בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה
בחור, קברי צדיקים, סיום הש"ס, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, בית שמש.


דיין טאטע נרו יאיר האט מיר געשריבן די פרייליכע נייעס אז דו גייסט די וואך שבת ענדיגן גאנץ ש"ס און לכבוד די גרויסע שמחה האט דיין טאטע נרו יאיר גענומען די גאנצע משפחה קיין מירון צום הייליגן תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה; א יונגער בחור ווי דיר זאל זיך אזוי שטארק באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די אלע תנאים און אמוראים זאלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן און דו זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע גמרא דיין גאנץ לעבן.


איך בעט דיר א קליינע טובה; בעט פאר מיר ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, מיין נאמען איז יואל און מיין מאמעס נאמען איז ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט די ישיבה און מיט די גאנצע מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#3 - נאכ'ן לערנען זאלסטו העלפן רייניגן די שול
לימוד התורה, קינדער, ריינקייט, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיין מלמד גוטע גריסן אויף דיר; ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי שיין דו פירסט זיך, דו מאכסט מיר אזויפיל נחת מיט דעם.


יעצט איז דיינע בעסטע יארן; זאלסטו אויסנוצן די טעג מיט לערנען און דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


ווען מען ענדיגט לערנען זאלסטו העלפן רייניגן די שול, דו מיט דיינע חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - האסט געענדיגט ש"ס, הויב אן א מסכתא 101 מאל
לימוד התורה, בחור, בית המדרש, כיבוד אב ואם, סיום הש"ס, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס; דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און דו נוצט אויס דיינע שיינע יונגע יארן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


יעצט זאלסטו נעמען איין מסכתא און דאס איבערגיין איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, הונדערט און איין מאל, און ווען דו ענדיגסט דאס טון מיט איין מסכתא זאלסטו נעמען נאך א מסכתא, ביז דו וועסט לערנען און חזר'ן גאנץ ש"ס הונדערט און איין מאל.


וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - דערצייל דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך.


זיי מכבד דיינע עלטערן; העלף דיין טאטע מיט'ן מסדר זיין דעם בית המדרש. עס איז א גרויסע זכות צו זיין א געטרייער משמש פאר'ן רבינ'ס בית המדרש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען די הייליגע תורה
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אנטווערפן.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו לאזט מיר איבער א מעסעדזש וויפיל דו לערנסט.


זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין התמדת התורה; נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען די הייליגע תורה, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


וואס דו דארפסט - בעט דעם אייבערשטן, רעדט צו אים אויף אידיש, אויף דיין מאמע לשון - וועסטו זען גרויסע ניסים.


יעדעס מאל דו מאכסט א סיום מסכתא זאלסטו מיר רופן, און אז איך הייב נישט אויף - זאלסטו איבער לאזן א מעסעדזש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.