בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#40 - געבן פאר אנדערע א גוטע געפיל
חיזוק פאר פרויען, מדות טובות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גריס פון אייער זון ... נרו יאיר; ער איז זייער א וואוילער בחור, ער האט מעלות וואס מען טרעפט נישט ביי אנדערע. צום ביישפיל זיינע מידות, זיין צוגעלאזנקייט צו אנדערע בחורים איז וואונדערליך, ער געבט פאר אנדערע א גוטע געפיל וכו', וכו'. איך האב אים זייער ליב, איך פרוביר אים מקרב צו זיין, מן הסתם געבט ער אייך איבער אז ער עסט ביי מיר פון מאל צו מאל שבת'דיגע סעודות.


מוהרא"ש טייטשט וואס מען זאגט ביים דאווענען: "אִם כְּמִדָּתָהּ - כְּשֵׁרָה", אז מען זעט א בחור מיט גוטע מידות איז שוין גוט, דאס ווייזט אז דער בחור איז גוט און ער וועט זיין גוט; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, וישב): "יֵשׁ בְּנֵי אָדָם שֶׁמַּעֲשֵׂיהֶם מְקֻלְקָלִים, רַק מַחֲמַת שְׁיֵשׁ בָּהֶם אֵיזֶה מִדָּה טוֹבָה מִצַד הַטֶּבַע, דְּהַיְנוּ שֶׁהוּא לֵב טוֹב, גוֹמֵל חֶסֶד, וְעוֹשֶׂה טוֹבוֹת עִם בְּנֵי אָדָם, זֶה מוֹעִיל לָהֶם שֶׁחוֹזְרִים לְמוּטָב", עס זענען דא מענטשן וואס זייערע מעשים זענען נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, זיי טוען נישט גוטע זאכן, אבער זיי האבן גוטס אין זיך; א גוט הארץ, זיי טוען חסד פאר א צווייטן איד, דאס העלפט זיי צוריק צו קומען צום אייבערשטן און תשובה טון. ער טייטשט מיט דעם דער פסוק (תהלים כג, ו): "אַךְ טוֹב וָחֶסֶד יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי", 'אַךְ' איז א מיעוט, אז מען האט אין זיך 'אַךְ טוֹב' - אביסל גוטס, דאס וועט העלפן אז 'יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי, וְשַׁבְתִּי בְּבֵית ה' לְאֹרֶךְ יָמִים'; בפרט ווען ... נרו יאיר איז דאך אן ערליכער בחור, ער לערנט און דאווענט, וועט אים זיין גוטע הארץ זיכער אויפהייבן העכער און העכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער, זיי זאלן אלע טרעפן זייערע שידוכים.

#39 - מתרגם זיין "עצתו אמונה"
הפצה, מדות טובות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב יעצט ערהאלטן דעם ספר עצתו אמונה וואס דו ביסט מתרגם; עס איז הערליך שיין, דאס וועט צוריק ברענגען אסאך בחורים און אינגעלייט צום אייבערשטן.


טייערער ברודער שטארק זיך; זיי ממשיך מיט'ן איבער טייטשן די בריוו און פארשפרייט דאס צווישן בחורים און אינגעלייט, ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אפ היינט מיט בני הנעורים... עס גייט אריבער אויף זיי שווערע ביטערע נסיונות און די ספרים איז זיי מחזק, דאס איז געשריבן אויף א שפראך וואס זיי פארשטייען.


וואס דארף מען מער פון א טובה טון פאר א אידן; מחזק זיין א צווייטער איד. דער הייליגער בעל התניא האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו דעם דיבור: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד: "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן"; וואס הייסט א טובה טון א איד? נאר אז מען איז יענעם מזכה מיט תורה, תפילה, מצוות ומעשים טובים.


איך דארף מקצר זיין ווייל איך בין זייער פארנומען, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.

#38 - רעדן שיין צו א צווייטן
חנוכה, שטעטל, מדות טובות, נקודות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דעם שבת אין שטעטל, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די געשמאקע לופט וואס מען שפירט דארט; ווי אלע לעבן צוזאמען מיט ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן.


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע חנוכה ליכט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (עיין בספר בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז בשעת מען צינדט אן די מנורה קומט אראפ זייער א גרויסע הייליגקייט און מען קען פועל'ן זייער גרויסע זאכן. זאלסטו זיך אויסבעטן ביי די ליכט; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און אויפציען דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן שיין צו אנדערע; רעד נישט שטעכעדיג, רעד נישט פליקעדיג, רעד שיין און איידל. מוהרא"ש האט איינגעפירט מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען די תפילה פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אין די תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵירוֹ בְּדֶרֶךְ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךְ", מיר זאלן רעדן שיין און איידל איינער מיט'ן צווייטן, אזוי ווי עס פאסט פאר דיר אייבערשטער.


איך ווארט און האף אז עס וועט ביי אונז מקוים ווערן וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִתְמְהוּ עַל גוֹדֶל הָאַהֲבָה שֶׁיֵשׁ בֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס איז דא צווישן אונז; מוהרא"ש זאגט אז ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן אין ברסלב, ער האפט אז אין "היכל הקודש" וועט די שיחה מקוים ווערן - אז די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז; איך האף אז דאס וועט זיין ביי אונז אין שטעטל.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט רעדן שיין צו א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מקבל זיין די קדושה פון חנוכה, מיר זאלן זוכה זיין צו זען די ליכטיגקייט פונעם אור הגנוז אין די תורה.

#37 - נאר קוקן גוט אויף אלעמען
מחלוקת, שטעטל, מדות טובות, נקודות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט קוקן מיט א גוט אויג אויף אלע איינוואוינער אין שטעטל; איך ווייס אויך אלעס וואס דו שרייבסט מיר, איך ווייס נאך מער וואס דו ווייסט נישט און וואס דו ווילסט נישט וויסן וכו'.


נאר מיט גוט'ן וועסטו פועל'ן, און נאר מיט קוקן גוט אויף אלעמען וועסטו מצליח זיין. אנשטאט שרייען אויף האברך ... נרו יאיר זאלסטו שיין רעדן צו אים; ער איז נעבעך אויפגעוואקסן אין אזא חינוך, ביי זיי אין שטוב איז דאס די וועג ווי אזוי מען רעדט. אלעס גייט מיט שטעכן, פליקן, פארשעמען און וויי טון; דאס איז ביי זיי דער: "גוט מארגן", "גוטן טאג" און "גוטע נאכט", שטעכן, פליקן, פליקן און שטעכן. ווען דו וואלסט ווען געהאט אזא חינוך ווי אים וואלסטו געווען אסאך ערגער, ווען דו וואלסט ווען געהאט זיינע יונגע יארן וואלסטו געפליקט און געשטאכן אסאך מער.


דעריבער זאלסטו שיין רעדן צו אים און צו די אנדערע אינגעלייט, זיי זאלן אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט איינער צום צווייטן. זאג זיי אז אויב זיי ווילן מיר געבן כח זאלן זיי רעדן שיין איינער מיט'ן צווייטן, ווייל איך שפיר אויך וואס רבי נתן האט געשפירט, רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט ביים הארץ ווען מען קריגט זיך און מען רעדט נישט שיין איינער צום צווייטן.


חזר איבער מיט זיי וואס מיר האבן גערעדט שבת אינדערפרי, "אויב מען וועט זיך האלטן איינאיינעם וועט איר מצליח זיין און דער שטעטל וועט זיין א גוטע פלאץ פאר אונזערע קינדער און איינקלעך זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - זען דאס גוטס אויף יעדן איינעם
חברים, מדות טובות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ווען א מענטש זעט חסרונות ביי אנדערע איז דאס זיינע אייגענע חסרונות. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "דארט וואו איך זע א חסרון איז דאס מיין חסרון"; אז מיר וועלן קוקן גוט אויף אנדערע, בפרט אויף אונזערע חברים וועלן מיר יעדן איינעם איבער דרייען צו ווערן א שטיק גוטס.


עס האט מיר נישט געשמעקט דיין ענטפער, ווען איך האב דיר געפרעגט נעכטן וואס מען שמועסט ביי אייך אין שול האסטו מיר געענפערט: "נישט דא מיט וועם צו שמועסן, יעדער ליגט אין געלט; די גאנצע שמועס דריידט זיך ארום געלט"; איך בין דיר דן לכף זכות אז אפשר גייט אריבער אויף דיר דחקות ועניות, דו הערסט נישט אויף טראכטן פון געלט וכו'.


פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנשי שלומינו מיט ביטול? יעדער פון אנשי שלומינו איז דאך א טייערער דימאנט; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סוף סימן ו): "כָּל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל הוּא בְּחִינַת כֶּתֶר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", יעדער איד איז א דימאנט אויפ'ן קרוין פונעם אייבערשטן; בפרט די מקורבים פון רבי'ן, וואס יעדער האט אין זיך אזויפיל גוט'ס.


שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן; נעם אריין אין דיר די אמונה, זינג צו דיר אגאנצן טאג: "דער אייבערשטער איז אין מיר, מיט מיר און נעבן מיר". בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט קוקן גוט אויף דיר אליינס, אויף דיין ווייב, אויף דיינע קינדער און אויף משפחה און אזוי ווייטער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) אז ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויסגעקומען פונעם הייל האט ער פארברענט מענטשן, נאכדעם איז ער צוגעקומען צו אזא גרויסע מדריגה אז ער האט געזען נאר גוטס ביי אלעמען.


איך האב דיר ליב, איך זע אין דיר נאר גוטס.

#35 - די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות
כיבוד אב ואם, סקול, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו זאגסט תהילים, און נאך מער פריי איך זיך צו הערן פון דיינע טיטשערס אז דו ביסט דרך ארץ'דיג; דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך ביי אידישע קינדער, אן דרך ארץ קען מען נישט זוכה זיין צו לערנען תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות, בפרט ביים הייליגן רבי'ן איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


זע צו העלפן דיין מאמע, ווייל כיבוד אב ואם איז דער גרעסטער מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


איך וועל אם ירצה ה' זיין אין שטעטל דעם קומענדיגן וואך זונטאג; איך וויל זייער שטארק רעדן מיט די מיידלעך פון די עלסטע קלאס. געב איבער פאר אלע תלמידות פון דיין קלאס אז זיי זאלן קומען זונטאג אינדערפרי צען אזייגער צו די שטוב פון די טיטשער מרת ... תחי', ווייל איך וויל רעדן מיט אייך.

#34 - אומגעבעטענע טובות
מדות טובות, חסד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו הערן ווער עס האט דאס געשיקט.


אים קענסטו זאגן יישר כח, אבער דיר זאג איך אז דאס איז נישט דער וועג פון העלפן, ווייל קיין איין זאך פון דעם שבת פעקל עסן מיר נישט, איך האב דעם גאנצן שבת פעקל געשיקט צו א שכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - די חשיבות פון אן הצלה-מאן
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו העלפן די מוסדות. געב איבער א יישר כח פאר אלע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך מתנדב געווען צו העלפן מאכן די עלעקטעריק אין מיידל קעמפ, עס זאל זיין געזעצליך אויסגעהאלטן וכו'.


איך האב געזען בילדער ווי אלע ארבעטן אינאיינעם, איך האב אויך געוואלט דארט זיין; זיין א חלק פון אזא שיינע חברותא וואו מען ארבעט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד צו העלפן די מוסדות פון רבי'ן.


וואויל איז דיר אז דו געבסט זיך אוועק פאר אנדערע מענטשן זייענדיג א חלק פון "חברה הצלה", דו לויפסט ראטעווען מענטשן וועם דו קענסט ניטאמאל. איך הער נישט אויף צו טראכטן פון די מעשה פון מוצאי שבת ווי דו נעמסט אהיים דיין פידל צו מאכן א שיינע מלוה מלכה וכו', און פלוצלינג ווערט די גאנצע פלאן אויס, ווייל דו לויפסט ראטעווען א קינד וכו', דו פארסט אריין ביז'ן שטאט און געענדיגט מיט'ן מלוה מלכה.


איך וועל אם ירצה ה' שרייבן א באזונדערע בריוו פאר דיין ווייב תחי'; איר קומט די ברכה, זי געבט דאך אוועק איר מאן אין די שענסטע צייטן אבי צו ראטעווען אידישע קינדער.

#32 - שיעורים פאר פרישע אינגעלייט
דרשות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו מאכסט מיר נחת און דו מאכסט א קידוש השם; דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאגן אויף דיר און אויף דיין ווייב אז איר פירט זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג, איר פירט זיך אויף איידל און באשיידן אזוי ווי עס פאסט פאר א תלמיד הישיבה און פאר א תלמידה פון בית פיגא.


איך וויל דו זאלסט צוזאמנעמען אלע אינגעלייט – תלמידי הישיבה – וואס האבן חתונה געהאט פאריאר און פאר צוויי יאר צוריק, תשע"ח און תשע"ט, איך וויל זיי געבן באזונדערע שיעורים; זיי מיר מודיע ווען עס איז גוט פאר ענק, וועל איך ענק געבן הדרכה והתחזקות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און בויען א שיינע שטוב.


זיי שטארק ווייטער אנצוגיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, און יעדעס מאל דו ביסט נאכאמאל מסיים משניות וכו' זאלסטו זאגן דערוועגן פאר דיין ווייב אפאר טעג פארדעם, אזוי וועט איר קענען פייערן א שיינע סיום אין שטוב אינאיינעם.


איך האב דיר ליב.

#31 - רעדן שיין צו יעדן איינעם
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו רעדן שיין צו יעדן איינעם, סיי צו די וואס זענען אין דיין יארגאנג, סיי צו די עלטערע מיידלעך און אויך צו יונגערע מיידלעך, - וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און אלע וועלן דיר ליב האבן.


מענטשן האבן ליב א פרייליכער מענטש, א פאזיטיווער מענטש, איינער וואס איז שטענדיג פרייליך, און מען ציט זיך אוועק פון א זויערער מענטש; דארפסטו שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל און רעדן שיין צו יעדן איינעם, שטענדיג זאלסטו טראכטן: 'וואס קען איך טון פאר מיין חבר'טע?' וועסטו זען ווי אלע וועלן זיך וועלן חבר'ן מיט דיר.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהילים יעדן טאג; ווען דו ביסט מסיים תהילים זאלסטו מיר שרייבן די וויפלטע מאל דו האסט מסיים געווען.


בנוגע האבן א קעמרע; פרעג דיין טאטע מאמע וואס זיי זאגן, אויב דו דארפסט שוין האבן אן אייגענע קעמרע, און וואס זיי זאגן דאס זאלסטו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#30 - דן זיין לכף זכות דעם שכן
תודה והודאה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר גערופן וכו', זי האט געוויינט און זיך אפגערעדט אויף וכו'.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מחזק זי זאל נישט ווערן אויסער זיך פון וואס עס האט פאסירט, אז זי וועט קוקן מיט "רחמנות אויגן" אויף זיי וועט איר דאס נישט באדערן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) אז ווען מען איז מהפך כעס צו רחמנות איז מען זוכה אראפצונעמען פון זיך אלעס שלעכטס און דער אייבערשטער געבט פאר דעם אסאך גוטס; זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל נישט זיין בכעס אויף אייער שכן, זי זאל זיי דן זיין לכף זכות, קוקן אויף זיי מיט א גוטע אויג.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויסהערן דיין ווייב און איר מחזק זיין; פארגעס נישט די נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון און ער טוט ווייטער, דו ביסט געווען א "היימלאזער בחור", "אפגעריסן" און "אפגעשליסן", האסט גארנישט געהאט אויף די וועלט און יעצט האסטו א שיינע משפחה כן ירבו.


אזוי אויך זאלסטו זיך שטארקן צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות; זינג זמירות, דערצייל פאר דיינע קינדער שיינע מעשיות און זאלסט חס ושלום נישט שלאגן די קינדער שבת. שבת טאר מען נישט שרייען, שבת דארף מען זיין בשמחה – נאר טאנצן, נאר שפרינגען.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#29 - אויפנעמען יעדן שיין אין אומאן
אומאן, מדות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז איר האט זיך געשפירט אין אומאן אין אונזער בית המדרש אינעם נייעם בנין - צווייט קלאסיג. איך האב געפרעגט די אינגעלייט און די בחורים וואס זענען ממונה אין בית המדרש צי עס איז אמת וואס איר שרייבט, אז מען נעמט נישט אויף שיין די געסט וואס קומען דאווענען; זיי האבן מיר געזאגט אז היי יאר וועלן זיי מער אכטונג געבן אויף דעם פרט און מקרב זיין יעדן איינעם.


געבט איבער פאר אנשי שלומינו פון יבנאל אז מיר וועלן זיך זייער פרייען צו דאווענען אינאיינעם אין אומאן, מיר מאכן נישט קיין חילוק פון אשכנז'ישע אידן אדער ספרד'ישע אידן, מיר ווארטן אויף אייך און מיר וועלן זיך פרייען צו זיין צוזאמען; מיר גייען אין די וועגן פון מוהרא"ש וואס האט געוויזן אז מען קען דאווענען אין איין שול אפילו מיר זענען פון אנדערע שבטים. מיר זענען ממשיך וואס מוהרא"ש האט געטון ביי זיין לעבן, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיגט חזר'ן, דאס וואס מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) אז רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינע רמז, א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#28 - דו זאלסט קיינמאל נישט ענדערן דיין חסידי'שע לבוש
שידוכים, מדות טובות, בארד און פאות, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד, הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי. אזוי אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיינע גוטע מידות, דו גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, דו העלפסט אזוי סאך און דו טוסט דאס אן טרעטן אויף אנדערע בחורים.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט קיינמאל נישט ענדערן דיין חסידי'שע לבוש; גיי נישט נאך די וואס טוישן זיך – היינט דאס און מארגן עפעס אנדערש, בלייב פעלזן פעסט מיט די חסידי'שע קליידער. געדענק וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר'ן בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיק: "מען קען בלייבן אין אינדיק אפילו מען איז אנגעטון"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "מען קען זיין א פרייליכער בחור, הנאה האבן פון אלע תענוגים אויף די וועלט און בלייבן מיט די בארד און פיאות, מיט חסידי'שע העמדער און הויזן וכו', וכו'".


בית פיגא תלמידות וועלן נאר נעמען בחורים פון ישיבה וואס ווילן אויפשטעלן א חסידי'שע שטוב, גיין אנגעטון חסידי'ש וכו', וכו'.


בקרוב וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.

#27 - ברענגען א מתנה פאר'ן רבי'ן
אומאן, מדות טובות, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דיין שווער און שוויגער זענען געווען אין קעמפ באזוכן די קינדער, האבן זיי מיר דערציילט וועגן דיר זייער שיינע זאכן. זיי זענען אזוי פרייליך מיט דיר, זיי זאגן אז יעדעס מאל ווען די משפחה קומט זיך צוזאמען באקומען זיי גוטע גריסן אויף דיר; איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן די גוטע גריס.


איך האף אז דו האלסט אן מיט דיינע שיעורים כסדרן; אנשי שלומינו פירן זיך אז ווען מען קומט צום רבי'ן אויף ראש השנה ברענגט מען א מתנה פאר'ן רבי'ן, מען קומט נישט מיט ליידיגע הענט. זע צו קומען מיט פולע הענט מיט משניות און גמרא.


מיר מאכן אם ירצה ה' דעם קומענדיגן יאר א שבת התוועדות פאר אלע תלמידי הישיבה, - א שבת סיום הש"ס; סיי פאר די וואס האבן מסיים געווען ש"ס אז זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין אינאיינעם און סיי פאר די וואס האבן נישט געענדיגט ש"ס אז זיי זאלן שטיין און זען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא, ביז מען ענדיגט גאנץ ש"ס.


איך האף אז דו וועסט מיטהאלטן דעם שבת מיט'ן סיום.

#26 - טראכטן פון יענעמ'ס געפילן
חיזוק פאר מיידלעך, קעמפ, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


די מעשיות וואס דו דערציילסט מיר, ווי מען געבט אכטונג אויף יעדע מיידל'ס געפילן, אפילו ווען א מיידל קען נישט טאנצן – מאכט מען נישט חוזק פון איר, און ווען א מיידל רופט זיך אן נישט קלוגע רייד – מאכט מען נישט קיין געשפעט, נאר מען שמועסט ווייטער כאילו לא הי'; די מעשיות מאכן מיר זייער פרייליך, זעענדיג אז די תלמידות פון "בית פיגא" טראכטן אויך פון יענעמ'ס געפילן.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע מידות; נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


פון דיין ראש ישיבה.

#25 - נוץ אויס די קעמפ ווי עס דארף צו זיין
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קעמפ, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב זייער האנה צו הערן פון אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי'  גוטע גריסן אויף דיר.


אויך הער איך פון אלע שיינע זאכן אויף דיר; פון דיינע גוטע מדות, פון דיין גוט הארץ ווי דו געבסטו אכטונג אויף אנדערע מיידלעך, אויך ער איך אז דו פירסט זיך בצניעות.


וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך ווייטער פירן אויף דעם שיינעם וועג, אזוי וועסטו זיך איינקויפן די וועלט – דו וועסטו באקומען א גוטע נאמען און טרעפן א גוטע שידוך, און אויך וועסטו זיך איינקויפן יענע וועלט – דו וועסט באקומען שכר פונעם אייבערשטן.


יעצט ווען מיר געפונען זיך אין קעמפ צווישן די גראז און ביימער איז א גוטע צייט צו גיין אביסל שפאצירן צווישן זיי און זינגען צום אייבערשטן. אים דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בפרט אויף די חסד אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס משיח וועט אויסלערנען פאר אלעמען, די עצה פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן; אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער און אלעס וואס מען טראכט – פחדים, דמיונות, מחשבות רעות וכו', וכו'.


ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו טון די עצה – אלץ מער ווערט דאס לעבן בעסער און זיסער.


זע צו זאגן תהלים יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה.

#24 - זיך אויסקומען מיט שיינעם מיט יעדן איינעם
מוסדות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בין שולדיג אין די גאנצע זאך וואס ... צאלט דיר נישט פאר די ארבעט; ער טענה'ט אז ווילאנג די ישיבה צאלט נישט פאר'ן קעמפ צאלט ער נישט פאר דיר, ווייל מיר האבן געבראכן דעם קאנטראקט מיט'ן נישט צאלן צייטליך.


איך בין יעצט געווען ביי א מיטינג מיט אים און זיין טאכטער; איך האב געשאפן נאך צוואנציג טויזנט דאללער און איך האב אים געזאגט אז איך וועל מיט'ן הילף פונעם אייבערשטן שאפן נאך צוואנציג טויזנט ביז קומענדיגע וואך. איך האב זיי איבערגעבעטן און איך האף אז קומענדיגע וואך וועסטו ווערן באצאלט.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי בכלל און בפרט מיט'ן קעמפ און איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך אויסקומען מיט זיי; דאס פארלאנג איך פון אלע מיינע תלמידים וואס פאררופן זיך תלמידים פון ישיבה, ובפרט די וואס ארבעטן אינעם מוסד. מען קען זיך נישט פאררופן א תלמיד הישיבה אדער אן ארבעטער פאר'ן מוסד נאר אז מען קומט זיך אויס מיט שיינעם מיט יעדן איינעם.


שטארק זיך, נאך אביסל וועסטו אויפשטעלן א שיינע שטוב לה' ולתורתו.


למען טובתך זאלסטו אריינכאפן יעדן טאג פרקים משניות און דפים גמרא.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און בעט פאר דיין הצלחה.

#23 - עס פאסט פאר אלעמען זיך צו באפריינדן מיט יעדן איינעם
חברים, חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר זייער מחי' געווען מיט אייער בריוו; איך באקום זייער ווייניג אזעלכע בריוון, רוב בריוון זענען פון צרות, פראבלעמען און זיך באקלאגן וכו', וכו'. נישט יעדער טראכט און פארשטייט אז דער ראש ישיבה דארף אויך אמאל הערן גוטע ווערטער וכו'.


איר האט מיר ממש אויפגעלעבט מיט'ן דערציילן וואס עס טוט זיך צווישן די פרויען, ווי שיין מען פארברענגט אינאיינעם – יונגע און אלטע; עס פאסט פאר אלעמען זיך צו באפריינדן מיט יעדן איינעם.


איר פרעגט אינעם בריוו וואס איר קענט מיר מכיר טוב זיין אויף אלע שיינע זאכן; מיט דעם אז איר זאלט מקרב זיין אלע פרישע ווייבלעך וואס זענען נישט אזוי היימיש, מאכט זיי שפירן גוט. אזוי אויך אויב איר זעט א פרוי קומט נישט ארויס פון באנגעלאו זאלט איר גיין צו איר און איר ארויסרופן, ווייל עס זענען דא פרויען וואס האבן לחץ (פרעשור) פון אנדערע; הגם ביי אונז מאכט מען נישט קיין נפקא מינה ווער, וואס און ווען, אבער די לחץ פון זייער יוגנט לויפט זיי נאך אויפ'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון טון פאר אידישע קינדער זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.

#22 - מיט דיין שיינע אויפפירונג מאכסטו א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מצליח אין סקול. נעכטן האט מיר די מנהלת מרת ... תחי' דערציילט פון דיר הערליכע זאכן; אז דו ביסט אויסגעצייכנט אין מידות און אין יראת שמים, ווי אויך אז די מיידלעך האבן דיר זייער ליב.


מיט דיין שיינע אויפפירונג מאכסטו א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, פאר די רבי און פאר מוהרא"ש וואס די סקול איז אויף זייער נאמען.


איך טראכט פון א גוטע שידוך פאר דיר, איך וועל רעדן מיט דיינע עלטערן פון דעם. 


 

#21 - אכטונג געבן אויף די ווייב זי זאל נישט וויינען
שלום בית, שווער און שוויגער, מדות טובות, געפילן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב זי זאל נישט וויינען וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים און גרויסע ישועות, בפרט אויף די נס וואס דו שטייסט און ווארסט ווען וועסטו שוין געהאלפן ווערן וכו'.


אז מען געבט אכטונג אויף א צווייטנ'ס געפילן, בפרט אויף א ווייב איז מען זוכה צו ניסים שלא כדרך הטבע. הער א מעשה פונעם ירושלימ'ער רב - רבי יצחק יעקב ווייס זכרונו לברכה - דער מנחת יצחק. ווען ער איז א חתן געווארן מיט זיין ערשטע ווייב פאר'ן קריג האט ער נישט געזען די מיידל, און דער שדכן האט זיי אויסגענארט אז אלעס איז בסדר. ווען מען האט געהאלטן א וואך פאר די חתנה איז ער געפארן מיט זיין מאמע צו די שטאט וואו די מיידל האט געוואוינט זיך צוגרייטן צו די חתונה וואס וועט פארקומען דארט אין שטאט, ווען זיין מאמע האט צום ערשטן מאל געזען די כלה האט זי געזען אז זי איז א בעלת מום לא עלינו, האט זי געזאגט פאר'ן חתן: "מען לאזט אלעס אפ; דו גייסט נישט חתונה האבן מיט א בעלת מום", האט דער ירושלימ'ער רב געזאגט: "מאמע, מען קען נישט וויי טון א כלה; די כלה גרייט זיך חתונה צו האבן, קען מען איר נישט וויי טון", האט זי אים געפרעגט: "וואס? דו ווילסט חתונה האבן מיט א פעלערדיגע מיידל?" האט ער געזאגט: "ניין, איך וויל נישט חתונה האבן מיט א פעלערדיגע מיידל, אבער מען קען איר נישט וויי טון".


בקיצור, ער האט חתונה געהאט מיט איר און געהאט פון איר איין קינד; ביים קריג איז זי נעבעך אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אלע קדושים און ער האט חתונה געהאט מיט א צווייטע ווייב, שפעטער ווען זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט א דריטע מאל. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז פון צווישן זיינע דריי ווייבער האט ער נאר געהאט קינדער מיט די ערשטע, און פון דעם קינד איז געבליבן הונדערטער אייניקלעך. האט ער געזאגט: "איך זע אז איך קען נישט האבן קיין קינדער, און די איין קינד האט מיר דער אייבערשטער געגעבן א מתנה פאר'ן נישט וויי טון די כלה".


דאס זעלבע זאג איך דיר, אז א יונגערמאן געבט אכטונג אויף זיין ווייב, ער האלט זיך איין פון טשעפען, פון נישט רעדן שיין און ער בלאזט נישט אויף איר וכו' וכו', איז מען זוכה צו גרויסע וואונדער. אפילו מען קען נישט האבן קיין קינדער מאכט דער אייבערשטער א נס אז מען האט קינדער.


זיי מיר מוחל אבער איך ווייס נישט וואס דו ווילסט; איך האב איבער געליינט דיין בריוו אפאר מאל און פרובירט צו כאפן וואס שטערט דיר און צו זען אויב איך ליין גוט. איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אנגעווייטאגט; דו - ברוגז אויף דיין שווער און שוויגער?! זיי האבן דיר אריין גענארט אז מען האט דיר נישט דערציילט דיין ווייב'ס פראבלעמען?! וויל איך דיר פרעגן: "וואס איז מיט דיינע פראבלעמען וואס דו האסט, און מיט דיינע סודות וואס דו שלעפסט?" דיין ווייב אין איר וויסטן חלום וועט נישט וויסן דיין סוד וואס דו שלעפסט מיט דיר, און דו האסט נאך טענות אויף איר?! דיין שווער און שוויגער ווייסן אויך נישט דיינע סודות וכו' און דו האסט טענות אויף זיי?! יעצט זע איך וואס חכמינו הקדושים זאגן (משנה נגעים ב, ה): "כָּל הַנְּגָעִים אָדָם רוֹאֶה חוּץ מִנִּגְעֵי עַצְמוֹ", אלע פעלערס זעט מען חוץ די אייגענע פעלערס.


איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון דיר אז דו האסט גורם געווען דיין ווייב זאל וויינען; נאכן זיין אזויפיל יארן אין היכל הקודש האסטו נאך אלץ נישט אריין גענומען אין דיר אז מען טאר נישט וויי טון די ווייב?


דיין שווער און שוויגער זענען זייער וואוילע מענטשן און זיי זוכן נישט דיין שלעכט'ס; אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר פירט מען פון הימל כדי דיר צו ברענגען נאך א טריט נענטער צום אייבערשטן, דו זאלסט אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז נישט קיין פערצופאל, נאר מיט א חשבון פונעם אייבערשטן. יעדנ'ס מאן און יעדנ'ס ווייב - אלעס איז דער אייבערשטער.


א שאד אז דו קריגסט זיך מיט זיך אליינס און דו האלסט חשבונות פון יארן צוריק; א שאד אז דאס ביסל וואס מען לעבט זאל מען זיך אויפעסן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, דו ביסט נישט ווערד א קרעכץ".


איך האב געהאט א טובה פון דיין בריוו. מיטוואך נאכמיטאג פאר די ל"ג בעומר סעודה האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן דיבורים וואס צו רעדן ביי די סעודה אין ישיבה; איך האב געטראכט צו זיך: 'פון וואס זאל איך רעדן, פון די זעלבע זאכן נאכאמאל און נאכאמאל? אלע ווייסן שוין פון רעדן צום אייבערשטן, אלע לערנען שוין דעם סדר דרך הלימוד און זיכער האבן שוין אלע דא שלום בית, פון וואס זאל איך רעדן?' איך האב ווייטער געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן פון וואס צו רעדן, פונקט דעמאלט איז מיר אנגעקומען דיין בריוו. איך האב דאס געליינט נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב געקוקט צי איך זע גוט וואס דו שרייבסט אז דו האסט וויי געטון דיין ווייב וכו' און זי האט געוויינט וכו', דו ביסט ברוגז אויף טויזנט מענטשן; אויף דיין שווער, שוויגער, שוואגערס און שוועגערנס וכו' וכו'. האב איך געזען אז איך דארף פשוט רעדן נאכאמאל פשוט'ע דיבורים פון שלום בית, פון קוקן גוט אויף א צווייטן און פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


איך האף אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט איבער בעטן דיין ווייב און דו וועסט ארויסנעמען פון דיר די שנאה צו דיין שווער און שוויגער; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן געהאלפן מיט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - גוטע מדות וועט דיר ברענגען א גוטע שידוך
חברים, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


אז דו וועסט זיך פירן מיט גוטע מידות, דו וועסט אכטונג געבן אויף א צווייטע בחור און קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן – וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און בקרוב זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג.


נעם דאס פאר דיין מצוה וואס אין דעם זאלסטו זיך אריינלייגן מיט אלע דיינע כוחות און אלע חומרות; אזוי ווי עס ווערט געברענגט פון חכמינו זכרונם לברכה (שבת קיח:): "אֲבוּךְ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי?" אז א מענטש זאל נעמען אויף זיך איין מצוה וואס אין די מצוה וועט ער זייער נזהר זיין, זאלסטו נעמען די מצוה פון (ויקרא יט, יח): "וְאָֽהַבְתָּ לְרֵֽעֲךָ כָּמוֹךָ"; נאר קוקן גוטס אויף א צווייטן און נאר זוכן רחמנות צו האבן אויף א צווייטן, דורכדעם וועסטו זיין א גרויסער חידוש; דיינע עלטערן וועלן שעפן פון דיר אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#19 - דן זיין לכף זכות די וואס טשעפען
מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו ליינען וואס איר שרייבט אז עס זענען דא פרויען פון אנשי שלומינו וואס רעדן צו אייך נישט שיין, זיי טוען אייך וויי, וואס דאס מאכט אז איר זאלט נישט וועלן האבן קיין שייכות מיט היכל הקודש און נישט וועלן אריין שיקן אייערע קינדער אינעם מוסד.


איך בעט אייך זייער איר זאלט פרובירן דן זיין לכף זכות יעדן איינעם; ווען איינער רעדט נישט שיין צו אייך וכו' זאלט איר נישט ווערן דערשראקן פון יענעם, נאר קוקן אויף יענעם מיט רחמנות. אסאך מאל זענען מענטשן אזוי דערביטערט פון צרות און דאס מאכט זיי רעדן נישט שיין וכו' (נישט אז דאס איז א תירוץ צו מעגן רעדן נישט שיין). זייער אסאך פרויען האבן א ביטערע לעבן אין שטוב וואס קיינער ווייסט נישט, מען מיינט אז זיי זענען קנאקערס וכו' ווען באמת זענען זיי זייער צעקלאפט. עס זענען דא וואס מאכן מיט שוועריקייטן מיט די קינדער, עס זענען דא וואס ליידן פון די מענער אדער פון זיך אליין וכו'; דעריבער בעט איך אייך איר זאלט דאס נישט נעמען צום הארצן נאר דן זיין יעדן איינעם לכף זכות.


איר פרעגט מיר וואס איך זאג, אויב איר זאלט אריין שיקן אין די מוסד? איך וועל אייך נישט ענטפערן אויף די פראגע, דאס לאז איך איבער פאר אייך - איר זאלט מחליט זיין וואו צו שיקן אייערע קינדער.


בנוגע צווישן אייך און אייער מאן וכו'; איר דארפט פארשטיין אז אסאך מאל איז דא מענער וואס עס פאסט זיי נישט צו בעטן וכו' זיי ווארטן אז די פרוי זאל זיך בעטן וכו' און עס גייט אריבער אסאך צייט וכו', אויף אזא פאל דארף די פרוי זיין די קלוגע, די געבעדיגע, די געווינער און די וואס הייבט ערשט אן געבן ליבשאפט וכו' ביז דער מאן פאסט צוריק צו געבן.


עס איז שווער צו שרייבן פון דברים שבינה לבינה, איך האף אז איר וועט ארויסנעמען פון דעם רמזים און אנהייבן לעבן א גוט לעבן.


איך וועל פרובירן צו רעדן ביי די קומענדיגע פרויען שיעור פון די נושא, אז מען זאל אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - יישר כח פאר'ן העלפן ריינוואשן אן אומשולדיגער בחור
מדות טובות, חסד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד האברך החשוב ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן הבחור ... נרו יאיר ער זאל ווערן ריינגעוואשן פון זיין פרשה וואס ער האט מיט'ן גוי וכו'; ער איז אומשולדיג און ער איז באמת א וואוילער בחור. דערפאר איז א גרויסע מצוה אויב דו קענסט אים העלפן ער זאל שוין ארויס גיין זכאי בדין.


דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט אלע ברכות בזכות וואס דו העלפסט אידישע קינדער, און מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א גוט שבת און א פרייליכן יום טוב.

#17 - מ'דארף וואוינען צווישן ערליכע אידן
פחדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז זייט דיין חבר ... האט זיך אוועק געצויגן פון ... קיין וכו', האט ער נעבעך אפגעלאזט דאס גאנצע אידישקייט; וויפיל איך וועל דיר דערציילן וואס זיינע קינדער דערציילן מיר, וואס טוט זיך אפ ביי אים אין שטוב רחמנא לצלן - וועסטו מיר נישט גלייבן; נישט דא קיין שבת, נישט דא גארנישט, זיי זענען מחלל שבת בפרהסיא אין פארנט פון די קינדער, אלץ נעבעך פאר די געלט.


כל זמן ער האט געוואוינט אין ... האט ער געהאט א שטיקל אידישע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יָדוּר אָדָם בִּמְקוֹם רַבּוֹ", א מענטש זאל וואוינען אין די פלאץ וואו זיין רבי וואוינט וועט אים דער רבי קענען מחזק זיין ער זאל זיין אידיש; אבער יעצט ווען ער האט זיך אוועק געצויגן איז גארנישט דא, וד"ל.


איך האב נישט קיין צייט צו קוקן זיינע סטראשענקעס און עס אינטערעסירט מיר נישט וואס ער סטראשעט; איך האלט שוין איבער צען יאר פון סטראשענען וכו'. איין זאך קענסטו אים איבער געבן בשמי, אז אויב וועט ער טשעפען מיינע איינגעשטעלטע אין די מוסד וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן; אויב ביסטו אים געטריי זאלסטו אים דאס מודיע זיין וואס פריער. מיט מיר קען ער טון וואס ער וויל ווייל איך האב פון קיינעם נישט מורא, איך ליג אין די הענט פונעם אייבערשטן. מיר האט מען שוין געסטראשעט מיט דאס ערגסטע און אויף מיר איז שוין אריבער די זיבן וואסערן - נישט איין מאל נאר כמה פעמים און ברוך ה' איך האב דאס אלעס איבערגעלעבט; אבער אויב ער וועט טשעפען מיט מיינע איינגעשטעלטע, בפרט מיט מרת ... תחי' - אונזער געטרייע מנהלת, וועט אים זיין גאר ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#16 - זוך צו קוקן אויף א צווייטן מיט א גוט אויג
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


בנוגע דיין טאכטער, אז דו ווילסט נישט זי זאל לערנען אין איין קלאס מיט וכו'.


וויסן זאלסטו אז קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. א מענטש מיינט: 'איך וועל מאכן אזוי און אזוי וכו'' און מען מאכט זיך א פלאן, אבער (משלי יט, כא): "רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ, וַעֲצַת ה' הִיא תָקוּם", א מענטש טראכט און דער אייבערשטער מאכט אנדערש; דערפאר בעט איך דיר זייער: זוך נישט קיין חסרונות ביי יענעם, נאר פארקערט - זוך צו קוקן אויף א צווייטן מיט א גוט אויג.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן סאטמערער רבי זכותו יגן עלינו זיך אפרעדן אז אין די כיתה וואו זיין זון לערנט - אין די סאטמערע חדר - איז דא א קינד וואס ביי זיי אין שטוב איז מען מחלל שבת - השם ישמרינו, ער האט געבעטן דעם רבי'ן אז מען זאל ארויס ווארפן דעם קינד פונעם מוסד. האט דער רבי אים געפרעגט: "דו ביסט אזוי פארזיכערט מיט דיינע קינדער?!" דער רבי האט נישט געוואלט אוועק שיקן דעם קינד פון תלמוד תורה; אין דעם ווארט וואס דער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר דעם איד ליגט א טיפע שכל, 'וואס ווייסט דער מענטש וואס גייט זיין?' קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט זיינע אייגענע קינדער. א מענטש איז דאך נישט פארזיכערט מיט זיך אליינס - ווי אזוי קען ער זיין זיכער מיט די קינדער? נו ווי קען מען זאגן אז דעם קינד זאל מען ארויס ווארפן?! מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קוקן גוט אויף אידישע קינדער, מיט רחמנות, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.