בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6080 - די שלעכטע מדה פון כעס, פארברענט אלעס
שלום בית, התחדשות, כעס, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען הערליך שיין אין ישיבה, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט די קוואל וואסער וואס פליסט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט געלערנט סיפורי מעשיות. מיר האלטן יעצט ביי די מעשה ניסים (מעשה ד'), אז דער קעניג איז געגאנגען מיטן חכם צו די פלאץ פונעם אייזערנעע רוט פטור צו ווערן פון די פחדים, און אויפן וועג האבן זיי באגעגנט דעם מלאך פון כעס וואס האט זיי געפירט צו די וועג פון די פייער, און זיי זענען אלע פארברענט געווארן; מיר האבן גערעדט פון זיך היטן פון די שלעכטע מידה פון כעס, אז מען איז אין כעס - באשאפט מען א מלאך המשחית וואס פירט צו פייער און אלעס ווערט פארברענט.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען צו פארגינען גוטע ווערטער אין שטוב, און ווי שווער דאס איז, די גאוה לאזט נישט געבן גוטע ווערטער; וואלט מען ווען געגעבן א גוט ווארט - וואלטן אזויפיל פראבלעמען אוועק געפאלן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט אין פסוק (ויקרא כו, י): "וְיָשָׁן מִפְּנֵי חָדָשׁ תּוֹצִיאוּ", קען זיין פשט מיט די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, אז שכחה איז א גרויסע מעלה, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער אין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון, דאס איז פשט אין פסוק: "וְיָשָׁן מִפְּנֵי חָדָשׁ תּוֹצִיאוּ", נעם אוועק די אלטע זאכן כדי זאלסט קענען אנהייבן נייע, "וַאֲכַלְתֶּם יָשָׁן נוֹשָׁן", מען עסט זיך אויף פון די אלטע זאכן, די תורה בעט, עס זיך נישט אויף מיט אלטע זאכן, פארגעס פון וואס איז געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6079 - זיך פארנעמען לכבוד די בר מצוה נישט צו רעדן ביים דאווענען
קבלה טובה, דאווענען, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר, יבנאל עיר ברסלב


עס קומט דיר צוויי מזל טוב'ס, איין מזל טוב צו דיין בר מצוה און א צווייטע מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס; האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי לכבוד דיין בר מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואסקן א תלמיד חכם, א צדיק, און דיינע עלטערן זאלן זען אסאך נחת פון דיר און פון אלע קינדער.


לכבוד דיין בר מצוה זאלסטו זיך פארנעמען נישט צו רעדן ביים דאווענען. פון אנהויב ביז די ענדע פון דאווענען זאלסטו נישט עפענען דיין מויל צו רעדן מיט מענטשן, נאר רעדן צום אייבערשטן. עס וועט דיר זיין אין אנהויב שווער, אבער ביים סוף וועט דאס זיין גרינג, און דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער ערליכער איד, א גרויסער צדיק.


געב איבער א מזל טוב פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6078 - מען ווערט נישט בעסער דורך קוקן אויף זיך שלעכט
התחזקות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלאפט זיך נישט אראפ, דער רבי האט אונז געלערנט אז מען ווערט נישט בעסער דורך קוקן אויף זיך שלעכט. דער רבי זאגט, נאר דורך קוקן גוטס אויף זיך - ווערט מען נאך בעסער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב): "עַל יְדֵי זֶה שֶׁמְּחַפֵּשׂ וּמוֹצֵא בְּעַצְמוֹ עֲדַיִן מְעַט טוֹב", דורך דעם וואס מען זוכט אין זיך גוטע זאכן, אפילו מען שפירט זיך נאך ווייט פון גוט, זוכט מען אין זיך עפעס גוטס - "עַל יְדֵי זֶה הוּא יוֹצֵא בֶּאֱמֶת מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת, וְיוּכַל לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", דורכדעם איז מען זוכה תשובה צו טון און מען ווערט א גוטער מענטש.


נאר איין מאל א טאג מעג מען זיך צעברעכן און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן כד): "אַף שֶׁגַּם לֵב נִשְׁבָּר הוּא טוֹב מְאֹד", האבן א צעבראכענע הארץ פארן אייבערשטן איז טאקע א גוטע זאך, "עִם כָּל זֶה הוּא רַק בְּאֵיזוֹ שָׁעָה", אבער נאר פאר אביסל צייט, "וְרָאוּי לִקְבֹּעַ לוֹ אֵיזֶה שָׁעָה בַּיּוֹם לְשַׁבֵּר לִבּוֹ וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", און עס איז זייער גוט זיך צו מאכן א באשטימטע צייט וואס מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ פארן אייבערשטן, "אֲבָל כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ צָרִיךְ לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה", אבער א גאנצן טאג דארף מען זיין פרייליך.


מען דארף פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, צו טרעפן אין זיך גוטס און זיך ליב האבן, און נאר איין מאל א טאג זיך אויסקרעכצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6077 - דאס העלפן די סקול, וועט דיר ברענגען אלעס גוטס
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, משמש דעם רבי'ן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


די מנהלת תחי' האט דערציילט אז איר האט זייער ארויסגעהאלפן מיטן צוגרייטן די שבת התוועדות פאר די בית פיגא תלמידות, זי זאגט איר האט אראפגענומען פון איר די גאנצע עול, איר האט אלעס צוגעשטעלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס איר העלפט אין סקול מיט אלעס וואס מען דארף, איר העלפט די מנהלת מיט וואס זי בעט אייך – זאלט איר זוכה זיין צו א גוטע שידוך, אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות.


מאכט יעדן טאג התבודדות, רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס דעם אייבערשטן פאר אן ערליכע גוטע שידוך, פאר ערליכע געזונטע דורות; ווייל נאר מיט תפילה און התבודדות איז מען זוכה צו דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6076 - וואלט זי געווען פרייליך, וואלט אלעס געווען הערליך
כיבוד אב ואם, שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


די פרוי מרת ... תחי' האט איין גרויסע פראבלעם, זי איז נישט פרייליך; דאס מאכט איר טראכטן שלעכט אויף איר מאן, ווען באמת איז דער אינגערמאן א טייערע גאלדענע מענטש, זי האט א טייערע מאן, ער איז א פרייליכער, ער האט איר נאך קיינמאל נישט וויי געטון, ער האט נאר מעלות.


דאס וואס שטערט איר אז ער האט מער טראסט אין זיינע עלטערן ווי אין איר, דאס איז נישט זיין פראבלעם; מען דארף איר לערנען אז פריוואטע זאכן צווישן איר און איר מאן - דערציילט מען נישט פאר קיינעם, און אז זי וועט וויסן וואס מען רעדט יא און וואס נישט - וועט ער איר דערציילן אלעס, און צוביסליך באקומען א טראסט.


איך בעט אייך זייער, רעדט צו די פרוי, זייט איר מחזק, עס פעלט איר נאר די איין זאך, עס פעלט איר שמחה; וואלט זי געווען פרייליך - וואלט אלעס געווען הערליך. אסאך פרויען וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא ערליכער מאן, א ירא שמים, מיט גאלדענע מידות וכו' וכו', אלעס אנדערש איז נארישקייטן; בעט איך אייך זייער איר זאלט רעדן צו איר און איר מחזק זיין זי זאל זיין פרייליך.


עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מחזק זיין ווייבלעך וואס האלטן ביים אנהויב פון בויען זייער שטוב, זייער לעבן; זיי זאלן נישט ווערן אויסער זיך אויב דער מאן איז נישט פינקט ווי זייער חלום איז, זיי זאלן קוקן אויף די עיקרים אין לעבן; אויף יראת שמים און אויף דאס גוטס.


בזכות וואס מען טוט פארן אייבערשטנ'ס קינדער איז מען זוכה צו האבן נחת ביי די אייגענע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6075 - איך בין זייער מרוגש פון ענקער אחדות און מידות טובות
בחור, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליכטיגער ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו זען ווי דו פירסט זיך ביראת שמים, און ווי פלייסיג דו לערנסט.


עס איז געווען א תענוג רוחני צו זיין אין מירון מיט דיר און מיט די חברים תלמידי ישיבת היכל הקודש ירושלים. איך בין זייער מרוגש פון ענק, פון די אחדות און מידות טובות.


שטארק זיך בעבודת השם און זארג נישט, וועסט בקרוב האבן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#6074 - חברים איז א זאך וואס מען טוישט ווי אונטער וועש
חברים, שלום בית, שבת קודש, ל"ג בעומר, מירון, שוויץ

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך און זאלסט זינגען ביי די סעודה "בר יוחאי" מיט דיין שטוב, ווייל שבת איז שוין א חלק פון ל"ג בעומר, און דו זאלסט אריינקוקן אין די ווערטער פון זוהר וואס רעדט פון דאס גרויסקייט פון די שבת סעודות (עס איז געדרוקט אין די זמירות), ווי רבי שמעון בר יוחאי איז געזיצן ביי די סעודות פרייליך און געזאגט אז די סעודות שבת איז א שטיק אמונה, די סעודות שבת ברענגט די ברכה פאר די גאנצע וואך.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אין די מערה, וותיקין. אין אנהויב האב איך געקלערט נישט ארויף צו גיין צוליב שמועות אז די פאליציי לאזן נישט און מען טראגט אוועק, אבער איך האב זיך געשטארקט דאס הארץ און יא ארויף דאווענען, און ברוך השם עס איז בכלל נישט געווען קיין פאליציי, מען האט געקענט דאווענען און זיך מתבודד זיין.


איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה, איך בעט דיר נאר איין קליינע טובה, אז דו וועסט מיר דאס טון וועסטו מיר גאר פרייליך מאכן; בעט זיך איבער אין שטוב, געב א גוט ווארט, פארגין א שמייכל און לאז שוין אפ דיינע קינדערישע משוגעת פון חברים; נעם דיין ווייב פאר א חבר, נעם אריין אין קאפ אז חברים איז א זאך וואס מען טוישט ווי אונטער וועש; היינט איז ער א חבר און מארגן ווארפט ער דיר אראפ, ער באגראבט דיך; גיי נישט ארויס ביינאכט מיט קיינעם.


לאז אפ די נייע משוגעת פון גיין אין שוויץ מיט דעם און יענעם, ביסט מער פון דעם, ביסט קלוגער פון דעם, אז דו דארפסט א שוויץ - פארלעש די ערקאנדישן אין שטוב פאר אביסל און שוויץ. די משנה זאגט (אבות ג, ב): "הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", ווען צוויי זיצן צוזאמען און מען רעדט נישט קיין תורה, מען רעדט נישט קיין אמונה, קיין יראת שמים - איז דאס א מושב לצים.


איך בעט פאר דיר און דו טו מיר די טובה, נעם דיין ווייב, דיינע קינדער - פאר דיין לעבן.


א פרייליכן שבת.

#6073 - שוועריקייטן אנצוקומען קיין מירון
תיקוני זוהר, סדר דרך הלימוד, ל"ג בעומר, מירון, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין טברי', זיך געטראפן מיט אנשי שלומינו, זיך מחזק געווען מיטן רבינ'ס עצות. מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מירון איז פארשפארט, די לעצטע פאר יאר מאכט מען אזעלכע שוועריקייטן אנצוקומען קיין מירון; וואס וויל מען אונז ווייזן, וואס דארפן מיר זיך לערנען פון דעם?


מיר האבן גערעדט אז מען וויל אונז מחזק זיין מיר זאלן האבן א שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי אויסער דאס קומען קיין מירון, אויסער דאס פייער; אוודאי און אוודאי איז זייער חשוב דאס קומען צום ציון פון צדיק, און צו פייערן די הילולא פון צדיק, אבער אויך וויל מען אונז ברענגען נאך נענטער צום צדיק, דורך לערנען זיינע ספרים.


וויל איך דיר מחזק זיין זאלט אנהייבן א שיעור אין הייליגן זוהר, עס וועט דיר ווערן פשוט ליכטיג אין לעבן; 'זוהר' טייטשט 'דאס שיין', 'דאס ליכטיגקייט'; אז מען זאגט די ווערטער פון זוהר - ווערט מען ריין, מען הויבט אן שפירן די שכינה הקדושה, מען שפירט דעם אייבערשטן, מען הויבט אן פארשטיין 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, איך קען רעדן צו אים, שמועסן מיט אים'.


מיר האבן גערעדט אז מען לאכט און מען שפעט פון די וועג ווי מיר לערנען, פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) פון זאגן בלי הבנה די ווערטער פון די תורה, אבער ביי זוהר איז דאך ביי אלע אנגענומען אז זאגן די ווערטער איז זייער הייליג און הויך, איז ווען איינער קומט חוזק מאכן פון זאגן משניות פרעג אים (נישט אויף למעשה, מען רעדט נאר): "וואו האלט איר אין זוהר?" דארט זענען דאך אלע מודה אז עס איז א גרויסע זאך צו זאגן די ווערטער; וועסטו זען אז יענער איז פשוט א לץ, ער וויל נישט דאס לערנען, ער וויל נאר דאס שפעטן פון זאגן.


מען מאכט שוועריקייטן אנצוקומען קיין מירון ווייל מען וויל אונז דרוקן צום וואנט אז יעדער זאל זוכן א וועג 'ווי קען איך האבן מיט רבי שמעון בר יוחאי?' מען זאל אנהויבן לערנען און טון וואס דער זוהר זאגט, מיר זאלן האבן מירון א גאנץ יאר, לעבן מיט רבי שמעון א גאנץ יאר, בייטאג און ביינאכט, טון וואס רבי שמעון זאגט.


איך דארף מקצר זיין, איך גיי ארויף צו די מערה יעצט מיט מיין טאטע שליט"א דאווענען מנחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6072 - פארוואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק
תפילות אויף אידיש, התחזקות, יבנאל, מוסדות, ארץ ישראל, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך געווען ביי קבר רבי מאיר בעל הנס, עס איז אנגענומען אז היינט פסח שני איז די יארצייט פון דעם הייליגן תנא. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין בזכות דעם הייליגן תנא צו פועל'ן ישועות.


אויך בין איך געווען אין יבנאל ביי מוהרא"ש, איך האב דארט געבעטן פאר דיר. עס איז אזא הייליגע פלאץ, מען קען פועל'ן ישועות ביי מוהרא"ש, עס איז א פלאץ צו פועל'ן ישועות. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


איך בין זייער איבערגענומען פון אונזער חדר און אונזער בית פיגא אין טבריה, די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה, די מלמדים און די לערערינס זענען אזוי הארציג צו די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער די הייליגע אמונה, די הייליגע תורה - מיט אזויפיל הארץ, מיט אזויפיל סבלנות. אשרינו שזכינו אז עס בויען זיך תלמוד תורה'ס מיט בית פיגא'ס, צוביסליך, אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, מען בויעט אויף א פרישע דור געטרייע ערליכע אידן אויף א געזונטע אופן, מען צעדרייט נישט די נפש זייערע, מען לערנט מיט ליבשאפט, מיט געפיל, מיט סבלנות.


אויך בין איך געווען אין אונזער שול אין טבריה, געגעבן א שמועס פאר אנשי שלומינו, התחזקות און שכל פון הייליגן רבי'ן. מען האט גערעדט פון פסח שני, מען זעט יעדער איינער האט נאך די מעגליכקייט צו ווערן א צדיק, אפילו מען איז געווען אין די יוגנט בבחינת 'אנחנו טמאים לנפש אדם', מען האט נישט געהאט א ריינע יוגנט, מען האט נישט געהאט דעם פסח ראשון, און אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפהער: "הייליגער באשעפער, למה נגרע, פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס קען איך נישט זוכה זיין צו זיין הייליג? רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין דבוק צו דיר" - איז מען זוכה צו פסח שני.


דער עיקר דארף מען גלייבן וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "לְעִנְיַן הִתְחַזְּקוּת לְבַל יִפֹּל הָאָדָם בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת רִבּוּי הַפְּגָמִים וְהַקִּלְקוּלִים שֶׁקִּלְקֵל עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו", ווען מען טראכט 'וואס וועט זיין מיט מיר? איך האב דאך אזויפיל געזינדיגט, איך האב אזויפיל פוגם געווען, אזויפיל געטון נארישקייטן', "עָנָה וְאָמַר", האט דער רבי געזאגט: "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אין דעם אז דו האסט פוגם געווען און געטון נארישקייטן - "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו גלייבן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן, מיר דארפן גלייבן אין דעם, און נאר אזוי וועלן מיר קענען פאררעכטן.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, שטארק זיך, דראפע זיך, דערהאלט זיך, בעט זיך אויס ביים אייבערשטן א פסח שני, בעט זיך אויס ביים אייבערשטן פאר נאך א שאנס (געלעגנהייט), בעט זיך אויס, שריי זיך אויס: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין ערליך, איך וויל אויך זיין הייליג, 'אנחנו טמאים לנפש אדם', איך בין אזוי אין בלאטע, איך בין אזוי אין די טומאה, 'למה נגרע', פארוואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק" - וועסטו זוכה זיין צו 'עמדו ואשמעה מה יצוה ה' לכם', וועסט באקומען א גלעט פון אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6071 - מלכות שבנצח, מנצח זיין דעם יצר הרע
אמונה, התחזקות, ל"ג בעומר, ספירה, מירון, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר ביי די הילולא פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי. אויך די ישיבה פון ירושלים איז געקומען קיין מירון פאר אפאר טעג, איך לערן מיט זיי, איך פארברענג מיט זיי, איך האב אזא הנאה פון זיי, איך האב א פארגעניגן יעדע מינוט צו זיצן מיט זיי.


דיר וויל איך בעטן זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה. היינט איז די ספירה פון מלכות שבנצח, און ביי למנצח איז היינט 'בארץ', און ביי אנא בכח - בט"ר צת"ג; דאס ווייזט אונז, אויב מען האט אמונה - "שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה" (תהילים לז, ג) - דעמאלט האט מען אלע ברכות, בט"ר צת"ג, און מען איז זוכה צו מלכות שבנצח, צו מנצח זיין דעם יצר הרע און אנקומען צו די קדושה.


שטארק זיך, נסיונות האט יעדער, דאס איז נישט דער מעסטער צי דו ביסט שוין אנגעקומען אדער נישט, און אז דו דערזעסט זיך מיט פרישע ברענעדיגע נסיונות - זאלסטו געדענקען (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָּדוֹל הֵימֶּנּוּ", ווי גרעסער און שטערקער מען איז - איז דא מער נסיונות, און זיך נישט צעברעכן און זאגן 'איך קום ממילא נישט אן צו די קדושה, איך ליג וואו איך ליג און איך פאל ווי איך פאל, וואס האב איך זיך צו מוטשען?' עס איז נישט אזוי, נאר ווי לאנג מען איז דא אויף די וועלט - האט מען שווערע ביטערע נסיונות, און אז מען בעט דעם אייבערשטן און מען שטארקט זיך מיט די חיזוק פון רבי'ן - דעמאלט קען מען זיך דערהאלטן.


א שיינע פאר שעה בין איך מיט די בחורים געווען אין קאך ביי מיינע עלטערן, מיר האבן אנגעגרייט קוגל, פיש, און נאך אסאך גוטע עסן פאר ל"ג בעומר. איך האב געזאגט פאר די בחורים, ווען מען זעט א שיינע פאלאץ, מען וויל אריינגיין צום קעניג, נישט יעדער קען אריינגיין, נאר די גרויסע שרים, די שושקעס, נאר זיי קענען אנקומען צו אלע היכלות, אבער אין קאך - שיילן ירקות און רייניגן - דארט קענען יא קומען פשוט'ע לייט; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען, אז עס קומט א גרויסע טאג 'ל"ג בעומר', אלע ווילן זיך אריינשטופן אין היכל פון רבי שמעון בר יוחאי, אבער אין קאך, אנגרייטן די עסן פאר די אלע געסט - דארט קענען אויך מיר פשוט'ע מענטשן קומען און האבן א חלק אין די הילולא.


היינט נאכט איז פסח שני, מען זעט קלאר אז עס איז קיינמאל נישט דערנאך, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, אפילו מען האט פארפאסט די הייליגקייט אין די יונגע יארן, מען האט פארפאסט פסח ראשון - קען מען נאך באקומען הייליגקייט אויף דער עלטער, מען קען זוכה זיין צו פסח שני.


שטארק זיך, איך בין מתפלל פאר ענק אלע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6070 - זוכה געווען צו פארן קיין ארץ ישראל צו זיין אין מירון ל"ג בעומר
התחזקות, עבודת השם, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זוכה געווען צו פארן קיין ארץ ישראל צו זיין אין מירון ל"ג בעומר, ביים תנא אלוקי רבי שמעון.


איך האב זיך היינט געטראפן מיט אנשי שלומינו אין בני ברק, קודם בין איך געווען באזוכן די חדר, גערעדט מיט די קינדער און מיט די מלמדים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער שול מנחה מיט אנשי שלומינו און געזאגט א שמועס פון חיזוק און עצות אויף עבודת השם, וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש פון הייליגן רבי'ן.


פון דארט בין איך געגאנגען צו איינע פון די חשוב'ע משפחות רעדן פלענער וועגן עפענען א בית פיגא סקול דעם קומענדיגן זמן.


פון דארט בין איך געפארן קיין מירון, די ישיבה פון ירושלים איז געקומען פאר אפאר טעג; איך וועל זיין מיט זיי, לערנען מיט זיי, דאווענען מיט זיי, זיך באקענען מיט זיי פון דער נאנט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן פון די נארישע מחשבות וואס זאגן דיר 'מארגן, מארגן; מארגן וועל איך דאווענען מיט מנין, מארגן וועל איך אויפשטיין, מארגן וועל איך ליינען קריאת שמע, מארגן וועל איך זיך אפגעבן מיט מיינע קינדער'; אם לא עכשיו אימתי, אויב נישט יעצט ווען דען?!


מוהרא"ש זאגט פון צדיקים פשט אין פסוק (שמות יז, ט): "צֵא הִלָּחֵם בַּעֲמָלֵק מָחָר", מען דארף מלחמה האלטן מיט די קליפה פון עמלק וואס זאגט 'מארגן, מארגן'; גיי יעצט אהיים צו דיינע קינדער, רעד מיט זיי, גיי יעצט אין שול דאווענען און ליין היינט קריאת שמע.


איך דארף מקצר זיין, איך בין זייער אפגעמאטערט פון די וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6069 - זיך פירן צו מענטשן מיט גוטנס
חברים, אמונה, רעדן, תכלית, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט זיך זייער געשטארקט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט מעשה ד, מעשה ניסים, אז דער קעניג וואס האט געפירט די מדינה שארף איז געשטארבן, און זיין זון איז געווארן קעניג און ער האט אנגעהויבן פירן די מדינה מיט גוטנס, ווייל ער האט געזען ווי מען האט געוואלט אויסרייסן זיין טאטע. מיר האבן גערעדט אז דער רבי וויל אונז דא לערנען אז מען זאל זיך פירן צו מענטשן מיט גוטנס, נישט מיט די שארפע וועג; סיי מיט די ווייב, סיי מיט די קינדער און מיט חברים, זיך פירן ווייך, זיס און גוט, ווייל מענטשן האבן מער ליב די וועג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כט): "טוב הכל חפצים", יעדער האט ליב צו הערן א גוט ווארט, יעדער האט ליב די פרייליכע וועג, די זיסע וועג, און אויב מען זעט אז מען האט יא גע'פועל'ט מיט שלעכטס, זאל מען וויסן אז מיט גוטן וואלט מען בעסער אנגעקומען.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם וואס דער מלך האט געפרעגט ביי די שטערן זעערס פון וואס ער זאל זיך היטן, האט מען אים געזאגט "פון אן אקס און פון א לעמעלע וכו'"; מיר האבן גערעדט אז מענטשן זוכן וועגן ווי מען קען זיין פארזיכערט צו בלייבן לעבן, פארזיכערט מיט געלט, פארזיכערט מיט די קינדער; די איינציגסטע וועג צו זיין פארזיכערט איז - אז מען גייט יעדן טאג אין שול אנטון טלית און תפילין, וואס ווערט געמאכט פון אן אקס און פון א לעמעלע, אזוי ווי דער רבי פירט אויס די מעשה, אז דאס איז די זאך פון שור ושה, נאר דאס איז זיכער; נאר טלית ותפילין, שחרית מנחה מעריב, תורה ותפילה - דאס איז וואס האלט די דורות הבאים.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפד): "כְּשֶׁאֶחָד מְדַבֵּר עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם נַעֲשֶׂה אוֹר יָשָׁר וְאוֹר חוֹזֵר", ווען מען רעדט מיט א חבר פון יראת שמים ווערט ליכטיג פאר דעם חבר און אויך ווערט אים אליין אויך ליכטיג, און אמאל קען זיין ווען דער חבר איז בקטנות הדעת און די דיבורים רעדן נישט צו יענעם, איז אבער דא דער אור חוזר, און פארן מענטש אליין ווערט זייער ליכטיג; מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל אין שטוב אלץ זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וועט העלפן", און ווען די ווייב קרעכצט: "וואס וועט זיין?" זאל מען זאגן: "דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן", און אז זי וויל נישט אננעמען די ווערטער - איז אויך כדאי, ווייל דער אור חוזר איז זייער וויכטיג, מען באקומט זייער אסאך חיזוק און אמונה, זייער אסאך בטחון - ווען מען זאגט פאר א צווייטן די יראת שמים ווערטער: "דער אייבערשטער וועט העלפן, דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן", און דער רבי זאגט אינטערעסאנט: "אִם הָיָה מְדַבֵּר אֵלּוּ הַדִּבּוּרִים בֵּינוֹ לְבֵין עַצְמוֹ", וואלט דער מענטש געזאגט צו זיך אליינס 'דער אייבערשטער וועט העלפן', "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא הָיָה מִתְעוֹרֵר מֵהֶם כְּלָל", קען זיין עס וואלט אים נישט געשטארקט, עס וואלט אים נישט ליכטיג געמאכט, "וְעַל יְדֵי שֶׁדִּבְּרָם לַחֲבֵרוֹ, נִתְעוֹרֵר מֵהֶם", אבער ווען מען רעדט צו אנדערע, מען שטארקט יענעם מיט דיבורי אמונה - "אַף שֶׁחֲבֵרוֹ לא נִתְעוֹרֵר", אפילו דער חבר ווערט נישט איבערגענומען פון די שמועס, "כִּי חָזְרוּ אֵלָיו", קומט עס אבער צוריק צו אים, און ער ווערט א נייער מענטש פול מיט אמונה.


דאס איז וואס רש"י זאגט די וואכעדיגע פרשה, "אמור ואמרת, 'להזהיר גדולים על הקטנים'", להזהיר איז א לשון פון שיינען, פון ליכטיג ווערן; ווי אזוי קען מיר ווערן ליכטיג? ווי אזוי קען איך ארייננעמען אין מיר אז וואס איך גיי יעצט אריבער איז נישט עק וועלט? - להזהיר גדולים, ווי אזוי? על הקטנים, רעד צו א צווייטן, אפילו יענער איז בבחינת קטנים, קטנות הדעת - וועט דיר אבער ווערן ליכטיג.


טייערער ברודער, וויפיל זענען מיר שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן פאר די חסד אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר קריגן נישט אויפן רבי'ן, מיר האבן די ספרים, די עצות, די תלמידים; מיר דארפן נאר פאלגן די עצות, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און פאלגן - וועלן מיר זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6068 - דאס גרויסקייט פון געבן צדקה פאר די מוסדות אין ארץ ישראל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב מתפלל געווען פאר דיר אין יבנאל דו זאלסט נישט האבן פיס ווייטאג, אויך ביים תנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס, דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א גאנצע רפואה.


איך וויל דיך מחזק זיין מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין גבאי צדקה פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, צו קענען אויסהאלטן אונזערע מלמדים אין טברי', ירושלים, בני ברק. איך בין געווען באזוכן די מוסדות, איך האב נישט די ווערטער דיר געבן צו פארשטיין דאס ליכטיגקייט וואס טוט זיך דא, די מלמדים לייגן אריין זייער הארץ פאר די קינדער, זיי לערנען מיט אזא זיסקייט, מיט אזא סבלנות.


איך ווייס דו פלאגסט זיך זייער, ווייל אנשי שלומינו אין חוץ לארץ האבן נאכנישט קיין געפיל אין דעם, זיי כאפן נישט וואס מען וויל פון זיי, 'וואס האט דאס מיט אונז?' אבער אז דו וועסט רעדן צו יעדן איינעם און זיי געבן צו פארשטיין וואס איז דאס האבן מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש אן קיין שום שייכות צו קיין שום פארטיי, אן נעמען געלט פון זיי, אן רעדן זייער טמא'נעם שפראך – וועלן זיי דיר העלפן. געב זיי צו פארשטיין דאס גרויסקייט פון געבן צדקה פאר ארץ ישראל, וואס איז דאס קופת רבי מאיר בעל הנס, ווי אונזערע עלטערן האבן געגעבן יעדע מאל פאר א מצוה, בעת צרה און בעת שמחה – פאר די פושקע פון רבי מאיר, און געווען אזוי צוגעבינדן צו דעם – וועסטו מצליח זיין.


רק חזק ואחוז עצמך, לאז דיך נישט פאלן.

#6067 - דורכגעפאלן ביי די וואלן
מוסדות, שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו העלפסט אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש קרית ברסלב, בפרט מיט די וואלן.


איך האב געהערט די נייעס דא אין מירון אז אונזערע וואלן איז דורכגעפאלן, די נעמען וואס מיר האבן אריינגעשטעלט האבן נישט געווינען. איך האף דו נעמסט עס נישט צום הארצן, נאכן ארבעטן ביטער שווער אזא לאנגע צייט און באקומען אזא פאטש אין פנים; גלייב מיר ברודער, איך האב ניטאמאל געגעבן איין שלונג ביים הערן די נייעס, און נאך מער, איך האב נישט מתפלל געווען אפילו איין תפילה אז אונזערע מענטשן זאלן געווינען, ווייל ווי ווייס איך וואס איז די טובה פון די זאך? איך האב נאר געבעטן א גאנצע צייט: "הייליגער באשעפער, מאך גוט פאר אונזער קהילה", און דאס בעט איך ווייטער.


וועסט מיר פרעגן, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שווערע קאמפיין? דער תירוץ איז, איך בעט דעם אייבערשטן פאר די מוסד, און אז זיי מאכן אונז שוועריקייטן, זיי געבן אונז נישט קיין באסעס פאר אונזערע קינדער, און זיי ווילן זיך אריינמישן אין אונזער חינוך הבנים והבנות, האב איך געבעטן די הנהלה לאמיר דאס טון, אבער איך האב אלץ געדענקט אז איך ווייס גארנישט, איך ווייס נישט וואס איז גוט, האב איך נאר געבעטן דעם אייבערשטן: "נחנו בדרך אמת, פיר מיך אויפן אמת'ן וועג, מאך גוט פאר אנשי שלומינו, אונזערע קינדער זאלן האבן אן ערליכע חינוך על פי תורה, נישט וואס די טמאים ווילן טון, הי' לא תהי'"; זאלסטו נישט זיין צעבראכן, נאר זיין זייער פרייליך.


איך בעט פאר דיר, פאר דיין הצלחה.

#6066 - באשולדיג נישט קיינעם, אלעס איז דער אייבערשטער
אמונה, שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט פאר דיר און פאר דיין ווייב אז ענק זאלן צוריק אנהויבן לעבן א פרייליכע לעבן מיט גליק.


טייערער ברודער, באשולדיג נישט קיינעם אין וואס דו גייסט אריבער, עס איז נישט דיין שוויגער און נישט דיין שווער, עס איז אלעס דער אייבערשטער, ער וויל דיך ברענגען נענטער צו די אמונה, און אך ואבוי אויב מען זוכט צו לייגן די שולד אויף מענטשן, ווייל היינט איז עס דיין שוויגער, זי מאכט דיך חרוב, נעכטן איז עס געווען דיין טאטע, און ווער ווייסט וואס וועט זיין מארגן, ווערט וועט זיין שולדיג מארגן, חס ושלום... בעט איך דיר, געב זיך א בייג איין דיין קאפ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, מאך מיך רואיג, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל נאר דיך זען, נאר דיך שפירן, נאר דיך וועלן און גארנישט אויסער דיר".


מאך פרייליך דיין ווייב, טאנץ יעדן טאג אין שטוב א קאדאטשקע "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט".


איך בעט פאר דיר, איך האב דיך ליב

#6065 - די מחלה אנערעקסיע רחמנא לצלן
תפילה והתבודדות, שלום בית, רפואה, הדרכות, אנערעקסיע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


אז דיין ווייב תחי' ליידט אויף די מחלה אנערעקסיע רחמנא לצלן, זי עסט נישט און זי איז אין א מצב פון סכנה – זאלסטו איר חס ושלום נישט וויי טון און חס ושלום האבן אין הארץ טענות אויף איר און פיינטשאפט, נאר האב רחמנות אויף איר און געב איר אסאך חיזוק, אסאך ווארעמקייט, ביז זי וועט ארויסקריכן פון דעם.


ברודער זיי זיך נישט מייאש, מיט די עצות פון רבי'ן – קען מען דאס אויך אויסהיילן; מיט חיזוק, אמונה, מיט זוכן גוטס און אויסלויבן דאס גוטס, און מיט תפילה והתבודדות – היילט מען זיך אויס פון יעדן איינציגסטן פראבלעם.


גיי יעדן טאג התבודדות, ערשט – זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אלע טובות וואס ער טוט, און נאכדעם זאלסטו תשובה טון אויף אלע דיינע נישט גוטע מעשים פון אלע יארן און פון אלס קינד, און נאכדעם זאלסטו זיך אויסוויינען אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, דיינע קינדער זאלן האבן א געזונטע מאמע וכו' וכו'.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.

#6064 - נישט האבן קיין איין שווארצע פינטל קשיות אדער תרעומות
אמונה, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, פה אתרא קדישא מירון


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער ... און ..., איך האב זיי באגעגנט נעכטן אין טברי' און אין יבנאל, זיי זענען זייער חשוב'ע אינגעלייט, זיי זעען אויס פול מיט יראת שמים און שמחה.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער זייער שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, נישט האבן קיין איין שווארצע פינטל קשיות אדער תרעומות, נאר וויסן אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, בצדק ובמשפט בחסד וברחמים, ווייל חס ושלום אז מען האט קשיות אויף די אמונה, מען האט פינטעלעך אין הארץ 'פארוואס? פארוואס?' - רייסט מען זיך אפ פון לעבן, מען פאלט צו די סטרא אחרא, צו די קליפות רחמנא לישזבן, רחמנא לישזבן.


גיי יעדן טאג א שפאציר נעבן שטוב, גיי צווישן די ביימער, צווישן די גראז און בעט אויף א שטארקע אמונה, דאס איז דער יסוד פון אלעס, און אז מען האט א שטארקע אמונה – "איש אמונות רב ברכות", האט מען אלע ברכות.

#6063 - איך זאג ענק צו; מיט תפילה וועט געשען א נס
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיינע טייערע ... שיחיו


ביידע זאלן ענק יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף די זאך וכו', מיט תפילה וועט געשען א נס; איך זאג ענק צו, אויב ענק וועלן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער שפראך: "הייליגער באשעפער העלף מיר אז מיין ווייב זאלן נישט האבן קיין פחד פון לעבן אינאיינעם", און זי זאל בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין פחדים פון לעבן מיט מיין מאן, איך זאל זיין א געזונטע ווייב, אן אשה כשירה העושה רצון בעלה".


אויב וועלן ענק בעטן אויף דעם טאג נאך טאג מיט סבלנות – וועלן ענק זען א נס למעלה מדרך הטבע, איך האב דאס שוין מיטגעהאלטן אסאך מאל וואס עס איז געווען די פראבלעם מיט מאן און ווייב וכו' וכו', און מיט תפילה וסבלנות האט מען געזען ניסים.


עס איז כדאי דיין ווייב זאל זיין בקשר מיט מרת ... תחי', זי זאל איר לערנען וכו' און מחזק זיין וכו'.


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך וועל זיין ביי די צדיקים און בעטן פאר ענק.

#6062 - רעדן מיט דרך ארץ און געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב
קאמפלימענטס, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב און איר געבן גוטע ווערטער, עס זאל נישט אריבערגיין איין טאג אן איר געבן גוטע זיסע ווערטער.


אויך זאלסטו רעדן מיט דרך ארץ, דאס איז נאך וויכטיגער פון געבן גוטע ווערטער, ווייל גוטע ווערטער איז נאר אינטערעסאנט אויב מען רעדט מיט דרך ארץ, מיט כבוד. נאר דארט וואו מען רעדט מיט דרך ארץ – געפינט זיך די שכינה הקדושה, מיט אלע ברכות.


איך בין יעצט אין מירון מיט מאמע און אויך שלמה; איך און מאמע בעטן פאר דיר פאר קינדער און פאר אלעס גוטס.


אויך איז דא מיט אונז די ישיבה פון ירושלים, א חבורה פון טייערער ערליכע בחורים. די ישיבה איז א גרויסע חידוש, די בחורים זענען זייער ערליך מיט תמימות.


איך האב דיך זייער ליב, געב א גרוס פאר אלחנן חיים און פאר אלע קינדער.





 


 





 

#6061 - סבלנות מיט די נייע ביזנעס
סבלנות, הדרכות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט אפגעקויפט א ביזנעס דארפסטו וויסן די הקדמה פארן לעבן, יעדע זאך, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות; אויב וויל מען מצליח זיין דארף מען זיך זייער שטארקן אין האבן אסאך סבלנות, ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


יעצט איז דיר שווער, דער וואס האט דיר פארקויפט די ביזנעס האט דיך אויסגעפאפט, יעדן טאג ווערסטו געוואר נאך ליגנט מיט גניבות, דאך זאג איך דיר, אויב דו וועסט זיין שטארק און האבן סבלנות – וועסטו שיין מצליח זיין.


פיר די ביזנעס מיט יראת שמים, אן קיין גניבה.


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בין מתפלל פאר דיר.


איך האב דיך זייער ליב.

#6060 - נעם נישט אן די נייעס אזוי ערנסט
אמונה, נייעס, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך מיין דו נעמסט אן צו ערנסט די נייעס, דו פארגעסט אז 'יש מנהיג לבירה', עס איז דא א פירער פאר די וועלט. טראמפ וועט אונז נישט העלפן און ביידן וועט אונז נישט קאליע מאכן; דער אייבערשטער אליין ער פירט אלעס, ער טוט אלעס, 'והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים'.


טייערער ברודער, הער זיך מער נישט צו צו די נארישע נייעס, עס איז איין גרויסע ליצנות. מוהרא"ש זאגט, נאר דעמאלט ווען די נייעס וועט מעלדן די אמונה – דעמאלט וועט מען זיך מעגן צוהערן.


גלייב מיר מיין טייערער ברודער, עס חזר'ט זיך איבער יעדע יאר די זעלבע נייעס. רבי נתן האט אמאל געזאגט: "אין פופציג יאר ארום וועט זיין די זעלבע מארק, נאר אנדערע פערד און אנדערע מענטשן"; אה איז דאס אמת'דיג, אה איז דאס ציפעדיג, מען איז אזוי אריינגעטון אין די נייעס, מען כאפט גארנישט ווי מען מאכט ליצנות פון זיך אליין.


איך בין געפארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, איך בין מתפלל פאר דיר.


איך האב דיך זייער ליב





 


 





 

#6059 - לערן אויס דיינע קינדער צו פרעגן אן ערליכער איד
לימוד התורה, אמונת חכמים, שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


רעד צו דיינע קינדער פון אמונת חכמים, יעדן שבת ביי די סעודה זאלסטו דערציילן מעשיות פון צדיקים און זיי אויסלערנען זיי זאלן נעמען אן ערליכער איד זאל זיי מדריך זיין. לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן וויסן אז מען דארף פרעגן יעדע זאך און זיך נישט שעמען, און נאר אזוי איז מען מצליח.


מיר קומען נענטער און נענטער צו קבלת התורה, עס קומט דער יום טוב שבועות, זאלסטו זיך צוריק כאפן לערנען דיינע שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא, אויך אין רבינ'ס ספרים, ווייל "אם אתם מקבלים את התורה", אויב מען לערנט תורה, מען לעבט מיט די תורה – "מוטב", איז דאס לעבן גוט, "ואם לאו", און אויב מען לערנט נישט – "שם תהא קבורתכם", איז מען טויט, מען איז באגראבן.


איך בין יעצט אין מירון, איך בין מתפלל פאר דיר.


איך האב דיך זייער ליב.

#6058 - אין היכל הקודש רעדט מען נישט אויף קיין מנהיגים
היכל הקודש, חלישות הדעת, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר קרית יואל, מאנרא


איך האב גארנישט געהערט פון דיר אויב דו האסט ערהאלטן די בריוו, איך האף דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער, ווייל עס איז א שאד צו האבן חלישות הדעת פון די זאך, עס איז נישט אמת די זאך, אין היכל הקודש רעדט מען נישט אויף קיין מנהיגים, דער רבי האט אונז געזאגט מען זאל נישט רעדן אויף די מנהיגי ישראל וואס פירן זייערע קהילות ערליך על פי תורה, עס איז נישט אמת וואס מען האט דיר געזאגט אז ביי אונז מאכט מען ליצנות אויף מנהיגי ישראל, ביי אונז אין היכל הקודש רעדט מען דיבורי תכלית פון תורה ותפילה, פון שידוכים וזיווגים, שלום בית, פון זיך אכטונג געבן פון חובות, פון זיך אכטונג געבן פון חכמות המדומות, פון גיין יעדן טאג אין מקוה, פון גיין יעדן טאג התבודדות.


די לשון הרע האט שוין פארטריבן זייער אסאך מענטשן פון רבי'ן, עס האט געברענגט חלישות הדעת וכו', עס איז דא אסאך צו שמועסן פון דעם.


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בין מתפלל פאר דיר פאר קינדער.





 


 





 

#6057 - אויסשפייען די אלטע צעדרייטע שיטה פון זיך קלאפן
התחזקות, עבודת השם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


קלאפ זיך נישט אראפ, מען האט דיך גענוג און נאך אראפגעקלאפט אלע דיינע יארן, יעצט ביסטו געקומען צום רבי'ן – דארפסטו אויסשפייען די אלטע צעדרייטע שיטה פון זיך קלאפן, יעצט דארפסטו אנהויבן האלטן פון דיר, און גלייבן אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון דיר, און ווארט צו הערן דיין קול ווי דו שרייסט אויס: "טאטע העלף מיר, טאטע האב רחמנות אויף מיר, טאטע איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך".


יעדע ווארט וואס דו רעדסט צום אייבערשטן וועט דיך אויסהיילן פון די אלטע ווייטאג פון די אלע צעקלאפטע ווערטער וואס מען האט דיך אלע יארן געפייניגט און צעקלאפט, דאס רעדן צום אייבערשטן וועט דיך מאכן שטארק, ארויסנעמען אלע ווייטאג.


איך בין יעצט אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיין משפחה.





 


 





 

#6056 - זאל זיך די וועלט איבערדרייען, בארגן געלט איז נישט קיין אפציע
חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קדושים, ב' דר"ח אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען זאלסט זיך זייער היטן פון חובות. איך געדענק ביסט געקומען צו מיר אפאר יאר צוריק אז דו דערטרינקסט זיך אין חובות, ביסט געווען שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער, האבן מיר דעמאלט אפגעמאכט אויב דו ווילסט זיך העלפן ארויסגיין פון די חובות דארפסטו אויפהערן בארגן, און דו האסט מיר צוגעזאגט דו גייסט מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און געלויבט דעם אייבערשטן ביסט ארויס כמעט פון אלע חובות.


יעצט הער איך אז דו בארגסט ווייטער, היינט אינדערפרי האט מיר איינער פארגעהאלטן, ער זאגט מיר ער האט אויסגעהערט אן אינטערוויו פון דיר ווי דו רעדטסט וועגן חובות, אז דו האסט מער נישט קיין חובות. יענער זאגט מיר עס האט אים זייער געבאדערט ווי דו מאכסט א פנים ווי א שיינער איד ווען דו האסט געבארגט געלט פון אים מיט א זמן, דער זמן איז אריבער און כאילו לא היה.


וויל איך דיר נאכאמאל בעטן, האב רחמנות אויף דיר, אויף דיין נשמה, אויף דיין לעבן, הער אויף בארגן געלט; נעם אריין אין דיר 'געענדיגט מיט בארגן, זאל זיך די וועלט איבערדרייען, בארגן געלט איז נישט קיין אפציע'.


צווייטנס, רעדט נישט קיין דרשות וואס איז נישט וואר, ווייל דו פארשעמסט זיך און מיך; עס קומט ארויס נאר שאדן.