בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - אנערקענען וואס מ'באקומט
תודה והודאה, מוסדות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געב איבער פאר דיין ווייב תחי' אז איך האב ערהאלטן איר לאנגע בריוו.


איך האב זיך זייער געפריידט צו ליינען דעם בריוו, אויך האב איך דאס געוויזן פאר מיין ווייב תחי'.


בדרך כלל קומען נאר אן בריוון פון פראבלעמען וכו', דערפאר אז עס איז אנגעקומען א בריוו מיט אזויפיל דאנק און לויב אויף יעדע פרט פון ענקער לעבן; אנגעהויבן מיט ענקער שלום בית, אויף די חדר וואו מען האט אייך פשוט געראטעוועט אייערע אינגלעך און אויף די סקול וואו איר האט אזא נס אז אייער טאכטער איז אין א פלאץ וואו מען קוקט אויף איר ווי א געזונט קינד און איר זענט ניצול געווארן פון די בלוטיגע טערעפי הענט. נאכדעם וואס פאר איר האט אריינגעלייגט אייער טאכטער ביי אונז אין מוסד האט מען אייך געזאגט אז איר ביידע מיט אייער קינד - אלע דארפט איר גיין זיך היילן ביי טערעפי, און יעצט זענט איר געקומען צום גרעסטן דאקטער - דער הייליגער רבי - וואס האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; און אזוי ווייטער די פילע דאנק ווערטער אויף יעדע איינצלהייט וואס איר האט דא באקומען, האב איך געוויזן דעם בריוו פאר מיין ווייב כדי זי זאל זען אז עס זענען נאך דא מענטשן וואס אנערקענען אונזער שווערע ארבעט.


אפילו די וואס ווייסן און אנערקענען וואס מען באקומט דא ווייסן אויך נישט אלעס וואס מען באקומט פון רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "אזוי ווי די וואס קריגן אויף מיר ווייסן נישט פון מיר, אזוי אויך די וואס זענען מקורב צו מיר ווייסן אויך נישט פון מיר וכו'"; אזוי אויך ווייסט קיינער נישט וואס מיר גייען אריבער טאג נאך טאג זייט מיר האבן געעפנט די ישיבה, חדר און מיידל סקול וכו' וכו'; דעריבער האבן מיר הנאה ווען מען אנערקענט וואס מען באקומט דא.


שטארק זיך ווייטער אין הפצה; אונזער גאנצע קאפ דארף שטענדיג לויפן מיט די מחשבה: 'וואס נאך קען איך טון אז נאך אידישע קינדער זאלן וויסן פונעם אייבערשטן?' קוק נישט אויף קיינעם, טראכט נאר פון דער וואס האט זיך פאר דיר מוסר נפש געווען און געגאנגען הפצה מיט מסירות נפש אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ווי אזוי ארבעט מען אויף שלעכטע מדות?
מדות טובות, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' שמואל אייזיק זכרונו לברכה; אמאל האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


וויסן זאלט איר אז יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן. דאס וואס א מענטש מיינט שטענדיג אז אלעס קומט זיך אים, און אז ער איז אייביג גערעכט דאס קומט פון די בלוט וואס מען האט נאך נישט אויסגעארבעט. אויף דעם האט אונז דער רבי געגעבן אן עצה פון "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ פארן אייבערשטן, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק עס באדערט אים אז ער האט די נישט גוטע מידה וכו' וכו', נאר דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען אויסארבעטן א מידה. למשל אז א מענטש איז געשלאגן מיט די מידה פון כעס, ממש געפערליך, ער רעגט זיך אויף און ער פארלירט זיך וכו' איז נאכדעם ווען ער קומט צו זיך, ער כאפט זיך וואס ער האט געטון דארף ער דאס אויסרעדן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז פאר'ן קריג זענען אנגעקומען בחורים פון פוילן קיין אומאן און ווען די קריג האט אויסגעבראכן זענען זיי שטעקן געבליבן אין אומאן, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט וואו צו וואוינען האבן זיי זיך מסדר געווען אינעם קלויז. דער שמש האט דאס נישט ליב געהאט און ער פלעגט זיי ארויסטרייבן און שרייען אויף זיי: "גייט אייך פון דאנעט!" שפעטער פלעגט מען הערן ווי ער וויינט ביים רבינ'ס ציון: "רבונו של עולם, וואס וויל איך פון די בחורים? וואס שריי איך אויף די בחורים? זיי האבן דאך נישט קיין שטוב, זיי זענען דא פארווארפן", נאכדעם האט מען געמיינט און מען איז געווען זיכער אז דער שמש וועט מער נישט שרייען אויף זיי, אבער אביסל שפעטער האט זיך דאס איבער גע'חזר'ט נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט זיך גערעגט אויף זיי און נאכדעם געמאכט התבודדות פארוואס ער רעגט זיך, האט מוהרא"ש געזאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד, אפילו ער פארלירט זיך נאכאמאל און נאכמאל גייט ער אלץ צוריק צום אייבערשטן און בעט דער אייבערשטן 'העלף מיר באשעפער איך זאל זיך נישט אויפרעגן'".


דאס איז די עצה פאר שלעכטע מידות, דאס צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אין אנהייב איז דאס זייער שווער ווייל דער מענטש וויל זיך נישט זען אין שפיגל ווי אזוי ער איז נאקעט וכו', עס איז גרינגער אוועק צו דרייען דעם שמועס אויף סתם תפילות ובקשות, דעריבער וועט דאס זיין שווער אויס צו דערציילן. אבער אז מען ברעכט דאס דורך, מען טוט זיך אויס פארן אייבערשטן און מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלע שלעכטע מחשבות און שלעכטע נאטורן, יעדן טאג נעמט מען אפאר מינוט און מען בעט דעם אייבערשטן: "וואס וועט זיין מיט מיר? איך האב די שלעכטע מידה און דאס האב איך געטון צוליב דאס", ווערט דאס בעסער, און מיט די צייט ארבעט מען אינגאנצן אויס די מידות.


דאס האט דער רבי געזאגט פאר ר' שמואל אייזיק: "שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


איך האב הנאה יעדעס מאל איר שרייבט מיר.

#13 - זיי פארנומען מיט דיר, נישט צו פאררעכטן די וועלט
מדות טובות, דרייוון, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


מי שגמלך כל טוב היא יגמלך כל טוב סלה.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די נס וואס ער האט דיר געמאכט אז דו ביסט געראטעוועט געווארן פון דעם עקסידענט און זיי אויף זיך מקבל נישט צו טון קיין סכנה'דיגע זאכן; נאך אביסל וועסטו אם ירצה ה' טרעפן דיין זיווג.


איך האף אז דו וועסט מיר פאלגן און נישט מאכן קיין לייסענס צו דרייוון א מאטאר-סייקל; מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. דאס איז א גרויסע סכנה און עס לוינט נישט צו איינשטעלן דאס לעבן פאר די קליינע תאוה'לע.


בנוגע דיין מומע וכו'; דו שטיי אין דער זייט און מיש זיך נישט אריין. איך בעט דיר ברחמים זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד. אפילו יענער איז נישט גערעכט, ער וויל נישט געבן קיין גט און ער האט אריין גענארט דיין מומע וכו' וכו', זאלסטו נישט טון קיין ווילדע זאכן. ווער רעדט נאך אין דעם פאל ווען דאס האט בכלל נישט מיט דיר - זאלסטו זיכער גארנישט טון. אז דו ווילסט העלפן דיין מומע תחי' זאלסטו בעטן פאר איר און פאר אלע אידישע קינדער אז קיינער זאל נישט וויסן פון קיין צער און עגמת נפש.


דו האסט דאך שוין טועם געווען פון די אונגארישע וויין נאכדעם וואס דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דארפסטו נעמען די שכל פון רבי'ן נישט צו זיין פארנומען צו פאררעכטן די וועלט נאר אריין כאפן תורה מצוות ומעשים טובים. נוץ אויס דיינע בחור'ישע יארן מיט לימוד התורה; זע צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא ביז דו וועסט זוכה זיין צו קומען צו ישוב הדעת, צו וויסן אז מיר זענען נישט דא פאר צו לאנג, מיר זענען נאר דא אזוי ווי געסט - וואס באלד קערן מיר זיך שוין צוריק אהיים צום אייבערשטן, איז דאך א שאד צו זיין פארנומען מיט נארישקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#12 - אויב מען שיקט אוועק א מיידל פון א געים, זאלן אלע אוועק גיין פון די געים
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות, בושה, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד שיין צו דיין חבר'טע, זאג איר אז אויב זי לאזט נישט אנדערע מיידלעך שפילן מיט אייך וועסטו אויך נישט שפילן מיט איר. שעם זיך נישט ווען עס קומט זיך אנצונעמען פאר די מיידלעך וואס מען שיקט זיי אוועק פון א געים און געב דאס איבער פאר אלע מיידלעך: "אויב מען שיקט אוועק א מיידל פון א געים זאלן אלע אוועק גיין פון די געים", איר זאלט נאר שפילן מיט מיידלעך וואס גרויסן זיך נישט אויף אנדערע.


דאס אז דו שעמסט זיך וכו'; בושה איז זייער א גוטע מידה. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בושה, סימן ל): "מִי שֶׁאֵין לוֹ בּוּשָׁה, בְּיָדוּעַ שֶׁלֹּא עָמְדוּ רַגְלֵי אֲבוֹתָיו עַל הַר-סִינַי", בושה איז א סימן פון א איד; עס זענען דא צייטן ווען מען דארף אוועק לייגן די מידה פון בושה און זיין פעלזן פעסט מיט וואס מען טוט. ווען עס קומט צו אידישקייט, צו גיין אנגעטון בצניעות און אלע לאכן, דעמאלט דארף מען האבן עזות דקדושה אין זיך נישט צו ווערן איבערגערעדט פון די וואס לאכן, אזוי אויך ווען איינע פון די מיידלעך טשעפעט א צווייטן דארף מען לייגן די בושה אין דער זייט כדי זיך נישט נאכצושלעפן נאך די וואס פירט, הייסט און טשעפעט וכו', נאר טון וואס איז ריכטיג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג דו זאלסט זיין שטארק מיט דיין אידישקייט און זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם.

#11 - א טובה פאר א איד, זיך היטן פון שלעכטע גוים
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האלסט מיט די לימודים אין סקול, דו שרייבסט מיר אז מען האט געלערנט די וואך וועגן דאס גרויסקייט פון טון א טובה פאר א צווייטע איד, אז דאס איז גרעסער פון קבלת פני השכינה; דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן: צו טון א טובה פאר א צווייטן איד.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און עס גייט אריבער אויף איר וואס עס גייט אריבער, אבער אלעס לוינט זיך אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן איד".


גיי נישט מער אין די געשעפט וואו די גוים רעדן צו דיר און שמייכלען צו דיר רחמנא לצלן; וויסן זאלסטו אז מען דארף אוועק שטיין פון גוים, בפרט די ביליגע גוים וואס ארבעטן אין די גראסעריס, זיי זענען זייער געמיינע מענטשן און זוכן ווי זיי קענען פארכאפן א מיידל; קודם רעדט ער שיינע ווערטער און נאכדעם וועט ער דיר הרג'נען. זאלסט זיין אפן מיט דיין מאמע תחי', ווען זי הייסט דיר גיין אין די גראסערי וואו דער גוי שמייכלט און רעדט צו דיר אויף די שפראך וואס דו פארשטייסט, זאלסטו זאגן: "מאמע איך קען נישט גיין דארט ווייל גוים זוכן מיר צו טשעפען".


זיי אפן מיט דיין טיטשער מרת ... תחי'; זי וועט דיר העלפן דו זאלסט זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


איך פריי מיר זייער אז דו זאגסט תהילים; נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


 

#10 - א נחת אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר צו הערן פון דיינע טיטשערס אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; ביים רבי'ן איז געווען א יסוד "דרך ארץ", דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; אז א מיידל פירט זיך אויף מיט דרך ארץ אין שטוב צו די עלטערן און אין שולע צו די טיטשערס – איז זי א ריכטיגע תלמידה פון בית פיגא און דאס הייסט א תלמידה פון היכל הקודש.


רעד נאר מיט מיידלעך וואס רעדן שיינע און איידעלע זאכן; אויב א חבר'טע רעדט פון נישט איידעלע זאכן זאלסט זוכן אן אנדערע פרענד.


זאג אביסל תהילים יעדן טאג ווייל אין ספר תהילים ליגן אלע ישועות.

#9 - מזל טוב צום יום הולדת
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אונזער טייערער ... הי"ו


היינט איז א גרויסע טאג פאר דיר, עס איז היינט דיין "יום הולדת"; דיין זיבעציגסטער יום הולדת.


זאל דיר אנקעגן קומען דיינע מעשים טובים פון אלע דיינע יארן, ווי דו ביסט זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער, בפרט וואס דו ביסט עוסק אין די מצוה פון "פדיון שבוים", דו לייזט אויס יעדן טאג אידישע קינדער פון תפיסה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פדיון שבוים, סימן ז): "מִי שֶׁמְּרַחֵם עַל הַשְׁבוּיִם", ווער עס האט רחמנות אויף מענטשן וואס זיצן אין תפיסה, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַצִּילוֹ מִמִּיתָה", וועט אים דער אייבערשטער אפהיטן פון שטארבן; זאלסטו טאקע זוכה צו לעבן נאך לאנגע געזונטע יארן מיט דיין ווייב תחי'.


נאך זאגט דער רבי (שם, חלק ב', סימן ט): "הִשְׁתַּדְּלוּת בְּפִדְיוֹן שְׁבוּיִם מְסֻגָּל לְהוֹלָדָּה", דורך פדיון שבויים האט מען קינדער.


זאל דיר אקעגן קומען די זכותים אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצוציען קינדער מיט דיין טייערער ווייב תחי' און זען נחת פון זיי.

#8 - ווי אזוי מ'פירט זיך צו יענעם, אזוי פירט מען זיך צו אים
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער פון דיינע טיטשערס זייער שיינע זאכן אויף דיר; זיי זאגן אז דיין דרך ארץ איז צום באוואונדערן, אויך געבסטו אכטונג אויף די געפילן פון א צווייטן אז קיינער זאל נישט ווערן באליידיגט דורך דיר, מדה כנגד מדה וועט דער אייבערשטער אכטונג געבן אויף דיר אז דו זאלסט נישט באליידיגט ווערן.


מוהרא"ש האט דערציילט א מעשה, אמאל איז געווען א איד וואס פלעגט יעדע וואך געבן געלט פארן הייליגן צדיק רבי ר' זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו. דער איד האט זייער שטארק מצליח געווען אין זיינע געשעפטן, איינמאל איז ער געקומען צום הייליגן רבי ר' זושא ברענגען געלט אזוי ווי זיין מנהג איז געווען, אבער נאר די רעבעצין איז געווען אין שטוב, זי האט אים געזאגט אז רבי ר' זושא איז נישט אין שטוב ווייל ער איז געפארן צו זיין רבי'ן. ווען דער איד האט דאס געהערט איז ער געבליבן שטיין פארוואונדערט, ער האט געטראכט צו זיך: 'איך האב געמיינט אז ער אליינס איז א רבי, יעצט הער איך אז ער האט א רבי...' האט זיך דער איד געמאכט אזא חשבון: 'מה-דאך ווען איך האב געברענגט געלט פאר ר' זושא וואס ער איז נישט קיין רבי האב איך זייער שיין מצליח געווען, איז דאך זיכער אז אויב איך וועל פון היינט און ווייטער טראגן דאס געלט פאר דעם רבי'ן פון רבי זושא וועל איך זיכער ווערן א גרויסער עושר'. דער איד האט געפרעגט די רעביצין ווער עס איז דער רבי פון ר' זושא, האט זי אים געזאגט אז זיין רבי איז דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו. דער איד האט זינט דעמאלט אויפגעהערט ברענגען געלט פאר דעם הייליגן רבי זושא זי"ע, ער האט געטראגן דאס געלט גלייך קיין מעזריטש צום הייליגן מגיד, אבער פון דעמאלט אן האט זיך דאס רעדל געגעבן א דריי און ער איז ער אלץ געגאנגען מטה מטה.


דער איד האט נישט געקענט פארשטיין וואס עס גייט דא פאר, פארוואס פארלירט ער זיין געלט... האט ער מחליט געווען צו גיין פרעגן דעם הייליגן רבי ר' זושא אליינס. האט אים דער הייליגער רבי ר' זושא געענטפערט: די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ט.): "בַּמִּדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִים לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך דא אויף דער וועלט אזוי פירט מען זיך מיט אים פון הימל; ווילאנג דו האסט מיר געברענגט געלט און דו האסט נישט געזוכט צו געבן דוקא פארן גרעסטן צדיק האט מען פון הימל אויך נישט נאכגעקוקט ווער דו ביסט; צי דו ביסט א גרויסער צדיק. אבער ווען דו האסט מיר אויפגעהערט צו ברענגען געלט ווייל דו האסט געזוכט צו געבן נאר פארן גרעסטן צדיק, האט מען אין הימל אנגעפאנגען קוקן אויף דיר מיט א פארגרעסערונג גלאז צי דו ביסט יא ווערד מען זאל דיר געבן געלט..." הערנדיג די פארכטיגע ווערטער האט זיך דער איד אונטער גענומען ווייטער צו ברענגען געלט פארן רבי'ן רבי זושא זי"ע, און פון דעמאלט אן האט ער ווייטער מצליח געווען.


זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש געבט אכטונג אויף א צווייטן איד וועט מען פון הימל אים אפהיטן. דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך חבר'ן מיט אלע מיידלעך, בפרט מיט די מיידלעך וואס קיינער וויל נישט זיין זייער חבר'טע, וועט דער אייבערשטער דיר אפהיטן פון הימל.


זאלסט האבן א געזונטן זוממער.

#7 - פאררעכטן נאר זיך אליין
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב געליינט דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מיר טוט דאס נאך אסאך מער וויי; ווי קען א קינד זיך אזוי אויפפירן צו אייגענע טאטע מאמע?! וויי און ביטער איז פאר א קינד וואס פירט זיך מיט עזות צו די עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנָּם", אן עזות פנים וועט האבן דעם גיהנום אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


נעם דיר נישט צום הארצן ווי אזוי דיין שוועסטער פירט זיך וכו', קוק נאר אויף דיר; דו זיי מכבד דיינע עלטערן מיטן גרעסטן מאס כבוד. דיינע עלטערן זענען טייערע מענטשן, זיי זענען גרויסע בעלי חסד, זיי העלפן אלעמען; אויך מיר העלפן זיי זייער געטריי.


מיר קענען נישט פאררעכטן די וועלט, מיר קענען בלויז זיך אליינס פאררעכטן - אזוי וועט די וועלט פארראכטן ווערן. אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט סוף ימיו: "אין מיינע יונגע יארן האב איך געמיינט אז איך וועל פאררעכטן די וועלט, שפעטער האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן די גאנצע וועלט האב איך געטראכט 'כאטשיג מיין שטאט וועל איך פאררעכטן', שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן מיין שטאט, האב איך געטראכט 'איך וועל פאררעכטן מיין משפחה', אבער ווען איך בין נאך מער עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט קיינעם פאררעכטן, איך וועל פרובירן מיך אליינס צו מתקן זיין".


דיין מאמע'ס הארץ איז געלעכערט פון ווייטאג, זאלסטו זען אנצופילן די לאך פון דיין מאמע'ס הארץ; זע צו רעדן מיט דרך ארץ, אפילו מען שרייט אויף דיר ענטפער נישט צוריק.


אז דו וועסט זיך שיין אויפפירן וועט זי האבן נחת פון דיר, און דו וועסט זיך איינקויפן עולם הבא.


זאג נישט גארנישט פאר דיין שוועסטער; בעט דעם אייבערשטן אז עס זאל שוין אראפ קומען א רוח טהרה פון אויבן, אליהו הנביא זאל קומען שלום מאכן צווישן קינדער און עלטערן, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כד): "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים, וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם", במהרה בימינו.

#6 - דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך, דאנקען דעם אייבערשטן פאר די עסן
תודה והודאה, מדות טובות

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן גוטע גריסן אויף אייך פון אייערע לערערינס, זיי געבן מיר איבער אז איר פירט זיך אויף מיט דרך ארץ.


וויסן זאלט איר אז דרך ארץ איז דער וויכטיגסטער זאך ביי אידישע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות, בפרט ביי דעם הייליגן רבי איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך ווייטער אויפפירן מיט דרך ארץ און איר זאלט פאלגן אייערע לערערינס, אזוי וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט זיין באליבט ביי אלעמען.


ווען איר עסט זאלט איר זען צו מאכן א פאר ברכה און א נאך ברכה, אויך זאלט איר דאנקען אויף אידיש אויף יעדע עסן וואס איר האט געגעסן; זאגט "שכוח אייבערשטער פאר די און די עסן".


דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רלז): "ווען איך בין געווען א קליין קינד פלעג איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס איך האב געגעסן, איך האב מיר נישט באגנוגט מיט ברכת המזון"; אזוי זאלט איר טון יעדעס מאל איר עסט אדער טרינקט, געדענקט צו מאכן א פאר ברכה און א נאך ברכה און נאכדעם זאגט אין אידיש: "שכוח אייבערשטער פאר ..."


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - טראכט נישט פון יענעם
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די געלט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): "מִי שֶׁרוֹצֶה כָּבוֹד הוּא שׁוֹטֶה", ווער עס וויל כבוד איז א שוטה. דער רבי ברענגט דארט א משל, אז אמאל איז געווען א גענעראל וואס האט געשיקט זיין אויפזעהער צו איינע פון זיינע שטעטלעך זיך אומקוקן דארט, ווען דער אויפזעהער איז אנגעקומען אהין האבן די מענטשן געמיינט אז ער איז גאר דער גענעראל, זיי האבן זיך געבוקט פאר אים און געפאלן צו זיינע פיס, מען האט אים גערופן מיט אלע שיינע טיטלען און אים אפגעגעבן דעם גרעסטן כבוד. ביז איינמאל איז דער גענעראל אליינס אהין געפארן און דער אויפזעהער איז אויך מיט געקומען פאר אים. דער גענעראל האט גערעדט מיטן אויפזעהער איבער געוויסע זאכן וואס דארפן ווערן ערלעדיגט, אינצווישן האט דער גענאראל גערופן איינע פון די שוטרים אים אויספרעגן אויף זאכן וכו', דער שוטר האט נישט געוואוסט ווער דער גענעראל איז, ער האט נאר געקענט דעם אויפזעהער, איז ער געפאלן צו די פיס פונעם פקיד און ווען דער גענעראל האט אים געפרעגט זיינע שאלות האט ער נישט געענטפערט פארן שר, ער האט נאר גערעדט צום אויפזעהער, זאגט דער רבי: "אֲזַי נִתְהַפְּכוּ פְּנֵי הַפָּקִיד כְּשׁוּלֵי קְדֵרָה, וְנִתְבַּיֵּשׁ מְאֹד", האט זיך דער אויפזעהער זייער פארשעמט, "כִּי אֵין בִּזָּיוֹן גָּדוֹל מִזֶּה, שֶׁבְּעֵינֵי הַשַֹּר נוֹתְנִים לוֹ כָּבוֹד הַזֶּה", ווייל עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון פארן פקיד אז מען געבט אים כבוד ווען ער שטייט פאר זיין האר - דער גרויסער שר, עיין שם.


ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ברורה ומזוככת, ער ווייסט און שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים - אזא מענטש ווערט נישט באליידיגט אויב מען האט אים יא מכבד געווען אדער מען האט אים נישט מכבד געווען, ווייל דער אייבערשטער איז דא, ער שעמט זיך פונעם אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז נישט דא גארנישט אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן.


בנוגע וואס דו טראכסט א גאנצן טאג וואס יענער טראכט פון דיר און דו הערסט נישט אויף איבער טראכטן צי מען האלט אז דו ביסט יא חשוב אדער נישט; קודם כל: 'ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן, ווער האט צייט צו זיין פארנומען מיט א צווייטן?' יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן, זיינע איבערגייאכץ מיט וואס ער דארף זיך דורך קומען און זיך אן עצה געבן וכו'; חוץ מזה, וואס האסטו מיט יענעם, וואס וועט שוין זיין אויב יענער וועט האלטן פון דיר? דער עיקר דארפן מיר זיין באוויליגט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, דער עיקר דארפסטו זען אז אויבן אין הימל זאלן מען האלטן פון דיר.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אסאך דערציילן די פאלגענדע מעשה. מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל, האט מען אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געזאגט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע אין די הגדה אז דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר, וואס דער רשע האלט פון מיר? אבער "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר"? ער ווייזט מיטן פינגער אויף ארויף, וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם), דערפאר וויינט ער: 'תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?' וואס זאגט מען אויבן אויף מיר; דער האלט איז איך בין א בטלן, דער האלט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם איך וויל זיין באוויליגט אין דיינע אויגן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז איינמאל איז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געגאנגען באזוכן א חולה. בשעת דער בעל שם הקדוש איז דארט געווען האט דער חולה אויסגעהויכט זיין נשמה און דער בעל שם טוב האט געשמייכלט. ווען דער בעל שם טוב איז ארויס פון דארט האבן אים די תלמידים געפרעגט פארוואס ער האט געשמייכלט, האט ער זיי געזאגט אז ווען עס איז געקומען די מינוט ווען דער חולה האט געדארפט נסתלק ווערן, האט ער זיך אויסגעדרייט זיין קאפ צום עולם צו ווייזן אז ער שטארבט מיט א שיינע מיתה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות קג:): "פָּנָיו כְּלַפֵּי הָעָם, סִימָן יָפֶה לוֹ" – אויב א מענטש שטארבט מיטן פנים אויסגעדרייט צום עולם, איז דאס א גוטע סימן, "כְּלַפֵּי הַכּוֹתֶל - סִימָן רַע לוֹ", – אויב שטארבט מען מיטן פנים אויסגעדרייט צום וואנט, איז דאס א שלעכטער סימן; דער מענטש דא וואס איז יעצט נפטר געווארן האט אין זיינע לעצטע רגעים אינזין געהאט אז דער עולם זאל זען אז ער שטארבט מיט א גוטע מיתה... דערפאר האב איך געלאכט, איך האב געזען אז א מענטש קען זיין אזוי נאריש, ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט, ער שטארבט אט אט און ער האט נאך אלץ אינזין כבוד; זעט מען ווי קליינקעפלדיג א מענטש איז ווען ער לעבט נישט מיט אמונה.


טייערער ליבער ברודער, נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; גיי אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דאס הארץ פארן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה, א ריינע אמונה און דו זאלסט שפירן ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר. איינמאל מען לעבט מיטן אייבערשטן אינטערעסירט שוין נישט וואס יענער זאגט, מען זוכט דער עיקר צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


בנוגע קינדער; איך האב דיר שוין געזאגט זאלסט ווארטן אביסל ביז דער אייבערשטער וועט העלפן אז דיין ווייב וועט צוריק קומען צו די כוחות. דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט לעכטיגע קינדער. שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן וְעֵת לְכָל חֵפֶץ תַּחַת הַשָּׁמָיִם", עס איז דא פאר יעדע זאך א צייט; יעצט איז א צייט וואס דו זאלסט זיך מחזק זיין מיט דיין ווייב, איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה, איר זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, און אז איר האט לעכטיגע קינדער קיין עין הרע.


דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט נאך קומען די צייט פון עֵת לָלֶדֶת וגו'; אבער רעד נישט יעצט מיט דיין ווייב וועגן קינדער וכו', לאז איר קומען צו אירע כוחות, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער און דיין ווייב זאל זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, רואיג און צופרידן.


א גרויסן יישר כח פאר די געלט וואס דו האסט מיר געשיקט אויף צרכי יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון אונזער מצרים, מיר זאלן לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דעמאלט וועלן מיר זיין גליקליך און צופרידן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#4 - חיזוק און הדרכה פאר די מיידלעך פון בית פיגא
תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע תלמידות פון בית פיגא תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


וויסן זאלט איר אז דער עיקר פון א מענטש איז זיינע מידות; אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה - לייג אים אין גיהנום. דעריבער בעט איך אייך זייער אלע תלמידות פון בית פיגא, איר זאלט זיך אויפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ; מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן יעדער איינער פון אייך א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די צייט.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן: איר זאלט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע מיידלעך, ווייל אז מען האט גוטע חבר'טעס איז דאס לעבן א גוט לעבן, אבער אויב חס ושלום מען חבר'ט זיך מיט נישט גוטע חבר'טעס וועט דאס אייך שטערן אייער לעבן.


מוהרא"ש זאגט: "וואס איז די סימן ווי אזוי מען קען וויסן ווער עס איז א גוטער חבר וכו'? אז מען קוקט וואס יענער רעדט"; אויב מען זעט א מיידל רעדן איידעלע זאכן איז זי א גוטע חבר'טע, אבער אויב זי רעדט נארישקייטן, זי רעדט זאכן וואס זענען נישט איידל, איז א סימן אז זי איז נישט ערליך, אפילו זי זעט אויס פון אינדרויסן וואויל. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז דאס א סימן אז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן"; דעריבער זאלט איר אוועק שטיין פון חבר'טעס וואס רעדן פון נישט איידעלע זאכן.


יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען מען האט רחמנא לצלן א צרה, עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף, ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן. דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס פארציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וועט איר האבן א גוט לעבן; איך האב געעפענט די סקול מיט גרויס פלאג און מיה, נאר אז מיר זאלן האבן ערליכע תלמידות, מיידלעך וואס לעבן מיט יראת שמים און גייען אנגעטון בצניעות. יעדן צופרי בין איך מתפלל פאר אלע קינדער - סיי פון חדר און סיי פון סקול - אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע שטובער. איך פארגיס אסאך טרערן אויף יעדן פון אייך באזונדער.


איך האף אז איר וועט אויסהערן וואס אייערע טיטשערס לערנען מיט אייך און איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א גוטן טאג.

#3 - ווי באשיידענער, אלץ בעסער
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין גרייט צו קומען צו ענק פאר א דרשה, נאר בתנאי אז דו ביסט מיר נישט מפרסם וכו'. אויב דו וועסט נישט מפרסם זיין אז איך קום, וועל איך בלי נדר קומען צו דיר מזמן לזמן.


גלייב מיר, יוֹתֵר מִמַּה שֶׁהָעֵגֶל רוֹצֶה לִינוֹק וכו'; אבער אז מען מאכט א פירסום קומט נישט ארויס קיין גוטס דערפון.


דו געדענקסט דאך אודאי וואס האט פאסירט מיט דיר וכו' יארן צוריק; וואס האט מוהרא"ש דעמאלט געזאגט? אז דאס האט פאסירט ווייל מען האט געמאכט א גרויסע פירסום מיטן הכנסת ספר תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא כי תשא, סימן לא): די ערשטע לוחות איז צעבראכן געווארן ווייל עס איז געגעבן געווארן מיט א רעש וכו'.


איך האף דו פארשטייסט וואס איך מיין, עס איז נישט כדאי זיך צו רייצן וכו'.


לאז מיר וויסן אויב דו ביסט גרייט אויף דעם, וועל איך אם ירצה ה' קומען נאך די וואך.

#2 - מקרב זיין צובראכענע און שוואכע
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האף אז איר זענט מקרב די מיידלעך וואס קיינער טראכט נישט פון זיי; למשל, ווען מען שמועסט זיך אפ מיט חבר'טעס צו גיין איינקויפן (שאפינג) וכדומה, דארפט איר האלטן קאפ צו רופן די מיידלעך וועם קיינער רופט נישט וכו'. אזוי אויך, ווען מען מאכט פארברענגענס, דארפט איר שטענדיג טראכטן פון די וואס קיינער טראכט נישט פון זיי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה ב, ב-ג): "ווען דוד המלך איז געווען א יונגער בחור איז ער געווען א פאסטוך, ער פלעגט שטענדיג אכטונג געבן אויף די שוואכע שעפעלעך און אויף די יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שאף וואס זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציינער און קענען נישט עסן פון אונטען נעבן דעם ווארצל וואו עס איז הארט, זיי האט ער קודם ארויסגענומען זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געפענט די טיר פאר די מיטעלע שאף וואס האבן שוין גרעסער ציינער זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה, נאכדעם האט ער ארויסגענומען די עלסטע שאף וואס האבן שוין גאר שארפע ציינער, זיי זאלן אויסרייסן ביז די ווארצלען; האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: 'דוד, דו האסט רחמנות אויף שעפעלעך, דו ביסט ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל', אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא): "מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ"".


זעט מען פון דעם אז מען דארף אכטונג געבן אויף די קליינע שוואכע מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס וכו', און אויב מען איז זיי מקרב, מען האט רחמנות אויף זיי, האט דער אייבערשטער א נחת רוח, און ער נעמט דעם מענטש זאל העלפן אידישע קינדער.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מיידלעך וויינען צאם שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט, ווייל זיי האבן נישט קיינעם פאר א חבר'טע. אסאך מאל שפילן זיי פון אינדרויסן כאילו זיי גייט גוט, אבער שטילערהייט זענען זיי זייער צעבראכן.


דערפאר בעט איך אייך, איר זאלט טראכטן פון די מיידלעך וואס קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט, אסאך מאל מיט איין גוט ווארט קען מען זיך איינקויפן עולם הבא.

#1 - נישט קרעכצן, נאר זיך פרייען מיט די גוטע זאכן
שמחה, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס וויינט איר אזוי סאך, וואס פעלט אייך אין לעבן? איר האט אזא שיינע משפחה, אזא טייערע טאטע און מאמע, אזא גוטע סקול. געלויבט דעם אייבערשטן אז איר קומט זיך אויס אין סקול מיט אייערע טיטשערס, איר האט אלעס אויף דער וועלט. איר זענט געזונט, עס פעלט אייך גארנישט, סאך הכל ווילט איר חתונה האבן, דאס וויל דאך יעדע געזונטע מיידל. דער אייבערשטער וועט אייך געבן אייער שידוך ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט, אבער ביז איר טרעפט אייער שידוך, דארפט איר זיין שטארק ביי זיך און ארום גיין מיט א שמייכל.


עס איז א נארמאלע זאך פאר א מיידל צו טראכטן א גאנצן טאג: 'איך וויל חתונה האבן'; עס איז א סימן אז מען איז געזונט און שטארק. זארגט נישט, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, איר וועט טרעפן א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט.


אנשטאט וויינען א גאנצן טאג, דארפט איר טאנצן פאר שמחה אז איר זענט געזונט און שטארק; טאנצט פאר שמחה אז איר האט א ווארעמע שטוב, עס זענען דא נעבעך מיידלעך אין אייער יארגאנג וואס האבן נישט אזעלכע ווארעמע עלטערן ווי איר האט, זייערע משפחות זענען צעבראכן וכו', זיי וויינען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער איר האט נישט אויף וואס צו וויינען, איר דארפט טאנצן פאר שמחה.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: 'קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און דאנקבאר, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים א גוטע לעבן".


איז דאך זיכער אז איר – וואס האט אלעס אויף דער וועלט - פארוואס זאלט איר וויינען א גאנצן טאג; פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט אז מען דארף זיין פרייליך א גאנצע טאג.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן א גוטע שידוך, פארציילט אים אז איר טראכט פון וכו', בעט אים אז איר ווילט חתונה האבן און האבן א שיינע לעבן.