בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#31 - דער אייבערשטער באצאלט דיר פאר'ן העלפן די מוסדות
הכרת הטוב, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


יעצט האט מיר האברך ... נרו יאיר דערציילט אז דו האסט באצאלט פאר מיר א טיקעט פאר די וועג אהיים פון אומאן נאך ראש השנה תש"פ הבא עלינו לטובה. אין דעם זכות זאלסטו האבן גרויס שפע.


קוק ווי דער אייבערשטער באצאלט דיר פאר אלעס וואס דו טוסט פארן מוסד און פאר אנשי שלומינו; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן טייערע קינדער קיין עין הרע, וואס איך הער כסדר פון די טיטשערס און מלמדים אז זיי זענען אויסנאם וואוילע קינדער, בפרט דיין עלטסטע טאכטער איז די אויסגעצייכנסטע תלמידה פון איר קלאס; ביידע אירע טיטשערס זאגן דאס, אז זי איז דרך ארץ'דיג און האלט מיט די לימודים אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן די כוחות ווייטער ממשיך צו זיין מיט אלע דיינע פעולות ביתר שאת וביתר עוז און שעפן נחת געזונטערהייט פון אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב תחי'.


...

#30 - דער אייבערשטער שיקט רמזים אז נאר ער פירט די וועלט
התחזקות, הכרת הטוב, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גרויסן יישר כח פארן מיר אינזין האבן אין ערפארט אין קיעוו; דו האסט געברענגט עסן פאר מיר, מיין ווייב און קינדער. אין דעם זכות פון אונז מחי' זיין זאל דער אייבערשטער דיר מחי' זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב) אז מען דארף ארויסנעמען פון יעדע זאך און פון יעדע נייעס התחזקות און רמזים אין עבודת ה'; פון דעם וואס מיר זיצן דא אין ערפארט שוין באלד פופצן שעה זעט מען אז א מענטש קען גארנישט טון. "רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ (משלי יט כא)" זאגט שלמה המלך; א מענטש קען זיך מאכן פלענער ווען צו גיין און ווען צו קומען, אבער אין איין רגע קען ער פארווארפן ווערן אין א פלאץ אן עסן און אן קליידער וכו' וכו'.


די רמזים שיקט דער אייבערשטער טעגליך פארן מענטש כדי ער זאל זיך נישט איינרעדן אז (דברים ח, יז): "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה", נאר ער זאל וויסן און אנערקענען (דברים ח, יח): "כִּי הוּא הַנֹּתֵן לְךָ כֹּחַ לַעֲשׂוֹת חָיִל", דער אייבערשטער פירט די וועלט.


נאכאמאל: "תנוח דעתך שהנחת את דעתי ואת דעת אשתי ובני ביתי".


...

#29 - דאנקט פאר'ן העלפן די מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר דאנקען אויף דעם וואס דו האסט געגעבן פארן מוסד פינף טויזנט דאללער; איך גיי יעצט אריבער שווערע צייטן אינעם מוסד, מיר זענען שולדיג געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, אין דיין זכות האבן מיר געקענט באצאלן א טייל פון די געהאלט פאר די מלמדים.


איך פרוביר נאך אלץ צו מחזק זיין דיין זון ... נרו יאיר; ווען ער קומט ארויף אין ישיבה געב איך אים א גוט ווארט און איך בעט אים אלץ ער זאל קומען צו די שיעורים זיך צו מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן אסאך נחת פון אלע דיינע קינדער.


נאכאמאל מוז איך דיר זאגן אז מיר האבן נישט געטראכט אז עס וועט זיין דו וואס וועט זיין דער ריכטיגער שליח.


א ליכטיגן חנוכה.


 

#28 - הלואי זאל מען אריינברענגען אין מענטשן חתונה צו מאכן ביליג
הכרת הטוב, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל העלפן צוזאמשטעלן געלט פאר דיין טאטע יעצט ווען ער מאכט חתונה.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אז איך אליינס דערטרענק זיך אין חובות פון די ישיבה, מוסד וכו' וכו', אבער איך האב א גרויסע הכרת הטוב פאר דיין טאטע שליט"א.


יארן צוריק, ראש חודש ניסן שנת תש"ע ווען די רבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט דן זיין איבער דעם עקזיסטענץ פון די ישיבה איז דיין טאטע געקומען און געהאקט אויפן טיש ווען ער האט דערביי געשריגן צו די רבנים וכו' און דאס האט אסאך צוגעגעבן אז זיי זאלן נישט ארויסקומען מיט א "קול קורא" אנטקעגן די ישיבה.


איך האב געמאכט א ווינט ביי די תלמידים פון ישיבה אז זיי זאלן חתונה האבן אין ישיבה, אזוי האט מען נישט קיין חובות. מען מאכט די חתונה מיט א אידישן טעם מלא חן; הלוואי זאל איך דאס קענען אריינברענגען ביי אלעמען, אז מען זאל פראווען א שמחה בשעת מען פריידט זיך "באמת".


יעצט אז דו ביסט אין וויליאמסבורג וויל איך דיר מחזק זיין צו קומען אינדערפרי צו די שיעור אין גמרא, ווייל אויב מען הייבט אן דעם טאג מיט א בלאט גמרא איז דער גאנצער טאג אן אנדערע טאג.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#27 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#26 - אנהויבן דעם טאג מיט א דף גמרא
הכרת הטוב, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען פון מיר צוויי קינדער פאר די פאר טעג אז איך זאל קענען גיין מיט מיין ווייב קיין ארץ ישראל און אויך צום רבי'נס ציון; איך בין אייך שטארק מכיר טובה אויף דעם, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


איר ווייסט אודאי אז אייער מאן האט אנגעהויבן צו לערנען אין כולל יעדן אינדערפרי פאר איין שעה - פון צען ביז עלעף אזייגער; איך האב אים געגעבן א גוטע חברותא וואס זאל לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט אים מחזק זיין און מעודד זיין ער זאל קומען יעדן אינדערפרי פאר די איין שעה; איר ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש האט פארלאנגט פון יעדן אינגערמאן אין יבניאל מען זאל קומען אין כולל האבן א שיעור אינדערפרי. אלע מפיצים אין יבניאל טוען אזוי, זיי הייבן אן דעם טאג מיט לימוד התורה און נאכדעם גייען זיי ארויס אויפן שלאכט פעלד מלחמה האלטן מיטן יצר הרע.


זאלט איר אים שטארקן ער זאל קומען לערנען וועט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע עניינים.


איך ווארט צו הערן צי איר האט באקומען דעם בריוו.

#25 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן צוגרייטן אין אומאן
הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים ... מיט ... נרם יאיר.


איך דאנק אייך פארן מיר העלפן מיט אזא מסירות נפש! אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו א זיס ליכטיג יאר.


וויסן זאלט איר אז יעדער איינער מוטשעט זיך אין לעבן; יעצט האב איך דא א תלמיד וואס קען נישט קומען קיין אומאן נאכדעם וואס איינער האט אים גע'מסר'ט אז ער נעמט נישט קער פון זיינע קינדער, די שטאט זיצט ביי אים און ווילן אוועק נעמען פון אים די קינדער. א צווייטער נעבעך האט מען יעצט געטראפן ביי אים א שרעקליכע מחלה וואס עס איז נישט דא אויף דעם קיין רפואה. א דריטער איז זיין ווייב נעבעך אויף קימא-טערעפי רחמנא לצלן.


על כל פנים זעט איר אז יעדער איינער מוטשעט זיך; איז מיט דעם וואס איר זענט ארויסגעפארן פריער כדי צו העלפן אנגרייטן דעם פלאץ אז מיר זאלן קענען ווייטער בויען מוסדות וועט איר זיך נישט מוטשען מיט אנדערע שוועריקייטן.


איך האף אז איר זענט שטארק; געדענקט אז איר זענט ווי א גענעראל, אלע קוקן אויף ענק... אפילו ... מיט ... - אלע קוקן אויף ענק; אז איר וועט געבן א גוטע טון וועלן אלע זיין צופרידן...


אלע שמועסן אין אמעריקע אז די בנין איז הערליך און אלע ווארטן מיר שוין צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


א גוטע נאכט און א גרויסן יישר כח; מיר פארן שוין באלד ארויס צום עירפארט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#24 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן, ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן
הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר "כי תבוא אל אומאן", כ' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט די סקול און איך פריי מיך זייער אז דו וועסט זיין דער וואס וועט העלפן די סקול מיט אלעס וואס זיי דארפן, סיי דאס רייניגן, סיי ברענגען די עסן און אזוי ווייטער, אין דעם זכות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


מיר פארן שוין צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, דארט איז דער פלאץ וואו מען קען פועל'ן אלע ישועות; דער גרויסער צדיק ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ביים רבינ'ס ציון אז מען עקשנ'ט זיך קען מען אלעס באקומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#23 - נאר מיט תפלה וועסטו טרעפן דיין שידוך
בחור, שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו האסט מיר געהאלפן אין קעמפ, דורכדעם נעמסטו א חלק אין אלע תורה ותפילה וכו' וואס איז ארויס פון דעם קעמפ.


איך האב ליב אלע מיינע תלמידים פונקט ווי מיינע אייגענע קינדער; די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות פרק ב, הלכה ח): "תלמידיה דבר נשא חביב עליה כבריה", ריש לקיש איז געזעצן שבעה ווען זיין תלמיד איז נפטר געווארן, ווייל תלמידים זענען באליבט אזוי ווי אייגענע קינדער; אבער נאך מער האב איך א געפיל פאר די תלמידים וואס העלפן מיר אויפבויען די ישיבה, חדר און בית פיגא.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווען איך ליין דיינע ווערטער אז עס איז דיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס, דו ווילסט אזוי שטארק חתונה האבן און אנהייבן צו לעבן א ריינע לעבן. איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר: זיי שטארק און געב נישט אויף, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין חתונה צו האבן; דערהאלט זיך מיט אלע כוחות.


נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דו זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פארן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענע מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


איך וויל דיר בעטן א בקשה, זוממער אין קעמפ האסטו מיר זייער שטארק געהאלפן מיט אלעמען; וואס מען האט געדארפט פאררעכטן האסטו פארראכטן וכו', וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט העלפן די ישיבה, חדר מיידל סקול אויך דא אין שטאט. פאריאר האסטו געבויט טישן און בענק פאר די קליינע קינדער, פרעג ... אויב מען דארף בויען נאך בענק און טישן, דורכדעם וועסטו מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט וואס ליגט אויף מיר.


זיי געזונט און שטארק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#22 - א דאנק פאר'ן אזויפיל ארויסהעלפן אין קעמפ און ביי די חתונה
הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן אהער שטעלן אזא שיינע זוממער. יעדע זוממער ווערט דער קעמפ שענער און שענער און עס ווערט מיר גרינגער – אלעס נאר בזכות די געטרייע תלמידי הישיבה וואס מאכן מיר גרינגער דורך אראפ נעמען פון מיר אלע זאכן וואס דארפן ווערן ערלעדיגט.


דאס וואס דו האסט געטון די יאר אין קעמפ האב איך אליינס געטון די ערשטע יארן ווען איך האבן געעפענט די ישיבה, איך פלעג דעמאלט אליינס רייניגן דעם קעמפ. פרעג די תלמידים וואס האבן געלערנט די ערשטע יארן אין ישיבה ווער עס פלעגט אויפקערן די ישיבה יעדע נאכט, ווער עס פלעגט וואשן די בית כסא יעדן טאג - אלעס האב איך אליינס געטון, דעריבער דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיר גרינגער צו מאכן.


איך דאנק דיר פארן העלפן אהער שטעלן די חתונה אין ישיבה דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכט; ברוך השם אז צעביסלעך גייען אריין די אלע דרשות און בריוון וואס מהורא"ש האט יארן גערעדט און געשריבן פאר אנשי שלומינו אז א שמחה דארף נישט קאסטן קיין געלט. מוהרא"ש האט געבויט א זאל אין יבניאל און מוהרא"ש שרייבט: "איך האב געבויט די זאל אז א חתונה זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר די מחותנים, מען זאל קענען חתונה מאכן בחינם"; למעשה זעט מען היינט ווי אנשי שלומינו הייבן אן מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אלע יארן גערעדט.


דעם ווינטער וועט אם ירצה ה' פארקומען נאך עטליכע חתונות אין ישיבה; איך זאג צו פאר אלע מיינע תלמידים וואס וועלן חתונה האבן אין ישיבה אויף א פשוט'ע אויפן אז זיי וועלן זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער.


זארג נישט פאר דיין שידוך; דו וועסט זוכה זיין צו א גוטע שידוך. דערווייל דארפסטו זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות.


זיי געזונט און שטארק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - מזל טוב און הכרת הטוב פאר'ן העלפן די מוסדות
הכרת הטוב, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר.


איך וואונטש דיר א ברכת מזל טוב בשם די גאנצע מוסד, בשם אלע בחורים פון ישיבה און בשם אלע קינדער פון "תלמוד תורה היכל הקודש", ו"בית חינוך לבנות בית פיגא".


מיר האבן אלע הכרת הטוב פאר דיר פאר אלעס וואס דו האסט אונז געהאלפן במשך די אלע יארן און בעיקר פארן צוזאמשטעלן חודש'ליך די רענט פארן בנין הישיבה, תלמוד תורה און בית חינוך לבנות.


אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער דיר העלפן זאלסט זוכה זיין אויף צו שטעלן א בית נאמן בישראל, און דו זאלסט זוכה צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה, אמן.

#20 - יעדער האט זיינע שווערע נסיונות
הכרת הטוב, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 600 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


... טייערער, אויף דער וועלט פראבירט מען אויס יעדן איינעם מיט זיינע נסיונות; מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן בעת צרה.


שטארק דיך ווייטער בעבודתך הקדושה.


א יישר כח פאר מיר העלפן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#19 - נישטא אזא זאך שפילן א געים מיט א פרעמדע פרוי
צניעות, הכרת הטוב, משפחה, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 40 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי שפילן א געים מיט א פרעמדע פרוי; ווער עס שפילט א געים מיט א פרעמדע פרוי – איז א מניוול; עס מאכט נישט אויס אויב זי איז א שוועגערין וכו'.


דו האסטו חתונה געהאט זאלסטו שפילן מיט דיין ווייב, און נאר מיט איר זאלסטו פארברענגען.


זע צו זאגן אסאך משניות; דאס וועט דיר אויסקלארן דיין מח אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו לעבן אויף דער וועלט און אין די זעלבע צייט זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווי שיין איז צו דינען דעם אייבערשטן אין קעמפ
הכרת הטוב, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 204 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב זייער הנאה דא אין קעמפ; א גאנץ יאר ווארט איך שוין צו קענען זיצן דא אויפן פעלד לערנען און דאווענען בקדושה ובטהרה, אוועק פון די שמוציגע גאס.


איך דאנק דיר פארן אהער שטעלן אזא שיינע קעמפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - גיי נישט אין גוי'אישע געשעפטן
הכרת הטוב, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 130 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


טייערער ... נרו יאיר, פארוואס גייסטו אין גוי'אישע געשעפטן וואו מען קען זיך נישט היטן די אויגן?!


דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה א טייערע ווייב תחי' קענסטו דאך יעצט זוכה זיין צו א ריינעם מח, פארוואס זאלסטו זיך זוכן נסיונות וכו'?!


אויב דו דארפסט עפעס פון די גרויסע געשעפטן זאלסטו בעטן א צווייטן זאל דיר דאס קויפן, אדער נעם מיט דיין ווייב, אבער דו זאלסטו חס ושלום נישט אריין גיין דארט בשעת אלעס איז אויסגעלאסן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - דאנק דעם אייבערשטן, וועט ער דיר העלפן ווייטער
תודה והודאה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 218 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


מיין טייערער ... נרו יאיר, שטארק דיך בעבודתך הקדושה; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר און וואס ער טוט מיט דיר יעצט, אזוי וועט ער דיר ווייטער מאכן ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה


יואל בן ריצא רעכל

#15 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן פאר די סקול
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר גייט אונז העלפן אינעם מיידל סקול "בית פיגא" דעם קומענדיגן יאר תשע"ט לפרט קטן; איר גייט צושטעלן פאר די טיטשערס וואס און וויפיל צו לערנען יעדע וואך, אז די קינדער זאלן קענען שרייבן, שפראך און רעכענען אזוי ווי עס דארף צו זיין - די מנהלת מרת ... תחי' זאגט אז איר זענט געאייגנט אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע טעכטער אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דער רבי באצאלט פאר ווער עס העלפט אים; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דער קלענסטער פון מיינע מענטשן קען איך צוברענגען צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", און אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט ברענגען פייער וכו' (עיין בהשמטות); זעט מען פון דעם וואס דער רבי צאלט צוריק פאר די וואס העלפן אים.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע מיינע תלמידים זיי זאלן מצליח זיין, ובפרט די וואס העלפן מיר אויפשטעלן די מוסדות פאר אונזערע קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע אמונה אינעם אייבערשטן און מיט א ליבשאפט צו אידישקייט - פאר די אלע בעט איך זייער אסאך אז זיי זאלן האבן הצלחה און אלעס וואס זיי דארפן.


געבט א קוק די מיידלעך וואס לערנען ביי אונז אין סקול; ביי זיי איז צניעות א שטאלץ און א שיינקייט. זיי ווילן דאס ווייל זיי ווילן טון וואס דער אייבערשטער הייסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#14 - יישר כח פאר'ן אזוי שיין ארויסהעלפן אין די מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פארן מיר ראטעווען אז די מוסד זאל נישט צעזאמפאלן; זייט איר זענט אריין געקומען אין אפיס האט זיך אלעס מסדר געווען.


יעדן טאג פרעג איך מו"ה ... נרו יאיר: "וואס טוט זיך אין אפיס?" יעדעס מאל ענטפערט ער מיר די זעלבע ווערטער: "זייט מרת ... תחי' האט איבער גענומען די אפיס איז אלעס אין פלאץ; אלעס איז מסודר, אלעס גייט צייטליך, יעדע טשעק האט דעקונג, מען צאלט די מלמדים און טיטשערס, און אלעס איז מסודר פאר אן אינספעקשן".


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט האבן נחת פון אייערע ליכטיגע קינדער, בזכות די אלע תורה תפילה און מעשים טובים וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.


אויך אייער מאן הר"ר ... נרו יאיר איז מיר ממש א שליח פון הימל, ווי ער העלפט ארויס מיט יעדע פרט און פרט.


א גרויסן יישר כח.

#13 - יישר כח פאר'ן העלפן די קאמפיין פאר די ישיבה
הכרת הטוב, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... הי"ו


ראשית כל וויל איך אייך דאנקען פארן העלפן דעם "טשערעדי קאמפיין" עס זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.


דער אייבערשטער האט געהאלפן אז די קאמפיין האט געהאט א דאפעלטע הצלחה און עס איז אריין געקומען דאפעלט ווי מען האט זיך גערעכנט; דאס איז נאר בזכות וואס איר האט ארויס געהאלפן מיט אלע אייערע כוחות.


איר געדענקט דאך אודאי ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה וואסערע רדיפות מיר זענען דעמאלט אויסגעשטאנען; מען האט אייך גע'רודפ'ט אויף די עבירה אז איר האט אונז פארדינגען א פלאץ פאר די ישיבה. און יעצט האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס ווערן נתרבה די תלמידים, אזוי ווייט אז מיר האבן שוין נישט קיין פלאץ פאר די קינדער.


איך דאנק אייך פארן העלפן אז די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה; סיי וואס איר האט געהאלפן בגוף אז איר האט זיך אנגעשטרענגט עס זאל זיין מיט הצלחה, סיי מיט די דרשות וואס איר האט דערביי געבעטן דעם עולם אנטייל צו נעמען אין די צדקה ובעיקר פארן געבן פאר יעדע פרוטה דאפעלט.

#12 - א דאנק פאר'ן שיקן ספרים
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר די ספרים וואס דו שיקסט מיר; דו ביסט מיר מחי' מיט די חלקים אשר בנחל וואס דו שיקסט מיר.


עס דארף זיין יעצט אין יבניאל א תלמיד הישיבה, האברך ... נרו יאיר; דו קענסט עס אים איבער געבן. איך ווארט אויף יעדע פרישע חלק אשר בנחל וואס קומט ארויס, דאס איז מיין לעבן.


איך האב נעכטן געהאט א גרויסע גאסט פון יבניאל ביי מיר אין שטוב, האברך מאור בנזרי נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי' זיי זענען געקומען צו מיר אויף נאכטמאל; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די זכות וואס מיר האבן צו קענען דרוקן די ספרים פון מוהרא"ש. ער האט מיר דערציילט ווי אזוי עס ארבעט מיט די מפיצים אין יבניאל, אויך האט ער מיר דערציילט אז דו ביסט זייער שטארק אין הפצה - מבוקר עד הערב, אשריך ואשרי חלקך.


בעט פאר מיר ביים ציון: יואל בן ריצא רעכיל; איך זאל האבן כח און סייעתא דשמיא מיט די תלמידים און אין אלעס וואס מיר טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#11 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן די מוסדות, וועסט אי"ה טרעפן דיין שידוך
שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיינע זכותים זענען מיט דעם וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל און קעמפ.


הלואי זאלן אלע בחורים זיין אזוי געטריי פאר די פלאץ אזוי ווי דו; ווען איך זע ווי די תלמידים העלפן, ווייזט דאס אז די תלמידים זענען מכיר וואס דער רבי טוט מיט אונז. ווען מען שטעלט זיך ארויס צו העלפן אויפשטעלן א מוסד על שם רבינו, א מוסד וואו מען לערנט מיט די קינדער פון קינדווייז אן וואס דער רבי האט געוואלט, ווייזט עס אז דער מענטש אנערקענט וואס דא גייט פאר, אבער אז מען קומט צום רבי'ן, מען עסט א פיינע סעודה, מען האט הנאה פון דעם פלאץ און מען גייט אהיים אן צולייגן א האנט, דאס איז א סימן אז דער מענטש אנערקענט נישט וואס עס טוט זיך דא.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט איבערנעמען פון ... נרו יאיר די גאנצע עול פון די עסן פראגראם וואס די שטאט געבט פארן מוסד; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי צו העלפן תינוקת של בית רבן זיי זאלן קענען לערנען די הייליגע תורה, ווייל די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן. אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער געבעטן פון די אידן "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף אויך א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה.


בנוגע דיין שידוך; וויסן זאלסטו אז די גאנצע זאך פון שידוכים איז אין די הענט פונעם אייבערשטן און דאס איז א זאך וואס איז פארהוילן פון אלעמען, איין עצה איז דא: ווארטן מיט געדולד ביז דער אייבערשטער וועט העלפן און דו וועסט אם ירצה ה' טרעפן דיין זיווג.


זע צו זאגן יעדן טאג די קרבנות הנשיאים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים"; נאכדעם וואס דו זאגסט דאס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אליינס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; דו וועסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב בזכות וואס דו העלפסט די ישיבה מיט דיין גאנצע הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בעט דיר זייער זאלסט נעמען נאך בחורים מיט דיר צו העלפן די ישיבה, ווייל אליינס וועסטו אונטערברעכן.

#10 - באדאנקט זיך פאר'ן ארויסהעלפן דעם כולל
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן די געלט פארן כולל פאר פרשת טהרה.


עס איז אריבער די ערשטע וואך פון אונזער נייע כולל און די אינגעלייט לערנען ברוך ה' זייער פלייסיג מיט אן אויסטערלישער התמדה.


ביי מיר איז דער כולל ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אויף די צען יאר וואס מיר האבן די ישיבה און מיר האבן זיך דערהאלטן טראץ אלע שוועריקייטן וואס מיר זענען אריבער.


מיר האבן אינגעלייט וואס לערנען מיט התמדה רבה; מען האט אנגעהויבן הלכות שבת, פארמיטאג לערנט מען הלכות שכירות וקבלנות, און נאכמיטאג לערנט מען די לייכטערע סימנים פון הלכות שבת, צעם האט אנגעהויבן מיט סימן רע"א הלכות קידוש וכו'.


אויך לערנט מען אנהייב טאג דעם דף גמרא, אזוי ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אין די כולל פאר אברכים אין יבניאל.


איך דאנק דיר אז דו האסט זיך אונטערגענומען צוזאמשטעלן געלט פאר די כולל אינגעלייט; דאס וועט דיר זיין פאר א זכות צו האבן ערליכע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): רבא זאגט: "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", און ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים; אזוי זאגט אויך דער רבי אין ספר המידות (אות בנים, סימן נה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#9 - באדאנקט זיך פאר'ן אהערשטעלן די פרויען פארטי
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


וואויל איז אייער חלק אז איר האט אהער געשטעלט אזא שיינע פארטי פאר די ישיבה, איר האט אוועק געגעבן טעג און וואכן אז דאס זאל זיין מיט הצלחה; געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז געווען מיט הצלחה.


יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה פאר קבלת התורה, איז די פאסיגע צייט צו מאכן די פארטי פארן מוסד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער געבעטן פון די אידן "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה, דערפאר איז א גרויסע זאך אז איר האט געמאכט א פארטי פארן מוסד מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר און מיידל סקול.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט זוכה זיין אויפצוציען אייערע קינדער געזונטערהייט, צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר.


זיכער ווייסט איר וואסערע טייערער מאן איר האט; ער פירט זיך אויף מיט יראת שמים און מיט מידות טובות, ער איז געבענטשט מיט (משלי ג, ד): "חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", אין בית המדרש זעט מען אים נאר דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#8 - באדאנקט זיך פאר'ן אהערשטעלן די פארטי
חיזוק פאר פרויען, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


וואויל איז אייער חלק אז איר האט אהער געשטעלט אזא שיינע פארטי פאר די ישיבה, איר האט אוועק געגעבן טעג און וואכן אז דאס זאל זיין מיט הצלחה; געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז געווען מיט הצלחה.


יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה פאר קבלת התורה, איז די פאסיגע צייט צו מאכן די פארטי פארן מוסד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער געבעטן פון די אידן "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה, דערפאר איז א גרויסע זאך אז איר האט געמאכט א פארטי פארן מוסד מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר און מיידל סקול.


בזכות וואס איר העלפט די מוסדות זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער; איר זאלט זוכה זיין זיי צו מגדל זיין לתורה ולמצות ולמעשים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן לשם ולתפארת; איך בין אים מחזק יעדן אינדערפרי. איך האב זייער הנאה אז ער קומט צו דעם דף גמרא שיעור און איך האף אז ווען ער וועט ווערן א בחור וועט ער ווייטער קומען, ווייל זייער אסאך מאל ווען די קינדער וואקסן אויף קומען זיי שפעטער אין ישיבה, דאס קומט ווייל עלטערן האבן א טעות, זיי מיינען אז מען טאר נישט וועקן א בחור.


וויסן זאלט איר מרת ... תחי', דאס וואס איך האב געלערנט אלס בחור איז אלעס בזכות מיין טייערע מאמע תחי'; זי פלעגט זיצן אויף מיין בעט און זינגען פאר מיר ניגונים איך זאל אויפשטיין, דאס איז געווען ווען איך בין שוין געווען א בחור פון זעכצן יאר, אין איר זכות בין איך אויפגעשטאנען. ווען זי זאל מיר לאזן שלאפן וואלט איך נאך אלץ געשלאפן, דעריבער וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט העלפן אייערע קינדער אויפשטיין אינדערפרי זיי זאלן קומען אין ישיבה לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן די פארטי
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


א גרויסן דאנק אייך פאר דעם וואס איר העלפט אונזער יערליכע פארטי וואס מיר מאכן פאר מוסדות היכל הקודש ברסלב. און בפרט פארן אננעמען צו זיין די Guest of Honor.


עס איז א גרויסע זכיה צו העלפן מוסדות התורה וואו מען לערנט תורה מיט תינוקות של בית רבן וואס די וועלט שטייט אויף זייער תורה.


די הייליגע חכמים זאגן (מסכת כלה רבתי, פרק ב): "בְּכָל יוֹם מַלְאָך יוֹצֵא מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם", יעדן טאג גייט ארויס א מלאך פונעם אייבערשטען חרוב צו מאכן די וועלט, "כֵּיוָן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, מִיָּד נֶהְפַּך כַּעֲסוֹ לְרַחֲמִים", אבער ווען דער אייבערשטער זעט ווי אידישע קינדער לערנען די הייליגע תורה, דרייט זיך איבער זיין כעס צו רחמנות; נאך זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סה, כ): ווען די גוים זענען געקומען צו בלעם בן בעור אים פרעגן ווי אזוי קען מען בייקומען די אידן, האט בלעם זיי געזאגט: גייט ארום אין די שולן, אויב וועט איר זען 'תִּינוֹקוֹת מְצַפְצְפִין בְּקוֹלָן' – קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, 'אֵין אַתֶּם יְכוֹלִים לְהִזְדַּוֵוג לָהֶם' - וועט מען זיי קיינמאל נישט קענען בייקומען. ווייל זייער פאטער יצחק אבינו האט זיי מבטיח געווען אז ווי לאנג עס וועט זיין 'הַקּוֹל קוֹל יַעֲקֹב', קען נישט עשו'ס הענט שולט זיין אויף זיי.


בפרט אז איר העלפט אונזער מוסד, וואס איז געשטעלט אריין צו ברענגען אמונה און חיזוק אין אידישע קינדער, איז דאס גאר א גרויסער זכות און א גרויסער מצוה.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע ברכות פון די תורה; איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, און אנטקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.