בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#58 - נישט זיין אנגעהאנגען אין קיינעם, נאר אינעם אייבערשטן
חברים, אמונה, מחלוקת, שלום, מדות טובות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זעט מיר אויס פון אייערע ווערטער ווי איר האט שוין פארגעסן די שיינע זאכן וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא. איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס מוהרא"ש לערנט אונז - אז מיר זאלן נישט זיין אנגעהאנגען אין קיינעם, נאר אינעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט מאכן פון קיינעם קיין מציאות; אלע מחלוקות און פראבלעמען פאסירן ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען הויבט אן מאכן א מציאות פון א בשר ודם.


אויב איינער וויל נישט רעדן מיט אייך, וואס דארף אייך דאס שטערן פאר אייער לעבן? אז א צווייטער וויל נישט האבן מיט אייך - וואס דארף אייך דאס אראפווארפן? די מיידל וואס רעדט צו אנדערע מיידלעך וועגן אייך - וועט אייך נישט שאטן, קיינער קען גארנישט צונעמען פון אייך; אז איר וועט זיך אויפפירן גוט, איר וועט העלפן אייער מאמע, איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות – וועט איר האבן א גוטע נאמען, איר וועט טרעפן א גוטע שידוך.


דאס איז דער לימוד וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז; מיר זאלן זיין אזוי פעסט מיט די אמונה אינעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נאר אויף אים.


איך שרייב אייך דא א שטיקל פון די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן (צוואת מוהרא"ש אות ח-ט), חזר'ט דאס יעדן טאג - וועט איר ווערן אזוי שטארק, קיין שום זאך אין די וועלט וועט אייך נישט קענען צעברעכן:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - אז דער צדיק איז נסתלק געווארן, דארף מען זוכן זיינע תלמידים
קינדער, הפצה, צדיקים, יבנאל, הדפסה, היכל הקודש, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, הדרכות, מורה דרך, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חתן, מוהרנ"ת ז"ל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש ברסלב


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שרעקעדיגע זאך, ווי אין די וועלט קען אזא זאך פאסירן? נאכדעם וואס אידישע קינדער האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די הייליגע תורה מיט אזעלכע וואונדער, אלע אידן האבן זוכה געווען צו רוח הקודש – זאלן זיי אראפפאלן און מאכן דעם עגל?!


אפילו די אידן האבן טאקע דאס נישט געמאכט, נאר די ערב רב, און זיי האבן פארנארט א טייל אידן – איז נאכאלץ שווער, ווייל די ערב רב האבן דאך אויך זוכה געווען צו גיין מיט משה רבינו, זיי האבן זיך מגייר געווען, זיי האבן געזען די גרויסע וואונדער וואס משה רבינו האט געטון; קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, מתן תורה, די אותות און מופתים נוראים, נאך דעם אלעם זאל מען אזוי פארנארט ווערן און מאכן אזא זאך – אן עגל?!


זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (לקוטי הלכות ברכת הריח הלכה ד, אות לג): "וְכָל זֶה מֵחֲמַת שֶׁמֹּשֶׁה רַבֵּנוּ נִסְתַּלֵּק מֵהֶם אָז וְלֹא הָיָה בֵּינֵיהֶם, עַל כֵּן עִרְבֵּב הַשָּׂטָן אֶת הָעוֹלָם עַד שֶׁעָשׂוּ אֶת הָעֵגֶל", וויבאלד דער צדיק משה רבינו איז נישט דארט געווען, האט דער שטן געהאט די כח צו פארנארן די אידן; ווי הויך מען זאל נאר זיין, ווי נאר מען גייט אוועק פונעם צדיק – פאלט מען אראפ פון די העכסטע דרגות צו די גרעסטע טומאה. מען קען זיין ביים בארג סיני, מען האט נארוואס מקבל געווען די תורה הקדושה, נאכאלץ איז דער מענטש אין א סכנה פון אלעס פארלירן. אזוי ווי מען גייט אוועק פונעם צדיק – איז שוין גארנישט דא; דער בעל דבר האט אזעלכע כוחות, ער העצט אויף דעם מענטש – ביז מען ווערט אן עובד עבודה זרה רחמנא לצלן.


און גלייך ווען משה רבינו איז צוריק געקומען איז אלעס גוט געווארן, ער האט מכניע געווען דעם שטן, ער האט צעבראכן דעם עגל און שוין געברענגט א פרישע לוחות; ווייל נאר מיט א צדיק קען מען האבן די תורה און זיין ביים אייבערשטן.


טייערע חברים, טייערע אנשי שלומינו, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם צדיק, מיר זאלן שטענדיג זוכן זיך פון פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און זוכן ווי מען קען געפונען אין אונזער דור דעם צדיק.


רבי נתן זאגט (שם, בשר וחלב הלכה ה, אות כב): "עִקַּר חֵטְא הָעֵגֶל הָיָה עַל יְדֵי שֶׁפָּגְמוּ בִּכְבוֹד מֹשֶׁה וְתַלְמִידָיו", די עבירה פונעם עגל איז געווען אז זיי האבן פוגם געווען אין משה רבינו און אין זיינע תלמידים, "עַל יְדֵי שֶׁלֹּא הֶאֱמִינוּ שֶׁגַּם אַחַר הִסְתַּלְּקוּת מֹשֶׁה, עֲדַיִן תַּלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים קַיָּמִים", זיי האבן נישט געגלייבט אז נאכן הסתלקות פונעם צדיק האמת איז נאך געבליבן תלמידים וואס זיי קענען ווייטער לערנען די וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, "וַאֲפִלּוּ לְפִי טָעוּתָם שֶׁמֵּת מֹשֶׁה, הָיָה לָהֶם לֵילֵךְ לְתַלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים וְלִשְׁאֹל מֵהֶם הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר יֵלְכוּ בָּהּ", אפילו לויט זייער טעות, אז משה רבינו איז נישטא, וואלטן זיי נאך געקענט גיין צו אהרן, חור און יהושע וכו'.


שטארקט אייך מיט'ן רבינ'ס ספרים. דער רבי איז דא צווישן אונז, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – ביי אים לעבט דער רבי. בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט בירושה, דאס זענען וואונדערליכע ספרים, עס האט א כח צו שלעפן דעם מענטש צו די גרעסטע דרגא. די ספרים האבן א כח, עס עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית.


איך האב באקומען שיינע גרוסן; די וואך זענען געקומען צוויי אינגעלייט וואס האבן באזוכט ביי ענק. האברך ... נרו יאיר, און האברך ... ; ביידע פון זיי זאגן אז עס איז דא ביי ענק א שטארקע "אחדות" און "תמימות"; זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די ליבשאפט צווישן אייך און ענקער תמימות. איך האב זיך זייער געפריידט דאס צו הערן, ווייל די צוויי זאכן זענען זייער וויכטיג, אז עס איז דא אחדות, ליבשאפט און תמימות, עס איז נישטא קיין ליצנות – דארט איז דער רבי.


די בריוו וואס איך שרייב אייך יעצט דריי אזייגער פארטאגס – איז צו פארדאנקען מיין זון, הילד ... נרו יאיר, ער וויינט שוין מער פון א שעה, ער וויל נישט שלאפן, ער האט מיך אויפגעוועקט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ענק שרייבן א בריוו לכבוד שבת, למעשה, פון אזויפיל טרדות איז דאס מיר ארויס פון קאפ.


היינט בין איך נישט געווען א גאנצן טאג אין ישיבה, פון נאך שחרית ביז נאכט בין איך געווען מיט די חתנים פון ישיבה. מיר האבן יעצט א מנין חתנים אין ישיבה, איך האב געלערנט מיט זיי הלכות, הדרכה און השקפה אויפ'ן באפעל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מיר אפאר מאל געבעטן צו לערנען מיט חתנים, זיי מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן בקדושה ובטהרה, אן קיין פאלשע לימודים. ליידער לערנט מען מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים, קריסטליכע לימודים, פרישות השם ישמרינו; דאס איז גורם אז אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אין עבירות, זיי האבן נישט די חומה, די שמירה, די פת בסלו.


עס קומען צו מיר חתנים פון אנדערע ישיבות איך זאל לערנען מיט זיי, אבער איך לערן נאר מיט תלמידים פון ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו אכטונג געבן וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק פרובירט אויס דעם מענטש פאר ער לערנט מיט אים, איידער ער געבט אים צוריק זיינע אבידות – אויב ער איז א פאפער, א ליגנער.


מיר האבן געלערנט מיט די חתנים א גאנצן טאג, צוויי פון די חתנים גייען וואוינען אין ארץ ישראל, איין חתן קומט קיין ירושלים און דער צווייטער קיין בית שמש; ביידע פון זיי זענען טייערע חשוב'ע חתנים, גוטע כלים להשפיע בעזר ה' יתברך.


מן השמים האט מיר מיין זון אויפגעוועקט, יעצט איז ער שוין איינגעשלאפן, מעז יצא מתוק, פון וויינען איז ארויסגעקומען א שיינע בריוו – האט זיך אלעס געלוינט.


ביי רבי נתן איז אזוי געווען, אמאל האט פאסירט אז ביי שלש סעודות איז אריינגעקומען א נישט נארמאלער מענטש, א משוגע'נער – אין שול, ער האט געשריגן און פארפירט. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "לעולם וואלטן מיר אויך ווען געדארפט אזוי אויסזען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.) 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה', א מענטש זינדיגט נישט, 'אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', נאר נאכדעם וואס עס איז אריין אין אים א רוח שגעון; קומט אויס, לפי אונזערע מעשים האבן מיר דאך אזויפיל רוח שטות, וואלטן מיר שוין געדארפט זיין טויט משוגע, נאר דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און אונז מקרב געווען צום רבי'ן, - זענען מיר אביסל נארמאל". דער שמועס האט זיך פארצויגן, עס איז געווארן הערליכע שמועס; האט זיך רבי נתן אנגערופן: "אויב פון א משוגע'נער קומט ארויס אזעלכע שיינע דיבורים – פעלט אויס עס זאלן זיין אזעלכע מענטשן".


און אז פון א קינד'ס וויינען קומט א בריוו – פעלט אויס א קינד זאל וויינען; טוט מיר נאר א טובה, זייט נישט מתפלל אז מיינע קינדער זאלן זיך אויפוועקן כדי איר זאלט באקומען א בריוו, זייט מתפלל איך זאל האבן כח און קענען אנקומען ענק צו שרייבן יעדן באזונדער און אויך א בריוו יעדע וואך.


טייערע ברודער, איך בעט אייך זייער, זייט נישט "סעלפיש"; אין אמעריקע איז דא א ווארט "סעלפיש", איך ווייס נישט ווי אזוי מען רופט עס ביי ענק, סעלפיש הייסט א מענטש וואס טראכט נאר פון זיך, רעכנט זיך נישט מיט אנדערע. אז מיר זענען אין "גן עדן", מיר האבן פארזוכט פון די אונגארישע וויין, דארפן מיר דאס אויך מזכה זיין פאר אנדערע. פארוואס נישט טראכטן פון נאך א בחור, נאך א איד – זאל פארזוכן פון די גוטע זיסע עצות פון רבי'ן?


נעמט דעם שיינעם גליון היכל הקודש, סיי די אידישע און סיי די מתורגם אויף לשון הקודש, די שיינע קונטרסים עצתו אמונה, איש אמונות – די אידישע און די מתורגם'דיגע, פארשפרייטס דאס פאר אנדערע, פארשפרייטס דאס אין גאנץ ארץ ישראל.


די עצתו אמונה מתורגם איז אזוי שיין, עס האט אזא טעם, אלע ליינען דאס. עס שרייבן מיר פון אלע קרייזן, חסידי'שע, ליטווישע, ספרדי'שע; רבנים, דיינים, לומדים, מלמדים, מגידי שיעור; אלע שרייבן פה אחד אז דאס איז זייער עונג שבת, דאס איז זייער חיזוק, זייער שכל; עס קומען אן הונדערטער אזעלכע בריוון טעגליך.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר, שרייבט מיר די וואך אז מען ענדיגט יעצט מתרגם זיין די הונדערט'סטע קונטרס פון "עצתו אמונה" מתורגם. זיין משפחה איז דאס מתרגם וואך נאך וואך, פערציג שעה א וואך, אזויפיל שעה וויפיל א אינגערמאן ארבעט ביי אונז אין אמעריקע א וואך. נישט יעדער קען דאס באווייזן, אריינלייגן אין הפצה פערציג שעה א וואך. קיינער צאלט נישט פאר דעם, קיינער האט נישט געזאגט זיי זאלן דאס טון, נאר עס ברענט אין זיי "הפצה". פון אייך אלע בעט איך נישט קיין פערציג שעה; געבט אביסל צייט פאר הפצה.


די גליונות קען מען פארשפרייטן א גאנצע וואך, עס דארף נישט זיין נאר שבת. מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, הונגעריג פאר פראקטישע עצות. מענטשן זענען שוין מיד פון די אלע גליונות, תורות, ענינים, משלים ומליצות. אויף דעם זאגט דער נביא (ישעיה ז, יג): "הַמְעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים, כִּי תַלְאוּ גַּם אֶת אֱלֹקִים", מענטשן ווערן מיד פון די אלע שיינע משלים און מליצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח): "אֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם", מענטשן זוכן "לָדַעַת אֵיךְ לַעֲבֹד אֶת ה'", און ווען מען זעט אז מען קען גארנישט נאכטון, ביז מען זאגט: "לֹא יִרְאֶה וְלֹא יָבִין אֶלֹקִים", - קומט אויס אז דאס איז גורם מענטשן זאלן אפלאזן אידישקייט.


מה שאין כן דעם רבינ'ס ווערטער, דאס האט א כח אז עס ברענגט צוריק פון די ווייטסטע מקומות – צום אייבערשטן. די גליונות און ספרים ווייזן דעם מענטש, 'דו קענסט תשובה טון', דער מענטש ליינט א צוויי דריי בריוון, ער הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיינע מצוות און מעשים טובים'; דאס איז די פאקט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס די דיבורים האבן א כח? ווייל נאר דער רבי קען אלעמען צוריק ברענגען, אפילו מען האט שוין אריינגעשאסן אלע צען פיילן באשמירט מיט אלע צען גיפטן – זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דעריבער בעט איך אייך, זייט נישט "סעלפיש", יעדער איינער זאל זיך באנייען אין "הפצה"; שעמט זיך נישט מיט היכל הקודש. עס איז שוין היינט גארנישט קיין בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, א בושה איז צו זיין ביי א רבי וואס מען באקומט גארנישט, זיך דרייען אין א פלאץ אן האבן מסיים געווען אפילו איינמאל אין לעבן ששה סדרי משנה.


אין יבנאל האט מען די וואך געעפנט א דרוק, מען האט אנגעהויבן דרוקן די גליונות, עצתו אמונה וכו', דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה. מוהרא"ש איז פרייליך, אלע צדיקים זענען פרייליך אז די ליכטיגקייט פון רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש גייט ווייטער און ווייטער, "לֹא יִכְבֶּה בַּלַּיְלָה נֵרָהּ" (משלי לא, יח).


בעזרת ה' יתברך קום איך גלייך נאך פורים.

#56 - ס'פעלט נישט אויס טשאלנט, די ווערטער פון רבי'ן וועט שוין ציען מענטשן
היכל הקודש, סיפורי צדיקים, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו מאכסט א חבורה אין בית שמש, דו נעמסט צוזאמען אנשי שלומינו יעדע ליל שישי, מען איז זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס ווערטער.


עס פעלט אבער נישט אויס אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר עסן, טשאלנט וכדומה; די דיבורים - דאס וועט שוין ציען מענטשן. טשאלנט איז דא גענוג פלעצער וואו צו עסן, אבער די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש, די ווערטער פון רבי'ן - דאס איז נישטא ערגעץ אנדערש, דאס אליינס וועט ציען מענטשן.


לייג אביסל טרינקען, קענסט אפילו געבן וואסער. אנשי שלומינו פלעגן זיך מחי' זיין מיט וואסער, מען האט דאס גערופן: "דעם תם'ס ביר".


מוהרא"ש האט דערציילט, אין אומאן ווען עס איז געווען אן ארעמקייט, מען האט נישט געהאט קיין געלט פאר טיי, מען האט געגעבן פשוט'ע הייסע וואסער - האבן זיך אנשי שלומינו מחי' געווען, מען איז געווען פרייליך; זיי האבן געזאגט: "עס איז דא גאלדענע טיי, אויך איז דא זילבערנע טיי...", פשוט'ע וואסער האבן זיי גערופן "די זילבערנע טיי".


העיקר שטארקט אייך איינער דעם צווייטן מיט די זיסע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - פופציג מאל ששה סדרי משנה
שלום בית, סיום, משניות, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן ערב שבת דיין הודעה אז דו האסט מסיים געווען די פופציגסטע מאל ששה סדרי משנה.


איך בין אזוי פרייליך, איך האב אזויפיל נחת צו זען ווי דו לערנסט אזוי פלייסיג; דו ביסט ממשיך יעצט נאך דיין חתונה, דו לערנסט ווייטער פלייסיג - אזוי ווי אלס בחור אין ישיבה.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך דערמאן זיך ווען מען פלעגט זאגן פאר מוהרא"ש סיומים – פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט צו שעמען פון קיין שום פלאץ"; בחורים און אינגלייט זאלן לערנען מיט אזא התמדה, מיט דעם וואס מען ארבעט, מען העלפט אין שטוב – כאפט מען ארויס פרקים משניות, דפים גמרא וכו' וכו'.


לאמיר טאנצן: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אשר בנחל שם גורלינו!"


 

#54 - "היכל הקודש" איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ אין די וועלט
שלום בית, היכל הקודש, שבת התוועדות, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט; פארוואס זאלסטו נישט בלייבן דארט, און דארט זיך מחי' זיין מיט די זיסע עצות?


"היכל הקודש" איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ אין די וועלט; נישט אין וויליאמסבורג און נישט אין שטעטל, "היכל הקודש" איז שכל, עצות און חיזוק.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, זי וויל בלייבן וואוינען מיט אירע עלטערן. מאך דארט א "היכל הקודש"; נעם צאם חברים, אינגעלייט און שטארק זיך מיט זיי. מאך א חבורה איינמאל א וואך, אויך זאלסטו אנהויבן מאכן א שול; הויב אן מיט שלש סעודות; מען דארף נישט מער ווי צוויי דריי אינגעלייט, און לערן א בריוו פון עצתו אמונה.


אז דו בענקסט זיך – דאס איז גוט, מען מעג זיך בענקען און מען דארף זיך בענקען. קענסט קומען מזמן לזמן, עס לוינט זיך זאלסט קומען שבת פרשת ויקרא; מיר מאכן א שבת התוועדות פאר אלע תלמידי היכל הקודש, א סיום אויף סדר מועד פון ש"ס, נעם א שטוב פאר דיין משפחה.


בלייב דארט וואוינען; עפן דארט א שול מיט מוסדות.


 

#53 - זע צו זיין ראש השנה אין אומאן מיט אונזער חבורה
חברים, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זאג דיר שוין פאראויס וואס גייט זיין, עס זענען נתרבה געווארן זייער אסאך נייע מקורבים, עס גייט נישט זיין קיין פלאץ אין אונזער בנין אין אומאן. איך וויל זייער שטארק דו זאלסט זיין מיט אונזער חבורה, עס איז גאר אנדערש די גאנצע ראש השנה בחבורת היכל הקודש תלמידי מוהרא"ש.


זאלסטו שוין נעמען א בעט. ווענד זיך צו האברך ... נרו יאיר, ער איז ממונה אין אונזער בנין אין אומאן, אזוי וועלן מיר קענען זיין אינאיינעם.


פון ארץ ישראל אליינס וועלן קומען א ריזיגער עולם, עס איז דארט א מהפיכה פון די אלע פרישע מקורבים.

#52 - שפירן אין בית המדרש אשר בנחל וואס מ'שפירט ביים לערנען אשר בנחל
שטעטל, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש אשר בנחל ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך צו הערן די גוטע נייעס אז דער בית המדרש איז שוין צוריק אפן צום באנוץ, אויך איז די מקוה אפן.


איך האף דער דיין שליט"א וועט דאווענען דארט, וועט עס זיין א שטארקע חיזוק פאר'ן בית המדרש און פאר די מתפללים. די תפילות זאל מען ווארטן אויפ'ן דיין שליט"א, אויך זאל ער רעדן ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות.


איך וועל אויפנעמען נאך א גבאי אז די עול פונעם בית המדרש זאל נישט פאלן אויף דיר אליין.


זע עס זאל זיין ריין; ברענג נישט עסן עס זאל גיין אין מיסט, ברענג נאר וויפיל מען דארף; שבת אינדערפרי אביסל מזונות, און ביי שלש סעודות - אביסל מצה מיט אביסל פיש, און טרינקען.


זע עס זאל זיין קאווע און טיי; מען קומט א לאנגע וועג, א קאלטע וועג; מען זאל זיך קענען אנווארעמען.


והעיקר (אבות א, טו): "הֱוֵי מְקַבֵּל אֶת כָּל הָאָדָם בְּסֵבֶר פָּנִים יָפוֹת", נעם אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל, יעדער זאל זיך שפירן גוט; מען זאל שפירן אין בית המדרש אשר בנחל וואס מען שפירט ביים לערנען אשר בנחל.


 

#51 - מען קען נאר העלפן אזא איינעם וואס וויל זיך העלפן
התחזקות, דרך ארץ, הדפסה, שאלות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


עשרה בטבת, יארצייט פון אונזער גרויסן רבי נתן זכרונו לברכה, יום ג' פרשת ויחי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין נעכטן צוריק געקומען פון ארץ ישראל, א גאנצן צייט האב איך געטראכט א שאד אז דו ביסט נישט מיט געקומען, דו וואלסט זיך אזוי מחי' געווען צו זען די הונדערטער פרישע מקורבים, תלמידי היכל הקודש; בפרט דער שול אין ירושלים איז דאך ממש א וואונדער, די פרישע מקורבים פירן דעם בית המדרש אזוי ווי איך וואלט ווען דארט געווען.


דו ווייסט דאך אז היכל הקודש איז א פלאץ וואס איז מחזק יעדן מענטש אין יעדן מצב, און פון די אנדערע זייט האט מוהרא"ש געוואלט דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; האיך יתקיימו שניהם - ווי אזוי קען מען אויספירן ביידע? דארף מען האבן גרויס סייעתא דשמיא; פון איין זייט אז יעדער זאל זיך געפונען דאס פלאץ און אז עס זאל זיין משמעת.


בנוגע דיין איידעם נרו יאיר; וואס האט ער מורא אליינס צו פרעגן? וואס האט ער מורא אליינס צו שרייבן? זיי אים מחזק ער זאל אליינס פרעגן, אויב פרעגט ער דיר - קענסטו אים ענטפערן.


בנוגע דער בחור ... נרו יאיר; מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען קען נאר העלפן אזא איינעם וואס וויל זיך העלפן, איך האב אים אוועק געגעבן צענדליגער שעות, אויך האב איך אונטער געשיקט מיינע קינדער זאלן רעדן מיט אים דברי חיזוק וכו' וכו'; אז ער וויל נישט - קען מען נישט העלפן.


בנוגע הדפסה, וואס דו שרייבסט מיר אז מען האט דאס געעפנט נאר כדי די בחורים זאלן האבן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט; שתי תשובות בדבר, איינס, נישט ממש אזוי, מען האט געעפנט די הדפסה צו העלפן די מפיצים זיי זאלן האבן פאר ביליג ספרים, קונטרסים וכו'. צוויי, אז די ישיבה איז לעת עתה אין וויליאמסבורג, איז נישט שייך אז בחורים זאלן ארבעטן אין הדפסה.

#50 - חבורת היכל הקודש אין מאנטשעסטער
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, ענדליך נאך אזוי לאנג ווארטן האסטו אנגעהויבן טון צו דער זאך; האסט צאמגענומען אנשי שלומינו אין מאנטשעסטער ביי שלש סעודות, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן, מי יתן דו זאלסט דאס טון מידי שבוע בשבוע; אנהייבן מיט שלש סעודות, נאכדעם אלע תפילות, און אויך אינמיטן די וואך.


איך האב הנאה צו הערן אז דו האסט פארגעלערנט א בריוו פון פרשת ויחי וואס מען האט געשריבן פאריאר פאר תלמידי היכל הקודש ירושלים. באמת זענען אלע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות געשריבן פאר אלעמען, אלע קענען נוצן די חיזוק פון די בריוו, אפילו די בריוו איז אדרעסירט צו אן אנדערע חבורה וכו' - קען יעדער האבן גוטע חיזוק און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


עס איז א גוטע געדאנק פארצולערנען ביי שלש סעודות א בריוו פון עצתו אמונה אדער איש אמונות. זוך אויף א בריוו וואס רעדט פון די פרשה אדער פון די זמן אין וואס מען געפונט זיך, אדער פון די ענין וואס מען רעדט און דאס זאלסטו פארלערנען.


וויסן זאלסטו א גוטע עצה עס זאל נישט ווערן א מקום פון לצים, א פלאץ פון הפקרות - אז דו וועסט מזכיר זיין די נאמען פון מוהרא"ש; יעדע מאל מען רעדט אין שול - זאלסטו זאגן: "מוהרא"ש זאגט", "מוהרא"ש האט געהאלטן", "מוהרא"ש האט דערציילט", - וועלן זיי נישט קומען צו אייך.


בפרט אז דו וועסט זאגן בשם דער ראש ישיבה וכו' - וועט זיין גאר א שטארקער דרך ארץ, ווייל דער לץ וויל איין זאך: 'קיינער זאל מיר נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס בעסער פון יעדן איינעם'; ווען מוהרא"ש האט געלעבט האט מען געציטערט פון מוהרא"ש, די לצים האבן דאס נישט געקענט נעמען, היינט איז שוין אנדערש.


איך האף דו פארשטייסט וואס דו האסט צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - וועמען מען זאל מכבד זיין צו רעדן אין בית המדרש
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך הער צוריק הערליכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, איך באקום בריוו פון די מתפללים, יעדער איז פרייליך, מען שפירט זיך זייער גוט.


בנוגע ווי אזוי מען זאל רעדן - אידיש אדער לשון קודש; היות רוב מנין רעדן אידיש - וויל איך דו זאלסט רעדן נאר אין אידיש. סיי די שיעורים, סיי דאס אויסרופן, און אזוי ווייטער; אלעס זאל זיין אין אידיש.


בנוגע וועם מכבד זיין צו רעדן וכו'; ווער עס רעדט די ווערטער פון רבי'ן, אן קיין פשעטלעך און אן קיין דריידלעך - דער זאל רעדן, ווייל מענטשן קומען הערן די ווערטער פון רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס איבערגעגעבן, חיזוק און עצות אויף למעשה; עס האט נישט צוטון ווער עס איז עלטער וכדומה, עלטערע מענטשן זאלסטו מכבד זיין מיט א פלאץ לויט ווי עס פאסט, און אזוי אויך ווען עס קומען צו גיין מענטשן וואס זאגן אז זיי זענען שוין פופציג יאר ביים רבי'ן, הונדערט יאר ביים רבי'ן - זאלסטו זיי מכבד זיין מיט אן עליה, אבער רעדן זאלן נאר די אינגעלייט וואס רעדן די דיבורים אויף למעשה.


ווען מיר האבן געעפנט די שול היכל הקודש אין וויליאמסבורג פלעגט יעדע וואך א צווייטער רעדן, עס איז געווען א רייע מענטשן, אנשים מכובדים - וואס האבן גערעדט, ביז איך בין געגאנגען בעטן מוהרא"ש זאל בעטן איינעם פון אנשי שלומינו אז יענער זאל רעדן, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז אלע רעדן שיינע תורות, שיינע מעשיות וכו' וכו' אבער נאר דער אינגערמאן האט דיבורים אויף לעובדא ולמעשה, דער רעדט פון חיזוק אויף לימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), חיזוק אויף תפילה והתבודדות אויף למעשה, און חיזוק אויף שלום בית וכו'.


עס זענען געווען אין היכל הקודש וואס האבן געדריידט מיט די הענט און מיט די נאז אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויף די דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט - ביז מען האט דאס אפגעשטעלט.


דעריבער, אז דו ביסט זיך מוסר נפש צו עפענען א שול היכל הקודש אין בני ברק זאלסטו פון איין זייט יעדן איינעם מחזק זיין, טייל עליות פאר די מתפללים און ווען עס קומט א גאסט געב אים אן עליה לפי כבודו, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן ווער עס רעדט, וואס מען רעדט און ווי אזוי מען רעדט. זע מען זאל רעדן די דיבורים וואס מען רעדט אין ישיבה, די דיבורים וואס דו הערסט ביי די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - שובבי"ם ת"ת, אכט וואכן וואס מיר קענען אלעס פאררעכטן
התחזקות, תהלים, חסידות ברסלב, תשובה, בית המדרש, היכל הקודש, נסיונות, פירושים, יאוש, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים און בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ זייער איבערגענומען מיט גרויס התרגשות פון מיין נסיעה, פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם שבת קודש; איך האף איר האט אויך הנאה געהאט פונעם שבת.


איך בעט אייך זייער אז דער בית המדרש זאל זיין א פלאץ וואס מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים; נישט קיין תורות, פלפולים - נאר ווערטער פון חיזוק. מענטשן זענען זייער צעבראכן היינטיגע טעג, נישטא א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל, זיין פרשה - וואס ער גייט אריבער. מענטשן מוטשען זיך זייער מיט עניות און דחקות, נאכדעם זענען דא וואס מוטשען זיך מיט די ווייב און קינדער, און ועל כולם מוטשענען מיר זיך אלע מיט צרות היצר; מענטשן זוכן אביסל חיזוק אזוי ווי מען זוכט לופט צו אטעמען, מען זוכט א שמייכל, א גוט ווארט - אזוי ווי א דורשטריגער מענטש זוכט א טראפ וואסער, דעריבער דארף מען זען צו רעדן אין בית המדרש דבורי חיזוק.


די וואך האבן מיר זייער גוטע חיזוק, מוהרא"ש פלעגט דאס חזר'ן ביי די שיעורים פרשת ויחי. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", יוסף איז געשטארבן און מען האט אים באערדיגט אין מצרים, עס זעט אויס ווי לאחר הייאוש, מען קען שוין גארנישט טון, מען קען שוין גארנישט מאכן, אלעס איז טויט, שוין באגראבן; דארף מען וויסן אז מען מוז זיך מחזק זיין, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק, ונתחזק!" שטארקט זיך, שטארקט זיך, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן! ווייל עס איז נישטא קיין ייאוש, דער הייליגער רבי האט געשריגן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען היינט נאכט אריין אין די ליכטיגע שובבי"ם טעג, די יאר האבן מיר שובבי"ם ת"ת - אכט וואכן וואס מיר קענען פאררעכטן אלע אונזערע נישט גוטע מעשים. איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, איר ווייסט דאך אלע אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים, און אין די טעג פון שובבי"ם פלעגט ער זאגן דעם יום תהלים צוויי מאל א טאג; לאמיר זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע דרגא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון - זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון - ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך בין זייער אפגעשוואכט, אויך מיינע קינדער זענען אין שטוב מיט היץ, געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיט גרויס חסדים; איך וועל אייך שרייבן מער קומענדיגע וואך.


א פרייליכן שבת.

#47 - עס איז שוין צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
צדקה, מוסדות, הדפסה, בית המדרש, היכל הקודש, לאנדאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש לאנדאן ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, איר נעמט זיך צוזאמען איינמאל א וואך זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האף איר וועט נישט זיין קיין בטלנים און אנהייבן אויך דאווענען אינאיינעם; עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו פון לאנדאן, געבט אייערע צדקות פאר די גבאים אין לאנדאן. מיר האבן צוויי געטרייע גבאים, הר"ר יחיאל הורוויץ נרו יאיר און הר"ר שמואל אליעזר פערל נרו יאיר; געבט זיי ענקערע צדקות.


עס זענען דא צווישן אייך וואס מיינען אז ווען מען געבט צדקה צו דרוקן אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל - איז דאס שטערקערע צדקה, עס איז נישט אזוי, מען דארף האבן אין יעדן שטאט א קרן הדפסה; זאלט איר געבן צדקה פאר די לאנדאנער קרן הדפסה.


בלי נדר וועל איך מאכן ביי אונז א מגבית פאר די קרן הדפסה פון לאנדאן צו העלפן ענקער בית הדפוס זיך שטעלן אויף די פיס.


איך בעט אייך זייער, גייט ארויס פון אייער קטנות; שוין צייט אנצוהייבן מיט א בית המדרש, נאכדעם וועט מען קענען עפענען מוסדות התורה.


חנוכה איז די פאסיגע צייט צו מייסד זיין א בית המדרש, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו אשר בנחל; חנוכה איז די ריכטיגע צייט אנצוצינדן די ליכט פון רבי'ן עס זאל שיינען אין גאנץ לאנדאן.


א ליכטיגן פרייליכן חנוכה.

#46 - זע עס זאל זיין אין דיין שטאט א בית המדרש "היכל הקודש"
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מקיים די ווילן פון מוהרא"ש, זע עס זאל זיין אין דיין שטאט א בית המדרש "היכל הקודש", און זע מען זאל עס פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט.


מיר מוזן טון מוהרא"ש'ס ווילן, עס מוז זיין אין יעדע פלאץ אין די וועלט א בית המדרש היכל הקודש; א פלאץ וואו מען רעדט דעם רבינ'ס ווערטער אן קיין דריידלעך, נאר אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


זיי ממשיך מיט הפצה; פארשפרייט די גליונות, קארטלעך, קונטרסים, סידיס און וואס עס זאל נאר זיין, דער ציל איז אז נאך א מענטש זאל באקומען די עצות און חיזוקים פון רבי'ן.


איך בין דיר גרייט צו העלפן מיט א בית המדרש, איך ווארט צו הערן.

#45 - אנשטאט רעדן פון די אלע דמיונות, רעד פון אייבערשטן
היכל הקודש, דמיונות, משוגע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט חלומות, יעצט האלט עס ביי משיח און באלד וועסטו מאכן אן אפגאט; איך בעט דיר מיט שיינעם, אדער הערסטו אויף מיט די צעדרייטע זאכן אדער וועל איך דיר ארויסווארפן פון דא! מאך נישט די פלאץ וואס איך בוי מיט בלוט און שווייס א צעדרייטע פלאץ; אנשטאט רעדן פון די אלע דמיונות - רעד פון אייבערשטן, אנשטאט רעדן אז איך האב רוח הקודש - רעד פון אייבערשטן.


וואס דו טראכסט פאר דיר - גייט מיך נישט אן, וואס דו חלומ'סט - וויל איך אויך נישט וויסן, אבער וואס דו רעדסט און מאכסט משוגע אנדערע - דאס וועל איך נישט צולאזן.

#44 - ברענג איך נישט אריין קיין צעדרייטע זאכן אין אונזער קהלה
היכל הקודש, ראש ישיבה, מורה דרך, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


אדער קענסטו מיר שרייבן ביי מיין נאמען אדער קענסטו מיר שרייבן ראש ישיבה; מער פון דעם שרייב מיר נישט. די אלע טיטלען וואס דו שרייבסט מיר לכבוד דער צדיק, לכבוד משיח, לכבוד איך ווייס נישט וואס - זאלסטו מיך נישט רופן און מיך נישט שרייבן. קענסט האלטן ביי דיר אין קאפ וואס דו ווילסט אויף מיר, קענסט טראכטן אויף מיר ביזן העכסטן הימל, אבער מאך מיך נישט משוגע און מאך נישט משוגע א צווייטן.


איך ווייס נישט ווער עס מאכט דא ביי אונז אין די קהילה נייע צעדרייטע זאכן וואס מען הערט אין אנדערע חסידות'ן. מיר האבן א רבי און מיר האבן די הייליגע תלמידים, רבי נתן און אזוי ווייטער מוהרא"ש; מערסטנס קענסטו מיך רופן ראש ישיבה וואס געבט איבער די עצות פון די הייליגע צדיקים.


מען דארף טאקע האבן תמימות, מען דארף זיין בתמימות; די העכסטע זאך איז תמימות, דער רבי זאגט אונז זיין תמימות'דיג און דער זעלבער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גַּם בִּתְמִימוּת אָסוּר לִהְיוֹת שׁוֹטֶה", ווען מען פירט זיך בתמימות איז אסור צו זיין א שוטה; מען דארף פרעגן אלע ספיקות פון א רב א מורה דרך, אבער סתם פארדרייען דעם קאפ פיר און צוואנציג שעה, פרעגן זאכן וואס האט נישט מיט קיין מורה דרך צו טון - דאס איז טפשות, דאס איז נישט תמימות; אויסער דעם וואס מען נעמט צו צייט פון וויכטיגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - פון די שיעורים און בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און ספק
שידוכים, ספיקות, דרשות, היכל הקודש, בריוו, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך נעם אן די מוסר; עס קומט זיך מיר אסאך מער.


בנוגע דיין זון; געלויבט דעם אייבערשטן ער איז זייער וואויל, ער לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים.


אויף דיין טענה פארוואס איך ענטפער דיר נישט וועגן די שידוך; דאס נישט ענטפערן - דאס איז די תשובה, קומט אויס אז איך האב דיר יא געענטפערט.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט זיך זייער שטארקן אפילו איך קום נישט אן צו רעדן צו דיר און דיר צו ענטפערן, פון הערן די שיעורים און לערנען די בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און יעדע ספק.


איך פארשטיי אז דו ווילסט פריוואטע אויפמערקזאמקייט; זיי מיר מוחל, איך בין פארנומען מיט די בחורים און קינדער, דאס איז ביי מיר די ערשטע און דאס וויכטיגסטע, און אז עס בלייבט איבער צייט דארף איך לערנען מיינע שיעורים און פארשטייט זיך אהיים גיין העלפן מיין ווייב. אפשר איז דא אנדערע פלעצער וואס מען קען באקומען מער פריוואטע אויפמערקזאמקייט, דא אין היכל הקודש אפילו איינער זאל קיינמאל נישט קומען רעדן פריוואט, אויב עפנט ער זיינע אויערן ווי א טראכטער און הערט אויס די שיעורים, ער עפנט די אויגן און לערנט די בריוו - איז נישטא קיין זאך וואס ער זאל נישט זען און האבן א תשובה דערויף.


מיט דעם אלעם וועל איך פרובירן צו מאכן צייט פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - א נארמאלע פלאץ זיך אביסל צו דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה
הכנסת אורחים, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, דאווענען, תחנון, ירושלים, פאליטיק, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך מוז ענק זאגן, איך הער כסדר גרוסן פון געסט וואס קומען אין שול ביי אייך; זיי שרייבן אז מען נעמט זיי זייער שיין אויף, מען מאכט יעדן איינעם שפירן גוט, דאס מאכט מיר זייער פרייליך. ווייל מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער סימן ווען מען קומט אויף א פלאץ, ווי אזוי ווייסט מען אויב דאס איז א גוטע פלאץ? אויב מען נעמט שיין אויף, מען פרעגט דיר וואס מען קען דיר העלפן - דאס איז א גוטע פלאץ.


אזוי ווי מיר זעען ביי די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א), דער שני למלכות איז געקומען צו א פעסטונג, דארט איז געווען אלע עסן, אלע טרינקען און אלע שיינע זאכן, ער איז אריין אין די צימערן, דער רבי זאגט: "דער קעניג און קיינער פון זיי האט אים גארנישט געפרעגט", שפעטער האט דער קעניג'ס טאכטער געזאגט פאר'ן שני למלכות: "דא איז די פלאץ פון די נישט גוטע"; זאגט מוהרא"ש, אז מען קומט אין א פלאץ און קיינער פרעגט דיר גארנישט, קיינער זאגט דיר גארנישט - איז דאס א סימן פון א נישט גוטע פלאץ.


דא קענט איר זען א בריוו ווי א אינגערמאן פון חוץ לארץ וואס איז געווען אין ירושלים יום טוב סוכות שרייבט מיר:


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק אהיים נאכן זיין סוכות אין ארץ ישראל.
די באזוך יעצט אין ארץ ישראל איז גוט אריינגעקריצט אין אונזער הארץ, אזא געשמאקע באזוך האבן מיר קיינמאל נישט געהאט, אלעס צוליב די נייע היכל הקודש שול אין ירושלים.


די ערשטע מאל וואס וואס איך האב געהאט א שול וואו צו דאווענען און נישט געדארפט כאפן א שטיבלאך אדער שטיין אינדרויסן פון שול אין מאה שערים רעדן מיט מענטשן, א שול מיט זמנים וואס פאסט צו די הלכה און צוגעשטעלט צו די צייט ווען מענטשן שטייען אויף כדי אלע זאלן קענען מיט האלטן.


גלייך ווען איך בין אריינגעקומען, די ערשטע מאל, האבן מיר אלע אנגענומען אזוי ווי דער חשוב'סטער מענטש, כאטשיג כמעט קיינער האט מיך נישט געקענט; מען האט מיר ממש נישט געלאזט זיך שעמען אדער שפירן נישט איינגענעם.


אזא הכנסת אורחים, פון די ערשטע מינוט! עס איז פשוט געווען א גן עדן צו קומען ווייטער יעדע ליידיגע מינוט, און פארשטייט זיך נישט פארפעלן קיין איין תפילה.


עס איז פשוט נישט צום גלייבן אז עס געפונט זיך אזא שול אין ירושלים; יעדער איז גוט מיט אלעמען, אפילו יעדער קומט פון אן אנדערע חסידות, און יעדער איז געטריי און איבערגעגעבן פאר'ן שול.


ערב יום טוב האבן אלע אריינגעכאפט ריין צו מאכן די שול, אפילו עס איז דא איינער וואס דארף קומען ריין מאכן, פאר יעדע קידוש אדער סעודה כאפן אלע אריין ארויסצוהעלפן צוצוגרייטן.


יעדע תפילה שיקט דער משמש בקודש ר' ... צו א בעל תפילה און אלע גייען צו בשמחה, ממש נישט צו גלייבן; ביי די קידושים לערנט פאר הרב ... מיט אזא פשטות און חן.


איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז זי מוז אריינכאפן וואס מער צו קומען אין שול ביים דאווענען, און איך בין גרייט צו נעמען די בעבי, דער עיקר זי זאל שעפן חיות פון אזא שול, און זי פארשטייט זיך הערט טאקע נישט אויף צו נתפעל ווערן.


ממש אלע ספרים וואס מען דארף, אלעס איז צוגעשטעלט אזוי שיין.


ביי דעם רבינ'ס יארצייט איז געווען אזוי גוט צו זען ווי הרב ... געבט זיין סוכה און שטעלט צו א סעודה, און הרב .. ברענגט פיש; אלעס מיט א ברייטקייט, און אזוי ווייטער, יעדער העלפט ארויס.


יעדע מאל גרייט ר' ... מיט זיינע זין צו אלעס אזוי שיין, און אלע גליונות מיט קונטרסים ליגן מסודר גרייט אין שול. פאר'ן פארן האבן מיר געקענט קויפן ביים מרכז ההפצה פון ר' ... א שפע פון ספרים, סידיס און קמיעות, אלעס אזוי שיין מסודר מיט פרייזן.


אזוי אויך האבן מיינע קינדער געקויפט דארט קארטלעך און מפיץ געווען אין מאה שערים געגנט, אזוי אויך גליונות מיט עצתו אמונה.


וויפיל איך וועל שרייבן וועט דאס נישט זיין גענוג ארויס צו ברענגען מיין גוטע געפיל פון היכל הקודש אין ירושלים.


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער זיך ארויס צו געבן גענוג אויף די פלאץ.


אזעלכע בריוו באקום איך כמעט יעדן טאג; איך פריי זיך זייער אז עס איז דא א ליכטיגער ווינקל אין ירושלים אין די שענסטע פלאץ, אין מאה שערים; א פלאץ וואו מען קען זיך אביסל דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה, א נארמאלע פלאץ.


איך ווייס נישט אויב איר ווייסט, מוהרא"ש האט אלע יארן זייער שטארק געוואלט האבן א בית המדרש היכל הקודש דוקא אין ירושלים; עס איז געווען א שטיק צייט וואס עס איז געווען א בית המדרש, נאכדעם איז נישט געווען; יעצט איז נייע צייטן, יעצט הייבט אן דער רבי אריינקומען שטערקער און שטערקער אין די וועלט.


געדענקט, פארגעסט נישט וואס איז די זאך פון רבי'ן, פארוואס זענען מיר דא? פארוואס זענען מיר געקומען צום רבי'ן? אנטלויפט פון אלע פאליטיק, אנטלויפט פון אלע נארישקייטן; מיר זענען געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל אונז רייניגן אונזער מח, מיר זאלן נאר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גארנישט וועלן, נאר זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די נייע ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז אזוי אראפגעברענגט לעובדא ולמעשה דעם רבינ'ס שכל פאר אונז פשוט'ע מענטשן, ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר זאלן וועלן נאר איין זאך, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - דער ווערט א גרויסער צדיק.


מיר פירן זיך צו זאגן ביי נפילת אפים מזמור כה: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", און מען האט אינזין דערביי: 'רבונו של עולם איך בין גרייט פאר דיר צו טון מסירות נפש, איך געב דיר אוועק מיין זעל'; די וועלט האט מורא צו זאגן דעם קאפיטל, ווייל אויב מען איז נישט גרייט אויף דעם, מען פאלט אויפ'ן פנים און מען זאגט דאס נאר מיט די מויל, מען האלט נישט ביי דעם - איז עס א סכנה, דעריבער זאגט מען: "רַחוּם וְחַנּוּן חָטָאתִי לְפָנֶיךָ וגו', ה' אַל בְּאַפְּךָ תוֹכִיחֵנִי, וְאַל בַּחֲמָתְךָ תְיַסְּרֵנִי"; אבער מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, נפילת אפים), ווער עס וויל דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין אלע עבירות מיום הולדו זאל זאגן קאפיטל כה. מען לייגט אראפ דעם קאפ נאר ביים ערשטן פסוק, און בשעת מען פאלט אויפ'ן פנים זאגט מען די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", מען זאגט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין גרייט צו שטארבן פאר דיר", און מען האט אינזין בשעת מען זאגט 'אֵלֶיךָ ה'' די פיר שמות ע"ב ס"ג מ"ה ב"ן, דעמאלט איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


מיר פירן זיך צו פאלן אויף די לינקע האנט. עס איז א גרויסע מחלוקת אויף וועלכע האנט מען דארף מאכן נפילת אפים; דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן קלא, סעיף א) מען זאל פאלן אויף די לינקע האנט, זאגט דער רמ"א אז ביי שחרית ווען מען האט אן די תפילין זאלן מען פאלן אויף די רעכטע האנט צוליב די כבוד פון די תפילין און ביי מנחה זאל מען פאלן אויף די לינקע האנט; אבער דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תמח) אז אמאל איז ער געווען אונטערוועגנס, ער האט געדאווענט שחרית און געפאלן נפילת אפים אויף די רעכטע האנט, און דער הייליגער צדיק רבי סעדיה גאון איז געקומען צו אים און אים געזאגט אז מען דארף פאלן נפילת אפים אויך ביי שחרית אויף די לינקע האנט, פון דעמאלט האט דער רבי אזוי געטון און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


מען דארף נישט מורא האבן צו זאגן דעם מזמור, יעדער איד איז גרייט אויף מסירת נפש. בשעת דו זאגסט די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", זאלסטו זאגן: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין גרייט אויף מסירות נפש" - וועסטו ווערן אינגאנצן ריין; בפרט ווער עס האט געזינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און וויל תשובה טון - זאל דאס טון, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך געב זיך איבער צו דיר".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך מוז מקצר זיין; עס איז ערב שבת, איך דארף שוין פארן מיט מיין משפחה צום שטעטל. איך גיי בדרך כלל יעדן שבת מברכים צו שטעטל, איך דארף שוין גיין; אויך וויל איך זייער זיין א שבת אין ירושלים אין בית המדרש.


א פרייליכן שבת.

#41 - מ'קען זאגן תהילים ביינאכט
הפצה, תהלים, דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט. מוהרא"ש ברענגט פונעם ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים מעג מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו אייערע טיטשערס, דאס איז די גרעסטע הפצה; ווייל אלע ווייסן אז איר זענט א ברסלב'ע מיידל, אלע ווייסן אז איר און אייערע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, און ווען מען זעט ווי א תלמידה היכל הקודש פירט זיך מיט דרך ארץ - ווערט פארשטאפט די מויל פון אלע מתנגדים, מען האט נישט וואס צו רעדן מער קעגן היכל הקודש; דאס איז די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#40 - שלום בית האט מיט'ן מאן
שמחה, שלום בית, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער, געווענליך ווען איך קום צוריק פון א נסיעה שלאף איך פון אויסגעמוטשעטקייט, יעצט בין איך גוט אויסגעמוטשעט, אבער איך קען נישט שלאפן, איך בין אזוי צוקאכט פון פרייד פון ראש השנה, איך בין נישט ביי זיך, איך טאנץ פאר שמחה: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה!"


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט ביידע טעג ראש השנה. מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית האט מיט אונז, שלום בית האט מיט'ן מאן. עס איז נישט גרינג צו זיין א ברסלב'ער חסיד, א תלמיד היכל הקודש; מוהרא"ש פארלאנגט פון אונז מען זאל לעבן בשלום, מוהרא"ש זאגט, דער מאן האט די מעגליכקייט צו אויפבויען די ווייב און לעבן בשלום מיט איר, זאל זיין וואס פאר א פרוי עס זאל זיין; א שווערע, א שלעכטע, א הארטע, א איך ווייס נישט וואס; דאך דארף דער מאן טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום.


נעם אריין די ווערטער, לעב מיט די ווערטער א גאנץ יאר; געדענק אז שלום בית איז עבודת השם, עס איז א הויכע עבודה, יעדע מאל מען געבט נאך אין שטוב, מען איז א ותרן און א סבלן איז מען זיך מזכך און מען קומט צו גרויסע דרגות.


אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה.


 

#39 - ראש השנה אין אומאן איז געווען אזוי שיין און דערהויבן
אומאן, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג אהיים פון אומאן, יעצט כאפ איך זיך אז איך האב דיר נישט געזען א גאנץ יום טוב, דיין טאטע האב איך געזען, דיינע ברודער זענען געווען, אבער דיר האב איך נישט געזען; א שאד דו ביסט נישט געווען, עס איז געווען אזוי שיין, אזוי דערהויבן.


שחרית און מוסף האב איך געדאווענט; מוהרא"ש האט מיר געשטעלט צו זיין בעל תפילה אויף שחרית, און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף"; איך וואלט זיך נישט אליינס מכבד געווען.


אויך די תקיעות; ווען נישט מוהרא"ש זאל מיר געבן דעם שופר אין האנט וואלט איך מורא געהאט דאס אליינס צו נעמען, יעצט ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט בלאזן שופר - בלאז איך. די יאר האב איך איבערגעגעבן די תקיעות דמעומד פאר'ן דיין שליט"א.


די דרשות ראש השנה האט א באזונדערע חן, עס שפירט זיך ממש ווי מוהרא"ש רעדט, עס איז אזוי ווי ביי מוהרא"ש. איך געדענק אלע יארן אין אומאן ביי מוהרא"ש, עס פלעגט זיך שפירן ווי תחיית המתים. אין אומאן איז דאך יעדער אזוי אויסגעמוטשעט, אלע האבן בלבולים, אבער ווען מוהרא"ש פלעגט געבן די שיעור מיטל נאכט, פלעגט מען ווערן אזוי פריש, אזוי אויפגעלעבט, ער האט אריינגעבלאזן א חיות אין די עצמות היבשות. אזוי אויך איז היינט מיט די שיעורים אין אומאן, עס איז עפעס א גרויסער כח; עס מאכט פרייליך, עס פרישט אויף.


 

#38 - עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש
בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו די גוטע נייעס אז איר ווילט עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש. איך האב דיר שוין געשריבן יארן צוריק ווען דו האסט מיר געפרעגט וועגן עפענען א חדר [דער בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו], קודם וויל איך זען אויב איר האלט בכלל ביי עפעס, עפנט א בית המדרש; א בית המדרש איז נישט אזוי שווער צו עפענען, מען הייבט נישט אן מיט א חדר.


בנוגע וואס דו פרעגסט אז איינער איז מסכים אוועק צו געבן זיין חצר מען זאל דארט ברענגען קרוונים און מאכן א בית המדרש היכל הקודש; ער געבט דאס אוועק פאר צוויי יאר בחנם, נאכדעם דארף מען צאלן רענט און עס בלייבט זיינס, איר ווילט וויסן אויב עס לוינט זיך; דו שרייבסט נישט וויפיל עס וועט קאסטן, שרייב מיר מער פרטים מען זאל זען אויב עס לוינט זיך.


שטארק זיך מיט אלע חברים, שטארק זיך מיט הפצה, שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און בעיקר אין התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשע"ז לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זע אז דו האסט מפרסם געווען אויף מיין נאמען אז איך עפן א תלמוד תורה אין בית שמש; לדעתי אז דו האסט ניטאמאל קיין מנין 'היכל הקודש', אזוי ווי דו שרייבסט מיר, אז דו שפירסט זיך וואו אין א מדבר שממה - הייב אן קודם מיט א מנין 'היכל הקודש' און נאכדעם וועסטו גיין ווייטער. איך וויל דיר נישט מחליש דעת זיין, און אויב דו שפירסט אז דו האסט די כוחות דערפאר - אדרבה ואדרבה, אבער דו דארפסט וויסן אז א חדר איז נישט קיין פשוט'ע זאך צו עפענען, מען דארף זיין רעאליסטיש.


מען קען נישט טון קיין ווילדע זאכן וכו', ווייל נאכדעם האט מען חלישות הדעת און מען קען אינגאנצן אוועקפאלן. איך האב געעפנט מוסדות, די תלמוד תורה האבן מיר שוין געעפנט זיבן יאר צוריק - תש"ע, און די מיידל סקול האבן מיר געעפענט תשע"א - זעקס יאר צוריק און מיר שפייען בלוט יעדן טאג צו קענען ווייטער ממשיך זיין. איך האב נישט מיין מח פון אמאל, און זיכער נישט מיינע כוחות פון אמאל, און איך ארבעט ביטער שווער יעדן איינציגסטן טאג פאר די מוסד.


אודאי איז זייער וויכטיג צו האבן מוסדות וואו מען קען מחנך זיין די קינדער ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אבער דו דארפסט וויסן אין וואס דו גייסט אריין.


מען זאגט פאר'ן כהן גדול יום הקדוש פאר ער גייט אריין אין קודש הקדשים (סדר עבודה ליום כיפור, אתה כוננת): "רְאֵה לִפְנֵי מִי אַתָּה נִכְנָס, לִמְקוֹם אֵשׁ לַהֶבֶת שַׁלְהֶבֶת". אבער מען דארף וויסן פארויס וואס מען טוט, מען זאל נישט נאכדעם מאכן קיין בזיון פארן רבי'ן מיטן פארמאכן וכו'.


שטארק זיך און לייג אריין דיין גאנצע כח אין הפצה; זיי דיך מקשר מיט דיין ברודער ... נרו יאיר, ער וועט דיר שיקן די נייע סידי'ס און דאס זאלסטו מפיץ זיין. אויך זאלסטו געבן פאר דיין חבר ... נרו יאיר ער זאל דאס מפיץ זיין, ובזכות וואס דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער און דו וועסט זען ערליכע דורות.


א גוטן טאג.

#37 - טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום
הפצה, מחלוקת, שלום, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אלע טענות פון דיר אויף אים און פון אים אויף דיר; איך שטיי אין דער זייט, איך זאג גארנישט, איך וויל זען ווי אזוי דער רבי וועט אויספירן.


איך בין דאס אריבער נישט איין מאל, נישט צוויי מאל נאר צענדליגע מאל און איך גיי דאס נאכאלץ אריבער; איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש זאגט. דעם רבינ'ס זאך איז אזוי ווי דער ארון, ביים ארון איז געווען א בחינה פון (סוטה לה.): "ארון נושא את נושאיו", עס זענען געווען גבאים געשטעלט פון משה רבינו וואס האבן געטראגן דעם ארון, אבער באמת האט דער ארון זיי געטראגן, עס האט נאר אויסגעזען לפנים ווי זיי טראגן דאס; דאס זעלבע איז ביים רבי'ן, דער רבי פארעט זיך מיט זיינע זאכן, עס זעט אויס ווי דער מאכט, דער טוט, דער איז א גוטע גבאי, דער שטערט, אבער למעשה פירט דער רבי אלעס, ביים סוף בלייבט דער רבי בעל הבית. עס איז כדאי דו זאלסט רעדן מיט האברך ... נרו יאיר, ער וועט דיר דערציילן וואס עס האט זיך געטון אין היכל הקודש אלע יארן, ער וועט דיר מחזק זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער, וויפיל מחלוקות און יסורים איך האב געהאט פון ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן ביז'ן היינטיגן טאג. די שווערסטע זאך איז מיר געווען די מחלוקות אינעווייניג אין היכל הקודש פון נאנטע חברים, איך האב געוויסט אז דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אוועק שלעפן פון דעם פלאץ דעריבער פרובירט ער אלע וועגן.


דו טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום, דו זיי שטארק מיט הפצה; דו זעסט דאך מיט דיינע אויגן וואס הפצה טוט. דו שרייבסט מיר יעדן טאג פרישע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, מיט די שיעורים און מיט די ניגונים, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט בלייבן צוגעקניפט צום רבי'ן בזה ובבא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך דארף געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - אין היכל הקודש איז נישטא קיין חילוק צווישן ספרד'ישע און אשכנז'ישע
צדיקים, מחלוקת, היכל הקודש, מוהרא"ש, משיח, עצתו אמונה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ליין יעדע וואך די בריוו פון עצתו אמונה בלשון הקודש, דו ביסט דאס זייער שיין מתרגם; עס ליינט זיך זייער געשמאק, איך בין זיך מחי' מיט דעם. שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


פאריגע וואך איז געווען א בריוו איבער דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, אין די בריוו שטייט: "מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען פאר אונז אין אמעריקע: 'איך האב א שטאט פון טייערע ספרד'ישע משפחות וואס אלע שערן זיך אפ די האר'"; אין אידיש ווען מען זאגט "טייערע ספרד'ישע משפחות" - הערט זיך דאס שיין, געב אכטונג אז ווען דו ביסט דאס מתרגם זאלסטו שרייבן די שענסטע וועג אויף די ספרד'ישע אידן, מער פארזיכטיג.


ליידער זענען דא וואס קוקן אויף זיי מיט א זלזול און ביטול השם ישמרינו; אפשר שרייב משפחות פון עדות המזרח, ספרד'ישע טייערע אידן; עס זאל זיך ליינען מיט די גרעסטע מאס כבוד. ביי תלמידי היכל הקודש איז נישטא קיין אונטערשייד צווישן אשכנז'ישע אידן און די טייערע ספרד'ישע אידן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם צווייטן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט באוויזן א חידוש אין די ברסלב'ע שטאט יבנאל, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען שטאמט נישט פונעם זעלבן אפשטאם. אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות - זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע זיצן צוזאמען, ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייערע שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי זייער חשוב, אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


ביים רבי'ן קענען אלע זיין אינאיינעם, עס איז דא פלאץ אין הארץ פאר אלעמען. דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס): "עס איז דא א בוים וואס אונטער יענעם בוים וואוינען אלע סארט חיות, אויך אלע פייגלעך האבן זייערע נעסטן אויף יענעם בוים, און דער תענוג וואס דארט איז דא - איז עד אין שיעור"; אזוי ווי עס שטייט ווען משיח וועט קומען וועט זיין (ישעיה יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט'ן לעמעלע דער לעמפערט מיט'ן ציגעלע - וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער בוים - דאס איז דער הייליגער רבי, אזוי ווי עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון נב): "עֵץ דָא צַדִּיק", דער צדיק ווערט אנגערופן א בוים; אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו, ווען ער האט געשיקט די מרגלים קיין ארץ ישראל האט ער זיי געזאגט זיי זאלן קוקן (במדבר יג, כ): "הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן", זאגט רש"י (שם): "אִם יֵשׁ אָדָם כָּשֵׁר לְהָגֵן עֲלֵיהֶם", זיי זאלן קוקן אויב עס געפונט זיך אין ארץ ישראל אן ערליכער איד וואס קען מגין זיין אויף זיי; ביים צדיק איז דא פלאץ פאר אלעמען.


ווען מען קומט קיין אומאן צום רבינ'ס קיבוץ קען מען זען ווי אזוי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען; עס קומען זיך צאם אלע סארט מענטשן, אלע סארט חיות און פייגל און קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן מיט א ביטול, קיינער האלט זיך נישט גרעסער פונעם צווייטן, ווייל ווען מען קומט צום רבי'ן באקומט מען שפלות (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#35 - בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק
חנוכה, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די פרישע חבורה טייערע חברים אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער אז איר האט זיך צאמגענומען צו מאכן א בית המדרש על שם רבינו, "בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק", א בית המדרש וואס מען פירט זיך אויפ'ן וועג פונעם הייליגן רבי'ן; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה און פרייד.


אז איר ווילט מצליח זיין, איר ווילט וואקסן - זאלט איר אכטונג געבן אויף איין זאך, געבט אכטונג נישט צו האבן מיט קיין מחלוקת, מען זאל נישט רעדן אין בית המדרש פון קיין שום אנדערע זאכן, נאר פון די ווערטער וואס דער בעל תפילה האט אונז געלערנט, מען זאל דינען דעם אייבערשטן; רעדן צום אייבערשטן און רעדן פונעם אייבערשטן.


עס שטייט אין די הייליגע ספרים (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו - טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז חנוכה ווערט נתגלה די אור הגנוז פון ששת ימי בראשית; ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט האט ער באהאלטן די ליכטיגקייט, אז די רשעים זאלן נישט הנאה האבן פון דעם (חגיגה יב.), אבער חנוכה ווערט דאס אנטפלעקט פאר יעדן איינעם, חנוכה איז יעדער איינער זוכה צו שפירן אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער; עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער אליין.


מיר קענען זאגן בפה מלא אז חנוכה ווערט נתגלה דעם אור הגנוז; איר האט געעפנט דעם בית המדרש אין חנוכה, מיר האבן זיך אריין געצויגן אין אונזער בנין אין וויליאמסבורג חנוכה, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו "אשר בנחל", וואס דאס האט ליכטיג געמאכט די וועלט; מוהרא"ש האט גענומען דעם אור הגנוז און דאס אנטפלעקט פאר אלעמען, פאר גרויסע און קליינע, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן האבן א וועג צו לערנען די תורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אנכאפן איינער דעם צווייטן, מאכט א רינג, עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת.


אויב איר ווילט מיר אויפנעמען פאר גבאי בין איך גרייט צו זיין איינע פון די גבאים; ארויסהעלפן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו זיין גבאי אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, עס איז דא אין דעם א גאנצע סיפור; ווייל אין אנהייב האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל פירן די ישיבה און שבת און יום טוב זאל א צווייטער זיין גבאי, שפעטער האט מוהרא"ש מיר גערופן און געזאגט: "איך וויל אז פון היינט זאלסטו רעדן און פירן דעם בית המדרש, קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם וואס צו טון".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#34 - נישט מאכן קיין נייע מנהגים אין בית המדרש
שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פירסט איין נייע משוגעת'ן אינעם נייעם בית המדרש אין שטעטל; איך האב דיר געבעטן דו זאלסט זיין גבאי אינעם נייעם בית המדרש, זאלסט עס פירן אזוי ווי דו האסט געזען אין ישיבה, אן קיין שום ענדערונג. יעצט הער איך אז דו ברענגסט טשאלנט און קוגל פרייטאג צו נאכטס פאר'ן דאווענען, מען עסט אינאיינעם פאר מנחה און קבלת שבת; ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? אזוי פירט מען א בית המדרש?!


פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען ווארט אפ דעם שבת, מען זאגט שיר השירים, מען בענקט צום אייבערשטן, מען הייבט אן קומען צו זיך פונעם וואכענדיגן געיעג. נאך ליכט צינדן זיצט דער טאטע מיט די קינדער און זינגט מיט זיי שיר השירים מיט א בענקשאפט, עס שרייט ארויס פונעם איד (שיר השירים ה, ב): "אֲנִי יְשֵׁנָה" - איך בין שלאפעדיג, איך בין א גאנצע וואך מיד, אבער יעצט ווען עס קומט שבת ווערט: "וְלִבִּי עֵר", איך וועק זיך אויף צו דיר הייליגער באשעפער. דער איד גייט אויס צום אייבערשטן, ער בעט (שם א, ו): "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת" קוק נישט אויף מיין שווארצקייט, אויף מיינע עבירות; וואס זאל איך טון רבונו של עולם – "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר; ערב שבת איז א צייט וואס עס קומט ארויס דעם אמת, מען זאגט צום אייבערשטן (שם ו, ג): "אֲנִי לְדוֹדִי", איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, הייליגער באשעפער, באווייז זיך פאר מיר, איך וויל נאר איין זאך – "וְדוֹדִי לִי".


אנשטאט זאגן שיר השירים זיצטו אין שול מיט טשאלנט און קוגל?! שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן", יעדע זאך האט א צייט; מאכסט א טשאלנט פון דאווענען און עסן?! אז די מתפללים זענען הונגעריג קענסטו דאווענען אביסל פריער מען זאל קענען אהיים גיין מאכן א סעודה מיט די ווייב און קינדער.


איך בעט דיר זייער, דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו ביסט גבאי ביים הייליגן רבינ'ס בית המדרש דארפסטו זען אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש, אן קיין נייע זאכן; איך האב נישט געבויט דעם שטעטל אז מען זאל אפטרעטן פון אונזער וועג, עס איז דא גענוג און נאך געגנטער וואו מענטשן ציען זיך אוועק, זיי ווילן אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן וועג; אונזער שטעטל איז פונקט פארקערט, מיר ציען זיך אוועק פון שטאט ווייל מיר ווילן אויסדריקליך בלייבן מיט מסורת אבותינו ורבותינו, חס ולשום אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן איד, חס ושלום משנה זיין פון דרך התורה.


איך האב שוין געשריבן פאר אינגעלייט וועלכע קומען אין שול אן שטריימל און בעקיטשע, פארוואס זיי ווארפן אראפ פון זיך די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט; איך מוז דיר זאגן, אויב דאס איז די מטרה פון גיין אין שטעטל, מען זאל קענען אראפ ווארפן מנהגים פון די עלטערן - זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם גאנצן שטעטל; מיין גאנצע כוונה מיט'ן שטעטל איז נאר וואס דער רבי האט אונז דערציילט אינעם מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג) וואס דער חכם האט געטון ווען ער האט געזען ווי דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס - האט ער צאמגערופן זיין משפחה און געזאגט: "איר זעט דאך אז דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס און האט געמאכט די גאנצע לאנד פאר אפיקורסים און א טייל פון אונזער משפחה זענען שוין אויך אפיקורסים, בכן לאמיר זיך אוועק לאזן אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן ביי אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא".