בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - גבאים פון בית המדרש דארפן ארבעטן אינאיינעם באחדות
בית המדרש, אחדות, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי אז דו טוסט זאכן אן פרעגן און אן זיך דורך רעדן מיט די אנדערע גבאים; אמת, איך האב דיר געשריבן א בריוו אז אויב איר ווילט פארדינגען דעם בית המדרש ווענדט זיך דאס אין אייך, זיי אבער מדייק אינעם בריוו, עס שטייט נישט עס ווענדט זיך אין "דיר", עס שטייט עס ווענדט זיך אין "אייך", אייך מיינט 'אין אלע דריי גבאים'.


איך שרייב דיר נאכאמאל, אז איר ווילט האבן הצלחה אינעם בית המדרש דארף מען זיך דורך קומען, יעדע פרט דארף מען רעדן אינאיינעם.


איך זע א גרויסע הצלחה ביי אייך; אלע גבאים זענען ביי מיר א שטיק פון מיין הארץ, עס דארף נאר געשען די נס וואס האט פאסירט ביי יעקב אבינו, ווען אלע שטיינער האבן זיך געקריגט עלי יניח צדיק את ראשו, אויף מיר זאל יעקב לייגן זיין קאפ, נאר איך פארשטיי דעם צדיק, נאר איך קען זיין א גוטער קישן פאר'ן צדיק, זאגן די הייליגע חכמים (חולין צא:) אלע שטיינער זענען געווארן איין שטיין; הלואי זאל שוין זיין ביים רבי'ן אז אלע זאלן מיר ווערן איין שטיק, איין הארץ, איין ווילן - משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק
בית המדרש, אחדות, מוהרא"ש, היכל הקודש, חנוכה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די פרישע חבורה טייערע חברים אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער אז איר האט זיך צאמגענומען צו מאכן א בית המדרש על שם רבינו, "בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק", א בית המדרש וואס מען פירט זיך אויפ'ן וועג פונעם הייליגן רבי'ן; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה און פרייד.


אז איר ווילט מצליח זיין, איר ווילט וואקסן - זאלט איר אכטונג געבן אויף איין זאך, געבט אכטונג נישט צו האבן מיט קיין מחלוקת, מען זאל נישט רעדן אין בית המדרש פון קיין שום אנדערע זאכן, נאר פון די ווערטער וואס דער בעל תפילה האט אונז געלערנט, מען זאל דינען דעם אייבערשטן; רעדן צום אייבערשטן און רעדן פונעם אייבערשטן.


עס שטייט אין די הייליגע ספרים (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו - טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז חנוכה ווערט נתגלה די אור הגנוז פון ששת ימי בראשית; ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט האט ער באהאלטן די ליכטיגקייט, אז די רשעים זאלן נישט הנאה האבן פון דעם (חגיגה יב.), אבער חנוכה ווערט דאס אנטפלעקט פאר יעדן איינעם, חנוכה איז יעדער איינער זוכה צו שפירן אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער; עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער אליין.


מיר קענען זאגן בפה מלא אז חנוכה ווערט נתגלה דעם אור הגנוז; איר האט געעפנט דעם בית המדרש אין חנוכה, מיר האבן זיך אריין געצויגן אין אונזער בנין אין וויליאמסבורג חנוכה, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו "אשר בנחל", וואס דאס האט ליכטיג געמאכט די וועלט; מוהרא"ש האט גענומען דעם אור הגנוז און דאס אנטפלעקט פאר אלעמען, פאר גרויסע און קליינע, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן האבן א וועג צו לערנען די תורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אנכאפן איינער דעם צווייטן, מאכט א רינג, עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת.


אויב איר ווילט מיר אויפנעמען פאר גבאי בין איך גרייט צו זיין איינע פון די גבאים; ארויסהעלפן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו זיין גבאי אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, עס איז דא אין דעם א גאנצע סיפור; ווייל אין אנהייב האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל פירן די ישיבה און שבת און יום טוב זאל א צווייטער זיין גבאי, שפעטער האט מוהרא"ש מיר גערופן און געזאגט: "איך וויל אז פון היינט זאלסטו רעדן און פירן דעם בית המדרש, קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם וואס צו טון".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#7 - פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה
בית המדרש, מקוה, שטעטל, ריינקייט, גבאי

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב באקומען רשות פון ... נרו יאיר צו נוצן זיין גאראזש צו בויען א מקוה; איך האף ביז א וואך צוויי וועט זיין גרייט די מקוה, וועט איר קענען דאווענען שבת אינדערפרי אינעם נייעם שול.


איך האב פאר דיר א קאמפלימענט, דער בעל הבית ר' ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער און זיין ווייב זענען זייער צופרידן אז דו ביסט גבאי, זיי זענען רואיג אז דער שול האט אן אחריות'דיגער גבאי, אלעס איז זויבער און שיין צאמגענומען.


איך האף דו וועסט ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן; דו וועסט פירן דעם שול, עס זאל זיין ריין, מען זאל דאווענען אין צייט און אלעס זאל זיין על צד היותר טוב. פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ, דעמאלט וועסטו מצליח זיין.


לעת עתה זאל די שול זיין אין באנוץ נאר שבתים און ימים טובים, אויך די מקוה וואס מיר גייען יעצט מאכן זאל זיין נאר פאר שבת אינדערפרי.

#6 - דער גבאי האט א זכות אין די תורה ותפילה פון די מתפללים און לומדים
בית המדרש, שטעטל, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ליבערטי ניו יארק


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז א הייליגע ארבעט און א גרויסע אחריות, מען דארף האבן די שכל צו קענען גיין לרוחו של כל אחד ואחד. יעדער מענטש האט אן אנדערע רצון, אן אנדערע מחשבה; דער גבאי דארף קענען טרעפן א וועג צו קענען יעדן איינעם צופרידן שטעלן.


אזוי ווי די אחריות איז זייער גרויס - איז די שכר אויך זייער גרויס, דער גבאי האט א זכות אין אלע תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון די מתפללים און לומדים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך; גיי אן מיט דיין עבודת הקודש, זע עס זאל זיין א געשמאקע דאווענען, מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן, עס זאל זיין ריין און געב אכטונג אויף יעדנ'ס כבוד.


ווען דו טיילסט עליות זאל יעדער איינער באקומען אן עלי'; האלט חשבון אויף יעדן מתפלל ער זאל באקומען אן עלי' און ווען עס קומט די הייליגע טעג דארף יעדער באקומען דעם כיבוד פון פתיחת הארון און אזוי אויך אן הקפה.


איך בין דיר גרייט צו העלפן; אויב דארף מען איינעם מעורר זיין וכו', קען איך דאס טון.

#5 - דער בית המדרש דארף האבן א באזונדערע קאסע פון הפצה
בית המדרש, חסידות ברסלב, הפצה, התחזקות, גבאי

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט; איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א זכיה דאס איז, צו קענען משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, וואס מען שפארט זיך איין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד.): "תַּלְמִיד אֶחָד הָיָה לוֹ לְרֶבִּי אֱלִיעֶזֶר שֶׁנִּתְחַיֵּב שְׂרֵפָה לַמָּקוֹם", דער הייליגער תנא רבי אליעזר האט געהאט א תלמיד וואס האט געטון אן עבירה און עס איז ארויס אויף אים א גזירה אז ער גייט פארברענט ווערן השם ישמרינו, "אָמְרוּ הַנִּיחוּ לוֹ", האט מען געזאגט אין הימל מען זאל אים גארנישט טון, "אָדָם גָדוֹל שִׁמֵּשׁ", בזכות וואס ער באדינט זיין הייליגער רבי; זעט מען דאס גרויסקייט פון משמש זיין א צדיק, מען ווערט ניצול פון שווערע שטראפן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן דער בית המדרש זאל זיין שיין און מסודר, מען זאל זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען עס זאל זיין סדר אין בית המדרש.


מישט נישט קיין יוצרות; געלט פון הפצה גייט פאר הפצה און דער בית המדרש דארף האבן א באזונדערע קאסע. שטעלט א צעטל: "ווער עס וויל די זכות צו העלפן דעם רבינ'ס שול" און מאכט א טאוול ווער עס איז מנדב די קידוש אדער די שלש סעודות; אויך קען מען פרעגן משפחות אויב איינער וויל ברענגען מזונות פאר'ן קידוש און עסן פאר שלש סעודות. ביי אונז זענען דא משפחות וואס מאכן מזונות פאר די קידוש, עס זענען דא פרויען וואס זיי זענען נישט מוותר אויף די זכות, זיי ווילן האבן די זכיה צו באקן א קוכן פאר'ן רבי'ן, אויך איז דא וואס מאכן עפעס פאר שלש סעודות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן אינאיינעם; געבט א קוק וואס איר האט אויפגעטון אין אזא קורצע צייט, נישט צום גלייבן! מיר תלמידי היכל הקודש אין אמעריקע שטייען און שטוינען וואס איר טוט, ווי שטארק איר זענט. מיר זענען אלע מקנא אייער הפצה, ממש נישט משיג צו זיין וואס אפאר חברים, אפאר אינגעלייט - קענען אלץ מאכן, איז דאך זיכער אויב איר וועט זיך האלטן אינאיינעם, איר וועט ארבעטן אינאיינעם, זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן - וועט איר זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#4 - נישט מאכן קיין נייע מנהגים אין בית המדרש
בית המדרש, שבת קודש, מנהגים, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פירסט איין נייע משוגעת'ן אינעם נייעם בית המדרש אין שטעטל; איך האב דיר געבעטן דו זאלסט זיין גבאי אינעם נייעם בית המדרש, זאלסט עס פירן אזוי ווי דו האסט געזען אין ישיבה, אן קיין שום ענדערונג. יעצט הער איך אז דו ברענגסט טשאלנט און קוגל פרייטאג צו נאכטס פאר'ן דאווענען, מען עסט אינאיינעם פאר מנחה און קבלת שבת; ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? אזוי פירט מען א בית המדרש?!


פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען ווארט אפ דעם שבת, מען זאגט שיר השירים, מען בענקט צום אייבערשטן, מען הייבט אן קומען צו זיך פונעם וואכענדיגן געיעג. נאך ליכט צינדן זיצט דער טאטע מיט די קינדער און זינגט מיט זיי שיר השירים מיט א בענקשאפט, עס שרייט ארויס פונעם איד (שיר השירים ה, ב): "אֲנִי יְשֵׁנָה" - איך בין שלאפעדיג, איך בין א גאנצע וואך מיד, אבער יעצט ווען עס קומט שבת ווערט: "וְלִבִּי עֵר", איך וועק זיך אויף צו דיר הייליגער באשעפער. דער איד גייט אויס צום אייבערשטן, ער בעט (שם א, ו): "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת" קוק נישט אויף מיין שווארצקייט, אויף מיינע עבירות; וואס זאל איך טון רבונו של עולם – "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר; ערב שבת איז א צייט וואס עס קומט ארויס דעם אמת, מען זאגט צום אייבערשטן (שם ו, ג): "אֲנִי לְדוֹדִי", איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, הייליגער באשעפער, באווייז זיך פאר מיר, איך וויל נאר איין זאך – "וְדוֹדִי לִי".


אנשטאט זאגן שיר השירים זיצטו אין שול מיט טשאלנט און קוגל?! שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן", יעדע זאך האט א צייט; מאכסט א טשאלנט פון דאווענען און עסן?! אז די מתפללים זענען הונגעריג קענסטו דאווענען אביסל פריער מען זאל קענען אהיים גיין מאכן א סעודה מיט די ווייב און קינדער.


איך בעט דיר זייער, דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו ביסט גבאי ביים הייליגן רבינ'ס בית המדרש דארפסטו זען אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש, אן קיין נייע זאכן; איך האב נישט געבויט דעם שטעטל אז מען זאל אפטרעטן פון אונזער וועג, עס איז דא גענוג און נאך געגנטער וואו מענטשן ציען זיך אוועק, זיי ווילן אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן וועג; אונזער שטעטל איז פונקט פארקערט, מיר ציען זיך אוועק פון שטאט ווייל מיר ווילן אויסדריקליך בלייבן מיט מסורת אבותינו ורבותינו, חס ולשום אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן איד, חס ושלום משנה זיין פון דרך התורה.


איך האב שוין געשריבן פאר אינגעלייט וועלכע קומען אין שול אן שטריימל און בעקיטשע, פארוואס זיי ווארפן אראפ פון זיך די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט; איך מוז דיר זאגן, אויב דאס איז די מטרה פון גיין אין שטעטל, מען זאל קענען אראפ ווארפן מנהגים פון די עלטערן - זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם גאנצן שטעטל; מיין גאנצע כוונה מיט'ן שטעטל איז נאר וואס דער רבי האט אונז דערציילט אינעם מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג) וואס דער חכם האט געטון ווען ער האט געזען ווי דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס - האט ער צאמגערופן זיין משפחה און געזאגט: "איר זעט דאך אז דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס און האט געמאכט די גאנצע לאנד פאר אפיקורסים און א טייל פון אונזער משפחה זענען שוין אויך אפיקורסים, בכן לאמיר זיך אוועק לאזן אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן ביי אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא".

#3 - די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם
בית המדרש, אחדות, ארץ ישראל, שטעטל, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת וואס איך האב ווען איך באקום נאכאנאנד הערליכע גריסן אויף אונזער שול היכל הקודש אין ירושלים; בפרט יעצט נאך יום טוב סוכות האב איך באקומען גאר אסאך גוטע גריסן אויף אונזער שול, היכל הקודש ירושלים. בעיקר אז עס הערשט דארט א גרויסע אחדות, מען האט זיך ליב און מען קוקט שיין איינער אויפ'ן צווייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך ווייטער האלטן אינאיינעם; בפרט די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם. איך האב ממנה געווען דריי גבאים, דארפט איר ארבעטן אינאיינעם; אויב איז דא חילוקי דעות דארף מען גיין נאך רוב, און אויב איר ווילט קענט איר מיר פרעגן, און אז איר וועט וועלן אננעמען מיין דעה וועל איך אייך זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיר בויען יעצט א שטעטל אין אמעריקע; עס איז דא זייער אסאך ארבעט אין דעם, האב איך ממנה געווען אפאר אינגעלייט זאלן זיין גבאים, און ווען עס איז דא חילוקי דעות און זיי קענען זיך נישט אויסקומען, פרעגן זיי מיר וואס מיין דעה איז, ביז מען קומט זיך דורך. אזוי זאלט איר טון, איר דארפט זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן און אינאיינעם מחליט זיין.


ביז דערווייל לאזט מען נאך נישט אריין קומען אין ארץ ישראל, איך ווארט משיח זאל קומען און אונז אלע אהין נעמען מיט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש "היכל הקודש"
תפילה והתבודדות, בית המדרש, מועדים וזמנים, מנהגים, תעניתים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א גבאי אין רבינ'ס שול; שטעל זיך פאר דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן אליינס, וואלסטו דאך דאס געטון מיט שמחה און זריזות; אז דו ביסט א גבאי אין רבינ'ס שול ביסטו משמש דעם רבי'ן אליינס.


בנוגע די געלט פון פדיון נפש; איך וועל שיקן א שליח צו נעמען דאס געלט.


בנוגע ארויסדינגען דעם בית המדרש וכו'; דאס ווענדט זיך אין אייך, אויב דאס שטערט נישט און עס איז אייך נישט שווער - קענט איר דאס טון, אויף דעם דארפט איר מחליט זיין.


בנוגע ווארטן אויף זמן רבינו תם; אז איר פאררופט זיך 'תלמידי היכל הקודש' דארפט איר האלטן זמן רבינו תם אן קיין דריידלעך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געשטאנען אויף דעם זייער שארף. איר דארפט נישט ווארטן מיט מעריב אויף זמן רבינו תם, איר קענט שוין דאווענען מעריב פאר'ן זמן, אבער הבדלה און א מלאכה טאר מען נישט טון פאר'ן זמן.


אנדערע פאסט טעג קענט איר אויספאסטן פריער, ווייל ביי א דרבנן קען מען מקיל זיין און זיך פארלאזן אויף אנדערע שיטות. אבער ווען עס קומט שבת און יום כיפור איז נישטא קיין פשרות ביי דעם.


בנוגע די בעלי תפילות; איר זאלט נעמען די וואס דאווענען שיין, הארציג און נישט איילעדיג.


א גמר חתימה טובה.

#1 - ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער שבת אין שול
בית המדרש, חינוך הילדים, מדות טובות, שבת קודש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז זייער א חשוב'ער אמט און אויך אן אחריות'דיגע. פון איין זייט דארף מען זיין זייער צוגעלאזן צו יעדן איינעם, מען דארף שיין רעדן צו יעדן איינעם און פון די אנדערע זייט דארף זיין סדר, מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מושב לצים אדער א בית משוגעים; א גבאי דארף קענען גיין צווישן די טראפן, זיין בייגעדיג ווען מען דארף און אין די זעלבע צייט זיין אייזן שטארק כדי עס זאל זיין סדר.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיין צוגעלאזן צו יעדן איינעם; רעד שיין צו יעדן איינעם. בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין, די שול זאל זיין א ליכטיגער ווינקל פאר גאנץ ירושלים און פאר די גאנצע וועלט און אין די זעלבע צייט זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין הפקרות, דער שול זאל זיין אפן דורכאויס די שעות וואס מען לערנט און מען דאווענט און אין די אנדערע צייטן זאל עס זיין פארשלאסן.


בנוגע ווי אזוי מען זאל מסדר זיין די קינדער ביים דאווענען; עס פעלט נישט אויס די קינדער זאלן זיצן אינאיינעם ביים דאווענען. לאז די עלטערן טון די ארבעט, די עלטערן וואס ביי זיי איז חשוב חינוך הבנים וועלן האלטן די קינדער נעבן זיך ביים דאווענען לויט די עלטער; קליינע קינדער האלט מען ביז נאך שחרית, נאכן קושן די ספר תורה, און אביסל עלטערע רופט מען אריין צו כתר, און נאך עלטערע דארפן שוין דאווענען אויך מוסף.


ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן וואס גייט ארום ביים דאווענען, ער געבט פאר די קינדער וואס זיצן נעבן די עלטערן טיקעטס און יעדע מוצאי שבת מברכים מאכט מען גורלות אויף פרסים, דאס מאכט אז די קינדער זאלן וועלן זיצן אין שול און דאווענען.


ביי שלש סעודות איז יא כדאי צו מאכן א טיש פאר די קינדער און זינגען צוזאמען מיט זיי די זמירות; מען דארף נעמען א טויגליכער אינגערמאן, איינער וואס פארשטייט צו קינדער, איינער וואס קען מאכן די קינדער זינגען און מיט האלטן. נישט געצווינגענערהייט, נאר מיט א טעם און א געשמאק אז זיי זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן וועלן קומען אין שול.


אויך קען מען מאכן מיט זיי א חברת תהילים.


אז מען ארבעט מיט די קינדער יונגערהייט איז די ארבעט גרינגער אין די שפעטערע יארן.


נאך איין זאך איז וויכטיג עס זאל זיין, איינער פון די גבאים זאלן האלטן אן אויג ביים דאווענען וואס טוט זיך אין חצר און וואס טוט זיך אין ווייבער שול (ווען די ווייבער זענען נישט דארט) מיט די קינדער וואס די עלטערן לאזן זיי שפילן אינדרויסן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.