בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד תלמידות בית פיגא שתחיו
איך וויל אייך זייער בעטן, אויב איר קומט שבת אין שול - זאלט איר זיך פירן מיט דרך ארץ. א שול איז נישט קיין פלאץ וואו מען קומט זיך אויסלופטערן, א שול איז א פלאץ וואו מען קומט דאווענען צום אייבערשטן.
איך הער צוריק גריסן אז געוויסע תלמידות קומען אין שול, מען רעדט און מען שמועסט ביים דאווענען. ווען מען זאגט כתר בלייבט מען זיצן, מען דאווענט נישט מיט. אזוי אויך, ווען מען זאגט קדושה בלייבט מען זיצן און שמועסן. עס קען זיין אז איר ווייסט נישט דאס הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען; רעדן ביים דאווענען איז נישט אויסגעהאלטן, ווען מען דאווענט טאר מען נישט שמועסן, מען טאר נישט דעמאלט רעדן.
נאכן דאווענען קען מען זיך באגריסן איינער דעם צווייטן, מען קען שמועסן, אבער בשעת'ן דאווענען איז מען שטיל. דער ספר חסידים ברענגט א מעשה (סימן נח; הובא בבאר היטב אורח חיים סימן רסח, סעיף קטן יב) אמאל איז געווען א גרויסער צדיק, ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי ער זעט א צדיק וואס איז שוין נפטר געווארן מיט א שרעקעדיגע פנים, דער קאליר איז געווען גרין און ער האט אויסגעזען זייער שלעכט; דער צדיק האט געפרעגט אין חלום פונעם אנדערן צדיק: "וואס גייט פאר? פארוואס ביסטו אזוי גרין? פארוואס זעסטו אויס אזוי שלעכט?!" האט דער נפטר געזאגט: "וואס זאל איך טון, מען שטראפט מיר יעצט; ווייל איך פלעג רעדן שבת ביינאכט אין שול ווען מען האט געזאגט ויכולו השמים, אויך פלעג איך שמועסן ביי קדיש און אויך האב איך זיך נישט געשניטן די נעגל ערב שבת"; זעט מען פון דעם אז אויב מען רעדט ביים דאווענען, אפילו מען איז א גרויסער צדיק - באקומט מען א עונש.
דאס איז געזאגט געווארן ביי סתם מענטשן, ווען מען קומט אין שול דארף מען קומען מיט דרך ארץ און דאווענען; זיכער ביי ברסלב'ע תלמידות אנשי שלומינו וואס דער רבי האט אזוי שטארק געוואלט מיר זאלן האבן דרך ארץ; דארפן מיר זיין שטיל ביים דאווענען.
מיר ווייסן דאך אביסל וואס דאווענען איז, דער רבי האט אונז געגעבן א טעם אין דאווענען; דאווענען איז דאך א צייט וואס מען רעדט צום אייבערשטן, א צייט וואס מען איז איינס מיט'ן אייבערשטן; דארפט איר זיכער אכטונג געבן מיט צו דאווענען מיט דרך ארץ.
אויב מען קומט אין שול זיך טרעפן מיט חבר'טעס בעט איך אייך איר זאלט נישט קומען; איר זאלט בלייבן אין שטוב. אויב איר ווילט קומען דאווענען, איר ווילט זאגן די זיסע ווערטער פון נקדישך, די האניג ווערטער פון כתר, ווי מען דאנקט דעם אייבערשטן, וואס אפילו די מלאכים האבן נישט קיין רשות צו דאנקען דעם אייבערשטן נאר איינמאל, ווען מען געבט זיי רשות; מיר אידן קענען יעדן טאג זאגן: "קדוש, קדוש, קדוש"; דעמאלט קענט איר קומען.
איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב שוין אסאך מאל געקלערט פון אפשפארן דעם ווייבער שול, בפרט אין שטעטל וואס מען הערט אריין גערודער צו די מענער זייט; עס זעט אויס ווי מען קומט אין שול זיך טרעפן מיט חבר'טעס, צו פארברענגען.
איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער; בשעת מען דאווענט וועט איר נישט שמועסן, איר וועט מיט דאווענען. ווען מען זאגט נקדישך וועט איר שטיין שטיל און מיטזאגן די הייליגע ווערטער, אזוי אויך ביי כתר; וועט איר האבן ערליכע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.