בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6036 - וואס רעדט מען צו איינעם וואס איז שוין ווייט?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קדושים, ב' דר"ח אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די פראגע? אודאי זאלט איר רעדן מיט די מיידל! איר קענט ראטעווען א מענטש מיט זיינע דורות, איז וואס איז בכלל די פראגע?!


ווען איר רעדט מיט איר זאלט איר בעיקר רעדן פון די עצה פון תפילה והתבודדות, ווייל תפילה והתבודדות קענען אלע הערן; מה שאין כן אויב מען רעדט פון מצוות, איז ווען דער מענטש איז נעבעך פאר'שיכור'ט קענען די ווערטער נישט אריינגיין אין יענעם, דאס קען יענעם גאר דערווייטערן.


ווען מען רעדט מיט א בחור אדער מיידל וואס זענען געפאלן אין חילול שבת רחמנא לצלן - דארף מען רעדן פון איין זאך, פון ווי דער אייבערשטער האט ליב א איד, און אז מען רעדט צום אייבערשטן, מען בעט אים - באקומט מען אלעס, און פון דאס גרויסקייט פון תשובה; פון דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער האט רחמנות און ער פארגעבט ווען מען טוט תשובה.


למען השם זאלט איר מאכן א שטארקע קשר מיט די מיידל. אז איר מאמע האט אייך גערופן און אייך געבעטן צו ראטעווען איר טאכטער - דארפט איר אלעס טון צו פרובירן ראטעווען איר, זי זאל קענען חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6035 - נעם א פרנסה וואס אימער, אבי נישט צו גיין ליידיג
שלום בית, משניות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קדושים, ב' דר"ח אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר


עס איז נישט גוט אז דו גייסט ליידיג, דו האסט נישט קיין פרנסה; עס איז א גרויסע סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט.) גיין ליידיג ווארפט אראפ דעם מענטש אין א דעפרעסיע, און אויך אין עבירות.


זע זיך צו נעמען א פרנסה וואס אימער, וואס עס קומט דיר אונטער, אבי נישט צו גיין ליידיג, דאס וועט דיר העלפן זיין אפגעהיטן פון נישט גוטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט פארן מענטש ער זאל לערנען און ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן"; 'מְשַׁכַּחַת' איז דער זעלבער לשון פון: 'שִׁכְחָה', אז מען ארבעט און מען לערנט פארגעסט מען צו זינדיגן און מען האט ניטאמאל קיין צייט צו זינדיגן.


דיין ווייב איז דערשראקן דיך זען אויפשטיין פארנאכטס, זי קומט אהיים נאך א טאג ארבעט און דו ביסט נאכנישט אויפגעשטאנען פון דעפרעסיע; עס איז נישט גוט פאר דיר, עס איז נישט גוט פאר די שלום בית, פאר גארנישט.


איך האף דו וועסט מיר פאלגן, דו וועסט זיך נעמען א פרנסה. איך האב אסאך אוועק געגעבן פאר דיר און פאר דיין משפחה, איז א שאד אז אלעס זאל צעפאלן צוליב ליידיג גיין.


זאג יעדן טאג משניות, אכצן פרקים וואלט גאר גוט געווען; דאס וועט דיר העלפן אויסרייניגן דיין מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6034 - לערן מיט די בחורים, שמועס מיט זיי, שפאציר מיט זיי
מדות טובות, ישיבה, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קדושים, א' דר"ח אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו די בחורים זיי זאלן זיך אויפפירן דערוואקסן, נישט מאכן קיין ליצנות פון מענטשן. איך הער אז עס איז דא צוויי בחורים וואס פירן זיך ווי קינדער, זיי רופן מענטשן מאכן פּרענקס, זיי מיינען אז אזוי ווערט מען דערוואקסן; דארפסט רעדן צו זיי פון גוטע מידות. לערן זיי אויס וואס הלל האט געלערנט מיטן גר (שבת לא.): "דְּעַלָּךְ סָנֵי, לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל דיר טון - טו נישט מיט א צווייטן, לערן מיט זיי די לימוד פון ימי הספירה, וואס רבי עקיבא האט געלערנט: "'וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ', זֶה כְּלַל גָדוֹל בַּתּוֹרָה" (ירושלמי נדרים ט, ד; שבת לא.).


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך האב דיך נישט געשטעלט צו זיין מנהל אויף טישן און בענק, איך האב דיך געשטעלט צו זיין מנהל אויף מענטשן, יונגע בחורים וואס זענען ליכטיג און טייער, מען דארף זיי לערנען; ווער נישט צעפאלן ווען דו זעסט אז עס איז דא אסאך קינדערישקייט צווישן זיי, לערן מיט זיי, העלף זיי, שמועס מיט זיי, שפאציר מיט זיי, שפיל זיך מיט זיי, כמעשה האינדיק וואס דער רבי האט דערציילט, ביז זיי וועלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


אחי היקר חזק ואמץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6033 - זיין אין אפיס פון ניין אזייגער ביז א מינוט צו פינף
פרנסה, הדרכות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קדושים, א' דר"ח אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט געזאגט אז דו גייסט פאלגן, דו גייסט אהיימגיין פינף אזייגער, און נאר אויף דעם סמך האב איך דיר געזאגט זאלסט עפענען די ביזנעס, יעצט זע איך אז דו בלייבסט ביז שפעט; פאר דעם דארפסטו נישט קיין אייגענע ביזנעס, אויף צו איבערלאזן די ווייב און קינדער קענסטו זיין אן ארבעטער.


איך זאג דיר נאכאמאל, זיי נישט נאריש, און פארלאז דיין אפיס פינף אזייגער; נישט פינף אזייגער נאר א מינוט צו פינף, און גיי אהיים עס עפעס, העלף אביסל דיין ווייב מיט די קינדער, און גיי צו דיינע שיעורים און צו דאווענען, און אז עס איז דא זייער וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן זאלסטו אויפשטיין פרי פארטאגס, גיין התבודדות, גיין אין מקוה, לערנען און דאווענען און זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, און זיין אין אפיס ניין אזייגער ביז א מינוט צו פינף, און אז עס בלייבט איבער נאך ארבעט וועסטו אויך די אנדערע טאג אריינגיין אין אפיס, אבער קיין מינוט לענגער ווי די שעות זאלסטו נישט אוועקגעבן פאר די ביזנעס.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מצליח זיין, און מיט די צייט וועסטו קענען אויפנעמען אן ארבעטער וואס וועט זיצן פון ניין ביז פינף, און דו וועסט סך הכל אריינגיין אין אפיס א שעה צוויי, און אין די איבריגע שעות וועסטו קענען לערנען מיט א חברותא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6032 - זיך היטן פון לצים וואס דרייען זיך בתוכינו
חברים, היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן דארף מען זיך היטן פון איין זאך, פון לצים וואס דרייען זיך בתוכינו; נישט צו האבן קיין שייכות מיט זיי.


וואס איז דער סימן פון א לץ, פון וועם זיך צו היטן? דער וואס רעדט פון אנדערע, דער וואס טראגט און ברענגט לשון הרע; פון אזא איינעם דארף מען זיך היטן, ווייל ליצנות איז א געפערליכע קליפה; רבי נתן רופט דאס אן 'אבי אבות הטומאה' רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן פאר גוטע חברים, און ער זאל דיך היטן פון שלעכטע חברים. די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען (ברכות טז:) מען זאל בעטן יעדן אינדערפרי פאר א חבר טוב און זיך באהיטן פון א חבר רע, ווייל גוטע חברים קענען ברענגען דעם מענטש צו שיינע זאכן, און חברים לצים קענען אראפווארפן דעם מענטש אין נוקבא דתהומא רבא.


איך בין געווען די וואך פרייטאג באזוכן מיין טאטע שליט"א, רב דקארלסבורג, דערציילט ער מיר וואס טוט זיך אין אומאן; עס קומען אן צו אים די שווערע שאלות פון אומאן, די שאלות פון כהנים און פון מקוואות, זאגט ער מיר, דער רעדט אויף דעם און דער רעדט אויף יענעם, דער זאגט ער בויט א בנין אויף עצמות פון מתים און דער שרייט אויף דעם, זאגט מיר מיין טאטע שליט"א: "אמאל האט מען געוויסט, ווער עס האט געזוכט א ווינקל פון אמת איז געגאנגען קיין ברסלב, היינט זע איך אז אין ברסלב איז דא אזויפיל רייבערייען"... ער האט מיר עס געזאגט מיט ווייטאג.


לאמיר זען ביי אונזער ד' אמות זאל נישט זיין קיין שום ליצנות, קיין שום לשון הרע און רכילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6031 - נישט אפשטופן דאס דאווענען
דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, זיי אויף דעם מקפיד מער ווי אויף אלעס, גיי דאווענען יעדן טאג די דריי תפילות מיט מנין; דאס האלט דעם איד אין מחנה ישראל, מען זאל נישט אוועק פאלן פון אידישקייט.


פארשטייט זיך אז עס איז דא א גרויסע נסיון אויף דעם, די קליפה פון עוג מלך הבשן ווארפט ארויף א בארג עצלות און עצבות, מען ווערט אזוי פויל, מען טראכט 'שפעטער וועל איך דאווענען', 'מארגן וועל איך דאווענען', דארף מען זיך זייער שטארקן נישט אפשטופן דאס דאווענען.


מאך פרייליך דיין ווייב, דו האסט א וואוילע ווייב, א גוטע ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6030 - נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גרויס צער פון די גאנצע פרשה, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי אזא שיינע משפחה צעפאלט דורך מחלוקת; אייערע עלטערן האבן געלעבט אזוי שיין אלע יארן, און יעצט וועגן א מחלוקת צעפאלט אלעס.


איר זאלט ווייטער מחזק זיין אייער מאמע, און זיין זייער שטארק נישט צו ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה. אויך זאלט איר רעדן מיט אייער טאטע, און נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה.


איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך איר זאלט האבן קינדער, און הצלחה, ובזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם, און בזכות שלום – זאלט איר האבן זרע של קיימא מיט אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6029 - 'מזמור לתודה' איז מסוגל להולדה
קינדער, סגולות, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; ביי אונז פירט מען זיך אז דער מאן ווארט אינדרויסן פון צימער, און זאגט קאפיטל ק' 'מזמור לתודה'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) אז די קאפיטל איז מסוגל להולדה, מען זאגט די קאפיטל נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען רופט מיט א מזל טוב.


אויך געבט מען צדקה לזכות די ווייב ולזכות די קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6028 - זיי א חלק פון כולל, וועסטו זייער מצליח זיין
כולל, הדרכות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען צייטליך און כולל, איך ווייס עס איז דיר שווער, דו ביסט צוגעוואוינט צו האבן א סדר פון גיין שלאפן שפעט וכו'; דאך וויל איך דיר בעטן זאלסט האלטן די זמנים, קומען צייטליך און זיין א חלק פון כולל, זיין א חלק פון די חבורה.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט אדורכשמועסן מיטן ראש הכולל מיט וועם דו זאלסט לערנען און וואס דו זאלסט לערנען; זיי א חלק פון כולל, זיי א חלק פון די שיינע חבורה - וועסטו זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6027 - זאגן יעדן טאג "נשמת", און דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


לכבוד אייער געבורטסטאג וואס געפאלט דעם שבת, ג' אייר, זאלט איר זוכה זיין צו געזונטע לאנגע יארן מיט אלעס גוטס.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "נשמת"; לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אייך, דאס וועט אייך געבן צו שפירן טעם גן עדן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", די תענוג פון עולם הבא איז צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן איז מען נענטער צו אים, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז בלויז דער אייבערשטער אליין - "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6026 - אין די ספירה טעג טאנצט מען נישט
מדות טובות, טאנצן, מוזיק, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט אין די ספירה טעג שטעלט מען אפ דאס טאנצן מיט די קינדער, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין הלכה אז אין די טעג טאנצט מען נישט (מגן אברהם סימן תצג, סעיף קטן ג); נישט מיט קיין עכטע מוזיק און נישט מיט קיין געמאכטע מוזיק.


יעצט אין די טעג פון ספירה דארף מען באזונדער רעדן צו די קינדער פון גוטע מידות; די ארבעט פון א מנהלת איז - דערמאנען שטענדיג די לערערינס זאלן זיך אומקוקן אויב מען טשעפעט א קינד, און נאכקוקן אויב מען בא'עולה'ט א קינד, און אכטונג געבן מען זאל קיינעם נישט טשעפען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6025 - נעם די וואס דאווענען פרי, צו ארבייטן אינעם מוסד
מוסדות, היטן די צייט, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ווערסטו דערשראקן אז דער מענעדזשער רופט אינדערפרי אין שטוב די באס דרייווער'ס ווייב זי זאל אויפוועקן איר מאן דעם באס דרייווער? וואס דען זאל דער מענעדזשער טון אז דער באס דרייווער שלאפט און הייבט נישט אויף דעם טעלעפאן? זאל מען לאזן די גאנצע שטעטל שטיין מיט די קינדער און ווארטן און נישט גיין אין חדר?! זייער גוט האט ער געטון.


פון היינט און ווייטער נעם נאר אינגעלייט וואס דאווענען די ערשטע מנין, זיבן אזייגער - פאר די מוסד צו ארבעטן, די וואס דאווענען שפעט די זענען נישט געמאכט צו ארבעטן אין חדר. וואס דארפסטו זיך עסן דאס געזונט יעדן אינדערפרי? וואס דארפסטו זיין דער וועקער פון די מלמדים און דרייווערס? קוק זיך אום אינדערפרי ווער עס שטייט אויף צייטליך און דאווענט די ערשטע מנין, זיבענע, אדער די צווייטע מנין - און נאר די זאלן ארבעטן אין די מוסד.


שטיי אויף אפאר מינוט פריער און גיי התבודדות צווישן די גראז, זיי זיך מתוודה, דערצייל אלעס פארן אייבערשטן - וועסטו זוכה זיין צו גוטע מלמדים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִוידוּי דְבָרִים גוֹרְמִים שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַזְמִין מְלַמְדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלוֹמְדִים בֶּאֱמוּנָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6024 - עס זאל זיין שלום ביי ענק אין שטיבל
מחלוקת, שלום, בית המדרש, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן און זיך נישט צוריק האלטן פון זאגן, דו זאגסט דו ווילסט הערן וואס בעסער צו מאכן וכו', וועל איך דיר שרייבן.


זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות עס זאל זיין שלום ביי ענק אין שטיבל; אז דו האסט זאכן וואס שטערן דיך פון דעם און פון יענעם וכו' וכו' - זאלסטו דאס דערציילן נאר פארן אייבערשטן ביי התבודדות, אבער אין שול זאלסטו נישט מאכן קיין שום עסק דערפון; אפגעזען אויב מען דאווענט שפעט אדער פרי, שנעל אדער שטייט, דאס איז נישט דיין זאך, דיין זאך איז קומען אין שטיבל מיט א שמייכל, אויפזוכן אין יעדן איינעם דאס גוטס.


מוהרא"ש זאגט, ביי יעדע שטיבל היכל הקודש איז דא אינדרויסן קליפות ומזיקין וואס האלטן צוריק מענטשן פון קומען דאווענען; דאס איז נישט נאר פאר פרישע מקורבים, דאס איז ביי יעדן איינעם, מען קען זיין יארן אין היכל הקודש און פלוצלונג ווערט מען פארכאפט ביי די קליפה פון מחלוקת, מען ווערט פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, מען פארגעסט פארוואס מען איז בכלל געקומען קיין ברסלב, פארוואס מען איז געקומען צום רבי'ן.


אויב דו וועסט זיך שטארקן, דו וועסט נישט מאכן קיין עסק פון קיין שום זאך, דו וועסט נאר שמייכלען - וועלן ענק האבן הצלחה מיט די קינדער, און אויב מען וועט זיך בייסן - איז א גרויס רחמנות אויף ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6023 - קוקן אויב די סביבה איז ערליך, איידער מען ציעט זיך אהין
דירה, יראת שמים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו הערסט פון מיר ביי די שיעורים, און וואס דו ליינסט אין די בריוו - דאס קענסטו אננעמען, און וואס אנדערע זאגן דיר נאך אין מיין נאמען - אויף דעם נעם איך נישט אחריות.


זיי זיך נישט מבלבל פון די זאכן, נעם די התחזקות פון הייליגן רבי'ן, נעם די חיזוק צו לערנען די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), נעם די חיזוק אויף התבודדות ותפילה, נעם חיזוק אויף זיך דערהאלטן אפילו עס גייט אריבער וואס גייט אריבער; צו בלייבן שטארק מיט אמונה פשוטה, גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס איז לטובה; נאר דאס זאל דיך אינטערעסירן.


בנוגע זיך אריבערציען קיין פלארידע; זיי מברר אויב די נייע ישוב וועט זיין געבויט אויף תורה ויראת שמים, אויב עס וועט זיין דארט א רב מיט מוסדות התורה. דאס איז אויף וואס א איד דארף קוקן איידער ער גייט וואוינען אין א פלאץ, אויב ער וועט קענען דארט קונה זיין יראת שמים, אויב די סביבה איז ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6022 - אז מען ברעכט דאס דורך, איז מען זוכה צו שיינע זאכן
כולל, עבודת השם, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער מיין טייערער זון, שטארק זיך בלימוד התורה, קום אין כולל צייטליך און בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין צו פארשטיין דאס לערנען און ליב האבן צו לערנען.


אנהויב איז שווער, אנהויב שפירט מען נישט א שטארקע הנאה, אבער אז מען ברעכט דאס אדורך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.


מיין טייערער ..., זאג יעדן טאג דעם יום תהילים, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור, אן שמועסן ביים דאווענען.


איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6021 - דיינע מוזיק ווידיאס זענען מחי' טויזנטער אידן
הפצה, מוזיק, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר נאכאמאל מחזק זיין זאלסט צוריק אנהויבן מאכן מוזיק ווידיאו; האסט געמאכט ביז אהער אזעלכע שיינע קליפס, טויזנטער מענטשן שעפן פון דעם חיות, און אזויפיל מענטשן זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם, אזויפיל קומען קיין אומאן בזכות דיר; זאלסטו זיך שטארקן און נישט אפלאזן די הייליגע עבודה.


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש זאגט (ספר נהרי אפרסמון) דאס מיינט מען זאל מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, און מען דארף זיי אנטרינקען מיט אמונה.


דו מעגסט עוסק זיין אין אנדערע פרנסה אויך, און דו זאלסט מצליח זיין אין דיין פרנסה, אבער בלייב אנטרינקען ביימער, זיי ממשיך מיט הפצה, ובזכות הפצה וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6020 - שטארק זיך, און שטארק דיינע געשוויסטער
התחזקות, סיום הש"ס, בר מצוה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך הער יעצט די גוטע נייעס אז דו ביסט זוכה אין די נאנטע טעג צו מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי; איך בין דיך אזוי מקנא, איך האב נישט זוכה געווען ביי די דרייצן יאר צו מאכן א סיום הש"ס. איך געדענק מיין בר מצוה, איך געדענק ווי מיין הארץ האט געפלאקערט צו לערנען און ענדיגן כאטשיג איין מסכתא, און וויפיל איך האב פרובירט איז עס מיר נישט געגאנגען. וויפיל חלישות הדעת איך האב געהאט, וויפיל מסכתות איך האב אנגעפאנגען, און נאך אפאר בלאט האב איך דאס אפגעלאזט פון גרויס יאוש...


ביז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו מען פארגעסט, און אפילו מען פארשטייט נישט. דער רבי זאגט (שם, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא, יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה - איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ..., שטארק זיך, האסט פארלוירן דיין מאמע, זי איז נפטר געווארן אזוי פלוצלונג, יונגערהייט, איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים, אבער דעם אייבערשטן האסטו, דער אייבערשטער האט דיך נישט איבערגעלאזט, דער אייבערשטער איז מיט דיר. אויך דיין מאמע'ס נשמה גייט ארויף העכער און העכער אין גן עדן - מיט יעדע ווארט תורה וואס דו לערנסט, און מיט יעדע ווארט וואס דו ביסט זיך מתבודד צום אייבערשטן.


שטארק זיך, און שטארק דיינע געשוויסטער, וחזקת והיית לאיש, ווי אזוי? דורך תורה און תפילה; ווער עס טוט די צוויי זאכן, ער לערנט יעדן טאג תורה און גייט התבודדות - דער פאלט נישט אראפ, אזא איינער, וואס עס זאל נאר אריבערגיין אויף אים - בלייבט ער שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6019 - נישט אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען אפצוגיסן נעגל וואסער אינדערפרי ביים בעט, און נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער.


נעגל וואסער ברענגט קדושה אין שטוב. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן זיינע פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליין האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער.


איר האט חתונה געהאט און נאך אביסל זענט איר א מאמע, דארפט איר זייער מקפיד זיין אויף די זאך, נישט גיין שלאפן אן זיך אנגרייטן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6018 - לאכט אייך גוט אויס, דאס זענען נישט קיין צרות
תודה והודאה, צרות, חיזוק פאר פרויען, משפחה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער שוועגערין וויל אייך נישט שיקן א בילד פון א קלייד וואס זי האט איינגעקויפט, און פאר די אנדערע שוועגערין שיקט זי יא - דאס איז נישט קיין צרה, אויף דעם וויינט מען נישט; וואלט איר געוויסט וויפיל צרות עס איז דא ביי אידישע קינדער, וויפיל ווארטן אויף קינדער, וויפיל דארפן א רפואה, וויפיל דארפן שלום בית וכו' וכו' – וואלט איר געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט, אייער מאן איז געזונט, אייערע קינדער זענען געזונט, ענק האבן א גוטע שלום בית, ענק פירן זיך ערליך, ענק זענען מקורב צום צדיק; עס וואלט אייך נישט אינטערעסירט די אלע זאכן.


איך מוז אייך זאגן, ווען אייער מאן האט מיר געברענגט דעם בריוו נאס, דורכגעווייקט מיט טרערן - האב איך זיך דערשראקן, איך האב געטראכט 'עפעס גאר ביטער שטייט אינעם בריוו, אז עס איז געשריבן מיט אזויפיל טרערן'; נאכן עס ליינען און זען אז אלעס איז פיין, ענק אלע זענען געזונט, און די פראבלעם איז 'די שוועגערינס ארויף, די שוועגערינס אראפ, מען האט מיך יא גערופן, מען האט מיך נישט גערופן, מען דארף מיך יא, מען דארף מיך נישט' - האב איך זיך בארואיגט.


אז די שוועגערינס נעמען זיך צאם און מען האט אייך נישט גערופן - דאס איז נישט קיין צרה, אויף דעם וויינט מען נישט, אויף דעם איז גוט צו נעמען די כלל וואס מוהרא"ש לערנט אונז: "ווילסט מיך נישט? וויל איך דיך טויזנט מאל נישט"; כל זמן אייער מאן וויל אייך, אייער מאן לעבט מיט אייך און ער האט יראת שמים - זענט איר די גליקליכסטע פרוי וואס איז דא.


לאכט אייך גוט אויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6017 - ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט גוים
שמחה, חינוך הילדים, גוים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווען דו גייסט מיט דיין זון שפאצירן און א גוי גריסט, ער שמייכלט צו דיין זון - זאלסטו אים אויסלערנען צוריק צו גריסן, אבער נאכדעם זאלסטו אים זאגן 'ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען נישט קיין גוים'.


אזוי אויך ווען דו גייסט אין גראסערי און דער גוי שמייכלט צו דיינע קינדער, זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער צוריק צו גריסן, אבער גלייך נאכדעם זאג הויך: "שכוח אייבערשטער מיר זענען אידן, שכוח אייבערשטער מיר זענען נישט קיין גוים", און זיי אויסלערנען נישט צו קוקן אויף גוים און נישט האבן מיט גוים.


זיי זיך מחי' מיט דעם אז מיר זענען אידן, מיר זענען נישט געבוירן קיין גוים. מוהרא"ש זאגט, ווען מען איז זיך מחי' מיט 'שלא עשני גוי' קען מען נישט אראפפאלן, "כי בכל דבר יכולים הס"מ והקליפות להתאחז בו", ווייל אין יעדע זאך קענען די קליפות זיך אריינמישן און מחליש דעת זיין, "אבל בשמחה זו שלא עשני גוי", אבער ביי די שמחה ווען מען פרייט זיך אז מען איז נישט קיין גוי, "בזה אין להן שום שליטה", ביי דעם האבן זיי נישט קיין שליטה, ווייל דאס איז א פאקט, 'א גוי בין איך נישט, קענסט זאגן אויף מיר אז איך פיר זיך נישט אויף געהעריג, א איד פירט זיך נישט אזוי, פיין און וואויל, אבער א גוי בין איך נישט', "והשמחה הזו עולה על כל השמחות", און ווער עס פרייט זיך מיט דעם - דאס איז די גרעסטע פרייד, (עיין סידור עת רצון תפילת השחר, אות ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6016 - לכבוד די נס זאלסטו יעדן טאג דאנקען "שכוח אייבערשטער"
תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אוועק געפארן אויף פסח, איך בין געווען אין שטעטל קרית ברסלב, איך בין נישט אנגעקומען צו זען דיין בריוו ביז יעצט.


איך האב צער פון וואס דו ביסט אריבער, איך האף צום אייבערשטן דו וועסט זיך שנעל ערהוילן און צוריק קומען צו דיינע כוחות.


איך דערמאן זיך א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, די זעלבע מעשה וואס האט דיר פאסירט אחרון של פסח האט פאסירט ביים הייליגן רבי נתן, עס איז אים אריין א ביין אין האלז, ער האט זיך דערשטיקט, שפעטער האט ער געזאגט: "ווען די ביין איז מיר געווען אין האלז האב איך נישט געקענט רעדן צום אייבערשטן, האב איך געקוקט צום אייבערשטן"; דאס לערנט אונז אז אין יעדע מצב דארף מען זיך ציען צום אייבערשטן, און אז מען קען נישט רעדן, מען איז דערשטיקט - זאל מען קוקן צום אייבערשטן, זיך ציען צו אים.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו לעבסט און אז דו האלסט דא, אמת עס איז דיר צעשטערט געווארן דעם לעצטן טאג יום טוב, און ווי שטארק מען האט זיך געמוטשעט אין שפיטאל ביז מען האט ארויסגענומען דעם ביין, אבער דער רבי לערנט אונז צו קוקן אויף די חסדים, צו טראכטן 'עס וואלט געקענט זיין אסאך ערגער, און חסדי השם יתברך פאר די גרויסע ניסים'.


לכבוד די נס אז דו לעבסט זאלסטו זיך פארנעמען צו דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן, זאגן "שכוח אייבערשטער" פאר די חסדים און ניסים וואס ער טוט מיט דיר שטענדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6015 - שחרית מנחה מעריב, איז דער יסוד היסודות פון א איד
בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בענק זיך צו דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר.


שטארק זיך מיט די איין זאך, מיט קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב, ווייל דאס האלט דעם איד אין מחנה ישראל, דאס איז דער יסוד היסודות פון א איד, ווער עס דאווענט די דריי תפילות יעדן טאג - דער איז שטארק מיט די אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל, און חס ושלום אויב מען איז מזלזל אין די דריי תפילות - איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6014 - אדער א טעלעפאן, אדער ערליכע דורות
חינוך הילדים, טעלעפאן, אידישע שטוב, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקען אויף וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער און פאר די סקול בית פיגא, און באזונדער דאנק איך אייך פארן באגלייטן די ווייבלעך, די תלמידות בית פיגא - נאך די חתונה, זיי צאמצונעמען, זיי געבן שיעורים, יעדע כיתה באזונדער, און זיך אפגעבן מיט זיי; די מצוה איז גאר גרויס, די מצוה וועט אייך באגלייטן בזה ובבא פאר אייך און פאר אייערע דורות.


האט נישט מורא צו רעדן צו די ווייבלעך קעגן האבן א טעלעפאן; רעדט פון דעם, זייט מחזק די תלמידות איבער דאס שעדליכקייט פון האבן א טעלעפאן, רעדט צו זיי ווי גליקליך מען איז אז מען פאלגט אלעס וואס די צדיקים זאגן, ווי גליקליך מען איז אז מען גייט נאך א צדיק.


אויך דארף מען רעדן אין סקול אין בית פיגא צו די עלטערע מיידלעך וואס גייען שוין באלד חתונה האבן פון נישט האבן א טעלעפאן וואס שטערט דאס לעבן, און פון זיין פעלזן פעסט קעגן די נסיונות הדור, ווייל די טעלעפאן איז סם המוות פאר ערליכע דורות, עס איז אדער אדער; אדער א טעלעפאן אדער ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6013 - געב ארבעט פאר א איד, אפילו ס'איז טייערער
צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב ווייניגער צדקה, געב ענדערש ארויס ארבעט פאר אנשי שלומינו וואס זענען אנגעוויזן אויף דעם, אפילו זיי קומען אריין אביסל טייערער, ווייל די גרעסטע צדקה איז געבן ארבעט פאר ארעמעלייט. דער רמב"ם רעכנט אויס אלע סארט וועגן פון צדקה, זאגט דער רמב"ם (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה ז): "מַעֲלָה גְּדוֹלָה שֶׁאֵין לְמַעְלָה מִמֶּנָּה", די העכסטע צדקה וואס איז פארהאן, וואס איז נישט פארהאן גרעסער'ס פון דעם – "זֶה הַמַּחֲזִיק בְּיַד יִשְׂרָאֵל שֶׁמָּךְ", ווער עס העלפט אן ארעמאן, "מַמְצִיא לוֹ מְלָאכָה כְּדֵי לְחַזֵּק אֶת יָדוֹ", ער ברענגט אים ארבעט, "עַד שֶׁלֹּא יִצְטָרֵךְ לַבְּרִיּוֹת לִשְׁאֹל", ער זאל נישט דארפן צוקומען צו בעטן צדקה, "וְעַל זֶה נֶאֱמַר (ויקרא כה-לה) 'וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ גֵּר וְתוֹשָׁב וָחַי עִמָּךְ', כְּלוֹמַר, הַחֲזֵק בּוֹ עַד שֶׁלֹּא יִפֹּל וְיִצְטָרֵךְ", העלף אים ער זאל נישט דארפן צוקומען צו צדקה.


ווען דו געבסט ארויס ארבעט און דו האסט א איד א נצרך וואס קומט אריין טייערער פונעם גוי - זאלסטו נישט זוכן צו נעמען דעם גוי וואס קומט אריין ביליגער, געב ארויס די ארבעט פארן איד; דאס איז די גרעסטע צדקה, וועסט האבן א גרעסערע זכות, דאס וועט דיר ברענגען גרויס עשירות בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6012 - רעדן און רעדן און רעדן, און ביים סוף פועל'ט מען
חינוך הילדים, הפצה, רעדן, ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן חיזוק צו זיין אין ישיבה מיט די בחורים, דו זאגסט די בחורים הערן נישט וואס מען זאגט זיי מיט איין מאל, מען דארף זיי זאגן אפאר מאל.


מאכסט מיך לאכן; וואס מיינסטו, מיט איין מאל רעדן קען מען יענעם טוישן לטובה? עס גייט נישט אזוי, מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען זעט פירות, מען דארף אסאך סבלנות צו זיין מיט תלמידים, מען דארף שטארקע נערוון און אייזערנע געדולד צו זיי, אבער דאס דארף מען וויסן, אז ביים סוף פועל'ט מען; אז מען רעדט אמת'ע רייד, מען רעדט צו תלמידים פון יראת שמים, ביים סוף פועל'ט מען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און אז דו האסט מער נישט קיין כח, דו ווילסט אויפהייבן די הענט און אויפגעבן - זאלסטו אויפהייבן דיינע הענט צום אייבערשטן און בעטן דו זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים, זאלסט האבן חן, מיט די ריכטיגע ווערטער.


גיי יעדן טאג הפצה און לייג אריין אין די תלמידים זיי זאלן אויך גיין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.