בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1796 - די געלט פון הפצה זאלסטו געבן נאר פאר צדקה
הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט הפצה, דו פארשפרייטסט די זיסע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי צוריק ברענגען אידישע קינדער צו אים.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס דו זאלסט טון מיט די געלט פון הפצה; די גאנצע געלט זאלסטו געבן פאר צדקה, ברענג דיין געלט פאר די ישיבה, פאר די פלאץ וואס געבט דיר די שיינע עצות אין לעבן.


מען טאר נישט נעמען געלט פון צדקה פאר שפילצייג וכדומה, אך און וויי פאר בחורים וואס גייען נאך געלט און קויפן מיט דעם ציגרעטלעך אדער אנדערע שפילערייען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט): "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ לֹא חִגֵּר, וְלֹא סוּמָא, וְלֹא פִסֵּחַ, וְעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאַחַד מֵהֶם", ווער עס מאכט זיך הינקעדיג אדער בלינד, ער פאפט אויס מענטשן ביים גיין נאך געלט, "אֵינוֹ מֵת מִן הַזִּקְנָה עַד שֶׁיִּהְיֶה כְּאַחַד מֵהֶם", דער וועט נישט אוועק גיין פון די וועלט ביז ער וועט טאקע ווערן אזוי, השם ישמרינו.


די גאנצע געלט זאלסטו געבן פאר צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1795 - מ'וועט קענען נוצן דיין דירה פאר'ן שבת התוועדות?
חיזוק פאר מיידלעך, שבת קודש, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן מאכן אזא הכנסת אורחים דעם זומער פאר די ישיבה; מיט דיין גאנצע הארץ האסטו אריינגענומען די בחורים צו שלאפן אומזיסט, אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הכנסת אורחים, חלק א', סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", הכנסת אורחים איז מסוגל פאר קינדער; נאך זאגט דער רבי (שם, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי הַכְנָסַת אוֹרְחִים אֵימָתוֹ מֻטֶּלֶת עַל הַבְּרִיּוֹת", אויך איז דאס א סגולה: "לְהַחֲזִיר לְאִשָּׁה וִסְתָּהּ (שם, סימן ב)".


איך וויל דיר בעטן א טובה, מיר מאכן א שבת התוועדות פאר די תלמידות פון בית פיגא, סיי די מיידלעך פון סקול און סיי די מיידלעך פון קעמפ; די עלצטע קלאס. מיר מאכן דאס אין שטעטל, איך זוך א פלאץ פאר זיי צו שלאפן, אויב איז מעגליך צו נוצן דיין דירה פאר זיי צו שלאפן. עסן וועלן זיי מיט זייער מנהלת תחי'. זיי מיר מודיע, ווייל עס איז מיר זייער וויכטיג מחזק צו זיין די מיידלעך, זיי אנגרייטן פאר'ן לעבן.

#1794 - נארישע טעקסט גרופס, נעמט אוועק די רואיגקייט פון שטוב
משפחה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין נארישע גרופ"ס אויף אונזער נאמען, אויף די קהילה'ס נאמען; אז די פרויען ווילן א טעקס"ט גרו"פ פאר חסד איז גוט, אבער אז מען נוצט עס פאר פוסטע נארישע נישט וויכטיגע זאכן - זאלסטו עס פארמאכן.


איך בעט אייך זייער, געבט אכטונג אויפ'ן רבינ'ס נאמען, עס איז א שאנדע פאר אונזער קהילה אז עס זאל זיין א טעקס"ט גרו"פ פון סתם זאכן, עס נעמט אוועק טייערע צייט פון די מאמע'ס צו די קינדער, פון די ווייבער צו די מענער און פון די פרויען צום אייבערשטן. יעדע רגע הערט מען א ביפ... לויפט מען צום טעלעפאן, עס מאכט קראנק די גאנצע משפחה.


אז איינער האט געהאט א קינד למזל טוב לייגט איינער ארויף א הודעה און יעדער איינער קען ענטפערן יענעם פריוואט, נישט פופציג פרויען הייבן אן שרייבן "מזל טוב", "מזל טוב", "מזל טוב", "מזל טוב"; יעצט האלט די שטעטל ביי פופציג משפחות, קומענדיגע יאר וועלן מיר האבן הונדערט פופציג משפחות קיין עין הרע, דאס קען נישט אזוי ארבעטן. אז איינער פרעגט ווער עס האט עפעס צו בארגן, ענטפערט מען יענעם פריוואט, ווען איינער פרעגט ענטפערט מען יענעם, מען קען נישט משוגע מאכן א גאנצע שטאט מיט טעקס"ט.


איך ווייס פון משפחות וואס האבן פארמאכט זייער טעקס"ט און די גאנצע משפחה האט אויפגעלעבט, די מאמע איז אויפגעשטאנען תחיית המתים.

#1793 - אנשטאט הערן האטליינס, זאלסטו ענדערש פארברענגען מיט דיין ווייב
כולל, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב פריער גערעדט מיט ר' ... נרו יאיר, ער האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט צוזאמען מיט די אנדערע כולל אינגעלייט.


עס האט מיר זייער דערפריידט, ממש זה חלקי מכל עמלי, דאס איז מיר ווערד פון מיין פלאג און מי, צו הערן ווי פלייסיג די תלמידי הכולל לערנען.


איך וועל אם ירצה ה' זיין קומענדיגע וואך שבת אין שטעטל, וועל איך באצאלן אלע כולל אינגעלייט פאר אלע וואכן פון חודש חשון.


שטארק זיך און שטארק אלעמען, בפרט דיין ווייב תחי'; ווען דו קומסט אהיים, דו עסט נאכטמאל, די צייט וואס דו ביסט אין שטוב - זאלסטו מיט איר פארברענגען. הער נישט קיין הא"ט ליינ"ס, נישטא וואס צו הערן, זיי מאלן וואסער; די זעלבע נייעס גייט איבער און איבער און איבער, יעדע מאל מיט אנדערע נעמען; רעד צו דיין ווייב און הער איר אויס.

#1792 - אין ישיבה וועסטו באקומען נאר גוטע זאכן
מוסדות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי מיר מודיע אויב דו קענסט שאפן א באס, מיר מאכן א שבת התוועדות פאר תלמידות בית פיגא אין שטעטל, אם ירצה ה' שבת פרשת ויצא; לאז מיר וויסן וויפיל עס קאסט און צי דו קענסט זיי ארויפטראגן פרייטאג און צוריק ברענגען זונטאג.


זיי נישט מותר אויף א טאג אן לערנען דיינע שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא און הלכה.


אויך זאלסטו ארויפקומען אין ישיבה; איך בענק נאך דיר, איך ווארט אויף דיר, דו וועסט באקומען נאר גוטע זאכן אין ישיבה.


 

#1791 - נאר לויבן און דאנקען, און בעטן אויף ווייטער
קינדער, תודה והודאה, רפואה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך פאר די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל אריבערגיין בנקל ובנחת, דיין ווייב זאלן האבן כח, אלעס זאל אנקומען גרינג.


יעצט בלייבט נאר איבער איין זאך, דו און דיין ווייב זאלן יעדן טאג דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט ענק און איר זאלט בעטן און בעטן אויף ווייטער.


כל זמן איר קענט דאס פארהוילן פון אנדערע - זאלט איר דאס באהאלטן, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


זיי זיך קובע צו לערנען פאר'ן דאווענען; קום אין בית המדרש לערנען, די גאנצע טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט אן מיט תורה ותפילה.


 

#1790 - מ'דארף נישט מאכן די חתונה אין ישיבה
שידוכים, מחלוקת, ישיבה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זאג פאר'ן מחותן ... נרו יאיר אז פון מיין זייט קען ער חתונה מאכן זיין טאכטער אין א זאל; איך זוך נישט צו מאכן קיין מחלוקת, איך האב אים נאר געוואלט העלפן. אז די אנדערע צד פארפירט, ער סטראשעט אז ער גייט פארברענען די ישיבה, ער גייט מיר ארעסטירן - זאל ער עס מאכן אין א זאל.


נישט אז איך האב מורא, פארקערט, איך בין צוגעוואוינט צו האנדלען מיט אזעלכע מעשיות, נאר עס פעלט נישט אויס קיין מחלוקת, וד"ל.


שטארק זיך, דו מאך נאך שידוכים; ווי מער דו קענסט מאכן שידוכים זאלסטו מאכן נאך און נאך, דאס איז די גרעסטע מצוה - מאכן שידוכים.


איך האף דו וועסט אים איבערגעבן די שליחות, ער זאל טון וואס איז גוט פאר אים, ער דארף נישט קומען מאכן די חתונה אין ישיבה.


 

#1789 - דיין ישועה איז זייער נאנט, ווארט עס אויס
חינוך הילדים, צרות, ישועות, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זיי מיר דן לכף זכות, איך האב נישט געזען דיינע הודעות.


וויסן זאלסטו, עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט בעטן פאר דיר, פאר דיין מאן און דיינע קינדער. מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר, איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, יעדעס מאל איך טראכט פון דיינע ווייטאגן טרעט עס מיר ממש צו צום הארץ.


איך גלייב באמונה שלימה אז אחר הרע יבוא הטוב, דיין ישועה איז זייער נאנט, כִּי בֹא יָבֹא לֹא יְאַחֵר (חבקוק ב, ג).


זיי שטארק, זיי א מאמע פאר דיינע קינדער און פרוביר אביסל צו זיין א ווייב פאר דיין מאן, אפילו אביסל.


דיין ראש ישיבה.

#1788 - עס מאכט נישט אויס ווער עס וועט ערוועלט ווערן פאר פרעזידענט
דאגות, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מאך זיך נישט נאריש, לאז זיך אפ פון פאליטיק; וואס איז דיר נוגע ווער עס וועט ערוועלט ווערן פאר פרעזידענט. עס איז נישט מעלה און נישט מוריד ווער עס וועט ערוועלט ווערן, דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט אלעס, ער היט אונז, ער היילט אונז און ער שפייזט אונז.


זארג נישט אומזיסטיגע זארג; דיין זארג זאל זיין: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי קען מען געווינען דעם יצר הרע וואס זוכט אונז אראפ צו ווארפן?'


דו שרייסט אז די רעכטע דארפן געווינען, די לינקע זענען א סכנה וכו'; דארפסטו געדענקען אז די רעכטע זענען רעכט קעגן די לינקע, אבער פאר אונז זענען זיי אלע לינק, מיר דארפן קעמפן קעגן דעם יצר הרע וואס וויל אונז מאכן לינק.


לאך זיך גוט אויס...


 

#1787 - אנשטאט א גלאנציגע טעלעפאן, האסטו א גלאנציגע לויטערע שטוב
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב באקומען א הערליכע גרוס אויף דיר, דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו; זי שרייבט אז זייט דו האסט פארמאכט וואט"ס עפ"פ איז אלעס אנדערש, זי שפירט אז זי האט א מאן, זי האט מיט וועם צו שמועסן, דיין מח איז אינדערהיים.


בעפאר דעם פלעגט זי זייער אסאך וויינען שטילערהייט צום אייבערשטן זי זאל האבן א מאן וואס די מח איז אין שטוב, וואס לויפט נישט יעדע מינוט צום טעלעפאן.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט געהאט די שטארקייט אפצולאזן די גלאנציגע בליטשקעדיגע טעלעפאן, אנשטאט דעם האסטו א גלאנציגע בליטשקעדיגע לויטערע שטוב.


 

#1786 - זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס
תפילה והתבודדות, שלום בית, נחת, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א נייעם סדר, דו לייגסט זיך שלאפן פרי, דו שטייסט אויף פינף אזייגער פארטאגס לערנען און דאווענען.


איך האב דאס דערציילט פאר מאמי תחי', מיר האבן אינאיינעם געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז אונזערע קינדער פירן זיך בדרך התורה.


דיין ווייב תחי' שרייבט מיר אז דו פירסט זיך אויף זייער שיין אין שטוב, דו רעדסט שיין; וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק.


איך וויל דיר אביסל מוסר זאגן, א טאטע דארף דאך מוסר'ן א קינד; זע צו פאלגן דעם רבי'ן, דו זאלסט פון פריש אנהייבן גיין התבודדות. זוך דיר א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב, אדער אינדרויסן און שמועס מיט'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק; אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן; עס איז שפעט, איך דארף שוין גיין שלאפן.


 

#1785 - א תפלה צו האבן קינדער גרינג און געזונט
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


האסט מיר געבעטן בשם דיין ווייב, זי וויל א תפילה וואס צו זאגן בשעת זי גרייט זיך צו האבן למזל טוב.


דא האסטו א קליינע תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און האבן א געזונט קינד ברמ"ח איברים ושס"ה גידים. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי דערשראקן, איך בין דערשראקן ווי צום טויט חס ושלום, איך בין אין א פאניק; העלף מיר אייבערשטער אז אלעס זאל זיין גוט, אלעס זאל אריבערגיין בשלום, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנץ לעבן פאר דיינעט וועגן. העלף מיר איך זאל געדענקען אז איך ליג אין דיינע הענט, עס קען גארנישט פאסירן צו מיר, נאר דו טוסט אלעס, אמן".


זאג דיין ווייב דער עיקר איז אייגענע ווערטער, אמת'ע ווערטער - ארויס פון הארץ.

#1784 - לאזט אייך נישט מוטשען פון שלעכטע מענטשן
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס זאלט איר נישט זאגן אייער טאטע שליט"א אז איינער פון די שטוב מענטשן מוטשען אייך? אייער טאטע איז גאר א חשוב'ער איד, ער וועט גלייך מאכן סדר. טוט וואס שטייט אין די תורה (דברים כב, כז): "צָעֲקָה הַנַּעֲרָה", און עס וועט זיין א מושיע פאר אייך; פארוואס זאלט איר נישט שרייען אז איינער לויפט אייך נאך?


זייט פעלזן פעסט, האט נישט מורא פון קיינעם; אויב דער בחור וויל אייך נאר אנרירן זאלט איר שרייען אויף אים ער זאל אייך אפלאזן, בלייבט נישט שטיל און ווערט נישט פארגליווערט ווען ער קומט צו אייך, זייט שטארק מיט זיך, און אז ער פארשטייט נישט די שפראך זאלט איר נוצן די שפראך פון פאליציי, אן קיין שום רחמנות. געדענקט (סנהדרין עב.): "הַבָּא לְהָרְגְךְ", אז איינער וויל אייך הרג'ענען, "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", זאלט איר אים קודם הרג'ענען; דאס איז אפילו בגוף, כל שכן ווען איינער וויל הרג'ענען אייער גוף ונשמה - איז דאך זיכער איר זאלט אים קודם הרג'נען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה כא, ד): "גָדוֹל הַמַּחְטִיאוֹ יוֹתֵר מִן הַהָרְגוֹ", ווען איינער מאכט זינדיגן איז דאס ערגער פון הרג'ענען.


איך האב געבעטן מרת ... תחי' זי זאל אייך העלפן; זי וועט רעדן מיט אייך, זי וועט אייך שטארקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1783 - פאר מען שיקט אוועק איינעם דארף מען מברר זיין אויב דאס איז אמת
קדושה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר מען שיקט אוועק איינעם דארף מען מברר זיין אויב דאס איז אמת; פרעג אים שטילערהייט, זאג אים: "איינער האט מיר דערציילט אויף דיר אז דו ביסט מטמא קינדער", קוק אים אין די אויגן, וועסטו גלייך זען וואס די מעשה איז. אויב איז דאס אמת וועט ער ממילא נישט צוריק קומען, ווייל די וועג פון די מנוולים איז אז ווען מען קומט אויף זייערע שפירן, זיי זעען אז מען ווייסט וואס גייט פאר, זוכן זיי זיך אנדערע פלעצער.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען דעם אמת.


 

#1782 - מ'דארף האבן התחזקות פון גוטע חברים
חברים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איינער איז מיר געקומען זאגן אז ער קען מיר שאפן א וועג צו קומען קיין ארץ ישראל, איך האב זיך שוין געגרייט צו קומען פאריגע וואך זונטאג, למעשה זע איך אז (תהלים קח, יג): "שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם", עס איז אומזיסט זיך צו פארלאזן אויף א מענטש, "בֵּאלֹקִים נַעֲשֶׂה חָיִל", דער אייבערשטער, נאר ער אליינס קען העלפן, מען דארף זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


שטארקט אייך אינאיינעם; עס איז זייער וויכטיג צו האבן א גוטער חבר. דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר אברהם אבינו אין די פלאץ פון ממרא, זאגט רש"י (בראשית יח, א): "הוּא שֶׁנָתַן לוֹ עֵצָה עַל הַמִּילָה", ער האט אים געגעבן די עצה זיך צו מל'ן; אלע שטעלן זיך אויף דעם און פרעגן: וואס? אברהם אבינו דארף אנקומען צו ממרא, דער אייבערשטער האט אים געזאגט זיך צו מל'ן, וואס דארף ער ממרא?!


עס איז דא כמה תירוצים, אבער וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר אונז, אז דא זעט מען, אפילו א גרויסער צדיק דארף אויך האבן חיזוק. אברהם אבינו האט גענוצט די חיזוק, די גוטע ווערטער פון ממרא, איז דאך זיכער אז אונז אנשים פשוטים, אדער ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיב:) ניטאמאל אנשים זענען מיר, נאר חמורים זענען מיר - דארפן האבן גוטע חברים וואס זאלן מחזק זיין צו פאלגן דעם אייבערשטן און פאלגן וואס צדיקים זאגן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ - הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק, אז ער האט נישט געהאט קיין חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ"; אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען בעבודת השם, אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך התחזקות.


בפרט אויף אמונת חכמים דארף מען האבן גרויס התחזקות. דער הייליגער חתם סופר זאגט (שאלות ותשובות חתם סופר, חלק אורח חיים, סימן רח): "פארוואס ווערט אנגערופן די נסיון פון די עקידה אויף די נאמען פון יצחק - 'עקידת יצחק', פארוואס נישט אויף אברהם? די נסיון איז דאך געווען ביי אברהם אבינו, נאר אברהם אבינו - ער האט דאס געהערט פונעם אייבערשטן, דארט איז דער נסיון נישט אזוי גרויס, אבער יצחק אבינו - ער האט דאס געהערט נאר פון אברהם אבינו, ער האט שוין געדארפט האבן אמונת חכמים, גלייבן אין תורה שבעל פה, דאס איז א גרעסערע נסיון ווי דער וואס ווייסט דאס פונעם אייבערשטן, ווייל עס איז דא אויף דעם זייער אסאך בלבולים ווי אזוי מען זאל זיך פירן"; אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצ) אז משה רבינו האט געקענט געבן די תורה נאר מיט די זאך פון 'הוסיף משה יום אחד מדעתו', צו ווייזן אז מען מוז גלייבן אין תורה שבעל פה, מען מוז צעברעכן אלע חכמות און אלע בלבולים.


שטארקט אייך טייערע ברידער, אפילו עס קאכט און ברענט אין אייך אלע תאוות, עס איז ממש (בראשית יח, א): "כְּחֹם הַיּוֹם" - זאלט איר בלייבן זיצן, "ישֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל"; גייט נישט אוועק פון די פתח הקדושה, ישֵׁב איז א לשון פון ווארטן, אז מען ווארט, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו "וַיֵּרָא אֵלָיו ה'", דער אייבערשטער באווייזט זיך צום מענטש.


געדענקט, א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס איז נישט אראפגעפאלן, שטארק מיינט, אז ווען מען פאלט הייבט מען זיך אויף, איינער וואס פאלט און הייבט זיך אויף - דער איז א שטארקער מענטש.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק, און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דעמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פאר'ן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ, און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז א גרויסער טעות דאס וואס מענטשן טראכטן אויף זיך: 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין', וואס איז א תוצאה פון דאס וואס מען קוקט זיך אן און מען זעט זיך אנגעפילט מיט פראבלעמען, נסיונות, נפילות, וכו' וכו', מען טראכט: 'וואס וועט שוין זיין פון מיר?' דאס איז אבער א שטארקער טעות, ווייל דוקא א מענטש וואס פאלט אראפ און ער הייבט זיך אויף, דער מענטש איז א העלד. איינער וואס האט נישט קיין שווערע נסיונות, דער איז בכלל נישט שטארק, שטארק איז דער וואס הייבט אן פונדאסניי, ער קוקט נישט אויף גארנישט, ער איז ביי זיך שטארק ווי א לייב אז וואס עס זאל נאר זיין וועט ער נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.


מיינט נישט איר זענט שוין פארפאלן, טראכט נישט: 'צדיקים האבן נישט שווערע ביטערע נסיונות', מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו', נאר דער חילוק איז, די צדיקים שטארקן זיך, זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק - וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, ער קוקט אויף פאראויס. דערפאר זענען זיי זוכה צו שיינע זאכן, ווייל זיי שטארקן זיך.


א פרייליכן שבת.

#1781 - א ריכטיגע ביישפיל פון א "בית פיגא תלמידה"
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי ניו יארק.


דו האסט נישט קיין אנונג וואס פאר א נחת איך האב פון דיר, מרת ... תחי' און דיינע טיטשערס זאגן מיר אז דו ביסט א ריכטיגע ביישפיל פון א "בית פיגא תלמידה".


דו ביסט איין שטיק דרך ארץ, איין שטיק איידלקייט; דו ביסט זייער קלוג און דערוואקסן, דו ווייסט אז פאלגן א טיטשער - דאס מאכט חשוב. הלואי זאלן דיר אלע מיידלעך נאכמאכן.


ווייז דעם בריוו פאר דיינע טייערע עלטערן.


דער ראש ישיבה.

#1780 - איך בין פרייליך צו הערן אז דו ביסט דרך ארץ'דיג
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידה בית פיגא ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב יעצט גערעדט צו מרת ... תחי', זי זאגט מיר פונקטליך וואס עס טוט זיך אין סקול, זי דערציילט מיר כמעט יעדן איינציגסטן טאג די אלע מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג און די מיידלעך וואס פירן זיך אויף ווי בעבי"ס, זיי לאכן און קלאס און זוכן ווי מען קען שטערן.


איך בין זייער פרייליך צו הערן דיין נאמען פון די מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אויף דיר עפעס נישט דרך ארץ'דיג.


איך האף דו וועסט רעדן צו די אנדערע מיידלעך זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן, לאכן אדער שטערן די טיטשער.


ווייז דעם בריוו פאר דיינע עלטערן, זיי זאלן האבן נחת פון דיר.


דיין ראש ישיבה.

#1779 - אייער מיידל פירט זיך מיט דרך ארץ
סקול, דרך ארץ, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל אייך ברענגען א נחת גרוס פון אייער טאכטער ... תחי'; איך האב יעצט גערעדט מיט מרת ... תחי', זי זאגט מיר מיט א פולן מויל אז אייער טאכטער איז פון די געציילטע מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג, זי איז א בת פיגא תלמידה; זי לאכט נישט, זי פירט זיך דערוואקסן.


עס קומט איר זאלט איר כסדר אויסרימען און אויסלויבן זי זאל וויסן איר חשיבות; זאגט פאר אייער טאכטער אז איך האב אייך געשריבן, זאגט איר אז זי געבט מיר נחת.


אויך זאלט איר דאנקען מרת ..., זי געבט זיך אוועק פאר די קינדער בלב ונפש.

#1778 - עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט אפגעשטעלט דאס דרוקן די ספרים
הדפסה, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס, א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.


בנוגע די בית הדפוס; עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט אפגעשטעלט דאס דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש; איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך האב געזאגט פון פאראויס אז דאס גייט פאסירן, ביז דערווייל שרייען די מפיצים אז עס איז נישטא קיין קונטרסים.


בנוגע עפענען נאך א קאנגרעגעישן וכו'; איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.


בנוגע געלט פאר אומאן; איך וועל זאגן ... זאל שיקן 1500$ פאר היטן דעם בנין, 700 צו ווינטערייזן דעם בנין, 600 פאר די עלעקטעריק און 5000 פאר...


אויב דו האסט געלט פון נדרים און נדבות וואס איז אריינגעקומען אין שטעטל במשך די הייליגע טעג איז זייער וויכטיג צו קויפן א דזשענערעיטאר, כדי די שול זאל קענען אנגיין ווען עס איז נישטא קיין לעקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1777 - געב זייער אכטונג איידער דו זאגסט אפ א שידוך
שידוכים, חסידות ברסלב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט אפ קיין שידוך, נאר אויב די מיידל איז לא עלינו נישט געזונט אדער נישט ערליך השם ישמרינו; אז ביי זיי גייט מען מיט א טיכל און ביי אייך גייט מען נישט אזוי - זאל דיר דאס נישט שטערן און נישט אנגיין, דער זוהר הקדוש זאגט (בהעלותך קנב.) אז נאראנים און שוטים קוקן אויף די קלייד, ווידעראום חכמים קוקן וואס איז אונטער די קלייד; מען קוקט אויף די זאך אליינס.


דער עיקר ביי א מיידל איז גוטע מדות; אז מען טראגט דיר אן א שידוך א וואוילע, ערליכע און געזונטע - זאלסטו זיכער אויסהערן, זיך טרעפן און וואס שנעלער ענדיגן.


אז איר משפחה זענען קנאים איז דאס נישט קיין חסרון, אפילו זיי זענען מתנגדים אויף מוהרא"ש זאלסטו גיין ווייטער; מיר האבן אזעלכע לימודים פון רבי'ן, מיר קענען יעדן איינעם בייקומען מיט חכמה. די בת קיסר האט געזאגט פאר'ן עלצטן גזלן (סיפורי מעשיות, מעשה ב - ממלך וקיסר): "מיר זענען אויך גזלנים; נאר איר זענט גזלנים מיט אייער גבורה און מיר זענען גזלנים מיט חכמה"; מיט'ן רבינ'ס שכל קען מען זיך אויסקומען מיט יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1776 - אז ס'איז דא טענות, דארף מען אויסהערן ביידע זייטן
וויכוחים, בית דין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


איך האב געליינט אלע אייערע טענות וואס איר האט אויף האברך ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר; אויב איר ווילט איך זאל פסק'ענען וועל איך דאס טון לויט די תורה'דיגע וועג. איך וועל מאכן א צייט ווען עס איז גוט סיי פאר ענק און סיי פאר זיי, ביידע וועלן מיר זיצן אינאיינעם, דעמאלט וועל איך פסק'ענען.


זיי וועלן זיך פארבינדן מיט ענק און אפשמועסן א צייט ווען עס איז גוט פאר ביידע אזוי וועל איך קענען פסק'ענען.


עס איז נישט דאס ערשטע מאל און נישט דאס צווייטע מאל וואס מען קומט צו מיר מיט טענות אויף האברך ... נרו יאיר אז ער בא'גנב'עט און ער בויט נישט גוט, ער זאגט ליגנט וכו' וכו'; יעדעס מאל מען קומט צו מיר מיט א טענה דארף איך דאס אויסהערן מיט ביידע אינאיינעם.


איך וועל אלעס טון וואס איך קען עס זאל זיין יושר אין שטעטל, קיינער זאל נישט ווערן בא'גנב'עט אדער בא'עוול'ט חס ושלום.

#1775 - שטארק זיך און דערהאלט זיך
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, נסיונות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


א שאד דו ליינסט נישט די וועכנטליכע בריוו פון ספר עצתו אמונה און די וועכענטליכע בריוו פון ספר איש אמונות; עס ליגט אזויפיל חיזוק אין די בריוו, אזויפיל עצות און שכל אין די בריוו. שכל פון מוהרא"ש, שכל פון הייליגן רבי'ן; דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין דיין לעבן.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, דערהאלט זיך, שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן דורות. יעצט איז טאקע שווער, ביסט אליינס, דו האסט שווערע נסיונות; דער יצר הרע קומט צו דיר יעדן טאג מיט אן אנדערע וועג דיר אראפ צו ווארפן, עס ברענט אין דיר די נסיונות - דאך בעט איך דיר טייערער ..., הייב זיך אויף, קום צוריק.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר קענען זיך אויפהייבן, ווי אזוי מיר קענען ווייטער גיין; די וועג פון תפילה והתבודדות, די וועג פון אונזערע אבות הקדושים - אברהם, יצחק און יעקב, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך.


טו דאס, פיר זיך מיט די עצה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ, שמועס מיט'ן אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך; דערצייל אים דיינע נסיונות. דו וועסט זיך שפירן אזוי גוט, דו וועסט שפירן א טעם וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט; די טעם וואס מען שפירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן איז א טעם פון גן עדן.


מאך זיך א שיעור אין די בריוו, דו וועסט טרעפן פונקט די בריוו וואס איז נוגע פאר דיר.


איך דארף ענדיגן דעם בריוו, איך דארף אריין גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.


איך האב דיר ליב.

#1774 - א שטוב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים
שידוכים, צדיקים, תהלים, אמונת חכמים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם, א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, די תורה זאגט (בראשית כד, נ): "מֵה' יָצָא הַדָּבָר", דער נביא זאגט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים געפונען מיר (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן אן ערליכער בחור, א ירא שמים מיט גוטע מידות און א בר דעת; בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען האבן א שטוב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים, ווייל דער גרונד פון א אידישע שטוב דארף זיין געבויט אויף צדיקים, אז נישט איז זייער ביטער; אויב מען גייט אליינס, מיט די אייגענע שכל - איז ביטער, דעריבער דארף א בחור און א מיידל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א שטוב געבויט אויף וואס צדיקים זאגן.


איך האף איר נוצט דעם תהילים וואס איך האב אייך געשיקט קיין ארץ ישראל; זאגט וויפיל איר קענט, אז איר קענט זאגן דעם יום תהילים איז זייער גוט און אז איר קענט זאגן נאר אביסל - זאלט איר זאגן וויפיל איר קענט. דער עיקר, וואו איר גייט און וואו איר שטייט זאלט איר מיט נעמען אייער תהילים מיט זיך.


  דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1773 - רעד מיט דיין זון'ס מלמד לכל הפחות איין מאל א וואך
חינוך הילדים, מלמדים, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין ווייב'ס בריוו.


זע צו רעדן מיט דיין זון'ס מלמד לכל הפחות איין מאל א וואך און אים געבן געלט פאר'ן זיך אפגעבן מיט דיין זון נרו יאיר.


בנוגע קומען קיין אמעריקע; נישטא וואס צו טון אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1772 - אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות
שלום בית, סגולות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות אין אלע ענינים; אייער קינד וועט האבן א רפואה שלימה, אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נאר וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן; אייער מאן וועט ביים סוף נאר הנאה האבן אז ער האט אן ערליכע ווייב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.