בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#55 - טון אביסל, און נאכדעם נאך אביסל
חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות, אביסל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט א טיפע שכל, און ווער עס ניצט דאס איז זיך ממש מחי'; דער רבי האט געלערנט: "אביסל איז אויך גוט", דאס איז א וואונדערליכע שכל, אז מען ווייסט די טייערקייט פון טון אביסל טוט מען אביסל און נאכדעם נאך אביסל, ביז מען קומט אן צו טון אלעס.


דאס איז ביי אלעס; דאס איז ביים לערנען, ביים זאגן תהילים, ביים זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אויך ביים רייניגן די שטוב; אז מען וויל מאכן אינגאנצן ריין – קען דאס אפהאלטן פון בכלל אנהויבן וכו', פון יאוש וכו', אבער אז מען קוקט אויף די ארבעט מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט – דעמאלט האלט מען זיך נישט אפ פון אנהויבן, מען הויבט אן ריין מאכן די שטוב על דעת צו טון נאר אביסל, און 'אביסל אביסל פילט זיך אן א שיסל', ביז מען קומט אן צו טון אסאך.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אן דעם רבינ'ס שכל, דער לעבט א חיים טובים.

#54 - מיט וואס זאל איך זיין פרייליך?
שמחה, התחזקות, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק, און א וועג צו מצליח זיין אין אלעס. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


מיט די קינדער אין שטוב קען מען מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (שם): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך צווינגען צו זיין פרייליך, אפילו מיט נארישע זאכן, אבי צו זיין פרייליך. טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיך פרייליך, און אויך קענסטו זיך נאריש מאכן וכו' וכו', אבי צו זיין פרייליך, ווייל שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות.


איי וועסטו פרעגן 'מיט וואס זאל איך זיין פרייליך? עס איז מיר ביטער וכו'; דאך זאלסטו זיך פרייען אז באלד וועט זיין גוט, דאס איז מרומז אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ב.): "אף על פי שמיצר הוא עכשיו שמח הוא לאחר זמן", אפילו עס איז ענג יעצט אבער נאך אביסל וועט זיין זייער גוט, און דאס דארף שוין יעצט מאכן פרייליך און מען דארף שוין דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - האלט אז דו ביסט גוט, וועט דיין ווייב אויך זיין גוט צו דיר
שלום בית, הדרכות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


צעברעך זיך נישט, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט א גוטער מענטש, ביסט נישט אזוי שלעכט ווי דו האלסט אויף זיך.


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און דו האסט געוויינט אז דיין לעבן גייט דיר מטה מטה, אלעס איז נישט גוט; לדעתי איז דאס נישט דיין ווייב וואס טוט דיך אראפקלאפן, נישט זי איז דער פראבלעם, דו דארפסט גיין אביסל שפאצירן און אויסשמועסן מיטן אייבערשטן די געפיל וואס דו שפירסט, ווי דו ביסט א גארנישט, ווי דו ביסט א דורכפאל; דו דארפסט אנהויבן גלייבן אין דיר אליינס, גלייבן אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, גלייבן אז דו ביסט חשוב און טייער ביים אייבערשטן.


מאך זיך א קביעות צו לערנען פאר א שטיק צייט די תורה פון אזמרה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן רפ"ב), און זאג די תפילה אויף די תורה (ליקוטי תפילות, תפילה צ) - וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט אנהויבן שפירן ווי דו ביסט א גוטער מענטש, א וואוילער מענטש; איז במילא וועט דיין ווייב ווערן אויך גוט, דו וועסט זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - דער הייליגער יום טוב שבועות
נקודות טובות, ותיקין, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ערב שבועות, ה' סיון, מ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דער הייליגער יום טוב שבועות, איך וויל דיר בעטן זאלסט א גאנץ יום טוב זיין זייער פרייליך, זאלסט טאנצן און שפרינגען 'שלא עשני גוי' אז מיר זענען אידן. אזוי ווי משה רבינו האט אויסגעשריגן ביי מתן תורה, ווען דער אייבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די עשרת הדברות, "אנכי ה' אלוקיך", האט ער געשריגן: "שלא עשני גוי", דאס איז די גרעסטע שמחה, אז מיר זענען אידן, מיר זענען פון די אויסדערוועלטע פאלק.


ברענג אריין אין שטוב בלומעלעך און בלעטעלעך. מוהרא"ש זאגט, מען ברענגט אריין ביימער אין שול און אין שטוב צו ווייזן אז אויב מען וויל זוכה זיין צו קבלת התורה דארף מען גיין אין פעלד צווישן די ביימער שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל לערנען, איך וויל זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען".


היינט ביינאכט, שבועות אויף דער נאכט - איז א גרויסע זאך צו אויפבלייבן און זאגן דעם תיקון ליל שבועות, מען קען זוכה זיין צו גאר גרויסע זאכן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, סיי פון תורה, סיי פון נביאים און סיי פון כתובים, און נאכדעם זאל מען זאגן די תרי"ג מצוות, און אז עס בלייבט צייט - זאל מען גיין התבודדות, און פארן עלות השחר גייט מען אין מקוה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן נו, אות ז), זיך טובל'ן אין מקוה שבועות פארטאגס, פארן עלות - איז זייער גרויס; אין קבלה שפראך איז דאס 'שער נ', חסד עליון ורחמים גדולים.


געב אכטונג נישט צו פארברענגען אין אזא הייליגע נאכט - די צייט, און זיכער נישט צוקומען צו חילול יום טוב, רייכערן ציגארעטלעך, ווייל די נאכט איז זייער גרויס. דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי חג השבועות, דרוש א): "וכל מי שלא ישן בלילה הזה כלל, אפילו רגע אחד", ווער עס דרימלט נישט די נאכט פאר קיין איין רגע נישט, "ויהי' עוסק בתורה כל הלילה", און ער וועט זיין פארנומען צו לערנען די הייליגע תורה, "מובטח לו שישלים שנתו", קען זיין זיכער אז ער וועט אויסלעבן די יאר, "ולא יארע לו שום נזק בשנה ההיא", און עס וועט אים נישט פאסירן קיין שום שלעכטס די גאנצע יאר, און דער צדיק רבי חיים פלאג'י זכותו יגן עלינו זאגט (מועד לכל חי סימן ח', אות טז), מען איז זוכה: "לבנים ובני בנים תלמידי חכמים, ועושה תיקון לשכינה, ומתקן מה שפגם בעיניו".


בנוגע דאווענען יום טוב שבועות ותיקין; די לעצטע פאר יאר דאווען איך נישט ותיקין, איך האב געזען אז מוהרא"ש האט נישט אזוי מקפיד געווען אויף דעם, און דערפאר וואס מיינע קינדער וועלן נישט קענען מיט האלטן, איז מיר ענדערש צו דאווענען שפעטער. אבער דו פאר דיר, זאלסט זיך מתבודד זיין און טון וואס איז ריכטיג פאר דיר. אויך אין שטעטל זענען דא אינגעלייט וואס דאווענען ותיקין, מען מאכט א מנין פארטאגס, און שפעטער ווער עס וויל דאווענען - קען דאווענען שפעטער.


א פרייליכן יום טוב.

#51 - קוקן גוט און זוכן דאס גוטס
נקודות טובות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו מיר העלפן פרייליך מאכן אנשי שלומינו, געבן גוטע ווערטער פאר אנשי שלומינו, קוקן גוט אויף אנשי שלומינו. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), דורך קוקן גוט, דורך זוכן גוטס – קען מען יענעם איבערדרייען צו גוטס; דער רבי רעדט אפילו פון א רשע וואס פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, אויב מען קוקט גוט, מען זוכט דאס גוטס אין אים - קען מען אים איבערדרייען אויף גוט; איז דאך ממש א שאד אז אנשי שלומינו זאלן נישט טון אין דעם, מען זאל זיך קאנצעטרירן אין דעם, צו קוקן גוט און זוכן דאס גוטס, און נאר זוכן צו מחי' זיין איינער דעם צווייטן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן מיט דעם, דאס זאלסטו זיך פארנעמען אין דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, קוקן גוט אויף יעדן איינעם. אויך אויף זיך אליינס זאלסטו קוקן גוט און זוכן גוטס, ווייל נאר אז מען קוקט גוט אויף זיך – קען מען קוקן אויף אנדערע גוט.

#50 - ווי אזוי מען איז זוכה צו ישוב הדעת?
שמחה, ישוב הדעת, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסדות.


דו פרעגסט ווי אזוי מען איז זוכה צו ישוב הדעת; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט אריין 'וואס איז די תכלית פון די וועלט? וואס האט מען פון אלע תאוות וכו'?' עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס מען כאפט אריין בזה העולם.


ווי אזוי איז מען זוכה צו ישוב הדעת, מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מח איז אים מצומצם, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם.


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען מיט דעם אז דו ביסט א איד, דו ביסט נישט קיין גוי, פון די שמחה קען מען נישט אראפפאלן. דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג), אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן

#49 - אז אביסל איז גוט, ווערט מען אן ערליכער איד
נקודות טובות, משלי, שלימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער הרב ... שליט"א


איך וויל דיר שרייבן א שיינע זאך וואס איז מיר נתחדש געווארן היינט ביים לערנען ספר משלי.


שלמה המלך זאגט (משלי טו, טז): "טוֹב מְעַט בְּיִרְאַת ה'", עס איז בעסער צו האבן ווייניג פארמעגן וואס מען פארדינט ערליך, "מֵאוֹצָר רָב וּמְהוּמָה בוֹ", פון א גרויסער אוצר און געשרייען פון מענטשן אז מען האט זיי בא'גנב'עט.


אפשר לומר, מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן. מוהרנ"ת האט געזאגט: "ווען איך בין געקומען צום רבי'ן, האב איך געהערט נייע זאכן, אז 'אביסל איז אויך גוט', און די סיבה פארוואס מענטשן טוען נישט אין ערליכע זאכן, איז ווייל מען וויל נאר שלימות, מען וויל טון אסאך, טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט די חשיבות פון אביסל תורה, אביסל צדקה, אביסל שמירת עיניים, אביסל שמחה – וואלט מען געטון אביסל, מיט נאך אביסל, מיט נאך אביסל, און אזוי זוכה געווען צו אסאך".


דער קען זיין פשט אין פסוק, "טוֹב מְעַט", אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל, מען ווייסט אז אביסל איז גוט, "בְּיִרְאַת ה'", איז מען זוכה צו יראת שמים, מען ווערט אן ערליכער איד, אבער אז מען וויל נאר "מֵאוֹצָר רָב", מען וויל א גרויסער אוצר, מען וויל נאר אסאך, נאר שלימות האט א חשיבות, "וּמְהוּמָה בוֹ", איז דאס לעבן מיט געשרייען, מחלוקת, אן דעם אייבערשטן, ווייל נאר אז מען גלייבט אין וואס די צדיקים זענען אונז מגלה, דאס טייערקייט פון אביסל, "מעט גם כן טוב", נאר אזוי קען מען מצליח זיין, והבן למעשה.

#48 - מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער
שמחה, לימוד התורה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, י"ט אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט ארומגיין דערביטערט וועסטו גארנישט פארדינען, מענטשן וועלן אנטלויפן פון דיר; דיינע קינדער, דיין משפחה, חברים, אלע וועלן זיך דערווייטערן, מענטשן קענען נישט ליידן א זויערער, מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער; אז דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו שטארק מצליח זיין, דיין משפחה וועט בליען, דיין פרנסה וועט זיין גוט, אויך וועסטו זוכה זיין צו אריינגיין צו די קדושה, ווייל צדיקים זאגן אז שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע פלאץ.


פריי זיך אז דו ביסט א איד, אז דו האסט אמונה, פריי זיך מיט דיין בארד און פיאות, פריי זיך מיט דיין מזוזה, מיט דיין תפילין. מאך זיך א חשבון ווי אנגעפילט דו ביסט מיט מצות און מעשים טובים, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה. זיי זיך מחי' מיט די ברכה שלא עשנו גוי, דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם אז מיר זענען אידישע קינדער.


היינט איז די יארצייט פון דעם צדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זכותו יגן עלינו, דער ירושלימ'ער רב. ער האט דערציילט א מעשה וואס ביי אונז ברסלב'ע חסידים האט מען דאס נישט געוויסט, אז דער הייליגער רבי אלס קינד איז איינמאל אהיים געקומען פון חדר וויינען אז זיין רבי האט אים געשלאגן ווייל ער האט אויסגעלאזט די ברכה שלא עשנו גוי, פרעגט אים דער טאטע: "פארוואס טאקע האסטו אויסגעלאזט די ברכה?" זאגט דער רבי: "גלייך אינדערפרי נאכן זיך אפגיסן נעגל וואסער האב איך געמאכט די ברכה אז איך בין נישט קיין גוי"; ווייל מיט דעם דארף מען זיך גלייך מחיה זיין, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען אויסשרייען: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד!"


מאך דיר א שיעור אין גמרא און משניות, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא און משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין פון טומאת מת, פון ניאוף, פון אלע עבירות. דעם קומענדיגן שבת גייען מיר ליינען פרשת פרה, זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "אַחַר פּוּרִים קוֹרִין פָּרָשַׁת פָּרָה" נאך פורים ליינט מען די פרשה פון פרה, "שֶׁהִיא הֲכָנָה לְפֶסַח", מיט דעם גרייט מען זיך צום יום טוב פסח, "כִּי פָּרָשַׁת פָּרָה קוֹרִין כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ נִזְהָרִין לִטָּהֵר מִטֻּמְאַת מֵת", מען ליינט די פרשה מען זאל זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן אומריין, "כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ טְהוֹרִין לַעֲשׂוֹת הַפֶּסַח", מען זאל זיין ריין צו קענען ברענגען דעם קרבן פסח, דורך לערנען און דאווענען, "וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ", ווייל דורך לערנען און דאווענען ווערט מען גערייניגט פון טומאת מת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - דער וואס דארף גארנישט, דער האט אלעס
התחזקות, אשר בנחל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז געווען זייער א שיינעם שבת אין ישיבה, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם הייליגן רבינ'ס התחזקות, מיר האבן גערעדט ביי שלש סעודות פון וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן שח), אז עס פינקט פארקערט ווי מענטשן מיינען, אז דער וואס האט אלעס - דער האט, און דער וואס האט נישט - דעם פעלט, עס איז פינקט פארקערט, דער וואס דארף גארנישט - דער האט אלעס. דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ד): "וְחַיֵּי צַעַר תִּחְיֶה, וכו', אִם אַתָּה עֹשֶׂה כֵן, אַשְׁרֶיךָ וְטוֹב לָךְ, אַשְׁרֶיךָ בָּעוֹלָם הַזֶּה וְטוֹב לָךְ לָעוֹלָם הַבָּא", ווי קען זיין 'וטוב לך לעולם הזה' - ווען מען האט גארנישט? מילא 'וטוב לך לעולם הבא' – פיין, אבער אז מען עסט א שטיקל ברויט מיט זאלץ און מען טרינקט אביסל וואסער וכו', אויף אזא איינעם זאגסטו 'וטוב לך לעולם הבא'?! זאגט דער רבי, ווי מער א מענטש האט און ווי מער א מענטש וויל באקומען די וועלט - אלץ מער פעלט אים און אלץ מער צער און יסורים גייט מען אריבער; נישטא קיין עולם הזה, נאר אז מען לויפט צום אייבערשטן און צו די תורה און מען אנטלויפט פון די וועלט - דעם איז גוט.


מיט דעם קען מען פארשטיין וואס שטייט אין פסוק (בראשית כד, א): "וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל", דער אייבערשטער האט געבענטשט אברהם 'בכל', מיט אלעס, און די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא יז.): "שְׁלֹשָׁה הִטְעִימָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּעוֹלָם הַזֶה מֵעֵין הָעוֹלָם הַבָּא", דריי האבן זוכה געווען צו האבן אויף דער וועלט מעין עולם הבא: אברהם, יצחק און יעקב; ביי אברהם שטייט (בראשית כד, א): "וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם 'בַּכֹּל'"; ביי יצחק שטייט (שם כז, לג): "וָאֹכַל 'מִכֹּל'", און ביי יעקב שטייט (שם לג, יא): "וְכִי יֶשׁ לִי 'כֹל'"; אז מען טראכט אריין זעט מען אז די הייליגע אבות זענען דורך שווערע ביטערע נסיונות, איז וואס זאגט מען זיי האבן געהאט אלעס? נאר וואס דען, ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען דארף גארנישט, מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם - דער האט אלעס, דער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ", דער אייבערשטער האט אויספרובירט די אבות מיט ביטערע שווערע נסיונות, "וְעָמַד בְּכֻלָּם", זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דערפאר האבן זיי געהאט בַּכֹּל, מִכֹּל, כֹּל. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם הייליגן 'תם' (סיפורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט גארנישט געהאט און אין די זעלבע צייט אלעס געהאט, ער איז שטענדיג פרייליך געווען, ער האט געהאט אלע פיינע מאכלים און משקאות, און אלע סארט קליידער וכו'.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, וועסטו נישט זיין בקטנות הדעת, דו וועסט אנהויבן שפירן ווי דו האסט בכל מכל כל, דו וועסט שפירן טעם עולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#46 - אויסגעפרואווטע מעטאדן צו העלפן מענטשן
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי האט א גרויסע מצוה פון אויסהערן פרויען, אבער דאס קען מען נאר טון בתנאי אז זי וועט זיי מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן, און אז א ווייבל רעדט זיך אויס וואס זי גייט אריבער אין שטוב זאל זי נישט אויפפלאמען די פייער, נאר גיסן וואסער און בארואיגן.


ווען פרויען רעדן זיך אויס אויפן מאן, זאל זי ארבעטן מיט "מעטאד נומער 4", דוד המלך זינגט אין זיינע גרעסטע צרות, "מזמור לדוד", א געזאנג צו דוד, "בצר", אין די צרה, רבונו של עולם - "הרחבת לי", מאכסטו מיר אזוי גוט; עס ריפט זיך "מעטאד נומער פיר" ווייל דאס איז קאפיטל ד'.


עס איז דא וואס רופן דעם מעטאד "מעטאד נומער 195", ווייל אין לקוטי מוהר"ן סימן קצה, דארט איז דער רבי מגלה די היילונג ווי אזוי מען קען זיך אויסהיילן, ווי אזוי מען קען ארויסגיין פון 'נעגעטיווע ענערדזשי', צו 'פאזעטיוו ענערדזשי'. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "כִּי אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אז דער מענטש וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, "יִרְאֶה", וועט ער זען "שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אז אפילו אין די צרה, אפילו ווען עס איז אים אזוי ענג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ", אפילו אין די צרה – "הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ", איז עס נאך מיט גרויסע חסדים, "וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", און דער אייבערשטער טוט מיט אים אזויפיל גוטס.


נאר מיט די עצות פון רבי'ן קען מען אויסהיילן מענטשן, נאר מיט די עצות פון רבי'ן מעג מען אויסהערן צרות ישראל, אז נישט קען מען סיי יענעם שעדיגן און מען קען אליין אויך גוט צעדרייט ווערן פון הערן צרות ישראל, די אלע מטפלים ווערן נעבעך אזוי צעדרייט פון הערן פראבלעמען השם ישמרינו; דעריבער נאר אז מען לערנט אסאך דעם רבינ'ס ספרים, בפרט ספר אשר בנחל, און מען הערט שיעורים פון רבינ'ס דיבורים - קען מען העלפן אלע צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - דער אייבערשטער ערווארט נישט פון אונז צו זיין ווי יענעם
חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, נקודות טובות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך פאררעכטן מיט א קלייניקייט, עס איז נישט גוט די תפילה וואס איר בעט פונעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין אזוי ווי ..., דאס איז נישט קיין גוטע תפילה; וואס ווייסט איר וואס די פרוי גייט אריבער, אפשר ליידט זי צרות השם ישמרינו? און אפילו זי ליידט נישט - וואס דארפט איר זיין ווי איר? דאס איז נישט וואס דער אייבערשטער ערווארט פון אונז, זיין ווי יענעם.


דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מען וועט מיר נישט שמייסן אין הימל פארן נישט זיין ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא פון אניפולי, מען וועט מיך שמייסן פארוואס בין איך נישט געווען ווי מילך"; אין די ווערטער ליגט אזויפיל חכמה, אזויפיל אמת; נישט וועלן נאכאמאכן אנדערע, נישט וועלן זיין ווי אנדערע.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך. ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ער פלעגט זיך מחי' זיין מיט די שיך, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע - דאס איז"; זיין ווייב האט אים געפרעגט: "פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", איך האב מרוויח געווען צען גראשן, איז וואס זאל מיר ארן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט א איד
שמחה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט א איד און אז דו טוסט אן תפילין; וואס דארף מען מער פון דעם? וואס איז נאך דא צו זיין צעבראכן?


מוהרא"ש דערציילט, א איד אין די אכציגער יארן איז אמאל געקומען צום צדיק הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו און געוויינט: "רבי, עס איז מיר נמאס דאס לעבן איך וויל שטארבן!" האט אים דער הייליגער רבי אברהם קאליסקער געזאגט: "ביסט א גרויסער טיפש פארן זאגן אזוי, ווייל עס לוינט זיך צו לעבן אכציג יאר אבי צו לייגן תפילין איינמאל אין לעבן, און דו ווילסט שטארבן?"


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, זיי נישט פויל, קום צום שיעור, לאמיר זיך באנוצן מיט אונזערע אוצרות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - עס איז אן איסור גמור זיך פיינט צו האבן
התחזקות, עבודת השם, נקודות טובות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הגם מיר האבן שוין גערעדט, דאך שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן נאך אביסל חיזוק אין דעם פרט.


טייערער ליבער ברודער דער אייבערשטער האט דיך זייער ליב, און יעדע מצוה, יעדע זאך וואס דו טוסט פאר עבודת השם - איז זייער זייער חשוב, און זיי נישט מקנא אנדערע, אפילו ביי עבודת השם טאר מען נישט מקנא זיין אנדערע כאילו זיי גייט עס און מיר גייט עס נישט, נאר איין זאך דארף מען מקנא זיין; דער ערליכן איד וואס מען פרובירט אים אויס, מען פרעגלט אים מיט יסורים און דאך בלייבט ער ביים אייבערשטן, דאך האט ער נישט קיין קשיות און תרעומות; נאר דאס דארף מען מקנא זיין, אבער דאס אז זיי האבן נישט געטון קיינמאל קיין שלעכטס און זיך אראפקלאפן אז איך האב יא געטון שלעכטס, און אזויפיל מאל פוגם געווען וכו' וכו' – דאס איז נישט גוט, דאס ברענגט יאוש רחמנא לצלן; טראכט 'אדרבה, איך האב אזויפיל פוגם געווען און דאך טו איך תשובה, און איך וועל נאכאמאל פרובירן, בין איך אויף א פיל העכערע דרגא', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "מקום שבעלי תשובה עומדין צדיקים גמורים אינם עומדין", די בעלי תשובה קומען אן זייער הויך.


טייערער ברודער, דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע נפילות, עבירות וכו', דערצייל אים ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, און בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, און נאכדעם דארפסטו מסיח דעת זיין פון די אלע זאכן און גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט מקבל געווען דיין תשובה און איז דיר מוחל במחילה גמורה.


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג אינדערפרי, זאלסט איבערבעטן דעם אייבערשטן, אים דערציילן נאכאמאל אלעס, זיך מתוודה זיין מיט ווידוי דברים, ביז אלע עבירות וועלן ארויסגיין פון דיר.


טייערער ברודער, קלאפ זיך נישט אראפ. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר; אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶערְנָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן", וואלט איך געטון א גרויסע עבירה וואלט מיר די עבירה נישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און ווייטער געדינט דעם אייבערשטן; דער רבי האט דאס געזאגט פאר אונז, מיר זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי אנצוגיין ווען מען זעט ווי מען האלט און איין אראפפאלן; מיר זאלן תשובה טון און זיך נישט קלאפן, און חס ושלום זיך פיינט האבן.


טייערער ..., עס איז אן איסור גמור זיך פיינט צו האבן, און עס איז א ליגנט צו טראכטן 'דער אייבערשטער האט מיך נישט ליב, חס ושלום', די אלע מחשבות פיגול זענען נישט פון די סטרא דקדושה, עס איז פון די סטרא אחרא וואס האט פיינט דעם מענטש און וויל אים אויסרייסן פון ביידע וועלטן; ווייל דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער האט ליב יעדן איד; און ווען א איד טוט תשובה, ער האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים - איז דער אייבערשטער מקבל די תשובה און האט אויף אים רחמנות, און דאס ליבשאפט איז אין לשער.


לערן די מעשה פונעם חכם ותם (ספורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער רבי לערנט אונז א וועג אין לעבן ווי מען קען לעבן א חיים טובים דורך נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, דאס איז מיין מעשה און דאס איז דיין מעשה, און גלייב באמונה שלימה אז די אנדערע וועם דו ביסט מקנא - קענען נישט מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן מיט זאכן וואס דער אייבערשטער האט פון דיר א נחת רוח, קלאפ זיך נישט אראפ, אזוי וועסטו קענען אויפלעבן דיינע קינדער; ווייל אז מען איז אליין ביי זיך א צעקלאפטער - ווי קען מען אויפבויען א שטוב... א צעקלאפטער - צעקלאפט אנדערע, און א פרייליכער – מאכט פרייליך אנדערע.


גלייב מיר, איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן, עס איז דא אזויפיל חיזוק אין רבינ'ס ספרים, אין די ספרים פון מוהרנ"ת, מוהרא"ש; חיזוק אויף דעם פרט פון זיך נישט קלאפן מיטן עבר, און זיך נישט קלאפן מיט קוקן אויף חברים ווי זיי זענען אזוי מצליח ברוחניות. מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און טו די עצות – וועסטו זוכה זיין צוצוקומען צו שיינע זאכן.

#42 - א פרישע הערליכע זומער זמן
כולל, קעמפ, נקודות טובות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האט זיך אנגעהויבן דער זומער זמן, איך בין געזיצן מיט די בחורים אין מחנה אילן החיים אין די וואלד צווישן די ביימער, געלערנט מיינע שיעורים כסדרן אפאר שעה, עס איז ממש טעם גן עדן. איך שפיר זיך מיט די בחורים אזוי ווי פופצן יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די ישיבה, מיט די זעלבע התחדשות; איך האב הנאה צו זיין מיט זיי, לערנען מיט זיי, שמועסן מיט זיי פון רבי'ן און פון יראת שמים.


אויך בין איך יעדן אינדערפרי אין כולל, איך לערן מיט די כולל אינגעלייט טור בית יוסף. יעצט לערנט די כולל הלכות שבת; סימן שא, הלכות פון הוצאה. איך האב מיך אזוי מחי' געווען, די אינגעלייט לערנען מיט אזא קלארקייט, מיט אזא ישוב הדעת. נעכטן האבן מיר געלערנט די הלכה פון טלית מקופלת, זיי קענען גוט די סוגיא, זיי זענען גוט אויסגעקאכט אין דעם, ממש צו באוואונדערן.


אויך איז דא די שיעור יעדן אינדערפרי נאכן דאווענען שחרית הינטן אין וואלד צווישן די ביימער, עס איז דא אסאך אינגעלייט וואס האלטן מיט די שיעור גמרא. איך האב פון דעם נחת, צו זען ווי מוהרא"ש'ס ארבעט גייט נישט לאיבוד; מוהרא"ש האט אזויפיל געאקערט אין אונז מיר זאלן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, דער גאנצער טאג איז אנדערש ווען מען לערנט גמרא.


שבועות האב איך געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ווייטער ענדיגן שרייבן דעם פירוש 'שפתי תפתח' אויפן ליקוטי מוהר"ן, א פירוש אין אידיש; ברוך ה' איך האב יעצט געענדיגט סימן ד'. איך לייג אריין יעדן טאג אפאר שעה אין דעם; דאס לערנען און דאס אפשרייבן אין אידיש אויף למעשה, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט; נאר מחדש זיין חידושים אויף למעשה.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פרייען מיט דעם אז דו ביסט א איד און נישט קיין גוי, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י) אויב מען האט א חיות און א שמחה פון דעם פרט - פון דעם קען מען נישט פאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין, וואס עס זאל נאר איבערגיין אויף דיר - בלייבט מען ווייטער פרייליך, אז 'א איד בין איך, און א גוי בין איך נישט'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#41 - שיסן פיילן, אפילו אן קיין געפיל
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, התחזקות, עניוות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, י"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר פון דיין עבודת השם, ווי דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, און אז דו האסט יעצט מסיים געווען ספר התיקונים די זיבן און צוואנציגסטע מאל. מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט און הייליגקייט פון תיקוני זוהר, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכח) אלע חכמות פון די וועלט ליגט אין דעם ספר.


איך וויל דיר שרייבן א קליינע שיינע זאך וואס איז מיר נתחדש געווארן ביים לערנען תיקונים. רבי שמעון דערציילט (תיקון יג, דף כט:): "חַד בַּר נַשׁ עוּלֵימָא" עס איז געקומען א אינגערמאן, "צַדִּיק שְׁמֵיהּ" א צדיק, "דַּהֲוָה יְתִיב עַל מַגְדְּלָא" ער איז געזיצן אויפן טורעם, "קַשְׁתָּא בִּידוֹי" מיט זיין פייל און בויגן אין האנט, "וַהֲוָה זָרִיק חִצִּים" און ער האט געווארפן פיילן, "לְגַבֵּי חִוְיָא" אויפן שלאנג, דאס מיינט מען דעם סמ"ך מ"ם, "וְדָא אִיהוּ פָּזֵר גָּדוֹל" דער פייל און בויגן מיטן פייל זעען אויס ווי א פזר גדול, "וְחִוְיָא לָא הֲוָה חָשִׁיב לוֹ" אבער דער שלאנג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די פיילן.


דער הייליגער רבי שמעון געבט צו פארשטיין וואס איז געווען זיינע פיילן; "וְקַשְׁתָּא" די בויגן - "אִיהוּ לִישָׁנָא דְפוּמָא" דאס איז די צינג, מיטן מויל און צינג, אז מען ניצט דאס אויף תפילה - איז דאס א פייל און בויגן קעגן די קליפות, "אֱגוֹזָא דְקַשְׁתָּא" די פלאץ וואו מען לייגט אריין די פאל אינעם בויגן - "פִימָא" דאס איז די מויל, "חוּט הַשָּׁנִי" די שטריק וואס מען ציט אויס צו שיסן די פייל - "דָא שָׂפָה" דאס איז די ליפן. "חוּט שֶׁל קֶשֶׁת" מיט די פייל און בויגן - "דְּבֵיהּ הֲוָה צַדִּיק זָרִיק חִצִּין" האט דער צדיק געשאסן אויפן שלאנג, "דְּאִינוּן מִלּוּלִין דִּצְלוֹתָא" די תפילות, "לְגַבֵּי חִוְיָא" צו הרג'ענען דעם שלאנג. זאגט דער זוהר אבער, "וְחִוְיָא לָא הֲוָה חָשִׁיב לוֹן" דער שלאנג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די פיילן, "וְלַאו בְּגִין חֲלִישׁוּ דְצַדִּיק חַ"י עָלְמִין" נישט ווייל א צדיק האט נישט קיין כח צו הרג'ענען דעם שלאנג, "אֶלָּא בְּגִין חֲלִישׁוּ דְהַהוּא דְזָרִיק לוֹן, דְּאִיהוּ צַדִּיק דִּלְתַתָּא מִנֵּיהּ, כַּד לַאו אִיהוּ שְׁלִים" אפשר לומר, ווייל דער וואס האט געשאסן - ער ביי זיך אליין האט נישט געהאלטן פון זיך, ער מיינט אז ער איז נישט חשוב. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "אויב דו האסט אמונה אין אייבערשטן - האסטו אין דיר נישט קיין אמונה" (שיחות הר"ן, סימן קמ), "וּבְגִין דָּא לָא חָשִׁיב לוֹן" דעריבער האט דער שלאנג זיך נישט גערעכנט מיט אים. רבי שמעון אנטפלעקט אונז דאס גרויסקייט פון יעדן איד, יעדער האט א כח צו הרג'ענען דעם שלאנג, יעדער קען שיסן פיילן אויפן סמ"ך מ"ם און העלפן ברענגען די גאולה.


העיקר ארויס צו נעמען אויף למעשה; מען קען נישט מכניע זיין די קליפות מיט ענוה פסולה, מען זאל זיך נישט קלאפן, מען דארף וויסן אז יעדער איינער האט א כח צו אויסלייזן די שכינה פון גלות, דורך דעם וואס מען נעמט די קשת התפילה, מען גייט התבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן בבחינת שיסן פיילן; אפילו אן קיין געפיל, ווייל דער וואס שלאגט זיך מיטן שונא מיטן שווערד - דער זעט וואס ער טוט אויף, ער שניידט שטיקער פונעם שונא, נאכדעם איז דא דער וואס שיסט ארויס פיילן, ער זעט נישט וואס ער טוט אויף, ער שיסט פיילן און ווייסט אז דאס טרעפט דעם שונא, דאס איז די בחינה פון דאווענען אן קיין געפילן, אן זען וואס מען טוט אויף, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#40 - א הערליכע יום טוב שבועות מיט אנשי שלומינו
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, אומאן, היכל הקודש, מנהגים, הלכה, נקודות טובות, יאוש, אחדות, ותיקין, זוהר הקדוש, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


*שבועות מיט אנשי שלומינו*


חסדי השם יתברך דעם יום טוב שבועות זענען מיר געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען א הערליכע יום טוב, א שיינער קיבוץ.


די ערשטע נאכט צווישן מנחה מעריב איז נאך געווען צען פופצן מינוט פאר רבינו תם'ס זמן, איך האב געפרעגט דעם דיין שליט"א אויב מיר זאלן שוין דאווענען, אדער נאך ווארטן ביז רבינו תם, ווייל דער מגן אברהם זאגט (סימן תצד, בהקדמה) מען זאל נישט מאכן קיין קידוש פאר עס ווערט נאכט, עס דארף זיין שבע שבתות תמימות, אבער דאווענען מעג מען יא, אבער דער טורי זהב זאגט (שם) מען זאל ווארטן אויף מעריב; האבן מיר גערעדט אפאר דיבורים ביז דעם זמן ר"ת.


*א בילקע ארויף א בילקע אראפ*


מיר האבן גערעדט פון וואס דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל פון מעזיבוז זכותו יגן עלינו - א פעטער פון רבי'ן – זאגט: "מענטש שרעקן זיך ראש השנה, מען גייט דן זיין דעם מענטש וואס גייט זיין די גאנצע יאר, אבער מען דארף זיך מער שרעקן פון יום טוב שבועות", ווייל ראש השנה איז מען דן 'א בילקע ארויף, א בילקע אראפ', די יאר גייט אריבער ביי אלעמען אייניג, איינער האט שבת ביי די סעודה א 'סאוער דאו' חלה און איינער נישט, אבער די יאר איז אייניג. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אין להסתכל אם יהיה לו מעות אם לאו", עס דארף נישט אנגיין אויב מען האט געלט אדער נישט, "כי בין כך ובין כך יבלה ימיו בשוה", ווייל אזוי צו אזוי גייט דאס לעבן אריבער אייניג, נישט קיין חילוק יא געלט אדער נישט געלט, דאס לעבן איז אייניג ביי אלעמען, אבער ווען עס קומט יום טוב שבועות איז מען דן דעם מענטש אויב ער וועט לערנען, וויפיל ער וועט לערנען און צי וועט ער לערנען מיט שמחה - דאס דארף געבן א ציטער פארן מענטש, מען דארף טראכטן 'וואס גייט זיין די יאר? וועל איך לערנען? וועל איך זיין פרייליך מיט מיין לערנען?'


מיר האבן גערעדט מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, נאר זיך גוט אויסבעטן ביים דאווענען, ביי די ווערטער: "ונשמח בדברי תלמוד תורתיך", מען זאל בעטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך פרייען מיט די תורה, איך וויל זיך פרייען מיט די מצוות"; יום טוב שבועות זינגען מיר ביי תפילת מעריב די שטיקל "אהבת עולם", מיר האבן געזינגען די ניגון פון "אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו", און זיך גוט אויסגעבעטן ביים אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מיר ווילן זיך פרייען מיט די תורה".


*שכוח אייבערשטער פאר די תרי"ג מצוות*


ליל שבועות האבן מיר געזאגט אינאיינעם די תיקון, הויך אויפן קול, פסוק בפסוק, אויך האבן מיר געזינגען פרייליכע ניגונים. עס איז געווען זייער פרייליך, מען האט געטאנצן און געזינגען, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן און נישט קיין גוים. אויך ביי די תרי"ג מצוות האבן מיר נאך יעדע מצוה געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקיים די מצוות, אלע האבן אויסגעשריגן אויפן קול: "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון פריה ורביה", "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון מילה", "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון נישט עסן די גיד הנשה", און אזוי ווייטער.


*לערנען זוהר מיט קינדער*


פארן עלות השחר זענען אלע געגאנגען זיך טובל'ן אין מקוה, עס איז געווען ביי אונז אין שטעטל א מנין ותיקין אין אפאר שולן, איך האב זיך יא געלייגט שלאפן. איך בין אויפגעשטאנען צו קריאת שמע און געלערנט מיט מיין מיין זון נחמן נתן נרו יאיר זוהר הקדוש, מיר האבן געלערנט אונטן אין וואלד צווישן די ביימער. מיר לערנען יעדן שבת אינדערפרי זוהר הקדוש, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פון דעם הייליגן צדיק פון קאמארנא זכותו יגן עלינו (נוצר חסד אבות, פרק ד): "לו עמי שומע לי", הלואי זאל מען מיך אויסהערן, "בדור הרע הזה", אין דעם היינטיגן דור, "שהמינות גובר", וואס עס איז דא אזויפיל שלעכטס - "היה למדים עם תינוק בן תשעה שנים ספר תיקוני זוהר להגות בה", וואלט מען געדארפט צוגעוואוינען קינדער פון די ניין יאר זיי זאלן עוסק זיין אין לערנען דעם הייליגן זוהר, "והיה אז יראת חטאו קודמת לחכמתו", וואלט דאס זיי געהאלפן זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון דעם יצר הרע; קוק נאך אינעם ספר.


*קינדער דארף מען אויסרימען*


עס זענען געקומען נאך אנשי שלומינו זיך צוהערן צום שיעור און עס איז געווארן א שמועס מיט מלמדים. וואס טוט מען מיט א קינד וואס דאווענט נישט מיט, אויב מען זאל אים געבן גוטע ווערטער? מיר האבן גערעדט אז קינדער דארף מען נאר אויסרימען און געבן כבוד, דאס איז די בעסטע מיטל זיי צו מאכן פאר ערליכע אידן. מיר האבן גערעדט אז מיר דארפן קודם האלטן ביים דאווענען, און אז מען וועט גוט קוקן אויף זיך וועט מען זען אז אין די טעג וואס מיר זענען נישט מיט די קינדער שפילן מיר זיך נאך מער ווי די קינדער ביים דאווענען; דער קינד שפילט זיך מיט א שפילצייג און מיר שפילן זיך מיט גליונות, מיט ספרים וכו' וכו'; מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשן מיר זאלן האבן א געפיל אין דאווענען, וועלן די קינדער אויך זוכה זיין צו האבן א געפיל אין דאווענען.


*די זיסע ווערטער "אל יעזבנו נצח סלה ועד"*


אינדערפרי ביים דאווענען האבן מיר געזינגען ביי אהבה רבה די ניגון וואס מען זינגט אין סאטמער, פון הרב הקדוש רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו. א הארציגע זיסע ניגון, ווען מיר זענען אנגעקומען צו די ווערטער: "ורחמיך ה' אלוקינו וחסדיך הרבים אל יעזבנו", הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער באשעפער, איך בעט דיר, איך וויל דיך נישט אפלאזן, - האבן מיר נאכאמאל אנגעהויבן די ניגון, און געוויינט אויף די ווערטער: "אל יעזבנו נצח סלה ועד", אייבערשטער איך וויל דיך נישט אפלאזן, אייבערשטער איך וויל זיין מיט דיר, טראכטן פון דיר, לעבן מיט דיר, גיין מיט דיר, געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, מיין גאנצע לעבן; מיר האבן געוואלט בלייבן ביי די ווערטער, זינגען די ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, אבער מען האט שוין געדאפט גיין ווייטער. מען האט ממש געשפירט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סה) ווען מען זאגט ארויס די ווערטער ביים דאווענען בעטן זיך די ווערטער ביים מענטש, גיי נישט אוועק פון אונז, "איך תוכל להתפרד ממני", ווי אזוי קענסטו אוועק גיין פון מיר, "לגודל ההתקשרות והאהבה שיש בינינו", פון גרויס ליבשאפט וואס מיר האבן, "כי אתה רואה את יקר יופיי וזיוי והדרי ותפארתי", דו זעסט דאך מיין שיינקייט, מיין לויטערקייט, מיין פרעכטיקייט, "ואיך תוכל לנתק עצמך ממני וליפרד מאתי", ווי אזוי קענסטו זיך פון מיר שיידן? "הן אמת, שאתה צריך לילך יותר", ביסט גערעכט אז דו דארפסט ווייטער ענדיגן דאווענען, "כדי ללקט עוד סגולות יקרות וחמודות גדולות", און קלויבן נאך שיינע סגולות מיט די ווערטער פון דאווענען, "אבל איך תוכל ליפרד ממני ולשכוח אותי", אבער ווי אזוי קענסטו מיך אפלאזן? "על כל פנים תראה שבכל מקום שתלך ותבוא לשם לא תשכח אותי, ולא תיפרד ממני", בעט איך דיר פארגעס נישט פון מיר וכו' וכו'; ממש אזוי האבן מיר געשפירט מיט די זיסע ווערטער פון אהבה רבה, ווי דער רבי זאגט דארט: "מלפפת ומחבקת אותו, ואינה מנחת אותו לילך מאיתה", די ווערטער נעמען ארום דעם מענטש און ווילן נישט מען זאל ווייטער גיין.


*בלייבן אין היכל הקודש*


אקדמות האבן מיר געזאגט מיט די זיסע ניגון. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רנו) דאס איז א ניגון וואס מאכט בענקען צום אייבערשטן, און ביי די ווערטער: "קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא", האב איך געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל בלייבן אין די הייליגע חבורה חבורת היכל הקודש, ווי דער רבי רופט עס (חיי מוהר"ן, סימן שטו) 'חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה', נישט אפלאזן אזא הייליגע פלאץ, נישט אוועק גיין"; מען דארף רחמי שמים אויף דעם, ווייל דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער אוועק צו שלעפן יעדע איינעם פון הייליגן רבי'ן, יעדן איינעם מיט אן אנדערע בלבול, יעדן איינעם שטערט עפעס אנדערש; און אז מען בעט נישט דעם אייבערשטן - פאלט מען אוועק, מען לאזט אפ דעם הייליגן רבי'ן.


*קרעפל פשעטל*


נאכן דאווענען ביי די מילכיגע קידוש איז געווען א הערליכע בילד, זען ווי יונגע און אלטע - אלע פרייען זיך מיט זייערע סיומים; אינגעלייט, בחורים און קינדער האבן מסיים געווען, איינער משניות, א צווייטער גמרא, א דריטער ליקוטי מוהר"ן.


מיר האבן גערעדט פון די מנהג פון עסן קרעפלעך, און מען זאגט אז אלע טעג וואס מען קלאפט - פירט מען זיך צו עסן קרעפלעך; ערב יום הקודש קלאפט מען על חטא - עסט מען קרעפלעך, הושענא רבה קלאפט מען די הושענות - עסט מען קרעפלעך, פורים קלאפט מען ביי המן - עסט מען קרעפלעך און שבועות עסט מען קרעפלעך אבער מען זעט נישט מען זאל קלאפן, נאר דער רבי הויבט אן דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן א): "כמו שהמשוגעים צריכים להכותם", אזוי ווי א משוגע'נער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן - "כמו כן ממש התורה שעוסקין הוא בחינת מקלות ושמות", אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, ער איז פול מיט רוח שטות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג.): "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", דער יצר הרע מאכט משוגע, ווי אזוי קען מען פטור ווערן פון די משוגעת'ן? דורך לערנען תורה - "שבזה מכין ומכניעין את היצר הרע, ומגרשין מן האדם את השגעון והרוח שטות שנכנס בו", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, און אז מען לערנט תורה שלאגט מען דעם יצר הרע, מען שלאגט ארויס די רוח שטות; דעריבער עסט מען קרעפלעך שבועות ווען מען איז מקבל די תורה.


*איך בין נישט פארפאלן*


קיינער קען נישט זאגן ער איז שוין פארפאלן, עס איז נישטא קיין וועג פאר אים ארויס צו גיין פון די טומאה; דער רבי זאגט קלאר עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג ארויס צו גיין פון גלות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, "שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


*ביימער אין שול*


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם מנהג צו ברענגען ביימער אין שול; זאגט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו, שבועות ווען מען איז דן די פירות האילן - ברענגט מען די ביימער, די עלטערן, און מען זאגט זיי: 'אויב וועלן ענק זיך שיין אויפפירן - וועט זיין גוטע קינדער, גוטע פרוכט'; מיר האבן גערעדט, מען ברענגט די ביימער אין שול, אז די עלטערן קומען יעדן טאג דאווענען אין שול די דריי תפילות - אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער. אז מען קומט וואוינען אין שטעטל, מען גייט זיך קויפן א דירה - דארף מען זען די דירה זאל זיין נעבן א שול, וואו מען וועט קענען גיין דאווענען שבת אלע תפילות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא קז.) אויפן פסוק (דברים כח, ג): "ברוך אתה בעיר", געבענטשט זאלסטו זיין אין שטאט - "שיהא ביתך סמוך לבית הכנסת", דיין שטוב זאל זיין נאנט צום שול; ווער איז א געבענטשטער? דער וואס גייט דאווענען די דריי תפילות אין שול; דעריבער ברענגט מען די ביימער אין שול, אזוי וועט זיין ערליכע דורות.


אויך לייגט מען ביימער אין שטוב; אז מען וועט זיין אין שטוב, מען וועט מחנך זיין די קינדער - וועט זיין גוטע פירות.


*פשוט'ע צירונגען*


נאכמיטאג די ערשטע טאג האבן מיר געליינט די תנאים, מיר האבן געזינגען און זיך מחזק געווען אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן אויף יום טוב שבועות מקבל זיין די תורה פון פריש. מיר האבן גערעדט, ביי אונז איז דער מנהג מיר געבן נישט קיין טייערע און עכטע צירונג, מיר געבן פשוט'ע צירונג, אזוי אויך ווען מיר זענען מקבל די תורה, מיר מאכן די חתונה מיט די תורה - דארף נישט זיין קיין עכטע און טייערע, מען קען זאגן א פרק משניות אפילו אן פארשטיין.


אויך האבן מיר גערעדט פון האבן שלום בית, אז דער צדיק וואס האט אויסגעשטעלט די תנאים מיט די כתובה צווישן אידן אינעם אייבערשטן - האט גענומען א משל א מאן און ווייב, אבער אויב חתונה האבן מיינט נישט לעבן מיט ליבשאפט - האט נישט קיין פשט צו מאכן א משל צו קבלת התורה, דאן וועט דאס מקבל זיין די תורה האבן א פנים ווי א פארפאלק וואס לעבן נישט מיט שלום, מיט ליבשאפט, דאס ווייזט אונז אז מען דארף לעבן מיט ליבשאפט; יעצט קען מען מאכן די נמשל צו מקבל זיין די תורה, א תנאים און א כתובה.


*עסן מילכיגס שבועות*


דעם צווייטן טאג שבעות עסן מיר אויך מיליכיגס מיר האבן גערעדט פון זיך נישט קלאפן מיט וואס איז געווען, אזוי ווי מילך מעג מען עסן, וואס באמת קומט דאס פון בלוט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בכורות ו:): "דם נעכר ונעשה חלב", מילך קומט פון בלוט, און מיר ווייסן דאך אז (שם ה:): "היוצא מן הטמא טמא", מיט דעם זעען מיר ביי מילך אז מען טרינקט יא מילך, ווייל דאס איז א נייע באשעפעניש; דאס וויל מען ווייזן יום טוב שבועות ביי קבלת התורה, מיר זאלן זיך נישט קלאפן מיטן עבר, און זאגן: 'איך קען נישט מקבל זיין די תורה, איך בין בלוט', נאר מען זאגט דיר: 'קוק אויף די מילך, אפילו ביסט געווען א שטיק בלוט, רויט ווי עשו הרשע - קענסטו ווערן ווייס ווי יעקב אבינו, ווייס ווי מילך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאָר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה - זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט, עס ווערט אויס בלוט, עס ווערט 'דם נעכר ונעשה חלב'.


*עולם התהו*


דעם צווייטן טאג נאכמיטאג האבן מיר געליינט די כתובה. מיר האבן זיך מחי' געווען מיט דעם אז מיר האבן א רבי וואס ראטעוועט אונז פון עולם התהו, דער רבי האט געזאגט: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות' - וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו"; דאס איז נישט נאר נאכן אוועק גיין פון דער וועלט דאס איז אויך ביים לעבן, מען זאל נישט זיין פארנומען מיט דעם און יענעם, מען זעט מענטשן, מען רעדט פון דעם, פון יענעם, ער האקט אויף דעם, דער איז א שגץ, דער איז א לינקער און דער איז פארכאפט וכו', בשעת דער וואס רעדט - דאווענט נישט די דריי תפילות מיט מנין, ליינט נישט קריאת שמע און עפנט נישט אויף א ספר משנה לשנה; דאס איז עולם התוהו, און פון דעם ראטעוועט אונז דער רבי.


*ליבשאפט אין שטעטל*


הרב ר' דניאל איז געקומען א וועג צו גיין פון א שעה, ער איז געווען יום טוב ביי זיין איידעם ישראל נרו יאיר. ער האט מיר געזאגט, ער מוז זאגן א גוטע גרוס פון שטעטל, ער קומט אסאך, ער האט א זון וואס וואוינט נעבן בית המדרש 'אשר בנחל', א זון וואס וואוינט נעבן דעם 'ירושלים שול' און אויך 'עצתו אמונה שול', און זיין אידעם דאווענט אין שול 'פעולת הצדיק'; ער זאגט מיר: "דער ראש ישיבה האט נישט קיין אנונג די ליבשאפט וואס דא איז דא"; ער האט מיר זייער מחי' געווען, ווייל דאס געבט מיר כח, און פארקערט - איך ווער קראנק פון מחלוקת.


*זוך שלום*


איך בין געווען זונטאג נשא ביי א חתונה אין לעיקוואד, נאך די חופה קומט צו מיר דער זיידע און בעט מיר זייער איך זאל מאכן שלום מיט זיין זון. איך זאג אים איך האב גארנישט אויף אים, זאגט ער מיר מיט טרערן: "ער האט אבער יא אויף דיר, און איך בעט דיר זייער מאך שלום מיט אים". איך בין געגאנגען אין דער זייט און זיך מתבודד געווען, איך האב אים אויפגעזוכט, איך זאג אים: "רוף דיין זון איך וועל אים איבערבעטן", ער האט גערופן זיין זון, איך האב גערעדט מיט אים פאר צוואנציג מינוט, אים הונדערט מאל איבערגעבעטן און מיר האבן שלום געמאכט. אויך האב איך געטראפן נאך איינעם וואס האט אויף מיר א שווער הארץ, איך בין צוגעגאנגען צו אים און אים איבערגעבעטן. נאכדעם האב איך געטראפן נאך א בחור וואס האט דא געלערנט און האט אויף מיר א שווער הארץ, איך האב אים אויך איבערגעבעטן. איך טו דאס אלעס ווייל מוהרא"ש האט מיר געלערנט אז זיין צוקריגט איז סטרא אחרא, און שלום איז קדושה, און ווען מען איז נישט גערעכט - איז נישט קיין קונץ יענעם איבער צו בעטן, דער קונץ איז, ווען מען איז גערעכט, מען ווייסט קלאר אז מען האט גארנישט געטון - דעמאלט דארף מען זיך שטארקן אויף די געפילן און טון וואס איז ריכטיג.


*בעט איבער ווען דו ביסט נישט גערעכט*


דאס זאג איך דיר אויך, ווען דיין ווייב בלאזט אויף דיר, זי רעדט נישט שיין צו דיר, און דו ווייסט אז דו ביסט שולדיג דא - איז נישט קיין קונץ צו זאגן: "זיי מיר מוחל" און זיך איבערבעטן; אודאי דארפסטו איבערבעטן, דו האסט איר דאך אויפגערעגט. דער חידוש וואס מוהרא"ש לערנט אונז, ווען מען איז בכלל נישט שולדיג, מען האט גארנישט שלעכטס געטון, סתם, זי האט געהאט א שווערע טאג און זי בלאזט עס אויס אויף דיר, דו שפירסט ווי דו ווילסט איר זאגן: 'וואס ווילסטו פון מיר? איך האב דיר גארנישט שלעכטס געטון' - דעמאלט זאלסטו זאגן: "זיי מיר מוחל" און זען עס זאל זיין שלום.


*נישט מבטל זיין חדר*


געווענליך טאנצן מיר מוצאי יום טוב, אבער די יאר האב איך געבעטן די גבאים מען זאל נישט טאנצן, ווייל די קינדער דארפן האבן חדר, און היות אסרו חג איז פרייטאג, און אז מען וועט טאנצן וועט מען נישט אנהויבן פאר צוועלף און אהיים גיין גייט מען פרייטאג אום איינס אזייגער - זאל מען די יאר נישט מאכן קיין טאנצן.


*פארן אויף אומאן*


שבת פרשת נשא בין איך געבליבן אין שטעטל. שבת אינדערפרי האבן מיר גערעדט פון זיך גרייטן צו פארן קיין אומאן, די כולל אינגעלייט האבן מיר געפרעגט אויב מען איז מחויב צו פארן דוקא מיטן טשארטער, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא נז:) אויב א מענטש האט צוויי וועגן צו גיין, אין איין וועג שטייען פרויען און וואשן וועש און זיי האבן אויפגעדעקטע הענט און אויפגעדעקטע פוס, אויב איז דא דרכא אחרינא איקרא רשע. מיר האבן גערעדט פון נישט פארן אליין, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה ד): "כל הדרכים בחזקת סכנה", אז מען פארט אליין - קען מען זייער גרינג אראפפאלן, מען מוז פארן מיט א חבורה, ערליכע אינגעלייט; דאס היט דעם מענטש נישט צו פאלן.


מאך שוין דיינע פלענער קיין אומאן, פאר נישט אליין, פאר מיט א חבורה, נעם זיך צוזאם ערליכע חברים - וועסטו נישט אראפפאלן.


איך מוז מקצר זיין, איך מוז לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף חיזוק, זיי זענען אזוי צעבראכן, זיי ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט. איך האב נאר געשריבן א פינטל פון יום טוב, הלואי זאלן די אינגעלייט אראפשרייבן אלע דיבורים און אלע התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#39 - אפאר נקודות וואס מיר האבן זיך מחי' געווען דעם שבועות
התחזקות, מנהגים, נקודות טובות, דרך הלימוד, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא, אסרו חג, ח' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי דעם יום טוב שבועות. איך בין געווען יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען און מחזק געווען. עס איז געווען זייער פרייליך, איך האף ביי ענק אין אויך געווען א שיינער יום טוב.


איך וויל אייך שרייבן באריכות פונעם יום טוב אבער יעצט איז ערב שבת און מוצאי יום טוב, מען דארף אנגרייטן דעם שבת, איך וועל אייך שרייבן אפאר נקודות וואס מיר האבן זיך מחי' געווען דעם יום טוב.


שבועות ביינאכט איז געווען זייער פרייליך, מען האט געטאנצן און געזינגען פרייליכע ניגונים, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן און נישט קיין גוים. אויך ביי די תרי"ג מצוות האבן מיר נאך יעדע מצוה געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקיים די מצוות, אלע האבן געזאגט: "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון פריה ורביה", "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון מילה", "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון נישט עסן די גיד הנשה", און אזוי ווייטער.


די ערשטע טאג נאכן דאווענען עסט מען מילכיגס, אויך איז דא א מנהג צו עסן קרעפלעך, און מען זאגט אז אלע טעג וואס מען קלאפט - פירט מען זיך צו עסן קרעפלעך; ערב יום הקודש קלאפט מען על חטא - עסט מען קרעפלעך, הושענא רבה קלאפט מען די הושענות - עסט מען קרעפלעך, פורים קלאפט מען ביי המן - עסט מען קרעפלעך, און שבעות עסט מען קרעפלעך אבער מען זעט נישט מען זאל ערגעץ קלאפן, נאר דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, "שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.) דער אייבערשטער זאגט: "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "וּבָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", און איך האב באשאפן אן עצה ווי אזוי זיך צו שלאגן מיט אים; לערנען תורה שלאגט דעם יצר הרע, דורך לערנען תורה קען מען אים צעקלאפן און צעהאקן; דאס איז וואס מען עסט קרעפלעך, ווייל שבועות איז יעדער איינער מקבל די תורה, דאס קלאפט אים.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס תורה טוט פארן מענטש, אפילו מען איז אזוי געפאלן אין א טיפע בלאטע קען מען ווערן א גרויסע צדיק, רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט מגלה געווען די סוד פון כך וכך, אז דורך תורה קען מען ארויסגיין פון עבירות, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


נאכמיטאג די ערשטע טאג האבן מיר א מנהג מיר ליינען די תנאים פון דעם צדיק וקדוש רבי ישראל נאגארא זכר צדיק לברכה, מיר האבן גערעדט, ביי אונז איז דער מנהג אז מיר געבן נישט קיין טייערע און עכטע צירונג, מיר געבן פשוט'ע צירונג, אזוי אויך ווען מיר זענען מקבל די תורה, מיר מאכן די חתונה מיט די תורה - דארף נישט זיין קיין עכטע און טייערע, מען קען זאגן א פרק משניות אפילו אן פארשטיין, און אז איינער זאגט דיר 'עס איז נישט עכט', זאג אים: 'ביי אונז געבט מען פשוט'ע צירונג, מען געבט נישט טייערע'.


דעם צווייטן טאג שבועות עסן מיר אויך מילכיגס. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט קלאפן מיט וואס איז געווען, אזוי ווי מילך מעג מען עסן, וואס באמת קומט דאס פון בלוט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן מילך קומט פון בלוט, "דם נעכר ונעשה חלב" (בכורות ו:), און מיר ווייסן דאך, אז "היוצא מן הטמא טמא" (שם ה:), מיט דעם זעען מיר ביי מילך אז מען עסט מילך ווייל דאס איז א נייע באשעפעניש; דאס וויל מען ווייזן יום טוב שבועות ביי קבלת התורה, מיר זאלן זיך נישט קלאפן מיטן עבר, אפילו ביסט געווען א שטיק בלוט, עשו הרשע - קענסטו ווערן ווייס ווי יעקב, מילך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאָר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה - זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט", עס ווערט אויס בלוט, דם נעקר ונעשה חלב.


דעם צווייטן טאג נאכמיטאג האבן מיר די מנהג פון ליינען די כתובה פון דעם צדיק הנ"ל, מיר האבן זיך מחי' געווען מיט דעם אז מיר האבן א רבי וואס ראטעוועט אונז פון עולם התהו. דער רבי האט געזאגט "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות' - וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו", דאס איז נישט נאר נאכן אוועק גיין פון דער וועלט, דאס איז אויך ביים לעבן, מען זאל נישט זיין פארנומען מיט דעם און יענעם. מען זעט מענטשן, מען רעדט פון דעם, פון יענעם, ער האקט אויף דעם, דער איז א שגץ, דער איז א לינקער און דער איז פארכאפט וכו', בשעת דער וואס רעדט - דאווענט נישט די דריי תפילות מיט מנין, ליינט נישט קריאת שמע און עפנט נישט אויף א ספר משנה לשנה, דאס איז עולם התוהו און פון דעם ראטעוועט אונז דער רבי.


מיינע טיייערע ברידער פון ארץ ישראל איך האב ענק געשריבן א פינטל פון אונזער שבועות, איך ווייס אז ביי ענק איז אויך געווען גוטע דיבורים, און איך בעט ענק די איין זאך, הערט אויף זיין פארנומען מיט זאכן וואס האט נישט מיט ענק, רעדט נישט פון אנדערע און זארגט נישט אויף א צווייטנ'ס רוחניות, כל זמן מען זעט אין אנדערע פראבלעמען - איז מען א גרויסע רחמנות, כל זמן מען איז פארנומען מיט אנדערע - איז מען נאך ווייט ווייט פון אמת.


מוהרא"ש האט מיר געבעטן פערזענליך אין זיין צוואה, די צוואה איז אויך פאר ענק, דאס איז נישט נאר פאר מיר, אלע קענען ניצן די צוואה, זיך מחי' זיין דערמיט, איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר וועט אויך זאגן אז די צוואה האט מען ענק פריוואט געשריבן. מוהרא"ש בעט מיר איך זאל נישט זארגן פאר די וועלט וואס האט נישט מיט מיר, עס האט א בעל הבית, דער אייבערשטער פירט עס, און איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך אוועק גיין און נאר די תורה ותפילה וועל איך מיטנעמען.


עס ווערט שוין שבת, איך דארף מקצר זיין.


א גוט שבת.

#38 - מען ווערט נישט בעסער דורך קוקן אויף זיך שלעכט
התחזקות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלאפט זיך נישט אראפ, דער רבי האט אונז געלערנט אז מען ווערט נישט בעסער דורך קוקן אויף זיך שלעכט. דער רבי זאגט, נאר דורך קוקן גוטס אויף זיך - ווערט מען נאך בעסער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב): "עַל יְדֵי זֶה שֶׁמְּחַפֵּשׂ וּמוֹצֵא בְּעַצְמוֹ עֲדַיִן מְעַט טוֹב", דורך דעם וואס מען זוכט אין זיך גוטע זאכן, אפילו מען שפירט זיך נאך ווייט פון גוט, זוכט מען אין זיך עפעס גוטס - "עַל יְדֵי זֶה הוּא יוֹצֵא בֶּאֱמֶת מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת, וְיוּכַל לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", דורכדעם איז מען זוכה תשובה צו טון און מען ווערט א גוטער מענטש.


נאר איין מאל א טאג מעג מען זיך צעברעכן און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן כד): "אַף שֶׁגַּם לֵב נִשְׁבָּר הוּא טוֹב מְאֹד", האבן א צעבראכענע הארץ פארן אייבערשטן איז טאקע א גוטע זאך, "עִם כָּל זֶה הוּא רַק בְּאֵיזוֹ שָׁעָה", אבער נאר פאר אביסל צייט, "וְרָאוּי לִקְבֹּעַ לוֹ אֵיזֶה שָׁעָה בַּיּוֹם לְשַׁבֵּר לִבּוֹ וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", און עס איז זייער גוט זיך צו מאכן א באשטימטע צייט וואס מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ פארן אייבערשטן, "אֲבָל כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ צָרִיךְ לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה", אבער א גאנצן טאג דארף מען זיין פרייליך.


מען דארף פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, צו טרעפן אין זיך גוטס און זיך ליב האבן, און נאר איין מאל א טאג זיך אויסקרעכצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - יישר כח פאר'ן ווארפן די באנאנע שאלעכץ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך דאנקען פארן מנדב זיין די בילדער פאר די קינדער עצתו אמונה, יעדע בילד מאלט מען אויף דריי וועגן און די פרייז איז צוויי הונדערט און פופציג דאלער; איין בילד איז שווארץ אויף ווייס פאר די וועכנטליכע עצתו אמונה, די זעלבע בילד מאלט מען אויך מיט קאליר פאר די מעשה'לעך און פאר די שטעטל בלעטל, די דריטע בילד איז נאר די אינדרויסן, מען זאל דאס קענען קאלירן, מאכן א קאלירונג בוך.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קומענדיגע וואך:


דער צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד זכר צדיק לברכה, דער רב אין ירושלים גייט אין גאס, ער ברומט זיך אונטער שטילערהייט א תנועה'לע, ער בענקט זיך צום אייבערשטן, אזוי טוען אלע צדיקים, וואו זיי גייען און וואו זיי שטייען - ברומט זייער הארץ צום אייבערשטן, זיי בענקען אזוי שטארק צו ווערן נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


פלוצלונג קומט א יונגער אראבער און ווארפט אויפן צדיק א שאלאכטס פון א באנאנע, דער צדיק פארלירט זיך נישט, דער צדיק ווערט נישט דערשראקן פון אראבער, דער צדיק ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, דער אייבערשטער היט אים.


"כ-א-ט א-ל כ-א-ר-א-פ!" קינדער ענק ווייסן וואס דאס מיינט? אין אראביש זאגט מען א שיינעם דאנק, כאט על כאראפ; דער צדיק זאגט פארן אראבער 'איך דאנק דיך פארן ווארפן אויף מיר די שאלאכטס'.


דער אראבער ווערט צעמישט, ער גייט צו צום צדיק און פרעגט אים: "פארוואס זאגסטו מיר יישר כח, איך האב דיר דאך געווארפן א באנאנע שאלאכטס?" זאג דער צדיק: "א דאנק אז דו האסט מיר נישט געווארפן א שטיין".


קינדער די מעשה לערנט אונז, ווען עס גייט עפעס נישט גוט - זאל מען אויפזוכן דאס גוטס, דער צדיק וואלט ווען געקענט וויינען אז מען האט אים שלעכטס געטון, ניין, דער צדיק וויינט נישט, דער צדיק לאכט, דער צדיק זאגט "שכוח", דער צדיק לויבט דעם אייבערשטן אז עס וואלט ווען געקענט זיין ערגער.


אז מיר וועלן פאלגן די צדיקים, זייערע עצות - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו זיין א צדיק.


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד פון דעם צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד, דער רב אין ירושלים, ווי ער גייט אין גאס מיט די הוט אין די האנט (אזוי ווי די באקאנטע בילד וואס איז דא פון אים), און ווי אן אראבער מיט די פינקע טיכל מיט די בענדל אויפן קאפ שטייט אין דער זייט, און ווי עס איז דא אויפן צדיק'ס קאפ א באנאנא שאלאכטס.


שכוח פארן העלפן די מכון עצתו אמונה ארויס צו געבן מעשה ביכלעך פאר קינדער, מעשיות פון אמונה, מעשיות פון יראת שמים בנוסח היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - מחצית השקל, האלב איז אויך גוט
שמירת עינים, נקודות טובות, יאוש, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, מחצית השקל לערנט אונז, דער אייבערשטער דארף פון אונז 'האלב'; עס איז חשוב 'אביסל', עס פעלט נישט אויס 'גאנץ'.


די סיבה פארוואס מענטשן זענען מיואש פון דינען דעם אייבערשטן, מען וויל שלימות, מען וויל זיין א מלאך, מען וויל גלייך זיין 'גאנץ'; זאגט אונז די תורה, געב א 'האלב', נאר אזוי קען מען בויען א משכן.


דאס איז בעצם דער לימוד פון רבי'ן, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, לערן אביסל, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, 'מחצית עיניים', מאך א האלב שמירת עיניים.


אשרינו.

#35 - די דריי עקעדיגע המן טאשן
התחזקות, דאווענען, נקודות טובות, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך וויל אזוי שטארק הערן וואס דו מאכסט, ווי אזוי גייט אלעס ביי דיר, הלוואי וואלסטו מיר געשריבן כאטשיג איין מאל א וואך וואס דו מאכסט, איך האב דיך זייער ליב.


יעצט אין די פורים טעג, וואו מען גייט, זעט מען די דריי עקעדיגע קיכלעך וואס מען רופט "המן טאש", דאס דערמאנט אונז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "און אז די דאווענען האט א פנים ווי א שוך מיט דריי עקן" – דארף מען זיך אויך מחי' זיין, אזוי ווי דער תם האט זיך מחי' געווען און געזאגט: "וואס פאר א שיינקייט דאס שיכעלע איז, ווי האניגדיג, צוקערדיג, זיס וכו'".


מיר דארפן זיך מחי' זיין מיט א יעדע דאווענען, מיט יעדע שחרית מנחה מעריב, אפילו עס איז דריי עקעדיג, דער אייבערשטער נעמט אלע אונזערע תפילות און ער מאכט פון דעם א קרוין.


אשרינו מה טוב חלקינו.

#34 - גענוג זיך געפייניגט, הויבט אן האלטן פון זיך
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מען טאר נישט טראכטן אויף זיך שלעכט, מען טאר זיך נישט צעקלאפן.


די איין זאך דארפט איר פאררעכטן, זיך אויפהערן אראפקלאפן, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען; ווען מען קוקט אויף זיך אז מען איז נאריש און שלעכט – קען מען נישט זיין א מאמע פאר די קינדער און א ווייב, אבער אז מען האלט פון זיך, מען האלט אז מען איז גוט – נאר דעמאלט קען מען זיין פרייליך און טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך ברחמים, גענוג געליטן, גענוג זיך געפייניגט אין מח, פון יעצט זאלט איר קוקן גוט אויף זיך, און זיך זאגן: 'איך בין גוט, איך בין א צדיקת, דער אייבערשטער האט מיך ליב'.


איר זאגט איר זענט מקנא מיין מאמע תחי', די שיינע שטוב וואס זי האט געבויעט מיט אזויפיל שכל און חכמה; וויסן זאלט איר, איינע פון איר סודות איז אז זי האלט פון זיך, נאר אזוי האט זי געגעבן די געפיל פאר אירע קינדער, זיי אויפגעבויעט און אלעס ארום, נאר ווייל זי האלט פון זיך. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכה), דוד המלך, פון איין זייט געפינען מיר זיין צעבראכן הארץ, גאנץ ספר תהלים איז א שטיק לב נשבר, אבער אויך האט דוד המלך געהאלטן פון זיך, און זיך בארומט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פו, ב): "שָׁמְרָה נַפְשִׁי כִּי חָסִיד אָנִי", היט מיך אייבערשטער ווייל איך בין א חסיד; מען מוז האלטן פון זיך, טרעפן אין זיך גוטע זאכן, נאר אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן.


פארטרייבט די עצבות ומרה שחורה, נאר איין מאל א טאג, בשעת התבודדות – מעג מען זיך אויסקרעכצן און אויסוויינען, אבער א גאנצן טאג דארף מען נאר זיין פרייליך און אנגיין מיט די שטוב ארבעט.

#33 - מיט שמחה וועסטו מצליח זיין, מיט זארגן וועט גארנישט ווערן
שמחה, נקודות טובות, דאגות, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


דו ווילסט דאך הצלחה, און דו פרעגסט שטענדיג וואס דו קענסט טון פאר הצלחה, דו ווארסט אויף שפע.


נעם די איין שורה פון ספר המדות און זיי זיך מוסר נפש אויף דעם, וועסטו זייער זייער מצליח זיין. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דורכדעם וועט ער האבן הצלחה.


בעט נאר אויף שמחה, און טו אלעס צו זיין פרייליך, נישט טרינקען ברוינפן אדער נעמען דראגס, דאס איז נישט שמחה, דאס איז אנטלויפן פון זיך, פון מציאות; איך רעד פון שמחה, זיך פרייען 'איך בין א איד', זיך פרייען מיט ציצית, תפילין, מיט אמונה, מיטן התקרבות לרבינו.


מיט שמחה וועסטו מצליח זיין, און מיט זארגן – וועט גארנישט ווערן.

#32 - אן התבודדות איז מען אין א סכנה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חלישות הדעת, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


וואס מיינסטו, דער סמ"ך מ"ם וועט דיך אפלאזן? ער האלט נישט אויס אלע גוטע זאכן וואס דו טוסט, דעריבער זוכט ער ווי אזוי דיך מחליש דעת זיין און ווי דיך אראפצואווארפן.


בעט איך דיר טייערער ברודער, לאז זיך נישט צעברעכן, באנוץ זיך מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון "התבודדות", גיי שרייען צום אייבערשטן, שריי: "הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, מאך מיר א פרישקייט, וואס בין איך אין אזא קטנות הדעת? וואס איז מיט מיר? הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך מחי' זיין מיט גוטע נקודות וואס איך האב אין מיר און קומען צו גדלות המוחין".


אזוי זאלסטו טון יעדן אינדערפרי, הויב נישט אן דיין טאג אן התבודדות, ווייל אן התבודדות איז מען אין א סכנה.

#31 - עס וואלט נישט געקענט זיין בעסער
אמונה, התחזקות, נסיונות, ספרי ברסלב, נקודות טובות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב מען טראכט 'עס וואלט געקענט זיין בעסער' – איז דאס אפיקורסות, א איד טאר נישט אזוי טראכטן. דער אייבערשטער האט גענוג מלאכים, דער אייבערשטער האט אונז באשאפן מיט ירידות, מיט נפילות, מיט חלישות הדעת, מיט צרות – צו זען ווי מיר טוען צו אים רעדן, ווי מיר אנטלויפן נאר צו אים.


קיינמאל זאלסטו נישט זאגן: "עס וואלט געקענט זיין בעסער", אז מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס טוט זיך?" זאלסטו יעדן איינעם זאגן: "דער אייבערשטער מאכט מיר נאר גוטס"; עס קען נישט זיין בעסער, עס קען נישט זיין מער גוט פון וואס דער אייבערשטער מאכט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, לערן די שיינע בריוו פון אשר בנחל, די הייליגע עצות, די זיסע חיזוק. ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – דער האט א קלארע אמונה, אים איז גוט און פיין; מען מוז האבן דעם רבי'ן, מען מוז זיך צובינדן צום רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירענע.


קויף נישט קיין צייטונג, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגעזין, לערן און ליין דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


פריי זיך מיט דיין בארד, מיט דיין פיאות, מיט דיין קאפל, מיט דיין ציצית און תפילין.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו די צייטן וואס דו האסט געאטעמט דעם רבי'ן.