בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - נישט צופאלן פון בלבולים ווען מ'טוט אין הפצה
הפצה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר די הכנסת אורחים וואס איר האט געטון מיט אונז; מיר האבן זייער הנאה געהאט צו זיין ביי אייך, בפרט מיין ווייב האט זייער הנאה געהאט צו זיין ביי אייך, און אויך אין אומאן.


עס שפירט זיך ביי אייך אין שטוב א ריינע און פרייליכע לופט, זיסע קינדער מיט א רואיגע מאמע און א טייערע טאטע; בלייבט איבער נאר אייך צו ווינטשן די ברכה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ה:): "אִילָן אִילָן בַּמֶּה אֲבָרֶכְךָ, אִם אוֹמַר, שֶׁיִּהְיוּ פֵירוֹתֶיךָ מְתוּקִים, הֲרֵי פֵירוֹתֶיךָ מְתוּקִים; שֶׁיְּהֵא צִלְּךָ נָאֶה, הֲרֵי צִלְּךָ נָאֶה; שֶׁתְּהֵא אַמַּת הַמַּיִם עוֹבֶרֶת תַּחְתֶּיךָ, הֲרֵי אַמַּת הַמַּיִם עוֹבֶרֶת תַּחְתֶּיךָ, אֶלָּא יְהִי רָצוֹן, שֶׁכָּל נְטִיעוֹת שֶׁנּוֹטְעִין מִמְּךָ יִהְיוּ כְּמוֹתְךָ", יהי רצון אז אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און אויך טון פאר נשמות ישראל - זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


יעצט ווען מיר שטייען אין די הייליגע חנוכה טעג דארף מען זיך אפלערנען פון די הייליגע חשמונאים ווי זיי האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל אנטקעגן די יוונים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ב, ד) אז די יוונים האבן גוזר געווען "כִּתְבוּ לָכֶם עַל קֶרֶן הַשּׁוֹר, שֶּׁאֵין לָכֶם חֵלֶק בֶּאֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל", מען זאל אויפשרייבן אויפן הארן פונעם קו ווערטער אנטקעגן די אמונה, און ווען די חשמונאים האבן מנצח געווען די יוונים האבן זיי מתקן געווען אז נישט נאר מען זאל מזכיר זיין שטענדיג דעם שם שמים, נאר אפילו אויף אלע שטרות זאל מען אנהייבן מיטן אייבערשטנס נאמען (ראש השנה יח:); דאס איז וואס מיר פירן זיך אז יעדע מאל ווען מען הייבט אן שרייבן הייבט מען אן דעם בלאט מיטן אייבערשטנס נאמען: 'ב"ה', 'בס"ד', 'בעזהשי"ת', 'לה"ו'; כדי אריין צו פרעגלען אז עס איז נישט דא קיין שום טבע מקרה מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער.


שטארקט אייך ווייטער און זייט ממשיך צו פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער; דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן מקרב זיין נשמות ישראל צום אייבערשטן, דאס דארף זיין אונזער זאך דורכאויס דעם גאנצן לעבן, נאר מודיע זיין פאר נאך א איד אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים.


ווען מען איז מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן דארף מען דאס טון לשם השם נישט דוקא צו ברענגען מענטשן צו מיין דעה און צו מיין שיטה; דער רבי האט בפירוש געזאגט "וואס גייט מיר אן אז א איד וועט בענטשן אן ערליכע ברכת המזון אן וויסן אז עס קומט פון מיר", דער עיקר איז אז עס זאל זיין 'יתגדל ויתקדש שמיה רבה", דעם אייבערשטנס נאמען זאל ווערן געהייליג אויף די וועלט; ווען מען האט אינזין נאר דאס דעמאלט האט מען הצלחה אין די ארבעט.


דאס וואס איר שרייבט מיר פון אייערע בלבולים וכו', איר שרייבט אז איך וועל נישט פארשטיין וואס דריידט זיך אין אייער קאפ וכו'; איך ווייס גאנץ גוט וואס איר גייט אריבער און איר זענט נישט דער איינציגסטער מענטש וואס האט בלבולים. איר דארפט פארשטיין אז יעדער איינער וואס טוט פאר אידישע קינדער אן קיין אייגענע אינטערסע האט די סארט קאפ דרייענישן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ"; ווי מער א מענטש איז עוסק אין הפצה, פארשפרייטן די ריינע אמונה פאר די וועלט אלץ מער גייט איבער אויף דעם מענטש, מען שפירט ווי מען טוט נישט די ריכטיגע זאך און מען איז פול מיט ספיקות צי מען טוט ריכטיג וכו'.


דעריבער בעט איך אייך איר זאלט נישט האבן קיין חלישות הדעת מיט בלבולים; איר דארפט זיך פרייען אז איר האט די זכיה צו פארשפרייטן אמונה פאר טויזנטער אידן. אז מען איז זוכה אריין צו ברענגען אפילו נאר אין איין מענטש אפילו נאר איין הרהור תשובה איז שוין אלעס כדאי, דער זכות בלייבט לנצח נצחים.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אהיים לויפן צינדן די הייליגע מנורה.


א ליכטיגן חנוכה.

#1 - נישט צוטון מאכן פון די בלבולים
הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, רענט, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער... נרו יאיר.


יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האב דיר שוין געזאגט און איך שרייב דיר עס נאכאמאל: איך האלט און איין הערן פון אינגעלייט און בחורים אז זייער גאנצע לעבן נעמען פון זיין שבת ביי דיר און בית המדרש; אגאנצע וואך ווארטן זיי נאר צו קומען שבת שעפן חיות ביי דיר אין בית המדרש.


אוודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיר מחליש דעת זיין מיט אלע סארט בלבולים, דעריבער דארפסטו וויסן אז אזוי דארף דאס גיין; ווער עס איז מחזק אידישע קינדער דריידט זיך אים דער קאפ מיט אלע סארט מחשבות. ער טראכט שטענדיג צו זיך: 'מען דארף מיך יא אדער מען דארף מיך נישט?' וכו' וכו', די עצה פאר דעם – זאגט דער הייליגער רבי – איז זיך נישט צוטון מאכן דערפון נאר ווייטער אנגיין אין עבודת ה' מיט די בלבולים (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב).


דיינע ווערטער זאלן נאר באשטיין פון התחזקות אויפן "סדר דרך הלימוד", אויף "התבודדות" און אינעם ענין פון "שלום בית", דורכדעם וועסטו האבן גרויס הצלחה.


דער עראפלאן שאקלט זיך זייער שטארק, דעריבער איז מיין שריפט נישט אזוי מסודר און איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן ווען איך קום אהיים בשלום.


איך וועל דיר מזכיר זיין ביים רבינ'ס ציון.


...