בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#184 - אין ברסלב לערנט מען וואו צו גיין ווען מ'האט א צרה
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב זייער הנאה געהאט פון די מעשה וואס דו האסט מיר דערציילט, וואס דו האסט געהאט מיט דיין חבר'טע פון די סקול וואו דו האסט געלערנט איידער דו ביסט אריינגעקומען לערנען אין "בית פיגא".


זי האט דיר געפרעגט וואס דו באקומסט אין ברסלב אז דו ביסט ארויס פון יענע סקול אין געגאנגען קיין ברסלב, האסטו איר געפרעגט וואס זי טוט ווען זי האט א צרה, זי האט געטראכט און געטראכט ביז זי האט דיר געזאגט: "איך גיי אין בעט, איך דרוק צו דעם קישן צום פנים און איך וויין", האסטו איר געזאגט וואס מען לערנט אין בית פיגא, אז ווען מען האט א צרה, ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי מען וויל - זאל מען גיין צום אייבערשטן און צו אים וויינען, נישט וויינען צום קישן... האסט איר געזאגט מיט שטאלץ וואס מען לערנט ביי אונז, וואס דער רבי לערנט אונז, מיר זאלן שטענדיג געדענקען אז מיר זענען נישט אליינס, 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'.


שטארק זיך און שטארק אלע דיינע חבר'טעס פון דיין אלטע סקול, זיי זאלן אויך וויסן אז מען קען אויך לעבן א געשמאקע לעבן פול מיט פאן און פארגעניגן צוזאמען מיט'ן אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.

#183 - אז דו קענסט נישט זיין צניעות'דיג, כאטש בעט אויף דעם
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן געווארן פון מיין בריוו; אויב דו קענסט נישט טון וואס איז ריכטיג, דו שפירסט ווי דו ווילסט נישט זיין צניעות'דיג, דו ווילסט טון זאכן וואס איז נישט ריכטיג - דארפסטו נישט ווערן פון דעם צעבראכן, דו קענסט בעטן דעם אייבערשטן זאלסט איין טאג וועלן זיין גוט און וועלן גיין איידל אנגעטון.


בנוגע פארבן די נעגל; איך זאג דיר נאכאמאל: 'נעיל פאליש איז א חציצה, א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט דעם', און אויב דו ווילסט יא לייגן נעיל פאליש זאלסטו כאטש וויסן וואס איז ריכטיג און אויף וואס צו בעטן. זאלסט בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן די שטארקייט דאס נישט צו לייגן.


איך האב רחמנות אויף דיר; דו ווערסט צעריסן, פון איין זייט האסטו דעם רבי'ן, דו ווילסט האבן די לעבן פון רבי'ן, דו ווילסט שפירן א טעם אין לעבן, א פרייליכקייט אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט ווען דו גייסט אהיים און דיין משפחה מאכט חוזק פון צניעות, זיי מאכן אוועק די שיינע אידישע לעבן - ווערסטו אזוי צעריסן אז דו האסט נישט קיין כח זיך צו דערהאלטן.


איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; אפילו דו פאלסט דורך וכו' וכו' - איז דער אייבערשטער ווייטער מיט דיר, ער האט דיך ליב און ער ווארט דו זאלסט רעדן צו אים און אים בעטן ער זאל שטענדיג זיין מיט דיר.


בנוגע דיין שידוך וכו'; מען ווארט אויף דיר און אויף דיינע עלטערן, ווייל די אנדערע זייט איז גרייט צו גיין ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#182 - זייט קלוג, און האלט אייך וואויל און ערליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קעמפ, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', מאנטשעסטער.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי שטארק איר זענט זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס וועג און פון אייער שטארקייט נישט צו ווערן צעפאלן פון אלע וואס שפעטן וכו'.


איר זענט א גרויסע צדקת און א קלוגע מיידל אז איר זענט געשטאנען ווייט אין קעמפ פון די מיידלעך וואס האבן זיך אויפגעפירט ווי די גוים מיט זייערע עקלדיגע מעשים השם ישמרינו; נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטע שידוך, איר וועט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב און מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן.


בנוגע אייער טאטע וכו'; מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער זאגט, דער אייבערשטער זאגט מען דארף מכבד זיין א טאטע אן קיין תנאים, אפילו דער טאטע זאל זיין צעבראכן און צעקלאפט, ער איז אזוי אראפגעפאלן ביי זיך אז זיין אויפפירונג איז נישט ווי עס דארף צו זיין - דארף מען אים אויך מכבד זיין.


דאנקטס דעם אייבערשטן אז אייער מאמע איז א צדקת, זי פירט זיך מיט יראת שמים; האלט זיך שטארק מיט איר, גייטס אין אירע וועגן און אין די זעלבע צייט זאלט איר מכבד זיין אייער טאטע ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אפילו איר האט אים נישט ליב.


בנוגע די מאווי"ס וואס איר האט אוועק געווארפן; איר ווייסט נישט וואס פאר א גוטע זאך איר האט געטון פאר זיך, איר ווייסט נישט ווי שיין און גוט אייער לעבן וועט אייך זיין. ווען מיידלעך זאלן וויסן ווי שלעכט עס איז פאר זיי דאס קוקן מאווי"ס - וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעהויבן דאס צו קוקן, עס הרג'עט דאס לעבן. איך האף אז איר וועט פארגעסן פון אלע מאווי"ס און איר וועט מער נישט ליב האבן די עקטערס.


זאגטס ווייטער תהילים, פרובירטס צו ענדיגן יעדע וואך תהילים, דאס וועט אויסוואשן אייער נשמה איר זאלט זיין ריין און לויטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#181 - א יונגע מיידל קען זיין מער ערוואקסן ווי אן עלטערע מיידל
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער זומער איז אריבער אזוי שיין ביי ענק אין קעמפ, דו האסט הנאה געהאט יעדע רגע און יעדע סעקונדע.


עס וועט נישט נעמען צו לאנג און דו וועסט ווערן א כלה למזל טוב; עס האט נישט צו טון ווי אלט מען איז. עס קען זיין א מיידל פון צוואנציג יאר וואס ווייסט נאכנישט וואס דאס לעבן איז, און עס קען זיין א יונגע מיידל פון צוועלף יאר וואס איז שוין גרייט פאר'ן לעבן.


וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - זאלסטו בעטן נאר פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#180 - ווען דו קומסט אהיים פון קעמפ, העלף דיין מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט ווען מען גייט אהיים פון קעמפ זאלסטו אסאך העלפן דיין מאמע; א גאנץ זומער האט דיין מאמע נישט געהאט דיין הילף, זי האט זיך אליינס געדארפט פארען מיט די שטוב ארבעט, מיט די קינדער וכו' וכו'; דארפן אלע מיידלעך וויסן אז ווען מען קומט אהיים נאכן זיין פאר לאנגע וואכן אין קעמפ דארף מען העלפן די מאמע מיט שמחה.


די קעמפ האט גרויסע מעלות, אויך האט עס גרויסע חסרונות; די גרעסטע חסרון איז אז עס זענען דא מיידלעך וואס ווערן צוגעוואוינט צו גארנישט טון, מען פארגעסט וואס מיינט העלפן, מען פארגעסט וואס מיינט א מאמע, מען איז אריין געטון אין פארוויילונג און שפילן, מען ווערט אזוי פארשפילט אז מען פארגעסט וואס לעבן איז.


איך האף אז דו וועסט זיין פון די מיידלעך וואס וועלן אהיים קומען צום שטוב און נישט אויפהערן העלפן די מאמע מיט שמחה, איר העלפן אזוי סאך אויפ'ן גאנצן זומער וואס מען האט נישט געקענט העלפן.


זארג נישט פאר דיין שידוך, דו וועסט טרעפן א גוטער ערליכער וואוילער בחור; איך געב דיר די זעלבע ברכה וואס איך געב פאר אלע תלמידות וואס פירן זיך ווי מען לערנט אין בית פיגא, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך, א בחור א תלמיד חכם און א ירא שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#179 - מ'דארף אריינלייגן צניעות מיט א ליבשאפט
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, בארא פארק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער שאקירט פון די מעשה וואס דו שרייבסט; פון איין זייט דערשראקן, אז א מיידל האט דיר שטילערהייט דערציילט, איר פלאן איז געווען אז זי גייט זיך אויפרייסן דעם זומער, זי גייט אפלאזן איר צניעות ווייל זי קומט פון א סקול וואס דארט לייגט מען אריין צניעות מיט צווינגען, מען געבט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג; זי האט דיר דערציילט אז זי האט געהאט א פלאן צו טון שלעכטע זאכן ביז זי איז אנגעקומען אין בית פיגא קעמפ און זיך דערזען מיט מיידלעך וואס האבן ליב צניעות, זי האט אפגעמאכט אז זי גייט בלייבן מיט איר צניעות, זי גייט בלייבן איידל אנגעטון; פון די אנדערע זייט בין איך זייער פרייליך ווי אזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.


דו זאלסט רעדן שיין צו יעדן איינעם, אפילו דו זעסט מיידלעך וואס גייען נישט אנגעטון אזוי ווי מען דארף - זאלסטו זיי ווייטער ליב האבן, זאלסט קוקן אויף זיי מיט רחמנות; ווייל באמת ווילן אלע אידן זיין גוט, אלע מיידלעך ווילן זיין ערליך, זיי ווייסן פשוט נישט אז די אידישע וועג איז גוט, די ערליכע וועג איז זיס; דאס מאכט זיי זאלן וועלן אנטלויפן און טון נישט גוטע זאכן.


זארג נישט, דיין שידוך איז שוין דא, דו גייסט שוין ווערן א כלה; דו האסט וואוילע עלטערן, זיי ווייסן וואס איז גוט פאר דיר, זיי קלויבן אויס פאר דיר א ספעציעלער בחור וואס וועט לעבן מיט דיר א לעבן מיט ליבשאפט.


איך האף דו וועסט מיר העלפן זיין א טיטשער דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#178 - פיר זיך צניעות'דיג אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן פון קעמפ, ווי די מיידלעך פירן זיך באחדות, מען איז מקרב יעדע איינציגסטע מיידל.


אויף דיין פראגע וועגן אנטון א בעידינג סוט אונטערן שווים קלייד; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב נישט געטראכט אז איך דארף נאך שרייבן אדער רעדן פון דעם נאכדעם וואס איך האב שוין געזאגט אלע יארן דאס וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם קלייד, אז דאס איז א פריצות'דיגע קלייד.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך מיך אנגעהויבן אינטערעסירן וואס עס גייט פאר; וואס איז די שאלה? וואס טוט זיך ביי די מיידלעך? ווי אזוי שווימט מען? האב איך געהערט אז נישט אלע טוען מיין ווילן, נאר געציילטע משפחות פירן זיך מיט צניעות און דיין משפחה - דו מיט דיינע שוועסטערס זענען פון די וואס טוען נישט אן די פריצות'דיגע קלייד.


דעריבער זאלסטו פאלגן דיינע עלטערן; דיינע עלטערן פארשטייען גאר גוט וואס צניעות איז, זיי פירן די משפחה זייער צניעות'דיג, זאלסט שווימען אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט.


איך פריי זיך זייער אז מיר האבן זיך משדך געווען מיט דיין משפחה, דיין שוועסטער ווערט א שנור ביי אונז למזל טוב; דאס איז אונזער ציל, זיך פירן ערליך און אידיש.


בנוגע תהילים; זוך נישט צו ענדיגן, זאג לויט דיין וועג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט. תהילים איז נישט קיין קאנטעסט - ווער עס קען ענדיגן מער מאל, תהילים איז געבעטן צום אייבערשטן, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#177 - אויפשטעלן א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך וואס זאלן ליב האבן צניעות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א בעידינג סוט איז א קלייד פון פריצות, עס טאר נישט ארויף גיין אויף א הייליגע ריינע אידישע קערפער; אפילו אונטערן שווים קלייד.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן שרייבן אזויפיל מאל פון דעם האלט איך נאך ביי א'; מיינע תלמידות ווייסן נאכאלץ נישט אז דאס איז נישט קיין אידישע קלייד.


ביי אונז אין מוסד קען מען נישט שווימען נאר מיט א שווים קלייד; ווער עס שפירט אז עס איז צו אלטמאדיש, עס איז צו כניאקיש, צו פרום - דארף זוכן אן אנדערע פלאץ וואו צו שווימען, אן אנדערע קהילה.


אזוי אויך זאלסטו איבערגעבן פאר אלע תלמידות פון בית פיגא אז קינדער דארפן גיין אנגעטון מיט טייץ פון די דריי יאר; מען קען נישט גיין מיט שטרומפ. אויב איז דאס אויך צו פרום קען מען זוכן אנדערע קהילות וואו מען שטעלט זיך נישט אויף דעם.


איך בעט דיר, העלף מיר אנקומען צו מיין ציל; עס גייט מיר אין לעבן אויפצושטעלן א ריינע דור, א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך, איידעלע ווייבלעך - וואס זאלן ליב האבן צניעות, ליב האבן איידל און זיך פרייען מיט אידישקייט. זיי זאלן זיך פארעקלען פונעם גוי, נישט האבן קיין שום שייכות מיט'ן גוי טמא און נישט אנטון זייערע קליידער וואס ברענגען אלע צרות און אלע מחלות.


איך האף דו וועסט איבערגעבן פאר אלע תלמידות מיינע ווערטער.

#176 - איר באקומט א וואוילער חתן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר ווערט שוין אט אט א כלה.


איך האב מברר געווען אויף דעם בחור, ער איז זייער א וואוילער בחור; ער איז א בעל מידות און א ירא שמים, ער קומט פון א גוטע שטוב, א שטוב וואס איז אנגעפילט מיט אמונת חכמים און ער אליינס האט אויך אמונת חכמים.


ער וועט ארויפקוקן אז איר פאלגט מוהרא"ש און איר גייט זיך אפשערן די האר גלייך נאך די חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#175 - א שאד ארומצוגיין אזוי לאנג מיט א שולד געפיל
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז דו גייסט ארום אזוי לאנג מיט א שולד געפיל, דו טראכסט אז דו ביסט די ערגסטע מענטש, דו שרייבסט אויף זיך זייער שלעכטע ווערטער; א שאד זיך צו פייניגן, דו ביסט זייער א וואויל מיידל, דו וועסט זייער שנעל טרעפן א גוטע שידוך און האבן א גוט לעבן.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט שרייבן אינעם בריוו און דו שרייבסט טויזנט פינטלעך ווייל דו האסט מורא אז איך וועל דיר אוועק ווארפן, דו האסט מורא אז אויב דו וועסט ארויס שרייבן דיין געוואוינהייט וואס דו טוסט וועסטו פארלירן דיין לעצטע פלאץ אין די וועלט; איך פארשטיי אליינס דיינע נסיונות, איך פארשטיי אלע פינטלעך און וכו' וכו'. אמת, עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט, עס איז בעסער זאלסט עס נישט טון וכו', בעט דעם אייבערשטן זאלסט עס נישט טון, אבער אז דו טוסט עס יא זאלסטו נישט טראכטן אז דו ביסט שלעכט.


זיי פרייליך וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#174 - ווארט מיט געדולד, וועסטו האבן א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי שטארק, זיי פרייליך; דו דארפסט נאך אביסל ווארטן וכו'. איך האב שוין אנגעטראגן דיין טאטן א גוטער בחור, א וואוילער בחור אבער מען דארף נאך אביסל ווארטן.


זיי נאר פרייליך, זיי נאר פאזיטיוו; פאלג דיין מנהלת תחי', העלף די סקול מיט וואס דו קענסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#173 - מיט שמחה וועלן אוועקגיין אלע מחלות
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך און זיי פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש איז נאר ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א גאנצע רפואה, זאלסט האבן געזונטע הויט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#172 - זאלסט זיך ווייטער פירן ערליך
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט אין קעמפ; מיט תפילה ביסטו אנגעקומען.


די מנהלת תחי' זאגט אויף דיר זייער שיינע זאכן, זי זאגט אז דו ביסט טייער און וואויל.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט זיך ווייטער פירן ערליך, איידל און וואויל, וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#171 - בעט אויף דיין שידוך מיט שמחה
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו בעסט דעם אייבערשטן אויף דיין שידוך זאלסטו עס בעטן מיט שמחה, נישט מיט עצבות און מרה שחורה. זייער אסאך מענטשן וואונדערן זיך אז זיי בעטן און בעטן און זעען נישט וואס פאסירט מיט די תפילות, דאס איז ווייל מען בעט דאס מיט עצבות און מרה שחורה, מען וויינט פון דערביטערטקייט; אז מען בעט מיט שמחה, מען וויינט פון פרייד - איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל.


איך בין שוין געווען איין מאל שדכן ביי דיר, איך האב דיר משדך געווען דו זאלסט לעבן מיט'ן אייבערשטן; איך האף צו זיין שדכן ביי דיר דו זאלסט באקומען א גוטע שידוך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#170 - אויסלערנען די מיידלעך נישט צו קויפן טייערע קליידער
חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי א גאנץ יאר אין סקול און אויך יעצט זומער אין קעמפ; דאס אז מיר האבן די זכיה צו העלפן דעם רבי'ן, העלפן די מוסד וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות - איז די גרעסטע זכות פאר אונז און פאר אונזערע דורות.


איך טראכט עס וואלט געווען א גוטע פלאן צו נעמען די מיידלעך צום באזאר אין שטעטל זיי זאלן קענען קויפן קליידער, איך וויל זיי אויסלערנען וואס דאס לעבן איז. מען קען גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער פאר בחנם; מען קען באקומען אינעם ברסלב'ן באזאר שיינע טייערע קליידער פאר א דאלער, צוויי דאלער אדער דריי דאלער. זאלן זיי זען אז עס איז נאריש אויסצוגעבן געלט ווען מען קען דאס קריגן ממש פאר בחנם.


א גריס פון דיין מאן נרו יאיר, ער איז ליכטיג און טייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#169 - באשעפער, שבת איז מיין ערגסטע טאג
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שבת קודש, משפחה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין פרייליך, שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): ווען מען איז פרייליך ווערט מען געזונט, אלע ווייטאגן גייען אוועק. ווען מען איז פרייליך איז מען נאנט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט זייער ליב פרייליכע מענטשן, ער האט נישט ליב ווען מען איז טרויעריג; אפילו ווען מען וויינט צום אייבערשטן טאר דאס נישט זיין פון טרויער מען דארף וויינען צו אים פון פרייליכקייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה).


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; שמועס מיט אים, דערצייל אים דיין ווייטאג; דערצייל אים אלעס וואס באדערט דיר אין שטוב פון דיינע עלטערן, דערצייל אים אז דו האסט נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; זאג אים: "הייליגער באשעפער איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; שבת אין שטוב איז מיין ערגסטע טאג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אין שטוב, הייליגער באשעפער איך וויל שוין חתונה האבן".


בנוגע דעם בחור וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטער מאן, א וואוילער מאן, א הארציגער מאן, א מאן וואס וועט דיר ליב האבן, א מאן וואס וועט רעדן שיין צו דיר, א מאן וואס וועט זארגן פאר דיר; עס איז נישט גוט אריין צו נעמען א בחור אין קאפ און זיך אויסמאלן 'ער גייט זיין מיין חתן'; קודם כל ווער זאגט יענער איז בכלל מסכים. צווייטנס, ווער זאגט אז דאס איז גוט פאר דיר; די בעסטע זאך איז ווען מען שמועסט עס אויס מיט'ן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג אביסל אין פעלד שפאצירן און זאג פאר'ן אייבערשטן די גאנצע געשיכטע מיט'ן בחור... און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן.


איך ווארט צו הערן דיינע סיומים ווען די ענדיגסט תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#168 - "עצתו אמונה" זאל זיין דיין ערשטער שיעור
חיזוק פאר מיידלעך, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו ליינען די בריוו פון עצתו אמונה.


דאס זאל זיין דיין ערשטע שיעור פון אלע דיינע שיעורים; דאס זאלסטו טון פאר תהילים, פאר'ן דאווענען און פאר אלעס. דאס וועט דיר ברענגען צו אלעס גוטס.


ווען איך קום צו אייך אין סקול וויל יעדע מיידל רעדן פריוואט, יעדער זוכט ווי מען קען פרעגן עפעס פריוואטע שאלות פונעם ראש ישיבה; עס נעמט מיר אוועק זייער אסאך צייט צו רעדן מיט יעדן איינעם פריוואט, איך האב נישט די צייט פאר דעם.


דעריבער האב איך געמאכט א נייע זאך, איך שרייב פאר אלע תלמידות יעדע וואך א גאנצע ספר; ספר עצתו אמונה און ספר איש אמונות, דארט קען מען מיר פרעגן אלע שאלות און אלע ספיקות; דארט קען מען מיר בעטן חיזוק און שמועסן מיט מיר. איך קען מער נישט רעדן פריוואט מיט מענטשן, איך האב נישט קיין צייט; אלעס וואס מען וויל וויסן קען מען מיר פרעגן אינעם ספר, אלע שאלות שטייען אינעם ספר און מען באקומט קלארע תשובות.


ווייז דעם בריוו פאר דיינע חבר'טעס; זיי זאלן לערנען די בריוו וועלן זיי זיין קלאר ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - זאלסט זיך נישט שעמען מיט דיין מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות; דו ביסט א טייער קינד, א וואויל קינד, איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר. נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, דו וועסט האבן דיין אייגענע לעבן.


דיין מאמע איז זייער א וואוילע פרוי; עס דארף דיר נישט באדערן אז זי גייט אנגעטון פשוט. זאלסט זיך נישט שעמען מיט דיין מאמע; אז דו וועסט זיך שעמען מיט דיין מאמע וועלן דיינע קינדער זיך שעמען מיט דיר, עס איז נישט דיין פראבלעם אז דיין מאמע גייט אנגעטון פשוט.


וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן - וועסטו זען גרויסע ניסים.


איך וועל דיר שיקן יעדע וואך דעם קונטרס עצתו אמונה, וועסטו זען ווי אזוי מען קען לעבן א זיס לעבן.


שרייב מיר נאך בריוו וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#166 - מיידלעך זאלן נישט שמועסן צווישן זיך וועגן שידוכים
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט רעדן צו מיידלעך פון בחורים; עס איז נישט קיין קלוגע זאך דאס וואס מען שמועסט צווישן זיך 'ווער איז דיין שידוך'; עס קען ארויסקומען פון דעם אסאך פראבלעמען.


ווייז דעם בריוו פאר אלע וואס פאררופן זיך תלמידות; זיי זאלן וויסן אז זיי מאכן מיר צער מיט דעם וואס זיי רעדן צווישן זיך וועגן בחורים.


אז עס פאלט ביי פאר א מיידל א שידוך דארף זי גיין רעדן צו די מנהלת אדער טיטשער, אדער קען זי דאס דורכרעדן מיט אירע עלטערן, אבער סתם פלוידערן צווישן זיך איז נישט גוט, עס מאכט מיר צער.


איך האב זיך מוסר נפש געווען צו עפענען די סקול, איך וויל זען ביי אייך דערוואקסנקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - ווי אזוי "בית פיגא" תלמידות דארפן זיך פירן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן איינער אויפ'ן צווייטן, איר זאלט טראכטן פאר איר רעדט און ווי אזוי איר רעדט; איר זאלט קיינמאל נישט שטעכן א צווייטן.


נוצט אויס די וואכן וואס איר געפונט זיך צווישן די בערג און ביימער, איר וועט זיך בענקען א גאנץ יאר צו די צייט. דער זומער גייט פארביי, מען פארט שוין צוריק - יעדער צו זיין וואוינארט; איר וועט זיך בענקען צו דעם שיינעם זומער.


שפאצירט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מיידל זאל זיך מאכן אביסל צייט צו שפאצירן אין קעמפ מיט'ן אייבערשטן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מען זאל שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף מאמע לשון, אים אלעס דערציילן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן דארף מען שוין גארנישט אויף די וועלט; מען שפירט זיך מער נישט אליין, מען שפירט זיך ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט א זיסע טעם אין לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


איך בעט אייך נאכאמאל רעדט נישט צווישן זיך פון בחורים, מאכט אייך נישט קיין אייגענע שידוכים; איך ווייס אז איר ווילט שוין זייער חתונה האבן, איר ווילט אנהייבן לעבן, איר זענט קלוג און שארף צו וויסן אז לעבן איז נישט חבר'טעס, איר שפירט ווי איר קענט מער נישט; דאך בעט איך אייך איר זאלט זיך פירן איידל און נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים. אז עס פאלט אייך איין א שידוך קענט איר דאס דורך רעדן מיט אייערע עלטערן אדער מיט אייער חשוב'ע מנהלת; צווישן זיך זאלט איר רעדן נאר קלוגע זאכן און שיינע איידעלע רייד.


נישט אלעס וואס מען זעט פון אינדרויסן איז אזוי ווי עס זעט אויס, א זאך קען אמאל אויסזען גלאנציג און בליטשקעדיג פון אינדרויסן אבער אינעווייניג איז עס נישט געזונט, עס איז פארפוילט. איך געדענק ווי מוהרא"ש האט אמאל גערעדט מיט א מיידל וועגן א שידוך אבער די מיידל האט נישט געוואלט דעם שידוך, זי האט געוואלט עפעס שענערס וכו', האט מוהרא"ש איר געזאגט: "איך בעט דיר, געב אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגענארט מיט א מאן וואס וועט דיר נישט פארגינען דאס לעבן, ער וועט דיר נישט פארגינען א באטל סאודע..." שפעטער האט זיך דאס ווייבל גע'גט ווייל זי האט גענומען וואס איז שיין פון אינדרויסן, אבער באמת איז דאס געווען א באטל ווערעם, ער האט איר געפייניגט און געשלאגן.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר דארפט אהיים רופן יעדן טאג. כיבוד אב ואם איז נישט קיין קליינע מצוה, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען מען איז נאך קינדעריש כאפט מען נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


איך האף אז איר שעמט זיך נישט מיט אייערע עלטערן; בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אייער מאמע, נישט קוקן אויף איר ווי זי איז אלטמאדיש. וואס וועט איר טון ווען אייערע קינדער וועלן קוקן אויף אייך ווי אלטמאדישע מענטשן, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן נישט וועלן גיין צו שמחות וואו איר זענט, זיי וועלן זיך שעמען מיט אייך? וואס וועט איר טון? דעמאלט וועט איר טראכטן: 'א שאד איך האב דאס געטון צו מיין מאמע'.


איר דארפט יעדן טאג אהיים רופן, און די מיידלעך וואס וואוינען דא אין שטעטל דארפן בעטן רשות יעדן טאג אהיים צו גיין העלפן די עלטערן מיט די שטוב ארבעט; דאס איז אונזער קעמפ, דאס איז אונזער פארגעניגן - צו העלפן די עלטערן.


איך וועל זיך פרייען אז איר וועט מיר שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - געב אכטונג פון גוים, אפילו זיי רעדן שיין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, גוים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערשטע זאך זאלט איר טוישן אייער טעלעפאן נומער אז דער גוי דער מנוול זאל נישט קענען רעדן מיט אייך.


איך וועל נאך היינט אריבער שיקן די חברה שומרים צו דעם גראסערי, זיי וועלן רעדן צום בעל הבית פונעם גראסערי און איבער געבן דעם גוי פאר די פאליציי.


יעצט בעט איך אייך, געבטס אכטונג און טוטס מער נישט אזא זאך; איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן פאר קיין שום פרעמדע מענטש - נישט קיין אונטערשיד א איד אדער גוי. אויב איינער שרייבט אייך אדער רופט אייך - זאלט איר זיך נישט וואוסנדיג מאכן; געבטס א קוק אין וואס פאר א סכנה איר זענט שיער נישט אריין געפאלן השם ישמרינו, איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן קיין שום מענטש.


פאלטס נישט פאר שיינע רייד, ווערטס נישט פארקויפט ווען איינער רעדט שיין צו אייך; איך פארשטיי אז איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט איינער זאל רעדן שיין צו אייך, איך פארשטיי אז איר קומט פון א שטוב וואס אייער טאטע רעדט צו די קינדער זייער נידריג, ער רופט אייך: בהמה, אקס, פערד, מיט אלע מיאוס'ע ווערטער און יעצט איז די ערשטע מאל וואס איר הערט שיינע ווערטער פון דעם גוי טמא, אבער זייטס געווארנט, דער גוי וועט אייך הרג'ענען ביים סוף! דאס איז זייער וועג; זיי ווילן כאפן אידישע מיידלעך, זיי הייבן אן מיט זייער שמייכל, נאכדעם הייבן זיי אן שיין רעדן, דערנאך פאלט מען אריין אין די ביטערע עבירה פון זיין מיט א גוי, ביז דער גוי וועט אייך צום סוף הרג'ענען.


ענטפערטס נישט דעם גוי; איר וועט נאר ערגער מאכן, איר וועט גארנישט האבן פון אים מסביר זיין אז איר זענט א איד, איר וועט נאר ווערן נענטער מיט אים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן י): "לֹא תִּכָּנֵס עִם פִּתּוּיֶיךָ בְּטוֹעֵן וְנִטְעָן", גיי נישט אריין אין קיין הסברים מיט'ן יצר הרע, "כִּי אֲרִיכַת הַרְגָּשַׁת הַחוֹשֵׁב אֲפִלּוּ לִבְחִינַת הַשּׁוֹלֵל תִּפְעַל הַגְבָּרַת הַחֵפֵץ וְתִתְהַפֵּךְ הָרָצוֹן אֵלָיו"; איר זאלט שוין טוישן אייער טעלעפאן נומער און איך וועל גיין צו די פאליציי.


שיינע ווערטער וועט איר באקומען נאך אביסל פון אייער חתן, פון אייער מאן - אויב איר וועט זיין שטארק, איר וועט זיך דערהאלטן.


איך ווארט צו הערן פון אייך אז איר האט געטוישט אייער נאמבער.

#163 - יום כיפורים און תשעה באב פאסטן די מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, קעמפ, ישיבה, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט בייז אז איך ענטפער נישט גלייך דיינע שאלות; איך האב אזויפיל אויפ'ן קאפ, די קעמפ איז נאך נישט מסודר, מיר זוכן ווי צו שאפן עסן פאר די בחורים.


מיר האבן געטראפן א פלאץ פאר די בחורים צו שלאפן; איינער פון די משפחות אין שטעטל האבן מסכים געווען אריין צו נעמען די בחורים אין בעיסמענט, מען ענדיגט יעצט אריין לייגן די בית הכסא'ס, מיר האפן אז די בחורים זאלן שוין ארויס קומען וואס פריער.


בנוגע מיידלעך זאלן פאסטן וכו'; יום כיפורים און תשעה באב פאסטן די מיידלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - פאלגטס אייער מאמע, זי פארשטייט וואס איז צניעות
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פאלגטס אייער מאמע; זי פארשטייט וואס איז יא צניעות און וואס איז נישט צניעות, עס איז נישט איידל פאר א מיידל צו פארן מיט וויליס אדער ראלער בלעידס.


איך ווארט איר זאלט מיר שרייבן אויב איר זאגט נאך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - ענטפער נישט א טעלעפאן רוף פון א פרעמדע נומער
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שערן די האר, קאמפיוטער, מאוויס, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', ברוקלין.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווייזט זיך אויס פון אייערע ווערטער אז איר זענט א גרויסע יראת שמים, איר זענט א קלוגע מיידל; איר זענט זעכצן יאר און איר ווילט שוין חיזוק אויף שפעטער ווען איר וועט בעזר השם טרעפן אייער באשערטע זיווג - אז איר זאלט קענען טון וואס אייער מאמע תחי' טוט, זיך אפשערן די האר און נישט נאכגיין אייערע שוועסטערס וואס זיי האבן יא געלאזט זייער האר.


איך בין זייער פארנומען, דאך מוז איך זיך מאכן צייט צו ענטפערן אויף אייער בריוו, ווייל איך זע ווי שטארק די הייליגע צדיקים האבן זיך מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען ריינקייט ביי אידישע קינדער; זיי האבן געבלוטיגט פאר אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך פירן הייליג, זיי האבן אזויפיל געטון צו פועל'ן ביי אידישע טעכטער זיי זאלן זיך אפשערן די האר, וועל איך אייך שרייבן אביסל חיזוק.


די בעסטע חיזוק וועט זיין פאר אייך אז איר זאלט יעדן טאג איבער חזר'ן דעם שטיקל זוהר וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דאס וועט אייך געבן שטארקייט איר זאלט נאכגיין אייער מאמע תחי' און נישט זוכן נייע וועגן.


דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דעם שטיקל זוהר זאלט איר איבער'חזר'ן יעדן טאג ביז אייער חתונה; זאגטס ארויס די הייליגע ווערטער, אויך די טייטש; וועט דאס אייך געבן כח צו טון דאס ריכטיגע.


אויף אייער פראגע וועגן א טעלעפאן; אז אייער מאמע און אייער שולע לאזן אייך האבן א טעלעפאן קענט איר דאס האבן, אבער געבט זיך אכטונג איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן א טעלעפאן רוף ווען איר ווייסט נישט ווער דער רופער איז, און אויך נישט צוריק שרייבן פאר א פרעמדע נומער. ליידער זענען דא קראנקע מענטשן וואס זוכן אומשולדיגע מיידלעך זיי אריין צו כאפן אין זייער נעץ, זיי פרובירן צו שרייבן און רופן, און נעבעך - אומשולדיגע קינדער ווען מען לערנט זיי נישט פון וואס זיך אכטונג צו געבן, פאלן קרבנות.


איר מעגט האבן א טעלעפאן אויב דאס איז מיט רשות פון די עלטערן און די שולע, אבער געבטס אכטונג אז איר זאלט דאס נוצן נאר פאר גוטע זאכן.


אויף אייער פראגע אז איר ווילט זיך לערנען וכו' און אייער טאטע וויל נישט האלטן א קאמפיוטער אין שטוב; איך פארשטיי אז אייער פראגע איז נישט בעצם צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך, וואלט איר ווען געפרעגט צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך וואלט איך אייך געזאגט וואס פעלט אייך דאס אויס, איר זענט דאך שוין באלד גרייט אנצוהייבן בויען א שטוב, איז וואס איז אייער פלאן אין לעבן? איר ווילט זיין א געטרייע מאמע, אויפציען א שטוב מיט קינדער און איבערלאזן נאך זיך ליכטיגע אידישע דורות - אדער ווילט איר זיין פארנומען מיט די ארבעט? איז וואס פעלט אייך אויס זיך צו לערנען א פאך?


אויף אייער פראגע אז איר ווייסט נישט וואס צו טון, איר זעט מיט אייערע אויגן ווי די שטוב פאלט איין; איר זענט געווען א שיינע שטוב, א חסידי'שע שטוב און יעצט זעט איר ווי אייערע געשוויסטער רוקן זיך אוועק וכו' וכו', זיי האבן סמארטפאונס, זיי לאזן די קליינע קינדער קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; דאס איז זייער א ווייטאגליכע זאך, ליידער איז דאס איינגעבראכן ביי אסאך משפחות, מענטשן מיינען אז זיי טוען א טובה פאר די רבנים און דיינים וואס בעטן זיך, זיי וויינען און שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, עס איז נישט קיין קינדער שפיל, מענטשן פארלירן זייער לעבן; שטיבער פאלן צאם, נעמט נישט קיין טעלעפאן אין שטוב, ברענגט נישט אריין קיין קאמפיוטער, טעבלעט וכו' וכו'".


דאס דארף אייך געבן שטארקייט אז איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א ריינע בחור וואס האט נישט קיין סמארטפאון, און איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אז איר, אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


אויף אייער פראגע וועגן זומער, צי איר זאלט נעמען אן אפיס ארבעט אדער ארבעטן אין סקול; זיכער זאלט איר זוכן אן ארבעט אין א סקול ווי צו גיין אין אן אפיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - איר זאלט קיינמאל נישט טענה'ן מיט אייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, שבת קודש, מאוויס, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', פתח תקוה.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבטס אכטונג אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם; איר זאלט קיינמאל נישט טענה'ן מיט אייערע עלטערן. מען גייט נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם אויף דער וועלט און זיכער נישט מיט עלטערן.


דאס וואס זיי ווילן אייך נעמען צו א דריטן מענטש אז יענער זאל פסק'נען אויב איר מעגט הערן די שיעורים און חיזוקים פון הייליגן רבי'ן; האטס נישט מורא צו גיין, און אז יענער וועט אייך זאגן אז איר טארט זיך נישט מחזק זיין און איר טארט נישט לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער - זאלט איר זיך נישט טענה'ן און זיך נישט דערשרעקן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, אז ווען זיין טאטע זכרונו לברכה האט זיך דערוואוסט אז ער - מוהרא"ש לערנט ברסלב'ע ספרים, האט ער אים געטראגן צו איינעם פון די גרויסע צדיקים אז דער צדיק זאל אים אפרעדן און באפעלן זיך צו דערווייטערן פון די ספרים. ווען דער צדיק זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר מוהרא"ש אז ער זאל נישט לערנען די ברסלב'ע ספרים האט מוהרא"ש אים געענטפערט מיט עזות דקדושה און געזאגט: "אפילו דער רבי וועט מיר אראפ ברענגען פון הימל שטיקער פייער, מלאכים און שרפים, און זיי וועלן מיר זאגן אז איך זאל נישט לערנען די ספרים וועל איך זיי אויך נישט אויסהערן; ווייל אז איך האב געטראפן ספרים וואס ברענגען מיר נענטער צום אייבערשטן וועל איך קיינעם נישט אויסהערן"; ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר טאקיי רב זכרונו לברכה - מוהרא"ש'ס טאטע: "לאז אפ דיין זון, ער מיינט עס ערנסט".


מוהרא"ש פלעגט אסאך חזר'ן די מעשה מיט אונז כדי מיר זאלן נישט ווערן דערשראקן ווען מען האט מניעות פון אנדערע אפצולאזן דעם רבי'ן; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר האט מען גענומען צו איינעם פון די גרעסטע אינעם דור, צו א מלאך אלוקים (מיר ווייסן ווער דער צדיק איז געווען) און ווען יענער האט מיר אפגערעדט פון רבי'ן, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל אפלאזן דעם רבי'ן - האב איך יענעם נישט צוגעהערט; איך האב געוואוסט ביי מיר אז א רבי וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן וועל איך קיינמאל נישט אפלאזן".


ווער עס פרעגט אייך: 'וואס האסטו געטראפן אין ברסלב?' זאלט איר זאגן דעם אמת, אז די חיזוק פון רבי'ן ברענגט אייך נענטער צום אייבערשטן. און אז יענער הייבט אן מאכן ליצנות דארפט איר נישט ענטפערן און זיכער זיך נישט טענה'ן.


אויף אייער פראגע צי מען מעג טון מוקצה זאכן נאכן זמן פון שבת; אז אייערע עלטערן צינדן לעכט אביסל נאכן זמן הדלקת הנירות קענט איר נאך אוועקלייגן מוקצה זאכן ביז זיי צינדן די לעכט.


בנוגע וואס צו טון אין די ליידיגע צייט וכו'; איך בעט אייך זייער, קוקטס נישט קיין מאווי"ס, עס איז דא גענוג זאכן מיט וואס זיך צו האלטן פארנומען, אבער מאווי"ס איז א זאך וואס איז נישט גוט פאר'ן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.