בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - קומען צייטליך אין חדר
חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד המלמדים ... נרם יאיר.


ביטע איבער געבן פאר די עלטערן אז מען קען נישט קומען אין חדר נאר אין צייט; עלטערן וואס האבן נישט קיין אחריות אויפצושטיין צייטליך אנגרייטן די קינדער צו ברענגען אין חדר - וועלן דארפן האלטן די קינדער פאר'ן גאנצן טאג. די מלמדים ווערן געשטערט און די קינדער ווערן געשטערט אז מען קומט אינמיטן סדר הלימוד.


איך בעט אייך אלע איר זאלט שטיין אויף דעם אז מען זאל האבן די אחריות אז די קינדער זאלן קומען צייטליך.

#3 - זאל מען מאכן חדר ווען ס'גייט א שניי?
חינוך הילדים, שטעטל, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראג צי מען זאל מאכן חדר אין שטעטל ווען עס גייט א שניי.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט מבטל זיין קיין איין איינציגסטע טאג פון חדר, אפילו מען וועט דיר בעטן הילף צו בויען דעם בית המקדש, זאלסט קומען מיט די קינדער העלפן שלעפן זאכן צום בית המקדש – זאלסטו נישט גיין (רמב"ם, פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב), נאר בלייבן מיט די קינדער לערנען די הייליגע תורה און זיכער ווען עס רעגנט, עס איז גליטשיג אדער עס שנייט זאלסטו מקיים זיין דעם (תהלים נה, טו): "בְּבֵית אֱלֹקִים נְהַלֵּךְ בְּרָגֶשׁ", רָגֶ"שׁ איז ראשי תיבות: ר'עגן, ג'ליטש, ש'ניי.


ביז דערווייל ווען מיר זענען נאכנישט מסודר מיט טראנספארטעישן, מיר האבן נאכנישט קיין באס און מען נעמט די קינדער מיט קארס – אויב עס גייט א שניי זאלט איר מודיע זיין פאר די עלטערן אז עס איז נישט דא קיין טראנספארטעישן, ווייל עס איז א גרויסע אחריות. נאר די עלטערן זאלן אליינס ברענגען די קינדער זייער פארזיכטיג, און מיט'ן אייבערשטנס הילף ווען מיר וועלן האבן א באס וועלן מיר קענען נעמען די קינדער, אפילו אין שווערע וועטערס.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; איך בין דיר מקנא אז דו זיצט מיט הייליגע קינדער, ריינע קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וואס אין זייער זכות שטייט די וועלט, און בזכות וואס עס איז דא דעם (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב", מען הערט קינדער לערנען, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה סה, כ): איז נישט דא קיין "יָדַיִם יְדֵי עֵשָׂו", האבן די אומות העולם נישט קיין שליטה.


פון דיין ראש ישיבה.

#2 - שטארק זיך מיט אלע כחות ווייטער ממשיך זיין צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע כחות ווייטער ממשיך זיין צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן. דו האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, יעצט דארף מען גיין ווייטער.


דו האסט א גאר גרויסער חלק אין אלעס; אנגעפאנגען מיט די ישיבה, דו ביסט מיר געשטאנען אלע יארן צו מיין רעכטע האנט מיר צו העלפן, אויך מיט די תלמוד תורה און מיידל סקול וכו', יעצט בעט איך דיר דו זאלסט מיר העלפן אויפבויען א קרי' אויפ'ן רבינ'ס נאמען.


ביז דערווייל נעם איך נישט אויף א מנהל פאר'ן תלמוד תורה; בעט איך דיר דו זאלסט האבן דיין אפיס ביים תלמוד תורה כדי דו זאלסט זיך קענען אומקוקן אויף די מלמדים צי זיי זענען צייטליך וכו' און טוען זייער ארבעט בנאמנות; זאלסט מיר יעדן טאג שרייבן אפאר ווערטער מיט אלע פרטים.


דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כחות; זע עס זאל זיין ביי ענק אין שול אן אויר הזך והנח, א לויטערע לופט, א לופט פון אהבה, אחוה, שלום וריעות.


פון דיין חבר וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - אריינצולייגן שמחה אין די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, הפצה, מוסדות, חדר, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער און געקומען לערנען אין כולל גמרא און הלכה.


גלייב מיר אז עס לוינט זיך נישט צו פאקן באקסעס פאר פופצן דאלער א שעה, עס איז א גרויס רחמנות אויף אינגעלייט וואס ווערן עבדים פאר זייער גאנץ לעבן; ענדערש לערן און כולל און נאכדעם גיי הפצה, ביים גיין הפצה מאכט מען אין איין שעה מער וואס אן ארבייטער מאכט במשך א גאנצע טאג.


יישר כח פארן העלפן אין חדר אריינצולייגן אין די קינדער "שמחה"; דער עיקר דארף מען זען עס זאל הערשן א פרייליכע אטמאספער אז די קינדער זאלן ליב האבן חדר, ליב האבן צו זיין א איד און זיך פרייען מיט די מצוות ומעשים טובים.


דו אליינס ביסט דאך א תלמיד פון אונזער חדר; דו געדענקסט אוודאי ווי לעבעדיג דיין שוואגער האברך ... נרו יאיר פלעגט מאכן די קינדער, די קינדער האבן נאר געוואלט קומען אין חדר, ער האט אריינגעבאקן אין זיי אמונה מיט יראת שמים.


יעצט ווען עס איז געקומען דיין רייע דאס צו טון, זאלסטו זיי אויך מאכן פרייליך.


אויך וויל איך דיר זאגן א יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א ליכטיגן חנוכה.


...