בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - נאר עלטערע קינדער גייען הפצה
חינוך הילדים, הפצה, התחזקות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו גיין מיט די קינדער הפצה; קליינע קינדער גייען נישט הפצה. אז א טאטע וויל מיטנעמען זיין קינד מיט אים בשעת הפצה איז איין זאך, אבער די חדר קען נישט נעמען גאר קליינע קינדער פאר הפצה.


ווען איר וועט האבן אין חדר עלטערע קלאסן דעמאלט איז עפעס אנדערש; אין וויליאמסבורג חדר גייען די עלטערע קינדער יעדע פרייטאג הפצה, אזוי אויך די עלטערע קינדער אין שטעטל גייען יעדן טאג הפצה מיט זייער מלמד, אבער ביי אייך אין חדר איז נאכנישט דא עלטערע קינדער, איז דאס נישט שייך.


בנוגע אהיים שיקן בילדער פון חדר; עס איז א גוטע זאך אהיים צו שיקן פאר די עלטערן יעדע וואך א בילד ווי די קינדער לערנען. יעצט פאר ראש השנה קענסט אהיים שיקן א בילד ווי מען בלאזט שופר פאר די קינדער, אויך ווי די קינדער בויען מיט די קליקס אן עראפלאן צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; נאכדעם ווי מען גייט תשליך, ווי מען שלאגט כפרות און אזוי ווייטער. פרשת נח - ווי די קינדער בויען א תיבה, וכדומה.


שטארק זיך און ווער נישט צעבראכן פון די שוועריקייטן; אזוי ווי איינער לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה טראכט ער איין זאך: 'איך דארף אנקומען דארט און דארט', ווען עס זענען דא לעכער אויפ'ן וועג שטעלט ער נישט אפ די נסיעה, ווען עס איז דא טרעפיק שטעלט ער נישט אפ די נסיעה, ער האט אין קאפ איין זאך: 'איך דארף אנקומען דארט און דארט, זאל זיין וואס זאל זיין', וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#8 - זייטס נישט צעפאלן אז טייל משפחות נעמען ארויס די קינדער
מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים ... און ... שיחיו


זייטס נישט צעפאלן אז א טייל משפחות האבן ארויס גענומען די קינדער פון אונזער תלמוד תורה. יארן צוריק ווען מיר האבן געעפנט אונזער חדר אין וויליאמסבורג האבן מיר אויך געהאט משפחות וואס האבן ארויסגענומען די קינדער; דעמאלט בין איך געווען ממש פארלוירן, איך האב געמיינט אז דער חדר וועט אונטערגיין, היינט קוק איך צוריק זע איך אז עס איז געווען נאר פאר אונזער טובה.


איך האף צו קומען קומענדיגע וואך קיין קרית יואל; איך וויל מאכן אן אסיפת הורים, איך וויל רעדן מיט אלע עלטערן וואס שיקן יעצט און וואס גייען אריין שיקן דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


 

#7 - מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר
מלמדים, מוסדות, חדר, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; אלע זענען ערליך און פירן זיך מיט יראת שמים, בפרט דיין בחור ... נרו יאיר בטל'ט נישט די צייט, אדער לערנט ער, אדער העלפט ער אדער איז ער מפיץ; איך האף אז ער וועט בקרוב א חתן ווערן.


איך וויל וויסן וואס דיין פלאן איז פאר קומענדיגע יאר, מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר - הבא עלינו לטובה.


 מיר וועלן זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין דער כתה א' מלמד, מיר קוקן ארויס אויף דעם; ביטע לאזן וויסן דעם מנהל ר' ... נרו יאיר דיינע פלענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איך האף דו וועסט ממשיך זיין מיט דיין מלמדות
מלמדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין פלאן איז פאר קומענדיגע יאר, אויב דו קומסט צוריק זיין א מלמד ביי אונז אין תלמוד תורה.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט ממשיך זיין מיט דיין מלמדות; איך ווארט דו זאלסט מודיע זיין דעם מנהל ר' ... נרו יאיר וואס דיינע פלענער זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - לאז נישט דיין זון אין א חדר וואו מ'רודפ'ט אים
אומאן, חינוך הילדים, פרנסה, חדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט האב איך געהערט דיין מעסעדזש.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט ארויסגענומען דיין זון פון די חדר.


אז די קינדער רודפ'ן אים, מען שרייט אויף אים אלע מיאוס'ע ווערטער צוליב דעם וואס ער פארט קיין אומאן, און וויפיל דו רעדסט מיט'ן מלמד ווערט נאר ערגער און ערגער - דארפסטו אים ארויסנעמען פון דארט.


שיק אים אין שטעטל חדר, דארט וועט מען אים אויפבויען; אונזערע מלמדים זענען זייער ווארעמע מלמדים, זיי געבן אכטונג אויף די קינדער מען זאל זיי נישט טשעפען.


שטארק זיך און ווער נישט פארלוירן; קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. מען האט דיר ארויסגעווארפן פון זיין א מלמד ווייל דו פארסט אויף אומאן, געדענקסט ווי אזוי די האסט דעמאלט געשפירט? דו האסט געמיינט אז עס איז עק וועלט; נאכדעם האסטו באקומען א בעסערע פרנסה, ביסט געווארן א מלמד אין א צווייטע פלאץ; אזוי וועט דער אייבערשטער דיך פירן אלץ שענער און שענער.


א גוט שבת.

#4 - קומען צייטליך אין חדר
חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד המלמדים ... נרם יאיר.


ביטע איבער געבן פאר די עלטערן אז מען קען נישט קומען אין חדר נאר אין צייט; עלטערן וואס האבן נישט קיין אחריות אויפצושטיין צייטליך אנגרייטן די קינדער צו ברענגען אין חדר - וועלן דארפן האלטן די קינדער פאר'ן גאנצן טאג. די מלמדים ווערן געשטערט און די קינדער ווערן געשטערט אז מען קומט אינמיטן סדר הלימוד.


איך בעט אייך אלע איר זאלט שטיין אויף דעם אז מען זאל האבן די אחריות אז די קינדער זאלן קומען צייטליך.

#3 - זאל מען מאכן חדר ווען ס'גייט א שניי?
חינוך הילדים, שטעטל, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראג צי מען זאל מאכן חדר אין שטעטל ווען עס גייט א שניי.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט מבטל זיין קיין איין איינציגסטע טאג פון חדר, אפילו מען וועט דיר בעטן הילף צו בויען דעם בית המקדש, זאלסט קומען מיט די קינדער העלפן שלעפן זאכן צום בית המקדש – זאלסטו נישט גיין (רמב"ם, פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב), נאר בלייבן מיט די קינדער לערנען די הייליגע תורה און זיכער ווען עס רעגנט, עס איז גליטשיג אדער עס שנייט זאלסטו מקיים זיין דעם (תהלים נה, טו): "בְּבֵית אֱלֹקִים נְהַלֵּךְ בְּרָגֶשׁ", רָגֶ"שׁ איז ראשי תיבות: ר'עגן, ג'ליטש, ש'ניי.


ביז דערווייל ווען מיר זענען נאכנישט מסודר מיט טראנספארטעישן, מיר האבן נאכנישט קיין באס און מען נעמט די קינדער מיט קארס – אויב עס גייט א שניי זאלט איר מודיע זיין פאר די עלטערן אז עס איז נישט דא קיין טראנספארטעישן, ווייל עס איז א גרויסע אחריות. נאר די עלטערן זאלן אליינס ברענגען די קינדער זייער פארזיכטיג, און מיט'ן אייבערשטנס הילף ווען מיר וועלן האבן א באס וועלן מיר קענען נעמען די קינדער, אפילו אין שווערע וועטערס.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; איך בין דיר מקנא אז דו זיצט מיט הייליגע קינדער, ריינע קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וואס אין זייער זכות שטייט די וועלט, און בזכות וואס עס איז דא דעם (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב", מען הערט קינדער לערנען, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה סה, כ): איז נישט דא קיין "יָדַיִם יְדֵי עֵשָׂו", האבן די אומות העולם נישט קיין שליטה.


פון דיין ראש ישיבה.

#2 - שטארק זיך מיט אלע כחות ווייטער ממשיך זיין צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן
שטעטל, חדר, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע כחות ווייטער ממשיך זיין צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן. דו האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, יעצט דארף מען גיין ווייטער.


דו האסט א גאר גרויסער חלק אין אלעס; אנגעפאנגען מיט די ישיבה, דו ביסט מיר געשטאנען אלע יארן צו מיין רעכטע האנט מיר צו העלפן, אויך מיט די תלמוד תורה און מיידל סקול וכו', יעצט בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן אויפבויען א קרי' אויפ'ן רבינ'ס נאמען.


ביז דערווייל נעם איך נישט אויף א מנהל פאר'ן תלמוד תורה; בעט איך דיר דו זאלסט האבן דיין אפיס ביים תלמוד תורה כדי דו זאלסט זיך קענען אומקוקן אויף די מלמדים צי זיי זענען צייטליך וכו' און טוען זייער ארבעט בנאמנות; זאלסט מיר יעדן טאג שרייבן אפאר ווערטער מיט אלע פרטים.


דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כחות; זע עס זאל זיין ביי ענק אין שול אן אויר הזך והנח, א לויטערע לופט, א לופט פון אהבה, אחוה, שלום וריעות.


פון דיין חבר וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - אריינצולייגן שמחה אין די קינדער
חינוך הילדים, שמחה, הפצה, מוסדות, רענט, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער און געקומען לערנען אין כולל גמרא און הלכה.


גלייב מיר אז עס לוינט זיך נישט צו פאקן באקסעס פאר פופצן דאלער א שעה, עס איז א גרויס רחמנות אויף אינגעלייט וואס ווערן עבדים פאר זייער גאנץ לעבן; ענדערש לערן און כולל און נאכדעם גיי הפצה, ביים גיין הפצה מאכט מען אין איין שעה מער וואס אן ארבייטער מאכט במשך א גאנצע טאג.


יישר כח פארן העלפן אין חדר אריינצולייגן אין די קינדער "שמחה"; דער עיקר דארף מען זען עס זאל הערשן א פרייליכע אטמאספער אז די קינדער זאלן ליב האבן חדר, ליב האבן צו זיין א איד און זיך פרייען מיט די מצוות ומעשים טובים.


דו אליינס ביסט דאך א תלמיד פון אונזער חדר; דו געדענקסט אוודאי ווי לעבעדיג דיין שוואגער האברך ... נרו יאיר פלעגט מאכן די קינדער, די קינדער האבן נאר געוואלט קומען אין חדר, ער האט אריינגעבאקן אין זיי אמונה מיט יראת שמים.


יעצט ווען עס איז געקומען דיין רייע דאס צו טון, זאלסטו זיי אויך מאכן פרייליך.


אויך וויל איך דיר זאגן א יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א ליכטיגן חנוכה.


...