בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6011 - מיט אלעס וואס דו גייסט אריבער, איז דא ניסים גלויים
תודה והודאה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קדושים, ב' דר"ח אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז מיט גרויס חסדים; קוק גוט וועסטו זען אז דער אייבערשטער איז זייער גוט צו דיר, אפילו מיט אלעס וואס דו גייסט אריבער - איז דא ניסים גלויים.


טראכט אריין וואס קומט דיר, לויט דיינע מעשים וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסה): "תְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיךָ", מען דארף אננעמען אלע שלעכטס און יסורים, "כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיךָ אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְךָ, עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּךָ בְּרַחֲמִים, כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיךָ", ווייל לויט דיינע מעשים פירט זיך דער אייבערשטער צו דיר מיט גרויס רחמנות, עס וואלט דיר געקומען אסאך מער שלעכטס חס ושלום, דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ", זאלסט ליב האבן די שלעכטס, "כָּמוֹךָ"; ווייל אזוי ווי דו ביסט - "אֲנִי ה'", פיר איך זיך מיט גרויס חסדים.


היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין לעיקוואד, ביי אונז אין בית המדרש, איך וויל אויפלעבן די חבורה דארט. מען וועט דאס קענען מיטהאלטן אין אלע שולן; איך וויל זייער זאלסט קומען צום שיעור זיך מחדש זיין, זיך אויפפרישן מיט אמונה, תפילה, סדר דרך הלימוד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6010 - מתן שכרה בצדה, הפצה ברענגט גרויס שפע
הפצה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ישיבה האט זיך צוריק אנגעהויבן מיט א פרישקייט, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער געבט מיר די זכיה צו זיצן נאך א זמן מיט בחורים, לערנען מיט זיי תורה און לערנען מיט זיי די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח ממשיך צו זיין מיט דעם מיין גאנץ לעבן.


זיי עוסק אין הפצה, מיט דעם וועסטו פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן זיינע עבירות זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; זאלסטו יעדן טאג עוסק זיין אין די הייליגע עבודה פון הפצה, ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי הפצה.


דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מתן שכרה בצדה, די וואס זענען עוסק אין הפצה האבן גרויס שפע.


וועגן ל"ג בעומר ווייס איך נאכנישט וואס איך טו, ווייל זיי זאגן אז זיי גייען פארשפארן מירון, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6009 - מיינע תפילות זענען דען חשוב?
תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב ליבערטי; וואס זאל איך דיר זאגן, א שבת מיט אנשי שלומינו האט אלע טעמים, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך צו שרייבן פון איין שבת, פון די תורות, חיזוקים וואס מען איז זיך מחי'.


ביי שלש סעודות האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן רצה), חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כריתות ו:): "כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה", און אז מען טראכט 'ווער בין איך? וואס בין איך דען? מיינע תפילות זענען נישט חשוב', דארף מען וויסן אז דיקא דורך דיר גייען ארויף אלע תפילות. און מען זאל טראכטן "הֲלֹא אִם אֲנִי רָחוֹק בְּעֵינַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ מֵחֲמַת רִבּוּי עֲווֹנוֹתַי", אויב בין איך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן צוליב מיינע עבירות, "אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עִקַּר שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא", קומט אויס אז נאר דורך מיר וועלן אלע תפילות ארויפגיין צום אייבערשטן, "כִּי הֲלֹא אָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (כְּרִיתוֹת ו:) 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה'", נאר דורך תפילות פון בעלי תשובה גייען ארויף די תפילות אויבן אין הימל, "וְיַלְפִינָן מִקְּטֹרֶת שֶׁהָיָה בָּהֶם חֶלְבְּנָה", מען לערנט דאס ארויס פון די קטורת. "וְאִם כֵּן, אִם אֲנִי בְּעֵינַי כְּפוֹשֵׁעַ יִשְׂרָאֵל חַס וְשָׁלוֹם", אויב אזוי, אז איך בין אזוי ווייט – "אִם כֵּן אַדְּרַבָּא, כָּל שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא וְכַנִּזְכָּר לְעֵיל", איז דורך מיר וועט ווערן אנגענומען די תפילות; דאס דארף מיך מאכן דאווענען שטערקער און בעסער, עיין שם.


חזק ואמץ, לאז זיך נישט צעברעכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6008 - ווען די עלטערן זענען נישט רואיג, ווערן די קינדער אומרואיג
חינוך הילדים, רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווערט נישט פארלוירן און דערשראקן, דער אייבערשטער וועט העלפן, זי וועט וואקסן געזונט און שטארק.


אז אייער טאכטער פרעגט אייך: "וואס דארף מען מיך באקוקן? וכו'" זאלט איר זאגן: "דער דאקטער קוקט אויב דו ביסט געזונט, דארפסט נישט מורא האבן, עס איז נאר פאר געזונט", און חזר'ט נאכאמאל אז קיינער קען נישט קוקן אויפן קערפער אונטער די קליידער, נאר אויב טאטע מאמע נעמען צום דאקטער וכו'.


ווערט נישט פארלוירן, זייט רואיג ביי אייך אין מח - וועט זי אויך זיין רואיג, ווייל ווען די עלטערן זענען נישט רואיג שפירן דאס די קינדער און דאס מאכט זיי אומרואיג.


ווען איר צינד די שבת ליכט זאלט איר מאכן א באזונדערע תפילה פאר איר, זי זאל וואקסן געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6007 - א שיינע תפלה פאר א אידישע מאמע
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין מאן און מיינע ליכטיגע געזונטע קינדער, דו געבסט מיר אזויפיל גוטס, וויפיל איך וועל דיך דאנקען וועל איך נישט אנקומען צו האבן אנגעהויבן צו דאנקען, ביסט אזוי גוט צו מיר.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר מיין שטוב זאל זיין א שטוב וואס לעבט מיטן צדיק, א שטוב וואס מען אטעמט די ווערטער פון צדיקים, א שטוב פון אמונה, א שטוב פון תורה ויראת שמים. הייליגער באשעפער דאס איז דאך מיין גאנצע שטרעבן, צו לעבן מיט דיר, טראכטן פון דיר, איך, מיין מאן און מיינע קינדער זאלן לעבן מיט דיר.


אייבערשטער העלף מיר איך זאל זיין א פרייליכע ווייב צו מיין מאן און א פרייליכע מאמע פאר מיינע קינדער, איך זאל זיי פרייליך מאכן, און געב מיר כח צו קענען טון די שטוב ארבעט מיט שמחה, איך זאל קענען מגדל זיין מיינע קינדער און זען נחת פון מיינע דורות".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6006 - מקרב זיין יעדן, אבער מיט שכל
חברים, שכל, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט האבן קשר מיט אנשי שלומינו, באגריס יעדן איינעם און רעד צו אלעמען, בעיקר מיט די שטילערע וואס רעדן נישט מיט קיינעם, זיי דארף מען באגריסן און מקרב זיין.


ודעת לנבון מען דארף האבן שכל ווי אזוי צו רעדן און וואס צו זאגן, נישט צו גיין אויף די נערווען, יענעם דענערווירן, ווייל נישט אלע ווייסן ווי אזוי צו מקרב זיין און מחזק זיין, מען דארף שמועסן סתם זאכן, יענער זאל שפירן אז ער האט מיט וועם צו רעדן, און נישט אנהויבן זאגן: "ביסט אזוי חשוב, ביסט אזוי גוט".


איך געדענק נאך גוט, ווען איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש זענען געווען פון אנשי שלומינו וואס האבן מיך געוואלט מקרב זיין, אבער זיי האבן נישט געוואוסט ווי אזוי, און עס האט געפעלט א האר איך זאל אוועקגיין פון היכל הקודש צוליב זיי, זיי האבן מיך געגלעט און געזאגט ווי גוט איך בין און ווי חשוב איך בין, דאס האט אזוי נערוועז געמאכט.


איך האף דו וועסט מיר העלפן מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6005 - זאגן און זאגן ביז קינדער הויבן אן דערהערן
חינוך הילדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין טאכטער ... זאלסטו אויסלערנען צו מקרב זיין די מיידלעך וואס האבן נישט מיט וועם צו שפילן; לערן איר אויס גוטע מידות, אידישע מידות, רחמנות האבן אויף קינדער וואס קיינער וויל נישט מיט זיי שפילן.


מיט איין מאל זאגן קען מען גארנישט ערווארטן, מען דארף זאגן און זאגן ביז קינדער הויבן אן דערהערן, ביז די קינדער פארשטייען וואס איז חשוב און וואס איז וויכטיג.


עס איז דא א מיידל ביי איר אין קלאס וואס שרייבט מיר אז זי האט נישט קיין חבר'טעס, זי האט נישט מיט וועם צו שפילן, זאלסטו אויסלערנען דיין טאכטער זי זאל זיין די חבר'טע פאר די מיידלעך וואס האבן נישט מיט וועם צו שפילן.


ביי די שבת סעודות זאלסטו רעדן צו די קינדער וואס שטייט אין זוהר (בהעלותך, קנב.), אז א טיפש קוקט אויף די קליידער, א חכם קוקט וואס איז אונטער די קליידער; אונטער די קלייד איז דא א אידישע נשמה וואס קומט פון אייבערשטן, פון כסא הכבוד; אויף דעם דארף מען קוקן, נישט אויף וואס פאר א קליידער מען טוט זיך אן, טייער אדער ביליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6004 - דער בעל הבית פון גראסערי קומט העלפן אין חדר
מלמדים, משמש דעם רבי'ן, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס האט מיר געלוינט צו זיין ביי די ברכת האילנות מיט די קינדער פון תלמוד תורה פון שטעטל, צו זען די הערליכע בילד ווי דער בעל הבית פון לעמאנעיד גראסערי בכבודו ובעצמו איז א במקום (סאב) פאר א מלמד וואס האט נישט געקענט קומען; איך האב אזוי הנאה געהאט דאס צו זען, דאס ווייזט אז דיין גאנצע הארץ איז פארן רבי'ן, דו ווילסט העלפן מיט וואס מען דארף, און אז יעצט דארף מען א במקום אין חדר - פאסט דיר צו קומען און דאס טון.


איך דאנק דיר פארדעם און איך בעט פאר דיין הצלחה.


לערן יעדן טאג גמרא, לאז נישט דער טאג אריבערגיין אן עפענען די גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6003 - דער רבי געבט א טעם אין יום טוב
סדר דרך הלימוד, פסח, יום טוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דיין יום טוב איז דיר אריבער זייער זייער פרייליך; עס איז גאר אנדערש יום טוב בכלל - און יום טוב פסח בפרט - ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, דער רבי געבט א טעם אין יום טוב, מען איז זוכה צו שפירן די קדושה פונעם יום טוב. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלה): "אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַדִּיק, יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדוּשַׁת יוֹם טוֹב"; אז מען איז מקושר צום צדיק - איז מען זוכה צו שפירן די קדושה פון יום טוב.


איך האב גערעדט מיט אסאך פון אנשי שלומינו, אלע זאגן אז זייט זיי זענען געקומען צום רבי'ן האבן די ימים טובים אלע טעמים, בפרט יום טוב פסח איז גאר אנדערש, ווייל איידער די התקרבות איז דאס פול מיט נערוון, פול מיט עצבות, און פון ווען מען איז ביים רבי'ן - איז יום טוב איין שטיק שמחה.


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, אויך לערן יעדן טאג פרקים משניות, און גמרא, און גיי התבודדות, רעדט אפאר ווערטער צום אייבערשטן; וועט דיר גוט זיין סיי אויף די וועלט און זיכער אויף יענע וועלט, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6002 - דער ערליכער איד איז נישט קיין רחמנות
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן האט געהאט א תלמיד ער האט געהייסן רבי נחמן, א זון פון רבי יודל, ער איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א גרויסער עובד השם. ער איז געווען זייער ארעם, אויך איז ער געווען קראנק, אויך האט ער געהאט א שלעכטע ווייב. אמאל האט איינער געגעבן א קרעכץ פאר רבי נתן און געזאגט: "איי וואס דער רבי נחמן ליידט; ארעם איז ער, אויך איז ער קראנק, און צו אלע צרות האט ער א ווייב א שקלאפטע", האט רבי נתן געזאגט: "אויף אים קרעכצסטו, אויף אים זיפצסטו? ער איז אן ערליכער איד אן עובד השם, אויך איז ער ארעם, אויך איז ער קראנק, און אויך האט ער א שלעכטע ווייב, ער וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, זיפצן דארפסטו אויף דעם נגיד... וואס ער עסט א גוטע מיטאג, ער לייגט זיך צו און טוט זיך מיט אים וואס ער אליין ווייסט... אויף אים דארפסטו קרעכצן"; ווייל די וועלט גייט אריבער, דאס לעבן איז נאר פאר אביסל, נאכדעם קומט די עכטע לעבן.


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס דערמאנט אונז וואס איז גוט און וואס איז חשוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6001 - געענדיגט ש"ס אין יארצייט פון דיין טאטע
הפצה, לימוד התורה, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר קרית יואל, מאנרא


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי, האסט עס געענדיגט אין די יארצייט פון דיין טאטע עילוי השלום. אוי ווי אלע נשמות זענען מקנא אויבן אין הימל דיין טאטע אז ער האט א זון וואס לערנט די הייליגע תורה; אויבן אין הימל קוקט מען אויף ברסלב אנדערש ווי דא, אויבן איז ברסלב הייליג, אויבן איז אמת, אויבן איז א משנה טייערער פון געלט און גאלד, אויבן איז חשוב ווען מען זאגט משניות און גמרא.


זיי ממשיך, און הלואי וואלסטו געגענגען הפצה, פארשפרייטן פאר נאך אידן די ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, דאס איז די גרעסטע זאך אויבן אין הימל, דאס איז די גרעסטע עליה פאר די נשמה פון עלטערן, ווייל מה דאך ווען א קינד זאגט קדיש האט די נשמה אן עליה, און וואס איז דאס גרויסקייט פון קדיש? אז מען שרייט אויס הויך: "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל גרויס ווערן, איז דאך כל שכן ווען מען געבט ספרים פאר אידישע קינדער, וואס שטייט אין די ספרים? "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", אמונה און נאר אמונה און נאכאמאל אמונה, איז דאס די גרעסטע תיקון פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6000 - אייער מאמע איז אזוי פרייליך אז איר זענט מקורב צום רבי'ן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אייער מאמע האט מיר געשריבן אז זי האט אזויפיל נחת פון אייער משפחה, זי האט זיך מחי' געווען צו זיין ביי ענק אויף יום טוב פסח, זי דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר זענט אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן.


מען זעט ממש וואס דער רבי האט פאראויס געזאגט: "ווען קסרין און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר לערנען", דער רבי לערנט אויס דרך ארץ פאר מענטשן, דרך ארץ פאר עלטערן, דרך ארץ אין שטוב פאר די ווייב.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5999 - זיך רוקן ווייטער מיט'ן דרוקן אשר בנחל אין אידיש
הפצה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווי האלט מיין נדר וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש, אז איך וועל פארשפרייטן די אידישע בריוו פון אשר בנחל? איך ווארט שוין אזוי לאנג עס זאל זיך עפעס געבן א ריר; אפשר קענסטו מיר העלפן איך זאל קענען ענדיגן דרוקן די גאנצע סעט אשר בנחל אין אידיש.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, ווער עס העלפט פארשפרייטן די ספרים האט א גרויסע חלק אין די גאולה; די חיזוק, די עצות פון רבי'ן - דאס איז די לעצטע הכנות פאר ביאת משיח.


לאז מיך וויסן וואס די פלאן איז, ווען חלק ג' גייט אריין אין דרוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5998 - האלטן בעלי חיים אין שטוב, ברענגט צרות
צרות, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


טראג אוועק אלע בעלי חיים פון שטוב, מען ליידט אסאך צרות אז מען האט בעלי חיים אין שטוב פון די עבירה פון צער בעלי חיים.


געב זיך אפ מיט דיינע קינדער און לאז די פארמערס האדעווען הינער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5997 - געב מעשר איידער די אינוועסטירסט דאס געלט
צדקה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב ערליך מעשר, וועסטו האבן גרויס שפע, און אז דו פארדינסט און דו אינוועסטירסט די געלט אין פרישע ביזנעס - דארף מען פון פאראויס געבן מעשר, און נאר אזוי קען מען ערווארטן הצלחה.


האב נישט קיין שרעק אז אויב דו וועסט געבן צדקה וועסטו נישט האבן פאר דיר, עס איז פארקערט; ווען מען געבט צדקה - הויבט אן קומען גרויס שפע, עס דאפלט זיך און טריפלט זיך די הכנסה.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין אז דיין צדקה זאל זיין צדקה, דיין געלט זאל גיין פאר גוטע פלעצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5996 - חזק ואמץ און בלייב אין כולל לערנען די הייליגע תורה
כולל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לדעתי זאלסטו נישט ארויסגיין פון כולל, איך האב גערעדט מיטן ראש הכולל שליט"א, איך האב אים דערציילט אז דו ווילסט ארויסגיין פון כולל ווייל דו ביסט אזוי געדרוקט, דו קענסט נישט דעקן דעם חודש, ער זאגט מיר אז ער זעט הצלחה אין דיר, ער בעט מיר איך זאל דיך מחזק זיין צו בלייבן אין כולל לערנען, איז ממש א שאד דו זאלסט איבערלאזן כולל.


איך וועל פרובירן דיר צו העלפן זאלסט קענען דעקן די הוצאות פון לעבן, רק חזק ואמץ און בלייב אין כולל לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5995 - דורך לעבן בשלום מיט די ווייב, ארבעט מען זיך אויס די מידות
תודה והודאה, אמונה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן פאר די מתנות; פאר די טייערע ווייב וואס דו האסט באקומען און פאר דיין ליכטיג קינד. דאנקען דעם אייבערשטן איז שעשוע עולם הבא, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", די תענוג פון עולם הבא איז צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן איז מען נענטער צו אים, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז בלויז דער אייבערשטער אליין, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב, איר געבן אסאך גוטע ווערטער, און גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן דיין ווייב ווייל דאס איז א חלק פון דיין נשמה, און דיקא דורך איר וועסטו אנקומען צו שיינע זאכן, צו שלימות הנפש. אזוי ווי דער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (עיין ספר שערי קדושה, חלק א), עס איז נישטא קיין אנדערע וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך אויסארבעטן זיינע מידות, נאר דורך לעבן בשלום מיט די ווייב, ווייל דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם א ווייב וואס איז די בעסטע פאר אים צו קענען ווערן אויסגעארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5994 - זאג יעדן טאג כאטשיג אכצן פרקים משניות
משניות, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, בעיקר זאלסטו זיין שטארק אין לערנען משניות, זאג יעדן טאג כאטשיג אכצן פרקים משניות; קענסט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע סגולות וואס ליגט אין משניות, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע קליפות און פון אלע טומאות.


מוהרא"ש זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן יט) אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג כך וכך אפילו ער זינקט אין די טומאה, ער טוט עבירות - וועט ער ווערן אן ערליכער איד, זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ח"י פרקים משניות, אויף דעם זאגט דער רבי (שם): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


איך וויל האבן א קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5993 - דער עיקר זאלסטו גיין הפצה צו בחורים און אינגעלייט
הפצה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט - דארפסטו עפעס צוריקצאלן פארן אייבערשטן, די גרעסטע זאך וואס מען קען טון פארן אייבערשטן - אז מען האט רחמנות אויף זיינע קינדער, מען ברענגט זיי צוריק צו אים. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט נאך פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב זיינע קינדער".


זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה, גיין וואס מער פארשפרייטן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים - וואס מוהרא"ש האט געשריבן; עצות און חיזוק פון הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס ווער עס נעמט נאר די ספרים אין האנט - ווערט אים די הארץ אפן צום אייבערשטן, ער טוט תשובה און הויבט אן זיין א איד.


מאך זיך נישט צוטון פון די לצים וואס מאכן א געשפעט פון הפצה, און פון די לצים וואס רופן זיך ברסלב'ער וואס לאכן און שפעטן פון הפצה. מיר ווייסן נאר וואס דער רבי זאגט און וואס רבי נתן זאגט, דער רבי האט אונז געהייסן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים' טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.


רבי נתן שרייבט ווייטער: "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


דער עיקר זאלסטו גיין הפצה צו בני הנעורים, בחורים און אינגעלייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5992 - רעד נישט קיין ווארט ביים דאווענען, וועסטו זען ישועות
רעדן, פרנסה, חובות, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיך געפרעגט דעם יום טוב וואס דו קענסט זיך מקבל זיין א גוטע קבלה עס זאל דיר זיין א זכות פאר פרנסה בריווח, ארויסצוקריכן פון די חובות און קענען לעבן בהרחבה.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען; פון אנהויב דאווענען ביזן סוף דאווענען זאלסטו נישט רעדן קיין איין ווארט מיט קיינעם, נאר רעדן צום אייבערשטן; דו וועסט זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר געבן ישועות און אלעס וואס דו באגערסט.


עס וועט דיר זיין שווער אין אנהויב, סיי פון דיר אליין וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו שמועסן, און סיי עס וועלן קומען צו דיר חברים וואס פלעגן מיט דיר שמועסן. אבער אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט נישט עפענען דיינע ליפן, און ווען איינער רעדט צו דיר וועסטו ווייזן אויף דיין מויל אז דו רעדסט נישט - וועט עס מיט די צייט ווערן גרינגער און גרינגער.


אז דו האסט איבריגע צייט ביים דאווענען - זאלסטו נאר שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דאנקען און לויבן, און בעטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5991 - ארויפלייגן אויפ'ן בנין דער נאמען פונעם נדבן
צדקה, מוסדות, פרנסה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט ארויפלייגן א טאוועל אויף דעם נייעם בנין בית המדרש אין מחנה 'אילן החיים' אין קרית ברסלב, מיט די נאמען פונעם נדבן. הגם אויבן אין הימל איז סיי ווי פארשריבן די נעמען פון די נדבנים וואס בויען מוסדות צו לערנען פאר אידישע קינדער, זייער זכות איז פארשריבן פאר דורי דורות, דאך וויל איך עס זאל שטיין אויף אלע בנינים די נעמען פון די נדבנים, מפרסמין עושי מצוה (שאלות ותשובות הרשב"א חלק א', סימן תקפא).


אויך אויב דו קענסט פאררעכטן די טאוועל אויפן בנין פונעם תלמוד תורה ביי טשעסטנאט, די קרוין איז נישט ווי עס דארף צו זיין.


שטארק זיך מיט דאווענען פרי, בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויפשטיין פרי און דאווענען וואס פריער - וועסטו האבן אריכות ימים, א לאנגע טאג; וועסט האבן פרנסה און אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5990 - דאס זארגן צו סאך, קען אפהאלטן פון האבן קינדער
קינדער, שבת ליכט, דאגות, חלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... וזוגתו תחי'


זארגט נישט וועגן קינדער, ענק וועלן האבן קינדער; דאס זארגן צו סאך - דאס אליין קען אפהאלטן פון האבן קינדער.


טו וואס חכמינו הקדושים זאגן (בבא בתרא י:): "מַה יַעֲשֶֹה אָדָם וְיִּהְיוּ לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון ער זאל זוכה זיין צו קינדער זכרים? רבי אליעזר זאגט: "יְפַזֵר מָעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה, און רבי יהושע זאגט: "יְשַׂמַּח אִשְׁתּוֹ לִדְּבַר מִצְוָה", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


זייט מתפלל צום אייבערשטן פאר קינדער, און ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן פאר קינדער, אזוי אויך ווען איר טוט די מצוה פון חלה, און ווען מען טוט די הלכות פון טהרת המשפחה - דעמאלט איז אן עת רצון צו בעטן פאר קינדער און צו געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5989 - די וועלט האב איך נישט, יענע וועלט קומט מיר נישט
התחזקות, רצונות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער עיקר צו וואס א מענטש דארף שטרעבן צוצוקומען – איז צו וועלן טון נאר דער רצון פונעם אייבערשטן, נישט האבן קיין שום אנדערע ווילן; דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים וואס זענען דבוק צום אייבערשטן, און אויך אונז - וואס מיר זענען נאך ווייט פונעם אייבערשטן, אבער מיט די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר צוקומען צו דעם.


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "די וועלט האב איך נישט, יענע וועלט קומט מיר נישט און גיהנום דארף איך נישט, בלייבט מיר גארנישט איבער, נאר דעם אייבערשטן..." אוי די זיסע ווערטער, די דביקות צו וואס מוהרא"ש ברענגט אונז, מיר זאלן גארנישט וועלן, מיר זאלן נאר בענקען צום אייבערשטן.


גיי שפאציר אין דיין פעלד ארום דיין שטוב און זינג צום אייבערשטן: "טאטע איך דארף נאר דיר, טאטע איך בענק צו דיר, טאטע איך וויל נכלל ווערן אין דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5988 - א גבאי נאמן זיך אפצוגעבן מיט די פושקעס
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר פרעגן אויב דו ביסט וויליג צו איבערנעמען די פושקעס פון די מוסד; שוין לאנגע יארן וואס מיר מוטשען זיך ארום צו האבן א גבאי נאמן וואס וועט אויסטיילן פושקעס פאר אלע שטיבער, אויך אין שולן און אין געשעפטן, און דאס צאמנעמען און דאס צאמציילן, אז דאס זאל זיין א הכנסה פאר די מוסד.


אז מען האט דעם ריכטיגן מענטש פאר דעם, וואס שטייט אויף דעם; סיי אלע זאלן האבן, און סיי דאס צאמנעמען און צאמציילן - קען דאס זיין א גרויסע הילף פאר די מוסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול"; דאס קען העלפן די מוסד צו קענען אנגיין, צו קענען באצאלן די מלמדים און די איינגעשטעלטע צייטליך.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט מיר העלפן מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5987 - לאז זיך אפ פון די שגעון פון זיין צעבראכן
שמחה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "דער בעל דבר נעמט זיך צו אן ערליכער איד און קלעבט אן אין אים א שגעון"; מוהרא"ש זאגט, וואס איז די שגעון וואס ער קלעבט אן אינעם ערליכן איד? ער רעדט אים צו צו זיין צעבראכן, האבן א לב נשבר, כאילו דאס איז עפעס א מדריגה, און אזוי כאפט ער אים אריין אין זאק אריין.


לאז זיך אפ פון די שגעון פון זיין צעבראכן, גיי ארום מיט שמחה אז דו ביסט א איד און דו האסט אמונה, און עס זאל דיר נישט אנגיין אויב דו האסט יא עולם הבא אדער נישט, נאר דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.