בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#200 - אכטונג געבן אויף קינדער וואו און מיט וועמען זיי דרייען זיך
חינוך הילדים, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דיין זון איז נישט אין שול ביים דאווענען, ער דרייט זיך און פרייט זיך וכו'; אויך נאך חדר גייט ער נישט אהיים, ער דרייט זיך אין די גאסן.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיינע קינדער, מען קען נישט קומען אין שול מיט קינדער נאר אז די קינדער זענען אין שול נעבן די טאטע ביים דאווענען, און אזוי אויך נאך חדר מוזן די קינדער אהיים קומען, און די עלטערן דארפן אכטונג געבן וואו זיי גייען און מיט וועם זיי חבר'ן זיך.


מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הָרָגִיל בְּנֵר הַוְיָן לוֹ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", זאגט מוהרא"ש, נרות איז געמאכט אויפצוזוכן, מען איז בודק חמץ מיט א ליכט (פסחים ז:), דאס זאגן די הייליגע חכמים, 'הָרָגִיל בְּנֵר', דער וואס קוקט נאך די קינדער ווער זייערע חברים זענען, און וואו זיי גייען וכו' - די וועלן האבן ערליכע קינדער.


עס לוינט די ארבעט, עס צאלט זיך אויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#199 - זאלסטו איר אויסהערן, אויסרעדן, און פרייליך מאכן
קינדער, שלום בית, דרך ארץ, בית המדרש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויסן זאלסטו, די נאטור פון א פרוי איז זייער הייקל, ספעציעל אין די טעג וואס גייט אן הלכות וכו' – דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, און אז די פרוי וויינט – דארף מען זיין קלוג דאס נישט נעמען צום הארצן, נאר אויסהערן מיט געדולד און רעדן שיינער הארציגע ווערטער, און מיט סבלנות אויסווארטן אז די פאר טעג זאלן אריבערגיין וכו'.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה; האסט באקומען א וואוילע גוטע ווייב פון א חשוב'ע משפחה, זיי איר מכבד און זיי מכבד אירע עלטערן, און זארג נישט וועגן קינדער; דו וועסט זוכה זיין צו א שיינע משפחה, ערליכע דורות, און אז דיין ווייב וויינט, זי זארגט זיך וועגן קינדער, בפרט ווען מען זעט נאכאמאל אז מען האט נאכנישט קיין גוטע נייעס – זאלסטו איר אויסהערן, אויסרעדן און פרייליך מאכן.


קום אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון ווי עס פאסט צו דאווענען פארן מלך מלכי המלכים; וועסטו האבן בקרוב גוטע נייעס.



 

#198 - קום אין שול, וועסטו זען ישועות
בית המדרש, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זיך זייער געפרייט דיך צו זען נעכטן ביי מלוה מלכה, איך האב פון דיר גוטע זכרונות פון ישיבה, ווי דו פלעגסט לערנען משניות און זאגן תהלים, איך וויל ווייטער האבן מיט דיר שייכות און א נאנטקייט.


טייערער ליבער ..., איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט זיין שטארק מיט די איין זאך, מיט קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:) ווער עס קומט אין שול דאווענען מיט מנין – מאכט דער אייבערשטער פאר אים וואס ער דארף, "נוגה לו", דער אייבערשטער מאכט אים ליכטיג.


טייערער ... נרו יאיר, דארפסט דאך ישועות, סיי אין פרנסה, און סיי וכו', קום אין שול וועסטו זען ישועות. בעט דעם אייבערשטן: "באשעפער איך וויל קומען אין שול, באשעפער העלף מיר".

#197 - חסדי השם עס איז דא א ליכטיגע ווינקל אין בית שמש
שלום בית, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט אריינגעשפרינגען אין עפענען א שול אין בית שמש פאר תלמידי היכל הקודש; מען ווארט שוין יארן אויף דעם, דו ביסט געקומען און געגעבן א גוטע שטופ דעם וואגן, און חסדי השם עס איז דא א ליכטיגע ווינקל אין בית שמש, א בית המדרש היכל הקודש.


איך וויל דיר זייער בעטן, נעם נישט אראפ קיין צייט פון זיין אין שטוב מיט דיין ווייב און מיט די קינדער; זיין אין שטוב רעדן מיט די ווייב און איר העלפן - זאל זיין ביי דיר חשוב'ער ווי זיין אן עסקן, א גבאי וכו' וכו'; נאר אנשטאט די צייטן פון שמועסן מיט חברים (וואס מען רופט אן חברים, נישטא קיין חברים) - זאלסטו טון פארן רבינ'ס שול און פאר הפצה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און געב א גרוס פאר אלע חברים פון בית שמש, איך האף צו קומען צו ענק, פערזענליך זיין מיט ענק און זיך שטארקן אינאיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - עס זאל זיין שלום ביי ענק אין שטיבל
מחלוקת, שלום, בית המדרש, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן און זיך נישט צוריק האלטן פון זאגן, דו זאגסט דו ווילסט הערן וואס בעסער צו מאכן וכו', וועל איך דיר שרייבן.


זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות עס זאל זיין שלום ביי ענק אין שטיבל; אז דו האסט זאכן וואס שטערן דיך פון דעם און פון יענעם וכו' וכו' - זאלסטו דאס דערציילן נאר פארן אייבערשטן ביי התבודדות, אבער אין שול זאלסטו נישט מאכן קיין שום עסק דערפון; אפגעזען אויב מען דאווענט שפעט אדער פרי, שנעל אדער שטייט, דאס איז נישט דיין זאך, דיין זאך איז קומען אין שטיבל מיט א שמייכל, אויפזוכן אין יעדן איינעם דאס גוטס.


מוהרא"ש זאגט, ביי יעדע שטיבל היכל הקודש איז דא אינדרויסן קליפות ומזיקין וואס האלטן צוריק מענטשן פון קומען דאווענען; דאס איז נישט נאר פאר פרישע מקורבים, דאס איז ביי יעדן איינעם, מען קען זיין יארן אין היכל הקודש און פלוצלונג ווערט מען פארכאפט ביי די קליפה פון מחלוקת, מען ווערט פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, מען פארגעסט פארוואס מען איז בכלל געקומען קיין ברסלב, פארוואס מען איז געקומען צום רבי'ן.


אויב דו וועסט זיך שטארקן, דו וועסט נישט מאכן קיין עסק פון קיין שום זאך, דו וועסט נאר שמייכלען - וועלן ענק האבן הצלחה מיט די קינדער, און אויב מען וועט זיך בייסן - איז א גרויס רחמנות אויף ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#195 - שחרית מנחה מעריב, איז דער יסוד היסודות פון א איד
בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בענק זיך צו דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר.


שטארק זיך מיט די איין זאך, מיט קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב, ווייל דאס האלט דעם איד אין מחנה ישראל, דאס איז דער יסוד היסודות פון א איד, ווער עס דאווענט די דריי תפילות יעדן טאג - דער איז שטארק מיט די אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח) אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל, און חס ושלום אויב מען איז מזלזל אין די דריי תפילות - איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#194 - גיי אין שול דאווענען מיט א סידור
ישועות, בית המדרש, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז די זאכן וואס מיר האבן גערעדט ווערט דיר בעסער, איך ווארט צו הערן גוטע נייעס.


נעם זיך פאר די איין זאך מיט אלע כוחות, צו דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב – אין שול, מיט מנין, און אויב דו ביסט פארשלאפן, אדער פארשפעטיגט, און עס איז נישטא נאך א מנין – זאלסטו נישט בלייבן אין שטוב, נאר גיין אין שול דאווענען מיט א סידור.


איך זאג דיר צו, דו וועסט זען גרויסע ניסים, דו וועסט זען ישועות.


שרייב מיר צוריק.

#193 - ווען יענער מאכט אזוי נערוועז, אז די בלוט קאכט
תפילות אויף אידיש, סבלנות, בית המדרש, היכל הקודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


אז דו ווערסט נערוועז פון ... עד כדי כך אז דו ווילסט אוועק גיין דאווענען, דו ווערסט אין א שלעכטע גוסטע, דיין בלוט הויבט אן קאכן, דיין בלוט זידט; זאלסטו אראפציען דיין טלית אויף דיין פנים און שרייען שטילערהייט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס איז מיט מיר? ווא ווער איך נערוועז פון א צווייטן? וואס גייט מיר אן אז דער גבאי מאכט אזוי צי אזוי?"


אויך זאלסטו רעדן צו זיך, זאג דיין נאמען און האלט זיך פאר, צום ביישפיל: "יואל'יש, וואס איז מיט דיר? וואס שטערט דיר? וואס טוט דיר באמת שטערן? יואל'יש, די וועלט איז נישט דיינס, נאך אביסל לייגן מען דיך אין קבר, וואס וועט בלייבן פון דיר..."


טייערער ליבער ברודער, בדוק ומנוסה אז עס העלפט, דאס טו איך ווען דער יצר הרע וויל מיך משוגע מאכן, די עצה זאגט דער רבי (ספר המדות אות הרהורים, סימן יד): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת", ווער עס האט שלעכטע געדאנקען, "יְדַבֵּר לְעַצְמוֹ", זאל רעדן צו זיך אליינס, "דִּבְרֵי בִּזְיוֹנוֹת", זיך פארשעמען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (נדרים ט:), שמעון הצדיק האט דערציילט א מעשה מיט א נזיר וואס האט געהאט שווערע נסיונות, ער האט געשפירט ווי אט אט ווארפט אים דער יצר הרע אראפ אין אן עבירה, האט ער גערעדט צו זיך אליינס און געזאגט: "רשע, למה אתה מתגאה בעולם שאינו שלך", וואס גרויסטו זיך מיט א וועלט וואס איז נישט דיינס? "במי שהוא עתיד להיות רמה ותולעה", נאך אביסל וועסטו זיין ווערעם; דעמאלט איז ער געראטעוועט געווארן.


טייערער ברודער, ווען נישט די עצה פון התבודדות – ווי קען מען לעבן? ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען? א נס אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, א נס אז מיר זענען אנגעקומען צו מוהרא"ש אין היכל הקודש, קודש קדשים, וואס דערמאנט און מאנט צו גיין רעדן צום אייבערשטן, זיך מאכן א חשבון הנפש זיך נישט לאזן נארן, מוהרא"ש דערמאנט אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן גיין אויסשרייען אונזערע שמוציגע בלוט צום אייבערשטן און דורך לערנען די הייליגע תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עה), א מענטש האט בלוט, "שֶׁלֹּא עָבַד בָּהֶם אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", וואס מען האט נישט געדינט דערמיט דעם אייבערשטן, און פון דעם ווערט מען נערוועז פון מענטשן, און מען קען נישט דערליידן קיין מענטשן, און נאר דורך תורה ותפילה איז מען זוכה צו שלום, עס זאל מער גארנישט שטערן.


מהיום והלאה, אז דו קומסט שבת אין שול און דיין בלוט הויבט אן צו זידן, זאלסטו אראפציען דיין טלית און וויינען צום אייבערשטן אין זאגן די לשון פון רבי'ן (שם, סימן קח): "'אֵיךְ נָפַלְתִּי וְנִשְׁלַכְתִּי מִשָּׁמַיִם לָאָרֶץ', רבונו של עולם ווי קוק איך אויס, איך בין אזוי אראפגעפאלן, 'שֶׁהָיִיתִי בְּמָקוֹם גָּבוֹהַּ כָּזֶה, וְעַכְשָׁו נָפַלְתִּי וְהֶחֱזַרְתִּי פָּנַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ', רבונו של עולם איך בין אזא רחמנות, איך בין דאך די גרעסטע רחמנות, נישטא קיין גרעסערע רחמנות פון מיר".


למען השם, גיי נישט אוועק דאווענען פון היכל הקודש, אלעס איז נאר מניעות.

#192 - א גבאי דארף אריינבלאזן חיות אין אלע מתפללים
בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך ווארט צו הערן וואס טוט זיך ביי ענק אין בית המדרש, אויב עס גייט אן שיעורים פון התחזקות במשך די וואך, און אויב אנשי שלומינו קומען אין שול, און בעיקר אויב מען גייט הפצה, ווייל מענטשן גייען אריבער שווערע נסיונות און מיטן רבינ'ס ספרים קען מען זיי ראטעווען.


איך האב דיך אויפגענומען פאר גבאי אויפצואוועקן אנשי שלומינו, נישט אויף איינצושלעפן, א גבאי דארף אריינבלאזן חיות אין אלע מתפללים.


לאז מיך וויסן וואס די פלאן אויף ווייטער איז.


גיי התבודדות, שמועס מיטן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך.

#191 - קום נישט דאווענען ביי מיר אין שול אויב דו ביסט ממשיך מיט'ן שמועסן
בית המדרש, היכל הקודש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, שובבי"ם, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך הער צוריק נישט גוטע גריסן, אז ביי דיין טיש ארום דיר שמועסט מען אפ א גאנצע דאווענען, מען פארשעמט דאס דאווענען, מען פארשעמט היכל הקודש; איך האב שוין געשריבן פאר דיר פערזענליך בריוון איבער דעם.


וכבן וויל איך קלאר זאגן, איך וויל נישט זאלסט ווייטער קומען דאווענען ביי מיר אין שול אויב דו ביסט ממשיך מיטן שמועסן, אז דו ווילסט ווייטער שמועסן – זאלסטו מער נישט קומען אין מיין שול, עס איז א פארשעמונג פאר מיר, פאר מוהרא"ש, פאר גאנץ היכל הקודש.


 

#190 - זאג קלאר פאר דיין ווייב אז ס'שטערט דיר די וועג ווי אזוי זי רעדט
שלום בית, רעדן, בית המדרש, דאווענען, מעביר סדרה, מנין, גט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


לדעתי קען מען נאך ראטעווען אז די שטוב זאל נישט צעפאלן, דו דארפסט רעדן צו דיין ווייב קלארע ווערטער. זאג איר אז די וועג ווי זי רעדט צו דיר – איז נישט קיין וועג, זאג איר דו שפירסט אז דו ווערסט בארירט פון איר, און עד כדי כך, דו ווילסט זיך שוין צעטיילן, השם ישמרינו; זי ווייסט נישט אז זי טוט דיר וויי, זי ווייסט נישט אז עס האלט שוין ביי א גט.


טייערער ברודער, אויך דו זאלסט זיך עפעס פארנעמען, צום ביישפיל, זיין שטארק מיט די דריי תפילות; זיך מוסר נפש זיין צו דאווענען יעדן טאג לכתחילה מיט מנין, און אויב מען האט נישט קיין מנין – דאווענען אין שול דווקא. איך בין זיכער דו וועסט האבן א ישועה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש איינגעטיילט אויף די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי; ווייל ביי די תורה איז די בעסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן, דורך די תורה ווערט מען א בן-חורין, פריי פון אלעמען, דורך לערנען תורה ווערט בעסער די שלום בית, די פרנסה; אלעס ווערט בעסער.


איך וויל דיר העלפן, און איך וועל דיך מחזק זיין אין יעדע מצב דיינע. איך פערזענליך העלף נישט צו מאכן א גט, אבער אז דו וועסט זיך גט'ן וועל איך דיך נישט אוועקווארפן, איך וועל דיך מחזק זיין אין יעדן מצב.


איך בעט פאר דיר, איך האף זי וועט צוריק באקומען די חן, און עס וועט זיין שלום בית.


 

#189 - קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אז מען קומט אין שול דאווענען
בית המדרש, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי זיך מוסר נפש צו קומען אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה, מעריב.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אז מען קומט אין שול, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה", אזוי ווי א טייך, ווען דער מענטש וואס איז טמא טובל'ט זיך אין טייך – ווערט ער טהור, "אַף אֹהָלִים", אזוי אויך א שול, "מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", נעמט אוועק אלע פראבלעמען, מען זעט ישועות.


ברודער טייערער, ליבער ברודער, נעם עס נישט גרינג, מיין נישט עס איז א קלייניקייט, ווייל נאר אז מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין – בלייבט מען אידיש און מען ברענגט אידישע דורות.


בעט: "רבונו של עולם, איך וויל קומען אין שול, העלף מיר איך זאל צעברעכן אלע מניעות".

#188 - אן דרך ארץ, איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית המדרש, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי האסטו גוט געטון אז דו האסט שטיל געמאכט די אינגעלייט אין שול ביים שיעור, און איך וויל דיך בעטן אויף ווייטער, אויב דו זעסט ביי די ליל שישי שיעור וואס מען האלט מיט ביי ענק דורך א לייוו הוק-אפ, אז מען שמועסט - זאלסטו בעטן די וואס שמועסן אז זיי זאלן ארויסגיין שמועסן אינדרויסן. אז מען שמועסט ביים שיעור וויל איך נישט מען זאל זיך צוזאמנעמען מיטהאלטן דעם שיעור, ווייל "דרך ארץ קדמה לתורה"; אדער זיצט מען מיט דרך ארץ, אז נישט - זיי מבטל דעם ליל שישי שיעור ביי ענק, און ווער עס וויל מיטהאלטן - זאל פריוואט אין שטוב מיטהאלטן אויפן טעלעפאן.


אזוי אויך אין שטוב זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט, אדער א מאמע רעדט - דארף מען זיין שטיל. שבת ביי די סעודה ווען דו הויבסט אן רעדן - זאלסטו דערמאנען נאכאמאל און נאכאמאל די ווערטער: "ווען א טאטע רעדט - טאר מען נישט רעדן", "ווען א מאמע רעדט - טאר מען נישט רעדן".


אזוי אויך זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער נישט צו רעדן אין קלאס, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - א גבאי טראגט אן אחריות, מער ווי א מתפלל
דרך ארץ, שטעטל, מדות טובות, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו נעמסט צוזאם די גבאים ווי אזוי מען קען שאפן געלט פאר די בית המדרש - זאל מען זיך קודם צוזאמזעצן און רעדן וואס פארלאנגט זיך צו זיין א גבאי, וואס איז די פליכט פון א גבאי.


וויסן זאלסטו, א גבאי טראגט אן אחריות, מער ווי א מתפלל; סיי מיט די וועג ווי מען גייט אנגעטון און סיי מיט די באנעמונג. אזוי אויך דער וואס רופט אויס די עליות און דער וואס רופט אויס אלע זאכן - דארף זיין איינער וואס איז אנגעטון מיט דרך ארץ.


איך האב ליב יעדן איינוואוינער אין שטעטל, איך האב גארנישט קעגן קיינעם, איך זאג נישט זאלסט זאגן פאר די וואס קומען אין שול נישט אנגעטון מיט דרך ארץ; אדרבה, זיי יעדן דן לכף זכות, אבער פארשטיי אז דער בעל תפילה מוז זיין איינער וואס גייט אנגעטון מיט דרך ארץ, און דער בעל קורא מוז זיין איינער מיט א הוט און רעקל, אזוי אויך די גבאים דארפן קומען אין שול מיט דרך ארץ.


אזוי אויך הער איך אז עס איז דא וואס ווערן בא'עולה'ט דורך די גבאים, מען רעדט נישט מיט דרך ארץ, מען שרייט, מען גרויסט זיך; וויל איך דיר זאגן, דאס איז נישט מיינע גבאים, א גבאי מוז זיך באננעמען צו די מתפללים שיין און איידל. עס שטייט פון צדיקים 'גבאי' איז ראשי תיבות "א'נא ב'כח ג'דולת י'מינך", 'אנא' איך בעט דיר, 'בכח' פיר דעם בית המדרש שטארק, אבער 'גדולת ימינך' די כח זאל זיין צו גרויסן די רעכטע האנט, זיך באננעמן מיט חסד.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און זיי מחזק אלע גבאים אין שטעטל, אלע זאלן קומען אין שול אנגעטון מיט דרך ארץ און זיצן אין שול מיט דרך ארץ. איך וויל דו זאלסט אכטונג געבן מען זאל נישט וועיפן אין שול (לעקטעריק ציגארעטל), נישטא קיין אלקאהאל אין שול; די שול איז געמאכט פאר צוויי זאכן, לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - דו קענסט נאך האבן א זיסע לעבן
שלום בית, בית המדרש, מורה דרך, דאווענען, יאוש, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, געב נישט אויף, דו קענסט נאך האבן א זיסע לעבן מיט דיין ווייב. איך וויל רעדן מיט אייך ביידע, בדרך כלל נעם איך אויף זונטאג. לאז מיר וויסן אויב איר קענט קומען אינאיינעם, איך וועל מאכן צייט פאר ענק.


שטארק זיך, גיי אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות, אויף דעם זאלסטו זיך פארלייגן. אפילו עס איז שווער, אפילו דו ביסט אפגעמאטערט און דו ווילסט גיין שלאפן – גיי דאווען מעריב דוקא אין שול, אזוי אויך אינדערפרי זאלסטו נישט גיין ארבעטן – נאר נאכן דאווענען.


אלעס וועט גיין אנדערש, די לעבן ווערט אזוי גוט ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, וועסט זען א ישועה אין יעדע פרט.


למען השם זאלסטו טון וואס שטייט אינעם בריוו, וועסטו מצליח זיין.


מיר ענדיגן יעצט מסכת קידושין און מיר הויבן אן מסכת בבא קמא, כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג א בלאט גמרא.





 


 





 

#185 - זיי זיך מקבל צו דאווענען אין שול
בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר. איך האב מתפלל געווען פאר ענק ביידע ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן, איך האף צו הערן ביי ענק גוטע נייעס ווי שנעלער.


לכבוד די נייע יאר זיי זיך מקבל צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אז דו ביסט שפעט און עס איז שוין נישטא קיין מנין – זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול דאווענען, דאס וועט זיין א זכות פאר דיר דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא און האבן הצלחה.


א גמר חתימה טובה.

#184 - רעדן נאר חיזוק, נישט קריטיקירן
בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אינגעלייט און בחורים זאגן מיר וועכנטליך אז זיי זענען זיך מחי' מיט דיינע דיבורים וואס דו רעדסט ביי ספורי מעשיות און ביי שלש סעודות. דו גיסט אזויפיל חיזוק; אפילו א טרוקענער ווערט אנגעטרונקען פון די פיינע זיסע קוואל וואסער וואס קוועלט פונעם נחל נובע מקור חכמה.


רעד נאר חיזוק; מענטשן זענען אזוי צעבראכן, אלע וואס קומען אין שול – די זענען זעקלעך צרות, זעקלעך פראבלעמען, צעבראכן און צעשאסן, קיינער איז נישט אינטערעסירט יעצט אויף קריטיק, מען דארף זיי באגיסן מיט עמערס וואסער, חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


ליין פאר בריוו פון אשר בנחל אידיש, אדער עצתו אמונה וכו'.

#183 - דאווען נאר אין שול, וועסטו מצליח זיין מיט די קינדער
בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


קום אין שול דאווענען יעדן טאג די דריי תפילות מיט מנין. יעצט ביסטו שוין א טאטע פאר קינדער, דארפסטו דאס טון פאר זיי. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת, וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווער עס האט א שול אינעם שטאט וואו ער וואוינט און ער גייט נישט דאווענען אין שול, ברענגט ער אויף זיך שלעכטס, און די קינדער וועלן האבן א גלות לעבן, די קינדער וועלן זיין פארוואגלט, חס ושלום.


איך בעט דיר זייער, קום אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות. אויך, אויב האסטו פארפאסט די מנין – זאלסטו דאווענען אין שול. איך בעט דיר זייער, פאלג וואס איך בעט דיר, נאר דו וועסט האבן פון דעם; דאווען אין שול שחרית מנחה מעריב, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו דו האסט פארפאסט דעם מנין.

#182 - עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לינדען ניו דזשערסי
בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז געקומען די צייט מיר זאלן עפענען אין לינדען א בית המדרש היכל הקודש.


א שיינע צאל אינגעלייט האבן זיך געקויפט הייזער אין לינדען ניו דזשערסי און נאך אינגעלייט קויפן יעצט דארט הייזער, דארפן מיר עפענען א בית המדרש.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו ענקער חבורה, און איך האף צום אייבערשטן איר וועט מצליח זיין, און ביז א קורצע צייט וועלן מיר קענען עפענען מוסדות פאר אונזערע קינדער.


נעם די פלאץ פון דיין חבר וואס וויל דיר געבן זיין בעיסמענט פאר הונדערט דאלער א חודש, און פארבינד זיך מיט די גבאים אין שטעטל, זיי וועלן דיר העלפן מיט טישן און בענקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#181 - קינדער וואס וואקסן אויף מיט עזות, דארפן רחמי שמים צו בלייבן ערליך
חינוך הילדים, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער גבאי אין בית המדרש בעט מיר ער דארף הילף, ער קען זיך נישט אַן עצה געבן; ער זאגט מיר דיין זון איז זיך מתחצף, ער סטראשעט אים אז ער גייט אים באווארפן מיט שטיינער וכו' וכו'.


וויל איך דיר זייער בעטן, זיי מחנך דיינע קינדער, לאז זיי נישט זיין מחוצפים; קינדער וואס וואקסן אויף מיט עזות, זיי רעדן מיט חוצפה צו עלטערע - דארפן רחמי שמים צו אויסוואקסן ערליכע אידן.


איך בעט דיר זייער, האלט דיינע קינדער נעבן דיר און געב אכטונג אויף זיי - נאכמער ווי מען געבט אכטונג אויפן שווארץ אפפעל - וועסטו האבן פון זיי נחת.


היכל הקודש איז נישט קיין עיר מקלט, היכל הקודש איז נישט קיין הפקר פלאץ; אז מען קומט אין שול - דארפן מען האלטן די קינדער נעבן זיך און וויסן וואס זיי טוען און וואס זיי מאכן; די עלטערן מוזן אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי האלטן מיט זיך און זיי מחנך זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#180 - א מלמד דארף גיין אנגעטון מיט דרך ארץ, מיט ערליכע קליידער
מלמדים, דרך ארץ, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה; וואס מען טוט פאר די קהילה – איז א שימוש פארן רבי'ן, און אז מען איז משמש דעם רבי'ן – איז דאס א נצחיות.


די אלע וואס זענען מלמדים האבן אן אחריות ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, ווי אזוי זיי טוען זיך אן; א מלמד דארף גיין אנגעטון מיט דרך ארץ, מיט ערליכע קליידער; אז א מלמד וועט קומען אין שול דאווענען אן א הוט און רעקל – איז דאס א גרויסע אחריות, אנדערש ווי סתם א מענטש. אזוי אויך א גבאי, דארף גיין אנגעטון ביים דאווענען מיט דרך ארץ, אז נישט ברענגט דאס אראפ דאס חשיבות פונעם שול.


הכלל עס איז דא א צווישנשייד פון איינער וואס האט א חשוב'ע פאסטן ביז איינער וואס נישט; איך האף דו וועסט פארשטיין וואס דו האסט צו טון.


איך זע ממש וואס מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן לגבי די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיין שום אנדערע ישיבה; יעצט איז דאס אויך ביי די חדר, סקול און אונזער הערליכע קהילה אין קרית ברסלב.

#179 - מחזק זיין דעם מאן צו קומען אין שול אנגעטון מיט רעספעקט
דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זייט מחזק אייער מאן ער זאל קומען אין שול אנגעטון, זאגט אים ער זאל נישט נאכמאכן אייער משפחה; א שאד ער זאל ווערן נאכגעשלעפט נאך אייערע ברידער. ער פלעגט זיין אן איידעלער, ער פלעגט גיין אנגעטון קלאסיש; יעצט זעט ער אויס אזוי נאכגעלאזט, ביליג, זייער נישט שיין.


ביים ארבעטן איז איין זאך, אבער ווען מען קומט אין שול, אינעם אייבערשטנ'ס הויז – דארף מען קומען מיט רעספעקט; א שול איז נישט קיין קרעטשמע.


איך בין זיכער אז איר קענט אים אויפבויען, איר קענט אים מחזק זיין אויף דעם; ווייל ביז די חתונה איז דאס נישט געווען, ער איז אלץ געווען א בן מלך; דארף מען אים מחזק זיין ער זאל זיך נישט אנטון ווי א בן השפחה.


טוט עס פאר ענקערע קינדער, נאך אביסל קומען די קינדער אין שול; דארף מען זיי ווייזן ווי אזוי מען דארף קומען אין שול.


 

#178 - זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען
בית המדרש, לימוד התורה, דאווענען, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד דעם הייליגן יום טוב שבועות זאלסטו זיך מקבל זיין צוויי זאכן:


איינס, גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות.


צוויי, לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ליבער ברודער, זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען און לערנען. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האב דיך זייער ליב.


 

#177 - מנהגי בית המדרש אום יום טוב שבועות
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, השם עליהם יחיו


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען מעריב אויף זמן רבינו תם. דער עיקר זאל מען נישט מאכן קידוש אין שטוב איידער זמן רבינו תם, כדי עס זאל זיין שבע שבתות תמימות, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (ריש סימן תצד).


ביי אונז פירט מען זיך נישט צו זאגן די פיוטים פון מערבית.


מיר זינגען ביי מערבית "אהבת עולם" וכו'.


(שבועות ביינאכט זאגן מיר אינאיינעם די תיקון ליל שבועות, איינער זאגט פאר הויך אויפן קול און אלע זאגן מיט אינאיינעם. מיר זינגען הארציגע ניגונים צווישן תורה און נביאים, צווישן נביאים און כתובים און צווישן כתובים און די תרי"ג מצוות. אזוי אויך, נאך יעדע הונדערט מצוות זינגען מיר שיינע הארציגע אידישע ניגונים.


נאכן תיקון אז עס איז נאך דא צייט - טאנצן מיר אינאיינעם).


יום טוב אינדערפרי ביי שחרית זינגען מיר די ברכה פון "אהבה רבה" מיטן ניגון פון דעם צדיק רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו.


ביי שחרית די ערשטע טאג; אויב מען דאווענט וותיקין זאגט מען נישט יוצרות, און אז מען דאווענט נישט וותיקין זאגט מען יא די יוצרות, אבער מען זאגט נישט דעם פיוט - פון "וּבְכֵן ה' קָנָנִי רֵאשִׁית דַּרְכּוֹ" - ביז "וּבְכֵן וַיֵּרֶד משֶׁה" וכו'. אויך זאגן מיר נישט די לאנגע פיוט פאר קדושה.


מען רופט אויס כהן און איידער ער איז עולה זאגט מען די אקדמות מיטן זיסן באקאנטן ניגון וואס דער הייליגער רבי האט באוואונדערט (שיחות הר"ן, סימן רנו).


מיר פירן זיך צו ליינען דעם ערשטן טאג שבועות צווישן מנחה און מעריב דעם שטר אירוסין ותנאים, און דעם צווייטן טאג - די כתובה צווישן אידישע קינדער און אבינו שבשמים, וואס דער הייליגער צדיק רבי ישראל נאג'רה זכר צדיק לברכה האט מחבר געווען. מען זינגט שיינע ניגונים און מען רעדט פון הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק.


פאר די בני ארץ ישראל וואס האבן נאר איין טאג יום טוב; די יאר וואס מען גייט אריין פון יום טוב צו שבת קודש - זאגט מען נישט די גאנצע קבלת שבת, מען הויבט אן מיט "באו ונצא לקראת כלה" וכו', "מזמור לדוד" וכו', "לכה דודי" וכו', "לא תבשו" וכו' און אזוי ווייטער, און מען לאזט אויס "כגוונא".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#176 - קיינער קען נישט זיין אין שול ווען די קינדער זענען דארט
חינוך הילדים, מוסדות, בית המדרש, חדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


כל זמן די חדר איז אין שול - זאלסטו פארשפארן דעם שול, און קיינער קען נישט זיין אין שול - אין די צייט ווען די קינדער זענען דארט; א חדר מיט א שול גייט נישט אינאיינעם.


איך שרייב דיר דאס ווייל אנשי שלומינו שרייבן מיר איך זאל דיר זאגן זאלסט יא לאזן אריינקומען אין שול, זיי זוכן אינמיטן טאג א שטילע ווינקל וואו צו לערנען און זיך מתבודד זיין; וויל איך דיר זאגן, זייער גוט טוסטו, זאלסט ווייטער אזוי טון - ביז מען וועט אפטיילן די חדר פונעם שול.


געב אכטונג אויף די קינדער ווי מען געבט אכטונג אויפן שווארץ אפפעל פון אויג.


א גוט שבת.