בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6282 - אן אפקומעניש צו האבן צוטון מיט בעלי מרה שחורה
חסד, שיעורים כסדרן, יאוש, תפיסה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס נאכן ליל שישי שיעור האב איך זיך אוועק געדרייט די פנים און איך בין נישט צוגעגאנגען צו דיר וכו'; איך וועל דיר זאגן פארוואס, איך האב זיך דערשראקן פון דיין עצבות און מרה שחורה, איך קען דאס נישט סובל זיין; מיר איז ממש אן אפקומעניש צו האבן מיט בעלי מרה שחורה.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן אזויפיל הערן דעם הייליגן רבינ'ס קול ווי דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן קנג; ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש" - זאלסטו נאכאלץ ליגן אין אזא עצבות, און זיין אזוי מרה שחורה'דיג?! בייג צו דיינע אויערן צום געשריי פון רבי'ן, רבי נתן זאגט (שם): "דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן מעומק הלב 'גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען'", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסקריכן, און אין יעדע פראבלעם איז דא הרחבה. אזוי ווי דער רבי איז מגלה א סוד ווי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר, הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


נעכטן בין איך געווען באזוכן א איד אין תפיסה, איך האב געטראכט פון דיר, ווי דו ביסט א פרייער מענטש; דו גייסט, דו קומסט, דו לעבסט, און נאכאלץ ביסטו נישט פרייליך, און אין תפיסה, דער איד וועם איך האב באזוכט - האט נאר געשמייכלט און נאר גערעדט דיבורי אמונה, נאר גערעדט פונעם אייבערשטן.


א שאד דו גייסט נישט אין תפיסה, וועסט צוויי מאל פארדינען; איינס דו וועסט מחי' זיין א איד, די גרעסטע זאך צו וואס מען קען צוקומען איז צו מחי' זיין א איד, מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "עס לוינט א נשמה זאל אראפקומען און ליידן זיבעציג יאר, אבי צו קענען א טובה טון א איד", אז מען קומט באזוכן די ארעסטאנטן געבט מען זיי פשוט לעבן, מען איז זיי אזוי מחי'; נאכמער וועט דאס דיר העלפן - זאלסט ארויסגיין פון די עצבות און מרה שחורה, אנהויבן זיין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר און נישט קוקן אויף אלעס שווארץ.


וואס פעלט דיר אין לעבן? אלס בחור האסטו געוויינט ווילסט א שידוך, געלויבט דעם אייבערשטן האסט חתונה געהאט, האסט א טייערע ווייב, יעצט זארגסטו וואס גייט זיין אין צוואנציג יאר ארום ווען דיינע קינדער גייען זיין מאדערנע קינדער... זאג מיר, דו האסט נישט וואס צו טון? דו זארגסט פאר צוואנציג יאר ארום, ביז אהין פעלט דיר גארנישט, איז וואו איז דיין שמייכל? דו ביסט געזונט, דיין ווייב איז געזונט - וואס נאך ווילסטו?!


איך מיין דו דארפסט צוריק אנהויבן לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אכצן פרקים משניות, אנהויבן צוריק בלעטערן די גמרא; אנשטאט זיצן אויפן טעבלעט און קוקן און קוקן, און גארנישט באקומען, נאר עצבות ומרה שחורה.


ברודער, באנוץ זיך מיט די עצות פון רבי'ן, לאז אפ די מאוויס, קליפס; בלעטער די תהלים, בלעטער די ליקוטי מוהר"ן - וועסטו ארויסגיין פון דיין עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6281 - דיין ניגון פון יארן צוריק, איז מחי' אידן ביז היינט
תפיסה, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ידידי היקר ... נרו יאיר, יבנאל


ערשטנס א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, אלע איינס ביי איינס זענען אזוי ליכטיג און טייער, אפגערעדט פון דיין זון ... נרו יאיר, ער פירט זיך מיט יראת שמים און לערנט פלייסיג; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נאר נחת פון אלעמען.


וואס מאכט מיך שרייבן דעם בריוו? נעכטן בין איך געגאנגען באזוכן אין תפיסה א טייערער איד וואס זיצט שוין עטליכע יאר, דערציילט ער מיר ווי ער האט אין תפיסה א ליקוטי מוהר"ן, און ער האט נישט געקענט מחליט זיין אויב ער זאל יא לערנען דעם ספר אדער נישט, ער איז ארום געגאנגען מיט די מחשבות א שטיק צייט, ביז איין טאג האט ער ארויפגעלייגט ניגונים אויף זיין עמ-פי-טרי (אין תפיסה איז דא א קיאסק, ווער עס פירט זיך אויף שיין קען באקומען רשות צו גיין מפעם לפעם אראפנעמען פונעם קאמפיוטער ניגונים), און ער דערזעט זיך מיט א ניגון פון דיר, דער ניגון: "גיי מיר לערנען ליקוטי מוהר"ן", ער האט דאס אויסגעהערט און געווארן צוגעקלעבט צו דעם ניגון און צו דיינע אלע ניגונים, ער האט דאס גענומען פאר א רמז פון הימל צו לערנען ליקוטי מוהר"ן און ער איז זיך זייער מחי' מיטן רבינ'ס ספרים, דאס געבט אים כח זיך צו דערהאלטן.


האסט יארן צוריק געזינגען און ארויסגעגעבן די שיינע קאסעטעס, און עד היום זענען זיך אידן אזוי מחי', ביז אין תפיסה זענען זיך מענטשן מחי' מיט דעם; דאס דארף דיר געבן א שטופ זאלסט ווייטער ארויסגעבן פון דיינע אוצרות, מחי' זיין כלל ישראל מיט ניגונים פון אמונה, בטחון, תקוה, שמחה וכו' וכו'.


נא להזכרינו על הציון ביבנאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6280 - יעדער איינער האט זיינע בלבולים מיט חלישות הדעת
התחזקות, חלישות הדעת, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר זייער וויי אז דו בויעסט אויף פאלשע בנינים, אז איך וויל דיך מרחק זיין און איך וויל דיך אוועק שטופן פון די קהילה, אין די צייט וואס איך האב דיך זייער ליב און איך האב הכרת הטוב צו דיר.


איך זע עס איז ממש וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי יודל, ווען ער האט געהאט די סארט חלישות הדעת אז דער רבי איז אויף אים ברוגז, דער רבי וויל אים פארטרייבן. רבי יודל האט נישט געוואוסט אז די מחשבות (קאמפלעקסן) גייען אריבער אויף יעדן איינעם, און דאס איז מצד היצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק. ער האט מורא געהאט זיך צו באווייזן צום רבי'ן, ווייל אפשר וועט אים דער רבי פארטרייבן, אפשר וועט דער רבי שרייען אויף אים וכו' וכו', און נאך אפאר טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות און די חלישות הדעת וואס רבי יודל גייט אריבער, און ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר ווערט פון 'שקר' 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


שוין אפאר חדשים וואס דו פייניגסט זיך אז איך וויל דיך פארטרייבן וכו' וכו', עס איז שקר, דער יצר הרע וויל דיך צעקלאפן, ער וויל דיך אוועק נעמען פון רבי'ן, מאכט ער א פירוד לבבות צווישן אונז.


איך וועל דיר נישט דערציילן וואס אויף מיר איז אריבער בחיים חיותו פון מוהרא"ש, ווי מענטשן האבן מיך געפייניגט; איך רעד פון מענטשן אין היכל הקודש וואס האבן זיך געדרייט ביי מוהרא"ש, האבן געזוכט צו מאכן א פירוד צווישן מיר און מוהרא"ש, מען האט מיר געזאגט אז מוהרא"ש גייט מיך פארטרייבן, מען האט מיר געזאגט אז מוהרא"ש איז ברוגז אויף מיר וכו' וכו', וואס האב איך געטון? איך האב זיך נישט באהאלטן, איך בין געקומען צו מוהרא"ש און געזען אז אלעס איז שקר, און עס איז געווארן א קשר של קיימא.


יעדער איינער האט זיינע בלבולים מיט חלישות הדעת אפצולאזן דעם רבי'ן, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, און אפילו דער רבי אליין איז מרחק - זאל מען בלייבן שטארק ביים רבי'ן, אזוי ווי עס שטייט (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", אפילו דער צדיק אליין קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן קה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6279 - זיך אליין צונאר לייגן, אבי נישט וויי טון א צווייטן
כיבוד אב ואם, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; דיין טאטע איז א איד א צדיק, ער וויל נישט פארשעמען די מיידל, דעריבער שפילט ער א שיינעם שפיל; ער זאגט אז ער וויל נישט די מיידל זאל אריינפאלן מיט זיין זון וכו' וואס איז אין היכל הקודש וכו', ווען באמת האט ער איין כוונה, ער וויל נישט פארשעמען א מיידל א יתומה.


דיין טאטע שליט"א האט מיר געזאגט, יעדע מאל מען טראגט אים אן א שידוך און אז עס קומט אן נישט גוטע אינפארמאציע, דארף ער אזוי ארום דרייען מיט מעשיות נישט צו פארשעמען די אנדערע זייט; ער איז גרייט זיך אליין צונאר לייגן, אבי נישט וויי טון א צווייטן.


לערן זיך אפ פון די גאלדענע מידות פון דיין טאטע, גיי אין זיינע וועגן; געב זיך אכטונג קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6278 - ווי לאנג מעג א שייטל זיין?
תפילות אויף אידיש, צניעות, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לאנדאן


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, ווי לאנג א שייטל מעג זיין; מוהרא"ש האט שטענדיג געוויזן מיט די האנט אויפן אקסל. מוהרא"ש האט געלערנט די תלמידות פון בית פיגא אין יבנאל נישט צו גיין מיט א שייטל לענגער ווי די אקסל.


מען דארף אויך געדענקען אז מיט תפילה קען מען אנקומען ליב צו האבן צניעות; אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך ליב האבן צו זיין א איד? איך וויל ליב האבן וואס דו האסט ליב, איך וויל פיינט האבן וואס דו האסט פיינט, איך וויל זיך פארעקלען פון וואס דו זאגסט עס איז עקלדיג".


מיט תפילה קען מען אנקומען צו וועלן זיין איידל, שיין און רייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6277 - איבערגעבעטן דעם וואס האט מיר זייער וויי געטון
מחלוקת, שלום, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן איז א תענית. אינדערפרי זאגן מיר סליחות, מיר פאסטן (די בחורים און די מענער), און מיר בעטן דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף כלל ישראל, אונז אויסלייזן פון גלות; אינאיינעם מיט משיח גיין קיין ארץ ישראל.


מיר דארפן תשובה טון אויף שנאת חינם, זוכן ווי מיר קענען שלום מאכן איינער מיטן צווייטן, קיינמאל נישט האבן מיט מחלוקת, און אודאי נישט מיט מחלוקת לשם שמים; דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם.


דעם פארגאנגענעם ערב שבת האב איך איבערגעבעטן איינעם וואס יענער האט מיר זייער וויי געטון, איך האב אפילו געוויינט ווען יענער האט מיך געטשעפעט און וויי געטון; דאך האב איך זיך מתבודד געווען און געטראכט 'יענער האלט אז איך האב אים וויי געטון און איך האלט אז יענער האט מיך וויי געטון, איז ווי קען מען זיך איבערבעטן?' איך האב געבעטן דעם אייבערשטן, זיך געשטארקט און יענעם איבערגעבעטן, און עס איז געווארן שלום ושלוה.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך ווייס דו האסט אויך אזעלכע מעשיות, דו ביסט פארשעמט געווארן און דו ווארסט יענער זאל דיך איבערבעטן; פארשטיי אז יענער האט אויך טענות, סברות און ראיות אז דו האסט אים וויי געטון, זיי זיך מתבודד און בעט איבער די וואס האבן דיך וויי געטון, אבי עס זאל זיין שלום.


התבודדות קלארט אויס די מעשה, אָן התבודדות קען מען זיך גוט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6276 - לערנען משניות לעילוי נשמת די רעבעצין פון מוהרא"ש
הכרת הטוב, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון די רעבעצין פון מוהרא"ש, יחנה שפרה בת אשר ישעיה עליה השלום. איך האב הכרת הטוב פאר איר, זי האט מיך זייער מחזק געווען אלע יארן, און ווען די מדברים זענען געקומען רעדן צו מוהרא"ש לשון הרע אויף מיר - פלעגט זי זיי שטיל מאכן און נישט לאזן רעדן.


ווען איך בין געווען מנחם אבל זיין נאך די פטירה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זי מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "איך בעט דיר זאלסט ווייטער צאמהאלטן די אינגעלייט און די בחורים, אויב נישט וועט מיין מאן דיר האקן אין קאפ"; זי האט מיך שטענדיג מחזק געווען.


ווען דו לערנסט משניות זאלסטו לערנען לעילוי נשמתה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6275 - א באזוך אין תפיסה
חסד, תפיסה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מעכי נרו יאיר האט מיך מזכה געווען היינט צו גיין באזוכן אין תפיסה טייערע אידן. ווען איך בין דארט געזיצן און געזען וואס מען טוט פאר די ארעסטאנטן האב איך נאר געטראכט פון דיר, וואלסטו נאר געגאנגען באזוכן די טייערע אידן וואס זענען פארשפארט פאר אזוי לאנג - וואלסטו ווייניגער געקרעכצט, וואלסט געווען דאנקבאר פאר יעדע זאך, וואלסט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז דו קענסט גיין, קענסט קומען, ביסט א מענטש.


לערן יעדן טאג גמרא, הלואי וואלסטו געלערנט א בלאט גמרא, וואלסטו זיך איינגעשפאָרט אזויפיל פראבלעמען. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ז) מען האט געזאגט פארן קעניג אז ער דארף נישט מורא האבן פון די אלע מענטשן וואס ווילן אים הרג'ענען: "כל זמן דער דף באשיצט דיך, דארפסטו קיין מורא נישט האבן"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6274 - דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?
תשובה, לימוד התורה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז נאך דא א תיקון פאר דיר פארן פוגם זיין בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; זאגן יעדן טאג אפאר פרקים משניות. רבי נתן דערציילט, ער האט געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6273 - מען קען ליידן ביטערע צרות פארן מצער זיין עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייער טייערער מאן, ער איז א גוטער מענטש מיט גוטע מידות און יראת שמים, נישט יעדער איז זוכה צו דעם, זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אויך אייערע עלטערן זענען זייער זייער וואוילע מענטשן, רעדט צו זיי איידל מיט דרך ארץ, ווערט נישט נאכגעשלעפט נאך אייער ברודער וואס רעדט מיט חוצפה, איך ציטער צו טראכטן וואס וועט פאסירן מיט אים, וואס וועלן זיינע קינדער טון מיט אים פאר די שפיכות דמים וואס ער טוט צו ענקער טאטע.


אייך בעט איך, איר זאלט חס ושלום נישט וויי טון אייערע עלטערן, אזוי וועלן אייערע קינדער אייך נישט וויי טון, ווייל ווי אזוי מען פירט זיך צו די עלטערן – אזוי וועט מען האבן ביי די אייגענע קינדער.


גייט צו אייערע עלטערן אויף שבתים און ימים טובים ווען עס איז דא דארט דרך ארץ, אויב עס קומען צו די סעודות געשוויסטער וואס שפעטן און לאכן אינעם פנים פונעם טאטן – זאלט איר נישט דארט זיין, ווייל עס איז א סכנה פאר אייך און פאר אייערע דורות; איין לאך פון א ווערטל אויפן טאטן און מאמען איז סכנת נפשות.


נעמט אן די בריוו, ליינט עס מיט א ניגון פון רחמנות. עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען קען ליינען א בריוו, אדער רחמנות'דיג, אדער נישט ריכטיג; איך וויל נאר אייער גוטס, איך וויל נאר איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, און אז איר האט רחמנות אויף אייער ברודער, זאלט איר אים זאגן אין מיין נאמען ער זאל תשובה טון און אנהויבן מכבד זיין ענקער טאטע און מאמע, ווייל די וועלט איז נישט הפקר, מען קען ליידן ביטערע צרות פארן מצער זיין עלטערן.


דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", ווער עס איז מכבד די עלטערן איז דאס אזוי ווי מען איך מיך מכבד.

#6272 - לאז נישט אפ די הייליגע מצוה פון גיין נאך געלט
צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... שליט"א, קרית ברסלב


עס איז דא א משפחה ביי אונז אין שטעטל, משפחת ... וואס האבן נישט קיין עירקאנדישן, זיי זיצן אין די שרעקליכע היצן שוין אפאר זומערס; זאלסטו צאמנעמען פון נדיבי לב און זיי העלפן.


טייערער ליבער ..., לאז נישט אפ די הייליגע מצוה פון גיין נאך געלט פאר משפחות וואס קענען און דארפן צוקומען צו דעם, אלע צדיקים האבן זיך מוסר נפש געווען אין די מצוה פון גיין נאך געלט, אלע דיינע זיידעס זענען געגאנגען אין שולן, אין שטיבער, ביי שמחות וכדומה – פאר משפחות נצרכים, און מיט דעם ממתיק געווען דינים, מבטל געווען שווערע גזירות; זאלסטו נישט אפלאזן די מצוה.


אויך זאלסטו יעדן טאג רעדן מיט אנשי שלומינו, עס איז דא צווישן זיי גרויסע צדיקים; וועסטו זיך קענען דערהאלטן אין אלע מצבים, וועסט נאר זיין פרייליך.

#6271 - אז מען העלפט די מוסד, איז מען א געהאלפענער
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


וואס מען טוט פארן אייבערשטן, בפרט אז מען העלפט מוסדות וואס לערנען מיט תינוקות של בית רבן – תורה ויראת שמים, אז מען העלפט די מוסד – איז מען א געהאלפענער, מען שפארט זיך איין אזויפיל צער און עגמת נפש. אנשטאט אריבערגיין אין שטוב שוויץ און מי – קען מען שוויצן ביים העלפן די מוסד, אזוי דארף מען נישט אריבערגיין פריוואט.


זייט מחזק די מיידלעך וואס העלפן אין קאך און שוויצן וכו'; מען שפארט זיך איין אסאך – מיט די ארבעט.


א גרוס פון אייער זון הבחור ..., איך בין אים זייער מקרב, איך געב אים יעדן טאג א שמייכל מיט א גוט ווארט, איך האב אים ליב.

#6270 - ביים קאכן און באקן לכבוד שבת, איז א גרויסע עת רצון
שבת קודש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אייער איבערגעגעבנקייט פאר אונזער מוסד, מיר ווייסן וויפיל מי און פלאג, טעג און נעכט – איר לייגט אריין; אייער גאנצע כח לייגט איר אריין פאר די מוסד, אלעס זאל זיך פירן גוט און געזעצליך וכו'.


בזכות די מסירות נפש זאלט איר זוכה זיין צו ברכות וישועות און אלעס וואס ענק דארפן, און נחת פון די קינדער און אלע אייערע דורות.


ביים קאכן און באקן לכבוד שבת – איז א גרויסע עת רצון, מען קען דעמאלט בעטן און אויס'פועל'ן; מען זאגט "לכבוד שבת קודש" און מען בעט: "הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך גרייט אן די פיינע עסן לכבוד שבת - זאלסטו מיר העלפן מיט..."

#6269 - כעס איז נישט שטרענג און שטרענג איז נישט כעס
שמחה, חינוך הילדים, לימוד התורה, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


כעס איז נישט שטרענג און שטרענג איז נישט כעס; זיין שטרענג צו די קינדער ווען מען דארף זיי מחנך זיין – דאס איז הייליג און טייער, זיך אויפרעגן, ווערן בכעס – דאס איז נישט גוט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", די קינדער וואקסן אויף טפשים ווען דער טאטע איז א כעסן, און דער זעלבער רבי זאגט (שם, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען קינדער דרך ארץ וכו'.


בנוגע וכו'; דאס וועסטו האבן נאר אז דו וועסט לערנען תורה, נאר דאס מאכט פרייליך; אז מען לערנט תורה און מען היט זיך אפ – איז געשמאק אין שטוב, און מען שפירט אין שטוב מיט די ווייב, מיט די קינדער – נועם, זיו, חיות, עריבות ונעימות דביקות אלקותו יתברך, מען שפירט א זיסע איינגענעמע געשמאקע לויטערקייט און ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא – און מען קען עס יא באקומען.

#6268 - יישר כח פארן העלפן די קהילה אזוי געטריי
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די קהילה אזוי געטריי, זיין א וואלענטיר וכו' לטהרתן של ישראל; עס איז א גרויסע מצוה און א גרויסע זכות.


א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, זיי פירן זיך לשם ולתפארת.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן סייעתא דשמיא און הצלחה אין אלעס וואס איר טוט.

#6267 - סגולות פאר קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב, ענק וועלן האבן א שיינע שטוב מיט קינדער, טו די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן; דו מיט דיין ווייב זאלן יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן פאר די קינדער וואס ענק האבן, ליכטיגע געזונטע קינדער; דאס עפנט די הימל פאר ישועות און פאר נאך קינדער.


נאך א סגולה פאר קינדער; ענק זאלן זיך ליב האבן, ענק זאלן זיך נישט וויי טון, נאר זיך געבן גוטע ווערטער; דאס איז א סגולה פאר קינדער. דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


זיי מחזק זיין ווייב זאל מחזק זיין די צעבראכענע און צעקלאפטע ווייבלעך פון אנשי שלומינו, וסימנך: די וואס טוען זיך אן נישט איידל, זיי דארפן די מערסטע גוטע ווערטער וכו' וכו'.

#6266 - פארוואס קלאפט איר זיך אראפ?
חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


פארוואס קלאפט איר זיך אראפ? פארטרייבט די מחשבות וואס בוזשעווען אין אייך אז איר זענט נישט גוט, עס איז נישט וואר, די שלעכטע מחשבות זענען פון די קליפות וואס פארגינען נישט דעם איד צו לעבן א פרייליכע לעבן.


איר זענט א גוטע מאמע אפילו איר ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט קינדער זאלן פאלגן.


איר זענט א גוטע מאמע אפילו איר צעשרייט זיך אויף די קינדער.


איר זענט א גוטע מאמע אפילו מען ווערט איבערגעשטרענגט און מען טראכט 'איך האב נישט מער קיין כח'.


אויך זאלט איר וויסן, מען בלייבט גוט אפילו עס כאפן זיך אריין נישט איידעלע מחשבות, מען דארף נאר בעטן: "אייבערשטער איך וויל גוטע, ריינע און הייליגע מחשבות", אבער חס ושלום זיך אראפקלאפן.


א סימן פון קדושה – ווען מען טראכט 'דער אייבערשטער האט מיך ליב', און אז מען טראכט 'דער אייבערשטער דארף מיך נישט' – איז א סימן אז מען איז ביי די אנדערע זייט, און מען דארף שוין תשובה טון.

#6265 - שלש סעודות איז נישט די צייט צו פארברענגען
דרך ארץ, בית המדרש, שלש סעודות, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך שרייב דיר דעם בריוו נאר ווייל דו האסט מיר געבעטן איך זאל דיר זאגן און זיך נישט צוריק האלטן וכו'.


איך האב דיך ליב, איך וויל אזוי שטארק דיין לעבן זאל זיין געבויעט מיט יראת שמים; וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט מאכן קיין פארטי אין די צייט וואס מיר זיצן אין שול ביי שלש סעודות. מיר פירן זיך שבת נאכמיטאג נאך מנחה צו זיצן אינאיינעם, מען וואשט זיך צו די דריטע סעודה, מען זינגט זמירות און מען רעדט שיינע התחזקות, עס איז נישט קיין צייט פון ארויסגיין פון שול און זיך צאמזעצן אפאר חברים און רעדן וואס מען רעדט, נישט פאר דעם האב איך מייסד געווען קרית ברסלב, און נישט פאר דעם דארפסטו דא וואוינען.


איך בעט דיר פון מיין הארץ – זיי מבטל די זאך, עס איז דא גענוג צייט ווען מען קען זיך טרעפן מיט חברים, יעדע זאך האט זיין צייט; שלש סעודות איז א הייליגע צייט, דער הייליגער ישמח משה זאגט (ישמח משה, פרשת וזאת הברכה) אז דער שטן קען נישט אריינקומען אין שול ביי שלש סעודות פון גרויס קדושה, בלייב אין שול. (אפשר איז כדאי זאלסט אראפקומען צו אונזער שול אין האשקי, ווי איידער זיצן און רעדן וואס מען רעדט), זינג זמירות, הער זיך צו די שיחות והתחזקות פון רבי'ן, וועסטו האבן א יראת שמים לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#6264 - איך האלט אז מען קען דא צוריק מאכן א גן עדן שטוב
שלום בית, מוסר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז מיר נישט איינגענעם צו געבן א פארציע מוסר, אבער ווען א שטוב האלט ביים איינפאלן און מען קען עס ראטעווען – דארף מען אלעס טון.


איך האב זיך ערשט יעצט דערוויסט וואס איז פארגעגאנגען צווישן אייך און אייער טייערער מאן, ווי איר האט אים אויסגעטרינקען יעדע טראפ בלוט, איר האט אים אזוי דערביטערט זיינע יארן אז עס איז אים נמאס צו לעבן; ווען איך האב אים געפרעגט 'היתכן האסט גארנישט דערציילט', האט ער געזאגט ער האט געמיינט אז דאס איז שלום בית, די ווייב פייניגט און מען לאזט זיך.


עס טוט מיר אזוי וויי אז מיין טייערער ליבער תלמיד וואס איז א שטיק גוטס זאל אזוי ליידן עטליכע יאר אנדעם וואס איך זאל וויסן, אן דעם וואס איינער זאל אים קענען טרייסטן.


יעצט האלט עס ביי א מצב וואס ער וויל פון גארנישט הערן, ער איז אויסגעברענט, טויט וכו', ער שפילט א שפיל פאר זיינע חברים, אבער ער איז אין א סכנה.


איך וואונדער זיך, ווי קען זיין אזא זאך, א אידיש קינד זאל זיך אזוי אויפפירן, אויך איז ער אויף מיר ברוגז אז איך האב אים צוגערעדט צו די שידוך וכו' וכו'.


אייער מאן איז שוין מיואש, אבער איך נישט; איך האלט אז מען קען דא צוריק מאכן א גן עדן שטוב, איך ווייס אז אויב איר וועט אים איבערבעטן און זיך טוישן, איר וועט רעדן שיין מיט דרך ארץ צו אים, איר וועט אים נישט פארשעמען ברבים און נישט ביחוד, איר וועט צוריק אנהויבן היטן די הלכות וכו' – וועט דער אייבערשטער צוריק קומען צו ענק אין שטוב, עס וועט זיין די שכינה אין שטוב, מען וועט ארויסטראגן די גוי'אישע מאוויס – וועט ווערן א ריינע לופט.


בעטס איבער אייער מאן; נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, אן א שיעור מאל; ווייל ווען מען האט זיך איין מאל פארזינדיגט – קען מען מיט איין מאל איבערבעטן, אבער ווען מען האט אויפגעגעסן צוויי יאר קישקעס – קען מען נישט מיט איין מאל איבערבעטן און ערווארטן מען זאל עס פארגעבן, מען דארף אסאך איבערבעטן, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל צוריק קומען אין שטוב.


איך האב נאך אסאך צו רעדן מיט אייער מאן און מיט אייך, איך וועל אלעס טון ענקער שטוב זאל נישט צעפאלן און די ליבשאפט זאל צוריקקומען שטערקער ווי פריער, און די שכינה זאל זיין ביי ענק.

#6263 - פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה
כיבוד אב ואם, חברים, משפחה, יראת שמים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט ביי מיר אזוי טייער, איך האב דיך זייער ליב, דערפאר בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן צו האבן גוטע חברים און אויך פארברענגען נאר מיט די ערליכע פון דיין משפחה. ווייל די חברים - און די מיט וועם מען פארברענגט - האבן א שטארקע איינפלוס, און אפילו דער איידעלער אינגערמאן, אויב זיצט ער מיט שוואגערס וואס רעדן ניבול פה, און מיט חוצפה צו די עלטערן - וועט נישט נעמען לאנג ביז די גאנצע יראת שמים וועט ווערן אפגעקילט.


איך ווייס אז דו ביסט איידל, ערליך וכו', איך געדענק דיך פון ישיבה, דיין יראת שמים, אויך קומסטו פון אן ערליכע שטוב, דיינע עלטערן און דיינע געשוויסטער זענען ערליכע און איידל, וויל איך נישט דו זאלסט ווערן אפגעקילט פון דיין ווייב'ס געשוויסטער.


טייערער ... עס גייט מיר אין לעבן דיין יראת שמים.

#6262 - דער אייבערשטער ערווארט נישט פון אונז צו זיין ווי יענעם
חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, נקודות טובות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך פאררעכטן מיט א קלייניקייט, עס איז נישט גוט די תפילה וואס איר בעט פונעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין אזוי ווי ..., דאס איז נישט קיין גוטע תפילה; וואס ווייסט איר וואס די פרוי גייט אריבער, אפשר ליידט זי צרות השם ישמרינו? און אפילו זי ליידט נישט - וואס דארפט איר זיין ווי איר? דאס איז נישט וואס דער אייבערשטער ערווארט פון אונז, זיין ווי יענעם.


דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מען וועט מיר נישט שמייסן אין הימל פארן נישט זיין ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא פון אניפולי, מען וועט מיך שמייסן פארוואס בין איך נישט געווען ווי מילך"; אין די ווערטער ליגט אזויפיל חכמה, אזויפיל אמת; נישט וועלן נאכאמאכן אנדערע, נישט וועלן זיין ווי אנדערע.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך. ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ער פלעגט זיך מחי' זיין מיט די שיך, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע - דאס איז"; זיין ווייב האט אים געפרעגט: "פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", איך האב מרוויח געווען צען גראשן, איז וואס זאל מיר ארן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6261 - נישט ווערן אויסער זיך ווען די קינדער פארלאנגען און סטראשען
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע די פראגע אויב דו זאלסט געבן מעדעצין פאר דיין קינד, דו זאגסט אז דו און דיין ווייב האלטן נישט אויס זיין אויפפירונג, עס איז עק וועלט, ענק טראכטן אז דאס איז א געזונט פראבלעם און מען דארף אים געבן מעדעצין.


איך האב געפרעגט דעם מלמד אין חדר, דער מלמד זאגט דיין קינד איז פון די בעסטע קינדער ביי אים אין כיתה, אויב אזוי איז דאס אפשר די עלטערן וואס דארפן זיך לערנען ווי אזוי מען פארלאנגט דרך ארץ און מען בויעט אויף א רעספעקט צו פאלגן; וואלט דער קינד סיי אין שטוב סיי אין חדר געווען נישט מיושב - קען זיין אז דאס איז א געזונט פראבלעם, אבער אז אין חדר און אין סקול צייכענען זיי זיך אויס, און אין שטוב ליידן די עלטערן - דארפן די עלטערן האבן די שטארקקייט נישט צו ווערן אויסער זיך ווען די קינדער פארלאנגען, סטראשען וכו'.


קינדער דארפן וויסן אז "א טאטע זאגט - פאלגט מען", און "אז א מאמע זאגט - פאלגט מען", און נישט ווי ביי די גוים וואס איז פינקט פארקערט; ביי זיי איז "אז א טאטע פאלגט - הייסט מען", און "אז א מאמע פאלגט - הייסט מען", קינדער דארף מען אויסלערנען דרך ארץ פאר עלטערן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6260 - אז מען פירט זיך ערליך, וועט מען זיכער באקומען אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סמארטפאון, ברכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט זי האט געליינט א בריוו אין עצתו אמונה ווי א פרוי באקומט אלע ברכות פארן אויפגעבן איר טעלעפאן, זי פרעגט וואס איז מיט איר און מיט די אלע פרויען וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין סמארטפאון, מיר ווילן אויך א בריוו מיט א הבטחה פאר ערליכע דורות.


אויך ווען זי ליינט די בריוו פאר פרויען וואס האבן זיך אפגעשוירן זייער האר, ווי זיי באקומען אזעלכע שיינע ברכות, זי זאגט זי וויל אויך די ברכות.


געב איבער אין שטוב אז אודאי און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט נישט א סמארטפאון, זי האלט זויבער איר שטוב און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט זיך אפגעשוירן גלייך די ערשטע טאג נאך די חתונה, אזוי ווי אלע ערליכע פרויען, זי וועט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי ווינטשט; קינדער צדיקים, פרנסה בריווח, פארטרייבן די טומאה פון שטוב וכו' וכו' (עיין זוהר הקדוש פרשת נשא, קכה:).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6259 - א קלוגע פרוי האט אלץ א וועג פרייליך צו מאכן איר מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.


איך האב געשריבן פאר אייער מאן ער זאל אלעס טון אבי עס זאל זיין שלום; זעט אויס ער איז זייער צעבראכן און דאס מאכט אים אויפגעבן וכו'.


איך בעט אייך זייער שטארק, רעדט צו אים שיין, בעטס אים איבער; אפילו ער דארף אייך איבערבעטן.


... איז א גוטער מענטש, ער איז נאר זייער צעבראכן וכו'; איר זענט א קלוגע פרוי, זאלט איר מיט אייער חכמת נשים רעדן צו אים הארציג און שיין, וועט ער אייך נישט איגנארירן, ער וועט אייך ענטפערן.


טוט אלעס אויף דער וועלט אז אייער שטוב זאל נישט צעפאלן; ענק האלטן שוין ביי די צווייטע מאל חתונה האבן, די ערשטע האט זיך נישט אויסגעארבעט; איז א שאד אז די צווייטע מאל זאל מען זיך נישט קענען דורכקומען.


איך קען גוט אייער מאן, ער איז א וואוילער, א גוטער, ער איז נאר זייער צעבראכן, דעריבער פאלט ער אריין אין א מצב פון נישט ענטפערן און נישט וועלן לעבן אינאיינעם וכו' וכו', און אויף אלעס ענטפערט ער: "קען זיין", אדער: "איך ווייס נישט"; א קלוגע פרוי האט אלץ א וועג ווי אזוי פרייליך צו מאכן איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6258 - תפילה איז שטערקער פון פעלזן
פחדים, אמונה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן אז די פחד זאל פון אייך אוועק גיין און איר זאלט קענען אנגיין מיטן לעבן, ווייל תפילה איז די שטערקסטע זאך אויף די וועלט, שטערקער פון פעלזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.