בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#62 - די ווערטער פון זוהר הייליגט און רייניגט דעם מענטש
התחזקות, ל"ג בעומר, מירון, זוהר הקדוש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט געקומען רעדן, האסט אויסדערציילט דיין ווייטאג וכו'; איך וועל זען וואס מען קען טון, דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן, זיך נישט נאכלאזן פון דיין עבודת השם.


יעצט ווען עס קומט דער גרויסער טאג ל"ג בעומר זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ספר הזוהר. מאך זיך א שיעור צו זאגן די ווערטער פון זוהר, ווייל דאס זאגן די ווערטער פון זוהר הייליגט און רייניגט דעם מענטש. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען ספר תקוני זוהר, דאס זאגן זוהר און זאגן תקוני זוהר טוט אפוואשן די נשמה פון אלע שמוץ, עס איז זייער גוט פאר די נשמה, עס טוט צוקלעבן דעם מענטש צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קח): "יָדוּעַ שֶׁלִּמּוּד הַזֹּהַר מְסֻגָּל מְאֹד מְאֹד", לערנען זוהר איז זייער מסוגל פאר די נשמה; אויך איז באוויסט אז אמאל איז געקומען א איד צום הייליגן אריז"ל בעטן א תיקון פאר זיינע שלעכטע מעשים, די ביטערע עבירות וואס ער האט נעבעך געטון, האט אים דער הייליגער אריז"ל געגעבן א תיקון צו זאגן יעדן טאג פינף בלאט פון זוהר, און אזוי וועט פאראכטן ווערן זיין נפש, רוח ונשמה פון אלע שמוץ.


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ברודער, אין די גרויסע טאג ל"ג בעומר וואס רבי שמעון בר יוחאי טיילט מתנות פאר יעדן איינעם - דארף מען נעמען אויף זיך צו האבן א שייכות מיטן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי א גאנץ יאר, און ווען דו טאנצט ביי די הדלקה לכבוד רבי שמעון בר יוחאי זאלסטו נעמען אויף זיך צו האבן א שייכות יעדן טאג מיט רבי שמעון בר יוחאי דורך לערנען און זאגן די ווערטער פון זוהר; דאס לערנען זוהר ברענגט א שטארק חשק צו לערנען כל התורה כולה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קח): "וְדַע שֶׁעַל יְדֵי לִמּוּד הַזֹּהַר נַעֲשֶׂה חֵשֶׁק לְכָל מִינֵי לִמּוּדָם שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", דורך לערנען דעם הייליגן זוהר באקומט מען א שטארקע גלוסטעניש צו לערנען אלע ספרים פון די הייליגע תורה.


אויך זאלסטו איבער געבן פאר דיין ווייב תחי' א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אין בית פיגא, איך בין איר זייער דאנקבאר; איך בין דאנקבאר פאר אלע וואס העלפן אין די סקול און פאר אלע וואס טוען מיט אונזערע תלמידות, איך בין מתפלל פאר זיי און איך בין זיכער אז מען איז זוכה צו זען גרויסע נסים אין דעם זכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - בלייבן מיט א פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן
טעלעפאן, ל"ג בעומר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ל"ג בעומר אין שטעטל איז געווען זייער שיין, מיר האבן געצינדן די הדלקה לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אויך איז געווען א סעודה. ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון זיך מקבל זיין א גוטע קבלה, מיר האבן גערעדט פון זיך מקבל זיין א גוטע קבלה אין שמירת עיניים, און נישט צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן, און אפילו מען מאכט זיכער אז די טעלעפאן זאל זיין מיט א פילטער - דארפן מיר טראכטן פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, וואס וועט זיין מיט זיי? און אז קיין איין רב; נישטא קיין רב בישראל - מען רעדט פון ערליכע רבנים - וואס זאל זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן א סמארטפאון.


ל"ג בעומר פארטאגס בין איך געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן, איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען, די הארץ האט זיך מיר געעפנט, איך האב זייער געוויינט דארט, און דעמאלט איז מיר אריינגעקומען במחשבה אז איך דארף רעדן צו די אינגעלייט און צו די ווייבלעך זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיון און בלייבן מיט א פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך מאכן א חשבון וואס איז דיר וויכטיגער, די באקוועמליכקייט פון די טעלעפאן אדער דורות ערליכע אידן; אויך מיט א כשר'ע טעלעפאן דארף מען רחמי שמים מיט אונזערע קינדער, מאך זיך א חשבון, וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער און אייניקלעך? אויך זאלסטו וויסן אז אפילו דיר קומט אויס יא צו האבן א טעלעפאן דארפסטו זיך רעכענען אויך מיט מיר, דו קענסט נישט ארויסנעמען צווישן מענטשן דעם טעלעפאן, עס מאכט מיר שאדן; מיינע קינדער, מיינע תלמידים ותלמידות זעען אז מען קען טון וואס מען וויל, מען דארף נישט פאלגן רבנים, עס נעמט אוועק זייער תמימות.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך העלפן דו זאלסט קענען טון וואס איז ריכטיג אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, דו זאלסט האבן שמירת עיניים און ריינע מחשבות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - יעדער בחור זאל זיין א שמש
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, משמש דעם רבי'ן, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל יוסף נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים אלע זאלן העלפן, אלע זאלן האבן א חלק אין משמש זיין דעם רבי'ן; אדער אין ישיבה אדער אין שול, אדער ווען עס קומט צו ימים טובים וכדומה.


עס האט מיר געשטערט ביי די ל"ג בעומר מעמד צו זען אין שול גויים טיילן עסן און רייניגן, פארוואס נישט אונזערע בחורים? פארוואס זאלן די בחורים נישט האבן די געפיל? און אז זיי האבן נישט די געפיל צו העלפן – פארוואס זאל מען זיי נישט מאכן האבן דעם געפיל? אלע יארן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז אזוי געווען געבויט די ישיבה, אז בחורים העלפן, בחורים טוען, בחורים מאכן.


וויסן זאלסטו, עס איז אדער אדער, אדער לייגסטו אריין א געפיל אין א בחור צו העלפן, מען מאכט אים א סדרן, א גבאי, א שמש וכו', דעמאלט נעמט ער זיין חיות פון דעם, און אז נישט – וועט ער זיך באהאלטן מיט צוגארעטלעך, מיט א טעלעפאן, מיט נישט גוטע זאכן.


איך בעט דיר זייער, בלאז אריין אין די בחורים א חיות צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, טו מיט זיי וואס איך האב געטון מיט דיר, געדענק ווען דו ביסט געקומען אין ישיבה, נאך פאר דיין בר מצוה, ווי איך האב דיר געגעבן א בעזעם אין האנט און דיר געלערנט רייניגן; פארוואס נאר הבחור חיים זאנוויל, מיט הבחור אלימלך נרו יאיר, און יוסף שלמה, אברהם יצחק? א שאד אז נישט אלע האבן א חלק אין משמש זיין, און ווען עס קומט א יום טוב, א מעמד – ווער דארף גוי'אישע וועיטערס? עס גייט אוועק די חן; וואו זענען אונזערע בחורים?


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם, און זען אז יעדער בחור זאל זיין א שמש פאר די קהילה; עס איז אזוי געזונט און אזוי הייליג.


שיק מיר יעדן טאג א מעסעדזש מיט יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין ישיבה.

#59 - אלעס רופט מען אויס אין הימל
חינוך הילדים, אמונה, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער לכבוד ל"ג בעומר, די מעשה פון ירושלמי וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געהאט ביים ארויסגיין פון הייל.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד ווי א פאנגער פאנגט פייגלעך און ווי אפאר פייגעלעך זענען שוין אין די נעץ, און ווי א פייגל פליט אוועק פונעם נעץ אויף ארויף, און ווי צוויי מענטשן איינער עלטער און איינער יונגער, איינער ווייזט אויפן פייגעלע. דער פאנגער זאל אויסקוקן אביסל מיט א שרעקעדיגע פנים אז די קינדער זאל זיך וועלן פארטון אינעם בילד. די פייגלעך זאלן זיין גרויסע; בכלל גלייך איך מער די גרויסע בילדער.


איינס... צוויי... דריי... נישט געלונגען, א מחוצף די פייגעלע, איך וועל אים נאך באלד כאפן.


איינס... צוויי... דריי... נישט געלונגען, וואס גייט פאר? די פייגלעך פליען אזוי שנעל אוועק... איך גיי פרובירן נאך איינמאל, איינס... צוויי... דריי... כאפ...! געלונגען, אריינגעכאפט!


האסט געהערט די בת קול: "ספיקולא"? דאס מיינט געכאפט.


טייערע קינדער, די מעשה האט פאסירט ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די הייל נאכן זיך באהאלטן פון די רוימער פאר דרייצן יאר, די רוימער האבן געוואלט הרג'ענען רבי שמעון בר יוחאי ווייל ער האט געזאגט אז מען דארף אכטונג געבן פון די גוים, זיי ווילן מאכן די אידן זאלן טון עבירות, רבי שמעון בר יוחאי האט זיך געדארפט באהאלטן, און ווען ער איז ארויס געקומען האט ער געזען ווי א פאנגער פאנגט פייגלעך און עס גייט אים נישט, ביז ער הערט א בת קול וואס זאגט: "ספיקולא", דאס מיינט געכאפט; האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר: "קוק, אפילו א קליינע פייגעלע קען מען נישט פאנגען נאר נאכדעם וואס מען זאגט אין הימל מען זאל איר פאנגען, איז דאך זיכער אז קיין שום זאך קען נישט פאסירן מיט א מענטש נאר אז מען רופט דאס אויס אין הימל".


טייערע קינדער, מיר גייען בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן א שטארקע אמונה, מיר זאלן וויסן אז קיינער קען גארנישט טון, קיינער קען נישט שלעכט טון; מען דארף זיך פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן.


ואמרתם כה לחי... רבי שמעון בר יוחאי..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - זיך מקשר זיין צום צדיק, וואו מען געפינט זיך
אמונה, התחזקות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו ביסט געבליבן די יאר אין שטעטל אויף ל"ג בעומר, ביסט נישט געפארן קיין מירון; ליבער ברודער, הארציגער חבר - מען קען זיך מקשר זיין צום צדיק וואו מען געפינט זיך, אפילו דער וואס איז נישט אנגעקומען צו זיין אין מירון קען זיך אויך מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און פועל'ן ישועות און רפואות און אלע גוטע זאכן, רבי שמעון בר יוחאי געפינט זיך דארט וואו מען לערנט זיינע תורות, און דארט וואו מען פירט זיך אזוי ווי ער האט געלערנט; דער רבי האט אמאל געזאגט: "א שיינע חתונה איז יעצט אין מירון, אבער דער חתן איז דא"; ווייל דארט וואו מען פירט זיך אזוי ווי דער צדיק האט געוואלט - דארט איז דער צדיק.


אז מען לערנט דעם הייליגן זוהר, מען זאגט די ווערטער פונעם זוהר - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז ביי די מערה, עס איז גערעכנט אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן ציון פונעם צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב), די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק ליגט אין זיינע ספרים; די זעלבע ווערטער זאגט דער הייליגער צדיק רבי נחום מטשערנאביל זכותו יגן עלינו (ישמח לב, מסכת שבת, דף תקיא), ווען מען לערנט די תורות פונעם צדיק - איז אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן קבר פון דעם צדיק, "שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר" (יבמות צז.), אז דאס גייט ארויף ווען מען לערנט די תורות פונעם צדיק איז דאס אזוי ווי מען איז זיך משתטח ביים קבר פונעם צדיק, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - אויפהייבן די הענט צום הימל
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, חדר, תפילה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


זיי מברר פארוואס דער קינד וויל נישט מער קומען אין חדר, אפשר איז דא עפעס וואס מען דארף פאררעכטן.


ל"ג בעומר אין ארץ ישראל מאכט מען נישט קיין חדר און סקול.


עס איז ריכטיג צו בעטן די עלטערן וואס מען רעדט ביי זיי אין שטוב נישט אידיש אז זיי זאלן לערנען אידיש.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אז דו טראכסט פון אויפהייבן די הענט און אפלאזן וכו' - זאלסטו אויפהייבן די הענט צום הימל; קוק ארויף און בעט דעם אייבערשטן זאל דיך העלפן, ער זאל דיר געבן כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - רבי שמעון איז אויך געווען א קינד, א בחור
התחזקות, תפילה, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


דער מגיד שיעור ר' משה שמואל זאגט מיר אז דו לערנסט און דאווענסט אפילו עס קומט דיר אן שווער. איך בין זייער איבערגענומען פון דאס הערן, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן; קוק נישט אויף אנדערע, און אז דיר נעמט מער צייט צו לערנען איין פרק משניות, עס נעמט דיר אזוי ווי עס נעמט פאר אנדער צו לערנען אכצן פרקים משניות - זאלסט נישט ווערן צעבראכן דערפון, דו דין דעם אייבערשטן אויף דיין וועג, די הייליגע חכמים זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


אז דו וועסט זיין אין מירון - זאלסטו מתפלל זיין פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל, און דו זאלסט נעמען התחזקות; קוק דער הייליגער רבי שמעון צו וואס ער האט זוכה געווען, וואס מיינסטו? רבי שמעון איז אראפגעקומען פון הימל? רבי שמעון איז אויך געווען א קינד, א בחור, עס איז אריבער אויף אים וואס איז אריבער, און נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן האט ער זוכה געווען צו קומען צו וואס ער איז געקומען; און דערפאר ל"ג בעומר זינגט מען: "בר יוחאי נמשחת אשריך שמן ששון מחבירך", אינטערעסאנט איז אז מען זינגט לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען זינגט 'דער זון פון יוחאי', וואס איז דאס אז מען זינגט 'בר יוחאי' א זון פון יוחאי? נאר ווען מען הערט און מען לערנט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע הויכע מדריגות, איז דא א טעות וואס מענטשן מאכן; אנשטאט מען זאל ווערן אויפגעפלאמט פון די גרויסקייט פון די צדיקים און טראכטן פון אויך אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, זוכה זיין צו ווערן א צדיק, אנשטאט אזוי צו טראכטן, זאגט מען: 'מילא די צדיקים, זיי האבן זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען ווייל זיי זענען מלאכים, זיי זענען נישט קיין מענטשן, דערפאר האבן זיי זוכה געוען צו ווערן אזוי הייליג, אבער מיר וואס מיר זענען פשוט'ע מענטשן - קענען נישט זוכה זיין צו דעם'; דאס איז א גרויסער טעות, און דאס איז די טעם וואס מען זינגט אויף דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי - 'בר יוחאי' א 'זון פון יוחאי'; אז רבי שמעון בר יוחאי איז געבוירן געווארן ביי עלטערן, ער איז געווען א קינד ביי עלטערן, ער איז נישט געקומען פון הימל, 'בר יוחאי' א קינד פון א טאטע מאמע; און נאר דורכדעם וואס ער האט זיך אויסגעארבעט מיט תורה און תפילה - איז ער אנגעקומען צו וואס ער איז אנגעקומען.


דער הייליגער רבי פלעגט אסאך דערציילן פון זיינע מדריגות צו וואס ער האט זוכה געווען, בפשטות האט דאס דער רבי געטון ווייל דער רבי האט אונז געוואלט אנרייצן מיר זאלן אויך וועלן זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט באגנוגן מיט וואס מיר טון, מיר זאלן אלץ שטרעבן אויף העכערס, און ווען דער רבי פלעגט רעדן פון זיינע מדריגות, האט מען געזאגט פארן רבי'ן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען איז צוליב דעם וואס ער איז א יחסן, אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און אן איינקל פון די הייליגע צדיקים רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו און אזוי ווייטער, אבער דער רבי האט דאס אוועק געמאכט, דער רבי האט געזאגט: "איך וואלט זוכה געווען צו קומען צו די אלע מדריגות אפילו איך וואלט ווען געבוירן געווארן ביי פשוט'ע עלטערן; דאס איז נישט צוליב זכות אבות, דאס איז ווייל איך האב פיל געהארעוועט, און יעדער איינער וואס וועט הארעווען, יעדער איינער, אפילו א פשוט'ער מענטש פון פשוט'ע עלטערן דארף וויסן, אז אויב וועט ער הערן די קול פון די צדיקים און טון זייערע עצות - האט ער אויך די מעגליכקייט צו קומען צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - רבי שמעון בר יוחאי וועקט אונז אויף
ל"ג בעומר, מירון, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היום תאמצינו, היינט אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר פירט מען זיך אז מען מאכט א פייער און מען פרייט זיך זייער, מען זינגט און מען טאנצט לכבוד דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. דער טעם איז, ווייל דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי ווערט אנגעריפן מיטן נאמען 'בוצינא קדישא' די הייליגע ליכט (הקדמת הזוהר, דף ד.; ועוד), ווייל ער האט ליכטיג געמאכט די גאנצע וועלט מיט די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן; רבי שמעון בר יוחאי וועקט אונז אויף מיר זאלן נישט זיין אזוי פארשלאפן, מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, מיר זאלן זיך פרייען מיט יעדע מצוה וואס מען טוט; רבי שמעון בר יוחאי מאכט אונז וואך, מיר זאלן נישט זיין צוגעלייגט, מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען באליבטע קינדער פונעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט אנטפלעקט (לקוטי מוהר"ן חלק א, תורה לכו חזו), אז רבי שמעון בר יוחאי איז מרומז אין די ווערטער וואס שטייט אין פסוק (דניאל ד, י): "עִ'יר וְ'קַדִּישׁ מִ'ן שְׁ'מַיָּא נָ'חִת", א וואַכעדיגע הייליגע מלאך איז אראפגעקומען פון הימל; די ראשי תיבות איז איז שמעון, ווייל רבי שמעון בר יוחאי איז וואַכעדיג, ער וועקט אונז אלע אויף פון שלאף, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיר זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


על כן ווען דו טאנצט ביי די הדלקה וואס מען פייערט לכבוד דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי - זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון די הייליגע צדיקים וואס צינדן אן אונזערע נשמות, אונזערע עצמות יבשות - פון אלע שווערע נסיונות און פון אלע שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף אונז, און צינדן אונז אן דורך ארינשיינען אין אונז די אמונה, מיר זאלן גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז, און וואס מיר דארפן זאלן מיר זיך ווענדן נאר צו אים, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; אז מיר דארפן געהאלפן ווערן מיט שידוכים, מיט קינדער, מיט געזונט, מיט פרנסה - זאל מען זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן; ווער רעדט נאך אז מען וויל זוכה זיין ארויסצוגיין פון עבירות, מען זעט זיך אז מען איז צוגעקלעבט צו עבירות רחמנא לצלן, און אז מען פאלט נעבעך אין פגם הברית רחמנא לצלן - זאל מען וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך, נעם מיך ארויס פון די בלאטע, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך טו תשובה, העלף מיך איך זאל מער נישט טון די זאכן".


ביי די הדלקה ווען אלע טאנצן און אלע פרייען זיך - זאלסטו אויך אריינגיסן אביסל אויל אין די פייער און לייגן די וואטע, און בעט: "הייליגער באשעפער אפילו איך בין אזוי ווי די וואטע, איך בין ו ו א ט ע, ווייט פון דיר - צינד מיך אן, איך וויל אויך ברענען צו דיר, איך וויל זיין נאנט צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - פועל'ן ישועות אום ל"ג בעומר
אמונה, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


"היום תשמע שועתנו בזכות אדונינו בר יוחאי", היינט איז זייער א הייליגע טאג, מען קען זוכה זיין צו פועל'ן ישועות; די גרעסטע ישועה וואס מען קען פועל'ן איז - מען זאל זיך אויפוועקן פון די שלאף פון נאכלויפן טאג און נאכט די בהמות, זוכן נאך געלט און נאך געלט, און אנהייבן זוכן דעם אייבערשטן.


ווען מען לערנט זוהר זעען מיר דאס ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, נישטא קיין שטיקל אין ספר הזוהר וואס זאל זיך נישט אנהייבן מיט די הקדמה: "זכאין אינון ישראל", וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער, "דקודשא בריך הוא אתרעי בהו", אז דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט, "ובגין דאתרעי בהו קרא לון בנין", און דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער ריפט אונז קינדער; יעדע מאל רבי שמעון בר יוחאי הייבט אן מגלה זיין סודות הייבט ער אן נאכאמאל מיט די הקדמה, אז דער אייבערשטער האט אזוי שטארק ליב אידן; אויך געפינען מיר זייער אסאך אין הייליגן זוהר דאס גרויסקייט פון א איד ווען ער טוט א מצוה, און ווי גרויס תורה און תפילה איז, ווען א מענטש לערנט תורה ווערט ער זייער באליבט ביים אייבערשטן, און ווען מען דאווענט גייען ארויף די תפילות ביזן אייבערשטן, עס ווערט פון די תפילות א קרוין כביכול פארן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וועקט אונז אויף, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, תורה לכו חזו), רבי שמעון בר יוחאי איז א וואַכעדיגע זאך אזוי ווי עס שטייט (דניאל ד, י): "עִ'יר וְ'קַדִּישׁ מִ'ן שְׁ'מַיָּא נָ'חִת", א הייליגע וואַכעדיגע מלאך איז אראפ פון הימל, דאס איז די ראשי תיבות שמעו"ן; אז דאס איז רבי שמעון בר יוחאי, ער וועקט אונז אידישע קינדער מיר זאלן נישט זיין אזוי פארלאשן פונעם לאנגן טיפן גלות, פון וואס עס גייט אריבער, מען זאל וויסן און גלייבן אז 'דער אייבערשטער האט מיך אויך ליב', און אז 'יעדע זאך וואס איך טו איז חשוב ביים אייבערשטן, און אפילו איך קום נאכנישט אן צו טון די גוטע זאכן, אבער א רצון האב איך, איך וויל טון גוט, איך וויל זיין גוט - איז דאס זייער זייער באליבט ביים אייבערשטן'; אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין הייליגן זוהר (תרומה קנ:): "לית רעותא טבא דיתאביד", קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן, דער אייבערשטער זעט די גוטע ווילן; און אז מען נעמט אריין די לימוד גייט מען ארויס פונעם אייגענעם גלות, ווייל אויסער וואס מיר זענען אינעם גרויסן גלות, בנוסף לזה איז יעדער איינער אין זיין פריוואטע גלות, מען שפירט זיך דערווייטערט, מען שפירט זיך פארטריבן פון די קדושה, מען קוקט זיך אן שלעכט, מען דמיונ'ט זיך אז דער אייבערשטער איז חס ושלום ברוגז, און דורך די לימוד פון רבי שמעון בר יוחאי, דורך די לימוד פון זוהר וואס שרייט אויס נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד – 'יפקון מן גלותא', גייט מען ארויס פון גלות (זוהר פרת נשא, קכד:), און אז אלע וועלן ארויסגיין פונעם אייגענעם גלות, מען וועט לעבן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה - וועלן מיר ארויסגיין פונעם לאנגן גרויסן גלות במהרה בימינו אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאיא
אמונה, התחזקות, ל"ג בעומר, מירון

מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז ל"ג בעומר; וויסן זאלסטו, סיי די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון און סיי די וואס זענען נישט זוכה צו זיין אין מירון - קענען זוכה זיין זיך צו מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און צו זיין אין די מערה.


ווען איך בין געווען פאריאר תשפ"ה אין מירון מיט די בחורים פון די ישיבה אין ירושלים האבן זיי מיר געבעטן איך זאל זיי ווייזן די פתח המערה, די עפענונג וואו מען גייט אריין צו די הייל, די פתח המערה; איך האב זיי געזאגט אז די וועג אנצוקומען אין די מערה איז דורך די מויל, מערה מיינט מען זיין דבוק אינעם אייבערשטן 'מערה' איז א לשון פון באהאפטן אזוי ווי עס שטייט (מלכים א ז, לו): "כְּמַעַר אִישׁ וְלֹיוֹת" וגו', א לשון פון ארומגענומען און באהאפטן; ווי אזוי קען מען זיין צוגעקלעבט און באהאפטן צום אייבערשטן? מיט די מויל, מיטן ניצן די מויל, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פד): "דַּע שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי תְּפִילָה", דער עיקר וואס קלעבט צו דעם מענטש און טוט אים באהעפטן צום אייבערשטן - איז תפילה, דאס איז די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי, דורכן הייליגן זוהר - וואס אויף דעם איז געבויט אלע ספרים פון די הייליגע צדיקים - ווערט מען באהאפטן צום אייבערשטן; ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך וואס מען וויל באקומען, למשל מען ווארט אויף א שידוך און מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל מיין שידוך, איך וויל חתונה האבן, איך קען נישט מער זיין אליין", אדער מען בעט אויף פרנסה, אויף געזונט וכו', מען בעט: "הייליגער באשעפער איך דארף פרנסה, איך דארף קינדער" - איז נישט נאר מען איז זוכה צו באקומען די שידוך, פרנסה און קינדער, נאר אסאך מער, מען איז זוכה צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן; ווייל מיט דעם וואס מען בעט דעם אייבערשטן, דאס בעטן אליינס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע אמונה; דאס אליינס איז שוין די גרעסטע ישועה פארן מענטש.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, בעט דעם אייבערשטן: "'חוּס וְרַחֵם נָא עָלֵינוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי', הייליגער באשעפער בזכות דעם הייליגן צדיק העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, מיין לעבן זאל מיר נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; 'רְצוֹנֵנוּ לִרְאוֹת מַלְכֵּנוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי', הייליגער באשפער איך וויל דיך שפירן, איך וויל דיך זען, איך וויל נישט מסיח דעת זיין פון דיר - 'בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי'; הייליגער באשפער איך בין פארזינקען אין מיינע נארישקייטן, איך לויף נאך די געלט, איך לויף נאך מיינע עבירות, וויפיל געלט איך פארדין - דארף איך נאך און נאך, איך פארגעס פון תכלית, איך פארגעס אז איך וועל איין טאג דארפן אוועק גיין פון די וועלט, איך וועל זיין א גוסס, א נפטר, מען וועט מיך אוועקפירן פון מיין אפיס, פון מיין שטוב, מען וועט מיך טראגן ווייט אין פעלד, דארט וועל איך ליגן אליין, און וואס וועל איך דעמאלט מיט נעמען מיט מיר? נאר די גוטע זאכן וואס איך בין זוכה אריינצוכאפן יעדן טאג, מיין ציצית, מיין תפילין, מיין מזוזה, מיין היטן שבת; העלף מיך אייבערשטער איך זאל יעדן טאג גיין אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען אביסל תורה, איך זאל עפענען א חומש און לערנען די פרשת השבוע, חומש תרגום מיט רש"י, מעביר סדרה זיין יעדן טאג לויט די טעג פון די וואך, און לערנען גמרא, משניות, הלכה – 'בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - ל"ג בעומר איז מסוגל אויסצו'פועל'ן קינדער
אמונה, שלום בית, תפילה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך ביי דיר? איך זע דיך ווייניג אבער איך טראכט פון דיר, איך בעט פאר דיר, איך האב ווייטאג פאר דיר, עס דרוקט מיר אז ענק ווארטן אזוי לאנג פאר ענקער ישועה.


איך וויל דיך מחזק זיין, יעצט קומט דער גרויסער טאג ל"ג בעומר; וויסן זאלסטו, ל"ג בעומר איז מסוגל אויסצו'פועל'ן קינדער, און אפילו די דאקטוירים זאגן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, דארף מען וויסן אז דאס איז אלץ פאר דער וואס איז אונטער געווארפן אונטער די טבע, אבער דער וואס גלייבט אז עס איז נישטא קיין טבע, די גאנצע טבע איז נאר א בריאה פונעם אייבערשטן, די גאנצע טבע ווערט געפירט דורך דעם אייבערשטן, און דורך בעטן דעם אייבערשטן, און דורך טון די סגולות הצדיקים - קען מען זוכה זיין צו ברענגען קינדער; זאלסטו שיסן מיט די פייל און בויגן אין דעם הייליגן טאג, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סג), שיסן ל"ג בעומר מיטן פייל און בויגן איז א סגולה פאר קינדער; און מיט אמונה, און מיט אמונה אין די סגולות פון צדיקים - וועסטו זוכה זיין צו קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


אז מען וויל זוכה זיין צו קינדער - מוז מען זיך פארלייגן אויף זיין בשלום, לעבן מיט אהבה ואחוה. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שיר השירים רבה א, לא), אז דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט צוגעזאגט קינדער פאר א פאר-פאלק וואס האבן לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער, ער האט זיי געבענטשט מיט קינדער, ווען ער האט געהערט אז זיי האבן זיך זייער ליב, זיי ווילן זיך נישט קריגן, זיי ווילן לעבן בשלום, עיין שם; אזוי קען יעדער איינער זוכה זיין צו פועל'ן ישעות אין דעם הייליגן טאג דורך לעבן אין שטוב מיט ליבשאפט, נישט זיך קריגן, נישט זוכן צו זיין גערעכט, נאר צו זיין קלוג, שטענדיג נאכגעבן; דאס ברענגט אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - מנהגים ביים מאכן פיאות
ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע ... שיחיו


מזל טוב פאר די אפשערן און מאכן פיאות פאר ענקער בכור, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין צו אידיש נחת, ערליכע דורות אינאיינעם.


דער מנהג איז אז ווען מען מאכט פאר א קינד פיאות היט מען אים אפ ער זאל נישט קוקן קיין שלעכטס; דער מנהג איז אז ווען מען טראגט דעם קינד אין חדר צום מלמד זאגן די הייליגע א"ב נעמט מען אים ארום מיט די הייליגע טלית, מען היט אים אפ זיינע אויגן ער זאל נישט קוקן אויף טמא'נע זאכן, און די עלטערן בעטן און געבן צדקה פארן קינד אז זיין גאנץ לעבן זאל ער בלייבן מיט הייליגע אויגן און מיט הייליגע מחשבות.


אסאך פירן זיך אז מען מאכט די אפשערן אין ל"ג בעומר, און אין ארץ ישראל פירן זיך אסאך מענטשן צו נעמען די קינדער קיין מירון, זיי דארט מאכן פיאות, און אזוי האט דער אריז"ל געטון. ווייל מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד; דעריבער מאכט מען פיאות אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר, וואס בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז נישט פארגעסן געווארן די הייליגע תורה, און בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זענען אידן מקיים די תורה; מאכט מען די הייליגע פיאות אין דעם טאג און מען בעט דעם אייבערשטן אז דער קינד און אלע קינדער און מען בעט אויף אלע אידן אז אלע זאלן גיין מיט בארד און פיאות, מען זאל ליב האבן די בארד און פיאות, מען זאל נישט נאכמאכן די וואס שערן זיך אפ די בארד און פיאות השם ישמרינו, נאר זיין שטאלץ מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - זיך מיט קיינעם נישט קריגן, און ליב האבן יעדן איינעם
מחלוקת, שלום, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך מחזק זיין; היות דו העלפסט מיר זייער אסאך מיט די מוסדות און מיט די קהילה, און אויך מיט די אויפבוי אין שטעטל, די שיינע שטעטל קרית ברסלב, די שטעטל וואס טראגט דעם רבינ'ס נאמען; וויל איך דיך מחזק זיין דו זאלסט שטענדיג געדענקען אכטונג צו געבן אויף נישט וויי טון קיינעם, און ווי מען קען מאכן מענטשן האבן א גוטע געפיל, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב דעם מענטש וואס ברענגט שלום און טוט אלעס פאר שלום.


וויסן זאלסטו, פונעם טאג ל"ג בעומר הייבט שוין אן צו שיינען די ליכטיגקייט פון יום טוב שבועות; ביז ל"ג בעומר זענען טעג פון טרויער, מען פירט זיך מיט הלכות אבילות אויף די תלמידים פון רבי עקיבא וואס האבן זיך נישט אויפגעפירט מיט כבוד איינער צום צווייטן און זיי זענען געשטארבן, און דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מתקן געווען, ער האט אריינגעברענגט ליבשאפט אין אלע תלמידים, ער האט געזאגט (נשא קכח.): "אנן בחביבותא תליא", מיר זענען אנגעהאנגען אין ליבשאפט, מיר דארפן זיך ליב האבן; ער האט געלערנט די לימוד פון זיין רבי דער הייליגער תנא רבי עקיבא וואס האט געלערנט (ירושלמי נדרים ט, ד; שבת לא.): "'ואהבת לרעך כמוך', זה כלל גדול בתורה", דאס איז דער עיקר פון די תורה, און מיט דעם איז מען מקבל די תורה; דורך ליב האבן א איד און נישט רעדן שלעכטס אויף קיין שום איד - איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע געפיל צו לערנען תורה (שיחות הר"ן, סימן צא).


דער הייליגער טאג ל"ג בעומר איז א טאג וואס מען דארף מקבל זיין דעם לימוד פון 'אנן בחביבותא תליא', אפלאזן די מחלוקת, זיך מיט קיינעם נישט קריגן, און ליב האבן יעדן איינעם; צדיקים האבן געזאגט: 'רבי שמעון איז לכל' דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז פאר יעדן איינעם, ער קען יעדן איינעם ליידן, יעדן איינעם נעמען, דאס איז דער לימוד וואס מיר זענען מקבל אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, זיין לכל, קענען יעדן איינעם פארנעמען, וועלן יעדן איינעם העלפן, מאכן פלאץ אין הארץ פאר יעדן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - דער ל"ג בעומר שיסער דערמאנט אונז
תפילה והתבודדות, אמונה, משיח, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב גערעדט מיט דיין ווייב בנוגע דיינע קינדער; איך בעט פאר ענק אז אלע זאלן זיין געזונט, עס זאל נמתק ווערן אלע דינים פון די גאנצע משפחה, איך בין זיכער אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


יעצט קומט ל"ג בעומר; ל"ג בעומר איז א מנהג צו שיסן מיט א פייל און בויגן. איינע פון די טעמים איז, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה עט, ו), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר, האבן זיי געזען ווי א פאנגער פאנגט פייגלעך, זיי זעען ווי א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, און אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט א פייגל און זיי הערן א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל, איז דאך זיכער אז אלעס וואס איז אויף אונז אריבער איז פון הימל מיט א פינקטליכער חשבון"; דערפאר שיסט מען מיט די פייל און בויגן, צו געדענקען די לימוד פון דער פאנגער וואס האט געפאנגען און דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט אז אפילו א קליין פייגל קען מען נישט פאנגען נאר מיט רשות פון אויבן; מיר זאלן געדענקען אז יעדע זאך וואס פאסירט פון א קליינע זאך ביז א גרויסע זאך, אלעס איז מיט א פינקטליכער חשבון.


ליבער ברודער באשולדיג זיך נישט, און צעקוועטש זיך נישט, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער, אלעס איז נאר ווייל מען וויל הערן דיין קול ווי דו רעדסט צום אייבערשטן, און דאס איז נאך א טעם אויף וואס מיר פירן זיך צו שיסן מיט א פייל און בויגן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (תיקון ו, דף לו:), ווען משיח וועט קומען וועט מען זען א קשת מיט ליכטיגע קאלירן, און דאס וועט זיין די סימן אז משיח איז דא, ווען מען וועט זען די פייל און בויגן מיט ליכטיגע קאלירן, דאס מיינט מען די קשת פון אידישע קינדער; אידישע קינדער באניצן זיך נישט מיט געווער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מד, ז): "כִּי לֹא בְקַשְׁתִּי אֶבְטָח וְחַרְבִּי לֹא תוֹשִׁיעֵנִי", איך פארלאז זיך נישט אויף א פייל און בויגן און נישט אויף א שווערד; אידישע קינדער באניצן זיך מיט תפילה והתבודדות, דאס איז די שווערד פון אידן. אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר יוסף (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט דארט רש"י, מיט מיינע תפילות; דאס איז אונזער שווערד און אונזער קשת, און דאס וועט אויך זיין די שווערד פון משיח, ווייל משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין געווער, משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען אין די וועלט די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן; דעריבער שיסן מיר ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן, צו דערמאנען אז מיר ווארטן אויף משיח וואס וועט אונז ברענגען דעם קשת בגוונא נהירין.


דער ל"ג בעומר שיסער דארף אונז דערמאנען מיר זאלן זיך מחזק זיין אין תפילה והתבודדות, מיר זאלן בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן, און ווען מען געפינט זיך אין א קלעם, אין א צרה - זאל מען ניצן די מויל; די ליפן זענען אין א פארעם פון א בויגן און די צינג איז די פייל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח", זאל ער נישט שרייען, "לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל", נישט צו מלאך מיכאל און נישט צו מלאך גבריאל – "אֶלָא לִי יִצְוַוח", נאר צו מיר זאל ער שרייען, "וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", און איך וועל אים גלייך העלפן; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, תפילה איז די שטערקסטע געווער מיט וואס מען קען באזיגן אלע פיינט.


דאס זאלסטו טון, נאר רעדן צום אייבערשטן; דאנק אים אויף יעדע זאך און בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, האלט די קשת אין האנט און שיס פיילן, עפן דיין מויל און שיס ארויס פיילן, דאס מיינט מען דיבורים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - זוכן נאר דאס גוטס ביי יענעם
ישיבה, הדרכות, נקודות טובות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אריינברענגען אין די תלמידים זיך ליב האבן און קוקן גוט איינער אויפן צווייטן. די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל קומען אויף ל"ג בעומר, די יאר וועל איך זיין אין שטעטל ל"ג בעומר. דו זאלסט פארן קיין מירון, אויך זאלן די בחורים גיין קיין מירון מתפלל זיין, און אויך טאנצן, זיך פרייען מיט די גרויסע חתונה, אויך זאלסטו זען אז די בחורים זאלן עוסק זיין אין הפצה; יעדער איינער לפי בחינתו.


דער עיקר זאלסטו וויסן אז מען קען נאר מצליח זיין מיט תלמידים אז מען קוקט גוט, מען זוכט אויף דאס גוטס אין זיי, נישט פארברענען קיינעם, נישט קוקן שלעכט אויף קיינעם, ווייל דער גרויסער טאג ל"ג בעומר איז אזוי גרויס, אלע פרייען זיך, אלע פייערן דעם טאג מיט גרויס ליבשאפט; דאס איז ווייל דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט (סוכה מה:): "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין", איך קען ריינוואשן יעדן איד און ווייזן פארן אייבערשטן אז קיינער איז נישט שלעכט, יעדער איז גוט, יעדער איז וואויל, און דאס וואס מען טוט עבירות איז נישט ווייל מען וויל טון שלעכטס, דאס קומט פון זיין שיכור פון אזויפול צרות, מען האט ביטערע שווערע נסיונות, אבער יעדער איינער וויל זיין גוט; דאס האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זוכה געווען, נאכן ארויסגיין פון די מערה, ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט זיין זון האבן פארברענט מענטשן מיט קוקן שלעכט; וואו זיי האבן געקוקט האבן זיי פארברענט, איז ארויס א בת קול פון הימל (שבת לג:): "גייט צוריק צו די מערה, איך וויל נישט ענק זאלן פארברענען מענטשן", און שפעטער נאך א יאר ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס האט ער געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר: "געב א קוק ווי אידן האבן ליב מצוות, קוק דער איד נעמט צוויי הדסים לבוד שבת איינס פאר זכור איינס פאר שמור"; רבי שמעון בר יוחאי האט געזוכט ארויסצונעמען די פינטעלע גוטס אין יעדן איינעם.


דאס דארפן מיר זיך מקבל זיין אין דעם טאג ל"ג בעומר, קוקן גוט אויף זיך, קוקן גוט אויף יעדן איינעם און זיכער אויף די קינדער, ווי מען זעט נאר עפעס א פינטעלע גוטס; צום ביישפיל א איד קויפט עפעס לכבוד שבת זאגט מען שוין: "קוק ווי הייליג אידן זענען, מען קויפט איין גוטע זאכן לכבוד שבת", און אנטלויפן פון דער פרומער יצר הרע וואס פארברענט מענטשן מיט קוקן שלעכט, און מאכט אוועק די גוטע זאכן; רבי שמעון בר יוחאי האט אונז געוויזן די וועג ווי אזוי מיר זאלן קוקן, מען זאל זוכן די פינטלעך פון גוטס, און מיט דעם וועלן מיר קענען יעדן איינעם ברענגען נאנט צום אייבערשטן.


אויך אויף זיך, אינעם מענטש אליינס - דארף מען זוכן דאס גוטס, און זיך נישט אראפקלאפן, ווייל מען האט גארנישט פון זיך אראפקלאפן און זיך אוועק מאכן, מען דארף אין זיך גלייבן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, איך בין א קינד, א באליבט קינד; יעדע זאך וואס איך טו - איז באליבט ביים אייבערשטן; דאס איז דער לימוד וואס מיר דארפן מיט נעמען ל"ג בעומר.


אויך זאלסטו זאגן דיין ווייב אז זי זאל רעדן און מחזק זיין ..., נישט קיינעם מרחק זיין חס ושלום. וויסן זאלסטו, אז מען טוט מיט א כלל - דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו האקן קיין קעפ, מיר קענען און מיר מוזן מחזק זיין דעם מענטש צו טון ריכטיג, און אז דער מענטש איז בוחר צו טון אנדערש - טאר מען נישט מרחק זיין, מען דארף אכטונג געבן. איך בעט דיר זייער, איך האב טאקע געזאגט זיך נישט גט'ן וכו' וכו', אבער אז דער מענטש טוט אנדערש, ער גט זיך יא - איז געענדיגט? האט ער שוין נישט קיין מקום ביי אונז? חס ושלום, מען מוז יעדן מקרב זיין; נאר א גנב, א מניוול - דארף מען דערווייטערן, (אויך ביי דעם איז בעסער צו מזכה זיין א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א איד), זיכער ווען איינער זאגט 'איך קען נישט ממשיך זיין צו לעבן אזוי, איך וויל זיך גט'ן' - טאר מען יענעם נישט וויי טון חס ושלום, מען מוז יענעם העלפן, מען מוז רעדן מיט יענעם. איך האף דו וועסט טון וואס דא שטייט, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי יענעם, דו וועסט קוקן אויב יענער קויפט גוטע עסן פאר שבת און יענעם אויסרימען, אזוי ווי די לימוד פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - זיך מקשר זיין מיט הייליגן רבי שמעון בר יוחאי פון דערווייטנס
ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל קומען קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר מכמה טעמים, דיר וויל איך בעטן דו זאלסט גיין אין מירון העלפן מיין טאטע מאמע אנגרייטן עסן פאר די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען. נעם מיט אפאר בחורים ברשות דעם מגיד שיעור, און העלף מיינע עלטערן מיט וואס זיי דארפן.


אז דו וועסט זיין אין מירון - אדער זאלסטו העלפן אין קאך, געבן עסן פאר די הונגעריגע אידן, אדער זאלסטו גיין אין די מערה מתפלל זיין, און אויך טאנצן, ווייל מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון דעם טאג ל"ג בעומר, צדיקים האבן געזאגט אז דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי טיילט מתנות פאר אלע וואס קומען, און פון די גרויסע התעוררות וואס דארט קומט פאר, ווי אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ מיט טייכן טרערן, מען וויינט אויף די טעג וואס איז אריבער מיט וואס איז אריבער וכו' וכו', און די גרויסע בענקעניש צום אייבערשטן, מען שפירט ווי מען גייט אויס פארן אייבערשטן, און פון די אנדערע זייט די גרויסע שמחה וואס דארט קומט פאר, ווי מען טאנצט און מען פרייט זיך, מען שפירט עפעס א זיסע לויטערקייט וואס מען שפירט נישט א גאנץ יאר אין קיין אנדערע פלאץ; וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען אין מירון אפילו נאר פאר אפאר מינוט, זיך באווייזן דעם פנים פארן אייבערשטן און זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן פאר ישועות ורפואות, וועט ער זיכער פועל'ן א גאנצע ישועה. אזוי ווי צדיקים זאגן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ט.): "כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק", ווען א איד איז אין א שעת הדחק, ער ווערט צעקוועטשט, עס גייט אריבער אויף אים וואס עס גייט אריבער - איז אים כדאי צו קומען צו רבי שמעון און זיך סומך זיין אז אין מירון פועל'ט מען א ישועה.


די יאר וועל איך נישט זיין אין מירון; איך האב זייער געוואלט זיין אין מירון, איך וועל זיך מקשר זיין מיט הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פון דערווייטנס, אויך די וואס זענען נישט אין מירון קענען זיך מקשר זיין מיט דעם הייליגן תנא פון וואו מען געפינט זיך, און זיכער אז מען לערנט די ווערטער פונעם צדיק, מען לערנט משניות, גמרא, מדרש, מאמרים פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, ווער רעדט נאך אז מען לערנט זוהר - בינדט מען זיך צו צום צדיק און מען באקומט אויך מתנות פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, און מען איז זוכה צו פועל'ן ישועות און רפואות וואו מען געפינט זיך, דורך זיך צובינדן צום צדיק.


טייערער ... נרו יאיר, חבר זיך נאר מיט בחורים און אינגעלייט וואס רעדן איידל, רעד נישט מיט די וואס רעדן ניבול פה אדער כמו ניבול פה, האלבוועגס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - די שמחה פון ל"ג בעומר
הפצה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דו גייסט הפצה מיט א ברען, דער מגיד שיעור ר' ... זאגט מיר אז דו ביסט א פייער פון א מפיץ, הלואי זאלן אלע עוסק זיין אין די הייליגע זאך פון הפצה, מזכה זיין אידישע קינדער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


יעצט קומט ל"ג בעומר, זאלסטו זיך שטארקן מיט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי שמעון זאגט (תְּרוּמָה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


ווען עס קומט דער גרויסער טאג ל"ג בעומר זעט מען אז אלע פרייען זיך מיט א גרויסע שמחה, סיי די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון און סיי די וואס זענען נישט אין מירון, אלע שפירן א שמחה אין הארץ, דאס איז ווייל די הייליגע חכמים האבן פאראויס געזאגט (שבת קלח:), אז עס גייט זיין שווערע ביטערע צרות פאר אונז אידן און עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זיין אזוי פארזינקען אין גלות אז די תורה וועט חס ושלום פארגעסן ווערן, האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "חס ושלום שתשתכח התורה מישראל", עס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן די תורה פון אידישע קינדער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים לא, כא): "כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ", די תורה וועט נישט פארגעסן ווערן פון אידישע קינדער; און דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען אז בזכות דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן די תורה פון אידישע קינדער, און דאס איז מרומז אין די פסוק פון וואס ער ברענגט א ראי', ווייל די לעצטע אותיות פון די ווערטער "כִּ'י לֹ'א תִשָּׁכַ'ח מִפִּ'י זַרְע'וֹ", איז די ווארט יוחאי; אז פון דער קינד פון יוחאי - דאס איז דער הייליגער תנא רבי שמעון - וועט די תורה נישט פארגעסן ווערן.


דערפאר איז די שמחה אין דעם טאג ל"ג בעומר א גאר גרויסע שמחה, אלע פרייען זיך; ווייל דיקא דורך דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי וואס האט מגלה געווען דעם הייליגן זוהר - גייט מען ארויס פון גלות, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר (נשא, קכד:): "בהאי חבורא דאיהו ספר הזהר", מיטן זוהר, "יפקון ביה מן גלותא", וועלן מיר ארויסגיין פון גלות; פון וואס פאר א גלות? דעם אייגענעם גלות, די טונקעלע גלות פון פארגעסן פונעם אייבערשטן; נישטא קיין ערגערע גלות ווי דער וואס פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען איז אונטערגעווארפן אונטער טבע, מקרה און מזל, מען האט נישט קיין אמונה, און ווען מען לערנט זוהר - באקומט מען א קלארע אמונה, מען זעט אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; יעדע זאך איז אלקות, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, עס איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, נישטא קיין מציאות אויסער דעם אייבערשטן; אין יעדע ריר, אין יעדע זאך - איז באהאלטן דער אלופו של עולם, דער הייליגער באשעפער; ווען מען לערנט זוהר עפענען זיך די אויגן, מען הייבט אן זען אז עס איז דא א באשעפער, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיט הפצה, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפט), אז צו קענען מקיים זיין דעם זוהר - פעלט אויס דער נחל נובע מקור חכמה; און ווען דו גייסט הפצה - זאלסטו מיט קיינעם נישט טענה'ן, גיי נישט מיט קיינעם אין ויכוחים, אז איינער טשעפעט דיך - געב א שמייכל און גיי ווייטער, און זאג פארן אייבערשטן עס זאל דיר זיין א כפרה פאר דיינע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - זיין פרייליך
שמחה, ל"ג בעומר, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די יאר וועל איך נישט זיין אין מירון ל"ג בעומר, די יאר מאכן מיר אין שטעטל ל"ג בעומר א סעודה, מיר וועלן מסיים זיין ספר הזוהר. אויך וועט זיין א הדלקה, מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צום נחל נובע מקור חכמה, וואס אפילו העיר וקדיש מן שמיא צריך לקבל משם (חיי מוהר"ן, סימן קפט), ווייל אז מיר קליינע מענטשלעך וואס מיר זענען אזוי ווייט פון פארשטיין די סודות פון ספר הזוהר, די אורות און השגות; אז מיר זאלן דאס קענען פארשטיין און לעבן מיט דעם - דאס קען נישט זיין נאר דורך די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס ער לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע פלאץ, דארט אויך אויסשרייען אז עס איז מלא כל הארץ כבודו.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", מחשבה איז די אותיות בשמחה; דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות, פאזעטיווע מחשבות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה", ווען א מענטש איז נישט פרייליך, "אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ", איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל, "וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען מען איז פרייליך, זענען די מחשבות מסודר און מיושב.


פרייטאג, פסח שני - זענען מיר מסיים מסכת מנחות און מען הייבט אן שבת א נייע מסכתא, מסכת חולין. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט מיטן באן, עס פארט א באן היכל הקודש, יעדן טאג לערנט מען א בלאט גמרא מיט נאך אסאך לימודים, כאפ זיך מיט, די תורה וועט דיר געבן אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - ל"ג בעומר אין שטעטל
חינוך הילדים, שטעטל, פסח, ל"ג בעומר, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל פארן קיין מירון, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך די יאר זיין ל"ג בעומר אין שטעטל; איך וויל דארט מאכן א הדלקה, מיט א סעודה. איך וויל דיר בעטן דו זאלסט ערלעדיגן די פערמיט, סיי פאר מאכן א פייער און סיי פאר מאכן מוזיק. איך וויל נישט די שכנים זאלן דאס אפשטעלן, (סוכות האט מען נישט גענומען קיין פערמיט און די שכנים האבן גערופן די פאליציי און מען האט דאס אפגעשטעלט; א שאד מען רעכנט זיך נישט אויס פון פאראויס, אז מען זאל נישט שטערן).


מיר וועלן מאכן די הדלקה מיט די סעודה דינסטאג ל"ג בעומר נאכמיטאג, מען קען ווען מאכן די ערשטע נאכט, אבער די זמן איז צו שפעט און איך וויל די קינדער זאלן מיט האלטן, די קליינע קינדער זאלן דארט זיין, עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער די שמחה פון ל"ג בעומר.


יעצט פסח ווען מען איז מקיים די אלע מצוות פון אויסרוימען די חמץ, און מען עסט די הייליגע מצה, יעדער איינער טוט דאס מיט זייערע גוטע מנהגים, טאר מען נישט פארגעסן פון דער עיקר; זיך פרייען מיט די מצוה אליינס. אמאל קען פאסירן אז דורכדעם וואס מען איז אזוי פארנומען מיט אלע הידורים און חומרות - קען מען פארגעסן פון זיך פרייען פון דעם אליינס אז מען איז זוכה צו מקיים זיין די מצוות פונעם אייבערשטן.


געב זיך אכטונג געבן פון אריינקריכן אין נארישע חכמות, מען דארף נישט קיין חכמות, מען דארף נישט מער פון דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, נישטא גרעסערס פון דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה), מען דארף נישט קיין חכמות ביים טון די מצוות, הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות.


ווען דו עסט די מצה און דו טרינקסט די ד' כוסות זאלסטו טראכטן: 'אַה, א מחי', איך טו דעם ווילן פונעם אייבערשטן'; די כוונה איז העכער פון אלע כוונות, נישטא העכער פון טון די מצות מיט א תמימות. אמאל האט דער רבי געזאגט: "איך בין מקנא דעם איד ר' יוסקא"; אין די שטאט ברסלב איז געווען א איד, א פשוט'ער איד, ער האט נישט געוואוסט קיין סאך, ער האט אבער געהאט א שטארקע תמימות און א שטארקע אמונה, ער פלעגט אסאך דאווענען, אסאך זאגן תחינות ובקשות, אן חכמות, ער האט געזאגט אסאך תהלים; דער רבי האט געזאגט אז ער איז מקנא אזא איד, ווייל דער עיקר אידישקייט איז דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#43 - קוקן גוט און זוכן דאס גוטס
נקודות טובות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו מיר העלפן פרייליך מאכן אנשי שלומינו, געבן גוטע ווערטער פאר אנשי שלומינו, קוקן גוט אויף אנשי שלומינו. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), דורך קוקן גוט, דורך זוכן גוטס – קען מען יענעם איבערדרייען צו גוטס; דער רבי רעדט אפילו פון א רשע וואס פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, אויב מען קוקט גוט, מען זוכט דאס גוטס אין אים - קען מען אים איבערדרייען אויף גוט; איז דאך ממש א שאד אז אנשי שלומינו זאלן נישט טון אין דעם, מען זאל זיך קאנצעטרירן אין דעם, צו קוקן גוט און זוכן דאס גוטס, און נאר זוכן צו מחי' זיין איינער דעם צווייטן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן מיט דעם, דאס זאלסטו זיך פארנעמען אין דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, קוקן גוט אויף יעדן איינעם. אויך אויף זיך אליינס זאלסטו קוקן גוט און זוכן גוטס, ווייל נאר אז מען קוקט גוט אויף זיך – קען מען קוקן אויף אנדערע גוט.

#42 - א פלעשל טרערן וועט אנטרינקען די טרוקענע ביימער
קינדער, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


היינט בין איך געווען אין די מערה און געבעטן דארט פאר אייך און אייער מאן, ענק זאלן שוין געהאלפן ווערן בזרע של קיימא. אויך וועל איך בעטן פאר ענק ל"ג בעומר, וואס דער טאג איז מסוגל פאר קינדער.


אויך רבי שמעון בר יוחאי איז געבוירן געווארן נאך יארן וואס זיינע עלטערן האבן נישט זוכה געווען צו קינדער. עס שטייט, רבי שמעון'ס פאטער יוחאי האט זיך שוין געוואלט צעטיילן, און די מאמע – שרה – האט זייער געוויינט צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו קינדער, און יוחאי האט זיך גע'חלומ'ט ווי ער שטייט נעבן א טרוקענע בוים און עס קומט איינער און נעמט ארויס א קריגל פון בוזעם טאש און טרינקט אן דעם טרוקענעם בוים אויף וואס יוחאי האט זיך אנגעליינט, און יוחאי האט געזען אין חלום ווי די בוים האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיסע פרוכט, און ווען יוחאי האט זיך אויפגעוועקט האט ער דערציילט די חלום פאר זיין ווייב, און אז ער פארשטייט פון דעם חלום אז מען איז אים מבשר אז ער גייט זוכה זיין צו קינדער, נאר איין זאך האט ער נישט פארשטאנען און געוואוסט, וואס עס איז די קליינע קריגל וואסער וואס פון דעם האט מען אנגעטרינקען דעם בוים און פון די וואסער קומען קינדער. איז יוחאי געגאנגען צו זיין רבי, רבי עקיבא, און אים דערציילט דעם חלום און געפרעגט פשר אינעם חלום, האט אים רבי עקיבא געענטפערט, דער חלום איז אמת, און דו גייסט בקרוב געהאלפן ווערן מיט א קינד, און די קליינע פלעשל וואסער; דאס איז פון דיין ווייב'ס טרערן וואס זי האט געוויינט צום אייבערשטן, און מיט דעם אויסגע'פועל'ט אזא קינד ווי רבי שמעון.


די מעשה טוט שטארקן אידישע פרויען וואס ווארטן שוין אזוי שטארק צו קענען האלטן זייער אייגן קינד, זיין א מאמע פאר קינדער; אז די עצה איז אנפילן א פלעשל טרערן און דאס וועט אנטרינקען די טרוקענע ביימער און מען וועט זוכה זיין צו קינדער.


בזכות רבי שמעון בר יוחאי וכל הצדיקים וועט איר זוכה זיין נפקד צו ווערן בזרע של קיימא, ערליכע דורות.

#41 - זיך מקשר זיין צו רבי שמעון פון איבעראל
ל"ג בעומר, מירון, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע קומען אויף מירון ל"ג בעומר; איך מיין דו זאלסט בלייבן אין שטוב העלפן דיין ווייב מיט די קליינע קינדערלעך, מילא ראש השנה ווען דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה דארפן מיר אלע קומען קיין אומאן, מען קען נישט קוקן אויף גארנישט, דער רבי זאגט קיינער טאר נישט פעלן (חיי מוהר"ן, סימן תג), איז ווי קען מען פעלן, אבער יעצט ל"ג בעומר איז נישט קיין עסק צו איבערלאזן די ווייב מיט די קליינע קינדער.


מען קען זיך מקשר זיין צו רבי שמעון פון איבעראל, דורך לערנען דעם הייליגן זוהר; זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג תיקונים און יעדן שבת זאלסטו לערנען דעם גאנצן פרשת השבוע פונעם זוהר. איידער מען טוט דאס - מיינט מען אז דאס איז אוממעגליך, און אז מען געוואוינט זיך צו שפירט מען א זיסע טעם, ממש מעין עולם הבא.


איך האב געהאט די זכי' צו לערנען יעדן שבת מיטן זיידן, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה דעם זוהר פון פרשת השבוע. די סדר איז געווען, זיידי האט געזאגט דעם זוהר און איך האב מיט געזאגט שטילערהייט ווארט ביי ווארט, זיידי האט נישט געטייטשט, נאר געזאגט די ווערטער מיט א חיות און התלהבות, און נאך יעדע שטיקל זיך אנגערופן: "מען דארף נישט פארשטיין, דאס זאגן די ווערטער איז מקדש און מזכך דעם מענטש".


העלף דיין ווייב מיט די קינדער, דאס איז זייער א גרויסע מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#40 - איך וויל דיין קאפ און מח זאל זיין פאר די מוסדות
מנהגים, ל"ג בעומר, אפשערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אפטרעטן פון זיין גבאי ביי אונז אין שול, בעט דעם גבאי ... נרו יאיר זאל אויפנעמען א צווייטן אנשטאט דיר, איך האב אפאר טעמים פארוואס; איינע פון די סיבות, ווייל איך וויל דיין קאפ און מח זאל זיין פאר די מוסדות, אזוי וועסטו מיר קענען העלפן מיט די חדר און בית פיגא, ווייל דאס איז מיין לעבן, און "כשם שקבלת שכר על הדרישה", אויף די יארן פון אויפבויען די שיינע ירושלימ'ער שול, "תקבל שכר על הפרשה", וועסטו באקומען שכר פארן אפטרעטן.


בנוגע וכו'; אז דיין זון ווערט דריי יאר אין חודש כסליו - זאלסטו נישט ווארטן ביז ל"ג בעומר, נאר די קינדער וואס ווערן דריי נאך פורים - מיט זיי איז די מנהג אין ארץ ישראל צו ווארטן ביז ל"ג בעומר און מאכן אין מירון פיאות, און אויך די קינדער וואס ווערן דריי יאר ביז ט"ו אב - פעדערט מען שוין און מען מאכט זיי פיאות אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, אבער אז דיין זון ווערט דריי יאר אין חודש כסליו - זאלסטו אים אפשערן בו ביום וואס ער ווערט דריי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - נסיעה קיין ארץ ישראל ל"ג בעומר תשפ"ד
אמונה, הפצה, מוסדות, נסיעה, שכל, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, טהרת הקודש, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער זון, הבחור יניק וחכים ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין אויפן וועג צוריק פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל ל"ג בעומר תשפ"ד. עס איז געווען א הערליכע נסיעה, פון מיינע שענסטע נסיעות קיין ארץ ישראל. איך וועל דיר אראפשרייבן אביסל וויפיל איך געדענק פון די שיינע נסיעה, איך האף דו וועסט קענען ארויסנעמען שיינע חיזוק פאר עבודת השם, זאלסט זיך קענען שטארקן מיט לערנען און דאווענען, און מיט די חיזוק פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו רעדן אין ארץ ישראל מיט אנשי שלומינו.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן איך בין אזוי איבערגענומען פון הערן די גוטע בשורה אז דו האסט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס כסדרן, דו ווילסט נאכאמאל ענדיגן ש"ס; וואס נאך דארף איך? וואס נאך וויל איך? א טאטע מאמע'ס גרעסטע הנאה איז צו זען ווי די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים; זאלסטו וויסן אז דו מאכסט מיר אסאך נחת און אויך פאר מאמי, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט דיין גאנץ לעבן נאר לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן.


*סדר הנסיעה*


זונטאג פרשת בהר האלב זעקס נאכמיטאג זענען מיר ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג, איך, מאמי מיט מלכה'לע. אלי' קנאל האט מיך גענומען צום עירפארט, מיר זענען אנגעקומען אין נוארק עירפארט, דארט האט אונז שוין אפגעווארט שלמה, ער איז אויך מיט געקומען קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון בר יוחאי.


אין עירפארט איז צוגעקומען א פאליציאנט, ער זאגט מיר אין ענגליש אז ער האט גרויס חיזוק פון די שיעורים, איך פרעג אים אין ענגליש: "דו קענסט אידיש?" ענטפערט ער מיר: "יא"; ער דערציילט מיר אז ער איז פון א היימישע חסידות, נעבעך אוועק געפאלן, און ער איז זיך אזוי מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן, ער האט געבעטן אויב ער קען כאפן א בילד מיט מיר. איך האב זיך דערמאנט, מיט יארן צוריק, ווען איך בין געווען א יונג בחור, איך האב זוכה געווען צו משמש זיין זיידי, קארלסבורגער רב זכותו יגן עלינו, בין איך געווען אין די מערה ביי רבי שמעון, איז צוגעקומען א מאדערנער איד און געזאגט אז זיין זון ווערט בר מצוה, ער וויל א ברכה, זיידי האט אים שיין אנגעוואונטשן. נאכדעם פרעגט ער אויב ער קען כאפן א בילד פון זיין זון אינאיינעם מיטן רב, עס וועט זיין גרויס חיזוק פאר אים. איך בין געווען זיכער אז זיידי וועט נישט מסכים זיין, זיידי איז געווען זייער קעגן בילדער, אזוי ווי זיין רבי דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו, וואס האט נישט געלאזט מאכן קיין בילדער, און מיט גרויס וואונדער שטעלט זיך זיידי אויף פון זיין מקום קבוע אין די מערה, ער איז געזעצן אויף די קליינע באנק ממש נעבן די שטיין וואו מען איז מתפלל, און ער זאגט: "נעם א בילד", דער איד האט אוועקגעשטעלט זיין בחור נעבן זיידי און גענומען א בילד. שפעטער זאגט מיר זיידי: "איך האב אים געזאגט ער זאל נעמען א בילד, ווייל אזא מאדערנער איד קען דאס העלפן אים ברענגען נענטער און נענטער צו אידישקייט"; איך האב אויך געזאגט דעם פאליציאנט אז ער קען נעמען א בילד. ער האט זיך געשטעלט נעבן מיר און ער האט געבעטן א צווייטן פאליציאנט זאל כאפן די בילד, און דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער בילד זאל אים העלפן קומען נענטער און נענטער צו תשובה.


עס איז געווען אין עירפארט לאנגע שורות ביים זיך דורכקוקן איידער מען גייט ארויף אויפן פליגער, אלי' האט מיך דורך גענומען אלע ווארטעס, אן דארפן שטיין אין די רייע, אבער זיי האבן מיך אויפגעהאלטן נאכן דורכגיין די מאשין. דער מאשין האט געוויזן אז מען דארף בודק זיין מיין רענצל פון מיין טלית ותפילין, עס האט געוויזן אויף די זילבערנע עטרה אז מען דארף דאס דורכקוקן, מיר האבן זיך מחזק געווען אז אויב עס איז באשערט צו ווארטן, העלפט נישט די אלע דריידלעך וואס מען מאכט, און אז מען פרובירט איינשפּאָרן, מען גייט א 'דרך קצרה' - איז נאכדעם דא די 'דרך ארוכה', מען קען גיין נאר ווען דער אייבערשטער הייסט.


איך האב געדאווענט מעריב אויפן פליגער און געציילט ספירה כ"ז לעומר, יסוד שבנצח. איך האב געהאט גרויס התעוררות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבי'ן וואס האט געזאגט אז זיין זאך איז די מידה פון נצח, 'נצחתי ואנצח'; אזוי וועלן מיר קענען האבן די מידה פון יסוד, זיין הייליג און ריין; דאס איז פשט פון 'יסוד שבנצח'.


נאך אפאר שעה האבן מיר שוין געדאווענט שחרית און נאכאמאל זיך געלייגט שלאפן און זיך אויך מתבודד געווען, מלכה תחי' איז רוב וועג געווען רואיג אין שטיל, און מאמי האט אויך געקענט שלאפן.


*מאנטאג פרשת בהר, כ"ז לעומר*


מאנטאג בערך דריי אזייגער האבן מיר זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל. עס האבן מיך אפגעווארט די גבאים פון ירושלים שול, זיי האבן מיר געברענגט א קאווע און מיר האבן זיך אביסל מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מיר האבן.


אויך זענען געקומען פון בני ברק אפאר אינגעלייט מיט בחורים, איך האב נישט הנאה געהאט אז זיי זענען געקומען; יעדע זאך האט זיין פלאץ און מען דארף האבן שכל וואו צו קומען און וואו נישט צו קומען. איך האב זיי גארנישט געזאגט, אבער דיר זאג איך אז נישט איבעראל דארף מען זיך אריינשטופן, מען דארף וויסן וואו צו קומען.


פון דארט בין איך געפארן קיין בני ברק צו אונזער חדר, איך האב גערעדט צו די קינדער, זיי מחזק געווען, אויך מחזק געווען די מלמדים. מיר האבן גאר טייערע מלמדים, אבא חייא רייזמאן מיט ישראל סופר זענען זייער איבערגעגעבענע מלמדים. איך האב גערעדט צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן און פון זיך נישט קריגן, און גערעדט צו די מלמדים פון דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד און לערנען מיט סבלנות.


פון חדר בין איך געגאנגען צום שול, מיר האבן געדאווענט מנחה און געשמועסט מיט אנשי שלומינו. מען האט געפרעגט שאלות און פון דעם איז געווארן א שיינער שמועס, מען האט געשמועסט פון הייליגן רבינ'ס וועג, נישט צו מאכן קיין תענתים, נישט מאכן קיין סיגופים, נאר עוסק זיין אין רעדן פשוט'ע ווערטער צום אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטע פריינד, און אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון די אנדערע וועג וכו', נאר פון עוסק זיין אין תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות.


נאכן שמועסן מיט אנשי שלומינו בין איך אריבער צום שטוב פונעם גבאי יואל לעווי, דער בעל מחבר פון די קונטרסים 'אשית עצות בנפשי', ער שרייבט אראפ וועכנטליך די ליל שישי שיעורים מיט די שמועסן און מאכט פון דעם ספרים, און מענטשן זענען זיך מחי' און מחזק. וואו איך בין נאר געגאנגען אין ארץ ישראל זענען געקומען מענטשן זיך זייער באדאנקען אויף די ספרים און קונטרסים.


מיר האבן דארט געלייגט קערנדלעך פאר א בית פיגא שולע, מיר האפן צום אייבערשטן צו עפענען די קומענדיגע זמן נאך א בית פיגא שולע, די דריטע בית פיגא שולע אין ארץ הקודש.


דאס איז ניסי ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט, אז מיט קוים דריי יאר צוריק האט זיך געעפנט די חדר אין ירושלים מיט צוויי קינדער, און היינט איז דא אין ארץ ישראל איבער זיבעציג תלמידים ותלמידות וואס לערנען אין אונזערע מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב על טהרת הקודש, אן נעמען קיין איין שקל פון די מדינה של גיהנום, און אן קיין עשירים, נאר אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געבויט די קלויז אין אומאן נישט מיט געלט פון עשירים - נאר מיט די רצונות און בענקעניש פון די ארעמעלייט.


מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין מירון, דער מנהל המוסדות פון ארץ ישראל, יצחק, ער האט מיר גענומען קיין מירון, אלעס איז אריבער בשלום.


מיר האבן געדאווענט מעריב מיט די בחורים, די בחורים פון אונזער ישיבה פון ירושלים זענען געקומען פאר צוויי טעג זיין מיט מיר, איך האב זייער געבענקט צו זיין מיט זיי, זיך אפגעבן פריוואט מיט זיי, איך האב זיי אלעמען שיין באגריסט.


נאך מעריב האב איך געלערנט מיט זיי א בלאט גמרא, איך האב הנאה געהאט צו זיין מיט זיי יעדע רגע, יעדע מינוט.


*דינסטאג פרשת בהר, כ"ח לעומר*


ביינאכט איינס אזייגער בין איך זיך געגאנגען לייגן שלאפן, אבער איך האב נישט געקענט שלאפן מער ווי דריי שעה, מלכה'לע האט געוויינט רוב נאכט; א האלבע נאכט האט מאמי איר פרובירט איינצושלעפן, און פיר אזייגער האב איך איבערגענומען, ביז איך האב איר געקענט איינשלעפן. בין איך געגאנגען אין מקוה, זיך מתבודד געווען, אביסל שפאצירט אויף די געסלעך אין מירון, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן פאר די חסד חינם וואס ער האט מיט מיר געטון, אז איך ווייס פון א רבי וואס איז א רבי אויף אלע רבי'ס, א רבי וואס ברענגט מיך נאנט צום אייבערשטן, א רבי וואס מאכט מיך טראכטן פון עלמא דאתי, א רבי וואס ווייזט מיר ווי צו לעבן דא בזה העולם מיט א ווייב און קינדער, זיין פארנומען, זיין גוט אויסגעמוטשעט - און אויך מיטן אייבערשטן.


איך בין געגאנגען ביי די דירה פון די בחורים און געלערנט מיט די בחורים. איך האב מסיים געווען ליקוטי מוהר"ן, געזאגט ח"י פרקים משניות, געלערנט תיקונים און נאכדעם געדאווענט שחרית מיט די בחורים. נאכן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור, דעם בלאט גמרא. נאכן לערנען בין איך אריבער צו זיידי אין חצר מיט די בחורים העלפן אנגרייטן דאס עסן פאר די געסט וואס קומען ל"ג בעומר, מיר האבן אנגעגרייט קוגל, פיש און נאך אסאך גוטע עסן פאר ל"ג בעומר.


איך האב געזאגט פאר די בחורים, ווען מען זעט א שיינע פאלאץ, מען וויל אריינגיין צום קעניג, נישט יעדער קען אריינגיין; נאר די גרויסע שרים, די שושקעס, נאר זיי קענען אנקומען צו אלע היכלות, אבער אין קאך - שיילן ירקות און רייניגן - דארט קענען יא קומען פשוט'ע לייט; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען, אז עס קומט א גרויסער טאג 'ל"ג בעומר', אלע ווילן זיך אריינשטופן אין היכל פון רבי שמעון בר יוחאי, אבער אין קאך, אנגרייטן די עסן פאר די אלע געסט - דארט קענען אויך מיר פשוט'ע מענטשן קומען און האבן א חלק אין די הילולא.


שפעטער האבן מיר געדאווענט מנחה און געגעבן א שיעור התחזקות און געדאווענט מעריב.


*מיטוואך פרשת בהר, פסח שני, חסד שבהוד*


דינסטאג בין איך געווען אין מירון, געדאווענט מיט די ישיבה - די בחורים פון ירושלים. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט אינאיינעם, אויך האבן מיר געלערנט ספר תיקונים. ווען דער רבי איז געווען אין מירון האט ער בעיקר עוסק געווען אין זאגן זוהר; הלואי זאלסטו זיך אויך מאכן א שיעור אין ספר תיקוני זוהר, עס רייניגט די נשמה, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


נאך שחרית איז געקומען א חתן פון צפת, ער זאגט מיר אז ער האט גרויס הכרת הטוב פאר אלעס וואס די שיעורים און חיזוק פון רבי'ן האט געטון מיט אים, ער האט געטראכט וואס פאר א מתנה ער קען מיר געבן, ער האט מחליט געווען אז ער ווארפט אוועק זיין סמארטפאון, דאס איז א מתנה פארן ראש ישיבה פארן אים אזוי אויפהייבן צום אייבערשטן. עס אז מיר געקומען טרערן פון פרייד, איך האב דאס דערציילט פאר מאמי. עס איז נישט צו באגרייפן וואס דער הייליגער רבי מאכט מיט אונז, ער שלעפט אונז ארויס פון שאול תחתית ומתחתיו - צו די שענסטע מדריגות.


פלוצלונג זאגט מען מיר אז די פאליציי זענען אינדרויסן, מען פארטרייבט אלעמען, מען פארשיקט יעדן איינעם, מיר האבן פארשלאסן די טיר און ווייטער געלערנט אין די דירה. די יאר האבן אלע געדארפט אליין שפירן א ברעקל פון וואס מען זינגט ביי ואמרת כה לחי: "הֻחְבָּא בְּתוֹךְ מְעָרָה", רבי שמעון איז געווען באהאלטן אין הייל - "מִפְּנֵי הַגְּזֵרָה" צוליב די רוימער.


ביי מנחה איז אנגעקומען אפאר חברים פון ירושלים, אויך שמעון עוזר דער מדפיס פון ירושלים איז אנגעקומען. ער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל גיין קיין טברי' געבן א שיעור, איך זאג אים: "וואס איז מיט דיר? מען קען נישט גיין, מען קען נישט קומען", זאגט ער מיר אז ער נעמט אחריות מיך צוריק צו ברענגען קיין מירון. איך האב זיך זייער געפרייט, ווייל איך האב אזוי שטארק געוואלט גיין קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון, זיך אביסל מתבודד זיין דארט, און בעטן פאר מיר, פאר דיר, פאר די גאנצע משפחה און פאר אנשי שלומינו.


מאמי איז אויך מיט געקומען, אויך שלמה אויך מלכה'לע. צום ערשט זענען מיר געפארן צו די בית פיגא סקול, עס געפינט זיך אין א דירה, קליין און שיין. עס האט מיר דערמאנט ווי מיר האבן אנגעהויבן אונזער בית פיגא אין אמעריקע, אין א קליינע חתן כלה דירה אין א שלאף צימער, און היינט איז עס אזוי צואוואקסן.


פון דארט זענען מיר געפארן צו די חדר, די חדר געפינט זיך אין אונזער שול אין טבריה, אויך א דירה, קליין און שיין. דארט איז דא צוויי טייערע מלמדים יוסל סאקס, מיט דוד אנשין. איך האב גערעדט מיט די קינדער און מיט די מלמדים, עס שפירט זיך א געשמאקע לופט, די קינדער האבן ליב חדר, זיי האבן ליב דעם מלמד, מען לערנט מיט סבלנות, מיט געפיל.


איך בין זייער איבערגענומען פון אונזער חדר און אונזער בית פיגא אין טבריה, די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה, די מלמדים און די לערערינס זענען אזוי הארציג צו די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער די הייליגע אמונה, די הייליגע תורה - מיט אזויפיל הארץ, מיט אזויפיל סבלנות, אשרינו שזכינו אז עס בויען זיך תלמוד תורה'ס מיט בית פיגא שולעס צוביסליך אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, מען בויעט אויף א פרישע דור געטרייע ערליכע אידן אויף א געזונטע אופן, מען צעדרייט נישט דאס נפש זייערע, מען לערנט מיט ליבשאפט, מיט געפיל, מיט סבלנות.


פון דארט בין איך געפארן קיין יבנאל ביי מוהרא"ש, איך האב דארט געבעטן פאר דיר. עס איז אזא הייליגע פלאץ, מען קען פועל'ן ישועות ביי מוהרא"ש, עס איז א פלאץ צו פועל'ן ישועות. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאוּ אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זעט שלמה אז ער האט נישט זיין הוט, ער האט זיך דערמאנט אז בשעת ער האט געהאלפן מאמי אריינלייגן די קערידזש אין קאר האט ער אראפגעלייגט זיין הוט אויפן דאך פון קאר און ער האט פארגעסן אריינצולייגן זיין הוט אין קאר. מיר האבן גלייך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען טרעפן זיין הוט, און ביז אפאר מינוט קומט אן א קאר צום ציון מיט די הוט, זיי האבן עס געטראפן און געזען זיין נאמען, און געברענגט.


איך האב זייער שטארק געוואלט גיין צו רבי יצחק שליט"א נעמען שלום, למעשה האב איך געהערט אין יבנאל אז ער פירט זיך אלע יארן צו זיין פסח שני אין ירושלים, (אויך זיידי פון קארלסבורג זכותו יגן עלינו פלעגט אלע יארן זיין פסח שני אין ירושלים, ער פלעגט גיין צו קבר שמעון הצדיק און זיך וואשן צו א סעודה). ממילא איז נישט געווען שייך, איך האב געטראפן דארט אפאר פון זיינע אייניקלעך, איך האב זיך זייער געפרייט צו זיי.


יבנאל האט צוריק באקומען איר שיינקייט, ווי דו ווייסט איז עס געווען נאכגעלאזט זייט די פטירה פון מוהרא"ש, אסאך פרויען האבן געהאט נאכגעלאזט פון די צניעות, פון זיך שערן די האר, און נאך אסאך זאכן וואס האט געדארפט א תיקון, און הודו לה' כי טוב אז עס בויט זיך א נייע הערליכע דור, רבי יצחק בויט א הערליכע קהילה, די פרויען טוען זיך אן זייער איידל און פירן זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; דעם רבינ'ס טיש ווערט שענער און שענער, אלעס בזכות דעם הייליגן רבי'ן, אלעס בזכות די הייליגע תלמידים.


איך בין צוריק געפארן קיין טברי' צו אונזער שול, געגעבן א שמועס פאר אנשי שלומינו. מען האט גערעדט פון פסח שני; מען זעט יעדער איינער האט נאך די מעגליכקייט צו ווערן א צדיק, אפילו מען איז געווען אין די יוגנט בבחינת "אֲנַחְנוּ טְמֵאִים לְנֶפֶשׁ אָדָם" (במדבר ט, ז), מען האט נישט געהאט א ריינע יוגנט, מען האט נישט געהאט פסח ראשון, און אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל אן אן אויפהער: "הייליגער באשעפער, 'למה נגרע', פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס קען איך נישט זוכה זיין צו זיין הייליג? רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין דבוק צו דיר" - איז מען זוכה צו פסח שני.


מיר האבן זיך מחזק געווען צו אננעמען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "לְעִנְיַן הִתְחַזְּקוּת לְבַל יִפֹּל הָאָדָם בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת רִבּוּי הַפְּגָמִים וְהַקִּלְקוּלִים שֶׁקִּלְקֵל עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו", ווען מען טראכט 'וואס וועט זיין מיט מיר, איך האב דאך אזויפיל געזינדיגט, איך האב אזויפיל פוגם געווען, אזויפיל געטון נארישקייטן', "עָנָה וְאָמַר", האט דער רבי געזאגט: "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אין דעם אז דו האסט פוגם געווען און געטון נארישקייטן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו גלייבן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן; מיר דארפן גלייבן אין דעם, און נאר אזוי וועלן מיר קענען פאררעכטן.


נאכן שיעור אין טבריה האב איך גערעדט מיט אנשי שלומינו, אויפגענומען קאפלס. פלוצלונג האט מען געהערט אן אויפרייס, אין אנהויב האבן מיר געמיינט אז דאס איז א באמבע פון די מלחמה, מיר האבן זיך זייער דערשראקן, אבער מיט די התחזקות פון רבי'ן זענען מיר אלע געבליבן רואיג און פרייליך, שפעטער האבן מיר געהערט אז עס איז נישט פון די מלחמה.


פון דארט בין איך געפארן צו קבר רבי מאיר בעל הנס, עס איז אנגענומען אז פסח שני איז די יארצייט פון דעם הייליגן תנא. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן מען זאל האבן אלעס גוטס.


פסח שני איז געווארן א יאר פון דיין בר מצוה, פאריאר האסטו זוכה געווען צו בר מצוה האבן אין מירון, אויך זיידי הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געקומען צו פארן לכבוד דיין בר מצוה. אז דו ווילסט זיך עפעס גוטס פארנעמען לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפלין. היינט האט מיר געפרעגט א בחור פון די ירושלים ישיבה, א בני ברק'ער בחור, וואס ער קען זיך פארנעמען לכבוד זיין געבורטסטאג, האב איך אים אויך געזאגט דאס, ער זאל זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט די הייליגע תפלין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום בעלזער רב נעמען א ברכה, זיין טאטע דער טאקייער רב איז שוין געפארן דעמאלט קיין אמעריקע, ער איז נישט געווען ביי די בר מצוה, נאר די מאמע איז געווען מיט מוהרא"ש. דער הייליגער בעלזער רב האט אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין, ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען, ג – ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבערגעזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל"; זאלסטו זיך פארנעמען לכבוד דיין געבורטסטאג נישט צו רעדן מיט די תפילין, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע קדושות.


ווען איך בין געווען אין טבריה האב איך געהערט אז די פאליציי זענען געקומען צו זיידי שליט"א און אים געבינדן די הענט אים צו לייגן אין תפיסה, פארן זיין אין מירון קעגן זייער ווילן. איך האב זיך דערשראקן, מיר האבן מתפלל געווען אז אלעס זאל זיין גוט, נאכדעם האבן מיר געהערט אז מען האט אים גארנישט שלעכט געטון, נאר נאכאמאל געווארענט אז די קאך, די חצר מיט די שול - מוזן זיין פארשפארט.


אויפן וועג צוריק האט מען שוין געזען אז די וועגן זענען פארשפארט, נישטא קיין וועג אנצוקומען צוריק קיין מירון. מיר האבן מתפלל געווען, און שמעון עוזר האט אונז גענומען אויף א וועג דורך די וואלד, איך האב זיך דערמאנט וואס דער רבי זאגט: "איך פיר ענק אויף א נייע וועג וואס פירט צוריק צום אלטן וועג"; מען איז געפארן שטילע וועגן, געדרייטע און זאמדיגע, ביז מירון אן זיך אפשטעלן.


די בחורים זענען אהיים, נישט מחמת פחד, נאר אזוי איז געווען אפגעשמועסט פון פאראויס, אז זיי קומען אויף צוויי טעג.


די קאר האט ער פארקירט אינדרויסן אויפן שאסיי און מיר זענען אריין צופיס. עס זענען געשטאנען די פאליציי און זיי האבן נישט אריינגעלאזט, מיר האבן נישט אויפגעהערט צו מאכן תפילות: "הייליגער באשעפער העלף מען זאל אונז צוריק אריינלאזן אין מירון", מאמי האט געבעטן אין ענגליש: "מיר ווילן קומען דאווענען דא", (ווען מען רעדט צו זיי אין ענגליש האבן זיי מער דרך ארץ), האבן זיי געזאגט: "ענק קענען אריינגיין".


*דאנערשטאג פרשת בהר, ל' לעומר*


איך בין צוריק געקומען גאר שפעט פון טבריה, איך בין שוין געבליבן אויף ביז וותיקין, שלמה האט זיך אראפגעלייגט אויף א שעה. פיר אזייגער פארטאגס בין איך געגאנגען אין מקוה און ארויף מיט זיידי און מיט שלמה דאווענען אין די מערה. די וועג ארויף איז געווען ליידיג, די גאסן אין מירון זענען געווען ליידיג, אבער ווען מען קומט אריין אין די מערה זעט מען גארנישט קיין פאליציי, פארטאגס איז די מערה געווען אנגעפילט מיט הונדערטער אידן וואס גרייטן זיך צום דאווענען, איך האב גומל געבענטשט נאך קריאת התורה.


איך האב זיך אביסל אראפגעלייגט און זיך אויפגעוועקט פון די קולות פון באמבעס, די קולות זענען געווען זייער שטארק, די באמבעס זענען נישט געווען אין מירון, נאר גאר ווייט אוועק.


רוב טאג בין איך געווען איינגעשפארט אין חצר, נישט ארויס פון שטוב, ווייל די פאליציי זענען ארומגעגאנגען ארויסטרייבן פון די דירות, איך האב געלערנט מיינע שיעורים ביי מיר אין די דירה.


מנחה האבן מיר געדאווענט ביי רבי שמעון בר יוחאי אין די מערה, נאך מנחה בין איך ארויף מיט מאמי און מיט שלמה צו זיידי'ס ציון, מיר האבן דארט אסאך מתפלל געווען. נאכדעם בין איך צוריק אין די מערה, געלערנט מיינע שיעורים, ח"י פרקים משניות און בערך צען בלאט גמרא, געדאווענט מעריב און אראפ געקומען מיט זיידי.


עס איז געווען שמועות אז די פאליציי גייען פון שטוב צו שטוב און מען טראגט ארויס די משפחות וואס וואוינען נישט אין מירון, מיר האבן זיך אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך פארשפארט אין די דירה און פארלאשן די לעקטער.


*ערב שבת פרשת בהר, ל"א לעומר*


איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל אויפשטיין צו וותיקין, פיר אזייגער הער איך א שטארקע אויפרייס פון א באמבע, דאס האט מיך ארויסגענומען פון בעט. שפעטער האב איך געהערט אז די באמבע איז געפלויגן פון איראק, עס איז געפאלן נעבן צפת. איך האב זיך אפגעגאסן נעגל וואסער און געגאנגען אין מקוה. אנהייב האט מיר זיידי געזאגט איך זאל נישט ארויפגיין מיט אים דאווענען אין די מערה, ווייל עס איז געווען שמועות אז די פאליציי כאפן די מענטשן און מען טראגט זיי ארויס פון מירון, און נאר די וואס וואוינען אין מירון די מעגן זיין. זיידי האט א דירה, ער איז גערעכנט ווי אן איינוואוינער, זיידי איז אליין ארויף, אבער נאך אפאר מינוט האב איך געטראכט, דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמט): "עִקַּר הַגְּבוּרָה בְּהַלֵּב", דער עיקר שטארקקייט איז אין הארץ, "כִּי מִי שֶׁלִּבּוֹ חָזָק וְאֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם אָדָם וּמִשּׁוּם דָּבָר", ווייל דער מענטש וואס האט א שטארקע הארץ און האט נישט מורא, "יָכוֹל לַעֲשׂוֹת גְּבוּרוֹת נוֹרָאוֹת", קען מאכן גרויסע זאכן, "וְלִכְבּשׁ הַמִּלְחָמוֹת", און אייננעמען מלחמות, "עַל יְדֵי חֹזֶק וְתֹקֶף לִבּוֹ שֶׁאֵינוֹ מִתְיָרֵא וְרָץ לְתוֹךְ תֹּקֶף הַמִּלְחָמָה", דורכדעם וואס מען האט נישט קיין שרעק און מען האט א שטארקע הארץ.


איך בין ארויף מיט מיין שוואגער איתמר לייפער, אנהויב וועג האבן מיר געהאט אביסל פחדים אז מען קען אונז כאפן און אוועק פירן פון מירון, אבער אנקומענדיג אויבן ביי די מערה האבן מיר געזען אז עס איז נישטא קיין איין פאליציי, מיר האבן זיך מחזק געווען אז דאס איז ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן מו): "שֶׁמֶּלֶךְ אֶחָד הִנִּיחַ אוֹצָר גָּדוֹל בְּמָקוֹם אֶחָד", א קעניג האט אוועקגעלייגט א גרויסע פארמעגן, "וְסִבֵּב בַּאֲחִיזַת עֵינַיִם כַּמָּה וְכַמָּה חוֹמוֹת סְבִיב הָאוֹצָר", און דאס ארומגענומען מיט מויערן וואס זענען נישט געווען קיין עכטע מויערן, נאר עס האט אויסגעזען ווי מויערן, "וּכְשֶׁבָּאוּ בְּנֵי אָדָם לְאֵלּוּ הַחוֹמוֹת, נִדְמֶה לָהֶם שֶׁהֵם חוֹמוֹת מַמָּשׁ וְקָשֶׁה לְשַׁבְּרָם", אבער פאר די אויגן פון מענטשן האט דאס אויסגעזען ווי עכטע מויערן, מען האט געמיינט מען קען דאס נישט צעברעכן, "וּקְצָתָם חָזְרוּ תֵּכֶף", א טייל האבן זיך גלייך אויסגעדרייט און אפגעלאזט, "וּקְצָתָם שִׁבְּרוּ חוֹמָה אַחַת", א טייל האבן דורכגעבראכן איין מויער, "וּבָאוּ אֶל הַשְּׁנִיָּה וְלא יָכְלוּ לְשַׁבְּרָהּ", אבער ביים צווייטן מויער האבן זיי אויפגעגעבן, "וּקְצָתָם שִׁבְּרוּ יוֹתֵר", א טייל האבן נאך מער אויפגעבראכן, "וְלֹא יָכְלוּ לִשְׁבֹּר הַנִּשְׁאָרִים", אבער נישט געקענט ענדיגן, "עַד שֶׁבָּא הַבֶּן מֶלֶךְ", ביז דער זון פון קעניג איז געקומען און געזאגט, "אָמַר, אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁכָּל הַחוֹמוֹת הֵם רַק בַּאֲחִיזַת עֵינַיִם", איך ווייס אז די אלע מויערן זענען נאר אן אויגן פארבלענדעניש, "וּבֶאֱמֶת אֵין שׁוּם חוֹמָה כְּלָל", און עס איז בכלל נישטא קיין מויערן, "וְהָלַךְ לָבֶטַח עַד שֶׁעָבַר עַל כֻּלָּם", און ער איז געגאנגען זיכערערהייט און איז אריבער אלע מניעות, און דער רבי פירט אויס: "וּמִזֶּה יָבִין הַמַּשְׂכִּיל הַנִּמְשָׁל מֵאֵלָיו", פון די משל קען יעדער ארויסנעמען גוטע חיזוק פאר עבודת השם, "עַל כָּל הַמְּנִיעוֹת וְהַהֲסָתוֹת וּפִתּוּיִים שֶׁהֵם בְּחִינַת חוֹמוֹת, שֶׁיֵּשׁ עַל אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם שֶׁבֶּאֱמֶת אֵינָם כְּלוּם", אויף אלע שוועריקייטן וואס מען האט ווען מען וויל דינען דעם אייבערשטן, אז באמת איז דאס נאר אין מח, עס זעט נאר אויס שווער, "וְהָעִקָּר לֵב חָזָק וְאַמִּיץ, וְאָז אֵין לוֹ שׁוּם מְנִיעָה", דער עיקר דארף מען האבן א שטארקע הארץ.


למעשה אינמיטן שחרית זענען אריינגעקומען די פאליציי און אנגעהויבן פארטרייבן, מען האט זיך איינגעבעטן זיי זאלן לאזן ענדיגן שחרית, זיי האבן געזאגט זיי געבן נאך צען מינוט, מען האט שנעל געענדיגט דאווענען, און זיי האבן געהייסן ארויסגיין. זיידי האבן זיי געלאזט בלייבן ווייל ווער עס איז א תושב מירון - האבן געמעגט בלייבן ביז זיבן אזייגער, מיר האבן זיי געהייסן ארויסגיין. ארויסגייענדיג זאגט מיר איינער: "געב אכטונג, גיי נישט ארויס דורך די חצר, ווייל אלע וואס גייען ארויס פון דארט ווערן ארויפגעלייגט אויף א באס און מען טראגט אוועק ווייט פון מירון", יענער זאגט מיר: "לויף אריין אין וואלד", איך האב נישט געהאט די כוחות צו לויפן אין וואלד, איבערשפרינגען די צוים, איך האב זיך צוגעבינדן צום אייבערשטן און ארויס רואיג געלאסן. די פאליציי האבן מיך אפגעשטעלט און געזאגט: "דו דארפסט גיין צום באס", איך האב זיי געזאגט: "איך וואוין דא, איך בין א תושב מירון", בעט ער מיר מיינע שריפטן, זאג איך אים: "איך האב נישט, עס ליגט אין שטוב", זאגט ער מיר: "דעמאלט ארויף אויפן באס". איך האב נאכאמאל גערעדט צו זיי רואיג מיט ישוב הדעת, איך האב זיי געזאגט: "מיין ווייב איז אין די דירה, מיט מיינע קינדער, איך גיי נישט אין ערגעץ", זאגט ער מיר: "דעמאלט דארפסטו באקומען רשות פון קצין". איך האב זיך גוט צוגעבינדן צום אייבערשטן, געמאכט מיט די ליפן שטילע תפילות און גערעדט צום סארדזשענט רואיג, אים געקוקט אין די אויגן און אים געזאגט: "מיינע שריפטן ליגט אין די דירה", דער סארדזשענט זאגט מיר: "קענסט גיין".


איך האב דאס געלערנט פון רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען אויפן וועג קיין אומאן, מען האט אים אפגעשטעלט און געבעטן זיין פאספארט, ער האט נישט געהאט, האט ער געזאגט פארן פאליציי: "דו מיינסט איך פאר אן א פאספארט? ווי קען זיין א מענטש זאל פארן אן א פאספארט?!" ער האט דאס געזאגט מיט אזא זיכערקייט אז מען האט אים געלאזט גיין. אזוי האב איך געטון, אלע מאל וואס איך בין געגאנגען צום מערה, אלע מאל מען האט מיר אפגעשטעלט האב איך געענטפערט מיט ישוב הדעת און מיט תפילה, האט מען מיר געלאזט גיין.


מיט מיר איז געווען הבחור יושע סופר, ער איז געבליבן אין מירון, ער האט נשיט געוואלט אהיים גיין, ער האט אנגעהויבן לויפן, איך האב אים געזאגט: "קום מיט מיר", ער האט זיי געזאגט אז ער איז מיין זון, דאס איז נישט קיין ליגנט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", מען האט אים אויך געלאזט גיין, מיר זענען אראפ צו די דירה, זיך איינגעשפארט און געלערנט פאר אפאר שעה תיקונים.


*שבת אין מירון*


עס איז געווען א הערליכער שבת, נאך אזויפיל שרעק פון די ערב רב וואס הערן נישט אויף פייניגן די ערליכע אידן - איז ביים זמן שבת געווארן אויסגעשפרייט א רואיגקייט אויף הר מירון, אלע פאליציי זענען אוועק געגענגען, מען האט געקענט האבן א הערליכע שבת.


מנחה האבן מיר געדאווענט ביי קארלסבורג, נאך מנחה זענען מיר ארויף צו די מערה. אנקומענדיג צו די מערה בין איך געווען אין שאק צו זען טויזנטער טויזנטער מענטשן אין די חצר און אין אלע שטיבלעך, א נאדל איז נישט אריין אין די מערה. נאכן אוועק שטעלן אזויפיל פאליציי, נאכן אויסליידיגן דירות נאכט נאך נאכט זאלן זיין אזויפיל מענטשן ביי רבי שמעון... מען האט געזען די השתוקקות וואס אלע האבן צו רבי שמעון, אפילו מען דארף זיין פארשפארט פאר אפאר טעג - איז קיינער נישט אוועק געגאנגען.


זיידי האט געזאגט פאר מאטי הערצאג אז ער איז זייער קלוג פארן קומען, איך האב זיך אנגערופן אז ער האט מיר געפרעגט אויב יא קומען אויב נישט, איך האב נישט געענטפערט פאר קיינעם צו קומען אין אזא צייט, און ער אליין האט יא מחליט געווען צו קומען אפשערן זיין זון, האט זיידי געזאגט: "זייער גוט, מען קען נישט ענטפערן פאר איינעם וואס פרעגט וכו', אבער אז מען קומט איבער אלע מניעות - איז זיכער גוט".


משה דער גבאי פון בני ברק'ער שול איז געקומען קיין מירון מיט זיין משפחה און די פאליציי האבן אים געכאפט און פארטריבן, אויך האב איך געזען בערל לעווי ליל שישי, ער האט מיר געזאגט אז ער איז געקומען מיט זיין משפחה און מער האב איך אים נישט געזען, קען זיין ער איז געבליבן פארשפארט פון שרעק ביז נאך ל"ג בעומר, אדער האט מען אים אויך אוועק געטריבן.


פרייטאג צו נאכטס ביי קבלת שבת האב איך געהאט גוטע התעוררות, איך האב געקענט זאגן אפאר ווערטער פארן אייבערשטן און פאר רבי שמעון. מען האט געטאנצן "בר יוחאי" און "אמר רבי עקיבא", זיידי האט פארגעזאגט און אלע האבן געענטפערט דעם זיסן ניגון מיט די זיסע ווערטער: "אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל..."


אינמיטן די סעודה זענען געקומען אסאך מענטשן פון די ארומיגע וועלדער וואו זיי האבן זיך באהאלטן, עס זענען געווען בחורים און אינגעלייט וואס זענען געגאנגען פיר פינף שעה אין פעלדער און אין וועלדער, זיידי און באבי האבן זיי זייער שיין אויפגענומען.


שבת אינדערפרי האבן מיר געדאווענט אין קארלסבורג ביי זיידי שליט"א, זיידי האט מיך מכבד געווען מיט דאווענען שחרית, און ביי די סעודה האט זיידי מכבד געווען דעם דיין רבי יונה זאל זאגן אפאר ווערטער. זיידי איז אים זייער מכבד, ער איז א תלמיד, ער האט געלערנט דארט אין כולל און גענומען שימוש.


אויך האט מיך זיידי מכבד געווען צו רעדן, איך האב דערציילט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מעילה יז), אמאל איז געווען א גזירה, די רוימער האבן נישט געלאזט האלטן די תורה, האבן די חכמים געפרעגט, וועם זאלן מיר שיקן צו מבטל זיין די גזירה? "ילך רבי שמעון בן יוחאי שהוא מלומד בנסים", זאל רבי שמעון גיין, ווייל דער אייבערשטער מאכט אים ניסים. די גמרא דערציילט, עס איז אריין א שד אין די קיסר'ס טאכטער און זי האט געשריגן: "ברענגט מיר רבי שמעון, ברענגט מיר רבי שמעון", און ווען רבי שמעון איז געקומען האט ער געזאגט פארן שד זאל ארויסגיין, און דער קיסר האט מבטל געווען די גזירה.


האבן מיר גערעדט אז אלע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף אונז איז פון די נישט גוטע וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, ווען א מענטש זינדיגט איז דאס א שד וואס איז אין אים, ווען מען האט שלעכטע מידות, שלעכטע תאוות - איז דאס א שד, אויף דעם קומען מיר צו רבי שמעון בר יוחאי און מיר שרייען: "רבי שמעון, נעם ארויס דעם שד פון מיר, רבי שמעון הייל מיך אויס".


אויך האבן מיר גערעדט אז ביי לימוד הזוהר האלטן מיר אייניג אז דאס איז לימוד התורה, ביי משניות און גמרא איז דא חלוקי דעות, אין ברסלב איז זאגן - לערנען, און אין קארלסבורג דארף מען פארשטיין, אבער ווען עס קומט ל"ג בעומר דארפן מיר אלע נעמען דעם זוהר הקדוש און עוסק זיין אין גירסא, זאגן יעדן טאג אביסל זוהר, דאס רייניגט און לויטערט דעם מענטש.


מיר דארפן זיך אויך אביסל מער צופלייסן אין אונזער שיעור שבת אינדערפרי, אז אויף קומענדיגע יאר זאלן מיר קענען מסיים זיין דעם גאנצן ספר הזוהר ל"ג בעומר ביי רבי שמעון. מיר האלטן פרשת תרומה, פינקט האלב האבן מיר געלערנט. איך האף צום אייבערשטן אנהויבן צוריק אונזער שיעור שבת אינדערפרי מיט דיר.


ביי שלש סעודות האב איך זיך אנגעהויבן נישט גוט שפירן, איך האב געבראכן אביסל, איך בין אריין אין בעט אפגעשוואכט.


*מוצאי שבת, ל"ג בעומר*


בערך א האלבע שעה נאכן זמן אז געווארן א פחד, די פאליציי זענען אנגעקומען און אויפגעבראכן דירות ביי אונז אין חצר, זיי האבן אויפגעבראכן די שטוב פון דיין רבי יונה שליט"א, אויך די דירה פון מאטי הערצאג, און די דירה פון ארי פיש. איך בין געשלאפן, איך האב נישט מיטגעהאלטן, ביז מאמי האט מיך אויפגעוועקט אז מען דארף פארמאכן אלע לעקטערס און אויסשאלטערן די ערקאנדישן, מען זאל נישט הערן אז מיר זענען דא. מאמי איז געווען אין בעט, איר גאנצע קערפער האט זיך זייער געטרייסלט פון פחד, זי האט אנגעהויבן ניצן די עצה פון חזר'ן אויפן קול (נישט צי הויעך) ווערטער פון אמונה: 'קיינער קען מיר גארנישט טון', 'דער אייבערשטער איז דא', 'דער אייבערשטער ווייסט וואס איז גוט פאר מיר', זי האט דאס איבערגעזאגט הונדערטער מאל ביז זי איז געקומען צו זיך, שפעטער האט איינער גערופן זאגן אז זיי זענען אוועק פון חצר. איך האב נישט געוואלט בלייבן מיט די פחד, בין איך ארויס פון די דירה מיט מאמי צו די חצר פון זיידי.


מיר האבן געהערט אז די פאליציי זענען נאכאמאל געקומען צו זיידי און אוועקגעפירט הבחור שלמה צבי פערל, זיי האבן אים דערקענט, ווייל מען האט אים שוין אוועק געפירט ערב שבת און ער איז צוריקגעקומען, ער איז איינגעשטאנען ביי זיידי, ער האט זייער שטארק געהאלפן צוגרייטן און רייניגן, מיט וואס מען האט געדארפט. אויך יושע סופר האבן זיי אוועק געטראגן ערב שבת, און ממש ביים זמן איז ער צוריק געקומען, זיך געשלעפט אין פעלדער און אין וועלדער, ער איז געווען זייער אויסגעמאטערט, עס האט אויסגעזען ווי ער גייט חלש'ן, מען האט אים געגעבן עסן און א בעט צו שלאפן, ער זאל קומען צו זיינע כוחות.


מען האט מיך פארגעהאלטן היתכן פארן אינמיטן א מלחמה, דאס מיינט אז מען האט קלאר הנאה פון די מדינה; וואלטן די געקומען זען וואס די ערב רב טוען מיט די ערליכע אידן - וואלטן זיי אלע מער נישט געהאט קיין שום ספיקות, די האבן אזוי פיינט די פרומע אידן, די גאנצע אפהאלט צו קומען קיין מירון האט גארנישט צוטון מיט היטן אויף מענטשן, זיי האבן פיינט די ערליכע אידן, און נאר צוליב דעם טוען זיי דאס.


אונזער קאזין משה אברהם ראזנער איז געקומען צו מיר, אז ער קען מיר שאפן א וועג ארויף צו די מערה. איך בין ארויף מיט מאמי, מלכה און אויך שלמה. מען האט געדארפט לאנג ווארטן, אבער עס האט זיך געלוינט. איך האב געזאגט די תיקון הכללי און אויך די תפילה פון ליקוטי תפילות אויף די הקדמה פון ליקוטי מוהר"ן (ליקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), די תפילה איז א הארצרייסנדע תפילה, איך האב זיך זייער צואוויינט ביי צוויי פלעצער פון די תפילה, איך האב שוין לאנג נישט זיך אזוי גוט אויסגעוויינט צו א צדיק און צום אייבערשטן, ביי די ווערטער וואס מען בעט רבי שמעון: "רבי רבי רבי, איך תוכלו לסבול צרות ישראל", ווי אזוי קענסטו אויסהאלטן די צרות וואס אידן גייען אריבער? אוי איז דאס גוטע תפילות צו בעטן פון רבי שמעון, און אויך ביי די ווערטער: "'רבונו של עולם', הייליגער באשעפער, 'תן בלב הצדיק הקדוש והנורא הזה', געב אריין אין הארץ פון דעם הייליגן צדיק רבי שמעון 'ובלב כל הצדיקים אמתיים', און אין די הארץ פון אלע אמת'ע צדיקים 'לבל יסתירו פניהם ממני', זיי זאלן זיך נישט באהאלטן פון אונז, מען בעט דעם אייבערשטן זאל אריינלייגן אין רבי שמעון און אין אלע צדיקים זיי זאלן אונז נישט אגנארירן, נישט אויפגעבן אויף אונז, 'ואל אקוץ בעיניכם', הייליגער רבי שמעון ווער נישט נערוועז פון מיר אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך פאלג נישט די עצות וכו' כו'", איך האב זיך זייער אויסגעגאסן דאס הארץ, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר די גאנצע משפחה, און פאר אלע תלמידים וואס האבן מזכיר געווען זייערע בקשות סיי יעצט ביי די נסיעה און סיי אלע בקשות וואס מען בעט דורכן יאר.


נאכדעם האבן מיר געטאנצן אין חצר פרייליכע טענץ, אין אנהויב איז נישט געווען קיין מוזיק, די פאליציי האבן נישט געלאזט, ביז עס זענען אנגעקומען אפאר אינגעלייט און געמאכט הויכע פרייליכע מירונע מוזיק, איך האב געטאנצן און געמאכט קאדאטשקע מיט א פלאש אויפן קאפ; עס איז נישט שייך אראפצולייגן אויפן פאפיר וואס פאר א ליכטיגקייט מען שפירט אין מירון ל"ג בעומר.


אויפן וועג אראפ פון ציון האבן מיר מיט געהאלטן ווי עס קומען ארויס פון די וועלדער צענדליגע בחורים און אינגעלייט און צעברעכן די צוים וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט נישט אריין צו לאזן די ערליכע אידן, און ווי די פאליציי טיילט מערדערליכע קלעפ. אויך אויפן וועג אראפ, צוריק אריין אין די געסלעך וואו מען וואוינט האבן זיי אונז נישט אריינגעלאזט, זיי האבן געבעטן שריפטן, מיר האבן זיי געזאגט מיר וואוינען אין די דירה, זיי האבן אונז נישט געגלייבט און דאך האבן זיי אונז געלאזט גיין.


*זונטאג פרשת בחוקותי, ל"ג בעומר*


מיר האבן זיך נישט געלייגט שלאפן, עס איז שוין געווען פיר אזייגער פארטאגס, מיר זענען אויפגעבליבן דאווענען וותיקין, געדאווענט שחרית אין קארלסבורג. נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן: "בר יוחאי", "ואמרתם כה לחי", "אמר רבי עקיבא".


איך האב מסיים געווען ספר תיקונים, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן א שיעור אין ספר תיקונים, לערנען יעדן טאג אביסל פארן דאווענען. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח): "אין ספר תיקונים ליגן אלע חכמות פון די וועלט".


איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן פאר אפאר שעה. דורכן טאג האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עפענען די חצר ביי זיידי, די פאליציי האבן געטיילט מכות רצח, אבער צוביסליך זענען זיך צאמגעקומען הונדערטער און טויזנטער אידן, זיידי האט מיט זיין שטארקקייט געזאגט יא עפענען די חצר און אנהויבן טיילן עסן פאר אלע געסט, מען האט געעפעט די חצר און געטיילט ווארעמע עסן; זופ, קוגל, פערפל, פיש מיט גרינצייג; מענטשן זענען געקומען עסן ווי פאר'חלש'טע מענטשן וואס קומען פון מדבר, קיינער האט די יאר נישט געטיילט עסן, נאר ביי זיידי האט מען געטיילט עסן, אויך איז געווען מנינים נאך מנינים מנחה.


מיר האבן געלערנט תיקונים מיט אפאר חברים, אדורכגעלערנט די גאנצע הקדמה. נאכדעם מנחה, נאכדעם האט מען געמאכט א הדלקה.


מענטשן האבן געוויינט פון התרגשות, מען האט געמיינט אז מען וועט נישט קענען די יאר מאכן קיין הדלקה, און ביים סוף האט דער אייבערשטער געהאלפן מען האט אנגעצינדן די הדלקה, יעדער האט געלייגט וואטע מיט אויל. איך האב געטראכט, וואס איז דאס לייגן וואטע מיט אויל? אז דער הייליגער רבי שמעון מיט די צדיקים, זיי נעמען וואטע און צינדן עס אן, מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן דאס איז די וואטע, און מען גיסט אויף זיי שמן משחת קודש, מען ברענגט זיי צום אייבערשטן.


די טענץ, די הדלקה, די שמחה - איז אלע יארן אין לשער, בפרט די יאר; די מסירות נפש פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס זענען געקומען פון די וועלדער, געגאנגען צופיס צענדליגע שעות, און ביים אנקומען האבן זיי געכאפט מערדערליכע קלעפ. איך האב דאס געזען מיט מיינע אויגן, ווייל זיידי'ס חצר געפינט זיך ביי די לינקע זייט פון מירון, נעבן דרך מהדרין. עס זענען אריינגעקומען א גאנצן טאג צעקלאפטע צעבלוטיגטע מענטשן, פון כאפן קלעפ פון די רוצחים.


עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מירון איז נישט א פלאץ וואו מען קומט זיך אויסלופטערן, מענטשן פלעגן אוועק מאכן דאס פארן אויף מירון אז דאס איז א פלאץ וואו מען פארט זיך אויסלופטערן, אבער וואס קענסטו זאגן די יאר ווען מענטשן כאפן מכות רצח, פשוט כמשמעו, זיי הרג'ענען מענטשן מיטן טענה אז מען דארף זיי באשיצן פון ווערן גע'הרג'ט, און מען קומט ווייטער צום צדיק נעמען ישעות.


ביי חצות הלילה בין איך אוועק געפארן פון מירון קיין ירושלים.


*מאנטאג פרשת בחוקותי, ל"ד בעומר*


שלמה איז אהיים געפארן זונטאג נאכט, ער איז אוועק געפארן פון מירון פארנאכטס. אינמיטן וועג האט ער זיך געכאפט אז ער האט איבערגעלאזט זיין פאספארט, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אים ער זאל האבן א וועג ווי צו באקומען זיין פאספארט און קענען אנקומען אהיים. עס איז נישט געווען א וועג ער זאל קענען צוריק קומען קיין מירון, די פאליציי האבן נישט אפגעלאזט, ווער עס האט געוואלט אריינקומען האט געכאפט מכות רצח.


אברהם רוטמאן האט געשאפט א וועג צום עירפארט, אים געטראגן די פאספארט. אברהם האט מיר זייער געהאלפן ביי די נסיעה מיט די וועגן, מיט די דירות, סיי אין מירון סיי אין ירושלים. ער האט צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף, און אויך וואס מען דארף נישט. ביסט דאך געווען פאריאר ל"ג בעומר, האסטו דאך אלעס אליינס מיטגעהאלטן.


שחרית האבן מיר געדאווענט אין שול, א מחי' צו זיין מיט אנשי שלומינו, אזא דרך ארץ, אזא איינגענעמע לופט, מען רעדט 'בדרך הישר והרצוי לפניך', און דאס איז דער סימן וואס שרייט ארויס פון א תלמיד היכל הקודש, 'דרך ארץ', 'די שפראך ווי מען רעדט איינער צום צווייטן', און אז דו זוכסט א גוטע חבר צווישן אנשי שלומינו - זאלסטו בודק זיין די שפראך, די וועג ווי יענער רעדט צו א צווייטן.


נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, נאכן שיעור האבן מיר גערעדט פון דעם וואס די תורה זאגט (ויקרא כו, ו): "וחרב לא תעבור בארצכם", זאגן די הייליגע חכמים (תענית כב:): "אפילו חרב של שלום", מען קען זען צווישן נאנטע מענטשן וואס זענען כלומר'יש חברים די וועג ווי זיי רעדן, מען שטעכט זיך, מען פליקט זיך, מען בריקעט זיך, און דאס איז כלומר'יש חברים, זאגט אבער די תורה: "אם בחקותי תלכו", אויב מען וועט זיך פירן ערליך, וועט זיין: "וחרב [של שלום] לא תעבור בארצכם", א פרידליכע שווערד וועט נישט זיין צווישן ענק, מען וועט זיך נישט שטעכן.


אוי וויי, אוי געוואלד, וואלטן מיר זיך ליב געהאט, וואלט געווען שלום צווישן אנשי שלומינו, מען וואלט גערעדט מיט כבוד איינער צום צווייטן - וואלט דער רבי אונז געברענגט צו די העכסטע מדריגות, ובעוונותינו הרבים פעלט צווישן אונז די ליבשאפט, און דאס מאכט חרוב אלעס. אזוי ווי רש"י זאגט (ויקרא כו, ו, דבור המתחיל 'ונתתי שלום'): "הרי מאכל, הרי משתה", מען קען אלעס האבן, עסן און טרינקען, "אם אין שלום, אין כלום", אבער אן שלום האט מען גארנישט, און דאס מיינט מען אויך עסן און טרינקען פון די נשמה, מען האט דעם רבינ'ס אוצרות, די קוואל וואס פליסט, די נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אבער 'אם אין שלום אין כלום'.


עס רייסט מיר ביים הארץ אז מען שפירט נישט אין אלע שולן וואס טראגט מיין נאמען אויפן טאוועל א ליבשאפט, וואלט מען געגאנגען התבודדות און געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, הייליגער באשעפער, נאך אביסל בין איך א גוסס, נאך אביסל בין איך א מת, מען וועט מיך לייגן אין קבר, עס וועט וואקסן אויף מיר קוצים וברקנים, הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? איך פארגעס פון עלמא דאתי, איך מאך מחלוקת, איך מאך רייבערייען, איך טראג לשון הרע, באלד וועט קריכן אויף מיין צינג ווערעם, זיי וועלן קריכן פון בויך אריין אין מויל, צוליב די זינד פון לשון הרע, צוליב רעדן פון אנדערע", וואלט מען זיך מתבודד געווען יעדן טאג אויף דעם, צו געדענקען פון יענע וועלט - וואלטן מיר שוין פון לאנג זוכה געווען צו קומען צו הויכע מדריגות הצדיקים.


טייערער ליבער נחמן נתן, מיין טייערער זון, זיץ נישט אין קיין מושב לצים. וואו עס זיצן צוויי מענטשן און מען רעדט נישט פון תכלית - זאלסטו זיך אויפהייבן און נישט זיצן דארט, "משה קיבל תורה מסיני" - און געזאגט: "שנים שיושבין, ואין ביניהן דברי תורה" - איז א מושב לצים, משה רבינו זאגט אונז פון בארג סיני (אבות ג, ב) מען זאל נישט זיצן ביי שמועסן וואס מען רעדט פון דעם און פון יענעם, און אויב שטייט אויפן טאוועל בנשיאות מיין נאמען, האט דאס פלאץ גארנישט מיט מיר, "ובקהלם אל תחד כבודי", איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט זיין אין אונזערע ד' אמות קיין שום ליצנות.


מיר זענען געבליבן אין שול ביז מנחה, מיר האבן געדאווענט מנחה. נאכדעם דורכן טאג איז געווען קבלת קהל, די משפחות וואס האבן געהאט שאלות זענען געקומען. אויך איז געקומען שמואל הכהן, דער וואס מאכט די ענגלישע גליון "ווערטער פון חיזוק", ער האט געמאכט א סיום הש"ס, ער איז געקומען מיט זיין גאנצע משפחה, מיט אלע קינדער, עס איז געווען א גרויסע שמחה.


אויך איז געקומען א פארפאלק, און די ווייב האט געזאגט אז זי האט זיך אפגעשוירן ל"ג בעומר. איר מאמע שערט זיך נישט די האר, אויך נישט די שוועסטער, אבער פון די חיזוק וואס זי הערט אין היכל הקודש פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר - האט זי דאס געטון.


אויך האבן מיר אסאך אינגעלייט געזאגט אז ביי זיי אין שטוב האט מען זיך נישט געשוירן, און נאר בזכות די חיזוק וואס מען רעדט כסדר פון דאס הייליגקייט פון זיך שערן - דאס געבט זיי די שטארקקייט דאס צו טון.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, עס איז דא צייטן וואס מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט גארנישט, מען שפירט זיך אזוי ווייט, מען שפירט ווי מען ווערט אויס, דעמאלט טראכט איך: 'וועל איך האבן נאר די זכות פון ברענגען קדושה וטהרה ביי אידישע שטיבער, פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה - איז מיר שוין אלעס כדאי', און דאס אליין וועט מיך ראטעווען פון אלעם שלעכטס. ווייל רבי שמעון זאגט (תיקונים תיקון ע דף קכד ע"א): "וְאִתְּתָא בְגִין דְּאִיהִי מִסִּטְרָא דִשְׂמָאלָא, לָא צָרִיךְ לְאִתְגַּלְיָא בָּהּ שַׂעֲרָא, דְּלָא יִשְׁתְּמוֹדְעִין בָּהּ מָארֵי דְּדִינָא", ביי א פרוי מיט האר איז דא דינים רחמנא לצלן; וואלטן פרויען געוויסט וואס פאר א צרות די האר ברענגט - וואלטן אלע דאס אראפגענומען אן קיין קרעכץ, נאר מיט די גרעסטע שמחה.


ביינאכט איז געווען א שיעור, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א סיום הש"ס פון א אינגל משה ארי' יוזשעף, אויך א ברודער זיינע, דוד - בן ישראל, האט געמאכט א סיום אויף משניות. דער עולם איז געווען אזוי איבעראשט, זען קינדער וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר האבן גערעדט ביים שיעור שיינע חיזוק, קענסט הערן די שיעור אויפן האטליין.


*דינסטאג פרשת בחוקותי, ל"ה בעומר*


אינדערפרי איז געקומען משה שמואל דער מגיד שיעור אין ירושלים מיך באגלייטן צו גיין דאווענען שחרית, מיר האבן גערעדט ווי אזוי מען קען מאכן בעסער מיט די תלמידים. נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא (בבא מציעא, דף צ), מיר האבן געלערנט אינעם דף, רבי יוחנן זאגט: "עקימת שפתים הוי מעשה", מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די גמרא, ווייל מענטשן זאגן מען דארף עפעס טון, מען קען נישט נאר רעדן צום אייבערשטן, דא זאגט די גמרא אז מאכן מיט די ליפן הייסט טון, עס איז א מעשה. מיר האבן גערעדט וואס רבי נתן זאגט: "מענטשן זאגן 'אז מען טוט העלפט דער אייבערשטער', איך זאג פארקערט, 'אז דער אייבערשטער העלפט קען מען עפעס טון'", און אז מען בעט דעם אייבערשטן - דאס איז טון, און מען דארף נאר דאס טון, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן.


אויך איז געקומען דער סופר דוד קליערס מיט די ערשטע יריעה, איינער פון אנשי שלומינו פון שטעטל הרוצה בעילום שמו, הויבט אן שרייבן א ספר תורה, איך האב געשריבן די ווארט בראשית.


נאך דעם האט מיך דער מנהל יצחק גענומען אין חדר, ממש א חלום; עס זיצן מלמדים, יוסי כ"ץ און יענקי גוטמאן, און לערנען מיט די קינדער מיט אזוי סאך הארץ, מיט אזוי סאך געדולד, די קינדער זענען גליקליך אז זיי זענען אין היכל הקודש חדר, וואס מען האט סבלנות צו זיי, מען לערנט זיי אמונה, אהבת ה' יתברך, מען מאכט נישט קיין אונטערשייד צווישן ארעם אדער רייך, ביי אונז דארף מען חיזוק אויף פארקערט, אויך ליב צו האבן די קינדער וואס די עלטערן האבן געלט, וואס זענען זיי שולדיג אז זייער טאטע האט געלט? ווייל ביים בעל תפילה אז מען וויל איינעם טשעפען - טשעפעט מען אים אז ער האט אסאך געלט, (עיין ספורי מעשיות, מעשה יב).


אויך בין איך געווען אין בית פיגא, די טיטשערס זענען זייער איבערגעגעבן, זיי ארבעטן מיט א שטארקע געפיל. איינע פון די לערערינס האבן מיר געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו זאגן יעדן טאג מיט די קינדער ביי שלא עשני גוי "שכוח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי, איך שמיר נישט מיין ליפן, איך שמיר נישט מיינע אויגן וכו' וכו'"; איך האב געזאגט, מען דארף לערנען ריכטיג, נאר אזוי קען מען מצליח זיין, מען קען נישט צולייגן וכו', מען ווערט נישט קיין גוי אז מען שמירט זיך וכו', מען דארף זינגען: "שלא עשני גוי, שכוח אייבערשטער איך בין א איד, איך בין נישט קיין גוי", און באזונדער לערנען די קינדער דאס שיינקייט פון זיין איידל, פון זיין באשיידן; נאר אזוי איז מען מצליח, אז מען לערנט ריכטיג.


נאכדעם בין איך אהיים און אויפגענומען מענטשן, שמעון עוזר פערל האט מיך אהיים גענומען מיט די קאר.


נאכמיטאג זענען די בחורים געקומען אין די דירה דאווענען מנחה, איך האב זייער הנאה געהאט צו שמועסן מיט זיי.


איך בין געגאנגען געבן שלום פאר הרב רבי שמעון שפירא שליט"א. איך האב געהערט פון משה שמואל אז ער וויל קומען צו מיר אפנעמען שלום, עס איז מיר נישט איינגענעם צו זען אז אזא פערזענליכקייט קומט צו מיר, איך האב זיך נאכגעפרעגט וואו איך קען גיין צו אים, מען האט מיר געזאגט אז ער זיצט אין די ברסלב'ע שול אין מאה שערים, בין איך אהין געגאנגען צו אים מיט שמעון עוזר. ער האט זיך זייער געפרייט, ער האט מיך ארויפגענומען אין ווייבער שול, מיר געוויזן פון דארט דעם רבינ'ס בענקל, איך האב זיך זייער געפרייט אים צו באגעגענען.


איך בין אויך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' אהרן גאלדשטיין, זיין טאטע איז נפטר געווארן ל"ג בעומר פארנאכטס. אהרן איז א גרויסער מפיץ, ער פארשפרייט א גאנצן טאג ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש. דארט זענען געזיצן א גרויסער עולם, אלע האבן זיך באדאנקט פאר די שיעורים. אויך אין מירון האבן מיר בלי גוזמא הונדערטער אינגעלייט און בחורים געזאגט שכוח פאר די שיעורים, ספרים און גליונות, וואס דאס איז זייער גאנצע חיות.


די יאר איז געווען אין קארלסבורגער חצר דער פלאץ וואו אלע זענען געקומען עפעס טועם זיין, און אלע אן אויסנאם האבן זיך באדאנקט.


מען זעט אז אנשי שלומינו אין ארץ ישראל טוען מער אין הפצה ווי אנשי שלומינו אין אמעריקע, וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאגט מען שכוח פאר די חיזוק בריוו, און אזוי ווייטער, זיי זענען פריש אין הפצה, און דאס האלט זיי אליינס בלייבן פריש ביים רבי'ן; ווייל נאר אז מען איז עוסק אין הפצה בלייבט מען פריש מקורב, און אז מען האלט עס נאר פאר זיך - ווערט מען אלט און אויסגעלאשן.


אויך איז מיט געקומען ישראל גרומאן פון הר יונה, ער איז געקומען מיר ווייזן דעם ספר תורה וואס ער שרייבט יעצט פאר די קהילה, א קליינע ספר תורה צו קענען מיטנעמען קיין אומאן אויף ראש השנה. מיר האבן געהאט שיינע שיחות אויפן וועג גייענדיג, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג דעם רבינ'ס ספרים, ווי דאס טוט ראטעווען דעם מענטש.


*אויפן וועג אהיים*


דינסטאג נאכט בין איך געפארן קיין בני ברק, איך בין געגאנגען צו זיי א צווייטע מאל, סיי ביים אנקומען און סיי ביים אהיים גיין, ווייל זיי זענען זייער פריש אין הפצה. דארט ברענט א פייער פון הפצה, אין א געוויסע זין מער ווי אין אנדערע שטעט.


אויפן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, דארט ליגן זיידי און באבי פרידמאן, רבי יצחק דוד הכהן פרידמאן און באבי רחל עליהם השלום, מיר האבן מתפלל געווען. אויך בין איך צוגעגאנגען צום קבר החיד"א, איך פלעג גיין אסאך אלס בחור מיט עלטער זיידי מקארלסבורג דארט מתפלל זיין.


אין בני ברק אין שול האבן זיך צאמגעזאמעלט א ריזיגן עולם, מיר האבן קודם געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. עס איז געווען א סיום הש"ס פון וואלווי לעווי, א זון פון דער גבאי אין בני ברק שול ר' יואל, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי א יונגער בחור האט מסיים געווען גאנץ תלמוד בבלי.


ביים אנקומען אין בני ברק איז מאמי געגאנגען אין שטוב פון משפחת לעווי, עס זענען זיך צאמגעקומען דארט פרויען פון אנשי שלומינו. מאמי האט זיך זייער גוט געשפירט צווישן זיי, איין זאך איז איר נישט איינגענעם געווען, ווען זי איז אריינגעקומען האבן זיי זיך אלע אויפגעשטעלט, מאמי האט דאס נישט געקענט נעמען, זיי מיינען אז דאס איז א רבי'סטעווע, א רבי מיט א רעביצין, זיי ווייסן נישט אז מיר זענען פשוט'ע מענטשן, און די אלע זאכן האט נישט קיין שייכות מיט אונז.


אויך האב איך היינט געהאט א ברית אין ישיבה, זושא דער גבאי פון מאנסי שול איז געקומען קיין וויליאמסבורג מאכן די ברית, ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, אבער איך האב געזען אז עס איז דא זיידעס חשוב'ע אידן, תלמידי חכמים, האב איך געזאגט פארן זיידע: "זושא האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, און איך בין אייך מכבד מיט די כיבוד"; און דאס דארפן אלע אינגעלייט וויסן, אז מען האט זיידעס ערליכע אידן - געבט מען זיי די כיבודים. איך דארף נישט די זאכן, איך ווייס נישט וואס מען וויל דא פון מיר, מען דארף מכבד זיין די זיידעס, און אז מען וויל איך זאל זיין סנדק - קען מען ברענגען דעם קינד שפעטער אין חדר און אין ישיבה אלע יארן לערנען און דאווענען, דאס איז אויך סנדקאות.


*מיטוואך פרשת בחוקותי, ל"ו לעומר*


מיטוואך פארטאגס זענען מיר אנגעקומען אין אמעריקע, אלי האט מיך אפגעווארט, ער איז מיר זייער געטריי. עס האט גענומען אביסל לענגער, ווייל מיר האבן געהאט אין א זעקל טרויבן, מיר האבן נישט געוויסט אז דאס איז אזוי הארב. אינמיטן קומט א פאליציי מיט א הונט און דער הונט האט געשמעקט אונזער זעקל און געגעבן א היס, מען האט צוגענומען מאמי'ס פאספארט און אונז אויפגעהאלטן פאר א שטיקל צייט. ברוך השם אז מען האט אונז נישט באשטראפט נאר צוגענומען די טרויבן, און מיר זענען אהיים געקומען בשלום.


איך בעט דיר זייער, גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן; אז מען גייט התבודדות ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אין מירון האבן די בחורים מיך געפרעגט אויב איך ווייס וואו די פתח המערה פון רבי שמעון איז, ווייל איך האב זיי דערציילט אז די פלאץ נעבן די הכנסת אורחים וואס שטייט דארט א טאוועל 'דא איז דער פתח המערה' - דאס איז נישט וואר, דאס איז א פלאץ וואו מען מאכט געלט פון אמעריקאנער וואס לאזן זיך מעלקן, און עלטער זיידי האט מיר געזאגט אז רבי אשר זעליג האט אים געוויזן וואו דער פתח המערה איז, האבן מיר די בחורים אנגעהויבן מוטשען אויב איך ווייס וואו דאס איז, איך האב זיי געזאגט איך קען זיי ווייזן, זיי זענען געווארן זייער פרייליך, איך האב זיי געוויזן אויפן מויל, די מויל איז די עפענונג צו די מערה, מערה איז א לשון פון זיין באהאפטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (מלכים א' ז, לו): "כְּמַעַר אִישׁ וְלֹיוֹת סָבִיב", זאגט רש"י: "לשון אחיזה ודיבוק", אזוי ווי מען נעמט זיך ארום, מען ווערט איינס, אויך איז דא אין משניות די לשון (עוקצין ג, ח): "וּמְעֹרֶה בַקְּלִפָּה"; די מויל איז די פתח המערה, די וועג צו ווערן ארומגענומען מיטן אייבערשטן, ווערן איינס מיטן אייבערשטן; אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דערציילט אלע שלעכטע בלוט וואס מען האט, אלע שווערע נאטורן, אלע שלעכטס וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט, מען וויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל אויך זיין א איד, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, נאר רעדן פון דיר" - קומט מען אן אין די מערה פון די צדיקים, מען ווערט באהאפטן צום אייבערשטן מיט די שטערקסטע מדריגה.


איך האב דיר געשריבן נאר ממש א פינטל פון וואס עס איז אריבער, און פון די געפילן וואס מען איז זוכה ביי די צדיקים, איך האף דו וועסט ענדיגן ש"ס די יאר, וועל איך דיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף נעמען קומענדיגע יאר ל"ג בעומר.


אויך וויל איך זייער שטארק ענדיגן מיט דיר דעם גאנצן זוהר און מאכן ל"ג בעומר די סיום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - די הארצרייסענדע תפילה ביי רבי שמעון אין מירון
תפילות אויף אידיש, ל"ג בעומר, מירון, ליקוטי תפלות

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען צו זיין אין די מערה, איך האב געזאגט די תיקון הכללי און אויך די תפילה פון ליקוטי תפילות אויף די הקדמה פון ליקוטי מוהר"ן. די תפילה איז א הארצרייסענדע תפילה, איך האב זיך אזוי צואוויינט ביי צוויי פלעצער פון די תפילה, איינס ווי מען בעט רבי שמעון: "רבי רבי רבי, איך תוכלו לסבול צרות ישראל", ווי אזוי קענסטו אויסהאלטן די צרות וואס אידן גייען אריבער; אוי איז דאס גוטע תפילות צו בעטן פון רבי שמעון, און אויך ביי די ווערטער: "רבונו של עולם, תן בלב הצדיק הקדוש והנורא הזה ובלב כל הצדיקים אמתיים לבל יסתירו פניהם ממני", מען בעט דעם אייבערשטן זאל אריינלייגן אין רבי שמעון און אין אלע צדיקים זיי זאלן אונז נישט איגנארירן, נישט אויפגעבן אויף אונז, "ואל אקוץ בעיניכם", רבי שמעון זאל נישט ווערן נערוועז פון מיר אז איך האלט אין איין צוריק פאלן.


נאכדעם האבן מיר געטאנצן אין חצר פרייליכע טענץ, עס איז נישט שייך אראפצולייגן אויפן פאפיר וואס פאר א ליכטיגקייט מען שפירט אין מירון ל"ג בעומר.


בינד זיך צו צום צדיק, זאג די תפילה, און אז דו פארשטייסט נישט לשון הקודש זאג עס אין אידיש.


לִקּוּטֵי תְּפִילוֹת חֵלֶק ב', סִימָן מז:


"הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, דוּ הָאסְט אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה, דוּרְךְ דַיין הֵיילִיגֶע זוֹהַר וֶועלְן מִיר אַרוֹיסְגֵיין פוּן גָלוּת. אֲפִילוּ מִיר וֶועלְן זַיין אִין דִי וַוייטְסְטֶע פְּלֶעצֶער, הַסְתָּרָה שֶׁבְּתוֹךְ הַסְתָּרָה - וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה פוּן אוּנְז, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט: "וְאָנֹכִי הַסְתֵּר אַסְתִּיר פָּנַי בַּיּוֹם הַהוּא עַל כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו לְעֵד כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ".


וְהִנֵּה, יֶעצְט זֶענֶען מִיר אִין אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע צַייט, דִי גָלוּת צִיט זִיךְ שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג, יֶעדְן טָאג וָואס גֵייט פַארְבֵּיי וֶוערְן מִיר וַוייטֶער אוּן וַוייטֶער, מִיר זֶענֶען אַזוֹי וִוי יְתוֹמִים, קֵיינֶער נֶעמְט זִיךְ נִישְׁט אָן פַאר אוּנְז.


פוּן אֵיין זַייט זֶעט מֶען אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, פוּן דִי צַייטְן פוּן הֵיילִיגְן אֲרִיזַ"ל זֶעט מֶען אַ מִין בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען אִין דִי פְרִיעֶרְדִיגֶע צַייטְן, מֶענְטְשְׁן זֶענֶען זֵייעֶר פַארְבֶּענְקְט צוּ דִיר, מֶענְטְשְׁן וִוילְן דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט אִיז שְׁרֶעקְלִיךְ, מֶענְטְשְׁן פַאלְן אַוֶועק אָן אַ שִׁיעוּר, דִי נִסְיוֹנוֹת זֶענֶען אַזוֹי שְׁרֶעקְלִיךְ, אִידִישֶׁע קִינְדֶער פַאלְן אִין דִי עֶרְגְסְטֶע פְּלֶעצֶער.


בֶּאֱמֶת בִּין אִיךְ נִישְׁט דֶער וָואס זָאל דִיר קוּמֶען דֶערְצֵיילְן וָואס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט, דוּ וֵוייסְט דָאס אַלֵיינְס, דוּ וֵוייסְט דֶעם מַצָב הַדוֹר, וִוי אִידִישֶׁע נְשָׁמוֹת פַאלְן נֶעבֶּעךְ, אִיךְ וִויל זִיךְ פָּשׁוּט אוֹיסְרֶעדְן מַיין אֵייגֶענֶע וֵוייטָאג, אִיךְ אַלֵיינְס בִּין נֶעבֶּעךְ אַזוֹי וַוייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, קוּק מַיינֶע עֲבֵירוֹת, וִוי אִיךְ הַאלְט אִין אֵיין פּוֹגֵם זַיין, עַל אֵלֶּה אֲנִי בּוֹכִיָ', אִיךְ וֵויין צוּ דִיר, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַ פַארְלוֹירֶענֶער, אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען שְׁטַארְקְן צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ פַארְרֶעכְטְן? וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ אָפְּלָאזְן מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע וֶועגְן? וואוּ קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְשְׁטֶעקְן פַאר בּוּשָׁה וֶוען אִיךְ דֶערְמַאן זִיךְ וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ גֶעטוּן? וֵויי אִיז מִיר, וָואס טוּ אִיךְ דָא וַוייטֶער? אִיךְ וֵוייס אָבֶּער אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער קֶען יֶעדְן אֵיינֶעם הֶעלְפְן, דֶערִיבֶּער קוּם אִיךְ צוּ דִיר הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן וִוי אַן אָרֶעמַאן וָואס בֶּעט זִיךְ מֶען זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף אִים.


הֵיילִיגֶער צַדִיק רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, וִוי אַזוֹי קֶענְסְטוּ אוֹיסְהַאלְטְן דִי צָרוֹת פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער; וֶועק זִיךְ אוֹיף אוּן וֶועק אוֹיף אַלֶע צַדִיקִים, אוּן קוּקְט וָואס גֵייט פָאר מִיט כְּלַל יִשְׂרָאֵל אוּן אוֹיף מִיר זִינְדִיגֶער מֶענְטְשׁ, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ וֵוייסְט דָאךְ וָואס אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען אַלְץ אַרִיבֶּער פוּן אָנְהוֹיבּ גָלוּת בִּיז יֶעצְט, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף יֶעדְן אֵיינֶעם בִּכְלָלִיּוּת וּבִפְּרָטִיּוּת, וּבִּפְרַט אוֹיף מִיר, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף מִיר פוּן וֶוען אִיךְ בִּין גֶעבּוֹירְן אוּן פוּן וֶוען מַיין נְשָׁמָה, רוּחַ וָנֶפֶשׁ, אוּן אַלֶע מַיינֶע גִּלְגּוּלִים זֶענֶען בַּאשַׁאפְן גֶעוָוארְן, בִּפְרַט פוּן דֶעם גִּלְגּוּל, וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ עוֹבֵר גֶעוֶוען; וָואס זָאל אִיךְ זָאגְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְטֵיידִיגְן?


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, גֶעבּ אַרַיין אִין דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, אִין זַיין הַארְץ, אַ וִוילְן מִיר צוּ הֶעלְפְן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, לֵייג אַרַיין אִין דִי הֶערְצֶער פוּן אַלֶע אֱמֶתְ'עֶ צַדִיקִים זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט בַּאהַאלְטְן פוּן מִיר, זֵיי זָאלְן זִיךְ אָנְנֶעמֶען פַאר מִיר, זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן אִין מִיר גוּטֶע זַאכְן, זֵיי זָאלְן מִיךְ בְּרֶענְגֶען נָאנְט צוּ דִיר, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַלֶעס צוּ פַארְרֶעכְטְן, אִיךְ זָאל שׁוֹין תְּשׁוּבָה טוּן בֶּאֱמֶת וּבְלֵב שָׁלֵם.


הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ הָאסְט דָאךְ אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט דִי תּוֹרָה נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן, בֶּעט אִיךְ דִיר, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת, דֶערְבַּארֶעם זִיךְ אוֹיף מִיר, קוּק נִישְׁט שְׁלֶעכְט אוֹיף מִיר, אוֹיף אַלֶע שְׁלֶעכְטְס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן בִּיז אַהֶער. אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט גֶערֶעכְט, וַוייל אִיךְ הָאבּ אַזוֹיפִיל עֵצוֹת אוּן וֶועגְן וִוי אַזוֹי צוּ זַיין עֶרְלִיךְ, אוּן דָאךְ גֵיי אִיךְ וַוייטֶער דֶערְצֶערֶענֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן קוּק נִישְׁט אוֹיף דֶעם, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר, הֶעלְף מִיר, אִיךְ הָאבּ נָאר אֵיין וֶועג צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ תְּפִלָה; זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן דָאס הַארְץ, (אַז אִיךְ וֶועל זוֹכֶה זַיין צוּ קוּמֶען קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל אוּן זַיין בַּיי דַיין צִיוּן וֶועל אִיךְ דִיר דָאס אַלֶעס דֶערְצֵיילְן, אִיךְ וֶועל זִיךְ קֶענֶען אוֹיסְשְׁמוּעֶסְן מִיט דִיר), אִין דִי זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ קֶענֶען פַארְרֶעכְטְן אַלֶעס, אָמֵן".


איך דארף מקצר זיין.


א גוטע וואך.