בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - איך טויג יא אדער איך טויג נישט?
התחזקות, בזיונות, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


וויסן זאלט איר אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען א מענטש האט א בזיון און שווייגט אפ, דאס איז א סימן אז דער מענטש האלט ביי תשובה; בעיקר דארף מען דאס געדענקען ווען מען האט בזיונות פון זיך אליינס, אפצושווייגן דערויף. דאס מיינט אז מען זאל נישט צוריקוקן און צוריק טראכטן וואס איז געווען, נאר ווייטער אנגיין און דינען דעם אייבערשטן; ווען מען קוקט צוריק ווערט מען ביטער ווי א שטיק זאלץ - אזוי ווי לוט'ס ווייב - מען דארף קוקן נאר אויף פאראויס.


דאס וואס איר פרעגט אויב אמונה איז דער ענטפער; יא, זיכער איז אמונה דער ענטפער, ווייל ווי מער מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן אלץ מער איז מען נישט פארנומען מיטן 'זיך' - טראכטנדיג שטענדיג די שווערע מחשבות: 'איך בין יא?' 'איך בין נישט?' 'איך טויג יא?' 'איך טויג נישט?' 'פאסט מיר צו מאכן א דורכפאל?' וכו' וכו', דאס אלעס פאלט אוועק מיט א שטארקע אמונה, ווייל ווען מען שטייט פאר'ן אייבערשטן איז נישט שייך דער גאנצער ווארט: "איך".


שטארקט אייך מרת ... תחי', איך האב אייך שטענדיג אינזין לטובה; גייט ווייטער אן מיט אייער עבודת הקודש, סיי מיט אייער חינוך הבנים והבנות און סיי מיט'ן העלפן אידישע קינדער. היינט איז אזוי גרינג צו העלפן אידישע קינדער, מען קען זיצן אין א ווארעמע שטוב מיט א ווארעמע גלעזעל טיי און מחזק זיין אידן אין די טויזנטער מיטן ארויס שיקן חיזוק - בריוו, דרשות וכו' וכו'.


דעם פארגאנגענעם פרייטאג איז אריין געקומען א איד אין ישיבה, א ספרד'ישער איד פון ארץ ישראל און ער האט ממש געשריגן פאר שמחה, ער האט געפרעגט: "דא איז די פלאץ וואו מען געבט די שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן?" ער האט געשריגן פון גרויס איבעראשונג. ער האט דערציילט אז ער וואוינט אין בני ברק און ער הערט יעדן אינדערפרי די שיעורים המתורגמים אויף לשון הקודש, "דאס האלט מיר ביים לעבן!" האט ער געזאגט מיט א פלאם פייער, אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער אליינס ווייסט פון הונדערטער אידן וואס דאס איז זייער לעבן.


א שאד מען האט דאס נישט אפגעכאפט דאס צו קענען ווייזן פאר אייך און פאר די אלע וואס זענען עוסק אין די חיזוק יומי המתורגם; אמאל האט מען זיך געדארפט שלעפן אין די קעלט און אין די היצן צו קענען א טובה טון פאר א אידן, היינט קען מען זיצן אין שטוב ווינטער מיט א ווארעמע טיי און זומער מיט א קאלטע טרינק און מחי' זיין די גאנצע וועלט.


שטארקט אייך און שטארקט אלע וואס זענען עוסק און נעמען א טייל אין די "חיזוק יומי המתורגם" פראיעקט, אז זיי זאלן ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז און קיינמאל נישט ווערן קיין שמח בחלקו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר? הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר? דער וואס איז צופרידן מיט וואס ער האט; זאגן צדיקים אז דאס איז נאר בגשמיות. ווען עס קומט צו קוקן אויף די דירה וואו מען וואוינט, די קאר וואס מען האט, אדער וויפיל געלט מען האט אין באנק, דארט דארף מען זיין א "שָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט, אבער ווען עס קומט צו רוחניות - צו העלפן אידישע קינדער טאר מען נישט זיין צופרידן מיט וויפיל מען טוט, נאר מען דארף שטענדיג טראכטן: 'וואס נאך קען איך טון צו העלפן נאך א איד?'


איך פריי מיר יעדעס מאל איר שרייבט מיר .

#1 - חיזוק פאר מחנכים, אפילו ווען זיי ווערן פארשעמט
חינוך הילדים, בזיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי'


איך האב געהערט וואס האט פאסירט מיט אייך, אז איינער פון די עלטערן פון אונזער מוסד האבן אייך מבזה געווען אויף א מיאוס'ער אופן וכו'. האב איך געקלערט אז איך וועל אייך שרייבן אפאר חיזוק ווערטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה י, ב) אויפן פסוק (ישעיהו ו, ח): "וָאֶשְׁמַע אֶת קוֹל ה' אֹמֵר, אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ", ישעיהו הנביא האט געזאגט: "איך האב שפאצירט ביי מיר אין בית המדרש, פלוצלינג הער איך ווי דער אייבערשטער זאגט: "וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים, זיי האבן געזאגט: קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארע דיבור?! וואס צוליב דעם הייסט ער עמוס, ווייל ער איז געווען "עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ" - ער האט נישט גערעדט קלאר; האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ד, יד): "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; וועם קען איך שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט: "וָאֹמַר הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶי לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע קינדער, זיי זענען ווידערשפעניגערס, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", מיט דעם אלעם בין איך מסכים, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "וועסטו זיין מער ווי אלע נביאים".


זעט פון דעם אז ווען א מענטש נעמט זיך אונטער צו זיין א מנהיג פאר אידישע קינדער דארף ער זיין גרייט "עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם", אז מען גייט אים פארשעמען און בארעדן. אויף די וועלט וועט ער גארנישט האבן פון דעם וואס ער צערייסט זיך פאר א צווייטן, פארקערט, אויף דער וועלט וועט מען רעדן אויף אים און אים פארשעמען וכו', אבער אויבן אין הימל איז זיין שכר גאר גרויס אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון דער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין; אז פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה ויראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


וויסן זאלט איר א כלל אין לעבן, ווען איינער שרייט אויף א צווייטן, ווען איינער איז אייך מבזה - האט דאס גארנישט צו טון מיט אייך, נאר דאס איז יענעמס פראבלעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכּוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען דערקענט א מענטש וואס ער איז - לויט ווי אזוי ער רעדט; אויב עלטערן האבן א טענה צום מוסד, דארפן זיי רעדן צום מלמד אדער צום מנהל, אבער אז יענער שרייט מיאוס'ע ווערטער האט דאס גארנישט צו טון מיט אייך, דאס איז יענעמס אייגענע פראבלעם און איר דארפט דאס נישט נעמען צום הארצן. דערפאר זאלט איר זיך שטארקן און ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז צו מחנך זיין אונזערע קינדער.


מען דארף אנזאגן די טיטשערס אז אויב א מיידל פירט זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין - בפרט ווען עס קומט צו דרך ארץ ומידות טובות, דארף די מיידל באקומען א קנס, אבער ווען מען קנס'עט דארף מען עס טון מיט ישוב הדעת, מען דארף זיך אריין לייגן אינעם קינד'ס שיך; מען געבט א לייכטע קנס און ווען די מיידל זעט אז מען רעכנט זיך מיט אירע געפילן וויל זי נאכדעם זיין גוט און וואויל.


איך זאג שטענדיג פאר די מלמדים: "עס איז נישט דא אזא זאך ווי ארויס שטעלן קינדער קלאצן אינדרויסן פון כיתה". אויב א מלמד שטעלט ארויס יעדן צווייטן טאג קינדער צו זיצן אינדרויסן פון כיתה, דארף מען ארויס שטעלן דעם מלמד וכו'. איך צאל נישט קיין געהאלט פאר מלמדים זיי זאלן זיצן אין כיתה און די קינדער זאלן זיי ארויס שיקן אינדרויסן, איך צאל זיי א געהאלט זיי זאלן האלטן יעדן איינציגן קינד אין כיתה און לערנען מיט יעדן איינעם. און אז ער קען זיך נישט אן עצה געבן וכו' זאל ער מוחל זיין זוכן א צווייטע ארבעט.


ווער איז א גוטער מלמד? איינער וואס נעמט די לעבעדיגע קינדער, די געזונטע קינדער וואס שפרינגען און טאנצן און ער געבט זיך מיט זיי אן עצה. א מלמד וואס לערנט נאר מיט די בטלנ'ישע קינדער, ער געבט זיך אן עצה מיט די קינדער וואס קענען זיך סיי וויי נישט עפענען דאס מויל וכו' - דער איז נישט קיין מלמד, ווייל אויף צו לערנען מיט די קינדער דארף מען אים נישט האבן. ווען א מלמד האט א גוטע שפראך מיט די לעבעדיגע קינדער, ער נעמט די קינדער וואס הייסן מחוצפים און ער מאכט זיי פאר זיינע בעסטע קינדער - דאס הייסט א מלמד.


איך בין געווען א מלמד במשך פינף יאר פאר דרייצן יעריגע קינדער - כיתה ט'; איך פלעג זען ווי קינדער זיצן אינדרויסן פון כיתה א גאנץ יאר, האב איך געטראכט 'וואס וועט שוין זיין ווען זיי וועלן אנקומען צו מיר? ווי אזוי וועלן איך זיך אן עצה געבן מיט זיי?' למעשה ווען זיי זענען אריין געקומען אין כיתה ט' האב איך זיי גענומען און זיך אפגעגעבן מיט זיי ביז זיי זענען געווארן די מצוינים אין כיתה. דאס קען מען באשטעטיגן ביי אלע מיינע תלמידים; די עלטערן האבן דאס ממש נישט געקענט גלייבן, וואס הייסט, זייער מחוצף, זייער קינד וואס דארף שוין טערעפי איז געווארן די בעסטע קינד אין כיתה...


ווען א קינד פארגעסט עפעס צו ברענגען פון שטוב, קען מען נישט זאגן פארן קינד "גיי אהיים"; א מלמד וואס שיקט אהיים קינדער אינמיטן טאג דארף ער אהיים געשיקט ווערן (חוץ פון דעם וואס דאס איז נישט קיין אחריות, ווייל דער קינד קען זיך דרייען אויפן גאס). יעדער מענטש קען פארגעסן צו ברענגען עפעס. איך בין שוין כמעט פערציג יאר און איך קען אויך פארגעסן וויכטיגע זאכן וואס דארפן ווערן געטון. א מענטש איז א מענטש און א קינד איז א קינד; דער מלמד האט א פליכט צו זוכן מיט זיין פארשטאנד א וועג ווי אזוי ער קען מאכן אז דער קינד זאל געדענקען צו ברענגען וואס ער דארף ברענגען.


גלייבט מיר אז איך קען אייך מחזק זיין, ווייל איך גיי אריבער אביסל וואס איר גייט אריבער - און נאך מער; וויפיל מאל טראכט איך צו מיר 'מה לי ולצרה הזאת?' באשעפער אין הימל, וואס דארף איך ארבעטן מיט מענטשן בפרט מיט בחורים, וואס ווער עס ווייסט און ווער עס טוט מיט בחורים ווייסט וואס דאס איז; דו קענסט ארבעטן מיט א מענטש און זיך אוועק געבן פאר יענעם - דיין לעבן, דיין צייט, דיין אייגענע ווייב און קינדער, אין ביים סוף כאפט מען א ביס פון אים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא פרשת נח, ט) אויפן פסוק (בראשית ז, כג) "וַיִשָּׁאֵר אַ נֹחַ"; שֶׁאִיחֵר מְזוֹנוֹת לָאֲרִי וְהִכִּישׁוֹ, נח האט זיך אביסל פארשפעטיגט צו געבן עסן פארן לייב, האט אים דער לייב געביסן. פונקט אזוי ווי נח וואס האט זיך מוסר נפש געווען א גאנץ יאר פאר אלע חיות און בהמות זיי צו געבן עסן אין די תבה, און איין טאג האט ער זיך אביסל פארשפעטיגט צו געבן עסן פארן לייב, האט ער געכאפט א ביס, אזוי איז מיט מענטשן; דו קענסט ארבעטן פאר זיי, זיך צערייסן פאר זיי פשוטו כמשמעו שלא על מנת לקבל פרס און נאכדעם שפייט מען דיר אין פנים.


דערפאר, אז מען האט אייך אזוי פארשעמט וכו', בעט איך אייך איר זאלט נישט טראכטן קיין איין רגע פון אפלאזן חס ושלום אייער הייליגע ארבעט, ווייל ווען עס איז באשערט פאר איינעם א בזיון קען מען זיך פון דעם נישט ארויס דרייען, אפילו איר וואלט נישט געהאט צו טון מיט מענטשן וואלט די בזיון אויך געקומען. געלויבט דעם אייבערשטן אז די בזיון איז נישט פון שטוב וכו', עס איז פון אינדרויסן. אודאי טוט וויי אז מען געבט זיך אוועק פאר מענטשן, מען ארבעט מיט יענעמס קינדער, וואס עס איז נישט דא נאך אזא שווערע ארבעט ווי ארבעטן מיט קינדער; עלטערן וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס א מלמד אדער א טיטשער גייען אריבער איין טאג אין כיתה, די עלטערן קענען זיך קוים אן עצה געבן מיט זייער קינד, בשעת דער מלמד  האט אין כיתה נישט איין קינד נאר א גאנצע קלאס וכו' און ווער רעדט נאך פון א מנהל/מנהלת וואס טראגט די אחריות פון אלע כיתות. אודאי טוט דאס וויי וכו', אבער אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, מען טראכט: 'איך ארבעט נישט פאר קיינעם, איך בין בלויז א שליח פונעם אייבערשטן צו העלפן אידישע קינדער', דעמאלט נעמט מען דאס נישט אזוי צום הארצן.


איר פארט דאך יעצט קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון און קיין ארץ ישראל צו אלע מקומות הקדושים און קיין יבניאל, זאלט איר מתפלל זיין אז מיר זאלן האבן גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס פאר אונזער קינדער. איך בעט יעדן איינציגן טאג דעם אייבערשטן אז מיר זאלן האבן גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר העלפן מיר זאלן האבן תלמידים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", מיר זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א דור פון סאלדאטן פארן אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן אין א בריוו אז איך זאל זיך מתוודה זיין יעדן טאג פארן אייבערשטן, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִידוּי דְבָרִים גּוֹרְמִים שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא מַזְמִין מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלּוֹמְדִים בָּאֱמוּנָה", אז מען איז זיך מתוודה, געבט דער אייבערשטער גוטע און ערליכע מלמדים; דאס טו איך יעדן טאג - נישט איין מאל און נישט צוויי מאל וכו'. און ברוך השם אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


איך האב גערעדט צו די עלטערן פאריגע חודש ביי די חינוך אווענט, אז אויב מען האט עפעס וואס צו זאגן לגבי די מוסד וכו' זאל מען רעדן מיט די טיטשער אדער מנהלת, די שענסטע זאך איז אז מען רעדט זיך דורך, אבער שרייען, פארשעמען און רעדן מיאוס'ע ווערטער - דאס איז נישט קיין וועג, דאס איז יענעמס אייגענע פראבלעם. יענער דארף תשובה טון אויף דעם און אייך איבער בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה מיט אלע תלמידות. איר זאלט האבן א גרינגע רייזע און פועל'ן אלעס גוטס.