בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#161 - איך דאנק אלע אינגעלייט וואס העלפן דעקן די הוצאות בית המדרש
צדקה, חסידות ברסלב, שטעטל, התחדשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך האף דעם שבת שקלים צו קומען אין שטעטל. אויך וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין שטעטל די קומענדיגע ימים טובים פסח און שבועות.


איך דאנק אלע אינגעלייט וואס העלפן דעקן די הוצאות בית המדרש, די געטרייע גבאים אברהם הערש און אברהם יושע דערציילן מיר ווער עס העלפט אויסהאלטן דעם בית המדרש. אויפהאלטן א בית המדרש קאסט געלט; לעקטער קאסט, געז קאסט, גארבעדזש קאסט, רייניגן; דער גוי וואס רייניגט, ער ווייסט נישט פון דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן, ער בעט געלט, קאפי און מילך קאסט, אזוי אויך די פעיפער גודס; די אלע זאכן קאסטן.


מען דארף קוקן אויפן שול ווי די אייגענע הויז. מען קומט אינדערפרי דאווענען, מען איז זיך מחי' מיט א געשמאקע ריינע שול - דארף מען אנטייל נעמען און געבן צדקה פארן שול.


איך האב נאר אויסגערעכנט אפאר זאכן, עס איז נאך דא אסאך הוצאות, מען דארף פאררעכטן כסדר זאכן וואס צעברעכן זיך, אפגערעדט די שטייער וואס די שטאט בעט, דאס איז זייער אסאך געלט.


שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן. מען דארף זיך כסדר באנייען ביים רבי'ן, נישט זיין אלט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם"; ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - אכטונג געבן וואס מען רעדט אין בית המדרש
קינדער, חסידות ברסלב, רעדן, בית המדרש, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, ל"ה שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, ווען איך האב געעפנט אונזער מוסד האב איך געהאט אסאך זאכן וואס האט מיך געשטערט. עס זענען געווען קינדער וואס זענען געקומען פון זייער גוטע משפחות וואס האבן גערעדט די זאכן מיט די קינדער; בעצם איז דאס נישט קיין שלעכטס, עס איז נישט קיין ניבול פה צו רעדן ווען עס גייט זיין א שמחה אין די משפחה, אבער ביי אונז איז דאס א זאך וואס מען רעדט נישט מיט די קינדער. מיר האבן גערעדט מיט די מלמדים און לערערינס אז ווען זיי הערן קינדער רעדן פון קומענדיגע שמחות זאל מען פארדרייען די שמועס און שיינערהייט רעדן צו די עלטערן אז מען זאל פרובירן נישט צו רעדן פון דעם ווייל אונזערע קינדער ווערן צעמישט.


דער אינגערמאן ... נרו יאיר איז א טייערער אינגערמאן, הלואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט. אפשר איז כדאי זאלסט רעדן מיט אים, ער זאל צולייגן קאפ פאר ער רעדט די זאכן אין שול, אויב שטייען דארט אינגלעך און בחורים.


העיקר בעט איך דיר טייערער ברודער, שטארק זיך מיט דיין עבודות השם. זיי זיך מתבודד יעדן טאג און לערן דיינע שיעורים כסדרן, ווייל אז מען פאלגט דעם רבי'ן קומט מען אן צו זייער שיינע זאכן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#159 - איר קענט האבן הצלחה נאר אויב ענק וועלן זיין באחדות
בית המדרש, היכל הקודש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


איך וויל שטעלן צוויי גבאים וואס זיי וועלן אוועקשטעלן די זמנים און די סדר ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן אין שול, ר' שמואל אליעזר פערל און שמחה בלאק.


איך בעט ענק אלע מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, און אויב מען האט עפעס א טענה זאל מען זיך מעלדן צו די גבאים, אדער קען מען מיר שרייבן.


איין זאך קען איך ענק זאגן, איר קענט האבן הצלחה נאר אויב ענק וועלן זיין באחדות. איך בין שוין אין היכל הקודש כמעט צוואנציג יאר, איך האב אסאך געזען; נאר די וואס האבן פיינט מחלוקות - די האלטן זיך שטארק ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - נישט דאווענען שבת אן מנין
חינוך הילדים, שבת קודש, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי היכל הקודש בלומינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געהאט די לעצטע דריי שבתים מנין ביי אלע דריי תפילות.


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, דו זאלסט נישט דאווענען שבת אן מנין; מילא אז עס פאסירט עס קומט נישט אן קיין מנין - איז איין זאך, אבער דאווענען וואך נאך וואך אן קיין מנין, וואס וועט זיין מיט דיר און וואס וועט זיין מיט דיינע קינדער...


זאלסט נישט מאכן קיין ווילדע זאכן; אז מען ווייסט פון פאראויס אז עס איז נישטא קיין מנין - זאלסטו גיין דאווענען, הערן קריאת התורה, הערן קדושה, כתר וכו' וכו'.


שטארק זיך!

#157 - מיט אמונה קען מען אלעס פאררעכטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, חינוך הילדים, אמונה, הפצה, יבנאל, עבודת השם, שבת קודש, תשובה, אומאן, בית המדרש, מוהרא"ש, מנוולים, תעניתים, חדר, דאווענען, שובבי"ם, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת בשלח, כ"ו שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


שלום וברכה מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין די לעצטע צוויי וואכן פון שובבי"ם, מיר וויל אלע זוכה זיין צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן. פאסטן קענען מיר נישט, סיי מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן, און אפילו אויב מיר האבן יא כח - האט דער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצא) מיר זאלן נישט פאסטן; איז וואס זאלן מיר טון צו מתקן זיין וואס מיר דארפן מתקן זיין?


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מיט אמונה קען מען אלעס פאררעכטן; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך 'אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים; דומם, צומח, חי, מדבר, הכל לכל איז ער' - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


שטארקט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאס וועט אייך מתקן זיין. דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה וועט דער אייבערשטער דיך מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות; רעד צום אייבערשטן, בעט אויף אמונה, בעט: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו א קלארע לויטערע אמונה? הייליגער באשעפער ווען וועל איך שוין זוכה זיין דיך צו שפירן, דיך צו זען און נאר פון דיר טראכטן, הייליגער באשעפער איך וויל נאר דיר, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, הייליגער באשעפער איך וויל נכלל ווערן אין דיר"; אזוי איז מען זוכה צו אלע תיקונים.


דעם קומענדיגן וואך האבן מיר חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער; זאלט איר מאכן א סעודה אין שטוב, יעדער איינער מיט זיין משפחה מיט די קינדער. געבט אייך אפ מיט די קינדער, לאזט נישט די קינדער אויף הפקר, קינדער זענען אזוי ווי ביימער; אז מען פלאנצט זיי, מען באוואסערט זיי - וואקסן שינע ביימער, קומען שיינע דורות, ווידעראום אז די גאנצע קאפ ליגט אין געלט - וואס קען מען שוין ערווארטן פון די קינדער? וועלן די קינדער אויך נאכלויפן געלט.


ביי אונז אין אמעריקע שרעקט אן די נייעס אז די וואך שבת גייט זיין גאר א שטארקע פראסט, פרעגט מיך איינער אויב ער דארף גיין דאווענען אין שול מיט מנין אדער ער קען בלייבן אין שטוב, האב איך אים געזאגט: "מילא דו זאגסט דו קענסט נישט גיין ארבעטן ווייל עס איז זייער קאלט - איז איין זאך, אבער דאווענען? אז דו וועסט נישט גיין דאווענען ווייל עס איז קאלט, וועלן דיינע קינדער זאגן זיי איז קאלט יעדע וואך, זיי וועלן בכלל נישט גיין אין שול".


פארשטייט זיך, עס דארף גיין מיט שמחה; דאס וויכטיגסטע זאך איז - זיין פרייליך ביים טון מצוות, טון מצוות מיט א חיות, מיט א לעבעדיגקייט; יעדע טריט צום שול, ווען דו גייסט מיט דיינע קינדער - זאלסטו זיי זינגען "ווי גליקליך זענען מיר, מיר זענען פון די אויסדערוועלסטע פאלק, קינדער פון אייבערשטן, מיר גייען דאווענען צום אייבערשטן! די אומות העולם האבן נישט וואס מיר האבן".


אזוי אויך ווען עס קומט צו טון מצוות זאלסטו זינגען פרייליכע טענער, נישט גיהנום טענער 'אויב מען טוט נישט אזוי און אזוי גייט מען אין גיהנום'; לאז אפ די גיהנום, שבת איז נישטא קיין גיהנום, שבת איז נאר דא גן עדן.


יעצט איז פונקט א יאר פון אונזער חדר היכל הקודש אין ירושלים, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה, מיט יראת שמים, מיט קדושה. פאר דעם פרט אליינס, אז מיר קענען לערנען אונזערע קינדער זאלן רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן - איז דאך שוין אלעס כדאי; אז די קינדער זאלן הערן במשך זייערע יארן, פון קינדער-גארטן ביז די חתונה הונדערטער טויזנטער מאל: 'עס איז דא א באשעפער', 'רעד צום באשעפער', 'דער אייבערשטער האט דיך ליב', 'דיינע מצות מאכן א רעש אין הימל', 'יעדע ווארט וואס דו רעדסט צום אייבערשטן הערט מען אין אלע וועלטן', און דאס גלייכן.


אזוי אויך אז מען רעדט צו די קינדער זיך צו היטן פון מניוולים. ליידער רעדט מען נישט, און דארט וואו מען רעדט שוין יא, רעדט מען אונטער די נאז, אז קיין שום קינד האט נישט קיין אנונג וואס מען רעדט. אבער ביי אונז, ביים רבינ'ס חדר - רעדט מען יא, מען זאגט די קינדער: "היט זיך פון מניוולים", "היט זיך פון לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש".


וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע ברידער, איך בין דער חתן מלמד אין אמעריקע פאר אונזערע חתנים, די קינדער וואס קומען פון רבינ'ס חדר גייען צו די חתונה מיט א ריינעם העמד. אזוי ווי דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז) די וואס וועלן קומען צו אים פאר די זיבן - וועלן חתונה האבן מיט א ריין העמד, דאס מיינט אן פוגם זיין באות ברית קודש; פאר דעם אליין איז שוין כדאי.


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, אויך די וואס שיקן נאכנישט די קינדער ביים רבינ'ס חדר זאלן רעדן צו די קינדער אין שטוב מזמן לזמן פון קדושה, זיי מדריך זיין נישט צו לייגן די הענט אויפן אות ברית קודש, און ווען מען זעט א קינד דארף אין בית הכסא און ער כאפט זיך אן, דארף מען גלייך זאגן "נישט לייגן די הענט", אים מדריך זיין, עס זאל ווערן ביי אים א טבע שני צו זיין אפגעהיטן. דער דור פאלט און פאלט, היינט דארף מען רעדן צו די קינדער נאכמער ווי אמאל, ווייל עס זענען היינט דא אזעלכע מעשיות וואס איז נישט געווען אמאל.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר אויך עפענען בקרוב א חדר אין בני ברק, איך דארף נאר צוגרייטן די ריכטיגע מענטשן וואס זאלן זיין געשטעלט אויף דעם.


די וואך איז די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איר זענט דאך סמוך ונראה, קענט איר אויסרעכענען צו זיין ביים ציון אינעם טאג פונעם יארצייט; דאווענען דארט פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן, איר וועט מיר אויך אודאי מזכיר זיין, איר קענט דערציילן איין גוטע זאך דעם אייבערשטן וואס איך האב ענק מזכה געווען, און בעטן איך זאל האבן כח און קענען אויספירן אלע מיינע פלענער.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל אייך שרייבן אן אנדערע מאל מער באריכות. איך בעט אייך נאר איין זאך, זייט אייך מקבל לכבוד דעם יארצייט פון מוהרא"ש צו עוסק זיין יעדן טאג אין הפצה; מיר מוזן מכיר טובה זיין מוהרא"ש, ער האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס אוועקגעגעבן אז מיר זאלן וויסן פון רבי'ן מיר זאלן האבן דעם חיים טובים, דארפן מיר דאס ווייטער געבן פאר נאך אידן.


מענטשן קריכן א גאנץ יאר אויף גראדע ווענט, און בפרט יעצט שובבי"ם, מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען מיינט אז תיקון שובבי"ם איז לערנען שעות רצופות, אדער פרישות אין שטוב, און מען ווערט אנגעגעסן פון דעם און מען לאזט אלעס אפ. דארפן מיר פארשפרייטן אז תיקון שובבי"ם איז גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, תיקון שובבי"ם איז לערנען אביסל חומש מיט'ן תרגום איינגעטיילט יעדן טאג לפי די פרשה, תיקון שובבי"ם איז זיך פרייען מיט די מצוות וואס מען טוט, זיך פרייען מיט די תפילין, מיט די ציצית, מיט שבת קודש, תיקון שובבי"ם איז זיין א ותרן אין שטוב, זיך פירן מיט די ווייב מיט סבלנות, תיקון שובבי"ם איז נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז נאר גוט, "טוֹב ה' לַכֹּל" (תהילים קמה, ט), דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, און וואס מיר גייען אריבער - דאס איז נאר גוטס; דאס איז תיקון שובבי"ם.


איך האף דער בריוו וועט אייך געבן אביסל חיזוק, איר וועט זיך אלע באנייען און אנהייבן פון פריש גיין הפצה.


א פרייליכן שבת.

#156 - די קינדער זאלן זען ווער עס איז חשוב
חינוך הילדים, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל נישט קענען אנטייל נעמען ביים מעמד קביעת מזוזה, זונטאג נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, מיין מחותן דער מנהל ר' מרדכי נרו יאיר מאכט חתונה.


אזוי ווי דער דיין ר' יונה שליט"א קומט צו ענק זונטאג געבן א שיעור פאר די אברכים אין הלכות טהרה, זאלסטו אים מכבד זיין מיטן קלאפן די מזוזה, און אז עס איז דא צוויי טירן זאלסטו אויך מכבד זיין דעם מגיד שיעור הרב ר' הערשל נרו יאיר מיט קביעת מזוזה; זאלן די קינדער זען וואס איז חשוב, חשוב איז א דיין, חשוב איז א תלמיד חכם, חשוב איז אן ערליכער איד; אזוי וועלן די קינדער שטרעבן צו זיין גוטע ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - מיין נאמען זאל נישט שטיין אויף א שול וואו עס איז דא ליצנות
בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינער פון די מתפללים שרייבט מיר אז עס איז דא ליצנות ביי אונז אין שול ביי שלש סעודות, איז דאס וואר? ביטע זיי מיר מברר אויב דאס איז ריכטיג, ווייל איך וויל נישט עס זאל שטיין מיין נאמען אויף א שול וואו עס איז דא ליצנות.

#154 - עס מוז זיין דרך ארץ ביים שיעור
דרך ארץ, דרשות, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא צו זאגן פאר די צוויי וואס זעצן זיך אויבן אן ביים ליל שישי שיעור און שמועסן - אז זיי זאלן נישט קומען, עס מוז זיין דרך ארץ.


אויב עס איז נישטא קיין דרך ארץ בשעת'ן שיעור - זאלסטו בכלל נישט מאכן דעם לייוו הוק-אפ, און אז די צוויי רעדן און שמועסן ביים שיעור - זאלסטו זיי זאגן נישט צו קומען; הויב אן מיט שיינעם, זאג זיי אז דאס שטערט, מען קען נישט רעדן ביים שיעור.


זיי שטארק מיטן משמש זיין דעם רבי'ן, מיט ליב האבן יעדן מתפלל און מיט דרך ארץ אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#153 - צושיקן צום עמוד די וואס דאווענען שיין מיט טעם און קול
התחזקות, בית המדרש, דאווענען, בעל תפלה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז עס איז שוין דא א מנין פרייטאג צו נאכטס, און אויך ביי שלש סעודות; איז שוין כדאי צו מאכן שבת אינדערפרי א מנין.


בנוגע וועם צוצושיקן צום עמוד, זיין בעל תפילה; קענסט צושיקן געסט צו זיין בעל תפילה, עס איז נישט קיין פראבלעם, דער עיקר זאלסטו צושיקן די וואס דאווענען שיין, נישט סתם אבי אפזאגן דאס דאווענען שטילערהייט אן קיין טעם און אן קיין קול.


העיקר זאלסטו מחזק זיין יעדער איינער וואס קומט אריין אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#152 - בזכות רייניגן דעם בית המדרש זאל איך קענען רייניגן נשמות ישראל
תפילות אויף אידיש, ריינקייט, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך הער גרוסן פון די גבאים אז דו ביסט זייער איבערגעגעבן פאר'ן שול און פאר די חדר; דו רייניגסט דעם שול, דו זארגסט פאר יעדע פרט אין שול.


מוהרא"ש האט דערציילט ווען ער פלעגט וואשן די ברסלב'ע שטיבל אין בארא פארק, דער בית המדרש וואס געפונט זיך אויף די זעכצנ'טע גאס, פלעגט ער זיך מתבודד זיין בשעת'ן רייניגן, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות וואס איך רייניג דעם בית המדרש זאל איך קענען רייניגן נשמות ישראל".


ווען דו רייניגסט דעם בית המדרש זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מאך מיך ריין, זיי מיך מקרב צו דיר, איך וויל ריינע אויגן, א ריינע מח מחשבה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - געבט אכטונג מען זאל רעדן אין שול נאר דבורי התחזקות
התחזקות, דרשות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט פארלערנען שיחות הר"ן כסדרן, דער עיקר זאלסטו פארלערנען שיחות וואס זענען מחזק, מעודד ומשמח. פארלערנען אין היכל הקודש איז א גרויסע אחריות, ווייל ווען איינער קומט אין היכל הקודש קומט ער פאר איין סיבה: צו הערן עפעס א ווארט וואס וועט אים געבן א שטופ ווייטער צו גיין אין לעבן, ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן.


איך בעט אלע גבאים פון היכל הקודש די בכל אתר ואתר, געבט אכטונג מען זאל רעדן אין שול נאר דבורי התחזקות, מען זאל נישט פארלערנען סתם א שיינע ווארט אויף די פרשה, מען דארף רעדן נאר פון חיזוק. מען האט נישט קיין השגה וואס מענטשן מאכן מיט, שווערע ביטערע נסיונות; זה בכה וזה בכה, און ווען מען קומט אין שול - וויל מען הערן עפעס גוטע ווערטער, עפעס חיזוק - מיט וואס זיך צו מחזק זיין צו קענען ווייטער אנגיין מיט דינען דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיך גערופן אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית און געשמועסט מיט מיר ביי זיך אין שטוב, מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן לערנען ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן ב', אינמיטן שמועסן זאגט מיר מוהרא"ש: "קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן", מוהרא"ש זאגט מיר איך זאל זאגן וואו ער טייטלט מיטן פינגער, איך האב אנגעהויבן זאגן: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל שֶׁהֵם קֵל, אֱלֹקִים, ה', שֶׁהֵם בְּחִינַת תְּפִלָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים", און מוהרא"ש געבט מיר צו פארשטיין: "זעסט וואס שטייט דא? דער רבי זאגט, נאר די דריי זאכן איז גערעדט; יעדע מאל דו רעדסט - זאלסטו רעדן פון די דריי זאכן: פון תורה, פון סדר דרך הלימוד; זיי מחזק די בחורים און אינגעלייט צו לערנען כל התורה כולה אויפ'ן רבינ'ס וועג, אפילו אן פארשטיין. רעד פון תפילה והתבודדות; זיי מחזק די צוהערער זאלן זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. דריטנס, רעד פון שידוכים און שלום בית; אזוי זאלסטו טון, אז מען איז דיך מכבד צו רעדן - זאלסטו רעדן נאר פון חיזוק אויף די דריי נקודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#150 - יעדער קען קומען אין שול, נישט יעדער קען אבער פארלערנען
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; מען קען נישט זאגן ברענג נישט דעם און דעם מענטש ביי אונז אין שול, א בית המדרש איז אן אפענע פלאץ, אלע קענען קומען.


וואס וועסטו טון ווען מענטשן נישט לפי אונזער וועג וועלן קומען אין שול? מען קען גארנישט טון און מען טאר נישט טון, מען דארף נאר האבן קלוגע גבאים וואס ווייסן וועם מכבד זיין צו רעדן, וועם מכבד זיין נאר מיט אן עלי', און וועם מכבד זיין נאר מיט לאזן זיצן פון די זייט וכו'.


מיר האבן דאס געהאט ווען מיר האבן געעפנט אונזער שול אין וויליאמסבורג. עס זענען אריינגעקומען געסט, אין אנהויב האט מען דעם מכבד געווען מיט רעדן און יענעם מכבד געווען מיט רעדן, ביז מען האט זיך געכאפט אז נישט אלע זענען איינשטימיג מיט מוהרא"ש; זיי פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים אבער זיי זענען נישט, זיי זענען געקומען זאגן דעות וכו', האבן מיר אנגעהויבן מכבד זיין געסט מיט עליות און מיט בענטשן ברכת המזון וכדומה, אבער רעדן האט נאר גערעדט דער וואס איז בטל ומבוטל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, והבן למעשה.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר און דער צווייטער גבאי האברך ... נרו יאיר - זיי דארפן וויסן וועם מכבד זיין צו רעדן און וועם נישט וכו' וכו'.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#149 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#148 - תפילה והתבודדות ברעכט אייזן
תפילה והתבודדות, מוסדות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן אויף די שול אין בארא פארק, איך פריי זיך צו הערן אז מען רעדט נישט ביים דאווענען.


תפילה והתבודדות ברעכט אייזן; דו בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן אלע זיין צוגעבינדן צום צדיק. אפילו עס זעט נישט אויס שכל'דיג אז דיינע קינדער זאלן אנקומען אין ברסלב'ער חדר און אין ברסלב'ער סקול - דאך איז תפילה שטערקער פון אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#147 - גוטע גרוסן פון חבורת היכל הקודש אין בני ברק
קינדער, חינוך הילדים, הפצה, חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, לשון הרע, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך באקום כסדר זייער גוטע גרוסן פון ענקער חבורה; ווער עס פאלט אריין ביי ענק אין שול אויף א תפילה - ווערט זייער איבערגענומען פון די אחדות און ווארעמקייט וואס הערשט צווישן אייך, ובעיקר פון די תמימות. עס איז נישטא ביי ענק קיין ליצנות, די גוטע גריסן געבט מיר כח אנצוגיין.


אויך דערציילט מען מיר אז מען געבט אכטונג אויף די קינדער; מען דאווענט מיט זיי, מען זינגט מיט זיי, מען דערציילט זיי תפילה מעשיות און מעשיות פון צדיקים. ביים רבי'ן איז דאס געווען א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געוואלט מיר זאלן רעדן צו די קינדער, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגער פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן, און אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


יעצט האב איך באקומען דו גוטע נייעס אז איר האט זיך אריבערגעצויגן אין א נייעם בית המדרש אויף רחוב ירושלים, וויל איך ענק ווינטשן: "שתשרה שכינה במעשה ידיכם, און אלע פון ענק זאלן האבן די געפיל צו עוסק זיין אין צוריקברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן".


מיר דארפן זייער ארבעטן אראפצונעמען די שלעכטע נאמען וואס מען האט ארויפגעקלעבט אויפן רבי'ן, אויף חסידות ברסלב. מיר ליידן פון די משוגעת פון נ נח, דאס מאכט א פחד אויף עלטערן; מען ציטערט אז די קינדער וועלן משוגע ווערן, אזוי אויך אנדערע כיתות וואס פירן זיך אויף ווילד וכו' וכו'. מוהרא"ש האט יארן געארבעט שיין צו מאכן דעם רבינ'ס נאמען און מיר דארפן ממשיך זיין מיט דעם.


גייט הפצה, גייט פארשפרייטן די נייע קונטרסים און גליונות וואס איז גענומען פון אשר בנחל און פון די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און גענומען פון לקוטי מוהר"ן און לקוטי הלכות; חיזוק אויף למעשה, חיזוק און עצות ווי אזוי צו קענען זיין דבוק צום אייבערשטן, חיזוק און עצות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, מיט קינדער און אין די זעלבע צייט לעבן מיטן אייבערשטן. ווערט נישט צעפאלן ווען מען שפעט און מען צערייסט די ספרים, אזוי גייט עס; ווען עס איז דא א קול דקדושה איז דא א קול הברה, און זייט מתפלל מען זאל עפענען מוסדות היכל הקודש אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - געעפנט בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
הפצה, דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוסר, דאווענען, אחדות, מוהרנ"ת ז"ל, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, עס זאל זיך עפענען א שול היכל הקודש אין לאנדאן; דאס איז זייער פרייליכע נייעס.


איין זאך קען איך אייך זאגן, מיינע טייערע לאנדאנער חברים, אויב עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט איר מצליח זיין; קיינער וועט ענק נישט קענען צעברעכן, קיינער וועט ענק נישט קענען שלעכטס טון. די הצלחה פון א שול איז נאר אויב עס איז דא אחדות; אויב אלע ווילן גארנישט, נאר איין זאך, האבן א ווינקל וואו מען קען זיך צאמקומען און דאווענען אינאיינעם.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן. יעדער זאל זיין משגיח אויף זיך אז מען זאל נישט רעדן, זארגט נישט פאר אנדערע, קוקט נישט אויף אנדערע - וועט איר זייער מצליח זיין.


גייט ווייטער הפצה, שטעלט אייך נישט אפ פאר קיינעם. מען האט מיר געשיקט א פאשקעוויל פון איינעם וואס סטראשעט די מפיצים אין לאנדאן; איך בעט אייך זייער, מאכט אייך נישט צו טון, דאס איז נאר א סימן אז מען טוט גוט, גייט אן מיט די הייליגע ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.


נקוט האי כללא, וואו עס איז דא א קול דקדושה ווערט נתעורר א ווידער קול. גייט ווייטער פארשפרייטן די חיזוק פון רבי'ן, און אויב איינער צערייסט און איז מבזה די ספרים - זאלט איר וויסן אז יענער איז א בעל עבירה, ווייל ווער עס רעדט אויף ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - איז א בעל עבירה, אנדערש וואלט ער נישט פארשעמט די ספרים.


היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן. אזוי האט רבי נתן געזאגט, דער וואס צערייסט און פארשעמט ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - האט דאס נאר געקענט טון ווייל ער האט פאר דעם געטון זייער א גרויסע עבירה און אין רפואה למכתו; ווייל מה דאך "המזבה תלמיד חכם אין רפואה למכתו", מה דאך דער וואס פארשעמט א תלמיד חכם וועט ווערן קראנק און נישט האבן קיין היילונג פאר זיין קראנקייט, איז דאך זיכער אז איינער פארשעמט הייליגע ספרים וואס רעדן נאר פון אמונה, פון קדושה - איז דאך זיכער אז ער וועט כאפן א ביס פון א שלאנג און נישט האבן קיין רפואה.


דער עיקר זאל זיין דרך ארץ. מוהרא"ש האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן איז געווען אין אמעריקע איין קיבוץ פון צען אידן, עס איז געווען א שטארקע דרך ארץ צווישן זיי, מען האט געשפירט דעם רבי'ן, אלע האבן גערעדט מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#145 - קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ
חנוכה, דרך ארץ, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מכבד דעם בית המדרש, קום צום דאווענען אנגעטון מיט א הוט און רעקל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן כה): "מִצְוָה לִהְיוֹת לוֹ בְּגָדִים מְכֻבָּדִים בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה", עס איז א מצוה צו גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער ביים דאווענען, אזוי ווי עס פאסט צו שטיין פארן אייבערשטן.


רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער האט באטראכט זיין רבי דער אריז"ל ווי ער קומט אין שול; ווען ער איז אנגעקומען צום טיר פון שול האט ער געגעבן א ציטער פון פחד, אז ער גייט יעצט אריין אינעם שטוב פונעם איבערשטן; קום אין שול צו די תפילות מיט א דרך ארץ מיט א כבוד.


איך שרייב די בריוו פאר דיר, נישט דו זאלסט גיין זאגן פאר אנדערע ווי אזוי צו קומען אין שול. נישט יעדן קען מען זאגן ווי אזוי זיך צו פירן, נישט יעדן איז שוין די צייט, אמאל דארף מען ווארטן ביז יענער באקומט מוחין וכו', אבער דיר זאג איך: "קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ".


דער שול איז נישט קיין אפיס, דער שול איז דעם אייבערשטנ'ס שטוב; א בית המקדש מעט ווי מען קומט מתפלל זיין פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן.


שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל מיט די ישיבה; שבת חנוכה איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען אנשי שלומינו.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#144 - דער רבי וועט אונז מתקן זיין מיט די גרעסטע תיקונים
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן אויף אונזער בית המדרש היכל הקודש אין בראכפעלד, איך וועל איבערגעבן פאר די גבאים וואס ארבעטן אריין מיט מסירת נפש לטובת דעם בית המדרש - די שיינע גרוס וואס דו שרייבסט מיר.


שטארק זיך ברודער, מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, מיר האבן נישט וואס צו זארגן. דער רבי האט אונז געזאגט גלייך פארן הסתלקות (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס האט איר צו זארגן, "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך; דער רבי וועט אונז מתקן זיין מיט די גרעסטע תיקונים, מיר דארפן נאר ברענגען שטיינער און וואפנע, און דער רבי בויט פון דעם בנינים נוראים. (עיין חיי מוהר"ן, סימן רצג).


איך בין זיך זייער מחי' מיט דיינע בריוו; שרייב נאך, האלט זיך נישט צוריק פון שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#143 - געב דיין צדקה פאר'ן בית המדרש היכל הקודש אין דיין שטאט
צדקה, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גרייטן זיך צו עפענען א "בית המדרש היכל הקודש" לאנדאן.


וויל איך אייך בעטן, געבט אייער צדקה, מעשר וחומש - פארן בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן. געבן צדקה פארן "בית המדרש היכל הקודש" - איז עולה על הכל. דאס מיין איך נישט נאר לאנדאן, נאר וואו מען דאווענט - דארף מען געבן די צדקה פארן בית המדרש וואו מען דאווענט.


איך באקום צדקה פון א טייל פון אייך, וויל איך אייך בעטן, ענדערש שיקט מיר נישט אייער געלט, געבט די געלט ביי אייך אין בית המדרש - וועט איר האבן גרויסע זכותים.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל ענק נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#142 - ברענגט נישט א קאמפיוטער אין שול, אפילו פאר גוטע צוועקן
קאמפיוטער, בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל נישט דו זאלסט קומען ביי אונז אין שול מיט א קאמפיוטער, לעפטאפ וכדומה. א שול איז געמאכט צו לערנען און דאווענען, א שול איז געמאכט צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, נישט צו קומען זיך אונטערהאלטן, קוקן נייעס וכו'; עס איז נישט קיין נפקא מינה וואס דו קוקסט, אפילו ברסלב'ער נייעס, אפילו די בריוו וכו'.


איך האלט אלעס מיט וואס טוט זיך אין אלע שול'ן היכל הקודש, די גבאים געבן מיר איבער יעדע פרט, און באזונדער אין די ירושלים'ער שול, דארט האלט איך מיט יעדע פינטל. איך בעט דיר זייער זאלסט מער נישט קומען אין שול מיט קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם, אנגעהויבן ביי א קאמפיוטער ביז די קליינע טעלעפאן. איך האב אויפגעשטעלט דעם שול מיט מסירת נפש, איך וויל נישט דו זאלסט מיר דאס צעווארפן.


איך האף דו וועסט מיר פאלגן.

#141 - אויסלערנען דרך ארץ פאר די קינדער
שכר לימוד, מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, פרנסה, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה, דאווענען, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין מקוה און גיי אין שול, טו אן טלית ותפילין; דאס איז דיין פארמעגן, נאר דאס וועט דיר בלייבן, עפעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. טו גארנישט איידער דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ן, טו גארנישט איידער דו גייסט אין שול מיט טלית ותפילין. דאווען דוקא מיט מנין און מיט א סידור, שנייד נישט שטיקלעך פונעם דאווענען, זאג די ווערטער ווי א תם, פון אנהויב ביזן סוף.


שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב, דארט איז א ריינע פלאץ, עס וואוינען דארט שוין איבער הונדערט משפחות; פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה געהאט.


איך וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין שטאט, אין וויליאמסבורג - בין איך צוריקגעקומען; מיין ווייב תחי' וויל דארט בלייבן, מיינע קינדער וויינען יעדע מאל מען פארט אוועק אז זיי ווילן דארט בלייבן; איך בעט דעם אייבערשטן די ישיבה זאל שוין קענען אהין גיין.


א גאנץ שבת האבן מיר גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן. פרייטאג צו נאכטס האבן זיך צאמגעקליבן אנשי שלומינו, מיר האבן געשמוסט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.


איך האב זיי דערציילט, א מלמד דערציילט מיר וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...


זאג איך דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. איך בין זייער שטרענג מיט מיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. איך זאג שטענדיג מיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".


מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן מוסר אין פנים, נאר זאגן מוסר מיט חכמה, רעדן מוסר וואס יענער דארף הערן. און אזוי ווי דער טאטע און מאמע האבן זיך געפונען ביי די שמועס האב איך אריינגעדריידט די שמועס אויף דעם ריכטונג.


דארט זענען געווען געסט וואס וואוינען נישט אין שטעטל, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. שפעטער קומט צו מיר איינער און פרעגט מיר: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" זאג איך אים: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".


איך דערצייל אים: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".


דיר בעט איך זייער זאלסט רעדן צו דיינע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - זאלסטו זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", רוף דיינע קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


אויך זאלסטו וויסן אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. עס הערט זיך שרעקעדיג; נישט איך זאג דאס, מוהרא"ש זאגט דאס; מוהרא"ש שרייבט דאס בשם פריערדיגע צדיקים. עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב, בלייב דו מיט די קינדער דאס ביסל צייט אז זי זאל זיך קענען אביסל אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#140 - דער רבי האט מיר אזויפיל געגעבן, איך בלייב געטריי צו אים
קינדער, תודה והודאה, שטעטל, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך און שטארקט אייער מאן ער זאל ווייטער זיין גבאי, אז מען געדענקט פאר וועם מען ארבעט און וועמענס גבאי מען איז - איז אלעס אנדערש. אז מען ווייסט 'איך בין א משמש פאר'ן רבי'ן, א גבאי אין רבינ'ס שול' - איז אלעס גרינגער.


און אז איר פלאגט זיך אזוי פאר'ן שול, און ווען איך קום אין שטעטל צעלויפן זיך די מתפללים, זיי לויפן מיך נאך, איר שפירט אז דאס איז נישט גערעכט; זאלט איר זיך געבן א דערמאן: 'וואס האט מיך דער רבי געגעבן? איך האב דאך באקומען לעבן'; דעמאלט איז גרינגער צו בלייבן געטריי.


וואס טראכט איר, מיר איז נישט שווער? איך בין עפעס א מלאך? אוי איז מיר שווער, אבער ווען איך געב א טראכט: 'וואס האב איך באקומען פון רבי'ן? וואס האט מוהרא"ש געטון מיט מיר? איך האב דאך באקומען לעבן' - ווערט מיר אזוי גוט, און איך זאג צו מיר: 'איך בלייב משמש זיין דעם רבי'ן און טון די שליחות וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געגעבן'.


בנוגע וכו'; אנשטאט קרעכצן - דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, די משפחות וואס האבן נישט קיין קינדער אדער ווייניג קינדער - האבן אויך שווערע טעג, שווערע נעכט. אפהיטן זאל דער אייבערשטער וואס אידישע קינדער מאכן מיט; יעדער האט אזויפיל שוועריקייטן, דאס איז דער מענטש, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), דער מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן; וואויל איז דעם מענטש וואס די פלאג גייט אין קינדער, אויפציען קינדער, אויפהאדעווען קינדער; בלייבט איבער שיינע ליכטיגע דורות. עס גייען אריבער די יארן און מען דערקוויקט זיך מיט די נחת.


גייט ארויס אויפ'ן פארטש און קוקט אויפ'ן הימל, און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיינע קינדער, פאר מיין לעבן"; וועט איר האבן פרישע כוחות.

#139 - ווי אזוי אוועק צו שטעלן דעם מנין שלש סעודות
חברים, שבת קודש, בית המדרש, שלש סעודות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע אינגעלייט, תלמידי היכל הקודש חיפה, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איר נעמט זיך צוזאמען שבת ביי שלש סעודות.


אז איר ווילט מצליח זיין מיט ענקער חבורה אין חיפה - זאלט איר זיך פארלייגן אויף איין זאך, יעדער זאל בעטן דעם אייבערשטן זיך אויסצואיידלען די אויגן, האבן ריינע אויגן צו קענען זען ביים צווייטן נאר גוטס; אז מען האט ריינע אויגן, מען זעט גוטס ביי זיך און ביי אנדערע, מען האט זיך ליב - וועט איר מצליח זיין.


בנוגע ווי אזוי אוועק צו שטעלן דעם מנין שלש סעודות, איר ווילט וויסן וויפיל פון די זמירות מען דארף זינגען; דאס איז נישט דער עיקר, דאס קענט איר מאכן ווי אזוי עס קומט אויס גוט פאר אייך; מען קען זינגען אלע זמירות, מען קען זינגען אביסל, אדער קען מען זינגען אידישע ניגונים; דאס וועט איר אליינס מחליט זיין, דער עיקר זאלט איר זען עס זאל נישט זיין קיין ליצנות, מען זאל רעדן פון רבי'ן, מען זאל רעדן פון תפילה; ווער עס האט א מעשה צו דערציילן פון תפילה זאל דאס מיטטיילן מיט די חברים, און ווער עס האט א מעשה ווי אזוי ער האט זיך געשטארקט זאל ער דאס דערציילן.


בנוגע די זמן מוצאי שבת; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מיר זאלן האלטן די זמן רבינו תם, אבער דאווענען מעריב קען מען שוין יא פארן זמן; קענט איר אויסרעכענען ווען צו בענטשן און דאווענען מעריב אז סוף תפילת מעריב וועט אויסקומען ביים זמן רבינו תם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#138 - איך וויל זיין חנוכה און שבועות מיט אנשי שלומינו אין קרית ברסלב
תפילה והתבודדות, חנוכה, חסידות ברסלב, שטעטל, אומאן, ראש השנה, בית המדרש, ישיבה, ראש ישיבה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל זייער שטארק קומען אין שטעטל אויף שבת חנוכה. ביים רבי'ן איז געווען דריי מאל א יאר וואס אלע זענען געקומען צום רבי'ן: "ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות".


עס זענען דא אין ברסלב וואס פארן קיין אומאן די דריי צייטן, אבער מיר האבן מקובל פון מוהרא"ש צו בלייבן שבועות און חנוכה אין שטוב, און מיר קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו; דאס איז מסוגל צו געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו, מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך וויל זיין חנוכה און שבועות מיט אנשי שלומינו אין קרית ברסלב, איך וויל זייער שטארק קומען מיט די גאנצע ישיבה, איך ווייס אבער נישט וואו מען קען פלאצירן אזויפיל בחורים. אפשר קענסטו דאס דורכשמועסן מיט די גבאים, אפשר קען מען אויסארבעטן א פלאן וואו די בחורים זאלן שלאפן?


לאז מיך וויסן אויב עס איז דא א פלאן.


גיי אין שול צופיס, אזוי וועסטו האבן אפאר מינוט צו רעדן צום באשעפער. דו וואוינסט נישט ווייט פון שול, איז דאס גוט פאר דיר בגשמיות וברוחניות, סיי פארן געזונט און סיי פאר התבודדות.

#137 - נעמען א פלאץ פאר א שול אפילו ס'איז נאכנישט דא קיין מנין
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי צו נעמען א פלאץ פאר א שול אפילו עס איז נאכנישט דא קיין מנין פאר אלע דריי תפילות.


ביי אונז אין וויליאמסבורג, ווען מיר האבן אנגעהויבן די מנין היכל הקודש - האבן מיר אויך נישט געהאט קיין מנין פאר אלע דריי תפילות. מיר האבן אנגעהויבן מיט שלש סעודות און מיט די צייט איז דאס אזוי שיין צואוואקסן, אזויפיל מענטשן זענען מקורב געווארן, און מיט די צייט איז געווארן א ישיבה, א תלמוד תורה, א בית פיגא וכו' וכו'.


אזוי אויך אין קרית יואל. ביים אנהויב האבן זיי זיך זייער געפלאגט מיט מנין, ביז עס איז שוין היינט דא אין קרית יואל דריי בתי מדרשים פון היכל הקודש. אזוי הויבט מען אן א שול, מען שפרינגט אריין, און מיט די צייט וועט ארויסגיין א שם אין לאנדאן אז עס איז דא א ווינקעלע וואס מען איז מחזק, וועלן אלע קומען.


מיר האבן יעצט געעפנט א שול היכל הקודש אין טברי'; צוביסלעך ווערט נתרבה די חבורה, הונגעריגע מענטשן קומען שטילערהייט אריין נעמען חיזוק, הערן אפאר ווערטער פון רבי'ן צו האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן.


נעם ארויס די פלאץ, הויב אן מיט שלש סעודות, צוביסליך וועסטו זען אז עס וועט זיין א שיינע קיבוץ ברסלב'ער חסידים.


געב נאר אכטונג עס זאל נישט זיין ביי ענק קיין ליצנות און נישט קיין ברוינפן.


רעד ביי שלש סעודות פשוט'ע דיבורים; לערן פאר בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אדער פון ספר עצתו אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.