בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5986 - בלייבן צוגעבינדען צום יום טוב פסח
לימוד התורה, פסח, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו אזא הייליגע יום טוב, מיר האבן געגעסן די הייליגע מצה און מקיים געווען אלע מצוות פון יום טוב, יעצט דארפן מיר זיך צובינדן צום יום טוב, עס זאל בלייבן מיט אונז פאר אייביג; ווי אזוי בינדט מען זיך צו צום יום טוב פסח? דורך לערנען תורה.


דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זיך זייער שטארקן מיט דיינע שיעורים אין די הייליגע תורה. די ערשטע זאך זאלסטו לערנען חומש רש"י, מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן"; אז מען לערנט חומש רש"י איז מען צוגעבינדן צום אייבערשטן.


נאך האט מוהרא"ש דערציילט פונעם צדיק דער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו, ער האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אויך זאלסטו זיך באנייען מיטן לערנען יעדן טאג משנה און גמרא, די צוויי לימודים רייניגט זייער שטארק די נשמה און עס פארברענט אלע קליפות. קוק נישט אויף דעם וואס דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, אפילו אן קיין טעם. חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן, אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5985 - אז דיין האנט טוט וויי, וועסטו עס אפשניידן?
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען דעם יום טוב פסח אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, איך האב אזוי הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען הערליך שיין; די שמחה, די תמימות, די ליבשאפט, וואס איז דא צווישן אנשי שלומינו - זעט מען נישט ערגעץ אנדערש.


איך וויל דיך פרעגן, וואס טוסטו אז דו האסט ווייטאג פון דיין האנט אדער פוס - וועסטו גיין אפשניידן דיין האנט אדער פוס? אז דו האסט ווייטאג פון דיין אויער - וועסטו טראכטן אפילו פון אזא מחשבה פון אפשניידן דיין אויער? קיינער וועט נישט טון אזא זאך, קיינער וועט נישט טראכטן פון אזא זאך ווי אפשניידן דעם אבר וואס טוט וויי, מען וועט זוכן אלע וועגן ווי אזוי מען קען דאס פארהיילן, אויב אזוי פארוואס ווען דו האסט ווייטאג פון דיין ווייב טראכסטו יא פון אפשניידן און זיך גט'ן? מוהרא"ש זאגט, עס שטייט דאך אין די תורה (בראשית ב, כג): "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי", די פרוי איז א חלק פונעם מאן; דארף מען ליידן און האבן סבלנות, נישט טראכטן פון אפשניידן.


געדענק וואס מוהרא"ש האט גע'חזר'ט מיט אונז טאג און נאכט: "ווער עס וויל נישט ליידן אביסל - ליידט אסאך"; די ווערטער זענען עמוק עמוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5984 - אז מען היט די אויגן, האט מען א געפיל צו די ווייב און קינדער
חברים, שלום בית, שמירת עינים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן אביסל חיזוק, ווארעמע ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


טייערער ברודער, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב, זי איז וואויל, זי איז געטריי, און געב אכטונג נישט צו קוקן אויף פרעמדע פרויען, ווייל נאר אז מען היט די אויגן - האט מען א געפיל אין שטוב צו די ווייב און קינדער.


טייערער ברודער געב זיך אכטונג פון נישט גוטע חברים, אויך פון א נישט גוטע סביבה ביי די ארבעט. עס לוינט נישט די פרנסה אויב מען ווערט אראפגעשלעפט פון יראת שמים, עס לוינט נישט דאס לעבן אן יראת שמים, ווייל אין אנהויב גלאנצט עס, אין אנהויב זעט אויס ווי די נישט ערליכע האבן די לעבן, אבער עס גייט אריבער א שטיק צייט און מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


טייערער ברודער, דיין ווייב האט דיך אזוי ליב, ענק האבן געהאט אזא שיינע לעבן; א שאד פארלירן די שיינע אידישע לעבן, ענדערש זאלסטו אפלאזן די ארבעט, ווייל דו ווערסט אריינגעשלעפט אין א נישט גוטע וועג; דו ביסט אן איידעלע נשמה, דו ביסט טייער, דיר פאסט נישט צו רעדן ניבול פה, דיר פאסט נישט זיין מיט עבירות.


איך בעט דיר זייער, רעד ווייטער שיין צו דיין ווייב אזוי ווי ביז אהער, זי איז דיר עכט געטריי, זי זאגט זי בענקט צו די טעג וואס דו פלעגסט רעדן איידל און שיין, זי בענקט צו די טעג וואס דו האסט זיך געפירט איידל.


זי האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן, איך ווארט צו הערן פון דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן אויף די וועלט, און נאר דער וואס לעבט מיט די תורה - האט די לעבן אויף די וועלט. דער הייליגער רבי אבהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם ימח שמו פארגינט נישט דעם מענטש א לעבן בזה העולם", ער ווארפט אריין אין עבירות, אים צוצונעמען די וועלט און אויך יענע וועלט.


שרייב מיר צוריק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#5983 - דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן
אמונה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן אויף די שרעקליכע טראגעדיע פון דיין טייערער בחור, דיין טייערער זון עליו השלום; ווער קען פארשטיין די צער פון א טאטע וואס פארלירט א זון, א יונגע ביימל.


דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער און זאלסט קענען זיך שטארקן מיט א שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער מאכט אלעס בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5982 - מיט שחרית מנחה מעריב, וועט זיין געלט
דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. מוהרא"ש זאגט: "ווער עס איז שטארק צו דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב מיט מנין - וועט האבן א דבר שבמנין (געלט), עס וועט זיין גרויס שפע.


געב א גרוס פאר אלע אנשי שלומינו פון צפת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5981 - בלייב נאר מיט די שיעורים וואס דו האסט יעצט
בחור, דרך ארץ, סדר דרך הלימוד, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו, אויך האב איך ערהאלטן גאר גוטע גריסן פון דיין מגיד שיעור און פון דער מנהל, זיי זאגן אז דו פירסט זיך אויף מיט גאר גוטע מידות און יראת שמים.


דו פרעגסט אויב דו זאלסט צולייגן נאך שיעורים צו די שיעורים וואס דו לערנסט יעדן טאג; דארפסט נישט צולייגן יעצט נאך שיעורים, בלייב מיט די שיעורים וואס דו האסט יעצט, א שיעור אין מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י הקדוש, א שיעור אין נ"ך, א שיעור אין משנה – ח"י פרקים משניות, גמרא - בבלי און ירושלמי, הלכה, מדרש, זוהר, תיקוני זוהר און דעם רבינ'ס ספרים; באפלייס זיך אין די שיעורים, און נאך א יאר זאלסטו נאכאמאל פרעגן אויב דו זאלסט צולייגן.


אלע קוקן אויף דיר, מען וויל זען ווי אזוי פירט זיך א ברסלב'ער חסיד א תלמיד היכל הקודש; זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר, ווייל ווען מען פירט זיך אויף שיין זאגן אלע: "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5980 - מחמיר זיין ביי שלום בית אויף די גרעסטע שיעור
שלום בית, פרנסה, פסח, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין שלום בית, געדענק צו געבן אסאך גוטע ווערטער אין שטוב. זיי נישט קיין טרוקענער, זיי נישט קיין קאלטער, זיי ווארעם צו דיין ווייב, דאס איז עבודת השם, דאס איז א מצוה ווי אלע מצוות; מען דארף געדענקען צו געבן גוטע ווערטער, זאגן ליבשאפט ווערטער, ווי שטארק מען האט ליב און ווי שיין זי איז; דאס איז א מצות עשה דאורייתא.


אינטערעסאנט, פסח זוכט מען צו וויסן אויב די מצה האט א כזית, און אויב די כוס האט א רביעית, און ביי שלום בית - דארט זוכט מען נישט יוצא צו זיין אלע שיעורים, מען פטר'ט זיך אז מען האט שוין אמאל געזאגט א גוט ווארט. אזוי ווי די ווייטאגליכע ווערטל גייט, אן עלטערע אידענע ביי די ניינציג יאר האט געפרעגט איר מאן היתכן ער זאגט איר נישט קיין גוטע ווערטער, ער זאגט איר נישט ער האט איר ליב, זי ווארט שוין צענדליגער יארן צו הערן עפעס א גוט ווארט, האט ער איר געענטפערט מיט א פראגע: "איך זאג דיר נישט? איך האב דיר געזאגט אין יחוד שטיבל אז איך האב דיך ליב, אויב וואלט זיך עס געטוישט וואלט איך דיר געזאגט".


זיי נישט קיין קאלטער טרוקענער, זיי ווארעם און געב גוטע ווערטער; וועט די שכינה הקדושה רוען ביי דיר און עס וועט זיין פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5979 - איך וויל קענען אלעס קויפן, אן דארף פארדעם קוקן אין באנק
שלום בית, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיך געפרעגט וואס דו קענסט טון צו האבן גרויס שפע, נישט דארפן קוקן אין באנק פאר מען קויפט עפעס, נישט דארפן לעבן בצמצום, נאר קענען יעדע מאל קויפן מיט צוגעמאכטע אויגן; דו פרעגסט וואס פאר א סגולה דו קענסט טון?


ברודער, איך האב דיר שוין געזאגט און אויך געשריבן, און יעצט וועל איך נאכאמאל דיר שרייבן, אפשר וועל איך יעצט פועל'ן; אויב דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, דו וועסט איר נישט אפזידלען, דו וועסט רעדן אזוי ווי דו רעדסט צו א חשוב'ער מענטש, צו א פערזענליכקייט - וועסטו האבן שפע, עס וועט זיך גיסן ביי דיר שפע.


ביז דערווייל ביסטו דאס מקיים פאר איין טאג, און פאר צוויי טעג שרייסטו, און נאכדעם בעטסטו איבער, און פאר צוויי טעג רעדסטו שיין, און נאכדעם עודך זידלסטו איר, און דו רעדסט צו איר ווי מען רעדט צו א שקלאפטע, השם ישמרינו.


איך זאג דיר צו מיין ליבער ברודער, אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט פון היינט און ווייטער רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, (איך זאג נישט מען דארף פאלגן אלעס וואס א ווייב זאגט, איך רעדט פון די וועג ווי אזוי מען רעדט; די טענות, די פארשעמען און טשעפען), דו וועסט רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א קעניגן - וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט קענען קויפן די טייערסטע קליידער מיט צוגעמאכטע אויגן, אן קוקן וויפיל געלט עס איז דא אין באנק.


הלואי זאלסטו דאס מאל פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5978 - א מנהל דארף מוטיגן און פרייליך מאכן די מלמדים
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


האסט א גרויסע זכות מיטן צאמנעמען געלט פאר קמחא דפסחא און אויסטיילן פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך בין מקנא דיין זכות. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות בזכות די גרויסע מצוה.


איך האב באקומען זייער אסאך בריוו פון אנשי שלומינו ווי זיי באדאנקען זיך אז די קמחא דפסחא געלט האט זיי ליכטיג געמאכט אין שטוב.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי מחזק די מלמדים מיט די לערערינס; דאס איז דיין פליכט, א מנהל האט אסאך ארבעט, אבער דער עיקר ארבעט איז מוטיגן און פרייליך מאכן אלע מלמדים, אלע וואס ארבעטן פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5977 - ווילסט בלייבן אין היכל הקודש, שטיי ווייט פון מחלוקת
מחלוקת, היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט א פרישער מקורב אין היכל הקודש און אז דו ווילסט בלייבן מקושר אין די הייליגע חבורה - זאלסטו שטיין ווייט פון מחלוקות, שטיי ווייט פון די וואס טראגן און ברענגען לשון הרע; סיי די וואס ברענגען דיר לשון הרע וואס מען רעדט אויף דיר, און סיי דער וואס דערציילט דיר פון וואס דער רעדט אויף יענעם. זאלסט וויסן אז דאס איז פון די פרינציפן אין היכל הקודש, די ערשטע און וויכטיגסטע זאך; נישט האבן צוטון מיט לצים וואס זיצן אין אונזערע ד' אמות.


דא האסטו א שטיקל וואס מוהרא"ש האט מיר געלאזט צוואה, די צוואה איז פאר מיר פריוואט און דו זאלסט דאס אויך נעמען פאר דיר פריוואט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער.


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5976 - לאמיר שלום מאכן און זיך פארגעבן איינער דעם צווייטן
מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר, שוין אזוי א לאנגע צייט וואס איך זע דיר נישט און איך הער נישט פון דיר.


איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי דיינע חברים וואס דו מאכסט און וואס עס הערט זיך, האבן זיי מיר געזאגט אז דו ביסט זייער פארווייטאגט אויף מיר, היתכן איך האב נישט געמאכט קיין צייט פאר דיר וכו' און דו ווילסט מער נישט האבן קיין שייכות מיט מיר.


וויל איך דיך איבערבעטן, און איך וויל דו זאלסט מיר דן זיין לכף זכות; ווי נישט ווי האב איך דיר אויך אסאך טובות געטון, איך האב דיך אריינגענומען אין ישיבה ווען קיינער האט נישט געוואלט קוקן אויף דיר, איך האב דיר געעפנט א טיר ווען אלע האבן פארהאקט די טירן אויף דיר, איך האב דיך אויפגעהאדעוועט כאשר ישא האומן את היונק, איך האב דיך אסאך יארן מקרב געווען און דיך געלערנט חכמת החיים, אויסגעלערנט שיינע זאכן פארן לעבן.


זיי נישט בייז אויף מיר און לאמיר שלום מאכן און זיך פארגעבן איינער דעם צווייטן, וועט דער אייבערשטער אונז פארגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5975 - אז איר וועט פאלגן אייער מאמע, וועט אייך גארנישט שאטן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין די פראגע, און געבעטן דעם אייבערשטן צו וויסן וואס צו ענטפערן, ביז איך בין ביי די מיינונג אז איר זאלט פאלגן אייער מאמע און טון די זאכן וואס זי וויל אייך מאכן וכו' וכו'. אייער מאמע איז אן אשה חכמה און אן אשה כשרה, זי וויל נישט קיין שלעכטס פון אייך, זי וויל אייך העלפן, און אז איר וועט איר פאלגן - וועט אייך נאר זיין גוט, עס וועט אייך גארנישט שאטן.


איר וועט האבן א גוטע שידוך, נאר איין זאך בעט איך אייך, רעדט נישט מיט אייערע חבר'טעס פון בחורים, רעדט נישט פון קיין שידוכים, מאכט נישט אליין שידוכים, ווארטס ביז דער אייבערשטער וועט אייך געבן אייער שידוך.


איר האט טייערע עלטערן, אייער טאטע איז א גרויסער תלמיד חכם אן ערליכער איד, און אייער מאמע איז א צדיקת; זאלט איר זיי מכבד זיין און רעספעקטירן, ובזכות דעם וועט דער אייבערשטער אייך געבן אלעס גוטס.


איך האף איר וועט אננעמען די ווערטער גוט און נישט ווערן צעבראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5974 - איך האף זייער אז דו שרייסט נישט אויף דיין ווייב
שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הגם מיר האבן שוין גערעדט פנים בפנים וויל איך נאכאמאל זיכער מאכן אז עס איז נישט וואר וואס איך האב צוריק געהערט, אז דו שרייסט קולי קולות אויף דיין ווייב; איך האף עס איז א בייזער ליגנט און עס איז נישט אמת, ווייל אויף א ווייב טאר מען נישט שרייען.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן איז אמאל איינגעשטאנען ביי איינעם פון אנשי שלומינו און ער האט געהערט ווי יענער שרייט אויף זיין ווייב, האט ער אים גענומען אין א זייט און אים אנגעשריגן: "אויף א ווייב שרייט מען?!" מען טאר נישט שרייען אויף די ווייב, מען דארף רעדן מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, די ווייב - זאגט דער רבי (עיין חיי מוהר"ן, סימן תקסג) - איז די שכינה, מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער תלמיד, איך האב דיר געמאכט דיין שידוך, איך האב זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר דיין שידוך, וויל איך דו זאלסט טייער האלטן די מתנה פון אייבערשטן און זיך אפגעבן צו איר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז איך וועל הערן גוטע גריסן אויף דיר, ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב מיט דרך ארץ, און ווי דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים משניות בכל יום און אסאך בלעטער גמרא יעדן טאג - וועסטו מיר מאכן א נחת רוח, און דו וועסט זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען צווישן ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5973 - נישט רעדן מיט די שכנ'טע
שלום בית, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער בעטן, מהיום והלאה זאלסטו נישט רעדן מער מיט די שכנ'טע די בעל הבית פון דיין דירה; עס שמעקט פון ניאוף, עס שמעקט פון עבירות; ווער עס וועט הערן אזא זאך, אז א אינגערמאן אין שנה ראשונה שטייט און רעדט שעות און שעות מיט א שכנ'טע וועט זאגן אז דאס שמעקט פון עבירות.


געדענקסט ווי שטארק דו האסט געוויינט אלס בחור זאלסט טרעפן א שידוך, און געדענקסט ווי דו האסט זיך געפרייט ווען דו ביסט א חתן געווארן, האסט באקומען אן אשת חיל, א מתנה פון אייבערשטן; זאלסטו אכטונג געבן נישט צו פארלירן דיין לעבן בזה ובבא.


האב שכל, געב נישט אוועק דאס לעבן צוליב א פערטל שעה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא".


אז זי האט עפעס צו רעדן וועגן די דירה - קען זי אנרופן דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5972 - אט איז מען א מלאך, אט איז מען א גלח
התחזקות, עבודת השם, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות נישט צו אויפגעבן אויף דיין עבודת השם. דער רבי איז געווען אמאל ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט צו פרייליך מאכן חתן כלה, ער האט זיך פארשטעלט ווי א רבי; ער האט געמאכט תנועות, געפראוועט, דערנאך איז דער בדחן ארויס און צוריק געקומען אנגעטון מיט שווארצע קליידער ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט. האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך, אט איז מען א גלח"; דער רבי האט ארויסגענומען פון יעדע זאך א לימוד אויף התחזקות פאר עבודת השם, אז מען דארף זיך זייער שטארקן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, ווייל אט ברענט א מענטש צום אייבערשטן, מען שפירט נאנט צום אייבערשטן, דורך התקרבות לצדיק בענקט מען צום אייבערשטן, און אט איז מען א גלח, מען פאלט אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז גרוע ממשומד; מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען האלט אז מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, השם ישמרינו.


"איך האב דריי סארט מענטשן וואס קומען צו מיר" - האט דער רבי געזאגט, "איינער קומט הערן מיינע תורות, ער האט ליב מיינע שיינע תורות, די טיפקייט, די וועג ווי עס איז געבויט, א צווייטער סארט מענטש קומט עסן קויליטש, און נאכדעם האב איך מענטשן וואס איך בין זיי איינגעבאקן אין הארץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5971 - דורך תורה וועט מען ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס
משניות, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג אפאר פרקים משניות. רבי נתן האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן אויב לערנען תורה קען אויך העלפן א מענטש וואס זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי מיר געזאגט 'תורה איז העכער פון אלעס, תורה איז די העכסטע זאך'"; אפילו א מענטש וואס זינדיגט נעבעך אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן - דורך תורה וועט ער ארויסקריכן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5970 - אלע סארט בלבולים אז מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן
תפילה והתבודדות, הפצה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, פארוואס איך זע דיך מער נישט, און אויב דו שטארקסט זיך ווייטער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; התבודדות, גיין אין שול דאווענען דריי תפילות, און פון לערנען שיעורים אין תורה, משניות, גמרא.


איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס וועט דיר זיין פאר חיזוק. ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן, נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'.


דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות. גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון שקר - קשר", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער, אים מבלבל זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן; דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מאכן פון שקר א קשר של קיימא, נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן.


איך האף עס וועט בלייבן צווישן אונז א קשר, א קנופ; דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, ווייטער עוסק זיין אין הפצה, ווייטער רעדן מיט יעדן איינעם דבורי אמונה, מעשיות פון תפילה, און אזוי ווי אמאל האסטו נישט געקענט סובל זיין רעדן ניבול פה, האף איך אז דו ביסט ווייטער ריין, דו ביסט ערליך, און נישט הערן קיין שקר חס ושלום אז דער רבי דארף דיך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5969 - יעדע וואך זאלט איר קאכן עפעס ספעציעל לכבוד שבת
שבת קודש, עסן, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זעט צו קאכן גוטע עסן לכבוד שבת, יעדע וואך זאלט איר קאכן עפעס ספעציעל לכבוד שבת; אפילו איר קענט נעמען די עסן ביי אייער מאמע אדער געשוויסטער - זאלט איר אבער מקפיד זין צו קאכן עפעס גוטע עסן לכבוד שבת, און ביים קאכן און באקן זאלט איר זאגן: "לכבוד שבת קודש", מיט דעם פאררעכט מען אלע עבירות, און אויך חילול שבת. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לְהַרְבּוֹת בִּסְעֻדַּת שַׁבָּת, וְהוּא תִּקּוּן לְחִלּוּל שַׁבָּת", עס איז א גרויסע מצוה צו פארמערן צו עסן שבת, און דאס איז א תיקון פאר חילול שבת, "כִּי מֵחִלּוּל שַׁבָּת אִי אֶפְשָׁר לִזָּהֵר כִּי בְּקַל אֶפְשָׁר לְהִכָּשֵׁל בְּחִלּוּל שַׁבָּת חַס וְשָׁלוֹם", ווייל עס איז זייער איינגעשטעלט דאס היטן שבת, מען קען זייער גרינג אראפפאלן אין חילול שבת, "וְהַתִּקּוּן הוּא עַל יְדֵי הָאֲכִילָה שֶׁל שַׁבָּת", און דורך עסן שבת גוטע עסן, מאכן שיינע סעודות - פאררעכט מען חילול שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5968 - מיר געגעבן א מתנה א שיינע ש"ס, וויל איך דיר צוריק געבן א מתנה
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע מתנה, די שיינע ש"ס וואס דו האסט מיר געשאנקען א מתנה; איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף דעם.


אז דו האסט מיר געגעבן א מתנה א ש"ס וויל איך דיר צוריק געבן א מתנה, אביסל חיזוק אויף לערנען ש"ס. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען; אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען ווייסט גארנישט - זאל מען לערנען אן פארשטיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לעולם ליגריס איניש", א מענטש זאל לערנען אפילו אן פארשטיין, "ואף על גב דלא ידע מאי קאמר", אפילו ער ווייסט נישט און פארשטייט נישט.


עס איז כדאי זאלסט אריינקוקן די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך, מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5967 - אין שטעטל דארף מען אויך היטן די אויגן
בחור, שטעטל, משניות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ישיבה די וואך פאר יום טוב פסח, איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו פירסט זיך מיט גוטע מידות און יראת שמים, און אויך פון דיין התמדה.


איך וויל דיר בעטן זאלט זיך אכטונג געבן אויף דיינע אויגן, אפילו אין שטעטל וואס איז נישט אזוי שלעכט ווי אין שטאט - דארף מען אויך רחמי שמים, מען קען זיך חס ושלום אנטרעפן מיט אריך אנפין דקליפה, וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב): "דַּע שֶׁיֵּשׁ בְּחִינַת אֲרִיךְ אַנְפִּין בַּקְּלִפָּה", עס איז דא די זאך פון 'אריך אנפין' אויך ביי די קליפה, "וּמִי שֶׁפּוֹגֵעַ בְּאִשָּׁה מִבְּחִינָה זוֹ קָשֶׁה לוֹ לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּר", און ווער עס פאלט אריין אין דעם איז אים זייער שווער צו בלייבן מיט ריינע מחשבות, "וְאַף אִם יַעֲצִים עֵינָיו", וואס אפילו ער וועט אראפקוקן און צומאכן די אויגן, "אַף עַל פִּי כֵן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", וועט עס אים נאכלויפן און ער וועט ווייטער טראכטן פון די שלעכטע זאכן וואס ער האט געזען, "כִּי הִיא בְּחִינַת אֲרִיךְ אַנְפִּין שֶׁל הַקְּלִפָּה, שֶׁהֵם פָּנִים אֲרֻכִּים וְעַל כֵּן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", ווען מען פאלט אריין אין די קליפה איז זייער שווער צו האבן ריינע אויגן, ווייל וואו מען גייט און וואו מען קוקט - זעט מען די קליפה רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר, גיי נישט אין די גאסן, גיי נישט צו די גראסערי; ברענג זיך מיט אינדערפרי מזונות וכדומה, און בלייב אין די ד' אמות פון די הייליגע ישיבה. עס לוינט נישט צו גיין אין גראסערי און האבן איין שלעכטע קוק, ווייל די גוים און גויות גייען מיט א שרעקליכע פריצות, און דער יצר הרע ברענט, מען ווערט אזוי משוגע, מען קוקט און מען קוקט, און נאכדעם פארלירט מען אלע הייליגקייטן.


אויך זאלסטו לערנען אסאך משניות, דאס וועט דיך ראטעווען פון דער יצר הרע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5966 - אויסלערנען דאס קינד צו זאגן 'טאטע' און 'מאמע'
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך בענק מיך אויך זייער זייער צו דיר, און איך פריי זיך זייער יעדע מאל צו זען דיינע בריוו.


ברודער שטארק זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, מען שפירט ווי 'קיינער דארף מיך נישט', "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך - דאן וועט ער אלעס אריבערגיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס איז נאר פארהאן.


בנוגע דיין קליין קינד וואס רופט דיך ביים נאמען, לערן אים אויס צו זאגן 'טאטע' און 'מאמע' און מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס קען זיין ער הערט די געשוויסטער רופן ביים נאמען זאגט ער אויך אזוי, און אז דו וועסט אים לערנען מיט סבלנות, וועסט אים מחנך זיין מיט אהבה - וועסטו שעפן אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5965 - וואס טוט מען ווען די ווייב וויל קויפן א נישט כשר'ע טעלעפאן?
שלום בית, טעלעפאן, הדרכות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אז דיין ווייב פרעגט דיר אויב זי מעג זיך קויפן א נישט כשר'ע טעלעפאן זאלסטו איר ענטפערן אז עס גייט דיר זייער וויי טון און זייער שטערן, נישט זאג: "איך האב דיך זייער ליב"; אודאי האסטו איר ליב, און אודאי אז דו וועסט איר זאגן יעדעס מאל וואס זי פרעגט אויף א נישט גוטע זאך: "איך האב דיך ווייטער ליב" - וועט די גאנצע שטוב צוגרונד גיין; ריכטיג איז, אז זי פרעגט אויב זי קען האבן א נישט גוטע טעלעפאן, זאלסטו איר זאגן ווייכערהייט: "מיין טייערע ווייב, איך וויל מיט דיר בויען א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות, און די צדיקים, די עיני העדה - זאגן אז עס איז נישט גוט צו האבן א נישט כשר'ע טעלעפאן אין א אידישע שטוב".


איך בין זיכער אויב דיין ווייב וועט הערן קלאר פון דיר ווי שטארק דו ווילסט האבן אן ערליכע שטוב אן קיין ליצנות, אן קיין טומאה - וועט זי זיכער טון דיין ווילן. דו האסט א וואוילע ווייב, אן ערליכע ווייב; זי האט שווערע נסיונות, די קליפות, די טומאה ציט זייער, אבער פאר דיר וועט זי עס טון.


לדעתי דארפסטו נישט מאכן קיין קריגעריי, אבער דאס יא, אז זי פרעגט דיר - זאלסטו זיין אפן מיט איר און איר זאגן די גאנצע אמת, אז דו ווילסט נישט אריינברענגען די טומאה אין שטוב.


גיי התבודדות יעדן אינדערפרי, וויין זיך אויס צום אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע דורות, אז אלע זאלן זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5964 - פארוואס מעגסטו האבן א טריפה'נע טעלעפאן און דיין ווייב נישט?
תפילות אויף אידיש, שלום בית, טעלעפאן, ביזנעס, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער דיין געוויין אז דיין ווייב וויל זיך קויפן א נישט כשר'ע טעלעפאן; איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי דערשראקן און פארוויינט ווען דו אליין דרייסט זיך ארום טאג און נאכט מיט די נישט כשר'ע טעלעפאן; פארוואס דו יא און זי נישט? זי זאגט פארקערט, איך יא און דו נישט.


אמאל האסטו מיר געפרעגט אז דו דארפסט האבן אין די אפיס א טעלעפאן פאר ביזנעס, האבן מיר גערעדט אז דו וועסט לאזן די טעלעפאן אין אפיס און דאס וועט זיין נאר פאר געשעפטן, קען עס אזוי זיין; למעשה ביסטו אין שול פארנומען מיטן טעלעפאן, און וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט ביסטו אויפן טעלעפאן, און יעצט אז דיין ווייב וויל זיך אויך שפילן מיט א טעלעפאן און קענען אוועק לויפן פון די מציאות וואס הייסט 'לעבן' - ווערסטו דערשראקן...


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס וועט זיין מיט מיר, איך בין אזוי איינגעטונקען אין נארישקייטן, א האלבע טאג אדער מער גייט מיר אוועק מיט די טעלעפאן, מיט נייעס און סתם שטותים, הייליגער באשעפער, אין די צייט וואלט איך געקענט לערנען און דאווענען, אין די צייט וואלט איך געקענט גיין הפצה, צוריק ברענגען מענטשן צו דיר.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל פאלגן די הייליגע צדיקים וואס האבן געוויינט אויף די כלים וואס פארדארבן די היינטיגע וועלט און זיך געבעטן ביי אונז נישט צו האבן די זאכן, העלף מיר איך זאל זיך קענען אפטשעפען פון די זאכן, און נאר זיין פארנומען מיט דיך דינען".


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן וואס איז אפיס, וואס איז ביזנעס און וואס איז שול, ווי אזוי מען פירט זיך אין שול; עס איז דאך אזוי נישט אויסגעהאלטן צו קומען אין שול מיט די טעלעפאן און קוקן נייעס, קוקן שטותים. גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו ישוב הדעת, וויסן ווי צו צעטיילן די ביזנעס און די שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5963 - גיי הפצה צו די בני הנעורים וואס וואלגערן זיך בראש כל חוצות
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן רבינ'ס זאך, הפצה, דו טרינקסט אן ביימער. דער רבי האט אונז געזאגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה ג' מחיגר): "איר זאלט אנטרינקען ביימער"; גיין הפצה, פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, א וועג צו לערנען תורה, א וועג צו זיין נאנט צום אייבערשטן, א וועג צו לעבן מיט א ווייב און מיט קינדער.


טייערער ברודער, שטארק זיך מיט די הייליגע זאך, און זוך אויף די בני הנעורים וואס וואלגערן זיך בראש כל חוצות, בני ציון היקרים המסולאים בפז. קוק אריין אין זוהר הקדוש דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה, דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5962 - מיט דיין קעסט און מיט די סקוטער לויפסטו ארום הפצה
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר מאנטריאל, קאנאדא


איך הער אז דו ביסט געפאלן און זיך צעבראכן דיין פוס, און מיט דיין קעסט און מיט די סקוטער לויפסטו ארום הפצה; ממש וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יא): "וְשֶׁמָּא תֹּאמַר אוֹתָן שִׁבְעִים אֶלֶף שֶׁנֶּהֶרְגוּ בְּגִבְעַת בְּנֵי בִּנְיָמִין מִפְּנֵי מַה נֶהֶרְגוּ", פארוואס איז געשען די ביטערע גזירה אז זיבעציג טויזנט אידן זענען געשטארבן ביי די מעשה פון 'פלגש בגבעה'? "הָיָה לָהֶן לְסַנְהֶדְּרִין גְדוֹלָה שֶׁהִנִּיחַ משֶׁה וִיהוֹשֻׁעַ וּפִנְחָס בֶּן אֶלְעָזָר עִמָּהֶם שֶׁיִּקְשְׁרוּ חֲבָלִים שֶׁל בַּרְזֶל בְּמָתְנֵיהֶם", די סנהדרין, די צדיקים - וואלטן זיך ווען געדארפט ארומבינדן די פיס מיט אייזערנע שטריק, "וְיַגְבִּיהוּ בִּגְדֵיהֶם לְמַעְלָה מֵאַרְכֻּבּוֹתֵיהֶם", און זיך אויפהייבן די שיינע לאנגע בעקיטשעס, "וִיחַזְּרוּ בְּכָל עֲיָרוֹת יִשְׂרָאֵל", און ארומגיין אין אלע שטעטלעך, "יוֹם אֶחָד בְּבֵית קֵל", איין טאג אין שטאט בית קל, "יוֹם אֶחָד לְחֶבְרוֹן", איין טאג אין שטאט חברון, "יוֹם אֶחָד לִירוּשָׁלַיִם", איין טאג אין ירושלים, "וִילַמְּדוּ אֶת יִשְׂרָאֵל דֶרֶךְ אֶרֶץ בַּשָּׁנָה בִּשְׁתַּיִם בְּשָׁלֹשׁ", און אויסלערנען אידישע קינדער ווי צו לעבן מיטן אייבערשטן, און ביז א צוויי דריי יאר, "כְּדֵי שֶׁיִּתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּעוֹלָם כּוּלוֹ שֶּׁבָּרָא מִסוֹף הָעוֹלָם וְעַד סוֹפוֹ", אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן, "הֵן לֹא עָשׂוּ כֵּן", זיי האבן נישט אזוי געטון", "אֶלָא כְּשֶׁנִּכְנְסוּ לְאַרְצָם, כָּל אֶחָד וְאֶחָד נִכְנַס לְכַרְמוֹ וּלְיֵינָם, אָמַר שָׁלוֹם עָלַי נַפְשִׁי, כְּדֵי שֶׁלֹא לְהַרְבּוֹת אֶת הַטוֹרַח", נאר יעדער האט זיך באשעפטיגט מיט זיינע ענינים, און געזאגט שלום עלי נפשי; דערפאר איז געקומען די ביטערע גזירה.


יעצט אז דו האסט צעבראכן דיינע פיס און דו גייסט ווייטער ארום הפצה מיט אייזערנע שטריק - האלט דאס צוריק שווערע ביטערע גזירות.


שטארק זיך און שטארק נאך חבירים, אלע זאלן עוסק זיין אין די הייליגע זאך וואס איז מתקן אלע עבירות, אלע פגמים, אלעס וואס מען דארף פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.