בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#367 - גוטע חבר'טעס וואס רעדן נארמאל און ערוואקסן
חיזוק פאר מיידלעך, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו די כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט רעדן מיט חבר'טעס, אויך נישט מיט די כלות – פון וואס איר לערנט ביי די מנהלת, שיעורים פאר די חתונה; פירט זיך איידל, פירט זיך ערליך.


אויך איז נישט אזוי קלוג צו רעדן מיט די כלות פון אייער חתן.


זוכט אויף איידעלע פרענדס וואס רעדן איידל און ערוואקסן, נעמט זיך קלוגע חבר'טעס וואס רעדן נישט פון 'מיין חתן', מיין חתן אהער, מיין חתן אהין; קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן פון אייער חתן, און אזוי אויך נאך די חתונה, נעמט זיך גוטע חבר'טעס וואס רעדן נארמאל און ערוואקסן.

#366 - מיט אסאך תפילה קען מען אויסבעטן אן ערליכער חתן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אייערע עלטערן זענען געווען היינט ביי מיר, האב איך געטראכט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער און שיקן די בריוו מיט זיי.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר א גוטע ערליכע געזונטע פרייליכע בא'טעמ'טע מאן, בעטס אים יעדן טאג אויף דעם. א שידוך איז נישט א זאך וואס מען קען זיך וועלן אדער קויפן מיט געלט, א שידוך קומט פונעם אייבערשטן; און מיט תפילה, מיט אסאך תפילה – קען מען אויסבעטן אן ערליכער חתן, א חתן א תלמיד חכם, מיט גוטע מידות, מיט יראת שמים און מיט שכל.


איך הער פון אייערע עלטערן אז איר האט גוטע חבר'טעס פון בית פיגא, גוטע חבר'טעס איז זייער וויכטיג, ווייל אפילו מען איז שוין מקורב צום צדיק, מען איז מקושר צום רבי'ן – דארף מען נאכאלץ האבן א גוטע חברותא. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ז.): "וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", פון א גוטע חבר קען מען מער מקבל זיין פון א רבי, פארשטייט זיך אלעס בזכות דעם רבי'ן.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג די אני מאמין; זאגט עס מיט די טייטש, דאס וועט אויפבויען אין אייך א שטארקע אמונה.


אויך זאלט איר העלפן אין שטוב, העלפט אייער מאמע. איר האט גאר חשוב'ע עלטערן; סיי אייער טאטע נרו יאיר און סיי אייער מאמע תחי' זענען זייער חשוב און זייער ספעציעל פאר מיר.

#365 - אני מאמין מיט די טייטש
חיזוק פאר מיידלעך, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, אויך שבת קודש זאלט איר זאגן די דרייצן אני מאמין; אזוי וועט איר האבן א שטארקע אמונה.


עס איז גוט איר זאלט זאגן די אני מאמין מיט די טייטש, אזוי וועט איר דאס פארשטיין, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייער הארץ.


איך האף אז איר פירט זיך איידל, ווי עס פאסט פאר א "בית פיגא תלמידה"; רעדט נאר מיט גוטע חבר'טעס, רעדט נישט פון שידוכים, רעדט נישט פון חתונה האבן, רעדט נישט פון די זאכן, מאכט מיר א נחת רוח. איך האף צום אייבערשטן איר וועט טרעפן א גוטע ערליכע שידוך, אויפשטעלן א ליכטיגע שטוב וואו די שכינה וועט רוען.


אויך זאלט איר זיין דרך ארץ'דיג פאר אייערע טיטשערס, און פאר די מנהלת תחי'.


העלפט אייער מאמע תחי', איר האט זייער טייערע עלטערן.

#364 - נישט רעדן צווישן די מיידלעך פון שידוכים
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר טראכט פון חתונה האבן, איר ווילט חתונה האבן, די מחשבות נעמען איבער אייער מח; דאס איז נארמאל, דאס איז די נאטור, אז מען וויל חתונה האבן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר חתונה האבן, איר וועט באקומען א גוטע שידוך, אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


אבער איין זאך בעט איך זייער, איך בעט עס פון אייך און אזוי אויך פון אלע תלמידות בית פיגא, איך וויל נישט מען זאל רעדן צווישן די מיידלעך פון שידוכים, עס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט מיר זייער וויי טון אויב ענק וועלן מיך נישט פאלגן, ענק וועלן רעדן צווישן ענק פון שידוכים, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "הכל יודעין" וכו', טראכטן איז איין זאך, אבער ווער עס רעדט ניבול פה - וועט באקומען א גרויסע שטראף, דעריבער וויל איך ענק זאלן נישט רעדן פון שידוכים און פון חתונה האבן, אלס א גדר נישט צוקומען צו רעדן נישט גוטע זאכן.


איך האף איר וועט מיך פאלגן און אלע בית פיגא תלמידות וועלן מיך פאלגן, וועלן ענק נישט חרטה האבן, עס וועט ענק זיין גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#363 - העלפן די מאמע איז די גרעסטע מצוה און גרעסטע סגולה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע עלטערן אז איר זענט א גוט קינד, איר העלפט און איר פירט זיך איידל, און ווען איר האט איבריגע צייט – זאגט איר תהילים.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, דאס איז די גרעסטע מצוה, דאס איז די גרעסטע סגולה, און מען איז גורם א שמחה אין אלע עולמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#362 - מיטנעמען מיט זיך די אכט יארן בית פיגא
חיזוק פאר מיידלעך, ספר המידות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


לכבוד וואס איר טוט גראדואירן די אכט קלאסן פון בית פיגא, געב איך אייך א מתנה די ספר המידות, דער ספר וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד". און אזוי ווי מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז אפילו מען לערנט נישט אין בית פיגא קיין תורה מיט מיידלעך, איז אבער אנדערש די ספרים פון רבי'ן, וואס זענען איין שטיק מוסר, א מאגנעט וואס ציט און שלעפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מיטנעמען מיט זיך די אכט יארן בית פיגא, וואס מען האט געלערנט מיט אייך די ריינע אמונה, צו וויסן און צו געדענקען אז אלעס וואס גייט אריבער אויף די וועלט בכלליות און אויפן מענטש בפרטיות - איז פונעם אייבערשטן, און נאר פאר דאס גוטס פונעם מענטש, און אפילו עס זעט אויס אמאל שווער, עס ווערט אמאל טונקל - דארף מען געדענקען אז דער אייבערשטער מאכט דאס נאר פאר אונזער טובה.


אויך זאלט איר מיט נעמען מיט אייך אייער גאנץ לעבן די זיסע עצה וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא; די עצה פון שמועסן מיטן אייבערשטן. געדענק אז אויסער אייער טאטע האט איר נאך א טאטע, דער אייבערשטער, וואס איז די טאטע פון אונז אלע, און ווען איר דארפט עפעס זאלט איר זיך צו אים ווענדן, שמועסט מיט אים און בעטס אים, וועט איר זען וואונדער.


אויך זאלט איר מיט נעמען אין לעבן דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער, צו גיין אנגעטון איידל און באשיידן, איר זאלט געדענקען דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער. מיר זענען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט אמעריקאנער, מיר זענען אויסגעמישט צווישן די פעלקער אבער מיר זענען אידישע טעכטער; זאלט איר גיין מיט שטרימפ וואס זעט נישט אויס ווי די פיס, און אויך מיט קליידער וואס זענען נישט אויסגעשניטן, נישט קורץ און נישט געפאסט, איר זאלט מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן און פאר די צדיקים.


עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן די מסירות נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט פאר אונז מיטן עפענען פאר אונז די סקול "בית פיגא", וויפיל טרערן מוהרא"ש האט פארגאסן פארן אייבערשטן אז מיר זאלן האבן די הייליגע בית פיגא שולע וואו די תלמידות וועלן ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן צו גיין אנגעטון איידל, ווי עס פאסט פאר די אידישע פאלק.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה.

#361 - פארצייכענען ווען און וויפיל געענדיגט תהלים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


זאגט יעדן טאג תהילים און ווען איר ענדיגט זאלט איר זיך פארצייכענען אינעם תהילים ווען און וויפיל מאל איר האט געענדיגט, און גלייך אנהויבן נאכאמאל.


אויך זאלט איר געדענקען אז איר זענט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט אייך, ביי אייך און נעבן אייך, און איר קענט אים אלעס בעטן.


פון דער ראש ישיבה.

#360 - רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים, וועט איר ווערן א גרויסע צדיקת און זען גרויסע ישועות.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אויף אייער מאמע לשון, דאנקט אים און לויבט אים פאר אלע חסדים, און בעטס אים אלעס וואס איר ווילט.


פון דער ראש ישיבה.

#359 - נעמט זיך פאר זיך צו באדאנקען פאר אלעמען
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן פון אייערע טיטשערס אז איר זענט זייער זייער וואויל, סיי אין דרך ארץ, סיי מיט גוטע מידות, איך בין זייער פרייליך צו הערן די שיינע גרוס, און איך קען קוים ווארטן צו טרעפן אייערע עלטערן און זיי איבער געבן די גוטע גרוס, זיי מחי' זיין.


ביים רבי'ן איז געווען זייער שטארק און וויכטיג מען זאל זיך פירן מיט "דרך ארץ". דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; אז א מיידל פירט זיך אויף מיט דרך ארץ אין שטוב צו די עלטערן און אין שולע צו די טיטשערס - איז זי א ריכטיגע תלמידה פון בית פיגא און דאס הייסט א תלמידה פון היכל הקודש.


נעמט זיך פאר זיך צו באדאנקען פאר אלעמען. ווען די אידישע טיטשער ענדיגט לערנען מיט ענק - זאלט איר צוגיין איידעלערהייט און זאגן שכוח, ווען די ענגליש טיטשער ענדיגט לערנען - זאלט איר זיך באדאנקען פאר איר און זאגן שכוח, ווען די נייען טיטשער ענדיגט מיט ענק לערנען ווי אזוי צו נייען - זאלט איר זיך באדאנקען, און אזוי אויך ווען איר גייט אריבער די מנהלת - זאלט איר אלץ זאגן שכוח פאר אלעס, אויך ווען איר דארפט עפעס פון אפיס, איר זעט די סעקריטעריס - זאלט איר זיי שטענדיג באדאנקען.


אויך אין שטוב זאלט איר זאגן פאר טאטע מאמע: "שכוח פאר אלעס", אז איר וועט זיך אזוי צוגעוואוינען - וועט איר אויך האבן הכרת הטוב פארן אייבערשטן. ווייל נאר דער וואס האט הכרת הטוב פאר דער וואס טוט א טובה, דער געדענקט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. ביי פרעה, דער קעניג פון מצרים שטייט – "אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף" (שמות א, ח), ער האט זיך געמאכט ווי ער ווייסט נישט ווער יוסף הצדיק איז, ווער עס האט אים געראטעוועט, אים מיט זיין לאנד, און שפעטער שטייט (שם ה, ב): "לֹא יָדַעְתִּי אֶת ה'", איך ווייס נישט פונעם אייבערשטן; ווייל נאר דער וואס באדאנקט זיך - דער געדענקט פונעם אייבערשטן.


ווייזט דעם בריוו פאר אייערע חבר'טעס, אלע זאלן זיך אזוי פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#358 - אייגנארטיגע לויב ווערטער, פרישע תפילות, שפאלט הימלען
חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע מצורע, א' דראש חודש אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


לכבוד אייער געבורטס טאג, איר זענט געווארן היינט זיבעצן יאר – זאלט איר זיך פארנעמען צו זיין זייער שטארק אין אפגיסן "נעגל וואסער"; נישט אראפטרעטן פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער, און אויך נישט גיין שלאפן אן אנגרייטן נעגל וואסער.


עס שטייט אין הייליגן זוהר, אז מען גיסט אפ נעגל וואסער ביים בעט ווערט מען הייליג, און אלע רוחות רעות און קליפות אנטלויפן פונעם מענטש.


אויך זאלט איר זיך שטארקן און זאגן תהילים, זינגט זיך די פסוקים פון תהילים און פלעכטס אריין אייגענע לויב ווערטער, און אייגענע געבעט, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער טייער צו הערן אייגנארטיגע לויב ווערטער, פריש געמאכטע תפילות, עס שפאלט אלע הימלען.


זארגט נישט, אייער שידוך וועט שוין קומען.

#357 - בזכות העלפן די מאמע, קומט א זיסע און גוטע לעבן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאמע תחי', זי שרייבט, זי מיינט אז קיין איין מאמע האט נישט אזא טאכטער וואס העלפט מיט אזא גוטע געפיל און מיט אזא שמחה - אזוי ווי אייך, זי שרייבט אז איר האט אפגעקאכט עסן פאר די גאנצע יום טוב פסח, און געהאלפן אזוי סאך, און ווען אייער מאמע האט אייך געזאגט איר קענט גיין שפילן - האט איר זי געזאגט אז איר ווילט מיט נעמען די קליינע קינדער זיי זאלן איר נישט שטערן, זי זאל זיך קענען אפרוען, איר זארגט נאר פאר איר זי זאל האבן כח און נאר ווי איר קענט איר עפעס העלפן.


אויך שרייבט אייער מאמע אז ביים איינקויפן קליידער ווילט איר אלץ גיין איידל אנגעטון און איר פארלאנגט נישט קיין טייערע קליידער, איר זענט צופרידן מיט וואס זי געבט אייך.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייך, איר מאכט א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן, און בזכות וואס איר העלפט אייער מאמע זאלט איר האבן א זיסע און גוטע לעבן, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע געזונטע דורות און איר זאלט זיין געזונט און שטארק.


זעט אויך אין סקול, אין בית פיגא - צו זיין פון די קינדער וואס העלפן די טיטשערס און די מנהלת מיטן זיין דרך ארץ'דיג, און ווען מען לערנט אדער מען טוט זאכן וואס די קינדער האבן נישט קיין נערווען – זאלט איר זיין פון די קינדער וואס זענען דא צו העלפן בויען בית פיגא און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#356 - נאר דאס דאווענען, דאס איז אונזער האפענונג
חיזוק פאר מיידלעך, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך פריי זיך צו הערן פון אייער אידיש טיטשער אז איר דאווענט שיין הויך אויפן קול; אוי ווי שיין ווען מען דאווענט צום אייבערשטן, אלע מלאכים זענען מקנא דעם איד אז ער קען יעדן טאג נאכאמאל דאווענען צום אייבערשטן ווען זיי קענען נאר איינמאל אין לעבן דאנקען דעם אייבערשטן.


טייערע ... תחי', איך וויל אזוי שטארק אז אלע אונזערע תלמידות פון בית פיגא זאלן דאווענען, אלע זאלן וויסן אז נאר דאס איז אונזער האפענונג, און אז מען קען אלעס באקומען אז מען דאווענט צום אייבערשטן.


ביי שמונה עשרה, איידער מען טרעט אויס, דארט איז א גוטע פלאץ זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן אין די אייגענע שפראך, זאלט איר נעמען די סידור און עס לייגן אויפן פנים, אזוי וועט איר נישט זען קיינעם און נישט ווערן געשטערט פון קיינעם, און בעטס שטילערהייט דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך, פאר אייערע דורות, פאר אייער געזונט, פאר אייער אלעס; ווייל מיט תפילה, און נאר מיט תפילה - באקומט מען אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#355 - זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
חיזוק פאר מיידלעך, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געענדיגט תהילים פינף און דרייסיג מאל; דאס איז א גרויסע זאך, צו הערן א קינד זאל האבן שכל צו זאגן תהילים, און ענדיגן אזויפיל מאל - נאך פאר די בת מצוה, פאר די צוועלף יאר.


לכבוד אייער בת מצוה זאלט איר זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, דאס וועט אויפבויען אייער אמונה; דאס זאל זיין די קבלה פאר די יאר, און די קבלה זאלט איר אנהאלטן אייער גאנצע לעבן.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע אין שטוב מיט די קליינע קינדער, העלפן טאטע מאמע איז זייער זייער א הייליגע זאך. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:), דער וואס איז מכבד טאטע מאמע - דער איז מיך מכבד, און דער וואס איז מכבד טאטע מאמע - דארט וויל איך וואוינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#354 - אנגרייטן נעגל וואסער פאר די עלטערן
חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער זיידע האט מיר געברענגט א בריוו פון אייך, איר ווילט וויסן וואס זיך פארצונעמען לכבוד אייער געבורטס טאג, איר ווערט ניין יאר אלט.


לכבוד אייער געבורטס טאג זאלט איר זיך פארנעמען זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער יעדע נאכט איידער איר גייט שלאפן, אויך זאלט איר אנגרייטן פאר אייערע עלטערן נעגל וואסער.


זעט זיך צו פירן מיט דרך ארץ פאר אייערע טיטשערס און פאר יעדן וואס איז עלטער פון אייך, גרוסט שיין יעדן איינעם און זייט מכבד יעדן איינעם, ווייל ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ דאס וויכטיגסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#353 - שפילן מיט די קינדער וואס מען באזייטיגט
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט א דרך ארץ'דיגע מיידל, איר פירט זיך מיט דרך ארץ און מיט איידלקייט, די מנהלת און אייערע טיטשערס זאגן אז איר זענט זייער וואויל.


איך וויל אייך בעטן, אויב איר זעט א קינד אין סקול אדער פון אייערע שכנים וואס קיינער שפילט נישט מיט איר, זאלט איר זי נעמען אין שפילן מיט איר, ווייל עס איז א גרויסע מצוה צו שפילן מיט די קינדער וואס מען באזייטיגט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, און ווען איר מאכט א סיום זאלט איר מיר דאס דערציילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#352 - כיבוד אב ואם איז זייער הייליג
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי שיין צו הערן אז איר ליינט יעדע נאכט קריאת שמע שעל המיטה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח:) ווער עס גייט שלאפן אן קריאת שמע איז אזוי ווי ער שלאפט אין א גוי'אישע בעט, און דער וואס ליינט קריאת שמע איז אפגעהיטן פון אלע מזיקין (ברכות ה.).


ליינט יעדע נאכט קריאת שמע ביז כי אתה ה' מחסי. און ווען איר וועט עלטער ווערן וועט איר זאגן די גאנצע קריאת שמע.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, דער אייבערשטער האט ליב ווען מען איז מכבד א מאמע, ווען מען העלפט א מאמע. כיבוד אב ואם איז זייער הייליג, עס איז אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִלּוּ דַּרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען מען איז מכבד טאטע מאמע - זאגט דער אייבערשטער, איז עס אזוי ווי מען איז מיך מכבד. די הייליגע חכמים זאגן (שם לא:), אויפן הייליגער אמורא רב יוסף וואס איז געווען בלינד, ער האט נישט געקענט זען ווען זיין מאמע קומט אריין ער זאל זיך אויפשטעלן פאר איר, נאר ווען ער האט געהערט די קול פון אירע פיס טריט האט ער געוואוסט זיך אויפצושטעלן און געזאגט: "אֵיקוּם מִקַּמֵּי שְׁכִינָה דְּאָתְיָא", איך גיי זיך אויפשטעלן פאר די כבוד פון די שכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#351 - דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך
חיזוק פאר מיידלעך, תודה והודאה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט שוין יעצט טרעפן א גוטע שידוך, איר זאלט טון אייערס, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, דאנקט אים אויף יעדע זאך, רעדט צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד, אין אייער שפראך, אין אידיש, זאגט אים: "שכוח אייבערשטער אז איך בין א איד, שכוח אייבערשטער אז איך בין געזונט, שכוח אייבערשטער פאר מיינע עלטערן, שכוח אייבערשטער אז איך ווייס פון אזא הייליגע רבי וואס לערנט מיך אויס צו רעדן צו דיר און דיך צו דאנקען".


געבט נישט אויף, אייער ישועה איז שוין דא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#350 - עצות פאר שרעקעדיגע חלומות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וועגן אייערע שרעקעדיגע חלומות - איז דא איין עצה, זיין פרייליך; בעטס אייערע עלטערן זאלן אייך געבן צו הערן ווען איר גייט שלאפן - מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אוועק נעמען אלע שרעק, ווייל מעשיות פון צדיקים מאכט פרייליך און געבט א ישוב הדעת.


בעטס אסאך דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו באקומען א מאן וואס לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים. איר זענט נאך א יונג קינד, איר האט נאך א שיינע פאר יאר צו קענען זיך גוט אויסבעטן אויף אן ערליכער מאן. מיינט נישט אז דאס באקמט מען אומזיסט, נאר נאך אסאך תפילה און אסאך טרערן - איז מען זוכה צו א מאן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#349 - מען זאגט פאר קינדער וואס צו טון, פון ליבשאפט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, טערעפי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע וועג ווי אזוי איר וועט קענען ארויסנעמען אייער ווייטאג פון זיך וכו', איז דורך שמועסן יעדן טאג מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס מען ליידט און אלעס וואס גייט אריבער.


אייערע עלטערן האבן אייך זייער ליב, און אפילו זיי זאגן אייך ווי אזוי איר זאלט זיך אנטון, און ווי אזוי איר זאלט זיך פירן - האבן זיי אייך נאכאלץ ליב. איר דארפט זיי פארשטיין, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט חתונה האבן, איר וועט האבן קינדער, וועט איר זען אז ווען מען זאגט פאר קינדער ווי זיך צו פירן איז דאס נישט פון שלעכטקייט, דאס קומט פון ליבשאפט.


איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן, ענטפערט נישט, און אויב עלטערן געבן א פסק - הערט מען אויס מיט דרך ארץ, מען טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט שנעל טרעפן אייער שידוך, בעטס פאר א גוטער מאן וואס וועט אייך נישט טשעפען, א מאן מיט גוטע מידות, א מאן מיט יראת שמים וואס וועט לעבן מיט אמונה; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען.


זייט אייך מחזק מיט גוטע חבר'טעס, ווי למשל מרת ... און מרת ...


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#348 - קיינמאל נישט אפלאזן דעם תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אייער טאטע נרו יאיר איז געקומען בעטן פאר אייך א תהילים, ער דערציילט אז איר האט שוין מסיים געווען איבער צוויי הונדערט מאל תהילים, איר לעבט מיטן תהילים, איר זענט זיך מחי' מיטן תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט קיינמאל נישט אפלאזן דעם תהילים, איר זאלט זינגען צום אייבערשטן די קאפיטלעך תהילים און אריינפלעכטן אייערע אייגענע תפילות און בקשות צום אייבערשטן; וועט איר זיין שטענדיג ארום גענומען מיט די שכינה הקדושה און מיט די מלאכים וואס היטן אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.

#347 - יעדע ריר פון בית פיגא, שטיי איך אונטער דעם
חיזוק פאר מיידלעך, נייען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


תלמידות בית פיגא אכטע קלאס, שתחיו


יישר כח פארן מאכן קוגל פאר די חתונות פון אנשי שלומינו וואס קומט פאר אין ישיבה, ענק האבן א גרויסע מצוה, עס איז די מצוה פון הכנסת כלה.


מען האט שוין געמאכט אין די לעצטע פאר יאר אין ישיבה א חשבון פון קרוב צו הונדערט חתונות וואס איז בחינם פאר ביידע מחותנים, און נאר דורך די הילף פון די פרויען פון די לעידיס עקזילערי און פון די הילף פון די בית פיגא תלמידות - וואס העלפן אנגרייטן די קוגל און אלעס צושטעלן - קענען מיר דאס באווייזן.


איך וויל ענק אויך מחזק זיין ענק זאלן מיט האלטן די נייען, ענק מיינען אז עס איז איבריג, ענק מיינען אז עס איז א נישט וויכטיגע זאך; וואס זאל איך ענק זאגן, ענק וועלן זען נאך ענקער חתונה ווי וויכטיג דאס איז; ווייל די וואס האבן נישט געלערנט נייען - דארפן ארום לויפן פאר יעדע קלייניקייט צו א שניידער, יעדע ריר קאסט אזויפיל צייט און געלט, און די וואס לערנען זיך אין סקול נייען  - די קענען פאררעכטן די קליידער פון זיך, פון די מאן און קינדער.


טייערע תלמידות טראסטס מיך, איך וויל נישט לייגן אויף ענק נישט וויכטיגע זאכן, יעדע ריר פון בית פיגא; וואס מען זאל לערנען און וואס מען זאל מאכן - שטיי איך אונטער דעם, און אז ענק - די גרויסע תלמידות - וועלן זיך צושטעלן, ענק וועלן מיטהאלטן אלעס פון סקול - וועלן ענק מיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#346 - אן עצה פאר שרעק פון ביינאכט
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זייער הנאה פון די נייע ניגונים, און אז די שענסטע ניגון איז די ניגון וואס איז מחזק צו געדענקען אז די מאמע איז די בעסטע פריינד, דאס איז די גרעסטע מצוה.


אויף אייער פראגע וואס איר קענט טון אז ביינאכט האט איר שרעק; בעטס אייערע עלטערן זאלן אייך געבן צו הערן ביים שלאפן גיין מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אוועק נעמען אלע שרעק, ווייל ווען מען רעדט פון די הייליגע צדיקים - ווערט ליכטיג און מען ווערט רואיג.


איך הער זייער גוטע גריסן פון אייערע טיטשערס און פון די מנהלת, איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זייער א גוט קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#345 - אן אפענע קנעפל ביים האלז איז צניעות'דיג?
תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס איז אייך שווער די זאך פון זיך באשטימען א צייט צו מאכן התבודדות - זאלט איר אויף דעם אליין בעטן, בעטס אויף די זאך: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען פאלגן דעם רבי'ן וואס האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה) אז מען זאל זיך באשטימען יעדן טאג א צייט און א פלאץ צו רעדן און שמועסן מיט דיר. הייליגער באשעפער יעדן טאג פארגעס איך, יעדן טאג איז דא אנדערע תירוצים, עס גייט אריבער די טעג און די יארן און איך פארגעס צו רעדן און שמועסן מיט דיר, איך בעט דיר, העלף מיר איך זאל קענען פאלגן דעם רבי'ן און מאכן יעדן טאג התבודדות, וואס דאס וועט מיך ברענגען זייער נאנט צו דיר".


בנוגע אויב דו זאלסט גיין מיט אן אפענע קנעפל ביים האלז; איר זאגט אז די מיידלעך ביי ענק אין קלאס, ווען מען לערנט ענגליש - עפענען זיך אלע די קנעפל; איר ווילט וויסן אויב עס איז צניעות'דיג?


איר ווייסט אוודאי אז אין ברסלב ענטפערט מען נישט דעם מענטש ווי אזוי ער זאל טון, מען זאגט אים נאר די זאך פון תפילה; ווייל אז מען זאגט דעם מענטש טו אזוי און אזוי, קען אמאל זיין אז דער מענטש האלט נישט ביי דעם, און דורך דעם קען יענער אוועק פאלן, עס קען ווערן שבירת הכלים; נאר די זאך פון תפילה, דאס ענטפערט מען ביי אנשי שלומינו.


דאס זאג איך אייך אויך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו צניעות, איר זאלט בלייבן איידל. איר זענט אן איידל קינד, איר האט איידעלע עלטערן; זאלט איר בלייבן איידל, וועלן איידלקייט, ליב האבן איידל, ליב האבן די אידישע איידעלע חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#344 - מ'טוט וואס איז ריכטיג, נישט נאר וואס מען האט ליב
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איר זענט א גוט קינד, איר זענט א טייער קינד, איך האף בקרוב וועט איר א כלה ווערן און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, וואו די שכינה וועט רוען, און ברענגען ערליכע דורות פארן אייבערשטן.


איך בעט אייך, האלטס אויס דאס ביסל אין סקול, פירט זיך מיט דרך ארץ, שטעלט זיך צו צו די סקול, ווען מען דאווענט - דאווענט מיט, און ווען מען לערנט - זאלט איר מיט האלטן, און אויך ווען מען נייט - זאלט איר מיט נייען, אפילו עס איז אייך גאר ווייניג אינטערעסאנט; דאס אליין איז די וויכטיגסטע זאך אין לעבן, זיך אויסלערנען אז מען טוט נישט נאר וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט וואס מען דארף טון.


איך בעט אייך מיט מיין גאנצע הארץ, האלטס אויס ביז איר ווערט א כלה; א שאד דאס ביסל צייט וואס איר האט נאך - ארויס צו פאלן פון די ווארעמע היים "בית פיגא", אפילו עס איז אייך ביטער שווער. בעטס דעם אייבערטן א תפילה איידער איר גייט אריין אין קלאס: "רבונו של עולם, געב מיר די כוחות זיך איינצובייגן מיין רוקן ביין און מיין קאפ פאר די טיטשערס, רבונו של עולם געב מיר הכנעה, רבונו של עולם העלף איך זאל קענען פאלגן וואס שטייט דא אינעם בריוו".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר באלד טרעפן אייער שידוך, אבער איך בעט אייך פאלגט מיר.

#343 - עס טוט מיר וויי אז מען פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך בעט נאכאמאל, סיי אייך און סיי אייערע חבר'טעס, מען זאל נישט רעדן קיין ניבול פה. איך הער אז מען רעדט ווייטער פון בחורים, מען רעדט ניבול פה; אויב מען וועט אזוי ווייטער ממשיך זיין - וועל איך פארמאכן ענקער קלאס, ענק וועלן מער גארנישט האבן מיט בית פיגא.


אויך איז די דרך ארץ זייער נישט גוט, ענק לאכן זיך אויס פון די געטרייע טיטשערס; עס טוט מיר זייער וויי.