בעזרת ה' יתברך - קיץ תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שכוח פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר מיין זון ... נרו יאיר, פארן אריינלייגן אין אים אזויפיל אמונה ויראת שמים.
בעזרת ה' יתברך - קיץ תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
שכוח פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר מיין זון ... נרו יאיר, פארן אריינלייגן אין אים אזויפיל אמונה ויראת שמים.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר
איך בין דיר זייער מכיר טובה פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער, ובפרט מיט מיין זון ... נרו יאיר, פארן אים אויסלערנען אמונה ויראת שמים.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת ביי דיינע קינדער.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן לערנען מיט מיין ... די אלע זומער וואכן, און אויך אינמיטן יאר ווען ער קומט אמאל אין שטעטל ביסטו אים מקרב אזוי ליבליך און אזוי ווארעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע גוטע מעשים, אין מלמדות, הצלה, אומאן, בית התבשיל, גבאי בית המדרש אשר בנחל, חתונות, איי ווי, ועוד.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד דער חשוב'ער מנהל ר' ... נרו יאיר
יעצט ווען דער זומער איז אריבער וויל איך דיר באדאנקען פארן זיך אפגעבן מיט אונזער קינדער און מיט מיינע קינדער, פארן אריינלייגן הארץ און מח אין יעדן קינד מיט אזא איבערגעגעבנקייט.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און חן וסייעתא דשמיא, נחת פון דיינע קינדער און פון אלע תלמידים.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך וויל זיך באדאנקען פאר אייך בשם די גאנצע קהילה פאר די איבערגעגעבענע ארבעט וואס איר האט זיך אזויפיל אוועק געגעבן די גאנצע יאר מיט די גאנצע הארץ פאר טהרתן של ישראל, איר האט אוועק געגעבן אייער טייערע צייט פון זיין אין שטוב - צו העלפן די מקוה טהרה, אן קיין באצאלן, נאר פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
בזכות וואס איר העלפט מיט די מקוה טהרה זאלט איר געהאלפן ווערן מיט ישועות ורפואות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האב נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען פארן זיך אזוי איבערגעבן פאר אונזערע קינדער, און באזונדער פאר מיין זון ... נרו יאיר, פארן אריינלייגן אזויפיל יראת שמים, אזויפיל מידות טובות, אזויפיל קדושה ואמונה; די קינדער קומען אהיים מלא וגדוש, דורכגעווייקט מיט יראה ואהבה, אלע עלטערן זאגן פה אחד אז די קינדער באקומען אין די יאר וואס זיי לערנען ביי דיר, אזויפיל אהבת השם ויראת השם יתברך.
איך בין דיר דאנקבאר און איך בעט פאר דיין הצלחה, און בזכות וואס דו טוסט מיט אונזערע קינדער – זאלסטו זען נחת דקדושה ביי דיינע קינדער.
פיל מיט ליבשאפט.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה און פאר די מוסדות; פון אלעס וואס דו פארמאגסט, פון אלע דיינע נכסים - וועסטו איין זאך מיט נעמען, דאס וואס דו בויסט תלמוד תורה'ס, מיידל סקולס, בתי מדרשים, קעמפס, מקוואות, כוללים וכדומה; נאר דאס וועט דיר באגלייטן אויף יענע וועלט.
שוין איבער פופצן יאר אריבער פון ווען דו האסט געבויט די ישיבה בנין אין וויליאמסבורג אויף סקילמאן סטריט, מאך זיך א חשבון וויפיל תורה, קדושה און אמונה איז ארויסגעקומען פון דעם מקום, דאס אלעס גייט אויף דיין חשבון, און דאס איז די נכסים וואס דו וועסט מיטנעמען מיט דיר.
איך וויל דיר מעורר זיין, דו האסט געבויט אין שטעטל די גאס ירושלים, עס איז דא דארט א פראבלעם, די קארס פארן אריין אינעם גאס און אויך די קינדער שפילן אין גאס, עס איז א גרויסע סכנה; מען רעדט דא פון קליינע קינדער וואס עס קען חס וחלילה פאסירן אן אומגליק.
עס איז דא א מצוה אין די תורה (דברים כב, ח): "וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ", מען דארף מאכן א צוים אויפן דאך עס זאל נישט פאסירן קיין אומגליק; דארף מען עפעס מאכן אז די קארס זאלן נישט פארן דארט וואו די קינדער שפילן, מען איז מחויב צו מאכן א מעקה, עס זאל נישט זיין קיין סכנה.
די יאר וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל אויף חודש תשרי. ראש השנה זענען מיר ביים רבי'ן אין אומאן מיטן אייבערשטנ'ס הילף, יום הקדוש, סוכות, הושענא רבה און שמחת תורה - וועל איך זיין אין שטעטל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז די יארצייט פון די רעבעצין פון מוהרא"ש, יחנה שפרה בת אשר ישעיה עליה השלום. איך האב הכרת הטוב פאר איר, זי האט מיך זייער מחזק געווען אלע יארן, און ווען די מדברים זענען געקומען רעדן צו מוהרא"ש לשון הרע אויף מיר - פלעגט זי זיי שטיל מאכן און נישט לאזן רעדן.
ווען איך בין געווען מנחם אבל זיין נאך די פטירה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זי מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "איך בעט דיר זאלסט ווייטער צאמהאלטן די אינגעלייט און די בחורים, אויב נישט וועט מיין מאן דיר האקן אין קאפ"; זי האט מיך שטענדיג מחזק געווען.
ווען דו לערנסט משניות זאלסטו לערנען לעילוי נשמתה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט נעמען א חלק אינעם "יערליכן קאמפיין". מאך זיך א שטיקל חשבון, נאר בגשמיות - וואס דו בענעפיטירסט פון די קהילה און פון די מוסד, וויפיל עס העלפט דיר מיט דיין טאג טעגליכן לעבן; איך רעד נישט פון עבודת השם, פון לערנען און דאווענען, זיין נאנט מיטן אייבערשטן, איך רעד פון חיי יום יום; פון די מנוחת הנפש, פון די וועג פון לעבן, נישט לעבן פאר אנדערע וכו וכו'; פאר דעם אליין דארפסטו ארויסקומען מיט א שטארקקייט נעמען א חלק אינעם קאמפיין.
איך האב די יאר צעטיילט די קאמפיין אויף אפאר גרופעס, מען האט איינגעטיילט די קהילה אין עטליכע גרופעס, אזוי וועט זיין גרינגער צו באקומען די הילף און די מאטעוואציע צו קענען דערגרייכן די ציל וואס מען האט זיך אונטערגענומען.
נישטא פון וועם זיך צו שעמען, די גאנצע וועלט לעבט היינט אויפן רבינ'ס התחזקות, איינער איז דאס מודה און א צווייטער - באהאלט עס, אבער אלע אן אויסנאם לעבן מיט די התחזקות פון הייליגן רבי'ן. דארפסט זיך נישט שעמען צו אנרופן אלע דיינע באקאנטע און בעטן פון יעדן איינעם צו העלפן אונזער קהילה און אונזערע מוסדות.
דיין טעלעפאן לאז פאר די ביזנעס. געדענק, ביסט א מענטש, נישט קיין פערד צו ארבעטן ארום די זייגער. בוי דיין ביזנעס געזונט, מאך זיך שעות וואס דו האסט מיט די ביזנעס, און שעות וואס דו ביסט א מענטש, א טאטע פאר די קינדער, א מאן פאר דיין ווייב.
איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער, איך וועל דיך מיט דעם אויך נישט פארפירן; הלואי וועסטו דערהערן די זאך פון צעטיילן די ביזנעס מיט די לעבן.
עס איז נישט ווערד צו מאכן אפילו גרויס געלט (די גרעסטע דמיון וואס דו קענסט דמיונ'ען) - אויב מען קען נישט האבן קיין מנוחת הנפש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
זאגט יעדן טאג אביסל תהלים, אויך זאלט איר אריינפלעכטן צווישן די פסוקי תהלים אייערע אייגענע לויב ווערטער און די אייגענע בקשות.
אויך זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר האט א מאן וואס איז עוסק אין מחזק זיין אידישע קינדער, זיי מזכה זיין אין חינוך הבנים והבנות, ווייזן פאר די קינדער דאס שיינקייט פון תורה ומצוות. עס איז גאר א גרויסע זכות אז איר העלפט אים און אז איר שעצט אים.
בזכות די גוטע זאכן זאלט איר זען נאר נחת ביי אייערע דורות.
ברסלב'ער ראש ישיבה
בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און פלעכטס אריין די אייגענע געבעט, און זיכער די אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן; וועט די תהלים ארויפגיין אזוי הויך, נאך העכער פון די מלאכים, עס וועט אנקומען צום אייבערשטן אליין און איר וועט זען גרויסע נסים.
די תהלים איז א צייכן פון דאנקבארשאפט פארן זיך אוועקגעבן בלב ונפש פאר די גליונות וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן, בפרט די גליונות פון שיעורי חינוך, וואס מאכט א שטארקע מהפיכה ביי אידישע קינדער.
בזכות דעם זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אויך זען נחת פון זיך אליין.
דער ראש ישיבה
בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
טייערער ליבער ... נרו יאיר
אות להכרת הטוב ממערכת שיעורי חינוך פארן מתרגם זיין בכל שבוע את הגליון בלב ונפש.
הראש ישיבה
בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
טייערער ליכטיגער ... נרו יאיר
א קליינע מתנה, א קליינע צייכן פאר די אלע גוטע זאכן וואס דו טוסט צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר די גאנצע וועלט, פארן אויפשטעלן די שיינע ברסלב'ע מוסדות און די שיינע קהילה.
ובפרט פארן זיך אזוי אוועקגעבן צו העלפן די "מערכת שיעורי חינוך", די גליונות און קונטרסים וואס מוטיגט און ווייזט פאר עלטערן דאס שיינקייט פון חינוך, ווי אזוי מחנך זיין אידישע קינדער.
בזכות די גוטע מעשים דיינע זאלסטו זען ליכטיגע הייליגע דורות.
פון דער ראש ישיבה.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך איך בין אנגעקומען אין שטעטל אין קרית ברסלב ליבערטי, א טייערע ווינקל, א גן עדן בזה העולם, איך קען דיר נישט מסביר זיין ווי שיין דא איז, ווי זיס דא איז; אלע לעבן מיטן רבי'ן, אלע אטעמען אמונה.
היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט מיט די ערשטע מנין זיבן אזייגער, די שול איז געווען אנגעפילט מיט טייערע אינגעלייט. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט די בלאט גמרא, מען האט אנגעהויבן מסכת בבא בתרא, נאכדעם בין איך געגאנגען אין בית פיגא; איך בין פול מיט דאנק צום אייבערשטן.
די יאר וועט אויך זיין די יערליכע קאמפיין צו העלפן די מוסדות, איך האף דו וועסט מיר העלפן די יאר, מער ווי פאראיאר. איך ווייס עס איז נישט גרינג ארויס צו גיין בעטן געלט, אבער מאך זיך א חשבון וואס דו באקומסט, וואס דיינע קינדער באקומען, וויפיל קומען אונז פארן רבי'ן? וויפיל זענען מיר שולדיג פארן רבי'ן? וועלן מיר גיין נאך געלט און העלפן מיט די יערליכע קאמפיין.
היינט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור פאר אינגעלייט אין שטעטל, זע צו קומען צום שיעור מיט א נייע התחלה; כאילו דו האסט יעצט די ערשטע מאל געהערט פון ברסלב און דו ווילסט קומען בתמימות ופשיטות הערן חיזוק פון רבי'ן, חיזוק און עצות ווי צו קענען לעבן דאס לעבן מיט זיסקייט און מיט אמונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שבת אין שטעטל איז געווען הערליך, עס איז דא אזויפיל צו דערציילן און צו שרייבן פון איין שבת מיט אנשי שלומינו; א שאד אז קיינער שרייבט נישט אפ די שיינע שבתים. איך וועל דיר שרייבן בקיצור אביסל פון די שיינע דיבורים וואס מיר האבן גערעדט.
שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון די זביב ועכביש (סיפורי מעשיות, מעשה ז) דער רבי זאגט: "דער קעניג האט פארשטאנען אז מען וויל אים ווייזן מיט די זאך פון די פליג מיט די שפין", מיר האבן זיך מחזק געווען אז יעדע זאך וואס פאסירט - דארף מען זיך אפשטעלן און זיך פרעגן 'וואס וויל מען מיר לערנען? וואס וויל מען מיר ווייזן?' און אז מען קען נישט אויסטראכטן וואס מען דארף פאררעכטן זאל מען דאס דורכשמועסן מיטן אייבערשטן, און זאגן: "רבונו של עולם איך ווייס איך דארף עפעס פאררעכטן, איך ווייס אבער נישט וואס, ווייז מיר וואס איך דארף פאררעכטן".
מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט דאנקען דעם אייבערשטן, אז ווען עפעס גייט אריבער - זאל מען זיך מאכן א חשבון אויב מען האט שוין היינט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט - שפארט מען איין עגמת נפש.
ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט ליקוטי מוהר"ן חלק א סימן י, אות ט, ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון רבה בר בר חנה (בבא בתרא עד.), ער דערציילט ער האט געטראפן א טייעא וואס האט אים געוויזן די לעכער וואו עס קומט ארויס א רויך, וואו קרח איז איינגעזינקען געווארן, ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער, אז ווען א מענטש פאלט אריין אין די לעכער פון קרח, פון מינות וכפירה - איז דא איין וועג ווי אזוי מען קען זיך צוריק קערן, דורך דעם צדיק וואס איז ווי א רומח 'רוח' 'מ"ם', דער צדיק ער האט א כח "כי אפיק הוה איחרך איחרוכי", ער געבט א נייעם לעבן, אריכות ימים פארן מענטש, מען הויבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.
היינט איז געווען ביי מיר א סעודת ראש חודש מיט די אינגעלייט וואס העלפן מיר דעקן די כולל. יעצט דארף איך לויפן צו א חתונה פון איינער וואס האט מיך געראטעוועט בעת צרה יארן צוריק ווען מען האט מיר געוואלט שלעכטס טון, און ער האט זיך ארויסגעשטעלט מיר צו העלפן, ער מאכט חתונה, איך וועל דיר נאך שרייבן.
איך בעט דיר זייער גיי נישט וואו מען רעדט ניבול פה, גיי נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) און דער רבי ברענגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", צוליב די עבירה פון ניבול פה קומען אסאך צרות און נייע גזירות אויף די וועלט, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", יונגע מענטשן שטארבן, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען פאר הילף און זיי ווערן נישט געענטפערט, אלעס דורך די עבירה פון ניבול פה.
וואס ווייסטו וויפיל פרנסה איז דיר אנגעשריבן און דורך רעדן ניבול פה פארלירסטו אלעס... אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.) און דער רבי זאגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים אפגעשריבן א גוטע זאך פאר זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דרייט מען עס איבער צו שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", דורך ניבול פה מאכט מען זיך טיפער די גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה, נאר אפילו דער וואס הערט אויס ניבול פה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
א גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר, ער איז זייער וואויל, ער איז ערנסט מיט זיינע שיעורים אין משניות ועוד, ער דאווענט ערליך און האט גוטע מדות, אויך העלפט ער זייער אין ישיבה.
איך האב בדעה א גוטע שידוך פאר אים, א תלמידה פון בית פיגא פון א גוטע משפחה, מען דארף נאך אביסל ווארטן. איך האף צו זיין שדכן ביי אים און ביי דיינע אנדערע קינדער.
שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן אויף א שטארקע אמונה, אויף נישט האבן קשיות אויף די אמונה, גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט – איז גוט, אלעס איז בצדק ובמשפט, און בעט אים דיין האנט זאל זיך אויסהיילן.
געב א דאנק פאר דיין ווייב פארן העלפן אין בית פיגא; וואס מען טוט פאר די מוסדות פון רבי'ן – איז א נצחיות, דאס וועט מען מיטנעמען.
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער זכות איז זייער גרויס בזה ובבא פארן אוועקגעבן פון זיך אזויפיל, אוועקגעבן פון אייער באקוועמליכקייט, אלעס אז אייער חשוב'ער מאן זאל קענען העלפן אונזער מוסד, ער זאל קענען טון פאר אונזערע דורות.
איך פערזענליך בין אייך זייער מכיר טובה, און אויך די גאנצע קהילה איז אייך זייער מכיר טובה פארן טון אזויפיל פאר אונזערע קינדער.
בזכות די מסירות נפש זאלט איר זען נחת ביי אייערע דורות.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן די טשעק פון פינף טויזנט דאלער.
א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן מיטן קענען באצאלן צייטליך די מלמדים, איך האב ערהאלטן דיין צדקה פון פינף טויזנט דאלער, ובזכות די מצוה זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער, און האבן גרויס שפע.
אינדערפרי איידער דו גייסט צו דיינע געשעפטן – זאלסטו כאפן א שפאציר אין פעלד. האסט א פעלד ביי דיין שטוב, נוץ עס פאר התבודדות. הויב אן מיט דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, מיט דיין משפחה, נאכדעם זאלסטו זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צום אים, זאלסט זוכה זיין צו תשובה, אויך זאלסטו בעטן פאר דיינע דורות.
עס איז גאר אנדערש דאס לעבן ווען מען איז זיך מתבודד.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזער קהילה, ער העלפט מיר זייער געטריי, ער האט אראפגענומען פון מיר די עול פון צאלן רענט פאר אלע אונזערע שולן, תלמוד תורה'ס וכו' וכו'. אויך האט ער געהאלפן מיטן שרייבן א ספר תורה פאר די קהילה לזכרון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ער האט געמאכט די הכנסת ספר תורה אזוי שיין, מיט אזויפיל הארץ. אויך העלפט ער מיט די גבאות אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, אלע האבן הנאה, אלע זענען צופרידן.
ועל כולם לערנט ער און ער דאווענט, ווען ער האט איבריגע צייט זיצט ער מיט זיינע ספרים און לערנט שיעורים כסדרן.
בלייבט איבער איין זאך, נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע ניסים וחסדים.
זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, אז מען זאגט די תיקון הכללי – איז דאס אזוי ווי מען זאגט אויס גאנץ ספר תהילים.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל אליעזר שלמה, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א צדיק, ער זאל ראטן אינעם נאמען פונעם צדיק מוהרא"ש, און זאלסט זען נחת ביי אלע קינדער אינאיינעם מיט דיין ווייב.
עס טוט מיר זייער ווי צו הערן וואס דו גייסט אריבער, ווי ... פארשעמט דיך און באזידלט דיך אין בית המדרש, ברבים, בפני כל הקהל, עס איז נישט צום פארשטיין, ווי קען זיין אזא כפוי טובה... דו האסט דאך אים נאר געהאלפן, האסט אים א טובה געטון, און יעצט פארשעמט ער דיך ברבים.
איך בעט דיר זייער, שווייג, ענטפער נישט, בעט פאר אידישע קינדער, בעט פאר די אינגעלייט אין שטעטל וואס ווארטן אויף קינדער, מיר האבן אפאר משפחות וואס ווארטן שוין עטליכע יאר פאר זרע של קיימא, אויך פאר די בחורים און מיידלעך וואס דארפן שידוכים.
ברודער, איך בעט דיר, ענטפער נישט, בלייב שטיל, רעד נישט ארויס קיין ווארט, שטילערהייט שעפשע א תפילה צום אייבערשטן, זאג די פסוק (תהילים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', קוק מיין צער און פלאג, 'וְשָׂא', און פארגעב מיר, 'לְכָל חַטֹּאותָי', מיינע זינד".
וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט די בזיונות... עס איז דא א בריוו פון רבי'ן צו זיין ברודער, דער רבי זאגט אים (חיי מוהר"ן, סימן קסה):
"אֲהוּבִי אָחִי נַפְשִׁי וּלְבָבִי", מיין ליבער ברודער, "אַל תִּירָא וְאַל תֵּחַת מִפְּנֵיהֶם", האב נישט מורא פון זיי, "רַק חֲזַק וֶאֱמַץ בַּתּוֹרָה וּבְיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם, כַּמְדֻבָּר בֵּין שְׁנֵינוּ", שטארק זיך אין תורה און אין יראת ה', "וּזְכוּת אֲבוֹתֶיךָ מְסַיַּעְתְּךָ, כִּי כָּל זֶה לְגַדֵּל אוֹתְךָ וּלְהַרְבּוֹת כְּבוֹדְךָ וּלְגַדֵּל שִׂכְלְךָ", ווייל דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה, דיך ברענגען נענטער צום אייבערשטן, "כִּי כְּמוֹ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְכָל מִינֵי זֵרְעוֹנִים לָבוֹא לְתַכְלִית גִּדּוּלָם אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִין מִתְּחִלָּה הַגַּרְעִין בֶּעָפָר וְאַחַר כָּךְ הַגַּרְעִין נִתְבַּלֶּה וְאַחַר בְּלוֹתוֹ יִפְרַח וְיָצִיץ וְנַעֲשֶׂה אִילָן גָּדוֹל", אזוי ווי אלע פרוכט און אלע גרינצייג, אלעס וואס וואקסט - קען נאר וואקסן נאר נאכדעם וואס מען דעקט צו די זומען, די קערל - אונטער די ערד, און די קערל ווערט פארפוילט, "כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה שֶׁעַל יְדֵי זֶה שֶׁמַּשְׁפִּילִין אוֹתְךָ עַד עָפָר, עַל יְדֵי זֶה תִּתְגַּדֵּל וְתָצִיץ וְתִפְרַח בָּעוֹלָם", אזוי אויך מיט דיר, דורכדעם וואס מען פארשעמט דיך און מען דערנידערט דיך, דורכדעם וועסטו וואקסן און גרויס ווערן אויף דער וועלט, "אִלּוּ הָיוּ יוֹדְעִין אֵלּוּ הָרְשָׁעִים מִזֶּה", ווען די שלעכטע מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א טובה זיי טוען דיר מיט דעם וואס זיי רודפ'ן דיך, "בְּוַדַּאי לֹא הָיוּ מְבַזִּין אוֹתְךָ", וואלטן זיי דיך זיכער נישט געפייניגט, "כִּי כָּל כַּוָּנָתָם לְרַע", ווייל זייער גאנצע כוונה איז נאר דיר שלעכטס צו טון.
חזק ואמץ בעבודתך, לערן און דאווען און זיי נאר פרייליך.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך באקום גאר גוטע גריסן אז דיין ווייב באווייזט וואונדער מיט די תלמידות אין בית פיגא, מיטן זיי אויסלערנען קאכן און באקן; געב איר איבער א גרויסן יישר כח, איך בין איר זייער דאנקבאר. פרעג איר אויב זי קען אויך אויסלערנען ווי צו אוועק וואשן טעפ נאכן קאכן און באקן, און אויך די וועג ווען מען קאכט און מען באקט זאל זיין מיט א ריינקייט וויפיל מען קען.
איך בין ענק זייער דאנקבאר; ביי מיר איז די מוסד מיין לעבן, און ווער עס העלפט די מוסד איז ביי מיר זייער זייער באליבט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק
א גרויסן יישר כח פארן טון פאר מיר די חסד פון ברענגען מיינע עלטערן, מיין טאטע מאמע – צו שטעטל קרית ברסלב – דעם פארגאנגענעם פרייטאג, צום ברית פון מיין אייניקל יחזקאל, בן בני בכורי שלמה.
דו האסט נישט קיין השגה וואס פאר א שמחה דו האסט מיר גורם געווען, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן זייער הנאה געהאט פון די וועגן, עס איז געווען זייער רואיג און געשמאק.
בזכות וואס דו האסט מיר געמאכט אזא טובה – זאלסטו זוכה זיין צו שפע, ברכה און נחת פון דיינע קינדער.
זאג יעדן טאג דעם "יום תהילים", האלט מיט דיר א תהילים און ווען דו האסט אן איבריגע מינוט – כאפ אריין א קאפיטל תהילים.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער ביי אונז אין מוסד וואס האבן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט די עברי. איך ווייס אז איך ווייס אפילו נישט וויפיל ארבעט, כח און מח – איר לייגט אריין אין די קינדער טאג איין טאג אויס, יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא, און איר לייגט אריין אייער גאנצע נשמה אין זיי.
אויך וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אייער מאנ'ס מלמדות, מיר זענען צופרידן פון אים ביזן הימל.
דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת ביי אייערע קינדער, ערליכע אידישע דורות.
נאכאמאל, איך דאנק אייך פון טיפעניש פון הארץ.