בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#127 - א באזוך אין קרית יואל און אין קרית ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, מדות טובות, טעלעפאן, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, שמירת עינים, פירושים, שובבי"ם, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך נישט געווען אין ישיבה, איך בין געפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך אברהם שבתי נרו יאיר, די ברית איז געווען אין בית המדרש היכל הקודש - בית נתנאל. מיר האבן בטעות אריינגעלייגט די נאמען פון די גאס, אבער עס איז דא נאך א גאס וואס האט די נאמען אין א פארקערטע פלאץ, מיר זענען אנגעקומען שפעטער מיט א שעה. מיר האבן געדאווענט, און נאכן ברית ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון די גרויסקייט פון א ברית מילה, און אויך די גרויסקייט פון די טעג פון שובבי"ם וואס מיר אלע זענען עוסק זיך צו מל'ן, "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ" (דברים ל, ו); ווי אזוי קענען מיר אויפשטאפן אונזער הארץ? דורך תורה ותפילה, דורך לערנען יעדן טאג אביסל חומש איינגעטיילט אויף די וואך, און אויך משניות און גמרא; דאס איז מטהר דעם מענטש.


היינט איז מיר נישט גרינג צו פארן צו אלע שמחות, די קהילה וואקסט קיין עין הרע, יעדן טאג איז דא שמחות, אבער הכרת הטוב האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דערפאר בין איך געפארן, ווייל דער אינגערמאן, דער בעל הברית - האט מיר געהאלפן אין די שווערע צייטן ביים עפענען די ישיבה, ער האט געבויט די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אויך אלע יארן די קעמפס פאר די ישיבה, און בפרט יעצט מיטן בויען די שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי, ער העלפט מיר זייער שטארק; איז אלס הכרת הטוב בין איך געגאנגען צו זיין שמחה.


אויך בין איך געגאנגען צום חדר אין קרית יואל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי מקנא די קינדער, זיי וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס זיי האבן און וואס זיי שפארן איין. זיצט דארט מיט זיי צוויי דריי מלמדים, גאלדענע אינגעלייט, הערצער פון פוטער; ווי זיי רעדן צו די יונגע שעפעלעך, ווי זיי האבן סבלנות צו זיי - דאס קען מען נישט מסביר זיין.


איינער זאגט מיר: "איך שיק נישט אין חדר דא אין קרית יואל, עס איז נישט קיין חדר, עס האט נישט קיין פנים פון א חדר"; וואס זאל איך אים זאגן? וואס איז א חדר? א שיינע בנין? א גרויסע כתה? א חדר איז א מלמד מיט א ווייכע הארץ, מיט געדולד - זיצט מיט די קינדער און לייגט אריין אין זיי יראת שמים, לערנט מיט זיי תורה, דאס איז די חדר; אז דו ווילסט דאס אנטון מיט א שיינע בנין - קענסטו דאס טון, אבער נישט דאס איז קובע א חדר; וואס האט מען פון א שיינע אנטון ווען אינעווייניג איז פארפוילט השם ישמרינו...


איך געדענק יארן צוריק, מיין טאכטער איז געווען א קליינע מיידל, פלעגט זי אהיים קומען זאגן אז די שכנים שפעטן פון בית פיגא, מען לאכט פון איר אז זי איז א נעבעך, אז זי האט אין איר קלאס נאר זיבן מיידלעך. איך פלעג איר זאגן: "ווען מען פרעגט דיך וויפיל קינדער לערנען ביי דיר אין שולע, זאג 'איין מיידל, נאר איך מיט מיין לערערין'"; ווייל וואס איז א גוטע שולע? איז דאס געוואנדן וויפיל קינדער עס זענען דא? איז דאס געוואנדן אויב עס זעט אויס מעכטיג? א גוטע שולע איז א לערערין וואס פארשטייט דאס קינד, א לערערין וואס קלאפט נישט אראפ דאס קינד, וואס מאכט נישט דאס קינד פאר א מענטל-קעיס.


פון דארט בין איך געגאנגען צו בית פיגא אין מאנרא; אזוי געשמאק צו זען ווי עס זענען דא ווייבלעך פון אנשי שלומינו וואס לערנען מיט הארץ מיט די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק אין זיין א איד, א געשמאק אין זיך אנטון איידל.


פון דארט בין איך געפארן אין שטעטל, איך בין געגאנגען באזוכן אונזער בית הדפוס. דארט האט מען מיר געוויזן דעם נייעם קונטרס שפתי תפתח, א פירוש אויף לקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק די צווייטע תורה. איך האב זיך אזוי געפריידט דאס צו זען, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לקוטי מוהר"ן און קוקן אן דעם ספר ווי א מאמר סתום, וועלן זיי קענען אביסל טועם זיין פון הייליגן רבינ'ס עצות און ווערן נאנט צום אייבערשטן.


איך בין פון דארט געגאנגען צום חדר דאווענען מנחה מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער פון מוותר זיין. איך האב זיי דערציילט וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה:): "מעשה ברבי אליעזר שירד לפני התיבה ואמר כ"ד ברכות ולא נענה", עס איז געווען אמאל א טרוקעניש, מען האט געמאכט א תענית און רבי אליעזר איז געווען דער שליח ציבור, ער האט געזאגט די פיר און צוואנציג ברכות וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן ביי א יום תענית, און עס איז נאכאלץ נישט געקומען קיין רעגן, "ירד רבי עקיבא אחריו ואמר: 'אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, "אבינו מלכנו למענך רחם עלינו', וירדו גשמים", האט רבי עקיבא מתפלל געווען און געזאגט: "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכנו למענך רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעהויבן רעגענען. האט מען אנגעהויבן רעדן שלעכט'ס אויף רבי אליעזר, ווייל מען האט געזען אז ווען רבי עקיבא האט מתפלל געווען איז גלייך געקומען רעגן, און ווען ער האט געבעטן איז נישט געקומען רעגן. איז ארויס א 'בת קול' פון הימל און אויסגערופן: 'נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער איז מעביר על מדותיו', און ווער עס גיבט נאך און ער קריגט זיך נישט, אפילו ווען ער איז גערעכט - העלפט אים דער אייבערשטער און מען געבט אים נאך וואס ער דארף.


אויך די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שם) אז בזכות א פרוי וואס האט געטון חסד מיט אירע שכנים - איז געראטעוועט געווארן א גאנצע שטאט פון א שריפה; זעט מען אז אויב מען איז מוותר איינער דעם צווייטן - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


איך בין אויך געווען אין בית פיגא און אויך אין כולל.


איך האב זיך זייער אהיים געיאגט צו די חתונה אין ישיבה; היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, א תלמיד הישיבה און א תלמידה פון בית פיגא.


איך וועל דיר נאך שרייבן. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט יעצט שובבי"ם צו מתקן זיין אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, יעצט איז א צייט פון תיקון הברית. דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהויבן רייניגן דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, דאס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט בעצבות און מרה שחורה, אז מען איז מפקיר די אויגן איז זייער ביטער, אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען די פרנסה. זע דיין טעלעפאן זאל זיין ריין, לייג ארויף א שטארקע פילטער, שפיל נישט אויס, נישטא וועם אויסצושפילן, קענסט זיך אליינס אויסשפילן, און דיינע קינדער וועלן אויך אויסשפילן; דו ווילסט דאך ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - לערנען די הלכות פאר א יום טוב
חנוכה, שלום בית, מדות טובות, חלישות הדעת, הלכה, יום טוב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, געב אכטונג; פיר זיך אין שטוב מיט סבלנות, מיט רואיגקייט. כעס זיך נישט אין שטוב אויף דיין ווייב, מיט א ווייב דארף מען זיך פירן זייער איידל, מען דארף רעדן שיין.


נאך א זאך, עס איז א גרויסע מצוה צו רעדן און מחזק זיין אנשי שלומינו. עס דרייען זיך ארום וואס האבן חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו', און מיט אפאר ווערטער קען מען יענעם ממש מחי' זיין, און דאס שטארקט דעם מענטש זעלבסט; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד) אן עצה צו ווערן שטארק - אז מען שטארקט א צווייטן.


דעם קומענדיגן זונטאג נאכט צינדן מיר שוין אן די הייליגע חנוכה לעכט. עס איז כדאי זאלסט דורכלערנען הלכות חנוכה, כאטשיג מחבר רמ"א, די פאר סמנים (תר"ע - תרפ"ה) - זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אזוי זאלסטו טון פאר יעדן יום טוב; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן זיין צוגעבינדן צו הלכה (עיין שיחות הר"ן, סימן כט; קפה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#125 - זיך טענה'נען מיט די ווייב איז נישט קיין קינדער שפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, וויכוחים, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


רעד שיין אין שטוב, טענה נישט מיט דיין ווייב; לאז נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי דיר אין שטוב.


דו ווייסט נישט וואס ליגט אונטער די טענה'רייען, עס זעט אויס ווי עס איז נישט אזוי געפערליך, מען מעג זיך אביסל טענה'ען; וואלסטו געוויסט אז דאס איז א פאסטקע וואס דער סמ"ך מ"ם לייגט אויס ביי דיר, דיך צו כאפן אינעם נעץ, צעברעכן דיין שטוב - וואלסטו זיכער אכטונג געגעבן אז דאס זאל נישט פאסירן.


זיכער נישט נוצן די צינג צו שטעכן און פליקן, און אז דיין ווייב קען זיך נישט איינהאלטן, און זי שטעכט יא - זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שטעכן, נאר גיסן גוטע ווערטער, עס זאל נישט ווערן קיין אפשייד צווישן ענק.


האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי שפאצירן, גיי שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, רחם עלי, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל געדענקען אז נאך אביסל וועל איך זיך דארפן צוריק קערן צו דיר, העלף מיר געדענקען פון זכרון בעלמא דאתי", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און מרחיב בדיבור זיין.

#124 - בטל נישט קיין צייט. דריי זיך נישט אינדרויסן פון שטוב
חברים, שלאפן, הכרת הטוב, שווער און שוויגער, מדות טובות, לימוד התורה, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


לכבוד דעם נייעם יאר זאלסטו גיין שלאפן צייטליך, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען און דאווענען.


אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון ביינאכט, עס איז א מחי' צו לעבן דארט; מען גייט שלאפן פרי, אזוי קען מען אויפשטיין פרי.


נעם זיך א חברותא פאר אינדערפרי צו לערנען דעם בלאט גמרא, מען הויבט אן מסכת נדרים, א הערליכע מסכתא. נעם א חברותא צו לערנען יעדן אינדערפרי, וועסט זיך אזוי מחי' זיין; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען אינדערפרי, אפילו דו לערנסט א גאנצן טאג אין כולל - וועסטו שפירן פארטאגס עפעס א גאר גוטע טעם ביים לערנען.


דער עיקר בעט איך דיר, בטל נישט קיין צייט. דריי זיך נישט אינדרויסן פון שטוב, נאך מעריב גיי אהיים; אדער העלף דיין ווייב, אדער לערן אין שטוב, אדער גיי שלאפן.


זיי מכבד דיין שווער, ווען דו זעסט אים גרוס אים און זאג אים א יישר כח פאר אלעס. אזוי אויך מיט יעדן איינעם; באגרוס דיין לענדלאר, באגרוס די גבאים, באגרוס יעדן איינעם, ברענג אריין אין שטעטל אחדות און ליבשאפט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#123 - א אידישע פרוי איז מכבד דעם מאן, נישט אים מחנך
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, מדות טובות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געהערט אייער הודעה.


אז איר האט חיות פון הייליגן רבי'ן זאלט איר דאס נוצן פאר אייך און טאקע לעבן מיט דעם, אבער נישט אריינשטופן פאר א צווייטן. מען קען נישט באצווינגען א צווייטן צו זיין א ברסלב'ער, בפרט די אייגענע מאן; די פליכט פון א אידישע פרוי איז 'מכבד זיין' דעם מאן און אים פרייליך מאכן אויף זיין וועג, נישט אים 'מחנך זיין' און אים מאכן שפירן ווי ער האט נישט קיין שכל.


א פרוי וואס האט זוכה געווען צו א מאן וואס איז נישט דער שארפסטער און נישט דער גרויסער חכם, אויב איז זי אן ערליכע פרוי, א קלוגע פרוי - וועט זי מיט איר חכמה אים מאכן שפירן ווי ער איז קלוג און אים מאכן דער טראן פון די משפחה. אויף אזא פרוי איז געזאגט געווארן (משלי יב, ד): "אֵשֶׁת חַיִל", אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", דער תרגום זאגט "כלילא לבעלה", זי איז א קרוין פאר איר מאן; מען קען זאגן נאך א פשט: "אֵשֶׁת חַיִל", אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", איר מאן - איז איר קרוין, איר מאן איז די קרוין פון איר לעבן, איר מאן איז דער קרוין פון די משפחה, דער מאן איז דער מחליט ביי יעדע זאך, דער מאן איז דער פאן טרעגער.


א נישט קלוגע פרוי, וואס האט זוכה געווען צו א מאן וואס איז נישט דער שארפסטער און נישט דער גרויסער חכם - וועט טון דאס פארקערטע; זי וועט אים טשעפען, אים דערנידערן און מאכן זיכער אז יעדע שכינה און יעדער אין די משפחה ווייסט אז איר מאן איז א נאר, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער וועט זי מאכן זיכער אז יעדע קינד און אייניקל זאל וויסן אז דער טאטע האט נישט קיין שכל, דער זיידע האט נישט קיין שכל; אויף אזא פרוי זאגט דער פסוק (משלי, שם): "וּכְרָקָב בְּעַצְמוֹתָיו", אזוי ווי א ווארעם וואס בייסט אריין אין די ביינער, "מְבִישָׁה", אזוי איז די שלעכטע פרוי.


איך בעט אייך זייער, הערט אויף זינגען פאר אלעמען דעם ניגון: "מיין מאן איז א נאר", "מיין מאן איז א טיפש", "מיין מאן האט מיט די נערווען"; נאכן זינגען אזא ניגון וועט אייך נישט בעסער ווערן, קיינער וועט אויף אייך נישט רחמנות האבן; אפשר בשעת מעשה, ווען מען קען הערן א גוטע לשון הרע - וועלן מענטשן אויסהערן, אבער נאכן שמועסן - קוקט מען אראפ אויף אזא איינעם. מענטשן האבן ליב איינעם וואס קרעכצט נישט, מען האט ליב איינעם וואס זעט נאר דאס גוטס פון לעבן.


נעמט דעם רבי'ן פאר זיך, לעבט מיט'ן רבי'ן, אטעמט דעם רבי'ן, און אייער מאן זאלט איר מכבד זיין און אים זיין געטריי. אז ער דארף שבת ביי די סעודה אין די אייער, רויע צוויבל - זאלט איר אים אריינשניידן גרויסע שיינע שטיקער רויע צוויבל. עס איז נישט אייער מצוה אים מחנך זיין וכו', נישט דאס האט דער רבי געוואלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסה) מען זאל נישט עסן קיין צוויבל, עס איז נישט געזונט; איר קענט פאלגן דעם רבי'ן פאר אייך, אבער חס ושלום ארויפצווינגען אויפ'ן מאן ווען ער האט זיין וועג אין עבודת השם.


בנוגע אז ער וויל נישט איר זאלט לערנען גליונות און קונטרסים פון רבי'ן; דאס זאלט איר טון מיט גרויס חכמה, פון איין זייט אים נישט וויי טון, און פון די אנדערע זייט נישט רעדן פון דעם, נישט זיך רייצן חס ושלום; עס איז דא גענוג צייט אין טאג ווען מען קען זיך מחי' זיין מיט'ן רבינ'ס ספרים אן טשעפען דעם מאן.


באנוצט אייך מיט אייער געווער, מיט תפילה; בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער און אייערע דורות הבאים זיי זאלן אלע זיין צדיקים, אלע זאלן זיין דבוק צום באשעפער; בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל גארנישט וועלן, איך זאל נאר וועלן טון דיין ווילן, איך זאל קענען איינבייגן מיין קאפ פאר דיר. איך זאל ליב האבן מיין מאן, מיינע קינדער און מיין לעבן - אזוי ווי זיי זענען. איך זאל לעבן מיט א שטארקע אמונה, וויסן און גלייבן אז אלעס ביסטו; איך, מיין מאן, מיינע קינדער - אלעס איז נאר א לבוש, א פארשטעלאכטס - פון דיר".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, מיט תפילה וועט איר מנצח זיין די מלחמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#122 - קינדער איז א ברכה, קינדער געבט לעבן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, מדות טובות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער איז א ברכה, קינדער געבט לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים סד:): "כל אדם שאין לו בנים חשוב כמת", ווער עס האט נישט קיין קינדער - איז די לעבן קיין לעבן.


ווען א פרוי איז שוואך; שוואך פיזיש אדער שוואך גייסטיש, דעמאלט דארף מען זיך באראטן מיט א גרויסער ערליכער רב, ער זאל מדריך זיין ווי אזוי אויסצושטעלן די שטוב.


אז דער אייבערשטער האט אייך געבענטשט מיט כח - זאלט איר אים דאנקען און לויבן אויף די שיינע מתנות וואס ער האט אייך געשאנקען, און זיך איבערגעבן אין זיינע הענט.


טרייבט ארויס די שולד געפיל וכו'; און ווען איר באקומט נעגעטיווע קאמענטס פון אנדערע וכו', מען מאכט אייך שפירן כאילו איר זענט א פארברעכער פאר'ן האבן כך וכך קינדער אין כך וכך יאר - זאלט איר דאס נישט נעמען פערזענליך, איר זאלט ווייטער טון רצון ה', און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט פון לעבן.


אגב, דאנקען דעם אייבערשטן ארבעט בעסער פון אלע ווייטאמינען און פון אלע סגולות; דאנקען דעם אייבערשטן מאכט שטארקע נערווען.


א כתיבה וחתימה טובה.

#121 - דרך ארץ אין שול, נעמט נישט אוועק פון די הנאה אין לעבן
דרך ארץ, שווער און שוויגער, מדות טובות, לימוד התורה, יונגע יארן, דאווענען, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזא גרויסע נס, דו האסט חתונה געהאט, האסט באקומען אן "אשת חיל"; זאלסטו אויסנוצן דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. יעצט האסטו שוין נישט די יצר הרע פון אלס בחור, האסט חתונה געהאט, יעצט קענסטו לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:): "הַלוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה וכו', נוֹשֵׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ לוֹמֵד תּוֹרָה".


אויך בעט איך דיר זייער, קום אין שול מיט דרך ארץ, מיט הכנעה, טו זיך אן א הוט און רעקל, מוהרא"ש זאגט מען זאל קומען אין שול מיט דרך ארץ און הכנעה. אז מען קומט אין שול מיט דרך ארץ נעמט עס נישט אוועק פון האבן א לעבן מיט פארגענוגן, מען קען האבן פא"ן, מען קען מאכן א לעבן, און פון די אנדערע זייט ווייסט מען דאס הייליגקייט פון א שול, דאס גרויסקייט פון דאווענען.


דיין שווער און שוויגער באדאנקען זיך יעדן טאג פאר אזא איידעם ווי דיר, דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו רעדסט נישט ווען זיי רעדן, ביי די סעודה זיצטו מיט דרך ארץ, דו טענה'סט נישט, דו מאכסט נישט חוזק וכו' וכו'.


שרייב מיר דיינע שיעורים און דיינע סיומים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#120 - חסרונות איז גרינג צו טרעפן, דער קונץ איז צו טרעפן גוטע זאכן
שלום בית, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר האט הנאה געהאט פון די פלע"י וואס בית פיגא האט אהערגעשטעלט, די מעשה פונעם "חכם און תם" (ספורי מעשיות, מעשה ט).


דאס וואס איר שרייבט, איר האט געשפירט דורכאויס די גאנצע פלע"י ווי אייער מאן איז דער חכם פון סיפורי מעשיות, און די אלע אנדערע זאכן וואס איר שרייבט פון אייער מאן.


וואס זאל איך אייך זאגן, חסרונות קען מען טרעפן ביי יעדן איינעם, עס איז נישט קיין קונץ צו טרעפן פעלערס ביים מאן, א קונץ איז טרעפן גוטע זאכן ביי יענעם.


די פלע"י האבן מיר נישט געוויזן מען זאל טראכטן פון דעם און יענעם, נאר פון זיך אליינס. זיך אליינס אויסדרייען די מחשבה, אליינס אנהויבן לעבן א זיס לעבן. דער הייליגער תם האט גארנישט געהאט און ער איז געווען אזוי פרייליך, אפילו דער חכם האט חוזק געמאכט פון אים, אלע האבן געלאכט פון אים אז ער איז געווען אזוי פרייליך.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, פאזעטיוו, איר זאלט ליב האבן אייער מאן און ער זאל אייך ליב האבן, די שכינה זאל רוען ביי אייך אין שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.

#119 - פארוואס, פארוועם, פאר וואו, ארבעט איך? איך ארבעט פאר'ן רבי'ן!
סקול, מוסדות, תהלים, מדות טובות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


וואויל איז אייך אז איר העלפט אונזער סקול "בית פיגא", איר באקוקט די האָר פון די מיידלעך אויב זיי האבן לייז וכו'.


עס איז זייער א חשוב'ע פאסטן. אפשר אז מען קוקט אויף דעם אליין קען מען פארלירן די חשק, אבער אז מען נוצט די שכל אין מח, מען טראכט: 'פארוואס, פארוועם, פאר וואו - ארבעט איך? איך ארבעט פאר'ן רבי'ן! איך העלף די סקול בית פיגא, איך העלף אונזער קהילה היכל הקודש', דעמאלט איז א קליינע חילוק וואס מען טוט, דעמאלט איז חשוב דאס באקוקן לייז פון קינדער - אזוי ווי זיין די מנהלת אדער היי סקול טיטשער.


עס איז כדאי אפצושמועסן מיט די אפיס איבער אלע קינדער וואס מען טרעפט ביי זיי לייז; ענדערש זאל די אפיס אנרופן די עלטערן ווי איידער איר זאלט דאס טון, ווייל נישט אלע עלטערן ווייסן אפצושאצן ווען מען וויל זיי העלפן. עס זענען דא וואס וועלן זיך באליידיגן אז מען זאגט אזא זאך אויף זייער'ס א קינד, אז דאס קינד האט לייז... אזא חוצפה! ווי ווייגט מען זיך צו זאגן אז מיין קינד האט לייז?! וועט פאסירן אז מען וועט אייך וויי טון. אבער אז די אפיס רופט - איז דאס נישט פערזענליך, וועט איר נישט ווערן פון קיינעם וויי געטון.


געבט אכטונג אז קיינער פון די קינדער, קיינער קיינער - זאל וויסן ווער עס האט לייז; דאס איז פריוואט, נאר פאר די עלטערן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אייך זייער שטארקן מיט אייער זאך וואס איר העלפט בית פיגא, ווייל דאס וועט אייך בלייבן פאר א זכות בזה ובבא.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים.

#118 - אז מען טוט וויי א צווייטן, קען עס קאסטן א טייערע פרייז
קדושה, עבירות, מדות טובות, ישיבה, ראש ישיבה, טשעפען, ליצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


געב אכטונג נישט וויי צו טון קיין שום מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד", מיט די וועג ווי דער מענטש פירט זיך, "בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", אזוי פירט מען זיך מיט אים; אז מען געבט אכטונג נישט וויי צו טון אנדערע - וועט מען אכטונג געבן פון הימל אויף דיר, דו זאלסט נישט ווערן וויי געטון, און חס ושלום אז מען טוט וויי א צווייטן, מען האט הנאה ווען א צווייטער ווערט פארשעמט - קען דאס קאסטן א טייערע פרייז.


זיכער נישט זיך אונטערהאלטן מיט טשעפען יענעם מיט ניאוף. איך האף אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די לצים וואס לעבן פון שטעכן אנדערע, און נישט מיט וואס מען האט יעצט געטון מיט ...; אים גערופן און געשריבן פארשטעלטערהייט כאילו איינער וויל טון אן עבירה און זיך אפגעשמועסט מיט יענעם, און ווען יענער איז געקומען האט מען זיך אונטערגעהאלטן.


מיר שטערט עס זייער, איך האלט נישט אויס אז ביי מיר איז דא לצנות און ניאוף, אפשר בין איך נישט דער ריכטיגער מענטש צו זיין ראש ישיבה, אפשר זאל איך אפטרעטן; ווייל איך זע אז איך האלט נאך אין ערגעץ נישט, אז אזעלכע זאכן פאסירן דא.


איך האף די זאכן האבן גארנישט מיט דיר.

#117 - אלע בחורים וואס העלפן די ישיבה, באקומען באצאלט פון רבי'ן
חברים, בחור, מדות טובות, משמש דעם רבי'ן, לימוד התורה, ישיבה, שיעורים כסדרן, יונגע יארן, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה און דו דאווענסט מיט יראת שמים, ובפרט אז דו העלפסט אנגרייטן די עסן פאר די בחורים מיט אזא געטריישאפט.


די אלע בחורים אין ישיבה וואס העלפן די ישיבה - די אלע באקומען באצאלט פון רבי'ן. דער רבי זאגט: "ביי וועם איך נעם - געב איך"; עס לוינט זיך צו משמש זיין דעם רבי'ן.


די ישיבה האבן מיר שוין פערצן יאר, מיר גייען אריין קומענדיגע יאר אין די פופצנטע יאר, די אלע בחורים וואס האבן געטון פאר די מוסד, גענומען אן עול - צי מיט דאס אנגרייטן עסן, רייניגן אדער דרייווען, טראגן און ברענגען די קינדער - האבן אלע שיין מצליח געווען.


שטארק זיך, זיי שטארק מיט דיין עבודת השם. חבר זיך נאר מיט ערליכע חברים, ווי אזוי ווייסט מען ווער עס איז ערליך אדער נישט? דורך די מויל; ווער עס רעדט שמוציג, עקלדיג, שטעכעדיג און מאכט חוזק פון אנדערע - די זענען נישט גוטע חברים, ווידער די וואס רעדן איידל, ריין און זויבער - די זענען גוטע חברים.


זיי שטארק מיט דיינע שיעורים, 1) הויב אן די טאג מיט לערנען חומש איינגעטיילט אויפ'ן וואך. 2) נאכדעם נעם א משניות און לערן ח"י פרקים יעדן טאג, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. 3) מאך זיך אויך א שיעור אין גמרא, ש"ס כסדרן, און זאג דעם יום תהילים; דאס איז דאס וויכטיגסטע פאר א יונגער בחור. אויב דו זעסט אז דו האסט צייט - מאך זיך א פינפטע שיעור אין רבינ'ס ספרים; הויב אן מיט ספר המדות, דאס איז א גרינגע לייכטע ספר, א ספר וואס איז אנגעפילט מיט יראת שמים.


ועל כולם, גיי אביסל שפאצירן, רעד צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דו ווילסט לערנען און דאווענען און זיין גוט.


עס איז אינגאנצן אנדערש ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען שפירט טעם גן עדן אויף די וועלט.

#116 - ווער נישט צעפאלן ווען איינער זאגט דיר עפעס א קרום ווארט
שמחה, מדות טובות, עצבות, יענער, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


...


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק, און פארקערט חס ושלום, ווער עס איז טרויעריג - ברענגט נישט גוטס אויף זיך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי פרייליך, מאך זיך פרייליך, הער לעבעדיגע מוזיק, טאנץ און זינג; אזוי וועסטו זיין געזונט און שטארק, דו וועסט פטור ווערן פון די קרענק.


ווער נישט צעפאלן ווען איינער זאגט דיר עפעס א קרום ווארט, ווער נישט אויסער זיך, ווען איינער טשעפעט דיר האט דאס גארנישט צו טון מיט דיר, יענער וועט דארפן תשובה טון, יענער וועט זיך דארפן אויסארבעטן; עס איז יענעמ'ס פראבלעם, גארנישט מיט דיר.

#115 - אויפנעמען יעדן שיין
זיכוי הרבים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א אינגערמאן דערציילט מיר, ער פרובירט שוין אזוי לאנג אז זיין ווייב זאל מסכים זיין צו זיין א חלק פון היכל הקודש, זיין גאנצע חיות איז דער רבי און מוהרא"ש, עס איז אים שווער אז זיין ווייב גייט נישט מיט זיין וועג.


בקיצור המעשה, ער האט גע'פועל'ט ביי איר זי זאל קומען אין שטעטל פאר א שבת. נאך שבת פרעג איך אים, וואס זאגט זי יעצט? זאגט ער מיר מיט גרויס שמחה אז א שכנה האט אריינגעקלאפט שבת ביינאכט און אזוי שיין אויפגענומען, אזוי שיין געשמועסט, אז זיין ווייב זאגט אים: "איך וויל זיין אין א פלאץ וואס מען רעדט שיין, א פלאץ וואו יעדער איז פרייליך"; איך האב זיך אינטערעסירט ווער די שכנה איז געווען, און דאס זענט איר געווען.


דעריבער שרייב איך אייך איר זאלט זיך זייער שטארקן און ווייטער עוסק זיין אין אויפנעמען שיין מענטשן. הגם עס זענען פארהאן פרויען מיט פארקערטע מוחות, זיי ווערן דערשראקן ווען מען רעדט שיין צו זיי, זיי זענען חושד די וואס רעדן שיין - אויף דאס ערגסטע, אז די פרויען זענען שעדליך, זיי ווילן פארכאפן אין ברסלב... מיר דארפן נישט חושש זיין אויף די מיעוט, מיר דארפן יעדן איינעם ענטפאנגען מיט א שמייכל, מיט שיינע ווערטער. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות א, טו): "הֱוֵי מְקַבֵּל אֶת כָּל הָאָדָם בְּסֵבֶר פָּנִים יָפוֹת", נעם אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל.

#114 - א קינד האט א הארץ, עס ווארט אויף א שמייכל, אן אמת'ע שמייכל
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, קעמפ, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר גרייט זיך צו ענטפאנגען די תלמידות אין קעמפ מחנה בית פיגא, איר לייגט אריין קאפ און מח אין די טעכנישע חלקים, עס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, זאלט איר אבער געדענקען אז אונזער מטרה, אונזער ציל איז, אז די קינדער זאלן באקומען א ווארעמע און א ליבע געפיל צום באשעפער, אונזער ציל איז די קינדער זאלן לעבן מיט גוטע מדות.


איידער איר הויבט אן דעם טאג מאכט זיך א חשבון פון אייערע קינדער יארן, וואס געדענקט איר פון קעמפ? איר געדענקט די מעכטיגע שפילן? די מעכטיגע טריפס? אדער די גוט ווארט וואס א קאונסלער האט אייך געגעבן? די גוטע געפיל פון הערן אביסל ווערטער פון אמונה, ווערטער פון רבי'ן.


איך האף איר וועט נעמען דעם בריוו אויף די גוטע וועג, נישט איר זאלט יעצט אפלאזן אלע אקטיוויטעטן און מעכטיגע פלענער... ניין, מאכט ווייטער אלע פלענער, און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן גוט, אבער געדענקט די ציל, געדענקט די עיקר, געדענקט וואס א קינד איז; א קינד איז נישט קיין מאשין, א קינד האט א הארץ, א מח - וואס ווארט אויף א שמייכל; נישט א געמאכטע שמייכל, אן אמת'ע שמייכל; א הארץ און א מח וואס ווארט אויף א גוט ווארט.


א קינד האט נאטורן וואס מען דארף אויסארבעטן, און ווען דאס קינד פאלגט נישט גלייך - ווערן זיי נאכנישט שלעכט, מען דארף זיי נאכאמאל זאגן.


די ציל איז אויסלערנען גוטע מדות; רוב צייט זאלט איר רעדן פון גוטע מדות. גרייט אייך אן שיינע מעשיות פון גוטע מדות, פון אויסארבעטן מדות, ווי שיין און זיס די לעבן ווערט ווען מען איז מוותר פאר א צווייטן.


מיר לערנען אין די גמרא (יבמות קכא.) דער הייליגער רבי טרפון האט דערציילט, איך בין געפארן אויף א שיף און איך האב געזען ווי א צווייטע שיף איז צעבראכן געווארן, און די מענטשן זענען נעבעך דערטראנקען געווארן. אויפ'ן שיף איז געווען א גרויסער צדיק, דער הייליגער תנא רבי עקיבא, עס האט מיר זייער וויי געטון אז דער צדיק האט זיך דערטראנקען, אבער שפעטער האב איך געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, איך האב זיך זייער געוואונדערט 'ווי קען זיין אזא זאך? איך האב דאך געזען ווי ער איז דערטראנקען געווארן!' איך האב אים געפרעגט, זאג מיר די מעשה, ווי אזוי האסטו זיך געראטעוועט? האט ער מיר געזאגט: "איך האב געטראפן א ברעט פונעם צעבראכענעם שיף, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף די ברעט און יעדע מאל עס איז געקומען א כוואליע האב איך זיך איינגעבויגן דעם קאפ ביז די וואל איז אריבער, ביז איך בין געראטעוועט געווארן".


ווען די הייליגע חכמים האבן געהערט די געשיכטע האבן זיי געזאגט: "אם יבוא רשעים על אדם", אויב א מענטש האט צוטון מיט שלעכטע מענטשן, "ינענע להם ראשו", זאל ער זיך איינבייגן זיין קאפ, אזוי וועט ער געראטעוועט ווערן; און זיכער אויב מען לעבט מיט גוטע מענטשן, מאן און ווייב, וואס זענען נישט קיין רשעים, אדער מיידלעך אין קעמפ - דארף מען זיך אויסקומען איינער מיט'ן צווייטן, און אז עס איז שווער - בייגט מען איין דעם קאפ, אזוי קען מען האבן א חיים טובים.


איך וועל נאך רעדן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן סייעתא דשמיא.

#113 - זיין א לערערין איז ביטער שווער, אבער עס לוינט די הארעוואניע
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין א טיטשער ביי אונז אין סקול.


עס איז זייער א שווערע ארבעט צו זיצן מיט קינדער, א גאנצע קלאס; יעדן טאג קומט א צווייטע פרשה, קינדער זענען דאך קינדער, זיי ווילן נישט לערנען, זיי וויל זיך פירן מיט די נאטור זייערע וואס איז נאכנישט אויסגעארבעט.


זיין א טיטשער איז ביטער שווער, אבער עס לוינט זיך; עס לוינט די שווערע הארעוואניע.


לערנט אויס פאר די קינדער די מדה פון זיך באדאנקען, זיי זאלן זאגן שכוח פאר אנדערע און זיכער פאר'ן באשעפער.

#112 - ווער אין היכל הקודש איז באמת היכל הקודש?
סקול, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, צדיקים, מדות טובות, היכל הקודש, בין אדם לחבירו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט, תלמיד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס איר שרייבט וועגן מרת ..., איר שפירט געקלאפט נאכן רעדן מיט איר. לויט וויפיל איך ווייס זוכט זי נישט יענעם אראפצוקלאפן, זי זוכט נאר צו העלפן אנדערע. זי איז זייער קליין ביי זיך; וואלט זי געהאט אפילו א ספק אז מענטשן שפירן זיך צווייט-קלאסיג נאכן רעדן מיט איר - וואלט זי אלעס געטון דאס זאל נישט פאסירן.


די צווייטע חלק וואס איר שרייבט - דאס איז וואר; דאס איז זייער וויכטיג און הלוואי זאלן דאס אלע וויסן. אלע זאלן טראכטן און וויסן אז היכל הקודש איז נישט א מענטש, מען קען נישט קוקן אויף איינעם און טראכטן 'דער איז היכל הקודש' און וועלן זיין אזוי ווי יענעם. היכל הקודש איז שכל פון צדיק, עצות פון צדיק, חיזוק פון צדיק.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נט) דער צדיק בויט אן היכל הקודש מיט'ן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. עס שטייט אין פסוק (ישעיה ד, ג): "וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַיִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ", די אלע וואס דערהאלטן זיך ביים צדיק, אויף זיי זאגט דער פסוק קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ, "אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם", אפילו עס זענען טאקע דא זייער אסאך וואס פאלן אוועק, זיי דערהאלטן זיך נישט, "אַף עַל פִּי כֵן, מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם", מיט דעם, די אלע וואס האלטן זיך, "עַל יְדֵי זֶה, קָדוֹשׁ יֵאָמֵר לוֹ".


איך געדענק ביי מיר איז געווען די זעלבע מעשה. אנהויב ביי מיין התקרבות, איך האב נאכנישט געהאט די שכל פון קוקן אויף זיך, האב איך געמיינט אז דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש, איך האב געהאט אסאך חלישות הדעת. אבער נאכן הערן פיל דרשות, שיעורים און ליינען די בריוו פון מוהרא"ש וואס איז דאס היכל הקודש - האב איך זיך צוביסליך אנגעהויבן אויסגראדן מיין קאפ, נישט צו ווערן איבערגענומען פון אנדערע.


זייער גוט אז איר לאזט זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, איר שרייבט זייער אמת'דיג, איר שרייבט אז די מענטשן וואס האבן א כח אין היכל הקודש, די טוערס, די מאכערס - דארפן זיין זייער געווארענט זייער אכטונג צו געבן אויף אנדערע; איך געב זייער אכטונג אז די אלע וואס ארבעטן פאר די מוסד זאלן זיין צוגעלאזענע מענטשן, זיי זאלן נישט טרעטן אויף אנדערע, און איך בעט פון אלע אנשי שלומינו, סיי די מענער און סיי די ווייבער - זיי זאלן מיר זאגן אויב זיי ווערן בא'עולה'ט, אויך אויב מען ווערט פון מיר בא'עולה'ט זאל מען מיר זאגן. איך בעט יעדן טאג דעם באשעפער: "יהי רצון מלפניך ה' אלקינו, עס זאל נישט ארויסקומען פון מיר קיין שלעכטס, קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון פון מיר, קיינער זאל נישט האבן חלישות הדעת פון מיר", און מיט דעם זענען דא מענטשן וואס שרייבן מיר כסדר אז עס באדערט זיי זאכן.


צום ביישפיל, איר האט מיר געשריבן אזויפיל מאל אז אייער עונג שבת איז צו ליינען די קונטרסים פון עצתו אמונה, איש אמונות; איר פלעגט ליינען אלע סארט מאגעזינען, היינט צו טאגס קענט איר נישט קוקן אין די זאכן, איר ווארט א גאנצע וואך פאר די עצתו אמונה. אזויפיל מענטשן שרייבן מיר אז דאס איז זייער לעבן, מיט דעם שרייבט מיר א פרוי, א טייערע פרוי פון שטעטל, אז זי ווערט אזוי צעבראכן פון די בריוו. איר מאן זאגט איר: "ליין עס נישט", איך האב איר אויך געשריבן זי זאל עס נישט ליינען; פרעג איך אייך, זאל איך מער נישט שרייבן? איך זוך צו צעברעכן מענטשן? איך האב נישט וואס צו טון?!


דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, ער האט באשאפן א וועלט, אזויפיל מענטשן, יעדער טראכט אנדערש, יעדער רעדט אנדערש און אז מען ווייסט דאס איז נישט אזוי שווער צו לעבן מיט אנדערע.


דאס וואס איר שרייבט אז מענטשן שפירן זיך געטשעפעט פון די יונגע ווייבלעך, די "בית פיגא תלמידות", ווי זיי ברענגען א געפיל ביי אנדערע אנשי שלומינו אז זיי זענען נישט קיין תלמידות; זיי פאלגן דעם ראש ישיבה, נאר זיי, אנדערע נישט - וואס זאל איך זאגן, מיין ווייב תחי' זאגט מיר די זעלבע זאך, זי זאגט מיר: "פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס האב איך נישט באקומען די זיסע בית פיגא יארן?" מיר קוקן אויף אונזערע טעכטער, מיר שעפן אזויפיל נחת, מען זעט אויף זיי וויפיל כוחות מען לייגט אריין אין זיי, מען שטאפט זיי אן מיט אמת, מען פילט זיי אן מיט קדושה וטהרה, מען פארברענט נישט קיין צייט; עס באדערט פארוואס מיר האבן אפגעפיסטעוועט די יארן, די שענסטע יארן מיט נארישע לימודים, מיט חבר'טעס, די קאפ איז געווען אזוי ווייט פון אמת, אבער אז מיר קוקן אויף די קינדער - דאס איז דער נצחון, אז די קינדער פירן זיך ערליך און אזוי זויבער.


איך האב אביסל פארלענגערט דעם בריוו, איך האף איר וועט זיין שטארק נישט צו ווערן צעפאלן פון קיינעם, זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן.

#111 - הייליגער באשעפער העלף איך זאל זיך ליב האבן און גלייבן אין מיר
תפילות אויף אידיש, רעדן, מדות טובות, בין אדם לחבירו, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ...


דו ביסט אזא גוטער מענטש, ביסט אזא וואוילער אינגערמאן, דעריבער זוכט דער יצר הרע דיך אראפצואווארפן, ער רעדט דיך איין אלע שלעכטע זאכן, דו טראכסט נאר שלעכטס אויף דיר, נאכדעם פאסירט אז דו רעדסט צו אנדערע מיט האס, ווייל דו מיינסט אז יעדער מיינט דיין שלעכטס, אלע ווילן דיך אונטערברענגען.


קיינער וויל דיך נישט אונטערברענגען, קיינער זוכט נישט דיין שלעכטס; עס איז דער יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דו ביסט נישט גוט.


בעט דעם אייבערשטן די ווערטער יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל האלטן פון מיר. איך קען נישט לעבן, מען האט מיר אזוי דערנידערט אין מיינע יונגע יארן, מען האט מיר געמאכט שפירן ווי דער ערגסטער מענטש, ערגער פון דער ערגסטער מענטש; בעט איך דיר הייליגער באשעפער, הייל מיך אויס, מאך מיך געזונט, איך זאל טראכטן גוטס אויף מיר, איך זאל זיך ליב האבן, איך זאל גלייבן אין מיר"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, ביז דו וועסט זיך ליב האבן.

#110 - דו מוזסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט
כיבוד אב ואם, שלום בית, רעדן, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו ווייסט אז ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א וויכטיגע יסוד, מען האט נישט געהאט קיין פלאץ ביים רבי'ן אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית, דעריבער שרייב איך דיר אז איך הער דו רעדסט נישט שיין אין שטוב, דו טוסט וויי אין שטוב; עס טוט מיר וויי, איך האב זיך זייער געפארעט פאר דיר פאר דיין שידוך, און אז דו רעדסט נישט שיין, דו פליקסט דיין ווייב, דו שטעכסט איר - זע איך נישט קיין עתיד פאר דיר.


אז עס איז דיר ביטער האסטו איין ברירה, גיין צווישן די פעלדער און שרייען צום אייבערשטן, נאר דאס איז די עצה. אז דו ווילסט בלייבן וואוינען אין שטעטל און בלייבן ארבעטן פאר מיר - דארפסטו טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב, אז נישט וועסטו נישט האבן קיין פלאץ דא.


אויך מיט דיינע עלטערן און מיט אירע עלטערן דארפסטו רעדן מיט דרך ארץ, איך ציטער ווי אזוי דיינע קינדער וועלן רעדן מיט דיר.

#109 - דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, מדות טובות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב נישט די ווערטער דיר צו דאנקען וואס דו העלפסט מיר אין חדר מיט די קינדער. זייער גוט האסטו געטון היינט, האסט געגעבן צוויי פעטש פאר דעם קינד וואס האט נעכטן געשלאגן, גע'הרג'עט און שיער דערווארגן א צווייטע קינד. עס איז נישט גענוג צו געבן פעטש, דו דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן; א אידיש קינד שלאגט נישט, מען טאר נישט אויפהייבן א האנט אויף א צווייטן איד. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו", אז איינער הייבט אויף זיין האנט צו שלאגן זיין חבר, "אף על פי שלא הכהו", אפילו ער האט אים נישט געשלאגן, "נקרא רשע".


פון איין זייט זאלסטו זען עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר, די קינדער זאלן זיין פרייליך, פון די אנדערע זייט זאלסטו זען עס זאל זיין דרך ארץ, און יראה פאר די מלמדים; א ווארט פון א מלמד זאל זיין א ווארט.


גיי אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, דאנק אים פאר אלע חסדים און בעט אים פאר דיר, פאר דיינע קינדער און פאר דיינע תלמידים.


איין קריטיק אויף דיר, דו פארסט אביסל ווילד אין שטעטל; עס איז סכנת נפשות. אויף דיר איז דאס א קשיא, דו ביסט דאך א מחנך, א באזעסענער מענטש, דו טארסט נישט פארן שנעל.

#108 - איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, סיום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין מאמע תחי', זי שרייבט אז דו ביסט זייער וואויל, דו העלפסט איר; דו העלפסט יעדן איינעם אין שטעטל, אלע זענען זיך מחי' מיט דיר; דו האסט גאלדענע מידות.


זי שרייבט אז איינער פון דיינע געשוויסטער האבן דיך אנגעגאסן מיט זייפיגע וואסער און דו האסט גארנישט צוריק געטון, דו ביסט ווייטער געווען פרייליך; איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן אויף דיר.


איך ווארט דו זאלסט מיר מודיע זיין ווען דו ווילסט מאכן די סיום הש"ס; איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס.


איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג אביסל גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן. יעצט ווען דו ביסט יונג, אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג - וועט דאס ווערן א חלק פון דיין לעבן, עס וועט דיר זיין גרינגער צו טון דיין גאנץ לעבן; א לעבן מיט רעדן צום אייבערשטן - איז אן אנדערע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - רעדן מיט א צווייטן מיט דרך ארץ פאר זיין מורה דרך
דרך ארץ, חסידות ברסלב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


מעגסט זאגן פאר דיין חבר: "איך בעט דיר, ווען דו רעדסט מיט מיר זאלסטו זיך רעכענען מיט מיר, און אז מיין מורה דרך איז דער ראש ישיבה - זאלסטו מיר זאגן מיט עהרע 'דיין ראש ישיבה' און נישט חוזק מאכן וכו'".


ביים רבי'ן לערנט מען דרך ארץ, א ברסלב'ער חסיד ווען ער רעדט צו א צווייטן וועט ער נישט רופן יענעמ'ס רבי'ן ביים נאמען, מיט געשפעט, אפילו יענער איז א גארנישט. פארדעם אליינס איז כדאי די התקרבות צום רבי'ן, פאר דאס ביסל שכל, רעדן מיט א צווייטן מיט דרך ארץ.

#106 - אין היכל הקודש דארף זיין שלום
מדות טובות, היכל הקודש, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה פון דיר, יעדעס מאל איך זע דיר האב איך עקסטער הנאה ווי דו ביסט שטארק מיט דיין אידישקייט, דו פירסט זיך אזוי ערליך, און אז דו לעבסט אזוי שיין מיט דיין ווייב.


איך וויל דיר בעטן א קלייניקייט, האברך ... נרו יאיר איז זייער וויי געטון פון דיר. ער האט צו מיר געוויינט אז דו האסט אים פארשעמט, חוזק געמאכט ווי ער בויט. ביסט איין טאג געקומען קוקן די מצה בעקעריי וואס ער בויט; האסט געשריגן אויף אים, חוזק געמאכט, ער זאגט מיר עס איז שוין אריבער אפאר וואכן און ער קען עס נישט אראפשלינגען.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אים איבערבעטן, דו ווייסט דאך אז ער טוט אזויפיל פאר היכל הקודש, ער וויל גארנישט פאר זיך, נאר העלפן בויען היכל הקודש - דארפסטו אים איבערבעטן. אז איינער מאכט א טעות - קען מען זיך דורכרעדן, מען טאר נישט רעדן אויף א צווייטן; ווילסט מען זאל רעדן אויף דיר? ניין, טאר מען נישט רעדן אויף א צווייטן.


געב איבער פאר אלע וואס ווילן מיר העלפן, איך האב זייער אסאך מאל אז תלמידים פרעגן מיר מיט וואס מען קען מיר העלפן; מיט רעדן שיין צו אנדערע, עס זאל זיין שלום אין היכל הקודש.

#105 - רעדן שיין צום מאן, אפילו ווען מען איז אין א שלעכטע גוסטע
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי איז אויך ביי אנדערע פרויען, אין די טעג וכו' - ווערט מען טרויעריג; עס זענען דא פרויען וואס אין די טעג פירן זיי זיך נישט אויף שיין צום מאן וכו'.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל רעדן שיין צום מאן, און אז מען איז אין א שלעכטע גוסטע - זאל מען דאס נישט ווארפן אויפ'ן מאן.


אייער מאן איז זייער א ווייכער, זייער א גוטער; געבט אכטונג, רעדט צו אים שיין; אז מען רעדט שיין, מען פארטראגט זיך - זעט מען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קאמפלימענטס, מדות טובות, מחשבות, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איר פירט זיך אויף זייער וואויל; איך באקום אזעלכע גוטע גרוסן אויף אייער אויפפירונג, איר זענט ערליך און איידל. איך האב שוין גערעדט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן פון א גוטע שידוך פאר אייך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


האלטס אייך שטארק, גייט אן מיט אייער גוטע וועג; געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע מיידלעך און העלפט אייער מאמע - וועט איר שיין מצליח זיין אין לעבן.


טראכטס נישט קיין נארישקייטן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנ) אמאל טראכט א מענטש א דמיון און נאכדעם מיינט ער שוין אז עס איז אזוי געווען; לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן. אלעס וואס מען טראכט איז דמיון, נאר די מחשבות פון אמונה איז מציאות, רעאליטעט, שכל'דיג.

#103 - נישט זיין אנגעהאנגען אין קיינעם, נאר אינעם אייבערשטן
חברים, אמונה, מחלוקת, שלום, מדות טובות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זעט מיר אויס פון אייערע ווערטער ווי איר האט שוין פארגעסן די שיינע זאכן וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא. איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס מוהרא"ש לערנט אונז - אז מיר זאלן נישט זיין אנגעהאנגען אין קיינעם, נאר אינעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט מאכן פון קיינעם קיין מציאות; אלע מחלוקות און פראבלעמען פאסירן ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען הויבט אן מאכן א מציאות פון א בשר ודם.


אויב איינער וויל נישט רעדן מיט אייך, וואס דארף אייך דאס שטערן פאר אייער לעבן? אז א צווייטער וויל נישט האבן מיט אייך - וואס דארף אייך דאס אראפווארפן? די מיידל וואס רעדט צו אנדערע מיידלעך וועגן אייך - וועט אייך נישט שאטן, קיינער קען גארנישט צונעמען פון אייך; אז איר וועט זיך אויפפירן גוט, איר וועט העלפן אייער מאמע, איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות – וועט איר האבן א גוטע נאמען, איר וועט טרעפן א גוטע שידוך.


דאס איז דער לימוד וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז; מיר זאלן זיין אזוי פעסט מיט די אמונה אינעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נאר אויף אים.


איך שרייב אייך דא א שטיקל פון די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן (צוואת מוהרא"ש אות ח-ט), חזר'ט דאס יעדן טאג - וועט איר ווערן אזוי שטארק, קיין שום זאך אין די וועלט וועט אייך נישט קענען צעברעכן:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.