בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווארט נישט ביז דו וועסט ווערן מסודר
לימוד התורה, היטן די צייט, זומער, תכלית, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים שיחיו, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה; שטופט נישט אפ די שיעורים אויף שפעטער, אויף מארגן וכדומה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל זיך מסדר זיין וועל איך לערנען', ווייל "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", עס קען זיין אז דו וועסט אייביג בלייבן נישט מסודר; עס זענען פארהאן מענטשן וואס קענען זיך נישט מסדר זיין, שטענדיג האבן זיי וואס צו ערלעדיגן און עס גייט אריבער דער טאג, עס גייט אריבער דער וואך, דער יאר און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן אן קיין תורה, אן גארנישט.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "אויבן אין הימל שרייען די נשמות 'מיר זענען הונגעריג, מיר דארפן עסן; מיר זענען דארשטיג, געבטס אונז צו טרינקען', און ווען מ'וויל זיי געבן עסן און טרינקען זאגן זיי, 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן עסן און טרינקען פון תורה און עבודת ה'', אזוי אויך זענען דא נשמות וואס זענען נאקעט, זיי שרייען און בעטן זיך: 'מיר זענען נאקעט, געבטס אונז קליידער מיט וואס זיך צוצודעקן', און ווען מ'וויל זיי געבן קליידער אנצוטון זאגן זיי 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן מצוות און מעשים טובים", און דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


איך מוז מקצר זיין, איך בין יעצט זייער טרוד; מיר דארף מסדר זיין צווישן די בערג א פלאץ פאר די בחורים, אינגלעך און מיידלעך, מיר קענען נישט זיין אין שטאט. ביי אונז איז זייער שווער אין שטאט זומער, די גוים זענען זייער געמיין, זיי גייען אויסגעטון ווי די חיות, עס פלאקערט א פייער אין גאס; מיר ציען זיך אוועק פון שטאט פאר די זומער וואכן צו זיין אביסל צווישן די בערג, צווישן די גראז און ביימער צו קענען דינען דעם אייבערשטן ריינערהייט.


איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי צו שיקן די בריוו, דאך האב איך זיך זייער אנגעשטרענגט צו קענען שיקן דעם קליינעם בריוו פאר אייך ווייל איך האב ענק זייער ליב; איך זע ענקער שטארקייט, ענקער אחדות און ענקער ווילן. איך וועל אייך נאך שרייבן מער במשך די זומער וואכן.


איין זאך בעט איך ענק טייערע ברידער פון ירושלים, גייט נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם; אז איר הערט ווי מען שפעט פון רבי'ן, פונעם רבינ'ס תלמידים - זאלט איר שווייגן, אונזער זאך איז נישט קיין וויכוחים, אונזער זאך איז נישט נצחון; מיר דארפן נישט פארענטפערן דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט טענה'ען מיט יעדן פארעך, מיר דארפן זיך נאר מחי' זיין מיט דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא רבי.


אז איר כאפט זיך אריבער מתפלל זיין ביי מקומות הקדושים זאלט איר בעטן פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן זיינע עצות אין די וועלט.


א פרייליכן שבת.