בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#199 - יישר כח פאר'ן פארבארגן אייער ספר תורה
הכרת הטוב, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מוה"ר ... הי"ו


א גרויסן יישר כח פאר'ן פארבארגן אייער ספר תורה פאר אונזער שול היכל הקודש אין בארא פארק.


אין זוהר הקדוש שטייט (נשא קלד.): "הַכֹּל תָּלוּי בְּמַזָּל, וַאֲפִילּוּ סֵפֶר תּוֹרָה בָּהֵיכָל"; ביי אייער ספר תורה קען מען דאס זאגן, עס האט א גוטע מזל מען זאל דאס נוצן אין א ברסלב'ער שול; א חבורה פון טייערע אינגעלייט וואס לעבן מיט אמונה, און יעדער איינער לערנט שיעורים אין די הייליגע תורה.


בזכות די מצוה זאל אייך דער אייבערשטער העלפן מיט אלעס גוטס.

#198 - א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן זיין ערליך און הייליג
תפילה והתבודדות, חברים, חינוך הילדים, קברי צדיקים, מוסדות, הכרת הטוב, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, תיקון חצות, פרויען צאמקום, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען אין מאנסי, איך האב געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה. איך בין געווען זייער שוואך, דאך בין איך געפארן ווייל דער חתן איז מיר זייער נאנט. אויך זיין טאטע האט זייער משמש געווען מוהרא"ש, בפרט די לעצטע פאר יאר פון די הארץ אטאקע האט ער זיך זייער אוועקגעגעבן פאר מוהרא"ש, בין איך געפארן צו די חתונה. נאכדעם בין איך געגאנגען צום ריבניצער רבי'ס ציון, איך האב דארט זיך גוט מתבודד געווען און געזאגט תיקון חצות.


היינט אינדערפרי האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, איך בין זייער פארקילט איך הער נישט אויף צו היסן. ברוך השם יעצט איז שוין אביסל בעסער, בין איך געקומען אין ישיבה. איך האב פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך גוט שפירן.


מארגן נאכט וועלן אלע מאמעס פון שטעטל זיך צאמקומען אין סקול רעדן מיט די לערערינס און הערן שיינע הדרכות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די טעכטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): "וְיִשְׁמְרֶךָ" מיינט מען "בְּבָנוֹת", מען דארף א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען זיין צייטליך. אויך וועט מען אויפשפילן א דרשה, וויכטיגע זאכן וואס איך האב צו זאגן פאר די מאמעס בנוגע די חינוך פאר אונזערע קינדער.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אפילו דו פארשטייסט נאכנישט וואס דו זאגסט, זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא; די תורה וועט דיך אפוואשן אינגאנצן פון דיינע עבירות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער אלע קליפות; מוהרא"ש זאגט, מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, דער יצר הרע לאזט אלעס טון - אויסער עפענען די הייליגע גמרא, ער האט זייער מורא אויב דער מענטש וועט לערנען גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


גיי אביסל זיך מתבודד זיין, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. לאז דיך אפ פון מענטשן, מענטשן וועלן דיר נישט העלפן, מענטשן קענען דיר נישט העלפן; א שאד זיך פארלאזן אויף א בשר ודם. גיי צום אייבערשטן, בעט אים אלעס; שעם זיך נישט, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט - וועט זיך אלעס טוישן ביי דיר צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - האב נישט קיין חלישות הדעת אז מ'האט ארויסגענומען א קינד פון חדר
תפילה והתבודדות, צרות, הפצה, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, נסיונות, ישיבה, חלישות הדעת, ראש ישיבה, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט חלישות הדעת פון די מעשה פון די משפחה וואס האט ארויסגענומען דעם קינד פון אונזער תלמוד תורה, ביי אונז אין אמעריקא האט דאס פאסירט אן א שיעור מאל.


ווען מיר האבן אריינגענומען א קינד אין אונזער מוסד נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט ארייננעמען דעם קינד, און נאך א שטיק צייט, נאכן זיך פארען מיט'ן קינד וכו' וכו' - זענען געקומען די עסקנים, זיי האבן געראטעוועט און ארויסגענומען דעם קינד און מסדר געווען אין אן אנדערע תלמוד תורה.


איך קען נישט פארגעסן די מעשה וואס מיר האבן געהאט, מיר האבן אריינגענומען א קינד פון א צעטיילטע משפחה, קיין איין מוסד האט נישט געוואלט צורירן צו דעם קינד, ווייל דער טאטע האט קודם געהאט בעלות אויפ'ן קינד און ער האט געלייגט דעם קינד אין א גאר מאדערנע מוסד אין ..., און נאכדעם וואס די מאמע האט באקומען בעלות אויפ'ן קינד - זי וואוינט אין ..., האט זי געזוכט א חסידיש'ע חדר, און קיינער האט נישט געוואלט קוקן אויפ'ן קינד; האב איך אריינגענומען דעם קינד.


פרעג נישט וואס איך האב געהאט צו הערן און זינגען פון דעם קינד; דער קינד פלעגט גיין יעדע צווייטע שבת צו זיין טאטע, און דארט איז נישט אזוי אפגעהיטן, פלעגט דער קינד דערציילן פאר די קינדער וואס עס טוט זיך דארט, די מאוויס וואס ער קוקט, און ער פלעגט רעדן פון נישט גוטע זאכן; זענען עלטערן געלאפן צו מוהרא"ש מיט טענות, האט מוהרא"ש מיך פארגעהאלטן היתכן איך נעם אריין קינדער וכו'. איך בין געווען אזוי פארלוירן, וואס טו איך דא ווייטער, זאל איך ארויסשטעלן דעם קינד אדער נישט... ביז אפאר משפחות פון אנשי שלומינו האבן ארויסגענומען זייערע קינדער, מיט די טענה 'מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן לערנען מיט דעם קינד'; איך האב ברוך השם נישט ארויסגענומען מיינע קינדער.


למעשה, עסקנים האבן זיך אריינגעמישט, מען מוז ראטעווען דעם קינד פון ברסלב... מען האט אים אריינגעלייגט אין אן אנדערע מוסד. היינט איז ער שוין עלטער געווארן, אים פאסט שוין נישט צו רעדן צו מיר, ער ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, אדער מאכט ער זיך ווי ער ווייסט נישט.


מיר איז גוט די סארט מעשיות, ווייל די מעשיות שטופן מיך צוריק צום איבערשטן. איך הויב אן נאכמאל פון אלף, איך בעט דעם אייבערשטן: "פיר מיך אויף די אמת'ע וועג, איך זאל זיך נישט אפנארן מיין גאנצע לעבן"; אוי ווי מען קען זיך אפנארן אויף די וועלט, אוי ווי מען קען זיך טועה זיין; נאר דורך התבודדות איז מען אפגעהיטן.


טייערער ברודער, איך האב אסאך מעשיות דיר צו דערציילן, ווי שווער איך האב געארבעט מיט'ן אויפשטעלן די מוסדות; די חדר, די סקול און די ישיבה אין אמעריקע, בפרט די חדר; ווי איך האב זיך געמוטשעט מיט אנשי שלומינו, אלע האבן געלאכט פון מיר. מיר האט דאס זייער געשטערט; דאס אז מען לאכט און מען שפעט פון די גאס - דאס האט מיר קיינמאל נישט געשטערט, אבער אז אין היכל הקודש לאכט מען פון מיר, דאס האט מיר יא געשטערט, ווייל מיר זיצן ביי איין טיש, ביי איין רבי און דו שפעטסט פון מיר? דאס האט מיר זייער געשטערט. ברוך השם איך האב געהאט שכל צו האלטן מיינע קינדער אין די מוסדות, און היינט שעפ איך גרויס נחת פון זיי; מיינע זין און טעכטער, אלע זענען ערליכע אידן, זיי לעבן מיט אמונה און יראת שמים.


ליבער ברודער, שטארק זיך, שטארק אנשי שלומינו און שטארק די בחורים אין ירושלים, זיי זאלן עוסק זיין אין הפצה; זיי זאלן פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים, די בריוו פון עצתו אמונה. איך מיין אז דאס איז די סיבה פארוואס דעם פארגאנגענעם וואך האט מען נישט מתרגם געווען די בריוו, ווייל עס איז נישטא קיין מפיצים. משפחת ... מאכט זיך א חשבון 'פארוואס זאלן מיר אוועקגעבן דרייסיג פערציג שעה א וואך פאר איבערטייטשן די בריוו - אז מען פארשפרייט דאס מער נישט'; דערפאר בעט איך דיר זאלסט מחזק זיין די בחורים און אינגעלייט זיי זאלן אנהויבן גיין פארשפרייטן די גליונות און בריוו; די עצות, די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


יעצט ווען דער זמן האט זיך אנגעהויבן דארפן אלע אזויפיל חיזוק אויף תורה און תפלה, חיזוק און הדרכה צו ווייזן פאר יעדן איינעם א וועג צו לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - מיר זענען זייער דאנקבאר פאר'ן צושטעלן אזא שיינע געשמאקע נסיעה
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב באמערקט ביי די נסיעה אז אייער מאן נרו יאיר האט נישט אויפגעהערט צו לערנען, סיי אויפ'ן עראפלאן און סיי אין די באס. אדער האט ער געהאלטן א קליינע משניות, אדער א בית נצחי, אדער זיין טעלעפאן צו העלפן אנשי שלומינו מיט די נסיעה.


איר מעגט שטאלצירן מיט אזא מאן.


מיר אלע און די גאנצע קהילה זענען אים זייער דאנקבאר פאר'ן צושטעלן אזא שיינע געשמאקע נסיעה, די יאר איז די נסיעה קיין אומאן בכלל נישט גרינג, עס איז א שטארקע טלטול הדרך, און אייער מאן מיט נאך – האבן זיך אזוי אוועק געגעבן פאר אונזער קהילה.


דער אייבערשטער וועט ענק זיכער אפשרייבן א גוט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#195 - נעם זיך נישט צום הארצן ווען מענטשן רעדן זיך אפ
הכרת הטוב, בזיונות, אומאן, ראש השנה, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך דאנק דיר זייער פאר'ן זארגן מיט אזא מסירות נפש פאר די גאנצע קהילה מיר זאלן האבן א פיינע צוגעשטעלטע פלאץ אין אומאן צו שלאפן, עסן, מקוה, דאווענען און אזוי ווייטער. בפרט די יאר ווען עס איז אינמיטן א מלחמה, אלעס איז שווערער צו באקומען, האסטו אזוי געזארגט אז אלעס זאל זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם.


איך בעט דיר זייער, נעם זיך נישט צום הארצן. אז איינער זאגט א ווארט און איינער קרעכצט און רעדט זיך אפ, דארפסטו פארשטיין אז מענטשן זענען אונטערוועגנס, מענטשן זענען איבערגעשטרענגט, מען שלעפט זיך לאנגע וועגן, קומט אויס דער זאל אריינזאגן אז דאס קלאפט נישט, יענץ קלאפט נישט, בעט איך דיר, זיי פון די הנעלבים ואינם עולבים, ענטפער קיינעם נישט צוריק, דו טו דיינס, פרוביר צו מאכן יעדן איינעם באקוועם און דו וועסט האבן א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#194 - צוגעשטעלט וועגן פאר טויזנטער אידן קיין אומאן אין אזא מלחמה יאר
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט געווען ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זיך געקענט אויסגיסן מיין הארץ, איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר צושטעלן אזא געשמאקע וועג פאר מיר און מיינע קינדער.


איך הער פון אנשי שלומינו, יעדער איז דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אהערשטעלן אזא נסיעה פון אנהויבן ביז'ן סוף, אזוי באקוועם, אזוי געשמאק.


איך דאנק דיר פאר'ן טון די שווערע ארבעט פאר די גאנצע קהילה, האסט באוויזן אזוינס וואס קיינער האט נאכנישט באוויזן; צושטעלן וועגן פאר טויזנטער אנשי שלומינו אין אזא יאר, א מלחמה יאר, א היסטארישע אומאן ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, א ליכטיגע יאר, דו מיט דיין גאנצע משפחה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#193 - מאך מיר פשוט'ע זיצן אויפ'ן פליגער, נעבן מיינע קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה, פליגער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


קודם כל, א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר מאכן טיקעטס צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, א באזונדערע יישר כח פאר'ן מיר אויסבארגן; איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל דיר שוין קענען באצאלן.


איך קען נישט פארן אין ביזנעס קלאס פאר צוויי סיבות, איינס, בעגער"ס קענ"ט ב"י טשוז"י, איך קען נישט אויף יענעמ'ס חשבון - נעמען די טייערע, און אפילו איינער וועט וועלן צאלן פאר דעם - קען איך אויך נישט; איך דארף זיצן נעבן מיינע קינדער, איך וויל אכטונג געבן אויף זייער יראת שמים, זיי זאלן נישט קוקן קיין מאוויס; איין שלעכטע קוק - קען זיי אפ'הרג'ענען זייער לעבן.


מאך מיר פשוט'ע זיצן נעבן מיינע קינדער, מיינע חתונה געהאטע קינדער זענען נאך אויך קינדער; איך וויל אויף זיי אויך אכטונג געבן, אויף זייער יראת שמים.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#192 - די חינוך הבנים והבנות, דאס דארף זיין אונזער שווארץ אפעל פון אויג
חינוך הילדים, הכרת הטוב, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, מברכים החודש, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די חינוך פון אונזערע קינדער.


היינט איז מיר א גרויסער יום טוב, מיין זון נחמן נתן נרו יאיר האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, דאס קומט דיר צו פארדאנקען, פאר'ן אריינלייגן אין אים א חשקת התורה, פאר'ן מחזק זיין די קינדער זיי זאלן לערנען גמרא, זיי זאלן אנהויבן ש"ס יונגערהייט און זוכה זיין צו מסיים זיין ש"ס פאר די "בר מצוה", זוכה זיין צו א צלם אלקים; דער רבי האט געזאגט: "ווער עס ענדיגט ש"ס איז זוכה צו א צלם אלקים".


א באזונדערע יישר כח פאר דיין אשת חיל פאר'ן העלפן צוגרייטן די מזונות פאר די סיום.


שטארק זיך, שטארק די מלמדים, שטארק די קינדער; אן די קינדער, אן די חינוך - האבן מיר גארנישט. מיר זענען אלע פארנומען מיט צענדליגער שיינע זאכן אויפצוטון אויף די וועלט, אבער די חינוך הבנים והבנות - דאס דארף זיין אונזער שווארץ אפעל פון אויג; גארנישט שטייט העכער פון דעם.

#191 - זיי נישט מוותר אויף קיין איין קינד
חינוך הילדים, הכרת הטוב, נחת, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, מברכים החודש, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אין די קינדער אזויפיל ווארעמקייט, אזויפיל יראת שמים און חשקת התורה.


מיין זון נחמן נתן האט מסיים געווען ש"ס, דאס איז דיר צו פארדאנקען פאר'ן אריינלייגן אין אים חשק צו לערנען און צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי די תלמידים.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט מוותר אויף קיין איין קינד, יעדע קינד איז אן עולם מלא, עס גייען ארויסקומען פון אים דורות; לייג אריין מידות טובות ויראת שמים.

#190 - דערצייל דעם רבי'ן דיין הילף פאר'ן נייעם בנין קרן הדפסה
הכרת הטוב, זיכוי הרבים, הדפסה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דורך צוריק ברענגען מענטשן צו די גוטע וועג - פאררעכט מען מיט דעם די עבירות פון פגם הברית. אזוי אויך ברענגט דער ראשית חכמה (שער הקדושה, פרק יז): "שמעתי לענין תיקון אות הברית", איך האב געהערט, ווער עס וויל פאררעכטן דעם אות ברית קודש, "שישתדל גם להחזיר בני האדם בתשובה", זאל צוריק ברענגען מענטשן צו תשובה, עיין שם.


מיט'ן מנדב זיין "אבני היסוד" פאר'ן נייעם בנין "קרן הדפסה" וואו מען דרוקט צענדליגער טויזנטער ספרים וועכנטליך - האסטו א חלק אין אלע מענטשן וואס קומען צוריק צום אייבערשטן; אלע הרהורי תשובה, אלע תורה ותפילה וואס מענטשן לערנען און דאווענען נאכן באקומען א ספר, א גליון וכו' וכו' - וועט דיר מתקן זיין.


ווען דו גייסט צום ציון אין אומאן זאלסטו דערציילן דעם רבי'ן אז דו האסט זיך משתתף געווען אינעם נייעם בנין קרן הדפסה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#189 - וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד"
הכרת הטוב, זיכוי הרבים, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.


די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה" - האבן א חלק אין אלעס גוטס צו וואס אידישע קינדער ווערן נתעורר דורך די ספרים, קונטרסים וכו' וכו'.


וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם נייעם בנין אין שטעטל, דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו שפע, ברכה והצלחה, און שטענדיג בלייבן מיט'ן געפיל צו העלפן דעם רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#188 - וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם נייעם בנין בית הדפוס
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.


די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה" - האבן א חלק אין אלעס גוטס צו וואס אידישע קינדער ווערן נתעורר דורך די ספרים, קונטרסים וכו' וכו'.


וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אינעם נייעם בנין אין שטעטל, דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו שפע, ברכה והצלחה, און שטענדיג בלייבן מיט'ן געפיל צו העלפן דעם רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#187 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה"
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דעם ספר געב איך דיר א מתנה אלס "הכרת הטוב" פאר'ן העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "קרן הדפסה", צו קענען דרוקן און פארפלייצן די ספרים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט.


דו האסט מנדב געווען דעם 'שער הבנין' פון קרן הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בני, חיי ומזוני רוויחא, און דו זאלסט בלייבן מיט'ן געפיל צום רבי'ן, זאלסט בלייבן א גאנץ לעבן צוגעבינדן צו די תורה און צו די אמונה.

#186 - צו קענען מחי' זיין א איד איינמאל אין זיבעציג יאר, האט זיך געלוינט
הכרת הטוב, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, ערב ראש חודש אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף די גרויסע חסד וואס דו האסט מיר נעכטן געטון, האסט מיר געברענגט ווארעמע עסן, פאר מיר און מיין ווייב, און פארן מיר ברענגען היינט אינדערפרי א טלית און תפילין און א פיינע פרישטאג, און באזונדער פאר'ן זארגן פאר מיין ווייב, איר ברענגען ווארעמע גריז.


ברוך ה' מיר זענען שוין צוריק אין שטעטל געזונט און שטארק; וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און ניסים שבכל יום ובכל עת.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט זיבעציג יאר צו קענען מחי' זיין א איד, האט זיך אלעס געלוינט"; האסט מיר נישט סתם מחי' געווען און געראטעוועט.

#185 - יישר כח פאר'ן ערלעדיגן די וועגן קיין אומאן
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, ערב ראש חודש אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן צושטעלן פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר די גאנצע קהילה - א וועג צו קומען צום רבינ'ס ראש השנה קיין אומאן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט בנוגע זיין ביי אים ראש השנה (חיי מוהר"ן, סימן קכו): "מָה אֹמַר לָכֶם, אֵין דָּבָר גָּדוֹל מִזֶּה, וּבִלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז: 'וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן, קֵיין גְרֶעסֶירְס דֶער פוּן אִיז נִיט דָא'".


די טיקעטס און די וועג פון עירפארט ביז אומאן - קאסט טאקע אסאך געלט, בפרט היי יאר ווען מיר גרייטן זיך צו פארן פון איין לאנד צום צווייטן - קאסט דאס מער ווי עס קאסט אלע יארן, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל דיר קענען באצאלן פאר אלע טיקעטס און פאר די וועג.


וואס טוט נישט א מענטש ווען עס ווארט אים א משפט? ער וועט אלעס פארקויפן אבי צו טרעפן דעם בעסטן לויער, דעם בעסטן שופט ארויסצוגיין זכאי בדין, וואס טוט נישט א מענטש ווען ער דארף א רפואה? ער וואלט אלעס פארקויפט צו האבן געלט צו צאלן דעם גרעסטן דאקטער; אזוי איז מיט אומאן, דער רבי איז דער גרעסטער און בעסטער לויער און דאקטער - מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט יאר.

#184 - איך וועל נישט שולדיג בלייבן, איך וועל מאכן די קינדער ערליכע אידן
הכרת הטוב, חסד, סיפורי צדיקים, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר דעם וואס איר האט געלאזט אייער מאן טון מיט מיר די גרויסע חסד, מיך טראגן און ברענגען.


זייט מיר מוחל אז עס האט זיך אזוי פארשלעפט; ווען איך וואלט געהאט אפילו א ספק אז דאס וועט זיך פארשלעפן ביז דעם קומענדיגן טאג - וואלט איך אים גלייך אהיים געשיקט, איך האב געמיינט אז אט אט ווערן מיר פערטיג און מיר קומען אהיים.


איך וועל אייך נישט שולדיג בלייבן, איך וועל אייך באצאלן; נישט מיט געלט נאר מיט וואס רבי נתן האט באצאלט דעם בעדער ווען מען האט אים צוגענומען זיין פרנסה פאר'ן עפענען די מקוה שטילערהייט פאר רבי נתן, "געלט האב איך נישט" - האט רבי נתן געזאגט, "איך וועל דיר באצאלן, איך וועל נעמען דיינע קינדער און זיי מאכן פאר ערליכע אידן".


 


 

#183 - איין אומדירעקטע שיינע שמועס מיט די קינדער, קען אויפטון גאר אסאך
לערערין, חינוך הילדים, הכרת הטוב, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אייער הייליגע ארבעט; לייגט אריין אין די קינדער א זיסקייט און שיינקייט פון לעבן.


רעדט צו זיי פון די גרויסע סכנה פון קוקן מאוויס.


יעצט זומער איז א גוטע צייט צו רעדן צו די עלטערע קינדער פון די שיינקייט פון דאס אידישע לעבן, פון דאס שיינקייט פון צניעות; פון לעבן א באשיידענע לעבן.


שמועסט מיט די קינדער פון אמונת חכמים; ווי שיין די לעבן איז אז מען גייט אין די וועג פון צדיקים, די וועג פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן. שמועסט מיט זיי פון פאלגן מוהרא"ש, פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה.


איר קענט נישט וויסן וואס איין שיינע שמועס, אן אומדירעקטע שיינע שמועס מיט די קינדער - קען אויפטון; וואס דאס וועט פועל'ן ביי זיי און איבערדרייען זייער לעבן.


איך בין אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער.

#182 - גוטע גרוסן פון די אינגל קעמפ
מוסדות, הכרת הטוב, קעמפ, סיום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון די אינגל קעמפ, אויך דערציילט מען מיר ווי געטריי דו ביסט פאר די קינדער. די עלטערן זאגן אז די קינדער רופן אהיים אזוי צופרידן - עס גיסט זיך שמאלץ ווען זיי דערציילן וואס טוט זיך אין קעמפ, ווי מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין פאריגע וואך ביי די סיום הש"ס פון הבחור ... נרו יאיר, און איך ווארט ווען מען וועט מיך איינליידענען צו נאך סיומים.


אויב דו שפירסט ווי די ארבעט איז דיר זייער שווער, בעט איך דיר, כאפ א שמועס מיט אינגעלייט; פרעג זיי אויס אויב פאר זיי איז גרינגער... ווייל וויפיל איך הער פון אינגעלייט - הער איך פון יעדן איינעם ווי שווער מען ארבעט, ווי שווער עס איז זיי; ביי יעדן איז שווער, ביי דיר וועט כאטשיג בלייבן די יראת שמים, די מידות טובות און די אמונה וואס דו לייגסט אריין אין זיי.

#181 - ווען דו זעסט א מחלוקת-פייער צינדט זיך אן, דערשטיק עס
מוסדות, הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום, סכנה, גמרא, גבאי, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט יעדן פרט; עס איז אזוי געשמאק צו זיין דא אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


אינדערפרי אום 8:00 לערן איך פאר דעם בלאט גמרא הונטערן בית המדרש, צווישן די ביימער. עס קומען אנשי שלומינו מיט האלטן דעם שיעור גמרא, עס איז א מחי', עס האט אלע טעמים. איך זאג פאר די אינגעלייט אז דאס איז טעם גן עדן, פרעגט מיך איינער: "דער ראש ישיבה איז שוין געווען אין גן עדן, צו זאגן אז דאס איז טעם גן עדן?" זאג איך אים: "איך מיין צו זאגן אז איך האף צו שפירן דעם טעם אין גן עדן; די טעם פון לערנען גמרא מיט אנשי שלומינו הונטער ביימער"; נישטא עפעס בעסערס.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די לעקטער ביי די פארקינג לאט; עס איז וויכטיג, ווייל מען זעט נישט קיין מענטשן און קארס פארן. בפרט מאנטאג נאכט ביי די פרויען צאמקום, איז א סכנה.


אויך אויב דו קענסט ארויפלייגן א ספרינג אויף די טירן אין ישיבה, ווייל עס ארבעט די עירקאנדישן, עס קאסט אזויפיל די לעקטער; עס איז ממש א שאד אידיש געלט.


נאך א וויכטיגע זאך; ברענג אריין צווישן אנשי שלומינו ליבשאפט. ווען דו זעסט א פייער צינדט זיך אן - גיס וואסער אדער ווארף זאמד, דערשטיק די פייער עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.


ווען אלע וואלטן אזוי געטון - וואלט גוט געווען; בפרט די וואס העלפן, די גבאים - די דארפן האלטן קאפ אויף דעם; דעמאלט וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#180 - די סקול זאל בלייבן היימיש און ווארעם, אפילו ווען ס'ווערט גרעסער
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן העלפט מיר זייער געטריי, ער העלפט מיר אן קיין אייגענע חשבונות; ער איז דא צו העלפן די מוסד וואס האט אים געהאלפן.


אויך איר זענט זייער א גוטע טיטשער, מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


ברענגט אריין אין די תלמידות - שמחה.


זעט אז די סקול זאל בלייבן היימיש, עס זאל בלייבן א סקול וואו יעדע מיידל איז א קינד - נישט א נומער. איך האף אז אפילו ווען מיר וועלן וואקסן, די מוסד ווערט גרעסער - וועט דאס בלייבן א ווארעמע פלאץ וואו מען ערציעט קינדער מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


גייט מיט איידעלע קליידער, זוכט נישט ארויסצושטארן פון אנדערע.


 

#179 - זומער דארף מען מער טרינקען, נישט צו ווערן אויסגעטרוקנט
מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, נסיונות, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון סקול אז דו טוסט זייער א גוטע ארבעט, די קינדער זענען צופרידן.


איך האב נחת פון דיין מאן נרו יאיר. יעצט זומער זיצט ער מער אין ישיבה, איך האלט מיט פון דער נאנט זיין התמדת התורה, זיין יראת שמים און זיין גוטע הארץ. ער העלפט מיר זייער מיט די בחורים אין ישיבה, ער זארגט פאר זייער וואוילזיין.


שרייב מיר יעדע וואך וויפיל תהילים דו זאגסט. תהילים איז א טרינק, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; יעצט זומער ווען עס איז הייס, די נסיונות זענען גרויס - דארף מען מער טרינקען נישט צו ווערן דיהיידרעיטעד, אויסגעטרוקנט.


פון דיין טאטע.


 

#178 - דער ציל זאל זיין אויפצובויען די קינדער
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יישר כח פאר'ן זיין א געטרייע טיטשער פאר אונזערע קינדער אין בית פיגא.


דער עיקר זאלט איר האבן פאר זיך איין ציל, דער ציל זאל זיין: אויפבויען די קינדער; יעדע קינד זאל שפירן און וויסן 'איך קען יא', 'איך בין גוט', 'איך בין חשוב', 'מיין טיטשער האט מיך ליב', 'דער אייבערשטער האט מיך ליב'; דאס וועט פאסירן ווען איר וועט אזוי גלייבן, אז די טיטשער האלט פון די תלמידות – הויבן זיי אליינס אן צו האלטן אזוי.


אינמיטן לערנען זינגט א גאנצן צייט: "א מחי' דו קענסט", "וואו, דו קענסט אזוי גוט"; יעדע קינד'ס נאמען רופט מען אויס, קארגט נישט ביי קאמפלימענטן.

#177 - איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען
כיבוד אב ואם, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אין סקול אזוי געטריי, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח צו זיין א געזונטע מאמע מיט שטארקע נערווען.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; דאס ווענדט זיך אין אייך, איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען, איר זאלט טון וואס עס איז גוט פאר אייך און אייער מאן. מען קען זיין אין שטעטל, מען קען זיין ערגעץ אנדערש; מען דארף איבעראל רחמי שמים צו זיין דבוק צום אייבערשטן.


בנוגע וכו'; וואס די עלטערן געבן אייך זאלט איר נעמען מיט שמחה, נאך אביסל וועט איר אויך שפירן די טעם פון געבן מתנות פאר קינדער; עלטערן האבן נישט קיין אינטערעסע, זיי ווילן נאר עס זאל זיין גוט פאר די קינדער.

#176 - יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער
שידוכים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


א גרויסן יישר כח מרת ... תחי' פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער.

#175 - זיך האלטן אינאיינעם אין קאנטרי "אילן החיים"
מוסדות, הכרת הטוב, ריינקייט, אידיש געלט, אחדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן א גאנץ יאר אין חדר, און אויך יעצט זומער העלפסטו די נייע קאנטרי "אילן החיים", אויך וועסטו אהערשטעלן די שיינע פלעי וואס די תלמידות פון בית פיגא שטעלן אהער אין די זומער וואכן.


געב אכטונג אין קאנטרי אויפ'ן רבינ'ס געלט, זיי מודיע די משפחות זיי זאלן נישט לאזן ברענען לעקטער, עירקאנדישן - ווען מען נוצט נישט די באנגעלאו.


אויך זאל די פלאץ זיין ריין; א ברסלב'ע קאנטרי, א ברסלב'ע פלאץ - מוז זיין ריין.


און אויך זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.