בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#106 - מיר דארפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן
צדקה, הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים פון הייליגן רבי'ן, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה, "רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָּׁנָה", דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו האסט געהאלפן אין אומאן; מיט'ן צושטעלן די שאטל מען זאל קענען גיין און קומען פונעם בנין ביז'ן ציון און צוריק און פאר'ן העלפן מיט די עליות, מיט'ן אויסרופן וכו' וכו'.


עס איז אריינגעקומען בערך צוואנציג טויזנט דאלער פון עליות און נדרים און נדבות, איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט דאס נאכגיין, זיך פארבינדן מיט אלע וואס האבן געקויפט, ווייל איך דארף האבן דאס געלט צו קענען ענדיגן דעם בנין.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן דעם בנין די יאר, ווייל מיר דארפן שוין אנהייבן פלאנירן צו בויען דעם צווייטן בנין, דער בנין איז שוין קליין, האסט דאך געזען וואס האט זיך געטון, וויפיל פרישע מקורבים עס זענען געקומען און פון אנשי שלומינו אליינס וואס ברענגען די קינדער. די קינדער אליינס האבן אויפגענומען איבער הונדערט בעטן, קומענדיגע יאר קומען צו נאך מער קינדער, מיר דארפן ענדיגן דעם בנין און שוין אנהייבן בויען א גרויסער בית המדרש וואס זאל זיין גענוג גרויס פאר אלע תלמידי היכל הקודש.


ווי עס זעט אויס דארפן מיר בויען גאר א גרויסער בית המדרש לויט די וואוקס פון די קהילה.


א גוט געבענטשט יאר.

#105 - "הכרת הטוב" פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט
כולל, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם הייליגן ספר "לקוטי מוהר"ן" פאר "הכרת הטוב" פאר'ן מיר העלפן אויסהאלטן די טייערע כולל אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, וואס לערנען בהתמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה בכל מעשיך, וכתיבה וחתימה טובה.


דיין ראש ישיבה.

#104 - איר רעדט אזוי שיין, ווייך, און פוטערדיג צו די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר אייער געטרייע ארבעט.


איר רעדט אזוי שיין צו די קינדער, אזוי ווייך, אזוי פוטערדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן א כתיבה וחתימה טובה.

#103 - סדר פונעם מעמד הכתרה
מוסדות, הכרת הטוב, מסיבות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר שטיין צו הילף מיט יעדע זאך אין די מוסד, דו העלפסט מיר זייער געטריי; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט שטענדיג בלייבן מיט'ן געפיל צום רבי'ן.


בנוגע די מעמד הכתרה; שטעל אריין אין סדר אז דער עולם זאל אריבערגיין וואונטשן מזל טוב פאר'ן דיין.


איך וויל דו זאלסט מכבד זיין ... נרו יאיר, חבר הנהלה, ער זאל פארליינען דעם קאנסוס. דו ווייסט דאך אז ער האט זיך אלע יארן שטארק אוועקגעגעבן פאר אלעס וואס מיר האבן אין די קהילה, אנגעפאנגען מיט הדפסה און יעצט ביים שטעטל; ער זאל פארליינען די הכתרה.


אויך וויל איך דו זאלסט געבן מתנות פאר צוויי אינגעלייט, איינס ...; ער האט מנדב געווען דעם נייעם בנין, איך וויל מען זאל אים באדאנקען ברבים. בכלל קומט אים דאס גרעסטע יישר כח, ער לייגט אריין זיין גאנצע לעבן אינעם שטעטל; עס וועט נאך קומען א צייט וואס מען וועט קענען דערציילן וואס ער האט אלץ געטון פאר די מוסד און פאר די שטעטל.


אויך זאלסטו באדאנקען ...; ער העלפט מיר מיט זיין גאנצע הארץ מיט אלע לעגאלע זאכן, סיי מיט די מוסד און סיי מיט מיר פריוואט. איך קען נישט רעדן און דערציילן וואס, ווען און ווי; גלייב מיר, ער איז מיר זייער געטריי.


ווי עס זעט אויס וועט דער דיין רבי ... שליט"א נישט קומען; גם זו לטובה, וד"ל.


זיי מודיע די עלטערן זיי זאלן ברענגען די קינדער מיט בגדי שבת, עס איז מיר וויכטיגער די קינדער ווי סיי ווער; אזוי וועלן די קינדער וויסן אז מיר האבן א דיין, און אז מען וויל עפעס וויסן האט מען וועם צו פרעגן.


מיין טאטע הרב מקארלסבורג שליט"א האט געשריבן א שיינע בריוו פאר די קהילה, ווי ער געבט סמיכה פאר'ן דיין און ער בעט די גאנצע קהלה מען זאל פאלגן דעם דיין מיט יעדע זאך; איך וויל מען זאל דאס אויפליינען ברבים.


נאך די הייליגע טעג וויל איך זיצן מיט דיר אויסשטעלן די נסיעה קיין אייראפע.


אויך וויל איך דו זאלסט אנגרייטן דעם קומענדיגן ווינטער א שיינע שבת התאחדות פאר אלע תלמידים.


בנוגע מאכן א שבת מיט אלע מלמדים; איך וועל דאס איבערטראכטן און דיר לאזן וויסן.


א גרויסן ישר כח פאר אלעס.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#102 - יישר כח פאר'ן איבערמאכן מיין דירה
שידוכים, הכרת הטוב, סיום

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן איבערמאכן מיין דירה אין וויליאמסבורג, פאר'ן איבערפעינטן און איבערסקרעיפן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען מיר צוריק אין שטאט זונטאג לסדר כי תבוא לאומאן, איך האף די דירה וועט זיין גרייט. לאז מיר וויסן וויפיל עס קאסט, איך וועל דיר באצאלן ביזן לעצטן פרוטה.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, איך בעט פאר דיר יעדן איינציגסטן טאג דו זאלסט טרעפן דיין שידוך און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


שרייב מיר ווייטער דיינע סיומים; איך האב אזוי הנאה צו זען אז דו האסט מסיים געווען די פינף און פופציגסטע מאל מסכת חגיגה און דו האסט יעצט מסיים געווען די צוויי הונדערט זיבן און צוואנציגסטע מאל משניות.

#101 - נישטא די ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס טוסט פאר די מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס דו געבסט זיך אוועק פאר אונזערע מוסדות "היכל הקודש", ובפרט פאר'ן העלפן אויפבויען די שטעטל "קרית ברסלב".


באזונדער דאנק איך דיר פאר'ן מנדב זיין דעם נייעם בנין פאר'ן תלמוד תורה; אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו צו לערנען און דאווענען און אויפוואקסן ערליכע אידן.


טייערער ... נרו יאיר, די זכותים וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.

#100 - יישר כח פאר'ן מחי' זיין אזויפיל משפחות מיט א שפע פון עסן
הכרת הטוב, אומאן, לימוד התורה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בשם כל הקהל הקודש הזה דרוקן מיר אויס אונזער הכרת הטוב פאר'ן צושטעלן אזא שפע פון עסן; דו וואלסט געדארפט דא זיין און זען ווי צענדליגער משפחות קומען נעמען פון די גוטע עסן, אלע האבן זיך אזוי מחי' געווען, וגם אני בתוכם.


דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן פאר די גוטע מעשים וואס דו טוסט כסדר מיט'ן העלפן אידישע הונגעריגע נפשות, ובזכות דיינע אנדערע גוטע מעשים – זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדערלעך און קינד'ס קינדער.


אז איך שרייב דיר שוין וויל איך דיר דערמאנען זאלסט זיך שטארקן מיט לערנען תורה יעדן טאג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה נג, ב) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כה): "עֹז וְהָדָר לְבוּשָׁהּ, וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן" - אֵימָתָי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת לָאָדָם, ווען זעט מען די שמייכל פון די תורה? "הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", דעם לעצטן טאג, ווען מען וועט אונז אויסטון די קליידער און אריינלייגן אין קבר, מען וועט צודעקן דעם קבר מיט ערד, דעמאלט וועט אפיר קומען די פרקים משניות, די בלעטער גמרא, די קאפיטלעך תהלים וכו' וכו', דעמאלט וועט זיין "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן", דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון אריינכאפן יעדן טאג אביסל תורה ותפלה.


איך האף דו קומסט צום רבי'ן אויף ראש השנה. געלויבט דעם אייבערשטן איך האב שוין טיקעטס פאר מיר מיט מיינע קינדער, די פאספארטן זענען גרייט, מיר ווארטן שוין צו פארן.

#99 - ווער עס העלפט בויען קהילות בישראל, איז דא אויף זיי טענות
הכרת הטוב, זיכוי הרבים, בזיונות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין נאך שולדיג א גרויסן דאנק פאר'ן אוועק געבן אזויפיל צייט און כח אהער צו שטעלן פאר אנשי שלומינו אזא שיינע יום טוב שבועות. איר האט באוויזן צוצושטעלן פאר די גאנצע קהילה אכילה, שתי' און לינה, אלע משפחות האבן זייער הנאה געהאט; די זכות זאל אייך ביישטיין, פאר אייך און פאר אייערע דורות.


נעמט אייך נישט צום הארצן פון די וואס העצן קעגן אייער מאן נרו יאיר, אזוי איז אלץ געווען און אזוי וועט אלץ זיין; ווער עס טוט, ווער עס העלפט בויען קהילות בישראל - איז דא אויף זיי טענות, אויף זיי רעדט מען. דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך נישט נעמען צום הארצן, גלייבט מיר, עס טוט מיר נאך אסאך מער וויי ווען איך הער ווי מען פארשעמט אייך, ווי מען שטעכט אייך.


דאס וואס איר טוט מיט אייער מאן, איר העלפט מיר אויפבויען די שטעטל, דאס וועט איר מיטנעמען; נאר דאס, עפעס אנדערש בלייבט נישט מיט'ן מענטש, נאר וואס מען איז זוכה צו טון פאר'ן אייבערשטן - דאס נעמט מען מיט.


די בזיונות נעמט אוועק אסאך צרות.

#98 - איך פריי זיך צו העלפן די אייניקלעך פון מוהרא"ש זי"ע
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, נכד מוהרא"ש זכותו יגן עלינו


איך בין אזוי פרייליך אז איך קען עפעס צוריק טון פאר מוהרא"ש מיט'ן מחזק זיין זיינע אייניקלעך.


מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר מיר, ער האט אלעס אוועק געגעבן אז איך זאל קענען לעבן; מוהרא"ש וואלט געקענט זיין א שענערע רבי ווי דער גרעסטער רבי, ער האט אלעס מפקיר געווען אבי איך זאל קענען לעבן, איך זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער האט אלעס אוועק געגעבן אז איך זאל קענען לערנען, דאווענען און האבן שלום בית וכו' וכו'. עס איז נישט שייך אויסצורעכענען, עס איז נישט שייך מסביר צו זיין וואס מוהרא"ש האט מיר געגעבן; פריי איך זיך זייער אז איך קען צוריק געבן פאר מוהרא"ש.


ווער געדענקט דען נישט די שמחה וואס מוהרא"ש האט געהאט יעדע מאל די אייניקלעך זענען געקומען; ער האט זיי אזוי מקרב געווען, זיך אזוי געזארגט פאר זיי. ער האט פרובירט מיט אלע וועגן זיי זאלן אויך גיין אויף דעם וועג, איך געדענק איין מאל האט מוהרא"ש מיר געבעטן איך זאל ארייננעמען אן אייניקל ביי מיר אין די דירה אין אומאן. איך בין געווען צענדליגער מאל אין שטוב נאכן ליל שישי שיעור מיט אייניקלעך, ווי מוהרא"ש האט פרובירט אויף אלע וועגן זיי מסביר זיין דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, די פראקטישע וועג פון אנהייבן מעביר סדרה זיין אנהייב וואך; א טייל האבן זיך אויסגעלאכט, א טייל האבן אויסגעהערט און א טייל האבן יא שטילערהייט אנגעהויבן גיין אין דעם וועג.


זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך מאך אן עסק פון דיר יעדעס מאל דו קומסט ארויף; וואס זאל איך טון, איך שפיר ווי מוהרא"ש שטייט אויבן און קוועלט פון דעם וואס די אייניקלעך קומען אין ישיבה און זענען זיך מחי' און מחזק מיט די עצות און חיזוקים פון הייליגן רבי'ן.


יעצט בין איך אביסל פארנומען, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין צו דרוקן די עצתו אמונה אויף ענגליש
הפצה, הכרת הטוב, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מנדב זיין די גאנצע סכום צו קענען דרוקן די עצתו אמונה אויף ענגליש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן גרויס שפע צו קענען ממשיך זיין דיין גאנצע לעבן אפצודרוקן אלע בענדער עצתו אמונה אין ענגליש.


פון דיין ראש ישיבה.

#96 - דעם רבינ'ס ציון איז א מתנה פאר אלעמען
הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס ביים הייליגן רבינ'ס ציון; א גרויסן יישר כח פאר'ן מתפלל זיין פאר מיר, איך בין זייער מכיר טובה אויף דעם.


דעם רבינ'ס ציון איז א מתנה פאר אלעמען; מענער, פרויען - נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו גיין קיין אומאן און זאגן די תיקון הכללי, וועט ער זוכה זיין צו אלע תיקונים; פאררעכטן אלעס פון דעם גלגול און פון אלע גלגולים.

#95 - יישר כח פאר'ן צושטעלן אזא שיינע סיום
הכרת הטוב, סיום, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אין שטוב זען די חבורה היכל הקודש, זיך טרעפן מיט תלמידי הישיבה און מיט די פרישע מקורבים. איך האף צו קומען צו דיר מער אפט, איך וויל זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו; בעיקר וויל איך מחזק זיין די שיעור גמרא.


איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר דיין ווייב תחי', פאר'ן צוגרייטן די שיינע סיום; געב איר איבער א גרויסן דאנק. אין זכות פון ארייננעמען אנשי שלומינו ביי אייך אין שטוב וועט איר זוכה זיין צו גרויס שפע.


איך ווארט צו באקומען רשות צו קענען פארן קיין ארץ ישראל; איך וועל דיר לאזן וויסן אויב איך האב רשות, וועסטו מיר ערלעדיגן די טיקעטס וכו'.

#94 - יישר כח פאר'ן אוועקגעבן די דירה פאר א בית המדרש
הכרת הטוב, ריינקייט, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אוועקגעבן ענקער דירה עס זאל זיין א בית המדרש.


מיר אלע זענען אייך זייער דאנקבאר אז מיר האבן אזא געשמאקע פלאץ וואו צו דאווענען שבת; עס איז שווער צו גיין א לאנגע וועג, עס איז זייער א גרויסע הילף פאר אונז אלע.


איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר, דער גבאי פונעם בית המדרש - ער זאל האלטן ריין דאס פלאץ; איך האף דו ביסט צופרידן פונעם ריינקייט, אויב דו האסט טענות - זאלסטו רעדן מיט אים, ער וועט זיכער מאכן אז אלעס זאל זיין גוט.


אינעם זכות פון ארייננעמען ביי דיר אין שטוב דעם רבי'ן (דארט וואו אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי), זאלסטו געבענטשט ווערן מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


 

#93 - מיר זענען אייך שטארק מכיר טובה פאר די גוטע זאכן וואס איר העלפט אונז
הכרת הטוב, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה; מיר זענען אייך שטארק מכיר טובה פאר די גוטע זאכן וואס איר העלפט אונז מאז ומקדם, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אריינצוגיין אינעם יום טוב מיט שמחה, שפירן די הייליגקייט פון יום טוב און זוכה זיין צו געזונט, און נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך.

#92 - יישר כח פאר'ן העלפן צאלן די כולל אינגעלייט מיט אזא געטריישאפט
כולל, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען די זכי' האבן צו משמש זיין דעם רבי'ן.


דו העלפסט מיר אגאנץ יאר באצאלן אונזערע כולל אינגעלייט מיט אזא געטריישאפט.


אין דעם זכות זאלסטו זען בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


שמחת פורים.

#91 - מיר זאלן האבן די זכי' צו זיין א שמש ביים רבי'ן
מוסדות, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' צו זיין א שמש ביים רבי'ן, העלפן פארשפרייטן די אמונה, העלפן כאפן דעם הערש; נישט אוועק גיין פון רבי'ן.


איך דאנק דיר פאר דיין געטריישאפט פאר'ן מוסד.


שמחת פורים.

#90 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט אונזערע קינדער
מוסדות, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד הר"ר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט אונזערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן זיין באשעפטיגט מיט העלפן דעם רבי'ן, פארשפרייטן די אמונה, פלאנצן אין אידישע הערצער אמונה ויראת ה'.


שמחת פורים.

#89 - מיר זאלן בלייבן אונזער גאנץ לעבן ביים רבי'ן אין זאק
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן אונזער גאנץ לעבן ביים רבי'ן אין זאק, אזוי ווי רבי נתן האט געבעטן: "רבי, בינד מיר צו אין דיין זאק"; מיר זאלן ווייטער טון פאר'ן רבי'ן, דאס וועט אונז מתקן זיין.


שמחת פורים.

#88 - א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אין חדר
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אין חדר, סיי מיט'ן זיין א געטרייער מלמד און יעצט האסטו איבערגענומען די טראנספארטעישן - ברענגען און טראגן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן טון פאר'ן רבי'ן.

#87 - אויפשטעלן תלמידים וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פאר'ן זיך אזוי אוועקגעבן פאר אונזערע קינדער, בפרט פאר מיין זון ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנצע לעבן זיין געטריי פאר'ן רבי'ן; אויפשטעלן תלמידים וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


שמחת פורים.

#86 - יישר כח פאר'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם
הכרת הטוב, חתונה, שמחות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בשם אונזער גאנצע קהילה טוען מיר זיך באדאנקען פאר אייך פאר'ן ארויסהעלפן מיט'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם, איר ארגאניזירט אלע משפחות זאלן זיך באטייליגן ווען עס איז דא א חתונה, א בר מצוה, א שבת שבע ברכות - עס זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר די מחותנים.


 יעצט קומט נאך פיר חתונות איינס נאכן צווייטן. מיטוואך פרשת תרומה מאך איך בעזר ה' חתונה, א וואך נאכדעם - דינסטאג פרשת תצוה איז דא נאך א חתונה, פון החתן ..., א וואך נאכדעם - מאנטאג כי תשא מאכט דער מנהל ... חתונה און זונטאג ויקרא - ראש חודש ניסן איז די חתונה פון ... בן הרב ר' ...


איך האף איר וועט קענען ווייטער זארגן פאר אנשי שלומינו עס זאל זיין בחנם די יום החתונה; איר וועט פרעגן משפחות ווער עס קען העלפן מיט א קוגל וכדומה, מען שטעלט נאר צו פאר די נאנטע משפחה, געשוויסטער פון די מחותנים.


אויך וויל איך מאכן די סעודת פורים אום מוצאי שבת פאר אנשים ונשים; וויל איך אייך בעטן אויב מען קען דאס אויך אינזין האבן.


יישר כח


 

#85 - דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר דמיונות
הכרת הטוב, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר; אינעם זכות פון צדקה, הכנסת כלה - זאלסטו האבן גרויס שפע.


איך לאדן דיר פערזענליך צו די חתונה; די חתונה וועט פארקומען מיטוואך פרשת תרומה אין ישיבה.


מיר האלטן יעצט ביי די צוואנציגסטע חתונה אין ישיבה; יעדע פאר חדשים קומט א צווייטער מיט א גראגער און הייבט אן גראגערן מיט נייע פלענער ווי אזוי צו ראטעווען מחותנים פון קראנק ווערן, אבער אויף למעשה דארף מען דעם רבי'ן, דער רבי עפנט אויף די אויגן מען זאל זען דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר אביסל כח המדומה.


אנשי שלומינו מאכן חתונה אין בית המדרש; עס קאסט נישט קיין געלט, די חתונה איז הערליך שיין, עס פעלט גארנישט - נאר חובות.

#84 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין די סעודה לכבוד די יארצייט פון מוהרא"ש
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מנדב זיין די סעודה לכבוד די יארצייט פון מוהרא"ש, עס איז געווען זייער א שיינע סעודה. מענטשן האבן זיך מחי' געווען, מען איז אהיים מיט שטארקע חיזוק אויף למעשה.


מיר איז געווען אביסל שווער צו רעדן; ווי איז שייך ארויסצוברענגען אין א קורצע שיעור דאס לעבן פון מוהרא"ש? ווי איז שייך אפילו אנצוהייבן רעדן פון אזא צדיק אין איין שעה? איך האב פרובירט אביסל צו רעדן פון די פאר יסודות וואס מוהרא"ש האט אלץ גערעדט צו אונז; די עצה פון התבודדות, דאס איז דער וועג, דער מהלך, דער צוגאנג צו יעדן פראבלעם און צו יעדע זאך וואס מען וויל.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע מלוה מלכה, פאר די געשמאקע סעודה.


תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו

#83 - באנעמט זיך מיט יעדעס קינד ווי אן איינציג קינד
מוסדות, הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא וויליאמסבורג


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי.


איר זענט זייער געטריי צו די תלמידות, איר געבט זייער אכטונג אויף זיי, איר באנעמט זיך מיט יעדעס קינד ווי אן איינציג קינד.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן העלפן מיט די חתונות אין ישיבה, ביי די פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.

#82 - יישר כח פאר'ן העלפן דעם בית המדרש אין ירושלים
צדקה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן דעם בית המדרש אין ירושלים, איך הער זאגן אז דו האסט געגעבן 500 ש"ח פאר די לעקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן און נחת פון אלע דיינע קינדער.