בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - גיי נישט אין גוי'אישע געשעפטן
שמירת עינים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 130 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


טייערער ... נרו יאיר, פארוואס גייסטו אין גוי'אישע געשעפטן וואו מען קען זיך נישט היטן די אויגן?!


דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה א טייערע ווייב תחי' קענסטו דאך יעצט זוכה זיין צו א ריינעם מח, פארוואס זאלסטו זיך זוכן נסיונות וכו'?!


אויב דו דארפסט עפעס פון די גרויסע געשעפטן זאלסטו בעטן א צווייטן זאל דיר דאס קויפן, אדער נעם מיט דיין ווייב, אבער דו זאלסטו חס ושלום נישט אריין גיין דארט בשעת אלעס איז אויסגעלאסן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קוק נישט קיין מאוויס, דאס הרג'ט דיין לעבן
שמירת עינים, משניות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הגם איך האב שוין גערעדט מיט דיר וועל איך דיר אויך שרייבן כדאי דיר מחזק זיין דו זאלסט אויפהערן צו קוקן מאווי"ס, ווייל דאס מאכט דיר מרה שחורה'דיג און דעפרעסט.


דו כאפסט נישט אין וואספארא פלאנטער דו ליגסט; דו דרייסט זיך ארום אזוי מרה שחורה'דיג, דו האסט א טינקעלע פנים - ממש ווי א טויטער מענטש; דאס אלעס קומט פון קוקן מאווי"ס.


איך בעט דיר זייער טייערער ברודער, מאך א פרישע התחלה; ווארף אוועק די נארישקייטן, ווארף אוועק דיינע מאווי"ס. דו וועסט ווערן א נייע מענטש אז דו וועסט נישט קוקן קיין מאווי"ס, דו וועסט ווערן פרייליך און צופרידן.


יעדע מאוו"י איז כלול פון די דריי הארבע עבירות – עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים; אז מען היט זיך נישט די אויגן קומט מען צו ביטערע עבירות, מען פאלט אריין אין די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, און אלעס הייבט זיך אן פון די אויגן.


איך בעט דיר טייערער הארציגער ברודער: קום צוריק צום אייבערשטן; עס איז נישט גענוג אז מען טוט זיך אן א שטריימל מיט ווייסע זאקן וכו', מען דארף אויך זיין פון אינעווייניג ערליך. אנשטאט קוקן מאווי"ס וכו' נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, דאס וועט דיר אויסרייניגן דיין מח. אנשטאט גיין ביינאכט מיט חברים אויף שלעכטע פלעצער רחמנא לצלן בלייב אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער.


דער רבי קען יעדן איינעם פארעכטן; אז מען פאלגט דעם רבי'ן קען מען ארויס גיין פון די גרעסטע זומפ וואו מען איז פארזינקען. נעם א משניות און הייב אן גורס זיין א פרק נאך א פרק; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - ווייל דיין מח איז דיר אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. קוק נישט אויף קיינעם און הער נישט אויס קיינעם, עס זאל דיר נישט אנגיין די אלע וואס וועלן לאכן פון דיר פון דעם וואס דו דאווענסט משניות, דו קוק נאר אויף דיר וועט דיר גוט זיין.


איך ווארט צו הערן פון דיר.

#2 - לערן פלייסיג, און היט דיינע אויגן
לימוד התורה, שמירת עינים, בחור

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט; אויך האב איך הנאה דיר צו זען אין ישיבה לערנען.


אסאך מאל קום איך אריין פארטאגס אין ישיבה, די בית המדרש איז נאך ליידיג, און נאר דו זיצט און לערנסט; דאס איז מיין גרעסטע נחת און פרייד - צו זען ווי מיינע תלמידים לערנען די הייליגע תורה.


נעם דעם דף גמרא וואס מיר לערנען יעדן טאג און חזר דאס אפאר מאל איבער, אזוי וועט מקוים ווערן ביי דיר (פסחים נ.): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבָּא לְכַּאן וְתַּלְמוּדוֹ בְּיָדוֹ"; ווען מען וועט ענדיגן די מסכתא וועסטו האבן די מסכתא אין דיין האנט.


יעצט ווען מיר געפונען זיך אין די זומער טעג דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווען מען גייט אין גאס; מען דארף זיך שטענדיג היטן די אויגן, אבער יעצט אין די זומער טעג זאלסטו מער אכטונג געבן ווען דו גייסט אין גאס נישט אויפצוהייבן דיינע אויגן. דו ביסט נאך א יונגער בחור, דו ביסט נאך ריין; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע ריינע אויגן וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


פאר דו גייסט ארויס אין גאס זאלסטו לייגן דיין האנט אויף די מזוזה און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיר איך זאל נישט נכשל ווערן מיט קיין איין שלעכטע קוק; געב מיר כח זיך צו היטן מיינע אויגן".


ווייז דעם בריוו פאר דיין ברודער ... נרו יאיר, זאג אים ער זאל מיר אויך שרייבן.

#1 - ארויסהעלפן צוגרייטן די פלעי
שמירת עינים, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די מיידלעך פון סקול גייען אם ירצה ה' מאכן א פארשטעלונג נאך שבועות און מען דארף אנגרייטן פאר זיי די פראפס וכו'; וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן אז די פלעי זאל זיין מיט הצלחה. אלעס וואס מען דארף האבן פאר די פלעי זאלסטו זיי צושטעלן, אזוי וועסטו מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט; איך וועל איבער געבן פאר די מנהלת אז אלעס וואס זי דארף פאר די פלעי זאל מען דיר רופן, און איך וועל דיר געבן געלט איינצוקויפן פאר די פלעי.


די מיידלעך גייען פארשטעלן איינע פון די מעשיות פון סיפורי מעשיות; די גאנצע כונה פונעם פלעי איז אז די קליינע קינדער, די גרויסע מיידלעך און אזוי אויך די עלטערן זאלן לעבן מיטן רבינ'ס מעשיות און זיי זאלן אויפוואקסן מיט די שכל פון רבי'ן.


פאריאר האב זיי פארגעשטעלט די מעשה פונעם "בעל תפילה" (מעשה יב), פאר צוויי יאר צוריק האבן זיי פארגעשטעלט די מעשה פונעם "חכם און תם" (מעשה ט), די מעשיות וועלן די קינדער שטענדיג געדענקען.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה; טאנץ מיט זיי: "אלעס איז דער אייבערשטער" און לייג אריין אין זיי יראת שמים.


יעצט איז זומער ווען עס איז אזוי שווער צו האבן שמירת עינים, דארפסטו אלס מלמד אסאך רעדן מיט זיי ווארעמע ווערטער וועגן דאס גרויסקייט פון זיך היטן די אויגן, און אז מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה צו פארשטיין די הייליגע תורה און מען איז זוכה צו די ליכטיגקייט פון די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.