בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#132 - דו געבסט זיך אוועק פאר אונזער הייליגע שטאט, פאר'ן עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מצה פונעם עירוב פון אונזער שטעטל קרית ברסלב אלס אן אנערקענונג; איך ווייס וואס דו טוסט, ווי דו געבסט זיך אוועק פאר אונזער הייליגע שטאט, מיר זאלן האבן אן עירוב.


יעדעס מאל די עירוב צערייסט זיך אדער עס פעלט א לחי – קומסטו העלפן מיט דיין גאנצע הארץ.


די מצוה וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דיין ראש ישיבה.

#131 - אות זכרון פאר'ן מנדב זיין דעם עירוב טראק
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פון אונזער עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי משנת תשפ"א, אן אות וזכרון פאר'ן מנדב זיין דעם עירוב טראק.


מיט די טראק האבן מיר די מעגליכקייט צו פאררעכטן דעם עירוב עס זאל זיין כשר – מדי שבוע בשבוע.


א כשר'ן פרייליכן פסח.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#130 - אין זכות פון טון אין חינוך הבנות, וועט מען זען אסאך נחת
סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אויפבויען בית פיגא אין קרית יואל.


די מנהלת תחי' דערציילט מיר אז איר זענט דארט מיט די גאנצע הארץ, מיט מסירת נפש. די אנדערע ווייבלעך זענען מיר אנטלאפן וכו', נאר איר זענט געבליבן.


נאך פסח וועלן מיר האבן נאך א טיטשער, א תלמידה; הכלה ... תחי'. זי איז א גוטע טיטשער, איך האף זי וועט מצליח זיין, און נישט אוועקלויפן.


בזכות וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן, בפרט בחינוך הבנות – דאס איז זייער חשוב; מען זעט נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב פסח.

#129 - יישר כח פאר'ן פירן די שאטל אין שטעטל
הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א גרויסן גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן בויען דעם שטעטל. דו טראכסט 'וואס טו איך שוין אויף מיט'ן טאג? איך פאר ארום און ארום מיט'ן שאטעל וכו' וכו'...' דו מיינסט דו טוסט גארנישט, איך זאג דיר אבער אז דאס איז מיר זייער וויכטיג. איך האב דאס געקויפט פאר אסאך געלט, און עס קאסט מיר אסאך געלט, אבער דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר די שטעטל; פרויען זאלן נישט זיין איינגעשפארט אין די שעות ווען די מענער ארבעטן, זיי זאלן קענען ארויסגיין פון שטוב איינקויפן, ערלעדיגן און זיך אויסלופטערן.


איך האף דו האסט סבלנות פאר די ארבעט; ארבעטן פאר'ן כלל איז נישט קיין גרינגע זאך, יעדער וויל עפעס אנדערש, יעדער וויל וואס איז גוט פאר אים; מען דארף אסאך סבלנות.


דא איז די פלאץ צו באדאנקען איינע פון די חשוב'ע איינוואוינער, איינער וואס איז ביי מיר זייער חשוב, הרב שמעון ק. נרו יאיר, ער העלפט מיר מיט'ן שאטעל, ער טוט דאס שלא על מנת לקבל פרס, נישט צו פארדינען עפעס, אלא על מנת שיקללו אותי, שסיקלו אותי... אזוי פאסירט ווען מען טוט פאר'ן כלל, קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן: "יישר כח", "איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן", קיינער טראכט נישט 'איינער זארגט פאר מיר', 'איינער טראכט פאר מיר זאל גוט זיין'; חוזק מאכן - דאס יא, פליקן און טשעפען - דאס יא, און נאכדעם מיר קומען זאגן: "ראש ישיבה די שטעטל איז הערליך, מען האט זיך ליב, מען לעבט בשלום", אזא שלום ווי די אראבער ווילן, שלום און זיך שטעכן.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן, זאלסט האבן א פרייליכן פסח.

#128 - זיך דערהאלטן טראץ די שווערע ביטערע נסיונות און צרות ויסורים
צרות, התחזקות, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיך מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן. עס איז שוין אריבער כמעט צוואנציג יאר, אבער ביי מיר איז דאס נאך פריש אזוי ווי די מעשה וואלט היינט פאסירט, דו האסט מיר אריינגעשלעפט אין היכל הקודש, האסט מיר געזאגט איך זאל קומען דאווענען אין היכל הקודש; דארט האב איך אנגעהויבן הערן אביסל אמת'ע דיבורים און נאכדעם האב איך באקומען דעם ספר אשר בנחל; דורך דיר האב איך מיין חיים טובים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר גרויסע ניסים, העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן. דאס איז די שיינקייט פון א איד, אפילו עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, צרות ויסורים - דאך דערהאלט ער זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג) אויפ'ן פסוק (תהלים יא, ה): "'ה' צַדִּיק יִבְחָן', הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", ווען דער טעפער וויל בודק זיין די כלים אויב זיי זענען גענוג שטארק - וועט ער נישט נעמען א שוואכע כלי און קלאפן דערויף ווייל עס וועט זיך צעברעכן, "וּמִי הוּא בּוֹדֵק, בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער נעמט די גוטע שטארקע כלים, "אֲפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", אפילו ער האקט אויף זיי שטארקע קלעפ - צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.


נאך זאגן זיי: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת", ווען מען האט גוטע פלאקס - דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, עס ווערט בעסער און בעסער, "וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווי מער מען קלאפט דערויף ווערט עס פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", און ווען די פלאקס איז א שוואכע - דעמאלט קלאפט מען נישט אויף דעם, ווייל עס וועט צוגרינד גיין, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט: "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.


נאך זאגן זיי: "מָשָׁל לְבַעַל הַבַּיִת שֶׁהָיָה לוֹ שְׁתֵּי פָּרוֹת", עס איז צוגעגליכן צו איינער וואס האט צוויי קוען, "אַחַת כֹּחָהּ יָפֶה וְאַחַת כֹּחָהּ רַע", איין קו איז א שטארקע און איינע איז א שוואכע, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל", אויף וועלכע קו לייגט ער ארויף די שווערע לאסט? "לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה", אויף די קו וואס איז שטארק, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים, שֶׁנֶּאֱמַר, ה' צַדִּיק יִבְחָן", אזוי טוט דער אייבערשטער, ער פרובירט אויס נאר די צדיקים, ער ווייסט אז זיי האבן כוחות, זיי וועלן נישט צאמפאלן, זיי וועלן בלייבן ביי די אמונה.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, וועסט נאך זען נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט.

#127 - יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר די ישיבה
קינדער, סגולות, הכרת הטוב, שבת קודש, משלוח מנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, י"ד אדר ב', חג הפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


ומשלוח מנות איש לרעהו


 


לכבוד אונזער חשוב'ער לענדלארד ר' ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר די ישיבה, מיר שיקן אייך די מתנה, אן הדסים האלטער לכבוד שבת ויום טוב.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", דורך שמעקן הדסים שבת איז מען זוכה צו קינדער תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיין זון ... זאל זיין א צדיק, א תלמיד חכם.


וואונטשט,


...

#126 - יישר כח פאר'ן העלפן די בני הכולל אויף יום טוב פסח
כולל, צדקה, הכרת הטוב, שטעטל, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אנטראגן צו העלפן די בני הכולל זיי זאלן האבן שפע אויף יום טוב פסח. איך טראכט אסאך, ווי אזוי קען איך העלפן די כולל אינגעלייט? זיי באקומען א קליינע געהאלט, יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח וויל איך זיי געבן עפעס מער.


בזכות העלפן אינגעלייט וואס לערנען תורה - וועסטו האבן גרויס הצלחה. אז עס וועט דיר אויסקומען צו זיין אין שטעטל - כאפ א בליק אויף די אינגעלייט ווי זיי לערנען, זיי לערנען בהתמדה רבה; בזכות דעם וועסטו מצליח זיין.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, אפילו בגירסא.

#125 - ס'האט זיך געלוינט די שווערע הארעוואניע פאר אזא שיינעם שבת התוועדות
הכרת הטוב, שבת התוועדות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נאך אין די לופטן פונעם הערליכן שבת התוועדות, איך זאג דיר עס האט זיך געלוינט די שווערע הארעוואניע וואס דו האסט אריינגעלייגט פאר אזא שיינעם שבת.


פונעם ערשטן יאר וואס די ישיבה האט זיך געעפנט, שנת תשס"ט - מאכסטו די שיינע שבתים. דו געדענקסט די ערשטע שבת התוועדות פון פיר משפחות מיט דרייסיג בחורים, און יעצט האסטו געמאכט א שבת פאר הונדערטער משפחות.


איך זאג דיר בשם די גאנצע קהילה "א גרויסן דאנק!" דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה בזכות די גוטע זאכן וואס דו טוסט.

#124 - די שבת התוועדות איז געווען א גרויסע הפצה
שלום בית, הפצה, הכרת הטוב, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שיינעם שבת התוועדות, עס איז געווען א גרויסע הפצה, נאך צענדליגער משפחות זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; אזויפיל מענטשן, מענער און פרויען, יונג און אלט - זענען מחוזק געווארן. א חשוב'ער איד, שוין נישט קיין אינגערמאן איז צוגעקומען שבת נאכמיטאג מיט נאסע אויגן, ער זאגט: "מיין שלום בית האט זיך שוין געטוישט; די איין שיעור פון סיפורי מעשיות - האט מיר געשפאלטן מיין קאפ, איך האב געהערט געציילטע ווערטער 'רעד שיין צו דיין ווייב', די פאר ווערטער האט מיר קיינער נישט געזאגט"; ער האט זיך זייער באדאנקט.


איך האף דו וועסט קומען צו דיינע כוחות; דו האסט לאנגע וואכן אזוי שווער געארבעט.


איך זאג דיר בשם כל הקהל הקודש: "א גרויסן יישר כח!"

#123 - יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות מיט'ן גאנצן הארץ
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות מיט'ן גאנצן הארץ.


פון דיין ראש ישיבה.

#122 - איך וועל שטענדיג געדענקען ווי דו האסט מיר אזוי געטריי געהאלפן
הכרת הטוב, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מזל טוב ר' ... נרו יאיר


איך וועל שטענדיג געדענקען ווען מיר זענען געווען צעדרוקט, מיר האבן זיך נישט געקענט געבן א ריר מיט די ישיבה, חדר, סקול, און דו ביסט מיר געשטאנען אזוי געטריי אונז געהאלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, און קענען ווייטער טון גוטס פאר אידישע קינדער.

#121 - ער טוט דיר טובות און דו טוסט אים וויי? בעט אים איבער
חברים, הכרת הטוב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


די שענסטע מדה איז הכרת הטוב, געדענקען און ארויסווייזן ווען איינער האט דיר גוטס געטון.


איך ווייס אז דער בחור ... נרו יאיר האט דיר געטון אסאך גוטס; ווען דו האסט נישט געהאט וואו צו שלאפן - האט ער דיר פארשאפט וואו צו שלאפן, ווען דו האסט נישט געהאט קיין עסן - האט ער דיר געשאפט עסן, און שיך וכו'.


יעצט האסטו אים וויי געטון ווען דו מיט אים זוכן א דירה מיט נאך צוויי בחורים, און דו ביסטו געגאנגען אונטערן רוקן אים אויסגעשפילט.


יעצט זע איך נאכאמאל וואס מוהרא"ש האט גע'חזר'ט מיט אונז טויזנטער מאל: "נישטא קיין חברים!" אפילו ווען איינער שמייכל צו מיר דארף איך חושש זיין אז ער גייט אונטער מיין רוקן.


בעט אים איבער, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט שטענדיג האבן די גוטע מדה פון הכרת הטוב, געדענקען שטענדיג און ארויסווייזן דאנקבארקייט פאר ווער עס האט געטון א טובה.


לערן אסאך משניות; משניות לויטערט אויס דעם מענטש, מען ווערט א גרויסער צדיק.


 

#120 - ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון לצים
שלום בית, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, וויכוחים, מוהרא"ש, לימוד התורה, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ווען מען לערנט די פרשה, פרשת בשלח; ווי די תורה דערציילט וואס האט זיך געטון מיט די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, זעט מען א שרעקעדיגע זאך, א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין, מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם יעדעס יאר ביים ליל שישי שיעור.


די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; עס איז זייער שווער, ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן לערנען די סדרות פון פרשת שמות וארא ווי די תורה דערציילט די שרעקליכע פיין וואס די אידן האבן געליטן אין מצרים, מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע גזירות, זיי האבן געוויינט און געשריגן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויסגעהערט זייערע תפילות און געשיקט משה רבינו זאל זיי אויסלייזן, ווער זאל וועלן צוריקגיין צו שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!


פלעגט מוהרא"ש זאגן: די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, ליצנות פארשטעלט אלעס; דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים ווייזן די גרעסטע זאכן, מיט דעם אלעם, אויב קומט א לץ - קען ער יענעם אוועקרייסן פון דעם אלעם! לצנות איז שטערקער פון אלעמען! דעריבער האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים ווייל מיט לצנות וועלן זיי באווייזן חוזק צו מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן; דערפון דארפן מיר ארויסלערנען אכטונג צו געבן פון לצים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"


מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א מאך מיט די האנט? צוליב א דריי מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! דו געדענקסט דאך ווי אזוי דו האסט געטראכט, ווי אזוי דו האסט געלעבט, בעסער געזאגט נישט געלעבט; ווי אזוי איז געווען דיין גוסטע? דיין שלום בית, דיין כיבוד אב ואם, דיין מהלך מחשבה, און וואס נישט... און ווען דו האסט געטראפן דעם הייליגן רבי'ן האט זיך געגעבן א דריי איבער אלעס לטובה, וואס זאלסטו אפילו קוקן אויף די קליינע הענטעלע? וואס זאלסטו קוקן אויף יענעמ'ס נאז ווי אזוי ער מאכט א פאקס?


רבי נתן זאגט, ליצנות איז אבי אבות הטומאה; ווייל עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלקות פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועקגיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


טייערע חברים פרישע מקורבים, שטארקט אייך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, הן בתורה; יעדער איינער פון אייך מיט זיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה וכו' וכו'. הן בתפילה והתבודדות, און מיט שמחה, און געבט אכטונג אין שטוב מכבד זיין די ווייב, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט.


טענה'ט נישט מיט קיינעם און שטייט נישט אין ווארט מיט לצים - וועט איר האבן א חיים טובים. מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "יואל, מאך נישט די טעות וואס איך האב געמאכט, טענה נישט מיט קיינעם"; מוהרא"ש האט געזאגט: "אין אנהייב האב איך געמיינט אז אויב איך וועל צוריק טענה'ן, איך וועל אויפווייזן, איך וועל מסביר זיין - וועלן זיי אננעמען, ביים סוף האב איך געזען אז עס א שאד די צייט, הנצחון אינו סובל את האמת, עס איז נישט כדאי צו ענטפערן, נאר טון וואס מען האט צו טון".


די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש"ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא"ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט די שליסל פון די בולעטי"ן באר"ד וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא"ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא"ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט...


איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: "שכוח אייבערשטער!"


די וואך קומט אויס דער יארצייט פון מוהרא"ש, גייט קיין יבנאל צום ציון, גייט מיט אייערע קינדער; עס איז נישט קיין ביטול תורה, גיין צו א ציון פון א צדיק איז קיום התורה.


זייט אויך מתפלל פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל; דערציילט פאר'ן אייבערשטן איין גוטע זאך וואס איר האט באקומען דורך מיר, עס זאל זיין א זכות פאר מיר.


אויך זאלט איר מאכן א סעודה ביי אייך אין שול, זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, די וועג וואס ער האט אונז אויסגעפלאסטערט, די שכל וואס ער האט אונז געגעבן.


א פרייליכן שבת.

#119 - איך בין דאנקבאר פאר די אפיס ארבייטער וואס האלטן די גאנצע מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן אזוי געטריי אין אפיס.


געבט איבער פאר אלע סעקרעטעריס אז איך בין זיי זייער דאנקבאר, איך בעט פאר אייך.


אן די אפיס איז גארנישט דא; די זכות פון די תורה ותפלה וואס קומען ארויס פון אונזערע מוסדות איז צו פארדאנקען די געטרייע סעקרעטעריס.


 

#118 - יישר כח פאר'ן טון פאר'ן חדר און סקול מיט דיין גאנצע הארץ
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יישר כח ... פאר'ן טון פאר'ן חדר און סקול; דו ביסט זייער געטריי, איך ווייס דו טוסט עס מיט דיין גאנצע הארץ.


דאס וועט בלייבן מיט אונז, מיר וועל דאס מיטנעמען אויף יענע וועלט.

#117 - א דאנק פאר'ן בארגן א ספר תורה פאר די בית המדרש
תפילה והתבודדות, הכרת הטוב, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך וויל אייך דאנקען פאר'ן בארגן אייער ספר תורה פאר אונזער נייער בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק.


א גרוס פון אייער זון נרו יאיר, ער איז א טייערער אינגערמאן, ער איז קובע עתים לתורה ולתפילה. איינער דערציילט מיר אז דיין זון האט אים געזאגט, יעצט קומט אויס אז ער דארף גיין צום בית המדרש כמעט א שעה, מען וואוינט זייער אויסגעשפרייט אין שטעטל, מיר פלאנען בקרוב צו עפענען א שול נעבן זיין שטוב, האט דיין זון געזאגט יענעם אז איין זאך וועט ער נישט אויפגעבן, אפילו מען וועט מאכן א שול נעבן זיין שטוב וויל ער ווייטער קומען יעדע וואך שבת ביינאכט א שעה וועג, ווייל דעמאלט קען ער זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, עס איז שטאק פינסטער, ער גייט אליינס מיט'ן אייבערשטן, ער איז זיך מיישב, ער גייט איבער די גאנצע וואך; ער דאנקט אויף אלע חסדים און בעט אויף אלעס וואס ער דארף.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע ענינים.

#116 - יישר כח פאר די שיינע נדבה פאר די כולל
כולל, צדקה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון האברך ... נרו יאיר אז דו האסט געגעבן צדקה פאר אונזער כולל; האסט געגעבן צוואנציג טויזנט דאלער. קודם כל דאנק איך דיר פאר'ן העלפן די טייערע אינגעלייט וואס לערנען מיט א מורא'דיגע התמדה, און אויך פאר'ן מיר פריוואט העלפן; ווייל א חודש וואס עס איז נישטא קיין געלט צו צאלן - דארף איך אריינקומען אין בילד, איך דארף זארגן צו שאפן זייער געהאלט, יעצט האבן מיר אויף נאך צוויי חדשים זיי צו צאלן. דער אייבערשטער זאל דיר געבן גרויס שפע, דו זאלסט קענען געבן בקרוב דאפלט און טריפל פי כמה.


געב א גרוס פאר דיין ברודער ... נרו יאיר, ער העלפט מיר זייער מיט א ברייטע הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - יישר כח פאר די געשמאקע הכנסת אורחים אינעם נייעם הערליכן בנין אין שטאט סיגוט
הכרת הטוב, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... הי"ו


איך וויל דיר זייער באדאנקען פאר'ן מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים מיט אונז מיט אזא ווארעמקייט, מיט אזא ברייטע הארץ.


האסט אונז אריינגענומען אינעם נייעם הערליכן בנין אין שטאט סיגוט אין רומעניע. מיר זענען ארום געפארן אין אונגארן און רומעניע, מיר זענען אנגעקומען קיין סיגוט מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, דארט זענען מיר שוין געווען אזוי אפגעמאטערט, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען. מיר האבן גענוצט די מקוה; אזא געשמאקע הייסע מקוה, עס שפירט זיך ווי אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל.


אויך האבן מיר געדאווענט אויבן אין שול; א פראכטפולער שול, און מען האט געגעסן אונטן אינעם הערליכן עס-זאל. איך פאר מיר האב זיך מחי' געווען מיט די אוצר הספרים, מיט'ן ש"ס און מיט'ן זוהר; מיר האבן נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען דערפאר.


איך בין אביסל שפעט, איך וואלט שוין לאנג געדארפט שרייבן, אבער איך בין פשוט פארנומען געווארן, עס איז מיר ארויס פון קאפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#114 - בזכות די הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן
הכרת הטוב, הכנסת אורחים, נחת, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד די חשוב'ע משפחת ... שתחיו, ירושלים


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף וואס איר האט אלץ געטון פאר מיר אין ארץ ישראל; אנגעהויבן מיט די טיקעטס, די דירה און די געשמאקע סעודות; איך האב זיך געשפירט ווי אינדערהיים, די עסן איז געווען לייכט און היימיש, אלע טעמים.


בזכות די מצוה פון הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן מיט אלע ברכות און נחת פון די קינדער.


אייערע קינדער האבן געגעסן שבת ביינאכט מיט מיר, זיי האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, מיט א שטארקע דרך ארץ; זיי האבן דערציילט מעשיות פון תפלה, עס איז געווען ממש א מחי'.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

#113 - יישר כח אויף די שווערע ארבעט וואס איר טוט מיט אונזער זון
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הר"ר ... נרו יאיר


מיר האבן נישט קיין ווערטער אויסצודרוקן אונזער הכרת הטוב אויף די שווערע ארבעט וואס איר טוט מיט אונזער זון ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה וסייעתא דשמיא אין אייער ארבעט, און נחת פון די קינדער און תלמידים.

#112 - איך האב זייער הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל
חברים, סקול, הכרת הטוב, נסיעה, פרנסה, ארץ ישראל, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך דערציילן פון מיין נסיעה, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה; מיר האבן געדאווענט ביי די הייליגע צדיקים, עס איז געווען זייער שיין.


איך וויל אייך זאגן, דאס מערסטע האב איך הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל, איך האב זיי שוין אלע געקענט פון פארדעם, שוין גערעדט מיט זיי, אבער ווען מען זיצט אינאיינעם טעג און נעכט אויף א באס; מען פארט, מען עסט, מען שלאפט און מען איז מיד אינאיינעם - דעמאלט באקענט מען זיך מער. דער איד ..., ... און ... דאס זענען אזעלכע טייערע מענטשן, נארמאלע מענטשן, מענטשן מיט ישוב הדעת, באזעצענע מענטשן; איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט זיי די גאנצע נסיעה.


איך האף אז אלעס איז ביי אייך גוט, איך האב געבעטן פאר אייך ביי די צדיקים, איך בעט כסדר פאר אייך; נישט אלעמאל קומט מיר אן צו ענטפערן בריוו, זאלט איר נישט מיינען אז איך האב פארגעסן פון אלע גוטע זאכן וואס איר האט מיר געטון במשך אלע יארן, איך געדענק גוט אלע גוטע זאכן, איך בעט פאר אייך כסדר פאר אייער מאן און קינדער; אז איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך נאכאמאל קומען צו אייך.


זאגט פאר די כלה ... תחי' אז זי קען גיין ארבעטן צו קענען העלפן אירע עלטערן חתונה מאכן, זי דארף נישט בלייבן אין סקול.


בנוגע רעדן מיט די חתן; זאל זי פרעגן אירע עלטערן. מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס דארף זיין מיט די הסכמה פון די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - ריינע השקפה פאר די קינדער
סקול, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן אזוי געטריי פאר אונזער סקול "בית פיגא"; מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט, פון די ריינע השקפה וואס איר געבט פאר אונזערע טעכטער.


א גוט שבת.

#110 - די אמונה און שמחה וואס טוט זיך אין סקול איז ממש א חלום
סקול, מוסדות, הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער מנהלת מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס איז נישטא גענוג ווערטער צו קענען ארויסברענגען אונזערע געפילן וואס מיר האבן פאר אונזער מנהלת, וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, אונזערע טעכטער, אונזערע ווייבלעך און מאמעס; די חיזוק וואס איר געבט זיי אלע, די אמונה און שמחה וואס טוט זיך אין סקול איז ממש א חלום.


ווען מען לערנט אשר בנחל זעען מיר די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט מיט בלוט פון הארץ ווי ער וויל אוועקשטעלן א בית חינוך לבנות, א פלאץ פאר די מיידלעך, זיי זאלן אויפוואקסן מיט הייליגקייט, מיט ריינקייט, פשוט, צופרידן און פרייליך; דאס איז ביי אונז מקוים געווארן.


די שווערע ארבעט פון מוהרא"ש זעען מיר יעצט אז מיר האבן א פלאץ וואו די קינדער וואקסן אויף געזונט, דרך ארץ'דיג, שכל'דיג; די יונגע קינדער האבן מער פארשטאנד ווי עלטערע קינדער פון אנדערע פלעצער, די קינדער ווילן חתונה האבן, זיי ווייס וואס דאס לעבן איז.


וואס זאל איך אייך זאגן, איין ווארט: "זייט ממשיך".

#109 - מיר גייען יעדן טאג עפעס טון פאר'ן רבי'ן
קינדער, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, נסיעה, משמש דעם רבי'ן, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאר געזונטערהייט און זאלסט צוריק קומען געזונטערהייט. איך וויל מיט דיר שיקן א מתנה פאר דער בר מצוה בחור, ...'ס זון. איך האב גרויס הכרת הטוב פאר משפחת ..., זיי האבן געעפנט ביי זיי אין שטוב דעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, אויך ביי זיי אין שטוב דרוקט מען די גליונות און די נייע ספרים עצתו אמונה איש אמונות, וואס אזויפיל מענטשן האבן ממש לעבן פון דעם.


אויך שיק איך דיר א זילבערנע ה, געב דאס פאר ..., אויך געב אים די בריוו. ער איז א גרויסער מפיץ, ער רוט נישט, ער איז א פלאם פייער, ער שטייט אונטער די אלע פרישע מקורבים.


לאז גריסן אלע חברים, דערצייל זיי וואס דא טוט זיך; דערצייל זיי ווי פארנומען איך בין, זיי האבן אסאך מאל חלישות הדעת אז איך ענטפער נישט זייערע בריוו, בפרט די חבורות בעטן יעדע וואך א בריוו, אויך די שול אין ירושלים בעטן יעדע וואך א בריוו און איך קום נישט אן אלץ זיי צו שרייבן, דערצייל זיי וואס ליגט אויף מיר, זיי זאלן מיר דן זיין לכף זכות.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה פרשת תולדות, די מעשה פונעם בענקל, ווי דער רבי האט הנאה געהאט אז דער שוחט האט געטראכט יעדן טאג פון רבי'ן א האלבע יאר אין איין צי.


די מלמדים און טיטשערס נעמען די עצתו אמונה פאר קינדער און ליינען דאס מיט די קינדער, אזוי וועלן זיי אריינלייגן אין די קינדער די זאך פון טון פאר'ן רבי'ן, אויך די עלטערן וועלן ארויסנעמען אן התעוררות, זיי וועלן אנהייבן טון עפעס פאר'ן רבי'ן יעדן טאג.


דא האסטו די מעשה:


ווער האט היינט געטראכט פון רבי'ן? ווער האט היינט עפעס געטון פאר'ן רבי'ן?


אלע קינדער וואונדערן זיך: 'וואס דארף מען טראכטן פון רבי'ן? וואס דארף מען טון פאר'ן רבי'ן?' די קינדער ווייסן שוין, יעצט גייט מען דערציילן א שיינע מעשה פון רבי'ן.


קינדער איר זענט גרייט?!


קינדער, קוקט וואס דער שוחט פון טעפליק שלעפט, ער שלעפט א גרויסע בענקל, אזא שיינע בענקל! קוק די שיינע בלומעלעך, די צוויי לייבן ביי די הענטלעך, דאס איז דאך עפעס הערליך שיין, אויסנאם שיין; דאס איז האנט ארבעט! איין שטיק וואונדער! אלע באוואונדערן דעם בענקל, מען קען זיך נישט גענוג אפזעטיגן פון קוקן אויף דעם בענקל, "מאכט פלאץ!" שרייען אלע, ער וויל אריינגיין צום הייליגן רבי'ן, ער האט געמאכט דעם בענקל פאר'ן רבי'ן.


דער איד עפנט אויף די טיר, ער שטייט שוין ביים רבינ'ס שטוב, ער זאגט: "רבי, איך האב געברענגט א מתנה, א בענקל! איך האב דאס אליינס געמאכט, איך האב דאס אויסגעשניצט מיט מיינע הענט!" דער רבי באטראכט דעם בענקל און פרעגט: "זאגט מיר, ווי לאנג האט אייך גענומען צו מאכן דעם שיינעם בענקל?" דער איד ענטפערט: "רבי, דער בענקל האט מיר גענומען צו מאכן א האלבע יאר", "א האלבע יאר?" - פרעגט דער רבי, "דאס האסטו געמאט א גאנצן טאג פאר א האלבע יאר אין איין צי?" זאגט דער איד: "ניין, איך האב נישט געארבעט א גאנצן טאג אויף דעם, איך האב יעדן טאג געארבעט איין שעה צו בויען דעם בענקל פאר א האלבע יאר", רופט זיך אן דער רבי: "אזוי? דו האסט געטראכט פון מיר יעדן טאג א שעה, א האלבע יאר אין איין צי?" דער רבי האט געשמייכלט, דער רבי האט זייער הנאה געהאט.


קינדער, איר ווייסט פון וואס דער רבי האט הנאה געהאט? פון די שיינע בענקל אדער פון דעם אז דער איד האט יעדן טאג געטראכט פון רבי'ן פאר א שעה? טייערע קינדער, מוהרא"ש זאגט אונז אז דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם אז דער איד האט געטראכט יעדן טאג פון רבי'ן, ער האט יעדן טאג עפעס געטון פאר'ן רבי'ן - ווי פונעם בענקל אליינס... דער בענקל איז טאקע זייער א שיינע בענקל, איר אלע האט שוין געזען דעם בענקל, עס ליגט אין בית המדרש, מען מאכט דערויף ברית'ן, מען נוצט דאס פאר די כסא של אליהו; אבער דער וואס לעבט מיט א צדיק, טראכט פון צדיק און טוט עפעס יעדן טאג פאר'ן צדיק - דאס איז נאך מער חשוב ביים רבי'ן.


קינדער, מיר גייען יעדן טאג עפעס טון פאר'ן רבי'ן; די אינגלעך וועלן ריין מאכן די חדר, די מיידלעך וועלן ריין מאכן אין סקול, אלע וועלן אכטונג געבן צו האלטן ריין די באס, מיר וועלן העלפן אוועק פאקן די ספרים אין שול; ווייל אלעס וואס מען טוט אין שול, חדר און סקול - איז העלפן דעם רבי'ן. דער רבי קוקט פון גן עדן און זעט ווי מיר טוען פאר אים, ווי מיר טראכטן פון אים, ווי מיר זענען אים משמש; 'משמש' מיינט 'מיר באדינען אים'; דער רבי שמייכלט צו אונז, ער האט ליב ווען מען איז צוגעבינדן צו אים.


אלע קינדער, לאמיר זינגען: "אשרינו שזכינו ל'שמש' את רבינו, אשרינו! אשרינו!"


מאך א בילד ווי א איד האלט א בענקל אין דער הייעך, ער זאל נאך מאלן דעם בענקל וואס מיר האבן אין שול, דעם רבינ'ס בענקל; און פון דער זייט שטייען מענטשן און באוואונדערן זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


מיינע קינדער ... נרו יאיר און ... נרו יאיר האבן זייער גוט געקענט חומש רש"י מיט גמרא.


איך זע ווי זיי שטייגן טאג טעגליך בתורה ויראת שמים און מידות טובות. זייער כיבוד אב ואם איז זייער גוט, זיי פאלגן טאטע מאמע און זיי פירן זיך ערליך.


א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער.