בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - לערן אויס די מיידלעך צו גיין בצניעות
צניעות, לערערין, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נס וואס ער האט געטון מיט דיר אז דו האסט געטראפן א טייערער חתן א תלמיד פון ישיבה; א חתן וואס האט אויסגענוצט זיינע יארן מיט תורה און גוטע זאכן. בעט אויך אויף ווייטער אז דו זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב מיט ליכטיגע קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


איך פריי זיך צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די 31'סטע מאל ספר תהילים; קוק צו וואס דו האסט זוכה געווען דורך די קאפיטלעך תהילים - צו טרעפן אזא שידוך. יעצט זאלסטו ווייטער זאגן תהילים, זאג יעדן טאג דעם 'יום תהילים' - אזוי וועסטו מסיים זיין יעדע וואך ספר תהילים און זוכה זיין צו אלע ברכות.


לייג אריין אין די מיידלעך זיי זאלן זיך פירן מיט צניעות; דערצייל זיי דאס שיינקייט פון צניעות און זאג זיי די שכר פון צניעות. דער עיקר זאלסטו עס איבער געבן אויף א וועג אז זיי זאלן נישט אנקוקן צניעות ווי א 'אלט מאדישע זאך', ווי א 'יאנטשי זאך'.


שמועס מיט זיי צו וואס מען איז זוכה אז מען פירט זיך באשיידן, מען קען ראטעווען די גאנצע וועלט פון שווערע צרות דורך זיך פירן בצניעות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (מגילה י"ג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל, זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּה שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען פון איר איז ארויס געקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל, זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות אז פון אים איז ארויס געקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה וואס האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל פון די שרעקליכע גזירה וואס המן האט געוואלט אויספירן אויף זיי און זיי אומברענגען חס ושלום.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיך פירן בצניעות; אויב א מיידל פירט זיך איידל קען זי ראטעווען גאנץ כלל ישראל פון ביטערע גזירות. זאג פאר אלע מיידלעך אז יעדער זאל טראכטן ביי זיך: 'אפשר בין איך די אידישע טאכטער וואס אין מיין זכות וואס איך גיי צניעות'דיג וועל איך ראטעווען גאנץ כלל ישראל?'


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - די מערסטע חיזוק דארפן די וואס זענען מחזק אנדערע
לערערין, התחזקות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


איך האף אז איר מיט אלע טיטשערס האבן הנאה געהאט פונעם נעכטיגן שמועס; ביי מיר איז זייער חשוב צו געבן איינמאל א וואך א שמועס פאר די טיטשערס זיי צו מחזק זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין"; די מערסטע חיזוק דארפן די וואס זענען מחזק אנדערע, דערפאר דארפן די טיטשערס און מלמדים האבן דאס מערסטע חיזוק אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


פאר די מלמדים געב איך יעדן אינדערפרי א שמועס גלייך נאכן שיעור גמרא; איך פריי זיך אז מען האט מסדר געווען א שיעור איינמאל א וואך פאר די טיטשערס. יעצט הער איך אז טיטשערס פון אלע שטעט ארום די וועלט הערן דאס אויס אויף: "קול ברסלב" און זענען זיך מחי' מיט דעם.


א גרויסן יישר כח פאר'ן נאכאמאל צוזאמנעמען היינט אייערע תלמידות פון "בית פיגא" – די חתונה'געהאטע – זיי מחזק זיין און לערנען מיט זיי בדברים שבינה לבינו.


אויב מעגליך זאלט איר אויך רופן מרת ... תחי', זי איז אויך ווי א תלמידה און זי דארף האבן די שיעורים.


א גריס פון אייער זון ... נרו יאיר; איך האב היינט פארהערט ביי זיי אין כתה, ער ענטפערט חד וחלק אויף די שאלות, מען האט פון אים נחת.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.

#3 - מחנכים זאלן נישט אויסזאגן וואס זיי הערן פון די קינדער
חינוך הילדים, לערערין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלן ענק מצליח זיין אין אלע ענינים.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א טיטשער און מחנך זיין אידישע קינדער צו אמונה, צניעות און מידות טובות; אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא.


גיבט אכטונג נישט צו דערציילן פאר אנדערע וואס איר הערט פון די מיידלעך; א טיטשער פון קליינע מיידלעך ווייסט אלע סודות וואס טוט זיך ביי זיי אין שטוב. קליינע קינדער דערציילן אויס אלע סודות; איין קינדער דערציילט ווי די עלטערן קריגן זיך, איין קינד דערציילט אז זיי האבן מאוויס אין שטוב, איין קינד דערציילט אז איר מאמע שערט זיך נישט אירע האר וכו' וכו', דאס אלעס און נאך זאכן וואס די טיטשער הערט טאר מען נישט דערציילן פאר "קיינעם" נאר פאר די מנהלת תחי', אדער זאלט איר מיר שרייבן די פרטים וכו', מיר וועלן וויסן וואס מיר האבן צו טון.


די מעשה וואס האט פאסירט די וואך וכו', וועל איך רעדן מיט די עלטערן זיי זאלן זיך פירן בצניעות וכו'.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער.

#2 - די גרויסקייט פון מחנך זיין מיידלעך מיט אמונה ויראת שמים
חינוך הילדים, לערערין, סקול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן פון אייערע תלמידות בריוון וואו זיי שרייבן אזוי שיין אראפ אלעס וואס זיי לערנען ביי אייך, יעדע מיידל שרייבט דאס אראפ אויף איר אופן, ווייל ביי יעדן איינעם גייט דאס אריין לויט איר אייגנארטיגע פארשטאנד.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס עס איז אייער זכות; דאס איז א זכות וואס נישט יעדער איז זוכה דערצו - אויפבויען אידישע קינדער מיט אמונה און יראת שמים; זיי זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון זיין א אידיש קינד, זיי זאלן זיין שטאלץ מיט אידישקייט, מיט זייער אנטון און מיט זייער אויפפירונג. זיי זאלן וויסן די שכר פון זיין איידל וואס אויף דעם זאגן חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן - בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה, זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", זי וועט האבן קינדער וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, "הֲדָא הוּא דִּכְתִיב: בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", עיין שם.


אין די פריערדיגע דורות איז נישט געווען קיין מיידל שולע, נאר יעדע מיידל האט זיך געפירט ווי אזוי זי האט געזען ביי אירע עלטערן אין שטוב, און איר מאמע האט אריין געלייגט אין איר אהבת השם און יראת השם וכו' וכו', ביז עס זענען געקומען די פריערדיגע צדיקים זכותם יגן עלינו און געזען אז מען מוז האבן א פלאץ פאר מיידלעך זיי צו מחנך זיין מיט יראת שמים, האבן זיי מתקן געווען א "מיידל שולע" (עיין בספר ויואל משה מאמר לשון הקודש, אות מ). ווייל מיידלעך דארפן מער שמירה ווי אינגלעך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶך בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; זעט מען אז מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זון.


ברענגט אריין אין זיי תפילה, זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן; דערציילט זיי מעשיות פון תפילה, ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים .


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה מיט אלע אייערע תלמידות.

#1 - מ'דארף רעדן צו קינדער אכטונג צו געבן פון מנוולים
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, לערערין, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


איך בין ענק דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


עס גייט נישט אריבער א וואך וואז איך זאל נישט הערן פון נאך איינעם און נאך איינעם אז מען האט זיי מטמא געווען אלץ מיידל; ווייבלעך און פרויען קומען זיך אויסגיסן זייער הארץ אז עס לויפט זיי נאך די אלטע קאשמארן ווי מען האט זיי אויסגענוצט און בא'עוולה'ט אלץ מיידל נאר ווייל זיי זענען געווען אומוויסנד.


דעריבער ליגט אויף אייך א חוב צו רעדן כסדר צו די מיידלעך פון קדושה, אז זיי זאלן זיך היטן פון מנוולים וכו', אפילו פון משפחה און אפילו פון א "ראש המשפחה", ווי צום ביישפיל א זיידע וכדומה.


מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען געבט דאס איבער, נישט סתם מאכן א פאניק וכו', נאר שיינערהייט אויסשמועסן אז קיינער טאר נישט אנרירן און אויב איינער כאפט אן זאל מען מאכן א רעש און א טומל, ווי אויך מוז מען דאס פארציילן פאר א נאנטע; פאר א טיטשער, מנהלת אדער מאמע. אזוי וועלן אונזערע קינדער קענען חתונה האבן געזונט און האבן שלום בית.


אנדערע וועלן פארפירן אויף דעם, "היתכן מען רעדט אפן וכו'", אבער מיר קענען נישט קוקן אויף קיינעם, מיר גייען אין די פיס טריט פון אונזער וועג ווייזער מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.


איך שרייב אייך די שורות דא אין אומאן דריי אזייגער פארטאגס, איך קען דאס נישט אפשטופן און איך מוז אייך דאס שרייבן נאכן הערן נאך מעשיות וואס לאזן נישט שלאפן און עסן, איך געב דאס איבער פאר אייך און איך האף אז איר וועט טון וואס איך זאג אייך.


א ליכטיגן חנוכה.


...