בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - די גרויסקייט פון מחנך זיין מיידלעך מיט אמונה ויראת שמים
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן פון אייערע תלמידות בריוון וואו זיי שרייבן אזוי שיין אראפ אלעס וואס זיי לערנען ביי אייך, יעדע מיידל שרייבט דאס אראפ אויף איר אופן, ווייל ביי יעדן איינעם גייט דאס אריין לויט איר אייגנארטיגע פארשטאנד.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס עס איז אייער זכות; דאס איז א זכות וואס נישט יעדער איז זוכה דערצו - אויפבויען אידישע קינדער מיט אמונה און יראת שמים; זיי זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון זיין א אידיש קינד, זיי זאלן זיין שטאלץ מיט אידישקייט, מיט זייער אנטון און מיט זייער אויפפירונג. זיי זאלן וויסן די שכר פון זיין איידל וואס אויף דעם זאגן חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן - בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה, זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", זי וועט האבן קינדער וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, "הֲדָא הוּא דִּכְתִיב: בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים", עיין שם.


אין די פריערדיגע דורות איז נישט געווען קיין מיידל שולע, נאר יעדע מיידל האט זיך געפירט ווי אזוי זי האט געזען ביי אירע עלטערן אין שטוב, און איר מאמע האט אריין געלייגט אין איר אהבת השם און יראת השם וכו' וכו', ביז עס זענען געקומען די פריערדיגע צדיקים זכותם יגן עלינו און געזען אז מען מוז האבן א פלאץ פאר מיידלעך זיי צו מחנך זיין מיט יראת שמים, האבן זיי מתקן געווען א "מיידל שולע" (עיין בספר ויואל משה מאמר לשון הקודש, אות מ). ווייל מיידלעך דארפן מער שמירה ווי אינגלעך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶך בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; זעט מען אז מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זון.


ברענגט אריין אין זיי תפילה, זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן; דערציילט זיי מעשיות פון תפילה, ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען בעט אים .


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה מיט אלע אייערע תלמידות.

#1 - מ'דארף רעדן צו קינדער אכטונג צו געבן פון מנוולים
לערערין, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


איך בין ענק דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


עס גייט נישט אריבער א וואך וואז איך זאל נישט הערן פון נאך איינעם און נאך איינעם אז מען האט זיי מטמא געווען אלץ מיידל; ווייבלעך און פרויען קומען זיך אויסגיסן זייער הארץ אז עס לויפט זיי נאך די אלטע קאשמארן ווי מען האט זיי אויסגענוצט און בא'עוולה'ט אלץ מיידל נאר ווייל זיי זענען געווען אומוויסנד.


דעריבער ליגט אויף אייך א חוב צו רעדן כסדר צו די מיידלעך פון קדושה, אז זיי זאלן זיך היטן פון מנוולים וכו', אפילו פון משפחה און אפילו פון א "ראש המשפחה", ווי צום ביישפיל א זיידע וכדומה.


מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען געבט דאס איבער, נישט סתם מאכן א פאניק וכו', נאר שיינערהייט אויסשמועסן אז קיינער טאר נישט אנרירן און אויב איינער כאפט אן זאל מען מאכן א רעש און א טומל, ווי אויך מוז מען דאס פארציילן פאר א נאנטע; פאר א טיטשער, מנהלת אדער מאמע. אזוי וועלן אונזערע קינדער קענען חתונה האבן געזונט און האבן שלום בית.


אנדערע וועלן פארפירן אויף דעם, "היתכן מען רעדט אפן וכו'", אבער מיר קענען נישט קוקן אויף קיינעם, מיר גייען אין די פיס טריט פון אונזער וועג ווייזער מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.


איך שרייב אייך די שורות דא אין אומאן דריי אזייגער פארטאגס, איך קען דאס נישט אפשטופן און איך מוז אייך דאס שרייבן נאכן הערן נאך מעשיות וואס לאזן נישט שלאפן און עסן, איך געב דאס איבער פאר אייך און איך האף אז איר וועט טון וואס איך זאג אייך.


א ליכטיגן חנוכה.


...