בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4393 - א גרויסע זכות צו מאכן די פרויען צוזאמקום
חברים, מאוויס, התחדשות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע זאך וואס איר טוט, אז איר מאכט ביי אייך אין שטוב די וועכנטליכע פרויען צאמקום. איר האט נישט קיין השגה וואס פאר א זכות דאס איז; די פרויען גייען אהיים מיט פרישע כוחות, פרישע לופט צו אטעמען; מען פילט זיך אן מיט אמונה, מיט חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן מיט די קינדער, מאן און אזוי ווייטער.


איר קענט אויפשפילן ביי די פרויען צאמקום זאכן פון בית פיגא אדער פון ישיבה, דאס איז נישט אין די גדר פון נישט קוקן ווידיא"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4392 - מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן צו גרויסע ישועות
צניעות, שלום בית, סבלנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זעסטו שוין אליינס אז מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן; ווי מער סבלנות מען האט אין לעבן, ובפרט אין שטוב צו די ווייב, און ווי מער מען בעט דעם אייבערשטן בתחנונים אז די ווייב און קינדער זאלן זיין ערליך און איידל - זעט מען ביים סוף גרויסע ישועות.


זיי ממשיך מיט תפילה און קוק גוט אויף דיין ווייב. דו האסט א טייערע ווייב, זי איז באמת א גוטע נשמה. דו קוק אויף איר פנימיות, און בעט ביים אייבערשטן אז אויך איר אויסנווייניג זאל זיין איידל און הייליג.


איך קען דיר דערציילן אן א שיעור מעשיות וואס איך האב בייגעוואוינט אין די קרוב צו צוואנציג יאר וואס איך געפון זיך אין היכל הקודש, ווי מיט תפילה און סבלנות האט די ווייב באקומען א געפיל אין צניעות.


רק חזק!

#4391 - נישט מאכן קיין עסק פון יעדן פראבלעם ביי א קינד
קינדער, חינוך הילדים, רפואה, מוסדות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין טאכטער וואס רעדט כמעט גארנישט, זי איז זייער צוריקגעצויגן; בוי איר אויף, געב איר אסאך גוטע ווערטער, אזוי וועט זי זיך עפענען.


מאך נישט קיין עסק פון איר נישט רעדן, פרעג איר נישט טויזנט מאל: "פארוואס רעדסטו נישט?" אזוי וועט זי זיך צוביסליך עפענען.


איך האב שוין געזען אסאך פעלער ווי פראבלעמען ביי קינדער זענען פארשווינדן געווארן ווען מען האט נישט געמאכט קיין עסק פון דעם. מיר האבן אין אונזער מוסד א קינד וואס עפנט נישט די מויל שוין פון אנהויב יאר, די לערערינס פרעגן מיר כסדר: "וואס טוט מען מיט די מיידל וואס עפנט נישט די מויל, זי זאגט ממש נישט ארויס א ווארט פון מויל?" איך בין זיי מחזק זיי זאלן נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זיך נישט פארלייגן אויפ'ן קינד אז זי זאל דוקא יא רעדן. איך אליינס בין געווען אין סקול ביי די כיתה, איך האב פרובירט מיט חכמה איר צו פרעגן פראגעס, אבער די מיידל בלייבט שטיל, איך האב אזוי ארום געדריידט אז עס זאל זיך נישט אנזען ווי זי ענטפערט נישט.


יעצט שרייבט מיר איינע פון די מאמעס, זי קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די סבלנות פון די טיטשערס, זי דערציילט אינעם בריוו אז איר טאכטער שמועסט שוין איבער א שעה מיטן קינד אויפן טעלעפאן, אויך איז איר טאכטער אריבערגעגאנגען צו די מיידל'ס שטוב און זיי רעדן און לאכן כאילו לא הי'; דאס איז נאר די סבלנות פון די איבערגעגעבענע לערערינס פון בית פיגא וואס ארבעטן מיט אזעלכע מסירות נפש. אין קלאס רעדט זי נאכנישט, אבער נאך אביסל וועט זי שוין רעדן.


שטארק זיך, און מיט אסאך תפילה און סבלנות וועסטו זען גרויסע ישועות.

#4390 - מיין נאמען זאל נישט שטיין אויף א שול וואו עס איז דא ליצנות
בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינער פון די מתפללים שרייבט מיר אז עס איז דא ליצנות ביי אונז אין שול ביי שלש סעודות, איז דאס וואר? ביטע זיי מיר מברר אויב דאס איז ריכטיג, ווייל איך וויל נישט עס זאל שטיין מיין נאמען אויף א שול וואו עס איז דא ליצנות.

#4389 - געב אכטונג זיך צו פירן בצניעות מיט דיינע טעכטער
קינדער, צניעות, קדושה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין ווייב זאגט מיר נאכאמאל אז דו נעמסט דיינע טעכטער אין דיין בעט, דו נעמסט זיי אויף דיר וכו'; וויל איך דיר נאכאמאל זאגן, דאס איז נישט קיין געזונטע זאך - נישט פאר דיר און נישט פאר זיי, און דאס קען זיין פאר דיר א גרויסע סכנה.


דיין ווייב וויינט צו מיר אז זי פרובירט מיט איר חכמת נשים צו אוועקנעמען די קינדער, זיי זאלן נישט גיין ווען זי הערט ווי דו רופסט זיי אין דיין בעט, זי מאכט זיי פארנומען מיט אנדערע זאכן, אבער נישט אלעמאל העלפט דאס. זי איז זייער דערשראקן, איך האב איר געזאגט איך וועל דיר נאכאמאל שרייבן און דערמאנען אז עס וועט זיין זייער ביטער פאר דיר און פאר זיי.


פאלג, אז נישט וועט זיין גרויסע בזיונות.

#4388 - פארוואס ביסטו אזוי געפאלן ביי דיר?
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארוואס לאזטו זיך אזוי נאך? פארוואס ביסטו אזוי געפאלן ביי דיר?! דער אייבערשטער איז דאך מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר; אלעס וואס פאסירט איז דאך נאר פונעם אייבערשטן, און אז עס איז פונעם אייבערשטן - איז דאס זיכער גוט; איז פארוואס זאלסטו זיך אזוי נאכלאזן?!


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות. גיי אין א ווינקל און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן אין דיין אייגענע שפראך, בעט אים ער זאל אויף דיר רחמנות האבן, ער זאל דיך ארויסנעמען פון דיין פלאנטער און דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים ער זאל אננעמען דיין תשובה.


איך זיץ מיט די בחורים אזוי ווי אלע יארן, פון אינדערפרי ביז אויף דער נאכט. ברוך ה' עס זענען דא פרישע מקורבים, זייער פיינע בחורים. איך פרוביר עוסק זיין אין שידוכים, איך וועל דיר נאך שרייבן, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4387 - די קינדער זאלן זען ווער עס איז חשוב
חינוך הילדים, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל נישט קענען אנטייל נעמען ביים מעמד קביעת מזוזה, זונטאג נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, מיין מחותן דער מנהל ר' מרדכי נרו יאיר מאכט חתונה.


אזוי ווי דער דיין ר' יונה שליט"א קומט צו ענק זונטאג געבן א שיעור פאר די אברכים אין הלכות טהרה, זאלסטו אים מכבד זיין מיטן קלאפן די מזוזה, און אז עס איז דא צוויי טירן זאלסטו אויך מכבד זיין דעם מגיד שיעור הרב ר' הערשל נרו יאיר מיט קביעת מזוזה; זאלן די קינדער זען וואס איז חשוב, חשוב איז א דיין, חשוב איז א תלמיד חכם, חשוב איז אן ערליכער איד; אזוי וועלן די קינדער שטרעבן צו זיין גוטע ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4386 - די יונגע יארן זענען די שענסטע יארן פון לעבן
לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך שטיי יעצט אין עירפארט, אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל, איך ווארט אויף די רענצלעך און איך זע דיין טעקסט מעסעדזש ווי דו שרייבסט דיין סיום משניות די עלפטע מאל, אז דו האסט אנגעהויבן לערנען נאכאמאל ש"ס, אז דו האסט ליב צו גיין אין חדר און אז דו לערנסט יעדע נאכט די דף גמרא מיטן מגיד שיעור ר' יעקב לעסער שליט"א.


האסט מיך זייער פרייליך געמאכט, און אפילו איך בין אפגעמאטערט פון די נסיעה - דאך שרייב איך דיר צוריק.


שטארק זיך, נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה, די יארן זענען די שענסטע יארן פון לעבן; יעדע ווארט תורה אין די יארן איז מער פון אסאך יארן אויף די עלטער (ספר המידות אות תשובה, סימן עג).


 

#4385 - דער וואס היט זיך די אויגן און די מחשבה, ווערט א גוטער מענטש
קדושה, תשובה, עבירות, מדות טובות, כעס, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יג, כא): "חַטָּאִים", די זינדיגע מענטשן, "תְּרַדֵּף רָעָה", לויפט זיי נאך די שלעכטס, "וְאֶת צַדִּיקִים", און פאר די צדיקים - "יְשַׁלֶּם טוֹב", באצאלט דער אייבערשטער גוטס.


מיט די הקדמות פון רבי'ן קען מען זאגן אזא פשט, "חַטָּאִים", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית רחמנא לצלן, "תְּרַדֵּף רָעָה", ווערט ער א שלעכטער מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט), וואס שטייט ביי ער ועונן? "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'" (בראשית לח, ז), זיי זענען געווען רַע בְּעֵינֵי ה', פארוואס שטייט נישט רשע? נאר דער רבי זאגט, ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון ער ועונן, ער איז משחית זרע רחמנא לצלן - ווערט רע, א שלעכטער, א כעס'ן, א שלעגער, א בעל מחלוקת, א לץ וואס שפעט פון צדיקים.


ווידער "וְאֶת צַדִּיקִים", דער וואס היט זיך די אויגן און די מחשבה, ער זינדיגט נישט, און אויב ער פאלט אראפ - טוט ער גלייך תשובה, אזא איינעם - "יְשַׁלֶּם טוֹב", ער ווערט א גוטער מענטש, ער ווערט נישט בכעס, ער שלאגט נישט קיינעם, ער קריגט נישט מיט קיינעם, ער אנטלויפט פון מחלוקות, ער האט ליב יעדן איד, והבן למעשה.

#4384 - א קונטרס פון די תורה אין ליקוטי מוהר"ן וואס איז מסוגל להולדה
תודה והודאה, שלום בית, סגולות, רפואה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז גוט זאלסט מאכן א קונטרס פון תורה ב' פון חלק ב' פון ליקוטי מוהר"ן און די תפילה אויף די תורה, און דאס געבן פאר די אברכים זיי זאלן דאס קענען מיטנעמען ווען מען גייט אריין אין שפיטאל האבן א קינד, די תורה איז מסוגל להולדה. ווייל געווענליך ווען מען גייט שוין אין שפיטאל ווערט מען צעמישט, מען געדענקט נישט וואס און ווי, און מיט די קונטרס ווען מען וויסן וואס צו לערנען און די תפילה צו דאווענען.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, רעכנט אויס אינאיינעם די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט ענק - ווען קומען נאך חסדים.


 

#4383 - היט דיינע אויגן, יעצט נאך די חתונה איז גרינגער
קינדער, שלום בית, רפואה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט אין די טעג וואס דיין ווייב ווארט למזל טוב זאלסטו זיין מער פארזיכטיג צו איר, ווייל די טעג זענען שווערע טעג פאר איר און די מצב רוח, די מאָד טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, און אז מען ווייסט דאס פון פאראויס - איז דאס גרינגער, און זיי גרייט אז זי וועט נישט זיין גרייט פאר דיר וכו' וכו', אויך מיט עסן איז שווער וכו'.


העיקר שטארק זיך מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און מיט תפילה. בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דאס קינד, אלעס זאל זיין בנקל, גרינג און בנחת.


היט דיינע אויגן. יעצט נאך די חתונה איז גרינגער; דו האסט פת בסלו, האסט דיין ווייב. רעד מיט איר, קוק אויף איר און אויף קיינעם אנדערש נישט.

#4382 - די חתונות אין ישיבה זאלן בלייבן אויף א פשוט'ער סטאנדארט
ניגונים, צדקה, מוסדות, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, ובפרט מיט'ן אראפנעמען פון מיר די עול החתונות, דו האסט אראפגענומען פון מיר די גאנצע עול. דאס איז א גרויסע זכות פאר דיר, צו העלפן אנשי שלומינו קענען חתונה מאכן די קינדער בחנם ממש, אן קיין איין פרוטה. אלע קהילות העלפן זייערע מענטשן בעת שמחתם מיט בארגן געלט, און אויך מיט געבן געלט, אבער מיר געבן דעם גאנצן ליל החתונה בחנם ממש.


איך וויל פון היינט און ווייטער זאלסטו מער נישט נעמען געלט פאר די חתונה פון די מוסד קאסע, די מוסד איז יעצט זייער געדרוקט, עס איז נישטא צו באצאלן די איינגעשטעלטע; זאלסטו מער נישט נעמען קיין געלט פון די קאסע, איך וועל אויפשטעלן א קאסע פאר די צוועק.


אויך בעט איך דיר, געב אכטונג אז די חתונות זאלן בלייבן אויף א פשוט'ער סטאנדארד כדי עס זאל האבן א קיום, מיר זאלן דאס קענען ווייטער אנהאלטן.


געב אכטונג אז די בחורים וואס מאכן די מוזיק זאלן מאכן נאר היימישע ניגונים מיט טעם, ווייל די היינטיגע ניגונים מאכן נאושעס און עס נעמט אוועק די גאנצע חן פון א אידישע חתונה.


עסצייג קענסטו נעמען פון ישיבה, מען דארף נישט קויפן קיין דורכזיכטיגע.

#4381 - לערן סיי אין שול און סיי אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, לימוד התורה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן; מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו, עס זאל נישט אריבערגיין אפילו איין טאג אן לערנען די הייליגע תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ט, הלכה ה): "יום תעזבני", אויב מען לאזט אפ די תורה פאר איין טאג, "ימים אעזבך", וועט די תורה דיך אפלאזן צוויי טעג; אזוי גייט עס, אז מען לערנט נישט היינט - לערנט מען שוין נישט מארגן.


מיטן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, לערנען אפילו אן פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו) - קען מען באווייזן צו לערנען יעדן טאג אפילו מען איז פארנומען מיט ברענגען פרנסה וכדומה.


לערן סיי אין שול און סיי אין שטוב, עס איז וויכטיג ביידע, ווייל די ווייב און קינדער, אז זיי זעען דעם טאטע לערנען טאג נאך טאג - איז דאס גאר אן אנדערע שטוב, די קינדער וואקסן אויף גאר אנדערש.

#4380 - אז מען האט חובות איז מען מקיים מצות צדקה מיט פרוטות
צדקה, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היט זיך פון חובות. כל זמן מען האט חובות קען מען נישט טיילן קיין גרויסע געלטער פאר צדקה, אז מען האט חובות איז מען מקיים מצוות צדקה מיט פרוטות. צדקה דארף מען געבן יעדן טאג, אבער אויב מען איז שולדיג געלט פאר מענטשן און עס איז שוין אריבער דער זמן פון באצאלן - טאר מען נישט טיילן צדקה, שפילן עושר; מען דארף קודם באצאלן אלע חובות און מקיים זיין צדקה מיט פרוטות.


דאס איז איינס פון די שווערסטע זאכן פאר'ן מענטש ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען דארף אנהויבן לעבן אין רעאליטעט; געענדיגט מיט שפילן די שפיל פון ליגנט, פון קרעדיט קארד'ס וכדומה.


וואויל איז דעם וואס פאפט זיך נישט און פאפט נישט אנדערע, ער לעבט וויפיל ער האט, ער שפילט נישט פאר די חבירים מעשה עושר, ער לעבט שפארזאם, ער איז צופרידן וויפיל דער אייבערשטער געבט אים, און לייגט אריין זיין קאפ און מח אין טון מצוות ומעשים טובים ולימוד התורה.


היט זיך פון חובות ווי מען היט זיך פון די שרעקעדיגסטע זאך.

#4379 - איר זאלט ווייטער מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, צניעות, תהלים, נשמה, שולד געפילן, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


איך האב געהערט די שרעקליכע נייעס אז אייער מאמע איז ליידער נפטר געווארן אין אייער לעצטע טאג פון די שבע ברכות. זאלט איר אבער וויסן אז אייער מאמע האט געהאט פון אייך גרויס נחת, זי האט נישט אויפגעהערט צו דאנקען דעם אייבערשטן פון די נחת וואס איר האט איר געברענגט יעצט ביי די חתונה. זי איז געווען אזוי פרייליך ביי די חתונה, זי האט אלעמען אזוי שיין באדאנקט, זאלט איר נישט האבן חס ושלום קיין שולד געפיל.


איך בעט אייך זייער, טרייבט ארויס אלע שולד געפילן, יעצט זאלט איר זי מאכן ווייטער א נחת רוח פאר איר נשמה. זי זיצט יעצט אין גן עדן און קוקט אויף אייך, צו זען ווי שיין איר פירט זיך. זי שעפט נחת פון אייער צניעות, פון אייער ערליכקייט, זי האלט אלעס ווייטער מיט פון די משפחה. ביי ערליכע אידן איז נישטא די זאך פון שטארבן; די נשמה לעבט, די נשמה זעט, די נשמה קוועלט פון נחת ווי די קינדער פירן זיך בדרך התורה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, וועט דאס זיין לעילוי נשמתה, און שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה, אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.

#4378 - איך ווארט זאלסט שוין צוריקקומען אין ישיבה
ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, שוין א גאנצע וואך וואס איך זע דיך נישט אין ישיבה. איך הער זאגן אז דו שפירסט זיך נישט אזוי גוט, וואונטש איך דיר א רפואה שלימה.


שטארק זיך, זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן, שמועס מיט אים. בעט אים פאר אלעס וואס דו באגערסט, בעיקר אויף זיין אן ערליכער איד, אויף זיין הייליג.


אויך לערן דיינע שיעורים כסדרן.


איך ווארט זאלסט שוין צוריקקומען.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#4377 - ביי רוחניות דארף מען אלץ שטרעבן אויף נאך און נאך
שטעטל, עבודת השם, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק הרואה, הלכה ה, לפי גירסת העין יעקב): "כל ברכיא טבין", אלע ברכות זענען גוט, "וברכיא דאורייתא בישין", און ביי די תורה איז דאס נישט גוט, פשט איז, ביי אלע וועלטליכע זאכן איז גוט ווען מען איז צופרידן, אויסער ביי תורה און מצוות, דארט איז נישט גוט צו זיין צופרידן, דארט דארף מען וועלן נאך און נאך, ווייל וויפיל מען לערנט און וויפיל מצוות מען טוט - דארף מען אלץ שטרעבן אויף נאך און נאך. נאר ביי גשמיות'דיגע זאכן דארף מען זיין צופרידן, ביי אייגענע גשמיות'דיגע געברויבן זאגן די הייליגע חכמים (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר, הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", אבער ביי תורה - "וברכיא דאורייתא בישין", איז נישט גוט דאס צופרידנקייט, מען דארף טון נאך און נאך אן אויפהער; והבן למעשה.


שטארק זיך טייערער ... נרו יאיר, "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", האסט אנגעפאנגען העלפן בויען די שטעטל - זאלסטו נישט אפלאזן די מצוה, נאר ווייטער בויען - מיט די זעלבע פרישקייט - אונזער שטעטל, בעיקר עס זאל זיין הייזער פאר אנשי שלומינו פאר ביליג. און אויך די מוסדות, מען זאל באצאלן צייטליך די איינגעשטעלטע.

#4376 - נעם די עצה פון רבי'ן פאר א שידוך
תפילות אויף אידיש, שידוכים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם די עצה פון רבי'ן פאר א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ", וועם עס איז שווער צו טרעפן זיין שידוך, "יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן די פרשה פון קרבנות הנשיאים.


טו די סגולה, זאג יעדן טאג די פרשה וואס מען ליינט חנוכה, די פרשה פון פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", זאג עס מיט אמונה, בתמימות ובפשיטות, און נאכן זאגן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר א שידוך. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליינס, א פלג גוף. איך וויל זיין ערליך, איך וויל אויפשטעלן א אידישע שטוב, איך וויל חתונה האבן, זיין אפגעהיטן בקדושת הברית, זיין הייליג און ריין.


רבונו של עולם, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, איך האב געטון די סגולה פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, העלף מיר איך זאל שוין יעצט טרעפן מיין שידוך, אמן סלה".


סדר קרבנות הנשיאים:


וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן וַיִּמְשַׁח אֹתוֹ וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ וְאֶת כָּל כֵּלָיו וְאֶת הַמִּזְבֵּחַ וְאֶת כָּל כֵּלָיו וַיִּמְשָׁחֵם וַיְקַדֵּשׁ אֹתָם: וַיַּקְרִיבוּ נְשִֹיאֵי יִשְֹרָאֵל רָאשֵׁי בֵּית אֲבֹתָם הֵם נְשִֹיאֵי הַמַּטֹּת הֵם הָעֹמְדִים עַל הַפְּקֻדִים: וַיָּבִיאוּ אֶת קָרְבָּנָם לִפְנֵי יי' שֵׁשׁ עֶגְלֹת צָב וּשְׁנֵי עָשָֹר בָּקָר עֲגָלָה עַל שְׁנֵי הַנְּשִֹאִים וְשׁוֹר לְאֶחָד וַיַּקְרִיבוּ אוֹתָם לִפְנֵי הַמִּשְׁכָּן: וַיֹּאמֶר יי' אֶל משֶׁה לֵּאמֹר: קַח מֵאִתָּם וְהָיוּ לַעֲבֹד אֶת עֲבֹדַת אֹהֶל מוֹעֵד וְנָתַתָּה אוֹתָם אֶל הַלְוִיִּם אִישׁ כְּפִי עֲבֹדָתוֹ: וַיִּקַּח משֶׁה אֶת הָעֲגָלֹת וְאֶת הַבָּקָר וַיִּתֵּן אוֹתָם אֶל הַלְוִיִּם: אֵת שְׁתֵּי הָעֲגָלוֹת וְאֵת אַרְבַּעַת הַבָּקָר נָתַן לִבְנֵי גֵרְשׁוֹן כְּפִי עֲבֹדָתָם: וְאֵת אַרְבַּע הָעֲגָלֹת וְאֵת שְׁמֹנַת הַבָּקָר נָתַן לִבְנֵי מְרָרִי כְּפִי עֲבֹדָתָם בְּיַד אִיתָמָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן: וְלִבְנֵי קְהָת לֹא נָתָן כִּי עֲבֹדַת הַקֹּדֶשׁ עֲלֵהֶם בַּכָּתֵף יִשָֹאוּ: וַיַּקְרִיבוּ הַנְּשִֹאִים אֵת חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ בְּיוֹם הִמָּשַׁח אֹתוֹ וַיַּקְרִיבוּ הַנְּשִֹיאִם אֶת קָרְבָּנָם לִפְנֵי הַמִּזְבֵּחַ: וַיֹּאמֶר יי' אֶל משֶׁה נָשִֹיא אֶחָד לַיּוֹם נָשִֹיא אֶחָד לַיּוֹם יַקְרִיבוּ אֶת קָרְבָּנָם לַחֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ:


וַיְהִי הַמַּקְרִיב בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֶת קָרְבָּנוֹ נַחְשׁוֹן בֶּן עַמִּינָדָב לְמַטֵּה יְהוּדָה: וְקָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתּוּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן נַחְשׁוֹן בֶּן עַמִּינָדָב:


בַּיּוֹם הַשֵּׁנִי הִקְרִיב נְתַנְאֵל בֶּן צוּעָר נְשִֹיא יִשָֹשֹכָר: הִקְרִב אֶת קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן נְתַנְאֵל בֶּן צוּעָר:


בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי נָשִֹיא לִבְנֵי זְבוּלֻן אֱלִיאָב בֶּן חֵלֹן: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֱלִיאָב בֶּן חֵלֹן:


בַּיּוֹם הָרְבִיעִי נָשִֹיא לִבְנֵי רְאוּבֵן אֱלִיצוּר בֶּן שְׁדֵיאוּר: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֱלִיצוּר בֶּן שְׁדֵיאוּר:


בַּיּוֹם הַחֲמִישִׁי נָשִֹיא לִבְנֵי שִׁמְעוֹן שְׁלֻמִיאֵל בֶּן צוּרִישַׁדָּי: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן שְׁלֻמִיאֵל בֶּן צוּרִישַׁדָּי:


בַּיּוֹם הַשִּׁשִּׁי נָשִֹיא לִבְנֵי גָד אֶלְיָסָף בֶּן דְּעוּאֵל: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֶלְיָסָף בֶּן דְּעוּאֵל:


בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי נָשִֹיא לִבְנֵי אֶפְרָיִם אֱלִישָׁמָע בֶּן עַמִּיהוּד: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֱלִישָׁמָע בֶּן עַמִּיהוּד:


בַּיּוֹם הַשְּׁמִינִי נָשִֹיא לִבְנֵי מְנַשֶּׁה גַּמְלִיאֵל בֶּן פְּדָהצוּר: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן גַּמְלִיאֵל בֶּן פְּדָהצוּר:


בַּיּוֹם הַתְּשִׁיעִי נָשִֹיא לִבְנֵי בִנְיָמִן אֲבִידָן בֶּן גִּדְעֹנִי: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֲבִידָן בֶּן גִּדְעֹנִי:


בַּיּוֹם הָעֲשִֹירִי נָשִֹיא לִבְנֵי דָן אֲחִיעֶזֶר בֶּן עַמִּישַׁדָּי: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֲחִיעֶזֶר בֶּן עַמִּישַׁדָּי:


בְּיוֹם עַשְׁתֵּי עָשָֹר יוֹם נָשִֹיא לִבְנֵי אָשֵׁר פַּגְעִיאֵל בֶּן עָכְרָן: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן פַּגְעִיאֵל בֶּן עָכְרָן:


בְּיוֹם שְׁנֵים עָשָֹר יוֹם נָשִֹיא לִבְנֵי נַפְתָּלִי אֲחִירַע בֶּן עֵינָן: קָרְבָּנוֹ קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה: כַּף אַחַת עֲשָֹרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת: פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשֹ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה: שְֹעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת: וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה זֶה קָרְבַּן אֲחִירַע בֶּן עֵינָן:


זֹאת חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ בְּיוֹם הִמָּשַׁח אֹתוֹ מֵאֵת נְשִֹיאֵי יִשְֹרָאֵל קַעֲרֹת כֶּסֶף שְׁתֵּים עֶשְֹרֵה מִזְרְקֵי כֶסֶף שְׁנֵים עָשָֹר כַּפּוֹת זָהָב שְׁתֵּים עֶשְֹרֵה: שְׁלשִׁים וּמֵאָה הַקְּעָרָה הָאַחַת כֶּסֶף וְשִׁבְעִים הַמִּזְרָק הָאֶחָד כֹּל כֶּסֶף הַכֵּלִים אַלְפַּיִם וְאַרְבַּע מֵאוֹת בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ: כַּפּוֹת זָהָב שְׁתֵּים עֶשְֹרֵה מְלֵאֹת קְטֹרֶת עֲשָֹרָה עֲשָֹרָה הַכַּף בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ כָּל זְהַב הַכַּפּוֹת עֶשְֹרִים וּמֵאָה: כָּל הַבָּקָר לָעֹלָה שְׁנֵים עָשָֹר פָּרִים אֵילִם שְׁנֵים עָשָֹר כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה שְׁנֵים עָשָֹר וּמִנְחָתָם וּשְֹעִירֵי עִזִּים שְׁנֵים עָשָֹר לְחַטָּאת: וְכֹל בְּקַר זֶבַח הַשְּׁלָמִים עֶשְֹרִים וְאַרְבָּעָה פָּרִים אֵילִם שִׁשִּׁים עַתֻּדִים שִׁשִּׁים כְּבָשִֹים בְּנֵי שָׁנָה שִׁשִּׁים זֹאת חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ אַחֲרֵי הִמָּשַׁח אֹתוֹ: וּבְבֹא משֶׁה אֶל אֹהֶל מוֹעֵד לְדַבֵּר אִתּוֹ וַיִּשְׁמַע אֶת הַקּוֹל מִדַּבֵּר אֵלָיו מֵעַל הַכַּפֹּרֶת אֲשֶׁר עַל אֲרֹן הָעֵדֻת מִבֵּין שְׁנֵי הַכְּרֻבִים וַיְדַבֵּר אֵלָיו:

#4375 - עס מוז זיין דרך ארץ ביים שיעור
דרך ארץ, דרשות, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא צו זאגן פאר די צוויי וואס זעצן זיך אויבן אן ביים ליל שישי שיעור און שמועסן - אז זיי זאלן נישט קומען, עס מוז זיין דרך ארץ.


אויב עס איז נישטא קיין דרך ארץ בשעת'ן שיעור - זאלסטו בכלל נישט מאכן דעם לייוו הוק-אפ, און אז די צוויי רעדן און שמועסן ביים שיעור - זאלסטו זיי זאגן נישט צו קומען; הויב אן מיט שיינעם, זאג זיי אז דאס שטערט, מען קען נישט רעדן ביים שיעור.


זיי שטארק מיטן משמש זיין דעם רבי'ן, מיט ליב האבן יעדן מתפלל און מיט דרך ארץ אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4374 - ווער זאל גיין שלאפן ביי די באבע?
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע שלאפן ביי אייער מאמע; דאס בעסטע איז מען זאל איינטיילן צווישן די אייניקלעך, די גרויסע מיידלעך זאלן גיין שלאפן ביינאכט מיט אייער מאמע. עס איז נישט כדאי איר זאלט גיין שלאפן ביינאכט און איבערלאזן אייער מאן און די קינדער; עס איז זייער שיין פון אייער מאן נרו יאיר אז ער זאגט אייך דאס צו טון, איר זאלט גיין שלאפן מיט אייער מאמע, כדי זי זאל נישט זיין דערשראקן וכו', אבער דאס איז נישט תורה'דיג.


אדער זאלן קינדער גיין שלאפן ביי די באבע, אדער קענט איר ארייננעמען אייער מאמע צו אייך אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4373 - איך קום מיין גאנצע לעבן פאר מיינע עלטערן
הכרת הטוב, ספרי ברסלב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך זייער דערפריידט; האסט מיך זייער פרייליך געמאכט מיטן זיך באדאנקען פאר מיינע עלטערן, איך האב זייער הנאה צו הערן ווען מען מאכט פרייליך מיינע עלטערן.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט געזאגט "יישר כח" פאריגע וואך שבת אין מירון פאר מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א איז יעצט אין מירון, ער פארט אלע יארן קיין מירון פאר די דריי וואכן, פרשת בא, בשלח און יתרו, אזוי ווי מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט זיך פירן; זיצן ביים הייליגן תנא רבי שמעון, עוסק זיין אין תשובה און עבודות השם.


איך קום מיין גאנצע לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי האבן אלעס אוועקגעגעבן פאר מיר און פאר ענק.


בנוגע דעם ספר שפתי תפתח וכו'; ווען איך האב אפאר מינוט וואס איך דארף נישט זיין מיט די בחורים - שרייב איך נאך אפאר שורות; איך האף צו ענדיגן יעצט די דריטע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4372 - אז דו האסט הנאה פון די מלמדות, וועסטו מצליח זיין
מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט הנאה צו זיין א מלמד, ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין; אויב די קאפ ליגט ערגעץ אנדערש און מען קומט צו די קינדער אבי געזונט, מען האט נישט קיין געדולד - איז נישטא קיין הצלחה און דאס איז גניבה וגזילה. איך האב אמאל געדארפט פארשיקן א מלמד ביי אונז וואס זיין קאפ און מח איז געווען קויפן און פארקויפן, און די קינדער זענען געווען די צווייטע פריאריטעט.


איך בעט דיר זייער, לייג זיך אריין אינגאנצן פאר די קינדער, דעמאלט וועט דיר זיין גרינגער די ארבעט. אויך די דרך ארץ, ווייל די קינדער שפירן גלייך אויב זייער רבי איז מיט זיי בגוף ונפש, אדער ער איז נאר דארט בגוף אן קיין נשמה. קינדער ווילן נישט זיין חוצפה'דיג, קינדער פרובירן אויס זייער מזל, און ווען זיי זעען אז דער רבי איז ערנסט מיט די ארבעט, דער מלמד איז אינגאנצן מיט זיי - ווערן זיי צוגעקלעבט צו אים און די ארבעט גייט גרינג און געשמאק.


שרייב מיר יעדן טאג עפעס א נקודה פון חדר, איך וויל וויסן יעדע פינטל און יעדע האר פון חדר; די חדר איז מיר דאס טייערסטע און וויכטיגסטע פון אלעס אינעם מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4371 - העלפן דיינע עלטערן גיין צו די חתונה אן קיין חובות
כיבוד אב ואם, הפצה, צדקה, לימוד התורה, חובות, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב חתן, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, ליכטיגע דורות, אמן.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט העלפן דיינע עלטערן גיין צו די חתונה אן קיין חובות, פון היינט און ווייטער זאלסטו גיין אביסל מער הפצה צו העלפן דיינע עלטערן דיך חתונה מאכן. ווען דו גייסט הפצה זאלסטו זאגן "הכנסת כלה" און די געלט זאלסטו געבן דיינע עלטערן. אין ישיבה טוען אלע בחורים אזוי, זיי גייען צו די חתונה אן דעם וואס זייערע עלטערן זאלן דארפן אריינלייגן די הענט אין טאש ארויסנעמען אפילו איין פרוטה, (אויסער די חתנים וואס די עלטערן זענען פארמעגליך).


יעצט זאלסטו זיך באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה. יעצט האסטו שוין אביסל רואיגקייט, האסט זוכה געווען צו א כלה נאה וחסידה, און דו גייסט אריין אין א חשוב'ע שטוב, דיין מחותן איז זייער א טייערער איד, ער איז זייער מחזק די אינגעלייט אין טברי', דארפסטו יעצט זיך באנייען; לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיך מתבודד זיין יעדן טאג.


לאז גרוסן אלעמען, בפרט די בחורים פון די ירושלימ'ער ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4370 - פון אייער זייט זאל זיין שלום
קינדער, שידוכים, מחלוקת, שלום, משפחה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר די שידוך פון אייער זון ..., דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת פון אלע קינדער.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט אנטייל נעמען אין די שמחה פון אייער קינד, ווייל עס טוט זייער וויי פאר א קינד ווען די מאמע וויל נישט קומען צו די לחיים און צו די תנאים, עס לאזט איבער א גאנץ לעבן א שלעכטע טעם; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט זיך מבטל זיין צום אייבערשטן און זיך לאזן פירן פונעם אייבערשטן.


נעמט א טייל אינעם שידוך און זעט אז פון אייער זייט זאל זיין שלום, ווייל אין היכל הקודש ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען שלום - דאס ערשטע און דאס וויכטיגסטע, מוהרא"ש שרייבט: "איך האב פיינט מחלוקות".


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן (מלאכי ג, כג-כד): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא וְגוֹ', וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים".

#4369 - א מענטש איז צוגעגליכן צום בוים, מיר קענען זיך גוט באנייען
התחדשות, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש השנה פאר די ביימער, אין פסוק שטייט (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", א מענטש איז צוגעגליכן צום בוים; מיר קענען זיך היינט גוט באנייען, אפילו מיר זענען געווען ביז היינט טריקן און טויט - קענען מיר היינט אנהויבן וואקסן, דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען.


די וואך איז די פרשה פון קבלת התורה, די עשרת הדברות איז געשריבן בלשון יחיד (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹהֶיךָ", איך בין דיין באשעפער, "אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם", וואס איך האב דיך ארויסגענומען פון מצרים; דער אייבערשטער רעדט צו יעדן איינעם באזונדער, יעדער איד דארף טראכטן אז די תורה איז געגעבן געווארן נאר פאר אים, דער אייבערשטער רעדט צו אים און בעט אים: "זיי א איד, דין מיך".


באניי זיך, הויב אן מיט א פרישקייט צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אביסל חומש מיט תרגום מיט אביסל משניות און גמרא; זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין.


איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.