בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4578 - שוויצן פאר פסח איז מבטל אלע קליפות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אריז"ל זאגט, אלע פלאג וואס מען פלאגט זיך אריינצוברענגען דעם יום טוב פסח, ווער רעדט נאך ווען מען שוויצט וכו' - איז דאס מבטל אלע קליפות וואס מיר האבן באשאפן מיטן פוגם זיין בברית רחמנא לצלן.


עס איז געווען ביי אונזערע לייט וואס זיי פלעגן זיך מתבודד זיין ביים פסח'דיג מאכן, זיי פלעגן בעטן: "רבונו של עולם ראטעווע מיך פון חמץ, ראטעווע מיך פון עבירות, איך וויל זיין אן ערליכער איד".


וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן, ער נוצט אויס די טעג מיט תפילה והתבודדות; וועט ער זוכה זיין צו די קדושה פון פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#4577 - פרעגן אן עצה פון א צדיק, דאס אליינס איז די ישועה
ישועות, צדיקים, שאלות, אמונת חכמים, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


"וּתְשׁוּעָה", און א הילף קומט, "בְּרֹב יוֹעֵץ", ווער עס איז זיך אסאך מתיעץ (משלי יא, יד).


דער הייליגער רבי טייטשט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמג): "וּתְשׁוּעָה", און א הילף קומט, "בְּרֹב יוֹעֵץ", ווען מען נעמט אן עצה פונעם צדיק. 'רב' דאס איז א רבי, א צדיק. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ט.): "מֹשֶׁה, אַיְּדֵי דִּנְפִישׁ זְכוּתֵהּ כְּרַבִּים דָּמֵי", משה רבינו איז ווי אסאך; ווייל ווען מען פרעגט אן עצה פון א צדיק, איז אפילו עס קומט נישט אויס גוט, ווייסט מען אז דאס איז פונעם אייבערשטן. און אז מען נעמט נישט קיין עצה פונעם צדיק ברענגט מען זיך אליינס דאס שלעכטס.


דעריבער איז זייער וויכטיג צו גיין צו צדיקים און נעמען ביי זיי עצות אויף יעדע זאך. מיט דעם אליינס וואס מען פרעגט אן עצה, דאס אליינס איז די ישועה, דאס איז ממתיק אלע דינים, והבן למעשה.


 

#4576 - דאנק דעם אייבערשטן, וועסטו זען ניסים
תודה והודאה, רפואה, יענער, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט זיך נישט, איר וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף שיין וואקסן. איר זאלט נאר איין זאך טון, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, אייערע ליפן זאלן אלץ שעפשען דאנק ווערטער, ווי: "שכוח אייבערשטער", "איך ליב דיך אייבערשטער", "ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", "איך דאנק דיך אייבערשטער"; דאס איז די סוד פון ניסים.


קוקט נישט אויף אנדערע, שטעלט זיך נישט מעסטן מיט יונגערע געשוויסטער וואס זענען אייך שוין איבערגעוואקסן, קוקט נישט אויף קיינעם.


 

#4575 - וואו איז דיין אידיש הארץ, פארוואס טשעפעסטו דיין ווייב?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שעם זיך, וואו איז דיין אידיש הארץ? וואו איז דיין שכל?! אז דיין ווייב וויינט, זאגסטו איר: "ביסט פונקט ווי דיין מאמע?!" אז דיין ווייב איז נישט קלאר וואס צו טון, זי איז פול מיט ספיקות - שטעכסטו איר מיט שפאס?! זאסט איר: "יעצט פירסטו זיך ווי דיין מאמע!" "יעצט גייסטו וויינען א גאנצע נאכט אזוי ווי דיין מאמע?" אזוי רעדט א איד?!


איך בין אזוי פארשעמט אז דו פירסט זיך אזוי אויף, בעט שוין איבער דיין ווייב און גיי אין פעלד שרייען: "רבונו של עולם, וואס טו איך מיט מיינע שלעכטע בלוט? וואס טו איך מיט מיינע פארדארבענע מידות? וואס וועט דא זיין? וואו איז מיין שכל? איך פליק און שטעך אן קיין רחמנות"


גיי שריי אויס דיינע הייסע שלעכטע בלוט.


 

#4574 - דער אייבערשטער האט א תענוג פון יעדע מצוה וואס דו טוסט
התחזקות, חסידות ברסלב, עבודת השם, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר און איך טראכט אסאך פון דיר, איך ווארט צו הערן ווי דו שטארקסט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות און וואו דו האלסט מיט דיינע שיעורים כסדרן.


טייערער ברודער, דער אייבערשטער האט דיך ליב און ער האט א תענוג פון יעדע מצוה וואס דו טוסט, זאלסטו זיך פרייען מיט דיינע גוטע מעשים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלט): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִשְׁתַּעֲשֵׁעַ בָּהּ", דער אייבערשטער האט א פארגעניגן, "אַף אִם נַעֲשֵׂית עַל יְדֵי קָטָן שֶׁבִּקְטַנִּים", אפילו פון וואס גאר קליינע מענטשן ווי אונז טוען, "וּבְלִי כַּוָּנָה וּשְׁלֵמוּת הָרָאוּי לְהַמִּצְוָה", אפילו מיר טוען דאס אן כוונה און נישט ווי עס דארף צו זיין, "עִם כָּל זֶה יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מֵהַמִּצְוָה", מיט דעם אלעם האט דער אייבערשטער א גרויסע פארגעניגן פון די מצוה.


טייערער ברודער, בינד זיך צו צום רבי'ן. מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועט דיר דאס מאכן פאר א גרויסער צדיק.


איך בענק נאך דיר.


 

#4573 - ווער עס זאגט תהילים וועט נישט זיין דורשטיג אין הימל
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים; איר זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים און אויך זאגט איר תיקון הכללי. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה) תהילים איז א גוטע טרונק פאר די נשמה, און ווער עס זאגט תהילים וועט נישט זיין דורשטיג אין הימל נאכן אוועקגיין פון די וועלט (שיחות הר"ן, סימן כג).


בנוגע וכו'; יעצט ביי די זעכצן יאר איז נישט כדאי צו מאכן לייסענס צו דרייוון, איר האט צייט שפעטער, נאך אייער חתונה זאלט איר פרעגן, איך וועל אייך דעמאלט ענטפערן.


שטארקט זיך מיט כיבוד אב ואם, איר האט טייערע עלטערן, זיי זענען זייער וואוילע מענטשן. איר זאלט זיי העלפן און זיי נאר ברענגען נחת.


 

#4572 - קום נישט פון ארץ ישראל קיין אמעריקע אויף פסח
בחור, שידוכים, הפצה, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, פסח, ארץ ישראל, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביטע רעד מיט ..., ער שרייבט מיר אז ער קומט מארגן קיין אמעריקע. קודם כל יעצט איז נישטא קיין ישיבה, אלע בחורים זענען אהיים העלפן אנגרייטן דעם יום טוב. צווייטנס, וואו וועט ער זיין יום טוב? פסח איז מען נאר אין שטוב, מען גייט נישט צו פרעמדע עסן, פסח מישט מען זיך נישט; אדער עסט מען ביי די עלטערן אדער עסט מען אין שטוב מיט די ווייב, איך נעם נישט קיין בחורים צו מיין סדר, איך בין נישט קיין אדמו"ר; איז וואו וועט ער זיין יום טוב?


עס איז דא איינער וואס פארדריידט אים דעם קאפ אז דאס איז מניעות און מען דארף מבטל זיין די מניעות, בעט איך דיר, רעד צו אים אז ער זאל נישט קומען, זיכער נישט יעצט פאר יום טוב, און אפילו נאך יום טוב זאל ער נישט קומען, א שאד איבערלאזן ארץ ישראל; א שאד ווען ער קען עוסק זיין בתיקונו של עולם אין הפצה, זאל ער נישט קומען קיין אמעריקע. איך האב דא ארץ ישראל'דיגע בחורים, זיי וואלגערן זיך, יעדע שבת דארפן זיי זוכן וואו צו עסן, עס איז נישט פשוט.


ביטע רעד מיט אלע בחורים, זיי מחזק די בחורים זיי זאלן קומען אין שול דורכ'ן טאג לערנען שיעורים כסדרן און פארנאכטס גיין הפצה. זאג זיי איך האלט מיט יעדע פרט ביי זיי, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין זייער שדכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#4571 - דאווען מיט מנין און טשעפע נישט דיין ווייב, וועסטו האבן שפע
שלום בית, תשובה, פרנסה, דאווענען, פסח, מנין, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה. מיר זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן, אבער היינט ערב ראש חודש ניסן, און ערב ראש חודש אלול - זאגן אלע יום כיפור קטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו. נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין און נישט טשעפען דיין ווייב; ביי די צוויי זאכן דארפסטו א גרויסער תיקון, דו דאווענסט טאג איין טאג אויס ביחידות, און דו פליקסט און שטעכסט דיין ווייב; די צוויי זאכן נעמט אוועק די שפע.


איך שרייב דיר דאס, עס איז מיר נישט גרינג. איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און אנהויבן דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות און נישט נעמען דעם טעלעפאן ביים דאווענען, און זיך פארמאכן דאס מויל אין שטוב, נישט ענטפערן; וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט נישט זיין קיין נצרך לבריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#4570 - ווען דו קענסט, זאלסטו רעדן פון רבי'ן
חברים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, רעדן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, חדר, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן געווען אין חדר און אין בית פיגא אין שטעטל, איין זאך קען איך דיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט".


די ווערטער פלעגט מיר מוהרא"ש שטענדיג זאגן. ווען מוהרא"ש איז געקומען באזוכן די ישיבה פלעגט מוהרא"ש שמייכלען צו מיר און זאגן די ווערטער: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט"; די קינדער, די אינגלעך און מיידלעך - אזוי פרייליך, אזוי רואיג, אנגעפילט מיט אמונה, אנגעפילט מיט שמחה; איך בין ארויס פון דארט אזוי פרייליך.


איך בין געפארן כשר'ן מיין קאך, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פסח אין שטעטל. איך האב גע'כשר'ט די קאך און אלעס איבערגעדעקט, מיר פירן זיך אפילו מען כשר'ט דעקט מען איבער אלע קאונטערס, סינקס און טיש, אלע פלעצער וואו מען עסט חמץ.


ווען דו קענסט - זאלסטו רעדן פון רבי'ן; אז דו קומסט אין שול, דו טרעפסט אנשי שלומינו, אדער אין שטוב מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער - רעד פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער צדיק, רבי אברהם שטערנהארץ זכרונו לברכה, אן אייניקל פון רבי נתן זכותו יגן עלינו, אויך אן אייניקל פון טשערינער רב זכר צדיק לברכה, ער האט געקענט דעם גאנצן ספר לקוטי מוהר"ן אויף אויסנווייניג. ער פלעגט אלץ רעדן נאר פון רבי'ן, אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז געווען העכער די ניינציג יאר און ער איז געווען זייער שוואך - האט ער גערעדט נאר פון רבי'ן. מען האט אים געפרעגט: "רבי אברהם, וואס מוטשעט איר זיך אזוי צו רעדן פון רבי'ן, איר האט קוים כח?" האט ער געזאגט: "איך מוז רעדן פון רבי'ן, ווייל נאך אביסל קומט דער מלאך המות צו מיר, וויל איך ער זאל מיר צונעמען מיין נשמה אינמיטן רעדן פון הייליגן רבי'ן".


אז מען דריידט זיך אין ברסלב מיינט נישט אז מען האט שייכות מיטן רבי'ן, זוך חברים וואס רעדן פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#4569 - זיך צואיילן מיט'ן נייעם אלבום וואס איז מחזק און מעורר לתשובה
ניגונים, צדקה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


                   יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך הער זאגן אז דו נעמסט צאם געלט פאר מיר איך זאל האבן אויף יום טוב מצות, פיש און פלייש; וויל איך דיר בעטן, ענדערש זאלסטו צאמנעמען געלט פאר די משפחות וואס דארפן, וואס זענען נצרכים. געלויבט דעם אייבערשטן איך האב אזוי סאך שפע, איך דארף נישט צוקומען צו קיינעם, איך האב גענוג און נאך, איך וויל זאלסט העלפן ווער עס דארף דאס האבן.


איך וויל דיר בעטן זיך צואיילן מיט ארויסגעבן דעם נייעם אלבוים "א מופת בין איך", ווייל די ניגונים זענען מחזק און מעורר לתשובה אזויפיל מענטשן, בפרט די בני הנעורים; זיי קען מען אלע אויסהיילן מיט די כח הנגינה, אזוי ווי דער בעטלער האט זיך בארומט (ספורי מעשיות, מעשה יג): "איך הייל זי", מיט די כח הנגינה.


א פרייליכן יום טוב.


 

#4568 - מען קען אנהויבן דאווענען אביסל פאר די מנין הויבט אן
טעלעפאן, ראש ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען דאווענט צו שנעל פאר דיר - קענסטו קומען אפאר מינוט פריער און דאווענען שטייט און געלאסן. איך טו אויך אזוי, ווען איך קום אין שטעטל און איך דאווען מיט די ערשטע מנין - לייג איך טלית און תפילין אפאר מינוט פריער, אזוי האב איך צייט צו זאגן די תפילה קודם התפילה מיט די קרבנות, און איך הויב אן דאווענען פסוקי דזמרה איידער דער בעל תפילה הויבט אן, אזוי קען איך מיט דאווענען.


אז מען קומט שפעט און אז מען קוקט אינעם טעלעפאן ביים דאווענען - קען מען טאקע נישט מיט דאווענען, אבער אז מען קומט פונקט אין צייט און מען רעדט נישט מיט קיינעם און מען האלט נישט מיט זיך דעם טעלעפאן - איז דער דאווענען א מחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4567 - אז מען איז זיך מחי' מיט די בריוו, געבט דאס חיזוק צו שרייבן ווייטער
אמונה, הכרת הטוב, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוו פון עצתו אמונה, ווייל פון איין זייט זאגן מענטשן איך זאל אויפהערן שרייבן און מען זאגט דעות, שרייב אזוי שרייב נישט אזוי, און ווען איך באקום גרוסן פון מענטשן ווי זיי זענען זיך פשוט מחי' מיט די בריוו - געבט דאס חיזוק ווייטער צו שרייבן.


שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. דאס לעבן איז ווי אזוי מען נעמט דאס און ווי אזוי מען קוקט אויף דעם; אז מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, און אלעס איז פאר מיין טובה' - איז דאס לעבן א זיסע זאך, און אז מען לעבט נישט מיט אמונה - איז זייער ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4566 - פארגעסט פון די אלטע ווייטאג, הויבט אן פונדאסניי
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, התחדשות, טערעפי, שכחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, החודש, מברכים החודש, כ"ד אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט זיך שטארקן צו זיין פרייליך. פארגעסט אלעס וואס איז געווען, טראכטס נישט אלטע מעשיות; די אלטע מעשיות ברענגט נאר ווייטאג, טראכטס 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, נעבן מיר', טראכטס אז דער אייבערשטער האט אייך ליב, ער ווארט צו הערן אייער קול ווי איר בעט אים.


ארבעטס אויף שמחה, דאס איז די וויכטיגסטע זאך; אז מען איז פרייליך - האט מען אלעס, און אז מען איז טרויעריג קען מען אלעס האבן און מען האט גארנישט.


די נארישע פארטעמפטע טערעפיסטן האבן א וועג ווי מער מאכן דעם מענטש נאכאמאל טראכטן פון זיין אלטע ווייטאג, עס איז ביי זיי א גאנצע זאך ווי מען קען מאכן דער מענטש זאל חזר'ן אלטע ווייטאג. ביים רבי'ן איז פארקערט, דער רבי זאגט איך האב ליב ווען מען פארגעסט וואס איז געווען און מען באנייט זיך, נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


פארגעסט פון די אלטע ווייטאג, הויבט אן פונדאסניי, און בעטס אויף שמחה. בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל פארגעסן אלע אלטע ווייטאג"; וועט איר זיין גליקליך און צופרידן.


א גוט שבת.


געבט א גרוס אייערע טייערע עלטערן.


 

#4565 - העלפן דעם מאן זאל מצליח זיין אין לערנען, איז א גרויסע מצוה
כולל, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


העלפט אייער מאן אויפשטיין פרי, וועקט אים אויף; אזוי וועט ער קענען זיין אין כולל. ווען דער מאן בעט די ווייב הילף אויפצושטיין אין צייט - איז דאס נישט קיין שלעכטע זאך, דאס איז א גרויסע טובה פאר ביידע.


מיטן העלפן דעם מאן אין עבודת השם - ווערט מען נישט א משגיח אדער א פאליס לעדי - ווי איר רופט עס, העלפן דעם מאן זאל מצליח זיין אין לערנען - דאס איז א גרויסע מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) אין די שכר וואס די פרויען העלפן דעם מאן גיין לערנען און ווארטן אפ דעם מאן ווען ער קומט אהיים פון לערנען - דאס איז די שכר, די גן עדן פאר זיי; שרייען אויפ'ן מאן, אראפקוקן דעם מאן ווען ער איז נאכנישט אויסגעארבעט - דאס איז נישט גוט.


וועקט אויף אייער מאן אינדערפרי, העלפט אים קומען אין כולל אין צייט, דאס וועט אים פרייליך מאכן. ווייל ווען מען שטייט אויף פרי, מען דאווענט פרי, מען איז צייטליך אין כולל - איז מען אין א גוטע גוסטע, און פארקערט, ווען מען שטייט אויף שפעט, מען קומט שפעט - איז מען צעבראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4564 - איך געב נישט קיין אינטערוויו פאר קיין שום אויסגאבע און צייטונג
הפצה, מאגאזינען, ראש ישיבה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


אינטערעסאנט אז דו פרעגסט מיך נאכאמאל און נאכאמאל נאכדעם וואס דו ווייסט שוין קלאר אז איך געב נישט קיין אינטערוויו פאר קיין שום אויסגאבע און קיין שום צייטונג, און איך זאג פאר אלע מיינע צוהערער נישט צו האבן צוטון מיט די זאכן, איז פארוואס פרעגסטו מיך איבער?


דו ביסט דאך א תלמיד פון מוהרא"ש, דו האסט דאך קלאר געהערט וואס מוהרא"ש האט צו זאגן בנוגע צייטונגען און אויסגאבעס; איז מיר א וואונדער אז דו פרעגסט מיך נאכאמאל. ענדערש זאלסטו זיך אריינלייגן אין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס האט אזוי שיין און קלאר אראפגעברענגט דעם רבינ'ס תורות פאר אונזערע קליינע מוחות. ווייל איין ספר, איין קונטרס וואס דו געבסט מיד ליד פאר א בחור אדער אינגערמאן - האסטו מער געטון ווי רעדן מיט די כלי שופכין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4563 - אסאך תפילות אז יום טוב זאל זיין שיין אן קיין קריגערייען
פחדים, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, קדושה, חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שווער און שוויגער, שלום, פסח, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האט נישט מורא פון קיינעם. דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א סגולה קעגן רשעים - שלא לפחוד, נישט מורא האבן"; קיינער קען אייך גארנישט טון, האט נישט מורא. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו) ער האט געפרעגט אויב מען שלאגט אדער מען שעדיגט, האט מען אים געענטפערט ניין, מען שלאגט נישט און מען שעדיגט נישט, מען דערשרעקט נאר, האט ער געגעבן אן עצה זיך שטעלן נעבן צדיק, האט מען מער קיין מורא נישט.


דער רבי לערנט אונז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן ביז דער מח מחשבה טראכט נאר פון אייבערשטן, ביז מען האט פון קיינעם נישט קיין מורא.


בנוגע וואו צו זיין יום טוב; גייט צו אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן, יעצט ווען איר האט גאר קליינע קינדער איז גוט צו גיין צו די עלטערן.


בנוגע אז ביי אייער טאטע איז דער סדר צומאל א גיהנום, מען שרייט און מען קריגט זיך, און אויב עס גיסט זיך אויס אביסל פון די כוסות ווערט א כעס מיט א געשריי; אויף דעם איז דא איין עצה, בעטס דעם אייבערשטן פון יעצט אסאך תפילות אז יום טוב זאל זיין שיין אן קיין קריגערייען.


בנוגע די פרוי וואס קומט רייניגן די שטוב און אייער קינד לויפט איר נאך וכו'; מאכט נישט קיין עסק פון דעם.


שטארקט זיך מיט שמחה, שמחה איז א רפואה פאר אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4562 - מחזק זיין די אינגעלייט פון כולל צו קומען צייטליך
כולל, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתינו וראש הכולל היכל הקודש


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק די אינגעלייט פון כולל זיי זאלן קומען צייטליך. עס איז א שאד אז די פאר אינגעלייט ווי האברך ..., האברך ..., האברך ... - זאלן נישט זיין צייטליך. רעד מיט זיי, אפשר האבן זיי א שוועריקייט מיטן אויפשטיין, אפשר זאלן מיר שטעלן א שמש וואס זאל ארומגיין קלאפן אויף די פענסטער; ווייל נאר אז מען האלט די זמנים, מען איז צייטליך - קען מען מצליח זיין.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מחזק זיין מיין זון הרב ... צו לערנען. אם ירצה ה' זומער ציט זיך מיין איידעם ארויס אין שטעטל, איך האף דו וועסט אים אויך מחזק זיין און אים שיין אויסשלייפן.


 

#4561 - ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען
שלאפן, שלום בית, סיפורי צדיקים, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... שליט"א


ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, ווי איידער בלייבן אויף שפעט ביינאכט. גלייך נאך מעריב גיי אהיים און גיי שלאפן, אלע דיינע שיעורים זאלסטו לערנען פארטאגס און במשך דעם טאג.


אויך זאלסטו מאכן צייט צו שמועסן און פארברענגען מיט דיין ווייב. האסט א מתנה פון הימל, אן אשת חיל; זאלסטו שמועסן און פארברענגען מיט איר.


נאכאמאל, ביינאכט זאלסטו גארנישט טון. מוהרא"ש דערציילט איינע פון די שיינע זאכן וואס ער האט געזען ביי הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכר צדיק לברכה; נאך מעריב האט מוהרא"ש אים באגלייט ביזן שטוב, ער האט געוואלט הערן שיחות, און ווען ער איז אנגעקומען צו זיין שטוב האט רבי לוי יצחק געשמייכלט און אים געזאגט: "א גוטע נאכט". מוהרא"ש זאגט, דאס אליינס איז ביי אים געווען א לימוד, והבן למעשה.


 

#4560 - צופרידן אין שולע
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן אויף אייך, אז איר זענט אן אויסגעצייכנטע תלמידה, אייערע לערערינס רעדן פון אייך זייער גוטע זאכן. איך האף איר זענט צופרידן אין שולע און איר הערט זיך גוט צו וואס די לערערינס לערנען.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4559 - מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן
קינדער, כיבוד אב ואם, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט. דו ביסט מחי' די וועלט, אלע האבן חיזוק פון דיר, אלע זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון עצתו אמונה. ווען דו וואלסט ווען געוויסט וואס פאר א זכות דו האסט, וויפיל מענטשן טוען תשובה בזכות דיר, וויפיל מענטשן הייבן אן לעבן מיט יראת שמים, מיט שלום בית, מיט לערנען און דאווענען וכו' וכו' - וואלסטו געטאנצן און נישט אויפגעהערט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


די וואך וויל איך שרייבן פאר די קינדער די מעשה פונעם בן איש חי, פון כיבוד אב ואם. די מעשה ווערט געברענגט אין ספר בן יהוידע (על מסכת בבא מציעא דף לג).


קִינְדֶער יֶעצְט זֶענְט עֶטְץ דִי קִינְדֶער, אוּן נָאךְ אַבִּיסְל וֶועט אִיר זַיין דִי עֶלְטֶערְן. וִויל אִיךְ אַייךְ דֶערְצֵיילְן אַ מַעֲשֶׂה וָואס אִיר וֶועט זִיךְ לֶערְנֶען דֶערְפוּן אַז וִוי אַזוֹי מֶען פִירְט זִיךְ מִיט דִי עֶלְטֶערְן - אַזוֹי וֶועלְן דִי קִינְדֶער זִיךְ פִירְן מִיט עֶנְק.


עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער גְבִיר וָואס הָאט גֶעהַאט אַן אַלְטְן טַאטְן אַן אָרֶעמַאן, דֶער גְבִיר הָאט נִישְׁט אַכְטוּנְג גֶעגֶעבְּן אוֹיף זַיין טַאטֶע, עֶר הָאט אִים אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן פוּן שְׁטוּבּ אוּן עֶר הָאט גֶעדַארְפְט שְׁלָאפְן אִין גַאס מִיט אַנְדֶערֶע אָרֶעמֶעלַייט.


וַיְהִי הַיוֹם, עֶס אִיז גֶעוֶוען אִינְמִיטְן וִוינְטֶער, זֵייעֶר אַ קַאלְטֶע טָאג, וֶוען דֶער אַלְטֶער טַאטֶע אִיז גֶעזִיצְן אִין גַאס פְרִירְנְדִיג פַאר קֶעלְט, אִיז דָארְט אַרִיבֶּער זַיין אֵיינִיקְל - אַ זוּן פוּן דֶעם גְבִיר, הָאט דֶער זֵיידֶע גֶעבֶּעטְן זַיין אֵיינִיקְל: "אִיךְ בֶּעט דִיר, גֵיי בֶּעט דַיין טַאטֶע זָאל אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת הָאבְּן אוּן מִיר שִׁיקְן אַ וַוארֶעמֶע מַלְבּוּשׁ אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט אוֹיסְגֵיין פַאר קֶעלְט דָא אִין גַאס". דֶער אֵיינִיקְל אִיז אַהֵיים גֶעקוּמֶען אוּן גֶעבֶּעטְן: "טַאטֶע, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף זֵיידִי; זֵיידִי בֶּעט אַ וַוארֶעמֶע קְלֵייד", הָאט דֶער גְבִיר גֶעזָאגְט פַאר זַיין זוּן: "גֵיי אַרוֹיף אוֹיבְן אִין בּוֹידֶעם, דָארְט הָאבּ אִיךְ אַן אַלְטֶע קְלֵייד וָואס אִיךְ דַארְף סֵיי וִוי נִישְׁט, דָאס קֶענְסְטוּ טְרָאגְן פַארְן זֵיידְן".


דֶער זוּן אִיז אַרוֹיף אִין בּוֹידֶעם אוּן גֶעטְרָאפְן אַן אַלְטֶע קְלֵייד, פוּל מִיט רִיסְן אוּן גְרוֹיסֶע לֶעכֶער, עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר אוֹיפְגֶערֶעגְט, עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַ שֶׁערְל, אַיינְגֶעקְנֵייטְשְׁט דֶעם קְלֵייד אוּן דָאס צֶעשְׁנִיטְן אִין הַאלְבּ. וֶוען זַיין טַאטֶע - דֶער גְבִיר הָאט גֶעזֶען אַז דֶער זוּן קוּמְט נָאכְנִישְׁט אַרָאפּ, הָאט עֶר אַרוֹיפְגֶעשְׁרִיגְן צוּם בּוֹידֶעם: "וָואס טוּסְטוּ אַזוֹי לַאנְג אִין בּוֹידֶעם? גֵיי שׁוֹין מִיט דֶעם קְלֵייד צוּ מַיין טַאטֶע!" דֶער זוּן הָאט זִיךְ אָבֶּער וַוייטֶער פַארְזוֹימְט, עֶר הָאט גֶעעֶנְדִיגְט שְׁנַיידְן דֶעם קְלֵייד אוֹיף צְוֵויי שְׁטִיקְלֶעךְ אוּן אַרָאפְּגֶעקוּמֶען צוּ זַיין טַאטֶע מִיט אֵיין שְׁטִיקְל קְלֵייד, הָאט אִים דֶער טַאטֶע גֶעפְרֶעגְט: "פַארְוָואס הָאסְטוּ צֶעשְׁנִיטְן דֶעם קְלֵייד אוֹיף צְוֵויי שְׁטִיקְלֶעךְ?" הָאט עֶר גֶעזָאגְט פַאר זַיין טַאטֶע: "אֵיין שְׁטִיקְל לֵייג אִיךְ אַוֶועק פַאר דִיר, וֶוען דוּ וֶועסְט וֶוערְן אַן אַלְטֶער מֶענְטְשׁ וֶועל אִיךְ דִיךְ אַרוֹיסְוַוארְפְן פוּן שְׁטוּבּ, אוּן וֶוען עֶס וֶועט קוּמֶען וִוינְטֶער אוּן דוּ וֶועסְט זַיין קַאלְט - וֶועל אִיךְ דִיר שִׁיקְן דֶעם צְוֵוייטְן חֵלֶק פוּנֶעם קְלֵייד".


הָאט דֶער טַאטֶע זִיךְ גֶעכַאפְּט בַּיים קָאפּ וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן אוּן עֶר הָאט אַהֵיים גֶערוּפְן זַיין אַלְטְן טַאטְן, עֶר הָאט אִים אַרַיינְגֶענוּמֶען אִין שְׁטוּבּ אוּן אִים אִיבֶּערְגֶעבֶּעטְן.


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, מִיר גֵייעֶן מְכַבֵּד זַיין טַאטֶע מַאמֶע אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט גֶעהֵייסְן, אוּן וֶוען מִיר וֶועלְן חֲתוּנָה הָאבְּן וֶועט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּנְז בַּאצָאלְן מִיט נַחַת, מִיר וֶועלְן אוֹיךְ הָאבְּן קִינְדֶער וָואס וֶועלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף אוּנְז.


לָאמִיר זִינְגֶען: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער אַז דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַזַא גוּטֶע טַאטֶע אוּן מַאמֶע".


בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד פון אן אלטער איד מיט צעריסענע קליידער, נעבן אים שטייט איינער אנגעטון ווי א גביר. דער אלטער איד שטרעקט אויס זיין האנט, ער בעט צדקה, און דער איד שטייט קאלטערהייט מיט די הענט אויף די לענדן, און אין די זייט א אינגל מיט א גרויסע שערל, שניידט א סחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4558 - אלע ארבייטער אין מצה בעקערי שעפשן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט פארמיטאג בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל באקן מצות, עס איז גאר אנדערש מצות וואס ווערן געבאקן דורך אנשי שלומינו; פונעם קנעטער, פונעם וואסער גיסער, ביזן שיבער, ביזן פאקער - אלע רעדן צום אייבערשטן, אלע ליפן שעפשען תפילות און לויב און דאנק ווערטער צום הייליגן באשעפער.


אמאל ערב פסח ווען דער הייליגער צדיק דער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו האט געבאקן ערב פסח מצות האט ער זייער געקאכט, און געזאגט: "מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר וועלן נאך זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח מיט משיח צדקינו אין ירושלים", האט א איד זיך אנגערופן און געפרעגט: "רבי, אויפ'ן זייגער שטימט עס נישט; יעצט איז שוין אין ירושלים פסח ביינאכט, ווי איז מעגליך אז מיר זאלן נאך קענען זיין אין ירושלים, עס נעמט דאך צייט דאס פארן, זיך מטהר זיין, און ווי נעמט מען דעם קרבן פסח וכו'", האט דער הייליגע מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו געזאגט: "אז ביי דיר שטימט עס נישט - וועסטו דא בלייבן, און די אלע וואס גלייבן - וועלן נאך זוכה זיין צו זיין אין ירושלים און עסן דעם קרבן פסח".


ביים באקן די מצות האב איך געבעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ניצול צו ווערן פון א משהו חמץ אום פסח, און נאך זוכה זיין די יאר צו עסן "מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים" (פסחים קטז:); און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#4557 - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א געפיל צו איידעלקייט
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן אויף די פראגע, ווייל עס איז נישטא הלכות אויף דעם, עס איז מער א געפיל זאך. מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געפיל צו גיין אנגעטון איידעלע קליידער, איידעלע שיך, מיט איידעלע באשיידענע קאלירן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4556 - אנטלויפן פון א ישיבה וואו מען רעדט ניבול פה
חברים, קדושה, חינוך הילדים, בחור, פרנסה, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז די פראגע, אודאי זאל ער אוועקגיין פון די ישיבה; אז די בחורים רעדן טאג און נאכט ניבול פה - זאל ער פון דארט אנטלויפן!


ליידער ווערט מקוים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן, וואס וועט זיין איידער משיח צדקינו וועט קומען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מב:): "בעקבות משיחא ... בית וועד יהיה לזנות", די ישיבות וועלן זיין א פלאץ פאר עבירות; ליידער ווערט דאס מקוים, מען רעדט צווישן די בחורים עבירות, ניבול פה, רחמנא לצלן.


ענדערש זאלסטו נעמען דיין זון מיט דיר צו די ארבעט ווי איידער ער זאל זיך דרייען צווישן בחורים וואס רעדן ניבול פה.


בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר זיי; דיינע קינדער זאלן האבן גוטע חברים, ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4555 - עס איז נארמאל אז א קינד פארטראכט זיך אדער פארשפילט זיך
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך לערן פאָר אין ישיבה פאר די בחורים די בלאט גמרא בבלי און ירושלמי - קומען צומאל אריין מלמדים פון תלמוד תורה (די חדר און די ישיבה געפונען זיך אינעם זעלבן בנין), און האלטן מיט די גמרא. ווען איך זע ווי א מלמד פארטראכט זיך, זאג איך אים: "זעסט, אפילו א מלמד קען זיך פארטראכטן", ביז דער מלמד געבט א שמייכל און פארשטייט שוין, און נעמט דאס פאר חיזוק נישט צו ווערן פארלוירן ווען מען זעט ווי די קינדער ווערן פארטראכט און פארשפילט.


א מלמד טאר נישט נעמען פערזענליך ווען א קינד פארטראכט זיך אדער פארשפילט זיך, מיר אלע פארטראכטן זיך און פארשפילן זיך. וועסט זען ביים דאווענען אין שול ווי ערוואקסענע, און אמאל גאר מלמדים - שפילן זיך ביים דאווענען, נישט מיט קיין קליינע שפילצייג אזוי ווי קינדער, נאר מיט גרויסע שפילצייג; נעמען א גליון אינמיטן דאווענען איז אזוי ווי א שפילצייג. קען מען דען זאגן אז מען איז שלעכט? קען מען דען טראכטן 'דער אינגערמאן האלט ביי גארנישט'? ניין, חס ושלום; ער איז פארטראכט, ער איז פארשפילט. איז דאך אודאי קליינע קינדער, דארף מען זיי צוריקשלעפן מיט רחמנות און מיט ליבשאפט.


איך קען נאך אסאך שרייבן, איך דארף אבער אהיים לויפן העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער.


א גוטע נאכט.


 

#4554 - זאגן תהילים דערקוויקט די נשמה
תודה והודאה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט יעדן טאג תהילים און איר האט יעצט געענדיגט די זיבעציגסטע מאל ספר תהילים. וואס זאל איך אייך זאגן, נישטא קיין בעסערע זאך ווי זאגן תהילים, דאס דערקוויקט די נשמה. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א גוטע פאנטש", א גוטע טרינקט פאר'ן מענטש.


שטארקט אייך מיט אמונה און דאנקט דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.