בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#69 - אנשטאט זיך אויפצועסן, ענדערש חזר נאכאמאל די אמונה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחדשות, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב רחמנות אויף דיר, איך זע ווי דו גייסט איין, דו עסט זיך אויף, דו פירסט חשבונות מיט דעם, מיט יענעם; א שאד זיך אויפצועסן, א שאד זיך צו פייניגן. ענדערש זאלסטו חזר'ן די אמונה, חזר טאג און נאכט די ווערטער: "אלעס איז אייבערשטער", און "אייבערשטער איז אלעס"; קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, קיינער קען מיר נישט גוטס טון, אלעס איז פון הימל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", א מענטש צעקלעמט זיך נישט זיין פינגער, "אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה" - נאר אז מען רופט אויס אין הימל; איז דאך זיכער אז דיין טאטע, דיין מאמע, דיין משפחה, דיינע צרות ויסורים - איז אלעס דער אייבערשטער.


גלייב מיר, וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן און געגאנגען שרייען אין פעלד: "רבונו של עולם רחם עלי, רבונו של עולם ראטעווע מיר, האב רחמנות אויף מיר, איך בין פארכאפט ביי די נישט גוטע, איך האב מיט יעדן א חשבון, יעדער איז מיר שולדיג; וואס איז מיט מיר? ווען וועל איך שוין תשובה טון? וויסן און געדענקען אז עס איז גארנישט דא נאר דו אייבערשטער".


וואלסטו געמאכט התבודדות - וואלסטו שוין פון לאנג געווען א פרייליכער, און אלעס וואלט דיר גרינגער געווען.


ברודער, הויב אן פונדאסניי; איך טו דאס און אלעס איז מיר גוט.

#68 - פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן
שידוכים, צרות, התחזקות, נסיונות, יענער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


מען פרובירט אויס יעדן איינעם. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, אין גם אחד וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע – אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, דערהאלט זיך ווייטער. אנטלויף נישט, בלייב ערליך, בלייב מיט אמונה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיט'ן גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ער איז געבליבן מיט'ן טעם מרור... זאלסטו נישט אנטלויפן, אז דו וועסט זיך דערהאלטן זאג איך דיר צו א גוטע שידוך מיט הערליכע דורות.


פון דיין ראש ישיבה.

#67 - די ישועה קומט בקרוב, און מען פארגעסט פון די שווערע טעג
קינדער, תודה והודאה, צרות, ישועות, נסיונות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר וועט האבן קינדער, זייט נישט באזארגט, זייט נישט פאר'דאגה'ט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן השפחה שנתחלפו) ווען עס ווערט טאג הערט מען אזא געלעכטער, דער נאכט פארלירט זיין נאמען, מען געדענקט מער נישט אז עס איז געווען אמאל נאכט; דאס גייט ארויף בכלליות אויף די גאולה העתידה, עס וועט פארגעסן ווערן די גלות טעג וואס איז צוגעגליכן צו נאכט, און אויך בפרטיות ביי יעדן איינעם.


ווען עס איז נאכט, מען ווארט אויף א שידוך, נאכדעם ווען עס ווערט טאג, מען האט חתונה – געדענקט מען נישט אז מען האט אמאל געווארט אויף א שידוך. נאכדעם ווען מען ווארט אויף קינדער, עס איז ממש נאכט; מען וויינט, מען ווארט, מען מיינט שוין אז מען ווארט שוין, דערווייל ווערט מען אנטוישט, חודש נאך חודש, עס איז ממש נאכט; פלוצלונג ווערט טאג, און מען פארגעסט אז עס איז בכלל געווען נאכט.


בעט איך אייך זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, איין קבלה טובה, נעמט זיך פאר צו דאנקען דעם אייבערשטן יעדן טאג. רעכנט אויס פאר'ן אייבערשטן גוטע זאכן פון אייער לעבן און דאנקט אים; דאס עפנט אויף די טירן אין הימל פאר ישועות.

#66 - זיך דערהאלטן טראץ די שווערע ביטערע נסיונות און צרות ויסורים
צרות, התחזקות, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיך מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן. עס איז שוין אריבער כמעט צוואנציג יאר, אבער ביי מיר איז דאס נאך פריש אזוי ווי די מעשה וואלט היינט פאסירט, דו האסט מיר אריינגעשלעפט אין היכל הקודש, האסט מיר געזאגט איך זאל קומען דאווענען אין היכל הקודש; דארט האב איך אנגעהויבן הערן אביסל אמת'ע דיבורים און נאכדעם האב איך באקומען דעם ספר אשר בנחל; דורך דיר האב איך מיין חיים טובים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר גרויסע ניסים, העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן. דאס איז די שיינקייט פון א איד, אפילו עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, צרות ויסורים - דאך דערהאלט ער זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג) אויפ'ן פסוק (תהלים יא, ה): "'ה' צַדִּיק יִבְחָן', הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", ווען דער טעפער וויל בודק זיין די כלים אויב זיי זענען גענוג שטארק - וועט ער נישט נעמען א שוואכע כלי און קלאפן דערויף ווייל עס וועט זיך צעברעכן, "וּמִי הוּא בּוֹדֵק, בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער נעמט די גוטע שטארקע כלים, "אֲפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", אפילו ער האקט אויף זיי שטארקע קלעפ - צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.


נאך זאגן זיי: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת", ווען מען האט גוטע פלאקס - דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, עס ווערט בעסער און בעסער, "וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווי מער מען קלאפט דערויף ווערט עס פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", און ווען די פלאקס איז א שוואכע - דעמאלט קלאפט מען נישט אויף דעם, ווייל עס וועט צוגרינד גיין, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט: "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.


נאך זאגן זיי: "מָשָׁל לְבַעַל הַבַּיִת שֶׁהָיָה לוֹ שְׁתֵּי פָּרוֹת", עס איז צוגעגליכן צו איינער וואס האט צוויי קוען, "אַחַת כֹּחָהּ יָפֶה וְאַחַת כֹּחָהּ רַע", איין קו איז א שטארקע און איינע איז א שוואכע, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל", אויף וועלכע קו לייגט ער ארויף די שווערע לאסט? "לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה", אויף די קו וואס איז שטארק, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים, שֶׁנֶּאֱמַר, ה' צַדִּיק יִבְחָן", אזוי טוט דער אייבערשטער, ער פרובירט אויס נאר די צדיקים, ער ווייסט אז זיי האבן כוחות, זיי וועלן נישט צאמפאלן, זיי וועלן בלייבן ביי די אמונה.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, וועסט נאך זען נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט.

#65 - איך האב פאר אייך נייעס, נישטא וואו צו אנטלויפן
צרות, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר סטראשעט אז איר גייט אנטלויפן פון אידישקייט, איר גייט נישט היטן יום טוב פסח, איר שרייבט מען האט געמאכט איר זאלט פיינט האבן אידישקייט; איך האב פאר אייך נייעס, נישטא וואו צו אנטלויפן! אויב איר וועט אפלאזן אידישקייט וועט אייך נישט בעסער ווערן דאס לעבן, ווער עס לויפט אוועק פון די אידישע וועג - לויפט צום טויט. אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי יד, יב): "יֵשׁ דֶּרֶךְ יָשָׁר, לִפְנֵי אִישׁ", עס איז דא א וועג וואס זעט אויס פאר'ן מענטש ווי א גוטע וועג, "וְאַחֲרִיתָהּ, דַּרְכֵי מָוֶת", אבער דער סוף איז טויט.


וויסן זאלט איר, אידישקייט מאכט נישט שווער דאס לעבן, דאס לעבן פאר זיך איז זייער א שווערע זאך; כל זמן מען לעבט אן אמונה איז דאס לעבן א שרעקעדיגע זאך, א ביטערע זאך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "עַל כָּרְחֲךָ אַתָּה חַי", מען לעבט געצווינגענערהייט; מען פרעגט נישט דעם מענטש וואס פאר א לעבן ער וויל, א שווערע לעבן אדער א שלעכטע לעבן, דאס איז עס, דאס לעבן איז א שווערע זאך; נאר אויב מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן - דעמאלט ווערט דאס לעבן זיס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג; אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


איך ווייס נישט פארוואס איר סטראשעט מיר, וואס בין איך אייך שולדיג? וואס ווילט איר פון מיר? עס ליגט אין אייערע הענט בוחר צו זיין ווי אזוי אייער לעבן זאל זיין. איר קענט אנטלויפן, אבער דוד המלך זאגט (תהלים קלט, י): "גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", אויך דארט וואו מען אנטלויפט דערגרייכט דעם אייבערשטנ'ס הענט; דער אייבערשטער איז איבעראל, נישטא וואו אוועק צו לויפן, איר האט איין ברירה, איר קענט לויפן צו אים, איר קענט נעמען די עצה פון רבי'ן, אויפזוכן גוטס אין לעבן און דאנקען פאר די גוטס.


דער רבי זאגט, נישטא קיין לעבן (לקוטי מוהר"ן, שם): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים; איין עצה איז דא, אויפזוכן דאס גוטס און דאנקען אויף דעם.


אידישקייט מאכט מען זאל האבן יענע וועלט. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לִפְרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז אזוי ווי אן אריינגאנג צו א גרויסע שיינע זאל, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", אז מען גרייט זיך אן ביים אריינגאנג, דעמאלט וועט מען האבן א שיינע פלאץ אויבן אינעם שיינעם זאל; אידישקייט איז נישט קיין ביטערע זאך, אידישקייט איז וואס מען נעמט מיט זיך מיט אויף יענע וועלט.


ווער איז אייך עפעס שולדיג? ווער קומט אייך עפעס? נעמט אריין אין זיך די ווערטער: "קיינער קומט מיר גארנישט", וואס איר באקומט איז א מתנה; וועט איר נישט האבן קיין יסורים, עס וועט אייך נישט נמאס ווערן אייער לעבן. אז אייער מאן רעדט שיין צו אייך - איז דאס א מתנה פון גאט ברוך הוא, און אז ער רעדט נישט שיין צו אייך - איז דאס אויך פון גאט; בייגט איין אייער קליינע קעפעלע צום אייבערשטן - וועט אייך אלעס גוט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - ווי קען א איד הויבן הענט אויף א טאטע?
כיבוד אב ואם, צרות, תשובה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע תורה זאגט (שמות כא, טו): "וּמַכֵּה אָבִיו וְאִמּוֹ מוֹת יוּמָת", איינער וואס שלאגט טאטע מאמע - דארף מען הרג'נען מיט מיתת חנק; מער פון דעם האב איך נישט וואס צו שרייבן, איך קען נישט גלייבן אז א אינגערמאן וואס זיצט אין כולל זאל צוקומען צו אזא זאך - שלאגן א טאטע מכות רצח.


פאריגע וואך האסטו מיר געשריבן ווי שווער עס גייט דיר וכו' וכו', יעצט שרייבסטו מיר אז דו האסט זיך נישט געקענט איינהאלטן, דו האסט געגעבן דיין טאטן מכות רצח; שומו שמים! ווי קען א איד צוקומען צו דעם? ווי קען א איד שלאגן א טאטע?! אלעס וואס דו וועסט וועלן ענטפערן - איז נישט אינטערסאנט; אפילו דיין טאטע שלאגט דיין מאמע מיט דיין זיידע וכו' וכו' - איז דאס נישט קיין היתר צו שלאגן א טאטע.


איך פלעג הערן דרשות ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וועגן שלאגן טאטע מאמע; איך פלעג זיך וואונדערן: 'וואס? מוהרא"ש דארף רעדן פון שלאגן טאטע מאמע? ווי קען זיין אזא זאך?!' בכלל שלאגן א איד - ווי קען זיין? נאר פאר'ן אויפהייבן די הענט, פאר'ן וועלן שלאגן - זאגט שוין די תורה רשע! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "אמר ריש לקיש, המגביה ידו על חבירו, אף על פי שלא הכהו נקרא רשע שנאמר 'ויאמר לרשע למה תכה רעך'; למה הכית לא נאמר, אלא למה תכה, אף על פי שלא הכהו נקרא רשע", פון דא לערנט מען ארויס אז אפילו מען האט נאכנישט געשלאגן - נקרא רשע.


יעצט אז דו שרייבסט מיר דו האסט גענומען דיין טאטע און אים געגעבן גע'הרג'טע מכות - דערמאנט דאס מיר די דרשות פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי ער האט דערציילט די מעשה מיט'ן יד אבשלום. אבשלום, דוד המלך'ס זון האט אויפגעשטעלט א יד אין ירושלים, עס זאל בלייבן א זכרון פון אים. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער קיסר נאפאליאן איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט געזען דעם יד אבשלום האט ער געפרעגט וואס דאס איז, ווען מען האט אים געזאגט אז דאס האט אבשלום אויפגעשטעלט האט ער געזאגט: "א האנט וואס האט געשלאגן א טאטע - טאר נישט בלייבן", און ער האט געהייסן מען זאל עס אראפברעכן. מען זעט היינט נאר דער בנין, אבער די האנט איז אראפגעהאקט. מוהרא"ש פלעגט אויספירן: "אפילו א גוי פארשטייט דאס, אז א האנט וואס שלאגט א טאטע - דארף מען אפהאקן".


טו תשובה, אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער.

#63 - נישט רייסן די האר ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, שבת קודש, כעס, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג זיך אויסוויינען צום אייבערשטן שבת. עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) ווער עס האט א תאוה זיך צו מתבודד זיין און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אזוי אויך ווער עס וויל תשובה טון פון ליבשאפט צום אייבערשטן וכו', - מעג דאס טון שבת קודש, ווייל דאס איז אן עונג שבת; צו שפירן די זיסע, איינגענעמע און געשמאקע טעם פון זיין נאנט צום אייבערשטן.


ווען עס גייט אריבער אויף אייך צרות - זאלט איר נישט רייסן אייערע האר. עס איז דא א לאו אין די תורה אז מען טאר נישט אויספליקן האר פון צער ווען איינער שטארבט (ויקרא כא, ה), און די פוסקים זאגן אז אויב מען רייסט די האר ווען מען גייט אריבער א שווערע צרה איז דאס אויך אן עבירה (ש"ך יורה דעה סימן קפ, סעיף קטן ט, בשם הב"ח).


אז עפעס גייט אייך נישט גוט - זאלט איר זאגן: "גַּם זוּ לְטוֹבָה", דאס איז אויך גוט; זאגט: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטַב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט; רייסט נישט אייער האר, פליקט נישט אויס אייערע האר, עס איז נישט גוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה, איר זאלט שפירן דעם אייבערשטן טאג און נאכט - וועט איר נישט ווערן אזוי אין כעס ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי איר ווילט. ווייל ווען מען גלייבט און מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס - דעמאלט ווערט מען נישט פארלוירן ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - אפילו דו זעסט נישט קיין שום האפענונג, איז אויך פאר דיר דא האפענונג
תפילות אויף אידיש, צרות, התחזקות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, איך האלט נישט אויס דיין צער און יסורים; איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך מענטשן וואס זענען אריבער די שרעקליכע יסורים וואס דו ביסט אריבער השם ישמרינו.


דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, דער רבי זאגט (עיין עלים לתרופה, מכתב יא): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁיִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס וועט זיך אלעס איבערדרייען צום גוטן; יש תקוה, עס איז פאר דיר אויך דא האפענונג. אפילו דו זעסט נישט קיין שום האפענונג, עס איז ביי דיר "טוב מותי מחיי", ענדערש שטארבן ווי לעבן, דו שפירסט טעם מיתה יעדע רגע, דאך זאלסטו גלייבן אין הייליגן רבי'ן.


זאג די ווערטער פון הייליגן רבי נתן (תפלה אחר תיקון הכללי):


"'אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה כִּי אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל', איך גלייב מיט א שטארקע אמונה אז עס איז נישטא קיין יאוש, 'וַעֲדַיִן יֵשׁ לִי תִּקְוָה', איך האב נאכאלץ אן האפענונג, 'וַעֲדַיִן לֹא אָבְדָה תּוֹחַלְתִּי מֵה'', איך בין נישט דערנאך, איך האף צום אייבערשטן אז ער וועט מיר העלפן, 'כִּי חַסְדֵּי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו'".


בעט דעם אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, דערבארעמדיגער באשעפער, גוטער באשעפער, זיסער באשעפער - דערבארעם זיך אויף מיר, האב רחמנות אויף מיר; איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי צעריסן, איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש, איך לעב נישט. פון אינדרויסן זעט אויס ווי איך בין א נארמאלער מענטש, איך גיי, איך קום, איך טו, איך מאך, אבער פון אינווייניג בין איך אזוי צעבראכן כחרס הנשבר.


הייליגער באשעפער, נאר דו קענסט מיר העלפן. דו קענסט אלעס טון, דו געבסט א מח פאר'ן מענטש; געב מיר א מח, געב מיר אביסל כח, איך זאל קענען לעבן. קיינער ווייסט נישט וואס איך לייד, קיינער ווייסט נישט וואס איך מאך מיט. דו אייבערשטער, דו ווייסט וואס אויף מיר גייט אריבער, העלף מיר, מאך מיך פרייליך, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל טראכטן פון דיר, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויסער דו.


העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


 

#61 - די אלע מניעות ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, איז א גרויסע טובה
כיבוד אב ואם, צרות, שלום בית, חסידות ברסלב, פרנסה, מוהרא"ש, ישיבה, ראש ישיבה, לשון הרע, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק. וואויל איז דיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין אמט צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער און נישט חס ושלום צוליב שלעכטע זאכן. מען הערט אזויפיל מעשיות פון תלמוד תורה'ס און ישיבות וואו מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב עבירות, אבער דיין גאנצע חטא איז אז דו ביסט א ברסלב'ער.


איך געדענק פון יארן צוריק ווען מען האט מיר אפגעזאגט פון מיין אמט פון זיין א מלמד מיט א מנהל, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה זייער מחזק געווען, מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "אשריך שנתפסת על דברי תורה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן צוליב דעם וואס דו האסט מזכה געווען אזויפיל בחורים מיט לערנען און דאווענען און אריינלייגן אין זיי אמונה; קוק נאך די בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ערב יום הקדוש שנת ה'תשס"ט, עס איז געדרוקט אין אשר בנחל.


בלייב שטארק און זיי ממשיך נאך מער צו פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים, ספרים און גליונות. דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער, אנגעהויבן מיט די קלעפ שמחת תורה און די פרנסה וואס מען האט דיר מקפח געווען און די אלע בזיונות און שפיכות דמים, דאס וועט דיר נאר ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געדענק וואס מיר האבן היינט גערעדט, אויב דו וועסט זיך האלטן שטארק, דו וועסט אינאיינעם מיט דיין ווייב זיין שטארק, עס וועט זיין שלום און ליבשאפט צווישן ענק – וועט ענק קיינער נישט קענען צעברעכן.


פון אלעס וואס דו דערציילסט וואס דו גייסט אריבער, טוט מיר דאס מערסטע וויי אז דיין ווייב'ס עלטערן וויל נישט רעדן מיט ענק ווייל איר זענט נעבעך געווארן ברסלב. געוואלד און געשריגן, קוקט וואס לשון הרע טוט; זיי מיינען אז איר זענט אין נישט א גוטע פלאץ, וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי איז, וואס ברסלב איז, וואס מען לערנט ביים רבי'ן, וואלטן זיי געטאנצן פאר שמחה אז די קינדער גייען צו א רבי וואס געבט נאר יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם".


אוי ווי עס טוט וויי ווען עלטערן וויל נישט רעדן מיט א קינד, אוי שטעכט עס אין הארץ; די אנדערע זאכן זענען נישט קיין ווייטאג אנטקעגן די צער, וואס גייט מיר אן אז דער אדמו"ר האט געהייסן שלאגן? וואס גייט אן אז מען האט מיר אפגעזאגט פון א פרנסה? פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה איז דא אסאך, און דער אדמו"ר זאל זיין געזונט און שטארק און ווייטער אנכאפן זיינע חסידים זיי זאלן אים נישט אפלאזן; איך דארף אים בכלל נישט האבן, איך האב א רבי וואס העלפט מיר, א רבי וואס פארשטייט מיר, א רבי וואס ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און האבן שלום בית וכו'; אבער אז עלטערן ווילן נישט רעדן מיט א קינד – דאס שטעכט, דאס טוט וויי.


טייערער ברודער, זארג נישט; ביים סוף וועלן זיי שלום מאכן מיט דיר און דיין ווייב, זיי וועלן אויך אנקומען צום רבי'ן. אויב דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, דו וועסט נישט רעדן קעגן זיי, דו וועסט טראכטן נאר גוטס אויף זיי – וועלן זיי אליינס קומען קיין אומאן.


וואס דארפסטו מער פון די מעשה וואס רבי נתן האט געהאט מיט זיינע עלטערן; אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט עד חרמה, ער האט נישט געוואלט רעדן צו אים, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער ביים סוף האט ער אים אזוי ליב געהאט, ער האט אים גערופן אזוי ווי מען רופט אן אדם גדול, מיט א ר', "ר' נתן"; רבי נתן האט געזאגט: "טאטע, רוף מיר נישט מיט א ר'", אבער דער טאטע האט געזאגט: "איך האב פון דיר אזויפיל נחת, איך וועל דיר רופן ר' נתן".


די אלע מניעות וואס גייען אריבער אויף א מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק – איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין אבער זייער טרוד, איך דארף מקצר זיין.


 

#60 - נישטא גארנישט קיין נוצן פון זיך אויפעסן מיט אלטע מעשיות
צרות, התחדשות, שכחה, עבר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געליינט דיין בריוו בכובד ראש, עס האט מיר געציפט ביים הארץ הערנדיג וואס דו ביסט אלץ אריבער, פון דיינע יונגע יארן.


קלאפ זיך נישט אראפ, נעם דעם רבינ'ס שכל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי, יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אין מיינע אויגן איז שכחה א גרויסע זאך, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", וואלט ווען נישט געווען קיין שכחה וואלט מען נישט געקענט טון קיין שום זאך אין עבודת השם, "אִם הָיָה זוֹכֵר כָּל מַה שֶּׁעָבַר לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ לְהָרִים אֶת עַצְמוֹ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּשׁוּם אֹפֶן", אויב וואלט מען געדענקט יעדע זאך וואס מען האט געטון וואלט מען נישט געקענט אנהייבן טון גוטע זאכן, "גַּם הָיוּ מְבַלְבְּלִים אֶת הָאָדָם מְאֹד כָּל הַדְּבָרִים שֶׁעוֹבְרִים עָלָיו", אויך וואלט מען געווארן געשטערט פון אלעס וואס איז אריבער, "אֲבָל עַכְשָׁו עַל יְדֵי הַשִּׁכְחָה נִשְׁכָּח מַה שֶּׁעָבַר", אבער יעצט ווען עס איז דא שכחה, מען פארגעסט - פארגעסט מען די אלע נישט גוטע זאכן, קען מען אנהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן.


דאס איז דעם רבינ'ס שכל, דעם רבינ'ס זאך איז: הייב אן פונדאסניי, שלעפ נישט דיין עבר, הרג'ע זיך נישט מיט אלטע זאכן וואס מען האט דיר בא'עוולה'ט אדער זאכן וואס דו האסט יענעם בא'עוולה'ט, נישטא גארנישט קיין נוצן פון זיך אויפעסן מיט אלטע מעשיות. רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, שם): "וְאֶצְלוֹ הַדֶּרֶךְ, שֶׁכָּל מַה שֶּׁעָבַר וְהָלַךְ, נִפְסָק וְהוֹלֵךְ לַחֲלוּטִין, וְאֵינוֹ חוֹזֵר בְּדַעְתּוֹ עוֹד כְּלָל", ביים רבי'ן איז נישט געווען אינטערעסאנט אלטע זאכן, א זאך וואס איז געווען האט מען מער נישט גערעדט און געטראכט, "וְאֵינוֹ מְבַלְבֵּל כְּלָל עַצְמוֹ עוֹד בַּמֶּה שֶּׁכְּבָר עָבַר וְהָלַךְ".


עס איז זייער שווער אפילו נאר צו ליינען וואס דו ביסט אריבער אין דיינע יונגע יארן, מען האט דיר געפייניגט השם ישמרינו; יעצט איז צייט זיך צו רוקן פאראויס אין לעבן, יעצט דארפסטו טראכטן ווי אזוי דו קענסט זיך בעסער מאכן; דאס קען נאר געשען מיט דעם רבינ'ס וועג פון התבודדות ותפילה און זיך כסדר מחדש זיין.


איך ליין אלע דיינע בריוו, שרייב מיר נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - מוהרא"ש האט אפגעליטן צרות צרורות און דאך נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה
צרות, אמונה, הפצה, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב געזען א בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ; איך האב געזען מוהרא"ש אפאר טעג פאר'ן הסתלקות אין שפיטאל אויפ'ן בעטל, מוהרא"ש האט געפאטשט און געשמייכלט, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך פאטש אז איך גיי אוועק פון די וועלט".


וואס זאל איך דיר זאגן, דאס בילד לויפט מיר נאך. מוהרא"ש האט אין זיין לעבן זיך אפגעליטן צרות צרורות און דאך האט ער נישט פארלוירן די אמונה, נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט זיין גאנץ לעבן נאר געטון פאר די אמונה; אריינברענגען אמונה אין אונז און אין די גאנצע וועלט.


אז מיר וועלן פאלגן מוהרא"ש, מיר וועלן גיין אין די וועגן, מיר וועלן זיך באנוצן מיט די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו א שטארקע אמונה, מיר וועלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר וועלן אויך קענען פאטשן און שמייכלען, זיין אמת'דיג איבערגעגעבן צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, גיי אביסל שפאצירן, זיי זיך מתבודד; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, בעט אים: "קרבינו לעבודתיך, הט לבי ליראה את שמך", בעט אין אידיש: "טאטע איך וויל זיין ערליך, העלף מיר".


עס איז דאך א מחי' דאס לעבן ווען מען גייט התבודדות.

#58 - מ'קען זייער גרינג אלעס איבערדרייען צום גוטן
תפילה והתבודדות, צרות, תהלים, שאלות, תכלית, נאמען, חכמות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין מסיים געווען די זעקסטע מאל ספר תהלים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג) אז תהלים ברענגט צום אייבערשטן, תהלים ווייזט די וועג ווי אזוי מען ווערט נאנט צום אייבערשטן; אז מען זאגט תהלים האט מען כח נישט אראפצופאלן, מען בלייבט אן ערליכער איד.


זייט זיך נישט מבלבל אז איר האט אסאך נעמען; מוהרא"ש זאגט טאקע מען זאל נישט געבן פאר א קינד אסאך נעמען, מען זאל געבן אדער איין נאמען אדער צוויי נעמען, ווייל: "אסאך נעמען - מער פראבלעמען", אזוי האט מוהרא"ש געזאגט, אבער אז איר האט אפאר נעמען - מיינט נישט אז איר וועט ליידן. עס איז אזוי ווי ביי חכמת היד, וואס מוהרא"ש זאגט: "כָּל הַחָכְמָה הַזֹּאת הוּא אֱמֶת לַאֲמִתּוֹ", די חכמה פון קוקן אויף די האנט און זען וואס גייט זיין מיט'ן מענטש איז אן אמת'ע חכמה, "יֵשׁ קַו הַחַיִּים", מען קען זען אויפ'ן האנט ווילאנג מען גייט לעבן, "קַו הַחָכְמָה", מען קען זען אויב מען האט חכמה, "קַו הַשֻׁלְחָן", מען קען זען אויב מען וועט האבן פרנסה, "קַו הַגְּדוּלָּה", אויב מען וועט האבן גרויסקייט, "וַאֲפִלּוּ אִם קוֹרְאִים בְּקַו הַחַיִּים וְכוּ', שֶׁהָאָדָם הַזֶּה יֵשׁ לוֹ קִצּוּר יָמִים וְהוֹלֵךְ לָמוּת וְכוּ', אוֹ שֶׁנִּגְזַר עָלָיו עֲנִיּוּת וְכוּ'", דאך דארף מען וויסן, ווער עס קען די חכמה פון חכמת היד און זעט לויט די סימנים אויף די הענט אז ער וועט לעבן ווייניג, נישט האבן א שידוך, אדער נישט האבן קיין קינדער, "אִם רַק יְסוֹבֵב פָּנָיו אֶל הַקִּיר וְיִבְכֶּה בִּדְמָעוֹת שָׁלִישׁ אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְיַחְזֹר בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה, הַכֹּל יָכוֹל לְהִתְהַפֵּךְ לְטוֹבָה, כִּי אֵין הַקָּוִים מְחַיְּבִים כְּלָל", אויב וועט ער אויסדרייען זיין פנים צום וואנט און וויינען מיט הייסע טרערן צום אייבערשטן, ער וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ער וועט זאגן איין קאפיטל תהילים אדער טון א חסד פאר א צווייטן איד, דורכדעם ווערט אויסגעדריידט אלע שלעכטס; אזוי איז ביי אלע זאכן, מען טאר זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אין די וועלט, מיר האבן די שטארקע געווער פון תפילה והתבודדות, מען קען מיט דעם אלעס איבערדרייען.


אויף אייער פראגע, אויב עס איז א פראבלעם אז איר שפירט ווי די טעג פליען וכו'; אז מען טראכט אריין זעט מען אז עס איז טאקע אזוי, די טעג פליען אריבער אזוי שנעל א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, נאר עס פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


אויף אייער פראגע אויב מען ווערט טמא וכו'; אז מען גייט אריין אין א בית הכסא, אפילו מען גייט אריין נאר צו נעמען עפעס - ווערט מען טמא, מען דארף זיך וואשן די הענט.


נעמט די עצה פון רבי'ן פון תפילה והתבודדות - וועט איר שפירן ווי א נייער מענטש, ווי איינער וואס איז אויסגעלייזט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, צרות, אמונה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס טראכסטו אז דאס איז א שטראף? פארוואס טראכסטו נישט אז דער אייבערשטער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד?!


ביי מיר איז געווען אזא מעשה, מיין ווייב האט פארלוירן וכו'; האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דאנק דעם אייבערשטן וואס ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד"; פון דעמאלט זאג איך פאר אלע וואס קומען מיר דערציילן אז זיי האבן פארלוירן וכו' - וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט: "דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף שלעכטס, "כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", אזוי ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף גוטס; לכאורה, פרעגן אלע, ווי אזוי קען מען זאגן פאר'ן מענטש, זאג יישר כח אויף שלעכטס מיט די זעלבע שמחה וואס מען דאנקט אויף גוטס? נאר מען זאגט דעם מענטש 'דאנק אויף שלעכטס, ווייל עס איז נישט שלעכט, דו מיינסט אז עס איז שלעכט, ווייל עס איז גוט'; דו מיינסט אז דו האסט פארלוירן - ווען פון הימל היט מען דיר פון נישט גוטע זאכן.


חזר אמונה, זינג נגוני אמונה, זינג דעם ניגון: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז דאך גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט - ווייס איך ער איז גערעכט, איך דארף נאר איין זאך זען - איך זאל אייביג רעדן צו אים, איבערשמועסן יעדע זאך - וועט עס ווערן בעסער גלייך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - נאך דיין ביטערע דורכגאנג, דארפסטו זיך שטארקן אנצוגיין ווייטער
קינדער, צרות, אמונה, שלום בית, התחזקות, נסיונות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות און קיין תרעומות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, עס איז געווען א צייט ביי מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז אריבער שרעקליכע ביטערע יסורים אין לעבן, האט מוהרא"ש געהאט אויפגעשריבן אויף א פאפיר אויפ'ן טיש אין גרויסע ווערטער דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; דאס האט מוהרא"ש געהאלטן פאר זיינע אויגן און דאס גע'חזר'ט: "דער אייבערשטער איז גערעכט, אלעס וואס ער טוט איז מיט גערעכטיגקייט, דער אייבערשטער איז באגלייבט, נישטא קיין גרייזן".


יעצט דארפסטו זיך אהער שטעלן מיט אלע כוחות צו זיין א טאטע פאר דיינע קינדער און א שטארקער מאן פאר דיין ווייב; באלד מאכסטו חתונה, דארפסטו טוישן די שטומע אין שטוב. אז דו ווילסט וויינען זאלסטו זיך באהאלטן; אז עס ווערט דיר שווער, דו דערמאנסט זיך פון דיין טייערע יונגע נשמה'לע וואס איז נפטר געווארן אזוי יונג, אזוי ריין - זאלסטו גיין אין די זייט וויינען; אין געגנווארט פון די קינדער זאלסטו זיין פרייליך.


אזוי אויך, ווען דיין ווייב וויינט זאלסטו איר שטארקן און זאגן: "מיר האבן נישט פארלוירן אונזער קינד, אונזער קינד איז אויבן אין גן עדן, מיר וועלן זיך שפעטער טרעפן מיט אים"; ביי אידן איז נישטא פארלוירן, ביי אידן איז דא די וועלט און נאך א וועלט, מען גייט אוועק פון די וועלט און מען גייט צום צווייטן וועלט, איינער גייט פריער און איינער גייט שפעטער; דיין זון איז אין גן עדן, דער אייבערשטער לערנט מיט אים תורה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בְּכָל יוֹם וָיוֹם יוֹשֵׁב מַטַ"ט שָׁלֹשׁ שָׁעוֹת בִּשְׁמֵי מָרוֹם", יעדן טאג זיצט דער גרויסער מלאך מט"ט אין הימל, "וְכוֹנֵס אֶת כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁל עֻבָּרִין שֶׁמֵּתוּ בִּמְעֵי אִמָּן", ער נעמט צוזאמען אלע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די מאמע נאך פאר'ן געבוירן ווערן, "וְשֶׁל יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁמֵּתוּ עַל שְׁדֵי אִמָּן", און ער נעמט צוזאמען די אלע נשמות פון די זייגעדיגע קינדער וואס זענען געשטארבן קליינערהייט, "וְשֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁמֵּתוּ עַל חוּמְשֵׁי תוֹרָה", און ער נעמט צוזאמען די קליינע קינדער וואס הייבן אן גיין אין חדר, "וּמֵבִיא אוֹתָן תַּחַת כִּסֵּא הַכָּבוֹד, [...] וּמְלַמְּדָן תּוֹרָה וְחָכְמָה, הַגָּדָה וּשְׁמוּעָה, וּמְסַיֵּם לָהֶן סֵפֶר תּוֹרָה", ער נעמט זיי צאם אונטער דעם כסא הכבוד פונעם אייבערשטן און לערנט מיט זיי תורה, ער ענדיגט מיט זיי די גאנצע תורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און שטארק דיין גאנצע משפחה.

#55 - דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד
צרות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, דער עיקר שיינקייט פון א מעננטש איז ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע צרות און יסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; איינער וואס האט שווערע ביטערע צרות און ער בלייבט ביי די אמונה, אזא איינער האט דער אייבערשטער ליב. מען דארף וויסן, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איינציגסטן איד, אבער דער איד וואס דערהאלט זיך  - דער איז זייער חשוב.


מיין ליבער ברודער, מיין טייערער חבר; איך בעט דיר זייער, האב נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן. זינג א גאנצן טאג: "כי טוב השם, דער אייבערשטער איז גוט", טוב השם לכל, דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם, ורחמיו על כל מעשיו, זיין רחמנות איז אויף אלע באשעפענישן.


גלייב מיר, אויף יעדן איינעם גייט איבער וואס גייט איבער, אויף מיר גייט אויך איבער; מיט דעם אלעם שטארק איך זיך מיט אמונה, איך שטארק זיך ביז איך ווער שטארק; זאלסטו אויך זיך דערהאלטן.

#54 - באשולדיגט נישט קיינעם, נאר דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
צרות, אמונה, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר גייט יעצט אריבער וכו' וכו' - איז א פרואוו פונעם אייבערשטן צו זען ווי אזוי איר וועט זיך דערהאלטן, אויב איר וועט ווייטער בלייבן פרייליך, בלייבן מיט די אמונה, נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן און בלייבן מיט שלום בית.


איך בעט אייך, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות; באשולדיגט זיך נישט, באשולדיגט נישט קיינעם, עס וועט אריבער גיין; נאך אביסל וועט איר צוריק קוקן אויף די טעג, איר וועט מער נישט האבן די אלע שוועריקייטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#53 - נישטא קיינער וואס זאל זיך נישט מוטשען אויף דער וועלט
תודה והודאה, צרות, שלום בית, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער שטארקן, יעדער איינער בזה העולם גייט אריבער שוועריקייטן, מען פרובירט אויס יעדן איינעם; נישטא קיינער וואס זאל זיך נישט מוטשען מיט זיינע נסיונות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום, מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע נסיונות, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', און ווער עס וויל זיך ראטעווען פון די יסורים איז דא איין עצה, אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


זע אז דיין ווייב זאל נעמען אירע מעדעצין; אז זי וויל עס נישט נעמען, זי גייט אריין אין א ווייטאג, זי שרייט אז זי נעמט נישט - זאלסטו זיך נישט פארלירן, רעד מיט איר ביז זי וועט עס נעמען, עס דארף דיר נישט אנגיין אז עס נעמט אסאך צייט ביז זי איז מסכים וכו'. עס איז טאקע נישט קיין גרינגע מעשה דאס וואס דו גייסט אריבער, אבער געדענק, עס איז נאך מיט גרויס חסדים, עס וואלט געקענט זיין פיל ערגער.


טראכט פון דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר, טראכט נישט פון די פראבלעם; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


שרייב מיר נאך בריוו, איך האב זייער הנאה פון יעדן בריוו דיינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#52 - נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות
צרות, התחזקות, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, בית המדרש, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שעם זיך אביסל פון אייך; שוין א לאנגע צייט וואס איך האב אייך נישט געשריבן קיין בריוו. איך באקום כסדר בריוון פון אייך ווי איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן, זייט נישט ברוגז אויף מיר, גלייבט מיר איך וויל אייך נאך מער שרייבן, אבער איך ווער כסדר פארנומען מיט אנדערע זאכן און דאס ווערט אפגעשטופט. יעצט האט מיר איינער פון די גבאים, ... נרו יאיר נאכאמאל געבעטן איך זאל שרייבן, האב איך אלעס געלייגט אין דער זייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות. בדרך כלל ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן - גייט דאס מיט א שטארקע ברען, מיט א שטארקע פייער, און במשך די צייט ווערט מען אפגעקילט, מען דארף כסדר צולייגן אויל צום פייער כדי די פייער זאל ווייטער ברענען. וואס איז די אויל וואס מאכט אז די פייער זאל ווייטער ברענען? דאס זענען די עצות פון רבי'ן; כל זמן מען איז שטארק מיט די שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, יעדער איינער אויף זיין פארנעם - איז דאס אויל צום פייער, אז די פייער זאל ווייטער ברענען; כל זמן מען גייט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן - האט מען כח ווייטער אנצוהאלטן, מען ווערט פרישער און פרישער, אבער אז מען לאזט אפ דעם דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען הערט אויף גיין התבודדות - דעמאלט ווערט מען אלט און קאלט.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט: "וואס איז דער חילוק צווישן תלמידי היכל הקודש און אנדערע? בדרך כלל ווען א בחור טרעפט א משפיע, ער האט שייכות מיט א גוטן איד, ווילאנג ער איז נעבן דעם משפיע - האט ער שייכות מיט אים, ער ברענט פאר אים, ער איז אים משמש וכו' וכו' אבער ווען ער גייט אוועק פון יענעם, ער האט חתונה, ער ציט זיך צו אן אנדערע פלאץ וכו' וכו' - ענדיגט זיך אלעס, דאס איז צוגעגליכן צו א פייער וואס פלאקערט אויף, אבער נאך א שטיק צייט פארלעשט זיך דאס", און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און מיר געזאגט, אויב איך וועל אריינלייגן דעם סדר דרך הלימוד אין די תלמידים - וועט זיך קיינמאל נישט פארלעשן די פייער, "אפילו זיי וועלן אוועק גיין פון דיר וועלן זיי אלץ האבן אויל פאר זייער פייער, ווייל די וועג פון רבי'ן איז אויל, עס פארלעשט זיך נישט; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט 'מיין פייער'ל וועט שוין ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען'".


איך בעט אייך טייערע חברים, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; עס גייט איבער אויף יעדן איינעם ביטערע שווערע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט אן אנדערע וועג. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא אזא זאך מען זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, נעמען די פלאג פאר גוטע זאכן, דער רבי האט קלאר געזאגט: "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים, נישטא קיין עצה פטור צו ווערן פון פראבלעמען, נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן.


א שאד אויף די וואס קענען זיך נישט דערהאלטן, זיי לויפן אוועק אינמיטן עסן די מרור; וואלטן זיי געווארט נאך אביסל וואלטן זיי געהאט פון די גוטע שלחן עורך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז באלד קומט דער יום טוב פסח; דער גוי האט זיך אינטערעסירט וואס איז פסח, מען האט אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר, און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט, מען טרינקט און מען איז פרייליך. דער גוי טראכט צו זיך 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צום סדר; מען הייבט אן די סדר, ער ווארט צו עסן די פיינע געשמאקע עסן, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך: 'מען האט מיר דא אויסגעשפילט, די אידן האבן מיר פארנארט, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט מיר', ער האט זיך אויפגערעגט און איז אנטלאפן פאר שלחן עורך.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א געשמאקע סעודה", דער רבי האט דאס דערציילט כדי אונז מחזק זיין מיר זאלן נישט אפלאזן די שווערע ארבעט וואס מיר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן אויסווארטן, ווייל אז מען ווארט אויס מיט געדולד, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו זייער שיינע זאכן.


טייערע חברים, איך בעט ענק, געדענקט די ווערטער וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז א גרויסע רחמנות אויף דיר און אויף מיר, נאך אזוי לאנג וואס דו זוכסט מיר, נאך אזויפיל יגיעות און טרחות וואס דו האסט זיך אזויפיל געפלאגט און געמוטשעט מיר ארויסצונעמען פון די נישט גוטע, און יעצט וועגן איין נסיון האסטו מיר פארלוירן", עיין שם; לאזט נישט אפ די רצון, די בענקעניש; אפילו מען זעט ווי עס רוקט זיך נישט, עס גייט נישט, עס איז אזוי שווער די נסיונות - זאלט איר ווייטער זוכן די בת מלך; זוכן עצות, וויינען און שרייען - ארויסצוגיין פון די נישט גוטע.


יעצט איז א יאר פון ווען מיר האבן געטראפן אונזער בית המדרש אין ירושלים עיר הקודש, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז דאס נאר די אנהייב, עס וועט נאך צואוואקסן ווערן אין א גרויסע קהילה; בעט איך אייך טייערע ברידער, האלט אייך אינאיינעם, פארלייגט זיך אויף די איין נקודה, זיך ליב האבן, זען דאס שיינקייט ביי אנדערע; אפילו איר זענט אלע אנדערש, יעדער האט אן אנדערער טעם, אן אנדערער שכל - קען מען באווייזן צו זיין אינאיינעם בשלום.


זייט מתפלל מיר זאלן אלע זיין אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה; תפילה איז שטערקער פון אלעס, מיט תפילה וועלן מיר זיין אין אומאן ראש השנה.


איך דארף ענדיגן ווייל די בחורים שטייען און ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק; איך האף אז די פאר שורות וועט אייך געבן אביסל כח אויף ווייטער.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#51 - די ישועה איז שוין נאנט, דו וועסט פארגעסן אינגאנצן פון די צרה
בחור, שידוכים, צרות, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זע דיין צעריסענע הארץ, איך זע דיין ווייטאג, ווי שטארק דו ווארטסט שוין צו טרעפן דיין שידוך, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן כדי צו קענען זיין ערליך, אפגעהיטן פון שלעכטס.


גלייב מיר, איך פרוביר יעדן טאג צו טון פאר דיין שידוך, מיין נישט אז איך פארגעס פון דיר, איך האב אינזין אלע מיינע תלמידים און אלע בחורים וועם איך ווייס, אפילו די וואס לערנען נישט אין ישיבה.


איך בעט דיר טייערער ..., בלייב שטארק, דערהאלט זיך; באלד ווערט טאג, עס וועט פארגעסן ווערן אז עס איז אמאל געווען נאכט. אזוי האט דער מענטש פון וואלד געזאגט פאר'ן אמת'ן בן מלך (ספורי מעשיות, מעשה יא), ווען ער האט געפרעגט וואס איז דאס די גרויסע געלעכטער וואס מען הערט אינדערפרי, האט ער אים געזאגט, די נאכט פרעגט דעם טאג פארוואס ווען דו קומסט האב איך שוין נישט קיין נאמען? טוט דער טאג א גרויסע געלעכטער, עיין שם.


דאס פאסירט ווען מען איז זוכה צו די ישועה, מען ווערט אזוי פרייליך, מען פארגעסט בכלל אז אמאל איז מען געווען אין א צרה.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#50 - דער רבי געבט כוחות צו לערנען תורה אפילו ווען מ'ליגט מיט יסורים
צרות, רפואה, חסידות ברסלב, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הודו לה' אז דו פארהיילסט זיך, צוביסליך ווערסטו מער און מער געזונט. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט צוריק קומען צו דיינע כוחות, קענען דינען דעם אייבערשטן געזונטערהייט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, לאנגע געזונטע יארן.


אזוינס וואס דיין ווייב האט דערציילט פון דיר - הערט מען נישט; זי זאגט אז אלע טעג און וואכן וואס דו האסט זיך נישט געקענט באוועגן ביסטו געזיצן מיט א הויפן ספרים און געלערנט שעות אויף שעות, טראץ די יסורים און שוועריקייטן. דאס איז עפעס וואס מען הערט נישט ביי אנדערע; געזונטע מענטשן זיצן נישט מיט ספרים, כל שכן ווען מען ליגט מיט יסורים. דא זעט מען די כח פון רבי'ן, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן באקומט מען אזא שטארקע חשק צו לערנען, מען איז נישט מוותר אויף א טאג אן לערנען, אפילו מען ליגט אין בעט מיט יסורים - לערנט מען ווייטער שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, די תורה היילט אויס בגוף ובנפש.


שטארק זיך, גיי אן ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן, דאנק דעם אייבערשטן אז דו היילסט זיך שוין אויס און בעט אים אויף ווייטער.

#49 - רעדט פון גוטע און פאזיטיווע זאכן, וועט איר האבן גדלות המוחין
תודה והודאה, צרות, שלום בית, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין פלאץ איז אין שטעטל, דארט וועסטו קענען וואוינען רואיג, וועסט האבן א גרויסע דירה; עס איז נישט טייער די רענט, דארט וועסטו קענען דינען דעם אייבערשטן מיט מנוחה.


דאס אז דיין ווייב תחי' וויל נישט קומען וואוינען אין שטעטל, ביז א יאר וועט זי טוישן איר דעה, זי וועט זיך בעטן ביי דיר אהין צו גיין וואוינען.


דו פון דיין זייט האב סבלנות, דו זיי איר ווייטער מכבד, רעד צו איר ווייך און שיין. גייט אריבער אינאיינעם אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, דאס וועט ענק ברענגען מוחין, איר וועט ארויסגיין פון קטנות הדעת. ווען איר שמועסט אינאיינעם און דער יצר הרע הייבט אן אריינפירן די שמועס אין נעגעטיווע טערעטאריע, מען הייבט אן קרעכצן 'מיר האבן נישט קיין געלט', 'מיר האבן א קליינע דירה', און נאך הונדערט זאכן וואס מ'האט נישט, זאלסטו דרייען די שמועס צו אויסרעכענען וואס איר האט יא, 'מיר זענען חתונה געהאט, מיר האבן ליכטיגע געזונטע קינדער, קינדער מיט רמ"ח איברים און שס"ה גידים'; דאס וועט ענק ברענגען צו גדלות המוחין, אזוי וועסטו קענען אויספירן אלע דיינע רצונות.


געדענק דעם טייטש פון מוהרא"ש אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי מאכט א בונד נאר צו איר מאן וואס בויט איר אויף און מאכט איר פאר א יש, א כלי, א חפץ.

#48 - אנשטאט לויפן צו אלקאהאל, לויף צו די תורה
צרות, לימוד התורה, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ווען דו וואלסט געוויסט וואס פאר א פנים א שיכור טראגט - וואלסטו נישט צוגערירט צום משכה המשכר. דו האסט זיך אזוי פארשעמט, אלע קינדער זענען דיר נאכגעלאפן, זיי האבן געשריגן: "שיכור! שיכור!" דער גאנצער עולם האט זיך אזוי געשעמט פאר דיר.


איך בעט דיר, פון היינט אן און ווייטער ריר נישט אן קיין וויין און ברוינפן; איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער אז דו וועסט טרינקען און זיך וואלגערן אין ישיבה וועט דיר קיינער נישט נעמען. אנשטאט לויפן צו אלקאהאל - לויף צו די תורה; לויף צו די אונגארישע וויין פון רבי'ן, די חיזוק פון רבי'ן - דאס וועט דיר אוועקנעמען דיינע ווייטאגן און פראבלעמען.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, שטארק זיך אין אמונה, חזר זיך אמונה, דאס וועט דיר שטארקן דיינע נערוון דו זאלסט קענען אלעס אריבערגיין. חזר זיך אויפ'ן קול די דרייצן אני מאמין'ס, דו זאלסט חזר'ן דעם ערשטן אני מאמין אן א שיעור מאל, אז דער אייבערשטער פירט אלעס און דער אייבערשטער טוט אלעס, און דער אייבערשטער טוט נאר וואס איז גוט; אפילו מיר פארשטייען נישט, מיר זעען נישט דאס גוטס - דאך גלייבן מיר אז אלעס איז לטובה.


איך ווייס אז דו ביסט א גוטער בחור, דו ווילסט נישט זיין שלעכט, דו ביסט פשוט זייער צעבראכן - דערפאר לויפסטו צום טרינק; גלייב מיר, עס וועט דיר נישט העלפן, אז דו וועסט אנטלויפן צו די תורה - דאס וועט דיר העלפן!

#47 - ווי אזוי פטור צו ווערן פון אלע ביטערנישן און פראבלעמען
שמחה, צרות, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געזען א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט, זייער א שיינע בריוו; איך וועל דיר דאס מיטטיילן.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו פול מיט ביטערניש און טענות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר שרייבן הנהגות ווי אזוי זיך צו פירן, וועל איך דיר שרייבן:


א.    זיי פרייליך.


ב.    זיי זיך מוסר נפש צו זיין נאר פרייליך.


ג.      מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה - בעלה משמחה"; דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


ד.     ארבעט אויף די נקודה צו זיין פרייליך, און זיי זיך מוסר נפש אויף דעם.


ה.    זאלסט שטענדיג רעדן מיט דיינע פריינט נאר פון שמחה.


מוהרא"ש פירט אויס: "אני חושב שזה הנהגה הכי חשובה שאתה צריך בזה העולם", איך טראכט אז דאס איז די חשוב'סטע הנהגה פאר דיר, "כי העיקר בזה העולם הוא רק שמחה", ווייל דער עיקר אויף די וועלט איז נאר זיין פרייליך; דאס ברענגט צו ישוב הדעת און צו האבן סבלנות.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם בריוו, איך האב געטראכט אז דו וועסט אויך הנאה האבן פון דעם; אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו.


 

#46 - צענדליגער טויזנטער מענטשן באקומען חיזוק פון דיר יעדן טאג
צרות, התחזקות, הפצה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ביתר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין גרויסקייט אין הימל פון דעם וואס דו ביסט מחזק צענדליגער טויזנטער מענטשן יעדן טאג. צענדליגער טויזנטער מענטשן באקומען טעגליך די חיזוק יומי, די מענטשן קענען נישט קיין אידיש, זיי פארשטייען נישט קיין אידיש, זיי פארשטייען די חיזוק יומי נאר בזכות דיר, וואס דו ביסט דאס מתרגם אזוי שיין און אזוי געשמאק.


דאס איז א מתנה פונעם אייבערשטן, צו קענען מתרגם זיין; ווייל יעדע שפראך האט זיינע וועגן, זיינע אויסדרוקן און זיינע שפריך ווערטער, און אז מען איז דאס מתרגם קען דאס פארלירן דעם געשמאק וכו', דו האסט די מתנה אז דיין תרגום ליינט זיך אזוי שיין, עס הערט זיך בעסער ווי אין אידיש.


שטארק זיך, זיי ממשיך; איך ווייס אז עס גייט אריבער אויף דיר, נישט נאר אויף דיר גייט איבער, אויף יעדן איינעם גייט איבער, אויב מען טוט גוטע זאכן, מען דערהאלט זיך, מען שטארק זיך און ווער רעדט נאך אז מען שטארקט אנדערע - איז מען זייער חשוב ביים אייבערשטן.


טייערער ברודער ..., ווי לאנג מיינסטו וועלן מיר נאך זיין דא? דער גאנצער לעבן פון א מענטש איז זיבעציג יאר, נאכדעם קערט מען זיך צוריק צום אייבערשטן, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון 'הפצה', דאס גרויסקייט פון די וואס האבן מחזק געווען אידישע קינדער.


איך בין געווען אין ארץ ישראל ל"ג בעומר, איך האב געהאט בדעה דיר צו טרעפן, איך האב געהאט אין פלאן אז איך וועל קומען צו דיר, למעשה בין איך אהיים געקומען פריער, איך בין נישט אנגעקומען דיר צו טרעפן; איך האף איך וועל נאך זיין די יאר אין ארץ ישראל, איך וויל קומען צו דיר.


געב א גרוס פאר דיין זון ...; זאג אים איך ווארט צו הערן ווי ער האלט אין ש"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - עס פליען ראקעטן און מ'לויפט צו די בונקערס
תפילה והתבודדות, צרות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט געהערט די שרעק וואס טוט זיך יעצט אין ארץ ישראל, עס פליען ראקעטן אין גאנץ ארץ ישראל; די אראבער זענען צעווילדעוועט, עס איז סכנות נפשות. עס צינדן זיך אן די פייפערס, אלע לויפן אין די בונקערס, מען ווארט ביז מען זעט אז מען קען שוין ארויסקומען.


דער רבי האט אונז געלערנט אז פון יעדע זאך זאלן מיר ארויסנעמען רמזים ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן.


דאס דארף אונז דערמאנען, ווען עס פליען באמבעס, עס קומען שווערע נסיונות, עס גייט איבער וכו' וכו', - דארף מען מקיים זיין (ישעיה כו, כ): "לֵךְ עַמִּי בֹּא בַחֲדָרֶיךָ [...], חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם", דער מענטש דארף זוכן א באהאלטענע פלאץ, זיך דארט באהאלטן און דארטן זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים. דאס לערן איך פונעם בונקער, די עצה צו ווערן געראטעוועט פון שלעכטס - איז התבודדות, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן.


זיי נישט קיין בטלן, פאלג דעם רבי'ן; דו זעסט דאך אז עולם הזה איז נישטא, וויפיל דו פרובירסט צו כאפן די עולם הזה - לויפט עס אוועק פון דיר, פרוביר צו כאפן יענע וועלט - תכלית.