בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא
איך האב געליינט אייער פארווייטאגטע בריוו; איר שרייבט זייער שרעקעדיגע ווערטער, איר ווילט ענדיגן אייער לעבן, איר קענט נישט אויסהאלטן די ווייטאג פון אייער מאמע; אייער טאטע שרייט און פארשעמט איר ווען אלע קינדער הערן, עס איז נישטא קיין איין נארמאלע שמועס צווישן זיי.
עס שטעכט מיר זייער אין מיין הארץ צו הערן וואס איר גייט אריבער; איך האב נישט געוויסט ווי ווייט עס גייט, איך האב נישט געוויסט ווי שטארק אייער מאמע ליידט; איך בעט אייך זייער, האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט איר חתונה האבן, איר וועט שוין נישט דארפן מיטהאלטן די קריגערייען פון אייערע עלטערן.
בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס וועט זיין גאנץ לעבן שיין רעדן צו אייך, בעטס דעם אייבערשטן פאר אן ערליכער מאן; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען, בעטס אן א שיעור אויף אן ערליכע לעבן.
מיר געפונען, לאה האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן זי זאל חתונה האבן מיט א צדיק. דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי, רכג.): "לֵאָה כָּל יוֹמָהָא, הֲוַת בְּפָרָשַׁת אוֹרְחִין קַיָּימָא", לאה פלעגט גיין התבודדות, "וּבָכַת", און זי האט געוויינט צום אייבערשטן, "בְּגִינֵיהּ דְּיַעֲקֹב, כַּד שָׁמְעַת דְּאִיהוּ צַדִּיקָא", זי האט געוויינט אז זי וויל חתונה האבן מיט דער צדיק יעקב, "וּצְלוֹתָא אַקְדָמַת לֵיהּ", ביז זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אים, "רָחֵל לָא נָפְקַת לְאוֹרְחִין לְעַלְמָא, בְּגִינֵי כָּךְ זָכְתָה לֵאָה לְאִתְקַבְּרָא עִמֵּיהּ", רחל האט נישט געדאווענט אויף דעם, דעריבער האט לאה זוכה געווען אויך צו ליגן אין מערת המכפלה מיט יעקב אבינו, ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן צו חתונה האבן מיט דעם צדיק.
בעטס אויף אן ערליכן מאן, נאר ערליכע אידן האבן שלום בית; אויב איז דא יראת שמים - דעמאלט רעדט מען שיין צו די ווייב, מען האט זיך ליב; ווידעראום דער וואס האט נישט יראת שמים - פייניגט די ווייב, טשעפעט די ווייב. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו באקומען א מאן וואס האט שייכות מיט א צדיק, א מאן וואס פאלגט א צדיק; דעמאלט איז דאס לעבן זיס.
איר זאלט מכבד זיין אייער טאטע און אייער מאמע; אויב מען קריגט זיך זאלט איר זיך נישט אריינמישן, נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.