בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6161 - ווער באקומט מער קאמפלימענטן?
חיזוק פאר מיידלעך, קאמפלימענטס, דרך ארץ

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער טענה איז, פארוואס געבן די לערערינס ביי אונז אין בית פיגא סקול, מער גוטע ווערטער פאר די קינדער וואס פירן זיך נישט אזוי מיט דרך ארץ, און איר און די תלמידות וואס מאכן נישט קיין פראבלעמען, זיי פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ - באקומען נישט קיין גוטע ווערטער.


איר זענט גערעכט, הונדערט פראצענט גערעכט, אייך קומט נאך מער גוטע ווערטער און מער קאמפלימענטן פארן זיין די איידלסטע מיידל און קלאס און זיך אזוי שיין אויפפירן מיט דרך ארץ, איך וועל רעדן מיט אייערע לערערינס מען זאל אייך געבן נאך מער גוטע ווערטער.


איך וויל אייך אבער דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט ביים רבינ'ס טאכטער, די צדיקת אדל. זי האט באקומען א בריוו פון איר טאטע - דער הייליגער רבי - מיט גאר שיינע טיטלען, ווען זי האט געליינט די בריוו האט זי געוויינט, זי האט געזאגט: "איך האב געהערט פון טאטן אז ווען א מענטש איז אין א קטנות הדעת דארף מען אים אויסרימען און אויסלויבן, און אז איך זע אז מיין טאטע שרייבט מיר אזעלכע טיטלען איז א סימן אז איך בין בקטנות הדעת"; דאס איז אן ענטפער פארוואס מען געבט איינעם מער גוט ווערטער און איינעם ווייניגער גוטע ווערטער און קאמפלימענטן.


שטארקט זיך ווייטער מיט אייער דרך ארץ און זייט פון די תלמידות וואס רעדן נישט ווען א טיטשער רעדט, און פאלגן אלעס די טיטשער - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן, און איר וועט מצליח זיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 



 


 


 


 

#6160 - עס האט א מעלה צו ווערן געטשעפעט
חסידות ברסלב, בזיונות, סיפורי צדיקים, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי אז אפאר קינדער ביי דיר אין תלמוד תורה האבן זיך גענומען אויף דיינע ביינער, מען טשעפעט דיך אז דו ביסט א ברסלב'ער און דו געהערסט צו היכל הקודש. מיינע קינדער טשעפעט מען אויך, נישט אין חדר; זיי לערנען אין אונזער חדר, אבער די שכנים טשעפען זיי, ווען זיי קומען אהיים פון גאס וואו די קינדער שפילן זיך, און זיי זאגן מען האט זיי געטשעפעט, זאג איך זיי שטענדיג אז עס האט א מעלה צו ווערן געטשעפעט, ווייל די קינדער וואס מען האט זיי נאך קיינמאל נישט וויי געטון, זיי ווייסן נישט ווי אזוי עס שפירט די ווייטאג ווען מען טשעפעט, ווען מען ווערט פארשעמט, אבער ענק וואס מען טשעפעט ענק, מען שפעט פון ענקער טאטע, עס טוט אייך גוט וויי און עס מאכט ענק וויינען - ענק וועלן קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן קינד, א צווייטן מענטש.


... טייערער, הער א מעשה וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, א מעשה פון הייליגן בעל שם טוב. אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק מיטן נאמען רבי מענדעלע פרימישלאנער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער וואס פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער, אבער רבי מענדעלע האט מקבל געווען די בזיונות באהבה, ער האט דאס אנגענומען פאר כפרת עוונות.


איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען קיין פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם בעל שם טוב, איידער די סעודה האט זיך אנגעהויבן האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעט איך דיר זאלסט מיך נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טון, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיך נישט אריינלאזן".


דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.


דער בעל שם טוב האט געפרעגט וואס איז די געשרייען וואס מען שרייט, האט רבי מענדעלע דערציילט: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיך יעדן טאג. איך בין עס אייביג מקבל באהבה, אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיך נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיך פארשעמען".


האט דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיך פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען"; ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות - קען מען גארנישט אפשאצן, דאס ברענגט דעם מענטש זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן און דאס לייטערט אים אויס פון אלע שלעכטס.


טייערער ..., דו זאלסט קיינמאל נישט קיינעם וויי טון, אלץ זאלסטו זיין פון די נרדפים, פון די וואס מען טשעפעט און נישט פון די רודפים, פון די וואס טשעפען אנדערע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צג.): "אין לך נרדף בעופות כמו תורים ובני יונה, לפיכך הכשירם הכתוב לקרבן". פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט מען זאל אים ברענגען טויבעלעך פאר א קרבן? ווייל זיי זענען די איינציגסטע פייגלעך וואס מען טשעפעט זיי, דעריבער זענען זיי כשר פארן אייבערשטן, נאך זאגן זיי (ויקרא רבה כז, ה) אויפן פסוק (קהלת ג, טו): "וְהָאֱלֹהִים יְבַקֵּשׁ אֶת נִרְדָּף", דער אייבערשטער זוכט אויף די וואס מען טשעפעט, "אפילו צדיק רודף רשע", אפילו א צדיק טשעפעט א רשע וועט דער אייבערשטער זיך אננעמען פארן רשע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6159 - לערן און דאווען, וועסטו זיין א גרויסער צדיק
עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


לערן און דאווען, וועסטו זיין א גרויסער צדיק.

#6158 - זע עס זאל זיין נאר אחדות
אחדות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


חבר זיך מיט יעדן פון חדר, זע עס זאל זיין נאר אחדות.

#6157 - פיר זיך מיט דרך ארץ
דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פיר זיך מיט דרך ארץ, וועסטו מיר מאכן נחת רוח.

#6156 - עס פאסט צו רעדן צו יונגערע מיידלעך
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער לערערין האט מיר געזאגט אז איר זענט א גוט קינד, איר זענט מקרב יעדן איינעם, אייך פאסט צו רעדן צו יונגערע מיידלעך, איר שטופט נישט אוועק קיינעם, איר זענט ווייך צו אנדערע.


דאס איז א ברסלב'ע תלמידה, א תלמידה מיט א לב בשר, מיט א ווייך הארץ צו אנדערע.


ווייזט דעם בריוו פאר אייערע עלטערן, זאלן זיי שעפן נחת פון אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6155 - די גרעסטע סכנה איז הערן ליצנות אויף ערליכע אידן
חינוך הילדים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז וויכטיג זאלסט אהיים גיין שבת נאכן דאווענען מאכן די סעודה און נישט בלייבן לערנען אין שול. עס איז נישט גוט און נישט געזונט אז דיינע קינדער זאלן בלייבן אין שול זיך ארום דרייען ליידיג און זיך צו הערן די שמועסן פון די צעבראכענע אינגעלייט וכו', ווי זיי מאכן חוזק פון מיר, פון די קהילה, פון די מוסד וכו' וכו'; בפרט דיינע קינדער זענען שארפע קעפעלעך, און ווען זיי הערן די ליצנות וועט זיי דאס אפקילן פון מקבל זיין יראת שמים און קדושה.


מחנך זיין די קינדער איז גרעסער און הייליגער ווי בלייבן אין שול משלים זיין דיינע שיעורים; לערנען קען מען אויך אין שטוב.


די גרעסטע סכנה איז הערן ליצנות אויף ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6154 - שיסן פיילן, אפילו אן קיין געפיל
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, התחזקות, עניוות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, י"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר פון דיין עבודת השם, ווי דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, און אז דו האסט יעצט מסיים געווען ספר התיקונים די זיבן און צוואנציגסטע מאל. מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט און הייליגקייט פון תיקוני זוהר, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח) אלע חכמות פון די וועלט ליגט אין דעם ספר.


איך וויל דיר שרייבן א קליינע שיינע זאך וואס איז מיר נתחדש געווארן ביים לערנען תיקונים. רבי שמעון דערציילט (תיקון יג, דף כט:): "חַד בַּר נַשׁ עוּלֵימָא" עס איז געקומען א אינגערמאן, "צַדִּיק שְׁמֵיהּ" א צדיק, "דַּהֲוָה יְתִיב עַל מַגְדְּלָא" ער איז געזיצן אויפן טורעם, "קַשְׁתָּא בִּידוֹי" מיט זיין פייל און בויגן אין האנט, "וַהֲוָה זָרִיק חִצִּים" און ער האט געווארפן פיילן, "לְגַבֵּי חִוְיָא" אויפן שלאנג, דאס מיינט מען דעם סמ"ך מ"ם, "וְדָא אִיהוּ פָּזֵר גָּדוֹל" דער פייל און בויגן מיטן פייל זעען אויס ווי א פזר גדול, "וְחִוְיָא לָא הֲוָה חָשִׁיב לוֹ" אבער דער שלאנג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די פיילן.


דער הייליגער רבי שמעון געבט צו פארשטיין וואס איז געווען זיינע פיילן; "וְקַשְׁתָּא" די בויגן - "אִיהוּ לִישָׁנָא דְפוּמָא" דאס איז די צינג, מיטן מויל און צינג, אז מען ניצט דאס אויף תפילה - איז דאס א פייל און בויגן קעגן די קליפות, "אֱגוֹזָא דְקַשְׁתָּא" די פלאץ וואו מען לייגט אריין די פאל אינעם בויגן - "פִימָא" דאס איז די מויל, "חוּט הַשָּׁנִי" די שטריק וואס מען ציט אויס צו שיסן די פייל - "דָא שָׂפָה" דאס איז די ליפן. "חוּט שֶׁל קֶשֶׁת" מיט די פייל און בויגן - "דְּבֵיהּ הֲוָה צַדִּיק זָרִיק חִצִּין" האט דער צדיק געשאסן אויפן שלאנג, "דְּאִינוּן מִלּוּלִין דִּצְלוֹתָא" די תפילות, "לְגַבֵּי חִוְיָא" צו הרג'ענען דעם שלאנג. זאגט דער זוהר אבער, "וְחִוְיָא לָא הֲוָה חָשִׁיב לוֹן" דער שלאנג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די פיילן, "וְלַאו בְּגִין חֲלִישׁוּ דְצַדִּיק חַ"י עָלְמִין" נישט ווייל א צדיק האט נישט קיין כח צו הרג'ענען דעם שלאנג, "אֶלָּא בְּגִין חֲלִישׁוּ דְהַהוּא דְזָרִיק לוֹן, דְּאִיהוּ צַדִּיק דִּלְתַתָּא מִנֵּיהּ, כַּד לַאו אִיהוּ שְׁלִים" אפשר לומר, ווייל דער וואס האט געשאסן - ער ביי זיך אליין האט נישט געהאלטן פון זיך, ער מיינט אז ער איז נישט חשוב. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "אויב דו האסט אמונה אין אייבערשטן - האסטו אין דיר נישט קיין אמונה" (שיחות הר"ן, סימן קמ), "וּבְגִין דָּא לָא חָשִׁיב לוֹן" דעריבער האט דער שלאנג זיך נישט גערעכנט מיט אים. רבי שמעון אנטפלעקט אונז דאס גרויסקייט פון יעדן איד, יעדער האט א כח צו הרג'ענען דעם שלאנג, יעדער קען שיסן פיילן אויפן סמ"ך מ"ם און העלפן ברענגען די גאולה.


העיקר ארויס צו נעמען אויף למעשה; מען קען נישט מכניע זיין די קליפות מיט ענוה פסולה, מען זאל זיך נישט קלאפן, מען דארף וויסן אז יעדער איינער האט א כח צו אויסלייזן די שכינה פון גלות, דורך דעם וואס מען נעמט די קשת התפילה, מען גייט התבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן בבחינת שיסן פיילן; אפילו אן קיין געפיל, ווייל דער וואס שלאגט זיך מיטן שונא מיטן שווערד - דער זעט וואס ער טוט אויף, ער שניידט שטיקער פונעם שונא, נאכדעם איז דא דער וואס שיסט ארויס פיילן, ער זעט נישט וואס ער טוט אויף, ער שיסט פיילן און ווייסט אז דאס טרעפט דעם שונא, דאס איז די בחינה פון דאווענען אן קיין געפילן, אן זען וואס מען טוט אויף, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6153 - אז מען לערנט נ"ך ווערט מען פול מיט הרהורי תשובה
תשובה, נ"ך

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דער רבי האט געזאגט נ"ך איז זיין מוסר ספר, אז מען לערנט נ"ך ווערט מען פול מיט הרהורי תשובה.

#6152 - פאלג דיין מלמד און דיינע עלטערן
כיבוד אב ואם, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פאלג דיין מלמד און דיינע עלטערן, וועסטו זיין א צדיק

#6151 - זע צו לערנען יעדן טאג משניות
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג משניות, אפילו אן פארשטיין, וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד.


פון דיין ראש ישיבה.

#6150 - לערן משניות, וועסטו ווערן אן ערליכער איד
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות, וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד און האבן א חיים טובים.


פון דיין ראש ישיבה.

#6149 - זיך נישט מאכן קיין אייגענע הלכות
שלום בית, תהלים, שבת קודש, הלכה, דיינים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זוכה געווען צו א מאן וואס לערנט די הייליגע תורה, איר דארפט דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איר האט אזא מאן, און בזכות וואס איר העלפט אים דינען דעם אייבערשטן - וועט איר זוכה זיין צו עולם הבא.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אביסל חיזוק, זיך נישט מאכן קיין אייגענע הלכות וכו', ווייל עס קען ארויסקומען נישט גוטס. עס איז א קלארע הלכה (יורה דעה סימן קפו, סעיף א), א פרוי טאר זיך נישט בודק זיין סתם אזוי – "כְּדֵי שֶׁלֹּא יְהֵא לִבּוֹ נוֹקְפוֹ", עס קען צוברענגען צו נישט גוטס; אויך אויב מען שפירט א הרגשה און מען האט שוין א חזקה אז עס איז גארנישט - דארף מען זיך נישט בודק זיין; אזוי נעמען אן אלע פוסקים.


אויך איז כדאי צו עסן אין שטוב די סעודות שבת, דאס מאכט א שטארקע קשר צווישן מאן און ווייב. אויך איז דאס זייער וויכטיג פאר די הצלחה פון די קינדער, און פון צייט צו צייט גייט מען צו די עלטערן. אויך שנה ראשונה עסט מען ביי די עלטערן, און אזוי ווי איר זענט שוין אפאר יאר נאך די חתונה איז כדאי פאר די קשר צווישן ענק, און פאר די הצלחה פון די קינדער - צו מאכן די סעודות אין שטוב.


זאגט יעדן טאג תהילים און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ענקער שטוב איז געבויעט אויף תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6148 - שוועריקייטן פאר'ן אייבערשטן, שפארט אייגענע שוועריקייטן
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


די מנהלת תחי' האט מיר איבערגעגעבן א גוטע גרוס, אז איר גייט ווייטער אנהאלטן צו זיין א לערערין.


וויסן זאלט איר אז וויפיל מען טוט צו העלפן אויפבויען אידישקייט, העלפן בויען א סקול, העלפן בויען א קהילה - אלס מער שפארט מען זיך איין עגמת נפש פון די אייגענע לעבן, און ווער רעדט נאך אז מען העלפט אויפבויען א סקול וואו מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס לימודים, א סקול וואס לערנט די לימודים פון צדיק.


איך בין געווען א מלמד און זיך זייער געמוטשעט מיט געציילטע קינדער, ביי התבודדות פלעג איך אלץ דאנקען דעם אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער איך נעם אן די עגמת נפש פון תלמידים און מיט דעם זיך שפארן אייגענע עגמת נפש מיט די ווייב, מיט די קינדער וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6147 - לערן יעדן טאג משניות, וועסטו זיין פרייליך
שמחה, משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות וועסטו זיין פרייליך דיין גאנץ לעבן, עס וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


פון דיין ראש ישיבה.

#6146 - לערן יעדן טאג משניות, וועט דיר גוט זיין
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות, וועסטו האבן א זיסע לעבן, עס וועט דיר גוט זיין.


פון דיין ראש ישיבה.

#6145 - לערן משניות, וועסטו האבן א חיים טובים
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות, וועסטו ווערן א צדיק און האבן א חיים טובים.


פון דיין ראש ישיבה.

#6144 - לערן משניות וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד און האבן א זיס לעבן.


פון דיין ראש ישיבה.

#6143 - איין טאג וועסטו נאך וויינען אויף וואס דו האסט געלאכט
משניות, טעלעפאן, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו שפירסט ווי דו ווערסט פארברענט פון עבירות, דו פאלסט אראפ השם ישמרינו - זאלסטו נעמען די משניות און זאגן יעדן טאג משניות, דאס וועט דיך ראטעווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה - האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


איך בעט דיר, האלט דיין טעלעפאן נאר אין אפיס, ברענג עס נישט אהיים, אויך נישט אין קאר. און אויב עס איז דיר שווער מיך צו פאלגן - לאך נישט פון מיר, ווייל איין טאג וועסטו נאך וויינען פאר די יארן וואס דו האסט געלאכט. בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אנקומען צו דעם, לאך נישט פון מיר, מאך נישט חוזק פון די יראת שמים וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6142 - די קהילה וואקסט, דארף מען עס אוועק שטעלן ריכטיג
שטעטל, סדר דרך הלימוד, ישיבה, דף גמרא, זומער

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זיין זומער אין שטעטל קרית ברסלב. די פלענער זענען אנדערש ווי די פארגאנגענע יארן, די פלענער זענען אז די ישיבה וועט זיין דורכן טאג אין מחנה אילן החיים, דארט וועל איך לערנען מיט די בחורים. די יאר וועט די שיעורים ביינאכט זיין אויסדריקליך פאר די בחורים, אנדערש ווי די פארגאנגענע יארן, און אם ירצה ה' ליל שישי וועט זיין דער שיעור אויסדריקליך נאר פאר אינגעלייט. אויך וועט נישט זיין יעדע וואך א מלוה מלכה, נאר געציילטע מאל. אויך וועט זיין די באטע פרייטאג צו נאכטס - נישט אין שול, נאר ביי מיר אין שטוב, נאר פאר מענער.


די קהילה וואקסט, דארף מען עס אוועק שטעלן ריכטיג; באזונדערע שיעורים פאר בחורים, באזונדערע שיעורים פאר אינגעלייט, אזוי וועלן אלע מרוויח זיין, און איך בעט מען זאל נישט אויסמישן די יוצרות וכו'.


היינט האב איך געגעבן א שמועס לכבוד די סיום מסכת בבא מציעא דורכן טעלעפאן פאר די וואס לערנען דעם בלאט גמרא אין ירושלים ביי די שיעור אין אונזער שול, אויך אין ישיבה האבן מיר מסיים געווען מסכת בבא מציעא. שוין די דריטע מאל וואס איך לערן פאר ש"ס כסדרן; ווי האב איך זוכה געווען צו דעם? נאר דורכן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). איך געדענק איך בין געווען א קינד, א בחור, איך האב געטראכט 'ווען וועל איך קענען נאכזאגן א שטיקל גמרא? ווען וועל איך קענען לערנען גמרא?' און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, איך האב געטראפן א קליין ספר'ל "אשר בנחל", און דורכדעם זיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן און גענומען דעם סדר דרך הלימוד בתמימות ופשיטות.


הויב אן מסכת בבא בתרא, זיי נישט קיין בטלן, זיי קלוג; זאג די ווערטער פון די גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער; דאס וועט דיך ברענגען צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6141 - עס לוינט זיך מגולגל צו ווערן, צו מאכן הפצה
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, י"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שפיר זיך שוין ברוך השם אסאך בעסער און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך שוין די ענדע וואך ארויספארן אין שטעטל פאר די זומער וואכן. דא אין שטאט איז שרעקליך, מען דארף רחמי שמים צו קענען גיין אין שול און צוריק קומען מיט ריינע אויגן; די גאסן ברענען מיט די גרעסטע נסיונות. אויבן אויף די בערג איז גרינגער, די לופט איז ריינער, מען קען דארט דינען דעם אייבערשטן מיט קדושה וטהרה.


איך וויל דיר בעטן זאלסט עוסק זיין אין הפצה; וואלסטו געוויסט וואס הפצה איז - וואלסטו זיכער עוסק געווען יעדן טאג אין דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אזויפיל צער אז א טייל פון זיינע קינדער ווייסן נישט פון אים און גייען נישט אין די וועג פון די תורה, און ווען איינער טוט מיט זיינע קינדער - איז דאס די חשוב'סטע זאך ביים אייבערשטן.


דאס ווייסטו אז עונש פון גלגול - איז דאס ערגסטע, דער רבי האט געזאגט מען זאל זיך עקשנ'ען און זאגן אויבן אין הימל: "עקט מיט מיר דא, איך קום נישט אראפ נאכאמאל", ווייל גלגול איז דאס ערגסטע, דאך האט רבי נתן געזאגט: "אויב ווייס איך אז איך וועל קענען נאכאמאל קענען קומען צום ציון פון רבי'ן אין אומאן - וויל איך נאכאמאל מגולגל ווערן"; קומט מוהרא"ש און זאגט, נאך איין זאך לוינט זיך צו מגולגל ווערן: "אויב מען ווייסט מען וועט זיין א מפיץ - איז כדאי וכדאי נאכאמאל אראפצוקומען אויף די וועלט, צו קענען מזכה זיין נשמות ישראל מיט די הייליגע אמונה, מיט די הייליגע תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6140 - ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא
אמונה, התחזקות, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין אין ישיבה; א שבת מיט אנשי שלומינו וואס האבן זיך ליב - שפירט מען ממש ווי דער רבי איז דארט.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן; דאס בויעט אויף די אמונה, ביז מען איז זוכה צו אזא שטארקע אמונה - 'וָאֶרְאֶה אֶת ה'', מען שפירט דעם אייבערשטן אזוי שטארק, אזוי ווי מען זעט עס מיט די אויגן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אמאל פאר איינע פון די אפיקורסים אין אומאן: "ואראה את ה', איך האב געזען דעם אייבערשטן"; ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן געבט אזא שטארקע אמונה, ביז מען זעט מיט די אויגן דעם אייבערשטן.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן סימן קע): "עַל יְדֵי הַיִּסּוּרִין נִכְנָע גּוּפוֹ", דורך יסורים וואס מען ליידט - ווערט אונטערטעניגט די גוף, "וּכְשֶׁנִּכְתָּת הַגּוּף עַל יְדֵי הַצָּרוֹת", און ווען די גוף ווערט אונטערטעניגט – "עַל יְדֵי זֶה מְאִירָה", הויבט זי אן שיינען און לייכטן, אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן זוהר (שלח, קסח): "אָעָא דְּלָא סָלֵק בֵּהּ נוּרָא", א קלאץ וואס צינדט זיך נישט אן - "מְבַטְּשִׁין לֵהּ" צעהאקט מען איר, "גּוּפָא דְּלָא סָלֵק בֵּהּ נְהוֹרָא דְּנִשְׁמְתָא וְכוּ", א מענטש וואס די נשמה צינדט זיך נישט אן, צעקנאקט מען אים, ביז די נשמה הויבט אן שיינען און לייכטן. דאס קען מען אריינלייגן אין די פרשת השבוע, די תורה זאגט, ווי אזוי האט מען געמאכט די מנורה? "מִקְשָׁה זָהָב" (במדבר ח, ד), זאגט רש"י (דבור המתחיל 'מקשה') 'אויסגעקלאפט', מען האט געקלאפט, געהאקט און געשניטן - ביז עס איז געווארן א מנורה וואס שיינט און לייכט; אזוי איז מיטן מענטש, ווי אזוי הויבט אן די נשמה שיינען? דורכדעם וואס עס גייט אריבער וואס גייט אריבער און דאך האט מען נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, דאס מאכט שיינען.


מיר האבן גערעדט פון נישט האבן קיין טענות אויפן אייבערשטן, און אויב חס ושלום עס גייט אריבער שווערע ביטערע יסורים און מען וויל פארשטיין 'פארוואס?' זאל מען וויסן אז מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא. אזוי ווי מיר האבן געהערט אין אלע דורות, ווען אידן זענען געקומען צו צדיקים דערציילן זייערע שוועריקייטן וואס זיי זענען אריבער, זיי האבן פארלוירן א קינד השם ישמרינו, האבן די צדיקים געענטפערט נאר די ווערטער: "ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא..."


ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל איז צו מיר צוגעקומען א טייערער איד און דערציילט אז ער איז אריבער א שווערע נסיון, זיי האבן געווארט א שמחה און ביים סוף איז דאס קינד געבוירן נישט לעבעדיג. ער דערציילט מיר ער האט געוואלט שרייבן א בריוו און בעטן חיזוק, נאכדעם האט ער געטראכט וואס וועט מען אים ענטפערן? אז דאס קינד איז א הויכע נשמה וכו'; דאס איז נישט קיין חיזוק - נישט פאר אים און נישט פאר זיין ווייב. האב איך אים געזאגט: "איך בעט דיר זייער, שרייב מיר יעצט די בריוו און איך וועל דיר ענטפערן נישט די זאכן, איך וועל דיר ענטפערן איין ווארט, וואס די ווארט וועט דיר געבן אזעלכע כוחות... איך וועל דיר ענטפערן 'ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא...?'"


די ווערטער געבן כח, די ווערטער שטארקט דעם גלות איד שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין גלות מיט אלע צרות און אלע גזירות, מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים און מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא'.


די לעצטע פאר טעג איז דא ביי אונז שרעקליכע היצן, ממש נישט אויסצוהאלטן; נאר איין זאך קען אפקילן די היצן - די הייליגע תורה; נעם א גמרא און לערן די הייליגע גמרא.


די וואך גייען מיר מסיים זיין מסכת בבא מציעא און מיר הויבן אן דאנערשטאג מסכת בבא בתרא; זיי קלוג, כאפ זיך מיט, קיל זיך אפ פון די ברענעדיגע היצן, די ברענעדיגע נסיונות פונעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6139 - די שטוב זאל זיין נישט געבויעט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער דערשראקן פון הערן אז איר באקומט א נישט גוטע געפיל פון די וועכנטליכע פרויען שיעורים וכו'; יעדע מאל נאך א פרויען צאמקום שפירט איר ווי איר ווילט קויפן א נישט גוטע טעלעפאן, איר זענט מקנא וכו' וכו'.


ענדערש בלייבט אין שטוב און איר וועט אויסהערן די שיעור אויפן טעלעפאן מיט יראת שמים, ווי איידער ווערן מיטגעשלעפט מיט צעבראכענע פרויען וכו'. די ציל פון די פרויען צאמקום איז - מען זאל ווערן א בעסערער איד, און אויך מער א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, נישט מען זאל באקומען א גליסט און א רייץ צו נישט גוטע זאכן, און אז איר ווערט מיטגעשלעפט אומווילנדיג מיט וכו', איר שפירט זיך צוריק געשטאנען מיט א כשר'ע טעלעפאן, און ווען מען רעדט פון עקטערס און זינגערס וואס ברענגט נישט יראת שמים - שפירט איר נעבעכדיג אז איר קענט נישט מיט רעדן – זאלט איר מער נישט גיין צו די צאמקום, נאר ענדערש בלייבט אין שטוב.


געבט אכטונג אייער שטוב זאל זיין געבויעט אויף די וועג פון צדיקים, נישט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6138 - נישט אויסגעהאלטן אוועקצופארן פון שטוב יעדע שני וחמישי
שלום בית, דאווענען, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר וואס צו טון, איך וויל נאר דיין גוטס.


אוועק פארן פון שטוב יעדע שני וחמישי צו רבי ישעי'לע קערעסטירער איז נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך, בפרט אין שנה ראשונה, און בפרטי פרטיות ווען דיין ווייב איז אין די צייט וואס זי ווארט למזל טוב.


גיי אוועק פון די צעלאזטע וועג פון פארן קיין קערעסטיר יעדע שני וחמישי; עס שמעקט נישט גוט די גאנצע זאך.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6137 - מיט'ן העלפן אין באזאר, העלפט איר די קהלה
תהלים, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, קליידער, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך פארן העלפן אין די באזאר, יעדעס מאל איר העלפט ארויס די באזאר - העלפט איר מיר בויען די שיינע קהילה; דאס איז א זכות פאר אייך און פאר אייערע דורות.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים מיט א שמייכל; עס איז גאר אנדערש תהילים מיט א שמייכל; עס גייט ארויף זייער הויך, ביזן אייבערשטן אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.