בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#60 - יישר כח פאר'ן צושטעלן די לימודים פאר "בית פיגא".
סקול, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אונזער מנהלת מרת ... תחי' האט מיר איבערגעגעבן אז איר ארבעט זייער שווער און איר לייגט אריין גרויסע כחות אהערצושטעלן די לימודים פאר'ן קומענדיגן יאר פאר "בית פיגא".


דערפאר שרייב איך אייך א דאנק פון מיין הארץ און איך וועל אם ירצה ה' געדענקען מתפלל צו זיין פאר אייך און פאר אייער משפחה יעדן טאג, ווייל ווער עס העלפט מיר בכלל, ובפרט מיט די מוסד – דעם וועל איך צוריק העלפן און אינזין האבן ביי מיינע תפילות. ווייל די מוסד איז דער שווארץ אפפעל פון מיינע אויגן; עס גייט מיר בנפשי אויפצושטעלן דורות ערליכע אידן און ערליכע אידענעס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייערע גוטע מעשים און אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט אייער טייערער מאן נרו יאיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#59 - יישר כח פאר'ן צושטעלן דאס עסן
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הר"ר ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר בשם אלע תלמידי הישיבה פאר'ן צושטעלן עסן מיט אזא איבערגעגעבנקייט און אזויפיל מיה און פלאג.


אין דעם זכות וואס דו שטעלסט אונז צו עסן במשך דעם זוממער זאלסטו זוכה זיין צו "ימלא ה' כל משאלתיך לטובה" און מיר אלע זאלן האבן א גוט געבענטשט יאר.

#58 - איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר דיר
תפילה והתבודדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דיין ווייב איז נעכטן צוגעקומען צו מיר און געזאגט די געציילטע ווערטער: "ראש ישיבה, יישר כח פאר מיין שיינע לעבן", האב איך איר געפרעגט: "וואס גייט פאר? וואס איז יעצט געשען?" האט זי מיר געענטפערט: "איך דאנק דעם ראש ישיבה פאר מיין טייערע מאן און ליכטיגע קינדער".


איך האב איר געזאגט וואס פאר א נחת איך האב פון דיר, ווי געטריי דו ביסט פאר'ן רבינ'ס זאך.


דיר זאג איך דעם אמת, דאס וואס דו שטייסט היינט אזוי שיין איז א מעשה פון אסאך תפילות ובכיות; איך האב אסאך פתיחות הארון אוועקגעגעבן פאר דיר און איך האב אסאך שפאצירט מיט'ן אייבערשטן – זיך געבעטן פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין ובעיקר אז דיין הארץ זאל זיין אפן צום אייבערשטן.


איך בעט ווייטער פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


 

#57 - עס פאסט פאר אלעמען זיך צו באפריינדן מיט יעדן איינעם
חברים, חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר זייער מחי' געווען מיט אייער בריוו; איך באקום זייער ווייניג אזעלכע בריוון, רוב בריוון זענען פון צרות, פראבלעמען און זיך באקלאגן וכו', וכו'. נישט יעדער טראכט און פארשטייט אז דער ראש ישיבה דארף אויך אמאל הערן גוטע ווערטער וכו'.


איר האט מיר ממש אויפגעלעבט מיט'ן דערציילן וואס עס טוט זיך צווישן די פרויען, ווי שיין מען פארברענגט אינאיינעם – יונגע און אלטע; עס פאסט פאר אלעמען זיך צו באפריינדן מיט יעדן איינעם.


איר פרעגט אינעם בריוו וואס איר קענט מיר מכיר טוב זיין אויף אלע שיינע זאכן; מיט דעם אז איר זאלט מקרב זיין אלע פרישע ווייבלעך וואס זענען נישט אזוי היימיש, מאכט זיי שפירן גוט. אזוי אויך אויב איר זעט א פרוי קומט נישט ארויס פון באנגעלאו זאלט איר גיין צו איר און איר ארויסרופן, ווייל עס זענען דא פרויען וואס האבן לחץ (פרעשור) פון אנדערע; הגם ביי אונז מאכט מען נישט קיין נפקא מינה ווער, וואס און ווען, אבער די לחץ פון זייער יוגנט לויפט זיי נאך אויפ'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון טון פאר אידישע קינדער זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.

#56 - נישטא קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן אהערשטעלן ביידע קעמפס
שידוכים, הכרת הטוב, לימוד התורה, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, וואס דו ביסט מיר באליבט ווי מיין אייגן קינד.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן אהערשטעלן ביידע קעמפס; די בחורים קעמפ און מיידל קעמפ. דו האסט געארבעט יומם ולילה במשך וואכן און חדשים אז מיר זאלן קענען זיצן אינדרויסן פון שטאט בקדושה ובטהרה צווישן די גראז און ביימער. די זכותים פון אלע גוטע זאכן פון די גאנצע מחנה גייט אויף דיין חשבון; דאס וועסטו מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


איך בעט דיר זייער זאלסט קומען אין בית המדרש יעדן טאג לערנען אביסל; אמת טאקע די גאנצע קעמפ ווארט אויף דיר, יעדער ציט דיר צו זיינע באדערפענישן; דער דארף וואסער, דער דארף סוער, איינער דארף א געז רענדזש, א צווייטער א בעט וכו' וכו', מיט דעם אלעם זאלסטו זיך אריינ'גנב'ענען אין בית המדרש לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און תהלים.


אנטלויף נישט, ווייל נאך אביסל וועסטו שוין שטיין אונטער די חופה און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#55 - יישר כח פאר'ן אויסלייזן דעם באס
מוסדות, הכרת הטוב, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב יעצט געהערט פון ... נרו יאיר אז דו האסט אויסגעבארגט געלט צו קענען אויסלייזן דעם באס וכו'.


געב איך דיר א ברכה דו זאלסט מצליח זיין אין דיינע געשעפטן, ובעיקר זאלסטו אנהייבן מאכן רוחניות'דיגע געשעפטן, נצחיות'דיגע געשעפטן וואס וועט דיר בלייבן לנצח נצחים.


לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י, פרקים משניות און בעיקר אסאך דפים גמרא. נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, דאס זענען די בעסטע געשעפטן וואס מען קען מאכן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות.

#54 - מזל טוב צו ענקער שמחה
הכרת הטוב, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


מזל טוב צו ענקער שמחה פון אייער ניי געבוירן אינגל ... נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען פון אים רב נחת דקדושה געזונטערהייט.


מיר שענקען אייך א מתנה פאר אייער שמחה אלס אן הכרת הטוב; מיר זענען דיר מכיר טובה אויף דעם וואס דו העלפסט אונז בלב ובנפש מיט יעדע זאך וואס מיר דארפן, בפרט מיט'ן דעקן חודש'ליך די רענט פאר'ן בנין הישיבה וואס פארשפרייט א ליכט פאר טויזנטער אידישע קינדער איבער די וועלט.


שטארקט אייך ווייטער צו העלפן דעם רבינ'ס מוסד, דאס איז וואס וועט פון אונז איבערבלייבן לנצח נצחים.


פון ענקער ראש ישיבה וואס איז ענק מכיר טובה און האט ענק ליב.


...

#53 - יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט, שטארק דיך אויף ווייטער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואס בלייבט פונעם מענטש? נאר דאס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן.


בפרט אז מען לייגט אריין די גאנצע כח אין בויען מוסדות על שם רבינו, א מקום פאר אונזערע קינדער אז זיי זאלן קענען אויפוואקסן בקדושה ובטהרה – דאס בלייבט פונעם מענטש.


שטארק זיך ווייטער אין דיין הייליגע ארבעט, סיי אין מלומדות און סיי אין די זייטיגע צייטן וואס דו העלפסט מיר מיט די קינדער; דו דאוונסט מיט זיי און דו זאגסט מיט זיי שיר השירים מיט אזא נעימות, אזוי אויך זיצטו מיט זיי ביי שלש סעודות.


יעדעס מאל ווען עס קומט פאר א חתונה אין ישיבה נעמסטו דעם עול אז אלעס זאל זיין על צד היותר טוב, ובפרטי פרטיות העלפסטו מיר צו פארדינגען די בעטן אין אומאן און דורכאויס דעם גאנצן יום טוב זעסטו אז אלעס זאל קלאפן און דאס אלעס טוסטו אן קיין שום נגיעה, אן קיין געלט נאר שלא על מנת לקבל שכר.


דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו טוסט און דו וועסט זען ווי דאס אלעס וועט דיר צוריק קומען, דו וועסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.

#52 - יישר כח פארן מאכן די יערליכע פארטי
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מאכן די יערליכע פארטי פאר אונזערע מוסדות; איך דאנק אייך זייער פאר דעם אז איר האט דאס יאר - אזוי ווי די פריערדיגע יארן - אוועק געגעבן אזויפיל צייט, כח און געזונט אז דאס זאל זיין מיט הצלחה.


א גריס פון אייער חשוב'ער זון ... נרו יאיר און פון אייערע חשוב'ע אייניקלעך וואס לערנען ביי אונז אין מוסד; א גריס פון הבחור ... נרו יאיר, ער פירט זיך מיט יראת שמים, מיט גוטע מידות און ער לערנט פלייסיג. אויך א גריס פון אייער אייניקל ... נרו יאיר, ער האט די וואך געמאכט א סיום אויף 'ספר המידות'. ער לערנט יעדע נאכט פאר ער גייט שלאפן דעם ספר המידות וואס דער רבי האט מחבר געווען נאך אלץ קינד, דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (איינע פון די צוויי עדים וואס דער רבי האט געשטעלט אויף תיקון הכללי): "מיין ליבער הארציגער חבר, די ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


זאל דער אייבערשטער אייך באגליקן און די זכותים וואס איר טוט פאר אידישע קינדער זאל אייך צוריק קומען, אז איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער און אייניקלעך; דאס איז די בעסטע ברכה וואס איך וואונטש אייך, וואס נאך דארף דען א אידישע מאמע אויף די וועלט מער פון נחת ביי די קינדער און איינקלעך...

#51 - הכרת הטוב קען יעדער טון
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יישר כח פאר די שיינע ווערטער און גוטע גריסן; איך פריי זיך צו הערן אז איר האט הנאה געהאט פון די פרויען צוזאמקום און פון די שיעור, אזוי אויך אז איר האט הנאה צו הערן אויף קול ברסלב די שיעורים פאר מחנכות, ווי דאס קומט אייך צוניץ צו וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין אייערע קינדער.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט וויי צו טון מענטשן, אריין זאגן, פארשעמען, וכו', דעמאלט טראכט מען נישט פאר דעם: 'ווער בין איך דען צו זאגן וכו'?' 'ווער בין איך בכלל וויי צו טון יענעם?' נאר מען זאגט, מען פארשעמט און מען טוט וויי מיטן גאנצן כח השם ישמרינו, ווידעראום ווען עס קומט זיך צו באדאנקען און שרייבן ווערטער פון דאנקבארקייט, דעמאלט טראכט דער מענטש: 'ווער בין איך דען?' 'ווער דארף מיר?'


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג מכיר טובה זיין פאר ווער עס העלפט אונז, זיך שטענדיג באדאנקען ווען מען באקומט א טובה פון א צווייטן, און זיכער מכיר זיין דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז שטענדיג און אים דאנקען און לויבן דערויף, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו באקומען נאך און נאך גוטס.

#50 - די מוסדות איז א מתנה פאר אונזערע קינדער
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט ליינענדיג אייער בריוו צו זען אייער צופרידענקייט און אייער דאנקבארקייט וואס איר האט פאר די מוסד וואו מען איז מחנך אייערע קינדער - די אינגלעך און די מיידלעך.


די מוסדות איז א מתנה פאר אונזערע קינדער וואו זיי ווערן נתחנך בקדושה ובטהרה לויט די הקדמות און עצות פון הייליגן רבי'ן; זיי ווערן מחונך צו לעבן אן עכטע לעבן, א לעבן פאר'ן אייבערשטן און נישט פאר חברט'עס.


נישט אלע פון אנשי שלומינו ווייסן און זענען מכיר וואס פאר א מתנה די חדר און די סקול זענען פאר אונז און פאר אונזערע קינדער; איך האב הנאה און פריי זיך צו זען אז איר זענט פון די וואס פארשטייען וואס מיר טוען מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן ווייטער אייער שיינע שטוב צוזאמען מיט אייער מאן; דער אייבערשטער זאל אים שיקן א גאנצע רפואה. איר וועט זען אז ער וועט זיך אינגאנצן ארויס דרייען פון אלע זיינע פראבלעמען, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ער וועט זיין געזונט און שטארק.

#49 - יישר כח פאר די פלייש אויף יום טוב
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר די פלייש וואס דו האסט מיר באזארגט פאר יום טוב פסח.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן גרויס שפע און צו נחת פון דיינע קינדער בזכות די חסד וואס דו טוסט א גאנץ יאר מיט אידישע קינדער, און מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח - (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#48 - יישר כח פאר'ן העלפן אויף יום טוב
שידוכים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן די געלט פאר יום טוב.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זארגן פאר מיר פערזענליך, אז איך זאל האבן אויף יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו אויפגעראכטן ווערן; דו זאלסט טרעפן דיין זיווג און זוכה זיין צו קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. און מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח - (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#47 - יישר כח פאר די מתנה
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין מתנה - דעם פריזער.


איך דאנק דיר זייער פאר די שיינע מתנה; איך וואונטש דיר א ברכה דו זאלסט מצליח זיין און ארויס קריכן פון אלע דיינע חובות און האבן גרויס שפע, און שעפן נחת פון דיינע קינדער.


אמאל פלעגסטו מיר שרייבן דיינע סיומים און איך פלעג זיך מחי' זיין מיט דעם, איך ווארט צו הערן פון דיר ווען דו ביסט מסיים משניות און א מסכתא.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#46 - יישר כח פאר'ן צוזאמנעמען געלט פאר די כולל
כולל, הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך שיק דיר דא משלוח מנות איש לרעהו פאר'ן זיך אזוי געטריי אפגעבן מיט אונזער כולל; פאר'ן העלפן צוזאמנעמען געלט א גאנץ יאר פאר'ן כולל.


דער כולל איז ביי מיר מורא'דיג חשוב; איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר'ן מיר געבן די זכיה צו האבן אזעלכע טייערע יונגעלייט וואס לערנען מיט אזא התמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע דיינע קינדער און דו זאלסט ווייטער האבן די זכיה צו העלפן די כולל יונגעלייט לערנען די הייליגע תורה.

#45 - יישר כח פאר'ן העלפן מיט אלעס
הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך שיק דיר דא משלוח מנות איש לרעהו פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט די מוסד, איך זאל האבן די כוחות מחזק צו זיין די בחורים מיט א רואיגקייט וואוסנדיג אז דו העלפסט מיר ארויס מיט אלסדינג.

#44 - משלוח מנות
הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך שיק דיר דא משלוח מנות איש לרעהו פאר'ן מיר העלפן מיט אלעס אין די מוסד.

#43 - יישר כח פאר'ן געבן חלות און מזונות
צדקה, הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן געבן יעדע וואך חלות און מזונות פאר די משפחות הנצרכים ביי אונז אין די קהילה מיט אזא נדיבת לב און ברייטע האנט.


מיר האבן אין אונזער קהילה משפחות וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן, פאר זיי טיילט מען אויס יעדע וואך חלות און מזונות וכו' וכו' פון וואס דו געבסט פון דיין בעקעריי.


דו ווייסט דאך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט.): "אֵין בּוֹדְקִין לִמְזוֹנוֹת"; דאס הייסט, ביי יעדע זאך איז שייך אפצונארן מענטשן און זיך מאכן ווי מען דארף געלט וכו', אבער אנדערש איז ווען עס קומט צו עסן, וואס ווען איינער זאגט: "איך בין הונגעריג", קען ער דיר נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שמחת פורים.


 

#42 - יישר כח פאר'ן געבן פיש און פלייש
צדקה, הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן כסדר געבן פרישע עסן פאר משפחות הנצרכים ביי אונז אין די קהילה מיט אזא נדיבת לב און ברייטע האנט.


מיר האבן אין אונזער קהילה משפחות וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן, פאר זיי טיילט מען אויס יעדע וואך פיש און פלייש און אלעס ארום וכו' וכו' פון וואס דו גיבסט מיט אזא ברייטע הארץ.


דו ווייסט דאך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט.): "אֵין בּוֹדְקִין לִמְזוֹנוֹת"; דאס הייסט, ביי יעדע זאך איז שייך אפצונארן מענטשן און זיך מאכן ווי מען דארף געלט וכו', אבער אנדערש איז ווען עס קומט צו עסן, וואס ווען איינער זאגט: "איך בין הונגעריג", קען ער דיר נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שמחת פורים.


 

#41 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן מיט מיין זון
הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד המלמד ... נרו יאיר.


איך שיק דיר דא משלוח מנות איש לרעהו פאר'ן זיך אזוי געטריי אפגעבן בכלליות מיט אונזערע קינדער ובפרטיות מיט מיין זון ... נרו יאיר; פאר'ן אריין לייגן אין אים אזא ליבשאפט צו לערנען און דאווענען - מיט אזא איבערגעגעבנקייט, ממש ווי צו אן אייגן קינד.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער און דיר געבן סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים וואס זענען קרואים בנים.

#40 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן מיט מיין טאכטער
הכרת הטוב

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת און טיטשער מרת ... תחי'.


איך שיק אייך דא משלוח מנות פאר'ן זיך אזוי געטריי אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי'; פאר'ן אריין לייגן אין איר אזא ליבשאפט צו תורה און מצוות - מיט אזא איבערגעגעבנקייט, ממש ווי צו אן אייגן קינד.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת ביי אייערע קינדער און אייך געבן סייעתא דשמיא, איר זאלט מצליח זיין מיט אלע תלמידות.

#39 - געלט באקומט מען נאר מיט תפלה
תפילה והתבודדות, מוסדות, הכרת הטוב, שבת קודש, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו ביסט געקומען צו מיר ווי א שליח פון הימל; איך האב די וואך געהאט אן ארבעטער וואס האט געארבעט ביי מיר אין שטוב, איך האב נישט געוואלט עובר זיין אויף דעם לאו פון (ויקרא יט, יג): "לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר", אבער איך האב נישט געהאט קיין איין פרוטה אים צו באצאלן. האב איך זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל קענען באצאלן דעם ארבעטער אויפן טאג, אפילו ער האט עס נישט געמאנט פון מיר. פלוצלינג ביסטו אנגעקומען ווי א שליח פון הימל און איך האב געקענט באצאלן אויפן טאג.


עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז פאר יעדע מצוה צאלט מען שכר מדה כנגד מדה, און ווער עס איז נזהר צו באצאלן זיין ארבעטער און איז מקיים (דברים כד, טו): "בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ" איז זוכה צו קדושת שבת. אזוי ווי מען זעט אז די ראשי תיבות פון בְּ'יוֹמוֹ תִ'תֵּן שְׂ'כָרוֹ איז "שבת"; ווייל דער ארבעטער האט אוועק געגעבן זיין נשמה בשעת ער האט געארבעט און אז מען באצאלט אים פאר'ן אוועק געבן זיין נשמה איז מען זוכה צו באקומען די נשמה יתירה וואס מען באקומט שבת; דאנק איך דיר פאר דעם.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון בעטן דעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער הערט צו ווען מען בעט אים; מען זעט גלייך אפענע ישועות.


עס ליגט אויף מיר א שווערע לאסט פון צאלן די מלמדים און טיטשערס וכו' וכו' שוין איבער צען יאר, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע און מיר זאלן נישט האבן קיין חובות. און וואונדער איבער וואונדער ווי אונזער מוסד שטייט היינט, אן קיין עשירים און אן קיין נדבנים נאר אויף תפילה!


פאריגע וואך האב איך געהאט א גרויסע נס, מיר זענען געווען שולדיג איבער פופציג טויזנט דאללער פאר די מלמדים און טיטשערס, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אזוי אויך האבן אלע קינדער געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס. די שטאט האט באצאצלט אן אלטע חוב פון פינף יאר צוריק אזוי ארום האט מען געקענט באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


 

#38 - יישר כח פאר'ן אויספירן דעם שידוך פאר מיין זון
שידוכים, הכרת הטוב, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


איך דאנק דיר פארן זיין דער גוטער שליח פון הימל צו זיין דער שדכן פאר מיין זון שלמה נרו יאיר.


מיין הארץ איז פול מיט לויב צום אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט מיר שטענדיג, בפרט יעצט פאר אזא נס צו קענען א שידוך טון מיט א קינד ווען ער איז נאך יונג, ווערנדיג ממש יעצט זעכצן יאר, מיט א ערליכע וואוילע מיידל, א תלמידה פון 'בית פיגא', א טאכטער פון אונזער חשוב'ער חבר ר' יואל טייטלבוים נרו יאיר גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל שכונת עצי תמרים; א כלה פון א ווארימע ערליכע שטוב, איך בין אויסטערליש פרייליך.


איך האב געזאגט פארן מחותן נעכטן ביים לחיים אז מיר זענען פאסיגע מחותנים; מיר האט מען ארויסגעווארפן פון א מוסד פאר עלף יאר צוריק פאר'ן איינציגסטן חטא אז איך בין א ברסלב'ער און איך רעד צו די תלמידים פונעם אייבערשטן, און אים האט מען אויך ארויסגעווארפן מיט ביזי בזיונות פון א מוסד פאר'ן פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


ביי מיר איז א כבוד זיך צו משדך זיין מיט א ברסלב'ער חסיד וואס מען האט פארשעמט פאר'ן פארן צום רבינ'ס ציון; וואונטש איך דיר אז דו זאלסט אויך זוכה זיין צו טון שידוכים יונגערהייט מיט דיינע קינדער.


שטארק דיר מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר די גאנצער וועלט; אויך בעט איך דיר דו זאלסט ווייטער מחזק זיין די מלמדים, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אין מחזקין אלא למחזקין", די וואס זענען מחזק אנדערע די דארף מען מחזק זיין, ווייל זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק; א מלמד דארף יעדן טאג באקומען אפאר ווערטער פונעם מנהל, עס איז נישט גענוג איין מאל א וואך. יעדן טאג דארף מען פרעגן יעדן מלמד: "וואס טוט זיך?" "וואס הערט זיך?" וואס מאכט דער קינד?" "וואס הערט זיך ביי דעם קינד?" דאס געבט זיי פרישע כוחות אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין שדכן; דער אייבערשטער זאל דיר צוריק צאלן נחת ביי דיינע קינדער .

#37 - יישר כח פאר'ן אוועקגעבן דעם שטוב צו מאכן א טיי אוונט
כולל, צדקה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.


איך דאנק אייך פאר'ן אוועק געבן אייער שטוב צו מאכן דעם "טיי אווענט" פאר אונזער חשוב'ע כולל.


אינעם זכות פון העלפן די כולל יונגעלייט לערנען תורה זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער, אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן תלמידי חכמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים, "הֲווּ לֵיהּ בְּנִין רַבָּנָן" וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְמוֹקִיר רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידים חכמים, "הֲווּ לֵיהּ חַתְנְוָותָא רַבָּנָן", וועט האבן איידעמער תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלעס גוטס אינעם זכות פון מאכן אייער שטוב א אכנסיא פאר תלמידי חכמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:): "הַמְאָרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס נעמט אריין א תלמוד חכם אין זיין שטוב און דער וואס געבט אוועק זיין שטוב פאר א מסיבה אז תלמידי חכמים זאלן האבן א שטוב – "וּמַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ וּמְהַנֵּהוּ מִנְּכָסָיו, עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה" – וועט אים דער אייבערשטער היטן פון אלעם שלעכטס און געבן אלעס גוטס.

#36 - נאר זיין גוט צו יעדן איינעם
הכרת הטוב, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט מיר וואס דו קענסט מיר צוריק טון פאר אלעס גוטס וואס דו באקומסט וכו'; אז דו וועסט טון חסד פאר א צווייטן מיט דעם וועסטו מיט מחי' זיין. איך קען נישט סובל זיין די וואס מאכן מחלוקות, זאלסטו זען נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט איינער וואס טוט וויי א צווייטן איד; דו זאלסט נאר טון גוטס און נאר זיין פאזעטיוו צו אלעמען. געב א גוט ווארט פאר יעדן איינעם וועסטו מיר אויפלעבן.


זע צו לערנען לכל הפחות א דף גמרא יעדן טאג, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.