי איז אין אנהויב שווער, אבער דאס מאכט נישט מען זאל נישט וועלן חתונה האבן און האבן קינדער. דו ווייסט, עס זענען דא טערעפיסטן וואס זאגן מען זאל נישט מאכן די קליינע לעכל אין די אויער פאר א מיידל בעבי ווייל עס איז צער בעלי חיים, עס איז יסורים, עס איז געפערליך, נעבעך אויף די מענטשן. ביי אונז מאכט מען יא די קליינע לעכל, עס טוט וויי פאר איין סעקונדע און די מיידל טוט מען אן מיט א הערליכע אויעררינגל; גיי פרעג דיין ווייב צי זי וויינט נאך פון דעם, אזוי וועט זי באלד דארפן טראכטן 'אה טאקע אמאל... היינט איז א מחי' קינדער'.


על כל פנים, לאז איר קומען, שעם זיך נישט; עס איז נישט קיין בושה צו פרעגן, עס איז א בושה צו לעבן אליינס אן פרעגן.


גיי שפאצירן יעדן טאג מיט'ן אייבערשטן, הויב אן מיט דאנקען. פאר דו הויבסט אן קרעכצן, וויינען און בעטן - זאלסטו קודם דאנקען, דאס דאנקען וועט דיר עפענען דאס הארץ, עס וועט דיר שטעלן אויף די ריכטיגע שינעס.


דיין ראש ישיבה.


 


 

#302 - איך באוואונדער דיין התנהגות
תפילה והתבודדות, גמרא, יונגע יארן, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


איך באוואונדער דיין התנהגות, דו ביסט א יונגער בחור, דו גייסט יעצט בר מצוה האבן - און דו פירסט זיך אויף אזוי שיין; דיינע מידות זענען עפעס אויסנאם גוט, דיין יראת שמים איז צום באוואונדערן, און דיין התמדה איז נישט פשוט.


איך האב זייער הנאה אז דו קומסט יעדן טאג לערנען דעם שיעור גמרא.


זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות, שמועס זיך אויס דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן; דער אייבערשטער האט ליב ווען מען רעדט מיט אים, ווען מען שמועסט מיט אים און ווען מען בעט אים.


עס זענען דא מלאכים וואס נעמען די ווערטער, די תפילות - און מאכן דערפון הערליכע קרוינען פאר'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יג עמוד ב; זוהר בשלח נח.) עס איז דא א מלאך סנדלפון, א ריזיגער מלאך, פון די ערד ביז'ן הימל, "וקושר כתרים", ער מאכט שיינע קרוינען, "מצלותהון דישראל", פון די תפילות פון אידישע קינדער, די תפילות גייען ארויף ביז'ן אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס רעדט אסאך צום אייבערשטן.

#301 - מען קען נישט קויפן און פארקויפן נאר מיט א גוטע הכשר
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, שטעטל, פרנסה, כשרות, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


געב אכטונג נישט צו פארקויפן זאכן אן א הכשר, לעצטנס האבן אנשי שלומינו אנגעהויבן פארקויפן פערטיגע עסן; עס איז זייער גוט אז מען שטיצט זיך איינער דעם צווייטן, אבער עס דארף האבן אן הכשר, מען קען נישט קויפן און פארקויפן נאר מיט א גוטע הכשר.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים מיט דיר ביז אהער, ער וועט מאכן ניסים מיט ענק ווייטער און ווייטער. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט, ווען א מענטש דערציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אים - מאכט דער אייבערשטער נאך ניסים.


גיי יעדן טאג א שפאציר אין דיין פעלד פאר אפאר מינוט; דאנק דעם אייבערשטן און בעט אים אויף ווייטער.

#300 - מ'דארף אויפפרישן דאס התקרבות צום הייליגן רבי'ן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, התחדשות, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט א שיעור אין רבינ'ס ספרים? דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה דורך זיין ספר, נאך האט דער רבי געזאגט: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען".


טייערער ..., מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; עס וועט דיר אויפשטאפן אלע פארשטאפטע אדערן, וועסט ווערן אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך קובע זיין א צייט פאר התבודדות. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", פון גרויס ביז קליין קען מען נישט זיין אן ערליכער איד נאך דורך התבודדות, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן.


ברודער, איך געדענק דיין התקרבות יארן צוריק, האסט געברענט צום אייבערשטן מיט אזא פרישקייט; באניי זיך, פריש זיך אויף.

#299 - מען דריידט זיך ארויס מיט חכמה
תפילה והתבודדות, רפואה, משפחה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו זאגן פאר עלטערן וואס עס גייט זיין וכו', עס איז נישט גוט פאר עין הרע; מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל נישט פרעגן דעם דאקטער בכלל, אלעס צוליב עין הרע.


אז די עלטערן מוטשען וכו', זיי פרעגן וכו' - זאלט איר זיך מאכן ווי איר ווייסט נישט, ווי איר פרעגט נישט; מען דריידט זיך ארויס מיט חכמה.


געדענקסט אוודאי וואס מוהרא"ש פלעגט מגיב זיין ווען מען האט אים דערציילט אז עס אז דא נייעס וכו'; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעצט האסטו ניין חדשים צו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין אלעס גוט, מען זאל האבן גרינג וכו' וכו'".


דאנק דעם אייבערשטן און בעט אים אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#298 - באשעפער ראטעווע מיך פון המן און עמלק, פונעם יצר הרע און עבירות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חודש אדר, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינט איז דרייסיג טעג פאר דעם הייליגן יום טוב פורים. אונזער רבי דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געזאגט, ווער עס וועט בעטן יעדן טאג - דרייסיג טעג פון פאר דעם יום טוב פורים: "הצילנו", באשעפער ראטעווע מיך, "מקליפת המן ועמלק", פון די טומאה פון המן הרשע און פון עמלק, - וועט זוכה זיין צו זען ביי מגילה ליינען מרדכי הצדיק און אסתר המלכה.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע, היט מיך פון עבירות, באשיץ מיך פון די קליפה און די טומאת המן ועמלק"; מען ווערט א גרויסער צדיק.


איך בעט דאס א גאנץ יאר; עס איז אזוי גוט, אזוי געשמאק - מיט די עצה פון התבודדות ותפלה. מען שפירט די טעם גן עדן נאך אויף די וועלט.


אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!

#297 - ווען דו האסט פארלוירן דיין נאנטער חבר, שטארק דיך מיט אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, לימוד התורה, תכלית, נשמה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט פארלוירן דיין נאנטער חבר, דו ביסט אזוי צעשוידערט, דו קענסט זיך נישט צאמנעמען - זאלסטו חס ושלום נישט פארלירן דיין אמונה.


פרעג נישט קיין קשיות; א איד פרעגט נישט קיין קשיות. מוהרא"ש זאגט, גוים פרעגן אלץ קשיות, אזוי ווי עס שטייט (תהלים עט, י): "לָמָּה" - פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגן גוים; א איד שטארקט זיך באמונה אינעם אייבערשטן.


גרייט זיך אן מיט תורה ותפילה, נאר דאס נעמט מען מיט. קוק מיט דיינע אויגן, וואס האט דיין חבר יעצט? וואס האט ער מיט גענומען מיט זיך? נאר מצוות און גוטע מעשים; זיין תפילין, זיין ציצית, זיין שמירת שבת און חסד.


... בלייב פרייליך און לערן דיינע שיעורים; לערן ח"י פרקים משניות. אויב דו ווילסט עפעס טון גוטס פאר דיין חבר'ס נשמה - זיי מזכיר זיין נאמען ביים לערנען משניות, דאס איז די גרעסטע זאך פאר א נשמה, "משנה" איז די אותיות "נשמה".


דיין ראש ישיבה.

#296 - הייליגער באשעפער, הייל מיך אויס
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דא האט איר א תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך האב נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען. דו טוסט נאר גוטס מיט מיר, איך גלייב און ווייס אז אלעס וואס פאסירט מיט מיר איז נאר פאר מיין גוטס, אפילו עס זעט אויס ווי שלעכטס ווייס איך נאכאלץ איז אלעס איז פאר מיין טובה, פאר מיין אייביגקייט.


אבער הייליגער באשעפער, דו האסט אונז געגעבן די מצוה פון דאווענען און בעטן פון דיר; ווען מיר האבן א פראבלעם ווילסטו מיר זאלן דיך בעטן, דיך מוטשען - אז דו זאלסט אונז אוועק נעמען די פראבלעם; דעריבער בעט איך דיר דערבארעמדיגער טאטע, העלף מיר, הייל מיך אויס, איך וויל זיין געזונט און שטארק, איך וויל נישט דארפן זיין א גאנץ לעבן אויף מעדעצין, איך וויל זיין א געזונטע מיידל, א געזונטע מאמע, א געזונטע ווייב, הייל מיך אויס.


זיסער טאטע, גוטער טאטע, דו ווילסט נאר גוטס פאר מיר, העלף מיר, הייל מיך אינגאנצן אויס בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות רבינו נחמן בן פיגא, רבי נתן בן רבי נפתלי הירץ, בזכות רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותם יגן עלינו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".

#295 - א מענטש ווייסט נישט ווי גוט דער אייבערשטער איז צו אים
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


אייער מאמע האט מיר געשריבן אז איר האט זיך צעבראכן אייער אקסל השם ישמרינו, איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך איר זאלט האבן א שנעלע גאנצע רפואה.


האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זאגט: "גם זו לטובה", דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט פאר אייך. א מענטש ווייסט נישט ווי גוט דער אייבערשטער איז צו אים, וויפיל ניסים דער אייבערשטער טוט מיט אים, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהלים מו, א) אויפ'ן פסוק (תהלים קלו, ד): "לְעֹשֵׂה נִפְלָאוֹת גְּדֹלוֹת לְבַדּוֹ", דער אייבערשטער טוט וואונדערליכע ניסים, "מַהוּ לְבַדּוֹ, הוּא לְבַדּוֹ יוֹדֵעַ מַה שֶׁעוֹשֶׂה לָךְ", נאר דער אייבערשטער ווייסט פון דעם, "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ".


וואויל איז דעם וואס זינגט טאג און נאכט: "שכוח אייבערשטער"; וועט ער זוכה זיין: "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", צו זען שטענדיג נאר חסדים.

#294 - מיט גוטע מידות און אויסהערן די טיטשערס, וועט איר מצליח זיין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, מדות טובות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר הערט זיך צו אלעס וואס מען לערנט.


אז איר וועט זיך ווייטער פירן מיט אייערע גוטע מידות און אויסהערן אייערע טיטשערס - וועט איר זייער שיין מצליח זיין.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שפילן וכו'; שבת שפילט מען נישט מיט שניי, מען קען צוקומען צו חילול שבת.


אויף אייער פראגע וועגן הויזן וכו'; טוט נישט אן קיין הויזן, הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך טראגן קליידער; הויזן איז פריצות פאר מיידלעך.


אויף די פראגע וכו'; טוט אן די קלייד וואס אייער מאמע זאגט אנצוטון.


וואס איר דארפט בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך.

#293 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.