בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - מחנך זיין די קינדער, און ווי אזוי די לערערינס דארפן זיך אויפפירן
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן די זכיה ווייטער ממשיך צו זיין מיט די סקול.


יעצט אין די ספירה טעג קען מען נישט אנצינדן פאר די מיידלעך מוזיק. מען דארף לערנען מיט די מיידלעך הלכות ספירה; אלע הלכות פון די ספירה טעג וואס מיר האלטן פאר אבילות אויף די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט ר' עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; ביים רבי'ן איז דרך ארץ און מידות טובות געווען א יסוד היסודות, מען זאל זיך פארטראגן איינער מיטן צווייטן און מען זאל אכטונג געבן אויף א צווייטנס געפיל. דאס דארף מען אריין לייגן אין די מיידלעך; זיי זאלן וויסן: "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין", אז מען גריסט שיין א צווייטן טוט מען זיך א טובה, אז מען טשעפעט נישט א צווייטן טוט מען פאר זיך אליינס גוטס, און אויב חס ושלום טשעפעט מען יא א צווייטן טוט מען זיך שלעכטס. דאס איז וואס מיר דארפן אריין בראקן אין די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - זיי זאלן מכבד זיין א צווייטן.


אם ירצה ה' קומענדיגן זונטאג גייט זיין א פארטי פאר די מוסדות; בעט איך אייך זייער איר זאלט נעמען אייער קלאס זיי זאלן העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה. נעמט אפאר מיידלעך זיי זאלן ארום רופן די ליסטע איינצוליידענען פרויען צו די פארטי, אויך זאלן די מיידלעך גיין ביי די הייזער מיט ראפעלס. לייגט אריין אין די מיידלעך א שטאלץ אז זיי זאלן זיך נישט שעמען מיט ברסלב; שעמען זאלן זיך אלע וואס גייען צו זייער טויטע רבי וואס קען זיי נישט העלפן, מיר האבן א לעבעדיגער רבי.


איך ווארט איר זאלט מיר רופן רעדן פאר די טיטשערס; איך וויל זיי מחזק זיין מפעם לפעם זיי זאלן וויסן ווי אזוי מחנך צו זיין אונזערע מיידלעך. א טיטשער קען בשום אין אופן נישט האבן א סעלפאון אין די צייט וואס זי דארף זיין אין קלאס, א טיטשער וואס ברענגט איר סעלפאון אין קלאס איז איר קאפ האלבוועגס נישט אין קלאס. איך בין בשום אין אופן נישט מסכים אז די טיטשערס זאלן אריין גיין אין קלאס מיט זייער סעלעפאון; אין אפיס איז דא א טעלעפאן, אויב מען דארף וויכטיג צו קומען צו א טיטשער קען מען איר רופן אין אפיס. איך בעט אייך זייער איר זאלט דאס איבערגעבן פאר די טיטשערס.


איר האט אודאי געהערט אז ר' ... נרו יאיר גייט זיצן אין תפיסה השם ירחם; זעטס אז אלע קינדער אינעם מוסד זאלן מתפלל זיין פאר אים. ער האט זיך אוועק געגעבן פאר מוסדות התורה צו העלפן מען זאל קענען אנגיין, און אונז האט ער זייער שטארק געהאלפן אין אונזערע ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה, חדר און מיידל סקול. דערפאר דארפן מיר מתפלל זיין פאר אים ער זאל נישט אנקומען אין תפיסה.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס אלע טיטשערס זאלן בעטן פאר אים מיט די קינדער: "רבונו של עולם! העלף ארויס אז ר' ... זאל נישט זיצן אין תפיסה, העלף אז די רעגירונג זאל אים אפלאזן; בזכות וואס ער האט געהאלפן ישיבות און תלמוד תורה'ס, און בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".


איר זאלט ווייזן די בריוו פאר אלע טיטשערס, ווייל דאס איז נוגע פאר זיי אלע.

#5 - זיי מתפלל מיט די קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט פון מחנך זיין תינוקות של בית רבן און דו ביסט מחזק די מלמדים זיי זאלן לערנען מיט די קינדער מיט סבלנות און ליבשאפט. די מלמדים שרייבן מיר אז זיי זענען זיך מחי' מיט די דרשות וואס דו געבסט זיי איינמאל א וואך.


האסט אודאי געהערט אז ר' ... נרו יאיר גייט זיצן אין תפיסה - השם ירחם; זע אז אלע קינדער אינעם מוסד זאלן מתפלל זיין פאר אים. ער האט זיך אוועק געגעבן פאר מוסדות התורה צו העלפן מען זאל קענען אנגיין און אונז האט ער זייער שטארק געהאלפן אין אונזערע ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה, חדר און מיידל סקול, דארפן מיר מתפלל זיין פאר אים ער זאל נישט אנקומען אין תפיסה.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס אלע מלמדים זאלן בעטן פאר אים מיט די קינדער: "רבונו של עולם! העלף ארויס אז ר' ... זאל נישט זיצן אין תפיסה. העלף אז דו רעגירונג זאל אים אפלאזן, בזכות וואס ער האט געהאלפן ישיבות און תלמוד תורה'ס, און בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".


זיי ווייטער ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט. זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטלעך און אז זיי זאלן אריין לייגן אין די קינדער שמחה, עס זאל הערשן אין יעדע קלאס א געשמאקע לופט, מען זאל שפירן א שמחה אין די לופט, דורכדעם ווערט דער מח ברייט, דאן קען מען לערנען און דאווענען.


איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט ענדיגן מגיה זיין דעם ספר הקדוש "אשר בנחל"; איך וויל עס יעצט איבער דרוקן מקיים צו זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט מיר זאלן משתדל זיין ווייטער צו דרוקן זיינע ספרים. אויסער דעם האב איך צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביי די לויה אז איך וועל דאס דרוקן און פארשפרייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - קינדער טאנצן און שפרינגען, א תפלה צו האבן געדולד צו זיי
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דעם וואס איר זעט אז איר האט נישט קיין כח צו אייערע קינדער און יעדע צופרי ווערט אן אנגעצויגענע שטימונג ביי אייך אין שטוב ווען די קינדער פאלגן נישט.


וויסן זאלט איר אז יעדע אידישע מאמע מיט קליינע קינדער שפירט וואס איר שפירט און גייט אריבער וואס איר גייט אריבער וכו'; יעדע פרוי מיינט אז זי האט מיט די נערוון וכו', בפרט ווען מען האט א שטוב מיט קליינע קינדער, דעמאלט קען מען אסאך מאל שפירן אז מען גייט ממש אראפ פון זינען ווען די קינדער פאלגן נישט וכו'.


זייער אסאך מאל ווערט א מענטש צעבראכן נאכדעם וואס מען געשריגן אויף די קינדער; מען הייבט אן טראכטן אז מען איז נישט געזונט וכו', מען הייבט אן טראכטן אז מען קען נישט זיין קיין מאמע וכו', אבער דאס איז נישט וואר. ווייל א מענטש איז א מענטש, א מענטש איז נישט קיין מלאך; איר דארפט וויסן אז קינדער זענען קינדער און דער געזונטער נאטור פון קינדער איז צו טאנצן און שפרינגען און נישט פאלגן; געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי. אז מען ווייסט דאס פון פאראויס איז דאס גרינגער צו נעמען.


קינדער מיט עלטערן זענען פונקט דאס פארקערטע; עלטערן האבן ליב ווען עס איז שטיל, רואיג און מסודר, קינדער – פון די אנדערע זייט - ווילן נאר שרייען, טאנצן און שפרינגען. באמת איז נישט געפערליך אז קינדער שפרינגען וכו'; ענדערש זאל דער קויטש כאפן א ריס ווי דער קינד זאל ווערן צעדרוקט, ענדערש זאל דער וואנט כאפן א קראץ ווי איידער דער קינד זאל כאפן קולות א גאנצן טאג.


איינער פון די בחורים וואס פלעגן קומען עסן ביי מיר אויף שבת האט מיר געזאגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט צו עסן שבת ביי מיר צוזעהנדיג ווי מען הרג'עט נישט די קינדער ווען זיי טאנצן אויפן קויטש, ווייל ביי זיי אין שטוב הרג'עט מען די קינדער אויב מען טאנצט אויפן קויטש; עלטערן קענען נישט נעמען ווען די קינדער לויפן און שפרינגען, מען האט מורא אויב די וואנט וועט כאפן א זעץ וכדומה, מען כאפט זיך נישט אז א קויטש קען מען קויפן א נייע, א וואנט קען מען איבער פארבן, אלעס קען מען פארעכטן, אבער קינדער אויב מען שרייט אויף זיי טאג און נאכט ווערן זיי פעלערהאפטיג פאר זייער לעבן.


אבער מיר דארפן געדענקען אז מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט דער וועלט און מיר האבן א גרויסער רבי וואס האט אונז געגעבן וואונדערליכע עצות אויף יעדן פראבלעם; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און מיר זאלן אים בעטן יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אלעס וואס באדערט אים, ווערט דער מענטש צופרידן און רואיג.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן שטארקע נערוון צו די קינדער, און איר זאלט זוכה זיין זיי מגדל צו זיין און זען נחת פון זיי.


איך שרייב אייך א קורצע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


"רבונו של עולם, העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן מיר פאלגן גלייך ווען איך בעט זיי, מיינע קינדער זאלן הערן ווען איך רעד צו זיי און זיי זאלן זיך נישט שפארן מיט מיר. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו מיינע קינדער, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען מיינע קינדער פאלגן נישט גלייך ווען איך זאג זיי עפעס צו טון, איך זאל געדענקען אז: "קינדער זענען קינדער"; איך זאל זיי ליב האבן און איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.


איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגער באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, און מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך.


רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט; מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג און אויב איר האט צייט - אפאר מאל א טאג, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.


איך ווארט צו הערן אז עס איז אייך בעסער געווארן.

#3 - חיזוק און הדרכה פאר די מיידלעך פון בית פיגא
תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע תלמידות פון בית פיגא תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


וויסן זאלט איר אז דער עיקר פון א מענטש איז זיינע מידות; אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה - לייג אים אין גיהנום. דעריבער בעט איך אייך זייער אלע תלמידות פון בית פיגא, איר זאלט זיך אויפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ; מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן יעדער איינער פון אייך א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די צייט.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן: איר זאלט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע מיידלעך, ווייל אז מען האט גוטע חבר'טעס איז דאס לעבן א גוט לעבן, אבער אויב חס ושלום מען חבר'ט זיך מיט נישט גוטע חבר'טעס וועט דאס אייך שטערן אייער לעבן.


מוהרא"ש זאגט: "וואס איז די סימן ווי אזוי מען קען וויסן ווער עס איז א גוטער חבר וכו'? אז מען קוקט וואס יענער רעדט"; אויב מען זעט א מיידל רעדן איידעלע זאכן איז זי א גוטע חבר'טע, אבער אויב זי רעדט נארישקייטן, זי רעדט זאכן וואס זענען נישט איידל, איז א סימן אז זי איז נישט ערליך, אפילו זי זעט אויס פון אינדרויסן וואויל. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז דאס א סימן אז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן"; דעריבער זאלט איר אוועק שטיין פון חבר'טעס וואס רעדן פון נישט איידעלע זאכן.


יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען מען האט רחמנא לצלן א צרה, עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף, ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן. דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס פארציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וועט איר האבן א גוט לעבן; איך האב געעפענט די סקול מיט גרויס פלאג און מיה, נאר אז מיר זאלן האבן ערליכע תלמידות, מיידלעך וואס לעבן מיט יראת שמים און גייען אנגעטון בצניעות. יעדן צופרי בין איך מתפלל פאר אלע קינדער - סיי פון חדר און סיי פון סקול - אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע שטובער. איך פארגיס אסאך טרערן אויף יעדן פון אייך באזונדער.


איך האף אז איר וועט אויסהערן וואס אייערע טיטשערס לערנען מיט אייך און איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א גוטן טאג.

#2 - אביסל תהלים איז אויך גוט
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ר' נתן פלעגט זאגן אז פון ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; האט ער זייער מצליח געווען.


זייער אסאך מאל האלט זיך דער מענטש צוריק פון טון גוטע זאכן ווייל ער מיינט אז ווייניג איז גארנישט ווערד. און וויבאלד ער קען נישט טון קיין סאך טוט ער גארנישט. אבער אז מען ווייסט אז "מְעַט גַם כֵּן טוֹב" פרובירט מען אריין צו כאפן וואס מען קען; דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זאגן תהלים, אפילו דו קענסט נישט זאגן דעם גאנצן 'יום תהלים'. און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו נישט טראכטן אז דו דארפסט עס ענדיגן. קיינער הייסט דיר נישט ענדיגן תהלים, נאר זאג תהלים - איין קאפיטל נאכן צווייטן און בעט דעם אייבערשטן נאך יעדע קאפיטל פאר דיר און פאר אלע אידן.


דער רבי האט דערציילט אז אמאל זענען געווען צוויי קינדער - זייער נאנטע חברים, זיי זענען געווען אזוי צוגעבינדן איינער צום צווייטן אז זיי האבן פשוט נישט געקענט זיין איינער אן דעם צווייטן. איינמאל איז איינער פון די צוויי חברים זייער קראנק געווארן לא עלינו, זיין חבר איז געווארן זייער צעבראכן דערפון, האט ער געפרעגט דעם חבר: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה?" האט אים זיין חבר געזאגט: "זאג תהילים פאר מיר"; האט ער גענומען א תהלים און אנגעפאנגען זאגן מיט תמימות תהלים. נאך יעדע פאר קאפיטלעך תהלים וואס ער האט געזאגט איז ער געקומען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך זייער שוואך", איז ער ארויס געגאנגען און ווידער גענומען דעם תהלים און געזאגט נאך אפאר קאפיטלעך מיט בכיות און געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין חבר", נאכדעם איז ער ווייטער געגאנגען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך אלץ זייער שוואך"; אזוי האט ער געבעטן און געבעטן און געזאגט תהלים, און נאך יעדע פאר קאפיטלעך איז ער נאכאמאל געקומען פרעגן זיין חבר, ביז דער חבר איז אויסגעהיילט געווארן.


דער רבי האט פארציילט דער מעשה אריין צו ברענגען אין אונז וואס הייסט זאגן תהילים מיט תמימות און פשיטות, אז גלייך ווען מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים זאל מען פרעגן דעם חולה צי ער איז שוין אויסגעהיילט. און אויב זאגט ער אז נישט, זאל מען נאכאמאל נעמען דעם תהלים און זאגן נאך קאפיטלעך - אן קיין חכמות, נאר מיט אמונה אז בזכות די קאפיטלעך תהלים וועט דער חולה האבן א רפואה שלימה.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אויפנייען שיינע מחיצות פאר די חתונה זאל, ווייל ווען מען מאכט קלענערע שמחות פעלט נישט אויס מען זאל נוצן די שול און מען קען צעטיילן די זאל פאר מענער און פרויען.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א בריוו.

#1 - צניעות איז די שיינקייט פון א אידישע טאכטער
תפילה והתבודדות, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז איר געבט אכטונג אויף צניעות, די שיינקייט פון א אידישע טאכטער איז "באשיידענקייט" אזוי ווי עס שטייט (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַת מֶלֶךְ פְּנִימָה".


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן און ער בעט אים אלע זיינע בקשות, העלפט אים דער אייבערשטער און מען זעט גרויסע ישועות.