בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#159 - זייטס ממשיך מיט'ן זיך לערנען גרעפיקס
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שבת קודש, פרנסה, מדות טובות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהעלותך, כ"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', ירושלים.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; איר האלט מיט די שיעורים וואס מען לערנט אין בית פיגא און אלע אנדערע שיעורים.


זייער גוט טוט איר אז איר זענט מחזק אייער ברודער ער זאל לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); זאגטס אים ער זאל יעדן טאג לערנען אביסל חומש, ער זאל עס איינטיילן לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאל ער מעביר סדרה זיין ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי וועט ער ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע שנים מקרא ואחד תרגום. עס איז גוט ער זאל שוין אנהייבן אזוי צו טון יעצט פאר די בר מצוה כדי עס זאל ווערן ביי אים א געוואוינהייט, א חלק פון זיין לעבן.


זייטס אים מחזק ער זאל ענדיגן ש"ס צו זיין בר מצוה; יעצט זאל ער אוועק לייגן די אנדערע שיעורים, ער זאל פרובירן צו ענדיגן ש"ס, אזוי וועט ער ממשיך זיין אויף זיך א צלם אלוקים.


זייטס ממשיך מיט'ן זיך לערנען גרעפיקס; א קאמפיוטער אויב עס איז גוט, עס איז כשר - איז נישט דא אין דעם קיין פראבלעם. אזוי אויך אימעיל איז א כשר'ע זאך, עס איז אזוי ווי פאסט.


בנוגע וויינען שבת, אז עס קומט אייך אויס אסאך מאל שבת צו וויינען פאר א שידוך און איר האלט זיך צוריק, איר ווילט וויסן אויב מען מעג; עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפ"ח, סעיף ב): "מִי שְׁיֵשׁ לוֹ עוֹנֶג אִם יִבְכֶּה כְּדֵי שֶׁיֵּלֵךְ הַצַּעַר מִלִּבּוֹ, מוּתָּר לִבְכּוֹת בְּשַׁבָּת", אויב א מענטש האט א תענוג פון וויינען, ער שפירט זיך גוט ווען ער וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן און עס ווערט אים גרינגער - מעג ער וויינען אום שבת, און דער טורי זהב זאגט (שם, סעיף קטן ב): "מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי עקיבא, ער פלעגט זאגן שיר השירים שבת און עס האט אים גערינען טרערן פון גרויס בענקשאפט צום אייבערשטן"; זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן פון וויינען שבת, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן ערליכע דורות.


בנוגע וכו'; זייער גוט אז איר עקלט זיך פון קריכעדיגע שרצים, עס איז א גוטע זאך, איר דארפט נישט זוכן עצות אויף דעם, בלייבטס מיט דעם געפיל זיך צו עקלען פון קריכעדיגע באשעפענישן.


זאגטס ווייטער תהילים; זינגטס די קאפיטלעך און פלעכטס אריין אין די פסוקי תהילים אייערע אייגענע לויב, געזאנג און געבעט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - האב נישט מורא פון די שרעקעדיגע חלומות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, מחשבות, חלומות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון די שרעקעדיגע חלומות; בייג זיך אראפ צום אייבערשטן, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין לעבן - וועסטו מער נישט חלומ'ן די שרעקעדיגע חלומות פון שטארבן וכדומה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות גאוה, סימן יט): "מַבְהִילִין אֶת הָאָדָם בַּחֲלוֹמוֹת", מען דערשרעקט א מענטש אין זיין חלום, "כְּדֵי לְהָסִיר מִמֶּנּוּ גַּאֲוָה שְׁקוּעָה, שֶׁהִוא מְכֻסָּה מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵינוֹ מַכִּיר בָּהּ", כדי ער זאל זיך נישט גרויסן אויף א צווייטן; ווען מען האלט זיך גרויס, מען קוקט אראפ אויף אנדערע, דעמאלט דערשרעקט מען דעם מענטש כדי ער זאל זיך נישט גרויסן אויף אנדערע.


בנוגע טראכטן פון מיאוס'ע זאכן; שלאג זיך נישט מיט די מחשבות, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן נישט ארויסצורעדן פון מויל מיאוס'ע ווערטער; טראכטן איז איין זאך, אבער רעדן נבול פה איז א גרויסע עבירה.


זינג און טאנץ ניגונים פון שמחה וועסטו פטור ווערן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - א קאפיטל תהלים פרישט אויף דעם מענטש
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט שוין מסיים געווען זעקס מאל דעם ספר תהילים.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי פאנטש"; ווען א מענטש איז אויסגעטריקנט און אפגעמאטערט נעמט ער א טרינק וואס פרישט אים אויף, אזוי איז א קאפיטל תהילים, עס פרישט אויף דעם מענטש און עס ברענגט אים גרויסע ישועות.


בעט דיין טאטע זאל דיר אהיים ברענגען יעדע וואך לכבוד שבת די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", דאס זאלסטו ליינען שבת; די בריוו וועט דיר ווייזן ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט מען זאל לעבן, עס וועט דיר מאכן רואיג און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - צוזאמנעמען די מיידלעך אין ארץ ישראל
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, יבנאל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל אם ירצה ה' אנגרייטן א שיעור פאר ענקער צוזאמקום.


זייטס מודיע פאר אלע מיידלעך פון ארץ ישראל איבער דעם צוזאמקום; איך שיק אייך א בריוו, איר זאלט דאס אויסטיילן פאר אלע מיידלעך.


בנוגע אייער פראגע וואס מען קען טון מיט די אלע מיידלעך וכו'; נעמט זיי קיין יבנאל, ווארעמט זיי אן זיי זאלן צוזאמען אויסזאגן תהילים ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דורכדעם וועלן זיי אלע טרעפן זייער שידוך.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען: "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען קיין יבנאל און אויסזאגן תהילים ביי מיין ציון, זאג איך צי אז איך וועל נישט רוען ביז איך וועל זיי טרעפן זייער שידוך"; זאלט איר מיט זיי פארן קיין יבנאל און דארט אויסזאגן תהילים.


אזוי זאלט איר טון נישט איינמאל, נאר כסדר מאכן מיט זיי א נסיעה צו דעם הייליגן פלאץ; אויפ'ן וועג קענט איר זיך אפשטעלן אין א שיינע שטילע פלאץ און הנאה האבן פון די שיינע נאטור פונעם אייבערשטנ'ס וועלט, בתנאי אז עס זאל זיין בצניעות, איידל און נישט אין געגנווארט פון מענער.


שטארקטס זיך און שטארקטס אייערע חבר'טעס; ווען איר קומט זיך צאם זאלט איר טאנצן, ברענגטס אריין אין די מיידלעך שמחה, דורכדעם וועט אוועק פאלן אלע נסיונות. דער יצר הרע האט א שליטה נאר אויף דיפרעסטע מענטשן, ווידער פרייליכע מענטשן קען ער נישט בייקומען. דערפאר זעט מען אז אלע קינדער וואס זענען צעבראכן און צעפליקט די פאלן אוועק און לאזן אפ די אידישע וועג - סיי ביי מיידלעך און סיי ביי בחורים, און די קינדער וואס זענען פרייליך די האבן ליב די אידישע וועג. דעריבער האט דער רבי אונז באפוילן אז מיר מוזן זיין פרייליך, ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות; ווען מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן דארף מען שוין נישט קיין נארישקייטן.


איך שיק מיט אייך א בריוו איר זאלט דאס אויסטיילן ביים צוזאמקום.


הלואי זאלט איר מאכן מער אפט די צוזאמקום, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - מ'דארף גיין מיט חכמה צווישן די טראפן
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קדושה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז אייערע חבר'טעס פירן זיך נישט אויף ווי אזוי אידישע איידעלע מיידלעך דארפן זיך פירן, זיי האבן סמארטפאונס אפן צו די אינטערנעט, זיי טוען זיך אן נישט איידל און האבן מיט בחורים ה' ישמרינו.


פון איין זייט איז נישט גוט אז איר זאלט בלייבן אין סקול און האבן שייכות מיט זיי, ווייל איר וועט ווערן נאכגעשלעפט השם ישמרינו און פון די אנדערע זייט איז שווער צו זיין אין שטוב אליין אן חבר'טעס.


דאס בעסטע פאר אייך איז אז איר זאלט זיך פירן מיט חכמה און גיין צווישן די טראפן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", מיט חכמה זאלסטו זיך קריגן מיט'ן יצר הרע; גייטס אביסל אין סקול, אבער אין די צייטן וואס די מיידלעך זענען פארנומען מיט נארישקייטן זאלט איר בלייבן אין שטוב העלפן אייער מאמע - זיך אכטונג געבן נישט אריין צו פאלן אין די נעץ פונעם יצר הרע.


איך האף צום אייבערשטן אז אייער פראגע וועט נישט זיין פאר צו לאנג, איך האף אז איר וועט שנעל א כלה ווערן; איך האף צו זיין אייער שדכן.

#154 - זיך נישט לאזן צוריק שלעפן צו די אלטע מעשים
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס פעלזן פעסט נישט צו פאלן פאר איר און נישט צו טון די עקלדיגע זאכן; שפירטס נישט ווי א חוזק ווען זי מאכט חוזק פון אייך און זי וויל אייך צוריק שלעפן צו די אלטע מעשים, איר זאלט זיין שטארק ווי אייזן נישט צו טון וואס דער אייבערשטער לאזט נישט טון.


ווען זי דערמאנט אייך אלטע זכרונות, זי שפעט פון אייך מיט'ן עבר - זאלט איר זאגן פאר איר אז דאס איז א לאו אין די תורה, אזוי ווי עס שטייט (ויקרא כה, יז): "לֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא נח:): "אִם הָיָה בַּעַל תְּשׁוּבָה לֹא יֹאמַר לוֹ: 'זְכוֹר מַעֲשֶֹיךָ הָרִאשׁוֹנִים'", מען טאר נישט זאגן פאר א בעל תשובה: "געדענקסט ווען דו האסט געפראסן נבילות און טריפות?" זאגטס איר אז זי טוט אייך וויי מיט דעם וואס זי דערמאנט אייך אלטע זכרונות.


אז איר וועט זיין שטארק ביי זיך, איר וועט זיך פירן איידל - וועט איר ביז א קורצע צייט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


איר זאלט קיינעם קיינמאל נישט דערציילן אייער עבר.

#153 - קינדער קענען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייערע דריי בריוון.


אייערע עלטערן זענען זייער וואוילע מענטשן, זיי וועלן זיכער טון וואס איז גוט פאר אייך; אז איר וועט שיין רעדן צו זיי, איר וועט זיי זאגן אז איר ווילט חתונה האבן וועלן זיי אייך נישט אפזאגן, זיי וועלן אייך העלפן האבן א גוט לעבן.


עס קען זיין אז זיי וועלן אין אנהויב זאגן אז איר זענט יונג אדער אז איר דארפט קודם ענדיגן שולע וכו', וכו'; אבער אויב איר וועט אכטונג געבן זיך נישט צו חוצפה'נען צו זיי, איר וועט שיין רעדן צו זיי איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל וועלן זיי מיט גיין מיט אייך.


קינדער ווייסן נישט וואס עלטערן מיינען, קינדער קענען נישט און וועלן נישט פארשטיין וואס דאס מיינט טאטע מאמע ביז זיי אליינס וועלן אריבערגיין מיט זייערע קינדער וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון די עלטערן, נישט טענה'נען מיט עלטערן און זיכער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שרייען און רעדן מיט שפעט ווערטער. אפילו קינדער וואס האבן שווערע עלטערן און נישט נארמאלע עלטערן זענען אויך מחויב מיט כיבוד אב ואם, איז דאך זיכער אז איר וואס איר האט אזעלכע טייערע עלטערן דארפט איר אכטונג געבן אויף זייער כבוד.


שטארקטס אייך מיט אייער תהילים'ל; איך האב געדארפט קוקן אפאר מאל אינעם בריוו צי איך זע גוט, אז איר האט שוין געזאגט הונדערט און אכצן מאל ספר תהילים. נישט דא קיין סאך מיידלעך אין אייער יארגאנג וואס זאלן בכלל האבן איין מאל מסיים געווען דעם ספר תהילים; זאלט איר ווייטער זאגן תהלים און אינמיטן זאגן די הייליגע ווערטער זאלט איר בעטן פאר אייך און פאר אייער עתיד, וועט איר טרעפן א גוטע שידוך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


בלייבטס א העלד, קוקטס נישט אין אייער חבר'טעס טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#152 - צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר לעבט מיט אמונה און אז איר זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


ווען איר זאגט תהלים זאלט איר בעטן שטילערהייט דעם אייבערשטן פאר אייער טאטע און מאמע זיי זאלן מצליח זיין אין זייערע וועגן, זיי זאלן האבן פרנסה און קענען גרינג מגדל זיין די קינדער.


ווען מען זאגט תהלים רעדט מען נישט אויס ביז מען ענדיגט דעם קאפיטל, אבער צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל; נישט נאר מען מעג רעדן נאר עס איז זייער געשמאק ווען מען זאגט תהלים און מען רעדט צום אייבערשטן צווישן די ווערטער אויף אידיש.


איך וועל זיך זייער פרייען אז איר וועט אמאל קומען באזוכן אונזער סקול בית פיגא און זיך מאכן נייע חבר'טעס מיט אונזערע תלמידות.

#151 - די וויכטיגסטע זאך איז צו לערנען הלכות מיט מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר אייער ארבעט.


איך ווייס אז אייער לימוד איז וויכטיגער פון אלעס אנדערש, א רחמנות אויף מיידלעך וואס לערנען אלע חכמות און אלע שפראכן און קענען נישט קיין הלכות; ווי אזוי קען מען זיין א אידישע מאמע, פירן א אידישע שטוב – ווען מען קען נישט הלכות שבת, הלכות בשר בחלב, הלכות יחוד וכו', וכו'?


איך ווארט צו הערן אויב די מיידלעך האלטן מיט און נעמען ערנסט דעם לימוד.

#150 - זארג נישט פאר דיין שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי'.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק, זיי פרייליך.


זארג נישט פאר דיין שידוך; איין זאך זאלסטו טון, בעטן דעם אייבערשטן פאר א גרינגע שיינע זיסע לעבן, פאר אן ערליכער מאן און ערליכע קינדער.


זארג נישט, דו וועסט חתונה האבן.

#149 - איך האב הנאה ווי דו שטארקסט זיך מיט דיינע גוטע מעשים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זיך זייער מחי' מיט די צוויי שיינע לאנגע בריוו וואס דו האסט געשריבן; איך האב הנאה צו הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך מיט דיינע גוטע מעשים.


איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן דיינע שיינע ווערטער, דעם ניגון וואס דו האסט פארפאסט מיט די ווערטער: "תהלים, תהלים, תהלים".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויסוואקסן א גרויסע צדיקת און האבן א זיסע לעבן בזה ובבא.

#148 - שמחה נעמט ער אוועק אלע צרות און יסורים
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר האט אסאך חיזוק פון די שיעורים אין ישיבה; איר מיט נאך מיידלעך זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פונעם הייליגן רבי'ן.


איר זאלט זען צו זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


הערטס לעבעדיגע מוזיק יעדן טאג; טאנצט און שפרינגט אז איר זענט א איד.


שטארקט זיך, נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטע שידוך.

#147 - ס'איז נישט גוט זיך צוצוגעוואוינען צו א טייער לעבן
חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר בעט פאר חיזוק אויף נישט אויסגעבן געלט פאר טייערע קליידער, וכדומה; דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן איר האט באקומען א חתן א תלמוד חכם, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וויל ער בלייבן לערנען און דאווענען נאך די חתונה, אבער דאס ווענדט זיך באמת נאר אין אייך.


די אלע גרויסע גאונים און צדיקים זענען אויסגעוואקסן וואס זיי זענען אויסגעוואקסן ווייל אונטער זייער גרויסקייט איז געשטאנען אן אשת חיל וואס האט מסכים געווען צו לעבן א פשוט'ע לעבן, אן ארעמע לעבן, אבי איר מאן זאל בלייבן לערנען; אלע גדולי ישראל האבן געקענט אנקומען וואו זיי זענען אנגעקומען נאר צוליב זייער ווייב, ווייל דער עיקר איז די פרוי. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


אז איר הויבט אן אייער לעבן מיט טייערע קליידער וועט עס ווייטער אזוי אנגיין נאך אייער חתונה; איר וועט פארלאנגען נאך און נאך פון אייער מאן נרו יאיר, ביז ער וועט דארפן גיין בארגן געלט און פארשווארצט ווערן פאר זיינע זיבעציג יאר, ער וועט אפלאזן דאס לערנען, אפלאזן דאס דאווענען – כדי צו קענען דעקן אייערע פילע גרויסע געברויכן; פרעג איך אייך: "לוינט זיך דאס? איז דאס ווערד?!"


עס האט אמאל פאסירט א מעשה, א איד אן ארעמאן איז געקומען צום הייליגן רבי נתן און אים געזאגט מיט איין שמחה אז ער האט זיך געקויפט א טייערער מאנטל מיט די געלט וואס זיין טאטע האט אים איבערגעלאזט בירושה, זאגט אים רבי נתן: "פאלג מיר און ווארף עס אוועק, דו דארפסט עס נישט האבן!" דער איד האט נישט פארשטאנען פארוואס רבי נתן הייסט אים דאס אוועק ווארפן, האט ער געפרעגט רבי נתן: "וואס איז אזוי שלעכט מיט'ן מאנטל?" האט אים רבי נתן געענטפערט מיט א שמייכל: "א טייערער מאנטל קען מען נישט אויפהענגען אויף א פשוט'ן הענגער, מען דארף פארדעם קויפן א טייערער הענגער און א טייערער הענגער מיט א טייערער מאנטל קען מען נישט אויפהענגען אין אן אלטן שאפע, וועסטו דארפן גיין בארגן געלט צו קויפן א טייערער שאפע, נאך מער - זאגט אים רבי נתן - א טייערער שאפע פאסט נישט אריין אין אן ארעמע שטוב, דו וועסט דארפן בארגן געלט זיך איבער צו בויען דיין שטוב, דאס וועט אריין ציען אין שווערע טויזנטער דאללער, ווייל ווען מען בויט איבער א שטוב איז דאך א שאד נישט צו מאכן דאס און יענץ און יענץ און דאס, קומט אויס אז צוליב דיין מאנטל וועסטו פארשווארצט ווערן פאר דיינע זיבעציג יאר, אבער אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טייערער מאנטל וועסטו קענען ווייטער לעבן א גוט לעבן".


דאס זעלבע זאג איך אייך, אז איר הויבט אן דאס לעבן מיט טייערע קליידער וועט איר נאך די חתונה דארפן האבן א טייערער קערידזש (קינדער וועגעלע), און אז מען האט א טייערער קערידזש קען מען נישט גיין מיט אלטע גענוצטע שטיוול, דארף מען קויפן טייערע שטיוול און אזוי שלעפט דאס אריין אין טויזנטער דאללער, קען אזוי דער מאן נישט לערנען, ער האט נישט קיין קאפ צו קענען דינען דעם אייבערשטן ווייל ווען מען בארגט געלט, מען האט חובות - איז זייער שווער צו זיין אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין פרייליך און צופרידן, דעמאלט וועט איר קוקן אויף די לעבן מיט אן אמת'ן בליק, איר וועט לעבן דעם תם'ס לעבן, וואס ער איז געווען פרייליך און צופרידן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' – מחכם ותם); ער האט גארנישט געהאט און גארנישט געדארפט, ער האט געהאט ברויט מיט וואסער מיט איין פעלץ פאר אים און זיין ווייב און איז אלץ געווען פרייליך, און דער חכם זיין חבר איז אלץ געווען דיפרעסט און מרה שחורה'דיג, ווייל נאר אזוי קען מען זיין פרייליך אז מען איז צופרידן מיט וואס מען האט, מען איז קיינעם נישט מקנא.


בנוגע ווער עס זאל אייך לערנען און אייך אנגרייטן אויף נאך די חתונה; איר האט מיר שוין געפרעגט און איך האב אייך שוין געענטפערט, וואס דארפט איר איבער פרעגן? טראכטס נישט אז איך וויל אייך אוועקשטופן, ווייל נאר תלמידות קענען לערנען ביי דעם און די לערנען ביי דעם, איך וויל דאס בעסטע פאר אייך, און איר וועט אם ירצה ה' האבן דאס בעסטע.

#146 - דארפסט נישט קענען לשון הקודש
חיזוק פאר מיידלעך, צדיקים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז שלעכט אז דו קענסט ליינען אידיש, וואס דארפסטו קענען לשון קודש? עס זענען געווען גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט, וואס זייערע מאמע'ס האבן ניטאמאל געקענט עברי; זיי פלעגן בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אויף רוסיש און פויליש אז זיי זאלן זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט. זאלסטו ענדערש בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט".


זיי שטאלץ מיט דיין איידלקייט וועסטו זוכה זיין צו בנים צדיקים.

#145 - נעם ארויס פון דיין קאפ די שלעכטע מחשבות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם ארויס פון דיין קאפ די שלעכטע מחשבות; דארפסט נישט מורא האבן, די אלע שלעכטע מחשבות וואס מען טראכט: 'איך וועל נישט חתונה האבן', 'איך וועל נישט האבן קיין קינדער וכו', וכו'' - דאס איז דער יצר הרע.


טראכט גוט וועט זיין גוט.

#144 - א שיעור אין ספר עצתו אמונה
חיזוק פאר מיידלעך, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו לערנסט דעם ספר עצתו אמונה; דו האסט א שיעור אין דעם יעדן טאג, דו גייסט נישט שלאפן אן לערנען כאטשיג איין בריוו. הלוואי זאלן אלע מיידלעך, אלע דיינע חבר'טעס אויך טון אזוי; דארט וועסטו זען ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט מען זאל לעבן, אלע בריוו איז נאר וואס מוהרא"ש האט געזאגט און וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


אויך זאלסטו לערנען די בריוו פון ספר איש אמונות; דארט איז דא פערזענליכע בריוו פאר תלמידי היכל הקודש און פאר תלמידות בית פיגא, די בריוו וועט דיר זייער מחזק זיין און ווייזן א וועג אין לעבן.

#143 - פיר גוטע דאקטורים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אזעלכע שיינע גריסן פון דיינע לערערינס און פון דיין מנהלת, אז דו ביסט זייער א וואוילע מיידל; אז דו וועסט זיך ווייטער פירן אזוי וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


דיין נאמען דערמאנט מיר פון מוהרא"ש; מוהרא"ש האט דערציילט (חלק כ"ז, מכתב ד' אלפים, שי"ט) עס איז געווען אמאל ווען ער האט זיך נישט גוט געשפירט און אלע דאקטורים האבן אים געזאגט אז ער גייט שטארבן, מוהרא"ש שרייבט דארט: "ברוך השם איך לעב שוין אזוי צוואנציג יאר, ווייל איך האב גוטע דאקטורים וואס איך ריר זיך נישט אן זיי", מוהרא"ש רעכנט אויס זיינע פיר דאקטורים: "דער ערשטער דאקטער איז דר. פרייליך; דער צווייטער דאקטער - דר. פעלדמאן; דר. לערנער און דר. וואסערמאן".


דר. פרייליך לערנט מיר צו זיין פרייליך; דר. לערנער זאגט מיר איך זאל לערנען יעדן טאג; דר. פעלדמאן שטארקט מיר איך זאל מאכן התבודדות אויפ'ן פעלד – פעלדמאן איז א מענטש וואס גייט יעדן טאג אין פעלד; און דר. וואסערמאן הייסט מיר גיין אין מקוה יעדן טאג. – א מענטש וואס גייט יעדן טאג אין וואסער איז א וואסער מאן.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#142 - עצות צו ווערן פרייליך
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים, דו האסט שוין געענדיגט דעם אכט און צוואנסיגסטן מאל ספר תהלים; איך האף אז דו וועסט ווייטער זאגן תהלים, דו וועסט זיך קיינמאל נישט שיידן פונעם תהלים.


איך הער צוריק זייער גוטע גריסן פון דיינע לערערינ'ס, זיי זאגן אלע אז דו ביסט זייער א וואוילע מיידל, דאס אליינס דארף דיר פרייליך מאכן.


דער הייליגער רבי געבט אונז אן עצה ווי אזוי צו זיין פרייליך, דורך טאנצן יעדן טאג. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה, סימן ח): "עַל יְדֵי הָרִקּוּדִין וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁאַתָּה עוֹשֶׂה בַּגּוּף, נִתְעוֹרֵר לְךָ שִׂמְחָה", דורך טאנצן און שפרינגען ווערט מען פרייליך; אין סקול איז דא א צייט יעדן טאג ווען אלע מיידלעך טאנצן אינאיינעם מיט פרייליכע מוזיק, זאלסטו מיט טאנצן לעבעדיג און שפרינגען, וועסטו זוכה זיין צו זיין פרייליך.


נאך אן עצה געבט אונז דער הייליגער רבי, דער רבי זאגט (שם, סימן יז): "עַל יְדֵי בִּטָּחוֹן בָּא שִׂמְחָה", דורך דעם וואס מען האט בטחון אינעם אייבערשטן, מען פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן ווערט מען פרייליך; די סיבה פארוואס מען איז נישט פרייליך איז ווייל מען זארגט זיך שטענדיג, מען טראכט: 'וואס וועט זיין?' מען טראכט נעגעטיווע מחשבות, דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיין בעצבות; איז די עצה אויף דעם אז מען זאל זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן, מען זאל אריין נעמען אין קאפ אז אלעס אלעס פירט דער אייבערשטער, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, קיינער קען מיר נישט טון קיין שום שלעכטס און עס קען נישט פאסירן צו מיר קיין שום שלעכטס, נאר וואס דער אייבערשטער מאכט; דאס מאכט מען זאל ווערן פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#141 - ווי אזוי מיידלעך זאלן זיך פירן אום יום טוב פורים
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון בית פיגא ברסלב, שתחיו.


מיר שטייען יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב פורים, וויל איך אייך שרייבן אפאר וויכטיגע זאכן איר זאלט וויסן ווי אזוי צו מקבל זיין אזא הייליגע טאג.


טייערע בית פיגא תלמידות שתחי', גייט אנגעטון איידל און שיין און פירט אייך איידל און באשיידן; קוקט צו וואס מען איז זוכה ווען מען פירט זיך איידל, די נס פון פורים איז געקומען דורך 'אסתר המלכה' ווייל זי האט זיך געפירט זייער איידל. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן אונז (תרגום אסתר ב, ז): "אֶסְתֵּר הֲווּ קָרִין לָהּ", פארוואס האט מען גערופן אסתר המלכה מיט'ן נאמען 'אסתר', איר ריכטיגע נאמען איז נישט 'אסתר' זי האט געהייסן 'הדסה'? "עַל דִי הֲוַת צְנִיעָא בְּבֵיתָא דְּמָרְדְּכַי, שַׁבְעִין וַחֲמֵשׁ שְׁנִין", ווייל זי איז געווען זייער צניעות'דיג אין שטוב פון מרדכי הצדיק, "וְלָא חֲזָת אַפֵּי גְבַר אֱלָהֵן אַפֵּי מָרְדְּכַי", דורכאויס פינף און זיבעציג יאר האט זי נישט געקוקט אויף קיין שום פרעמדע מאן, זי האט נאר געקוקט אויף מרדכי הצדיק - דערפאר האט זי זוכה געווען אז זי האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען פירט זיך איידל און באשיידן.


איך בעט אייך טייערע תלמידות פון בית פיגא, פורים איז זייער א הייליגע צייט, פורים קען פועל'ן זייער גרויסע זאכן, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): פורים איז א צייט פון זיך באנייען; ווייל ווען מען איז פרייליך קען מען זוכה זיין צו פועל'ן זייער גרויסע ישועות, זאלט איר פון יעצט זיין נאר פרייליך; יעדע זאך וואס שטערט אייך, יעדע זאך וואס באדערט אייך - זאלט איר דאס אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס מען קען פועל'ן דורך תפילה, תפילה איז אזוי שטארק, עס דריידט איבער די טבע.


בנוגע זיך פארשטעלן וכו'; מען דארף אכטונג געבן זיך צו פארשטעלן נאר מיט איידעלע און שיינע קליידער, פורים דארף מען ווייטער זיין צניעות'דיג, פורים איז דא דער זעלבער אייבערשטער, די זעלבע תורה.


פורים דארף מען מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי א גאנץ יאר.


איך וואונטש אייך א פרייליכן ליסטיגן תמיד.

#140 - מ'דארף אסאך רעדן פון אמונה און פון צדיק
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, שלום בית, צדיקים, שבת קודש, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז זענט מחזק פרויען און מיידלעך.


לערנט מיט זיי בריוו פון "אשר בנחל" אדער "עצתו אמונה"; אז זיי פארשטייען נישט קיין אידיש קענט איר זיי פארלערנען די בריוו אין לשון הקודש, (מען איז מתרגם די אידישע בריוו אויף לשון הקודש).


בעיקר זאלט איר רעדן פון חיזוק אין אמונה, חיזוק אויף תפילה און אסאך פון אמונת חכמים, אמונה אינעם רבי'ן; אנשטאט רעדן פון פרטים אין לעבן וכו', וכו', דארף מען רעדן פון אמונה און פון צדיק. אזוי האט דער הייליגער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "ווען דו שרייבסט חידושי תורה און דו קומסט אן צו שרייבן פון 'אמונה' אדער 'צדיק' - זאלסטו אויסשפרייטן דעם פענע"; דאס הייסט, ער זאל שרייבן אסאך איבער דעם נושא, ווייל: "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ (נדרים מא.)", אז מען האט אמונה האט מען אלעס, ווידעראום אן אמונה האט מען גארנישט; נאר אז מען האט אמונה האט מען א לעבן.


רעדטס צו זיי וואס מען באקומט ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, ווי זיס און האניג'דיג דאס לעבן ווערט, פון דאס רואיגקייט וואס מען באקומט ווען מען גייט נאך דעם הייליגן רבי'ן. ביי אלע חסידים רעדט מען פון האבן א רבי, און אין ברסלב אליינס קען מען זיך אויך גוט אפנארן השם ישמרינו, בפרט ביי די וואס מען רעדט אין די קבלה שפראך און העכערע ווערטער - דארט איז זייער גרינג זיך צו נארן, ליידער אין ברסלב אליינס פארקויפט מען זאכן וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן וכו', וכו', דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל שטענדיג קוקן אויף זיך, מען זאל קוקן 'וואס האב איך אין די האנט?'


לייגטס אריין אין די מיידלעך זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן זיך נישט אפצונארן אין לעבן; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; דאס הייסט אז א מענטש דארף שטענדיג קוקן אויף זיינע רווחים ברוחניות. פונקט אזוי ווי בגשמיות ווען א מענטש האט א ביזנעס דארף ער זיך שטענדיג נאכפרעגן ביים בוכהאלטער צי די ביזנעס פארדינט אדער דערלייגט, אזוי און נאך מער דארף מען זיך כסדר בודק זיין: 'וואס טו איך אויף די וועלט, אפשר נַאר איך זיך?' און זען זיך טאקע נישט צו לאזן נארן.


בנוגע אויב אייער מאן זאל אוועק פארן מיט ענקער קהילה אויף שבת, מען פארט אוועק אן די ווייבער וכו'; דאס ווענדט זיך אין ענק, אז אייער מאן וויל בלייבן אין שטוב אויף שבת מיט אייך און מיט די קינדער איז זייער חשוב, און אז ער דארף אוועק גיין מיט די קהלה ווייל דארט פארשטייט מען נישט די זאך פון זיין אין שטוב מיט די ווייב וכו', זאלט איר אים נישט מאכן קיין שוועריקייטן. איר דארפט אים פארשטיין, אז ער וועט נישט פארן וועט ער נישט שפירן באקוועם אין די קהלה ווען אלע פארן וכו', וכו'; דאס זאלט איר צווישן זיך אפמאכן.


מען דארף שטענדיג געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "וואס מען טוט - טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס".


זייטס ממשיך צו זאגן תהלים יעדן טאג; תהלים וועט אייך טראגן צום טיר וואס פירט אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#139 - א בחור מיט יראת שמים און אמונת חכמים
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו ביסט א קלוגע מיידל, אז דו פארשטייסט וואס צו זוכן ביי א שידוך; אנדערע מיידלעך קוקן אויף געלט, אויף כבוד וכו', וכו' און דו שרייבסט אז דו ווילסט א בחור מיט צוויי זאכן: יראת שמים און אמונת חכמים, וואס דאס איז דער עיקר פונעם מענטש. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכג): דער עיקר און דער יסוד וואס אלעס ווענדט זיך נאר אין דעם - איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק הדור און אננעמען אלעס וואס ער זאגט, סיי א קליינע זאך און סיי א גרויסע זאך, און חס ושלום זיך נישט אוועקרירן פון זיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, שופטים): "אֲפִילוּ אוֹמֵר לְּךָ עַל יְמִין שֶׁהוּא שְׂמֹאל, וְעַל שְׂמֹאל שֶׁהוּא יְמִין"; דאס הייסט, אז דער מענטש דארף אינגאנצן אוועק ווארפן זיין אייגן שכל, אזוי ווי ער האט בכלל נישט קיין שכל, נאר דאס וואס ער באקומט פונעם צדיק, און ווי לאנג א מענטש האלט זיך נאך מיט זיין אייגענעם שכל, האט ער נאכנישט קיין שלימות און ער איז נאכנישט אמת'דיג מקורב צום צדיק.


זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דיין שפראך אז דו זאלסט טרעפן א בחור מיט יראת שמים און אמונת חכמים וועסטו טרעפן אן ערליכער בחור און אויפשטעלן א שיינע שטוב, ווייל מיט די צוויי זאכן האט מען אלעס; אז דער מענטש האט יראת שמים און איז מקושר צום צדיק ווייזט אים דער צדיק א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.


זיי פרייליך.

#138 - שטארקט אייך איינער דעם צווייטן, און האלט אייך צוזאמען
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע ברסלב'ע מקורבות תחיו בירושלים עיר הקודש.


שטארקט אייך מיט די עצה פון התבודדות; וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף פראסט אידיש. תפילה איז אזוי שטארק אז עס טוישט די טבע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.


אויך זאלט איר זיך שטארקן מיט דרך ארץ; ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר". איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן און אייערע לערערינס, איר זאלט רעדן מיט יעדן איינעם שיין און געלאסן, וועט איר מקדש שם שמים זיין; מען וועט קוקן אויף ברסלב שיין און דאס וועט גורם זיין אז אלע זאלן מקורב ווערן צום רבי'ן.


ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך: "נַ נַח"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן, און ווען עלטערן דערוואוסן זיך אז זייער קינד האט שייכות מיט ברסלב וכו' רודפ'ט מען דאס קינד; מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, מען קומט נישט צו די קינדער'ס שמחות וכו' וכו', דאס אלעס קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך, א פלאץ פון מופקרים וכו'.


די מחלוקת אויף ברסלב איז נישט קיין נייע זאך; אויפ'ן הייליגן רבי'ן אליינס איז שוין אויך געווען מחלוקת. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת האט דעמאלט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גֶעשְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, - אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדע קלוגע טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב, ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.


איך בעט אייך איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך שטארקן איינער דעם צווייטן, וועט איר זען אז איר וועט אלע טרעפן שידוכים.

#137 - נישט בייסן די נעגל
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, שלום, מדות טובות, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע פראגעס.


אויף דיין פראגע אויב א מיידל פון צען יאר דארף ליינען קריאת שמע; אודאי דארפסטו ליינען קריאת שמע ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן.


אן עלטערע שוועסטער דארף מען מכבד זיין; דיין שוועסטער איז זייער א וואוילע מיידל, זי טשעפעט דיר נישט אומזיסט. עס קען זיין אז דו רייצט זיך מיט איר, דו מאכסט חוזק פון איר דעמאלט טשעפעט זי צוריק. אז דו וועסט איר מכבד זיין אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כב; עיין שאלות ותשובות תשובה מאהבה חלק ג', סימן רמ; בן איש חי פרשת שופטים, סעיף כט) אז מען דארף מכבד זיין עלטערע געשוויסטער, וועט זי דיר מער נישט טשעפען.


וועגן פחדים ביינאכט וכו'; אז דו וועסט ליינען קריאת שמע וועלן אוועק גיין אלע פחדים. אזוי ווי מיר געפונען, דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי) פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן, בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן, אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


בייסן די נעגל איז נישט קיין שיינע זאך, בפרט פאר א מיידל; עס איז נישט גוט צו בייסן די נעגל. נעם נישט דיינע פינגערס אין מויל, עס פארעקלט מענטשן וכו', א מיידל דארף אכטונג געבן צו צייגן גוט.


יעדע זאך וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש; רעד צו אים יעדע זאך וועסטו אויסוואקסן א גרויסע צדקת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#136 - גרויסע מיידלעך פארשטעלן זיך נישט אום פורים
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיינע טיטשערס און פון די מנהלת תחי', שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע וועגן.


בנוגע זיך פארשטעלן פורים; אז דו ווערסט צוועלף יאר אום תענית אסתר דארפסטו זיך שוין נישט פארשטעלן, דאס קענסטו איבערלאזן פאר דיינע קליינע ברידערס און שוועסטערס.


אויפ'ן וועג אהיים פון סקול, אויפ'ן באס - זאלסטו זיך אפרוען פון דיין טאג, אזוי וועסטו האבן כח צו העלפן דיין מאמע מיט וואס זי דארף. אז אנדערע מיידלעך רעדן זייערע זאכן וכו', דארף עס דיר נישט אנגיין, דו רו זיך אפ זאלסט האבן כח צו העלפן דיין מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#135 - מיט'ן זאגן תהלים און זיך פירן מיט דרך ארץ, וועסטו באקומען א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים; דו פרובירסט צו זאגן דעם "יום תהלים", אז דו האסט נישט קיין צייט זאגסטו וויפיל דו קענסט און יעצט האסטו געענדיגט די עלפטע מאל תהלים.


אז דו וועסט ווייטער זאגן תהלים און דו וועסט זיך פירן איידל מיט דרך ארץ וועסטו באקומען א גוטע שידוך, אן ערליכער מאן וואס וועט דיר מכבד זיין דיין גאנץ לעבן.


די בילדער וואס דו מאלסט אויפ'ן בריוו איז זייער שיין; יעדעס מאל דו ענדיגסט נאך אמאל תהלים, שרייב מיר א בריוו מיט שיינע בילדער.