בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6105 - נסיעה קיין ארץ ישראל ל"ג בעומר תשפ"ד
אמונה, הפצה, מוסדות, נסיעה, שכל, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, טהרת הקודש, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער זון, הבחור יניק וחכים ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין אויפן וועג צוריק פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל ל"ג בעומר תשפ"ד. עס איז געווען א הערליכע נסיעה, פון מיינע שענסטע נסיעות קיין ארץ ישראל. איך וועל דיר אראפשרייבן אביסל וויפיל איך געדענק פון די שיינע נסיעה, איך האף דו וועסט קענען ארויסנעמען שיינע חיזוק פאר עבודת השם, זאלסט זיך קענען שטארקן מיט לערנען און דאווענען, און מיט די חיזוק פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו רעדן אין ארץ ישראל מיט אנשי שלומינו.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן איך בין אזוי איבערגענומען פון הערן די גוטע בשורה אז דו האסט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס כסדרן, דו ווילסט נאכאמאל ענדיגן ש"ס; וואס נאך דארף איך? וואס נאך וויל איך? א טאטע מאמע'ס גרעסטע הנאה איז צו זען ווי די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים; זאלסטו וויסן אז דו מאכסט מיר אסאך נחת און אויך פאר מאמי, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט דיין גאנץ לעבן נאר לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן.


*סדר הנסיעה*


זונטאג פרשת בהר האלב זעקס נאכמיטאג זענען מיר ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג, איך, מאמי מיט מלכה'לע. אלי' קנאל האט מיך גענומען צום עירפארט, מיר זענען אנגעקומען אין נוארק עירפארט, דארט האט אונז שוין אפגעווארט שלמה, ער איז אויך מיט געקומען קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון בר יוחאי.


אין עירפארט איז צוגעקומען א פאליציאנט, ער זאגט מיר אין ענגליש אז ער האט גרויס חיזוק פון די שיעורים, איך פרעג אים אין ענגליש: "דו קענסט אידיש?" ענטפערט ער מיר: "יא"; ער דערציילט מיר אז ער איז פון א היימישע חסידות, נעבעך אוועק געפאלן, און ער איז זיך אזוי מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן, ער האט געבעטן אויב ער קען כאפן א בילד מיט מיר. איך האב זיך דערמאנט, מיט יארן צוריק, ווען איך בין געווען א יונג בחור, איך האב זוכה געווען צו משמש זיין זיידי, קארלסבורגער רב זכותו יגן עלינו, בין איך געווען אין די מערה ביי רבי שמעון, איז צוגעקומען א מאדערנער איד און געזאגט אז זיין זון ווערט בר מצוה, ער וויל א ברכה, זיידי האט אים שיין אנגעוואונטשן. נאכדעם פרעגט ער אויב ער קען כאפן א בילד פון זיין זון אינאיינעם מיטן רב, עס וועט זיין גרויס חיזוק פאר אים. איך בין געווען זיכער אז זיידי וועט נישט מסכים זיין, זיידי איז געווען זייער קעגן בילדער, אזוי ווי זיין רבי דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו, וואס האט נישט געלאזט מאכן קיין בילדער, און מיט גרויס וואונדער שטעלט זיך זיידי אויף פון זיין מקום קבוע אין די מערה, ער איז געזעצן אויף די קליינע באנק ממש נעבן די שטיין וואו מען איז מתפלל, און ער זאגט: "נעם א בילד", דער איד האט אוועקגעשטעלט זיין בחור נעבן זיידי און גענומען א בילד. שפעטער זאגט מיר זיידי: "איך האב אים געזאגט ער זאל נעמען א בילד, ווייל אזא מאדערנער איד קען דאס העלפן אים ברענגען נענטער און נענטער צו אידישקייט"; איך האב אויך געזאגט דעם פאליציאנט אז ער קען נעמען א בילד. ער האט זיך געשטעלט נעבן מיר און ער האט געבעטן א צווייטן פאליציאנט זאל כאפן די בילד, און דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער בילד זאל אים העלפן קומען נענטער און נענטער צו תשובה.


עס איז געווען אין עירפארט לאנגע שורות ביים זיך דורכקוקן איידער מען גייט ארויף אויפן פליגער, אלי' האט מיך דורך גענומען אלע ווארטעס, אן דארפן שטיין אין די רייע, אבער זיי האבן מיך אויפגעהאלטן נאכן דורכגיין די מאשין. דער מאשין האט געוויזן אז מען דארף בודק זיין מיין רענצל פון מיין טלית ותפילין, עס האט געוויזן אויף די זילבערנע עטרה אז מען דארף דאס דורכקוקן, מיר האבן זיך מחזק געווען אז אויב עס איז באשערט צו ווארטן, העלפט נישט די אלע דריידלעך וואס מען מאכט, און אז מען פרובירט איינשפּאָרן, מען גייט א 'דרך קצרה' - איז נאכדעם דא די 'דרך ארוכה', מען קען גיין נאר ווען דער אייבערשטער הייסט.


איך האב געדאווענט מעריב אויפן פליגער און געציילט ספירה כ"ז לעומר, יסוד שבנצח. איך האב געהאט גרויס התעוררות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבי'ן וואס האט געזאגט אז זיין זאך איז די מידה פון נצח, 'נצחתי ואנצח'; אזוי וועלן מיר קענען האבן די מידה פון יסוד, זיין הייליג און ריין; דאס איז פשט פון 'יסוד שבנצח'.


נאך אפאר שעה האבן מיר שוין געדאווענט שחרית און נאכאמאל זיך געלייגט שלאפן און זיך אויך מתבודד געווען, מלכה תחי' איז רוב וועג געווען רואיג אין שטיל, און מאמי האט אויך געקענט שלאפן.


*מאנטאג פרשת בהר, כ"ז לעומר*


מאנטאג בערך דריי אזייגער האבן מיר זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל. עס האבן מיך אפגעווארט די גבאים פון ירושלים שול, זיי האבן מיר געברענגט א קאווע און מיר האבן זיך אביסל מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן.


אויך זענען געקומען פון בני ברק אפאר אינגעלייט מיט בחורים, איך האב נישט הנאה געהאט אז זיי זענען געקומען; יעדע זאך האט זיין פלאץ און מען דארף האבן שכל וואו צו קומען און וואו נישט צו קומען. איך האב זיי גארנישט געזאגט, אבער דיר זאג איך אז נישט איבעראל דארף מען זיך אריינשטופן, מען דארף וויסן וואו צו קומען.


פון דארט בין איך געפארן קיין בני ברק צו אונזער חדר, איך האב גערעדט צו די קינדער, זיי מחזק געווען, אויך מחזק געווען די מלמדים. מיר האבן גאר טייערע מלמדים, אבא חייא רייזמאן מיט ישראל סופר זענען זייער איבערגעגעבענע מלמדים. איך האב גערעדט צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן און פון זיך נישט קריגן, און גערעדט צו די מלמדים פון דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד און לערנען מיט סבלנות.


פון חדר בין איך געגאנגען צום שול, מיר האבן געדאווענט מנחה און געשמועסט מיט אנשי שלומינו. מען האט געפרעגט שאלות און פון דעם איז געווארן א שיינער שמועס, מען האט געשמועסט פון הייליגן רבינ'ס וועג, נישט צו מאכן קיין תענתים, נישט מאכן קיין סיגופים, נאר עוסק זיין אין רעדן פשוט'ע ווערטער צום אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטע פריינד, און אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון די אנדערע וועג וכו', נאר פון עוסק זיין אין תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות.


נאכן שמועסן מיט אנשי שלומינו בין איך אריבער צום שטוב פונעם גבאי יואל לעווי, דער בעל מחבר פון די קונטרסים 'אשית עצות בנפשי', ער שרייבט אראפ וועכנטליך די ליל שישי שיעורים מיט די שמועסן און מאכט פון דעם ספרים, און מענטשן זענען זיך מחי' און מחזק. וואו איך בין נאר געגאנגען אין ארץ ישראל זענען געקומען מענטשן זיך זייער באדאנקען אויף די ספרים און קונטרסים.


מיר האבן דארט געלייגט קערנדלעך פאר א בית פיגא שולע, מיר האפן צום אייבערשטן צו עפענען די קומענדיגע זמן נאך א בית פיגא שולע, די דריטע בית פיגא שולע אין ארץ הקודש.


דאס איז ניסי ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט, אז מיט קוים דריי יאר צוריק האט זיך געעפנט די חדר אין ירושלים מיט צוויי קינדער, און היינט איז דא אין ארץ ישראל איבער זיבעציג תלמידים ותלמידות וואס לערנען אין אונזערע מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב על טהרת הקודש, אן נעמען קיין איין שקל פון די מדינה של גיהנום, און אן קיין עשירים, נאר אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געבויט די קלויז אין אומאן נישט מיט געלט פון עשירים - נאר מיט די רצונות און בענקעניש פון די ארעמעלייט.


מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין מירון, דער מנהל המוסדות פון ארץ ישראל, יצחק, ער האט מיר גענומען קיין מירון, אלעס איז אריבער בשלום.


מיר האבן געדאווענט מעריב מיט די בחורים, די בחורים פון אונזער ישיבה פון ירושלים זענען געקומען פאר צוויי טעג זיין מיט מיר, איך האב זייער געבענקט צו זיין מיט זיי, זיך אפגעבן פריוואט מיט זיי, איך האב זיי אלעמען שיין באגריסט.


נאך מעריב האב איך געלערנט מיט זיי א בלאט גמרא, איך האב הנאה געהאט צו זיין מיט זיי יעדע רגע, יעדע מינוט.


*דינסטאג פרשת בהר, כ"ח לעומר*


ביינאכט איינס אזייגער בין איך זיך געגאנגען לייגן שלאפן, אבער איך האב נישט געקענט שלאפן מער ווי דריי שעה, מלכה'לע האט געוויינט רוב נאכט; א האלבע נאכט האט מאמי איר פרובירט איינצושלעפן, און פיר אזייגער האב איך איבערגענומען, ביז איך האב איר געקענט איינשלעפן. בין איך געגאנגען אין מקוה, זיך מתבודד געווען, אביסל שפאצירט אויף די געסלעך אין מירון, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן פאר די חסד חינם וואס ער האט מיט מיר געטון, אז איך ווייס פון א רבי וואס איז א רבי אויף אלע רבי'ס, א רבי וואס ברענגט מיך נאנט צום אייבערשטן, א רבי וואס מאכט מיך טראכטן פון עלמא דאתי, א רבי וואס ווייזט מיר ווי צו לעבן דא בזה העולם מיט א ווייב און קינדער, זיין פארנומען, זיין גוט אויסגעמוטשעט - און אויך מיטן אייבערשטן.


איך בין געגאנגען ביי די דירה פון די בחורים און געלערנט מיט די בחורים. איך האב מסיים געווען ליקוטי מוהר"ן, געזאגט ח"י פרקים משניות, געלערנט תיקונים און נאכדעם געדאווענט שחרית מיט די בחורים. נאכן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור, דעם בלאט גמרא. נאכן לערנען בין איך אריבער צו זיידי אין חצר מיט די בחורים העלפן אנגרייטן דאס עסן פאר די געסט וואס קומען ל"ג בעומר, מיר האבן אנגעגרייט קוגל, פיש און נאך אסאך גוטע עסן פאר ל"ג בעומר.


איך האב געזאגט פאר די בחורים, ווען מען זעט א שיינע פאלאץ, מען וויל אריינגיין צום קעניג, נישט יעדער קען אריינגיין; נאר די גרויסע שרים, די שושקעס, נאר זיי קענען אנקומען צו אלע היכלות, אבער אין קאך - שיילן ירקות און רייניגן - דארט קענען יא קומען פשוט'ע לייט; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען, אז עס קומט א גרויסער טאג 'ל"ג בעומר', אלע ווילן זיך אריינשטופן אין היכל פון רבי שמעון בר יוחאי, אבער אין קאך, אנגרייטן די עסן פאר די אלע געסט - דארט קענען אויך מיר פשוט'ע מענטשן קומען און האבן א חלק אין די הילולא.


שפעטער האבן מיר געדאווענט מנחה און געגעבן א שיעור התחזקות און געדאווענט מעריב.


*מיטוואך פרשת בהר, פסח שני, חסד שבהוד*


דינסטאג בין איך געווען אין מירון, געדאווענט מיט די ישיבה - די בחורים פון ירושלים. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט אינאיינעם, אויך האבן מיר געלערנט ספר תיקונים. ווען דער רבי איז געווען אין מירון האט ער בעיקר עוסק געווען אין זאגן זוהר; הלואי זאלסטו זיך אויך מאכן א שיעור אין ספר תיקוני זוהר, עס רייניגט די נשמה, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


נאך שחרית איז געקומען א חתן פון צפת, ער זאגט מיר אז ער האט גרויס הכרת הטוב פאר אלעס וואס די שיעורים און חיזוק פון רבי'ן האט געטון מיט אים, ער האט געטראכט וואס פאר א מתנה ער קען מיר געבן, ער האט מחליט געווען אז ער ווארפט אוועק זיין סמארטפאון, דאס איז א מתנה פארן ראש ישיבה פארן אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן. עס אז מיר געקומען טרערן פון פרייד, איך האב דאס דערציילט פאר מאמי. עס איז נישט צו באגרייפן וואס דער הייליגער רבי מאכט מיט אונז, ער שלעפט אונז ארויס פון שאול תחתית ומתחתיו - צו די שענסטע מדריגות.


פלוצלונג זאגט מען מיר אז די פאליציי זענען אינדרויסן, מען פארטרייבט אלעמען, מען פארשיקט יעדן איינעם, מיר האבן פארשלאסן די טיר און ווייטער געלערנט אין די דירה. די יאר האבן אלע געדארפט אליין שפירן א ברעקל פון וואס מען זינגט ביי ואמרת כה לחי: "הֻחְבָּא בְּתוֹךְ מְעָרָה", רבי שמעון איז געווען באהאלטן אין הייל - "מִפְּנֵי הַגְּזֵרָה" צוליב די רוימער.


ביי מנחה איז אנגעקומען אפאר חברים פון ירושלים, אויך שמעון עוזר דער מדפיס פון ירושלים איז אנגעקומען. ער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל גיין קיין טברי' געבן א שיעור, איך זאג אים: "וואס איז מיט דיר? מען קען נישט גיין, מען קען נישט קומען", זאגט ער מיר אז ער נעמט אחריות מיך צוריק צו ברענגען קיין מירון. איך האב זיך זייער געפרייט, ווייל איך האב אזוי שטארק געוואלט גיין קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון, זיך אביסל מתבודד זיין דארט, און בעטן פאר מיר, פאר דיר, פאר די גאנצע משפחה און פאר אנשי שלומינו.


מאמי איז אויך מיט געקומען, אויך שלמה אויך מלכה'לע. צום ערשט זענען מיר געפארן צו די בית פיגא סקול, עס געפינט זיך אין א דירה, קליין און שיין. עס האט מיר דערמאנט ווי מיר האבן אנגעהויבן אונזער בית פיגא אין אמעריקע, אין א קליינע חתן כלה דירה אין א שלאף צימער, און היינט איז עס אזוי צואוואקסן.


פון דארט זענען מיר געפארן צו די חדר, די חדר געפינט זיך אין אונזער שול אין טבריה, אויך א דירה, קליין און שיין. דארט איז דא צוויי טייערע מלמדים יוסל סאקס, מיט דוד אנשין. איך האב גערעדט מיט די קינדער און מיט די מלמדים, עס שפירט זיך א געשמאקע לופט, די קינדער האבן ליב חדר, זיי האבן ליב דעם מלמד, מען לערנט מיט סבלנות, מיט געפיל.


איך בין זייער איבערגענומען פון אונזער חדר און אונזער בית פיגא אין טבריה, די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה, די מלמדים און די לערערינס זענען אזוי הארציג צו די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער די הייליגע אמונה, די הייליגע תורה - מיט אזויפיל הארץ, מיט אזויפיל סבלנות, אשרינו שזכינו אז עס בויען זיך תלמוד תורה'ס מיט בית פיגא שולעס צוביסליך אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, מען בויעט אויף א פרישע דור געטרייע ערליכע אידן אויף א געזונטע אופן, מען צעדרייט נישט דאס נפש זייערע, מען לערנט מיט ליבשאפט, מיט געפיל, מיט סבלנות.


פון דארט בין איך געפארן קיין יבנאל ביי מוהרא"ש, איך האב דארט געבעטן פאר דיר. עס איז אזא הייליגע פלאץ, מען קען פועל'ן ישועות ביי מוהרא"ש, עס איז א פלאץ צו פועל'ן ישועות. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאוּ אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זעט שלמה אז ער האט נישט זיין הוט, ער האט זיך דערמאנט אז בשעת ער האט געהאלפן מאמי אריינלייגן די קערידזש אין קאר האט ער אראפגעלייגט זיין הוט אויפן דאך פון קאר און ער האט פארגעסן אריינצולייגן זיין הוט אין קאר. מיר האבן גלייך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען טרעפן זיין הוט, און ביז אפאר מינוט קומט אן א קאר צום ציון מיט די הוט, זיי האבן עס געטראפן און געזען זיין נאמען, און געברענגט.


איך האב זייער שטארק געוואלט גיין צו רבי יצחק שליט"א נעמען שלום, למעשה האב איך געהערט אין יבנאל אז ער פירט זיך אלע יארן צו זיין פסח שני אין ירושלים, (אויך זיידי פון קארלסבורג זכותו יגן עלינו פלעגט אלע יארן זיין פסח שני אין ירושלים, ער פלעגט גיין צו קבר שמעון הצדיק און זיך וואשן צו א סעודה). ממילא איז נישט געווען שייך, איך האב געטראפן דארט אפאר פון זיינע אייניקלעך, איך האב זיך זייער געפרייט צו זיי.


יבנאל האט צוריק באקומען איר שיינקייט, ווי דו ווייסט איז עס געווען נאכגעלאזט זייט די פטירה פון מוהרא"ש, אסאך פרויען האבן געהאט נאכגעלאזט פון די צניעות, פון זיך שערן די האר, און נאך אסאך זאכן וואס האט געדארפט א תיקון, און הודו לה' כי טוב אז עס בויט זיך א נייע הערליכע דור, רבי יצחק בויט א הערליכע קהילה, די פרויען טוען זיך אן זייער איידל און פירן זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; דעם רבינ'ס טיש ווערט שענער און שענער, אלעס בזכות דעם הייליגן רבי'ן, אלעס בזכות די הייליגע תלמידים.


איך בין צוריק געפארן קיין טברי' צו אונזער שול, געגעבן א שמועס פאר אנשי שלומינו. מען האט גערעדט פון פסח שני; מען זעט יעדער איינער האט נאך די מעגליכקייט צו ווערן א צדיק, אפילו מען איז געווען אין די יוגנט בבחינת "אֲנַחְנוּ טְמֵאִים לְנֶפֶשׁ אָדָם" (במדבר ט, ז), מען האט נישט געהאט א ריינע יוגנט, מען האט נישט געהאט פסח ראשון, און אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל אן אן אויפהער: "הייליגער באשעפער, 'למה נגרע', פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס קען איך נישט זוכה זיין צו זיין הייליג? רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין דבוק צו דיר" - איז מען זוכה צו פסח שני.


מיר האבן זיך מחזק געווען צו אננעמען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "לְעִנְיַן הִתְחַזְּקוּת לְבַל יִפֹּל הָאָדָם בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת רִבּוּי הַפְּגָמִים וְהַקִּלְקוּלִים שֶׁקִּלְקֵל עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו", ווען מען טראכט 'וואס וועט זיין מיט מיר, איך האב דאך אזויפיל געזינדיגט, איך האב אזויפיל פוגם געווען, אזויפיל געטון נארישקייטן', "עָנָה וְאָמַר", האט דער רבי געזאגט: "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אין דעם אז דו האסט פוגם געווען און געטון נארישקייטן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו גלייבן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן; מיר דארפן גלייבן אין דעם, און נאר אזוי וועלן מיר קענען פאררעכטן.


נאכן שיעור אין טבריה האב איך גערעדט מיט אנשי שלומינו, אויפגענומען קאפלס. פלוצלונג האט מען געהערט אן אויפרייס, אין אנהויב האבן מיר געמיינט אז דאס איז א באמבע פון די מלחמה, מיר האבן זיך זייער דערשראקן, אבער מיט די התחזקות פון רבי'ן זענען מיר אלע געבליבן רואיג און פרייליך, שפעטער האבן מיר געהערט אז עס איז נישט פון די מלחמה.


פון דארט בין איך געפארן צו קבר רבי מאיר בעל הנס, עס איז אנגענומען אז פסח שני איז די יארצייט פון דעם הייליגן תנא. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן מען זאל האבן אלעס גוטס.


פסח שני איז געווארן א יאר פון דיין בר מצוה, פאריאר האסטו זוכה געווען צו בר מצוה האבן אין מירון, אויך זיידי הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געקומען צו פארן לכבוד דיין בר מצוה. אז דו ווילסט זיך עפעס גוטס פארנעמען לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפלין. היינט האט מיר געפרעגט א בחור פון די ירושלים ישיבה, א בני ברק'ער בחור, וואס ער קען זיך פארנעמען לכבוד זיין געבורטסטאג, האב איך אים אויך געזאגט דאס, ער זאל זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפלין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום בעלזער רב נעמען א ברכה, זיין טאטע דער טאקייער רב איז שוין געפארן דעמאלט קיין אמעריקע, ער איז נישט געווען ביי די בר מצוה, נאר די מאמע איז געווען מיט מוהרא"ש. דער הייליגער בעלזער רב האט אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין, ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען, ג – ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבערגעזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל"; זאלסטו זיך פארנעמען לכבוד דיין געבורטסטאג נישט צו רעדן מיט די תפילין, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע קדושות.


ווען איך בין געווען אין טבריה האב איך געהערט אז די פאליציי זענען געקומען צו זיידי שליט"א און אים געבינדן די הענט אים צו לייגן אין תפיסה, פארן זיין אין מירון קעגן זייער ווילן. איך האב זיך דערשראקן, מיר האבן מתפלל געווען אז אלעס זאל זיין גוט, נאכדעם האבן מיר געהערט אז מען האט אים גארנישט שלעכט געטון, נאר נאכאמאל געווארענט אז די קאך, די חצר מיט די שול - מוזן זיין פארשפארט.


אויפן וועג צוריק האט מען שוין געזען אז די וועגן זענען פארשפארט, נישטא קיין וועג אנצוקומען צוריק קיין מירון. מיר האבן מתפלל געווען, און שמעון עוזר האט אונז גענומען אויף א וועג דורך די וואלד, איך האב זיך דערמאנט וואס דער רבי זאגט: "איך פיר ענק אויף א נייע וועג וואס פירט צוריק צום אלטן וועג"; מען איז געפארן שטילע וועגן, געדרייטע און זאמדיגע, ביז מירון אן זיך אפשטעלן.


די בחורים זענען אהיים, נישט מחמת פחד, נאר אזוי איז געווען אפגעשמועסט פון פאראויס, אז זיי קומען אויף צוויי טעג.


די קאר האט ער פארקירט אינדרויסן אויפן שאסיי און מיר זענען אריין צופיס. עס זענען געשטאנען די פאליציי און זיי האבן נישט אריינגעלאזט, מיר האבן נישט אויפגעהערט צו מאכן תפילות: "הייליגער באשעפער העלף מען זאל אונז צוריק אריינלאזן אין מירון", מאמי האט געבעטן אין ענגליש: "מיר ווילן קומען דאווענען דא", (ווען מען רעדט צו זיי אין ענגליש האבן זיי מער דרך ארץ), האבן זיי געזאגט: "ענק קענען אריינגיין".


*דאנערשטאג פרשת בהר, ל' לעומר*


איך בין צוריק געקומען גאר שפעט פון טבריה, איך בין שוין געבליבן אויף ביז וותיקין, שלמה האט זיך אראפגעלייגט אויף א שעה. פיר אזייגער פארטאגס בין איך געגאנגען אין מקוה און ארויף מיט זיידי און מיט שלמה דאווענען אין די מערה. די וועג ארויף איז געווען ליידיג, די גאסן אין מירון זענען געווען ליידיג, אבער ווען מען קומט אריין אין די מערה זעט מען גארנישט קיין פאליציי, פארטאגס איז די מערה געווען אנגעפילט מיט הונדערטער אידן וואס גרייטן זיך צום דאווענען, איך האב גומל געבענטשט נאך קריאת התורה.


איך האב זיך אביסל אראפגעלייגט און זיך אויפגעוועקט פון די קולות פון באמבעס, די קולות זענען געווען זייער שטארק, די באמבעס זענען נישט געווען אין מירון, נאר גאר ווייט אוועק.


רוב טאג בין איך געווען איינגעשפארט אין חצר, נישט ארויס פון שטוב, ווייל די פאליציי זענען ארומגעגאנגען ארויסטרייבן פון די דירות, איך האב געלערנט מיינע שיעורים ביי מיר אין די דירה.


מנחה האבן מיר געדאווענט ביי רבי שמעון בר יוחאי אין די מערה, נאך מנחה בין איך ארויף מיט מאמי און מיט שלמה צו זיידי'ס ציון, מיר האבן דארט אסאך מתפלל געווען. נאכדעם בין איך צוריק אין די מערה, געלערנט מיינע שיעורים, ח"י פרקים משניות און בערך צען בלאט גמרא, געדאווענט מעריב און אראפ געקומען מיט זיידי.


עס איז געווען שמועות אז די פאליציי גייען פון שטוב צו שטוב און מען טראגט ארויס די משפחות וואס וואוינען נישט אין מירון, מיר האבן זיך אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך פארשפארט אין די דירה און פארלאשן די לעקטער.


*ערב שבת פרשת בהר, ל"א לעומר*


איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל אויפשטיין צו וותיקין, פיר אזייגער הער איך א שטארקע אויפרייס פון א באמבע, דאס האט מיך ארויסגענומען פון בעט. שפעטער האב איך געהערט אז די באמבע איז געפלויגן פון איראק, עס איז געפאלן נעבן צפת. איך האב זיך אפגעגאסן נעגל וואסער און געגאנגען אין מקוה. אנהייב האט מיר זיידי געזאגט איך זאל נישט ארויפגיין מיט אים דאווענען אין די מערה, ווייל עס איז געווען שמועות אז די פאליציי כאפן די מענטשן און מען טראגט זיי ארויס פון מירון, און נאר די וואס וואוינען אין מירון די מעגן זיין. זיידי האט א דירה, ער איז גערעכנט ווי אן איינוואוינער, זיידי איז אליין ארויף, אבער נאך אפאר מינוט האב איך געטראכט, דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמט): "עִקַּר הַגְּבוּרָה בְּהַלֵּב", דער עיקר שטארקקייט איז אין הארץ, "כִּי מִי שֶׁלִּבּוֹ חָזָק וְאֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם אָדָם וּמִשּׁוּם דָּבָר", ווייל דער מענטש וואס האט א שטארקע הארץ און האט נישט מורא, "יָכוֹל לַעֲשׂוֹת גְּבוּרוֹת נוֹרָאוֹת", קען מאכן גרויסע זאכן, "וְלִכְבּשׁ הַמִּלְחָמוֹת", און אייננעמען מלחמות, "עַל יְדֵי חֹזֶק וְתֹקֶף לִבּוֹ שֶׁאֵינוֹ מִתְיָרֵא וְרָץ לְתוֹךְ תֹּקֶף הַמִּלְחָמָה", דורכדעם וואס מען האט נישט קיין שרעק און מען האט א שטארקע הארץ.


איך בין ארויף מיט מיין שוואגער איתמר לייפער, אנהויב וועג האבן מיר געהאט אביסל פחדים אז מען קען אונז כאפן און אוועק פירן פון מירון, אבער אנקומענדיג אויבן ביי די מערה האבן מיר געזען אז עס איז נישטא קיין איין פאליציי, מיר האבן זיך מחזק געווען אז דאס איז ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן מו): "שֶׁמֶּלֶךְ אֶחָד הִנִּיחַ אוֹצָר גָּדוֹל בְּמָקוֹם אֶחָד", א קעניג האט אוועקגעלייגט א גרויסע פארמעגן, "וְסִבֵּב בַּאֲחִיזַת עֵינַיִם כַּמָּה וְכַמָּה חוֹמוֹת סְבִיב הָאוֹצָר", און דאס ארומגענומען מיט מויערן וואס זענען נישט געווען קיין עכטע מויערן, נאר עס האט אויסגעזען ווי מויערן, "וּכְשֶׁבָּאוּ בְּנֵי אָדָם לְאֵלּוּ הַחוֹמוֹת, נִדְמֶה לָהֶם שֶׁהֵם חוֹמוֹת מַמָּשׁ וְקָשֶׁה לְשַׁבְּרָם", אבער פאר די אויגן פון מענטשן האט דאס אויסגעזען ווי עכטע מויערן, מען האט געמיינט מען קען דאס נישט צעברעכן, "וּקְצָתָם חָזְרוּ תֵּכֶף", א טייל האבן זיך גלייך אויסגעדרייט און אפגעלאזט, "וּקְצָתָם שִׁבְּרוּ חוֹמָה אַחַת", א טייל האבן דורכגעבראכן איין מויער, "וּבָאוּ אֶל הַשְּׁנִיָּה וְלא יָכְלוּ לְשַׁבְּרָהּ", אבער ביים צווייטן מויער האבן זיי אויפגעגעבן, "וּקְצָתָם שִׁבְּרוּ יוֹתֵר", א טייל האבן נאך מער אויפגעבראכן, "וְלֹא יָכְלוּ לִשְׁבֹּר הַנִּשְׁאָרִים", אבער נישט געקענט ענדיגן, "עַד שֶׁבָּא הַבֶּן מֶלֶךְ", ביז דער זון פון קעניג איז געקומען און געזאגט, "אָמַר, אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁכָּל הַחוֹמוֹת הֵם רַק בַּאֲחִיזַת עֵינַיִם", איך ווייס אז די אלע מויערן זענען נאר אן אויגן פארבלענדעניש, "וּבֶאֱמֶת אֵין שׁוּם חוֹמָה כְּלָל", און עס איז בכלל נישטא קיין מויערן, "וְהָלַךְ לָבֶטַח עַד שֶׁעָבַר עַל כֻּלָּם", און ער איז געגאנגען זיכערערהייט און איז אריבער אלע מניעות, און דער רבי פירט אויס: "וּמִזֶּה יָבִין הַמַּשְׂכִּיל הַנִּמְשָׁל מֵאֵלָיו", פון די משל קען יעדער ארויסנעמען גוטע חיזוק פאר עבודת השם, "עַל כָּל הַמְּנִיעוֹת וְהַהֲסָתוֹת וּפִתּוּיִים שֶׁהֵם בְּחִינַת חוֹמוֹת, שֶׁיֵּשׁ עַל אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם שֶׁבֶּאֱמֶת אֵינָם כְּלוּם", אויף אלע שוועריקייטן וואס מען האט ווען מען וויל דינען דעם אייבערשטן, אז באמת איז דאס נאר אין מח, עס זעט נאר אויס שווער, "וְהָעִקָּר לֵב חָזָק וְאַמִּיץ, וְאָז אֵין לוֹ שׁוּם מְנִיעָה", דער עיקר דארף מען האבן א שטארקע הארץ.


למעשה אינמיטן שחרית זענען אריינגעקומען די פאליציי און אנגעהויבן פארטרייבן, מען האט זיך איינגעבעטן זיי זאלן לאזן ענדיגן שחרית, זיי האבן געזאגט זיי געבן נאך צען מינוט, מען האט שנעל געענדיגט דאווענען, און זיי האבן געהייסן ארויסגיין. זיידי האבן זיי געלאזט בלייבן ווייל ווער עס איז א תושב מירון - האבן געמעגט בלייבן ביז זיבן אזייגער, מיר האבן זיי געהייסן ארויסגיין. ארויסגייענדיג זאגט מיר איינער: "געב אכטונג, גיי נישט ארויס דורך די חצר, ווייל אלע וואס גייען ארויס פון דארט ווערן ארויפגעלייגט אויף א באס און מען טראגט אוועק ווייט פון מירון", יענער זאגט מיר: "לויף אריין אין וואלד", איך האב נישט געהאט די כוחות צו לויפן אין וואלד, איבערשפרינגען די צוים, איך האב זיך צוגעבינדן צום אייבערשטן און ארויס רואיג געלאסן. די פאליציי האבן מיך אפגעשטעלט און געזאגט: "דו דארפסט גיין צום באס", איך האב זיי געזאגט: "איך וואוין דא, איך בין א תושב מירון", בעט ער מיר מיינע שריפטן, זאג איך אים: "איך האב נישט, עס ליגט אין שטוב", זאגט ער מיר: "דעמאלט ארויף אויפן באס". איך האב נאכאמאל גערעדט צו זיי רואיג מיט ישוב הדעת, איך האב זיי געזאגט: "מיין ווייב איז אין די דירה, מיט מיינע קינדער, איך גיי נישט אין ערגעץ", זאגט ער מיר: "דעמאלט דארפסטו באקומען רשות פון קצין". איך האב זיך גוט צוגעבינדן צום אייבערשטן, געמאכט מיט די ליפן שטילע תפילות און גערעדט צום סארדזשענט רואיג, אים געקוקט אין די אויגן און אים געזאגט: "מיינע שריפטן ליגט אין די דירה", דער סארדזשענט זאגט מיר: "קענסט גיין".


איך האב דאס געלערנט פון רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען אויפן וועג קיין אומאן, מען האט אים אפגעשטעלט און געבעטן זיין פאספארט, ער האט נישט געהאט, האט ער געזאגט פארן פאליציי: "דו מיינסט איך פאר אן א פאספארט? ווי קען זיין א מענטש זאל פארן אן א פאספארט?!" ער האט דאס געזאגט מיט אזא זיכערקייט אז מען האט אים געלאזט גיין. אזוי האב איך געטון, אלע מאל וואס איך בין געגאנגען צום מערה, אלע מאל מען האט מיר אפגעשטעלט האב איך געענטפערט מיט ישוב הדעת און מיט תפילה, האט מען מיר געלאזט גיין.


מיט מיר איז געווען הבחור יושע סופר, ער איז געבליבן אין מירון, ער האט נשיט געוואלט אהיים גיין, ער האט אנגעהויבן לויפן, איך האב אים געזאגט: "קום מיט מיר", ער האט זיי געזאגט אז ער איז מיין זון, דאס איז נישט קיין ליגנט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", מען האט אים אויך געלאזט גיין, מיר זענען אראפ צו די דירה, זיך איינגעשפארט און געלערנט פאר אפאר שעה תיקונים.


*שבת אין מירון*


עס איז געווען א הערליכער שבת, נאך אזויפיל שרעק פון די ערב רב וואס הערן נישט אויף פייניגן די ערליכע אידן - איז ביים זמן שבת געווארן אויסגעשפרייט א רואיגקייט אויף הר מירון, אלע פאליציי זענען אוועק געגענגען, מען האט געקענט האבן א הערליכע שבת.


מנחה האבן מיר געדאווענט ביי קארלסבורג, נאך מנחה זענען מיר ארויף צו די מערה. אנקומענדיג צו די מערה בין איך געווען אין שאק צו זען טויזנטער טויזנטער מענטשן אין די חצר און אין אלע שטיבלעך, א נאדל איז נישט אריין אין די מערה. נאכן אוועק שטעלן אזויפיל פאליציי, נאכן אויסליידיגן דירות נאכט נאך נאכט זאלן זיין אזויפיל מענטשן ביי רבי שמעון... מען האט געזען די השתוקקות וואס אלע האבן צו רבי שמעון, אפילו מען דארף זיין פארשפארט פאר אפאר טעג - איז קיינער נישט אוועק געגאנגען.


זיידי האט געזאגט פאר מאטי הערצאג אז ער איז זייער קלוג פארן קומען, איך האב זיך אנגערופן אז ער האט מיר געפרעגט אויב יא קומען אויב נישט, איך האב נישט געענטפערט פאר קיינעם צו קומען אין אזא צייט, און ער אליין האט יא מחליט געווען צו קומען אפשערן זיין זון, האט זיידי געזאגט: "זייער גוט, מען קען נישט ענטפערן פאר איינעם וואס פרעגט וכו', אבער אז מען קומט איבער אלע מניעות - איז זיכער גוט".


משה דער גבאי פון בני ברק'ער שול איז געקומען קיין מירון מיט זיין משפחה און די פאליציי האבן אים געכאפט און פארטריבן, אויך האב איך געזען בערל לעווי ליל שישי, ער האט מיר געזאגט אז ער איז געקומען מיט זיין משפחה און מער האב איך אים נישט געזען, קען זיין ער איז געבליבן פארשפארט פון שרעק ביז נאך ל"ג בעומר, אדער האט מען אים אויך אוועק געטריבן.


פרייטאג צו נאכטס ביי קבלת שבת האב איך געהאט גוטע התעוררות, איך האב געקענט זאגן אפאר ווערטער פארן אייבערשטן און פאר רבי שמעון. מען האט געטאנצן "בר יוחאי" און "אמר רבי עקיבא", זיידי האט פארגעזאגט און אלע האבן געענטפערט דעם זיסן ניגון מיט די זיסע ווערטער: "אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל..."


אינמיטן די סעודה זענען געקומען אסאך מענטשן פון די ארומיגע וועלדער וואו זיי האבן זיך באהאלטן, עס זענען געווען בחורים און אינגעלייט וואס זענען געגאנגען פיר פינף שעה אין פעלדער און אין וועלדער, זיידי און באבי האבן זיי זייער שיין אויפגענומען.


שבת אינדערפרי האבן מיר געדאווענט אין קארלסבורג ביי זיידי שליט"א, זיידי האט מיך מכבד געווען מיט דאווענען שחרית, און ביי די סעודה האט זיידי מכבד געווען דעם דיין רבי יונה זאל זאגן אפאר ווערטער. זיידי איז אים זייער מכבד, ער איז א תלמיד, ער האט געלערנט דארט אין כולל און גענומען שימוש.


אויך האט מיך זיידי מכבד געווען צו רעדן, איך האב דערציילט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מעילה יז), אמאל איז געווען א גזירה, די רוימער האבן נישט געלאזט האלטן די תורה, האבן די חכמים געפרעגט, וועם זאלן מיר שיקן צו מבטל זיין די גזירה? "ילך רבי שמעון בן יוחאי שהוא מלומד בנסים", זאל רבי שמעון גיין, ווייל דער אייבערשטער מאכט אים ניסים. די גמרא דערציילט, עס איז אריין א שד אין די קיסר'ס טאכטער און זי האט געשריגן: "ברענגט מיר רבי שמעון, ברענגט מיר רבי שמעון", און ווען רבי שמעון איז געקומען האט ער געזאגט פארן שד זאל ארויסגיין, און דער קיסר האט מבטל געווען די גזירה.


האבן מיר גערעדט אז אלע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף אונז איז פון די נישט גוטע וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, ווען א מענטש זינדיגט איז דאס א שד וואס איז אין אים, ווען מען האט שלעכטע מידות, שלעכטע תאוות - איז דאס א שד, אויף דעם קומען מיר צו רבי שמעון בר יוחאי און מיר שרייען: "רבי שמעון, נעם ארויס דעם שד פון מיר, רבי שמעון הייל מיך אויס".


אויך האבן מיר גערעדט אז ביי לימוד הזוהר האלטן מיר אייניג אז דאס איז לימוד התורה, ביי משניות און גמרא איז דא חלוקי דעות, אין ברסלב איז זאגן - לערנען, און אין קארלסבורג דארף מען פארשטיין, אבער ווען עס קומט ל"ג בעומר דארפן מיר אלע נעמען דעם זוהר הקדוש און עוסק זיין אין גירסא, זאגן יעדן טאג אביסל זוהר, דאס רייניגט און לויטערט דעם מענטש.


מיר דארפן זיך אויך אביסל מער צופלייסן אין אונזער שיעור שבת אינדערפרי, אז אויף קומענדיגע יאר זאלן מיר קענען מסיים זיין דעם גאנצן ספר הזוהר ל"ג בעומר ביי רבי שמעון. מיר האלטן פרשת תרומה, פינקט האלב האבן מיר געלערנט. איך האף צום אייבערשטן אנהויבן צוריק אונזער שיעור שבת אינדערפרי מיט דיר.


ביי שלש סעודות האב איך זיך אנגעהויבן נישט גוט שפירן, איך האב געבראכן אביסל, איך בין אריין אין בעט אפגעשוואכט.


*מוצאי שבת, ל"ג בעומר*


בערך א האלבע שעה נאכן זמן אז געווארן א פחד, די פאליציי זענען אנגעקומען און אויפגעבראכן דירות ביי אונז אין חצר, זיי האבן אויפגעבראכן די שטוב פון דיין רבי יונה שליט"א, אויך די דירה פון מאטי הערצאג, און די דירה פון ארי פיש. איך בין געשלאפן, איך האב נישט מיטגעהאלטן, ביז מאמי האט מיך אויפגעוועקט אז מען דארף פארמאכן אלע לעקטערס און אויסשאלטערן די ערקאנדישן, מען זאל נישט הערן אז מיר זענען דא. מאמי איז געווען אין בעט, איר גאנצע קערפער האט זיך זייער געטרייסלט פון פחד, זי האט אנגעהויבן ניצן די עצה פון חזר'ן אויפן קול (נישט צי הויעך) ווערטער פון אמונה: 'קיינער קען מיר גארנישט טון', 'דער אייבערשטער איז דא', 'דער אייבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר מיר', זי האט דאס איבערגעזאגט הונדערטער מאל ביז זי איז געקומען צו זיך, שפעטער האט איינער גערופן זאגן אז זיי זענען אוועק פון חצר. איך האב נישט געוואלט בלייבן מיט די פחד, בין איך ארויס פון די דירה מיט מאמי צו די חצר פון זיידי.


מיר האבן געהערט אז די פאליציי זענען נאכאמאל געקומען צו זיידי און אוועקגעפירט הבחור שלמה צבי פערל, זיי האבן אים דערקענט, ווייל מען האט אים שוין אוועק געפירט ערב שבת און ער איז צוריקגעקומען, ער איז איינגעשטאנען ביי זיידי, ער האט זייער שטארק געהאלפן צוגרייטן און רייניגן, מיט וואס מען האט געדארפט. אויך יושע סופר האבן זיי אוועק געטראגן ערב שבת, און ממש ביים זמן איז ער צוריק געקומען, זיך געשלעפט אין פעלדער און אין וועלדער, ער איז געווען זייער אויסגעמאטערט, עס האט אויסגעזען ווי ער גייט חלש'ן, מען האט אים געגעבן עסן און א בעט צו שלאפן, ער זאל קומען צו זיינע כוחות.


מען האט מיך פארגעהאלטן היתכן פארן אינמיטן א מלחמה, דאס מיינט אז מען האט קלאר הנאה פון די מדינה; וואלטן די געקומען זען וואס די ערב רב טוען מיט די ערליכע אידן - וואלטן זיי אלע מער נישט געהאט קיין שום ספיקות, די האבן אזוי פיינט די פרומע אידן, די גאנצע אפהאלט צו קומען קיין מירון האט גארנישט צוטון מיט היטן אויף מענטשן, זיי האבן פיינט די ערליכע אידן, און נאר צוליב דעם טוען זיי דאס.


אונזער קאזין משה אברהם ראזנער איז געקומען צו מיר, אז ער קען מיר שאפן א וועג ארויף צו די מערה. איך בין ארויף מיט מאמי, מלכה און אויך שלמה. מען האט געדארפט לאנג ווארטן, אבער עס האט זיך געלוינט. איך האב געזאגט די תיקון הכללי און אויך די תפילה פון ליקוטי תפילות אויף די הקדמה פון ליקוטי מוהר"ן (ליקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), די תפילה איז א הארצרייסנדע תפילה, איך האב זיך זייער צואוויינט ביי צוויי פלעצער פון די תפילה, איך האב שוין לאנג נישט זיך אזוי גוט אויסגעוויינט צו א צדיק און צום אייבערשטן, ביי די ווערטער וואס מען בעט רבי שמעון: "רבי רבי רבי, איך תוכלו לסבול צרות ישראל", ווי אזוי קענסטו אויסהאלטן די צרות וואס אידן גייען אריבער? אוי איז דאס גוטע תפילות צו בעטן פון רבי שמעון, און אויך ביי די ווערטער: "'רבונו של עולם', הייליגער באשעפער, 'תן בלב הצדיק הקדוש והנורא הזה', געב אריין אין הארץ פון דעם הייליגן צדיק רבי שמעון 'ובלב כל הצדיקים אמתיים', און אין די הארץ פון אלע אמת'ע צדיקים 'לבל יסתירו פניהם ממני', זיי זאלן זיך נישט באהאלטן פון אונז, מען בעט דעם אייבערשטן זאל אריינלייגן אין רבי שמעון און אין אלע צדיקים זיי זאלן אונז נישט אגנארירן, נישט אויפגעבן אויף אונז, 'ואל אקוץ בעיניכם', הייליגער רבי שמעון ווער נישט נערוועז פון מיר אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך פאלג נישט די עצות וכו' כו'", איך האב זיך זייער אויסגעגאסן דאס הארץ, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר די גאנצע משפחה, און פאר אלע תלמידים וואס האבן מזכיר געווען זייערע בקשות סיי יעצט ביי די נסיעה און סיי אלע בקשות וואס מען בעט דורכן יאר.


נאכדעם האבן מיר געטאנצן אין חצר פרייליכע טענץ, אין אנהויב איז נישט געווען קיין מוזיק, די פאליציי האבן נישט געלאזט, ביז עס זענען אנגעקומען אפאר אינגעלייט און געמאכט הויכע פרייליכע מירונע מוזיק, איך האב געטאנצן און געמאכט קאדאטשקע מיט א פלאש אויפן קאפ; עס איז נישט שייך אראפצולייגן אויפן פאפיר וואס פאר א ליכטיגקייט מען שפירט אין מירון ל"ג בעומר.


אויפן וועג אראפ פון ציון האבן מיר מיט געהאלטן ווי עס קומען ארויס פון די וועלדער צענדליגע בחורים און אינגעלייט און צעברעכן די צוים וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט נישט אריין צו לאזן די ערליכע אידן, און ווי די פאליציי טיילט מערדערליכע קלעפ. אויך אויפן וועג אראפ, צוריק אריין אין די געסלעך וואו מען וואוינט האבן זיי אונז נישט אריינגעלאזט, זיי האבן געבעטן שריפטן, מיר האבן זיי געזאגט מיר וואוינען אין די דירה, זיי האבן אונז נישט געגלייבט און דאך האבן זיי אונז געלאזט גיין.


*זונטאג פרשת בחוקותי, ל"ג בעומר*


מיר האבן זיך נישט געלייגט שלאפן, עס איז שוין געווען פיר אזייגער פארטאגס, מיר זענען אויפגעבליבן דאווענען וותיקין, געדאווענט שחרית אין קארלסבורג. נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן: "בר יוחאי", "ואמרתם כה לחי", "אמר רבי עקיבא".


איך האב מסיים געווען ספר תיקונים, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן א שיעור אין ספר תיקונים, לערנען יעדן טאג אביסל פארן דאווענען. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח): "אין ספר תיקונים ליגן אלע חכמות פון די וועלט".


איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן פאר אפאר שעה. דורכן טאג האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עפענען די חצר ביי זיידי, די פאליציי האבן געטיילט מכות רצח, אבער צוביסליך זענען זיך צאמגעקומען הונדערטער און טויזנטער אידן, זיידי האט מיט זיין שטארקקייט געזאגט יא עפענען די חצר און אנהויבן טיילן עסן פאר אלע געסט, מען האט געעפעט די חצר און געטיילט ווארעמע עסן; זופ, קוגל, פערפל, פיש מיט גרינצייג; מענטשן זענען געקומען עסן ווי פאר'חלש'טע מענטשן וואס קומען פון מדבר, קיינער האט די יאר נישט געטיילט עסן, נאר ביי זיידי האט מען געטיילט עסן, אויך איז געווען מנינים נאך מנינים מנחה.


מיר האבן געלערנט תיקונים מיט אפאר חברים, אדורכגעלערנט די גאנצע הקדמה. נאכדעם מנחה, נאכדעם האט מען געמאכט א הדלקה.


מענטשן האבן געוויינט פון התרגשות, מען האט געמיינט אז מען וועט נישט קענען די יאר מאכן קיין הדלקה, און ביים סוף האט דער אייבערשטער געהאלפן מען האט אנגעצינדן די הדלקה, יעדער האט געלייגט וואטע מיט אויל. איך האב געטראכט, וואס איז דאס לייגן וואטע מיט אויל? אז דער הייליגער רבי שמעון מיט די צדיקים, זיי נעמען וואטע און צינדן עס אן, מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן דאס איז די וואטע, און מען גיסט אויף זיי שמן משחת קודש, מען ברענגט זיי צום אייבערשטן.


די טענץ, די הדלקה, די שמחה - איז אלע יארן אין לשער, בפרט די יאר; די מסירות נפש פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס זענען געקומען פון די וועלדער, געגאנגען צופיס צענדליגע שעות, און ביים אנקומען האבן זיי געכאפט מערדערליכע קלעפ. איך האב דאס געזען מיט מיינע אויגן, ווייל זיידי'ס חצר געפינט זיך ביי די לינקע זייט פון מירון, נעבן דרך מהדרין. עס זענען אריינגעקומען א גאנצן טאג צעקלאפטע צעבלוטיגטע מענטשן, פון כאפן קלעפ פון די רוצחים.


עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מירון איז נישט א פלאץ וואו מען קומט זיך אויסלופטערן, מענטשן פלעגן אוועק מאכן דאס פארן אויף מירון אז דאס איז א פלאץ וואו מען פארט זיך אויסלופטערן, אבער וואס קענסטו זאגן די יאר ווען מענטשן כאפן מכות רצח, פשוט כמשמעו, זיי הרג'ענען מענטשן מיטן טענה אז מען דארף זיי באשיצן פון ווערן גע'הרג'ט, און מען קומט ווייטער צום צדיק נעמען ישעות.


ביי חצות הלילה בין איך אוועק געפארן פון מירון קיין ירושלים.


*מאנטאג פרשת בחוקותי, ל"ד בעומר*


שלמה איז אהיים געפארן זונטאג נאכט, ער איז אוועק געפארן פון מירון פארנאכטס. אינמיטן וועג האט ער זיך געכאפט אז ער האט איבערגעלאזט זיין פאספארט, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אים ער זאל האבן א וועג ווי צו באקומען זיין פאספארט און קענען אנקומען אהיים. עס איז נישט געווען א וועג ער זאל קענען צוריק קומען קיין מירון, די פאליציי האבן נישט אפגעלאזט, ווער עס האט געוואלט אריינקומען האט געכאפט מכות רצח.


אברהם רוטמאן האט געשאפט א וועג צום עירפארט, אים געטראגן די פאספארט. אברהם האט מיר זייער געהאלפן ביי די נסיעה מיט די וועגן, מיט די דירות, סיי אין מירון סיי אין ירושלים. ער האט צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף, און אויך וואס מען דארף נישט. ביסט דאך געווען פאריאר ל"ג בעומר, האסטו דאך אלעס אליינס מיטגעהאלטן.


שחרית האבן מיר געדאווענט אין שול, א מחי' צו זיין מיט אנשי שלומינו, אזא דרך ארץ, אזא איינגענעמע לופט, מען רעדט 'בדרך הישר והרצוי לפניך', און דאס איז דער סימן וואס שרייט ארויס פון א תלמיד היכל הקודש, 'דרך ארץ', 'די שפראך ווי מען רעדט איינער צום צווייטן', און אז דו זוכסט א גוטע חבר צווישן אנשי שלומינו - זאלסטו בודק זיין די שפראך, די וועג ווי יענער רעדט צו א צווייטן.


נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, נאכן שיעור האבן מיר גערעדט פון דעם וואס די תורה זאגט (ויקרא כו, ו): "וחרב לא תעבור בארצכם", זאגן די הייליגע חכמים (תענית כב:): "אפילו חרב של שלום", מען קען זען צווישן נאנטע מענטשן וואס זענען כלומר'יש חברים די וועג ווי זיי רעדן, מען שטעכט זיך, מען פליקט זיך, מען בריקעט זיך, און דאס איז כלומר'יש חברים, זאגט אבער די תורה: "אם בחקותי תלכו", אויב מען וועט זיך פירן ערליך, וועט זיין: "וחרב [של שלום] לא תעבור בארצכם", א פרידליכע שווערד וועט נישט זיין צווישן ענק, מען וועט זיך נישט שטעכן.


אוי וויי, אוי געוואלד, וואלטן מיר זיך ליב געהאט, וואלט געווען שלום צווישן אנשי שלומינו, מען וואלט גערעדט מיט כבוד איינער צום צווייטן - וואלט דער רבי אונז געברענגט צו די העכסטע מדריגות, ובעוונותינו הרבים פעלט צווישן אונז די ליבשאפט, און דאס מאכט חרוב אלעס. אזוי ווי רש"י זאגט (ויקרא כו, ו, דבור המתחיל 'ונתתי שלום'): "הרי מאכל, הרי משתה", מען קען אלעס האבן, עסן און טרינקען, "אם אין שלום, אין כלום", אבער אן שלום האט מען גארנישט, און דאס מיינט מען אויך עסן און טרינקען פון די נשמה, מען האט דעם רבינ'ס אוצרות, די קוואל וואס פליסט, די נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אבער 'אם אין שלום אין כלום'.


עס רייסט מיר ביים הארץ אז מען שפירט נישט אין אלע שולן וואס טראגט מיין נאמען אויפן טאוועל א ליבשאפט, וואלט מען געגאנגען התבודדות און געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, הייליגער באשעפער, נאך אביסל בין איך א גוסס, נאך אביסל בין איך א מת, מען וועט מיך לייגן אין קבר, עס וועט וואקסן אויף מיר קוצים וברקנים, הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? איך פארגעס פון עלמא דאתי, איך מאך מחלוקת, איך מאך רייבערייען, איך טראג לשון הרע, באלד וועט קריכן אויף מיין צינג ווערעם, זיי וועלן קריכן פון בויך אריין אין מויל, צוליב די זינד פון לשון הרע, צוליב רעדן פון אנדערע", וואלט מען זיך מתבודד געווען יעדן טאג אויף דעם, צו געדענקען פון יענע וועלט - וואלטן מיר שוין פון לאנג זוכה געווען צו קומען צו הויכע מדריגות הצדיקים.


טייערער ליבער נחמן נתן, מיין טייערער זון, זיץ נישט אין קיין מושב לצים. וואו עס זיצן צוויי מענטשן און מען רעדט נישט פון תכלית - זאלסטו זיך אויפהייבן און נישט זיצן דארט, "משה קיבל תורה מסיני" - און געזאגט: "שנים שיושבין, ואין ביניהן דברי תורה" - איז א מושב לצים, משה רבינו זאגט אונז פון בארג סיני (אבות ג, ב) מען זאל נישט זיצן ביי שמועסן וואס מען רעדט פון דעם און פון יענעם, און אויב שטייט אויפן טאוועל בנשיאות מיין נאמען, האט דאס פלאץ גארנישט מיט מיר, "ובקהלם אל תחד כבודי", איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט זיין אין אונזערע ד' אמות קיין שום ליצנות.


מיר זענען געבליבן אין שול ביז מנחה, מיר האבן געדאווענט מנחה. נאכדעם דורכן טאג איז געווען קבלת קהל, די משפחות וואס האבן געהאט שאלות זענען געקומען. אויך איז געקומען שמואל הכהן, דער וואס מאכט די ענגלישע גליון "ווערטער פון חיזוק", ער האט געמאכט א סיום הש"ס, ער איז געקומען מיט זיין גאנצע משפחה, מיט אלע קינדער, עס איז געווען א גרויסע שמחה.


אויך איז געקומען א פארפאלק, און די ווייב האט געזאגט אז זי האט זיך אפגעשוירן ל"ג בעומר. איר מאמע שערט זיך נישט די האר, אויך נישט די שוועסטער, אבער פון די חיזוק וואס זי הערט אין היכל הקודש פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר - האט זי דאס געטון.


אויך האבן מיר אסאך אינגעלייט געזאגט אז ביי זיי אין שטוב האט מען זיך נישט געשוירן, און נאר בזכות די חיזוק וואס מען רעדט כסדר פון דאס הייליגקייט פון זיך שערן - דאס געבט זיי די שטארקקייט דאס צו טון.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, עס איז דא צייטן וואס מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט גארנישט, מען שפירט זיך אזוי ווייט, מען שפירט ווי מען ווערט אויס, דעמאלט טראכט איך: 'וועל איך האבן נאר די זכות פון ברענגען קדושה וטהרה ביי אידישע שטיבער, פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה - איז מיר שוין אלעס כדאי', און דאס אליין וועט מיך ראטעווען פון אלעם שלעכטס. ווייל רבי שמעון זאגט (תיקונים תיקון ע דף קכד ע"א): "וְאִתְּתָא בְגִין דְּאִיהִי מִסִּטְרָא דִשְׂמָאלָא, לָא צָרִיךְ לְאִתְגַּלְיָא בָּהּ שַׂעֲרָא, דְּלָא יִשְׁתְּמוֹדְעִין בָּהּ מָארֵי דְּדִינָא", ביי א פרוי מיט האר איז דא דינים רחמנא לצלן; וואלטן פרויען געוויסט וואס פאר א צרות די האר ברענגט - וואלטן אלע דאס אראפגענומען אן קיין קרעכץ, נאר מיט די גרעסטע שמחה.


ביינאכט איז געווען א שיעור, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א סיום הש"ס פון א אינגל משה ארי' יוזשעף, אויך א ברודער זיינע, דוד - בן ישראל, האט געמאכט א סיום אויף משניות. דער עולם איז געווען אזוי איבעראשט, זען קינדער וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר האבן גערעדט ביים שיעור שיינע חיזוק, קענסט הערן די שיעור אויפן האטליין.


*דינסטאג פרשת בחוקותי, ל"ה בעומר*


אינדערפרי איז געקומען משה שמואל דער מגיד שיעור אין ירושלים מיך באגלייטן צו גיין דאווענען שחרית, מיר האבן גערעדט ווי אזוי מען קען מאכן בעסער מיט די תלמידים. נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא (בבא מציעא, דף צ), מיר האבן געלערנט אינעם דף, רבי יוחנן זאגט: "עקימת שפתים הוי מעשה", מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די גמרא, ווייל מענטשן זאגן מען דארף עפעס טון, מען קען נישט נאר רעדן צום אייבערשטן, דא זאגט די גמרא אז מאכן מיט די ליפן הייסט טון, עס איז א מעשה. מיר האבן גערעדט וואס רבי נתן זאגט: "מענטשן זאגן 'אז מען טוט העלפט דער אייבערשטער', איך זאג פארקערט, 'אז דער אייבערשטער העלפט קען מען עפעס טון'", און אז מען בעט דעם אייבערשטן - דאס איז טון, און מען דארף נאר דאס טון, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן.


אויך איז געקומען דער סופר דוד קליערס מיט די ערשטע יריעה, איינער פון אנשי שלומינו פון שטעטל הרוצה בעילום שמו, הויבט אן שרייבן א ספר תורה, איך האב געשריבן די ווארט בראשית.


נאך דעם האט מיך דער מנהל יצחק גענומען אין חדר, ממש א חלום; עס זיצן מלמדים, יוסי כ"ץ און יענקי גוטמאן, און לערנען מיט די קינדער מיט אזוי סאך הארץ, מיט אזוי סאך געדולד, די קינדער זענען גליקליך אז זיי זענען אין היכל הקודש חדר, וואס מען האט סבלנות צו זיי, מען לערנט זיי אמונה, אהבת ה' יתברך, מען מאכט נישט קיין אונטערשייד צווישן ארעם אדער רייך, ביי אונז דארף מען חיזוק אויף פארקערט, אויך ליב צו האבן די קינדער וואס די עלטערן האבן געלט, וואס זענען זיי שולדיג אז זייער טאטע האט געלט? ווייל ביים בעל תפילה אז מען וויל איינעם טשעפען - טשעפעט מען אים אז ער האט אסאך געלט, (עיין ספורי מעשיות, מעשה יב).


אויך בין איך געווען אין בית פיגא, די טיטשערס זענען זייער איבערגעגעבן, זיי ארבעטן מיט א שטארקע געפיל. איינע פון די לערערינס האבן מיר געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו זאגן יעדן טאג מיט די קינדער ביי שלא עשני גוי "שכוח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי, איך שמיר נישט מיין ליפן, איך שמיר נישט מיינע אויגן וכו' וכו'"; איך האב געזאגט, מען דארף לערנען ריכטיג, נאר אזוי קען מען מצליח זיין, מען קען נישט צולייגן וכו', מען ווערט נישט קיין גוי אז מען שמירט זיך וכו', מען דארף זינגען: "שלא עשני גוי, שכוח אייבערשטער איך בין א איד, איך בין נישט קיין גוי", און באזונדער לערנען די קינדער דאס שיינקייט פון זיין איידל, פון זיין באשיידן; נאר אזוי איז מען מצליח, אז מען לערנט ריכטיג.


נאכדעם בין איך אהיים און אויפגענומען מענטשן, שמעון עוזר פערל האט מיך אהיים גענומען מיט די קאר.


נאכמיטאג זענען די בחורים געקומען אין די דירה דאווענען מנחה, איך האב זייער הנאה געהאט צו שמועסן מיט זיי.


איך בין געגאנגען געבן שלום פאר הרב רבי שמעון שפירא שליט"א. איך האב געהערט פון משה שמואל אז ער וויל קומען צו מיר אפנעמען שלום, עס איז מיר נישט איינגענעם צו זען אז אזא פערזענליכקייט קומט צו מיר, איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו איך קען גיין צו אים, מען האט מיר געזאגט אז ער זיצט אין די ברסלב'ע שול אין מאה שערים, בין איך אהין געגאנגען צו אים מיט שמעון עוזר. ער האט זיך זייער געפרייט, ער האט מיך ארויפגענומען אין ווייבער שול, מיר געוויזן פון דארט דעם רבינ'ס בענקל, איך האב זיך זייער געפרייט אים צו באגעגענען.


איך בין אויך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' אהרן גאלדשטיין, זיין טאטע איז נפטר געווארן ל"ג בעומר פארנאכטס. אהרן איז א גרויסער מפיץ, ער פארשפרייט א גאנצן טאג ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש. דארט זענען געזיצן א גרויסער עולם, אלע האבן זיך באדאנקט פאר די שיעורים. אויך אין מירון האבן מיר בלי גוזמא הונדערטער אינגעלייט און בחורים געזאגט שכוח פאר די שיעורים, ספרים און גליונות, וואס דאס איז זייער גאנצע חיות.


די יאר איז געווען אין קארלסבורגער חצר דער פלאץ וואו אלע זענען געקומען עפעס טועם זיין, און אלע אן אויסנאם האבן זיך באדאנקט.


מען זעט אז אנשי שלומינו אין ארץ ישראל טוען מער אין הפצה ווי אנשי שלומינו אין אמעריקע, וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאגט מען שכוח פאר די חיזוק בריוו, און אזוי ווייטער, זיי זענען פריש אין הפצה, און דאס האלט זיי אליינס בלייבן פריש ביים רבי'ן; ווייל נאר אז מען איז עוסק אין הפצה בלייבט מען פריש מקורב, און אז מען האלט עס נאר פאר זיך - ווערט מען אלט און אויסגעלאשן.


אויך איז מיט געקומען ישראל גרומאן פון הר יונה, ער איז געקומען מיר ווייזן דעם ספר תורה וואס ער שרייבט יעצט פאר די קהילה, א קליינע ספר תורה צו קענען מיטנעמען קיין אומאן אויף ראש השנה. מיר האבן געהאט שיינע שיחות אויפן וועג גייענדיג, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג דעם רבינ'ס ספרים, ווי דאס טוט ראטעווען דעם מענטש.


*אויפן וועג אהיים*


דינסטאג נאכט בין איך געפארן קיין בני ברק, איך בין געגאנגען צו זיי א צווייטע מאל, סיי ביים אנקומען און סיי ביים אהיים גיין, ווייל זיי זענען זייער פריש אין הפצה. דארט ברענט א פייער פון הפצה, אין א געוויסע זין מער ווי אין אנדערע שטעט.


אויפן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, דארט ליגן זיידי און באבי פרידמאן, רבי יצחק דוד הכהן פרידמאן און באבי רחל עליהם השלום, מיר האבן מתפלל געווען. אויך בין איך צוגעגאנגען צום קבר החיד"א, איך פלעג גיין אסאך אלס בחור מיט עלטער זיידי מקארלסבורג דארט מתפלל זיין.


אין בני ברק אין שול האבן זיך צאמגעזאמעלט א ריזיגן עולם, מיר האבן קודם געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. עס איז געווען א סיום הש"ס פון וואלווי לעווי, א זון פון דער גבאי אין בני ברק שול ר' יואל, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי א יונגער בחור האט מסיים געווען גאנץ תלמוד בבלי.


ביים אנקומען אין בני ברק איז מאמי געגאנגען אין שטוב פון משפחת לעווי, עס זענען זיך צאמגעקומען דארט פרויען פון אנשי שלומינו. מאמי האט זיך זייער גוט געשפירט צווישן זיי, איין זאך איז איר נישט איינגענעם געווען, ווען זי איז אריינגעקומען האבן זיי זיך אלע אויפגעשטעלט, מאמי האט דאס נישט געקענט נעמען, זיי מיינען אז דאס איז א רבי'סטעווע, א רבי מיט א רעביצין, זיי ווייסן נישט אז מיר זענען פשוט'ע מענטשן, און די אלע זאכן האט נישט קיין שייכות מיט אונז.


אויך האב איך היינט געהאט א ברית אין ישיבה, זושא דער גבאי פון מאנסי שול איז געקומען קיין וויליאמסבורג מאכן די ברית, ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, אבער איך האב געזען אז עס איז דא זיידעס חשוב'ע אידן, תלמידי חכמים, האב איך געזאגט פארן זיידע: "זושא האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, און איך בין אייך מכבד מיט די כיבוד"; און דאס דארפן אלע אינגעלייט וויסן, אז מען האט זיידעס ערליכע אידן - געבט מען זיי די כיבודים. איך דארף נישט די זאכן, איך ווייס נישט וואס מען וויל דא פון מיר, מען דארף מכבד זיין די זיידעס, און אז מען וויל איך זאל זיין סנדק - קען מען ברענגען דעם קינד שפעטער אין חדר און אין ישיבה אלע יארן לערנען און דאווענען, דאס איז אויך סנדקאות.


*מיטוואך פרשת בחוקותי, ל"ו לעומר*


מיטוואך פארטאגס זענען מיר אנגעקומען אין אמעריקע, אלי האט מיך אפגעווארט, ער איז מיר זייער געטריי. עס האט גענומען אביסל לענגער, ווייל מיר האבן געהאט אין א זעקל טרויבן, מיר האבן נישט געוויסט אז דאס איז אזוי הארב. אינמיטן קומט א פאליציי מיט א הונט און דער הונט האט געשמעקט אונזער זעקל און געגעבן א היס, מען האט צוגענומען מאמי'ס פאספארט און אונז אויפגעהאלטן פאר א שטיקל צייט. ברוך השם אז מען האט אונז נישט באשטראפט נאר צוגענומען די טרויבן, און מיר זענען אהיים געקומען בשלום.


איך בעט דיר זייער, גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן; אז מען גייט התבודדות ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אין מירון האבן די בחורים מיך געפרעגט אויב איך ווייס וואו די פתח המערה פון רבי שמעון איז, ווייל איך האב זיי דערציילט אז די פלאץ נעבן די הכנסת אורחים וואס שטייט דארט א טאוועל 'דא איז דער פתח המערה' - דאס איז נישט וואר, דאס איז א פלאץ וואו מען מאכט געלט פון אמעריקאנער וואס לאזן זיך מעלקן, און עלטער זיידי האט מיר געזאגט אז רבי אשר זעליג האט אים געוויזן וואו דער פתח המערה איז, האבן מיר די בחורים אנגעהויבן מוטשען אויב איך ווייס וואו דאס איז, איך האב זיי געזאגט איך קען זיי ווייזן, זיי זענען געווארן זייער פרייליך, איך האב זיי געוויזן אויפן מויל, די מויל איז די עפענונג צו די מערה, מערה איז א לשון פון זיין באהאפטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (מלכים א' ז, לו): "כְּמַעַר אִישׁ וְלֹיוֹת סָבִיב", זאגט רש"י: "לשון אחיזה ודיבוק", אזוי ווי מען נעמט זיך ארום, מען ווערט איינס, אויך איז דא אין משניות די לשון (עוקצין ג, ח): "וּמְעֹרֶה בַקְּלִפָּה"; די מויל איז די פתח המערה, די וועג צו ווערן ארומגענומען מיטן אייבערשטן, ווערן איינס מיטן אייבערשטן; אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דערציילט אלע שלעכטע בלוט וואס מען האט, אלע שווערע נאטורן, אלע שלעכטס וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט, מען וויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל אויך זיין א איד, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נאר רעדן פון דיר" - קומט מען אן אין די מערה פון די צדיקים, מען ווערט באהאפטן צום אייבערשטן מיט די שטערקסטע מדריגה.


איך האב דיר געשריבן נאר ממש א פינטל פון וואס עס איז אריבער, און פון די געפילן וואס מען איז זוכה ביי די צדיקים, איך האף דו וועסט ענדיגן ש"ס די יאר, וועל איך דיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף נעמען קומענדיגע יאר ל"ג בעומר.


אויך וויל איך זייער שטארק ענדיגן מיט דיר דעם גאנצן זוהר און מאכן ל"ג בעומר די סיום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6104 - זיי פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים
שטעטל, אמונת חכמים, תמימות, שבועות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


זייער גוט אז דו קומסט נישט אויף יום טוב שבועות אין שטעטל, נאכדעם וואס פאריאר האסטו זיך גוט אפגעבריט; דו האסט געברענגט דיין משפחה אין שטעטל נאר צו ווערן נענטער, און ביי די סעודה, דארט וואו דו ביסט איינגעשטאנען - האט מען געמאכט ליצנות אויף מיר און אויף די קהילה, און דיין ווייב איז געווארן נאך מער אפגעקילט.


ביסט נישט דער איינציגסטער וואס בריט זיך אפ, איך האב שוין געהערט פון נאך אז זיי האבן זיך אפגעבריט. אויך האט מיר א אינגערמאן געזאגט עס האט אים געמאכט אז זיין ווייב זאל אפלאזן אידישקייט און ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זיין ווייב איז געווען אין אנהויב זייער א תמימות'דיגע, אבער נאכן גיין עסן ביי לצים און הערן ווי מענטשן וואס דרייען זיך דא מאכן חוזק אויפן ראש ישיבה - האט זי זיך צוגעכאפט צו די ליצנות, ביז ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זי האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו.


ענדערש בלייב אין שטוב אויף יום טוב, אדער דינג א פריוואטע דירה - ווי איידער קומען אין שטעטל און עסן ביי לצים וואס די גאנצע סעודה איז איין שטיק ליצנות.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו, דיין ווייב און דיינע דורות - זאלן זיין פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים, וואס האבן נישט מיט קיין ליצנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6103 - שיסן פיילן, אפילו אן קיין געפיל
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, פירושים, געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, י"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר פון דיין עבודת השם, ווי דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, און אז דו האסט יעצט מסיים געווען ספר התיקונים די זיבן און צוואנציגסטע מאל. מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט און הייליגקייט פון תיקוני זוהר, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח) אלע חכמות פון די וועלט ליגט אין דעם ספר.


איך וויל דיר שרייבן א קליינע שיינע זאך וואס איז מיר נתחדש געווארן ביים לערנען תיקונים. רבי שמעון דערציילט (תיקון יג, דף כט:): "חַד בַּר נַשׁ עוּלֵימָא" עס איז געקומען א אינגערמאן, "צַדִּיק שְׁמֵיהּ" א צדיק, "דַּהֲוָה יְתִיב עַל מַגְדְּלָא" ער איז געזיצן אויפן טורעם, "קַשְׁתָּא בִּידוֹי" מיט זיין פייל און בויגן אין האנט, "וַהֲוָה זָרִיק חִצִּים" און ער האט געווארפן פיילן, "לְגַבֵּי חִוְיָא" אויפן שלאנג, דאס מיינט מען דעם סמ"ך מ"ם, "וְדָא אִיהוּ פָּזֵר גָּדוֹל" דער פייל און בויגן מיטן פייל זעען אויס ווי א פזר גדול, "וְחִוְיָא לָא הֲוָה חָשִׁיב לוֹ" אבער דער שלאנג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די פיילן.


דער הייליגער רבי שמעון געבט צו פארשטיין וואס איז געווען זיינע פיילן; "וְקַשְׁתָּא" די בויגן - "אִיהוּ לִישָׁנָא דְפוּמָא" דאס איז די צינג, מיטן מויל און צינג, אז מען ניצט דאס אויף תפילה - איז דאס א פייל און בויגן קעגן די קליפות, "אֱגוֹזָא דְקַשְׁתָּא" די פלאץ וואו מען לייגט אריין די פאל אינעם בויגן - "פִימָא" דאס איז די מויל, "חוּט הַשָּׁנִי" די שטריק וואס מען ציט אויס צו שיסן די פייל - "דָא שָׂפָה" דאס איז די ליפן. "חוּט שֶׁל קֶשֶׁת" מיט די פייל און בויגן - "דְּבֵיהּ הֲוָה צַדִּיק זָרִיק חִצִּין" האט דער צדיק געשאסן אויפן שלאנג, "דְּאִינוּן מִלּוּלִין דִּצְלוֹתָא" די תפילות, "לְגַבֵּי חִוְיָא" צו הרג'ענען דעם שלאנג. זאגט דער זוהר אבער, "וְחִוְיָא לָא הֲוָה חָשִׁיב לוֹן" דער שלאנג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די פיילן, "וְלַאו בְּגִין חֲלִישׁוּ דְצַדִּיק חַ"י עָלְמִין" נישט ווייל א צדיק האט נישט קיין כח צו הרג'ענען דעם שלאנג, "אֶלָּא בְּגִין חֲלִישׁוּ דְהַהוּא דְזָרִיק לוֹן, דְּאִיהוּ צַדִּיק דִּלְתַתָּא מִנֵּיהּ, כַּד לַאו אִיהוּ שְׁלִים" אפשר לומר, ווייל דער וואס האט געשאסן - ער ביי זיך אליין האט נישט געהאלטן פון זיך, ער מיינט אז ער איז נישט חשוב. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "אויב דו האסט אמונה אין אייבערשטן - האסטו אין דיר נישט קיין אמונה" (שיחות הר"ן, סימן קמ), "וּבְגִין דָּא לָא חָשִׁיב לוֹן" דעריבער האט דער שלאנג זיך נישט גערעכנט מיט אים. רבי שמעון אנטפלעקט אונז דאס גרויסקייט פון יעדן איד, יעדער האט א כח צו הרג'ענען דעם שלאנג, יעדער קען שיסן פיילן אויפן סמ"ך מ"ם און העלפן ברענגען די גאולה.


העיקר ארויס צו נעמען אויף למעשה; מען קען נישט מכניע זיין די קליפות מיט ענוה פסולה, מען זאל זיך נישט קלאפן, מען דארף וויסן אז יעדער איינער האט א כח צו אויסלייזן די שכינה פון גלות, דורך דעם וואס מען נעמט די קשת התפילה, מען גייט התבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן בבחינת שיסן פיילן; אפילו אן קיין געפיל, ווייל דער וואס שלאגט זיך מיטן שונא מיטן שווערד - דער זעט וואס ער טוט אויף, ער שניידט שטיקער פונעם שונא, נאכדעם איז דא דער וואס שיסט ארויס פיילן, ער זעט נישט וואס ער טוט אויף, ער שיסט פיילן און ווייסט אז דאס טרעפט דעם שונא, דאס איז די בחינה פון דאווענען אן קיין געפילן, אן זען וואס מען טוט אויף, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6102 - א לב בשר, א ברסלב'ע הארץ, ווייך און געפיליש
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן א הערליכע גרוס פון אייער לערערין אויף אייך אז איר זענט שיין צו אנדערע מיידלעך, אפילו צו מיידלעך וואס מאכן נערוועז; איר האט א אידישע הארץ, א לב בשר, א ברסלב'ע הארץ; ווייך און געפיליש.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות וואס איר געבט אזוי אכטונג אויף די חבר'טעס וואס מען שטופט זיי אוועק - זאלט איר קיינמאל נישט ווערן אוועק געשטופט פונעם אייבערשטן.

#6101 - עס פעלט נישט אויס צו ברענגען די ברית אין ישיבה
היכל הקודש, ישיבה, ברית, סנדקאות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל, דיין בכור; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו מאכן די ברית אין צייט, און אים אויפציען לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


עס פעלט נישט אויס צו ברענגען די ברית אין ישיבה, היינט אז מיר האבן שוין שטיבלעך אין אלע געגנטער - פעלט נישט אויס צו קומען אין ישיבה, מאך די ברית אין אונזער שול אין בארא פארק (אויב עס מאכט נישט קיין מחלוקת); ווען די ברית איז אין היכל הקודש קומט אליהו הנביא מיט גרויס שמחה, גאר אנדערש ווי סתם א ברית.


אז דו ווילסט מיך מכבד זיין מיט סנדקאות קענסטו ברענגען דעם קינד לערנען אין חדר און אין ישיבה, דאס איז אויך א בחינה פון סנדקאות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כח:): "והושיבום בין ברכי תלמידי חכמים", לייגט די קינדער אויפן שויס פון צדיקים, דאס מיינט מען זאל זען אז די קינדער זאלן האבן שייכות מיט ערליכע אידן, וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן.


דער עיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, וועסטו זוכה זיין צו נאך און נאך חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6100 - זאל מען נעמען פרעמדע לערערינס אין בית פיגא?
מוסדות, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין ברוך ה' אנגעקומען אהיים בשלום, די וועג איז געווען א פיינע וועג, און איך בין נאכאלץ אונטער די רושם פון די נסיעה.


בנוגע אויפנעמען א לערערין אין בית פיגא אין טבריה וואס איז נישט מקורב וכו'; אזוי האבן מיר אנגעהויבן אונזער בית פיגא אין אמעריקע, אין וויליאמסבורג, מיט פרעמדע לערערינס. איך האב נישט געהאט קיין ברירה, און אזוי האט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו אנגעהויבן בית רחל, מיט פרעמדע לערערינס, און ער האט געקרעכצט און געזאגט אז ער האט נישט קיין ברירה, ער מוז אנהויבן און שפעטער וועט זיין תלמידות לערערינס; זאלסטו אויך אזוי טון, הויב אן מיט לערערינס אפילו זיי זענען נישט מקורב, און רעד מיט זיי ווי אזוי זיי זאלן לערנען מיט סבלנות און געפיל, און אז ביי אונז איז נישט דער עיקר דער לימוד; אז א מיידל קען נישט אזוי גוט - איז גארנישט, דער עיקר איז אז דאס נפש פון קינד זאל זיין געזונט, נישט צעקלאפט, און רעדן דיבורי אמונה און פון צדיקים.


נאך א זאך, אמאל קען מען מער מצליח זיין מיט א ווייבל וואס האט נאכנישט קיין עקספיריענס, נאכנישט געווען קיין לערערין - ווי א ווייבל וואס איז שוין געווען א לערערין און ברענגען ביי אונז השקפה און הדרכה וואס מיר ווילן נישט.


לאז מיר איבער יעדן טאג א מעסעדזש בכלליות פון אלע מוסדות אין ארץ הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6099 - וואס בין איך שולדיג אז איך האב נאכנישט קיין שידוך?
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, חסד שביסוד, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן א בריוו, חיזוק אויף דעם וואס דו ווארסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך.


ליבער ברודער היינט איז די יום הולדת פון מוהרא"ש, וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין מחזק זיין בחורים און מיידלעך, זיי ווייזן די חסדים פונעם אייבערשטן; אפילו מען האלט אין איין פאלן אין די מידה פון יסוד, מען פאלט אין פגם הברית - זאל מען וויסן אז דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיינעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט קיינעם נישט אוועק, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", ער נעמט אן יעדן איינעם וואס טוט תשובה, "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", און ווער עס וויל צוריק קומען - קען צוריק קומען.


איך בעט דיר זייער טייערער ליבער ברודער, איך ווייס דיין צעבראכן הארץ, איך ווייס דו ביסט שוין אריבער די צוואנציג יאר און דו ביסט אזוי דערשראקן פון וואס די הייליגע חכמים זאגן (קידושין כט:), דער וואס האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר ווערט באשטראפט: "תיפח עצמותיו", עס זאל אים צעגיין זיינע ביינער, דו פרעגסט 'וואס בין איך שולדיג אז עס גייט מיר נישט קיין שידוך? וואס בין איך שולדיג אז מען שעלט מיר מיינע ביינער זאלן מיר צעגיין? וואס בין איך שולדיג אז מיין גאנץ לעבן וועל איך זיך מוטשען צו זיין ערליך, אז מען זאגט אויף מיר 'כל ימיו בהרהור עבירה', אז מען האט נישט חתונה ביז די צוואנציג וועט מען זיך א גאנץ לעבן מוטשען מיט עבירות?'


טייערער ברודער, דאס מיינט מען נישט איינער וואס וויל חתונה האבן און עס גייט אים נישט קיין שידוך, דאס מיינט מען די וואס האלטן זיך קלוגער פון די הייליגע חכמים, די אויבער חכמים וואס זאגן אז זיי ווילן נאכנישט חתונה האבן, זיי ווילן ארבעטן און אוועקלייגן געלט, אויך די וואס זאגן 'מיר ווילן ווארטן ביז נאך די צוואנציג כדיי צו קענען לערנען', אויף זיי איז געזאגט געווארן די אלע שרעקעדיגע זאכן, אבער ווען א בחור איז גרייט חתונה צו האבן און עס גייט אים נישט קיין שידוך - נישט זיי מיינט מען.


מיין טייערער ליבער חבר, זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, גיי אהין און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאג פארן אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער איך בעט דיר זייער, געב מיר א שידוך, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן, לעבן בקדושה וטהרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב:): 'לוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה', ווי אזוי קען מען לערנען תורה מיט א ריינעם מח? 'זֶה הַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים', אז מען האט חתונה און מען האט קינדער, נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן מיט ריינע מחשבות, בעט איך דיר הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך.


רבונו של עולם איך בין אזוי צעבראכן, איך בין שוין אריבער די צוואנציג יאר, וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט קיין שידוך? דערבארעמדיגער באשעפער, וואס קומט מיר די קללה פון תיפח עצמותיו? איך וויל דאך חתונה האבן, איך וויל זיין גוט! עס איז מיר אזוי שווער, קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט מיין ווייטאג און מיין פלאג.


הייליגער באשעפער, איך וויל זיך אויסרעדן מיין ווייטאג; וואס בין איך שולדיג אז מיין גאנצע לעבן זאל זיין בהרהור עבירה? פארוואס?! נישט גענוג איך האב נישט מיין שידוך, קומט מיר דאס אויך? נישט האבן א ריינע מח?! איך וויל א שידוך און איך וויל א ריינעם מח.


איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה און דאס איז גורם אז מיין שידוך זאל זיך אפשטופן, אבער אייבערשטער וואס קען איך טון נישט אראפצופאלן אין די עבירה? איך קען נישט עומד זיין בנסיון, איך דארף חתונה האבן; אז איך וועל חתונה האבן וועל איך זיך קענען האלטן בקדושה ובטהרה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך זאגן (יבמות סב:): 'כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה', איז דאך נישט שייך פאר מיר צו זיין ערליך און אפגעהיטן.


בעט איך דיר אייבערשטער, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר געב מיר א שידוך, און אזוי וועל איך קענען זיין ערליך און הייליג, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך.

#6098 - תיקון ליל שבועות איז אויך שייך פאר פרויען
חיזוק פאר פרויען, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא, ערב חג השבועות, ה' סיון, מ"ט לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


תיקון ליל שבועות איז אויך שייך פאר פרויען; איר קענט אויפבלייבן נאך די סעודה, לייגט שלאפן די קליינע קינדער, רייניגט אפ די סעודה, זאגט תהלים און בעטס פאר אייערע דורות.


דער עיקר איז זיך בענקען צום אייבערשטן, און דאס ארויסזאגן מיטן מויל: "הייליגער באשעפער, איך בענק זיך צו דיר".





 


 





 

#6097 - מען ווערט פארשוואונדן פון שטוב, און די ווייב פארלאנגט א גט
שלום בית, גט, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געוואוסט אז דאס גייט פאסירן, דיין ווייב גייט פארלאנגען א גט, און דעריבער האב איך דיר געשריבן די לעצטע פאר יאר אז דו ביסט נישט גערעכט, דו טוסט נישט וואס די תורה זאגט, דו האלטסט נישט איין דיינע פליכטן פון א חתונה געהאטע לעבן, דו ביסט אפגעשיידט א גאנץ יאר.


בפרט די לעצטע יאר האסטו גענומען א נייע וועג פון נעלם ווערן פון שטוב וכו', דו ווערסט פארפירט מיט דעם בעל מקובל וכו', דו פירסט זיך נישט לויט די תורה, און יעצט אז דיין ווייב פארלאנגט א גט, זי זאגט זי דארף א מאן נישט קיין מלאך - וואס זאל איך איר זאגן...


ביז אהער האסטו מיר נישט צוגעהערט, איז וואס קען איך דיר יעצט העלפן?

#6096 - אוועקגעגאנגען פון די מסורה, צו די מסורה פון קדושה וטהרה
שערן די האר, מסורה, זילבערנע ה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיר געשיקט א זילבערנע ה' קייטל מיטן רב ... פון חיפה, א מתנה פאר ענק לכבוד די גרויסע שמחה אז דיין ווייב האט זיך אפגעשוירן אירע האר ל"ג בעומר. די קייטל איז מסוגל פאר קינדער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח): "הֵא הַנַּעֲשֶׂה מִכֶּסֶף", א זילבערנע ה, "מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", איז א סגולה פאר קינדער; דיין ווייב קען דאס אנטון ווי אזוי זי איז באקוועם, אפן אדער צוגעדעקט.


בזכות די מסירות נפש וואס דיין ווייב האט געטון, זי האט זיך אפגעשוירן אירע האר, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט, ביי איר איז דאס גאר א גרויסע מסירות נפש, ווייל איר מאמע און אירע שוועסטער שערן זיך נישט, זי איז אוועק געגאנגען פון איר מסורה - צו די מסורה פון צדיקים, צו די מסורה פון קדושה וטהרה - וועלן ענק זוכה זיין צו בני, חיי ומזוני רויחי.


ווען עס קומען מיר אריין מחשבות וואס ווילן מיך צעברעכן, איך טו גארנישט פארן אייבערשטן וכו' דערהאלט איך זיך מיט דעם אז צענדליגער און הונדערטער פרויען האבן זיך אפגעשוירן די האר, דאס וועט מיר זיין א זכות ביים בית דין של מעלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6095 - מיט'ן דאנקען אויף די קינדער, וועט קומען נאך קינדער
קינדער, תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט געזונט און שטארק, גייט נישט צום דאקטער זיך אונטערזוכן, עס איז גארנישט אז מען פארלירט די סדר וכו' און א לאנגע צייט וואס עס קומט נישט אן וכו'.


זייט נישט באזארגט, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די קינדער וואס ער האט אייך געגעבן און דאס וועט עפענען די טויערן אין הימל און איר וועט זוכה זיין צו נאך קינדער.


זאגט יעדן טאג תהילים, דאס וועט ברענגען ישועות און רפואות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6094 - הייליג מיינט אז מען היט די תורה
חמרות ופרישות, פרום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הייליג מיינט אז מען היט די תורה און מען האט זיך ליב, דאס מיינט הייליג; און פארקערט, פרום - האט גארנישט מיט הייליג; פרום איז די טיר אראפ צו פאלן צו שאול תחתיות.


אנטלויפט פון חומרות ופרישות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ.) עס זענען דא וואס מאכן חרוב די וועלט, איינע פון זיי זענען 'אשה פרושה', א פרוי וואס פירט זיך מיט פרישות וכו'.


מען האט אייך געלערנט אז מען פירט זיך הייליג האט מען הייליגע קינדער; הייליג מיינט אז מען היט הלכות, הייליג מיינט אז מען פירט זיך איידל, מען גייט אין גאס איידל וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6093 - ביי אונז איז נישט שייך די זאך פון אייגענע תעניתים
עבודת השם, תעניתים, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע וואס טוט מען וועגן פאסטן, דו לערנסט אין ספר המידות דאס גרויסקייט וואס מען איז זוכה דורך תעניתים, און פון די אנדערע זייט זאגט מען אז מען זאל נישט פאסטן, דו ווילסט פארשטיין וואס צו טון; עס איז געווען אין רבינ'ס צייט א שטיק צייט וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן פאר אנשי שלומינו תיקונים געוויסע טעג צו פאסטן, אבער שפעטער האט דער רבי דאס מבטל געווען, און דער הייליגער רבי נתן וויינט צום אייבערשטן אין די תפילות (ליקוטי תפילות, נ): "וּבְכֵן תְּרַחֵם עָלַי, וּתְזַכֵּנִי וְתוֹרֵנִי וּתְלַמְּדֵנִי, שֶׁאֶזְכֶּה לֵידַע בֶּאֱמֶת אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיַן הַתַּעֲנִיּוֹת שֶׁאֲנִי מְחֻיָּב לְהִתְעַנּוֹת בִּשְׁבִיל תְּשׁוּבָה עַל עֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים כִּי אַתָּה לְבַד יָדַעְתָּ אֶת כָּל הַמְּנִיעוֹת וְכָל הַסְּפֵקוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי עַל זֶה, עַד שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ לָתֵת עֵצוֹת בְּנַפְשִׁי כְּלָל בְּעִנְיַן זֶה שֶׁל תַעֲנִיּוֹת וְאַתָּה יוֹדֵעַ כַּמָּה אֲנִי צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת עַד אֲשֶׁר כָּל יָמַי לֹא יַסְפִּיקוּ לִי לְהִתְעַנּוֹת חֵלֶק אֶחָד מֵאֶלֶף וּרְבָבָה מִמַּה שֶּׁאֲנִי צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת עַל תִּקּוּן חֵטְא וּפְגַם אֶחָד מֵחֲטָאַי וּפְשָׁעַי וּפְגָמַי הַמְרֻבִּים מְאד וְאֵין אִתָּנוּ יוֹדֵעַ עַד מָה", הייליגער באשעפער ווייז מיר דעם וועג וואס האב איך צו טון מיט תעניתים, דארף איך פאסטן צו מתקן זיין מיינע עבירות? וויפיל דארף איך פאסטן?


ביי אונז איז נישט שייך די גאנצע זאך פון תעניתים, דער רבי האט אונז בפירוש געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען, "וְדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דער רבי האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוט'ערהייט, און אסאך געשמועסט מיטן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


לערן ספר המידות, דאס וועט דיך מאכן פאר אן ערליכער איד, און בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע סעיף דו זאלסט זוכה זיין קומען צו דעם, און אז דו זעסט זאכן וואס עס איז דיר שווער - זאלסטו פרעגן דיין מגיד שיעור, אויך קענסטו מיר שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6092 - משמש דעם הייליגן רבי'ן ביים נייעם שול אין בית שמש
משמש דעם רבי'ן, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בית שמש


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון די גוטע זאכן וואס דו טוסט פאר אונזער נייעם שול אין בית שמש, דו לייגסט אריין אזויפיל הארץ מיט פלאג אז אלעס זאל קלאפן, אלעס זאל זיין גוט און געשמאק פאר די מתפללים.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, מאכן די שול געשמאק פאר די מתפללים - זאלסטו האבן נחת פון דיינע קינדער אינאיינעם מיט דיין בני בית.


א גרוס פון דיין זון, ער לערנט און פירט זיך מיט יראת שמים. איך האף צום אייבערשטן ער וועט בקרוב טרעפן זיין גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6091 - נעבעך פאר די ערליכע פרויען וואס מיינען אז דאס איז צניעות
צניעות, אידישע שטוב, פרום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר געשריבן אז לעצטנס זענט איר נישט רואיג מיט אייער צניעות, איר האלט איר זענט נישט גענוג צניעות'דיג, אייער מאן זאגט ער מיינט דאס קומט זייט איר הערט אויס די האטליין פון די 'פרומע שטן' וואס מאכן משוגע אידישע פרויען מיט צניעות שלא על פי תורה.


איך האב געפרעגט אייער מאן, אויב איך וועל אייך שרייבן צי איר וועט מקבל זיין, האט ער געענטפערט: "יא, אודאי", דעריבער שרייב איך אייך, און איך בעט אייך, פאר אייער טובה און פאר די טובה פון אייער שטוב - זאלט איר מער נישט קלינגען צו די 'פרומע שטן', נישט אויסהערן זייערע שיטות, נאר אויסהערן דעת תורה; וואס די ערליכע רבנים זאגן, און וואס די תורה זאגט.


די האטליין פון די 'פרומע שטן' מאכט חרוב אידישע שטיבער און די האבן שוין חרוב געמאכט זייער אסאך שטיבער, די 'פרומע שטן' האט נישט קיין דעת תורה, זיי מאכן חוזק פון האבן דעת תורה, זיי גייען מיט זייער קרומע שכל, און נעבעך פאר די ערליכע פרויען וואס מיינען אז דאס איז צניעות.


די אראבער שטעלן זיך אויך אהער כאילו זיי זענען פרום, זיי טוען זיך אן מיט ליילעכער ארומגעבינדן וכו', אבער די הייליגע חכמים זאגן אונז דעם אמת (קידושין מט:): "י' קבים זנות ירדו לעולם", צען קב זנות איז דא אויף די וועלט, "תשעה נטלה ערביא כו'", און ניין קב האבן די אראבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6090 - די קליידער געשעפט איז פון די שענסטע זאכן אין די קהילה
שטעטל, טעלעפאן, אידישע שטוב, פרויען צאמקום, קליידער, בלעטל, נייען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די וועכנטליכע פרויען צאמקום, איר שעפט זיך אן מיט פרישע כוחות פון די שיעור און פון זיך טרעפן מיט נאך פרויען, און פון די מעשיות פון תפילה וכו' וכו'.


עס קומט אייך א גרויסן דאנק פון מיר און בשם כל הקהילה אז איר לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די קליידער געשעפט, וואו אנשי שלומינו קענען קויפן קליידער פאר נישטיגע פאר דאלער, און זיך שפארן פון אויסגעבן אזויפיל געלט, און פון בארגן, גנב'ענען, צעקוועטשען דעם מאן וכו' וכו'. די קליידער געשעפט אין שטעטל איז פון די שענסטע זאכן ביי אונזער קהילה, און וואויל איז אייך און פאר אלע העלפערס וואס לייגן צו א האנט בהתנדבות, אז די געשעפט זאל קענען אנגיין ווייטער מיטן פארקויפן פאר אנשי שלומינו קליידער פאר צוויי דריי דאלער.


בנוגע זאכן וואס מען דארף בעסער מאכן זאלט איר רעדן צו מרת ... תחי' און זי וועט איבערגעבן פאר איר מאן נרו יאיר, און זיי וועלן מאכן דאס בעסטע און דאס שענסטע. די פלאץ איז גאר קליין, איך האף צום אייבערשטן צו מאכן א גרויסע געשעפט, עס זאל זיין באקוועם פאר די פרויען איינצוקויפן, איך דארף די תפילות פון די איינוואוינער פון שטעטל צו קענען אויספירן מיינע פלענער.


בנוגע שרייבן אין די בלעטל; עס איז זייער א וויכטיגע זאך עס זאל זיין פאר אנשי שלומינו וועכנטליכע אויסגאבעס צו ליינען, איז דאס איז זיכער א גרויסע זכות פאר אלע פרויען וואס געבן אוועק צייט צו שרייבן שיינע זאכן צו ליינען.


אויף די פראגע וואס זאל זיין דער עיקר פון די שרייבווערק; ערשטנס דארף עס זיין געשריבן ציענדיג, עס זאל ציען די ליינער דאס צו וועלן ליינען, און די אינהאלט זאל זיין צו געבן כח פאר אידישע מאמעס וואס גייען אריבער יעדן טאג שווערע ארבעט; זיי מוטיגן און ווייזן די הייליגקייט פון ברענגען קינדער, האדעווען קינדער און אלעס וואס מען רעדט ביי די שיעורים.


בנוגע די נייען וכו'; אודאי און אודאי זאלט איר אנהאלטן דאס נייען, אויך זאלט איר אויסלערנען אייערע עלטערע טעכטער די פאך, עס איז א שיינע פאך פאר פרויען.


בנוגע וכו'; האלטס די שטוב ריין, ברענגט נישט אריין אין שטוב א כלי וואס זעט אפילו אויס ווי א סמארטפאון. מיר האט מען אויך געקויפט אזא כלי וואס האט אלע מוזיק, איך האב עס אבער נישט אנגענומען, איך וויל נישט האבן אין שטוב קיין שום שלעכטע זאך, און אפילו וואס זעט אויס שלעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6089 - אז מען האט ווייטאג, דארף דאס ווערן אויסגעשמועסט
מוסדות, שלום, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו האסט א טענה אויפן מנהל - איז ריכטיג זאלסט רעדן מיט אים און אים זאגן די טענה, און אז עס איז דיר שווער צו רעדן - זאלסטו דאס אראפשרייבן. וואלט דאס געווען א פרעמדער און דו האסט א טענה אז מען האט דיך אפגעזאגט פון מלמדות וואלסטו אויך געדארפט ענדיגן מיט שיינעם, זיכער ביים רבי'ן וואס מיר זיצן צוזאמען, מיר זענען ווי איין משפחה, ווי ברידער - דארפן מיר זיך דורכרעדן, און אז מען האט ווייטאג - דארף דאס ווערן אויסגעשמועסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6088 - דער גרעסטער טעראפיסט אויף דער וועלט
תפילה והתבודדות, משניות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט געטראפן דעם גרעסטן טעראפיסט פון דער וועלט, דארפסט נישט גיין זוכן עפעס אנדערש.


זיי ממשיך מיט אלע זאכן וואס דו הערסט ביי די טעראפי סעשאנס, זאג יעדן טאג משניות מיט בלעטער גמרא, און בעיקר זאלסטו זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים דערציילן אלע מחשבות, אלע געפילן, אלעס וואס שטורעמט אין דיין מח - וועסטו מיט די צייט ווערן אויסגעהיילט און ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6087 - ארויסגערינען נישט איידעלע בילדער
חברים, תשובה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען אייער חבר'טע האט אייך פארראטן און ארויס געגעבן נישט איידעלע בילדער פון אייך, זאלט איר דאס אננעמען פאר א תשובה. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יב:): "כל העושה דבר עבירה ומתבייש בו", ווער עס זינדיגט און ער פארשעמט זיך, "מוחלין לו על כל עוונתיו", איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע זינד; ווי איז דא נאך א גרעסערע בושה ווי מען שיקט ארויס א בילד פון נישט גוטע זאכן וואס מען האט געטון, דאס איז די תשובה; נעמט דאס אן פאר א כפרה.


אויך זאלט איר זיך לערנען פון די מעשה א לימוד פארן לעבן, וואס מיינט א חבר'טע; וואס מוהרא"ש זאגט, נישטא אזא זאך ווי א חבר'טע, די נאנטסטע מענטשן טוען באגראבן דעם מענטש, נאר אן ערליכער איד - ער איז א חבר, נאר דער צדיק - ער איז דער אמת'ער חבר; ער האט נישט קיין שום אינטערעס, ער האט נאר איין אינטערעס, צו ברענגען דעם מענטש נאנט צום אייבערשטן און אים מאכן א גוט לעבן.


געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מען טאר נישט קיינעם געטרויען, מען טאר נישט קיינעם גלייבן - נאר דעם ערליכן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן, מיט די בושה זאלט איר אפקומען אלע שלעכטס און זוכה זיין צו תשובה שלימה.

#6086 - נישט אוועק שטופן שידוכים ווייל זי איז נישט מקורב
שידוכים, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; סיי מיט תורה, סיי מיט תפילה; דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח זאלסט ווייטער אנגיין מיט דיין עבודת השם.


בנוגע די שידוך וכו'; מען טאר נישט אוועק שטופן שידוכים צוליב וואס די מיידל איז נישט מקורב, די תורה זאגט מען דארף חתונה האבן, דארף מען חתונה האבן וואס שנעלער; דאס איז וואס היכל הקודש לערנט אונז, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


אז מען רעדט דיר א שידוך, א געזונטע שידוך - זאלסטו פון דיין זייט נישט זיין קיין מעכב, נאר גיין צום שידוך מיט שמחה און מיט ביטול צום אייבערשטן.


עס איז זייער גרינג נאך די חתונה די ווייב זאל באקומען א געפיל אין אלעס וואס דער רבי לערנט אונז; ווייל אז דער מאן פירט זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים - וועט נישט לאנג נעמען ביז די ווייב וועט אויך ווערן צוגעצויגן צום הייליגן רבי'ן.


שרייב מיר נאך, וועסטו מיך מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#6085 - אריינלייגן אין די תלמידות א געפיל אין דאווענען
סקול, הדרכות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט אריינלייגן אין די תלמידות א געפיל אין דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "אלו דברים שעומדים ברומו של עולם", דאווענען איז פון די העכסטע זאכן אויף די וועלט, "ובני אדם מזלזלין בהן", און מענטשן האבן נישט קיין געפיל אין דעם, מען טוט גרינגשעצן אין דעם.


פרויען וואס זענען פארנומען מיט קינדער זענען פטור פון דאווענען, אבער מיידלעך און ווייבלעך וואס האבן נאכנישט קיין קינדער - דארפן דאווענען; ווער רעדט נאך פון ברסלב'ע פרויען, וואס ביים רבי'ן איז דאך דאווענען פון די עיקרים; זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער א געפיל אין דאווענען.


ווייזט דעם בריוו פאר אלע טיטשערס, אלע זאלן וויסן אז דאווענען איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס א טיטשער דארף אויסלערנען פאר די קינדער; יעדע כיתה לויט זייער דרגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6084 - די הארצרייסענדע תפילה ביי רבי שמעון אין מירון
תפילות אויף אידיש, ל"ג בעומר, מירון, ליקוטי תפלות

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען צו זיין אין די מערה, איך האב געזאגט די תיקון הכללי און אויך די תפילה פון ליקוטי תפילות אויף די הקדמה פון ליקוטי מוהר"ן. די תפילה איז א הארצרייסענדע תפילה, איך האב זיך אזוי צואוויינט ביי צוויי פלעצער פון די תפילה, איינס ווי מען בעט רבי שמעון: "רבי רבי רבי, איך תוכלו לסבול צרות ישראל", ווי אזוי קענסטו אויסהאלטן די צרות וואס אידן גייען אריבער; אוי איז דאס גוטע תפילות צו בעטן פון רבי שמעון, און אויך ביי די ווערטער: "רבונו של עולם, תן בלב הצדיק הקדוש והנורא הזה ובלב כל הצדיקים אמתיים לבל יסתירו פניהם ממני", מען בעט דעם אייבערשטן זאל אריינלייגן אין רבי שמעון און אין אלע צדיקים זיי זאלן אונז נישט איגנארירן, נישט אויפגעבן אויף אונז, "ואל אקוץ בעיניכם", רבי שמעון זאל נישט ווערן נערוועז פון מיר אז איך האלט אין איין צוריק פאלן.


נאכדעם האבן מיר געטאנצן אין חצר פרייליכע טענץ, עס איז נישט שייך אראפצולייגן אויפן פאפיר וואס פאר א ליכטיגקייט מען שפירט אין מירון ל"ג בעומר.


בינד זיך צו צום צדיק, זאג די תפילה, און אז דו פארשטייסט נישט לשון הקודש זאג עס אין אידיש.


לִקּוּטֵי תְּפִילוֹת חֵלֶק ב', סִימָן מז:


"הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, דוּ הָאסְט אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה, דוּרְךְ דַיין הֵיילִיגֶע זוֹהַר וֶועלְן מִיר אַרוֹיסְגֵיין פוּן גָלוּת. אֲפִילוּ מִיר וֶועלְן זַיין אִין דִי וַוייטְסְטֶע פְּלֶעצֶער, הַסְתָּרָה שֶׁבְּתוֹךְ הַסְתָּרָה - וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה פוּן אוּנְז, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט: "וְאָנֹכִי הַסְתֵּר אַסְתִּיר פָּנַי בַּיּוֹם הַהוּא עַל כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו לְעֵד כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ".


וְהִנֵּה, יֶעצְט זֶענֶען מִיר אִין אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע צַייט, דִי גָלוּת צִיט זִיךְ שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג, יֶעדְן טָאג וָואס גֵייט פַארְבֵּיי וֶוערְן מִיר וַוייטֶער אוּן וַוייטֶער, מִיר זֶענֶען אַזוֹי וִוי יְתוֹמִים, קֵיינֶער נֶעמְט זִיךְ נִישְׁט אָן פַאר אוּנְז.


פוּן אֵיין זַייט זֶעט מֶען אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, פוּן דִי צַייטְן פוּן הֵיילִיגְן אֲרִיזַ"ל זֶעט מֶען אַ מִין בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען אִין דִי פְרִיעֶרְדִיגֶע צַייטְן, מֶענְטְשְׁן זֶענֶען זֵייעֶר פַארְבֶּענְקְט צוּ דִיר, מֶענְטְשְׁן וִוילְן דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט אִיז שְׁרֶעקְלִיךְ, מֶענְטְשְׁן פַאלְן אַוֶועק אָן אַ שִׁיעוּר, דִי נִסְיוֹנוֹת זֶענֶען אַזוֹי שְׁרֶעקְלִיךְ, אִידִישֶׁע קִינְדֶער פַאלְן אִין דִי עֶרְגְסְטֶע פְּלֶעצֶער.


בֶּאֱמֶת בִּין אִיךְ נִישְׁט דֶער וָואס זָאל דִיר קוּמֶען דֶערְצֵיילְן וָואס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט, דוּ וֵוייסְט דָאס אַלֵיינְס, דוּ וֵוייסְט דֶעם מַצָב הַדוֹר, וִוי אִידִישֶׁע נְשָׁמוֹת פַאלְן נֶעבֶּעךְ, אִיךְ וִויל זִיךְ פָּשׁוּט אוֹיסְרֶעדְן מַיין אֵייגֶענֶע וֵוייטָאג, אִיךְ אַלֵיינְס בִּין נֶעבֶּעךְ אַזוֹי וַוייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, קוּק מַיינֶע עֲבֵירוֹת, וִוי אִיךְ הַאלְט אִין אֵיין פּוֹגֵם זַיין, עַל אֵלֶּה אֲנִי בּוֹכִיָ', אִיךְ וֵויין צוּ דִיר, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַ פַארְלוֹירֶענֶער, אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען שְׁטַארְקְן צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ פַארְרֶעכְטְן? וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ אָפְּלָאזְן מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע וֶועגְן? וואוּ קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְשְׁטֶעקְן פַאר בּוּשָׁה וֶוען אִיךְ דֶערְמַאן זִיךְ וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ גֶעטוּן? וֵויי אִיז מִיר, וָואס טוּ אִיךְ דָא וַוייטֶער? אִיךְ וֵוייס אָבֶּער אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער קֶען יֶעדְן אֵיינֶעם הֶעלְפְן, דֶערִיבֶּער קוּם אִיךְ צוּ דִיר הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן וִוי אַן אָרֶעמַאן וָואס בֶּעט זִיךְ מֶען זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף אִים.


הֵיילִיגֶער צַדִיק רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, וִוי אַזוֹי קֶענְסְטוּ אוֹיסְהַאלְטְן דִי צָרוֹת פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער; וֶועק זִיךְ אוֹיף אוּן וֶועק אוֹיף אַלֶע צַדִיקִים, אוּן קוּקְט וָואס גֵייט פָאר מִיט כְּלַל יִשְׂרָאֵל אוּן אוֹיף מִיר זִינְדִיגֶער מֶענְטְשׁ, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ וֵוייסְט דָאךְ וָואס אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען אַלְץ אַרִיבֶּער פוּן אָנְהוֹיבּ גָלוּת בִּיז יֶעצְט, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף יֶעדְן אֵיינֶעם בִּכְלָלִיּוּת וּבִפְּרָטִיּוּת, וּבִּפְרַט אוֹיף מִיר, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף מִיר פוּן וֶוען אִיךְ בִּין גֶעבּוֹירְן אוּן פוּן וֶוען מַיין נְשָׁמָה, רוּחַ וָנֶפֶשׁ, אוּן אַלֶע מַיינֶע גִּלְגּוּלִים זֶענֶען בַּאשַׁאפְן גֶעוָוארְן, בִּפְרַט פוּן דֶעם גִּלְגּוּל, וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ עוֹבֵר גֶעוֶוען; וָואס זָאל אִיךְ זָאגְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְטֵיידִיגְן?


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, גֶעבּ אַרַיין אִין דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, אִין זַיין הַארְץ, אַ וִוילְן מִיר צוּ הֶעלְפְן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, לֵייג אַרַיין אִין דִי הֶערְצֶער פוּן אַלֶע אֱמֶתְ'עֶ צַדִיקִים זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט בַּאהַאלְטְן פוּן מִיר, זֵיי זָאלְן זִיךְ אָנְנֶעמֶען פַאר מִיר, זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן אִין מִיר גוּטֶע זַאכְן, זֵיי זָאלְן מִיךְ בְּרֶענְגֶען נָאנְט צוּ דִיר, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַלֶעס צוּ פַארְרֶעכְטְן, אִיךְ זָאל שׁוֹין תְּשׁוּבָה טוּן בֶּאֱמֶת וּבְלֵב שָׁלֵם.


הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ הָאסְט דָאךְ אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט דִי תּוֹרָה נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן, בֶּעט אִיךְ דִיר, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת, דֶערְבַּארֶעם זִיךְ אוֹיף מִיר, קוּק נִישְׁט שְׁלֶעכְט אוֹיף מִיר, אוֹיף אַלֶע שְׁלֶעכְטְס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן בִּיז אַהֶער. אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט גֶערֶעכְט, וַוייל אִיךְ הָאבּ אַזוֹיפִיל עֵצוֹת אוּן וֶועגְן וִוי אַזוֹי צוּ זַיין עֶרְלִיךְ, אוּן דָאךְ גֵיי אִיךְ וַוייטֶער דֶערְצֶערֶענֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן קוּק נִישְׁט אוֹיף דֶעם, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר, הֶעלְף מִיר, אִיךְ הָאבּ נָאר אֵיין וֶועג צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ תְּפִלָה; זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן דָאס הַארְץ, (אַז אִיךְ וֶועל זוֹכֶה זַיין צוּ קוּמֶען קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל אוּן זַיין בַּיי דַיין צִיוּן וֶועל אִיךְ דִיר דָאס אַלֶעס דֶערְצֵיילְן, אִיךְ וֶועל זִיךְ קֶענֶען אוֹיסְשְׁמוּעֶסְן מִיט דִיר), אִין דִי זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ קֶענֶען פַארְרֶעכְטְן אַלֶעס, אָמֵן".


איך דארף מקצר זיין.


א גוטע וואך.

#6083 - יעדער איינער קען זוכה זיין צו קבלת התורה
עבר, שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מען גייט מקבל זיין די תורה פונדאסניי, יעדער איינער קען זוכה זיין צו קבלת התורה, מיטן רבינ'ס עצות און שכל קען יעדער איינער ווערן א גרויסער צדיק און קומען צו די גרעסטע מדריגות; דורך די עצה פון נישט טראכטן וואס איז געווען, זיך נישט אויפעסן מיטן עבר, מיט די עצה פון זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, אים דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט - קען יעדער איינער אן אויסנאם צוקומען צו די העכסטע מדריגות.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, עס איז וויכטיג מיט צו האלטן די שיעור איינמאל א וואך, זיך מחזק זיין, נישט ווערן אלט; בפרט יעצט ווען מיר שטייען ביים בארג סיני, מיר גייען שוין מקבל זיין די תורה, איז וויכטיג מיט צו האלטן די שיעור, ווייל קומענדיגע וואך ערב יום טוב - וועט נישט זיין קיין שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6082 - זיך באנייען מיט חומש רש"י מיט'ן תרגום
משניות, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך השם איך בין אהיים געקומען בשלום, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר דיין משפחה. איך האב אסאך צו דערציילן פון די נסיעה, איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים וואס ווארטן אויף אביסל חיזוק.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך באנייען מיט לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, חומש רש"י מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די וואך. חכמינו הקדושים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א): "יִקְרָא אָדָם, כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִּׂיגֶנּוּ בּוּשָׁה וּכְלִמָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ, עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", מען זאל לערנען חומש און משניות כדי מען זאל נישט דארפן פארשעמט ווערן אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן די נשמה: "הויב אן זאגן די חומש און משניות וואס דו האסט געלערנט".


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. האב נישט צוטון מיט לצים, שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ", ווער עס איז קלוג און נעמט אן די ווערטער פון די הייליגע צדיקים - טוט קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליין, "וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און ווער עס מאכט ליצנות פון די ווערטער פון צדיקים - מאכט ליצנות פון זיך אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6081 - נעם נאר א חבר וואס בארעדט נישט אנדערע
חברים, טעלעפאן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זוך אויף א גוטער חבר צווישן אנשי שלומינו און שמועס מיט אים, נעם נאר א חבר וואס רעדט נישט פון אנדערע, איינער וואס בארעדט נישט אנדערע, און שמועס מיט אים פון די תורות פון רבי'ן, א שיחה וואס דו האסט היינט געזען, ומקבלין דין מן דין מיט אהבה און מיט שמחה.


"אַל תַּשְׁכֵּ֖ן בְּאֹהָלֶ֣יךָ עַוְלָה" (איוב יא, יד), לאז נישט ביי דיר אין שטוב א כלי וואס מען קען זען עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.