בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#33 - אונזער קהלה איז געבויעט זיך נישט אוועקצורירן פון שלחן ערוך
היכל הקודש, הלכה, לשון הרע, חומרות, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרבנית ... תליט"א.


איך וויל מקיים זיין וואס די הייליגע תורה זאגט (במדבר לב, כב): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל".


שוין א יאר צוריק האט מיר געפרעגט אייער ברודער הר"ר ... שליט"א אויב עס איז אמת אז איך לערן מיט מיינע תלמידים זאכן קעגן די תורה, אז מען דארף נישט האלטן קיין הרחקות, איך זאג אז הרחקות איז נאר א חומרא; ער האט מיר געזאגט אז ער האט דאס געהערט פון אייך און איר האט דאס געהערט פון אן עד נאמן ..., דער שווער פון איינער וואס דאווענט ביי מיר אין בית המדרש.


איך האב אים דעמאלט געזאגט אז דאס איז א ליגנט, דאס איז הוצאת שם רע, אזוי ווי עס וועלן מעיד זיין אלע מיינע תלמידים, הונדערטער אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי מיר און לערנען נאך אלץ ביי מיר; אז מען פירט זיך ביי אונז אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה, מען איז מקיים ביי אונז יעדע הלכה אין שלחן ערוך, מיר רירן זיך נישט אוועק פון שלחן ערוך.


יעצט ווען עס איז שוין אריבער א יאר פון די מעשה, הער איך א צווייטע מעשה וואס טוט מיר זייער וויי, און דערפאר שרייב איך אייך. איינער פון מיינע תלמידים האבן געוואלט אריין לייגן זיינע קינדער ביי אייך אין די מוסד (דער אינגערמאן וואלט געוואלט אריין לייגן ביי אונז, אבער זיין ווייב וויל נישט די קינדער זאלן לערנען ביי אונז, זיין ווייב וויל אן אנדערע חינוך; ביי אונז לערנט מען נאר וואס עס פעלט אויס צו וויסן פאר א אידישע מאמע, מען לערנט נישט די וועלטליכע היסטאריע וכו'), האט מען זיך אויסגענומען אז ער קען נאר שיקן די קינדער ביי אייך אויב ער וועט אויפהערן פרעגן זיינע שאלות ביי אונז אין די קהילה, ווייל מיר גייען נישט בדרך התורה.


פאר סתם מענטשן וואס רעדן אויף אונזער קהילה דארף איך נישט ענטפערן און עס אינטערעסירט מיר נישט וואס זיי זאגן, אבער אייך וואס איר פירט אזא חשוב'ע קהילה, איר האט אזויפיל תלמידות כן ירבו, שפיר איך אלץ "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל" אייך צו שרייבן, איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט אמת.


חס ושלום אויס צו טראכטן אויף אונזער קהילה אז מיר גייען נישט בדרך התורה; מיר רירן זיך נישט אוועק פון הלכה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אוועק געשטעלט די פרינציפן פון היכל הקודש געבויט אויף רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, וואס ביי אים איז געווען הלכה די ערשטע זאך, אן קיין פשרות, און אויף הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו. ביי אונז אין די קהלה שניידן זיך אלע פרויען די האר; אסאך פרויען ביי אונז זענען נישט אונזערע תלמידות, זיי קומען פון אנדערע חשוב'ע קהילות בישראל. ווען זיי זענען אנגעקומען זענען זיי געקומען מיט די האר השם ישמרינו און נאך א שטיק צייט, נאכן הערן און ליינען ווי שטארק מוהרא"ש פלעגט רעדן פון די הארבקייט פון דעם, שניידן זיי זיך שוין אלע זייערע האר; דאס איז איינע פון די יסודות ביי אונז אין די קהילה.


ביי אונז אין די קהילה רעדט מען קעגן די ערב רב; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט טאג און נאכט רעדן צו אונז מיר זאלן נישט האבן קיין שום חלק מיט די ערב רב אין ארץ ישראל וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידישע קינדער.


מיר זענען אן ערליכע קהילה; מיר האלטן שיטת רבינו תם, מיר עסן נאר פלייש פון די שטרענגסטע קהילות; צניעות איז ביי אונז דאס חשוב'סטע און וויכטיגסטע, מיר ארבעטן זייער שווער אריין צו לייגן אין די פרויען פון אונזער קהילה זיי זאלן ליב האבן צניעות; אסאך פון אונזער קהילה זענען נישט קיין תלמידות פון אונזער חינוך, זיי קומען פון אנדערע בתי חינוך מיט ווייטאג אויף צניעות, דאס איז פון די שווערסטע ארבעט וואס ליגט אויף אונז, צו קענען טוישן זייער בליק אז זיי זאלן ליב האבן די וועג פון די תורה.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז מען רעדט אזעלכע לשון הרע'ס, אז מיר זאגן אויף הרחקות אז דאס איז חומרות, חס ושלום אזוינס צו זאגן; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם"; אויף אים קריג איך אויך, איך וואלט אויך אנגעזאגט מיינע תלמידים זיי זאלן זיך היטן פון אזא איינער וואס זאגט אז מען דארף נישט האלטן קיין הרחקות, אז דאס איז נאר חומרות.


ווען איך האב דאס געהערט פון אייער ברודער פאר א יאר צוריק האט דאס מיר זייער וויי געטון, איך בין געגאנגען נאכדעם זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, איך האב געוויינט צום אייבערשטן און אים געזאגט: "דאס רעדט מען אויף מיר, דאס רעדט מען אויף א קהילה וואס איז זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער"; יעצט זע איך אז דער שם רע גייט נאך אלץ אן, ווען עס איז נישט אמת.


מיר לעבן היינט אין אזעלכע שווערע צייטן, יעדער איז צעטומלט, יעדער איינער האט זיינע צרות און יסורים; עס איז שוין געקומען די צייט צו לעבן אינאיינעם אן קיין שנאה, אן קיין פיינטשאפט, יעדער וועט גיין מיט זייערע מסורות און קבלות פון די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות אן קיין פיינטשאפט, ביז מיר וועלן זוכה זיין אז משיח צדקינו וועט אונז אויסלייזן, אמן.

#32 - נישטא קיין העכערע, נענטערע, חשוב'ערע; אלץ איז דמיונות
שידוכים, היכל הקודש, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי שיין אייער לעבן איז מיט'ן הייליגן רבי'ן.


איך וויל פאררעכטן איין ווארט פון אייער בריוו; וואס מיינט איר מיט די ווערטער: "העכערע אין היכל הקודש", פארוואס זאלט איר מיינען אז עס זענען דא העכערע פון אייך? נישטא קיין העכערע, נענטערע, חשוב'ערע; אלץ איז דמיונות, היכל הקודש איז א פלאץ וואס יעדער איינער קען זיין די נענסטע, די העכסטע און די חשוב'סטע. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ווער עס פירט זיך בתמימות ובפשיטות דער איז חשוב, נאנט און הויך.


קען מען דען וויסן ווער איז העכער? נענטער? חשוב'ער? איך זע אסאך זענען זיך טועה אין דעם, בפרט פרישע מקורבים, מען קוקט אויף די וואס זענען שוין דא יארן כאילו זיי זענען חשוב, נאנט און הויך. עס האט נישט צו טון ווי לאנג מען איז שוין דא, עס קען זיין א פרישער מקורב וואס פאלגט דעם רבי'ן דער איז מער ווי אלטע וכו'.


אז עס פאלט אייך ביי א שידוך זאלט איר דאס אויסשמועסן מיט אייער מאן; אייער מאן איז א תלמיד פון ישיבה, ער ווייסט וואס הייסט א תלמיד הישיבה און ווער איז סתם אין די ביכער פאררעכנט אלץ א תלמיד וכו'.


געט איבער פאר ... תחי' אז איך וועל איר אנטראגן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - תלמידי היכל הקודש וועלן נישט אוועקמאכן א צווייטן
מחלוקת, היכל הקודש, עצתו אמונה, אשר בנחל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען נישט גלייבן וואס איר שרייבט, עס קען נישט זיין אז תלמידות היכל הקודש זאלן חוזק מאכן אין פארנט פון אייך פון אייער חסידות, פון די פלאץ וואו איר זענט אויפגעוואקסן; די פרויען וואס טשעפען אייך מיט די פלאץ פון וואו איר קומט זענען נישט קיין תלמידות היכל הקודש, תלמידות היכל הקודש וועלן קיינמאל נישט מבטל זיין א צווייטע חסידות, א חשוב'ע קהילה; היכל הקודש האט גענוג און נאך וואס צו פארקויפן, עס פעלט נישט אויס אפצושפעטן פון אנדערע.


וויסן זאלט איר אז נישט יעדע גאסט וואס איז נעכטן אנגעקומען אין היכל הקודש איז היכל הקודש; אסאך מאל ווערט מען צעבראכן, מען ווערט אנטוישט ווען מען זעט מענטשן וואס דרייען זיך אין היכל הקודש פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'הזאת נעמי? דאס איז היכל הקודש? פארדעם האב איך זיך געדארפט קריגן מיט מיין משפחה צו קומען אויף ברסלב?!'


כדי נישט צו קומען צו די חלישות הדעת איז זייער וויכטיג אריין צו נעמען אין זיך וואס היכל הקודש איז, וואס ברסלב איז; היכל הקודש איז די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל און עצות פון מוהרא"ש, ווער עס נעמט די שכל און חיזוק דער האט א חיים טובים, דער האט נישט קיין חלישות הדעת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל נישט האבן קיין חבר'טעס, מען דארף האבן חבר'טעס און פארברענגען, אבער אז מען ווייסט פון פאראויס די הקדמה - ווערט מען נישט צעבראכן ווען מען הערט ווי דער רעדט אזוי און דער פירט זיך אזוי וכו' וכו'.


מאכט אייך א שיעור אין ספר אשר בנחל און אין ספר עצתו אמונה, דארט וועט איר טרעפן גוטע חיזוק פאר אייך, דארט וועט איר געפונען עצות פאר יעדע פרט אין לעבן.


ווייזט דעם בריוו פאר די אלע וואס מאכן אוועק די חסידות וואו איר זענט אויפגעוואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר
תפילות אויף אידיש, ריינקייט, בית המדרש, היכל הקודש, זכותים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב לאנגע יארן אליינס גערייניגט דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג; שפעטער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה איז מיר אביסל גרינגער געווארן, ווייל די תלמידים די בחורים האבן מיר צוגעהאלפן און עס איז שוין איבער צען יאר וואס די בחורים און אינגעלייט רייניגן דעם בית המדרש.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט רייניגן דעם בית המדרש ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן. קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס רייניגט, ער פלעגט וויינען בשעת'ן רייניגן דעם בית המדרש צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען רייניגן נשמות ישראל בזכות וואס איך בין משמש דעם הייליגן רבי'ן, בזכות וואס איך רייניג דעם שול".


טו דו אויך אזוי, נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר, און אז דו האסט נישט קיין כח אליין צו רייניגן דעם בית המדרש, נעם אפאר בחורים און אינגעלייט און אינאיינעם זאלט איר רייניגן דעם בית המדרש.


אין בית המקדש האבן די כהנים גערייניגט מיט די גרעסטע שמחה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", די כהנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון טון די עבודה פון רייניגן.


אין דעם זכות וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש, דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן - וועסטו ריין ווערן אינגאנצן פון אלעס וואס מיר דארפן פאררעכטן.

#29 - איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן און מאכן אייך נאך
צניעות, חינוך הילדים, היכל הקודש, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך בין זייער אנטוישט אז איר לאזט אייער טאכטער גיין שווימען נישט בצניעות; איר שרייבט מיר שטענדיג אז איר טוט נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט, איר פירט אייער שטוב אזוי ווי איר ליינט אין די בריוו פון איש אמונות און עצתו אמונה - און יעצט הער איך אז אייער טאכטער גייט שווימען נישט איידל.


איך האב שוין געשריבן אזויפיל בריוו און שוין אזויפיל גערעדט פון דעם אז מען טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט, א בעידינג סוט איז א בגד פון פריצות, עס איז אן עקלדיגע טמא'נע קלייד וואס טאר נישט ארויף גיין אויף א אידישע הייליגע פרוי, אפילו מען טוט אן אויף דעם א שווים קלייד.


עס זענען דא נאך מיידלעך וואס שווימען נישט בצניעות, אבער ביי אייך איז גאר אנדערש; איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן אויף אייער משפחה, מען ווייסט אז אייער משפחה פירט זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען וויל זען וואס איר טוט און אזוי טוען אנדערע נאך.


איך האף אז איר וועט תשובה טון אויף דעם און ארויס ווארפן די בגדי פריצות פון אייער שטוב.

#28 - ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער שבת אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז זייער א חשוב'ער אמט און אויך אן אחריות'דיגע. פון איין זייט דארף מען זיין זייער צוגעלאזן צו יעדן איינעם, מען דארף שיין רעדן צו יעדן איינעם און פון די אנדערע זייט דארף זיין סדר, מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מושב לצים אדער א בית משוגעים; א גבאי דארף קענען גיין צווישן די טראפן, זיין בייגעדיג ווען מען דארף און אין די זעלבע צייט זיין אייזן שטארק כדי עס זאל זיין סדר.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיין צוגעלאזן צו יעדן איינעם; רעד שיין צו יעדן איינעם. בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין, די שול זאל זיין א ליכטיגער ווינקל פאר גאנץ ירושלים און פאר די גאנצע וועלט און אין די זעלבע צייט זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין הפקרות, דער שול זאל זיין אפן דורכאויס די שעות וואס מען לערנט און מען דאווענט און אין די אנדערע צייטן זאל עס זיין פארשלאסן.


בנוגע ווי אזוי מען זאל מסדר זיין די קינדער ביים דאווענען; עס פעלט נישט אויס די קינדער זאלן זיצן אינאיינעם ביים דאווענען. לאז די עלטערן טון די ארבעט, די עלטערן וואס ביי זיי איז חשוב חינוך הבנים וועלן האלטן די קינדער נעבן זיך ביים דאווענען לויט די עלטער; קליינע קינדער האלט מען ביז נאך שחרית, נאכן קושן די ספר תורה, און אביסל עלטערע רופט מען אריין צו כתר, און נאך עלטערע דארפן שוין דאווענען אויך מוסף.


ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן וואס גייט ארום ביים דאווענען, ער געבט פאר די קינדער וואס זיצן נעבן די עלטערן טיקעטס און יעדע מוצאי שבת מברכים מאכט מען גורלות אויף פרסים, דאס מאכט אז די קינדער זאלן וועלן זיצן אין שול און דאווענען.


ביי שלש סעודות איז יא כדאי צו מאכן א טיש פאר די קינדער און זינגען צוזאמען מיט זיי די זמירות; מען דארף נעמען א טויגליכער אינגערמאן, איינער וואס פארשטייט צו קינדער, איינער וואס קען מאכן די קינדער זינגען און מיט האלטן. נישט געצווינגענערהייט, נאר מיט א טעם און א געשמאק אז זיי זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן וועלן קומען אין שול.


אויך קען מען מאכן מיט זיי א חברת תהילים.


אז מען ארבעט מיט די קינדער יונגערהייט איז די ארבעט גרינגער אין די שפעטערע יארן.


נאך איין זאך איז וויכטיג עס זאל זיין, איינער פון די גבאים זאלן האלטן אן אויג ביים דאווענען וואס טוט זיך אין חצר און וואס טוט זיך אין ווייבער שול (ווען די ווייבער זענען נישט דארט) מיט די קינדער וואס די עלטערן לאזן זיי שפילן אינדרויסן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#27 - פירן דעם בית המדרש אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט
תפילה והתבודדות, דרך ארץ, אומאן, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים שיחיו.


געלויבט דעם אייבערשטן, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, מיר האבן זוכה געווען צו עפענען דעם שבת א ברסלב'ער בית המדרש אין ירושלים; א בית המדרש וואו מען וועט רעדן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן, א בית המדרש וואס וועט ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט האלטן דעם פלאץ זייער ריין; ריין פון לצים און פון נישט געזונטע מענטשן. עס זאל זיין ריינע ד' אמות וואו מען וועט רעדן דעם רבינ'ס דיבורים אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות. יעדער וואס קומט אריין זאלט איר מחזק זיין, גייט נישט מיט קיינעם אין קיין ויכוחים; עס אז דא א גרויסער יצר הרע אויף דעם, ווען מען הערט רעדן קעגן רבי'ן, קעגן מוהרא"ש - צו וועלן ענטפערן און אויפווייזן, אבער איך בעט אייך גייט נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם; נעמט דעם רבינ'ס ווערטער פאר אייך צו לעבן דערמיט און מחזק זיין אנדערע.


יעדער איינער זאל צולייגן א האנט אז דער בית המדרש זאל זיין שיין און ריין; א בית המדרש היכל הקודש דארף זיין מסודר, נישט אנגעלייגט מיט אלטע טליתים און שמות. נאכן דאווענען זאל מען מסדר זיין דעם בית המדרש עס זאל זיין שיין און אלע ספרים אוועק געלייגט; יעדער איינער זאל קוקן אויפ'ן שול ווי דאס איז א חלק פון זיין שטוב, אזוי ווי מען האלט ריין די שטוב דארף מען האלטן ריין דעם שול.


איך בעט אייך זייער, איך וויל האבן שייכות מיט אייער חבורה, איך וויל זיין א חלק פון די קהלה; אויב איר זענט מסכים וויל איך זיין א גבאי ביי אייך אין שול, איך בין גרייט צו הערן פון אלע חברים און מתפללים וואס מען האט צו זאגן. די גרינגסטע וועג צו רעדן מיט מיר איז דורך בריוו; איר קענט מיר שרייבן בריוו, סיי טענות און וואס מען דארף בעסער מאכן און איך וועל פרובירן פירן די שול אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר ווילט מיר נעמען פאר א גבאי. אין ישיבה אין וויליאמסבורג בין איך גבאי און אויך אין קרית ברלב ליבערטי בין איך גבאי, איך פיר עס אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך לייג נישט צו און איך נעם נישט אראפ.


מוהרא"ש האט מיר געלערנט ווילאנג עס דארף נעמען דאס דאווענען; מוהרא"ש האט מיר גענומען פאר א בעל תפילה אין אומאן צו דאווענען ראש השנה, קודם האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו דאווענען שחרית און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף", מוהרא"ש האט מיר געזאגט א גענויע צייט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען; עס איז געווארן א גאנצע גערודער אין שול, עס זענען געווען געוויסע וואס זענען געקומען צו לויפן צו מיר: "היתכן דו דאווענסט שנעל?" איך האב זיי נישט געענטפערט אז מוהרא"ש האט מיר אזוי געזאגט, איך האב גארנישט געזאגט, זענען זיי געגאנגען צו מוהרא"ש מיט טענות. (מוהרא"ש האט געהאט זיין וועג ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן; ער וואלט געקענט זאגן גלייך: "אזוי וויל איך! איך האב אים געבעטן דאווענען אזוי און אזוי!" אבער מוהרא"ש האט געהאט זיין כוונה ווי אזוי צו רעדן מיט יעדן איינעם, ער האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן צו מיר, ער וועט זען וואס ער קען טון). מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דו הער נישט אויס קיינעם, טו וואס איך זאג דיר".


זאלט איר אויך אוועק שטעלן א זמן פאר'ן דאווענען; נישט אפכאפן דאס דאווענען און נישט אויסציען די קישקעס, נאר דאווענען שיין געלאסן. עס זענען דא מענטשן וואס קומען נישט אין שול נאר ווייל זיי קענען נישט נעמען די לאנגע טירחה וואס מען איז מטריח דעם עולם, אזוי אויך אז מען ציט אויס דאס דאווענען און מען פעניעט מאכט דאס מען זאל שמועסן.


די גבאים האבן מיר געפרעגט אויב מען זאל שרייבן אויפ'ן שילד אז דאס איז א ברסלב'ע שטיבל, א טייל זאגן מען זאל נישט שרייבן דאס ווארט "ברסלב", ווייל מענטשן האבן מורא פון די ווארט "ברסלב". ליידער ליידער איז ברסלב היינט א פלאץ פון הפקירות, א פלאץ פון עזות פענימער; עס פעלט דער ראש בית וואס זאל אכטונג געבן. עס האט זיך אריין געכאפט אין ברסלב צעדרייטע מענטשן, מען פארפירט אינגעלייט, מען פארפירט בחורים, זיי שטעלן זיך אהער ווי עובדי השם, מען מאכט משוגע דעם יוגענט מיט עבודות משונות.


אין ארץ ישראל איז ברסלב א מין צעמישעניש, דעריבער שטייען מענטשן ווייט, מען האט מורא פון דעם; דארפט איר זען צוריק צו קערן דאס שיינקייט פון ברסלב, אלע זאלן וויסן וואס ברסלב איז. א פלאץ פון רעדן שיין, א פלאץ פון מכבד זיין עלטערן, ברסלב לערנט אויס אז מען קען זיין אין שטוב, זיין מיט די ווייב און קינדער און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן מיט אזא דביקות מיט וואס פריערדיגע צדיקים האבן געלעבט. אז איר וועט זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז וועט איר שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך ארבעט יעצט צו באקומען רשות צו קומען קיין ארץ ישראל; זייט מתפלל מען זאל מיר געבן רשות. איך וויל שוין זיין מיט אייך, זיך מחזק זיין צוזאמען מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


א פרייליכן שבת.

#26 - דער גבאי פון בית המדרש דארף וויסן וואס ער האט צו טון
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


מזל טוב פאר'ן נייעם בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים!


בנוגע די וואס זאגן מען זאל נישט לייגן אויפ'ן טאוול דאס ווארט 'ברסלב', מען זאל נאר שרייבן 'בית המדרש היכל הקודש', ווייל עס זענען דא וואס האבן מורא פון די ווארט 'ברסלב'; דו ווילסט וויסן וואס צו טון.


שרייב אויפ'ן טאוול: "בית המדרש היכל הקודש ברסלב", און אויף די צווייטע שורה זאל שטיין: "מיסודו של כ"ק מוהרא"ש זי"ע".


מאך זיך נישט צוטון פון קיינעם; עס איז א באזונדערע חכמה צו קענען זיין א גבאי אין א שול. ווייל אין א בית המדרש קומען זיך צאם אלע סארט מיינונגען, יעדער איינער פארשטייט בעסער פונעם צווייטן און אלע קומען צום גבאי; דארף מען האבן שכל יעדן אויסצוהערן און נאכדעם טוט מען וואס איז ריכטיג.


באלד וועלן קומען אנדערע און זאגן: "לייג נאר 'ברסלב' נישט דאס ווארט 'היכל הקודש'", נאכדעם וועלן אנדערע זאגן זאלסט בכלל נישט לייגן, וואס פאר א פנים וועט איר האבן ווען מען וועט אזוי טון?


אז איר וועט לייגן מוהרא"ש'ס נאמען וועט דער פלאץ זיין אפגעהיטן פון שלעכטס; די קליפות און מזיקין האבן זייער מורא פון דעם נאמען. זאלסטו שרייבן אויפ'ן שילד "מיסודו של מוהרא"ש זי"ע" וועט דער פלאץ זיין אפגעהיטן פון לצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - זייט אייך מחזק צו קומען דאווענען אין "היכל הקודש"
חברים, חסידות ברסלב, אומאן, היכל הקודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח-מברכין החודש, כ"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך האלטן צוזאמען; דאווענען צוזאמען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויף קומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו - הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


עס זענען דא אינגעלייט וואס קומען נישט דאווענען אין היכל הקודש - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז קאלט, די שול איז ווייט וכו' וכו' - יעדער מיט זיינע תירוצים; אבער א מענטש דארף טראכטן: 'למשל איך בין א נפטר, וואו גיי איך? ווער וועט רחמנות האבן אויף מיר? וויל איך דען מען זאל מיר איינרעדן תירוצים אז מען קען נישט אריין צום רבי'ן ווייל עס רעגנט, עס שנייט, עס איז קאלט, די שול איז ווייט וכו' וכו'?!' בעט איך אייך, שטארקט אייך און זייט אייך מחזק צו קומען דאווענען אין "היכל הקודש" טראץ אלע מניעות וכו'; דו קומסט נישט צו קיינעם, דו טראכט: 'דער רבי איז דא, מוהרא"ש איז דא, איך קום צו זיי און איך האב מיט קיינעם גארנישט'.


א פרייליכן שבת.

#24 - נעם נישט קיין צד אין זאכן וואס האט נישט מיט דיר
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהעלותך, כ"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו אז דו האסט זיך צעקריגט מיט דיין טאטע, ווייל ער האלט אז מען טאר נישט רעדן קעגן ... און דו האלסט אז מען דארף יא רעדן קעגן ....


עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן אז דו האסט בכלל א דיעה אין די גאנצע נושא פון ...; ביי אונז תלמידי היכל הקודש האבן מיר בכלל נישט קיין דיעה - נישט אהער און נישט אהין, מיר לעבן מיט תכלית. מוהרא"ש האט אונז געגעבן א גדלות המוחין, מיר זאלן נישט דאגה'נען פון זאכן וואס האט נישט מיט אונז.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער פארוואס דו נעמסט א צד אין זאכן וואס האט נישט מיט דיר, פארוואס עס אינטערעסירט דיר בכלל די זאכן; תלמידי היכל הקודש לעבן און געדענקען די ווערטער פון רבי'ן, די מעשיות פון רבי'ן; די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ג, מחיגר): "די לבנה האט געזאגט פאר'ן זון, וואס זארגסטו פרעמדע זארג? איך וועל דיר דערציילן מיינע זארג, איך האב נישט קיין כח אין מיינע פוס, די שדים נעמען צו מיינע כוחות", עיין שם; דאס דארף זיין דיינע זארג, דאס איז די איינציגסטע זארג וואס מיר האבן, מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן, מיר זאלן נישט פארכאפט ווערן ביי די שדים, ביי די נישט גוטע - רחמנא לצלן.


מאך זיך נישט נאריש, רעד מער נישט מיט קיינעם פון די גאנצע פרשה, אלע דיינע ווערטער זאלן נאר זיין דיבורי התחזקות. טו וואס איך טו, ווען איינער פרעגט מיר וואס איז מיין דיעה אין די פרשה, זאג איך וואס יענער וויל הערן; אז יענער שרייט "קדוש!" שאקל איך דעם קאפ אויף דעם זייט, אז יענער שרייט "טמא!" - שאקל איך דעם קאפ אויף דעם אנדערן זייט; וואס האט דאס מיט מיר? וואס האט דאס מיט מיין תיקון? איך דארף דאך פאררעכטן מיינע מעשים, איך וועל דאך פארט דארפן אויסטון דעם גוף און צוריק גיין צום אייבערשטן, וואס וועט מיר העלפן די אלע שמועסעלעך לכאן אדער לכאן?


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון שיחות ילדים, געדענק וואס דער הייליגער תנא רבי דוסא בן הרכינס זאגט (אבות ג, י): "שִׂיחַת הַיְלָדִים, וִישִׁיבַת בָּתֵּי כְנֵסִיּוֹת שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ - מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", שמועסן קינדערישע שמועסן און זיצן מיט עמי הארצים - מאכט מען זאל פארלירן די וועלט און יענע וועלט; א שאד צו זיין פארנומען מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיר און נישט מיט דיר. געדענק, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), "אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב", און ער וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, "וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - אז מ'האלט זיך אינאיינעם מיט ליבשאפט, איז מען זייער שיין מצליח
חסידות ברסלב, היכל הקודש, שמחות, אחדות, לצנות, ספירה, פסח שני

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, ט"ו אייר, פסח שני, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; איך האב באקומען א גריס פון אייער חבורה, ווי שיין עס איז צווישן אייך און ווי געשמאק עס איז ביי אייך יעדע שבת ווען איר נעמט זיך צוזאם מיט א ליבשאפט זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטער פון מיינע מענטשן פיר איך אויפ'ן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; דאס קען יעדער איינער מעיד זיין אויף זיך, אז פון ווען מען האט זוכה געווען צו טרעפן דעם רבי'ן האט זיך דער גאנצער לעבן געטוישט; מען לערנט פלייסיג, מען איז נזהר אין קיום המצוות, מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג און מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


מיר געפונען זיך יעצט אין די ספירה טעג אין די מדה פון הוד, מיר פירן זיך אז מען זאגט נישט קיין תחנון אין די טעג פון פסח שני ביז נאך ל"ג בעומר ווייל די טעג זענען זייערע הייליגע טעג (עיין זוהר הקדוש, בהעלותך קנב:).


פסח שני איז אנגענומען אז עס איז דער יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, און גלייך נאכדעם געפאלט די יומא דהילולא פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי; די הייליגע תנאים רבי מאיר בעל הנס און רבי שמעון בר יוחאי האבן אריין געברענגט וואס זיי האבן געלערנט ביי זייער רבי דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ירושלמי נדרים ט, ד): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ - זֶה כְּלַל גָדוֹל בַּתּוֹרָה", אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז א גרויסע כלל אין די תורה; די אנדערע תלמידים האבן זיך נישט פארטראגן צווישן זיך דערפאר איז גארנישט געבליבן פון זיי, זענען געקומען די הייליגע תלמידים רבי שמעון בר יוחאי און רבי מאיר בעל הנס מיט די איבעריגע חברים און אריין געברענגט א ליבשאפט איינעם צום צווייטן, זיי האבן אויסגעריסן די זאך פון מחלוקת און זיך גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז די גרויסע שמחה אין די טעג. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בר יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


איך פריי זיך אז ביי אייך זעט מען וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


איך בין זייער פארנומען די טעג, איך קום נישט אן צו שרייבן און ענטפערן א פראצענט פון די בריוון וואס איך האב צו ענטפערן, איך שרייב אייך נאר ווייל איינער האט מיר געברענגט א גריס אז ביי אייך אין שול, אין ענקער חבורה איז נישט דא קיין ליצנות, עס הערשט א מורא'דיגע ליבשאפט, עס שפירט זיך דארט א ריינע קלארע לופט, דאס האט מיר געגעבן כח און צייט אייך צו שרייבן.


איך בעט אייך זייער, חזר'ט אייך איין און פארגעסט נישט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף דינען אלס א קאמפוס ביים מענטש; מען זעט ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפ'ן וואסער האלט ער די גאנצע צייט מיט זיך א קאמפוס כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל אויפ'ן וואסער זעט מען נישט דעם סוף, עס קען זיין מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און מיינען אז מען פארט, מען מיינט מען קומט שוין אן, אבער באמת איז מען אויפ'ן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט, מען איז פשוט געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום; אבער אז מען קוקט אויפ'ן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט מען וואו מען פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, לאזט אייך נישט נארן און הערט נישט אויס קיין ליצנות, ווערטס נישט פארדרייט ווען מען רעדט צו אייך ליצנות אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים; קוקט וואס איז גוט פאר אייך, קוקט אויף די רווחים וואס דער רבי געבט אונז. יעדער איינער ווייסט ביי זיך וואס ער האט זוכה געווען צו באקומען פון ווען ער דריידט זיך אין היכל הקודש קודש קדשים, (אגב, מוהרא"ש האט מתקן געווען אז מיר זאלן זאגן אפילו אין חוץ לארץ ביי קדיש דרבנן "באתרא קדישא הדין" אזוי ווי מען זאגט ביי אייך אין ארץ ישראל).


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו גשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים, ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און וואו ער קען עפעס פארדינען, אבער ברוחניות קען א מענטש זיך דרייען אין א פלאץ יארן לאנג און ער באקומט גארנישט; עס וואלט געדארפט זיין דאס זעלבע ווען עס קומט צו עבודת השם, א מענטש וואלט זיך געדארפט פרעגן: 'וואו קען איך פארדינען? וואו קען איך מצליח זיין?' 'איך האב א רבי, וואס געבט מיר מיין רבי? וואס באקום איך פון מיין רבי? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז מיין רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז מיין רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז ער רעדט א הויכע שפראך, אז ער רעדט צו נשמות?' דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן, זאלן אלע לאכן, זאלן אלע שפעטן; איך וועל דעם רבי'ן נישט אפלאזן, איך האב א רבי וואס געבט מיר א וועג אין לעבן קוק איך נישט אויף קיינעם.


איך וויל אייך דערציילן די גוטע נייעס אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך בין געווארן א זיידע די וואך, מיין זון ר' שלמה נרו יאיר האט זוכה געווען צו א בן זכר למזל טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט - ל"ג בעומר און איר אלע זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.


א גוט שבת.

#22 - שטארק דיך צו דאווענען אין בית המדרש "היכל הקודש"
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, נשמה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט נישט דאווענען אין היכל הקודש יעצט ווען דו ביסט מעלה די נשמה פון דיין טאטע'ן, מיט יעדע קדיש גייט ארויף די נשמה העכער און העכער; איז דאך זיכער אז ווען מען זאגט קדיש אין א ברסלב'ע שטיבל איז דאך דאס אין לשער.


טייערער ברודער איך זע קלאר ווי דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט היכל הקודש, ער לאקערט מיט ציין און נעגל אויף יעדן איינציגסטן תלמיד אים אוועק צו שלעפן פון רבי'ן.


שטארק זיך, זיי זיך מתגבר אויף אלע מניעות און בלבולים און קום דאווענען מיט אנשי שלומינו; ווי נישט, אז מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו באקומט מען חיזוק אויף תפלה והתבודדות, מען באקומט חיזוק אויף אמונה.


עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.

#21 - 101 מאל ששה סדרי משנה
סיום, משניות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


האסט מיר זייער פרייליך געמאכט מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט מיר אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה.


יעצט זאלסטו נאכאמאל לערנען וועסטו זוכה זיין צו וואס די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דּוֹמֶה שׁוֹנֶה פִּרְקוֹ מֵאָה פְּעָמִים, לְשׁוֹנֶה פִּרְקוֹ מֵאָה וְאֶחָד", עס איז נישט גלייך די שכר פון דער וואס לערנט הונדערט מאל א פרק צו דער וואס לערנט הונדערט און איין מאל א פרק.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ע אויג זעט מען אז מיר דארפן זיך נישט שעמען פון קיינעם. וואו אויף די וועלט איז דא אזא זאך, אז אינגעלייט, נישט סתם אינגעלייט, נאר פשוט'ע פראסטע אינגעלייט ווי מיר און דיר, זאלן זוכה זיין צו ענדיגן הונדערט מאל ששה סדרי משנה?! וואו אויף די וועלט איז דא אזא זאך אז פראסטע אינגעלייט זאלן זיין דבוק צום אייבערשטן? יעדע זאך וואס מען דארף, יעד זאך וואס מען וויל בעט מען דעם אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים; פון וועם דארפן מיר זיך שעמען?!


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט מיר שטענדיג זאגן: "יואל, מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער ישיבה פון קיין שום ישיבה אויף דער וועלט"; ממש אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נפתלי (ווען דער רבי האט אים געבעטן צו זינגען און ער האט זיך געשעמט): "נפתלי, וואס האבן מיר זיך צו שעמען? בשבילנו נברא העולם (חיי מוהר"ן, סימן רטו)!"


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; לעב מיט איר אזוי ווי דו האסט געלערנט ביי מיר, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות. געדענק, דער אייבערשטער איז איבעראל, אין שול, אין כולל, אין ארבעט און אויך אין שטוב מיט די ווייב וכו', וכו'.

#20 - הנהגות פאר א נייעם בית המדרש "היכל הקודש"
אמונה, בית המדרש, היכל הקודש, אמונת חכמים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, מתפללי בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב בשכונת קענווי איילענד, ענגלאנד, ה' עליהם יחיו.


איך וויל אייך וואונטשן א מזל טוב פאר'ן עפענונג פונעם בית המדרש היכל הקודש; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט'ן בית המדרש אריין צו ברענגען א ליכטיגקייט אין די גאנצע געגנט.


דא האט איר אפאר נקודות ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש:


א. איר זאלט זיך מוסר נפש זיין עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך; קיינער זאל נישט טרעטן אויפ'ן צווייטן און זיך נישט גרויסן אויף א צווייטן, זוכט נאר דאס גוטס איינער ביים צווייטן וועט איר האבן זייער א שטארקע הצלחה.


אחדות קען נאר זיין ווען קיינער וויל נישט גארנישט, מען וויל נאר איין זאך: "אריין ברענגען דעם גראדניק אינעם גארטן". דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא) אז דער אמת'ער בן מלך האט פארשטאנען אז מען וועט נעמען דעם מענטש (דעם הייליגן רבי'ן) און מען וועט אים אריין ברענגען אינעם גארטן (אין די וועלט) וועט יעדער איינער קענען אריבער גיין דעם גארטן (וועלט) בשלום; אזוי האט דער אמת'ער בן מלך פארשטאנען, ווייל ער איז דאך געווען א מבין דבר מתוך דבר און פון ווען ער האט אריין געברענגט דעם גראדניק אינעם גארטן זענען אלע אריין, און ווען מען האט אנגעהויבן יאגן וכו' האט מען זיך געשטעלט נעבן דעם מענטש (דעם צדיק) און אלע זענען אריבער בשלום.


אויב איר וועט נאר וועלן דאס טון, איר וועט וועלן אריין ברענגען דעם רבי'ן אין די וועלט, אז אלע מענטשן וואס דרייען זיך אין די וועלט זאלן זיך קענען ראטעווען ווען מען הויבט אן יאגן, וועט איר זייער מצליח זיין; אויב עס וועט זיין אנדערע אינטערעסן וועט נישט זיין קיין הצלחה.


ב. מען זאל אסאך רעדן פון אמונה און פון צדיק; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז ער זאל שרייבן חידושי תורה, און ביי צוויי זאכן זאל ער פארשפרייטן זיין פען; דאס הייסט ער זאל שרייבן באריכות ווען ער שרייבט איבער דעם ענין פון 'אמונה' און פון 'צדיק', ביי די צוויי זאכן זאל ער שרייבן אסאך, ווייל דאס איז דער יסוד אין אידישקייט, אז מען לעבט מיט אמונה פאלט אוועק אלע פראבלעמען. און אז מען האט א צדיק, א רבי וואס שטארקט און הייבט אויף יעדן איינעם - וואס נאך דארף מען?


געדענקט וואס דער רבי האט געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#19 - מיט די עטליכע מענטשן וועט איר באלייכטן די גאנצע שטאט
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, אחדות, פארלערנען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אנגעהויבן בויען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן; איר זענט זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך ביי די יארצייט פון מוהרא"ש זיך מחזק זיין און זיך שטארקן מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


איר שרייבט אז איר האט געהאט פיר מענטשן ביי די צוזאמקום; אזוי הויבט זיך אן בויען א בית המדרש. ביי אונז אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעהויבן פונקט אזוי, עס האט זיך אנגעהויבן מיט אפאר מענטשן, מען האט נישט געהאט קיין מנין און מען האט זיך זייער געמוטשעט; רוב שבתים איז מען זיך צוגאנגען אן קיין מנין, מען פלעגט ווארטן שבת אינדערפרי אויף מנין ביז חצות און נאכדעם איז מען זיך צוגאנגען וכו'. שפעטער איז שוין געווארן א געהעריגע מנין ביז עס איז זיך צואוואקסן צו א ישיבה און נאכדעם א תלמוד תורה און מיידל סקול.


דער עיקר זאלט איר זען אז אלע דיבורים וואס איר רעדט ווען איר נעמט זיך צוזאמען זאל זיין דיבורים פון חיזוק פון רבינ'ס ווערטער, אזוי וועט איר האבן אן אויסטערלישע הצלחה; עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איר וועט האבן גרויס מנין, עס וועט ארויסגיין פון אייער מנין א ליכטיגקייט פאר גאנץ לאנדאן.


בנוגע ווער עס זאל פארלערנען; הויבט אן אז יעדער זאל פארלערנען, גייט אין א סדר, איין וואך דער נאכדעם א צווייטער. אזוי האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג ווען מען האט געפענט דעם בית המדרש היכל הקודש, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. שפעטער האט מען דאס איינגעטיילט צווישן צוויי דריי אינגעלייט, זיי האבן פארגעלערנט ווייל זיי האבן געהאט גוטע דיבורים, ביז שפעטער איז עס געבליבן ביי איינעם, ביי דעם וואס האט א כח צו מחזק זיין אלעמען.


האלטס אייך באחדות וועט איר האבן הצלחה; דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".

#18 - בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים
הפצה, הכנסת אורחים, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מחזק אנשי שלומינו אין ירושלים; דו האסט מיסד געווען א מנין ביי דיר אין שטוב, דו געבסט אוועק דיין שטוב מען זאל דארט קענען דאווענען און זיך מחזק זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:) אויפ'ן פסוק (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ", דער אייבערשטער האט געבענטשט דעם עובד אדום ווייל ער האט אריין גענומען דעם ארון צו זיך אין שטוב, "וַהֲלֹא דְּבָרִים קַל וָחֹמֶר, וּמָה אָרוֹן שֶׁלֹּא אָכַל וְשָׁתָה אֶלָּא כִּבֵּד וְרִבֵּץ לְפָנָיו כָּךְ, הַמְאָרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ וּמַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ וּמְהַנֵּהוּ מִנְּכָסָיו עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", זאגן חז"ל, מה דאך ווען ער האט אריין גענומען דעם ארון - וואס איז נישט א מענטש און עס איז נישט דא ביי דעם קיין עסן און טרינקען, האט ער זוכה געווען אז דער אייבערשטער האט אים געבענטשט מיט קינדער וכו', איז דאך זיכער ווען מען נעמט אריין א תלמיד חכם און מען געבט אים עסן און טרינקען, אז מען ווערט געבענטשט פונעם אייבערשטן; און אז מען נעמט אריין אידישע קינדער און מען געבט זיי עסן פאר זייער נפש ונשמה, מען איז זיי מחזק מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, מען טרינקט אן ביימער - איז דאך זיכער אז מען ווערט געבענטשט פונעם אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט. דער עיקר זאלסטו מחזק זיין די אינגעלייט און בחורים זיי זאלן עוסק זיין ווי מער אין הפצה צווישן דעם היימישן עולם; עס גייט אריבער היינטיגע צייטן אויף בחורים און מיידלעך ביטערע שווערע נסיונות, אזוי אויך אויף אינגעלייט און נאר די ספרים און קונטרסים איז זיי מחזק און דערהאלט זיי.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון שהיא רחמים גדולים, דיין קינד זאל זיין געזונט און שטארק און האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - איך ליידן דיר פערזענליך צום שבת סיום הש"ס
חברים, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך ליידן דיר פערזענליך צום שבת סיום הש"ס – שבת התוועדות תלמידי הישיבה, תלמידי היכל הקודש, שבת פרשת ויגש אין די קראו"ן פלאז"א האטעל.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט אנטייל נעמען, זיך מחזק זיין אז מיר ווייסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, פון דעם דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), א וועג צו לערנען תורה פאר יעדן איינציגסטן איד, אפילו מען האט א שוואכע פארשטאנד, אפילו מען איז טרוד מיט פארשידענע טרדות וכו', וכו', קען מען נאך אלץ לערנען תורה יעדן טאג, און ביז א קורצע צייט קומט מען אן זייער אסאך. מען קען זוכה זיין ביז א פאר יאר צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה ובריתות, בבלי און ירושלמי, ספרא, ספרי און מכילתא, אלע מדרשים, רמב"ם, טור שלחן ערוך, און אזוי ווייטער.


איך ווארט אויף דיר, איך בענק נאך דיר און איך קוק ארויס אויף דיר; איך האף און איך ווארט ווען דו וועסט קומען אין ישיבה לערנען און דאווענען פאר'ן גיין צו די ארבעט, אדער נאך א טאג ארבעט, אדער לכל הפחות צום ליל שישי שיעור לאברכים.


קיינער וועט נישט האבן פון דעם אז דו דרייסט זיך צווישן תלמידי היכל הקודש, נאר דו אליינס און דיינע קינדער; דו וועסט מרוויח זיין פון זיין א חלק פון רבינ'ס לייט.


איך האב דיר ליב.

#16 - רעד שיין צו דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין צו עשירות
שלום בית, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף היינט נאכט צו קומען צו דיר אין "בית שמש", אזוי ווי איך האב דיר געזאגט אז אויב איר וועט מאכן א מנין, איר וועט דאווענען צוזאמען וועל איך קומען צו אייך.


אם ירצה ה' יעדעס מאל איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך קומען צו אייך און אזוי אויך צו אנדערע בתי מדרשים פון תלמידי היכל הקודש.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט פארגעסן די נס, די גרויסע ריזיגע נס אז דו האסט באקומען א טייערע ווייב תחי'; זאלסט איר האלטן טייער, זאלסט איר האלטן חשוב.


ביים רבי'ן איז האבן שלום בית געווען א יסוד היסודות; איך בעט דיר מיין ליבער תלמיד, רעד שיין צו דיין ווייב און הער אויס אירע ווייטאגן, וועסטו זוכה זיין צו עשירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דאס גאנצע עשירות איז תלוי אין די ווייב.


איך האף זיך צו זען מיט דיר היינט נאכט.


איך האב דיר ליב.

#15 - מ'דארף זיין אנגעטון ריין און צוזאמגענומען
שלום בית, ריינקייט, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


געב אכטונג צו גיין אנגעטון ריין; אז דיין ווייב איז יעצט נישט בכח צו ריין מאכן דיינע קליידער איז דאס נישט קיין תירוץ אזוי ארום צו גיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיד.): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁנִּמְצָא רְבַב עַל בִּגְדּוֹ חַיָּיב מִיתָה", א תלמוד חכם וואס גייט מיט פלעקן איז חייב מיתה; ווייל ער איז גורם אז מענטשן זאלן זיך אוועק ציען פון זיין תלמידי חכמים, מען וועט זיך עקלען פון תלמידי חכמים.


בפרט א ברסלב'ער חסיד דארף נאך מער אכטונג געבן צו גיין אנגעטון ריין און צוזאמגענומען, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכז): "הַבְּגָדִים בְּעַצְמָן תּוֹבְעִין אֶת הָאָדָם אִם לא נִזְהָר בִּשְׁמִירָתָן לְכַבְּדָן כָּרָאוּי וּלְהַחֲזִיקָן בִּנְקִיּוּת", די קליידער זענען תובע א דין אויפ'ן מענטש וואס היט זיי נישט.


א תלמיד היכל הקודש דארף וויסן אז אויב די ווייב האלט נישט ריין די שטוב; וואשט נישט די וועש; געשיר, וכו', דארף מען דאס אליינס טון, מען טאר נישט וואוינען ווי א בעל חי.


גיי יעדן טאג אין שויער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם ... בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ", א מענטש זאל זיך וואשן דעם גאנצן גוף לכבוד דעם אייבערשטן כאטשיג איינמאל א טאג, אויב נישט צוויי מאל; גיי נישט מיט וועש מער ווי איין טאג (חוץ אן ארבעטס העמד וכדו').


איך זאג דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב און איך וויל דיין הצלחה.

#14 - בית המדרש "היכל הקודש" בית שמש
בית המדרש, היכל הקודש, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע חשוב'ע תלמידים, תלמידי היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר האט זיך צוזאמגענומען מאכן א מנין צו דאווענען צוזאמען אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איר זאלט זיך פירן אין בית המדרש אזוי ווי מען האט זיך געפירט ביי מוהרא"ש און אזוי ווי איר האט געזען אלע יארן אין ישיבה; מאכט נישט קיין נייע זאכן, ווי למשל זינגען יעדן שטיקל ביים דאווענען וכו', דאוונט אזוי ווי מען האט געדאוונט אין ישיבה אלע יארן און אזוי ווי מען האט געדאוונט ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה.


דער עיקר הצלחה פון א שול איז ווען מען איז באחדות, איר זאלט שטענדיג געדענקען דעם מאמר הזוהר וואס מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן; עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#13 - מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן צו בלייבן אין "היכל הקודש"
היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ווען מיר שטייען שוין ביים ענדע פונעם יאר, ביים אנהויב פונעם נייער יאר – וויל איך דיר וואונטשן זאלסט האבן א זיס ליכטיג יאר און דו זאלסט קענען ערציען דיינע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין טייערע ווייב תחי'.


דאס ווייסטו אוודאי אז דער יצר הרע ימח שמו האט זייער פיינט אונזער פלאץ "היכל הקודש"; ער טוט אלעס אויף דער וועלט אוועק צו שלעפן און אפקילן א מענטש פון "היכל הקודש". דעריבער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן, און מען זאל געדענקען דאס גוטס און די טובות וואס דער רבי האט מיט אונז געטון.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב נאך מער פון אמאל, גארנישט ווייניגער פון אמאל און ווארט צו זען דיין הצלחה.

#12 - זיך דרייען אין א גוטע סביבה
חברים, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן אז דו ביסט געווען נעכטן נאכט ביים שיעור אין שטעטל, דו האסט מיט געהאלטן דעם שיעור דורכ'ן לייוו הוק-אפ; איך האף אז דאס וועט דיר צוריק אויפפרישן און דיר אנווארעמען.


עס איז גוט דו זאלסט זיך דרייען צווישן תלמידי היכל הקודש; פון מאנטיסעלאו ביז ליבערטי איז נישט ווייט, כאפ זיך אריבער ביינאכט צום שיעור גמרא און צו שיחות חברים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס א חברותא איז; ווי וויכטיג עס איז זיך צו דרייען אין א גוטע סביבה, על כן בעט איך דיר טייערער ... נרו יאיר, שטארק זיך, דערהאלט זיך און דריי זיך אין היכל הקודש וועסטו קיינמאל נישט פאלן, און אז דו וועסט פאלן וועסטו זיך נישט צעקלאפן, דו וועסט האבן כח זיך אויפצוהייבן.


א גוט געבענטשט יאר.

#11 - אז איר ווילט זיין גוט, זענט איר א חלק פון די קהלה
חיזוק פאר פרויען, קעמפ, שערן די האר, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע אייערע כוחות, און ווערט נישט צעבראכן פון קיינעם. ביי מיר זענט איר זייער חשוב; איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען אין קעמפ מיט אייער מאן נרו יאיר, איר זענט א חלק אין אונזער קהלה. דער אינגערמאן וואס איז געשטעלט צו פארדינגען באנגעלאוס פרעגט מיר יעדע משפחה צי מען קען זיי פארדינגען א באנגעלאו, איך האב אים געזאגט אז פאר משפחת ... מיט זיין ווייב זאל ער זיכער מאכן צו פארדינגען א באנגעלאו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז איינער האט אייך געזאגט אז איר זענט נישט קיין חלק פון די קהלה "ווייל איר שערט זיך נישט אפ די האר"; איך ווייס נישט ווער עס האט אייך דאס געזאגט און איך וויל נישט וויסן ווער דאס איז, איך זאג אייך אז איר זענט א חלק פון די קהלה ווייל איר ווילט זיין גוט און איר זענט גוט.


בנוגע אפשערן די האר וכו'; דאס איז געווען מוהרא"ש'ס רצון, אז מען זאל זיך אפשערן און ווער עס קען נישט און איז נישט מסוגל אויף דעם וכו' וכו' זאל זייער אכטונג געבן אז די האר זאל זיין אינגאנצן צוגעדעקט. אבער מען מיינט נישט צו זאגן אז ווער עס שערט נישט די האר איז נישט א חלק פון קהלת היכל הקודש; פארקערט, מיר פרייען זיך מיט אייער משפחה און מיר קוקן אויף אייך שיין, די וואס מאכן מחלוקת און זענען מחרחרי ריב - זיי זענען נישט א חלק פון אונזער קהלה אפילו זיי דרייען זיך אונטער די פיס און שטעלן זיך אהער ווי ווער ווייסט וואס וד"ל.


וואויל איז אייך אז איר טוט זיך אן בצניעות; קוקטס נישט אויף קיינעם, דער עיקר זאלט איר ווייטער לעבן מיט אייער טייערער מאן באהבה ובשלום. איך האב זייער ליב אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש און איר זענט אויך זייער גוט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#10 - טייל דיך נישט אפ פון די חבורה
חברים, היכל הקודש, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בין היינט ארויסגעקומען אין קעמפ "מחנה היכל הקודש ברסלב" מאנטיסעלאו, וואו איך זיץ יעצט אונטערן בוים. עס איז ממש מעין עולם הבא; מה אשיב לה' - כל תגמילוהי עלי, אז מיר האבן א פלאץ וואס איז געבויט אויף אמונה, קדושה און טהרה.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט קומען אין קעמפ און זיך נישט אפטיילן פון אונזער חבורה; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ"; פארוואס זאלסטו בלייבן אין שטאט איינזאם, איינער אליינס? קום אין קעמפ זיין צוזאמען מיט אלע טייערע חברים וואס לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב, דו זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


שטארק זיך אין התבודדות; פרוביר אויס די עצה פון התבודדות – רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט יעדן טאג, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך דיר טוישן.

#9 - די 63'סטע מאל ששה סדרי משנה
משניות, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר מחי' געווען מיטן שרייבן אז דו האסט מסיים געווען די 63'סטע מאל ששה סדרי משנה; זה חלקי מכל עמלי, דאס איז מיין גאנצע ציל מיט די ישיבה - אויפצושטעלן ערליכע יונגעלייט וואס לערנען און דאווענען און זענען מכבד די ווייב.


דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין אזויפיל מאל משניות; משניות רייבט ארויס פונעם מענטש אלע פלעקן פון זיינע עבירות, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען לערנט משניות.


בנוגע אז דער גבאי פון בית המדרש 'היכל הקודש' אין מאנסי בעט דיר דו זאלסט אים העלפן וכו'; אז עס איז דיר אונטער געקומען די מצוה פון ראטעווען דעם מאנסי'ער בית המדרש זאלסטו אודאי עוסק זיין אין די מצוה.


איך טראכט זייער אסאך פון דיר און איך בעט פאר דיין הצלחה; דיין שוואגער האברך ... נרו יאיר געבט מיר איבער יעדן חודש אז דו העלפסט ארויס די ישיבה מיט זייער שיינע סכומים; איך דאנק דיר פאר דעם, געב נאר אכטונג אז דו זאלסט נישט ווערן קיין בעל חוב, איך האף אז דו מאכסט נישט קיין חובות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט ארויס גיין פון אלע דיינע חובות.