בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1236 - מ'דארף אסאך רעדן פון אמונה און פון צדיק
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, שלום בית, צדיקים, שבת קודש, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז זענט מחזק פרויען און מיידלעך.


לערנט מיט זיי בריוו פון "אשר בנחל" אדער "עצתו אמונה"; אז זיי פארשטייען נישט קיין אידיש קענט איר זיי פארלערנען די בריוו אין לשון הקודש, (מען איז מתרגם די אידישע בריוו אויף לשון הקודש).


בעיקר זאלט איר רעדן פון חיזוק אין אמונה, חיזוק אויף תפילה און אסאך פון אמונת חכמים, אמונה אינעם רבי'ן; אנשטאט רעדן פון פרטים אין לעבן וכו', וכו', דארף מען רעדן פון אמונה און פון צדיק. אזוי האט דער הייליגער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "ווען דו שרייבסט חידושי תורה און דו קומסט אן צו שרייבן פון 'אמונה' אדער 'צדיק' - זאלסטו אויסשפרייטן דעם פענע"; דאס הייסט, ער זאל שרייבן אסאך איבער דעם נושא, ווייל: "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ (נדרים מא.)", אז מען האט אמונה האט מען אלעס, ווידעראום אן אמונה האט מען גארנישט; נאר אז מען האט אמונה האט מען א לעבן.


רעדטס צו זיי וואס מען באקומט ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, ווי זיס און האניג'דיג דאס לעבן ווערט, פון דאס רואיגקייט וואס מען באקומט ווען מען גייט נאך דעם הייליגן רבי'ן. ביי אלע חסידים רעדט מען פון האבן א רבי, און אין ברסלב אליינס קען מען זיך אויך גוט אפנארן השם ישמרינו, בפרט ביי די וואס מען רעדט אין די קבלה שפראך און העכערע ווערטער - דארט איז זייער גרינג זיך צו נארן, ליידער אין ברסלב אליינס פארקויפט מען זאכן וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן וכו', וכו', דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל שטענדיג קוקן אויף זיך, מען זאל קוקן 'וואס האב איך אין די האנט?'


לייגטס אריין אין די מיידלעך זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן זיך נישט אפצונארן אין לעבן; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; דאס הייסט אז א מענטש דארף שטענדיג קוקן אויף זיינע רווחים ברוחניות. פונקט אזוי ווי בגשמיות ווען א מענטש האט א ביזנעס דארף ער זיך שטענדיג נאכפרעגן ביים בוכהאלטער צי די ביזנעס פארדינט אדער דערלייגט, אזוי און נאך מער דארף מען זיך כסדר בודק זיין: 'וואס טו איך אויף די וועלט, אפשר נַאר איך זיך?' און זען זיך טאקע נישט צו לאזן נארן.


בנוגע אויב אייער מאן זאל אוועק פארן מיט ענקער קהילה אויף שבת, מען פארט אוועק אן די ווייבער וכו'; דאס ווענדט זיך אין ענק, אז אייער מאן וויל בלייבן אין שטוב אויף שבת מיט אייך און מיט די קינדער איז זייער חשוב, און אז ער דארף אוועק גיין מיט די קהלה ווייל דארט פארשטייט מען נישט די זאך פון זיין אין שטוב מיט די ווייב וכו', זאלט איר אים נישט מאכן קיין שוועריקייטן. איר דארפט אים פארשטיין, אז ער וועט נישט פארן וועט ער נישט שפירן באקוועם אין די קהלה ווען אלע פארן וכו', וכו'; דאס זאלט איר צווישן זיך אפמאכן.


מען דארף שטענדיג געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "וואס מען טוט - טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס".


זייטס ממשיך צו זאגן תהלים יעדן טאג; תהלים וועט אייך טראגן צום טיר וואס פירט אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1235 - א בחור מיט יראת שמים און אמונת חכמים
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו ביסט א קלוגע מיידל, אז דו פארשטייסט וואס צו זוכן ביי א שידוך; אנדערע מיידלעך קוקן אויף געלט, אויף כבוד וכו', וכו' און דו שרייבסט אז דו ווילסט א בחור מיט צוויי זאכן: יראת שמים און אמונת חכמים, וואס דאס איז דער עיקר פונעם מענטש. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכג): דער עיקר און דער יסוד וואס אלעס ווענדט זיך נאר אין דעם - איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק הדור און אננעמען אלעס וואס ער זאגט, סיי א קליינע זאך און סיי א גרויסע זאך, און חס ושלום זיך נישט אוועקרירן פון זיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, שופטים): "אֲפִילוּ אוֹמֵר לְּךָ עַל יְמִין שֶׁהוּא שְׂמֹאל, וְעַל שְׂמֹאל שֶׁהוּא יְמִין"; דאס הייסט, אז דער מענטש דארף אינגאנצן אוועק ווארפן זיין אייגן שכל, אזוי ווי ער האט בכלל נישט קיין שכל, נאר דאס וואס ער באקומט פונעם צדיק, און ווי לאנג א מענטש האלט זיך נאך מיט זיין אייגענעם שכל, האט ער נאכנישט קיין שלימות און ער איז נאכנישט אמת'דיג מקורב צום צדיק.


זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דיין שפראך אז דו זאלסט טרעפן א בחור מיט יראת שמים און אמונת חכמים וועסטו טרעפן אן ערליכער בחור און אויפשטעלן א שיינע שטוב, ווייל מיט די צוויי זאכן האט מען אלעס; אז דער מענטש האט יראת שמים און איז מקושר צום צדיק ווייזט אים דער צדיק א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.


זיי פרייליך.

#1234 - שטארקט אייך איינער דעם צווייטן, און האלט אייך צוזאמען
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע ברסלב'ע מקורבות תחיו בירושלים עיר הקודש.


שטארקט אייך מיט די עצה פון התבודדות; וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף פראסט אידיש. תפילה איז אזוי שטארק אז עס טוישט די טבע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.


אויך זאלט איר זיך שטארקן מיט דרך ארץ; ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר". איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן און אייערע לערערינס, איר זאלט רעדן מיט יעדן איינעם שיין און געלאסן, וועט איר מקדש שם שמים זיין; מען וועט קוקן אויף ברסלב שיין און דאס וועט גורם זיין אז אלע זאלן מקורב ווערן צום רבי'ן.


ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך: "נַ נַח"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן, און ווען עלטערן דערוואוסן זיך אז זייער קינד האט שייכות מיט ברסלב וכו' רודפ'ט מען דאס קינד; מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, מען קומט נישט צו די קינדער'ס שמחות וכו' וכו', דאס אלעס קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך, א פלאץ פון מופקרים וכו'.


די מחלוקת אויף ברסלב איז נישט קיין נייע זאך; אויפ'ן הייליגן רבי'ן אליינס איז שוין אויך געווען מחלוקת. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת האט דעמאלט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גֶעשְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, - אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדע קלוגע טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב, ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.


איך בעט אייך איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך שטארקן איינער דעם צווייטן, וועט איר זען אז איר וועט אלע טרעפן שידוכים.

#1233 - בלייב דארט וואוינען
דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב זי ליידט נישט דארט, סך הכל איז איר נישט אזוי באקוועם דארט ווייל זי האט נישט איר משפחה - איז נאך אלץ כדאי צו בלייבן דארט וואוינען; דארט וועט איר מער מצליח זיין, עס איז א רואיגערע פלאץ ווי די גרויסע שטאט וכו', וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי', אז אויב זי וועט זיך נישט מסדר זיין קען מען אלץ צוריק גיין קיין בני ברק, ביז דערווייל בלייב אין אלעד.


זיי געזונט.

#1232 - אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים
מקוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אין מקוה יעדן טאג וועט אוועק גיין פון דיר אלע דינים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, אות פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים; גיי אין מקוה יעדן טאג גלייך ווען דו שטייסט אויף, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים.


קיינער קוקט נישט אויף דיר און קיינער טראכט נישט פון דיר; גיי דיין וועג, וועסטו מצליח זיין.

#1231 - הייליגער באשעפער מאך מיר זיס די תורה
משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר - א קינד פון ניין יאר אלט, אז דו האסט אנגעהויבן לערנען משניות!


דער הייליגער זוהר זאגט (כי תצא רעז:): "מָארֵי מִשְׁנָה, דְּאִינּוּן מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת מַמָּשׁ", די אלע וואס לערנען משניות ווערן אזוי ריין און הייליג ממש ווי מלאכים, "וּבְגִין דָּא אוֹקְמוּהָ מָארֵי מַתְנִיתִין, עַל בַּר נָשׁ אִי יְהֵא כְּמַלְאַךְ יְיָ צְבָקוֹת תּוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהוּ, וְאִי לָאו לֹא יְבַקְשׁוּ תּוֹרָה מִפִּיהוּ", די אלע וואס לערנען משניות ווערן אזוי ווי די הייליגע מלאכים וואס באדינען דעם אייבערשטן און זענען זוכה צו לערנען תורה מיט אנדערע אידן וכו'.


ווען מען הויבט אן לערנען שפירט מען נישט גלייך דאס זיסקייט פון די תורה, מען פארשטייט נישט גלייך אין אנהויב וואס מען לערנט; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט פון די תורה, און צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער רבי האט דערציילט פון זיינע יונגע קינדער יארן (שבחי הר"ן, אות ח), "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנַיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלֹא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


יעדן אינדערפרי ווען דו זאגסט ברכת התורה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "וְהַעֲרֶב נָא ה' אֱלֹקֵינוּ אֶת דִּבְרֵי תוֹרָתְךָ, הייליגער באשעפער מאך מיר זיס די תורה, איך וויל שפירן א טעם אין די תורה, איך וויל פארשטיין דאס לערנען", דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פארשטיין און צו שפירן די הייליגקייט וואס ליגט אין משניות.


גיי ווייטער מיט דיין גוטע וועג, וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.

#1230 - מ'שפירט א ריינקייט און א לויטערקייט אין שטעטל
צדיקים, שטעטל, אחדות, מוהרנ"ת ז"ל, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט ענק דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכט ווען מיר האבן זיך מחזק געווען אינאיינעם מיט די מים חיים וואס קוועלט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.


אלע יארן פלעגט מוהרא"ש מאכן א סעודה אום חמשה עשר בשבט לכבוד חמשה עשר און לכבוד רבי נתן'ס יום הולדת; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג אויסשמועסן אז אפילו מען מאכט נישט קיין סעודות ביי אידן ביים יום הולדת, דאך ביי גרויסע צדיקים וואס מען האט שוין געזען בחיים חיותם וואס זיי האבן אויפגעטון, פאר זיי מאכט מען יא א סעודה. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה, פאר'ן צדיק וואס מיר האבן, וואס ראטעוועט אונז און געבט אונז א וועג צו קענען אנקומען צום אייבערשטן.


יעדעס מאל איך קום אייך באזוכן ווער איך פרייליך; עס איז א פרייליכע פלאץ, מען שפירט דארט א א ריינקייט, א לויטערקייט. דער שטעטל דערמאנט מיר דעם סיפור וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג) עס איז געווען א חכם וואס האט צוזאמגענומען זיין משפחה און געזאגט: "מיר דארפן זוכן א פלאץ וואו צו וואוינען, מיר קענען נישט ווייטער וואוינען דא ווייל דער קיסר פון די מדינה איז געווען א גרויסער אפיקורס און ער האט געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, ער האט שוין א טייל פון די משפחה געמאכט פאר אפיקורסים, מוזן מיר זוכן א פלאץ וואו צו גיין וואוינען", ער האט זיי גענומען צו א מדבר וכו', וכו'.


יעדעס מאל איך קום אין שטעטל דערמאן איך זיך דעם סיפור אז איר האט זיך אוועקגעצויגן צו א מדבר כדי געראטעוועט צו ווערן פון דעם קיסר, דער יצר הרע וואס וויל מאכן די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים.


יעצט דארפט איר טון וואס דער חכם האט געטון; דער רבי דערציילט דארט אז דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיין משפחה כדאי קיינער זאל נישט קענען קומען שלעכטס טון. מוהרא"ש איז מסביר, וואס איז דער רינג? דער רינג איז אחדות; אז מען לעבט בשלום, מען כאפט זיך אן איינער דעם צווייטן אין איין רינג דעמאלט קען קיינער נישט קומען שלעכטס טון, ווידער אויב מען לאזט אפ א צווייטנס האנט, מען קען זיך נישט דערליידן איינער דעם צווייטן, דער רינג עפנט זיך אויף - פאסירט וואס האט פאסירט אין די מעשה וואס דער רבי דערציילט, אז דער קעניג פון די שדים איז אנגעקומען און געוואלט שעדיגן וכו' וכו'.


כאפט אייך אן שטארק איינער מיט'ן צווייטן, קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן און מאכט זיכער אז צווישן די ווייבער זאל אויך זיין ליבשאפט און שלום; ביי ווייבער איז מער איינגעשטעלט עס זאל אויסברעכן א קריגעריי חס ושלום, מען רעדט און מען שמועסט, דער רעדט אויף דעם און יענער רעדט אויף א צווייטן, פון דעם געשעט אז עס עפנט זיך אויף דער רינג און עס קומט שלעכטס.


אז מען וועט זיך ליב האבן וועט זיין שפע אין שטעטל, עס וועט קיינעם גארנישט פעלן.

#1229 - קומען צייטליך אין כולל
כולל, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט קומען צייטליך אין כולל; ווען איך הער אז מען לערנט פלייסיג אין כולל, מען קומט צייטליך - געבט מיר דאס כח. ווייל איך וויל אז דער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון תורה, איך וויל אז אלע אינגעלייט, בעלי בתים וואס ארבעטן א גאנצן טאג זאלן אנהויבן דעם טאג מיט תורה, ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש; דאס ביסל וואס מען לערנט, דאס ביסל וואס מען דאווענט.


א רחמנות אויף די וואס לערנען נישט און דאווענען נישט; דער גאנצער לעבן גייט אריבער מיט פלאג און ווייטאג.


אז איר וועט קומען פארטאגס לערנען וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.

#1228 - דורכ'ן רייניגן דעם בית המדרש וועסטו זוכה זיין צו שיינע דורות
ריינקייט, בית המדרש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיט דעם וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש וועסטו זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות סג:) אז עובד אדום פלעגט אויסקערן און אויפוואשן די שטוב וואו דער ארון איז געלעגן, דערפאר האט ער זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע האבן משמש געווען אין בית המקדש.


לאז נישט אפ די מצוה, געב דאס נישט פאר א צווייטן; יעדע מאל דו ביסט אין שול זאלסטו רייניגן דעם בית המדרש, מסדר זיין די טישן און די בענקלעך אז זיי זאלן זיין שיין מסודר.


מוהרא"ש פלעגט אליינס אויפוואשן דעם ברסלב'ן שול אין בארא פארק; ער פלעגט זיך מתבודד זיין בשעת ער האט געוואשן דעם בית המדרש און בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קענען אפוואשן אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צו דיר", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען רייניגן און זויבערן, באשעפער וואש מיך אפ, העלף מיר איך זאל זיין הייליג און ריין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1227 - קיינער אויף דער וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור
בחור, שידוכים, התחזקות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב יעצט געליינט דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער טייערער ליבער ברודער, זיי נישט געפאלן ביי דיר ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער נאך א יאר און נאך א יאר און דו האסט נאך נישט דיין שידוך; דו פארשטייסט נישט וואס עס גייט פאר, פארוואס דו האסט נאך נישט דיין שידוך בשעת וואס דו ביסט אזוי ערליך, דו האסט נישט קיין סעלפאון, דו זיצט אין ישיבה, דו לערנסט אזוי פלייסיג וכו' וכו', דו פרעגסט זיך: 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך?'


וויסן זאלסטו טייערער ליבער ברודער אז מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נישט די וועגן פונעם אייבערשטן, מיר ווייסן נישט פארוואס דער אייבערשטער געבט פאר איינעם שנעלער און פאר א צווייטן נעמט עס לענגער, מיר ווייסן נישט די וועגן פונעם אייבערשטן, מיר קענען נישט פארשטיין די וועגן פונעם אייבערשטן, מיר דארפן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכע חשבון, איינער האט עשירות, דער צווייטער מוטשעט זיך מיט דחקות און עניות, איינער האט קינדער א צווייטער האט נישט, איינער באקומט זיין שידוך בשעת דער צווייטער דארף שטיין און ווארטן, מיר ווייסן נישט די וועגן פונעם אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, איין זאך דארפן מיר וויסן, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און וואס ער טוט איז נאר גוט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ". ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער - האט דער רבי אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך; זיי ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים, מיט דיין התמדת התורה און מיט דיין יראת שמים, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך. אפילו עס גייט אויף דיר אריבער שווערע טונקעלע טעג, דער יצר הרע ברענט אין דיר, דו פאלסט אראפ וכו' וכו', נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, זיי זיך מתבודד; גיי אין א שטילע פלאץ און וויין צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגע באשעפער איך קען שוין נישט מער, איך האלט נישט אויס! עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א יאר נאך א יאר, ווען? ווען אייבערשטער וועל איך זוכה זיין צו חתונה האבן און אנהויבן א הייליגע לעבן, א ריינע לעבן? איך בעט דיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל נישט האבן חס ושלום קיין קשיות אויף דיר, איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף די צדיקים, איך זאל ווייטער טון די סגולות וואס זיי האבן אונז געגעבן, אן קיין חכמות, אן קיין בלבולים".


וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער: "קיינער אויף דער וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור"; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן: "קיינער אויף דער וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור", נאר די צדיקים, זיי ווייסן וואס גייט אריבער אויף בחורים און מיידלעך. מוהרא"ש האט געוויינט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. אזוי קען מען זיי ראטעווען.


דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי דו בעסט אים און ווי דו מוטשעסט אים.


איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך.

#1226 - נישט בייסן די נעגל
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, שלום, מדות טובות, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע פראגעס.


אויף דיין פראגע אויב א מיידל פון צען יאר דארף ליינען קריאת שמע; אודאי דארפסטו ליינען קריאת שמע ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן.


אן עלטערע שוועסטער דארף מען מכבד זיין; דיין שוועסטער איז זייער א וואוילע מיידל, זי טשעפעט דיר נישט אומזיסט. עס קען זיין אז דו רייצט זיך מיט איר, דו מאכסט חוזק פון איר דעמאלט טשעפעט זי צוריק. אז דו וועסט איר מכבד זיין אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כב; עיין שאלות ותשובות תשובה מאהבה חלק ג', סימן רמ; בן איש חי פרשת שופטים, סעיף כט) אז מען דארף מכבד זיין עלטערע געשוויסטער, וועט זי דיר מער נישט טשעפען.


וועגן פחדים ביינאכט וכו'; אז דו וועסט ליינען קריאת שמע וועלן אוועק גיין אלע פחדים. אזוי ווי מיר געפונען, דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי) פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן, בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן, אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


בייסן די נעגל איז נישט קיין שיינע זאך, בפרט פאר א מיידל; עס איז נישט גוט צו בייסן די נעגל. נעם נישט דיינע פינגערס אין מויל, עס פארעקלט מענטשן וכו', א מיידל דארף אכטונג געבן צו צייגן גוט.


יעדע זאך וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש; רעד צו אים יעדע זאך וועסטו אויסוואקסן א גרויסע צדקת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1225 - פעלט נישט אויס צו דינגען טייערע קליידער פאר די עטליכע שעה פון די חתונה
אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר די שיינע שידוך וואס איר האט געטון מיט אייער זון, החתן ... נרו יאיר; איר האט זוכה געווען צו באקומען א טייערע שנור פאר א כלה, א תלמידה פון בית פיגא. א כלה מיט גוטע מידות, א כלה וואס צייכנט זיך אויס מיט צניעות; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי זיי און ביי אלע אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער מאן נרו יאיר.


אז די חתונה וועט פארקומען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין ישיבה פעלט נישט אויס קיין טייערע קליידער אנצוטון די קינדער וכו'; עס קלעבט נישט מיט'ן פלאץ, אין בית המדרש קומט מען אנגעטון מיט שיינע איידעלע פשוט'ע קליידער, עס פעלט נישט אויס צו דינגען קליידער פאר די פאר שעה.


אז מען טראכט אריין מיט ישוב הדעת זעט מען אז דאס אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה איז א גרויסע דמיון, עס איז נישט קיין אידישע מנהג; עס האט זיך אריין געכאפט פון די אומות העולם, אנצוטון פאר די נאכט פון די חתונה טייערע קליידער פאר די געשוויסטער, עס פעלט נישט אויס.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט מיר העלפן אריין ברענגען אין די קהלה דאס וואס מוהרא"ש האט אלע יארן געוואלט אריין ברענגען, איר וועט זיין א ביישפיל צו ווייזן פאר די קומענדיגע דורות ווי אזוי מען מאכט חתונה א קינד, אן קיין זייטיגע זאכן נאר טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1224 - נישט קויפן פאר טייערער פון די ווערד
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דעם בעל הבית פונעם פארעם אז ער קען עס פארקויפן פאר וועם ער וויל; מיר וועלן דאס נישט קויפן פאר איין דאללער מער וויפיל עס איז ווערד, איך וועל אכטונג געבן אז מיר זאלן קענען וואוינען פאר ביליג, אינגעלייט זאלן קענען לעבן מיט ישוב הדעת.


האב נישט מורא; אז דו וועסט האבן געדולד וועסטו זען ווי אלע הייזער וועלן פארקויפט ווערן פאר זייער ביליג, אבער נאר אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן און זיך נישט לאזן וכו'.


די אלע וואס קויפן פאר טייער און הייבן די פרייז וועט דער אייבערשטער דאס מאנען פון זיי, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא צ:): "מַפְקִיעֵי שְׁעָרִים - עֲלֵיהֶן הַכָּתוּב אוֹמֵר (עמוס ח, ז): "נִשְׁבַּע ה' בִּגְאוֹן יַעֲקֹב אִם אֶשְׁכַּח לָנֶצַח כָּל מַעֲשֵׂיהֶם", די אלע וואס הייבן די פרייזן, אויף זיי זאגט דער אייבערשטער: "איך שווער אז איך וועל נישט פארגעסן זייערע שלעכטע מעשים".


יעצט הער איך אז האברך ... גייט אונטער אונזער רוקן, ער וויל קויפן ...'ס הויז; זאג איך דיר קלאר אז מיר וועלן נישט אריין נעמען אין די מוסדות קינדער פון די משפחות וואס קויפן אליינס וכו', אין די מוסדות וועלן נאר קענען זיין קינדער פון די וואס קויפן דורך די וועד פונעם שטעטל.


געדענק, א ווארט איז א ווארט.

#1223 - גרויסע מיידלעך פארשטעלן זיך נישט אום פורים
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיינע טיטשערס און פון די מנהלת תחי', שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע וועגן.


בנוגע זיך פארשטעלן פורים; אז דו ווערסט צוועלף יאר אום תענית אסתר דארפסטו זיך שוין נישט פארשטעלן, דאס קענסטו איבערלאזן פאר דיינע קליינע ברידערס און שוועסטערס.


אויפ'ן וועג אהיים פון סקול, אויפ'ן באס - זאלסטו זיך אפרוען פון דיין טאג, אזוי וועסטו האבן כח צו העלפן דיין מאמע מיט וואס זי דארף. אז אנדערע מיידלעך רעדן זייערע זאכן וכו', דארף עס דיר נישט אנגיין, דו רו זיך אפ זאלסט האבן כח צו העלפן דיין מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1222 - זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים, און רעד זיך אויס צום אייבערשטן
דרך ארץ, ספרי ברסלב, שיעורים כסדרן, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ת"ת היכל הקודש ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו הערן פון דיר דיינע שיעורים, ווי פלייסיג דו לערנסט; דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום, משניות, האסט א שיעור אין גמרא חוץ פונעם דף גמרא און דו זאגסט יעדן טאג דעם יום תהלים.


הויב אן א שיעור אין ספר המידות; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה (ער איז איינער פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פאר'ן תיקון הכללי, אז ווען ער וועט נסתלק ווערן און מען וועט קומען צו זיין ציון קיין אומאן, און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיינעט וועגן און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די "תיקון הכללי", אפילו מען האט געטון עבירות רחמנא לצלן, וועט ער אים ארויסצוען פון שאול תחתית), בזה הלשון האט אים דער רבי געזאגט: "מיין ליבער טייערער חבר, אט דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


זיי נישט קיין בטלן, גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן אויפ'ן פעלד אונטער דיין שטוב, גיי שמוסן מיט'ן אייבערשטן, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק, איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג אין פעלד: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין א צדיק; איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נישט מסיח דעת זיין קיין איין רגע פון דיר, העלף מיר אייבערשטער איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף די וועלט, איך זאל לעבן מיט דיר און געדענקען אז דו ביסט נעבן מיר".


געב א גרוס דיין טאטע'ן; דו האסט טייערע עלטערן, זאלסט זיי העלפן און ברענגען נחת.

#1221 - מיט'ן זאגן תהלים און זיך פירן מיט דרך ארץ, וועסטו באקומען א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים; דו פרובירסט צו זאגן דעם "יום תהלים", אז דו האסט נישט קיין צייט זאגסטו וויפיל דו קענסט און יעצט האסטו געענדיגט די עלפטע מאל תהלים.


אז דו וועסט ווייטער זאגן תהלים און דו וועסט זיך פירן איידל מיט דרך ארץ וועסטו באקומען א גוטע שידוך, אן ערליכער מאן וואס וועט דיר מכבד זיין דיין גאנץ לעבן.


די בילדער וואס דו מאלסט אויפ'ן בריוו איז זייער שיין; יעדעס מאל דו ענדיגסט נאך אמאל תהלים, שרייב מיר א בריוו מיט שיינע בילדער.

#1220 - עלטער איז א מעלה בלויז ווען מען פירט זיך מיט גוטע מעשים
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער פון דיינע טיטשערס און פון די מנהלת תחי' זייער גוטע גריסן אויף דיר.


בנוגע אז עס לערנען עלטערע מיט יונגערע אין איין כתה וכו'; ביי תלמידות פון "בית פיגא" מאכט נישט אויס די יארגאנג ווי אלט אדער ווי יונג מען איז, מען ווערט נישט קלענער אז מען זיצט מיט יונגערע מיידלעך און מען ווערט נישט עלטער ווען מען זיצט מיט עלטערע מיידלעך, מען מעסט נישט דעם מענטש לויט זיינע יארן, עלטער איז א מעלה בלויז ווען מען פירט זיך מיט גוטע מעשים. די הייליגע חכמים זאגן (קנים ג, ו) ווען מען ווערט עלטער ווערט מען נישט קלוגער און חשוב'ער, נאר אויב מען לעבט מיט'ן אייבערשטן און מיט די תורה; די אלע ערליכע אידן וואס לערנען תורה אין די יונגע יארן, "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווי מער זיי עלטערן זיך, "דַּעְתָּן מִתְיַשֶּׁבֶת עֲלֵיהֶן", ווערן זיי מער באזעסן און קלוג, אבער די אלע וואס לערנען נישט - און לעבן נישט - מיט די תורה, ביי זיי איז פארקערט, "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווי עלטער זיי ווערן, "דַּעְתָּן מִטָּרֶפֶת עֲלֵיהֶן", אלץ מער נאריש ווערן זיי.


איך האף אז דו וועסט אריין נעמען די ווערטער אין דיר, עס וועט דיר מער נישט שטערן צו זיצן אין איין כתה מיט יונגערע מיידלעך; דא ביים רבי'ן איז נישט קיין מעלה אז מען איז עלטער, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רו): ווי יונגער מען איז הערט מען בעסער די קול פונעם אייבערשטן וואס בעט זיך ביים מענטש: "קום צוריק", "טו תשובה"; אזוי ווי א שעפעלע וואס הויבט אן אוועק גיין פונעם פאסטוך, געבט דער פאסטוך א פייף מיט זיין פייפער אז די שעפעלע זאל צוריק קומען, ווי מער דאס שעפעלע גייט, וואו מער זי דערווייטערט זיך פונעם פאסטוך הערט זי ווייניגער דאס קול פונעם פאסטוך; אזוי אויך א מענטש, ווי עלטער מען ווערט הערט מען ווייניגער דעם קול וואס בעט דעם מענטש: "זיי וואויל", "זיי ערליך", "זיי איידל".


שרייב מיר נאך בריוו, איך ווארט צו זען אין דיינע בריוו אז עס איז דיר שוין נישט קיין חילוק מיט וועם דו זיצט – מיט יונגערע צי מיט עלטערע.

#1219 - דער אייבערשטער איז באהאלטן אין אלע שוועריקייטן
צרות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקטס אייך; דער אייבערשטער איז מיט אייך, דער אייבערשטער איז באהאלטן אין אלע שוועריקייטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קטו) מענטשן וואס לעבן נישט מיט א צדיק, ווען עס גייט אריבער אויף זיי שוועריקייטן ווערן זיי זייער מבולבל, זיי האבן קשיות וכו'. אבער ווען מען האט א צדיק וואס לערנט אויס אז דער אייבערשטער איז אין די צרה, דער אייבערשטער אליינס באהאלט זיך אינעם נעפל, דעמאלט ווערט מען נישט דערשראקן ווען מען זעט זיך אין א נעפל; פארקערט, מען גייט נענטער צום נעפל און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל האבן כח צו קענען זיין שטארק. מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק אין די וואכעדיגע סדרה (שמות כ, יח): "וַיַּעֲמֹד הָעָם 'מֵרָחֹק', - כִּי כְּשֶׁרוֹאִין הָעֲרָפֶל, הַיְנוּ הַמְּנִיעָה, עוֹמְדִין מֵרָחֹק", דאס הייסט, מענטשן וואס זענען נישט מקורב צום צדיק, ווען זיי זעען א מניעה שטייען זיי פון דערווייטנס וכו', זאגט דער רבי: "וּמֹשֶׁה, שֶׁהוּא בְּחִינוֹת דַּעַת כָּל יִשְׂרָאֵל, נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים, הַיְנוּ אֶל הַמְּנִיעָה, שֶׁבָּהּ בְּעַצְמָהּ נִסְתָּר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער דער צדיק גייט נאנט צו די מניעה וואו דער אייבערשטער באהאלט זיך און דאס לערנט ער אויס פאר זיינע תלמידים, אז זיי זאלן אויך וויסן אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות אן דעם אייבערשטן, און אפילו מען דערזעט זיך מיט שוועריקייטן זאל מען וויסן אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט אייך געבן אביסל חיזוק אנצוגיין ווייטער אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#1218 - געב צדקה און בעט דעם אייבערשטן איידער'ן נעמען די מעדעצינען
צדקה, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): "ווען א מענטש וויל גיין צום דאקטער זיך היילן וכו', זאל ער געבן צדקה פאר ער גייט זיך היילן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה נה.) ווען מען שיקט יסורים אויף א מענטש באשווערט מען די יסורים ווען זיי זאלן קומען אויפ'ן מענטש און ווען זיי זאלן אוועק גיין פון אים, אזוי אויך דורך וועלכע דאקטער און דורך וועלכע מעדעצין ער זאל אויסגעהיילט ווערן; פרעגט דער רבי, ווי אזוי קען א מענטש בכלל גיין צום דאקטער ווען ער ווייסט נישט צי ער איז בכלל דער דאקטער וואס מען האט באשוואוירן אים אויס צו היילן, און ווי אזוי קען דער דאקטער פארשרייבן א מעדעצין ווען ער ווייסט נישט צי דאס איז דער ריכטיגער סם וואס מען דארף געבן פאר'ן חולה וכו'? זאגט דער רבי, אז א מענטש מאכט א פדיון דעמאלט וועט דער דאקטער אים קענען אויסהיילן".


דעריבער זאלסטו יעדן טאג פאר דו נעמסט די מעדעצינען געבן א פרוטה לצדקה (איך שיק דיר מיט א צדקה פושקע מיט דיין בריוו), לייג א פרוטה לצדקה, דער רבי וועט מאכן א פדיון פאר דיר, און נאכ'ן נעמען די מעדעצינען זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.


דא האסטו א תפילה וואס דו האסט געבעטן, מען זאל דיר שרייבן א קליינע תפילה וואס צו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין זִיסֶע לֶעבְּן וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, פַאר אַלֶע דַיינֶע חֲסָדִים, אוֹיף אַלֶעס וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר.


הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק; דוּ בִּיסְט דֶער רוֹפֵא נֶאֱמָן, דוּ הֵיילְסְט אוֹיס אַלֶע קְרַאנְקֶע, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן נֶעמֶען דִי מֶעדֶעצִינֶען, אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק, כִּי אֵל מֶלֶךְ רוֹפֵא נֶאֱמָן וְרַחֲמָן אָתָּה.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אִיךְ וִויל טְרֶעפְן מַיין זִיווּג, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


טו וואס שטייט אינעם בריוו וועסטו זען גרויסע ישועות.


זארג נישט, דו וועסט זיין געזונט און שטארק, און בקרוב וועסטו טרעפן דיין שידוך.

#1217 - אז דו וועסט מחזק זיין אנדערע וועסטו אליינס זיין פעלזן פעסט
התחזקות, זיכוי הרבים, שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך און שטארק אלע אינגעלייט; אז דו וועסט מחזק זיין אנדערע וועסטו אליינס זיין פעלזן פעסט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו): "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין, עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", אז מען קען זיך אליינס נישט שטארקן זאל מען רעדן חיזוק צו אנדערע, דורכדעם וואס א מענטש איז מחזק א צווייטן וועט ער אליינס ווערן מחוזק.


זיי מודיע פאר אלע איינוואוינער אין שטעטל אז דער גראסערי מאן אין ... וועט פון היינט אן לאזן אויפשרייבן פאר אלע איינוואוינער פון שטעטל. איך האב אים געבעטן ער זאל דאס טון פאר אונזערע משפחות וואס האבן נישט שטענדיג מזומן, זיי זאלן קענען איינקויפן - און באצאלן ווען זיי וועלן האבן.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען אויף שבת פרשת משפטים - שבת שקלים אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1216 - מ'מוז נישט זיין ווי יענעם
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו.


מזל טוב פאר'ן מסיים זיין די דריטע מאל ספר תהלים; אזוי זאלסטו ממשיך זיין דיין גאנץ לעבן, זאלסט יעדן טאג זאגן תהלים, דאס וועט דיר שטארקן און געבן כח.


זייער שיין צו ליינען ווי דו שטארקסט זיך און דו קוקסט נישט אויף א צווייטן; דו לעבסט פאר דיר און דו זוכסט נישט צו זיין ווי א צווייטן. איך מוז דיר זאגן, מענטשן וואס זענען אסאך עלטער ווי דיר לעבן נאך נישט זייער עכטע לעבן, זייער גאנצע קאפ איז נאר ווי אזוי זיי קענען זיין ווי א צווייטן; רוב טאג טראכטן זיי פון אנדערע, פון משפחה, חבר'טעס, שכנים און נאך. דאס ברענגט זיי קאפ וויי און דמיונות, מען באקומט א שטארקע דרוק (פרעשו"ר) ביז מען פאלט פון די כוחות.


אז מען לעבט מיט'ן רבי'ן, מיט די מעשה פונעם חכם און תם, איז א מחי' דאס לעבן; דער תם פלעגט זאגן (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה און דאס איז זיין מעשה, און וואס דארף איך רעדן פון אנדערע"; ער פלעגט שטענדיג קוקן אויף זיך, וויפיל ער פארדינט און אזוי ווייטער.


אז מען לעבט מיט דעם געדאנק, מען קוקט נאר אויף זיך - דעמאלט פאלן אוועק אלע פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען ווערט פטור פון דעם יצר הרע וואס פארדרייט א קאפ מיט זיינע דמיונות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.) דער יצר הרע האט זיבן נעמען, היינט - זאגט דער רבי - דארף מען אים צו געבן אן אכטע נאמען, א נייע נאמען: 'כֹּחַ הַמְדַמֶּה', ער מאכט א מענטש טראכטן שלעכטס; ער ברענגט אריין אין א מענטש אומזיסטע שרעק מיט דמיונות און פרעשור פון ארומיגע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1215 - די מיידלעך זאלן אריינקומען צו די פלעי
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיינע טיטשערס; זיי זאגן מיר ווי שיין דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו זיצט אין כתה מיט כבוד, דו רעדסט נישט ווען דיינע טיטשערס רעדן און אזוי ווייטער.


... תחי', שפיל זיך שיין מיט דיינע חבר'טעס, שפיל מיט יעדע מיידל, מאך נישט קיין אויסנאם, דו זיי יעדן איינעם'ס חבר'טע, וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


איך וויל זייער שטארק אז די עלטסטע קלאס פון בית פיגא ליבערטי זאלן אריין קומען זונטאג אין שטאט צו די פלעי וואס די מיידלעך פון בית פיגא וויליאמסבורג שטעלן פאר, די מעשה פונעם בערגער מיט'ן ארעמאן, די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט. איך וועל זארגן פאר ענק איר זאלט האבן פלעצער און א וועג אהין און צוריק אהיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1214 - די פאר ווערטער וואס מען בעט שטילערהייט טוישט די טבע
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, רפואה, סיפורי צדיקים, תפלות אויף אידיש, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דיינע האר זאלן נישט ארויספאלן; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט האבן געזונטע האר ביז דיין חתונה.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "אייבערשטער העלף מיר אז מיינע האר זאלן נישט ארויספאלן", וועסטו זען אפענע ניסים; תפילה איז שטערקער פון אלצדינג, די פאר ווערטער וואס מען בעט שטילערהייט טוישט די טבע.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תלט), ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין געגאנגען צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע מענטשן וואס זענען דארט געווען האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו פרעגן: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


שטארק זיך; זיי נישט דערשראקן, שעם זיך נישט פון קיינעם.

#1213 - זיי מקרב די שטילע פארמאכטע מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, מדות טובות, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים און יעצט האסטו מסיים געווען די זיבעטע מאל 'ספר תהילים'; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


איך בעט דיר זייער זאלסט מקרב זיין אלע מיידלעך וואס זענען בטבע פארמאכט וכו'; זוך זיי אויף און מיט זיי זאלסטו שפילן. אסאך מאל מיינט מען אויף א מיידל אז זי איז שטיל און זי וויל נישט שמועסען וכו', קיינער טראכט נישט וואס ליגט אונטער איר שטילקייט, קיינער זעט נישט איר צעבראכענע הארץ ווי זי שעמט זיך אז זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן, בעט איך דיר דו זאלסט אייביג מקרב זיין מיידלעך וואס זיצן אין די זייט וועט דער אייבערשטער דיר אויך מקרב זיין, דער אייבערשטער וועט דיר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט, ווייל (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך אויף, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1212 - אזעלכע וואוילע עלטערן וואס געבן זיך אוועק פאר אידישע קינדער
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, הפצה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט עלטערן וואס געבן זיך אוועק פאר אידישע קינדער, זיי העלפן טאג און נאכט אנדערע מענטשן זיי זאלן האבן א שיינע לעבן; עס איז נישט אזוי ווי דו מיינסט אז מענטשן נעמען אוועק דיינע עלטערן פון דיר, און ווען נישט די מענטשן וואלסטו מער געקענט פארברענגען און שמועסן מיט זיי, דאס איז נישט אמת, נאר ווען זיי וואלטן נישט געהאלפן מענטשן וואלטן זיי געווען באשעפטיגט מיט הבלי עולם הזה.


קינדער פון אנדערע משפחות האבן גארנישט מיט זייערע עלטערן, די עלטערן זענען פאריאגט און פארפלאגט צו ברענגען געלט, די גאנצע קאפ ליגט אין געלט; מען טראכט וואו מען קען מאכן נאך א דאללער, וואו מען קען זיך בויען א נאמען וכו', און אנדערע שטותים; ווידער דיינע עלטערן געבן זיך אוועק זייער לייב און לעבן פאר אנדערע מענטשן זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן, זיי ברענגען דורכדעם נענטער און נענטער משיח צדקינו.


איך האף אז דו וועסט גיין אין די וועגן פון דיינע חשוב'ע עלטערן; דו וועסט זיין א גרויסע מפיצה, דו וועסט זיין א ביישפיל פון א תלמידה פון אונזער סקול "בית פיגא". דו וועסט גיין אין די וועגן פון די ערליכע פרויען, די גרויסע העלדן פון כלל ישראל וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן פאר'ן אייבערשטן, צו מקרב זיין אידישע קינדער.


דו ווייסט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט, די סיבה פארוואס דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אזוי ליב געהאט זיין טאכטער אדל (דעם רבינ'ס באבע) און איר שטענדיג אויסגערימט, ווייל די הייליגע צדקת איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א בענקעניש צום אייבערשטן און געטראכט: 'וואס קען איך טון צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן?' דאס זאל זיין דיין גאנצע ווילן און שטרעבן, צו העלפן נאך אידן זיי זאלן קענען לעבן די זיסע לעבן וואס מיר לעבן.


איך קוק ארויס און איך ווארט מיט געדולד צו זען וואס גייט אויסוואקסן פון דיר.


שרייב מיר נאך, שרייב מיר לכל הפחות יעדע וואך; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אלע דיינע שאלות.


אויך זאלסטו ליינען די בריוו פון עצתו אמונה; אלע בריוו זענען געשריבן פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.