בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6180 - ווען מ'האט אינזין דעם אייבערשטן, קומט א ברכה אין די צייט
עבודת השם, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג נישט אז איר דארפט דאס טון, איך האב נאר געפרעגט; אויב איר ווילט דאס טון וועט דאס זיין א גוטע זאך פאר אונזער קהילה, צו האבן א פארשטענדליכע כלה טיטשער.


איך וועל דערציילן א פריוואטע זאך וואס איז געווען ביי מיר. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "איך וויל דיר בעטן, דו זאלסט לערנען מיט די חתנים און דיין ווייב זאל לערנען מיט די כלות"; איך האב דאס דערציילט אין שטוב, אבער מיין ווייב תחי' האט נישט געהאט חשק צו דעם. האב איך געבעטן אונזער מנהלת זי זאל דאס אנהויבן טון, איך האב גערעדט צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט איר געגעבן די זכות דאס צו טון.


איך שרייב דאס אייך, אז איר זאלט נישט מיינען, אויב איך פרעג צי מען וויל עפעס טון - אז מען מוז ענטפערן יא. איך האב כלות וואס זוכן צו לערנען לויט די מסורה און הדרכה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן, דעריבער פרעג איך אייך אויב איר ווילט האבן די זכות.


בנוגע וואס איר זאגט איר האט מורא פון די אחריות וכו'; אויף דעם האט שוין דער רבי געזאגט, ווען א שוחט איז געקומען צום הייליגן רבי'ן און געזאגט: "איך האב מורא צו זיין א שוחט", האט אים דער רבי געזאגט: "ווער דען זאל זיין א שוחט, דער וואס ציטערט נישט?" אויך האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן, מען טראגט אים אן א רבנות שטעלע, אבער ער האט מורא, אפשר וועט ער פסק'ענען נישט גוט, האט אים דער רבי געזאגט: "ווער דען זאל זיין א רב, דער וואס האט נישט מורא?"


בנוגע וואס איר זאגט איר האט מורא עס וועט אייך אוועק נעמען פון די שטוב ארבעט; דער ענטפער איז, אויב מען טוט דאס פארן אייבערשטנ'ס וועגן וועט דאס גארנישט אוועק נעמען פון די אייגענע שטוב ווירטשאפט, נאר אויב מען האט אינזין געלט, כבוד וכדומה לזה - דעמאלט ווערט אויס שטוב, עס ווערט אויס מאמע, אויס ווייב וכו' און אזוי ווייטער, אבער אויב די כוונה איז גרויס צו מאכן די נאמען פונעם אייבערשטן, לערנען כלות און יונגע ווייבלעך ווי אזוי מען לעבט א חתונה געהאטע לעבן מיטן אייבערשטן, מיט די תורה, מען האט אינזין צו העלפן כלות אויפשטעלן ערליכע דורות - איז גאר אנדערש; עס נעמט גארנישט אוועק פון די שטוב, אדרבה מען זעט א ברכה אין די צייט.


איך זע מיינע חברים טוען נישט א צענטל וואס איך טו, און קיינער פון זיי לייגט נישט שלאפן די קינדער וכו' וכו', און ברוך השם איך העלף אין שטוב יעדן טאג, איך לייג שלאפן די קינדער, איך גיס זיי אפ אינדערפרי נעגל וואסער, אויף דעם אלעס וועט מיין ווייב מעיד זיין; איי ווי איז מעגליך - מיטן טון אזויפיל זאכן, ישיבה, מוסדות, שרייבן בריוו, שרייבן ספרים, אויפנעמען מענטשן, געבן שיעורים, וכו' - אז מען זאל נאך האבן צייט אין שטוב? דער ענטפער איז - וואס שטייט פריער; אויב די כוונה איז טון פארן אייבערשטן - איז דא א ברכה אין די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6179 - די ליפן איז די טיר צו די קדושה
תיקוני זוהר, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל דיר שרייבן וואס איך האב היינט געשפירט א זיסקייט ביים לערנען תיקונים, דער הייליגער רבי שמעון איז אונז מגלה וואו די טיר אריין צו גיין צום אייבערשטן איז. דער זוהר זאגט (תיקון יח, דף לג ע"ב): "זַכָּאָה אִיהוּ מָאן דְּזָכֵי לְאַעֲלָאָה לְהֵיכָלֵיהּ דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" וואויל איז דעם מענטש וואס איז זוכה אריינצוקומען אין פאלאץ פון אייבערשטן, "לְמֶחֱזֵי לְמַלְכָּא וּמַטְרוֹנִיתָא" צו זען דעם אייבערשטן און די שכינה הקדושה, "זַכָּאָה פִימָא" וואויל איז די מויל - "דְּשַׁרְיָא בֵּיהּ צְלוֹתָא" וואס דאווענט צום אייבערשטן, "דְּאִיהִי אדנ"י" יעדע זאך בעט ער דעם אייבערשטן, "דְּאָמְרִין לָהּ אדנ"י שְׂפָתַי תִּפְתָּח" ער בעט דעם אייבערשטן זאל אים עפענען די ליפן, "וְזַכָּאִין שִׂפְוָון" וואויל איז פאר די ליפן וואס דאווענען צום אייבערשטן, "דְּאִינוּן תַּרְעִין דְּהֵיכָלָא" וואס זיי זענען די טירן פון פאלאץ פון קעניג, "כְּגַוְונָא דְאִלֵּין דְּאִתְּמַר בְּהוֹן" אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיח, יט) "פִּתְחוּ לִי שַׁעֲרֵי צֶדֶק" עפן מיר אויף די טירן פון גערעכטיגקייט, "דְּכַד פּוּמֵיהּ פָּתַח בִּצְלוֹתָא" ווייל גלייך ווען מען הויבט אן דאווענען, מען איז זיך מתבודד, "בִשְׁכִינְתָּא" צום אייבערשטן - "וַיְיָ יַעֲנֶה מִיָּד", ווערט מען גלייך געהאלפן.


מענטשן זוכן סגולות, מען זוכט וואו איז די פלאץ וואו איז די אריינגאנג צו ווערן א צדיק, מען כאפט נישט אז דער סוד ליגט ביים מענטש אליין, די ליפן איז די טיר צו די קדושה, אזוי ווי ער זאגט: "וְזַכָּאִין שִׂפְוָון דְּאִינוּן תַּרְעִין דְּהֵיכָלָא" די ליפן, די מויל - איז די טיר; אז מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער עפן מיר די טיר, איך וויל אריינגיין צו די קדושה, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז מען זוכה צו קומען צו די קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 



 


 


 


 

#6178 - דער צדיק שרעקט זיך נישט פונעם ביקס
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט עצתו אמונה; וואלסטו געוויסט וויפיל מענטשן לעבן אויף די קונטרסים - וואלסטו געטאנצן און געווען פרייליך אז דו האסט א חלק אין מחי' זיין אזויפיל מענטשן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט צוריק אנהויבן מיט די עצתו אמונה פאר קינדער, ווייל אז מען לייגט אריין אין קינדער אמונה - וועט זיי דאס בלייבן פאר זייער גאנץ לעבן.


איך וויל אונזערע מלמדים, אונזערע טיטשערס - זאלן לערנען די מעשיות, דערציילן די מעשיות פאר די קינדער. זיי זאלן יעדע וואך נעמען א צווייטע מעשה פון די קינדער עצתו אמונה, דאס קאלערן מיט די קינדער און דאס זינגען מיט די קינדער, דאס אריינבראקן אין זייערע הערצער; וועלן די קינדער אויסוואקסן מיט א שטארקע אמונה.


די וואך זאלסטו לייגן די מעשה פון הייליגן צדיק, דער ריי"ץ פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו, ווי ער האט זיך נישט דערשראקן אין תפיסה ביי די רוסן ווען זיי האבן אים געסטראשעט מיט א ביקס. בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון דער ריי"ץ, ווי מען צילט א ביקס און ער ווייזט מיטן האנט צום הימל.


די מעשה:


די פאליציי קומען אריין און שרייען הויך: "הויב אן רעדן, און אז דו ווילסט נישט רעדן - האבן מיר א וועג דיך צו מאכן רעדן!" דער צדיק דערשרעקט זיך נישט, ער ווייסט דער אייבערשטער איז דא מיט אים און ער היט אים.


די רוסן ימח שמם, די קאמוניסטן, האבן געוואלט אויסרייסן די תורה, זיי האבן פארמאכט אלע ישיבות, אלע חדרים און זיי האבן איינגעשפארט אין תפיסה דעם הייליגן צדיק דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו (ריי"ץ איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען ר'בי י'וסף י'צחק). מען האט אים געהאלטן אין תפיסה, אים געשלאגן און געפייניגט, אבער דער צדיק מאכט זיך נישט וויסנדיג, מען קען אים נישט צעברעכן, ער ווייסט דער אייבערשטער איז מיט אים.


עס קומען אריין די פאליציי און זאגן פארן צדיק: "מיר האבן א טוי וואס האט שוין געמאכט אסאך מענטשן רעדן"; זיי הייבן אן לאכן, איינער ציט ארויס א ריזיגן ביקס און לייגט עס צו צום שטערן פון צדיק און זאגט אים: "אדער געבסטו זיך אונטער, אז נישט - שיס איך דיר צום טויט".


דער צדיק ווערט נישט דערשראקן, אים קען מען נישט דערשרעקן; ער לעבט מיט א שטארקע אמונה. ער זאגט פאר די רוצחים: "דער ביקס קען דערשרעקן נאר איינעם וואס גלייבט אין איין וועלט און האט אסאך גאטן, אבער דער איד וואס גלייבט אין צוויי וועלטן, און ווייסט און גלייבט עס איזי דא נאר איין גאט - אים קען מען נישט דערשרעקן".


דער צדיק איז ארויס פון תפיסה און ווייטער אויפגעשטעלט שטילערהייט ישיבות און חדרים אונטער די ריקן פון די רוסן, די קאמוניסטישע רוצחים, זיין גאנץ לעבן.


טייערע קינדער וואס לערנען מיר זיך פון די מעשה? דאס גרויסקייט פון צדיקים און דאס גרויסקייט פון אמונה; דער וואס האט אמונה קען מען נישט דערשרעקן, ער לעבט און ווייסט אז דער אייבערשטער היט אים און ער בלייבט געטריי דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6177 - לערן יעדן טאג משניות, וועסטו ווערן א צדיק
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות, וועסטו ווערן א צדיק און האבן א זיס לעבן.


פון דיין ראש ישיבה.

#6176 - זע צו לערנען יעדן טאג משניות
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג משניות, וועסטו האבן א שיינע לעבן און ווערן א גרויסער ערליכער איד.


פון דיין ראש ישיבה.

#6175 - משניות וועט דיר ברענגען א חיים טובים
משניות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


חזק ואמץ בכל כוחך ותלמוד בכל יום כמה פרקים משניות, דאס וועט דיך ברענגען א חיים טובים.


פון דיין ראש ישיבה.

#6174 - אלע צרות און יסורים קומט פון עבירות
צרות, עבירות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אלע צרות און יסורים וואס מען ליידט אין לעבן - קומט פון פוגם זיין בברית; אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן - פאלט מען נאכדעם אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און מען באשאפט דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן א גאנץ לעבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


גיי אין א ווינקל; אין דיין קאר, אין דיין אפיס - ווען עס איז ליידיג, אדער דאס גלייכן, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען זיך אפשאקלען פון קוקן שלעכטס, פון האבן א קאמפיוטער, טעלעפאן, טעבלעט וכו' און קוקן עבירות - וועסטו נישט דארפן אזויפיל ליידן.


אויך זאלסטו היינט קומען צום שיעור, איך וויל זיך מיט דיר מחזק זיין אינאיינעם, זיך אויפפרישן צו טון די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6173 - אז מען הערט בילן, האט עס געטראפן אין ציל
פרנסה, היכל הקודש, התנגדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די קול הברה איז שטארק, עס איז דא גוטע התנגדות, מען רעדט אויפן רבי'ן בכלליות, אויף היכל הקודש בפרטיות און בפרטי פרטיות וכו'; אבער דאס מאכט אונז נישט שוואך, דאס איז נאר א גוטע סימן, דאס איז דער סימן אז עס איז דא א קול דקדושה; ווייל אז מען ווארפט א שטיין אין וואלד און מען הערט בילן - איז א סימן אז עס האט געטראפן אין ציל.


דער מענטש פון וואלד - דאס איז דער צדיק  - שרייט: "הער אויף נאכלויפן די בהמות, עס איז נישט קיין בהמות, עס איז עבירות"; וויפיל איז דער שיעור פון ארבעטן און ארבעטן? וויפיל נאך וועסטו אוועק געבן פאר דמיון? ארבעט נאר וויפיל עס פעלט אויס פאר פרנסה, די איבריגע צייט ניץ פאר לערנען און דאווענען, און פאר חינוך הבנים והבנות.


דער רבי זאגט: "ארבעטן - ארבעט מען פאר די עבירות, און געלט - געבט מען יעדן איינעם אומזיסט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6172 - די פרייזן פאר די קיאסק זאלן נישט זיין צו טייער
תודה והודאה, שטעטל, קיאסק

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיר פארן אהער שטעלן די שיינע קיאסק פאר די משפחות אין שטעטל וואס האבן ריינע שטיבער, זאלן קענען ערלעדיגן וואס מען דארף.


איינער זאגט מיר אז די פרייזן זענען טייערער ווי אין שטאט, וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די פרייזן זאלן זיין נישט צו טייער, עס זאל זיין גרינג פאר די אינגעלייט צו קענען לעבן א ריינעם לעבן בקדושה ובטהרה.דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס, סיי אויף גוט און סיי אויף וואס איז שווער. איך האב געזען פון הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכר צדיק לברכה, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד:): "ארבעה צריכין להודות, יורדי הים, הולכי מדברות, ומי שהיה חולה ונתרפא, ומי שהיה חבוש בבית האסורים ויצא", זאגט ער (לקוטי אמרי פנחס שער התפילה, אות יג), די דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ווייטאג וואס זיי זענען אריבער, וואס מיט דעם קומט מען אפ אלע עבירות.


 

#6171 - וויי טון א צווייטן, קען זיין א גרויסע סכנה
תפילות אויף אידיש, מדות טובות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט וויי טון קיינעם, עס קען זיין א גרויסע סכנה. איך זאג דיר דאס ווייל איך האב דיך ליב און איך קען דיין נאטור; דו זאגסט דעם אמת, דו האסט נישט פון קיינעם מורא, אבער צומאל קען דאס וויי טון און עס קען פארשעמען, חס ושלום.


בעט איך דיר, נעם אראפ יעדן טאג אפאר מינוט, גיי אין א שטילע פלאץ און פארמאך זיך די אויגן, און זאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט וויי טון, העלף מיר קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון דורך מיר, געב מיר גוטע אויגן, צו זען אין יעדן איינעם נאר זיין גוטס, געב מיר ישוב הדעת איך זאל געדענקען פון יענע וועלט, אז נאך אביסל וועל איך זיין א טויטער, מען וועט מיך לייגן אין גרוב, און דארט וועט מען מיך פארהאלטן אויף יעדע צער וואס איך האב געמאכט פארן אייבערשטן".


מיט התבודדות רייניגט מען זיך די בלוט, און דורך וידוי דברים ווערט מען ריין פון אלע שלעכטס.

#6170 - אז דו האסט אזויפיל מניעות, וועסטו זיכער קומען צו גרויסע זאכן
התחזקות, עבודת השם, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט און דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם, און אז דיין ווייב שטעלט זיך אזוי אויף די לענג און אויף די ברייט אז דו זאלסט נישט קומען אין היכל הקודש – מוז זיין אז דו קענסט זוכה זיין צו גאר גרויסע זאכן, גרויסע קדושות, גרויסע מדריגות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת, כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ווער עס האט שטערונגען פון זיין ווייב און שווער צוצוקומען צום צדיק - "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה".


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, לאז נישט אפ; אויף יעדן איינעם גייט אריבער ביטערע שוועריקייטן, און נאר דורכן צדיק קען מען אלעס בייקומען.


שרייב מיר כאטשיג א בריוו, איך זאל וויסן פון דיר און זיך קענען מחזק זיין.

#6169 - רעדן צום אייבערשטן אייגענע תפילות אויף אידיש
תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


זאגט יעדן טאג תהלים – וועט איר ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש אייערע אייגענע תפילות.


פון דער ראש ישיבה.

#6168 - זאגט יעדן טאג תהלים, וועט איר ווערן נאנט צום אייבערשטן
תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


זאגט יעדן טאג תהלים – וועט איר ווערן נאנט צום אייבערשטן.


אויך רעדט צום אייבערשטן אויף אידיש.


פון דער ראש ישיבה.

#6167 - אויסגעקלאפט, צעשניטן, און עס שיינט
אמונה, התחזקות, קשיות, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


די וואך האבן מיר די פרשה פון די מנורה, דער אייבערשטער זאגט ווי אזוי מיר זאלן אנצינדן די מנורה. שטייט אין פסוק (במדבר ח, ד): "וְזֶה מַעֲשֵׂה הַמְּנֹרָה", דאס איז די זאך פון די מנורה, "מִקְשָׁה" אויסגעקלאפט, "זָהָב" פון גאלד, "עַד יְרֵכָהּ" סיי איר פיס, "עַד פִּרְחָהּ" סיי איר בלום, "מִקְשָׁה הִוא" איז געוען אויסגעקלאפט וגו', רש"י זאגט, די מנורה איז נישט געווען צאמגעשטעלט שטיקלעך, נאר מען האט גענומען איין גרויסע שטיק גאלד און געהאקט מיט א האמער ביז עס איז געווארן א שיינע מנורה.


דאס איז א שטארקע חיזוק פאר יעדן איינעם, אמאל גייט מען אריבער שווערע ביטערע טעג, מען שפירט ווי מען ווערט צעקלאפט, ווי 'איינער שטייט מיט א האמער און קלאפט אויף מיר', מען גייט אריבער דחקות אין פרנסה, מען גייט אריבער מיט די שטוב, מיט די ווייב, מיט די קינדער, אפגערעדט אז מען שפירט ווי דער יצר הרע קלאפט און קלאפט, ביז מען קלאפט זיך שוין אליין אראפ, מען הערט נישט אויף קלאפן. אויב אבער דער מענטש האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן - ווערט ער אליין א שיינע מנורה, ער הויבט אן שיינען און לייכטן, און ווערט א מרכבה פאר די שכינה הקדושה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כב:): "וכי לאורה הוא צריך" דארף מען דען אנצינדן א מנורה צו מאכן ליכטיג פארן אייבערשטן? "והלא כל ארבעים שנה שהלכו בני ישראל במדבר לא הלכו אלא לאורו" דער אייבערשטער האט דאך ליכטיג געמאכט אלע יארן אין מדבר פאר די אידן, איז וואס דארף מען אנצינדן די מנורה? "אלא עדות הוא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל" נאר צו ווייזן אז דער אייבערשטער רוט ביי אידישע קינדער; ווען עס גייט אריבער – "מקשה הוא" אויסגעקלאפט, "מקיש בקורנס" מען קלאפט מיט א האמער, "וחותך בכשיל" און מען שניידט מיט א האק, "לפשט אבריה" צו פארשפרייטן די גלידער, און מען האט נאכאלץ נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, מען גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, מען איז ווייטער געטריי דעם אייבערשטן - אויף אים רוט די שכינה הקדושה.


לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י - וועסטו זען אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט דיר, דער אייבערשטער האט דיך ליב. אזוי ווי מיר זעען אין די פרשה פון די לוים, דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו (במדבר ח, ו): "קַח אֶת הַלְוִיִּם", זאגט רש"י: "קחם בדברים", נעם זיי מיט שיינע רייד, זאג זיי: "אשריכם" וואויל איז ענק, "שתזכו להיות שמשים לפני המקום", ענק זענען זוכה צו זיין באדינער פארן אייבערשטן; דאס מיינט מען נישט נאר די לויים, דאס מיינט מען יעדן איד, יעדער איינציגער איד איז א באדינער פארן אייבערשטן, א איד איז א גענעראל, ער דינט דעם אייבערשטן; דארף ער וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב', אזוי ווי רש"י זאגט ווייטער (שם, יט), עס שטייט פינף מאל אין די פרשה די ווארט בני ישראל, פארוואס פינף מאל? "להודיע חבתן" דער אייבערשטער וויל אונז ווייזן ער האט אונז ליב.


דער רש"י איז א יסוד היסודות אין אידישקייט, מען דארף וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער הערט אויס יעדע ווארט וואס איך רעד צו אים, דער אייבערשטער זעט מיינע נסיונות, ער זעט מיינע שוועריקייטן, און אז איך וועל זיך שטארקן, איך וועל נישט אפלאזן די אמונה, נישט האבן קיין תרעומות - וועל איך זיין אן אויסגעקלאפטע מנורה פון גאלד, און שיינען און לייכטן אין אלע וועלטן, און אויב חס ושלום איך וועל יא האבן קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים, צעבראכן און דעפרעסט - וועל איך נישט זיין כשר פאר די מנורה, אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת תצוה (שמות כז, כ): "כתית למאור, ולא כתית למנחות", 'אויסגעקלאפט און איך שיין, נישט אויסגעקלאפט און איך בין דעפרעסט'.


דאס איז די גרויסקייט פון צדיק, מען קלאפט אין אים און ער שיינט, ער האט נישט קיין איין שלעכטע מחשבה, ער ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נאר גוט', און אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן לערנען שיעורים אין די תורה, אפילו בלי הבנה כלל, נאר זאגן די ווערטער און זיך מתבודד זיין יעדן טאג, רעדן ווערטער צום אייבערשטן פון הארצן און זוכן גוטס אין זיך - וועלן מיר אויך צוקומען צו זיין א מנורה, שיינען און לייכטן, אפילו מיר זענען ווי מיר זענען, מיר זענען ווייט ווייט פון ווי מיר דארפן זיין, אבער מיט די כח פון הייליגן רבי'ן וועלן מיר ווערן א מנורה.


א גוט שבת.





 


 





 

#6166 - א צדיק וויל נישט קאנטראלירן און איינטיילן וואס צו טון
צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א צדיק וויל נישט קאנטראלירן יענעמ'ס לעבן, א צדיק וויל נישט יענעם איינטיילן וואס צו טון און וואס צו מאכן; א צדיק וויל נאר איין זאך, יעדער איינער זאל האבן א גוט לעבן און יעדער זאל שפירן דעם אייבערשטן אזוי ווי ער שפירט.


בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך און פאר אייערע קינדער, זאלן זיין דבוק צו צדיקים און נישט אנקוקן די תורה ווי מען וויל שלעכט מאכן אדער וויי טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6165 - עסן שבת מצה מיט טונא, ווי איידער עסן אין פרעמדע שטיבער
שלום בית, שבת קודש, קאפל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך יעדעס מאל דו דערציילסט מיר א סיום וואס דו מאכסט און פון דיין התמדת התורה, עס געבט מיר כח, עס געבט מיר מוט ווייטער עוסק צו זיין מיט די בחורים, ווייטער אריינברענגען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד אין נאך און נאך מענטשן.


איך וויל דיין שטוב זאל בלייבן שיין און הייליג; בעט איך דיר זייער, זאלסט קיינמאל נישט גיין עסן סעודות מיט דיין ווייב ביי אנדערע משפחות, אויסער ביי דיין טאטע אדער דיין שווער; דארט קענסטו גיין עסן די סעודות שבת ויום טוב, אבער נישט ביי אנדערע קאפעלס.


אז דיין ווייב האט נישט כח צו קאכן די סעודות שבת ויום טוב - זאלסטו נישט זוכן וואו צו גיין, נאר בלייב אין שטוב; בבחינת (פסחים קיב.): "עשה שבתך חול", עס מצה מיט טונא, "ואל תצטרך לבריות", און גיי נישט צו אנדערע שטובער; עס זעט דיר אפשר אויס ווי נישט א געפערליכע זאך, אבער גלייב מיר, אסאך משפחות זענען שוין חרוב געווארן אזוי.


מען קען עסן טונא מיט קרעקערס, מאן און ווייב, מיט ליבשאפט, דער מאן קוקט אויף איר און זי קוקט אויף אים, און זיין פרייליך ביזן הימל. מען קען יוצא זיין טשאלענט מיט א גלעזל טיי; מיט ווארעמע טיי איז מען יוצא די מצוה פון עסן ווארעמס שבת, ווי איידער גיין אין פרעמדע שטובער. שלמה המלך איז געווען דער קלוגסטער פון דער וועלט, ער זאגט (משלי יז, א): "טוֹב פַּת חֲרֵבָה", עס איז בעסער צו עסן א טרוקן שטיקל ברויט, "וְשַׁלְוָה בָהּ", ווען עס איז דא דערביי פרידן, "מִבַּיִת מָלֵא זִבְחֵי רִיב", פון א הויז וואס איז אנגעפילט מיט פלייש, אבער עס איז דארט דא קריגערייען, עס איז נישטא קיין יראת שמים.


בלייב אין שטוב, גיי נישט מער צו קיינעם. איך עקל זיך אז ביי אונז אין די קהילה אין שטעטל איז דא די נייע נישט ערליכע זאך אז יונגע קאפעלס גייען שבת אין יום טוב עסן מיט אנדערע קאפעלס; עס טוט מיר זייער וויי די נישט גוטע מנהג, איך האב פון דעם גרויס חלישות הדעת.


זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך שרייב דיר ווי זיך צו פירן, ווייל איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין עתיד, איך וויל דו זאלסט האבן יראת שמים. בלייב אין שטוב, אזוי ווי עס שטייט (שם כא, ט): "טוֹב לָשֶׁבֶת עַל פִּנַּת גָּג", עס איז בעסער צו זיצן אויף א ווינקל פון א דאך, "מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים", ווי צו זיצן מיט א קריגערישע פרוי, "וּבֵית חָבֶר", און פון אריינגיין אין חבר'ס הויז צו רעדן מיט יענעמ'ס פרוי; קען זיין פשט אז 'ובית חבר' מאכט עס זאל ווערן 'אשת מדינים'.


אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וועט דיר זיין גאר שיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6164 - זאגט יעדן טאג תהלים, וועט איר ווערן א צדיקת
תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


זאגט יעדן טאג תהלים – וועט איר ווערן א צדיקת.


אויך רעדט צום אייבערשטן אויף אידיש.


פון דער ראש ישיבה.

#6163 - א סעיף אין שלחן ערוך, מיט די תפילין דרבינו תם
תפלין, שלחן ערוך

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מתנה לכבוד הבר מצוה


... נרו יאיר


לערן יעדן טאג א סעיף אין שלחן ערוך מיט די תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה.


פון דיין ראש ישיבה.

#6162 - וואס דו דארפסט, זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן
תפילה

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן.

#6161 - ווער באקומט מער קאמפלימענטן?
חיזוק פאר מיידלעך, קאמפלימענטס, דרך ארץ

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער טענה איז, פארוואס געבן די לערערינס ביי אונז אין בית פיגא סקול, מער גוטע ווערטער פאר די קינדער וואס פירן זיך נישט אזוי מיט דרך ארץ, און איר און די תלמידות וואס מאכן נישט קיין פראבלעמען, זיי פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ - באקומען נישט קיין גוטע ווערטער.


איר זענט גערעכט, הונדערט פראצענט גערעכט, אייך קומט נאך מער גוטע ווערטער און מער קאמפלימענטן פארן זיין די איידלסטע מיידל און קלאס און זיך אזוי שיין אויפפירן מיט דרך ארץ, איך וועל רעדן מיט אייערע לערערינס מען זאל אייך געבן נאך מער גוטע ווערטער.


איך וויל אייך אבער דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט ביים רבינ'ס טאכטער, די צדיקת אדל. זי האט באקומען א בריוו פון איר טאטע - דער הייליגער רבי - מיט גאר שיינע טיטלען, ווען זי האט געליינט די בריוו האט זי געוויינט, זי האט געזאגט: "איך האב געהערט פון טאטן אז ווען א מענטש איז אין א קטנות הדעת דארף מען אים אויסרימען און אויסלויבן, און אז איך זע אז מיין טאטע שרייבט מיר אזעלכע טיטלען איז א סימן אז איך בין בקטנות הדעת"; דאס איז אן ענטפער פארוואס מען געבט איינעם מער גוט ווערטער און איינעם ווייניגער גוטע ווערטער און קאמפלימענטן.


שטארקט זיך ווייטער מיט אייער דרך ארץ און זייט פון די תלמידות וואס רעדן נישט ווען א טיטשער רעדט, און פאלגן אלעס די טיטשער - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן, און איר וועט מצליח זיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 



 


 


 


 

#6160 - עס האט א מעלה צו ווערן געטשעפעט
חסידות ברסלב, בזיונות, סיפורי צדיקים, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי אז אפאר קינדער ביי דיר אין תלמוד תורה האבן זיך גענומען אויף דיינע ביינער, מען טשעפעט דיך אז דו ביסט א ברסלב'ער און דו געהערסט צו היכל הקודש. מיינע קינדער טשעפעט מען אויך, נישט אין חדר; זיי לערנען אין אונזער חדר, אבער די שכנים טשעפען זיי, ווען זיי קומען אהיים פון גאס וואו די קינדער שפילן זיך, און זיי זאגן מען האט זיי געטשעפעט, זאג איך זיי שטענדיג אז עס האט א מעלה צו ווערן געטשעפעט, ווייל די קינדער וואס מען האט זיי נאך קיינמאל נישט וויי געטון, זיי ווייסן נישט ווי אזוי עס שפירט די ווייטאג ווען מען טשעפעט, ווען מען ווערט פארשעמט, אבער ענק וואס מען טשעפעט ענק, מען שפעט פון ענקער טאטע, עס טוט אייך גוט וויי און עס מאכט ענק וויינען - ענק וועלן קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן קינד, א צווייטן מענטש.


... טייערער, הער א מעשה וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, א מעשה פון הייליגן בעל שם טוב. אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק מיטן נאמען רבי מענדעלע פרימישלאנער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער וואס פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער, אבער רבי מענדעלע האט מקבל געווען די בזיונות באהבה, ער האט דאס אנגענומען פאר כפרת עוונות.


איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען קיין פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם בעל שם טוב, איידער די סעודה האט זיך אנגעהויבן האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעט איך דיר זאלסט מיך נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טון, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיך נישט אריינלאזן".


דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.


דער בעל שם טוב האט געפרעגט וואס איז די געשרייען וואס מען שרייט, האט רבי מענדעלע דערציילט: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיך יעדן טאג. איך בין עס אייביג מקבל באהבה, אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיך נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיך פארשעמען".


האט דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיך פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען"; ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות - קען מען גארנישט אפשאצן, דאס ברענגט דעם מענטש זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן און דאס לייטערט אים אויס פון אלע שלעכטס.


טייערער ..., דו זאלסט קיינמאל נישט קיינעם וויי טון, אלץ זאלסטו זיין פון די נרדפים, פון די וואס מען טשעפעט און נישט פון די רודפים, פון די וואס טשעפען אנדערע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צג.): "אין לך נרדף בעופות כמו תורים ובני יונה, לפיכך הכשירם הכתוב לקרבן". פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט מען זאל אים ברענגען טויבעלעך פאר א קרבן? ווייל זיי זענען די איינציגסטע פייגלעך וואס מען טשעפעט זיי, דעריבער זענען זיי כשר פארן אייבערשטן, נאך זאגן זיי (ויקרא רבה כז, ה) אויפן פסוק (קהלת ג, טו): "וְהָאֱלֹהִים יְבַקֵּשׁ אֶת נִרְדָּף", דער אייבערשטער זוכט אויף די וואס מען טשעפעט, "אפילו צדיק רודף רשע", אפילו א צדיק טשעפעט א רשע וועט דער אייבערשטער זיך אננעמען פארן רשע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6159 - לערן און דאווען, וועסטו זיין א גרויסער צדיק
עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


לערן און דאווען, וועסטו זיין א גרויסער צדיק.

#6158 - זע עס זאל זיין נאר אחדות
אחדות

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


חבר זיך מיט יעדן פון חדר, זע עס זאל זיין נאר אחדות.

#6157 - פיר זיך מיט דרך ארץ
דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פיר זיך מיט דרך ארץ, וועסטו מיר מאכן נחת רוח.

#6156 - עס פאסט צו רעדן צו יונגערע מיידלעך
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער לערערין האט מיר געזאגט אז איר זענט א גוט קינד, איר זענט מקרב יעדן איינעם, אייך פאסט צו רעדן צו יונגערע מיידלעך, איר שטופט נישט אוועק קיינעם, איר זענט ווייך צו אנדערע.


דאס איז א ברסלב'ע תלמידה, א תלמידה מיט א לב בשר, מיט א ווייך הארץ צו אנדערע.


ווייזט דעם בריוו פאר אייערע עלטערן, זאלן זיי שעפן נחת פון אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.