בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#86 - וועמען מען זאל מכבד זיין צו רעדן אין בית המדרש
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך הער צוריק הערליכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, איך באקום בריוו פון די מתפללים, יעדער איז פרייליך, מען שפירט זיך זייער גוט.


בנוגע ווי אזוי מען זאל רעדן - אידיש אדער לשון קודש; היות רוב מנין רעדן אידיש - וויל איך דו זאלסט רעדן נאר אין אידיש. סיי די שיעורים, סיי דאס אויסרופן, און אזוי ווייטער; אלעס זאל זיין אין אידיש.


בנוגע וועם מכבד זיין צו רעדן וכו'; ווער עס רעדט די ווערטער פון רבי'ן, אן קיין פשעטלעך און אן קיין דריידלעך - דער זאל רעדן, ווייל מענטשן קומען הערן די ווערטער פון רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס איבערגעגעבן, חיזוק און עצות אויף למעשה; עס האט נישט צוטון ווער עס איז עלטער וכדומה, עלטערע מענטשן זאלסטו מכבד זיין מיט א פלאץ לויט ווי עס פאסט, און אזוי אויך ווען עס קומען צו גיין מענטשן וואס זאגן אז זיי זענען שוין פופציג יאר ביים רבי'ן, הונדערט יאר ביים רבי'ן - זאלסטו זיי מכבד זיין מיט אן עליה, אבער רעדן זאלן נאר די אינגעלייט וואס רעדן די דיבורים אויף למעשה.


ווען מיר האבן געעפנט די שול היכל הקודש אין וויליאמסבורג פלעגט יעדע וואך א צווייטער רעדן, עס איז געווען א רייע מענטשן, אנשים מכובדים - וואס האבן גערעדט, ביז איך בין געגאנגען בעטן מוהרא"ש זאל בעטן איינעם פון אנשי שלומינו אז יענער זאל רעדן, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז אלע רעדן שיינע תורות, שיינע מעשיות וכו' וכו' אבער נאר דער אינגערמאן האט דיבורים אויף לעובדא ולמעשה, דער רעדט פון חיזוק אויף לימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), חיזוק אויף תפילה והתבודדות אויף למעשה, און חיזוק אויף שלום בית וכו'.


עס זענען געווען אין היכל הקודש וואס האבן געדריידט מיט די הענט און מיט די נאז אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויף די דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט - ביז מען האט דאס אפגעשטעלט.


דעריבער, אז דו ביסט זיך מוסר נפש צו עפענען א שול היכל הקודש אין בני ברק זאלסטו פון איין זייט יעדן איינעם מחזק זיין, טייל עליות פאר די מתפללים און ווען עס קומט א גאסט געב אים אן עליה לפי כבודו, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן ווער עס רעדט, וואס מען רעדט און ווי אזוי מען רעדט. זע מען זאל רעדן די דיבורים וואס מען רעדט אין ישיבה, די דיבורים וואס דו הערסט ביי די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - שובבי"ם ת"ת, אכט וואכן וואס מיר קענען אלעס פאררעכטן
התחזקות, תהלים, חסידות ברסלב, תשובה, בית המדרש, היכל הקודש, נסיונות, פירושים, יאוש, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים און בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ זייער איבערגענומען מיט גרויס התרגשות פון מיין נסיעה, פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם שבת קודש; איך האף איר האט אויך הנאה געהאט פונעם שבת.


איך בעט אייך זייער אז דער בית המדרש זאל זיין א פלאץ וואס מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים; נישט קיין תורות, פלפולים - נאר ווערטער פון חיזוק. מענטשן זענען זייער צעבראכן היינטיגע טעג, נישטא א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל, זיין פרשה - וואס ער גייט אריבער. מענטשן מוטשען זיך זייער מיט עניות און דחקות, נאכדעם זענען דא וואס מוטשען זיך מיט די ווייב און קינדער, און ועל כולם מוטשענען מיר זיך אלע מיט צרות היצר; מענטשן זוכן אביסל חיזוק אזוי ווי מען זוכט לופט צו אטעמען, מען זוכט א שמייכל, א גוט ווארט - אזוי ווי א דורשטריגער מענטש זוכט א טראפ וואסער, דעריבער דארף מען זען צו רעדן אין בית המדרש דבורי חיזוק.


די וואך האבן מיר זייער גוטע חיזוק, מוהרא"ש פלעגט דאס חזר'ן ביי די שיעורים פרשת ויחי. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", יוסף איז געשטארבן און מען האט אים באערדיגט אין מצרים, עס זעט אויס ווי לאחר הייאוש, מען קען שוין גארנישט טון, מען קען שוין גארנישט מאכן, אלעס איז טויט, שוין באגראבן; דארף מען וויסן אז מען מוז זיך מחזק זיין, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק, ונתחזק!" שטארקט זיך, שטארקט זיך, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן! ווייל עס איז נישטא קיין ייאוש, דער הייליגער רבי האט געשריגן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען היינט נאכט אריין אין די ליכטיגע שובבי"ם טעג, די יאר האבן מיר שובבי"ם ת"ת - אכט וואכן וואס מיר קענען פאררעכטן אלע אונזערע נישט גוטע מעשים. איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, איר ווייסט דאך אלע אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים, און אין די טעג פון שובבי"ם פלעגט ער זאגן דעם יום תהלים צוויי מאל א טאג; לאמיר זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע דרגא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון - זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון - ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך בין זייער אפגעשוואכט, אויך מיינע קינדער זענען אין שטוב מיט היץ, געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיט גרויס חסדים; איך וועל אייך שרייבן מער קומענדיגע וואך.


א פרייליכן שבת.

#84 - עס איז שוין צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
צדקה, מוסדות, הדפסה, בית המדרש, היכל הקודש, לאנדאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש לאנדאן ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, איר נעמט זיך צוזאמען איינמאל א וואך זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האף איר וועט נישט זיין קיין בטלנים און אנהייבן אויך דאווענען אינאיינעם; עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו פון לאנדאן, געבט אייערע צדקות פאר די גבאים אין לאנדאן. מיר האבן צוויי געטרייע גבאים, הר"ר יחיאל הורוויץ נרו יאיר און הר"ר שמואל אליעזר פערל נרו יאיר; געבט זיי ענקערע צדקות.


עס זענען דא צווישן אייך וואס מיינען אז ווען מען געבט צדקה צו דרוקן אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל - איז דאס שטערקערע צדקה, עס איז נישט אזוי, מען דארף האבן אין יעדן שטאט א קרן הדפסה; זאלט איר געבן צדקה פאר די לאנדאנער קרן הדפסה.


בלי נדר וועל איך מאכן ביי אונז א מגבית פאר די קרן הדפסה פון לאנדאן צו העלפן ענקער בית הדפוס זיך שטעלן אויף די פיס.


איך בעט אייך זייער, גייט ארויס פון אייער קטנות; שוין צייט אנצוהייבן מיט א בית המדרש, נאכדעם וועט מען קענען עפענען מוסדות התורה.


חנוכה איז די פאסיגע צייט צו מייסד זיין א בית המדרש, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו אשר בנחל; חנוכה איז די ריכטיגע צייט אנצוצינדן די ליכט פון רבי'ן עס זאל שיינען אין גאנץ לאנדאן.


א ליכטיגן פרייליכן חנוכה.

#83 - אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן
חנוכה, בית המדרש, בריוו, ארץ ישראל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מכרכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אינאיינעם, זייט אייך מחזק מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. געדענקט, אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן און זיך ליידן; אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר קענען אריינברענגען אורו של משיח, דעם רבינ'ס שכל - אין די גאנצע וועלט.


פארשטייט גוט, יעדער מענטש איז א שכל פרטי, יעדער מענטש האט זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, מיר אלע קומען צום רבי'ן דער רבי זאל אונז היילן, דער רבי זאל אונז ברענגען צום תכלית, מיר זאלן טראכטן פון בורא כל עולמים. ווען מען נעמט זיך צאם א גאנצער עולם קען אויסקומען רייבערייען, דער שלעפט אהער, דער שלעפט אהין, יעדער איינער האט דאך זיין וועג פון טראכטן, אבער אז מען קוקט אויף די נשמה, מען קוקט אויף די תכלית; פארוואס מען האט זיך צאמגענומען - דעמאלט איז גוט, דעמאלט האט מען זיך ליב.


מיינט נישט אז איך בין ווייט פון ענק; מצד הגוף זענען מיר אביסל ווייט, אבער מיין הארץ, מיין מח - איז מיט ענק. איך האלט מיט יעדע ריר ביי אייך אין שול, די גבאים שרייבן מיר יעדע פרט ופרט, איך פריי זיך בעיקר מיט איין זאך, דאס איז ביי מיר דער עיקר; אינגעלייט און בחורים שרייבן מיר אז מען האלט זיך זייער באחדות, יעדער שפירט זיך גוט אין שול, מען שמייכלט איינער צום צווייטן, מען פארגינט זיך איינער דעם צווייטן; דעריבער שרייב איך אייך, זייט ממשיך מיט די וועג ווי אזוי איר פירט זיך - וועט דער בית המדרש אין ירושלים זיין א מאגאנעטישער פלאץ, עס וועלן קומען און קומען בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן טרעפן חיזוק דארט.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, ביי אונז פירט מען זיך אנצוטון בגדי שבת ווען מען צינדט, מען דאווענט מעריב און מען גייט אהיים גלייך צינדן. מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס פארן אוועק שבת חנוכה, לאזן איבער די ווייב און קינדער; מוהרא"ש זאגט, חנוכה איז א חינוך יום טוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע זיצט אין שטוב מיט די קינדער, מען פריידט זיך, מען זינגט און מען טאנצט אינאיינעם.


איך בין געווען די וואך ביי א נסיעה צו מקומות הקדושים, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה, בעיקר צו זיין מיט אפאר חברים פון אונזער בית המדרש אין ירושלים. אינו דומה ווען מען זיצט אפאר טעג אינאיינעם, מען זיצט אינאיינעם, מען פארט גאנצע טעג און נעכט אינאיינעם, דעמאלט זעט מען דעם מענטש דורך און דורך, איך האב זייער הנאה געהאט.


מיר האבן גערעדט אויפ'ן וועג אסאך נקודות ווי אזוי א שול דארף זיך פירן, די גבאים וועלן אייך שוין איבערגעבן. איך וויל זייער שטארק אז דער שול אין ירושלים זאל זיך פירן מיט א מורא'דיגע דרך ארץ וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


איך האב געהערט פון די גבאים בשעת די נסיעה אז איר ווארט זייער שטארק אויף א בריוו, דער גאנצער עולם וויל אזוי שטארק א בריוו; וועל איך פרובירן מיט אלע כוחות אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו.


א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.

#82 - זע עס זאל זיין אין דיין שטאט א בית המדרש "היכל הקודש"
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מקיים די ווילן פון מוהרא"ש, זע עס זאל זיין אין דיין שטאט א בית המדרש "היכל הקודש", און זע מען זאל עס פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט.


מיר מוזן טון מוהרא"ש'ס ווילן, עס מוז זיין אין יעדע פלאץ אין די וועלט א בית המדרש היכל הקודש; א פלאץ וואו מען רעדט דעם רבינ'ס ווערטער אן קיין דריידלעך, נאר אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


זיי ממשיך מיט הפצה; פארשפרייט די גליונות, קארטלעך, קונטרסים, סידיס און וואס עס זאל נאר זיין, דער ציל איז אז נאך א מענטש זאל באקומען די עצות און חיזוקים פון רבי'ן.


איך בין דיר גרייט צו העלפן מיט א בית המדרש, איך ווארט צו הערן.

#81 - וואס טוט זיך אפ אין הימל ווען מען גייט אינדערפרי אין שול דאווענען
התחזקות, בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט, ווען מענטשן וואלט געוויסט וואס טוט זיך אפ אין הימל ווען מען גייט אינדערפרי אין שול דאווענען; עס ווערט א באגלייטן אויבן אין הימל, מלאכים לויפן און שרייען: "געבט כבוד פאר דעם מענטש וואס איז מכבד דעם אייבערשטן" - וואלט מען געגאנגען אין שול מיט שמחה, מיט זריזות, מען וואלט געטאנצן א גאנצע וועג; נאר וויבאלד מען זעט נישט וואס טוט זיך - ווערט מען אזוי נאכגעלאזט, מען גייט נישט אין שול, און אפילו מען גייט יא - איז דאס מיט עצלות ועצבות.


עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון יעדע מצוה וואס מיר האבן געטון, מען וועט זען וואס תפילין איז, וואס ציצית איז, און אזוי ווייטער.


גיי אין שול מיט שמחה, לייג אלעס אוועק; ווען עס קומט צו דאווענען לייג אלעס אין דער זייט און לויף אין שול.


 

#80 - א נארמאלע פלאץ זיך אביסל צו דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה
הכנסת אורחים, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, דאווענען, תחנון, ירושלים, פאליטיק, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך מוז ענק זאגן, איך הער כסדר גרוסן פון געסט וואס קומען אין שול ביי אייך; זיי שרייבן אז מען נעמט זיי זייער שיין אויף, מען מאכט יעדן איינעם שפירן גוט, דאס מאכט מיר זייער פרייליך. ווייל מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער סימן ווען מען קומט אויף א פלאץ, ווי אזוי ווייסט מען אויב דאס איז א גוטע פלאץ? אויב מען נעמט שיין אויף, מען פרעגט דיר וואס מען קען דיר העלפן - דאס איז א גוטע פלאץ.


אזוי ווי מיר זעען ביי די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א), דער שני למלכות איז געקומען צו א פעסטונג, דארט איז געווען אלע עסן, אלע טרינקען און אלע שיינע זאכן, ער איז אריין אין די צימערן, דער רבי זאגט: "דער קעניג און קיינער פון זיי האט אים גארנישט געפרעגט", שפעטער האט דער קעניג'ס טאכטער געזאגט פאר'ן שני למלכות: "דא איז די פלאץ פון די נישט גוטע"; זאגט מוהרא"ש, אז מען קומט אין א פלאץ און קיינער פרעגט דיר גארנישט, קיינער זאגט דיר גארנישט - איז דאס א סימן פון א נישט גוטע פלאץ.


דא קענט איר זען א בריוו ווי א אינגערמאן פון חוץ לארץ וואס איז געווען אין ירושלים יום טוב סוכות שרייבט מיר:


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק אהיים נאכן זיין סוכות אין ארץ ישראל.
די באזוך יעצט אין ארץ ישראל איז גוט אריינגעקריצט אין אונזער הארץ, אזא געשמאקע באזוך האבן מיר קיינמאל נישט געהאט, אלעס צוליב די נייע היכל הקודש שול אין ירושלים.


די ערשטע מאל וואס וואס איך האב געהאט א שול וואו צו דאווענען און נישט געדארפט כאפן א שטיבלאך אדער שטיין אינדרויסן פון שול אין מאה שערים רעדן מיט מענטשן, א שול מיט זמנים וואס פאסט צו די הלכה און צוגעשטעלט צו די צייט ווען מענטשן שטייען אויף כדי אלע זאלן קענען מיט האלטן.


גלייך ווען איך בין אריינגעקומען, די ערשטע מאל, האבן מיר אלע אנגענומען אזוי ווי דער חשוב'סטער מענטש, כאטשיג כמעט קיינער האט מיך נישט געקענט; מען האט מיר ממש נישט געלאזט זיך שעמען אדער שפירן נישט איינגענעם.


אזא הכנסת אורחים, פון די ערשטע מינוט! עס איז פשוט געווען א גן עדן צו קומען ווייטער יעדע ליידיגע מינוט, און פארשטייט זיך נישט פארפעלן קיין איין תפילה.


עס איז פשוט נישט צום גלייבן אז עס געפונט זיך אזא שול אין ירושלים; יעדער איז גוט מיט אלעמען, אפילו יעדער קומט פון אן אנדערע חסידות, און יעדער איז געטריי און איבערגעגעבן פאר'ן שול.


ערב יום טוב האבן אלע אריינגעכאפט ריין צו מאכן די שול, אפילו עס איז דא איינער וואס דארף קומען ריין מאכן, פאר יעדע קידוש אדער סעודה כאפן אלע אריין ארויסצוהעלפן צוצוגרייטן.


יעדע תפילה שיקט דער משמש בקודש ר' ... צו א בעל תפילה און אלע גייען צו בשמחה, ממש נישט צו גלייבן; ביי די קידושים לערנט פאר הרב ... מיט אזא פשטות און חן.


איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז זי מוז אריינכאפן וואס מער צו קומען אין שול ביים דאווענען, און איך בין גרייט צו נעמען די בעבי, דער עיקר זי זאל שעפן חיות פון אזא שול, און זי פארשטייט זיך הערט טאקע נישט אויף צו נתפעל ווערן.


ממש אלע ספרים וואס מען דארף, אלעס איז צוגעשטעלט אזוי שיין.


ביי דעם רבינ'ס יארצייט איז געווען אזוי גוט צו זען ווי הרב ... געבט זיין סוכה און שטעלט צו א סעודה, און הרב .. ברענגט פיש; אלעס מיט א ברייטקייט, און אזוי ווייטער, יעדער העלפט ארויס.


יעדע מאל גרייט ר' ... מיט זיינע זין צו אלעס אזוי שיין, און אלע גליונות מיט קונטרסים ליגן מסודר גרייט אין שול. פאר'ן פארן האבן מיר געקענט קויפן ביים מרכז ההפצה פון ר' ... א שפע פון ספרים, סידיס און קמיעות, אלעס אזוי שיין מסודר מיט פרייזן.


אזוי אויך האבן מיינע קינדער געקויפט דארט קארטלעך און מפיץ געווען אין מאה שערים געגנט, אזוי אויך גליונות מיט עצתו אמונה.


וויפיל איך וועל שרייבן וועט דאס נישט זיין גענוג ארויס צו ברענגען מיין גוטע געפיל פון היכל הקודש אין ירושלים.


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער זיך ארויס צו געבן גענוג אויף די פלאץ.


אזעלכע בריוו באקום איך כמעט יעדן טאג; איך פריי זיך זייער אז עס איז דא א ליכטיגער ווינקל אין ירושלים אין די שענסטע פלאץ, אין מאה שערים; א פלאץ וואו מען קען זיך אביסל דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה, א נארמאלע פלאץ.


איך ווייס נישט אויב איר ווייסט, מוהרא"ש האט אלע יארן זייער שטארק געוואלט האבן א בית המדרש היכל הקודש דוקא אין ירושלים; עס איז געווען א שטיק צייט וואס עס איז געווען א בית המדרש, נאכדעם איז נישט געווען; יעצט איז נייע צייטן, יעצט הייבט אן דער רבי אריינקומען שטערקער און שטערקער אין די וועלט.


געדענקט, פארגעסט נישט וואס איז די זאך פון רבי'ן, פארוואס זענען מיר דא? פארוואס זענען מיר געקומען צום רבי'ן? אנטלויפט פון אלע פאליטיק, אנטלויפט פון אלע נארישקייטן; מיר זענען געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל אונז רייניגן אונזער מח, מיר זאלן נאר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גארנישט וועלן, נאר זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די נייע ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז אזוי אראפגעברענגט לעובדא ולמעשה דעם רבינ'ס שכל פאר אונז פשוט'ע מענטשן, ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר זאלן וועלן נאר איין זאך, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - דער ווערט א גרויסער צדיק.


מיר פירן זיך צו זאגן ביי נפילת אפים מזמור כה: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", און מען האט אינזין דערביי: 'רבונו של עולם איך בין גרייט פאר דיר צו טון מסירות נפש, איך געב דיר אוועק מיין זעל'; די וועלט האט מורא צו זאגן דעם קאפיטל, ווייל אויב מען איז נישט גרייט אויף דעם, מען פאלט אויפ'ן פנים און מען זאגט דאס נאר מיט די מויל, מען האלט נישט ביי דעם - איז עס א סכנה, דעריבער זאגט מען: "רַחוּם וְחַנּוּן חָטָאתִי לְפָנֶיךָ וגו', ה' אַל בְּאַפְּךָ תוֹכִיחֵנִי, וְאַל בַּחֲמָתְךָ תְיַסְּרֵנִי"; אבער מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, נפילת אפים), ווער עס וויל דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין אלע עבירות מיום הולדו זאל זאגן קאפיטל כה. מען לייגט אראפ דעם קאפ נאר ביים ערשטן פסוק, און בשעת מען פאלט אויפ'ן פנים זאגט מען די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", מען זאגט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין גרייט צו שטארבן פאר דיר", און מען האט אינזין בשעת מען זאגט 'אֵלֶיךָ ה'' די פיר שמות ע"ב ס"ג מ"ה ב"ן, דעמאלט איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


מיר פירן זיך צו פאלן אויף די לינקע האנט. עס איז א גרויסע מחלוקת אויף וועלכע האנט מען דארף מאכן נפילת אפים; דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן קלא, סעיף א) מען זאל פאלן אויף די לינקע האנט, זאגט דער רמ"א אז ביי שחרית ווען מען האט אן די תפילין זאלן מען פאלן אויף די רעכטע האנט צוליב די כבוד פון די תפילין און ביי מנחה זאל מען פאלן אויף די לינקע האנט; אבער דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תמח) אז אמאל איז ער געווען אונטערוועגנס, ער האט געדאווענט שחרית און געפאלן נפילת אפים אויף די רעכטע האנט, און דער הייליגער צדיק רבי סעדיה גאון איז געקומען צו אים און אים געזאגט אז מען דארף פאלן נפילת אפים אויך ביי שחרית אויף די לינקע האנט, פון דעמאלט האט דער רבי אזוי געטון און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


מען דארף נישט מורא האבן צו זאגן דעם מזמור, יעדער איד איז גרייט אויף מסירת נפש. בשעת דו זאגסט די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", זאלסטו זאגן: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין גרייט אויף מסירות נפש" - וועסטו ווערן אינגאנצן ריין; בפרט ווער עס האט געזינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און וויל תשובה טון - זאל דאס טון, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך געב זיך איבער צו דיר".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך מוז מקצר זיין; עס איז ערב שבת, איך דארף שוין פארן מיט מיין משפחה צום שטעטל. איך גיי בדרך כלל יעדן שבת מברכים צו שטעטל, איך דארף שוין גיין; אויך וויל איך זייער זיין א שבת אין ירושלים אין בית המדרש.


א פרייליכן שבת.

#79 - ס'איז אזוי געשמאק צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן צווישן די ביימער און גראז
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שטעטל, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דו וואוינסט דאך אין שטעטל, דארט איז דאך אזוי געשמאק צווישן די ביימער און גראז; גיי אביסל שפאצירן צווישן זיי. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "עס איז זייער גוט צו זיין פרום צווישן זיי"; זיי זיך קובע יעדן טאג בקביעות א צייט צו רעדן, שמועסן און קרעכצן צום אייבערשטן.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזא עצה 'התבודדות ותפילה'. הייב אויף דיינע הענט צום הימל, קוק ארויף צום הימל און זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד"; מה אומר לך ידידי היקר, כשזוכין להתבודד, מרגישין טעם גן עדן, מרגישים את נועם זיו חיות אלוקותו יתברך שמו, מרגישין ורואים שהכל לכל עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, מען דארף קיינעם נישט, מען באקומט א ישוב הדעת.


זיי מיר מודיע וואס מען רעדט אין שול אין שטעטל, מען רעדט פונעם אייבערשטן? מען רעדט פון רבי'ן? איך האף דאס זענען ענקערע דיבורים.

#78 - די נסיון פון די תלמידים איז נאך שווערער ווי דעם צדיק'ס נסיון
הפצה, בית המדרש, נסיונות, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך פריי זיך צו הערן נאכאנאנד גוטע גרוסן פון ענקער חבורה אין ירושלים עיר הקודש.


מענטשן דערציילן, זיי פאלן אריין א תפילה אין שול; עס איז אזוי געשמאק, אזוי ווארעם, מען האט זיך ליב. איינע פון די משפחות פון די קהילה פון אמעריקע זענען געווען ביי ענק יום טוב סוכות, זיי הערן נישט אויף רעדן ווי שיין עס איז דארט. דער אינגערמאן זאגט מיר, איך ווייס נישט אויב מען מעג זאגן אזוי, דארט איז אין א געוויסע זין מער ווארעם ווי אין ישיבה; עס הערשט ממש א ליבשאפט, מען האט זיך ליב, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, אלע ווילן איין זאך, נאר הערן וואס דער רבי זאגט אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט דאס אונז געגעבן.


איך וויל אייך מיטטיילן א שיינע חיזוק וואס מוהרא"ש זאגט אויף די פרשה, מען זעט ביי די פרשה פון די עקידה, די גרויסע נסיון וואס דער אייבערשטער האט געפרואווט אברהם אבינו ער זאל נעמען זיין זון יצחק, זיין איינציגסטער זון וואס ער האט געווארט אזוי לאנג אויף אים, ביז די הונדערט יאר - און אים שחט'ן פאר'ן אייבערשטן. אברהם אבינו האט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין שום שאלות, ער האט דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה, למעשה געפונען מיר אז מען רופט אן די נסיון אויף יצחק אבינו 'עקדת יצחק' - נישט אויף אברהם אבינו'ס נאמען; זאגט מוהרא"ש, אברהם אבינו האט טאקע געהאט א גרויסע נסיון צו נעמען זיין איינציגסטע קינד און אים מקריב זיין פאר'ן אייבערשטן, דאך איז יצחק'ס נסיון שטערקער, ווייל יצחק האט דאס נישט געהערט פונעם אייבערשטן אליינס, יצחק האט געהערט פון זיין טאטע אברהם אבינו ווי ער זאגט אים: "קום זיך שחט'ן פאר'ן אייבערשטן" - דאס איז דער עיקר נסיון.


מוהרא"ש זאגט, דאס פאסירט שטענדיג אין יעדן דור. דער צדיק אמת וואס איז דבוק אינעם אייבערשטן, ער איז נישט מסיח דעת פונעם אייבערשטן קיין איין רגע, ער האט שווערע נסיונות, מען פארגיסט זיין בלוט, מען איז אים מבזה - דאס איז נישט אזא נסיון ווי די נסיון וואס די תלמידים גייען אריבער, ווייל דער צדיק איז א בחינה אזוי ווי אברהם אבינו וואס הערט פונעם אייבערשטן אליינס, ווידער די תלמידים - זיי הערן פון זייער רבי וואס דער רצון השם איז און זיי זענען זיך מוסר נפש צו טון די ווילן פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן די לימודים וואס זיי זענען מקבל פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר אלעמען; אפילו מען שפעט פון זיי, מען פארגיסט זייער בלוט וכו' וכו' - לאזן זיי נישט אפ זייער רבי'ן, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער נאמען; מוהרא"ש זאגט, מסירת השם איז מסירת נפש, ווען איינער געבט אוועק זיין נאמען, מען רעדט אויף אים כל דבר אסור - איז דאס אויך מסירת נפש, דאס איז א גרעסערע מדריגה.


שטארק אייך, זייט ממשיך מיט הפצה; זייט שטארק נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "אפילו דער רבי זאל מיר האקן מיט א דראנג - לאז איך נישט אפ דעם רבי'ן", און זעט צו פארשפרייטן דעם רבי'ן וואס מער; קוקט נישט אויף קיינעם, טענה'ט נישט מיט קיינעם - וועט איר מצליח זיין.


א פרייליכן שבת!

#77 - קום לערנען אין שול אינדערפרי און ביינאכט
חינוך הילדים, התחדשות, בית המדרש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער קאזין און תלמיד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין, איך געדענק די ערשטע צייט ווען דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל פלעגסטו קומען פארטאגס לערנען, האסט געלערנט דיינע שיעורים צופרי פאר'ן דאווענען, עס איז געווען אזוי מחי'דיג, די גאנצע טאג, די גאנצע מענטש - איז אינגאנצן אנדערש.


וויל איך דיר מחזק זיין, באניי זיך, הייב אן פון פריש; קום צופרי לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אויך ביינאכט זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין גמרא. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נב): יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת, עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", אז מען קומט אין שול אינדערפרי און ביינאכט - וועלן די קינדער לאנג לעבן; ווייל קינדער וואס באקומען א חינוך פון קומען אין שול ביינאכט און צופרי - וועלן זיי אויך אזוי טון, וועלן זיי לעבן; ווייל נאר אז מען לערנט און מען דאווענט לעבט מען א חיים טובים.


שרייב מיר יעדע מאל דו מאכסט א סיום משניות, א סיום מסכתא, א סיום אויף א חלק פון די תורה.


 

#76 - אריינברענגען תשובה מיט שמחה, נישט מיט אנגעצויגנקייט
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, מוסדות, תשובה, עבירות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע ליבע חברים פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, א חודש וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, פון רחמנות, א חודש וואס מיר קענען אנהייבן פונדאסניי. עס ווערט געברענגט פון צדיקים (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א קעניג וואס איז א גאנץ יאר אין פאלאץ, נאר גרויסע שרים קענען אריינגיין אין פאלאץ, איינמאל א יאר גייט דער קעניג אין פעלד, דעמאלט קומען אלע פויערן, אלע פארמערס, דעמאלט קענען זיי רעדן צום קעניג; אזוי איז חודש אלול, א צייט וואס יעדער איינער קען קומען צום אייבערשטן אים בעטן רחמנות.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבינ'ס חדר, דער רבי לערנט אונז און ווייזט אונז דעם רחמנות פונעם אייבערשטן. אין אמעריקע האבן מיר מוסדות פאר די קינדער וואו מען לייגט אריין אין זיי פון יוגענט אן די רחמנות פונעם אייבערשטן; מען לערנט אלעס וואס מען לערנט אין אנדערע מוסדות - אבער עס איז בטעם רבינו. אלע מוסדות שיקן אהיים א בילד פון א וואגשאל, איין זייט שטייט מצוות און די אנדערע זייט שטייט עבירות, אויסלערנען די קינדער די זאך פון שכר ועונש, ביי אונז לערנט מען עס מיט די הקדמות פון רבי'ן.


איך האב באקומען א בריוו, א מאמע שרייבט מיר די ווערטער: לכבוד דער חשוב'ער ראש ישיבה, ברוך ה' אונזער טאכטער ... האט אנגעהויבן די יאר סקול אין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


מיין מאן און איך זענען זייער זייער איבערגענומען וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, אונזער טאכטער איז אהיים געקומען מיט א צעטל, א בילד פון א וואגשאל פון מצוות און עבירות וואס יעדע סקול שיקט אהיים, אבער וואס דא איז אנדערש איז, אז די עבירות איז אויסגעמעקט, די עבירות זייט איז ליידיג, מיר האבן געפרעגט אונזער טאכטער פארוואס איז די עבירות ליידיג? זאגט זי: "ווייל ווען מען טוט תשובה האט מען נישט קיין עבירות".


דאס לערנט מען מיט די קינדער פון יונגווייז אן, אז דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען טוט תשובה; מען רעדט אויך פון דעם אז אויב מען טוט נישט תשובה באקומט מען אן עונש, אבער מען רעדט מער פון תשובה.


איך האף בקרוב צו עפענען מוסדות היכל הקודש אין ירושלים און אויך אין אלע שטעטלעך אין ארץ ישראל, מיר זאלן קענען מחנך זיין די קינדער מיט א ליבשאפט צו תורה און מצוות, זיי זאלן נישט זיין דערשראקן און פארפאניקט.


איך האב באקומען א בריוו פון איינער פון ענקערע קינדער פון ירושלים, א געשריבענע בריוו; איך האב געבעטן דעם אינגערמאן וואס העלפט מיר מיט די בריוו ער זאל דאס אויפטייפן, איך וויל אייך ווייזן וואס אן אומשולדיג קינד שרייבט:


לכבוד מיין וועג ווייזער, דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א


דא שרייבט ... ירושלים, איך קען נישט אנפאנגען און איך פאנג נישט אן צו דאנקען אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר און מיט מיר, ווייל וויפיל איך וועל דאנקען וועט נישט זיין גענוג.


יישר כח פאר די וועכנטליכע עצתו אמונה, דאס איז די גרעסטע עונג שבת וואס איז נאר פארהאן.


אזוי ווי יעצט איז חודש אלול און מן הסתם ווייסט דער ראש ישיבה שליט"א וואס עס גייט פאר חודש אלול אין אלע סקולס און סעמינארן, איין זאך רעדט מען: "גיהנום, גיהנום, גיהנום, גיהנום... אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי", מען ווייזט אויף פאר יעדע מיידל ווי שלעכט זי איז און ווי נישט גוט זי איז, אבער א דרך תשובה געבט מען נישט, מען געבט נאר צו שפירן אז תשובה איז א העכערע זאך, מען לערנט נישט אויס אז תשובה איז אזא גרינגע, זיסע און געשמאקע זאך צו טון, וואס דאס ברענגט א נאנטקייט צום באשעפער, מען ווייזט נאר ווי שווער און ווי קאמפליצירט איז תשובה צו טון.


איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם, אבער דאס איז דער מציאות; איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל איך בין צעדרייט און צעמישט, מען לייגט ארויף אזא דרוק און לחץ אויף מיידלעך. איך קען נישט זאגן אז עס איז אלע לערערינס, אבער איך פריוואט האב נאכנישט געהערט פון קיין איין לערערין אז איך קען תשובה טון, נישט נאר איך זאג עס, נאר מיין גאנצע כתה כמעט.


איך בעט איבער אויף די לאנגע דרשה, אבער דאס איז א הקדמה צו מיין שאלה:


מיין לערערין האט דערציילט א מעשה בשם איינער פון די גרעסטע גדולים, אז עס איז געווען א מענטש, א פשוט'ער איד, וואס איז ארויף אויבן אין הימל נאכן ענדיגן זיין תפקיד בזה העולם און ער האט געטראכט צו זיך 'מצוות האב איך נישט, אבער לפחות די דריי תפילות א טאג וואס איך האב אויף דעם מקפיד געווען זייער שטארק - וועט מיר שטיין פאר א זכות', אינמיטן זעט ער ווי א מלאך קומט מיט א פיצעלע זעקעלע און מען לייגט עס אויפ'ן וואגשאל, דער מענטש הייבט אן שרייען: "איין מינוט, וואו איז מיינע אלע תפילות וואס איך האב געדאווענט יעדן טאג, די דריי תפילות?!" האט מען אים געענטפערט אז נאר איין מאל האט ער מכוון געווען ביים דאווענען און דאס איז אים געבליבן; ווייל עס שטייט תפלה בלא כוונה כגוף בלא נשמה, די גוף איז געבליבן אונטן מיט אלע תפילות וואס איז כגוף און דא ביסטו ארויפגעקומען מיט איין מצוה פון דאווענען איינמאל מיט כוונה.


איך בין אזוי צעמישט פון די מעשה, ווייל איך בין דאך א פשוט'ע נארמאלע מיידל, וואס האב איך מיט כוונות און ייחודים? איך דאווען נישט בכוונה ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מען דאווענט מיט כוונה; כוונה קוקט מיר אויס צו א הויכע זאך, צו הימליש; איך דאווען פשוט, פשוט, פשוט, אן אויסרעדן ביים דאווענען מיט א סידור... צי איז כוונה געמאכט פאר מיידלעך? אבער אויב איך דאווען אן כוונה איז מיין תפלה דאך נישט ווערד אין הימל, איז צו וואס דארף איך בכלל דאווענען?!


די מעשה האט מיר אריינגעלייגט אין אזא לחץ, אז די לעצטע וואך האב איך געזאגט נאר ברכת השחר, ברכת התורה און אני מאמין מיט תיקון הכללי און תהלים, ווייל די המשך קען איך שוין נישט דאווענען, איך ווייס נישט ווי אזוי מען איז מכוון.


צי קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א עס אויסקלארן? צי קען איך דאווענען מיט כוונה? ווי אזוי? איך וויל אזוי שטארק דאווענען ווי עס דארף צו זיין, אן לחץ.


דאס איז א חלק פונעם בריוו פון איינע פון ענקערע טעכטער; יעצט וועט איר אביסל פארשטיין פארוואס עס גייט מיר אזוי אין לעבן צו עפענען מוסדות פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן געזונט, זיי זאלן אויפוואקסן מיט ליבשאפט צום אייבערשטן, שפירן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


ביים רבינ'ס חדר הערט מען נישט די סארט משלים, די בייסיגע מוסר, די נעגעטיווע תורות; דער רבי האט אנדערע דיבורים, דער רבי דערשרעקט נישט, דער רבי זאגט אונז: "גיי דאווענען, רעד צום אייבערשטן ווי אזוי עס לאזט זיך, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג דעם אייבערשטן 'איך האב נישט אינזין דאס דאווענען, העלף מיר איך זאל קענען אינזין האבן פירוש המילות'".


דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם קאפצין פאשא, ווי דער קאפצין פאשא האט געזאגט פאר'ן איד: "דער קעניג האט צער פון דיר, דו שטינקסט!" דער קאפצין פאשא - דאס איז דער יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש 'דו שטינקסט', ער האט געזאגט דעם איד ער זאל קומען צום קעניג מיט א שמאטע אויפ'ן מויל ווייל דער קעניג וויל נישט רעדן מיט אים, און צום קעניג איז ער געגאנגען זאגן: "דער איד וויל נישט רעדן מיט'ן קעניג!" דאס איז אלעס וואס דער יצר הרע טוט, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן אז מיר זענען שלעכט, און אונז רעדט ער איין אז מיר שטינקען, ביז שפעטער ווערט נתגלה דעם אמת ווי שטארק מיר ווילן דעם אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער וויל אונז.


א רחמנות אויף די קינדער, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך און בעיקר ביי די בחורים, וואס מען האקט זיי אין קאפ, מען שלאגט זיי מיט צעדרייטע מעשיות, מיט משוגע'נע משלים.


אנשטאט 'גיהנום' זאג זיי די ווערטער: "דער אייבערשטער האט אונז ליב", אנשטאט 'דערשרעקן' לערן מיט זיי די ווערטער פון ראש השנה דאווענען, דער פיוט פון 'וכל מאמינים'; די הארץ קען צוגיין פון די זיסע ווערטער פון וכל מאמינים, ווי מען רעכנט אויס די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז: "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם", אז דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, "הַטּוֹב", דער אייבערשטער איז גוט, "וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים", און ער טוט גוטס מיט שלעכטע מענטשן און מיט גוטע מענטשן, "הַסּוֹבֵל, וּמַעְלִים עַיִן מִסּוֹרְרִים", דער אייבערשטער ווארט מיט געדולד מען זאל תשובה טון, "הַפּוֹתֵחַ שַׁעַר לְדוֹפְקֵי בִתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער עפנט אויף די טיר פאר די וואס קלאפן און ווילן תשובה טון, "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא פְּתוּחָה יָדוֹ", אז דער אייבערשטער שטרעקט אויס די הענט מיר זאלן צוריק קומען צו אים, "הַצּוֹפֶה לָרָשָׁע וְחָפֵץ בְּהִצָּדְקוֹ", ער זוכט אינעם רשע גוטס אים צו קענען בארעכטיגן, און אזוי ווייטער; דאס וואלט מען געדארפט לערנען מיט קינדער, די רחמנות פונעם אייבערשטן, די גרויסקייט פון תשובה.


איך ווייס אז עס איז אייך שווער צו הערן די ווערטער מוסדות היכל הקודש; עס איז גרינגער ווען מען קען בלייבן נארמאל און קומען שטילערהייט איינמאל א וואך אין שול הערן חיזוק, וואס דארף מען יעצט ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות וואו זיי לערנען און זיך גיין קריגן מיט די משפחה וכו' וכו'? איך ווייס ווי אזוי איר שפירט יעצט ביים ליינען דעם בריוו, איר וואלט ענדערש געוואלט די וואך זאל נישט זיין קיין בריוו, איר ווערט דערשראקן ווען איר הערט רעדן פון מוסדות. מיר זענען דאס אויך אריבער מיט יארן צוריק ווען מיר האבן געעפנט די מוסדות, אבער יעצט ווען מיר האבן מוסדות זעען מיר די נס פון האבן א פלאץ פאר די קינדער, וואו מען צעהאקט זיי נישט מיט די שרעקעדיגע דרשות.


איינער פון די אינגעלייט וואס דאווענען אין אייער שול דערציילט מיר אז זיין זון האט געבעטן דעם מלמד אויב מען קען אויסלעשן דעם ערקאנדישן ווייל עס איז אים זייער קאלט; דער קינד איז א דאר קינד און דער מלמד איז מער א פולער מענטש, א הייסער מענטש, און דער קינד ווארפט זיך פאר קעלט, דער מלמד ענטפערט אים מיט חוזק: "אויב דו ביסט קאלט גיי אהיים ברענג א מאנטל", דער קינד זיצט פארפרוירן פאר קעלט, און דער מלמד מאכט חוזק פון אים: "טו אן א מאנטל!" אינמיטן זומער. א טאג שפעטער בעט דער קינד נאכאמאל מיט גרויס דרך ארץ: "רבי, עס איז מיר קאלט!" דער מלמד רופט אויס: "אלע קינדער זאלן קומען מיט מיר אין אן אנדערע כתה, דארט וועלן מיר קענען אנצינדן דעם ערקאנדישן, און דו בלייב דא אליינס"; איך פרעג אייך, דאס איז נארמאל? איך פרעג אייך, דאס קומט זיך פאר א קינד וואס זאגט 'איך בין קאלט'?


איך קען אייך דערציילן אסאך אזעלכע מעשיות פון ענקערע קינדער, ירושלימ'ע מעשיות; איך וויל אייך נישט אויפהאלטן, מען דארף שוין גיין בענטשן און דאווענען מעריב; דער עולם וויל שוין אהיים גיין, מען דארף קומען צו סליחות.


איך האף צום אייבערשטן צו עפענען בקרוב מוסדות וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


מאכט א מנין מוצאי שבת אין שול; ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן סליחות מוצאי שבת מיט די בגדי שבת. לאמיר בעטן דעם אייבערשטן פון אונזער הארץ: "'פְּנֵה נָא אֶל הַתְּלָאוֹת וְאַל לַחֲטָאוֹת'; רבונו של עולם קוק אויף דעם וואס אידישע קינדער ליידן, קוק נישט אויף אונזערע זינד, רבונו של עולם קוק וויפיל אידן זענען נעבעך נישט געזונט, וויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה, וויפיל מוטשען זיך מיט שידוכים".


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר זאל זיך ענדיגן מיט אלע שלעכטע זאכן, "תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר, נאר מיט גוטס פאר אלע אידן.


איך ווארט אויף אייך אלע אין אומאן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#75 - איך וויל מיטהאלטן וואס טוט זיך אין שול אין ירושלים
בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פלעג קענען מיטהאלטן, זען די קעמרעס פון שול אין ירושלים, יעצט ארבעט עס נישט; וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר פאררעכטן די קעמרעס פון ארץ ישראל, איך וויל מיטהאלטן וואס טוט זיך אין שול אין ירושלים.


געדענק, יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן איז א טובה פאר זיך פאר אייביג.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#74 - וויי און ביטער איז פאר די קינדער וואס וואקסן אויף מיט מחלוקת
קינדער, חינוך הילדים, מחלוקת, שלום, בית המדרש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ג, מכתב שצד) פרעגט איינער אז ביי זיי אין שטאט זענען דא צוויי שולן, איינס א ברסלב'ער שטיבל אן קיין הנהגה וכו' וכו' און א צווייטע שול נישט קיין ברסלב'ער שול אבער דארט איז דא אן ערליכער רב וואס איז מעורר צו דאווענען און לערנען, יענער פרעגט וואו ער זאל ענדערש דאווענען; מוהרא"ש ענטפערט: "זֶה בָּרוּר שֶׁעָדִיף לְהִתְפַּלֵּל בְּבֵית הַכְּנֶסֶת הַנִּקְרָא עַל שֵׁם הַצַּדִּיק", דאס איז קלאר אז מען זאל ענדערש גיין דאווענען אין א ברסלב'ער שטיבל, "עִם כָּל זֹאת אִם יֵשׁ שָׁם הֶפְקֵרוּת", אבער אז עס איז דא דארט הפקירות, אזוי ווי עס שטייט (שופטים יז, ו): "בַּיָּמִים הָהֵם אֵין מֶלֶךְ בְּיִשְׂרָאֵל, אִישׁ הַיָּשָׁר בְּעֵינָיו יַעֲשֶׂה", יעדער איינער טוט וואס ער וויל, עס איז נישטא קיין הנהגה, "וּבִפְרָט שֶׁמְּדַבְּרִים בְּאֶמְצַע הַתְּפִלָּה וְכוּ'", ווער רעדט נאך אז מען שמועסט און מען רעדט ביים דאווענען, "עָדִיף לְהִתְפַּלֵּל בְּבֵית הַכְּנֶסֶת שֶׁיֵּשׁ שָׁמָּה סֵדֶר וְכוּ'", איז ענדערש צו דאווענען אין א שול וואס איז דא דארט א סדר, "וּבִפְרָט שֶּׁבַּמָּקוֹם הַזֶּה מְעוֹרְרִים אוֹתוֹ לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", בפרט אז דארט איז דא התחזקות פאר עבודת השם, איז זיכער כדאי צו דאווענען דארט. "כִּי אָדָם צָרִיךְ לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ אֵיפֹה טוֹב לוֹ", מען דארף שטענדיג קוקן וואו איז גוט פאר זיך אליינס, "וְלִילָדָיו", וואו וועלן מיינע קינדער האבן הצלחה, "וְזֶה הָעִקָּר", דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן.


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲזֹר שֶׁכָּל בֵּית כְּנֶסֶת הַנִּקְרָא עַל שֵׁם רַבֵּנוּ זַ"ל לֹא יְבַזֶּה אֶת שְׁמוֹ הַקָּדוֹשׁ", דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע שולן וואס פאררופן זיך אויפ'ן רבינ'ס נאמען זאל מען נישט פארשעמען דארט דעם הייליגן רבי'ן, "אֶלָּא שֶׁיְּדַבְּרוּ שָׁמָּה רַק מֵעֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשׁוֹת", מען זאל נאר רעדן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע עצות, "כִּי רַבֵּנוּ זַ"ל נִמְצָא רַק בְּמָקוֹם שֶׁמְּדַבְּרִים מִמֶּנּוּ וּמְקַיְּמִים אֶת עֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשׁוֹת וְאֶת דְּבָרָיו", ווייל דער רבי געפונט זיך נאר דארט וואו מען רעדט פון אים, פון זיינע עצות און מען איז מקיים וואס ער זאגט. "כִּי אִם יֵשׁ בֵּית כְּנֶסֶת עַל שֵׁם רַבֵּנוּ זַ"ל שֶׁבּוֹ בִּכְלָל לֹא מְדַבְּרִים מֵרַבֵּנוּ זַ"ל", אויב איז דא א שול וואס פאררופט זיך א ברסלב'ער שטיבל אבער מען רעדט נישט דארט פון רבי'ן, "רַק הַכֹּל הֶפְקֵר וְכוּ'", אלעס איז מיט הפקירות, "עַבְדָּא בְּהֶפְקֵירָא נִיחָא לֵיהּ וְכוּ'", אזוי ווי קנעכט וואס זוכן הפקירות, קיינער זאל נישט זאגן וואס צו טון, קיינער זאל נישט אנטיילן וכו', "אֲזַי צְרִיכִים לָדַעַת שֶׁרַבֵּנוּ זַ"ל לֹא נִמְצָא שָׁמָּה", איז דער רבי נישט דארט, "כִּי הוּא נִמְצָא רַק בְּמָקוֹם שֶׁמְּדַבְּרִים מִמֶּנּוּ", ווייל דער רבי איז נאר דארט וואו מען רעדט פון אים און וואו מען פאלגט אים.


איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין די מוסדות דארט; איין זאך קען איך אייך זאגן, אנטלויפט פון מחלוקות! געבט אכטונג צו שיקן די קינדער אין א מוסד וואס די קינדער קריגן זיך נישט, ווייל וויי און ביטער איז פאר די קינדער וואס וואקסן אויף מיט מחלוקות, די אלע גייען ארויס פריער אדער שפעטער לתרבות רעה.


איר שרייבט אז איר זענט תלמידים פון מוהרא"ש, איר זענט אויפגעוואקסן ביי מוהרא"ש; ווייסט איר אודאי וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס ער האט אונז געלערנט, מיר זאלן שטיין ווייט פון מחלוקות און זיכער נישט אריינמישן די קינדער אין מחלוקות. עס איז זייער חשוב אז קינדער זאלן לערנען אין מוסדות וואס פאררופן זיך מיט'ן נאמען 'היכל הקודש', אבער אז די גאנצע לופט אין די מוסד אין מחלוקות, שנאה, שפעטן פון ערליכע אידן - האט דאס נישט מיט מוהרא"ש.


איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב בייגעוואוינט מיט אונזער תלמוד תורה, מוהרא"ש האט אונז געשריבן א בריוו אז אויב מען וועט נישט טון וואס ער זאגט זאלן מיר אראפנעמען זיין נאמען פון די מוסד; מיר האבן געפרעגט יעדע זאך ווי אזוי צו טון און עד היום פירן מיר די מוסד ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואס איר האט צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן; בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און בעיקר מען זאל זיך נישט קריגן צווישן אידן און צווישן אנשי שלומינו, מען זאל זיך ליב האבן, יעדער איינער זאל גיין אויף זיין וועג, קיינער זאל נישט פיינט האבן דעם אנדערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#73 - איך באוואונדער ווי אזוי דו לערנסט אויס דיינע קינדער צו דאווענען
חינוך הילדים, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך מוז דיר זאגן אז איך באוואונדער דיר, איך זע דיין התנהגות ווי אזוי דו פירסט זיך שבת אין שול, ווי דו האלסט דיינע קינדער מיט דיר דאס גאנצע דאווענען; דיינע קינדער זיצן נעבן דיר דאס גאנצע דאווענען, פון אנהייב ביז'ן סוף, דו געבסט זיך אזוי אפ מיט זיי, אשריך ואשרי חלקיך!


איך ווייס אז דאס איז נישט גרינג, דאס איז פון די עבודות קשות שבמקדש; בפרט א אינגערמאן ווי דו וואס דו ארבעסט ביטער שווער א גאנצע וואך, מהבוקר עד צאת הנשמה, דו ביסט גוט פאריאגט, דו ביסט מקיים דעם ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתיך; וואלסטו זיך געקענט פטר'ן שבת פון אלעס, וואלט ווען געקענט זיצן אין שול און לאזן די קינדער ארום לויפן וכו', דאך האסטו דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, דו לייגסט אריין אין זיי דאווענען; איך באוואונדער דיר.


הלואי זאלן אלע אזוי טון; איך בין זיכער אז נאך אינגעלייט וועלן זיך אפלערנען פון דיר, מען וועט אוועקלייגן די באקוועמע מינוטן פון זיצן אביסל רואיג, מען וועט ענדערש טראכטן פונעם עתיד.


אז מען וויל – קען מען דאס מאכן אינטערעסאנט, מען קען מיטברענגען קליינע צוקערלעך, נאש וכדומה, און מען געבט זיי א צוקערל; יעדע שטיק צייט געבט מען נאך א שטיקל נאש, אזוי קען מען זיי האלטן ביים דאווענען מיט געשמאק, אן דרוק.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט.

#72 - מען מוז נעמען די קינדער שבת אין שול דאווענען
חינוך הילדים, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה צו זיין זומער דא אין שטעטל, איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו דאווענסט און לערנסט, ממש א מחי' דאס צו זען, אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער כאפן זיך אריין יעדן טאג אין בית המדרש דאווענען און לערנען, דאס געבט מיר צו געזונט און פרישע כחות.


איך זע דו שלעפסט זיך אראפ דאווענען ביי מיר די שבת'דיגע תפילות אן דיינע קינדער, וויל איך דיר אויפמערקזאם מאכן, ענדערש זאלסטו דאווענען נעבן דיין שטוב מיט דיינע קינדער ווי איידער קומען צו מיר דאווענען אן די קינדער.


מען מוז נעמען די קינדער שבת אין שול דאווענען, מען מוז זיי מחנך זיין צו דאווענען; א גאנצע וואך דאווענען זיי אין חדר די וואכעדיגע דאווענען, די שבת'דיגע דאווענען דארף דער טאטע אויסלערנען, אז מען לאזט זיי שבת בלייבן אין שטוב זיך שפילן וועלן זיי נישט קומען אין שול ווען זיי וועלן ווערן עלטער.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט נעמען דיינע קינדער מיט דיר; ענדערש דאווען נעבן דיין שטוב מיט דיינע קינדער ווי איידער קומען צו די ווייטע שול אליין. האלט זיי נעבן דיר א גאנצן דאווענען, נעם מיט דיר קענדיס, נאש וכדומה, און ווען זיי זאגן שיין "אמן", "ברוך הוא וברוך שמו", "נקדישך", "קדוש", "כתר", וכדומה – זאלסטו זיי געבן נאך א צוקערל און נאך א צוקערל, אזוי וועלן זיי זיך צוביסליך אויסלערנען דאווענען, זיי וועל באקומען א געשמאק אינעם דאווענען.


געדענק, די גרעסטע זאך איז חינוך הבנים והבנות; גרעסער פון די גרעסטע עבודה.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל דיין טובה.

#71 - נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות
צרות, התחזקות, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, בית המדרש, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שעם זיך אביסל פון אייך; שוין א לאנגע צייט וואס איך האב אייך נישט געשריבן קיין בריוו. איך באקום כסדר בריוון פון אייך ווי איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן, זייט נישט ברוגז אויף מיר, גלייבט מיר איך וויל אייך נאך מער שרייבן, אבער איך ווער כסדר פארנומען מיט אנדערע זאכן און דאס ווערט אפגעשטופט. יעצט האט מיר איינער פון די גבאים, ... נרו יאיר נאכאמאל געבעטן איך זאל שרייבן, האב איך אלעס געלייגט אין דער זייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות. בדרך כלל ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן - גייט דאס מיט א שטארקע ברען, מיט א שטארקע פייער, און במשך די צייט ווערט מען אפגעקילט, מען דארף כסדר צולייגן אויל צום פייער כדי די פייער זאל ווייטער ברענען. וואס איז די אויל וואס מאכט אז די פייער זאל ווייטער ברענען? דאס זענען די עצות פון רבי'ן; כל זמן מען איז שטארק מיט די שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, יעדער איינער אויף זיין פארנעם - איז דאס אויל צום פייער, אז די פייער זאל ווייטער ברענען; כל זמן מען גייט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן - האט מען כח ווייטער אנצוהאלטן, מען ווערט פרישער און פרישער, אבער אז מען לאזט אפ דעם דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען הערט אויף גיין התבודדות - דעמאלט ווערט מען אלט און קאלט.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט: "וואס איז דער חילוק צווישן תלמידי היכל הקודש און אנדערע? בדרך כלל ווען א בחור טרעפט א משפיע, ער האט שייכות מיט א גוטן איד, ווילאנג ער איז נעבן דעם משפיע - האט ער שייכות מיט אים, ער ברענט פאר אים, ער איז אים משמש וכו' וכו' אבער ווען ער גייט אוועק פון יענעם, ער האט חתונה, ער ציט זיך צו אן אנדערע פלאץ וכו' וכו' - ענדיגט זיך אלעס, דאס איז צוגעגליכן צו א פייער וואס פלאקערט אויף, אבער נאך א שטיק צייט פארלעשט זיך דאס", און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און מיר געזאגט, אויב איך וועל אריינלייגן דעם סדר דרך הלימוד אין די תלמידים - וועט זיך קיינמאל נישט פארלעשן די פייער, "אפילו זיי וועלן אוועק גיין פון דיר וועלן זיי אלץ האבן אויל פאר זייער פייער, ווייל די וועג פון רבי'ן איז אויל, עס פארלעשט זיך נישט; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט 'מיין פייער'ל וועט שוין ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען'".


איך בעט אייך טייערע חברים, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; עס גייט איבער אויף יעדן איינעם ביטערע שווערע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט אן אנדערע וועג. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא אזא זאך מען זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, נעמען די פלאג פאר גוטע זאכן, דער רבי האט קלאר געזאגט: "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים, נישטא קיין עצה פטור צו ווערן פון פראבלעמען, נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן.


א שאד אויף די וואס קענען זיך נישט דערהאלטן, זיי לויפן אוועק אינמיטן עסן די מרור; וואלטן זיי געווארט נאך אביסל וואלטן זיי געהאט פון די גוטע שלחן עורך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז באלד קומט דער יום טוב פסח; דער גוי האט זיך אינטערעסירט וואס איז פסח, מען האט אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר, און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט, מען טרינקט און מען איז פרייליך. דער גוי טראכט צו זיך 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צום סדר; מען הייבט אן די סדר, ער ווארט צו עסן די פיינע געשמאקע עסן, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך: 'מען האט מיר דא אויסגעשפילט, די אידן האבן מיר פארנארט, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט מיר', ער האט זיך אויפגערעגט און איז אנטלאפן פאר שלחן עורך.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א געשמאקע סעודה", דער רבי האט דאס דערציילט כדי אונז מחזק זיין מיר זאלן נישט אפלאזן די שווערע ארבעט וואס מיר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן אויסווארטן, ווייל אז מען ווארט אויס מיט געדולד, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו זייער שיינע זאכן.


טייערע חברים, איך בעט ענק, געדענקט די ווערטער וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז א גרויסע רחמנות אויף דיר און אויף מיר, נאך אזוי לאנג וואס דו זוכסט מיר, נאך אזויפיל יגיעות און טרחות וואס דו האסט זיך אזויפיל געפלאגט און געמוטשעט מיר ארויסצונעמען פון די נישט גוטע, און יעצט וועגן איין נסיון האסטו מיר פארלוירן", עיין שם; לאזט נישט אפ די רצון, די בענקעניש; אפילו מען זעט ווי עס רוקט זיך נישט, עס גייט נישט, עס איז אזוי שווער די נסיונות - זאלט איר ווייטער זוכן די בת מלך; זוכן עצות, וויינען און שרייען - ארויסצוגיין פון די נישט גוטע.


יעצט איז א יאר פון ווען מיר האבן געטראפן אונזער בית המדרש אין ירושלים עיר הקודש, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז דאס נאר די אנהייב, עס וועט נאך צואוואקסן ווערן אין א גרויסע קהילה; בעט איך אייך טייערע ברידער, האלט אייך אינאיינעם, פארלייגט זיך אויף די איין נקודה, זיך ליב האבן, זען דאס שיינקייט ביי אנדערע; אפילו איר זענט אלע אנדערש, יעדער האט אן אנדערער טעם, אן אנדערער שכל - קען מען באווייזן צו זיין אינאיינעם בשלום.


זייט מתפלל מיר זאלן אלע זיין אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה; תפילה איז שטערקער פון אלעס, מיט תפילה וועלן מיר זיין אין אומאן ראש השנה.


איך דארף ענדיגן ווייל די בחורים שטייען און ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק; איך האף אז די פאר שורות וועט אייך געבן אביסל כח אויף ווייטער.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#70 - דער רבי צאלט צוריק פאר די וואס העלפן אים
בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זיין דער בעל קורא ביי אונז אין שול אין ירושלים. יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן רבינ'ס בית המדרש איז א גרויסע זכות; עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון טון פאר'ן רבינ'ס זאך.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דער קלענסטער פון מיינע מענטשן קען איך צוברענגען צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", און אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט ברענגען פייער וכו' (עיין בהשמטות); זעט מען פון דעם וואס דער רבי צאלט צוריק פאר די וואס העלפן אים.


לאז גרוסן אלע חברים, איך האף אייך אלע צו זען ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#69 - לאזן מאכן א מנין נאר אויב מ'דאווענט ערנסט
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... מלמד היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, סיי מיט די קליינע קינדער אין חדר; לייג אריין אין זיי יראת שמים, און סיי שבת מיט די אינגעלייט און בחורים.


איך באקום כסדר גוטע גריסן פון אונזער שול אין קרית יואל - שכונת עצי תמרים, בחורים און אינגעלייט זענען זיך מחי' שבת מיט דיינע דיבורים, די פשוט'ע ווערטער וואס דו לערנסט - דאס איז זיי ווי לופט צו אטעמען, זיי ווארטן א גאנצע וואך פאר די חיזוק.


בנוגע דיין פראגע וואס צו טון מיט די אינגעלייט וואס ווילן מאכן א מנין ביי אונז שבת נאכמיטאג צוועלף אזייגער, מען האט זיי פארשיקט פון אנדערע שולן קומען זיי צו דיר וכו'; אויב איז דאס אינגעלייט וואס ווילן דאווענען ערנסט, זיי רעדן נישט ביים דאווענען און זענען נישט משנה ביים דאווענען וכו', די איינציגסטע זאך איז, זיי ווילן מאכן א שפעטע מנין - קענסטו זיי לאזן דאווענען ביי אונז אין שול, אבער אויב איז דאס אינגעלייט וואס זוכן נייע וועגן וכו', זיי זוכן א פלאץ וואו צו שפעטן וכו', זיי דאווענען נישט, זיי זוכן פשוט א פלאץ וואו זיך צאמצוקומען - זאלסטו זיי פארטרייבן, ווייל מיר וועלן נאר ליידן פון דעם, מען וועט נאך רעדן אויף אונז, מען וועט זאגן 'דאס זענען ברסלב'ער'.


בנוגע די קליינע קינדער וואס קומען אנגעטון קורץ; קליינע קינדער קענען קומען זומער מיט קורצע הויזן און קורצע ערמל.


איך וויל מיט דיר זיצן אין די קומענדיגע וואכן אויסשטעלן די סדר פאר קומענדיגע יאר שנת תשפ"ב - ת'הי ש'נת פ'אר ב'רסלב - הבא עלינו לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - פארלעשן דעם טעלעפאן ווען מ'קומט אין שול דאווענען
תפילה והתבודדות, שטעטל, טעלעפאן, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט פארלעשן דיין טעלעפאן ווען דו קומסט דאווענען. דיין טעלעפאן קלינגט אזוי הויך אז מען קען מיינען מען געפונט זיך אין אן אפיס; עס איז נישט קיין דרך ארץ און קיין כבוד אזוי צו קומען אין בית המדרש.


ווען מען דאווענט אין א בית המדרש היכל הקודש וואס טראגט די הייליגע נאמען פון מוהרא"ש דארף מען זיך פארשטעלן ווי מוהרא"ש איז אין בית המדרש, מען דארף טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך זיך אויפגעפירט ווען מוהרא"ש שטייט נעבן מיר?' חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת א, ב): "כל האומר שמועה מפי אומרה יהא רואה בעל השמועה כאלו הוא עומד כנגדו", ווען מען לערנט זאל מען טראכטן כאילו דער בעל השמועה שטייט דא.


איך האף אז די קליינע בריוו וועט זיין גענוג, דו וועסט אכטונג געבן ווען דו קומסט אין שול צו פארלעשן דעם טעלעפאן. עס איז דאך אזוי גוט ווען מען נעמט די פאר מינוט פון דאווענען, מען שאלטערט זיך אויס פון אלעמען, מען קוקט נישט אין טעלעפאן, מען קוקט נאר אין סידור; מען בעט דעם אייבערשטן פאר זיך, פאר די שטוב, פאר די קינדער און פאר אלע אידן. און אפילו ווער עס איז נאך ווייט פון דעם, ער פאר זיך קען זיך נישט אפשיידן אפילו די פאר מינוט, דארף ער אבער טראכטן פון די אנדערע מתפללים וואס ווילן אביסל דאווענען, זיי זאלן נישט געשטערט ווערן.


שרייב מיר אויב דו וועסט אכטונג געבן; מיט דעם וועסטו האבן א חלק אין קדושת המקום, אין בויען דעם שטעטל.

#67 - די ערשטע זאך דארפסטו האבן א מוסד פאר דיינע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, בית המדרש, מורה דרך, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר דערציילט אז דו ביסט געגאנגען קוקן א דירה אין מאנסי, דו ווילסט זיך אהין ציען, דו שפירסט אז דארט וועט דיר זיין גרינגער צו צאלן דירה געלט, דארט איז ביליגער ווי אין שטאט.


דו קענסט זיך אהין ציען, אבער דו דארפסט קודם מברר זיין אויב דו וועסט האבן א מוסד פאר דיינע קינדער.


די תורה זאגט, ווען יעקב אבינו האט זיך געגרייט צו גיין קיין מצרים, האט ער קודם געשיקט איינע פון זיינע קינדער זאלן אנגרייטן א מוסד פאר אלע קינדער און אייניקלעך. "וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו (בראשית מו, כח)", זאגן די הייליגע חכמים (מדרש אגדה): "לתקן לו בית תלמוד"; אנגרייטן מוסדות פאר אידישע קינדער. די תורה לערנט אונז די וועג ווי אזוי א איד ציט זיך אריבער פון איין פלאץ צו א צווייטע פלאץ, דאס ערשטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א מוסד פאר די קינדער.


די צווייטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - וואס וועט מחזק זיין אויף עבודת ה'; א שול, א מקוה און נאכדעם קוקט מען אויף געלט.


זאלסטו למען ה' קודם מברר זיין אויב אן ערליכע מוסד איז גרייט אריינצונעמען דיינע קינדערלעך, נאר נאכדעם זאלסטו מאכן דיינע פלענער זיך אהינצוציען.

#66 - א פרייליכע געשמאקע בית המדרש
מקוה, שמחה, הפצה, צדיקים, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, חומש רש"י, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי - מברכים סיון, כ"ה אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חזק, חזק, ונתחזק! אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! חסדי השם יתברך מיר האבן מסיים געווען ספר ויקרא, דעם קומענדיגן זונטאג הייבן מיר אן ספר במדבר; יעצט איז א גוטע צייט פאר א פרישע התחלה, אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום מידי יום ביומו; אז מען איז מעביר סדרה טאג טעגליך איז מען זוכה צו ענדיגן די פרשה יעדע וואך.


איך געדענק נישט א שיעור ביי מוהרא"ש וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דאס גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין. איבער צען יאר האב איך זוכה געווען צו זיין יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור, איך האב כמעט נישט פארפעלט קיין איין שיעור, און יעדע וואך האט מוהרא"ש געשפירט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן פון די גרויסע מצוה פון מעביר סדרה זיין.


אינטערעסאנט פארוואס מוהרא"ש האט זיך פארלייגט דוקא אויף די מצוה, עס איז דא צענדליגער סימנים אין הלכות שבת, פארוואס פונקט פון די הלכה אין סימן רפ"ה, דאס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט? מען קען פרעגן נאך אסאך מער, מען זעט ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אויף געוויסע זאכן, צום ביישפיל מען איז זייער מקפיד אויף מקוה, מען איז זיך מוסר נפש אויף מקוה; אז די מקוה איז קאלט וועט מען אריינשפרינגען אין א קאלטע מקוה וכו'. אזוי אויך נעגל וואסער, דאס איז ביי ערליכע אידן ממש ווי פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס איז די פשט אז צדיקים האבן גענומען געוויסע זאכן און פון דעם געמאכט א גרויסער עסק?


אלא מאי איז געדרונגען אז דער קשיא איז דער תירוץ, זעט אויס אז די זאכן זענען זייער וויכטיג פאר'ן מענטש; אפילו מיר פארשטייען נישט וואס עפעס די זאכן, דאס איז ווייל מיר זענען זייער ווייט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען צו עסן, צו טרינקען און צו געשמאקע זאכן. די צדיקים - זיי זעען וואס טוט זיך אין הימל, זיי זעען וואס טוט זיך מיט א נשמה, זיי זענען אונז מודיע אויף וואס מיר זאלן זיך מוסר נפש זיין.


נישט נאר מוהרא"ש האט געמאכט אן עסק פון מעביר סדרה זיין, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך זאגט מען נאך פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה. דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, און אזוי האבן זיך געפירט אלע רבי'ס פון חב"ד, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד; יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


איך געדענק ווען איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך מעביר סדרה זיין, האב איך געטראכט אז דאס איז אפשר פאר אנדערע, דאס איז נישט פאר מיר; איך טו וואס דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [עמוד שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, אבער מוהרא"ש האט מיר אויפגעעפנט די אויגן און געוויזן זיך נישט צו נארן, 'קוק אויף זיך, אויב ביסטו טאקע מעביר סדרה וועכנטליך'; א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה, און אזוי פיר איך זיך, בעט איך אייך איר זאלט זיך אויך אזוי פירן, איר זאלט אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין.


טייערע חברים, ליבע ברידער, נעמט נישט קיין חלק אין קיין שום מחלוקות, ווי עס איז דא מחלוקות זאלט איר אנטלויפן; בפרט ווען עס רעדט זיך פון מחלוקת לשם שמים, די מחלוקת לשם שמים איז זייער ביטער; דארט קען מען איינזינקען אין די גרעסטע טומאה. ליידער אין ברסלב איז דא פלעצער וואס איז א פלאץ פון מחלוקות, אנשטאט מען זאל רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית - רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דער איז א מפורסם של שקר, דעם דארף מען רודפ'ן, ער איז נישט די ריכטיגע ברסלב, ער איז נישט פון אונזערע לייט, איך ווייס נישט אויב יענער איז פון אונזער לייט אדער נישט, אבער דו וואס דו רעדסט קעגן דעם און יענעם - דו ביסט זיכער נישט פון אונזערע לייט. וואס וועסטו ענטפערן ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און דיר געבן א קנאק און אוועק נעמען דיין נשמה? וואס וועסטו אים זאגן, דו ביסט יא דער מלאך המות, דו ביסט נישט דער ריכטיגער מלאך המות, דער מלאך המות איז פון אונזער לייט, אדער איז ער נישט פון אנזערע לייט, וואס וועסטו דעמאלט טון? וועסט דאך נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה, וועסט נישט וויסן וואס צו טון פון פחד!


בעט איך ענק טייערע ברידער, אז מיר האבן זוכה געווען צו נתקרב ווערן צום רבי'ן - טארן מיר נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, אדער חס ושלום אונטער שרייבן א צעטל קעגן אנדערע. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו [...] נקרא רשע", דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר - איז א רשע; וואס איז די זאך אז מען הייבט נאר אויף די האנט איז מען שוין א רשע? מען האט דאך נאכנישט געשלאגן? נאר דאס גייט ארויף אויף דער וואס הייבט אויף זיין האנט צו אונטער שרייבן א צעטל קעגן זיין חבר, ער הייבט אויף די האנט מיט א פענע צו חתמ'נען קעגן א צווייטן דער איז "נקרא רשע".


בעט איך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, איר האט א בית המדרש אין מאה שערים; דארט איז א פלאץ פון גאר ערליכע אידן, דארט וואוינען זייער חשוב'ע משפחות, אויך איז דארט פארהאנען זייער אסאך וואס זענען פארנומען מיט אנדערע, דארט איז דער פלאץ וואס מען איז דן ווער איז פון אונזערע און וועם דארף מען אויסשפייען; איר זאלט נישט האבן קיין שייכות מיט רודפ'ן א צווייטן, נאר האבן שייכות מיט מקרב זיין יעדן איינעם. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט איר נאך אביסל דארפן האבן גאר א גרויסער שול, ווייל מענטשן האבן נישט קיין כח צו מחלוקת, מענטשן זוכן א בית המדרש וואו מען לאזט דאווענען, א בית המדרש וואו מען קען הערן א גוט ווארט, א בית המדרש וואו מען זעט מענטשן שמייכלען. איר האט געזען וויפיל הונגעריגע מענטשן זענען געקומען צו גיין די וואך מאנטאג צום שיעור, וואס קומט מען? וואס וויל מען? מען וויל פשוט א גוט ווארט, א ווארט מיט וואס מען וועט קענען צוען נאך א טאג דינען דעם אייבערשטן.


ביי אונז אין אמעריקע איז דא אסאך פלעצער וואו עס איז פארבאטן צו שמייכלען, אויב איינער שמייכלט איז א סימן אז ער איז נישט קיין ערענסטער אינגערמאן; אין א סאך שולן לאזט מען נישט שמייכלען, מען מוז זיין זייער דערביטערט. איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז ביי ענק, איך מיין אז אין ירושלים, בפרט אין מאה שערים - איז אויך דא געוויסע שולן וואס מען טאר נישט שמייכלען דארט, אויב מען שמייכלט איז מען שוין א קאליקער. בעט איך ענק, אויב איינער וויל זיין דערביטערט זאל ער גיין אין א צווייטע פלאץ, מיר דארפן טון וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן, איך בעט אייך, אלע זאלן אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, נישט עסן און טרינקען ביים דאווענען; אויב דו שפירסט אז מען דאוונט צו שטייט פאר דיר - קענסטו זיך מתבודד זיין, קיינער זאל זיך נישט מישן ווי אזוי צו פירן דעם שול. איך האב ממנה געווען גבאים - זיי פירן דעם שול אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן - קען ער מיר שרייבן, איך ליין אלע בריוו, איך ווארט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך, אבער זיך נישט מישן אין שול, נישט רעדן ביים דאווענען און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך וויל נישט אונזער שול זאל אויסקוקן ווי ביי די הפקר'דיגע ברסלב'ע שולן וואו קיינער טאר נישט זאגן, און אויב איינער וועט זאגן ווי אזוי זיך צו פירן קען מען חס ושלום נכשל ווערן און ווערן א בחינה פון א מפורסם של שקר השם ישמרינו, נאר אויב דו קענסט אונטער שרייבן קעגן א צווייטן - דאס איז מותר, דאס איז נישט פון די בחינה פון זיין א מפורסם של שקר, אויך אויב דו קענסט רעדן א דרשה קעגן א צווייטן - דאס איז כשר, אויב דו וועסט זאגן חיזוק, אדער ווי אזוי זיך צו פירן - דאס טאר מען נישט, דער שול אין ירושלים וועלן מיר פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אוועקגעשטעלט, עס מוז זיין דרך ארץ; אלע מתפללים און בחורים זאלן זיך צושטעלן לויט ווי די גבאים פירן די שול, אויב איז דא וואס צו פאררעכטן, אויב איז דא וואס איז נישט גוט - קענט איר מיר שרייבן.


איך בעט אייך איבער אז איך בין נישט געקומען אין שול צו אייך, איינער א צעבראכענער איד מיט זיין צעבראכענע ווייב זענען געקומען דארט, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל וכו' וכו', איך האב מקיים געווען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג.


ווער עס וויל זיך אננעמען פאר מיר, ווער עס וויל מוחה זיין אויף די וואס טשעפען מיר - זאל נעמען נאך גליונות, נאך קונטרסים און דאס פארשפרייטן; מער פון דעם זאל קיינער זיך נישט קריגן פאר מיר, דער אייבערשטער העלפט מיר, ער קריגט פאר מיר.


א פרייליכן שבת.

#65 - געב אכטונג אז דיין בית המדרש זאל נישט זיין קיין מקום פאר לצים
שטעטל, בית המדרש, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב ליבערטי


זע אז ביי דיר אין בית המדרש זאל מען נאר רעדן דיבורי אמונה, נאר שיחות פון רבי'ן. געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין מקום פאר לצים; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ביי דיר אין בית המדרש זאל נאר זיין תמימים, פשוט'ע מענטשן אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות.


נישטא נאך אזא עקלדיגע זאך ווי א לץ. שלמה המלך זאגט (משלי כד, ט): "וְתוֹעֲבַת לְאָדָם לֵץ", א לץ וואס שפעט אפ איז א פאר'מיאוס'טע זאך ביי מענטשן, רש"י לייגט צו, אז נישט נאר ביי מענטשן נאר אויך ביים אייבערשטן, רש"י זאגט: "ליצנות היא המתעבת את האדם על הקדוש ברוך הוא ועל הבריות", ליצנות איז א זאך וואס איז עקלדיג ביים אייבערשטן און ביי מענטשן; איך עקל זיך פון לצים, איך האב ליב תמימות'דיגע מענטשן.


אז דו ווילסט וויסן וואס האט מיר געשלעפט צו מוהרא"ש; איך האב זיך דאך געדריידט אין אסאך מקומות, אויך האב איך זיך געדריידט אין ברסלב ביי אנדערע משפיעים, אבער דאס תמימות וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש - האט מיר אזוי באנומען, דאס האט מיר געכאפט. און ווען איך בין מקורב געווארן פלעגן מענטשן קומען חוזק מאכן, מען האט מיר געזאגט: "וואס איז געשען מיט דיר? מילא אז דו ווילסט ווערן א ברסלב'ער איז איין זאך, אבער פארוואס זאלסטו גיין צו היכל הקודש וואס איז א פלאץ פון פלאטשיגע מענטש אן קיין חכמות? עכטע תמימים!" זיי האבן נישט געוויסט אז דאס זוך איך, דאס האב איך ליב; מענטשן וואס דינען דעם אייבערשטן אן קיין חכמות, אן קיין דריידלעך.


אז דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין ביי דיר קיין לצים - וועסטו מצליח זיין. א גבאי מוז זיין א ווייכער מענטש, מען דארף האבן סבלנות צו אלע סארט מענטשן; אבער מען דארף אויך זיין א שטארקער מענטש, נישט לאזן עס זאל ווערן א פלאץ פון לצים.


איך ציטער פאר די שטעטל, עס זאל בלייבן ריין אזוי ווי ביים אנהייב; איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז דער שטעטל זאל זיין א ריינער פלאץ, א פלאץ וואו לצים ווילן נישט קומען, א פלאץ וואו בעלי מחלוקת ווילן נישט זיין, עס זאל בלייבן א ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקות און אן קיין לצנות. שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ, "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועט זיך אויפהערן די קריגערייען, "וְיִשְׁבֹּת, דִּין וְקָלוֹן", מען וועט זיך מער נישט קריגן; נאך זאגט שלמה המלך (שם כט, ח): "אַנְשֵׁי לָצוֹן", די אלע וואס שפעטן, "יָפִיחוּ קִרְיָה", די מאכן מחלוקות אין שטאט, "וַחֲכָמִים", און די ערליכע אידן, "יָשִׁיבוּ אָף", זיי מאכן שלום, זיי נעמען אוועק דעם צארן פון מחלוקות.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיר אין שול פון צייט צו צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - דער סוד פון הצלחה פונעם נייעם בית המדרש
שטעטל, עבודת השם, בית המדרש, אחדות, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מתפללים אין בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך זייער פאר'ן פתיחת בית המדרש, דער דריטער בית המדרש אין שטעטל; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין, עס זאל זיין א מקום פאר השראת השכינה, עס זאל ארויסגיין א ליכטיגקייט פון דארט פאר די גאנצע שטעטל און פאר די גאנצע וועלט.


די סוד פון ענקער הצלחה ליגט אין ענקערע הענט; אז איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר מצליח זיין, אז איר וועט זוכן דאס גוטס איינער אויפן צווייטן - וועט דער אייבערשטער רוען צווישן אייך.


וויסן זאלט איר, יעדער מענטש האט א וועג ווי אזוי ער טראכט, נישטא קיין איין מענטש וואס זאל טראכטן אייניג מיט א צווייטן; אויב אזוי איז נישט מעגליך מען זאל קענען מאכן א שול פון אסאך מענטשן, ווייל יעדער טראכט דאך אנדערש, אבער אויב איז דא איין פלאץ וואו אלע טראכטן אייניג און דאס איז ביי אלעמען דער עיקר - דעמאלט קען מען זיך פאראייניגן און האבן הצלחה; אויב אלע ווילן טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אלע קומען אין שול מיט איין כונה, מען וויל דאנקען דעם אייברשטן און בעטן דעם אייבערשטן – דעמאלט איז יא שייך עס זאל זיין הצלחה, ווייל אין דעם פרט זענען אלע אייניג, אנדערש איז ווען מען פארגעסט פונעם עיקר, מען הייבט אן טראכטן פון כבוד און געלט, דעמאלט הייבט זיך אן מחלוקות.


בפרט אז מיר בויען א שטאט על שם רבינו, מיר ווילן א פלאץ וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע קינדער אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, מיט די יסודות וואס מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט, דעמאלט וועט איר זייער שטארק מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - זיך פירן מיט דרך ארץ אין שול
חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידות בית פיגא שתחיו


איך וויל אייך זייער בעטן, אויב איר קומט שבת אין שול - זאלט איר זיך פירן מיט דרך ארץ. א שול איז נישט קיין פלאץ וואו מען קומט זיך אויסלופטערן, א שול איז א פלאץ וואו מען קומט דאווענען צום אייבערשטן.


איך הער צוריק גריסן אז געוויסע תלמידות קומען אין שול, מען רעדט און מען שמועסט ביים דאווענען. ווען מען זאגט כתר בלייבט מען זיצן, מען דאווענט נישט מיט. אזוי אויך, ווען מען זאגט קדושה בלייבט מען זיצן און שמועסן. עס קען זיין אז איר ווייסט נישט דאס הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען; רעדן ביים דאווענען איז נישט אויסגעהאלטן, ווען מען דאווענט טאר מען נישט שמועסן, מען טאר נישט דעמאלט רעדן.


נאכן דאווענען קען מען זיך באגריסן איינער דעם צווייטן, מען קען שמועסן, אבער בשעת'ן דאווענען איז מען שטיל. דער ספר חסידים ברענגט א מעשה (סימן נח; הובא בבאר היטב אורח חיים סימן רסח, סעיף קטן יב) אמאל איז געווען א גרויסער צדיק, ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי ער זעט א צדיק וואס איז שוין נפטר געווארן מיט א שרעקעדיגע פנים, דער קאליר איז געווען גרין און ער האט אויסגעזען זייער שלעכט; דער צדיק האט געפרעגט אין חלום פונעם אנדערן צדיק: "וואס גייט פאר? פארוואס ביסטו אזוי גרין? פארוואס זעסטו אויס אזוי שלעכט?!" האט דער נפטר געזאגט: "וואס זאל איך טון, מען שטראפט מיר יעצט; ווייל איך פלעג רעדן שבת ביינאכט אין שול ווען מען האט געזאגט ויכולו השמים, אויך פלעג איך שמועסן ביי קדיש און אויך האב איך זיך נישט געשניטן די נעגל ערב שבת"; זעט מען פון דעם אז אויב מען רעדט ביים דאווענען, אפילו מען איז א גרויסער צדיק - באקומט מען א עונש.


דאס איז געזאגט געווארן ביי סתם מענטשן, ווען מען קומט אין שול דארף מען קומען מיט דרך ארץ און דאווענען; זיכער ביי ברסלב'ע תלמידות אנשי שלומינו וואס דער רבי האט אזוי שטארק געוואלט מיר זאלן האבן דרך ארץ; דארפן מיר זיין שטיל ביים דאווענען.


מיר ווייסן דאך אביסל וואס דאווענען איז, דער רבי האט אונז געגעבן א טעם אין דאווענען; דאווענען איז דאך א צייט וואס מען רעדט צום אייבערשטן, א צייט וואס מען איז איינס מיט'ן אייבערשטן; דארפט איר זיכער אכטונג געבן מיט צו דאווענען מיט דרך ארץ.


אויב מען קומט אין שול זיך טרעפן מיט חבר'טעס בעט איך אייך איר זאלט נישט קומען; איר זאלט בלייבן אין שטוב. אויב איר ווילט קומען דאווענען, איר ווילט זאגן די זיסע ווערטער פון נקדישך, די האניג ווערטער פון כתר, ווי מען דאנקט דעם אייבערשטן, וואס אפילו די מלאכים האבן נישט קיין רשות צו דאנקען דעם אייבערשטן נאר איינמאל, ווען מען געבט זיי רשות; מיר אידן קענען יעדן טאג זאגן: "קדוש, קדוש, קדוש"; דעמאלט קענט איר קומען.


איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב שוין אסאך מאל געקלערט פון אפשפארן דעם ווייבער שול, בפרט אין שטעטל וואס מען הערט אריין גערודער צו די מענער זייט; עס זעט אויס ווי מען קומט אין שול זיך טרעפן מיט חבר'טעס, צו פארברענגען.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער; בשעת מען דאווענט וועט איר נישט שמועסן, איר וועט מיט דאווענען. ווען מען זאגט נקדישך וועט איר שטיין שטיל און מיטזאגן די הייליגע ווערטער, אזוי אויך ביי כתר; וועט איר האבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - יישר כח פאר'ן אוועקגעבן די דירה פאר א בית המדרש
הכרת הטוב, ריינקייט, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אוועקגעבן ענקער דירה עס זאל זיין א בית המדרש.


מיר אלע זענען אייך זייער דאנקבאר אז מיר האבן אזא געשמאקע פלאץ וואו צו דאווענען שבת; עס איז שווער צו גיין א לאנגע וועג, עס איז זייער א גרויסע הילף פאר אונז אלע.


איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר, דער גבאי פונעם בית המדרש - ער זאל האלטן ריין דאס פלאץ; איך האף דו ביסט צופרידן פונעם ריינקייט, אויב דו האסט טענות - זאלסטו רעדן מיט אים, ער וועט זיכער מאכן אז אלעס זאל זיין גוט.


אינעם זכות פון ארייננעמען ביי דיר אין שטוב דעם רבי'ן (דארט וואו אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי), זאלסטו געבענטשט ווערן מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.